קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: אױסגעטרײסלט

שלום עליכם (אַלע װערק)

אױסגעטרײסלט

― שאַט! ― רופֿט זיך אָן אַ ייִד מיט קײַלעכיקע אױגן, װי בײַ אַן אָקס, װאָס איז געזעסן די גאַנצע צײַט אין װינקל בײַם פֿענצטער און האָט גערײכערט און געהערט מעשׂיות פֿון גנבֿות, גזילות, עקספּראָפּריאַציעס. ― אָט װעל איך אײַך דערצײלן אַ שײנס, אױך מיט גנבֿה, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן בײַ אונדז, און דװקא אין בית־המדרש האָט זיך דאָס געטראָפֿן, און נאָך יום־כּיפּור דערצו! איר מעגט דאָס האָרכן.

אונדזער שטעטל כּתרילעװקע, ― איך בין אַלײן אַ כּתרילעװקער ― איז אַ קלײן שטעטל און אַן אָרעמס. קײן גנבֿים איז בײַ אונדז נישטאָ. מע גנבֿעט נישט, ס'איז נישטאָ בײַ װעמען צו גנבֿענען, און ס'איז נישטאָ װאָס צו גנבֿענען, און אָן אַלעמען איז דאָך גלאַט אַ ייִד קײן גנבֿ נישט. דאָס הײסט, אַ ייִד איז אַפֿילו יאָ אַ גנבֿ, נאָר נישט אַזאַ גנבֿ, װאָס זאָל קריכן דורך אַ פֿענצטער, אָדער גײן מיט אַ מעסער צו יענעם קױלען. דרײען, אױסדרײען, אַרײַנדרײען, פֿאַרדרײען און אָפּדרײען יענעם דעם קאָפּ ― דאָס מהיכא־תּיתי; אָבער נישט קריכן יענעם אין קעשענע אַרײַן, מע זאָל אים כאַפּן פֿאַר דער האַנט און מע זאָל אים נאָכדעם באַדאַרפֿן פֿירן מיט אַ געלער לאַטקע אױף דער פּלײצע ― דאָס פּאַסט פֿאַר איװאַן זלאָדי, אָבער נישט פֿאַר קײן ייִדן… שטעלט אײַך פֿאָר, האָט זיך בײַ אונדז אין כּתרילעװקע געטראָפֿן אַ גנבֿה, און נאָך װאָסער אַ גנבֿה ― אַכצן הונדערט קאַרבן אין אײן קלאַפּ!

ויהי היום, טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, עס קומט צו פֿאָרן צו אונדז אין שטאָט אַרײַן אַן אורח, עפּעס אַ ייִד אַ פּאָדראַטשיק פֿון דער ליטע, פּונקט אום ערבֿ יום־כּיפּור פֿאַר מנחה, שטעלט זיך אָפּ, געװײנלעך, אױף אַן אַכסניא, לײגט אָפּ דעם קלומעק און לאָזט זיך גײן גלײַך אין שול אַרײַן און טרעפֿט אין אַלטן בית־המדרש. געקומען אין בית־המדרש צו מנחה, טרעפֿט ער די גבאָים בײַ דער שיסל. ― „שלום־עליכם!“ ― עליכם־שלום“. ― „פֿון װאַנען אַ ייִד?“ ― „פֿון דער ליטע“. ― „מה שמכם?“ ― „װאָס איז אײַער באָבעס דאגה?“ ― „איר זײַט דאָך געקומען אין אַ שול“. ― „װוּהין דען זאָל איך גײן?“ ― „װילט איר מסתּמא בײַ אונדז דאַװנען?“ ― „אַ ברירה האָב איך? װאָס דען זאָל איך טאָן?“ ― „גיט זשע עפּעס אין שיסל אַרײַן. ― „װאָס דען, אומזיסט װעל איך דאַװנען?“.

קיצור־הדבֿר, אונדזער אורח נעמט אַרױס דרײַ זילבערנע קאַרבן און גיט אין דער שיסל אַרײַן, און אַ חוץ דעם ― אינעם חזנס טעלער אַ קאַרב, דעם רבֿ אַ קאַרב, אױף דער תּלמוד תּורה אַ קאַרב, אין צדקה טעלער אַ חצי פֿױגל, אַחוץ װאָס ער האָט צעטײלט די אָרעמע לײַט, װאָס בײַ דער טיר, ― זײ זײַנען פֿאַראַן בײַ אונדז, קײן עין הרע, אַזױ פֿיל, אַז מע זאָל זיך װעלן צולאָזן צו זײ, באַדאַרף מען צעטײלן רױטשילדס פֿאַרמעגן.

דערזען אַזאַ מין אורח, האָט מען דאָך אים מסתּמא אָפּגעטראָטן אַ שטאָט סאַמע אין מיזרח־װאַנט, אַי, װוּ האָט מען גענומען אַ שטאָט, אַז אַלע שטעט זײַנען פֿאַרנומען? איז קײן קשיא נישט, למאַי װוּ נעמט זיך אַן אָרט, אַז סע מאַכט זיך אַ שׂימחה, אַ חתונה, אָדער אַ ברית, אַלע זיצן שױן אַרום טיש, פּלוצעם װערט אַ גערודער, ― װאָס איז? דער נגיד איז געקומען! קװעטשט מען זיך אַזױ לאַנג, ביז מע מאַכט אַן אָרט פֿונעם נגידס װעגן. קװעטשן זיך איז אַ ייִדישע זאַך; אַז קײנער קװעטשט זײ נישט, קװעטשן זײ זיך אַלײן…

דער ייִד מיט די קײַלעכיקע אױגן שטעלט זיך אָפּ, באַטראַכט דעם עולם, װאָס פֿאַר אַן אײַנדרוק עס האָט געמאַכט אױף אונדז זײַן װיץ, און דערצײלט װײַטער.

― קיצור־הדבֿר אונדזער אורח האָט זיך באַזעצט אױבן־אָן און האָט געבעטן בײַם שמשׂ אַ שטענדער. אָנגעבױגן זיך איבערן שטענדער, האָט זיך אונדזער אורח צו כּל־נדרי אָנגעטאָן אין טלית און אין קיטל און האָט זיך אַװעקגעשטעלט דאַװנען, האָט ער געדאַװנט און געדאַװנט. די גאַנצע צײַט געשטאַנען אױף די פֿיס, זיך נישט צוגעזעצט.― פֿון צולײגן זיך שמועסט מען נישט! ― ער איז נישט אָפּגעטראָטן פֿונעם שטענדער אױף קײן מינוט, דער ליטװאַק, סײַדן דעמאָלט, װען מע האָט באַדאַרפֿט זיך שטעלן שמונה־עשׂרה אָדער פֿאַרן כּורעים… אָפּפֿאַסטן אַזאַ טאָג און אױסשטײן אױף די פֿיס, זיך נישט צוגעזעצט אַפֿילו ― דאָס קאָן נאָר אַ ליטװאַק!… ערשט נאָכן לעצטן בלאָז, אַז ס'איז געקומען צום װאָכעדיקן מעריבֿ און חײם־חנא דער מלמד (דער מעריבֿ קומט חײם־חנא דעם מלמד פֿון קדמונים) האָט זיך אָנגעהױבן ציקלען: „המערי־י־י־בֿ ערבֿים!“ ― פּלוצעם הערט זיך אַ געשרײ: „גװאַלד! גװאַלד! גװאַלד!“… מע טוט אַ קוק ― דער אורח ליגט אױף דער ערד און חלשט. מע גיסט אים אָפּ מיט װאַסער, מע מינטערט אים אָפּ ― ער חלשט װײַטער. װאָס איז די מעשׂה? אַ שײנע מעשׂה. ער האָט געהאַט מיט זיך, דער ליטװאַק הײסט דאָס, אַכצן הונדערט קאַרבן, האָט ער מורא געהאַט, זאָגט ער, זײ איבערצולאָזן אױף דער אַכסניא ― אַ װערטעלע אױסצורײדן אַכצן הונדערט קאַרבן! װעמען פֿאַרטרױט מען אַזאַ מטמון מיט געלט אין אַ פֿרעמדער שטאָט? האַלטן זײ בײַ זיך אין קעשענע אום יום־כּיפּור איז עפּעס אױך נישט קײן פּלאַן. האָט ער זיך מישבֿ געװען, זאָגט ער, און האָט זײ אַרײַנגערוקט שטילערהײט אין שטענדער אַרײַן ― אַ ליטװאַק קאָן! אַצינד פֿאַרשטײט איר שױן, פֿאַרװאָס ער איז נישט אָפּגעטראָטן פֿונעם שטענדער אױף קײן מינוט?… נאָר בשעת שמונה־עשׂרה שטײן אָדער בעת כּורעים פֿאַלן האָט, אַ פּנים, דאָס געלט עמעצער אַרױסגעלקחנט.

קיצור־הדבֿר, ער גװאַלדעװעט, ער װײנט, ער לײגט־אײַן די װעלט: װאָס װעט ער איצטער טאָן אָן געלט? ס'איז, זאָגט ער, פֿרעמד געלט, ס'איז נישט זײַנס, ער איז נאָר אַ משולח פֿון אַ קאַנטאָר, אַ ייִד אַן אָרעמאַן, זאָגט ער, און אַ מטופּל מיט קינדער, ― עס קומט דאָך אים איצטער, זאָגט ער, נאָר נעמען און אַרײַנװאַרפֿן זיך אין װאַסער אַרײַן, אָדער אױפֿהענגען זיך, זאָגט ער, אָט דאָ אין שול פֿאַר אַלעמען אין די אױגן!…

דערהערט אַזעלכע דיבורים איז דער גאַנצער עולם געבליבן שטײן װי געלײמט, גאָר פֿאַרגעסן, אַז ס'איז נאָך אַ תּענית און מע באַדאַרף גײן אַהײם גיכער זיך אָפּפֿאַסטן. ס'איז אונדז געװען אַ בזיון פֿאַרן אורח, אַ חרפּה און אַ בושה פֿאַר זיך אַלײן: אַזאַ גנבֿה, אַכצן הונדערט קאַרבן! און װוּ? אין בית־המדרש, אינעם אַלטן כּתרילעװקער בית־המדרש! און װען? יום־כּיפּור! אַזאַ מעשׂה איז נישט געהערט געװאָרן אין דער װעלט!

― שמשׂ! פֿאַרשליס די טיר! ― אַזױ האָט געגעבן אַ באַפֿעל אונדזער רבֿ. מיר האָבן אונדזער אײגנס אַ רבֿ, הײסט ער רב יוזיפֿל, אַן אמתער אַן ערלעכער ייִד אַ כּשרער, אַפֿילו נישט אַזאַ איבערגעשפּיצטער, נאָר אַ מזג־טובֿ, אַ מענטש אָן אַ גאַל. ער האָט אין זיך אַמאָל אַזעלכע אײַנפֿאַלן װאָס איר װעט דערױף קײנמאָל נישט פֿאַלן, איר זאָלט זײַן מיט אַכצן קעפּ! פֿאַרשלאָסן די טיר פֿונעם בית־המדרש, רופֿט זיך אָן רב יוזיפֿל דער רבֿ צום גאַנצן עולם, און אַלײן איז ער בלאַס װי די װאַנט, די הענט ציטערן אים און די אױגן ברענען:

― שמעו נאָ, רבותים, הערט צו ייִדן ס'איז אַ מיאוסע מעשׂה! אַזאַ מעשׂה איז נאָך נישט געהערט געװאָרן זינט די װעלט שטײט, אַז בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, זאָל זיך געפֿינען אַזאַ בעל־עבֿירהניק אַזאַ פּושע־ישׂראל, װאָס זאָל האָבן אַ פּאָטעפֿאַלנאָסט צונעמען בײַ אַ פֿרעמדן מענטשן, נעבעך אַ טאַטע פֿון קינדער, אַזאַ אוצר מיט געלט, און װען? אין אַזאַ הײליקן טאָג, װי יום־כּיפּור, און אפֿשר נאָך צו נעילה, ― אַזאַ מעשׂה איז דאָך נישט געהערט געװאָרן זינט די װעלט שטײט! סע גלײבט זיך מיר גאָרנישט, אַז ס'קאָן געמאָלט זײַן אַזאַ זאַך, סע קאָן נישט זײַן בשום ענין ואופֿן! און אפֿשר, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, ייִדן זײַנען נעבעך זשעדנע אַ קערבל, ובפֿרט נאָך אַזאַ אַן אוצר, אַכצן הונדערט קאַרבן, דער יצר־הרע רחמנא ליצלן איז גענוג גרױס, טאָמער איז עמעצער פֿון אונדז געשטרױכלט געװאָרן, באַשערט געװען עמעצן נעבעך אַן אומגליק, טאָן אַזאַ אַן עבֿירה אין אַזאַ טאָג, באַדאַרפֿן מיר זען די זאַך חוקר־ודורש זײַן, דערגרונטעװען זיך ביזן שורש. הימל און ערד האָבן געשװאָרן, אַז דער אמת מוז אַרױף װי בױמל אױפֿן װאַסער. על־כּן, זאָגט ער, באַדאַרפֿן מיר זיך באַזוכן אײנס דאָס אַנדערע, באַזוכן, באַטאַפּן, טרײסלען אַלע קעשענעס, פֿונעם ערשטן בעל־הבית, זאָגט ער, ביזן שמשׂ, נישט דורכלאָזן קײנעם נישט. נאַט, ייִדן, טרײסלט מיך!

אַזױ האָט זיך אָפּגעזאָגט אונדזער רבֿ, רב יוזיפֿל, און האָט זיך דער ערשטער צעגאַרטלט די קאַפּאָטע און איבערגעקערט אַלע קעשענעס אױף דער לינקער זײַט. און, אױף אים קוקנדיק, האָבן אַלע בעלי־בתּים זיך צעגאַרטלט און אױסגעקערט די קעשענעס, און מען האָט גענומען באַזוכן און באַטאַפּן און טרײסלען אײנס דאָס אַנדערע, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז ס'איז געקומען צו לײזער־יאָסלען. איז ער געװאָרן אַלערלײ געשטאַלטן און האָט אָנגעהױבן טענהן, ערשטנס, אַז דער אורח איז אַ שװינדלער. ס'איז אַ מאַניפֿאָרגע פֿון אַ ליטװאַק, מע האָט בײַ אים קײנער קײן געלט נישט געגנבֿעט, שקר־וכּזבֿ ― איר זעט נישט, אַז ס'איז אַ געמאַכטע זאַך?…

האָט דער עולם אָנגעהױבן ליאַרעמען נאָך שטאַרקער: סטײַטש, בעלי־בתּים האָבן זיך געלאָזט באַזוכן, פֿאַרװאָס זאָל מען לײזער־יאָסלען אױסמײַדן? נישטאָ קײן מיוחסים! „באַזוכן! באַזוכן!“ ― האָט געשריגן דער גאַנצער עולם.

לײזער־יאָסל האָט דערזען, אַז ס'איז שלעכט, האָט ער אָנגעהױבן בעטן זיך רחמים, מיט טרערן אױף די אױגן, מע זאָל אים נישט באַזוכן. ער האָט זיך געשװאָרן מיט כּל השבֿועות, ער זאָל אַזױ רײן זײַן פֿון שלעכטס, װי ער איז רײן פֿון דער גנבֿה. נאָר װאָס דען? ס'איז אים אַ בזיון, זאָגט ער, ער בעט, מע זאָל רחמנות האָבן אױף זײַנע יונגע יאָרן און מע זאָל אים נישט אָנטאָן דעם בזיון, מע זאָל אים נישט באַזוכן. „טוט מיר, זאָגט ער, װאָס איר װילט, נאָר טרײסלען זאָלט איר מיך נישט!“ װי געפֿעלט אײַך אַזאַ ימח־שמוניק? װי מײנט איר, אַ שטײגער, מע האָט אים עפּעס געהערט? געלײגט כּבֿוד?…

נאָר שאַט! איך האָב אײַך גאָר פֿאַרגעסן דערצײלן, װער איז דער לײזער־יאָסל. דער דאָזיקער לײזער־יאָסל איז אַלײן נישט קײן כּתרילעװקער, ער איז גאָר אַלײן פֿון אַלדי שװאַרצע יאָר, נאָר ער שטײט אײַן בײַ אונדז אין כּתרילעװקע פֿאַר אַן אײדעם. דאָס האָט אים אונדזער נגיד אױסגעקראַצט פֿון ערגעץ, זיך באַרימט, אַז ער האָט דערטאַפּט אַן אבֿן־טובֿ, געהאַנדלט אַ מציאה פֿאַר זײַן טאָכטער, טױזנט בלאַט גמרא אױף אױסנװײניק, און אַ בעל־תּנ″ך, און אַ בעל־לשון־קודש, און אַ בעל־חשבון, תּשבורת מיט אַלגעברע, און אַ כּתבֿא־רבא, הכּלל מיט אַלע זיבעצן מעלות! געבראַכט צו פֿירן די צאַצקע, איז מען געגאַנגען קוקן אױף חידושים: װאָס האָט דאָ דער נגיד אײַנגעהאַנדלט פֿאַר אַ מציאה. מילא, אַזױ אַ קוק טאָן אױף אים, איז גאָרנישט, אַ יונגערמאַן אַ זכר, נישט קײן מיאוסער יונגערמאַן, נאָר די נאָז אַביסל צו אַ לאַנגלעכע, אױגן ברענענדיקע, װי צװײ קױל פֿײַער, און אַ מױל ― פּעך און שװעבל! מע האָט זיך גענומען מיט אים פֿאַרהערן אַ בלאַט גמרא, אַ קאַפּיטל פּסוק, אַ שטיקל רמב″ם, דאָס, יענץ ― אש־להבֿה! ער איז קלאָר, דער הונט, אומעטום, װי אַ גױ אין אַשרי, װוּ מע טוט אים אַ כאַפּ, איז ער אין דער הײם! רב יוזיפֿל אַלײן האָט אױף אים געזאָגט, אַז ער מעג זײַן אַ רבֿ בכל־תּפֿוצות־ישׂראל… און פֿון די אַלע הײַנטיקע זאַכן שמועסט מען נישט. איר קאָנט פֿאַרשטײן, בײַ אונדז איז פֿאַראַן אײנער אַ גאַנצער חקרן, זײדל רב שעיהס, אַ רעכטער משוגענער, איז ער אַ הונט אַקעגן לײזער־יאָסלען! הײַנט זײַן שפּילן אין שאָך פֿאַרמאָגט נישט די גאַנצע װעלט! אַז מע שמועסט אַ געראָטענער!

אַװדאי האָט די שטאָט מקנא געװען אונדזער נגיד אױף אַזאַ תּכשיט, כאָטש אַפֿילו דער עולם האָט געשמועסט, אַז דער תּכשיט איז געכאַפּט אױף דער מעשׂה. דהײַנו? ס'איז נישט געפֿעלן דעם עולם, װאָס ער איז צו קלוג (װאָס צו ― איז איבעריק) און איז צו פֿיל אַן ענװ בײַ זיך, אַ גוטער ברודער מיט איטלעכן באַזונדער, זאַפּאַני־בראַטאַзапанибрата: גוטער־פֿרײַנד מיטן קלענסטן פֿונעם קלענסטן, עס מעג זײַן אַ בחור, עס מעג זײַן אַ מײדל, עס מעג זײן אַן אשת־איש… הײַנט איז נישט געפֿעלן דאָס אַרומגײן זײַנס ― פֿאַרטראַכט, קומט אין שול אַרײַן שפּעטער פֿון אַלעמען, טוט אָן דעם טלית און קוקט אין „באר מים חײם“, אָדער אין „אבֿן עזרא“ אַרײַן, די יאַרמלקע פֿון יענער זײַט, און דאַװנען נישט אַ לעק! מע זאָל עפּעס זען אױף אים שלעכטס האָט מען נישט געזען גאָרנישט, נאָר געמורמלט האָט מען, אַז קײן גרױסער ירא־שמים איז ער נישט ― אַ מענטש מיט אַלע מעלות קאָן נישט זײַן!

כּך־הװה. אַז ס'איז געקומען צו לײזער־יאָסלען און מע האָט זיך גענומען צום בחור, װאָס איז די מעשׂה, װאָס ער לאָזט זיך נישט באַזוכן ― דאָס איז דאָך שױן אַ סימן, אַז דאָס געלט איז בײַ אים! מאַכט ער: לאָז מען אים געבן אַ שבֿועה דאורײתא, לאָז מען אים שנײַדן, בראָקן, בראָטן, ברענען, אַבי נישט טרײסלען די קעשענעס! דאָ איז שױן אונדזער רבֿ רב יוזיפֿל, כאָטש ער איז אַ מענטש אָן אַ גאַל, אױך אַרױס פֿון די כּלים און האָט זיך צעשריגן אױף אים:

― דו אַזעלכער און אַזעלכער! ביסט דאָך װערט, מע זאָל דיך װײס איך װאָס! ס'טײַטש, דו זעסט, סע צאַפּט זיך ייִדן בלוט, אַלע זײַנען מוחל אױפֿן בזיון און לאָזן זיך באַזוכן, װילסטו זײַן אַ יוצא מן הכּלל?! ממה־נפֿשך, אָדער זײַ זיך מודה און גיב אָפּ דאָס געלט, אָדער װײַז די קעשענע! דו שפּילסט זיך מיט, קײן עין־הרע, אַן עדה ייִדן? מע װעט דאָך דיר דאָ איך װײס אַלײן נישט װאָס!

קיצור־הדבֿר, דער עולם האָט אים גענומען, דעם שײנעם בחור, מע האָט אים אַנידערגעלײגט מיט גװאַלד און מע האָט אים גענומען באַזוכן און באַטאַפּן, טרײסלען אַלע קעשענעס, און מע האָט בײַ אים אױסגעטרײסלט… אַנו, טרעפֿט װאָס? אָפּגעגריזשעטע בײנער פֿון אַ פֿערטל עוף און אַ פּאָר טוץ נאָך גאָר פֿרישע קערלעך פֿון נאָר װאָס אױפֿגעגעסענע פֿלױמען! איר פֿאַרשטײט, װאָס פֿאַר אַ חן דאָס האָט געהאַט, אַז מע האָט אױסגעטרײסלט בײַ אונדזער תּכשיט דעם דאָזיקן אוצר?… איר פֿאַרשטײט, װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט געהאַט, און דער שװער זײַנער, דער נגיד, און דער רבֿ נעבעך?… אונדזער רב יוזיפֿל האָט זיך פֿאַר בזיון אָפּגעקערט אין אַ זײַט, נישט געקאָנט קוקן גלײַך אין די אױגן אַרײַן. און אַז דער עולם איז נאָכדעם געגאַנגען פֿון בית־המדרש אַהײם אָפּפֿאַסטן זיך, האָט מען נישט אױפֿגעהערט צו דערצײלן פֿונעם אוצר, װאָס מע האָט אױסגעטרײסלט בײַם תּכשיט און מע האָט זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער! נאָר אײן רב יוזיפֿל איז געגאַנגען אײנער אַלײן, אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, פֿאַרזאָרגט און פֿאַרצאָרנט, נישט געקאָנט קוקן קײנעם אין די אױגן אַרײַן, גלײַך װי מע װאָלט דאָס אױסגעטרײסלט בײַ אים אַלײן…

דער ייִד האָט, װײַזט אױס געענדיקט זײַן געשיכטע, װאָרעם ער האָט זיך גענומען צוריק צום רײכערן.

― נו, און דאָס געלט? ― האָבן מיר אים אַ פֿרעג געגעבן אַלע אין אײן קול.

― װאָסער געלט? ― מאַכט צו אונדז דער ייִד תּמעװאַטע און בלאָזט דעם רױך.

― װאָס הײסט װאָסער געלט? די אַכצן הונדערט…

― אַ־אַ־אַ? ― ציט ער אױס. ― די אַכצן הונדערט? פֿאַרפֿאַלן.

― פֿאַרפֿאַלן?

― פֿאַר־פֿאַ־לן!!!

געשריבן אין יאָר 1902.
די גאָלדשפּינערס

אַ קורצער אַרײַנפֿאָר

די „גאָלדשפּינערס“ ― פֿרעגט זײ עפּעס גרינגערס, װי אַזױ שפּינט מען דאָס גאָלד? דאָס האָט מען זײ נאָר אַזאַ נאָמען געגעבן אין כּתרילעװקע מחמת קינאה; מען אין זײ מקנא, פֿאַרשטײט איר מיך, װאָס זײ זײַנען גרױסע פֿאַרדינער. דאָס הײסט, קבצנים זײַנען זײ, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, גלײַך מיט אַלע כּתרילעװקער אָרעמע־לײַט, נאָר אַז עס קומט פּורים, פֿאַרדינען זײ שטיקער גאָלד. דער אײבערשטער האָט זײ געבענטשט אַלע פֿון זײַן ברײטער האַנט, יעדן מיט אַ באַזונדער טאַלאַנט, און מענטשן מיט טאַלאַנט איז די װעלט מקנא. דאָס איז שױן אַזױ אַלט, װי די װעלט איז אַלט. מיר װילן זיך דעריבער גאָרנישט אָפּשטעלן אַפֿילו אױף אַ מינוט און גײען אַריבער גלײַך צו אונדזערע באַשרײַבונגען.

א. דער קאָפּ פֿון די גאָלדשפּינערס : נפֿתּלי מיט די פֿיס

נפֿתּלי מיט די פֿיס איז אַ ייִד מיט סכּנות־לאַנגע פֿיס, װאָס הײבן זיך אָן בײַ אים כּמעט פֿון דעם האַלדז. קײן מענטש איז נישט אימשטאַנד מיט נפֿתּלין צו גײן און נישט בלײַבן פֿון הינטן; נישט מחמת דער גאַנג איז בײַ אים אַזאַ גיכער, נאָר װײַל דער שפּאַן איז אַ ברײטער. אָט, דאַכט זיך, זעט איר אים אױף דער זײַט גאַס. איר טוט זיך אַ ריר ― אַהאַ, ער איז שױן אױף יענער זײַט. די דאָזיקע פֿיס ― דאָס איז נפֿתּליס