אַלט־נײַ כּתרילעװקע: כּתרילעװקער מושבֿ־זקנים

שלום עליכם (אַלע װערק)

כּתרילעװקער מושבֿ־זקנים

אַלצדינג פּראָגרעסירט אױף דער װעלט, גײט פֿאָרװערטס. עס פּראָגרעסירט אױך אונדזער כּתרילעװקע.

כּתרילעװקע האָט זיך אַ שטאַרקן רוק געטאָן די לעצטע צײַט. אַזױ אַז איר װעט קומען צו פֿאָרן אַהין אַצינד, װעט איר זײַן דערשטױנט. איר װעט דערזען אין מיטן שטאָט, סאַמע אין דער רעכטער בלאָטע, אַ גרױסן, אַ ברײטן, אַ הױכן מױער פֿון געלע ציגל, מיט אײַזן געדעקט און מיט אַ סך, אַ סך פֿענצטער, מיט אַ שײנער הױכער געשניצטער טיר, און אױבן, איבער דער טיר, צוגעשלאָגן אַ װײַסער מאַרמאָר־שטײן, אױסגעקריצט מיט גרױסע גאָלדענע ייִדישע בוכשטאַבן:

מושבֿ־זקנים.

איר שטײט און קוקט אױף דאָס דאָזיקע בילד, און עס דאַכט זיך אײַך אױס, אַז עס האָט דעם אָנבליק פֿון אַ טײַערער סאַמעטענער לאַטע אױף אַן אַלטער פֿאַרגרינטער ליוסטרינענער צעריסענער קאַפּאָטע. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין פּרעכטיקער „מושבֿ־זקנים“ אינמיטן דרינען אין דעם אָרעמען־אָרעמען כּתרילעװקע? װאָס איז דאָס ― עמעצן אױף צו־להכעיס? אָדער אַ לצנות? אָדער גאָר עמעצנס אַ טעות? אָט װאָס מע האָט מיר דערצײלט דאָס לעצטע מאָל, אַז איך בין געװען דאָרט אױף קבֿר־אָבֿות.

דאָס איז געװען אין דער צײַט, װאָס מע האָט געזאָלט דורכפֿירן דורך כּתרילעװקע אַ באַן. עס זײַנען אַראָפּגעקומען פֿון מאָסקװע מיני מאָדנע באַשעפֿענישן: אינזשענירן, גאַסן־מעסטערס, ערדשנײַדערס וכדומה אַזעלכע פּאַרשױנען, און ועל־כּולם ― אײנער אַ פּאָדראַטשיק, אַ יונג מיט בײנער, און דװקא אַ „אונדזעריקער“. דעם נאָמען זײַנען װײס מען עד־היום נישט. אפֿשר איז דאָס פּאָליאַקאָװסЛазарь Соломонович Поляков 1843-1914 אַ „מענטש“, און אפֿשר טאַקע פּאָליאַקאָװ אַלײן. נאָר אַז ער איז אַ גבֿיר אַן אַדיר, אַ מיליאָנטשיק ― דאָס האָט אַ מינדסט קינד אױך געקאָנט אַרױסזען. װאָרעם װער װעט זיך עס פֿאַרגינען שטײן אײן מענטש אַלײן אין צװײ חדרים, פֿרעסן הינער, זשליאָקען װײַן אין מיטן מיטװאָך און מאַכן קוצעניו־מוצעניו מיטן בעל־אַכסניאס ייִנגערער שנור, די הולטײַקע? (זי טראָגט אײגענע האָר בפֿרהסיה און האָט פֿײַנט דעם מאַן ― אַלע װײסן דאָס).

אין יענער צײַט האָט זיך אונדזער אַלטער באַקאַנטער, דער רבֿ רב יוזיפֿל אַרומגעטראָגן מיט אַ מחשבֿה: אַװעקשטעלן אין כּתרילעװקע אַ „מושבֿ־זקנים“ פֿאַר אַלטע קראַנקע אָרעמע לײַט. װאָס עפּעס גראָד אַ „מושבֿ־זקנים“? פֿאַר װאָס נישט קײן „ביקור־חולים“? הײבט זיך אָן אַ מעשׂה פֿון קשיות פֿרעגן! ער זאָל זיך געװען נעמען פֿאַר אַ „ביקור־חולים“, װאָלט איר פֿרעגן: פֿאַר װאָס נישט קײן „מושבֿ־זקנים“? איך בין אײַך ערבֿ, אַז אַ זײַטיקע מחשבֿה: טאָמער האָט דאָ חלילה רב יוזיפֿל געהאַט אַ מײן, אַ טובֿת־הנאה פֿאַר זיך אױף דער עלטער ― איז דאָ זיכער נישט געװען. רב יוזיפֿל איז געגאַנגען מיט דעם גאַנג, אַז אױף אַן אַלטן מאַן און אַ קראַנקן איז מער רחמנות, װי אױף אַ יונגן. דאָס הײסט, אַ יונגער חולה איז אױך אױף גרױסע צרות. נאָר אַז מען איז קראַנק און נאָך אַלט דערצו, איז מען גאָר איבעריק בײַ דער װעלט. איבעריק און נימאס. אַ מענטש האָט פֿײַנט אַן אַלטן מאַן אַ זקן ― דאָס איז בדוק־ומנוסה.

הכּלל, ס'איז בײַ אים געבליבן אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: כּתרילעװקע מוז האָבן אַ „מושבֿ־זקנים“. אַ „מושבֿ־זקנים איז בילכער פֿון אַלצדינג. און בכדי אַלע זאָלן פֿאַרשטײן, װי װײַט ס'איז נײטיק אַ „מושבֿ־זקנים“ אין כּתרילעװקע, האָט רב יוזיפֿל שבת בײַטאָג אָפּגעהאַלטן אַ דרשה אין שול, דערצײלט זײער אַ שײנעם משל: „אַמאָל איז געװען אַ מלך, האָט ער געהאַט אַ בן־יחיד…“ נאָר װײַל מיר האַלטן אינמיטן אַ שמועס, װילט זיך מיר נישט אַרײַנמישן אײן מעשׂה אין דער אַנדערער. לײגן מיר אָפּ רב יוזיפֿלס משל אױף אַן אַנדערש מאָל. איך קאָן אײַך נאָר זאָגן, אַז דער משל איז אפֿשר נישט געװען אַזױ גלײַך צום נמשל, נאָר דער עולם האָט געלעקט פֿון אים די פֿינגער, װי פֿון אַלע משלים, װאָס רב יוזיפֿל פֿלעגט זײ דערצײלן. הלװאַי װאָלט רב יוזיפֿל געװען אַזאַ בריה אױף צו פֿאַרדינען זיך דאָס שטיקל ברױט, װי ער איז געװען אַ מאדים אױף צו זאָגן משלים.

אױסגעהערט דעם משל, רופֿט זיך אָן צו אים אײנער אַ בעל־הבית, ― פֿון די ניכבדים, געװײנלעך, װאָרעם װער דען װעט זיך אײַנשטעלן אַרױסטרעטן קעגן אַ רבֿ פֿאַר אַן עדה מיט ייִדן?

― יאָ, רבי, איר זײַט אַװדאי זײער גערעכט. דער משל איז זײער אַ שײנער משל. די קשיא איז נאָר : װוּ נעמט מען געלט? אַ מושבֿ־זקנים“ דאַרף קאָסטן געלט, און כּתרילעװקע איז אַ שטאָט פֿון סאַמע כּתריליקעס, אָרעמע לײַט, קבצנים, דלפֿנים, עניים ואבֿיונים…

― ע! איך װעל דיר דערצײלן, קינדעניו, דערױף אױך אַ משל. אַמאָל איז געװען אַ מלך… האָט ער געהאַט אַ זון אַ בן־יחיד…

הכּלל, װאָס דער מלך האָט געטאָן מיט זײַן בן־יחיד ― דאָס איז נישט װיכטיק. װיכטיק איז דאָס, װאָס אונדזער רב יוזיפֿל האָט אױף מאָרגן, זונטיק, גענומען צװײ באַלעבאַטים פֿון די „פֿאָרנעמסטע“ און איז אַרױסגעקומען מיט אַ פֿאַטשײלע אין מאַרק, גענומען גײן פֿון קלײט צו קלײט, פֿון שטוב צו שטוב ― דער אַלטער מינהג אין כּתרילעװקע אױף צו „מאַכן געלט“. פֿאַרשטײט זיך, אַז קײן גרױסע קאַפּיטאַלן קאָנען דערפֿון נישט װערן. רב יוזיפֿל האָט אָבער צײַט. ער קאָן באַשטײן, עס זאָל געדױערן נאָך אַ װאָך. רױם איז נישט געבױרן געװאָרן אין אײן טאָג. װאָס זאָל מען טאָן: נעבעך אַ שטאָט פֿון קבצנים! דער גאַנצער אַרױסקוק איז אױף די פֿרעמדע, די סוחרים, װאָס קומען אַראָפּ קײן כּתרילעװקע, אָדער גלאַט אַזױ דורכפֿאָרער, װאָס שטעלן זיך אָפּ אױף די אַכסניות. דאָרט אַז מע דערטאַפּט אַמאָל אַ פֿױגל, פֿליקט מען אים אַרום אַזױ, אַז ער פֿאַרזאָגט אַ צענטן: „אַז איר װעט פֿאָרן פֿאַרבײַ כּתרילעװקע, זאָלט איר דאָס אױסמײַדן אַ מײַל אַרום און אַרום ― ס'איז נישט אױסצושטײן פֿון די דאָרטיקע אָרעמע לײַט!“…

דערהערט, אַז ס'איז געקומען צו פֿאָרן פֿון מאָסקװע אַ ייִד אַ פּאָדראַטשיק, פּאָליאַקאָװס אַ „מענטש“, אָדער אפֿשר פּאָליאַקאָװ אַלײן, אַ גרױסער מיליאָנטשיק, ― האָט זיך רב יוזיפֿל אָנגעטאָן שבתדיק, גענומען אױף זיך דעם טיזליק מיטן שטרײַמל, װאָס האָט זיך עפּעס נישט געפּאַסט צום גרױסן װאָכעדיקן שטעקן, װאָרעם ממה־נפֿשך: איז דאָס שבת ― װי קומט אַהער אַ שטעקן? איז דאָס אין דער װאָכן ― װאָס עפּעס אַ שטרײַמל?… פֿאַרענטפֿערט איז די קשיא געװאָרן ערשט דעמאָלט, אַז רב יוזיפֿל האָט מיטגענומען מיט זיך די צװײ פֿײַנסטע בעלי־בתּים און איז אַװעק מיט זײ גלײַך אױף דער אַכסניא, צום רײַכן פּאָדראַטשיק.

איך װײס נישט, װיִאַזױ זײַנען די איבעריקע מאָסקװער פּאָדראַטשיקעס. נאָר דער פּאָדראַטשיק, װאָס איז געקומען קײן כּתרילעװקע דורכפֿירן אַ באַן, איז געװען אַ מאָדנער פּאָדראַטשיק, אַלײן אַ קלײניטשקער, אַ פּוכלינקער, מיט פֿעטע בעקלעך, מיט פֿלײשיקע ליפּן און מיט קורצע הענטלעך, ― איז דאָס געװען אַ בריאה אַ רירעװדיקע, װאָס אַז סע גײט, לױפֿט עס, און אַז סע רעדט, שרײַט עס און לאַכט מיט אַ צעשאָטן געלעכטערל: „הע־הע־הע!“ און די אײגלעך זײַנען בײַ אים תּמיד באַנעצט מיט טרערן, און אַלצדינג איז בײַ אים גיך, כאַפּנדיק, אױף אײן פֿוס, און נערװעז ― מיט סכּנת־נפֿשות! אים נישט צוטרעפֿן, װאָס ער װיל, אָדער אים זאַטשעפּען מיט אַ װאָרט ― איז חיות נישט זיכער. באַלד צינדן זיך אים אָן די אײגעלעך און ער איז קאַפּאַבל אײַך דורס זײַן, צערײַסן אױף צװײען. אַ מאָדנער, אַ מאָדנער פּאָדראַטשיק!

אײַנגעפֿירט האָט ער אױף דער אַכסניא, אַז װער סע זאָל צו אים נישט קומען, יהיה־מי־שיהיה, מעג זײַן דער גובערנאַטאָר אַלײן )אַזױ טאַקע מיט דעם לשון האָט ער אָנגעזאָגט(, דאַרף מען אים פֿריִער אַ קלאַפּ טאָן אין דער טיר, און אַז ער װעט הײסן אַרײַן, דאַרף מען ערשט דעמאָלט אים מעלדן, װער עס װיל מיט אים רײדן ― איז אָדער ער בעט אַרײַנקומען, אָדער ער הײסט קומען מאָרגן.

פֿאַרשטײט זיך, אַז אין כּתרילעװקע האָט מען זיך גענוג אָנגעלאַכט אױף דעם דאָזיקן פּאַרשױן און אױף זײַנע נאַרישע גענג. האָט איר געהערט אַן השׂגה פֿון אַ מאָסקװער פּאָדראַטשיק? לא־די, װאָס איך האָב מיך מטריח געװען און קום צו דיר אַהײם, דאַרף איך נאָך שטײן אַ היפּשע װײַלע אױף יענער זײַט טיר און אױסװאַרטן ביז דו װעסט מיר „פּאַזװאָליעןпозволять: דערלאָזן“ אַרײַנקומען צו דיר, אָדער אַנישט ― װעסטו מיר הײסן קומען מאָרגן? נײן, דאָס קאָן נאָר אַ מאָסקװער פּאָדראַטשיק. דאַכט זיך, מע דאַרף נישט קײן גרעסערן מענטשן, װי רב יוזיפֿל דער רבֿ, אַ ייִד אַ למדן און אַ גרױסער ירא־שמים. פֿונדעסטװעגן איז בײַ אים אַלע מאָל, צו יעדער צײַט, אָפֿן טיר און טױער, כּל־דכפֿין ― מיר זײַנען דאָך עפּעס ייִדן אױף דער װעלט!

דערזען פֿאַר זיך רב יוזיפֿל דעם רבֿ בכבֿודו־ובֿעצמו און נאָך שבתדיק אָנגעטאָן, איז דער בעל־אַכסניא, אַ ייִד מיט אַ ליולקע־ציבעק, מיט אַ היפּשן בױך און מיט אַ צעשפּיליעטן פֿון־פֿאָרנט, ממש מבֿולבל געװאָרן: „ברוכים הבאים! סקאָצל קומט! אַזאַ גאַסט! דער רבֿ אַלײן בײַ מיר אין שטוב! אַזאַ זכיה! רבי, זיצט… װאָס? צום אורח דאַרפֿט איר? מיטן גרעסטן כּבֿוד!“…

און דער בעל־אַכסניא האָט גאָר פֿאַרגעסן פֿונעם „יהיה מי שיהיה“ און פֿונעם „גובערנאַטאָר“, אַװעקגעלײגט דעם ליולקע־ציבעק, פֿאַרשפּיליעט דעם פֿון־פֿאָרנט און האָט צוגעפֿירט דעם רבֿ מיט די צװײ פֿײַנסטע באַלעבאַטים צום אורחס טיר, און אַלײן איז ער נעלם געװאָרן.

מיט װאָס דער אורח איז דאָרט געװען אין דער מינוט באַשעפֿטיקט ― איז שװער צו זאָגן. אפֿשר האָט ער געהאַלטן סאַמע אין מיטן רעכענונג װעגן אײַזנבאַן, װוּ מע זאָל ציִען די רעלסן און װוּ מע זאָל אַװעקשטעלן דעם װאָקזאַל? אָדער אפֿשר איז ער געלעגן בײַ זיך אין צװײטן צימער אָנגעשפּאַרט און געדרעמלט? אָדער אפֿשר איז ער דאָרטן געזעסן גלאַט אַזױ און געשמועסט, געפּלױדערט מיטן בעל־אַכסניאס יונגער שנור די הולטײַקע, װאָס טראָגט אײגענע האָר און האָט פֿײַנט דעם מאַן ― אַלע װײסן דאָס? װער קאָן עס װיסן, װאָס אַ ייִד אַ פּאָדראַטשיק פֿון מאָסקװע, אַ יונג מיט בײנער און אַ מיליאָנטשיק דערצו, טוט בײַ זיך אײן מענטש אַלײן אין צװײ צימערן? נאָר אַז די כּתרילעװקער דעפּוטאַציע איז אַרײַנגעקומען צו אים אינעם ערשטן חדר, האָבן זײ אים נישט געטראָפֿן. זײ האָבן נאָר באַמערקט, אַז די טיר פֿונעם צװײטן חדר איז אָפֿן און ס'איז דאָרטן זײער שטיל. גײן װײַטער האָבן זײ נישט געװאָלט. ס'איז נישט קײן דרך־ארץ ― טאָמער שלאָפֿט ער? זײַנען זײ געפֿאַלן אױף אַ המצאה און האָבן אַלע דרײַ געגעבן אַ הוסט )אַזױ איז דער מינהג אין כּתרילעװקע(. האָט דער פּאָדראַטשיק דערהערט, איז ער אַרױסגעלאָפֿן נישט טױט, נישט לעבעדיק. דערזען אומבאַקאַנטע געסט, איז ער באַלד געװאָרן מלא־כּעס־וחמה און האָט זיך צעשריגן אױף זײ אױפֿן מאָסקװער אופֿן:

― װער איז? װאָס דאַרפֿט איר, אַזעלכע און אַזעלכע? װער האָט אײַך אַרײַנגעלאָזט? איך האָב דאָך טױזנט מאָל אָנגעזאָגט, אַז „אָן אַ דאָקלאַד“ זאָל מען צו מיר נישט גײן!

ס'איז אַ סבֿרה, אַז ער האָט אױסגענוצט דערבײַ, זאָגט מען, דאָס װאָרט „זשידי“… ס'איז אַפֿילו נישט צו גלײבן אַזעלכעס אױף אַ ייִדן, נאָר אַ מענטש, און אַ מיליאָנטשיק דערצו, אַז מע ברענגט אים אַרײַן אין גרימצאָרן, קאָן ער אָפּטאָן נאָך אַ סך ערגערע זאַכן…

אונדזער לעזער, װאָס איז שױן באַקאַנט גענוג מיטן כּתרילעװקער רבֿ, װײס גאַנץ גוט, װאָס פֿאַר אַ ייִד אַן ענװ אָט דער רבֿ יוזיפֿל איז. ער װעט אײַך קײנמאָל נישט זײַן קײן קופֿץ־בראָש. ער האָט תּמיד ליב זײַן בעסער דער לעצטער, װאָרעם ער גײט מיט דעם גאַנג, אַז אַ בשׂר־ודם דאַרף זיך נישט כאַפּן. ער האָט נישט װאָס אָנצוּװערן און װעט קײנמאָל נישט פֿאַרשפּעטיקן. נאָר דאָ האָט ער געמוזט אַרױסטרעטן מיט אײן פֿוס פֿריִער, װײַל יענע „פֿאָרנעמסטע באַלעבאַטים“ האָבן זיך פּשוט איבערגעשראָקן פֿאַרן מיליאָנטשיק, װאָס האָט זיך צעלאָזט אױף זײ מיט די הענט און צוגעטופּעט מיט די פֿיס. װער װײס, װאָס ער איז? אפֿשר איז ער פּאָליאַקאָװס אַ „מענטש“, און אפֿשר איז דאָס פּאָליאַקאָװ אַלײן? האָבן זײ שױן בעל־כּרחם געמוזט אַביסל אָפּרוקן זיך צוריק, זײַן אַביסל נענטער צו דער טיר. אַ קשיא, װאָס סע מאַכט זיך… נאָר אײן רב יוזיפֿל האָט זיך עפּעס איצטיקס מאָל גראָד נישט דערשראָקן. ער איז געגאַנגען מיט אַ ממה־נפֿשך: איז דער מענטש אַ גרױסער מענטש, דאַרף איך פֿאַר אים קײן מורא נישט האָבן. אלא װאָס דען? ער איז אַ קלײן מענטשעלע, ― האָב איך אַװדאי פֿאַר אים נישט װאָס מורא צו האָבן!… איז ער אַרױסגעטראָטן קעגן אים מיט שטאַרקײט און רופֿט זיך אָן צו אים אַזױ צו זאָגן:

― זײַט זשע מוחל, איר שרײַט… אפֿשר זײַט איר גערעכט… האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס מיר האָבן אײַך אפֿשר געשטערט… מיר זײַנען זיך אָבער עוסק אין אַ מיצװה, און שלוחי־מיצװה, שטײט בײַ אונדז געשריבן, אינן ניזוקין ― דער װאָס איז אַן עוסק־במיצװה ― דעם קאָן נישט שאַטן… מיר זאַמלען נדבֿות, פֿאַרשטײט איר מיך, אױף אַ גרױסער זאַך, אױף אַ „מושבֿ־זקנים“…

דער פּאָדראַטשיק פֿון מאָסקװע איז גאָר געבליבן אָן װערטער. דאָס אַרײַנרײַסן זיך צו אים „אָן אַ דאָקלאַד“ פֿון אָט די דרײַ ייִדן פּלוצעם אינמיטן דרינען און דאָס האַלטן זיך פֿון אָט דעם דאָזיקן אַלטן מיטן שטרײַמל, װאָס האָט אים אױסגעװיזן אי נאַריש, אי פֿרעך, האָבן אונדזער אורח אַזױ אױפֿגעבראַכט, אַזױ צעקאָכט, אַז ער האָט דערפֿילט, װי עס האָט אים דערלאַנגט אַ קיצל אין נאָז און אַ הײב אױף דעם מוח און דאָס גאַנצע בלוט איז אים אַרײַן אין פּנים אַרײַן. ער איז פּשוט אַרױס פֿון די כּלים און אַזױ שטאַרק פֿאַרלױרן זיך, אַז ער געדענקט אַלײן נישט, װאָס מיט אים איז געװען. עס האָט זיך עפּעס װי קעגן זײַן אײגענעם װילן אױפֿגעהױבן בײַ אים די האַנט, און ער האָט מיטן גאַנצן כּוח אַראָפּגעלאָזט דעם אַלטן אַ הילכיקן פֿלאַם־פֿײַערדיקן פּאַטש.

― נאַט אײַך! אָט האָט איר אײַך אַ „מושבֿ־זקנים“!…

פֿונעם דאָזיקן פּאַטש זײַנען בײַם אַלטן אַראָפּגעפֿלױגן פֿון קאָפּ דאָס שטרײַמל מיט דער יאַרמלקע אינאײנעם, און דער כּתרילעװקער רבֿ איז געבליבן שטײן אַ װײַלע בגלוי־ראָש ― דאָס ערשטע מאָל אפֿשר אױף זײַן לעבן… עס האָט אָבער געדױערט נישט מער װי אַ רגע־כּמימרא, האָט דער רבֿ רב יוזיפֿל קודם זיך אײַנגעבױגן, אױף דער גיך אױפֿגעהױבן דאָס שטרײַמל און צוגעדעקט דעם נאַקעטן קאָפּ. דערנאָך האָט ער פּאַװאָלינקע זיך אַ טאַפּ געגעבן בײַ דער באַק און אַ קוק געטאָן אױף דער האַנט, צי איז ער חלילה נישט צעדמט? און טאַקע באותה־שעה רופֿט ער זיך אָן צום אורח שטיל און בנעימותדיק, מיט אַ מאָדנעם שמײכעלע, און דאָס פּנים איז אים טױט, װי בײַ אַלע טױטע:

― נו, מילא, דאָס האָט איר, הײסט עס, געגעבן מיר. װאָס זשע װעט איר עפּעס געבן, רב ייִד, פֿאַר די אַלטע קראַנקע נעבעך, איך מײן טאַקע אױפֿן „מושבֿ־זקנים“ מײן איך?

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

װאָס װײַטער איז געװען ― לאָזט זיך נישט דערצײלן. קײנער װײס נישט, װאָרעם די „פֿאָרנעמסטע באַלעבאַטים“, אַז זײ האָבן דערהערט פֿונעם פּאָדראַטשיק די מאָסקװער שפּראַך, האָבן זײ שױן נישט געסטײַעט… און דער רבֿ רב יוזיפֿל האָט גלאַט נישט געװאָלט רײדן דערפֿון… אַז ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דאָרטן, האָט אים דאָס פּנים מאָדנע געשײַנט. אײן באַק )די לינקע( האָט געשײַנט מער פֿון דער אַנדערער… און ער האָט מיט זײַן בנעימותדיק שמײכעלע געזאָגט:

― מזל־טובֿ, ייִדן, איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ בשׂורה: מיר האָבן מיטן אײבערשטנס הילף אַ „מושבֿ־זקנים“, אָבער אַ „מושבֿ־זקנים“, הערט איר, אַז גאָט און לײַט װעלן זיך פֿרײען…

די „קלײנע מענטשעלעך“ װאָלטן אפֿשר דעם רבֿ נישט אינגאַנצן געגלײבט, װען זײ זאָלן נישט הערן פֿונעם פּאָדראַטשיק אַלײן מיט זײערע אױערן, װי ער זאָגט און קלאַפּט זיך מיט די קורצע פֿינגער אין דער װײַסער מאַנישקע:

― ייִדן, איך שטעל אײַך אַװעק אַ „מושבֿ־זקנים“. איך, איך!… ― און נישט נאָר געהערט מיט די אױערן, נאָר מע האָט געזען מיט די אױגן אינגיכן, װי דער פּאָדראַטשיק גײט־אום מיטן רבֿ אין שטאָט, מעסט מיטן שטעקן: „אָט דאָ װעט שטײן דאָס הױז. אָט אַזױ פֿיל װעט זײַן די לענג, און אָט אַזױ פֿיל די ברײט“… און אָט האָט מען שױן געבראַכט צו פֿירן ציגל, געהילץ און אַנדערע מאַטעריאַלן ― און עס גײט אַ גאַנג.

אמת, עס האָבן זיך געפֿונען בעלנים, װאָס האָבן גענומען אױספֿרעגן בײַם רבֿ, אױסטאַפּן, ציִען װערטער: „רבי! װיִאַזױ איז געװען די מעשׂה? װיִאַזױ האָט אײַך דער דאָזיקער מפֿײס געװען פֿאַר די האַרטע רײד?… װאָס האָט איר אים געזאָגט און װאָס האָט ער אײַך געענטפֿערט?“… רב יוזיפֿל האָט אָבער אַלצדינג דורכגעלאָזט פֿאַרבײַ און פֿאַררעדט דעם עולם די צײן, געשמײכלט דערבײַ מיט זײַן שטענדיק בנעימותדיק שמײכעלע:

― אָבער אַ „מושבֿ־זקנים“ װעלן מיר, אם־ירצה־השם, האָבן, הערט איר, אַז גאָט און לײַט װעלן זיך פֿרײען!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַן עבֿירה ― דאָס „מושבֿ־זקנים“ שטײט נאָך עד־היום לײדיק: רב יוזיפֿל איז שױן עליו־השלום ― נישטאָ מיט װאָס צו פֿירן. די כּתרילעװקער קלײנע מענטשעלעך האָבן שױן אַזאַ מזל: חלומט זיך זײ אײַנגעמאַכטס ― פֿעלט זײ אַ לעפֿל; אָנגעגרײט אַ לעפֿל ― חלומט זיך זײ נישט קײן אײַנגעמאַכטס.

געשריבן אין יאַר 1910
אַ פּסחדיקע עקספּראָפּריאַציע

א.

כּתרילעװקע האָט פֿון תּמיד אָן נאָכגעטאַנצט אַדעס; נאָר פֿון זינט עס האָבן זיך אָנגעהױבן די בהלות, טרעט כּתרילעװקע נישט אָפּ פֿון אַדעס אױף קײן האָר: אין אַדעס אַ שטרײַק ― אין כּתרילעװקע אַ שטרײַק; אין אַדעס אַ פּאָגראָם ― אין כּתרילעװקע אַ פּאָגראָם. אײנער אַ לץ האָט אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג, אַז אין אַדעס האָט מען אָנגעהױבן זיך אָפּשנײַדן די נעזער, האָט מען אין כּתרילעװקע גענומען שאַרפֿן מעסערס; אַ גליק, װאָס אין כּתרילעװקע גופֿא האָט מען ליב קוקן אױף יענעם, דעריבער האָט יעדער געװאַרט, ביז דער ערשטער װעט זיך אָפּשנײַדן די נאָז. און מע װאַרט נאָך עד־היום…

נאָך אַזאַ מין הקדמה װעט שױן קײנעם קײן װוּנדער נישט זײַן, װאָס עס גײט נישט אַװעק כּמעט אַ טאָג, מע זאָל נישט לײענען אױף די גאַזעטן אַלע מאָל אַן אַנדער אומגליק פֿון כּתרילעװקע: װיִאַזױ „חבֿרה“ האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט צו אַ בעקער און האָבן עקספּראָפּריִיִרט דאָס גאַנצע געבעקס, אָדער װיִאַזױ אַ שוסטער האָט שױן געהאַט כּמעט געענדיקט אַ פּאָר שטיװל ― ס'איז געבליבן נאָר אַרױפֿזעצן אַ פּאָר פּאָדעשװעס מיט די אָפּצאַסן, ― איז מען אים באַפֿאַלן אין מיטן העלן טאָג, אָפּגעזאָגט דעם געװיסן פּסוק „שׂאו־ידיכם“ ― „רוקי װערךруки вверх: אַרױף מיט די הענט!“ ― און צוגענומען די שטיװל. אָדער אַ ייִד אַן אָרעמאַן איז געגאַנגען איבער די הײַזער ― דאָנערשטיק איז געװען די מעשׂה ― האָט מען אים זאַטשעפּעט ערגעץ אין אַ געסל, צוגעשטעלט אים אַ פּיסטױל גלײַך אין פּנים אַרײַן און אַרױסגעטרײסלט בײַ אים װאָס ער האָט געהאַט. אָדער הערט אַ מעשׂה, װאָס אַ ייִדענע דערצײלט… נאָר װאָס אַ ייִדענע דערצײלט