אַלט־נײַ כּתרילעװקע: כּתרילעװקער נשׂרפֿים

שלום עליכם (אַלע װערק)

כּתרילעװקער נשׂרפֿים (אַ מעשׂה פֿון די קלײנע מענטשעלעך)

א. די אױסדערװײלטע

די גרױסע שײנע אַלטע גױיִשע שטאָט יעהופּעץ, װאָס האָט זיך פֿון פֿאַר טױזנט יאָרן, נאָך בימי װלאַדימיר דעם הײליקןВолодимѣръ Свѧтославичь 958-1015, צעװאָרפֿן אין דער לענג און אין דער ברײט, באַרג אַראָפּ, באַרג אַרױף, אױפֿן ברעג פֿונעם אַלטן גרױען דניעפּער, האָט שױן לאַנג אַזעלכע מינים ייִדן נישט געזען, װי אײן מאָל אין אַ פֿרימאָרגן ― סוף זומער איז דאָס געװען. מע קאָן נישט זאָגן, אַז די דאָזיקע נישט־ייִדישע שטאָט איז, חלילה, זשעדנע אַ ייִדן אױף אַ רפֿואה. אַדרבא, עם איז באַװוּסט, אַז זי האָט צו טאָן פֿון קדמונים נאָר מיט ייִדן, גלײַך װי איר פֿעלט שױן מער נישט, װי מע זאָגט, קײן זאַך, נאָר ייִדן און קאָפּװײטיק. װען איר זאָלט נישט עפֿענען אַ בלאַט־צײַטונג, איז דאָס ערשטע, װאָס קומט אײַך פֿאַר די אױגן ― „ייִדן“. אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל ייִדן האָבן זיך אָנגעגעבן אין אוניװערסיטעט ― און מע האָט זײ נישט צוגענומען. אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל ייִדן האָט מען געפּאַקט בײַנאַכט אױף אַן „אָבלאַװע“ ― און מע האָט זײ יאָ צוגענומען. אַ שטײגער, ס'זאָל זיך אַמאָל טרעפֿן, חלילה, פֿאַרקערט: אַז די ייִדן פֿון אוניװערסיטעט זאָל מען יאָ צונעמען, און די פֿון „אָבלאַװעס“ נישט ― דאָס איז אַ זאַך, װאָס עס קאָן נישט זײַן, למשל, אַז בעת איר זײַט שטאַרק הונגעריק, זאָלט איר על־פּי־טעות טרעפֿן מיטן ביסן צו יענעם אין מױל אַרײַן.

הכּלל, װאָס זשע זײַנען דאָס געװען פֿאַר אַ מינים ייִדן אין יענעם פֿרימאָרגן װאָס מיר דערצײלן? ― דאָס זײַנען געװען כּתרילעװקער בעלי־בתּים. און נישט נאָר סתּם בעלי־בתּים, נאָר אױסגעקליבענע, אױסדערװײלטע צוליב זײער־זײער אַ װיכטיקער זאַך, צוליב זײער־זײער אַ גרױסער מיצװה; דאָס זײַנען געװען אײנס אין אײנס, די שענסטע, די חשובֿסטע בעלי־בתּים פֿון שטאָט, דער סאַמע צימעס פֿון כּתרילעװקע. איך װאָלט אײַך זײ אָנגערופֿן בײַ די נעמען ― איז נישט נײטיק. אַ כּתרילעװקער ייִד, אַן עוסק־במיצװה, זוכט נישט בײַ דער װעלט קײן כּבֿוד און איז נישט געװױנט געװאָרן, אַז זײַן נאָמען זאָל זײַן געדרוקט אין דרױסן אױף די בלעטער; פֿאַר אים איז גענוג דאָס ביסל כּבֿוד, װאָס ער האָט אױפֿן אָרט, און ער דאַנקט גאָט, אַז ער װערט כאָטש נישט געזידלט פֿון די זײַניקע…

צװישן די דאָזיקע אױסדערװײלטע איז געװען אײנער אַן עלטערער, גאָר אַן אַלטער מאַן, אַ ייִד אַ זקן, אַריבער שמונים, װאָס גײט שױן אײַנגעבױגן, אָנגעלענט אױף אַן אַלטן שטעקן, אָבער ער האַלט זיך נאָך, קײן עין־הרע, גאַנץ נישקשהדיק. אָנגעטאָן איז ער געװען שבתדיק: אין אַ זײַדענער שרײַענדיקער ראַדזעװוּלקע, אָן אַרבל, אױף אַן אַלטער נאָר אַטלעסענער צעהאַקטער קאַפּאָטע, מיט אַ שטרײַמל אױפֿן קאָפּ און מיט שיך און זאָקן אױף די פֿיס. דער איבעריקער עולם איז שױן געװען נישט אַזױ יום־טובֿדיק אָנגעטאָן. דערפֿאַר זײַנען זײ אָבער געװען יום־טובֿדיק געשטימט. געגאַנגען מיט אימפּעט, אַ ביסל אָנגעצױגן, נערװעז, געטראָגן בײַכיקע טלית־ותּפֿילינס און זאָנטיקעס, משונה־מאָדנע גרױסע פּאַראַסאָלן, װאָס נאָר אײן גאָט װײס דעם אמת ― אױף װאָס באַדאַרף מען זײ, אַז קײן רעגן גײט נישט און די זון ברענט נישט? דער מחבר פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט שױן לאַנג באַמערקט, אַז עס געפֿינען זיך ייִדן אַזױנע, װאָס קאָנען זיך נישט צעשײדן מיטן שירעם סײַ זומער, סײַ װינטער. װיפֿל איך האָב מיך שױן אָנגעזען אױף מײַן לעבן מיט די דאָזיקע מינים ייִדן, האָב איך נאָך כּמעט קײנמאָל נישט געזען, דער שירעם זאָל זײַן בײַ זײ אַן אױפֿגעשטעלטער איבערן קאָפּ, װי עס װאָלט, אײגנטלעך באַדאַרפֿט צו זײַן. מערסטנטײל באַגעגנט איר אַ ייִדן לױפֿן אײַנגעבױגן, דער װינט בלאָזט, שמײַסט אין פּנים אַרײַן, צענעמט אים די פּאָלעס פֿון דער קאַפּאָטע און פֿאַרקאַטשעט אים פֿון הינטן, מחילה, איבערן קאָפּ ― און ער מיטן שירעם: טיאַפּ־טיאַפּ, פּיטש־פּאַטש איבער די ליטקעס פֿון די פֿיס. איך בין אַ בעלן געװען אַמאָל אָפּשטעלן אַזאַ ייִדן, באַטראַכטן דעם שירעם, אים נעמען אין האַנט אַרײַן ― װעגט ער, נישקשה, שײנע עטלעכע פֿונט. ס'איז אים כּמעט אוממעגלעך צו עפֿענען. און אַז איר האָט אים שױן אױפֿגעעפֿנט, מעג איר זיך שױן געזעגענען: איר װעט אים צוריק אַזױ גיך נישט פֿאַרמאַכן. די שטעקלעך זײַנע שטעלן זיך פּאָפּעריק מיט די קעפּלעך אַרױף, און פֿון דעם שירעם װערט אַ מין פּאַראַשוט, װאָס בײַ אַ רעכטן װינט קאָן דאָס אײַך, חלילה, אױפֿהײבן און אַװעקטראָגן אינאײנעם מיטן זאָנטיק װײַט־װײַט אַרױף, אונטער דער כמאַרע, כּמעט װי מיט אַן אַעראָפּלאַן… נאָר לאָמיר אַװעקװאַרפֿן די זאָנטיקעס און זיך אומקערן צוריק צו אונדזערע ייִדן.

געגאַנגען זײַנען זײ געשמײַדיק, גלײַך װי עמעצער װאָלט זײ געטריבן האַלדז־און־נאַקן, אָדער גלײַך װי זײ װאָלטן מורא האָבן פֿאַרשפּעטיקן ערגעץ אױף אַ שׂמחה, אַ סעודה אָדער אַזױ אַן אַסיפֿה. און גערעדט האָבן זײ הױך אױף אַ קול, און אַלע אינאײנעם, און מיט הענט, װי געװײנטלעך. נאָר זעלטן האָט געטראָפֿן, אַז מע האָט זיך אָפּגעשטעלט, פֿאַרלײגט די הענט אַרונטער און באַטראַכט די הױכע שײנע רײַכע מױערן פֿון שטאָט, זיך גאָרנישט געקאָנט זאַט אָנקוקן.

― געפֿעלט אײַך, אַ שטײגער, אָט דאָס הײַזל? ― רופֿט זיך אָן אײנער, פֿאַררוקט דאָס היטל, אָטעמט װי אַ בלאָז־זאַק און מאַכט מיט די זײַטן, װי אַן אײַנגעמידט פֿערדל. ― איר זײַט עפּעס אַ מבֿין אױף דאָס הײַזל? שױן אײן מאָל אַ הײַזל!

― יאָ, נישקשה פֿון אַ הײַזל, ― ענטפֿערט אים דער אַנדערער שטיל און קױם װאָס ער זשיפּעט.

― װאָס, רעכנט איר, באַדאַרף עס קאָסטן דאָס הײַזל? ― מאַכט אײנער אַ יאַדעשליװער מיט גלאַנצנדיקע אױגן און נעמט זיך מיט בײדע הענט אונטער די זײַטן.

― דאָס הײַזל? ― ענטפֿערט אים אײנער מיט אַ ברײטן שטערן, װײַזט אױס, אַ בעל־חשבון און אַ מבֿין אױף הײַזער. ― איך רעכן, אַז דאָס הײַזל מיטן פּלאַץ באַדאַרף זײַן װערט אָט דאָ, אין דעם שטעטל, נישט װינציקער פֿון אַ מאה אלף.

― כאַ־כאַ־כאַ! ― צעלאַכט זיך אַ יונגערמאַן מיט אַ בלאַס פּנים, װאָס נאָר־װאָס האָט זיך אָנגעהױבן שיטן אױף דעם אַ בערדל. ― מאה אלף, זאָגט איר? לאָמיר עס אַלע פֿאַרמאָגן, װאָס מער…

― בהמה! ― רופֿט זיך אָן דער יאַדעשליװער מיט די גלאַנצנדיקע אױגן. ― װיבאַלד אַז װינטשן, לאָמיר זיך שױן בעסער װינטשן פֿאַרמאָגן, װאָס מען איז שולדיק אױפֿן דאָזיקן הײַזל!…

און עם קײטלט זיך אַ שמועס װעגן הײַזער, אַ לאַנגער שמועס, אָן אַ שום צװעק; דאָס איז מער נישט אַן אױסרײד. אײגנטלעך, זײַנען שױן אַלע רעכט מיד פֿונעם גײן באַרג־אַרױף און װאָלטן אַלע חשק געהאַט זיך אָפּשטעלן אױף אַ װײַלע איבערכאַפּן דעם אָטעם.

― אַ פּנים, ס'איז אײַך שװערלעך, רבי, צו גײן באַרג־אַרױף? אפֿשר װאָלט איר אײַך צוגעזעצט אָט דאָ ערגעץ אױף אַ װײַלע אָפּרוען?

דאָס איז געזאָגט געװאָרן צום אַלטן, װאָס איז געגאַנגען, נישט קוקנדיק אױף זײַנע אַכציק יאָר, מיט פֿעסטע טריט, אױף־צו־פֿריִער. און אַלע אױסדערװײלטע פֿון כּתרילעװקע האָבן זיך אָפּגעשטעלט אױף אַ װײַלע, אױפֿגעהױבן די אױגן און גענומען זוכן אַן אָרט פֿאַרן אַלטן אױף צו צוזעצן זיך. נאָך אײדער זײ האָבן צײַט געהאַט אַרומקוקן זיך, װוּ זײ זײַנען אין דער װעלט, איז אַרױסגעװאַקסן, װי פֿון אונטער דער ערד, אַ נפֿש, אַ באַװאָפֿנטער פֿון אױבן ביז אַראָפּ, מיט אַ רױט פּנים און מיט װײַסע הענטשקעס, און ― גלײַך אױף זײ!… אַלע אױסדערװײלטע האָבן דערפֿילט, אַז ס'איז בײַ זײ פֿאַרקילט געװאָרן דער מאַמעס מילך, און אַלע אױגן האָבן זיך געװענדט צום אַלטן, װאָס װעט ער זאָגן? דער אַלטער האָט אָבער נישט געזאָגט דאָס צװײטע װאָרט. ער האָט זיך נאָר אָנגעלענט אױפֿן אַלטן שטעקן און געגאַנגען מיט די זעלבע פֿעסטע טריט פֿאָרױס, װי אַן אמתער גיבור, און אַלע נאָך אים, אַזױ אַז דער אָנגעװאָפֿנטער נפֿש איז געבליבן שטײן אין דער הינער־פּלעט, נישט צו װיסן, װאָס טוט מען מיט זײ? פֿאַרהאַלטן? ― װײס ער נישט פֿאַר װאָס? װעמען שטערן זײ? דורכלאָזן? ― װי אַזױ װערט מען נישט געװאָר, װאָס דאָס זײַנען פֿאַראַ מינים באַשעפֿענישן אױף דער װעלט? האָט ער אױסגעדרײט דעם קאָפּ צוריק און נאָכגעקוקט זײ מיט די אױגן ביז העט־העט אַרױף. דאָרט האָבן זײ זיך אָפּגעשטעלט אין אַ טױער פֿון אַ רײַך גרױסאַרטיק הױז.

איצט פֿרעגט זיך: װוּהין זײַנען דאָס געגאַנגען, אײגנטלעך, די דאָזיקע אױסדערװײלטע פֿון כּתרילעװקע? צו װעמען און צוליב װאָס?

דאָס איז מען געגאַנגען צו די נגידים קלײַבן נדבֿות, בעטן ברױט, װעגן רחמנות אױף די אָרעמע עלנטע שטאָט כּתרילעװקע. אַן אומגליק האָט געטראָפֿן אין כּתרילעװקע. איר קענט מיך נישט פֿון נעכטן. איר װײסט, אַז איך בין נישט קײן מענטש פֿון אָנזאָגן שלעכטע בשׂורות. נאָר װאָס זאָל מען טאָן ― עס איז געקומען די צײַט, װאָס איר דאַרפֿט עס װיסן:

רבותי! כּתרילעװקע איז אָפּגעברענט געװאָרן!

ב. פֿישל רײַסט די װעלט

יאָ, ליבע פֿרײַנט, כּתרילעװקע איז אָפּגעברענט געװאָרן. נאָר איר מײנט, עפּעס גלאַט אַזױ אָפּגעברענט געװאָרן?

עס זײַנען דעם זומער, נישט צו פֿאַרזינדיקן, אָפּגעברענט געװאָרן גענוג ייִדישע שטעט און שטעטלעך. נאָר װאָס דען? ס'איז אַ חילוק; ברענען צו ברענען איז נישט גלײַך. כּתרילעװקע האָט זיך געװאָלט, אַ פּנים, אױספֿײַנען פֿאַר דער װעלט, האָט זי זיך אָנגערופֿן צו די איבעריקע ייִדישע שטעט: „װאָס? איר ברענט? כאַ־כאַ! לאָזט מיך, אָט װעט איר זען, װי אַ שטאָט ברענט!“ און כּתרילעװקע האָט זיך אָנגעצונדן װי אַ ליכט… נאָר נײן. מיר לאָזן איבער די באַשרײַבונג פֿון כּתרילעװקער שׂרפֿה פֿאַר אונדזער קאָלעגע, פֿישל דעם קאָרעספּאָנדענט ― דאָס איז זײַן אַרבעט. באַלד אױף מאָרגן נאָך דער גרױסער שׂרפֿה האָט פֿישל קאָרעספּאָנדענט, װאָס איז אַלײן אױך אָפּגעברענט געװאָרן, קױם מיטן לעבן אַרױס, ערגעץ געקריגן מיט נסים אַ טינט־און־פֿעדער און האָט צעשיקט קאָרעספּאָנדענציעס אין אַלע ייִדישע צײַטונגען אין זײער אַ שײנער מליצה־שפּראַך און מיט אַ זעלטן שײנער האַנטשריפֿט, בזה־הלשון:

„אַ קול אין הימל טוט זיך הערן! די טאָכטער כּתרילעװקע װײנט אױף איר גרױסן אומגליק ― זי װיל זיך נישט טרײסטן! אַ בראָך אױף אַ בראָך! אַ װוּנד אױף אַ װוּנד! כּתרילעװקע איז נאָך נישט געקומען צו זיך נאָך דער „בהלה“, װאָס אױף איר איז געװען, האָט זיך אױסגעגאָסן אױף איר אַ נײַער גרימצאָרן, זי האָט אױסגעטרונקען דעם ביטערן כּוס פֿון גאָטס האַנט ― אַ פֿײַער האָט אַראָפּגענידערט פֿונעם הימל און אָנגעצונדן די שטאָט פֿון אײן עק ביזן אַנדערן עק, אױסגעלעקט ביזן אָפּגרונט ― נישט געהאַט קײן רחמנות אױף די הײליקע בתּי־מדרשים, און אױף קינדער, קלײנע, זײגנדיקע פֿון דער ברוסט, װאָס זײַנען אַרױף מיטן פֿײַערדיקן פֿלאַם אין הימל אַרײַן. און אױך אַלטע מענטשן, אָרעמע, קראַנקע און שװאַכע זײַנען געװען אַן עסנװאַרג פֿאַרן פֿײַער אינעם טאָג, װאָס גאָט האָט אונדז געטאָן באַשטראָפֿן בכּפֿל־כּפֿלים פֿאַר אונדזערע גרױסע זינד, און אַפֿילו אױף זײַן הײליקער תּורה האָט גאָט קײן רחמנות נישט געהאַט, זי איז פֿאַרברענט געװאָרן אינאײנעם מיטן אַלטן בית־המדרש, און מיר געפֿינען זיך איצט אונטער דער דעק פֿונעם הימל עלנטע, נאַקעטע און באָרװעסע, הונגעריקע און דאָרשטיקע, און װי די אינדן אױף די אױסגאַנגען פֿון די װאַסערן, אַזױ קוקן אַרױס אונדזערע אױגן צו אונדזערע באַרעמהאַרציקע ברידער, די קינדער פֿון די באַרעמהאַרציקע: מיר בעטן אײַך! דערבאַרעמט אײַך! לײַטזעליקט אונדז! לאָז אױפֿגעװעקט װערן רחמנות אין אײַערע גוטע הערצער און לאָזן אײַערע באַװיליקטע הענט אױסשטרעקן אונדז הילף װאָס גיכער, װאָרעם מיר זײַנען פֿאַראָרעמט געװאָרן זײער! זײַט אונדז אַ דערנערונג און לאָזט נישט פֿאַרלױרן גײן דאָס איבערגעבליבענע ביסל יעקבֿ!“…

דאַכט זיך, װאָס װאָלט געװען פֿאַר אַן אומגליק, אַז די דאָזיקע האַרצרײַסנדיקע קאָרעספּאָנדענציע, װאָס איטלעכס װאָרט פֿון איר איז אַ זיפֿץ און איטלעכס אות ― אַ טרער, זאָל טאַקע, חלילה, זײַן געדרוקט אין אַ ייִדיש בלאַט? נײן. האָט מען גענומען פֿישלס האָרעװאַניע נעבעך צו פֿאַרקירצן, קװעטשן און אַרױסקװעטשן פֿון איר דאָס תּמצית, און מע האָט ערגעץ אין אַ װינקעלע מיט גאַנץ קלײנע אותיות אַרײַנגעקװעטשט קױם דריטהאַלבן שורהלעך.

„אָפּגעברענט כּתרילעװקע, נישט באַגאַנגען זיך אָן מענטשלעכע קרבנות. מע בעט הילף“.

אמת, די צײַטונגען פֿאַרענטפֿערן זיך אַפֿילו, אַז זײ זײַנען נישט שולדיק. זײ האָבן, זאָגן זײ, פֿונעם דאָזיקן פֿישל פֿון כּתרילעװקע כּמעט אַלע טאָג אַ קאָרעספּאָנדענציע; זײ זאָלן װעלן, זאָגן זײ, דרוקן אַלצדינג, װאָס דער דאָזיקער קאָרעספּאָנדענט שרײַבט זײ, װאָלטן זײ באַדאַרפֿט, זאָגן זײ, אַרױסגעבן פֿון די קלײנע מענטשעלעך װעגן אַ באַזונדער בלאַט און האַלטן אַ באַזונדערע דרוק מיט באַזונדערע מענטשן.

טאַקע נאָר חידושים און גענוג! קומט צו עפּעס, אַזױ װערט כּתרילעװקע בײַ איטלעכן גרױס אין די אױגן. די זעלבע רעדאַקטאָרן און אַרױסגעבער, אַז זײ האַלטן בײַ אַרױסלאָזן נײַע בלעטער מיט נײַע ביכער, זשאַלעװען זײ נישט פֿאַר כּתרילעװקע קײן לאַנגע שײנע ברײטע פּראָספּעקטן, שעמען זיך נישט אָנרופֿן די קלײנע מענטשעלעך מיטן נאָמען „פֿיל געערטע און זײער געליבטע אַבאָנענטן“. אמת, מיט קײן סך אַבאָנענטן אױף זײערע בלעטער אין כּתרילעװקע קאָנען זײ זיך נישט באַרימען ― אַרום און אַרום האָבן זײ אין גאַנץ כּתרילעװקע בסך־הכּל אײן אַבאָנענט, זײדל, אונדזער אַלטער באַקאַנטער זײדל רב שעיהס, װאָס בײַ אים געניסט שױן אױף צו לײענען אונדזער קאָרעספּאָנדענט פֿישל, און נאָך אים אַלע איבעריקע, װאָס גאַרן נאָך אַ געדרוקט װאָרט. נאָר װאָס געהער זיך עס אָן מיט פֿישלען? פֿאַרװאָס גײען זײַנע אַלע בריװ מיט אַלע זײַנע שרײַבעכצן גלײַך אונטערן טיש אין קױש אַרײַן, נאָך אײדער מע װײס, װאָס דאָרטן שטײט? פֿאַרװאָס, אַז סע קומט אונטער אַ יום־טובֿ און דער רעדאַקטאָר טרעט אַרױס מיט שײנע געצאַצקעטע װערטער װעגן דעם פֿאָלק ישׂראל, צעהיצט ער זיך און זאָגט:

„װער האָט געצײלט דעם שטױב פֿון יעקבֿן?

און װער האָט גערעכנט די צאָל פֿון די ריטער ישׂראל?“

מײנט ער נישט אױך די קלײנע מענטשעלעך בתוכם? צי, למשל, יענע מוסר־זאָגער, די װאָס זעצן אױס אונדזערע פֿעלערן, רופֿן אונדז אָן מיט די שײנע נעמען „עקספּלואַטאַטאָרן“, „װעלט־פֿרעסערס“, „בלוטזױגערס“ וכדומה, ― מײנען זײ דען נישט אױך די כּתרילעװקער ייִדן בתוכם? כּתרילעװקע מעג טאַקע אױף זיך זאָגן: „צו אַ פּגירה בין איך אױך אַ בהמה“.

מײנט נישט פֿונדעסטװעגן, אַז נאָך דער שׂרפֿה האָט מען זיך באַנוגנט נאָר מיט פֿישלס קאָרעספּאָנדענציעס אַלײן: עס זײַנען צעשיקט געװאָרן אױך בריװ ― זײער שײנע מליצה־בריװ, טאַקע פֿישלס אַרבעט, בכל תּפֿוצות ישׂראל, אומעטום װוּ עס איז פֿאַראַן ערגעץ אַ גבֿיר מיט אַ נאָמען, װאָס לאָזט זיך הערן אױף דער װעלט: קײן יעהופּעץ, קײן אָדעס און קײן מאָסקװע, און קײן לאָנדאָן, און אַפֿילו קײן פּאַריז, צום גרױסן־גרױסן רױטשילד אַלײן. עס זאָל אײַך קײן חידוש נישט זײַן, װי קומט דאָס, װאָס כּתרילעװקע זאָל אָנשפּאַרן אַזש קײן פּאַריז, צו רױטשילדן! שטעלט אײַך פֿאָר אַ מעשׂה, אַז אַ צײַט מיט יאָרן פֿלעגט כּתרילעװקע באַקומען אַלע ערבֿ פּסח פֿון פּאַריז, פֿון רױטשילדן, אױף ר' יוזיפֿלס אַדרעס הונדערט פֿראַנק מעות־חיטים. אמת, שױן פֿון אַ צײַט, אַז רױטשילד האָט אױפֿגעהערט זײ צו שיקן מעות־חיטים, מע װײס נישט, פֿאַר װאָס; נאָר פֿונדעסטװעגן שרײַבן זײ צו אים בריװלעך אַלע מאָל, װען עס מאַכט זיך עפּעס בײַ זײ אַ שׂמחה אָדער, חלילה־וחס, נישט אין אַזאַ שעה אױסגערעדט זאָל זײַן, אַן אומגליק. אַי, פֿאַרװאָס האָבן זײ פֿון אים קײן שום תּשובֿה נישט שױן אַזױ פֿיל יאָרן? דאָס איז קײן קשיא נישט! אפֿשר האָט זיך אים צוגעגעסן לײענען זײערע לאַנגע מגילות? ― קרעפּלעך עסן, זאָגט מען, װערט אױך נימאס! און אפֿשר איז דער אַדרעס נישט געשריבן, װי עס געהער צו זײַן? און אפֿשר האָט זיך געטראָפֿן דאָרטן בײַ רױטשילדן אין פּאַריז דאָס, װאָס, להבֿדיל, בײַ פּרעה מלך מצרים האָט זיך געטראָפֿן, װי אין פּסוק שטײט: ויקם מלך חדש ― ס'איז אױפֿגעשטאַנען אַן אַנדער מלך, אַשר לא ידע את יוסף ― װאָס האָט זיך געמאַכט נישט װיסנדיק… איך רײד פֿון רױטשילדס סעקרעטאַר, פֿון דעם, װאָס נעמט־אָפּ די פּאָסט און לײענט איבער אַלע בריװ. די, װאָס געפֿעלן דעם סעקרעטאַר, די באַװײַזט ער אים, און די בריװ, װאָס געפֿעלן אים נישט, זאָגט ער: „זה חליפֿתי, זה כפּרתי“ ― און מאַרש אונטערן טיש… פֿאַר געװיס װײס איך נישט; נאָר איך מײן, אַז אַזױ באַדאַרף עס זײַן.

הקיצור, איר זעט שױן, אַז כּתרילעװקע איז, ברוך־השם, אַזאַ שטאָט, װאָס זי שטײט אין פֿאַרבינדונג, קאָרעספּאָנדירט מיט דער גאַנצער װעלט. און װיבאַלד עס האָט זיך נאָר געטראָפֿן בײַ זײ דאָס גרױסע אומגליק, אַזױ האָט מען שױן די רגע געגעבן צו װיסן דורך פֿישל קאָרעספּאָנדענט, אױסגעפּױקט איבער דער גאַנצער װעלט, און אַרױסגעקוקט: טאָמער װעט זיך עמעצער אָנרופֿן אױף דער גרױסער צרה, װאָס זײ איז געשען.

ג. כּתרילעװקע ברענט װי אַ ליכט

פֿון װאַנען האָט זיך גענומען דאָס אומגליק? ― פֿון דעם אַלטן כּתרילעװקער מרחץ, װאָס מיר האָבן עס שױן אַמאָל באַשריבן. אַן אָבאַפּעלעקОба́пол: שטיק האַלב־געזעגט האָלץ האָט זיך אײנמאָל אין אַ דאָנערשטיק אָנגעצונדן, און עס האָט באַלד אַ כאַפּ געטאָן דעם דאַך, און עס האָט נישט געדױערט קײן סך ― איז דאָס גאַנצע מרחץ געװען אײן שטיק פֿײַער. און אַז „אָדם“ מיט „חװהן“, דער בעדער מיט דער בעדערין, זײַנען אַרױסגעשפּרונגען פֿון באָד קױם לעבעדיקע, איז דאָס ערשטע, װאָס זײ איז געקומען אױף דער מחשבֿה: „אױ־װײ, דער רבי!“ ― אין אײן כּהרף־עין איז „אָדם הראשון“ )דער בעדער( געװען אין שטוב, און װי מע טראָגט אַ קלײן קינד פֿון װיגעלע, אַזױ האָט ער אַרױסגעטראָגן דעם רבֿ רב יוזיפֿל אױף זײַנע געזונטע גרױסע הענט, און רב יוזיפֿל דער רבֿ האָט װי אַ קלײן קינד זיך פֿאַרשטעלט די אױגן פֿונעם פֿײַער, װאָס האָט באַלױכטן דעם גאַנצן טײַך מיט די װערבעס, מיטן געמױזעכץ, מיט אַ גאַנצן שטיק הימל, װאָס אַהין האָט זיך געצױגן דאָס פֿײַער און זיך געקײַקלט דער רױך, דער געדיכטער רױך, דורכגעװאָרפֿן אַלע מאָל גרױסע און קלײנע פֿונקען, און אַלץ האָט מיט אַ מאָל באַקומען אַן אַנדער פּנים, אַ מאָדנעם חן, געװאָרן רױט: דער טײַך רױט, דער הימל רױט, די מענטשן רױט ― רב יוזיפֿל האָט נאָך קײנמאָל אַזאַ מין רױטקײט און אַזאַ מין שײנקײט נישט געזען, און ער האָט נישט געקאָנט אײַנהאַלטן זיך פֿון התפּעלות. און אַז „אָדם הראשון“ האָט אים אַנידערגעשטעלט אױף דער ערד, האָט ער אַ זאָג געטאָן צו זיך אַלײן: „װי שײן איז גאָטס װעלטל און װוּנדערלעך!“ ― און האָט זיך אָבער באַלד פֿאַרכאַפּט און אַ קער געטאָן זיך צו „אָדם“ מיט „חװהן“:

― קינדערלעך, האָט עס אײַך, חלילה, נישט געשאַרט אין די נפֿשות? דאַנקען השם־יתברך, װאָס איר זײַט נישט געשטראָפֿט געװאָרן מיט פֿײַער…

― נישט געשטראָפֿט געװאָרן מיט פֿײַער? ― האָט זיך דער בעדער נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און אַ זאָג געטאָן מיט אַ ביטער געלעכטער. ― מיט װאָס דען האָט אונדז גאָט געשטראָפֿט: מיט װאַסער?

― נישט דאָס מײן איך. ― פֿאַרענטפֿערט זיך דער רבֿ. ― איך מײן דעם נס, װאָס מיר זײַנען ניצול געװאָרן מיטן לעבן, געלױבט דער בורא.

― מיטן לעבן? װאָס טױג אונדז שױן דאָס לעבן, אַז מיר האָבן נישט קײן באָד?

― רעדסט װי אַ קינד ― מאַכט צו אים רב יוזיפֿל און פֿאַרשטעלט זיך מיט בײדע הענט פֿונעם פֿײַער ― װי אַ קינד רעדסטו! װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז דו באַדאַרפֿסט האָבן אַ באָד? אַז דו ביסט געבױרן געװאָרן, ביסטו דען געבױרן געװאָרן, נאַרעלע, מיט אַ באָד? צי דו האָסט גערעכנט איבער הונדערט יאָר אױף יענער װעלט, אם־ירצה־השם, קומען מיט אַ באָד? אַמאָל איז געװען אַ מלך…

און רב יוזיפֿל האָט געװאָלט דערצײלן זײער אַ שײנעם משל מיט אַ מלך, װי זײַן שטײגער איז; האָט אים דער בעדער, מחילה, איבערגעשלאָגן סאַמע אין אָנהײב:

― װאָס מיר מלך? װער מיר מלך? איר טוט בעסער אַ קוק, זײַט מוחל, װי דאָס פֿײַער קײַקלט זיך מיר עפּעס, עפּעס אַהין, אין שטאָט אַרײַן, און דער װינט בלאָזט מיר עפּעס צו געשמײַדיק! איך האָב מורא, עס זאָל נישט אָננעמען לוי־מרדכי דעם קצבֿס שטוב מיט די שטאַלן, דעמאָלט איז ― זײַ געזונט, כּתרילעװקע!…

און װי אין אַזאַ שעה אױסגערעדט ― עס האָט אַ װאָרף געגעבן דאָס פֿײַער אױף לוי־מרדכי דעם קצבֿס שטוב מיט די שטאַלן, און עס איז מיט אַ מאָל באַלױכטן געװאָרן אַ נײַער שטיק הימל. עס האָט זיך געלאָזט הערן אַ קנאַקן מיט אַ טרישטשען, מיט אַ מעקען פֿון ציגן, און עופֿות פּאָר האָבן זיך פֿון ערגעץ געלאָזט לױפֿן הענדום־פּענדום, אַראָפּ־אַ־באַרג, צעלאָזט די פֿליגלען און אױפֿגעבלאָזן די פֿעדערן, און גיך איז באַלױכטן געװאָרן דער גאַנצער באַרג מיט דער גאַנצער שטאָט מיטן גאַנצן הימל. אַ משונה־מאָדנער געשרײ מיט אַ הילך לאָזט זיך הערן פֿון שטאָט אַזש אַהער, דאָס געשרײ װאַקסט אַלע מאָל שטאַרקער און שטאַרקער און שטאַרקער און װערט צונױפֿגעגאָסן אינאײנעם מיט אַ בילן פֿון הינט, מיט אַ רעװען פֿון קי, מיט אַ קװיטשען פֿון װײַבער, מיט אַ װײנען פֿון קינדער און מיט אַ שרײַען: „װאַסער! װאַסער! ראַטעװעט! גיכער! סע נעצט! סע ברענט!“ ― פּלוצעם זעט מען שפּרינגען אַראָפּ־אַ־באַרג צום טײַך אַ האָלעװעשקע אױף פֿיר פֿיסלעך; די האָלעװעשקע טאַנצט, מאַכט מיט די הערנער און פֿליט גלײַך צום טײַך, דערלױפֿט נישט אָבער און פֿאַלט אַנידער און ציט זיך אױס אױף דער ערד מיט די פֿיסלעך אַרױף, און ציטערט, װי פֿאַרן טױט, און לאָזט אַרױס אױף אַ צוגעלעגערט קול אַ מאָדנע „מע־ע־ע!“ ― דאָס האָט אַ ציג נעבעך פֿאַר גרױס נאַרישקײט גענומען און איז אַרײַנגעשפּרונגען אין פֿײַער אַרײַן און האָט באַלד חרטה געקריגן און אַרױסגעשפּרונגען צוריק; ס'איז שױן אָבער געװען שפּעט ― ס'האָט זיך אָנגעצונדן אױף איר דאָס פּעלצל און גיך פֿאַרסמאַליעט געװאָרן, האָט זי זיך געלאָזט לױפֿן, האָפּ־האָפּ, משוגענערװײַז, גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, אָן אַ שום פּלאַן און אָן אַ שום שׂכל.

נישט קײן גרעסערער שׂכל איז געלעגן אינעם לױפֿן פֿון די כּתרילעװקער ייִדן און װײַבער, װאָס האָבן זיך געװאָרפֿן פֿון אײן גאַס אין דער אַנדערער, װי פֿאַרסמטע מײַז, אָדער װי נישט־דערקױלעטע הינער, שװאַרץ פֿון רױך, װי די מלאַכי־חבלה, און אָנגעזאָגט אײנס דאָס אַנדערע אַ בשׂורה:

― איר װײסט? אלי־דוד ברענט!

― איר װײסט? עס האַלט שױן בײַם מאַרק!

― איר װײסט? סע ברענט די גאַנצע שטאָט! אַ דונער איז מיר, די גאַנצע שטאָט!

― װי אַ ליכט! װי אַ סטערינעװע ליכט.

און סע בושעװעט דאָס פֿײַער און סע שטורעמט, װי דער ים, אַז ער צעשפּילט זיך, און דער װינט טראָגט גאַנצע האָלעװעשקעס, גאַנצע סנאָפּעס שטרױ, און פֿונקען פֿליִען אָן אַ שיעור. די פֿונקען פֿאַלן אױף די גוט־אױסגעטריקנטע פֿון אַלטקײט שטרױענע און הילצערנע דעכער, און עס הערט זיך אַ קנאַקן מיט אַ װאַלגערן, אַ פֿאַלן מיט אַ זעצן, אַ ברעכן מיט אַ טרישטשען ― און דאָס אַלץ װערט װי צונױפֿגעגאָסן אינאײנעם מיטן געשרײ און הילך, מיטן קװיטשען און מיטן װײנען, און שדים, רוחות, נישט קײן מענטשן, לױפֿן, דער אַהין, דער אַהער, משוגענערװײַז, װאַרפֿן זיך אױף אַלע זײַטן, װי פֿאַרסמטע מײַז װי נישט דערקױלעטע הינער און דאָס גרױסע ליכטיקע פֿײַער באַלײַכט און באַשײַנט זײערע װיסטע פֿינצטערע איבערגעשראָקענע פּנימער ― און כּתרילעװקע ברענט, ברענט װי אַ ליכט.

ד. רב יוזיפֿל האַלט מלחמה מיטן רבונו־של־עולם

אַז דאָס מרחץ האָט נאָך געהאַלטן אין ברענען, האָט זיך נישט „אָדם“, נישט „חװה“ אַרומגעקוקט אױפֿן רבֿ ר' יוזיפֿל. נאָר שפּעטער, אַז פֿונעם באָד איז נאָר געבליבן דער אײַזערנער קעסל מיטן קױמען (אַפֿילו די מיקװה האָט אױך אױסגעברענט ביזן דעק), האָבן „אָדם“ מיט „חװהן“ זיך געגעבן אַ כאַפּ צום רבין ― נישטאָ דער רבי! אומזיסט האָבן זײ אים געזוכט בײַם ברונעם, בײַם ברעג פֿונעם טײַך, בײַם געמױזעכץ, און נאָכדעם אין שטאָט, צװישן די ברענענדיקע גאַסן.

― האָט איר נישט באַגעגנט ערגעץ דעם רבין? ― האָט דער בעדער זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ די אַנטלאָפֿענע אומגליקלעכע נשׂרפֿים פֿון שטאָט. נאָר די אומגליקלעכע אַנטלאָפֿענע פֿון שטאָט זײַנען געװען אַזױ צעטומלט, אַז זײ האָבן גאָרנישט געהערט, װאָס מע רעדט צו זײ, און געפֿרעגט, װי פֿאַרחידושטע, געקוקט מיט מוראדיקע אױגן:

― װאָסער רבין? װעמענס רבין?

װוּ־זשע איז געװען דער רב רבֿ יוזיפֿל? רב יוזיפֿל דער רבֿ, אַז ער איז געקומען צו זיך און דערזען, אַז די גאַנצע שטאָט שטײט אין סכּנות, האָט דאָס אים אױפֿגעטראָגן אין דער לופֿטן, און ער האָט געכאַפּט דאָס אַלטע אַרױסגעראַטעװעטע שטרײַמל מיטן אַלטן שטעקן און האָט זיך געלאָזט גײן צו זײַנע ייִדן אין שטאָט אַרײַן, גאָרנישט טראַכטנדיק, װוּהין ער גײט און צוליב װאָס. פֿאַר זײַנע אַכציק יאָר איז דאָס געװען נישקשה פֿון אַ שפּאַציר. נאָר דערזען פֿאַר זיך אַ גאַנצן ים פֿון פֿײַער, האָט ער נישט געפֿילט די פֿיס. עס האָט אים געטראָגן װי אױף פֿליגלען אַהין, אַהין, צום אַלטן בית־המדרש צו, װוּ ער האָט כּמעט דאָס גאַנצע לעבן זײַנס פֿאַרבראַכט מיט גאָט. שױן־זשע װעט דער אײבערשטער נישט טאָן קײן נס מיט זײַן אײגן הױז? שױן־זשע װעט דער רבונו־של־עולם נישט באַשיצן זײַן תּורה, זײַן אײגענע תּורה?

מיט די דאָזיקע מחשבֿות איז אונדזער רב יוזיפֿל אָנגעקומען צום אַלטן בית־המדרש פּונקט אין דער צײַט, װען אַרום און אַרום האָט געבושעװעט דאָס פֿײַער. רױטע צונגען האָבן זיך געריסן מיט אַלע זײַטן און האָבן באַלױכטן דעם האַלב־אײַנגעפֿאַלענעם דאַך מיט די אָפּגעקאַלופּעטע געלע װענט פֿון דעם אַלטן־אַלטן כּתרילעװקער בית־המדרש. אָט־אָט, נאָך אַ מינוט ― און גאָטס הױז װערט אַרומגענומען מיט פֿײַער.

און רב יוזיפֿל קאָן נישט משׂיג זײַן מיטן שׂכל, װי שװײַגן דאָס ייִדן? פֿאַרװאָס ראַטעװעט מען נישט דאָס בית־המדרש? די הײליקע ספֿרים? ספֿרי־תּורות? אָנשטאָט דעם זעט ער לױפֿן ייִדן הין און צוריק, װי װילדע ברואים, שפּרינגען אין פֿײַער אַרײַן, ראַטעװען אַלטע קראַנקע װײַבער, קלײנע קינדער, בענקלעך, בעטלעך, קישנס, טעפּלעך, סקאַרב און בעבעכעס ― און גאָטס הױז האָט מען פֿאַרגעסן, מפֿקיר געװען ― װי געשיקט זיך עס?!… רב יוזיפֿל פּרוּװט זיך שרײַען, רופֿן צו הילף: „דאָס מקום־קדוש! דאָס בית־המדרש!“ ― קײנער הערט אים נישט. נאָך אַ מינוט ― און רב יוזיפֿל איז אַרײַן אין שול, און גלײַך צום אָרון־קודש, אַרױסגעצױגן אײן ספֿר־תּורה און די אַנדערע ספֿר־תּורה, קױם

אַרױס מיטן לעבן אױף דער גאַס, אַװעקגעלײגט זײ װײַט פֿאַר דער טיר, אױף אַ צעבראָכן בענקל, װאָס עמעצער האָט אַרױסגעשלײַדערט פֿון אַ שטוב, און אַלײן אַװעקגעשטעלט זיך לעבן זײ און אָנגערופֿן זיך צום רבונו־של־עולם:

― װאָס איך האָב געקאָנט, האָב איך געטאָן. װיפֿל איך האָב געקאָנט, האָב איך אַרױסגעראַטעװעט; די איבעריקע ספֿרים האָב איך איבערגעלאָזט אױף דיר. איך טרעט נישט אָפּ פֿון דאַנען אױף אַ רגע אַפֿילו. לאָמיר זען, װי אַזױ דו װעסט פֿאַרברענען דײַן אײגענע תּורה, װאָס דו האָסט אונדז געגעבן דורך משה דײַן קנעכט אױפֿן באַרג סיני!..

אין דער מינוט איז אָנגעקומען דער בעדער אונדזער באַקאַנטער „אָדם הראשון“. דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט, אַן דער אַלטער דאַרף זײַן ערגעץ בײַ דער שול. דערזען דעם רבין שטײן לעבן ברענענדיקן בית־המדרש, האָט „אָדם הראשון“ נישט געמאַכט מיט אים קײן לאַנגע מחזקות, אים אַ נעם געגעבן אין זײַנע געזונטע האָרעפּאַשנע אָרעמס און אינאײנעם מיט די צװײ ספֿרי־תּורות אים אַװעקגעשלעפּט פֿון פֿײַער צוריק, אַראָפּ־אַראָפּ, צום אָפּגעברענטן מרחץ, װאָס בײַם ברעג פֿונעם טײַך.

ה. נאָכן חורבן

דער מינהג פֿון דער װעלט איז, אַז בשעת מלחמה קוקט מען זיך אַזױ נישט אַרום אױפֿן אומגליק, װי נאָכדעם, און די געפֿאַלענע צײלט מען ערשט דעמאָלט, אַז עס װערט אױס געשלעג, און אַז אַלץ גײט איבער, הײבט מען ערשט דעמאָלט אָן אונטערפֿירן חשבונות, װיפֿל מע האָט אין דער הריגה פֿאַרלױרן.

אין כּתרילעװקע איז אױך אַזױ געװען. מע האָט אָנגעהױבן זיך אַרומקוקן, װי װײַט דאָס אומגליק איז גרױס, ערשט אױף מאָרגן נאָך דער שׂרפֿה, תּחילת האָט מען, געװײנטלעך, דערצײלט אײנער דעם אַנדערן חידושים, װי אַזױ און װען און װוּ מען איז געװאָר געװאָרן, אַז עס ברענט; דערבײַ האָט איטלעכער, געװײנטלעך, געהאַט צו דערצײלן זײַן מעשׂה, אַ לאַנגע מעשׂה: װי אַזױ ער איז נעכטן, װי אױף צו־להכעיס, געקומען פֿרי פֿאַרנאַכט אַהײם, מחמת אַ גאַנצן טאָג איז נישט געװען װאָס צו טאָן, און, װי אױף צו־להכעיס, איז ער דעם אױפֿדערנאַכט געװען הונגעריק, װי אַ הונט, און, װי אױף צו־להכעיס, איז נישט געװען װאָס צו עסן, האָט ער זיך אױף צו־להכעיס געלײגט פֿרי שלאָפֿן, און, װי אױף צו־להכעיס, האָט ער מחמת הונגער נישט געקאָנט אַנטשלאָפֿן װערן, און, װי אױף צו־להכעיס, איז ער אַ האַלבע שעה פֿאַר דער שׂרפֿה דװקא אַנטשלאָפֿן געװאָרן, און דװקא געשמאַק. פּלוצעם הערט ער אַ גװאַלד: „סע נעצט, סע ברענט!“…

דער אַנדערער דערצײלט אַ שענערע מעשׂה, און נאָך אַ לענגערע, װי יענער: װי אַזױ ער איז נעכטן אױפֿגעשטאַנען גאַנץ פֿרי, כּמעט פֿאַרטאָג, און איז אַרױסגעקומען אין מאַרק אַרײַן, געמײנט, טאָמער װעט ער עפּעס האַנדלען, װאָס ס'װעט זיך מאַכן: אַ טכױרל, אַ ביסל פּאָלאָװע, אַ זעקל קאַרטאָפֿליעס, אַבי עפּעס פֿאַרדינען. צום סוף ― איז נישטאָ קײן לעבעדיקער נפֿש: סך־הכּל אײן ערל מיט אַ זעקל קױלן. פֿרעגט ער אים: „גױ, װאָס װילסטו פֿאַר די קױלן?“ זאָגט ער: „אַ גילן“. ער האָט זיך אײַנגעחזרט אַ גילן ― כאָטש נעם גיב אים אַ קרענק! האָט ער אַװעקגעקױפֿט בײַם ערל דאָס זעקל קױלן, גענומען דאָס זעקל קױלן, מחילה, אױף די פּלײצעס ― און אַזױ װײַטער און װײַטער, אַ מעשׂה אױף דרײַ זײגער שעה, ביז ער קומט אַרױף אױף דער שׂרפֿה. און סע לאָזט זיך אױס, אַז בשעת די שׂרפֿה האָט זיך אָנגעהױבן איז ער געשלאָפֿן װי אַ געהרגעטער, מע האָט אים קױם־קױם אױפֿגעװעקט.

דער דריטער דערצײלט נאָך אַ שענערע מעשׂה. הײבן הײבט ער אָן אַזש פֿון אײערנעכטן, און דערצײלט אַ לאַנגע־לאַנגע מעשׂה, נאָך אַ לענגערע פֿון יענער, װאָס מיטן זעקל קױלן, און פּלוצעם מישט זיך אַרײַן אינעם שמועס אַ ייִדענע און לײקנט־אָפּ די גאַנצע מעשׂה:

― װײס איך װאָס זײ װעלן אײַך דערצײלן מעשׂיות, נעכטיקע טעג! אָט װעל איך אײַך דערצײלן, װי אַזױ ס'האָט זיך אָנגעהױבן: איך האָב דעם דאָזיקן דאָנערשטיק, װאָס פֿאַר דער שׂרפֿה, געראָשטשינעט חלה פֿון דער מעל, װאָס בערל ברכהס האָט געבראַכט צו פֿירן, שײנע מעל, גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן, אַזאַ יאָר אױף אונדזערע שׂונאים, אַז בסך־הכּל כאַפּט זי גאָר אַ ביטערקײט…

און סע גײט אַװעק אַ געשיכטע פֿון דרײַ זײגער שעה, אַ דערצײלונג פֿון ביטערע מעל, מיט ביטערע הײװן, מיט אַ מולטער, װאָס אירע אַ שכנה, פּעסל הײסט זי, אַ פּעסל פֿון גאָט!… און אַזױ װײַטער ― אַ מעשׂה אָן אַן עק, און עס װײַזט זיך אײַך אױס, אַז צו דער שׂרפֿה װעט זי נישט קומען קײנמאָל, פֿיל זי װעט לעבן!

און אינאײנעם מיט די דאָזיקע שײנע מעשׂיות און דערצײלונגען פֿון דער שׂרפֿה לאָזט זיך הערן אױך אַ געװײן, אַ יללה, אַ יאָמער, אַ קלאָג פֿון פֿאַרביטערטע הערצער, פֿון באַלײדיקטע נשמות, פֿון פֿאַרװאָגלטע, עלנטע, אָרעמע, אָרעמע, אָרעמע! דאָרט שטײט אַ מוטער און ברעכט די הענט און קלאָגט אױף איר ברעקעלע קינד, װאָס איז פֿאַרברענט געװאָרן נעבעך אינאײנעם מיטן װיגעלע; און דאָרט באַװײנט אַ ייִד שטילערהײט זײַן אַלטן קראַנקן פֿאָטער, װאָס איז גראָד יענע נאַכט געשלאָפֿן אױפֿן בױדעם ― קײנמאָל נישט און איצטער יאָ, און איז דאָרט פֿאַרברענט געװאָרן צו אַש… און דאָ גײט אַרום אַ מײדל און שלאָגט זיך מיט די הענט אין קאָפּ: די מאַמע! די מאַמע! די מאַמע!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

האָב קײן פֿאַראיבל נישט, פֿרײַנט לײענער, װאָס איך האַק איבער אין מיטן. מײַן מוזע, די װאָס שטײט איבער מיר בעתן שרײַבן, איז, װי אַלע כּתרילעװקער לײַט, אַ פֿרײלעכע נשמה, אַן אָרעמע, נאָר אַ פֿרײלעכע. זי האָט פֿײַנט טרערן, זי האַלט נישט פֿון טרױעריקע סצענעס. זי זאָגט, אַז טרערן זײַנען נאָר די, װאָס זײַנען נאַס און געזאַלצן; די אַלע איבעריקע טרערן, װאָס דער שרײַבער גיסט אױף פּאַפּיר ― דאָס זײַנען, זאָגט זי, טרוקענע, געמאַכטע טרערן, װאָס האָבן נישט קײן װערט. זי האַלט, אַז אַ װײטיק איז נישט דער, װאָס מע גיט אים איבער, נאָר יענער, „װאָס טוט װײ“… דערפֿאַר לאָזן מיר איבער די שרעקלעכע טרױעריקע סצענעס, גײען אַװעק פֿון דאַנען אַ ביסעלע װײַטער און שטעלן זיך אָפּ נאָר בײַ די היזקות, װאָס מײַנע כּתרילעװקער בעלי־בתּים האָבן געהאַט פֿון דער שׂרפֿה. דער חסרון איז אָבער, װאָס עס לאָזט זיך גאָרנישט באַרעכענען דעם גרױסן היזק, װאָס כּתרילעװקע האָט געהאַט. דאָס איז נומער אײנס. והשנית, װאָס װעט העלפֿן דאָס רעכענען? אַ פּנים, עמעצער װעט זײ דען אומקערן? די געזעלשאַפֿטן, װאָס אַסעקורירן פֿון פֿײַער, האָבן זיך װי צונױפֿגערעדט און האָבן שױן כּתרילעװקע לאַנג אױסגעשטרײַכט פֿון דער לאַנד־קאַרטע, גלײַך װי ס'איז גאָר קײנמאָל קײן כּתרילעװקע נישט געװען אױף דער װעלט אַפֿילו! הײַנט גלאַט, װער איז דאָס אימשטאַנד צו שאַצן יענעמס גוטס, ובפֿרט נאָכדעם, אַז ס'איז שױן לאַנג אַװעק מיטן װינט און מיטן רױך? בעל־הבתּישקײט בכלל, און כּתרילעװקער בפֿרט, האָט גאָר אַן אַנדער װערט, װאָס לאָזט זיך נישט שאַצן. אַלטע שמאַטעס, צעבראָכענע דראַבעס, זײַנען בײַם אָרעמאַן אַזױ טײַער (אױב נישט נאָך טײַערער), װי די שענסטע שפּיגלען מיט די טײַערסטע כּלים בײַם נגיד, אַז סע װערט פֿאַרפֿאַלן אַ זאַך, קאָן ער פֿאַר געלט קױפֿן אַן אַנדערע זאַך; דעם אָרעמאַן װער װעט אומקערן דאָס, װאָס דאָס פֿײַער האָט צוגענומען?…

אַזױ האָבן געחקירהט די כּתרילעװקער נשׂרפֿים און האָבן אַרױסגעזען, אַז מיט חקירהן און פֿילאָזאָפֿירן װעלן זײ גאָרנישט מאַכן. מע באַדאַרף זען עפּעס טאָן, עפּעס צוטראַכטן, געפֿינען אַן עצה, װי אַזױ ראַטעװעט מען די שטאָט? װי אַזױ מאַכט מען, אַז די שטאָט זאָל בלײַבן אַ שטאָט? ס'איז קײן קונץ נישט, אַז אַ גאַנצע שטאָט זאָל זיך צעקריכן איבער דער װעלט, זיך לאָזן איבער די הײַזער און בעטן נדבֿות, װי געװײנטלעכע „נשׂרפֿים“. פֿע, דאָס איז נישט קײן תּכלית! מע באַדאַרף זען, אַז כּתרילעװקע זאָל בלײַבן כּתרילעװקע! אָט אױף װאָס מע האָט זיך געבראָכן די קעפּ.

פֿון די אַלע פֿלאַם־פֿײַערדיקע און האַרץ־רײַסנדיקע בריװ, װאָס מע האָט צעשיקט בכל תּפֿוצות ישׂראל, האָבן זיך אָנגערופֿן סך־הכּל אַ פּאָר שטעטלעך, אױך אַזעלכע אָרעמע, װי כּתרילעװקע, און האָבן אַרײַנגעשיקט װער אַ ביסל ברױט, װער אַלטע מלבושים און װער עטלעכע קערבלעך מזומנע, און געקלעקט האָט דאָס אױף אײן צאָן; די לאַגע האָט אָנגעהױבן װערן שרעקלעך! ס'איז געװאָרן אַזױ ביטער, אַז מע האָט שױן אױפֿגעהערט װײנען און קלאָגן און אַפֿילו קרעכצן. אַזױ איז אַ מענטש, װאָס האַלט בײַ דערפֿרױרן װערן, הײבט אָן שטילערהײט אױסגײן, אַנטשלאָפֿן װערן אױף אײביק… אָט דאָ האָט זיך, װי אַלע מאָל, באַװיזן רב יוזיפֿל דער רבֿ מיט זײַן קראַפֿט, װאָס גאָט האָט אַרײַנגעגעבן אינעם דאָזיקן אַלטן שװאַכן גוף, און ער האָט צונױפֿגעזאַמלט אַן אַסיפֿה פֿון באַלעבאַטים, און דװקא ער אַלײן מיט זײַן אײגענעם כּבֿוד, נישט געשיקט קײן שמשׂים און נישט פֿאַרקליבן זיך אױבן־אָן, נאָר פּראָסט און פּשוט אַנידערגעשטעלט זיך און אָנגערופֿן זיך צום גאַנצן עולם בזה־הלשון:

― הערט צו, ייִדישע קינדער, װאָס איך װעל אײַך זאָגן. נישט איך זאָג עס, נאָר דער, װאָס לעבט אײביק, זאָגט עס אײַך מיט מײנע זינדיקע ליפּן: זאָרגט נישט ― איר זײַט באַװיליקט! איך בין אײַך מבֿטיח, אַז עס װעט, אם־ירצה־השם, זײַן גוט. װאָס איז דער פּשט? דער פּשט איז אַזױ: אמת, מיר זײַנען געשטראָפֿט געװאָרן מיט פֿײַער, אָפּגעברענט געװאָרן אַלײן און פֿאַרברענט געװאָרן מיט די בתּי־מדרשים, מיט די שולן, מיט הײליקע ספֿרים און אױך מיט לעבעדיקע נפֿשות, קלײנע ברעקלעך קינדער, װאָס זײַנען נעבעך גאָט די נשמה שולדיק. אַװדאי איז דאָס אַ גרױסע, אַ ביטערע שטראָף, װאָס מסתּמא האָבן מיר עס כּשר פֿאַרדינט בײַ דעם, װאָס לעבט אײביק. נאָר שטאַרק טרױערן דערױף טאָרן מיר אױך נישט. ערשטנס, װעלן מיר מיט אונדזער טרױערן, װאָס מיר װעלן טרױערן, גאָרנישט העלפֿן, והשנית, װעלן מיר באַװײַזן פֿאַר דעם, װאָס לעבט אײביק, אַז דער חורבן כּתרילעװקע איז פֿאַר אונדז, חלילה, ערגער פֿון חורבן ירושלים, חורבן בית־המקדש. אַ משל קעגן אַ מלך. אַמאָל איז געװען אַ מלך, האָט ער געהאַט אַ בן־מלך, אַ בן־יחיד…

און רב יוזיפֿל דערצײלט זײ זײער אַ שײנעם משל מיט אַ מלך, װי זײַן שטײגער איז תּמיד צו דערצײלן משלים פֿון מלכים, און ער לאָזט אױס מיט די דאָזיקע װערטער:

― דערפֿון אַלײן איז גרינג אַרױסצוזען, אַז מיר טאָרן נישט זינדיקן. מיר דאַרפֿן זיך אָנטאָן אַ כּוח און לאָמיר, קינדער, נעמען די שטעקנס אין די הענט און לאָמיר גײן אַלע אָפּריכטן גלות. פֿאָלגט מיך, קינדערלעך, איך גײ אױך מיט אײַך. איך בין אײַך מבֿטיח, אַז װוּהין מיד װעלן קומען צו גײן, װעלן מיר, אם־ירצה־השם, געפֿינען חן אין די אױגן פֿון אונדזערע רײַכע ברידער, און זײ װעלן אונדז נישט לאָזן פֿאַלן. שטײט אױף, ייִדן, גורט אָן אײַערע לענדן און לכו ונלכה ― לאָמיר גײן!

און בשעת־מעשׂה גלײַכט זיך אױס בײַ רב יוזיפֿלען דער רוקן און דאָס פּנים הײבט אים אָן צו שײַנען, און ער פֿילט זיך יונג און פֿריש, װי אַ בחור, װי אַ גיבור, װאָס איז גרײט צו דער מלחמה. און אױך דער גאַנצער עולם דערפֿילט זיך, װי עפּעס אױפֿגעמונטערט, און מען איז גרײט אין װעג אַרײַן. עס בלײַבט נאָר איבער אײן זאַך: װוּהין? װוּהין גײט מען פֿריִער? ס'איז פֿאַראַן, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל ייִדישע שטעט און, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל נגידים!“…

ו. לאָז זײַן שטיל ― כּתרילעװקע פֿאָרט!

דער פּסוק „מי ומי ההולכים“ ― װער זאָלן זײַן די פֿאָרערס? האָט אַ ביסל אױפֿגערודערט די שטאָט, אָדער, װי פֿישל דריקט זיך אױס אין אײנער פֿון זײַנע קאָרעספּאָנדענציעס, „געמאַכט פֿון איר אַ געפּרעגלעכץ“. אױף דער דאָזיקער נסיעה האָבן זיך געפֿונען אין כּתרילעװקע אַ סך, אַ סך בעלנים. אַלע, די גאַנצע שטאָט כּמעט, איז געװען גרײט צו פֿאָרן! איטלעכער האָט געװאָלט די מיצװה, און אפֿשר טאַקע פּשוט ― זיך אַ ביסל דורכלופֿטערן, דורכטרײסלען די בײנער, ― מע װערט פֿאַרשימלט און פֿאַרקליאַנעט, זיצנדיק אױף אײן אָרט. בײַ איטלעכן מענטשן איז פֿאַראַן אַ יצר־הרע, װאָס רעדט־אָן; עס װילט זיך אַמאָל אָנקוקן אַ װעלט, זען זיך מיט מענטשן און ברענגען נאָכדעם אַהײם צו פֿירן נײַס, פּעק מיט נײַס. און באמת טאַקע, װאָס קאָן זײַן נאָך מער אָנגענעם פֿון דעם, װאָס אַז איר קומט צו פֿאָרן פֿון ערגעץ אַהײם, שטעקט מען אײַך פֿון אַלע זײַטן שלום־עליכמס, איטלעכער שטופּט זיך, װיל אײַך זען, אַ קוק טאָן גלײַך אין פּנים אַרײַן? דאַכט זיך, װאָס? אַ פּנים װי אַלע פּנימער, נאָר פֿאָרט אַ באָ מן הדרך, פֿאָרט אַן אַנדער פּנים! און אַז איר רעדט, דערצײלט נײַס פֿון װעג, חידושים פֿון דער גרױסער שטאָט, קוקן אײַך הונדערטער מענטשן אין פּנים אַרײַן, שלינגען מיט דאָרשט אײַערע װערטער, און איר שטײט, קײן עין־הרע, פֿאַר אַזאַ עולם און דערצײלט, און דערצײלט, און איר באַקומט מיט אַ מאָל אַ מאָדנעס חן בײַ אַלעמען אין די אױגן. איר װערט אַ גאַנצער „יש“ אין שטעטל, אַן אָדם, אַ העלד אױף עטלעכע טעג. אמת, די עטלעכע טעג גײען איבער און דער העלד װערט אַפֿילו באַלד אױס העלד, װערט אָן דעם גאַנצן חן און װערט דער אײגענער כּתרילעװקער, װאָס אַלע; פֿונדעסטװעגן, װער װיל דאָס נישט זײַן קײן העלד? אױף אַ שעה ― און דאָך אַ העלד! נאָר, צוריק שמועסנדיק, איז דען מעגלעך, אַז אַ גאַנצע שטאָט זאָל זיך אױפֿהײבן און זיך לאָזן אױף דער װעלט? לכן איז געבליבן, מע זאָל אױסקלײַבן אַ דעפּוטאַציע פֿון עטלעכע געצײלטע מענטשן. און דאָ האָט זיך ערשט אָנגעהױבן אױף דאָס נײַ: מי ומי ― װעמען קלײַבט מען אױס? דאָס פֿאַרשטײט מען אַלײן, אַז קלײַבן קלײַבט מען די נגידים מיט די פֿײַנסטע באַלעבאַטים. נאָר גײט, אַ שטײגער, זײַט חכמים און מאַכט אַ גרענעץ אין כּתרילעװקע צװישן אַ נגיד און צװישן נישט־קײן־נגיד, צװישן אַ פֿײַנעם בעל־הבית און נישט־קײן־פֿײַנעם בעל־הבית! אַז בסך־הכּל זײַנען אַלע כּתרילעװקער פֿײַנע באַלעבאַטים, און די נגידים אַלײן זײַנען אױך, עס זאָל אײַך צו קײן חרפּה נישט זײַן, כּמעט אָרעמע לײט! נאָר אַז מע װיל שמועסן נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע װידער צוריק, האָט דאָך יעדע שטאָט פֿאָרט אירע „פּני“. נאַרישקײטן! דעם בעדער מיטן װאַסערפֿירער קאָן מען דאָך נישט שיקן. איז געבליבן, מען זאָל אױסקלײַבן די גבאָים פֿון אַלע שולן און פֿון אַלע חבֿרות, און דעם אַלטן רבֿ רב יוזיפֿל, געװײנטלעך, אױך בתוכם. און מע האָט זיך צונױפֿגעפּאַקט די פּעקלעך, מיטגענומען איטלעכער זײַן קלאַפּער געצײַג ― די טלית־ותּפֿילינס מיט די זאָנטיקעס מיט די איבעריקע כּלי־זײן, און מע האָט געדונגען צװײ גרױסע בױדן ― „בוכטעס“, און מע האָט זיך גאַנץ פֿײַן אָפּגעזעגנט מיט דער שטאָט, װאָס איז אַרױסגעגאַנגען באַגלײטן די אױסדערװײלטע, געװינטשעװעט, זײ זאָלן מצליח זײַן ― און מע האָט זיך אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער געלאָזט אין װעג אַרײַן.

צװײ מעת־לעת האָבן זיך אונדזערע אױסדערװײלטע געטרײסלט אין די „בוכטעס“ איבער דער געהאַרטעװעטער בלאָטע, איבערגעכאַפּט דעם אָטעם אױף אַ קלײנע צײַט נאָר דעמאָלט, װען מע האָט באַדאַרפֿט אָפּשטעלן זיך ערגעץ אין אַ קרעטשמע דאַװנען, אָדער עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן, אָדער אונטערפּאַשען די פֿערד ― און ערשט אױפֿן דריטן טאָג האָט מען זײ, צעבראָכענע, צעהרגעטע, אױסגעמוטשעטע, געבראַכט צו פֿירן צו דער באַן און די אױסדערװײלטע האָבן זיך אַ לאָז געטאָן צו דער קאַסע אַלע מיט אַ מאָל אױף דערשטיקעניש און גענומען בילעטן. דער עולם װאָס אױפֿן װאָקזאַל, האָט זײ אָפּגעטרעטן דעם װעג, געזאָגט מיט לצנות: „לאָז זײַן שטיל ― כּתרילעװקע פֿאָרט!“ און װער שמועסט קריסטן ― די האָבן זיך אָפּגעשטעלט, מיט דרך־ארץ באַטראַכט די דאָזיקע ייִדלעך, װאָס האָבן אַלע אינאײנעם גערעדט אין אײן אָטעם, און הױך אױף אַ קול, און געמאַכט בשעת־מעשׂה מיט די הענט. און אַז ס'איז געקומען צום ערשטן קלונג, אַז מע האָט זיך באַדאַרפֿט זעצן אין די װאַגאָנעס אַרײַן, איז צװישן די אױסדערװײלטע געװאָרן אַ גװאַלד, מיט אַ בהלה, מיט אַ שטופּערײַ, אַ לױפֿערײַ מיט אַ געפּילדער, מיט אַ געשרײ: „לײזער! לאָזער! חנניה! מיכאל!“ ― דער זשאַנדאַרם

האָט אַ קוק געגעבן אױפֿן סטראָזש מיט אַזעלכע אױגן, אַז דער סטראָזש האָט זיך נעבעך געמוזט פֿאַרשטעלן דאָס געשטופּלטע פּנים מיט בײדע קולאַקעס, מע זאָל נישט זען, װי ער לאַכט מיטן גאַנצן ברײטן מױל און שטשירעט די גרױסע װײַסע צײן, און אַרױסגעלאָזט האָט ער בשעת־מעשׂה אַ קװיטש: „יאַק װאָראָני זליטאַליסיאַ זשידיяк ворони зліталися жиди: די ייִדן זײַנען געפֿלױגן װי װאָראָנעס!“ ― און בײַ דער „בריגאַדע“ האָבן די כּתרילעװקער בעלי־בתּים גאָר װינציק אױסגענומען. די קאָנדוקטאָרס האָבן זײ אַרײַנגעשטופּט אַלעמען אין אַ באַזונדערן װאַגאָן, צװישן פּראָסטן עולם, זיך באַגאַנגען מיט זײ עפּעס נישט אַזױ, װי מיט פֿײַנע בעלי־בתּים, גבאָים, דעפּוטאַטן, װאָס פֿאָרן מכּוח אַזאַ װיכטיקן ענין לטובֿת־הכּלל… און דאָ, אין דעם װאַגאָן, האָט זיך פֿאַר אונדזערע אױסדערװײלטע שױן אָנגעהױבן אַ צעטל פֿון צרות מיט אַנגסטן מיט יסורים מיט בזיונות ― דער אמתער גלות.

ראשית־חכמה, זײַנען זײ אַרײַן אין װאַגאָן, װאָס אַז „ס'זאָלן דאָרט נישט זיצן קײן מענטשן, מענטשן מיט מענטשלעכע פּנימער, װאָלטן זײ זיכער מײנען, אַז מע האָט זײ אַרײַנגעלאָזט, מחילה, צװישן דבֿרים־אַחרים. די בלאָטע איז געװען אַזױ גרױס, דער רױך איז געװען אַזױ בלױ, און געשמעקט האָט דאָרט אַזױ געדיכט, אַז אונדזערע כּתרילעװקער בעלי־בתּים, װאָס זײַנען אַלײן אױך נישט פֿון די גרױסע מפֿונקים, האָבן דערפֿילט, אַז עס װערט זײ ענג אין האַלדז אױף צו חלשן! הײַנט די ענגשאַפֿט, װאָס דאָ איז! קעפּ אױף קעפּ! און אַלץ אַזעלכע פּראָסטע נפֿשות, אַרבעטער, מיט גרױסע, מאָדנע שמעקעדיקע טאָרבעס אױף די פּלײצעס, און מיט נאָך מער מאָדנע שמעקעדיקע לאַפּטשעס אױף די פֿיס, און דערצו רײכערן זײ זיך אונטער מיט אַזאַ מין טיטון, װאָס מע קאָן דערװאָרגן װערן. נישטאָ װוּ צו זעצן זיך. װוּ זײ האָבן זיך נישט געגעבן קײן קער, געװאָלט זיך אַנידערזעצן, האָט מען זײ דורכגעטריבן: „פּאָשלאַװאָןпошлавон: אַלטער, פּאַרכאַטיע, זאַניאַטאָзайняте: פֿאַרנומען!“ אױף אונדזער לשון הײסט דאָס: „זײַט זשע מוחל, רב ייִד, ס'איז פֿאַרנומען“… דורך פֿאַרנומען! אַפֿילו דאָרט, װוּ ס'איז נישט פֿאַרנומען, איז אױך געװען פֿאַרנומען… און די כּתרילעװקער אױסדערװײלטע האָבן, מחילה, געמוזט שטײן אױף די פֿיס, זיך צונױפֿשלאָגן אַלע אינאײנעם אין אַ װינקל, װי די שעפֿעלעך, אַ ביסל זיך געקװעטשט און געשטיקט, געשטיקט, און אַלץ גערעדט, גערעדט מיט הענט, און הױך אױף אַ קול, און אַלע אינאײנעם, װי געװײנטלעך. און גערעדט האָט מען, פֿאַרשטײט זיך, פֿון דער באַן, פֿון הײַנטיקע פֿאָרעכצן, מבֿטל געװען, געמאַכט פּשוט אַ תּל פֿון די שײנע המצאָות, װאָס מע האָט הײַנט אױסגעטראַכט, שטאַרק געבענקט נאָך דער כּתרילעװקער בוכטע, װאָס כאָטש דאָרט איז אױך גאָרנישט פֿױגלדיק, דאָך נישט אַזױ פּאַסקודנע, װי דאָ…

― נאַראָנים! ― אַזױ האָבן זיך געשמועסט אונדזערע מפֿונקים. ― טיפּשים! משוגעים האָבן אױסגעקלערט אַ באַן! אַ טאַרעראַם! אַ טעלעבענדע ― כאַ־כאַ!

און דאָרטן, אין די הױכע פֿענצטער, זיצן הונדערטער טױזנטער געלערנטע, אױפֿגעקלערטע מענטשן, אײַנגעבױגן אין דרײַען, סקריפּען מיט די פֿעדערס, שרײַבן, מאָלן, קלאַפּן דעפּעשן, ברעכן זיך די מוחות, טראַכטן צו אַלע מאָל נײַע המצאָות, װי אַזױ מע זאָל בעסער פֿאָרן, בעסער, גיכער, און ביליקער, האַלטן שױן בײַ לופֿט־שיפֿן, אַעראָפּלאַנען ― און זײ װײסן גאָרנישט, עס חלומט זיך זײ אַפֿילו נישט, אַז דאָ, אין װאַגאָן, פֿאָרן אַ בינטל כּתרילעװקער בעלי־בתּים, פֿאָרשטײער פֿון שטאָט, און קריטיקירן. זײַנען מבֿטל, מאַכן אַ תּל פֿון אַלע זײערע המצאָות און אױפֿטועכצן, און דװקא אױף אַ קול, בפֿרהסיא…

לאָז זײַן שטיל ― כּתרילעװקע פֿאָרט!

ז. כּתרילעװקע צװישן די „פֿעלקער“

אונדזערע כּתרילעװקער אױסדערװײלטע האָבן זיך אַזױ לאַנג געשליפֿן די צינגלעך, געמאַכט חוזק איבער די באַנען און איבער אַלע אַנדערע הײַנטיקע אױפֿטועכצן, ביז ס'איז זײ נימאס געװאָרן און זײ האָבן אָנגעהױבן אַרומקוקן זיך אױף אַלע זײַטן און אױסקוקן ערטער און, געװײנטלעך, קודם־כּל אַן אָרט פֿאַרן אַלטן רבֿ רב יוזיפֿל, װאָס איז שױן געװען נעבעך שטאַרק אױסגעמוטשעט פֿון דער נסיעה. און גאָט האָט זײ געהאָלפֿן, זײ האָבן דעם אָרט געפֿונען און האָבן באַזעצט דעם רבין לעבן אײנעם אַ פּאַרשױן, אַ רעכטן חבֿרה־מאַן מיט אַ רױט העמדל איבער די הױזן און מיט אַ האַרמאָניקע אין די הענט. אַ ביסל איז דער חבֿרה־מאַן געװען מבֿוסמדיק, דאָס הײסט, טאַקע רעכט בגילופֿין, אונטערן גלעזל, מיט איבערגעקערטע אױגן, געשפּילט אױף דער האַרמאָניקע און געזונגען בשעת־מעשׂה זײער אַ שײן לידל:

קאַסטיושקינאַ מאַטкостюшкина мать: קאַסטיושקעס מאַמע
סאָביראַלאַס פּאָמיראַטсобиралась помирать: האַלט אין שטאַרבן
סאָביראַלאַס פּאָמיראַט.
אומיערעט ניע אומיערלאַумереть не умерла: שטאַרבן איז זי ניט געשטאָרבן
דאַראָם װרעמיאַ פּראָװיעלאַдаром время провела: געבטלט מײַן צײַט!

און נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע, שױן העכער מיט אַ טאָן:

קאַסטיושקינאַ מאַט
סאָביראַלאַס פּאָמיראַט ―
סאָביראַלאַס פּאָמיראַט.
אומיערעט ניע אומיערלאַ ―
דאַראָם װרעמיאַ פּראָװיעלאַ!

און טאַקע נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע, נאָך העכער און נאָך גיכער:

קאַסטיושקינאַ מאַט
סאָביראַלאַס פּאָמיראַט…

און אַזױ װײַטער און װײַטער, אָן אױפֿהער, װי אַ מאַשין.

מילא, איז דאָס געװען אַ שכן כאָטש אַ פֿרײלעכער. פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער האָט גאָט מזכּה געװען רב יוזיפֿלען מיט אַ נפֿש, אײנעם אין אַ באַראַשקענעם פּעלץ, איז ער געװען בײז, אָנגעברוגזט אױף דער גאַנצער װעלט, און געהאַלטן אין אײן שפּײַען. יעדער שפּײַ, װאָס ער האָט געטאָן, איז געװען מיט אַזאַ רציחה, גלײַך װי עמעצער װאָלט אים דאָ דעררגזנט מיט אַן איבעריק װאָרט. אַ גליק, װאָס רב יוזיפֿל האָט דאָס נישט באַמערקט. רב יוזיפֿל איז געװען גאָרנישט בהאַי־עלמא. זײַנע מחשבֿות זײַנען געװען װײַט פֿון דאַנען, דאָרטן ערגעץ אין דער גרױסער שטאָט, אַזש בײַ די „גדולים“…

װי אַלע כּתרילעװקער ייִדן, האָט אונדזער רב יוזיפֿל געלעבט אין עולם־הדמיון, אַרומגעגאַנגען שטענדיק אין הירהורים, אין פֿאַנטאַזיעס. האָט אים די פֿאַנטאַזיע דאָ אױפֿגעכאַפּט אױף די פֿליגלען און האָט אים אַװעקגעטראָגן גלײַך אַהין, צום גרעסטן פֿון די „גדולים“… עס האָט זיך אים פֿאָרגעשטעלט אַ פּאַלאַץ אַ גרױסער מיט גילדענע כּלים… אױבן־אָן, אױף אַ שטול, זיצט דער גבֿיר אַלײן… דערזען ייִדן, שטײט אױף דער גבֿיר און גיט זײ אָפּ שלום און פֿרעגט זײ, װאָס איז זײער באַגער? שטעלט זיך אַרױס ער אַלײן טאַקע, רב יוזיפֿל הײסט דאָס, און זאָגט אים: דאָס און דאָס, אַזױ און אַזױ… און ער לײענט אים אַ צעטל פֿון כּתרילעװקע מיט אירע ייִדן און מיט זײערע צרות, װי אומגליקלעך זײ זײַנען נעבעך פֿון תּמיד אָן, ובפֿרט אַצינד, נאָך דעם גרױסן חורבן… און דער גבֿיר האָרכט־אױס די גאַנצע מעשׂה ביזן סוף און שטײט־אױף און גײט־צו צו דער שאַפֿע און נעמט־אַרױס אַ היפּשע פּותּיקי, און רופֿט זיך אָן צו אים, צום רבֿ הײסט דאָס:

― װי מײנט איר ― עס װעט זײַן גענוג?

― שײך זאָגן גענוג? ― ענטפֿערט אים רב יוזיפֿל און רעדט צו זיך אַלײן, מאַכט בשעת־מעשׂה מיט די הענט, מיט די אױגן און מיטן שטערן און זעט גאָרנישט, אַז אַקעגן אים, אױף דער באַנק, זיצן פּאַרשױנען, פֿאַרשײדענע פּנימער, צװישן זײ אױך נקבֿות מיט רױטע פּנימער, קנאַקן סעמעטשקעס, לאַכן גאַנץ געשמאַק און מאַכן חוזק פֿון אונדזערע כּתרילעװקער לײַט אין די אױגן, קרימען איבער, װי אַזױ זײ רײדן און װי אַזױ זײ מאַכן מיט די הענט און װי אַזױ זײ טרײסלען מיט די פּאות! און איבערהױפּט האָט מען זיך געמאַכט לוסטיק איבער אים אַלײן, איבער דעם אַלטן רב יוזיפֿלען מיטן טיוליק און מיטן שטרײַמל.

דאָס דאָזיקע לאַכן מיטן חוזק מאַכן איז אָבער געװען, װי מע זאָגט, אָפּגעגעבן ברױט; די כּתרילעװקער לײַט פֿון זײער זײַט האָבן אױך נישט געשװיגן. זײ האָבן קריטיקירט, געפּראַװעט לצנות צװישן זיך איבער די דאָזיקע פֿרײלעכע פּאַרשױנדלעך, און איבערהױפּט ― איבער דעם חבֿרה־מאַן, װאָס מיטן רױטן העמדל, מיט דער האַרמאָניקע און מיט דעם שײנעם לידל, װאָס סע װערט אים גאָרנישט נימאס איבערחזרן זיבן הונדערט מאָל אַלץ די אײגענע װערטער: „קאַסטיושקינאַ מאַט סאָביראַלאַס פּאָמיראַט ― סאָביראַלאַס פּאָמיראַט“…

― אַ פּנים, אַז דער ערל האָט שױן הײַנט געמאַכט „שהכּל נהיה בדבֿרו“, ― באַמערקט אײנער פֿון אונדזערע כּתרילעװקער, און דער אַנדערער כאַפּט אים אונטער אױף לשון־קודש:

― מע זעט דאָס אַרױס בחוש פֿון די עינים.

― אַ כּוסע און דװקא אַ גרױסע! ― שטעלט אַרײַן אַ דריטער צום גראַם.

― יאָ, ער איז מלא! ― רופֿט זיך אָן נאָך אײנער און קוקט כּלומרשט נישט אױף אים, נאָר אױף דער סטעליע, און נאָך אײנער ענדיקט דעם פּסוק:

― וגדוש על כּל גדותיו… ― און קראַצט זיך אונטערן קאָלנער.

― געפֿעלט אײַך דער ניגון װאָס ער דברט?

― אַ חסידיש לידל מסתּמא.

― מיט קלוגע ברבורים!

― טיף ― שׂכלדיק! די אמא פֿון קאַסטיושקינאַ איז שיִער נישט מת געװאָרן. אַ קלײניקײט!…

אַפֿילו רב יוזיפֿל, װאָס איז װײַט פֿון לצנות, האָט זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און איז אַ בעלן געװען אַ פֿרעג טאָן מיט אַ שמײכל בײַ זײַנע כּתרילעװקער ייִדן: װאָס באַדײַטן די דאָזיקע משונה־מאָדנע װערטער פֿונעם לידל? האָט זיך געפֿונען אײנער, װאָס האָט אים געגעבן צו פֿאַרשטײן דעם פּשט:

― ס'איז געװען, פֿאַרשטײט איר, אײנער, אַ פּנים, אַ קאַסטיושקע, אַ מענטש, װאָס מע האָט אים גערופֿן קאַסטיושקע, האָט דער דאָזיקער קאַסטיושקע געהאַט אַ מאַמע, האָט זיך די דאָזיקע מאַמע, זאָגט ער, געקליבן שטאַרבן, און איז נישט געשטאָרבן…

רב יוזיפֿל לײגט־צו קאָפּ, נאָר ער פֿאַרשטײט נישט דעם שׂכל, װאָס דאָ שטעקט? װאָס הײסט ― זי האָט זיך געקליבן שטאַרבן? שטאַרבן איז דען געװענדט אָן דעם מענטשן? בעל־כּרחך אַתּה מת ― איבער נױט שטאַרבט מען…

― עם הדומה לחמור! פֿון װעמען רעדט מען? ― רופֿט זיך אָפּ אײנער פֿון די אױסדערװײלטע און שאָקלט מיטן קאָפּ און קוקט אױף דער חבֿרה פֿון אױבן אַראָפּ, און באַלד באַקומט ער אַ קאָמפּלימענט פֿון אײנעם פֿון דער חבֿרה, װאָס קרימט זיך נאָך, װי אַזױ ייִדן דאַװנען, דאָס הײסט: ער שלאָגט זיך מיט דער האַנט אין האַרצן אַרײַן און זאָגט מיט אַ מאָדנעם ניגון: „טאַטעלע! מאַמעלע! טאַטעלע! מאַמעלע!“ ― און דער גאַנצער איבעריקער עולם װערט צעשמאָלצן פֿאַר געלעכטער.

― מע לאַכט דאָס אָפּ פֿון אונדז! מע לאַכט פֿון אַ ייִדן! אומעטום מאַכט מען פֿון אונדז חוזק! ― מאַכט אײנער פֿון די אױסדערװײלטע מיט אַ זיפֿץ און װינקט מיטן קאָפּ צום רבין, און דער רבֿ רב יוזיפֿל קוקט אױף יענעם נפֿש, װי ער װאַרפֿט זיך און װי ער קרימט זיך.

― נישט פֿון אונדז לאַכט ער, קינדעניו, ― זאָגט רב יוזיפֿל, ― פֿון זיך לאַכט ער אָפּ, פֿון זיך אַלײן! פֿון אונדז איז נישטאָ װאָס צו לאַכן, נשמה מײַנע; פֿון אונדז דאַרף מען װײנען און זיך אַ מוסר אַראָפּנעמען, אַ מוסר: װאָס מיר זײַנען געװען און װאָס מיר זײַנען געװאָרן

און רב יוזיפֿל דערצײלט דערבײַ זײער אַ שײנעם משל, געװײנטלעך, מיט אַ מלך, און דער עולם הערט־אױס דעם משל, עס קאָן זײַן, נישט דעם ערשטן מאָל, און יענער חבֿרה־מאַן, װאָס מיטן אַראָפּגעלאָזטן רױטן העמדל און מיט דער האַרמאָניקע, לאָזט זיך אַראָפּ אַלעמאָל נידעריקער און נידעריקער מיט אַ האַלבן טאָן (אַ פּנים, ס'איז אים שױן אַלײן אױך נימאס געװאָרן):

קאַסטיושקינאַ מאַט
סאָביראַלאַס…
פּאָמיראַט…
פּאָמיראַט… פּאָמיראַט…

― שלום־עליכם! ― רופֿט זיך אָן פּלוצעם אַ פֿרישער פּאַרשױן, גלײַך װי פֿון הימל אַראָפּגעפֿאַלן. ― פֿון װאַנען פֿאָרן דאָס ייִדן און װוּהין? און װאָס האָט איר זיך פֿאַרקליבן גאָר אַהער, צװישן אָט די דאָזיקע?… קומט צו אונדז, אין אונדזער װאַגאָן אַרײַן. דאָרטן װעט איר כאָטש זײַן צװישן אונדזעריקע, צװישן אײגענע…

ח. כּתרילעװקע צװישן „אײגענע“

װי פֿיש, נאָר־װאָס געכאַפּטע אין דער נעץ און אַרײַנגעלאָזטע צוריק אין טײַך אַרײַן, אַזױ האָבן זיך געפֿילט אונדזערע כּתרילעװקער דעלעגאַטן, אַז זײ האָבן זיך איבערגעפּעקלט אינעם אַנדערן װאַגאָן, צװישן „אײגענע“, צװישן ייִדן. מע קאָן נישט זאָגן, אַז דאָרט זאָל געװעזן זײַן אַ סך רײנער און אַ סך געראַמער, װי אינעם ערשטן װאַגאָן. עס קאָן זײַן, אַז דאָ, אױפֿן נײַעם אָרט, איז זײ געװען נאָך ערגער, װאָרעם דאָרטן, אינעם פֿריִעריקן װאַגאָן, איז דער עולם כאָטש געזעסן אַ סך אױף דער ערד, נישט געהאַט קײן איבעריקע פּעקלעך. אַ טאָרבע מיט אַ פּאָר שטיװל ― און אַן עק. און דאָ, אױף דעם נײַעם אָרט, צװישן ייִדן, איז געװען דער טומל אַ סך גרעסער, די ענגשאַפֿט אַ סך ערגער, און איבער די פּעקלעך איז נישט געװען, װוּ זיך אַ קער צו טאָן.

דאָס איז ידוע, אַז יעדער ייִד האָט מיט זיך אונטערװעגנס נישט װינציקער װי צװײ־דרײַ פּעקלעך, און װײַבער האָבן, אַחוץ די פּעקלעך, אױך קישנס מיט קאָלדרעס מיט שמאַטעס. פֿון דער װעלט שמאַטעס. אין װעג זעען דעריבער ייִדן אױס נישט נאָר װי רײַזנדער אַלײן, נאָר װי װאַנדערער, װי עמיגראַנטן, װאָס פֿאָרן אַריבער ערגעץ זײער אין אַ װײַטע מדינה, דאָרט װוּ ס'איז נישט צו קריגן פֿאַר קײן געלט נישט קײן קישנס, נישט קײן קאָלדרעס, נישט קײן שמאַטעס… און זײ פֿילן זיך דערפֿאַר אומעטום, װי בײַ זיך אין דער הײם. ייִדן, װוּהין זײ זאָלן נישט פֿאָרן, פֿירן זײ, ברוך־השם, מיט זיך זײער הײם, זײער „געטאָ“ מיט זײער גלות און דערפֿאַר, אַ פּנים, האָבן זײ אומעטום און אַלעמאָל טאַקע אײן פּנים, בײַטן זיך אַזױ גיך נישט איבער און פֿילן זיך גוט נאָר דעמאָלט, װען זײ זײַנען אינאײנעם. און די װעלט טוט זײ צוליב: איר װילט אינאײנעם ― זײַט אײַך אינאײנעם…

אַרײַנגעטראָטן אינעם נײַעם װאַגאָן און דערזען, אַז מען איז אין דער הײם, צװישן „אײגענע“, האָבן זיך אונדזערע אױסדערװײלטע צעלײגט, װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן, אַװעקגעלײגט זײערע פּעקלעך אױף יענעמס פּעקלעך, זיך געזעצט גאַנץ נאָענט אײנס לעבן דאָס אַנדערע, געבעטן יענעם זיך אַ ביסעלע אַ רוק טאָן, און קױם אַרײַנגעכאַפּט זיך, מאַכט שױן נישט אױס, מעג מען שױן יענעם אַ ביסל צוקװעטשן, און פֿאַרװאָס טאַקע נישט אינגאַנצן אַרױסקװעטשן?… מען איז דאָך צװישן ייִדן!…

און האָט קײן יסורים נישט: מע װעט זיך, חלילה, נישט קריגן, נישט זידלען איבער אַזעלכע נאַרישקײטן. װערטלעך זאָגן, געבן יענעם אָנצוהערעניש ― דאָס מהיכא־תּיתי. צום בײַשפּיל: אַז אײנער טרעט אָן דעם אַנדערן רעכט אױפֿן פֿוס, טוט יענער אַ שפּרונג אונטער און אַ זאָג כּלומרשט אַזױ, פֿאַרבײַגײענדיק:

― אױ האָט איר, קײן עין־הרע, אַ האַרטן טראָט, פֿעטער!

אָדער אַז אײנער שטעלט אַװעק זײַן טשעמאָדאַן כּמעט גלײַך אױף יענעמס פּלײצע, מאַכט יענער חוזק נישט איבער אים, נאָר איבערן טשעמאָדאַן, און טוט זיך אַ זאָג אונטער דער נאָז:

― הערט איר? אײַער טשעמאָדאַן האָט, אַ פּנים, קײנמאָל נישט געקרענקט.

אָדער אַז אײנער פֿאַרשטעלט דעם אַנדערן די שײַן, טוט ער אים אַ זאָג:

― װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך דערצײלן? איך האָב מורא, אַז איר זײַט נישט קײן גלעזערנער…

און אַז סע מאַכט זיך אַפֿילו אַמאָל, אַז צװײ ייִדן צעאַמפּערן זיך שױן גאָר איבער אַן אָרט אין װאַגאָן, הײבן זײ אָן שיטן אײנס אױפֿן אַנדערע מיט לצנות און שטעכװערטלעך:

― זײַט־זשע מוחל, פֿעטער, דאָס איז מײַן אָרט.

― טאַקע באמת? מיט װאָס איז דאָס אײַער אָרט, למשל?

― װײַל דאָ בין איך געזעסן.

― װאָס־זשע, איר האָט דאָ שבת געהאַלטן? צי עס שטײט אױפֿגעשריבן אױף דעם אָרט: „זה חמקום שײך“?…

און דער זיצנדיקער פּאַרשױן פֿױלט זיך נישט, הײבט זיך אױף און זוכט אױפֿן אָרט די אױפֿשריפֿט: „זה המקום שײך“. װערט צװישן עולם אַ געלעכטער, פֿאַרדריסט דאָס דעם שטײענדיקן פּאַרשױן און ער רופֿט זיך אָן צום זיצנדיקן:

― איר זײַט, דאַכט מיר, שױן אַ ביסל צו דאָסיק.

― צו װאָסיק? ― פֿרעגט אים דער זיצנדיקער, און דאָס געלעכטער צװישן עולם װאַקסט. אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז מע גיט זיך אַן עצה: מע ענגט זיך אַ ביסל, מע רוקט זיך צונױף און מע מאַכט אַן אָרט פֿאַרן שטײענדיקן. ממה־נפֿשך, עס זיצן, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל ייִדן, װעט זיצן נאָך אײנער… און די דאָזיקע צװײ, װאָס האָבן זיך נאָר־װאָס געװערטלט, בלאָזן זיך נאָך אַ קלײנע װײַלע, נאָכדעם נעמט מען זיך צו די זײגערס: װוּ האַלט בײַ אײַך דער זײגער? אָדער מע קוקט אין פֿענצטער בײדע: װײסט איר נישט, װיִאַזױ הײסט די סטאַנציע? און מע מאַכט אַ שמועס פֿון סטאַנציעס און פֿון באַנען און פֿון געשעפֿט ― און עס גײט אַװעק, װי אַ מיזמור. דער פֿרישער פּאַרשױן, װאָס קומט אַרײַן און טרעפֿט די צװײ, מײנט ער, אַז דאָס זײַנען אָדער צװײ שותּפֿים, אָדער קרובֿים, אָדער מחותּנים, אָדער אַזױ גוטע פֿרײַנט פֿון אײן שטאָט…

לאָזן חכמים זיך װיצלען, װיפֿל זײ װילן. לאָזן זײ צוטראַכטן אַזעלכע שפּריכװערטלעך, װי, למשל: „זיצן זאָל מען צװישן גױים, ליגן ― צװישן ייִדן“, „מיט ייִדן איז גוט נאָר קוגל עסן“, וכדומה. איך גײ מיר מיט מײַן װעג, אַז ייִדן, און נאָך כּתרילעװקער דערצו, פֿילן זיך צװישן אײגענע אַ סך בעסער און אַ סך הײמישער, װי צװישן פֿרעמדע.

ט. „אַ ייִד װאָס קאַטאָרי“

דער מענטש, װאָס איז װי אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם הימל און האָט אַריבערגעפּעקלט אונדזערע דעלעגאַטן אַהער פֿון יענעם װאַגאָן, איז געװען אײנער פֿון יענע זעלטענע פּאַרשױנען, װאָס מע קאָן זײ זען נאָר אונטערװעגנס. אַז איר באַגעגנט זיך מיט זײ, װערט איר באַלד חבֿר, אױסגעבונדן, גלײַך װי איר זײַט שױן מיט זײ באַקענט פֿון כּמה־וכּמה יאָרן. װער ער איז ― װײסט איר נישט. װאָס ער איז ― װײסט איר אױך נישט. עס איז רעכט צו זאָגן, אַז ער איז אַ ייִד, אַ קרעמער, און עס איז רעכט צו זאָגן, אַז ער איז אַ מעקלער פֿון דער בערזע. נאָר גיכער פֿון אַלץ איז ער גאָר אַ שנײַדער, אַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע און דרײט זיך בײַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“…

אַלײן איז ער אַ מענטש פֿון מיטלמעסיקן װוּקס און מיטלמעסיקן שטאַנד, אַ שװאַרצער מיט אַ גלאַנץ פֿון אַרמענישן טיפּ, מיט אַ קלײן בערדל, מיט קלײנע שװאַרצע אומרויִקע אױגן, מיטן קאַפּעליושל אַהינטער ― אַ רירעװדיקער, אַ לעבעדיקער פּאַרשױן, װאָס קאָן נישט זיצן אױף אײן אָרט, מוז עפּעס טאָן, ערגעץ גײן, מיט עמעצן רײדן, און איבערהױפּט ― רײדן. רײדן ― דאָס איז זײַן װעלט. געפֿינט זיך אין װאַגאָן אַ ייִד ― איז אַװדאי גוט. אלא נישט ― איז אַ גױ, אַ סאָלדאַט, אַ פּריצה, אַ גלח. פֿאַר נױט איז גוט אַ קאָנדוקטאָר, אַן אױװן־הײצער, אַ רעדער־שמידער, אַ שװאַרציאָר, אַבי אינעם געשטאַלט פֿון אַ מענטשן. און אַ כּוח האָט ער: װער ס'זאָל נישט זײַן ― מוז בײַ אים װערן רעדעװדיק. סײַדן אַ געבױרענער שטומער. מחמת ער װײס, פֿאַרשטײט איר מיך, פֿון װאָס און װיִאַזױ מיט װעמען אָנהײבן צו רײדן. און רײדן װעט ער מיט אײַך פֿון װאָס איר װילט, כּמעט קאָן מען זאָגן, אַז ס'איז נישטאָ אַזאַ זאַך אױף דער װעלט, װאָס ער זאָל נישט װיסן, און נישטאָ אַזאַ מענטש אױף דער װעלט, װאָס ער זאָל אים נישט קענען. מיט אַזעלכע איז אַ פֿאַרגעניגן צו זיצן אין אײן װאַגאָן. דערצו איז ער גלאַט אַ גוטער מענטש. אַן אָפֿנהאַרציקער און זײער אַ צוגעלאָזטער. ער מעג אײַך זען דאָס ערשטע מאָל אױף זײַן לעבן, איז ער גרײט צוליב אײַך פֿונדעסטװעגן גײן, װוּהין איר װילט: אפֿשר װילט איר צו דער קאַסע נאָך אַ בילעט? אָדער העלפֿן אײַך צונױפֿפּאַקן די זאַכן? ― מיטן גרעסטן כּבֿוד! ער װעט אַרײַנקוקן דערװײַל צו אײַך אין פּעקל אַרײַן, אָפּשאַצן, װאָס איז װערט אײַער טשעמאָדאַנדל, אָדער אײַער פּעלץ, אָדער אײַער זײגער, אױסרעכענען פּינקטלעך, אין װאָסער שעה און װיפֿל מינוט איר דאַרפֿט קומען אַהײם, און װאָס װעט אײַך קאָסטן דער באַגאַזש, און געבן אײַך אַן עצה, װיִאַזױ, אױף װאָסער װעג, איר זאָלט פֿאָרן, און װוּ איר זאָלט זיך אָפּשטעלן. בשעת־מעשׂה װעט ער אײַך האַלטן בײַ אַ קנעפּל, אָדער בױערן אײַך מיטן פֿינגער אַ לעכל, און דאָס קאַפּעליושל האַלט שױן בײַ אים װײַט, און די בעקלעך פֿלאַמען, און די אױגן ברענען, גלײַך װי ער טוט זײער אַ נײטיקע זאַך. מיט אײן װאָרט ― דאָס איז געװען אַזאַ מין פּאַרשױן, װאָס בײַ אונדז רופֿט מען אים: „ייִד װאָס קאַטאָרי“.

פֿאַר אונדזערע כּתרילעװקער פּאַסאַזשירן איז דער דאָזיקער „ייִד װאָס קאַטאָרי“ געװען, קאָן מען זאָגן, אַן אָאַזיס אין דער מידבר, אַ געזונט אין בױך, אַ זאַלץ אין די בײנער. אַ קלײניקײט ― זײער מיסיאָן, װאָס זײ האָבן אױף זיך געהאַט! דאָס ערשטע מאָל אין אַ פֿרעמדן אָרט, אין אַזאַ גרױסער שטאָט, װאָס זײער באָבעס באָבע איז דאָרט קײנמאָל נישט געװען אין חלום אַפֿילו! מע װײס נישט, װוּ אַ טיר עפֿנט זיך, און מע פֿאָרט מכּוח אַזאַ ענין, אַזאַ הײליקע זאַך!…

אױך דער פּאַרשױן האָט זיך מחיה געװען מיט זײ, ממש דערקװיקט זיך. געװאָר געװאָרן, װוּהין, צו װעמען און צוליב װאָס זײ פֿאָרן, האָט ער זײ באַשאָטן מיט עצות, װיִאַזױ זײ זאָלן זיך נוהג זײַן פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס זײ װעלן אָנקומען אױפֿן װאָקזאַל, ביז זײ װעלן זיך צושלאָגן צום פּונקט, װאָס זײ באַדאַרפֿן. און די כּתרילעװקער אױסדערװײלטע האָבן אים געקוקט אין מױל אַרײַן, געשאָקלט מיטן קאָפּ און געשלונגען איטלעכס װאָרט זײַנס.

― איר פֿאָרט, מײַנע ליבע ייִדן, ― האָט ער אײַנגעטענהט מיט זײ געטרײַ, װי אַ פֿאָטער, געשמײכלט און געגלעט זיך דאָס בערדל, ― איר פֿאָרט, מײַנע ליבע ייִדן, װעגן זײער אַ װיכטיקן עסק. מע קאָן זאָגן, אַ הײליקע זאַך, הלװאַי איר זאָלט נאָר מצליח זײַן, און איר װעט, אם־ירצה־השם, געװיס מצליח זײַן. איך בין זיכער, אַזױ װי מיר האָבן הײַנט יום גימל אױף דער גאַנצער װעלט. דער עיקר, איר זאָלט װיסן, װוּ אײַן און װוּ אױס. די שטאָט איז אַ גרױסע און אַ צעװאָרפֿענע. אַ גױיִשע שטאָט, פֿאַרשטײט איר מיך. נאָר ייִדן זײַנען, קײן עין־הרע, פֿאַראַן, און דװקא רײַכע ייִדן. דאָס הײסט, ס'איז פֿאַראַן קבצנים אױך גענוג, אפֿשר מער קבצנים װי נגידים. נאָר צו די קבצנים דאַרפֿט איר דאָך נישט האָבן. קבצנים, זאָגט איר, האָט איר אַלײן. עצתי, אַז גײן זאָלט איר נאָר צו די גרױסע, צו די סאַמע גדולים. װער זײַנען בײַ אונדז די סאַמע גדולים ― װילט איר װיסן? נעמט, זײַט מוחל, אַ שטיקל פּאַפּיר מיט אַ בלײַפֿעדער און פֿאַרשרײַבט, װעל איך אײַך זאָגן אַקוראַט מיט די אַדרײסים און מיטן ייִחוס פֿון איטלעכן באַזונדער. איך קען זײ, פֿאַרשטײט איר מיך, אױסגעבונדן. גדולים זײַנען זײ אַלע, און װאָלטן װעלן אַריבערשטײַגן, אַריבערשפּרינגען, אײַנשלינגען אײנס דאָס אַנדערע מיט די בײנער, זײ זאָלן נאָר קאָנען. און אַלע רײַסן זײ זיך אַרױף, אַרױף, טאַנצן נאָך גאָר דעם גרױסן, דעם אמתן גדול, דעם לײב צװישן די חיות… איך זע נאָך אײַערע פּנימער, אַז איר װײסט שױן, װעמען איך מײן… אַזױ איז טאַקע דער נאָמען זײַנער. און כּשמו כּן הוא… ער איז טאַקע אַ לײב. אַ קעניג איז ער, אַ גבֿיר, אַ גרױסער גבֿיר, אַן אַדיר, אַ מיליאָנער. איר װילט װיסן, װיפֿל ער פֿאַרמאָגט? פֿרעגט גאָרנישט. װיפֿל איר זאָלט אײַך נישט פֿאָרשטעלן ― פֿאַרמאָגט ער צװײ מאָל, דרײַ מאָל, צען מאָל אַזױ פֿיל. ס'איז רעכט צו זאָגן ― פֿופֿציק מיליאָן, און ס'איז רעכט צו זאָגן ― זיבעציק. און אַז איר װעט מיך שטאַרק בעטן, איז אפֿשר טאַקע אַלע הונדערט. אַהין דאַרפֿט איר זיך דערשלאָגן שױן צום סוף, אַז איר װעט פֿאַרטיק װערן מיט אַלע איבעריקע גדולים. װײַל איר װילט דאָך מסתּמא אַ גראָבס, אַ מנה־יפֿה. און װיבאַלד אַ מנה־יפֿה, איז נאָר בײַ אים. װאָרעם װעט איר אים טרעפֿן אין דער גוטער מינוט ― איז נישט שײך צו זאָגן. בײַ אים געבן אַ נדבֿה אַ טױזנטער, און פֿופֿציק טױזנט, און הונדערט טױזנט ― איז טפֿו! אָדער שאַ! װײסט איר גאָר װאָס? איך װעל אײַך געבן אַ בעסערע עצה.

דאָ האָט זיך דער „ייִד װאָס קאַטאָרי“ פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות, נאָכדעם האָט ער זיך אָנגענומען בײַם בערדל און אָנגערופֿן זיך, װי אַ מענטש, װאָס איז געפֿאַלן אױף זײער אַ גליקלעכע אידעע:

― הערט־זשע אױס, מײַנע ליבע ייִדן, װאָס איך װעל אײַך זאָגן. בײַ אײַך איז, זאָגט איר, אָפּגעברענט געװאָרן דאָס גאַנצע שטעטל? דאַרפֿט איר דאָך געהילץ אױף בױען הײַזער? האָט ער אַ װאַלד, טאַקע נישט װײַט פֿון אײַערע מקומות, אָבער אַ װאַלד, װי זאָגט איר, מיט בײמער! װאָס פֿאַר אַ װערדע האָט בײַ אַזאַ מיליאָנער אײַנטונקען די פּען און אַװעקשרײַבן אַ קװיטל אין װאַלד אַרײַן: „אַבֿקש ליתּן על חשבוני“?

און דער „ייִד װאָס קאַטאָרי“ טוט אַ מאַך מיט דער האַנט אין דער לופֿטן, װי דער גבֿיר מיט דער פּען, און אונדזערע כּתרילעװקער אױסדערװײלטע גיבן זיך בײַ די װערטער אַ הײב־אױף, און טרערן האָבן זיך אַזש געשטעלט בײַ זײ אין די אױגן. נאָר דאָ האָט זײ דער „ייִד װאָס קאַטאָרי“ אַ ביסל אַראָפּגעװאָרפֿן. ער האָט, אַ פּנים, פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט זײ אַרײַנגעגעבן אַ ביסל צו פֿיל האָפֿענונג, האָט ער זיך אַ גלעט געגעבן דאָס בערדל און אַ זאָג געטאָן צו זײ:

― איך דאַרף אײַך אָבער זאָגן, מײַנע ליבע ייִדן, נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע: עס װענדט זיך אָן דעם, אין װאָס פֿאַר אַ מינוט איר װעט אים טרעפֿן… טאָמער, חלילה, טרעפֿט איר אים אױף דער לינקער זײַט, בין איך אײַך נישט מקנא. ער איז אַ מענטש, װאָס אַלע קוקן אים אין מױל אַרײַן, פֿאַרשטײט איר מיך, און איז אַזױ גרױס, אַזױ תּקיף, װי זאָגט איר: „מה יעשה הבן“… אַװדאי װען איר זאָלט זײַן נישט קײן ייִדן! ― עהע־הע!

די כּתרילעװקער אױסדערװײלטע זײַנען בײַ די װערטער גאָר מבֿולבל געװאָרן. זײ האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס מײנט דערמיט אָט דער מענטש: װאָס הײסט ― װען זײ זאָלן נישט זײַן קײן ייִדן? װאָס דען זאָלן זײ זײַן ― אַנדרוגינוסן?… דער „ייִד װאָס קאַטאָרי“ האָט, אַ פּנים, געזען, אַז זײ פֿאַרשטײען אים נישט, האָט ער גענומען זײ מסביר זײַן: ― פֿאַרשטײט איר מיך, מײַנע ליבע ייִדן, דער מענטש איז זײער גרױס, זײער תּקיף און שטאַרק אָנגענומען צװישן קריסטן. „גענערעלער“ קומען צו אים אין שטוב אַרײַן, זיצן מיט אים אָט אַזױ־אָ, װי איך מיט אײַך… נו, פֿאַרשטײט זיך, אַז װיבאַלד קריסטן זײַנען מיט אַ ייִדן אָט אַזױ־אָ, װעט זיך אַ ייִד פֿאַר זײ מפֿקיר זײַן…

מע קאָן נישט זאָגן, אַז דער דאָזיקער פּירוש איז געװען פֿאַר אונדזערע כּתרילעװקער לײַט אינגאַנצן פֿאַרשטענדלעך. זײ האָבן נישט אױפֿגעהערט צו האַלטן אָפֿן מױל און אױערן, און יענער האָט נישט אױפֿגעהערט צו גלעטן זיך דאָס בערדל און לױבן אין טאָג אַרײַן די סאַמע גדולים, אױסגערעכנט זײ אַ גאַנץ צעטל פֿון „גרױסע גדולים“ און פֿון „קלײנע גדולימלעך“, און אַלע מיט די נעמען און מיט די גאַסן און מיט די נומערן פֿון די הײַזער, זיך אָפּגעשטעלט אַלע מינוט כּמעט בײַ יעדן אײנציקן גדול מיט אַ קורצער נאָר אַ שאַרפֿער כאַראַקטעריסטיק, װאָס פֿון דעם אַלײן װאָלט געקאָנט זײַן אַ באַזונדער בוך, װען דאָס זאָל זײַן בײַ אונדז דער עיקר. נאָר אַזױ װי דער עיקר איז דאָך די מעשׂה מיט די כּתרילעװקער נשׂרפֿים, לאָזן מיר עס דורך פֿאַרבײַ און קערן זיך אום צוריק צו אונדזערע כּתרילעװקער דעלעגאַטן אין דער גרױסער נישט־ייִדישער שטאָט, װוּ מיר האָבן זײ איבערגעלאָזט סאַמע אין רעכטן אָנהײב פֿון זײער הײליקער אַרבעט.

י. אין עולם־התּוהו

דער עולם־התּוהו, װי עס װערט באַשריבן בײַ אונדז אין די הײליקע ספֿרים, ― דאָס איז געװען די גרױסע שטאָט מיט אירע „גדולים“ פֿאַר אונדזערע אױסדערװײלטע פֿון כּתרילעװקע. די גאַנצע קונץ פֿונעם עולם־התּוהו באַשטײט אין דעם, װאָס דעם מענטשנס נשמה בלאָנדזשעט אַרום אױף דער װעלט, איז אױסן אין אַלע װינקעלעך, זעט און הערט און פֿילט אַלצדינג, נאָר דער גוף איז דערבײַ נישט אױסן. צי מחמת גרױס אױפֿרעגונג פֿון די מעשׂיות, װאָס זײ האָבן זיך אָנגעהערט אין װאַגאָן פֿונעם „ייִדן װאָס קאַטאָרי“, אָדער אפֿשר װײַל זײ זײַנען דאָס ערשטע מאָל אַרױס אױף דער גרױסער פֿרײַער לופֿט ― דאָס איז זיכער, אַז זײ זײַנען נישט געװען בהאַי־עלמא. דאָס הײסט, די נשמה האָט זיך בײַ זײ אַרומגעבאָמבלט דאָ, צװישן די „גדולים“, נאָר דער גוף איז געװען ערגעץ װײס איך װוּ, װײַט פֿון דאַנען.

פֿון דער ערשטער מינוט איז זײ געגאַנגען נישט כּשורה, יעדן פֿאַלס ― נישט אַזױ, װי זײ האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט. געגאַנגען זײַנען זײ דװקא מיט אַ סדר, מיט אַ סיסטעם, לױט װי יענער פּאַרשױן מיט די ברענענדיקע אײגלעך האָט זײ געלערנט און לױט די נומערן פֿון די הײַזער מיט די נעמען פֿון די גאַסן, װאָס יענער האָט אױפֿגעגעבן. פֿריִער האָבן זײ אָנגעקלונגען צו די „קלענערע גדולים“, דערנאָך צו די „גרעסערע גדולים“, און געשטיגן װאָס װײַטער אַלץ העכער און העכער. מע קאָן נישט זאָגן, אַז זײ האָבן נישט מצליח געװען. נדבֿות זײַנען דװקא אײַנגעגאַנגען, אָדער, װי זײ האָבן זיך נאָכדעם באַרימט פֿאַר זײערע כּתרילעװקער: „אַ רעגן פֿון נדבֿות האָט געגאָסן אױף זײערע קעפּ“. אױב עס האָט באמת געגאָסן אַ רעגן פֿון נדבֿות ― דאָס װײסן מיר נישט. אײנס איז זיכער, אַז בײַ זײ אין דער הײם זײַנען זײ צו אַזעלכע נסיונות געװיס נישט געװױנט געװאָרן, און אַזעלכע מטבעות, װי מע האָט זײ דאָ דערלאַנגט, האָבן זײ געזען דאָרטן סײַדן אין חלום, איז דאָס ― נישט אַלע מאָל… נישט מער, װאָס האָט זײ געקװעטשט? זײ האָט געקװעטשט נאָר אײן זאַך: עס האָט זיך זײ אױסגעװיזן, אַז זײ זײַנען נישט צװישן אײגענע… װי װילד־פֿרעמדע, װי גאַנץ װײַטע האָט מען זײ אױפֿגענומען, אָפּגעגעבן זײערס און ― האָט קײן פֿאַראיבל נישט.

אַנדערע האָבן אַפֿילו נישט געװאָלט אָנקוקן זײערע פּנימער, אַרױסגעשיקט זײ זײער נדבֿה נאָך אײדער זײ האָבן אַריבערגעטראָטן די שװעל. אַנדערע זײַנען געװען בײז אױך, נישט געלאָזט זיך אױסרײדן אַן איבעריק װאָרט: „אָפּגעברענט געװאָרן? געהערט אַזעלכע זאַכן, איר זײַט נישט די אײנציקע“…

עס זײַנען געװען אױך אַזעלכע, װאָס האָבן אָנגעשריגן אױף זײ, אָנגערופֿן זײ מיט עפּעס זײער מיאוסע נעמען: „פֿלעכטלעך“, „פּאָגאָרעלצעסпогорельцы: נשׂרפֿים“, „שנאָרערס“… אײנער אַ יונגערמאַן מיט אַ בלאַס פּנים, מיט אַ שפּיצעכיקער נאָז און מיט צװײ קלײנע בערדלעך, צעקעמט רעכטס און לינקס, האָט זיך געהײסן װײַזן אַ בוך.

― װאָסער בוך?

― דאָס בוך, װוּ עס װערן בײַ אײַך פֿאַרשריבן די נדבֿות. דאָ האָט זיך שױן אַרױסגעשטעלט דער זקן, רב יוזיפֿל דער רבֿ:

― די נדבֿות, װאָס װערן געגעבן אױף אונדזערע נשׂרפֿים, װערן פֿאַרשריבן מיט אַזאַ כּתבֿ און מיט אַזאַ לשון, װאָס נישט איר און נישט מיר װעלן דאָס קאָנען לײענען אַפֿילו…

רב יוזיפֿל האָט איצטיקס מאָל גערעדט פֿאַרשטעלט, אַפֿילו מיט אַ בנעימותדיק שמײכעלע, װי אַלע מאָל, נאָר אין קול האָט זיך געלאָזט הערן אַ פֿאַרדראָס. רב יוזיפֿל דעם רבֿ איז נישט געגאַנגען אין דעם, װאָס מען איז זײ חושד־בכּשרים. נײן. אים האָט געאַרט די קאַלטקײט, װאָס האָט זײ באַגעגנט אומעטום, אין יעדער ייִדישער שטוב פֿון די דאָזיקע „גדולים“. רב יוזיפֿל איז געװױנט געװאָרן בײַ זיך אין כּתרילעװקע, אַז אַ ייִד גיט אַ נדבֿה, עס מעג זיך זײַן נאָר אַ פּרוטה, לאָז זײַן אַפֿילו אַ האַלבע פּרוטה, גיט ער זי מיטן גאַנצן האַרצן. װאָרעם אַחוץ, װאָס ער איז מחיה אַן אָרעמאַן, אַחוץ װאָס ער העלפֿט אַ נױטבאַדערפֿטיקן, טוט ער אַ גוטע זאַך און פֿאַרדינט אַ מיצװה… רב יוזיפֿל דעם רבֿ האָט געװוּנדערט, װאָס צװישן די אַלע גדולים האָט זיך נישט געפֿונען קײן אײנער, װאָס זאָל זײ אָפּגעבן אַ ייִדישן, אַ פּשוטן, אַ הײמישן שלום־עליכם. קײן אײנער האָט זיך נישט געפֿונען, װאָס זאָל זיך נאָכפֿרעגן אױף כּתרילעװקע, װאָס זאָל כאָטש װעלן אױסהערן זײער אומגליק, זײער האַרץ, און האָבן זײ זיך נאָר געפּרוּװט אָנהײבן רײדן, אױסרײדן זיך, דערצײלן װעגן דעם גרױסן חורבן, װאָס זײ האָבן איבערגעלעבט, אַזױ האָט מען געעפֿנט דאָס בײַטעלע, װי אײנער רעדט: „נאַט אײַך און גײט אײַך געזונטערהײט“…

געװױנט געװאָרן פֿון תּמיד צו פֿאַרענטפֿערן יעדן אײנציקן, האָט רב יוזיפֿל געזוכט צו געפֿינען אַ זכות אױך אױף די דאָזיקע „גדולים“.

― מענטשן געפֿינען זיך אין אַזאַ עולם־התּוהו! ― האָט ער זיך געטראַכט און געגאַנגען מיט פֿעסטע טריט, גאָרנישט נאָך זײַנע יאָרן, אַלץ װײַטער און װײַטער.

עס איז געװען שױן נישט פֿרי, װען אונדזערע דעלעגירטע פֿון כּתרילעװקע זײַנען צוגעטראָטן צום סאַמע גרעסטן גדול, צום „לײב צװישן די חיות“, װי יענער מענטש אין װאַגאָן האָט אים אָנגערופֿן. און דאָ האָבן זײ זיך דערמאָנט אָן דעם, װאָס יענער מענטש האָט זײ געגעבן אָנצוהערעניש אױף דעם „גדול“, אַז װען זײ זאָלן זײַן נישט קײן ייִדן ― עהע־הע!…

דער דאָזיקער „עהע־הע“ מיט דער קילקײט, װאָס זײ האָט באַגעגנט אומעטום, אין יעדן הױז, האָט זײ געבראַכט דערצו, אַז זײ זאָלן ביסלעכװײַז פֿאַרלירן זײער קוראַזש און מורא האָבן אָנצוקלינגען בײַ אַזאַ גדול, װאָס רעכנט זיך פֿאַר „אַ לײב צװישן די חיות“… אַ היפּשע װײַלע איז מען געשטאַנען בײַ דער טיר און געדונגען זיך, צי מע זאָל טאַקע אָנקלינגען פּשוט, װי מע האָט אָנגעקלונגען אומעטום, צי אפֿשר?…

― אפֿשר װאָס?

― גאָרנישט.

― װאָס זשע זאָגט איר „אפֿשר“?

― װער זאָגט דען „אפֿשר“?

― אַז איר זאָגט נישט „אפֿשר“, פֿאַרװאָס זאָלט איר נישט אָנקלינגען?

― װוּ שטײט עס, אַז איך? פֿאַרװאָס נישט איר?

― הײבט זיך אָן אַ מעשׂה מיט אַ ייִדן!

― שאַ, שאַ, קינדערלעך, לאָז זײַן שטיל! ― רופֿט זיך אָן רב יוזיפֿל און טוט אַ צי דאָס גלעקל פֿון דער טיר, קױם־קױם, אױף װיפֿל עס דערלױבן אים זײַנע אַכציק יאָר.

יא. אין די הױכע פֿענצטער

שטײענדיק הינטן בײַ דער טיר בײַם סאַמע גרעסטן פֿון די „גדולים“, בײַם סאַמע „לײב פֿון די חיות“, האָבן אונדזערע כּתרילעװקער דעלעגאַטן געהאַט אַ געלעגנהײט אַ ביסל צו פֿאַרנעמען זיך מיט חקירה װעגן די הױכע פֿענצטער: װאָס טוט זיך דאָרטן? אַ שטײגער, װאָס טוען די „גדולים“ בײַ זיך אין די אַפּאַרטאַמענטן אין דער צײַט, װען אונטן בײַ דער טיר שטײען און װאַרטן „קלײנע מענטשעלעך“ מיט זײערע קלײנע עסקים, געשעפֿטן, בקשות, פּלאַנען און חלומות? אפֿשר זיצן זײ דאָרטן בעת־מעשׂה איבער זײערע גרױסע געשעפֿט־ביכער, ברעכן זיך די מוחות און זײַנען אַזױ פֿאַרטיפֿט, אַז זײ װײסן גאָרנישט, װאָס אונטן טוט זיך?… און אפֿשר זיצן זײ און קלערן, װאָס זאָלן זײ אױפֿטאָן, מתקן זײַן אױף דער װעלט מיט דעם כּוח פֿונעם גאָלד, װאָס דער אײבערשטער האָט זײ באַגליקט צוליב דער טובֿה פֿון זײער פֿאָלק, אָדער פֿון דער גאַנצער מענטשהײט? און אפֿשר זיצן זײ גלאַט אַזױ צונױפֿגעלײגט די הענט, טוען זיך אָן כּל־תּענוגי־העולם־הזה, עסן און טרינקען און שלאָפֿן, װי גאַנץ געװײנלעכע מענטשן?

צײַט אױף צו חקירהן האָבן אונדזערע דעלעגאַטן געהאַט גענוג: אױף דעם שװאַכן קלונג פֿונעם אַלטן רב יוזיפֿל האָט מען זיך נישט געכאַפּט צו עפֿענען. זײ האָבן געהאַט צײַט אױך אױף צו דורכשמועסן זיך װעגן דעם, װיִאַזױ מע זאָל זיך פֿאָרשטעלן פֿאַרן „גדול־שבגדולים“ און װער עס זאָל מיט אים רײדן. זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז רײדן דאַרף מיט אים דער רבֿ. װער דען? די פֿראַגע איז נאָר פֿון װאָס ער זאָל אָנהײבן? װאָרעם לױט װי דער פּאַרשױן אין װאַגאָן האָט זײ אָנגעשראָקן, דאַרף מען װיסן, װי מיט אים צו האַנדלען און װאָס אים צו זאָגן. נישט אומזיסט שטײט בײַ אונדז געשריבן: „החײם והמװת ביד הלשון“ ― דער פּשט איז: אַז מיט אײן װאָרט קאָן מען אַמאָל קאַליע מאַכן אַזױ פֿיל, װאָס איר װעט דערנאָך נישט פֿאַרריכטן מיט קײן צען טױזנט װערטער.

און די דעות האָבן זיך דאָ בײַ זײ צעטײלט אױף צװײ כּיתּות, צװײ לאַגערן: רעכטע און לינקע. די רעכטע, די עלטערע פֿון די אױסדערװײלטע, זײַנען געגאַנגען מיט דעם רעכטן װעג. זײ האָבן געדרונגען, אַז מע קומט צו אַזאַ גרױסן גבֿיר, דאַרף מען קומען מיט תּחנונים, אױסמאָלן דעם חורבן פֿון כּתרילעװקע מיט אַלע פּיטשעװקעס: „אָט ערשט נישט לאַנג געװען אַ שטאָט, װי אַלע שטעט. האָט זיך אױפֿגעהױבן אין מיטן דער נאַכט אַ שטורעם־װינט מיט אַ פֿײַער פֿון גאָט, און עס איז אַװעק מיטן רױך די גאַנצע שטאָט, אָפּגעמעקט געװאָרן כּתרילעװקע פֿון דעם פּנים פֿון דער ערד“… דערבײַ דאַרף מען נישט זשאַלעװען קײן טרױעריקע פֿאַרבן, װיִאַזױ נאַקעטע, באָרװעסע, הונגעריקע ליגן אונטער גאָטס הימל און בעטן ברױט, לאָזן אַ טרער, און פֿאַרװאָס טאַקע נישט געבן קײן רעכטן װײן, װי עס געהער צו זײַן?… און די לינקע, יונגעלײַט געװײנלעך, האָבן געטענהט פֿאַרקערט: װאָס זײַנען מיר, װײַבער? צי איר מײנט, אַז די נגידים זײַנען זשעדנע טרערן? זײ דאַרף מען נעמען מיט יושר, מיט גערעכטיקײט. היתּכן, ― דאַרף מען זײ פֿרעגן ― אַז אין דער צײַט, װאָס דאָ װאַלגערט זיך גאָלד אין די גאַסן און מענטשן טוען נישט אַרײַן קײן האַנט אין קאַלט װאַסער, גײט מען דאָרטן אױס פֿאַר אַ לעפֿל געקעכץ ― לעבעדיקע נפֿשות, אײגענע ברידער, בלוט און פֿלײש?!… „אַי־אַי! אַי־אַי! ― האָבן זיך די רעכטע אָנגעכאַפּט בײַם קאָפּ. ― זײ װילן אונדז איבערקױלען דעם האַלדז אָן אַ מעסער! אלה תּולדות יונגעלײַט!“…

אַ גליק, װאָס רב יוזיפֿל איז געװען דערבײַ, האָט ער זײ גיך אײַנגעשטילט מיט װײכע רײד, װי זײַן שטײגער איז.

― קינדערלעך, ― האָט ער צו זײ געזאָגט, ― אומזיסט אײַער קריגן זיך, װאָס איר קריגט זיך. װאָס קאָן אַ מענטש, אַ בשׂר־ודם מישטײנס געזאָגט, װיסן, װאָס ער װעט זאָגן? און אַז בלעם הרשע איז שױן געװען אונטערגעקױפֿט און גאָר פֿאַרטיק אױף צו שילטן די ייִדן ― נו, האָט ער זיך דען געריכט, אַז דער װאָס לעבט אײביק װעט אים איבערדרײען די װערטער מיטן קאָפּ אַראָפּ? מיר װעלן, אם־ירצה־השם, אים נעמען נישט מיט תּחנונים און נישט מיט סטירדעס, נאָר מיט אַ משל. אַז גאָט װעט הײסן, װעל איך אים דערצײלן אַ משל מיט אַ מלך, װאָס האָט זיך צעבײזערט אױף זײַנע אײגענע קנעכט און האָט פֿאַרברענט זײַן אײגענעם פּאַלאַץ…

אַ שאָד. אַזאַ שײנער משל ― און איז געבליבן אין מיטן, איבער אַ סיבה, װאָס נישט רב יוזיפֿל און נישט די איבעריקע אױסדערװײלטע זײַנען געװען אין דעם שולדיק. שולדיק איז געװען אין דעם גאָר אַ זײַטיקער פּאַרשױן. דאָס איז געװען דער אָנגעװאָפֿנטער נפֿש, װאָס איז דערמאָנט בײַ אונדז אין אָנהײב באַשרײַבונג. אַ סבֿרה, אַז דער דאָזיקער יװן, װאָס איז געשטעלט געװאָרן אַכטונג צו געבן אױף דער גאַס, האָט די גאַנצע צײַט געהאַלטן אונדזערע כּתרילעװקער לײַט אױפֿן אױג. אים איז די גאַנצע קאָמפּאַניע נישט געפֿעלן געװאָרן מיט זײער גײן פֿון שטוב צו שטוב, מיט זײער פֿאַררײַסן די קעפּ און קוקן אױף די נומערן פֿון די הײַזער און מיט זײער אַלע מאָל אָפּשטעלן זיך איבערשמועסן זיך אױף אַ קול אַלע אינאײנעם, װי די גענדז: גער־גער־גער! דאָ, בײַ זײער לעצטן אָפּשטעלן און אױסטענהן זיך האָט ער שױן מער נישט געקאָנט אַריבערטראָגן און ער האָט זיך װידער אַ מאָל געלאָזט גלײַך אױף זײ ― דאָס מאָל שױן מיט מער פֿרישקײט און מיט מער אימפּעט.

דערזען פֿאַר זיך דעם שׂונא אַזױ נאָענט און דערפֿילט אַ סכּנה, זײַנען אונדזערע דעלעגאַטן פֿאַרשטאָרבן געװאָרן, און ס'איז געבליבן בהסכּם־כּולם, אַז מע דאַרף זיך ראַטעװען, מאַכן פּליטה. װוּהין? צוריק ― הײסט גײן גלײַך אױף אים. האָבן זײ גענומען קלינגען אַלע מיט אַ מאָל אין דער טיר אַרײַן, גוט קלינגען, מיט אַלע כּוחות, און גאָט האָט געהאָלפֿן ― די טיר האָט זיך טאַקע עפּעס װי על־פּי־נס, געגעבן אַן עפֿן־אױף, און עס האָט זיך באַװיזן אַ פּאַרשױן מיט אַ רױט אױסגעהאָדעװעט פּנים, מיט אױסגעשניטענע פּאָלעס און מיט װײַסע הענטשקעס אױף די הענט. אַרױסגעלאָפֿן איז דער פּאַרשױן מלא־רציחה, געמאַכט מיט די הענט געשריגן און געשאָלטן און געאַרבעט אַזױ, גלײַך װי דאָס װאָלטן זײַן װילדע מענטשן, אָדער גזלנים, כוליגאַנעס, װאָס האָבן געװאָלט מאַכן אַן אָנפֿאַל אין מיטן העלן טאָג אױף זײַן בעל־הביתס שטוב.

דערזעענדיק פֿאַר זיך „אַן אָפֿענע טיר“, האָבן זיך די כּתרילעװקער כוליגאַנעס געגעבן אַלע אינאײנעם אַ שפּאַר אַרײַן. האָט זײ אָבער דער פּאַרשױן מיטן אױסגעהאָדעװעט פּנים מיט די װײַסע הענטשקעס געגעבן מיטן גאַנצן כּוח אַ שפּאַר־אַרױס צוריק. און אין דער מינוט איז אונטערגעקומען דער יװן מיטן שװערד, געגעבן אַ שטאַרקן פֿײַף, און ס'איז אױסגעװאַקסן, װי פֿון אונטער דער ערד, נאָך אַ יװן, אױך אַן אָנגעװאָפֿנטער פֿון קאָפּ ביז פֿיס.

אומזיסט האָבן זיך אונדזערע כּתרילעװקער אױסדערװײלטע געבעטן בײַם פּאַרשױן מיט די װײַסע הענטשקעס, ער זאָל זײ אַרײַנלאָזן אינעװײניק, כאָטש פֿון פֿאָרנט, כאָטש אין קיך אַרײַן. אומזיסט האָבן זײ פֿאַרריסן די אױגן אַרױף, אַרײַנגעקוקט אין די הױכע פֿענצטער אַרײַן, טאָמער װעט דער אײבערשטער טאָן אַ נס (ער אַז ער װיל, קאָן ער!), טאָמער װעט דער גבֿיר אַלײן, אָדער עמעצער פֿון זײַן הױזגעזינד, דערזען ייִדן זײַנען אין אַ סכּנה, װעט מען אַרױסגעבן אַ באַפֿעל פֿון אױבן, מע זאָל זײ נישט אָנרירן…

האָט אָבער אױף זײער מזל קײנער פֿון די הױכע פֿענצטער נישט אַראָפּגעקוקט, און אונדזערע דעלעגירטע, די פֿאָרנעמסטע באַלעבאַטים פֿון כּתרילעװקע מיטן רבֿ רב יוזיפֿל בראָש, זײַנען אָפּגעפֿירט געװאָרן מיט גרױס כּבֿוד אין אַזאַ מקום אַרײַן, װאָס קײן דירע־געלט קאָסט דאָרט נישט און אַלע זײַנען דאָרט גלײַכע מיוחסים: אַפֿילו ייִדן, און אַפֿילו כּתרילעװקער ייִדן, קאָנען זיך דאָרטן זיצן און זיצן, אַבי יאָרן.

יב. דער נס

דער װאָס מײנט, אַז הײַנטיקע צײַטן טרעפֿן זיך שױן גאָר קײן נסים נישט ― דער האָט אַ טעות. אמת, אַ נס טרעפֿט זיך הײַנט זעלטן, זײער זעלטן, אָבער עס טרעפֿט. דעם בעסטן באַװײַז האָבן מיר ― אונדזערע כּתרילעװקער געפֿאַנגענע.

די לײענער מעגן זיך מײנען, אַז, װי יעדער מחבר, זײַנען מיר מסתּמא מגזם און טראַכטן אױס אַזעלכע זאַכן, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן. מיר פֿאַרזיכערן אָבער, אַז דאָס, װאָס מיר דערצײלן דאָ, איז לױטער אמת. פּונקט אין דעם מאָמענט, װאָס סע האָט זיך געטראָפֿן דער אױבן־באַשריבענער פֿאַל מיט די כּתרילעװקער דעלעגאַטן בײַ דער טיר פֿונעם גדול, פֿונעם „לײב צװישן די חיות“, פּונקט אין דער מינוט, װען זײ זײַנען געשטאַנען אין אײן ציטערניש און געקוקט אַרױף־צו אין די הױכע פֿענצטער און געטראַכט זיך יעדער בײַ זיך אין האַרצן: „מאַין יבֿוא עזרי ― פֿון װאַנען װעט קומען די הילף, פֿון גאָט, צי פֿון מענטשן?“ ― פּונקט אין דער צײַט האָט באַדאַרפֿט גײן פֿאַרבײַ אונדזער באַקאַנטער פּאַרשױן פֿון װאַגאָן, דער „ייִד װאָס קאַטאָרי“.

געגאַנגען איז ער זיך װעגן זײַנע אײגענע געשעפֿטן, און גיך, װי זײַן שטײגער איז, מיטן קאַפּעליושל אַהינטער, װײַזט אױס, פֿאַרטראַכט. דערזען זײַנע באַקאַנטע ייִדן, אַרומגערינגלטע מיט סאָלדאַטן, איז ער שטײן געבליבן. ער האָט באַלד אָנגעשמעקט מיט דער נאָז, װאָס דאָ טוט זיך, און איז גרײט געװען די רגע אַרײַנשפּרינגען אין מיטן און אױפֿהײבן אַ סקאַנדאַל, זײ מאַכן אַ װיסטן סוף: „פֿאַר װאָס? פֿאַר װען? גאָט די נשמה!“…

נאָכדעם האָט ער זיך אָבער מישבֿ געװען: אפֿשר נײן? ער קען זיך זײער גוט. אַ היציקער מענטש. מי־יודע װאָס פֿאַר אַ װערטער עס קאָנען זיך אַרױסרײַסן בײַ אים פֿון מױל… ער האָט זיך געטראַכט, אַז מיט תּקיפֿות איז נישט גוט (ס'איז תּמיד גלײַכער, אַז מע באַטראַכט זיך), און ער האָט אַראָפּגערוקט דאָס קאַפּעליושל, זיך גענומען בײַם בערדל, צוגעמאַכט אַן אױג ― אַ סימן, אַז דער מוח אַרבעט, ― האָט זיך אױסגעקערעװעט צוריק און איז מיט די זעלבע גיכע טריט אַװעק, װי אַ מענטש, װאָס איז געפֿאַלן אױף אַ גלײַכע המצאה און האָט פֿעסט באַשלאָסן דורכצופֿירן די אידעע ביזן סוף.

װוּהין איז דער פּאַרשױן אַװעק?

מיר װײסן נישט, װוּהין, נאָר מיר קאָנען רעכענען, אַז מסתּמא האָט ער זיך געלאָזט גײן טאַקע אַהין, צום „לײב פֿון די חיות“, מחמת דעם זעלבן אױפֿדערנאַכט האָט דער טעלעפֿאָן אין די הױכע פֿענצטער אָנגעהױבן צו אַרבעטן מיט סכּנות־נפֿשות…

און אין דער פּאָליציע האָט געקאָכט. פּענעס האָבן געסקריפּעט, טינט האָט זיך געגאָסן, פּאַפּירן זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן, און די געפֿאַנגענע, װעלכע זײַנען שױן גרײט געװען צו גײן אַ לאַנגן װעג מיטן עטאַפּ זײַנען פּלוצעם אױפֿגעכאַפּט געװאָרן אין מיטן בײַנאַכט, אַרױסגעצױגן געװאָרן פֿון דער פֿינצטערניש און אַרײַנגעפֿירט געװאָרן אין אַ גרױסע ליכטיקײט מיט אַזאַ אימפּעט, גלײַך װי דאָס װאָלטן זײַן נישט כּתרילעװקער קלײנע מענטשעלעך, נאָר מי־יודע װער… אמת, מע האָט זײ קײן שטולן נישט אונטערגעטראָגן, זעצן זיך נישט פֿאָרגעלײגט און פֿון מחילה בעטן שמועסט מען נישט. דערפֿאַר האָט מען אָבער נישט געהערט, מע זאָל אױף זײ אָנשרײַען, חלילה, ברענגען פֿאַרן מױל דעם ייִדישן טיטל „זשיד“; אַדרבא ― פֿײַן, שטיל, נאָר זײער בחיפּזונדיק, געכאַפּט, טאַקע נאָר װי יציאת־מצרים, איז צוגעגאַנגען די באַפֿרײַונג פֿון די כּתרילעװקער כוליגאַנעס. די קלענערע שרײַבער און שרײַבערלעך האָבן זיך נישט געקאָנט זאַט באַװוּנדערן, װאָס טוט זיך דאָ: „איבער אַזעלכע ייִדלאַקעס אַזאַ בהלה!“…

די ערשטע מינוט, אַז מען איז אַרײַנגעקומען צו אונדזערע געפֿאַנגענע און געזאָגט, זײ זאָלן זיך מטריח זײַן אַרױף, האָבן זײ זיך איבערגעקוקט צװישן זיך און אָפּגעזעגנט זיך שטילערהײט, אָן װערטער. װאָס דערװאַרט זײ דאָרטן, אױבן? ― דאָס װײס נאָר אײן גאָט אין הימל. הלװאַי, רבונו של עולם, זײ זאָלן אָפּקומען נאָך מיט תּפֿיסה אַלײן. װאָרעם װאָס איז הײַנטיקע צײַטן תּפֿיסה, אַז תּליה איז אַ װאָכעדיקער גאַנג?… דאָס איז אָבער נאָך נישט אינגאַנצן: יעדער ייִד האָט אַ װײַב און קינדער, און אַז עס קומט צו אַ װײַב מיט קינדער, זײַנען ייִדן (מיר מוזן זיך מודה זײַן) געפֿערלעכע עגאָיִסטן…

מיט אונטערגעהאַקטע פֿיס און מיט צעבראָכענע הערצער זײַנען אונדזערע דעלעגאַטן אַרײַנגעבראַכט געװאָרן פֿאַר די, אין װעמענס הענט עס איז געלעגן איצט זײער גורל. נאָר אײנער איז געגאַנגען פֿאָרױס מיט פֿעסטע טריט, װי אַלע מאָל, כאָטש אַפֿילו שטאַרק אײַנגעבױגן און אָנגעלענט אױפֿן שטעקן.

דאָס איז געװען דער אַלטער רב יוזיפֿל.

― װער איז דאָ צװישן אײַך דער „סאַמע ראַבין“? ― האָט מען זײ אַ פֿרעג געגעבן האַלב ערנסט און האַלב לצנותדיק.

― דאָס בין איך! ― האָט אַ זאָג געגעבן רב יוזיפֿל מיט אַ מאָדנער שטאַרקײט און איז אַרױסגעטראָטן מיט אַזאַ מסירות־נפֿש, גלײַך װי ער װאָלט גענומען אױף זיך דעם גאַנצן בילבול און װאָלט זײַן גרײט די רגע גײן אױפֿן עשאַפֿאָט פֿאַר זײַנע אַלע ייִדן.

שײן, גרױסאַרטיק שײן, איז געװען אין דער מינוט אָט דער אַכציק־יעריקער זקן. זײַן געל־געקנײטשט, דורכזיכטיק געלײַטערט פּנים האָט געלױכטן, גלײַך װי די שכינה האָט אױף אים גערוט. אין זײַנע אַלטע אױגן האָט זיך אָנגעצונדן אַ יונג פֿײַערל, נאָר די הענט האָבן אים געציטערט און די אַקסלען האָבן זיך געטרײסלט. ער האָט געװאַרט, װאָס װעט מען אים זאָגן. ער איז גרײט געװען אױסצוהערן אַלצדינג, דאָס ערגסטע, װאָס בײזע מענטשן קאָנען נאָר צוטראַכטן. װעמען הערט אָט דער אַלטער מיט די אַכציק יאָר, װאָס הינטער זײַנע פּלײצעס? ער האָט אַזש פֿאַרלײגט אײן האַנט אַהינטער און געקוקט גלײַך אין די אױגן אַרײַן מיט אַ מין גדלות און מיט אַן אָזעס, װאָס די אױף־טױט איבערגעשראָקענע כּתרילעװקער אױסדערװײלטע האָבן עס קײנמאָל אױף זײער רבין נישט געזען.

דאָס איז געװען אַ הױכע מינוט, װאָס האָט זיך געצױגן לאַנג־לאַנג, אפֿשר אַ גאַנצע אײביקײט.

ביסטו דאָס, הײסט עס, דער „סאַמע ראַבין“? ― האָט מען אים נאָך אַ מאָל אַ זאָג געגעבן מיטן זעלבן האַלב־ערנסטן, האַלב־לצנותדיקן טאָן. ― נאַ, אָט האָסטו דיר צוריק דײַן געלט, װאָס איר האָט צונױפֿגעזשעברעט פֿאַר אײַערע אָפּגעברענטע ייִדעלעך, און נעמט אײַך אײַערע לײַבסערדאַקעס (דאָס האָט מען געמײנט, אַ פּנים, די טלית־ותּפֿילינס) מיט די פּאָנטשאַכעסпончах: סערדאַק (און דאָס האָט מען געמײנט, אַ פּנים, זײערע באַרימטע זאָנטיקעס) ― און הײַדאַ גלײַך מיט דער באַן צוריק אַהײם. ביז טאָג זאָל דאָ אײַער פֿוס נישט זײַן. מאַרש!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

געקומען אַהײם, האָבן אונדזערע אױסדערװײלטע געהאַט גענוג צו דערצײלן חידושים און נסים־ונפֿלאָות פֿון זײער נסיעה און די נסיונות, װאָס זײ זײַנען אױסגעשטאַנען צוליב די נשׂרפֿים: װיִאַזױ מען איז געפֿאָרן, און װיִאַזױ מען איז געקומען, און װאָס מע האָט געהערט, און װאָס מע האָט געזען, װיִאַזױ עס האָט זיך געגאָסן אױף זײ נדבֿות ― אַ מבול פֿון נדבֿות )פֿריִער איז געװען אַ „רעגן“, איצט איז שױן געװען אַ „מבול“, און װיִאַזױ מע האָט זײ געפֿאַנגען דאָרט, בײַ די הױכע פֿענצטער, און אָפּגעפֿירט אין גוטן „מקום“, צוגענומען בײַ זײ די „קלינגערס“ און אַרײַנגעזעצט אין „חד־גדיא“ אַרײַן… און נאָכדעם ― דער נס, װיִאַזױ דער אײבערשטער האָט באַװיזן, װאָס ער קאָן: מע האָט זײ באַפֿרײַט און אומגעקערט צוריק דאָס גאַנצע געלט ביז דער לעצטער פּרוטה, און נאָך מיט אַ יתר־שׂאת: אַז זײ זײַנען שױן געװען גרײט צו דער נסיעה אַהײם, האָט זײ אָנגעיאָגט אײנער אַ מענטש מיט אַ הױכן קאַפּעליוש און האָט זײ איבערגעגעבן גאָר איבעראַנײַס אַ שײנע מטבע, אַ היפּשע „פּױטיקע“ ― אַ נדבֿה פֿאַר די כּתרילעװקער נשׂרפֿים, טאַקע פֿון אים אַלײן, פֿון דעם, װאָס יענער פּאַרשױן האָט אָנגערופֿן מיטן נאָמען: „דער לײב צװישן די חיות“ ― הײַנט גײט זאָגט, אַז ס'איז נישטאָ קײן גאָט אױף דער װעלט!

יאָ. די כּתרילעװקער דעלעגאַטן האָבן געהאַט װאָס צו דערצײלן, און האָבן נאָך צו דערצײלן און צו דערצײלן. איך מײן, אַז סע װעט קלעקן אױף אַ גאַנצן װינטער, און אפֿשר װעט נאָך בלײַבן אַביסל אױפֿן זומער.

נאָר אײן רב יוזיפֿל האָט נישט דערצײלט גאָרנישט. ער האָט אָנגענומען אַ פֿול מױל מיט װאַסער ― און שאַ: ער האָט זיך פֿון דער נסיעה אומגעקערט זײער מיד און שװאַך און צעבראָכן. נישט אַזױ צעבראָכן אין גוף, װי אין נפֿש, אין דער נשמה… און דערצו איז ער געװען פֿאַרנומען, באַשעפֿטיקט טאַקע מיט זיך אַלײן. ער האָט זיך, פֿאַרשטײט איך מיך, געגרײט צו אַן אַנדער נסיעה, ער האָט זיך געגרײט אין װײַטן װעג אַרײַן ― אין אַ װעג, פֿון װאַנען קײנער איז נאָך ביז הײַנט צוריק נישט געקומען… מײנט נישט, אַז אַ ייִד װי רב יוזיפֿל, ער מעג זיך זײַן אַ רבֿ און אַ זקן און אַריבער שמונים. אײן מענטש אַלײן, אָן אַ קינד, אָן אַ רינד, אָן אַ שום פֿאַרמעגן, ― נאָר קױם האַלט מען בײַ גײן פֿון דער זינדיקער װעלט, איז פֿאַראַן, פֿאַראַן װאָס צו טאָן…

געשריבן אין די יאָרן 1903―1915
דאָס נײַע כּתרילעװקע (באַשרײַבונגען)

הקדמה

אין דער לעצטער צײַט האָבן אָנגעהױבן אַרױסגײן אױף דער װעלט אַלערלײ באַשרײַבונגען פֿון שטעט און פֿון לענדער, וכדומה אַזעלכע נוצלעכע ביכער. האָב איך מיך מישבֿ געװען אַזױ: אומעטום טאַנצן מיר זײ נאָך: בײַ זײ זײַנען פֿאַראַן גאַזעטן ― בײַ אונדז זײַנען פֿאַראַן גאַזעטן; בײַ זײ איז פֿאַראַן „נאָװי־גאָדновый год: נײַ יאָר“; בײַ אונדז איז פֿאַראַן „נאָװיגאָד“; בײַ זײ איז פֿאַראַן „יאָלקעס“, ― בײַ אונדז איז פֿאַראַן „יאָלקעס“… בײַ זײ איז פֿאַראַן אַ בוך „גאַנץ מאָסקװע“, „גאַנץ פּעטערבורג“, „גאַנץ בערלין“, „גאַנץ פּאַריז“, ― פֿאַרװאָס זאָל בײַ אונדז נישט זײַן אַ בוך „גאַנץ כּתרילעװקע“?

ואַני ― און איך „שלום־עליכם, װאָס איך בין אַלײן אַ דאָרטיקער פֿון געבױרן און בין נישט לאַנג געװען דאָרטן צו־גאַסט אױף קבֿר־אָבֿות, האָב איך מיך מישבֿ געװען: מיט װאָס קאָן איך אָפּדאַנקען מײַנע כּתרילעװקער ברידער און שװעסטער פֿאַר זײער גאַסטפֿרײַנדלעכקײט, װען נישט מיט דעם, װאָס איך װעל זײ מאַכן אַ שטיקל נאָמען אױף דער װעלט? דערבײַ האָב איך אין זינען געהאַט, געװײנלעך, מער טובֿת־הכּלל װי מײַן אײגענע טובֿה: לאָזן פֿרעמדע מענטשן װיסן, אַז זײ װעלן קומען קײן כּתרילעװקע, װוּ מען דאַרף זיך אָפּשטעלן, װי אַזױ מע דאַרף פֿאָרן, װוּ מע זאָל עסן אַ גוטן מיטאָג, פֿאַרטרינקען מיט אַ גלעזל װײַן, זיך דורכגײן אַביסל אַמוזירן אין טעאַטער, וכדומה אַזעלכע פֿאַרגעניגנס, װאָס זײַנען דאָרטן פֿאַראַן לרובֿ, װאָרעם ס'איז