אַלט־נײַ כּתרילעװקע: חרוסת

שלום עליכם (אַלע װערק)

גאָר געװען בשעת־מעשׂה בײַ זײַנע חבֿרים די שוסטערס און געמאַכט מיט זײ דעם גרױסן טרונק לכּבֿוד דעם הײליקן פּורים.

אומזיסט האָט די שוסטערקע נעבעך געקוקט דורכן פֿענצטערל, זיך צוגעהערט צו דער טיר. יעדער שאָרך האָט זיך איר אױסגעװיזן, אַז דאָס גײט כלאַװנע. נאָר כלאַװנע איז נישט געגאַנגען; ער איז גאָר געלעגן בעת־מעשׂה אײנער אַלײן אין דער בלאָטע און האָט זיך אױסגעשמועסט מיט ושתּין. גיטל האָט איבערגעטראַכט אױף איר מאַן אַלצדינג, װאָס אַ װײַב קאָן איבערטראַכטן, און אַז ס'איז געװאָרן רעכט שפּעט, האָט זי געכאַפּט די יופּע אױף די פּלײצעס און איז אַװעק זוכן איר מאַן כלאַװנע. זי האָט אים נישט געפֿונען. די שוסטערס, מיט װעלכע כלאַװנע האָט אױסגעטרונקען לכּבֿוד יום־טובֿ, האָבן איר געשװאָרן, זײ זאָלן אַזױ דערלעבן איבעראַיאָר פּורים, אַז כלאַװנע איז גלײַך פֿון שול אַװעק צו זיך אַהײם און קײן טראָפּן איז צו זײ קײנעם אין מױל נישט געקומען. סײַדן אפֿשר ― אַזױ האָבן געזאָגט די שוסטערס ― ער האָט זיך ערגעץ באַגעגנט מיט שמעון־װאָלפֿן.

בײַ דעם נאָמען שמעון־װאָלף האָט גיטל אַזש אַ ציטער געטאָן. אָט דער שמעון־װאָלף קאָסט איר נעבעך גענוג געזונט.

שמעון־װאָלף איז אױך אַ שוסטער, אַזױ װי איר מאַן כלאַװנע, און האָט אױך ליב דאָס, װאָס איר מאַן כלאַװנע האָט ליב. נאָר װי קומט כלאַװנע צו אים! יענער האָט אַ שם אױף דער גאַנצער װעלט ― מע רופֿט אים גאָר אַנדערש נישט, װי שמעון־װאָלף דער שיכּור. ס'איז אַ סבֿרא, אַז זײַן טאַטע איז דערפֿון געשטאָרבן: אײנמאָל שׂימחת־תּורה האָט ער זיך אָנגעטרונקען, און עס האָט זיך אָנגעצונדן אין אים דער בראָנפֿן און ער איז פֿאַרברענט געװאָרן, אַזױ װי אַ ליכט. מיט שמעון־װאָלפֿן האָט זיך שױן אױך אײן מאָל געטראָפֿן די אײגענע מעשׂה, האָט מען אים אָפּגעלאָשן. גיטל האָט אָבער נישט געגלױבט, אַז איר מאַן זאָל זיך װידער אַ מאָל צונױפֿגײן מיט דעם שיכּורניק, נאָכדעם װי ער האָט איר געגעבן אַ האַנט תּקיעת־כּף און געשװאָרן בײַ אַ פּאָר תּפֿילין, אַז צײַט ער װעט לעבן, װעט ער זיך מיט אים קײנמאָל נישט באַגעגענען. איבער דעם איז אַרױס אין יענער צײַט אַ גרױס מחלוקת צװישן כלאַװנעס װײַב גיטל און שמעון־װאָלפֿס װײַב חנה־זיסל. דאָס מחלוקת האָט זיך אָנגעהױבן מיט װערטער און מיט װערטלעך, און אױסגעלאָזט האָט זיך עס זײער מיאוס: בײדע װײַבער האָבן זיך אַרײַנגעפּלאָנטעט אײנע דער אַנדערער אין די שלײערס, און מע האָט זײ קױם צענומען. פֿון דעמאָלט אָן רײדן נישט צװישן זיך אָט די צװײ װײַבער, און אַז זײ באַגעגענען זיך, טרעטן זיך אָפּ אײנע דער אַנדערער דעם װעג און שפּײַען אױס דרײַ מאָל.

גיטל האָט זיך לאַנג געשלאָגן מיט דער דעה, װאָס זאָל זי טאָן: צי זאָל זי גײן צו אָט דער הולטײַקע חנה־זיסל געװאָרע װערן װעגן איר מאַן, צי נײן? זי האָט מורא געהאַט, ס'זאָל נישט אַרױס דערפֿון קײן נײַער סקאַנדאַל ― און עפּעס טאַקע נאָר װי גאָט אַלײן האָט זיך אַרײַנגעמישט און איז איר געקומען צו הילף. נאָך אײדער זי האָט זיך אַ ריר געטאָן, דערזעט זי, עפּעס אַ נפֿש, אײַנגעהילט אין שװאַרצן, גײט איר אַקעגן. זי קוקט זיך אײַן אין דער פֿינצטערניש און זי דערקענט חנה־זיסלען. בײדע װײַבער זײַנען גרײט געװען אָפּשפּרינגען אײנע פֿון דער אַנדערער און אױסשפּײַען דרײַ מאָל, װי תּמיד. נאָר עפּעס אַ פֿאַרבאָרגענער כּוח האָט זײ בײדע אָפּגעהאַלטן, און זײ האָבן בײדע מיט אַ מאָל אָנגעהױבן רײדן. זײער געשפּרעך איז געװען אַ קורצער, נאָר זײער אַ פֿאַרשטענדלעכער:

― װוּהין איז אַזױ שפּעט?

― און איר װוּהין?

― איך זוך מײַן מאַנצביל.

― דאָס אײגענע װאָס איך.

― װוּ קאָנען זײ זײַן?

― איך זאָל אַזױ װיסן פֿון אים.

― מײַנער איז געװען אין שול צו דער מגילה.

― מײַנער אױך דאָרטן.

― זײַנען זײ, אַ פּנים, פֿון דאָרטן אַװעק בײדע?

― אַזױ װײַזט דאָס אױס.

און בײדע װײַבער לאָזן אַרױס אַ טיפֿן זיפֿץ און צעגײען זיך די אַהער, די אַהין.

ח.

פֿאַרװיסט און פֿאַרפֿינצטערט איז נעבעך גיטל געקומען אַהײם, געכאַפּט אַ קוק פֿאַרבײַגײענדיק אױפֿן המן־טאַש, און עס האָט זיך איר אױסגעדאַכט, אַז ער קוקט אױף איר און זאָגט צו איר: „װאָס איז די מעשׂה מיט כלאַװנען?“ פֿאַר צרות גיט זי זיך אַ װאָרף אין בעט אַרײַן און ליגט אַזױ לאַנג, ביז זי װערט אַנטשלאָפֿן. זי װערט אַנטשלאָפֿן און עס חלומט זיך איר, אַז מע קלאַפּט אין פֿענצטער און מע רופֿט זי אָן באַם נאָמען. זי װיל אױפֿהײבן דעם קאָפּ און קאָן נישט. פֿרעגט זי ליגנדיק פֿון בעט אַרױס: „װער איז דאָרטן?“ און באַקומט תּשובֿה, אַז דאָס איז חנה־זיסל די שוסטערקע מיטן שמשׂ פֿון חבֿרה־קדישא געקומען צו איר נאָך תּכריכים. גיטל פֿאַרשטײט נישט, פֿון װאַנען עס נעמט זיך צו איר אַזױ פֿיל כּוח צו רײדן װעגן אַזאַ זאַך, און זי פֿרעגט חנה־זיסלען גאַנץ קאַלטבלוטיק, גלײַך װי עס רעדט זיך װעגן אַ דײזשע ברױט אָדער װעגן אַ פֿערטל עוף אױף שבת: „זײ זײַנען פֿאַרברענט געװאָרן?“ ― „פֿאַרברענט געװאָרן“. „בײדע אינאײנעם?“ ― „בײדע אינאײנעם“. פֿאָר פּחד פֿאַלט גיטל שיִער נישט אַראָפּ פֿונעם בעט, זעצט זיך אױף און דערהערט, װי עטלעכע הענט מיט אַ מאָל שאַרן אין דער טיר, און עס שטעלן זיך איר די האָר קאַפּױר. קױם־קױם װאָס זי רעדט אַרױס:

― װער איז?

― ס'איז מיר.

― װער איז דער מיר?

― עפֿן אױף די טיר װעסטו װיסן, װער איז דער מיר.

― די טיר אין אָפֿן.

― מיר קאָנען נישט געפֿינען די קליאַמקע.

נאָכן קול האָט גיטל באַלד דערקענט, אַז דאָס איז איר מאַן, און זי כאַפּט זיך אױף געשװינד און זי עפֿנט אױף די טיר און דערזעט צװײ נפֿשות, אױסגעשמירטע, װי די שדים, און טוט אַ שפּרונג אָפּ צוריק.

― אַ גוט יום־טובֿ דיר, גיטל! ― אָט אַזױ רופֿט זיך אָן צו איר כלאַװנע און קאַטשעט זיך אַרײַן אין שטוב אַרײַן אינאײנעם מיט רױטשילדן. ― זאָל מײַן נאָמען נישט הײסן כלאַװנע, אױב דו װײסט, װער צו דיר איז געקומען! צו דיר זײַנען געקומען צו גאַסט לכּבֿוד פּורים צװײ טױטע… גאָט איז מיט דיר. װאָס האָסטו זיך אַזױ דערשראָקן? צװײ טױטע זײַנען מיר טאַקע, נאָר נישט פֿון יענער װעלט… אײנער איז טױט־שיכּור, דער אַנדערער איז טױט־הונגעריק… װער איז דאָ טױט־שיכּור און װער איז טױט־הונגעריק ― דאָס דאַרפֿסטו שױן אַלײן פֿאַרשטײן, אױב דו ביסט אַ קלוגע… װאָס קוקסטו אַזױ? האָסט אים נישט דערקענט? ס'איז דאָך רױטשילד אײַנגעזױגן זאָל װערן רב יאָסיע דער נגיד מיט דער כּתרילעװקער בלאָטע אינאײנעם! רױטשילד האָט זיך נעבעך אױסגעשמירט, אַז ס'איז אים נישט צו דערקענען. מע װאָלט געקאָנט מײנען, אַז ער האָט זיך דאָרט געקאַטשעט מיט אַלע חזירים… הערסטו, גיטל, ביסט טאַקע אַ ייִדענע אַ חכמה! ושתּי מעג זײַן פֿאַר דיר די כּפּרה! איך זע בײַ דיר דאָס שבתדיקע פֿלעשל אױפֿן טיש. דאָס האַרץ האָט דיר, אַ פּנים, געזאָגט, אַז מיר האָבן הײַנט יום־טובֿ אױף דער גאַנצער װעלט און מע דאַרף מאַכן קידוש און פֿאַרבײַסן מיט אָט דעם דרײַעקעכדיקן ממזר, ס'זאָל אױף אים קומען אַ מיתה־משונה, אַזױ װי אױף זײַן טאַטן המנען!… לחײם, רױטשילד! לאָז גאָט געבן, המן זאָל דערלעבן איבעראַיאָר, און מיר זאָלן אים װידער אַ מאָל אױפֿהענגען אין שול מיט זײַנע צען בנים אַלע אױף אײן תּליה, פֿופֿציק אײלן די הײך! װאָס שװײַגסטו, גיטל? זאָג אָמן!

געשריבן אין יאַר 1909
חרוסת

א.

― מױד! מע װעט אַ מאָל דערלעבן זען דיך אָנגעטאָן, צי נײן? נעם דאָס גלעזערנע טעלערל און גײ זיך דורך צום פֿעטער יאָסיע, װעסטו ברענגען חרוסת. אַז דו װעסט אַרײַנקומען צום פֿעטער יאָסיען, זאָלסטו זאָגן: „דער בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע האָבן אײַך געשיקט זאָגן, איר זאָלט דערלעבן איבעראַיאָר, און געבעטן, איר זאָלט זײ געבן חרוסת. װעסט שױן געדענקען, װאָס מע זאָגט דיר אָן? צי מע דאַרף מיט דיר איבערחזרן נאָך אַ מאָל צװאַנציק?

― ס'איז נישט אַזױ שװער, מע זאָל דאָס נישט געדענקען אױף אױסװײניק.

און לאה די מױד (אַזױ האָט מען זי גערופֿן אין דער דינסט, כאָטש בײַ זיך און בײַ אירע באַקאַנטע האָט זי געהײסן „ליזאַ“) האָט זיך געאײַלט אָנטאָן יום־טובֿדיק, און כאָטש דער גאַנצער אָנטאָן אירער איז באַשטאַנען נישט מער װי אין אַ ציצן קלײדל מיט אַ קאַפֿטל, נײַע שיך און אַ סטענגע אױף די האָר, פֿונדעסטװעגן באָברעט זי זיך שױן װײס איך װיפֿל צײַט און איז נאָך אַלץ נישט פֿאַרטיק. ס'איז תּמיד אַזױ: אַז מע װיל גיך, געדױערט עס, און אַז מע שלאָגט האַלדז־און־נאַקן, פֿאַלט פֿון די הענט. ליזאַ (לאָמיר איר טאָן צוליב און רופֿן זי אַזױ, װי איר געפֿעלט) האָט זיך אָנגעטאָן יום־טובֿדיק און איז צוגעגאַנגען צו דער בעל־הביתטע װײַזן, אַז זי איז פֿאַרטיק. די בעל־הביתטע (אַ ביסעלע שפּעטער װעלן מיר זיך מיט איר באַקענען נענטער) האָט געגעבן אַ פּליעסק מיט די הענט:

― זע־נאָר, װי זי האָט זיך אױסגעסטראָצלט! אַ רײנע פּרינצעסין! פּסנו! קײן עין־הרע! קײן בײז אױג! פֿאַרניץ געזונט און גיב כאָטש אַכטונג אױף די שיך, זאָלסט נישט אַרײַן מיט זײ אין אַ קאַלוזשע! און דאָס קלײדל, נישקשה, מעגסטו אױך אונטערהײבן אין דער בלאָטע. ס'איז פֿאַר מײַן געלט, װאָס דו האָסט בײַ מיר פֿאַרדינט, מעג איך דיר, דאַכט דיר זאָגן אַ דעה, צי נײן?

ליזאַ האָט גענומען דאָס גלעזערנע טעלערל און איז אַװעקגעגאַנגען נאָך חרוסת אָן װערטער. װאָס װעט זי איר ענטפֿערן, אַזאַ „פּערעװאַריכע“, אַז זי פֿאַרשטײט אַפֿילו נישט, אַז דאָס געלט, װאָס די דינסט האָט בײַ איר פֿאַרדינט, געהער צו דער דינסט, נישט צו איר? איר מאַקס זאָל דאָ זײַן ― ער װאָלט שױן װיסן װאָס צו ענטפֿערן אַזאַ בורזשוּיקע!.. אַ רעכטער יאַט, אָט דער מאַקס! ערשט הײַנטיקן פֿאַר־פּסח האָט זי זיך מיט אים באַקענט, גײענדיק פֿון פּאָדריאַד אײנמאָל פֿאַרנאַכט אַהײם. דעם גאַנצן װעג האָט ער מיט איר גערעדט פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס זי האָט זײ קײנמאָל נישט געהערט, נאָר באַלד געכאַפּט מיטן שׂכל. פֿון באַלעבאַטים האָט ער מיט איר גערעדט און פֿון אַרבעטער. ביז אַהער האָבן געװעלטיקט זײ, די באַלעבאַטים; אָט באַלד װעלן אָנהײבן געװעלטיקן מיר, אַרבעטער.

שױן אַז זײ זײַנען געװען בײַ דער טיר, האָט ער זי אַ פֿרעג געטאָן, צי זי קאָן לײענען אַ ביכל?

― אַ װאָסערס? אַ ייִדיש?

― פֿאַרשטײט זיך, אַ ייִדיש.

― פֿאַר װאָס נישט? איך נעם אַלע פֿרײַטיק בײַ רב אַלטער אַ מעשׂה־ביכל אױף איבערלײענען. אַז איך לײען איבער דאָס ביכל, גיט ער מיר איבער אַכט טאָג פֿרײַטיק אַן אַנדערס, דאָס הײסט, טאַקע די אײגענע מעשׂה, נאָר אין אַן אַנדער ביכל. מחמת די מעשׂה איז אַ לאַנגע מעשׂה, זי ציט זיך פֿון סוכּות אָן…

מאַקס הערט זי אױס מיט אַ האַלבן שמײכל:

― נישט די ביכלעך דאַרף מען לײענען. אָט װעל איך אײַך געבן אַ ביכל, װעט איר װיסן „פּאָקראַנימירпокранимир: אײַננעמען די װעלט“…

און ער קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, ציט אַרױס פֿון דער כאָלעװע פֿון שטיװל אַ קלײן פֿאַרשמאָלצעװעט ביכעלע און גיט דאָס איבער איר, װי עפּעס אַ הײליקע זאַך, בעט, זי זאָל דאָס נישט האַלטן אױבן־אױף…

― װאָס איז דען?

― אַז מע זאָגט אײַך, זאָלט איר נישט פֿרעגן פֿאַר װאָס…

ליזאַ האָט דאָס ביכל בײַ אים צוגענומען מיט דעם אײגענעם רעספּעקט, װי ער האָט דאָס איר געגעבן, און אַז זי איז געקומען מיט דעם אַהײם, האָט זי געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿון דער בעל־הביתטע, דערפֿאַר, װאָס זי, אַז זי גײט אַװעק, פֿאַרגעסט זי דעם זײַ־געזונט. און אַז אַלע האָבן זיך געלײגט שלאָפֿן, האָט זי אַרױסגעדרײט דאָס לעמפּל און האָט זיך אַװעקגעזעצט לײענען דאָס ביכל, װאָס מאַקס האָט איר געגעבן. אױפֿן ערשטן בלעטל, גאַנץ אױבנאָן, איז געשטאַנען מיט גרױסע אותיות: אַרבעטער פֿון אַלע לענדער, פֿאַראײניקט אײַך!…

ב.

פֿון דעמאָלט אָן זעט זיך ליזאַ מיט מאַקסן אַלע פֿאַרנאַכט, און זי קאָן זיך נישט דערמאָנען, פֿון װאָסער מאָמענט זײ זײַנען איבערגעגאַנגען פֿון „איר“ אױף „דו“. זי װײס נאָר, אַז װען זי זעט אים נישט, ציט דאָס זי צו אים, װי מיט אײַזערנע צװאַנגען, און אַז זײ באַגעגענען זיך, װײס זי נישט, װוּהין די צײַט גײט אַװעק. זײ האָבן אַזױ פֿיל צו רײדן אַז עס װעט, דאַכט זיך, בײַ זײ קײנמאָל נישט אױסשעפּן זיך, און אַלץ, װאָס ער רעדט, איז צוקער־זיס. אַ נײַע װעלט האָט ער פֿאַר איר אױפֿגעעפֿנט מיט זײַנע רײד. ביז אַהער האָט זי געװוּסט, אַז װײַל זי, ליזאַ, איז אַ דינסט, און „פּערעװאַריכע“ איז אַ נגידית, דאַרף זי, ליזאַ, זײַן בײַ „פּערעװאַריכען“ אין גלות, דאַרף קאָכן און באַקן און װאַשן און רײניקן אױף דער גאַנצער שטוב. איצט לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה גאָר פֿאַרקערט: אַז װײַל די גאַנצע שטוב שטײט אױף איר, אױף ליזאַן, דאַרף „פּערעװאַריכע“ װיסן דרך־ארץ. װוּ איז געװען איר שׂכל ביז אַהער? נישט געװען מאַקס, איז נישט געװען קײן שׂכל; געקומען מאַקס, איז געװאָרן גאָר אַנדערש. דאָס הײסט, דערװײַלע איז נאָך אַלץ אַזױ װי פֿריִער: ליזאַ איז אַ דינסט, און „פּערעװאַריכע“ ― אַ נגידית. ליזאַ קאָכט און באַקט און װאַשט און רײניקט אױף דער גאַנצער שטוב, און פּערעװאַריכע שילט און קאָרעניִעט, דאָס מױל מאַכט זיך איר נישט צו. ס'איז אָבער אַלצדינג נאָר דערװײַל, ביז אַ צײַט. עס גײט אַ צײַט, אַ גאָלדענע צײַט…

אַזױ טראַכט זיך ליזאַ, גײענדיק מיטן גלעזערנעם טעלערל צום פֿעטער יאָסיע נאָך חרוסת, און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, טאָמער װעט זי באַגעגענען מאַקסן. זי זעט גאָרנישט, װי די רױטע זון האַלט בײַ אונטערגײן אױף יענער זײַט שטאָט און באַפֿאַרבט מיט גינגאָלד אַ גאַנצן שטיק הימל. זי זעט גאָרנישט, װי ייִדן לױפֿן מיט פֿולע פֿלעשלעך װײַן אױף אַרבע־כּוסות, געקױפֿט בײַ מאָטיע װימאָראָזיק. דער װײַן פֿינקלט זיך אָפּ אױף דער פֿאַרגײענדיקער זון און שפּילט און צעגיסט זיך אין אַלערלײ קאָלירן. ליזאַ באַמערקט דאָס אָבער נישט. װאָס איז איר די זון? װאָס איז איר כּתרילעװקע מיט אירע ייִדן און מיט זײער װײַן אױף אַרבע־כּוסות, אַז ס'איז נישטאָ דער, װעמען זי זוכט? נאָר אָט דערהערט זי אַ קול פֿון הינטן:

― ליזאַ!

― מאַקס!

און זײ שטעלן זיך אַװעק אַביסל שמועסן, היטן זיך, מע זאָל חלילה נישט באַמערקן, װאָרעם כּתרילעװקע קאָן נאָך אַלץ נישט לײַדן, אַז אַ בחור מיט אַ מײדל זאָלן שטײן פֿראַנק און פֿרײַ אין מיטן גאַס און רײדן… און אַזױ פֿליִען די מינוטן, ביז ליזאַ טוט זיך אַ כאַפּ:

― אױ! אַ מכּה דער פּערעװאַריכע מײַנער! איך דאַרף דאָך גאָר גײן צו איר פֿעטער יאָסיע נאָך חרוסת!

― גײ, גײ, איך װעל דאָ צוּװאַרטן אַ װײַלע, ביז דו װעסט זיך אומקערן, װעל איך דיך שױן באַגלײטן ביז אַהײם.

און ליזאַ לאָזט זיך לױפֿן צום פֿעטער יאָסיע נאָך חרוסת.

ג.

„דער פֿעטער יאָסיע“ ― אַזױ האָט מען אים גערופֿן אין כּתרילעװקע דערפֿאַר, װאָס ער איז געװען אַ שײנער ייִד און אַן אַלטער און אַ בכּבֿודער און אַ נגיד און האָט קײן קינדער נישט געהאַט, אַחוץ פּלימעניקעס און פּלימעניצעס אָן אַ שיעור. כּמעט אַ האַלבע שטאָט זײַנען געװען זײַנע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, און אַלע האָבן זײ אַרױסגעקוקט אױף איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר…

װיפֿל פֿאַרמאָגט דער פֿעטער יאָסיע ― דאָס האָט קײנער נישט געװוּסט, און דער פֿעטער יאָסיע אַלײן אױך נישט. אַזױ האָט מען גע־

שמועסט אין שטאָט. געזאָגט האָט מען, אַז דער פֿעטער יאָסיע איז אָנגעשטאָפּט ממון־קורח; מע װײס אַפֿילו, אַז ער האָט אַ צװאה און דאָרט איז בײַ אים אױסגערעכנט ביז דער לעצטער פּרוטה. אַלע יאָר, אַז ס'איז געקומען ערבֿ ראָש־השנה, פֿלעגט ער איבערשרײַבן די דאָזיקע צװאה, צונױפֿרופֿן אַלע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, און נעמען בײַ זײ „תּקיעת־כּף“, אַז טאָמער חלילה שטאַרבט ער, זאָל מען זאָגן נאָך זײַן נשמה אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר קדיש און לערנען אַלע טאָג אַ פּרק מישניות. נאָכן תּקיעת־כּף האָט ער זײ אָנגעגאָסן צו גלעזלעך בראָנפֿן און געגעבן צו שטיקלעך לעקעך. די פּלימעניקעס האָבן געטרונקען לחײם, די פּלימעניצעס האָבן אים געװינטשעװעט, ער זאָל דערלעבן משיחן און דער פֿעטער יאָסיע האָט געשמײכלט מיט זײַנע שטענדיק נאַסע אױגן, געשאַמקעט מיט די ליפּן און געענטפֿערט: אָמן, אָמן.

אָט אַזױ האָט זיך עס געצױגן פֿון יאָר צו יאָר. די פּלימעניקעס מיט די פּלימעניצעס האָבן אַרױסגעקוקט מיט סכּנת־נפֿשות, נאָר דער פֿעטער יאָסיע האָט זיך עפּעס נישט אַזױ געכאַפּט. געהוסט האָט ער דװקא גאַנץ געשמאַק, אַ זאַדישקע, אַ מין אַסטמע האָט ער געהאַט, װאָס אַז ער פֿלעגט זיך פֿאַרהוסטן, האָט מען געמײנט, ס'איז אַן עק, אַז מע דאַרף שױן גײן נאָכן שמשׂ פֿון חבֿרה־קדישא. צום סוף ― גאָרנישט, אַ נעכטיקער טאָג… אַלע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס פֿלעגן אין אַזאַ צײַט נישט אָפּטרעטן פֿון זײַן בעט:

― װי פֿילט איר זיך, פֿעטער, אַצינד?

― אַ דאַנק גאָט, פֿיל בעסער, פֿיל בעסער, איר זאָלט גאָר קײן יסורים נישט האָבן, קינדערלעך; מײַן טאַטע, זכר לבֿרכה, האָט אױך געהאַט דעם אײגענעם הוסט, װאָס איך, מיר צו לענגערע יאָר, און האָט געלעבט פֿונדעסטװעגן הונדערט מיט דרײַ יאָר, נאָך מיט אַ האַלבן. און מײַן מאַמע, עליה־השלום, ― די האָט געלעבט נאָך מער מיט אָנדערהאַלבן יאָר… אונדזער שטיקל גליק איז, װאָס מיר היטן זיך; מיר עפֿענען קײנמאָל קײן טיר און קײן פֿענצטער, און אַפֿילו קײן קװאַטירל פֿון אַ פֿענצטער אױך נישט, מחמת ס'איז אַ פּשוטע זאַך: לופֿט איז פֿאַר אַ הוסט אַ שחיטה, און פֿאַר אַ זאַדישקע ― סם־המװת…

אָט אַזױ האָט זײ אױסגערעדט דאָס האַרץ דער פֿעטער יאָסיע און אָפּגעשיקט זײ אַהײם, פֿאַרן אַװעקגאַנג געדאַנקט, װאָס זײ פֿאַרגעסן אים נישט…

אים פֿאַרגעסן? װי קאָן מען פֿאַרגעסן אָן אַזאַ געטרײַען פֿעטער, װאָס טראָגט אױפֿן קאָפּ, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל פּלימעניקעס מיט פּלימעניצעס? אַן אײגענער טאַטע דאַרף נישט מער טאָן, װי דער פֿעטער יאָסיע טוט פֿון זײערט װעגן אַלע יום־טובֿ. למשל, סוכּות בענטשן זײ אַלע אױף זײַן אתרוג. חנוכּה גרײט ער אָן פֿון זײערע קינדערס װעגן דרײדלעך, איטלעכן באַזונדער אַ דרײדל. פּורים מוזן די פּלימעניקעס מיט די פּלימעניצעס קומען צו אים אַלע מיט קינד און קײט האָרכן די מגילה. טאָמער חלילה פֿאַרפֿעלט אַ קינד צו דער מגילה ― איז חיות נישט זיכער! דער פֿעטער יאָסיע גיט אַכטונג. אים װעט איר נישט נאַרן. נישקשה, ער װײס, װער ס'איז געװען צו דער מגילה און װער נישט. און אַז ער האָט דערטאַפּט דעם, װאָס איז נישט געװען, האָט ער אים אָנגעכאַפּט פֿאַר אַן אױער: „פּוסטעקראַט מײנער! װוּ ביסטו געװען צו דער מגילה?“ און יענער האָט געמוזט זיך פֿאַרענטפֿערן, אױסזוכן עפּעס אַ רעכטן תּירוץ, װאָרעם דעם פֿעטער יאָסיע טאָר מען נישט דעררגזנען…

נאָר מער װי אַלע יום־טובֿים האָט ער זיך מפֿקיר געװען צוליב זײ, אַז ס'איז געקומען פּסח. דעם גאַנצן טאָג ערבֿ־פּסח האָט איר געקאָנט זען דעם פֿעטער יאָסיע זיצן אין שטוב און שטױסן צימערינג, רײַבן עפּל מיט װײַן און מיט װעלישע ניס. דער פֿעטער יאָסיע האָט אַלײן געמאַכט חרוסת פֿאַר אַלע זײַנע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס. אַזױ איז שױן געװען בײַ אים דער מינהג אַלע ערבֿ־פּסח ― אָנמאַכן אַ פֿולע שיסל מיט חרוסת און אױסטײלן זײ אײנציקװײַז אױף טעלערלעך. און אױף מאָרגן נאָכן טיש, אַז די פּלימעניקעס מיט די פּלימעניצעס זײַנען געקומען צום פֿעטער גוט יום־טובֿ בעטן, פֿלעגט מען נישט רײדן פֿון קײן זאַך, נאָר פֿונעם חרוסת. זײ פֿלעגן זיך גאָרנישט קאָנען זאַט אָפּלױבן פֿונעם חרוסת:

― דער חרוסת איז אײַך הײַנטיקס יאָר אָפּגעראָטן, פֿעטער, מער װי אַלע יאָר.

― פֿון אײַער חרוסת איז מיר נישט איבערגעבליבן צום אַנדערן סדר, איר זאָלט זאָגן, פֿעטער, אױף אַ רפֿואה.

― מיט אײַער חרוסת האָבן מיר זיך, פֿעטער, געטײלט, װי מיט קרעפּל־פֿלײש.

― װאָס טוט איר אַרײַן, פֿעטער, אַזעלכעס אינעם חרוסת, װאָס ער קומט אַרױס בײַ אײַך אַזױ באַטעמט?

דער פֿעטער יאָסיע האָט אױסגעהערט די דאָזיקע אַלע זיסע רײד און נישט געענטפֿערט גאָרנישט, נאָר געשאַמקעט מיט די ליפּן. ער האָט געװוּסט גאַנץ גוט זײער װערט, און דאָך פֿלעגט ער אָנקװעלן פֿון זײ, װערן ברײטער װי לענגער.

גײט, טענהט, װערט הײזעריק רײדנדיק ― ס'איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך: חניפֿה איז אַ זיסער ביסן, מענטשן האָבן עס ליב, װי צוקער־לעקעך.

ד.

צװײ אינטערעסאַנטע פּאַרשױנען, מיט װעלכע מיר װעלן אײַך באַלד באַקענען, זײַנען ליזאַס באַלעבאַטים: „פּערערװע“ און „פּערעװאַריכע“.

„פּערערװע“ ― איז אַ צונעמעניש, װאָס לאָזט זיך נישט איבערזעצן אױף קײן אַנדער לשון, סײַדן אױף אונדזער ייִדיש, זאָל לעבן. אױף אונדזער ייִדיש װעט דאָס הײסן אַזױ גרױס, װי „אַ קישקע אָן אַ דנאָ“. מיט אײנעם װאָרט, „פּערערװע“ איז אַ מענטש, װאָס ס'איז אים קאַרג די װעלט ― און אָט אַזעלכער איז ער טאַקע. די גרעסטע קראָם אין כּתרילעװקע איז זײַנע, און דער גרעסטער פּדיון איז בײַ אים. װאָס ער קאָן אַ מאָל אָפּלײזן אין אײן שעה, װעלן דאָס דרײַ קרעמער נישט לײזן אין אַ װאָך ― און ס'איז אים נאָך קאַרג. ער שלעפּט קונים, שלעפּט זײ בײַ די פּאָלעס, שעמט זיך נישט אַרױסשלעפּן זײ פֿון יענעמס קלײט, כאַפּט אָפֿטמאָל פֿון די קרעמער אַ מיאוסן פּסק ― מיט אַ נאַסן בעזעם איבערן פּנים, אָדער מיט אַ קאָנאַװקע קאַלט װאַסער איבערן קאָפּ: „אַ ייִד אַ פּערערװע זאָל נישט האָבן קײן טבֿע שטעקן די נאָז, װוּ מע דאַרף נישט!“… אַזעלכע סקאַנדאַלן פֿלעגן זיך אױסלאָזן אַ מאָל נאָך מיט אַ גרעסערן סקאַנדאַל בײַם מיראָװאָי. דער מיראָװאָי, אונדזער אַלטער באַקאַנטער פּאַן מיליניעװסקי, פֿלעגט אױסהערן בײדע צדדים מיט די עדות, אױסמוסרן דעם בעל־דבר אַלײן:

― נאָװישטשע טי טאַקע פּערערװאָ? (װאָס ביסטו אַזױ זשעדנע?) כיבאַזש בעזדיטנעי יאָסיקאָ טובי ניע דיאַדיקאָ хібаж бездітней йосіка тубі нє дядіко]? (איז דען דער אָנקינדערדיקער יאָסיע דיר קײן פֿעטער?).

און כּדומה אַזעלכע רײד פֿלעגט אַרײַנזעצן אין אים דער מיראָװאָי, און די גאַנצע שטאָט האָט געמאַכט פֿון אים חוכא־וטלולא. און פּערערװע זאָל זיך עס אַפֿילו פֿאַרקרימען. גאָרנישט, גלײַך װי נישט אים מײנט מען, אָט אַזאַ נפֿש איז פּערערװע. אַצינד װעלן מיר אײַך פֿאָרשטעלן זײַן װײַב הצנועה מרת „פּערעװאַריכע“ שתּחיה.

יעדער מאַן פֿאַרמאָגט פּונקט אַזאַ װײַב װי ער איז װערט. פּערערװע האָט אַ װײַב, דאַרף זי הײסן פּערעװאַריכע. דאָס הײסט, הײסן הײסט זי ראַצל, נאָר אַ נאָמען האָט מען איר געגעבן פּערעװאַריכע, איבער איר כאַראַקטער. זי איז אַביסל אַן אײַנגעגעסענע. איטלעכן באַזונדער קאָכט זי אױס דאָס װאַסער. מען קען זי אומעטום, װי אַ בײזן שילינגער: „אָט איז זי שױן דאָ די פּערעװאַריכע!“ ― אַזױ זאָגט מען אױף איר אין מאַרק, אַז מע דערזעט זי פֿון דער װײַטן. פּערעװאַריכע, אַז זי װיל עפּעס קױפֿן, דינגט זי זיך אַזױ לאַנג, ביז מע זאָגט איר אין די אױגן, אַז זי איז אַ פּערעװאַריכע. און דאָס האָט זי דװקא פֿײַנט:

― מיט װאָס בין איך אַ פּערעװאַריכע? דערמיט, װאָס איך װיל נישט איבערצאָלן? פֿאַר מײַן געלט מעג איך מיך, דאַכט מיר, אַביסל דינגען, צי נײן? זאָגט אפֿשר, אַז נײן? אָדער אפֿשר איז בײַ מיר גנבֿיש געלט? אָדער אפֿשר מײנט איר, אַז מיר האַנדלען מיט פֿאַלשע סיגנאַציעס? אָדער אפֿשר איז גלאַט אַ מיצװה בײַ מיר נעמען טײַערער?…

פּערעװאַריכע איז אַ ייִדענע, װאָס לײגט נישט קײן כּבֿוד אױף קײנעם. אַפֿילו איר אײגענער פֿעטער יאָסיע (ער איז איר פֿעטער, נישט איר מאַנס), װאָס אַלע האָבן פֿאַר אים דרך־ארץ, האָט מורא מיט איר אָנצוהײבן. און אַז עס מאַכט זיך אַ מאָל ער פֿאַרטשעפּעט זי מיט אַ װאָרט, קאָן ער זיך פֿון איר נישט אױסבאָדן אין צען װאַסערן. דער פֿעטער יאָסיע כאַפּט זיך דעמאָלט מיט בײדע הענט בײַ די אױערן, לױפֿט אַרױס אין דרױסן מיט אַ גװאַלד:

― רבונו של עולם! שטראָף מיך מיט כּף־הקלע, מיט גיהנום, מיט װאָס דו װילסט, אַבי לײז מיך אױס פֿון פּערעװאַריכעס מױל!

דער פֿעטער יאָסיע האָט שױן געפּרוּװט אַ פּאָר מאָל סטראַשען זי מיט דער צװאה ― האָט דאָס אױך נישט געהאָלפֿן. אַדרבא, ס'איז נאָך געװען פֿיל ערגער. זי האָט זיך אין אים אַזױ אײַנגעגעסן אין די בײנער, אַז ער האָט געשװאָרן פֿאַר אַ גאַנצן מנין ייִדן, אַז זײ זאָלן װיסן, אַז טאָמער חלילה גײט ער פֿון דער װעלט, איז דאָס נאָר איבער איר, איבער אָט דער פּערעװאַריכע!

אַצינד װעלן מיר לערנען אַ קל־וחומר: מה־דאָך דער פֿעטער יאָסיע װאָס אַלע קוקן אַרױס אױף זײַן ירושה, האָט פֿון איר אָפּגעשניטענע יאָרן, הײַנט לא־כּל־שכן אַ מאַן, און נאָך אַזאַ מאַן, װי פּערערװע, על־אַחת־כּמה־וכּמה ― מעג מען דאָך אַװדאי באַגראָבן נײַן אײלן אין דער ערד, ער זאָל קײן תּחית־המתים נישט אױפֿשטײן! איך בין נישט פּערעװאַריכעס מליץ־יושר, נאָר איך גיב איר אָפּ דעם גערעכט: אַ מיצװה אױף פּערערװען. ער האָט געװוּסט נאָך פֿאַר דער חתונה, אַז זי איז אַ שלאַק פֿון זײַן ליבן נאָמען, און האָט געהאַט ביז נאָך דער חתונה דרײַסיק מאָל זי אָפּגטן; נאָר ער האָט דאָס נישט געטאָן צוליבן פֿעטער יאָסיעס ירושה. כּן־יאָבֿדו ― אַזאַ סוף מעגן האָבן אַלע זשעדנע נשמות, װאָס פֿאַרקױפֿן זיך פֿאַר געלט!

מיר לאָזן איבער פּערערװען מיט פּערעװאַריכען און קערן זיך אום צוריק צו אונדזער ליזאַן מיט איר געליבטן מאַקס.

ליזאַ איז אַרױסגעגאַנגען פֿונעם פֿעטער יאָסיִען מיטן חרוסת און האָט נאָך נישט געמאַכט קײן פֿינף טריט, איז שױן אױסגעװאַקסן מאַקס, און דאָס פּאָרל האָט זיך געלאָזט בײדע שפּאַצירן איבער דער באַרימטער כּתרילעװקער בלאָטע, װאָס באַװײַזט זיך אַרױס מיט איר גאַנצן חן, אַז עס קומט פּסח. אַלטע לײַט דערצײלן, אַז זײ געדענקען נישט, װען ס'זאָל זײַן אַ מאָל אין כּתרילעװקע אַ טרוקענער פּסח. ייִדן, זאָגן זײ, האָבן שױן אַזאַ גליק, אַז עס קומט פּסח, װערט אַ דערטרינקעניש איבער דער גאַנצער שטאָט. נאָר ערגער װי אומעטום איז דער גרױסער פּלאַץ, אָדער דער שול־הױף, דאָרט, װוּ עס שטײען אַלע שולן, בתּי־מדרשים און קלײַזלעך. די כּתרילעװקער בעל־עגלות, װאָס זײַנען שאַרף אױף צונעמענישן, האָבן דאָ אַ נאָמען געגעבן „דאָס טינטערל“. אַהין, זאָגן זײ, אַז מע פֿאָרט אַרײַן מיט אַ װאָגן ערבֿ־פּסח, דאַרף מען זיך אָפּגעזעגענען מיט װײַב און קינדער ביז העט נאָך שבֿועות.

פֿונדעסטװעגן ― לעבן זאָלן די כּתרילעװקער ייִדן! איר זאָלט זען, װי מע גײט אין שול אַרײַן, אַז סע קומט די ערשטע נאַכט פֿון פּסח, און דװקא אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, און דװקא מיט לאַנגע קאַפּאָטעס, און דװקא אַטלעסענע. אַ סך האָבן זיך פֿאַרשפּעטיקט, לױפֿן זײ אין אײן אָטעם, כאָטש פֿאַרכאַפּן אַ ברכו. נאָר אײן מאַקס כאַפּט זיך עפּעס נישט אַזױ אין שול אַרײַן. מאַקס איז פֿאַרנומען מיט ליזאַן. ער האַלט מיט איר אינמיטן אַ שמועס נאָך פֿון פֿריִער. זײ גײען האַרט בײַ די װענט, זוכן אַ סטעזשקע, און האָבן זיך אַזױ פֿאַרטיפֿט אין זײער געשפּרעך, אַז זײ האָבן גאָרנישט באַמערקט, װוּ די צײַט איז אַהינגעקומען. פּלוצעם האָבן זיך אַ שאָט געטאָן ייִדן פֿון די שולן, און ליזאַ האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן מיט אימפּעט:

― אױ, אַ מכּה אױף פּערעװאַריכען! מע גײט שױן פֿון שול, און דער חרוסת, מישטײנס געזאָגט…

ליזאַ האָט נישט געענדיקט די פֿראַזע. עס האָט זיך געטראָפֿן מיט איר דאָס, װאָס עס טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט מיט אַ מײדל אין כּתרילעװקע: זי האָט זיך אױסגעגליטשט און האָט אַרױסגעלאָזט דאָס טעצל מיטן חרוסת גלײַך אין בלאָטע אַרײַן. אַזאַ אומגליק! ליזאַ איז געװען אױס מענטש! סע פֿאַרשטײט זיך, אַז װיפֿל ס'איז דאָ קללות אױף דער װעלט ― זײַנען זײ געפֿלױגן אױף פּערעװאַריכעס קאָפּ. מאַקס האָט זי אָבער גיך באַרויִקט:

― כאַפּט זײ בעניע, דײַנע בורזשוקעס! לײג זײ אָן אַ פֿול טעלערל מיט בלאָטע און לאָז דאָס זײַן פֿאַר חרוסת! נישקשה, זײ האָבן גוטע מאָגנס. זײ װעלן דאָס פֿאַרדײַען…

פֿאַר אַזאַ מין עצה האָט זיך ליזאַ פֿריִער װי דערשראָקן: װאָס הײסט, זי װעט אָנהאָדעװען אירע באַלעבאַטים מיט בלאָטע? נאָכדעם איז דער געדאַנק איר אַזױ געפֿעלן, אַז זי האָט זיך אַזש צעלאַכט פֿון דער דאָזיקער המצאה און האָט געטאָן אַזױ, װי מאַקס האָט איר געהײסן, און האָט זיך געלאָזט לױפֿן אַהײם װאָס גיכער, זיך דרײַ מאָל געזעגנט מיט מאַקסן, שטאַרק געקװעטשט בײַ די הענט.

ה.

עס ליגט שױן עפּעס אַזעלכעס אין דער טבֿע פֿון אַ מענטשן, אַז גאָט שיקט אונדז צו עפּעס אַ גוטע זאַך, טײלן מיר זיך דערמיט גערן מיטן צװײטן. ובפֿרט אַזאַ זאַך, װאָס איז אַ מיצװה און סע קאָסט קײן געלט נישט. אונדזער העלד פּערערװע, װי דער לעזער װײס שױן, איז עפּעס נישט אַזאַ מילדער נדבֿן, װאָס זאָל זיך מפֿקיר זײַן לטובֿת־הכּלל; נאָר אַז עס קומט די ערשטע נאַכט פֿון פּסח, דערװעקט זיך אין אים אַ געפֿיל פֿון צדקה, עס דערװאַרעמט זיך בײַ אים דאָס האַרץ, די האַנט װערט בײַ אים אױפֿגעבונדן און ער פֿאַרזאָרגט אַלע זײַנע נאָענטע שכנים מיטן פֿעטער יאָסיעס חרוסת, איטלעכן צו ביסלעך. בעת־מעשׂה שײַנט בײַ אים דאָס פּנים, װי בײַ אַ מלאך, און אַז מע װינטשט אים, ער זאָל דערלעבן איבעראַיאָר און זײַן רײַך (דאָס האָט ער דװקא ליב!), ענטפֿערט ער מיט אַ זיס שמײכעלע, װאָס איז זעלטן אױף זײַנע ליפּן: „גם אַתּם! גם אַתּם!“…

איצטיקס מאָל האָט זיך פּערערװע אַביסל פֿאַרשפּעטיקט מיטן חרוסת אױסטײלן. און איבער װעמען? איבער דער דינסט. זי איז שפּעט געקומען. אַן עזות פֿון אַ דינסט! אַ תּירוץ האָט זי צוגעטראַכט אַפֿילו זײער אַ קלוגן: דער פֿעטער יאָסיע האָט זיך פֿאַרהוסט, זאָגט זי, מיט סכּנת־נפֿשות. אַלע האָבן, זאָגט זי, געמײנט, אַז ס'איז שױן אַן עק, אױס פֿעטער יאָסיע!

― נו?

― װאָס נו?

― װאָס־זשע איז געװען?

― װאָס זאָל זײַן? געזונט און שטאַרק, אױף אַלע ייִדישע קינדער…

דער מלך מיט דער מלכּה, דאָס הײסט, פּערערװע און פּערעװאַריכע, קוקן זיך איבער אָן װערטער, לאָזן אַרױס אַ טיפֿן זיפֿץ און מע זעצט זיך אַװעק צום סדר.

דער „סדר“ איז שױן אַזױ פֿיל מאָל באַשריבן געװאָרן פֿון מיר און פֿון מײַנע קאָלעגן, אַז אַלץ, װאָס איך װעל אײַך איצטער זאָגן, װעט זײַן נישט מער, װי איבערגעקײַט פֿון פֿאַראַיאָרן. דאָס, װאָס איך װאָלט יאָ װעלן זאָגן איצט, איז נאָר אײן זאַך: װאָס פֿאַר אַ כּוח ליגט אין דעם ליבן הײליקן יום־טובֿ פּסח, אַז אַפֿילו אַזאַ קאַלטע זאַך, אַזאַ טרוקענע בריאה, װי פּערערװע ― אָסור, אױב איר װעט אים דערקענען! און פּערעװאַריכע? װוּ איז אַהינגעקומען איר מױל, װאָס קאָן זיך קײנמאָל נישט באַרויִקן? פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו זײ בײדע אַזאַ מילדע װײכקײט, אַזױ פֿיל פֿרײַנדלעכקײט און יום־טובֿדיקער חן אױף זײערע פּנימער? עס איז, כ'לעבן, כּדאַי צו שטײן פֿון דער װײַטן און צוזען, װי אַזױ עס גײט צו בײַ זײ דער סדר. װי אַלץ איז נײַ, אַלץ איז רײן, אַלץ גלאַנצט, װי גינגאָלד, און אַלץ זיצט בײַם טיש מיט רעספּעקט, און אַלע אױגן קוקן אַהין, אױף אײן מענטשן, אױפֿן גוטן ליבן קעניג פֿון דער דאָזיקער נאַכט, אױף פּערערװען, װי ער טײלט אױס פֿון זײַן פֿולער האַנט איטלעכן באַזונדער אױף אַ שטיקל מצה זײַן חלק מרור און חרוסת. פֿריִער פֿון אַלע באַקומט איר חלק, װי דער עטיקעט פֿאָדערט עס, די קעניגן (פּערעװאַריכע). נאָך דער קעניגן באַקומען צו ביסלעך מרור און חרוסת די פּרינצן (די קינדער זײערע), װאָס קוקן אַרױס אױף דעם, װי אױף עפּעס רעכטס. נאָך די קינדער באַקומט אױך די דינסט אַ היפּשן חלק (דאָס איז שױן מחמת גוטסקײט), און ערשט אַז די גאַנצע קעניגלעכע פֿאַמיליע איז שױן אַרומגעטײלט מיט מרור און חרוסת, נעמט דער קעניג (פּערערװע) און לײגט זיך אָן אַלײן אױך אַ היפּשע פּאָרציע, זאָגט דעם „הנני מוכן ומזומן“ מיט אַ שײנעם ניגון, מאַכט די ברכה און עסט אָנגעלענט, מיט ברײטקײט, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ מלך. אױף אים קוקנדיק, נעמט זיך די מלכּה אױך צום עסן, װי דער עטיקעט פֿאָדערט עס, און אױף זײ קוקנדיק, טראָגן אױך די קינדער צו צום מױל דעם חרוסת און פֿאַרקרימען זיך:

― אױ! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין חרוסת?… קריצט אונטער די צײן און שמעקט מיט… פֿע!

אַן אַנדערס מאָל װאָלטן חבֿרה קלײנװאַרג זיך נישט גענאַרט פֿאַר אַזאַ עזות: זאָגן אױף חרוסת „פֿע“!… איצטיקס מאָל אָבער איז זײ אָפּגעלאָפֿן גלאַט, װײַל דער מלך מיט דער מלכּה זײַנען אַלײן אױך געבליבן זיצן מיט פֿולע מײַלער, נישט אַהין, נישט אַהער: אײַנשלינגען ― קאָן מען נישט, אױסשפּײַען ― טאָר מען נישט… נאָר אײן ליזאַ איז געזעסן און געקײַט, װי אַ קאַלב, איר חלק מצה (דעם חרוסת האָט זי באַצײַטנס אַראָפּגעלאָזט אונטערן טיש…). מיט אַ שײנעם חרוסת האָט זײ הײַנטיקן פּסח דער פֿעטער יאָסיע מכבד געװען! װאָלט כאָטש דער פֿעטער יאָסיע געװען זײַן פֿעטער, נישט אירער, װאָלט שױן פּערעװאַריכע אָפּגעשפּילט פּערערװען אַ סדר, אַז עס װאָלט אים פֿינצטער געװאָרן די װעלט און נימאס דאָס קעניגן… הײַנט די בזיונות פֿון די שכנים ― װאָס װעלן די שכנים זאָגן? און כּך־הװה ― אַזױ װי דאָס האַרץ האָט איר געזאָגט: זײ זײַנען נאָך נישט פֿאַרטיק געװאָרן מיטן ערשטן האַלבן סדר, האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס האָבן אָנגעהױבן גײן שלוחים פֿון די שכנים אײנס נאָך דאָס אַנדערע:

― נאַט אײַך אָפּ אײַער חרוסת…

― דער טאַטע האָט אײַך געשיקט זאָגן אַ דאַנק פֿאַרן חרוסת…

― אַזאַ חרוסת עסט שױן בעסער איר אַלײן געזונטערהײט…

אױף מאָרגן פּסח נאָכן טיש זײַנען אַלע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס מיט זײערע קינדער געקומען, װי דער מינהג איז, צום פֿעטער יאָסיע יום־טובֿ בעטן. דער פֿעטער יאָסיע האָט זײ אָנגעגרײט אַ טיש פֿון כּל־טובֿ: דעם בעסטן ראָזשינקעס־װײַן )צעמישט מיט פּסחדיקן װאַסער(, אַ סך װעלישע ניס )צום מײנסטן, פּוסטע( און זילבערנע כּוסות מיט פּסחדיקע גלעזלעך אָן אַ שיעור. דער פֿעטער יאָסיע אין זײַן יום־טובֿדיקן צעריסענעם, נאָר זײַדענעם אױסגענײטן כאַלאַט, מיט דער געשטיקטער יאַרמלקע אױפֿן קאָפּ, האָט אױסגעזען װי אַ טערקישער פּאַשאַ, װאָס האָט אַזױ ליב געסט, אַז ער װאָלט זײ אַװעקגעגעבן די נשמה. ער האָט נישט גערוט, נישט געקאָנט זען, טאָמער זיצט אײנער אָן אַרבעט, און האָט אַלץ געבעטן:

― קנאַקט, קינדערלעך, קנאַקט ניס און פֿאַרטרינקט מיט װײַן, נאָר װערט נישט שיכּור… פֿאַרגעסט נישט, אַז מיר האָבן הײַנט בײַנאַכט נאָך אַ סדר מיט נאָך אַ מאָל אַרבע־כּוסות, מיט נאָך אַ מאָל מרור און חרוסת…

― דער חרוסת איז אײַך הײַנטיקס יאָר אָפּגעראָטן, פֿעטער, מער װי אַלע יאָר.

― פֿון אײַער חרוסת איז מיר נישט איבערגעבליבן צום אַנדערן סדר, איר זאָלט זאָגן, פֿעטער, אױף אַ רפֿואה.

― מיט אײַער חרוסת האָבן מיר זיך, פֿעטער, געטײלט, װי מיט קרעפּל־פֿלײש.

― װאָס טוט איר אַרײַן פֿעטער, אַזעלכעס אינעם חרוסת, װאָס ער קומט אַרױס בײַ אײַך אַזױ באַטעמט?

אָט אַזעלכע קאָמפּלימענטן זײַנען געפֿלױגן פֿון אַלע זײַטן, פּונקט װי אַלע יאָר. נאָר אײן פּערערװע מיט פּערעװאַריכען האָבן געשװיגן, געקוקט אײנס אױף דאָס אַנדערע און געקאָכט זיך שטילערהײט אינעװײניק, אַזױ לאַנג, ביז פּערעװאַריכע האָט דערפֿילט, אַז עס פּלאַצט אין איר די גאַל, אַז טאָמער װעט זי שװײַגן נאָך אײן מינוט, איז אַן עק פֿון איר לעבן! ― און זי האָט אױפֿגעעפֿנט איר מױל און האָט אַװעקגעלײגט אַ מענה־לשון, אַזױ װי זי קאָן, און האָט זײ אַלעמען אָנגערופֿן מיטן אמתן נאָמען, װאָס זײ האָבן פֿאַרדינט:

― פֿאַרשטאָכענע אױגן! פֿאַלשע מענטשן! פֿאַרקױפֿטע נשמות! כאַליפֿאָסניקעסחניפֿותניקעס! טעלער־לעקער!… מע גיט אײַך אַביסל װײס איך װאָס, אַביסל גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, און מע זאָגט אײַך, ס'איז חרוסת, ― לעקט איר די פֿינגער!?…

אַ באָמבע זאָל געװען אַראָפּפֿאַלן פֿון סטעליע און פּלאַצן בײַם פֿעטער יאָסיען אין שטוב, װאָלט זי נישט באַדאַרפֿט אָנמאַכן אַזאַ רעש, װי עס האָבן געמאַכט פּערעװאַריכעס װערטער. סטײַטש! זאָגן אױף דעם פֿעטער יאָסיעס חרוסת, אַז ס'איז „אַביסל װײס איך װאָס“, „אַביסל גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רײד“, און נאָך װוּ? בײַם פֿעטער יאָסיִען אין שטוב, פֿאַרן פֿעטער יאָסיִען אין די אױגן! נישט אַנדערש, אַז פּערעװאַריכע איז גערירט, נישט בײַ אַלע געדאַנקען.

― ראַצל! װאָס רעדט איר דאָס? גאָט איז מיט אײַך! איר זײַט משוגע? צי חסר־דעה?

אַזױ זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף איר אַלע איבעריקע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס און פּערעװאַריכע איז געװאָרן נאָך מער אױפֿגעבראַכט און האָט זײ אַװעקגעגעבן בכּפֿל־כּפֿלים:

― משוגע מעגט איר שױן אַלע װערן פֿאַר מיר און פֿאַר מײַן מאַן און פֿאַר מײַנע קינדער! איך בין אַ מענטש, װאָס קאַטאָרי כ'האָב ליב זאָגן דעם אמת ― איך װעל נישט גײן לעקן די פֿינגער פֿון אַזאַ, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַביסל…

― אַביסל װאָס?

― אַביסל דאָס!…

― פֿעטער! איר הערט, װאָס זי זאָגט? זי זאָגט אױף אײַער חרוסת, אַז ס'איז, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַביסל דאָס!…

װער איז דאָ אימשטאַנד אָפּמאָלן דעם פֿעטער יאָסיעס געקנײטשט פּאַרמעט־פּנים, מיטן פֿעטער יאָסיעס נאַסע אױגן, מיטן פֿעטער יאָסיעס אומגעלומפּערט שמײכעלע, װאָס האָט זיך אױסגעלײגט אױף זײַנע האַלב־טױטע ליפּן? ער האָט זיך עפּעס מאָדנע אײַנגעבױגן, געװאָרן מיט אַ מאָל קלענער, און אַ זאָג געטאָן צו אַלעמען און צו קײנעם נישט, נאָר אין דער לופֿט אַרײַן:

אלה תּולדות פּערעװאַריכע!…

מער האָט מען נישט באַדאַרפֿט. פּערעװאַריכע, אַז זי האָט דערהערט איר אמתן נאָמען, האָט דאָס זי אַזױ אױפֿגעטראָגן, אַז זי האָט אָנגעהױבן שיטן פּעך און שװעבל, נישט נאָר אױף די קרובֿים, נאָר אַפֿילו אױפֿן פֿעטער יאָסיִען אַלײן. װאָס ס'איז איר געקומען אױפֿן מױל ― דאָס האָט זי אים געזאָגט. עס האָט נישט געהאָלפֿן פּערערװעס אַרײַנמישן זיך און פּערערװעס צוהאַלטן זי פֿאַר די הענט:

― לאָז מיך! איך בין אַ מענטש, װאָס קאַטאָרי איך האָב ליב זאָגן דעם אמת! ― האָט זי געשריגן און געריסן זיך צום פֿעטער יאָסיען און האָט אים אָנגערופֿן מיט אַ סך מאָדנע נעמען: „אָפּגאָט!“ „גאָלדענער זאַק!“ „קול שטרױ!“ „ציגענע באָבקע!“ „אַלטער תּרח!“ „אױסגענײטע יאַמפּערקעямперка: היטל!“ „חרוסת־פֿאַבריקאַנט!“…

איך װײס נישט, װעלכער פֿון די דאָזיקע שונד־נעמען האָט אױף אים אַממערסטן געװירקט, נאָר דעם פֿעטער יאָסיען איז מיט אַ מאָל געװאָרן שטאַרק שלעכט און ער האָט זיך פֿאַרהוסט אױף אַ גאַנצער שעה ― די „זאַדישקע“ האָט זיך אין אים צעשפּילט מיט סכּנת־נפֿשות. מען איז געלאָפֿן און מע האָט געבראַכט דעם דאָקטער און מע האָט געטאָן װאָס מע האָט געקאָנט. נאָר ס'איז געװען אַרױסגעװאָרפֿן: דעם זעלבן אױפֿדערנאַכט, פּונקט צום אַנדערן סדר, האָט דער פֿעטער יאָסיע אָפּגעגעבן גאָט די נשמה.

עפּילאָג

תּיכּף נאָך פּסח האָבן זיך צונױפֿגעקליבן בײַם פֿעטער יאָסיע אין שטוב אַלע זײַנע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, און מע האָט איבערגעלײענט די צװאה, און עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער פֿעטער יאָסיע (זאָל ער מיר מוחל זײַן אױף יענער װעלט!) האָט זײ אַלע געפֿירט אין באָד אַרײַן. זײַן גאַנץ עשירות, אַז מע האָט דאָס אײַנגעטײלט צװישן אַלע קרובֿים, האָט זיך אָנגענומען אַרום און אַרום בסך־הכּל עטװאָס מער, װי אַ הונדערטער אױף אַ פּאַרשױן. װער עס האָט נישט אָנגעקוקט אין יענער צײַט אונדזער העלד פּערערװען, דער האָט קײנמאָל אױף זײַן לעבן קײן אמתן צער נישט געזען. אַ שענערן לײגט מען אין דער ערד אַרײַן. און פּערעװאַריכע האָט אױסגעלאָזט איר גאַנץ ביטער האַרץ מיט אַלע צרות אױף פּערערװען. עד־היום נאָך פֿײַלט זי אים און פֿידלט אים אױף װאָס די װעלט שטײט, און פּערערװע נעבעך מוז דאָס שטילערהײט אַראָפּשלינגען. אַ ברירה האָט ער? ס'איז, זאָג איך אײַך, אַ גאָטס רחמנות אױף דעם ייִדן!…

ליזאַ האָט נישט חתונה געהאַט פֿאַר מאַקסן, װײַל ער איז געפֿאַלן, װי אַ סנאָפּ, אינעם ערשטן גרױסן שטרײַק נאָכן ערשטן גרױסן שאָס… איז זי אין אַמעריקע. זי אַרבעט דאָרטן מיט אירע צװײ ייִנגערע שװעסטערלעך אין אַ „שאַפּ“ און גײט מיט זײ אױף אַלע „מיטינגען“. און כאָטש זי איז נאָך אַ „גרינע“ און װערט פֿאַרשװאַרצט, װי די ייִדן אין מצרים, פֿונדעסטװעגן, אַז איר פֿרעגט זי, װאָס זי מאַכט, ענטפֿערט זי אײַך, אַז זי איז „אָלרײַטall right: בסדר“ און האָפֿט נאָך אַלץ אױף דער גאָלדענער צײַט… מיר װעלן זיך נאָך מיט איר אַמאָל באַגעגענען. זי האָט אונדז װאָס צו דערצײלן… דערװײַל װינטשן מיר אײַך אַ גוטן, אַ פֿרײלעכן, אַ כּשרן פּסח.

געשריבן אין יאָר 1909