קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: די גרױסע בהלה פֿון די קלײנע מענטשעלעך

שלום עליכם (אַלע װערק)

די גרױסע בהלה פֿון די קלײנע מענטשעלעך (אַ פּאָעמע)

א. װוּ דער מחבר שמועסט זיך אױס אַ ביסל מיט זײַנע ייִדן

אַ פּנים, אַז כּתרילעװקע איז שױן אָנגעצײכנט געװאָרן מן־השמים, אַז די דאָרטיקע ייִדן באַדאַרפֿן האָבן מער צרות פֿון דער גאַנצער װעלט. װוּ ערגעץ אַ מכּה, װוּ ערגעץ אַ שלאַק, אַ פּורעניות, אַן אומגליק, אַן אָנשיקעניש, אַ בײז באַגעגעניש, ― באַדאַרף עס זײ ניט אױספֿעלן, און פֿון איטלעכער זאַך באַדאַרפֿן זײ זיך נעמען צום האַרצן מער פֿון דער גאַנצער װעלט. מילא, פֿון דרײפֿוסן, אױב איר געדענקט, איז קײן חידוש ניט װאָס כּתרילעװקע האָט אַזױ געליטן: פֿאָרט אַן אונדזעריקער, אַן אײגענער; אײגנס איז, װי זאָגט איר, ניט קײן פֿרעמדס. װאָס־זשע פֿאַר אַ תּירוץ װעט איר מיר אױסזוכן אױף די בורןBoere, װאָס די ענגלענדער האָבן זײ אַרײַנגענומען און געמאַכט פֿון זײ אַ תּל? קאַרג האָט זיך געטאָן דעמאָלט אין כּתרילעװקע? װײ־װײ, קאַרג איז דעמאָלט בלוט פֿאַרגאָסן געװאָרן אינעם אַלטן כּתרילעװקער בית־המדרש איבער דעם? שאַט, שרעקט זיך ניט, איר מײנט טאַקע בלוט ממש? חס־וחלילה! די כּתרילעװקער זײַנען װײַט פֿון בלוט: אַ כּתרילעװקער, אַז ער דערזעט פֿון דער װײַטן אַ שניט פֿון אַ פֿינגער, פֿאַלט ער חלשות. מײנען מײנט מען גאָר עפּעס אַנדערש; מײנען מײנט מען יסורים, האַרצװײטיק, בזיונות. און איבער װאָס, מײנט איר? נאָר איבער דעם, װאָס מענטשן קאָנען זיך ניט אױסגלײַכן מיט די דעות; זאָגט דער אַזױ, זאָגט דער: טאָמער פֿאַרקערט? האַלט דער מיט די בורן און נעמט זיך אָן זײער קריװדע: סטײַטש, װאָס האָט מען נעבעך צו אַן אָרעם פֿאָלק, װאָס טשעפּעט קײנעם ניט, װאָס װיל זיך זיצן שטיל און רויִק אַרבעטן די ערד? קומט דער אַנדערער און װערט אַ שתּדלן פֿאַרן ענגלענדער, באַװײַזט־אױס מיט ראַיות, אַז די ענגלענדער זײַנען די ערשטע געבילדעטע לײַט אױף דער װעלט. „ממזר! װאָס מיר געבילדעטע, אַז מע בראָקט מענטשן, אַזױ װי קרױט!“ ― „װער איז אײַך שולדיק, אַז איר זײַט אַ בהמה?“ ― „אַ בהמה זײַט איר גאָר אַלײן בצורת פֿערד!“… בקיצור ― פּעטש, עדות, פּאַפּירן, מיראָװאָי, אַלדי חלשות! דאַכט זיך, אין פֿלוג, װאָס קער זיך אָן מיט אײַך, קבצנים, דלפֿנים, עניים־ואבֿיונים, דלותים, שלעפּערס, אַ לאַנד, װאָס ליגט ערגעץ פֿאַרשטעקט אין אַלדי שװאַרצע יאָר, אין אַפֿריקע? צי אַ שטײגער, אײַך דאַרף טאַקע דאַרן דער קאָפּ פֿאַר סערביע, װאָס עטלעכע אָפֿיצירן האָבן זיך מישבֿ געװען און האָבן אײנמאָל אין מיטן בײַנאַכט זיך אױפֿגעכאַפּט, אָנגעפֿאַלן און געהרגעט דעם קיסר אַלכּסנדרАлександар Обреновић 1876-1903 און די קײסערינע דראַגעДрагиња "Драга" Обреновић: 1867-1903 און אַרױסגעװאָרפֿן זײ דורכן פֿענצטער אין דרױסן אַרױס? סטײַטש, זאָגט איר, אָנפֿאַלן אױף יענעם בשעת ער שלאָפֿט און מאַכן אים די קץ, דאָס פּאַסט, זאָגט איר, פֿאַר פּראָים, װילדע מענטשנפֿרעסער, דאָרטן ערגעץ, אין די מידבריות? איך פֿרעג אײַך אָבער אַן אַנדער זאַך: װאָס גײט דאָס אײַך אָן מער פֿון אַלעמען? איר האָט שױן טאַקע קײן שום דאגות נישט? חתונה געמאַכט און פֿאַרזאָרגט אַלע קינדער ― און אַן עק? איך פֿרעג אײַך, למאַי זאָלט איר האָבן אַ טבֿע אַרײַנשטעקן אומעטום די נאָז אײַערע? גלײבט מיר, די װעלט װעט זיך באַגײן אָן אײַך, און איטלעכער װעט זיך מסתּמא באַשטײן זײַן שטעטל!…

דער מחבר בעט דעם לעזער, ער זאָל קײן פֿאַראיבל נישט האָבן, װאָס ער רעדט אַזעלכע האַרבע װערטער מיט זײַנע כּתרילעװקער לײַט! איך בין פֿאַרשטײסטו מיך, ליבער פֿרײַנט, אַלײן אַ כּתרילעװקער. דאָרט בין איך געבאָרן, דאָרט בין איך אױפֿגעװאַקסן, דורכגעגאַנגען אַלע זײערע חדרים און שקאָלעס, דאָרט האָב איך חתונה געהאַט למזל און זיך אַװעקגעלאָזט נאָכדעם מיט מײַן קלײן שיפֿל אױף דעם גרױסן ברײטן רעשדיקן ים, װאָס מע רופֿט אים „לעבן“ און װאָס די כװאַליעס זײַנע װאַרפֿן העכער הײַזער, און כאָטש מען איז שטענדיק אינעם דאָזיקן טומל פֿאַרטאַרעראַמט און פֿאַרטראַסקעט, פֿונדעסטװעגן האָב איך נאָך אױף קײן מינוט נישט פֿאַרגעסן מײַן זיסע ליבע הײם כּתרילעװקע זאָל מאַריך־ימים זײַן, מיט מײַנע ליבע זיסע ברידער, די כּתרילעװקער ייִדן, זאָלן זיך פֿרוכפּערן און מערן; און אַלע מאָל, װען עס טרעפֿט זיך דאָ בײַ אונדז עפּעס אַן אױסגאָס, אַ צרה, אַ בראָך, אַן אומגליק, טראַכט איך מיר בשעת־מעשׂה: װאָס טוט זיך אַצינד דאָרטן, איך מײַן פֿאָטערלאַנד?… כּתרילעװקע, דאַרפֿט איר װיסן, װי קלײן און אָרעם און עלנט און פֿאַרװאָרפֿן דאָס זאָל נישט זײַן, איז דאָך געבונדן מיט דער גאַנצער איבעריקער װעלט, װי מיט אַ מין דראָט אַזעלכן, װאָס אַז מע גיט אַ קלאַפּ אין אײן עק, גיט זיך עס אָפּ באַלד אינעם אַנדערן עק! אָדער איך קאָן זאָגן אַזױ: כּתרילעװקע איז געגליכן צום קלײנעם קינד אין דער מאַמעס בױך, װאָס איז געבונדן, צונױפֿגעװאַקסן מיט דער מוטער דורכן נאָפּל און פֿילט אַלצדינג גלײַך מיט דער מוטער: טוט װײ דער מאַמען ― טוט װײ דעם קינד; טוט װײ דעם קינד ― טוט װײ דער מאַמען. אַ חידוש איז מיר נאָר אױף אײן זאַך: פֿאַרװאָס פֿילט כּתרילעװקע אַלעמענס צרות מיט אַלעמענס װײטיקן פֿון דער גאַנצער װעלט, און קײנער, קײנער פֿילט נישט דעם װײטיק פֿון כּתרילעװקע; קײנער, קײנער אינטערעסירט זיך נישט מיט די כּתרילעװקער? דאָס כּתרילעװקע איז עפּעס אַ מין שטיפֿקינד בײַ דער װעלט, װאָס בײַ אַן אומגליק חלילה, בײַ אַ חולה־מסוכּן אין שטוב דערפֿילט עס פֿריִער פֿון אַלעמען, װערט אױסגעריסן מער פֿון אַלעמען, טאַנצט־אַרום, שלאָפֿט נישט קײן נעכט, קריכט אין דער ערד אַרײַן, שׂונאי־ציון! און זאָל דאָס שטיפֿקינד פֿאַלן פֿון די פֿיס און אַלײן קראַנק װערן, מעג זיך עס ליגן, נישקשה, אַלײן ערגעץ אין דער קרענק, אין אַ װינקעלע, גליִען װי אַן אױװן, אױסגײן פֿון הונגער, חלשן אַ טרונק װאַסער ― קײנער, זײַט זיכער, װעט זיך אױף דעם נישט אַרומקוקן…

ב. אַ קלײן בריװל און אַ גרױסער רעש

נאָך אַזאַ מין הקדמה װעט שױן איטלעכער גרינג פֿאַרשטײן און זיך קאָנען פֿאָרשטעלן, װאָס פֿאַר אַ קאָכעניש ס'איז געװען אין כּתרילעװקע דעמאָלט, נאָך דער שײנער חתונה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן דעם גוטן פּסח, נישט הײַנט געדאַכט… נאָך אײדער ס'איז אָנגעקומען צו זײדלען דאָס „בלאַט“ און מע האָט נאָך נישט געװוּסט פֿון גאָרנישט, האָט אײנער אַ שוחט באַקומען פֿון זײַנעם אַן אײדעם אַ בריװל, װאָס מיר גיבן דאָס איבער װאָרט אין װאָרט, מיט דעם לשון, װי ס'איז געשריבן געװאָרן, איבערגעזעצט אױף פּראָסט זשאַרגאָן, בכדי אַלע זאָלן דאָס פֿאַרשטײן.

„לכּבֿוד צו מײַן געליבטן טײַערן שװער דעם באַרימטן חכם, װאָס זײַן נאָמען לאָזט זיך רעדן אין אַלע עקן פֿון דער װעלט, און צו מײַן געליבטער טײַערער שװיגער די ערלעכע און די קלוגע און די פֿרומע, װי די שטערן זאָלן זײערע נעמען טון שײַנען ביזן עק װעלט אַרײַן, פֿריד זאָל זײַן צו זײ און פֿריד צו זײער הױזגעזינט און צו אַלע ישׂראל, אָמן.

„מיט ציטערדיקע הענט און מיט געשטרױכלטע קני טו איך צו אײַך שרײַבן די דאָזיקע װערטער. הנה זײַט װיסן, אַז די פּאָגאָדע האָט זיך בײַ אונדז שטאַרק געביטן, אַ האַנט פֿון אַ מענטשן און אַ בלײַענע פֿעדער איז גאָר נישט אימשטאַנד דאָס צו באַשרײַבן… רק מיר זײַנען אַלע, ברוך־השם, געזונט און שטאַרק, איך און זוגתי מרת דבֿורהל זאָל לעבן און אַלע קינדערלעך זאָלן געזונט זײַן, יאָסעלע און פֿײגעלע און עזריאליקל און חנהלע און גנענדל, אַ חוץ נאָר, װאָס מען איז אָנגעשראָקן זײער שטאַרק פֿונעם האָגל און פֿונעם שטורעמװינט, װאָס דאָ איז געװען, נאָר דאַנקען גאָט, ס'איז אַלץ איבערגעגאַנגען און מע האָט שױן קײן מורא נישט מער פֿאַר קײנעם, װי אַלע מענטשן, און מיר בעטן אײַך, איך און זוגתי דבֿורהל, איר זאָלט חלילה גאָרנישט איבערטראַכטן, מיר אַלע און קינדערלעך יאָסעלע און פֿײגעלע און עזריאליקל און חנהלע און גנענדל זײַנען ברוך־השם אַלע געזונט, און איר זאָלט אונדז למען־השם באַלד אױסשרײַבן אַלצדינג, װאָס הערט זיך בײַ אײַך, װי אַזױ איז בײַ אײַך די פּאָגאָדע, און צי איר זײַט געזונט, און למען־השם פֿון אַלצדינג באַריכות!“

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

שױן לאַנג האָבן קלוגע מענטשן באַמערקט אין זײערע באַשרײַבונגען, אַז אַזעלכע בריות אױף צו לײענען צװישן די שורות, װי ייִדן, געפֿינט איר נישט אױף דער גאַנצער װעלט. באַװײַזט זײ אַ פֿינגער ― װעלן זײ אײַך טרעפֿן װאָס איר מײנט. זאָגט זײ אַ װאָרט ― װעלן זײ אײַך באַלד זאָגן אַנדערע צװײ. נישטאָ פֿאַר זײ קײן פֿאַרשטעלטע שװערע זאַך, נישטאָ פֿאַר זײ קײן פֿאַרבאָרגענע רעטענישן.

דעם שוחטס אײדעמס בריװל איז געגאַנגען מיד־ליד, און דעם שוחטס אײדעם אַלײן איז נישט אַרױס בײַ זײ פֿון מױל אױף קײן מינוט, און אַלע האָבן דערצײלט אײנס דאָס אַנדערע שרעקלעכע מעשׂיות מיט אַלע פּיטשעװקעס, גלײַך װי זײ זײַנען אַלײן געװען דערבײַ, און אַ שװאַרצער שאָטן, אַ ביטערע מרה־שחורה האָט זיך אױסגעצױגן איבער זײערע פּנימער: צוגענומען געװאָרן בײַ זײ מיטאַמאָל די פֿרײלעכקײט אױף שטענדיק. אײן שטיקל נחמה, אײן שטיקל האָפֿענונג איז געװען בײַ זײ: טאָמער איז דאָס אַ דמיון, אַ ליגן ― אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, דעם שוחטס אײדעם, אַ יונגערמאַן אַ משׂכּיל און אַ שײנער שרײַבער אַ בעל־לשון־קודש, אפֿשר צוליב דער שײנער מליצה איז ער פֿאַרקראָכן דער רוח װײס װוּהין? װײס איך ― פּיזמונות, סע קאָן נישט זײַן! און בכדי צו שטאַרקן אײנער דעם אַנדערן און צעטרײַבן די מרה־שחורה, האָט מען גענומען דערצײלן שײנע מעשׂיות פֿון די הײַנטיקע יונגעלײַט די משׂכּילים מיט זײער מליצה־שרײַבן, װאָס אַן אַנדערש מאָל האָט מען זיך באַדאַרפֿט האַלטן בײַ די זײַטן לאַכנדיק. דער חסרון איז אָבער געװען, װאָס אַצינד האָט קײנער נישט געלאַכט. עס האָט זײ נישט גענומען קײנעם קײן געלעכטער. עפּעס אַ משונה־מאָדנער אומעט האָט זיך אױסגעגאָסן אױף אַלעמען, און דאָס האַרץ האָט איטלעכן געזאָגט, אַז דאָרט האָט באַדאַרפֿט פֿאָרקומען עפּעס זײער אַ מיאוסע מעשׂה, און דער עולם איז אַװעק צו זײדלען.

זײדל, אונדזער אַלטער באַקאַנטער זײדל, דער אײנציקער װאָס שרײַבט אױס דעם בלאַט, איז נאָר־װאָס געקומען פֿון דער פּאָסט אַ צעקאָכטער, אַ צעטראָגענער, דאָס פּנים פֿינצטער װי די ערד און װי אָנגעברוגזט אױף דער גאַנצער װעלט. און מע האָט זיך דערװוּסט, אַז די מעשׂה איז טאַקע אַן אמת.

„אַ גליק, װאָס כאָטש דאָ אין כּתרילעװקע קאָן אַזאַ חתונה נישט פֿאָרקומען, װאָס דאָ קאָן אַזאַ אומגליק נישט געשען!“

אַזױ האָבן זײ זיך געטרײסט אײנס דאָס אַנדערע, נאָר אין האַרצן האָבן זײ זיך געטראַכט: אַ קשיא אױף אַ מעשׂה ― בײַ גרױסע װינטן קאָן פֿון אײן פֿונק װערן אַ שׂרפֿה, זיך אױסלאָזן מיט אַ העליש פֿײַער. און די כּתרילעװקער ייִדן האָבן זיך אָנגעהױבן פּאַװאָלינקע אַרומקוקן, װוּ האַלטן זײ אַקאָרשט מיט זײערע שכנים, מיט די „אַנדערע פֿעלקער“…

ג. רעדט פֿון כװעדאָר דעם שבת־גױ און פֿון ערלים בכלל

אױב כװעדאָר דער שבת־גױ, װאָס פֿאַרלעשט די ליכט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס פֿאַר גאַנץ כּתרילעװקע, און האַפּקע די געשטופּלטע, װאָס שמירט די הײַזער און מעלקט די ציגן פֿון דער גאַנצער שטאָט, וכדומה נאָך אַ סך אַזעלכע ערלים קאָן מען אָנרופֿן מיטן נאָמען „אַנדערע פֿעלקער“, מוזן מיר קומען דערצו, אַז כּתרילעװקע האָט כּלל־וכּלל נישט געהאַט װאָס מורא צו האָבן, און די דאָרטיקע ייִדן װאָלטן זיך געקאָנט זיצן רויִק ביז משיח װעט קומען, װאָרעם זײ לעבן פֿון קדמונים מיט די דאָזיקע „פֿעלקער“ אַזױ גוט, װאָס בעסער קאָן שױן, דאַכט זיך, גאָר נישט זײַן. כװעדאָר װײס װױל, אַז כאָטש דער מיוחס, דער תּושבֿ אין כּתרילעװקע איז ער, פֿונדעסטװעגן מוז ער הײצן שבת בײַ די ייִדן די הרובעס, פֿאַרלעשן זײ די ליכט און אַרױסטראָגן די פּאָמעניצע וכדומה אַזעלכע גראָבע אַרבעט, װאָס ער איז צו זײ געװױנט געװאָרן פֿון כּמה־וכּמה יאָרן. און אױב איר מײנט, אַז עס פֿאַרדריסט אים אפֿשר אױף ייִדן, האָט איר אַ טעות: ער פֿאַרשטײט גאַנץ גוט, אַז ער איז ער און זײ זײַנען זײ; די גאַנצע װעלט קאָן נישט באַשטײן פֿון סאַמע גענעראַלן, עס מוזן זײַן אױך פּראָסטע סאָלדאַטן. אמת, אַ סך גענעראַלן, דאָס הײסט כּתרילעװקער ייִדן, װאָלטן זיך אפֿשר געביטן מיט כװעדאָר דעם פּראָסטן סאָלדאַט; נאָר צוריק, אַז מען װיל שמועסן דאָס אײגענע פֿאַרקערט, מוז מען האָבן גענעראַלן אױך, פֿון סאַמע סאָלדאַטן קאָן די װעלט קײן קיום נישט האָבן ― און בײדע צדדים זײַנען צופֿרידן: זײ, די גענעראַלן פֿון כּתרילעװקע, װאָס האָבן װער ס'זאָל זײ באַדינען, אַז ס'קומט שבת, און ער, דער סאָלדאַט, װאָס האָט װעמען צו באַדינען און כאַפּן בײַ װעמען אַ שטיקל קױלעטש און בײַ װעמען אַ טרונק בראָנפֿן.

― אַכאָדי נאָ סיודיа ходи но сюди: אָבער קום אַהער, כװעדאָר סערצע! נאַ פּײ טשאַרקאַна пей чарка: מאַך אַ כּוסע לחײם, אַ סיבה דיר אין פּנים! ― זאָגט מען צו אים שבת נאָכן קידוש, און כװעדאָר טוט אױס דאָס היטל, האַלט דאָס גלעזל מיט צװײ פֿינגער, בײגט זיך און װינטשעװעט אַלעמען אַ גוט יאָר.

― דאַי באָזשע זדראַװסטװאָװאַטдай боже здравствовать: גאָט בענטש דיך! ― און ער קערט איבער דאָס גלעזל מיטן קאָפּ אינאײנעם און פֿאַרקרימט זיך שטאַרק־שטאַרק, מאַכט אַזאַ תּנועהלע, גלײַך װי ער טרינקט דאָס ערשטע מאָל אױף זײַן לעבן אַזאַ ביטערע משקה:

― דוזשע הירקעдуже гырке: זײער שטאַרק, נעכײַ יאָמו סטאָ טשערטיװ אי אָדנאַ װידמאַнехай йому сто чертіж і одна відьма: זאָל האָבן הונדערט שדים און אײן מכשפֿה!

― נאַ, זאַקוסיзакуси: כּיבוד מיט אַ קרענק דיר אין די בײנער אַרײַן, שמאַטאָקшматок: אַ שטיקל שבתקאָװע בולקע! ― זאָגט מען אים און מען איז אים מכבד מיט אַ שטיקל קױלעטש.

װעדליק כּתרילעװקער ייִדן שילטן כװעדאָרן מיט טױטע קללות, קאָנט איר אפֿשר איבערקלערן, אַז מע מײנט דאָס חלילה ערנסט? זאָל אײַך גאָט היטן פֿון אַזאַ געדאַנק! זײ װעלן אײַך פֿאַר כװעדאָרן נישט אַװעקגעבן קײן זאַק באָרשט, דערפֿאַר װאָס ער איז אַן ערל אַן ערלעכער; גאָלד מעג ליגן ― װעט ער זיך נישט צורירן, און טאָן װעט ער אײַך פֿאַר צען רוחות: אױסהײצן די הרובע, אַרױסגיסן די פּאָמעניצע, צוהאַלטן די ציג ביז האַפּקע װעט זי אױסמעלקן, אַרײַנטראָגן שפּענער, אָנגיסן װאַסער אַ פֿאַס, איבערשװענקען דאָס געפֿעס, װי אַ רעכטע בעל־הביתטע, און אונטער אַ נױט ― זיך שטעלן צו װיגן דאָס קינד אױך. קײנער קאָן נישט אַזױ פֿאַרשלעפֿערן אַ קינד, װי כװעדאָר; קײנער קאָן נישט אַזױ זאַבאַװען, פֿאַרשפּילן אַ קינד, װי כװעדאָר, קנאַקן מיט דער צונג, פֿײַפֿן מיט די ליפּן, קלאַפּן מיט די פֿינגער, כאָרכלען מיטן האַלדז און כרוקען װי אַ חזיר וכדומה אַזעלכע שטיק. און דערפֿאַר האָבן די כּתרילעװקער ייִדישע קינדער ליב דװקא כװעדאָרס שװאַרצע שטשעטינעדיקע מאָרדע און דװקא כװעדאָרס גראָבע שטעכעדיקע סװיטקע, און װילן נישט אַראָפּ פֿון זײַנע הענט. די כּתרילעװקער בעל־הביתטעס זײַנען דערפֿון דװקא װינציק װאָס צופֿרידן, װײַל עס מאַכט זיך גאַנץ אָפֿט, אַז די קינדער װילן עסן, און ס'איז נישטאָ װאָס, קאָן זײ אונטעררוקן כװעדאָר בסוד אַ שטיקל ברױט פֿון טאָרבע מיט עפּעס נאָך און אָנהאָדעװען זײ, חס־וחלילה, מיט מי־יודע װאָס… נאָר ס'איז אַ טעות, כװעדאָר װעט אַזאַ זאַך נישט טאָן: ער װײס גאַנץ גוט, אַז דאָס װאָס זײ עסן ― מעג ער, כװעדאָר, אױך עסן, און דאָס װאָס ער, כװעדאָר, עסט ― טאָרן זײ נישט עסן. פֿאַרװאָס? ― דאָס איז שױן נישט זײַן עסק. למאַי אַ בלאָז טאָן דאָס ליכט אים שבת, אָדער אָנרירן זיך בײַם לײַכטער, אָדער אָפּטראָגן דעם סידור אין שול אַרײַן, וכדומה אַזעלכע גרינגע אַרבעט, איז ער ― מעג, און זײ ― נישט? קײן חקירות איז נישט שײך, און איטלעכער באַדאַרף זיך האַלטן בײַ זײַנעם. און טאָמער מאַכט זיך אַ מאָל, כװעדאָר קאָן נישט אײַנהאַלטן זיך און טוט אַ לאַך, למשל, פּסח פֿון דער טרוקענער מצה: „דוזשע טרעשטשיטдуже трещит: זײער קנאַקעדיק, נעכײַ יאָמו סטאָ טשערטיװ אי אָדנאַ װידמאַ!“ ― האַקט מען אים אָפּ די פֿליגל און מע ענטפֿערט אים: „אַ טװאָיאַ סװיניאַа твоя свиня: און דײַן חזיר, חזיר, לוטשעлутше : בעסער?“ ― און כװעדאָר בלײַבט שטיל.

כװעדאָר איז אָבער שטיל נאָר דעמאָלט, װען ער איז ניכטער, ביז ער פֿאַרטרינקט זיך נישט אַזױ װײַט, אַז ער פֿאַרגעסט, װי אַזױ מע רופֿט אים. דאָס טרעפֿט זיך מיט כװעדאָרן זײער זעלטן. נאָר אַז סע טרעפֿט זיך שױן מיט אים, איז דעמאָלט ― חיות נישט זיכער! דעמאָלט הײבט ער אָן זיך שלאָגן מיט די הענט אין האַרצן אַרײַן, װײנען מיט ביטערע טרערן און שרײַען: װאָס האָט מען צו אים? פֿאַרװאָס זײגט מען זײַן בלוט, פֿאַרװאָס עסט מען זײַן פֿלײש? אָט גײט ער און מאַכט אַ תּל־עולם פֿון גאַנץ כּתרילעװקע!…

― זשידי נעכריסטיжиди нехристи: ייִדן, ניט קריסטן, נעכײַ יאָמו סטאָ טשערטיװ אי אָדנאַ װידמאַ!… ― ער שרײַט אַזױ לאַנג, ביז ער װערט אַנטשלאָפֿן. און אַז ער שלאָפֿט זיך גוט אױס און שטײט אױף, קומט ער צוריק צו די ייִדן און איז װידער דער אײגענער שטילער, ערלעכער „כװעדאָר־סערצע“, װאָס פֿריִער, גלײַך װי גאָרנישט געװען.

― אַדע טװאָי טשאָביטעаде твои чобите: װאָס זשע טוסטו, אַ קרענק דיר אין פּנים? ― פֿרעגט מען אים און מע הײבט אים אָן זאָגן מוסר און שילטן בשעת־מעשׂה מיט טױטע קללות, װי געװײנלעך: ― „שאָ טי סובי דומאַיעשшо ты собы думаешь: װאָס מײנסטו, דו באָסיאַק אײנער? דו װעסט דאָך פּגרן ערגעץ, בודעש זדאָכניטбудешь сдохнет: װעסט פּגרן אונטער אַ פּלױט, האָב דיר אַכציק שװאַרצע יאָר, די כּפּרה שאָב טי בוּװщоб ти був: זאָלסט זײַן פֿאַר כּל־ישׂראל, רבונו־של־עולם!“

כװעדאָר שטײט און קראַצט זיך אין דער פּאַטיליצע און שװײַגט; ער װײס גאַנץ גוט, אַז זײ זײַנען גערעכט און ער איז אומגערעכט. ער קוקט אַראָפּ צו זיך אױף די באָרװעסע פֿיס און טראַכט זיך: װען האָט ער געקאָנט פֿאַרקױפֿן די שטיװל, נעכײַ יאָמו סטאָ טשערטיװ אי אָדנאַ װידמאַ?!

אָט אַזאַ מין נפֿש איז כװעדאָר.

אױך די אַלע איבעריקע נפֿשות, װאָס אין כּתרילעװקע, האָבן שטענדיק אַ פֿאַרקער מיט ייִדן, װײסן װױל, אַז מששת ימי בראשית זײַנען די ייִדן באַשאַפֿן געװאָרן, זײ זאָלן זײַן קרעמער, סוחרים און איבער־קױפֿערס; װאָרעם קײנער קאָן אַזױ נישט האַנדלען, דרײען מיטן קאָפּ, װי אַ ייִד, כּי לכך נוצרתּ, אױף זײער לשון קומט דאָס אױס: „נאַ טאָ װאָני זשידי, שאָב האַנדליאָװאַליна жиди, шоб гандліовалі: אױף ייִדן צו האַנדלען“… און מע באַגעגנט זיך גאַנץ אָפֿט אױפֿן מאַרק, און מע קען זיך אײנס דאָס אַנדערע זײער גוט בײַ די נעמען, און מע גיט זיך אָפּ כּבֿוד אײנס דאָס אַנדערע: הריצקאָ זאָגט הערשקען „מאַשעניק“, און הערשקע זאָגט הריצקען „זלאָדיзлоди: גנבֿ“, און דװקא אין גוטן מוט, און אַז מע צעקריגט זיך שױן גאָר שטאַרק, גײט מען בײדע „דאָ ראַבֿינאַдо раввину: צום רבֿ“, און רב יוזיפֿל דער רבֿ, װאָס איז שטאַרק געכאַפּט אין דעם לשון, פּסקנט אַלעמאָל אױף דער האַלב: „נעכאַי באולאָ פּאָלאָװינעнехай було половине: זאָל זײַן אַ העלפֿט“ ― אַבי נישט דערלאָזן צו אַ חילול־השם.

ד. האַפּקע אַ ייִדישע נשמה און מאַקאַר אַ שׂונא־ישׂראל

האָבן מיר גערעדט ביז אַהער פֿון ערלים. אַצינד װעלן מיר אַ ביסל שמועסן װעגן האַפּקע די געשטופּלטע.

האַפּקע רעדט ייִדיש, װי אַ ייִדיש קינד; אין איר שפּראַך װאַרפֿן זיך דורך אַ גוזמא לשון־קודש װערטער, למשל: „מירטשעןאם ירצה השם, נאַכטײסעמהיכא־תּיתי, קענאָרעקײן עין־הרע נישט, לאָסאַטעלעת־עתּה, לאַװדללהבֿדיל, גוטיאָנטעגוט יום־טובֿ, מאַכרײנװאַסערמאַך־רײן װאַסער“ און נאָך אַ סך אַזעלכע װערטער; און כװעדאָר הינטער די אױגן האָט בײַ איר קײן אַנדער נאָמען נישט, אַ חוץ „כּפּרהניק“. האַפּקע איז אַזױ צונױפֿגעװאַקסן מיט די כּתרילעװקער װײַבער, אַז ס'איז פֿאַראַן צײַטן, װאָס סײַ זײ, סײַ זי אַלײן פֿאַרגעסן זיך װאָס זי איז און װער זי איז, און מע שאַפֿט זיך מיט איר אַזעלכע אַרבעט, װאָס געהערן זיך אָן צו לױטער ייִדישקײט. למשל: גײן צום רבֿ מיט אַ שאלה, העלפֿן אױסזאַלצן פֿלײש, כּשר מאַכן די עופֿות, העלפֿן אַרײַנשלעפּן דעם פּסח אין שטוב אַרײַן וכדומה אַזעלכע זאַכן, װאָס האַפּקע איז אין דעם געהיט מער װי אַן אַנדער ייִדיש קינד. זי ציטערט פֿאַר מילכיקס מיט פֿלײשיקס אימת־מװת און היט זיך פֿאַר חמץ אַלע זיבן טעג פּסח, עסט גלײַך מיט אַלע ייִדישע קינדער מצה, רײַבט דעם מרור אױף װאָס די װעלט שטײט, און האָט דערפֿון הנאה, ממש װי אַ ייִדישע טאָכטער. אַ לאַנגע צײַט האָט דער כּתרילעװקער פּריסטאַװ נישט געװאָלט גלײבן, אַז האַפּקע איז נישט קײן ייִדישקע, ביז ס'האָט זיך געטראָפֿן מיט איר אַ מעשׂה, זײער נישט קײן שײנע… האָט מען זי געפּאַקט און געװאָלט פֿאַרשיקן װײַט־װײַט, איז געװען איר גליק, װאָס אין דער מעשׂה איז געװען פֿאַרמישט אַ זײַטיקער פּאַרשױן, דער שרײַבער פֿון דער מעשטשאַנסקע אופּראַװעмещанське управе: דיסטריקט־ראַט, מאַקאַר כאַלאָדנע, אַ גרױסער שׂונא־ישׂראל, אַן אמתער צורר־היהודים, אײנער פֿון די גרעסטע אינטעליגענטע אַנטיסעמיטן אין כּתרילעװקע. װען נישט דער רחמנות פֿון האַפּקען, װאָלטן די דאָרטיקע ייִדן דערלעבט אַ נקמה אין דעם המנען, נאָר מחמת מיט מאַקאַרס מפּלה װאָלט באַדאַרפֿט אומגליקלעך װערן אױך האַפּקע, האָבן די ייִדישע עדות זיך אַ נעם געטאָן צוריק און געזאָגט פֿאַרן סלעדאָװאַטלследователь: אינספּעקטאָר, אַז דאָס װאָס זײ האָבן גערעדט, האָבן זײ געבילט ― און דער עסק איז צעריבן געװאָרן… פֿון דעמאָלט אָן װאָלט, דאַכט זיך, מאַקאַר כאַלאָדנע באַדאַרפֿט שלום װערן מיט די ייִדן און װערן זײ דער בעסטער גוטער פֿרײַנט; נאָר װי עפּעס דורך אַ מין קאַפּריז פֿון דער נאַטור איז ער, אַדרבא, געװאָרן נאָך מער צורר־היהודים, נאָך מער אַנטיסעמיט, װי פֿריִער.

מאַקאַר האָט פֿון קינדװײַז אָן, קאָן מען זאָגן, געליטן צרות פֿון ייִדישן פֿאָלק און געטראָגן אַ שׂינאה טיף אין האַרצן תּחילת אױף די כּתרילעװקער ייִדן אַלײן, און נאָכדעם ― אױף אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט. נאָך בשעת ער איז געװען גאָר אַ קלײנער, געטריבן אַ באָרװעסער דעם טאַטנס גענדז אױף דער פּאַשע, פֿלעגט ער נישט אײן מאָל באַגעגענען זיך מיט ייִדישע קינדער גײן פֿונעם חדר, און אָנשטאָט אַ „גוט מאָרגן“ פֿלעגט ער זײ, אױף קאַטאָװעס, געװײנטלעך, איבערקרימען װי זײ רײדן „טאַטעלי־מאַמעלי“, טרײסלען בשעת־מעשׂה מיט אַ פּאָלע, נישט צו מײנען דערבײַ חלילה עמעצן באַלײדיקן, נאָר גלאַט אַזױ אין גוטן מוט. ייִדישע קינדער אָבער, צאָן־קדשים, יעקבֿס אײניקלעך, װאָס לערנען חומש מיט רש″י, האָבן זיך דװקא געפֿונען פֿאַר אַזאַ זאַך באַלײדיקט און האָבן אים אָפּגעענטפֿערט מיט אַ ייִדיש לידל, װאָס כאָטש מאַקאַר האָט די װערטער נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, נאָר פֿונעם נוסח און פֿון זײער לאַכן האָט ער גאַנץ גוט אַרױסגעזען, אַז דאָס מײנט מען אים דערלאַנגען ביזן בײן אַרײַן, און מאַקאַר האָט קײן טעות נישט געהאַט. אָט האָט איר דאָס לידל אַלײן:

קישקעס קאָכן
אין דער װאָכן!
מיר אַ ברױט,
דיר אַ טױט!
מיר אַ װאָגן,
דיך באַגראָבן!
מיר אַ שליטן,
דיך באַשיטן!

נאַרישע קינדער! ערשטנס, איז די מעשׂה פּונקט קאַפּױר: ברױט האָט מאַקאַר, נישט זײ; אױף אַ שליטן פֿאָרט מאַקאַר, נישט זײ! און צװײטנס, װי אַזױ שטעלן זיך דאָס אײַן ייִדישע קינדער, זײ מעגן זײַן אַ גאַנצער מנין, זאַטשעפּען זיך מיט מאַקאַרן, ער מעג זײַן אײנער? מאַקאַר האָט, נישקשה, אַ פּאָר ידים, װאָס קאָן באַשטײן פֿאַר צען גוטע שאַרפֿע שפּיציקע קעפּלעך פֿון די בעסטע צען ייִדישע חדר־ייִנגלעך. מאַקאַר האָט זײ דעמאָלט נאָך, אױ־אױ, געגעבן צו פֿאַרשטײן דעם פּשט פֿונעם פּסוק, װאָס זײ האָבן געלערנט אין חדר: „הקול קול יעקבֿ והידים ידי עשׂו“…

שפּעטער, אַז מאַקאַר האָט געשטודירט אין „פּריכאָדסקאָיעприходское: פּאַראַפֿיע“, האָט ער געהאַט מיט זײ באַגעגענישן זומער אין פֿעלד, הינטער דער שטאָט, און װינטער אױפֿן אײַז, בשעתן גליטשן זיך, און אַלע מאָל האָט געמוזט אַרױס עפּעס אַ מחלוקת צװישן בײדע צדדים. אױף דעם נאָמען „זשיד“, װאָס אײגנטלעך, איז דאָך עס גאָר אַ געװײנלעך װאָרט, װי למשל „פּאַרך“, האָבן זײ אים גראָב געענטפֿערט: „סװיניאַсвинья: חזיר“, און אױף זײערע אײַנגעגעסענע לצנות האָט ער זײ געענטפֿערט מיט קלעפּ און האָט זײ גאַנץ אָפֿנטלעך באַװיזן, װי אַזױ די קינדער ישׂראל אַנטלױפֿן פֿאַר די פּלשתּים, און װי אַזױ די פּלשתּים יאָגן זײ נאָך פֿון הינטן מיט שטעקנס און מיט שטײנער, הוקען און טיוקען און פֿײַפֿן און צװיטשען:

„אַ טיו ― טיו, זשידי, הײ!
טער ― טער ― טער!…“
ה. באַװײַזט, װי אַזױ עס װערט פֿון אַן אַנטיסעמיט אַ פֿילאָזאָף

װײַטער פֿון דער „פּריכאָדסקאָיע“ איז מאַקאַר נישט געגאַנגען; ער איז געבליבן, נישט דאָ געדאַכט, אַ יתום, געירשנט פֿון די עלטערן אַ קלײן שטיבל מיט אַ שטיקל גאָרטן, און אַ יודע־ספֿר איז ער דאָך געװען, האָט ער זיך באַלד אַ װאָרף געטאָן צו דער „סלוזשבע“, זיך גענומען צו דער פּען, באַקומען אַן אױסגעשריבן הענטל און געװאָרן אין דער כּתרילעװקער מעשטשאַנסקע אופּראַװע שרײַבער, און נאָכדעם סעקרעטאַר, און נאָכדעם כּל־ולך ― און דאָרט האָבן זיך ערשט אָנגעהױבן זײַנע באַגעגענישן מיט זײַן רעכט באַקאַנט־װערן מיט די כּתרילעװקער ייִדן…

די סטיטשקעס, װאָס ער האָט מיט זײ געהאַט, זײַנען תּחילת געװען אַפֿילו נישט אַזױ געפֿערלעך. בײדע צדדים האָבן זיך באַנוגנט נאָר מיט שאַרפֿע אָנצוהערענישן, מיט שטעכװערטלעך און מיט לצנות אײנס אױף דאָס אַנדערע. ער זײ: „איצקאַ, בערקאַ, אײַ װײ, שבת, קוגל!“ און זײ אים: „װאַשע־בלאַהאָראָדיваше благородие: אײַער כּבֿוד“ מיט אַ שנעל איבערן קאָלנער און מיט אַן אָנצוהערעניש, אַז דאָרט קריכט עפּעס אַרום…

עס מאַכט זיך אַמאָל, הערט איר, אַן אָנצוהערעניש, װאָס איז ערגער צען מאָל װי אין טאַטן אַרײַן געשאָלטן, און פֿאַראַן װערטער, װאָס זײַנען ערגער טױזנט מאָל פֿון פּעטש. און אױף װערטער זײַנען דאָך די כּתרילעװקער ייִדן די ערשטע בריות, די גרעסטע מזיקים אין דער װעלט! פֿאַר אַ גלײַכװאָרט װעט אײַך אַ כּתרילעװקער, װי עס איז שױן באַװוּסט אױף דער גאַנצער װעלט, ניט זשאַלעװען גײן צען מײַל צופֿוס, ריזיקירן מיט פּרנסה, אײַנשטעלן כּמעט דאָס לעבן. אַ כּתרילעװקער עני, אַ מקבל, דער װאָס גײט איבער די הײַזער, אַז ער קומט נאָך אַ נדבֿה און מע גיט אים ניט, בעט ער, מע זאָל אים כאָטש לאָזן זאָגן אַ משל, און סע מאַכט זיך אָפֿטמאָל, אַז ער באַקומט פֿאַר אַזאַ משל אַ מיאוסן פּסק; ער עפֿנט טאַקע מיטן קאָפּ די טיר, ס'איז אָבער אַלץ כּדאַי ― אַבי אַרױסגעבראַכט אַ גלײַכװערטל. אָט אַזעלכע לײַט זײַנען מײַנע כּתרילעװקער, און איר האָט אַ טעות, אױב איר רעכנט, אַז מע װעט זײ איבערמאַכן, און אױב איר מײנט, אַז איך טו מיך מיט זײ שעמען… נאָר מיר קערן זיך אום צוריק צו אונדזער מאַקאַר.

אומזיסט־אומנישט האָבן זיך די כּתרילעװקער ייִדן געקױפֿט אַ מסוכּנעם שׂונא. זײ האָבן זיך פֿאַרגעסן אינעם פּסוק: הזהר בגױ קטן. זײ האָבן געמײנט, אַז מאַקאַר װעט אײביק זײַן אַ שרײַבערל אין דער מעשטשאַנסקע אופּראַװע. זײ האָבן פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַ „טאַטנס אַ קינד“ און שנײַדט זיך אױף אַ טשין. און מערקװירדיק! זײ האָבן גאָר קײן צײַט ניט געהאַט זיך אַרומקוקן, איז שױן מאַקאַר אױסגעװאַקסן אַ גרױסער, אַ געזונטער, מיט געדיכטע שװאַרצע װאָנצעס, מיט אָ רױטן אָקאָלישעק און מיט אַ קנעפּל אױפֿן קאַשקעט! און קױם האָט ער אָנגעטאָן דאָס קנעפּל, אַזױ האָט ער זיך באַלד אױסגעבױגן, אַרױסגעשטעלט דעם בױך, געװאָרן העכער און גרעבער װי ער איז געװען, באַקומען אַ פּאָר ברײטע אַקסלען מיט אַ מאָדנעם שפּאַן ― גאָר נישט דער מאַקאַר! ער הײסט שױן גאָר אַ נײַעם נאָמען ― מאַקאַר פּאַװלאָװיטש, און איז אַ גוטער ברודער מיט אַלע פּריצים אין שטאָט: מיטן װעטערינאַר, מיטן פֿעלדשער און מיטן פּאָסטמײַסטער, און מיט אַלע.

די גוט־ברודערשאַפֿט זײַנע מיטן פּאָסטמײַסטער איז אים מער צו נוץ געקומען, װי אַלע אַנדערע באַקאַנטשאַפֿטן, מחמת דאָ, אױף דער פּאָסט, איז געװען אַ קװאַל, פֿון װאַנען ער האָט געשעפּט זײַן השׂכּלה און אַלע װיסנשאַפֿטן פֿון דער אײנציקער גאַזעט „די פֿאָן“, װאָס פֿריִער האָט זי דורכגעקוקט, געװײנלעך, דער פּאָסטמײַסטער אַלײן. נאָכדעם מאַקאַר פּאַװלאָװיטש, און נאָכדעם שױן דער אַבאָנענט פֿון דער גאַזעט, אַ פּריצל פֿון זלאָדיעװקע, ניט װײַט פֿון כּתרילעװקע, װאָס איז ניט קראַנק געװען צו לײענען די נײַעסן שפּעטער מיט עטלעכע טעג, דער רוח װעט אים נישט נעמען, ער שפּילט סײַ װי סײַ טאָג װי נאַכט אין סטוקלקע און באַנעמט די שכנים אַלע אַרום און אַרום װוּ זײ האָבן ערגעץ אַ גראָשן. אַזױ האָט געזאָגט דער פּאָסטמײַסטער אַלײן, און מאַקאַר פּאַװלאָװיטש האָט דערװײַל געהאַט צו לײענען און פֿון װאָס צו רײדן. און מחמת „די פֿאָן“, װי ס'איז באַװוּסט, איז דאָך אַ ייִדישע צײַטונג, זי טראָגט שטאַרק אױפֿן קאָפּ די ייִדן, זאָרגט זיך פֿון זײערט װעגן, זוכט מיטלען װי אַרום מע זאָל זײערע פּטור װערן, פֿאַרשטײט זיך, טאַקע פֿון זײער טובֿה װעגן, האָט דאָס געגעבן אונדזער מאַקאַרן שטאָף אױף צו באַקענען זיך גוט מיט ייִדן אַרום און אַרום פֿון אַלע זײַטן, און ער איז געװאָרן מיט גאָטס הילף אַ חריף אַ געזונטער אין ייִדישע ענינים, אַ גאָון־עולם אין תּלמוד און אין שלחן־ערוך און אין אַלע ייִדישע דינים און מינהגים: מכּוח פּראָצענט נעמען, מכּוח אָפּנאַרן און אױסנאַרן, און אַפֿילו מכּוח באַנוצן קריסטלעך בלוט אױף פּסח. די אַלע זאַכן האָבן אונדזער פֿילאָזאָף מאַקאַר אַזױ שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אַז ער האָט דאָס געװאָלט דערגײן טאַקע פֿונעם מקור, פֿונעם שורש, טאַקע בײַ די כּתרילעװקער ייִדן אַלײן, װאָס כאָטש ער האָט זײ פֿײַנט, װי אַ ייִד חזיר, פֿונדעסטװעגן האָט ער צװישן זײ גוטע פֿרײַנט, װאָס ער לעבט מיט זײ נאָך עד־היום גאָר קײן מעשׂה ניט.

ו. מרדכי־נתן דער נגיד און טעמע־בײלע זײַן „פֿרױ“

אײנער פֿון די ערשטע גוטע פֿרײַנט מאַקאַרס אין כּתרילעװקע איז מרדכי־נתן דער נגיד און דער חשובֿ אין שטאָט, װאָס איז שקול כּנגד אַ סך, אַ סך אַנדערע באַלעבאַטים.

דער נגיד מרדכי־נתן, װי געװײנלעך, אַ נגיד, האַלט די שטאָט בײַ זיך אין בוזעם, טוט מיט איר װאָס ער װיל, װאָרעם ער איז אַ בעל־טאַקסע, ער איז גבאי, ער איז ראָש־וראשון, ער איז דער רעדל־פֿירער, ער איז אַלץ ― מיט אײן װאָרט, ער איז דער נגיד. כאָטש, אַז מע װיל שמועסן אין תּוך אַרײַן: אין װאָס באַשטײט זײַן נגידותשאַפֿט ― דאָס װײס קײנער נישט. למשל, אַז איר װעט אָנכאַפּן אַ כּתרילעװקער און אַ פֿרעג טאָן אים: װיפֿל, אַ שטײגער, פֿאַרמאָגט מרדכי־נתן? װעט ער זיך אָפּשטעלן, זיך אַ נעם טאָן בײַם בערדל, אַ מאַך טאָן מיטן קאָפּ און אױסציִען מיט אַ ניגון און מיט אַ טיפֿן זיפֿץ דערבײַ:

― מרדכי־נתן? חוץ זײַן שאָדן אױף מיר געזאָגט געװאָרן, כאָטש האַלב, כאָטש אַ הונדערט־חלק; איר שפּילט זיך מיט מרדכי־נתנען? מרדכי־נתן איז אַ ייִד אַ נגיד!

― װאָס־זשע הײסט אַ נגיד? אין װיפֿל, אַ שטײגער, קאָן מען אים שאַצן?

― שאַצן? שײך זאָגן שאַצן? עס לאָזט זיך דען אָפּשאַצן?

― פֿאָרט װאָס האָט מרדכי־נתן?

― מרדכי־נתן? ערשטנס, האָט מרדכי־נתן אַ שטוב אַן אײגענע.

― נו?

― מיט אַ הױף אַן אײגענעם.

― נו?

― מיט ציגן עטלעכע.

― נו?

― הײַנט אַ קלײט? אַ שאַרפֿע קלײט!

― נו?

― הײַנט די טאַקסע?

― נו?

― װידער אַ מאָל נו און אָבער אַ מאָל נו, װאָס האָט איר זיך צענוקעט? אַ ייִדן איז דיר נאָך קאַרג! װאָס האָט איר געװאָלט? ער זאָל עפֿענען אַ באַנק? שיטן מיט גאָלד? פֿאָרן אין קאַרעטעס?

און דער כּתרילעװקער גײט אַװעק פֿון אײַך אַ ברוגזער ― און איז גערעכט. װאָרעם װאָס קאָן אַ מענטש פֿאַרלאַנגען מער װי מרדכי־נתן איז, אַז ער איז פֿאָרט דער נגיד, פֿאָרט דער ראָש־וראשון, פֿאָרט דער חשובֿ אין שטאָט? װער איז גבאי אין חבֿרה־קדישא? װער איז ראָש־וראשון? װער איז תּקיף אין שטאָט? מרדכי־נתן. װער מאַכט אַלע שבת־צו־נאַכטס אַ מלװה־מלכהלע פֿאַר די שיבֿעה־טובֿי־העיר? מרדכי־נתן. װער איז אַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע? מרדכי־נתן. הכּלל ― מרדכי־נתן, מרדכי־נתן!

מרדכי־נתן, פֿאַרשטײט איר, װײס װי אַזױ מע באַדאַרף זיך באַגײן מיט אַ װעלט, װי אַזױ מע באַדאַרף פֿירן מיט נאַטשאַלסטװע. אַלע פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָט ער צו־גאַסט בײַ זיך אױף פֿיש דעם פּריסטאַװ. דער כּתרילעװקער פּריסטאַװ איז אַ גרױסער ליבהאָבער פֿון ייִדישע פֿיש, און אַלע מאָל, װען ער עסט זײ, קאָן ער זיך גאָרניט אָפּלױבן, װי אַזױ גוט מע קאָכט בײַ ייִדן פֿיש, װי באַטעמט זײ זײַנען, זיס װי צוקער ― ממש ער לעקט די פֿינגער.

― נעמאַ לוטשע יאַק זשידאָװסקאַ ריבאַ סטיאָרטעם כרענאָםнема луче як жидовська риба стіортем хреном: ניטאָ אַזאַ זאַך װי ייִדישע פֿיש מיט אַ סך כרײן! ― זאָגט ער אַלע מאָל מיט דעם אײגענעם נוסח.

דעם בעל־הבית און דער בעל־הביתטע איז דער קאָמפּלימענט, אַ פּנים, שטאַרק געפֿעלן, מחמת זײ קװעלן בײדע, װערן ברײטער װי לענגער, שװיצן אַזש פֿאַר תּענוג, און מרדכי־נתן װיל אײַנרײדן דעם גאַסט, אַז ס'איז פֿאַראַן בײַ ייִדן נאָך בעסערס װי פֿיש מיט כרײן. דער גאַסט װיל ניט גלײבן:

― דהײַנו?

― דהײַנו…

און מרדכי־נתן זוכט עפּעס אַזעלכעס בײַ ייִדן, װאָס זאָל זײַן נאָך בעסער פֿון פֿיש מיט כרײן, און האָט מורא אַרױסזאָגן. צימעס? טאָמער בלײַבט ער װאַרטן ביזן צימעס ― װאָס דאַרף ער אים? קוגל? טאָמער הײסט ער עפֿענען דעם טשאָלנט אין מיטן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס? אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, װאָס עס קאָן זיך טרעפֿן מיט אַ ייִדישן קוגל?… און מרדכי־נתן קומט־אָפּ מיט אַ קלײן געלעכטערל: „כע־כע“. דערױף ענטפֿערט אים דער גאַסט: „כע־כע־כע“. און מרדכי־נתן איז צופֿרידן, װאָס יענער לאַכט, העלפֿט ער אים לאַכן: „כע־כע־כע־כע!“ און בשעת־מעשׂה דערלאַנגט דער גאַסט דעם בעל־הבית מיטן עלנבױגן אין זײַט אַרײַן און אַ שמײכל צו דער בעל־הביתטע, און דער בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע װערן צעשמאָלצן פֿאַר תּענוג.

פּלוצעם כאַפּט זיך אױף דער גאַסט, װישט זיך אױס די הענט און דאָס מױל מיטן קלאָר װײַסן טישטעך פֿונעם טיש, פֿאַרשפּילט זיך אױף אַלע קנעפּ און טוט אַ זאָג שױן ערנסט, אָן אַ שום סימן פֿון לצנות:

― צײַט אױף „סלוזשבע“!…

און מרדכי־נתן מיט טעמע־בײלען שטײען אױף לכּבֿוד דעם גאַסט אים באַגלײטן, קוקן אים אין פּנים אַרײַן מיט אַזעלכע אױגן, װי אַ הונט קוקט אױפֿן בעל־הבית, װיל װיסן מיט װאָס ער שמעקט, בײגן זיך און נײגן זיך און בעטן אים, ער זאָל חלילה ניט פֿאַרגעסן קומען איבער אַכט טאָג שבת…

― מיטן קאָפּ אין דער ערד! ― בענטשט אים די בעל־הביתטע אױף דער זײַט טיר און קאָכט און זידט און ברענט אױפֿן מאַן, װאָס טאָג װי נאַכט, און אַפֿילו שבת, האָט ער צו טאָן מיט נאַטשאַלסטװע. מרדכי־נתן הערט און שװײַגט. ער האָט אָנגענומען אַ פֿולע מױל מיט װאַסער און שװײַגט. אַ מאָדנער מענטש אָט דער מרדכי־נתן! דער מחבר פֿון דער געשיכטע קאָן זיך נישט אײַנהאַלטן און כאַפּט אַראָפּ דעם פּאָרטרעט פֿונעם דאָזיקן פּאָרל, בכדי באַקאַנט צו מאַכן מיט זײ די גאַנצע װעלט.

מרדכי־נתן איז אַ ייִד אַ הױכער מיט לאַנגע הענט, אַלײן איז ער דאַר און טרוקן, און מחמת די באַקן סטאַרטשען, קומט אױס דאָס פּנים פֿירעקעכדיק, װי בײַ אַ כינעזער, און קױם־קױם באַװאַקסן מיט אַ שיטער בערדל. די ליפּן זײַנען בײַ אים תּמיד צו, דאָס מױל אַביסל אױף אַ זײַט, זעט אױס, װי ער האַלט אַ סוד בײַ זיך שטענדיק פֿאַרבאָרגן, און שטענדיק איז ער ערנסט, און דער שטערן איז פֿול מיט קנײטשן, און רעדט נישט קײנמאָל הױך, קײן איבעריק װאָרט נישט. נאָר דעמאָלט, װען ער קומט זיך צונױף מיט נאַטשאַלסטװע, איז דאָס גאָר אַן אַנדער מרדכי־נתן: די קנײטשן פֿונעם שטערן צעגײען זיך, װערן פֿאַרשװוּנדן, דאָס פּנים הײבט אָן צו שײַנען און די ליפּן װערן אָפּגעשלאָסן, און דאָס מױל גלײַכט זיך אױס, הײבט אָן צו רײדן ― שױן גאָרניט דער, גאָר אַן אַנדער מרדכי־נתן. טאָמער װײסט איר, צוליב װאָס קאָכט ער זיך אַזױ אין נאַטשאַלסטװע? נאָר צוליב כּבֿוד, צוליב גדלות. בכדי טאָמער װעט אַ מאָל אַ כּתרילעװקער עפּעס דאַרפֿן האָבן, װעט ער קומען צו גײן מיט אַ געבעט: „סטײַטש, רב מרדכי־נתן, װער נאָך איז אַזאַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע, װי איר?“ צוליב דעם אײנעם װאָרט „חשובֿ“ איז בײַ אים כּדאַי, סע זאָל אים קאָסטן אי בזיונות, אי געלט ― אַ מאָדנער מענטש אָט דער מרדכי־נתן!

מרדכי־נתנס װײַב ― טעמע־בײלע די נגידית איז דװקא אַ ייִדענע אַ נידעריקע און אַ גראָבע, זעט אױס װי אַ מעשן שטױסל, אָדער װי אַ בײַכיק סאַמאָװאַרל מיט אַ קלײן שפּיציק טשײַניקל אױף דער קאַנפֿאָרקע. װי גראָב און קײַלעכיק זי איז פֿון אונטן, אַזױ קלײן און שפּיציק איז דאָס קעפּל, און שטענדיק זידט דאָס, דאָס בײַכיקע סאַמאָװאַרל, זידט און זשומעט, אין כּעס אױפֿן מאַן, אין כּעס אױף דער דינסט, אין כּעס אױף די כּתרילעװקער ציגן, אין כּעס אױף די כּתרילעװקער װײַבער, אין כּעס אױף דער גאַנצער װעלט! דאָס גאַנצע גליק איז, װאָס סײַ דער מאַן, סײַ די דינסט, סײַ די כּתרילעװקער ציגן און װײַבער, סײַ די גאַנצע װעלט הערן זי, װי פּסח דעם קאָטער, אָדער װי המן דעם גראַגער. דער מאַן האָט צו טאָן שטענדיק מיט קהלשע געשעפֿטן, מיט נאַטשאַלסטװע; די דינסט טוט איר אױף צו־להכעיס, ברענט־צו די קאַשע, פֿאַרשׂרפֿעט די קאַרטאָפֿליעס, זידט־איבער די מילך אין אױװן; די כּתרילעװקער ציגן טוען איר צום טױט, שפּרינגען אױפֿן דאַך און צופּן אײנציקװײַז די שטרױ פֿון דער סטריכע; די כּתרילעװקער װײַבער דערגײען איר די יאָרן אין מאַרק בײַ די פֿיש, אין יאַטקע בײַם פֿלײש, אין שול בײַ די תּחינות און להבֿדיל אין באָד אַפֿילו… נײן, די װעלט האַלט ניט פֿון טעמע־בײלען! און מסתּמא איז דאָ פֿאַרװאָס. אַ װעלט איז נישט משוגע…

אַצינד, אַז מיר האָבן זיך באַקענט מיטן דאָזיקן פּאָרל, קאָנען מיר שױן, דאַכט זיך, רויִק גײן װײַטער, צו די איבעריקע נפֿשות, װאָס מרדכי־נתן דער נגיד רײַבט זיך אַרום זײ אַזױ שטאַרק.

ז. דער „אָדון־בפֿקדך“ בײַם נגיד אין קלײט און אין שטוב

דער אַנדערער גאַסט בײַ מרדכי־נתן דער נגיד איז אונדזער באַקאַנטער מאַקאַר, מאַקאַר פּאַװלאָװיטש. נאָר ניט קײן שטוב־גאַסט ― אַ קלײט־גאַסט, אַ גאַסט, װאָס קומט צו אים אָפֿט אין קלײט אַרײַן, אין דער שניט־קראָם. מרדכי־נתנס שניט־קראָם, דאַרפֿט איר װיסן, איז דאָס ערשטע געװאַנטשניט אין כּתרילעװקע, װאָס דאָרטן קריגט איר אַחוץ דעמיקיטאָן, ריפּס, ליוסטרין, פּאַרוסינע, ציץ און זאָנע און מאַדאַפּאַלאַם, אױך דראַפּ און טריקאָ און שעװיאָט און סאַמעט און אַטלעס און סאַטין און מוסלין און אַלצדינג, װאָס אַ האַרץ גלוסט ― „נאָך די לעצטע מוסטערן, װאָס מע קריגט דאָס ניט אַפֿילו אין יעהופּעץ“. אַזױ זאָגט מרדכי־נתן, און אַזױ זאָגט מרדכי־נתנס װײַב, טעמע־בײלע, און אַזױ זאָגן מרדכי־נתנס קלײט־משרתים, און גײט זאָגט זײ, אַז נײן! אַלע פּריצים פֿון כּתרילעװקע און פֿון דער סבֿיבֿה זײַנען מרדכי־נתנס קונים, און דאָס רובֿ קריסטן גלײבן אים אױף נאמנות. אַז מרדכי־נתן אַלײן זאָגט זײ נאָר דאָס װאָרט „בנאמנות“, דינגט מען זיך שױן ניט. טעמע־בײלע מעג זיך שװערן מיט כּל־השבֿועות־שבעולם, איז דאָס אַרױסגעװאָרפֿן, און מרדכי־נתנס אײן װאָרט „בנאמנות“ איז קודש־קדשים. אָט אַזױ איז דאָס ― קײן קשיות פֿרעגט מען ניט.

אױך מאַקאַר איז אײנער פֿון מרדכי־נתנס קונים, װאָס האַנדלען מיט אים אױף נאמנות. מאַקאַר איז זײַנער אַ קונה שױן פֿון לאַנג, נאָך פֿון יענער צײַט, אַז ער איז נאָך ניט געװען מאַקאַר פּאַװלאָװיטש, נאָר מאַקאַרקע, און װאָס דעמאָלט פֿלעגט מרדכי־נתן אים ניט װעלן געטרױען אױף באָרג קײן פֿאָדעם אַפֿילו; ער פֿלעגט זיך ניט שעמען אים זאָגן גאַנץ פּשוט:

― נתן מעות לקח קמח, װאַשי הראָשי, נאַשי טאָװאַרваші гроші наші товар: אײַער געלט איז אונדזער סחורה.

שפּעטער, אַז מאַקאַר איז געװאָרן אַ שטיקל מאַכער אין דער אופּראַװע, האָט אים שױן מרדכי־נתן געעפֿנט אַ קרעדיט, געװײנטלעך, אױף אַ קװיטעלע, אַ װעקסעלע, געזאָגט אים בשעת־מעשׂה שױן מיט אַ שמײכעלע, האַלב אױף גױיִש, האַלב אױף לשון־קודש:

― נע װיבאַטשײטע панічене вибачте: בעט ניט מחילה, פּאַניע, שלום בבית משכּון בקעשענע…

נאָך שפּעטער, אַז מאַקאַר האָט אָנגעטאָן אַ קנעפּל און אַ הענגקאָלנער, האָט אים מרדכי־נתן געעפֿנט אַ שײנעם קרעדיט, און מאַקאַר פּאַװלאָװיטש, אַז ער קומט אַרײַן אין שניט־קראָם אַרײַן, טראָגט אים מרדכי־נתן אַקעגן דאָס בענקל און בענטשט אים מיט אַ טיטל „װאַשע װיסאָקאָבלאַהאָראָדיעваше высокоблагородие: אײַער עקצעלענץ“, און מאַקאַר פּאַװלאָװיטש צעלײגט זיך גאַנץ ברײטלעך, פֿאַרװאַרפֿט אַ פֿוס אױף אַ פֿוס, פֿאַררױכערט אַ פּאַפּיראָס און שמועסט זיך אױס מיט מרדכי־נתנען גאַנץ פּראָסט, בלשון „דו“, גאָר פֿרײַנטלעך:

― עי, פּאָסלושאַיпослушай: הער צו, מרדכי־נאָס!

און מרדכי־נתן שטײט פֿאַר אים מיט אַ געמאַכטן דרך־ארץ, מיט אַ געמלאָכהטן רעספּעקט, און טראַכט זיך בשעת־מעשׂה: „פֿון װאַנען האָסטו זיך גענומען אַהער, אָדון בפֿקדך?“ און דער „אָדון בפֿקדך“ מאַכט אַ רײד מכּוח ייִדן, ייִדישע געשעפֿטן, שאַכער־מאַכער, און לאָזט אַרױס אַלע מאָל אַ הױכן געלעכטער מיט אַ מאָדנעם הוסט, װאָס דערלאַנגט מרדכי־נתנען, װי מיט אַן אַרשין אין דער זיבעטער ריפּ, נאָר ער האַלט זיך אײַן און שמײכלט מיט אַ פּאַסקודנע געמאַכט שמײכעלע, װאָס װען מרדכי־נתן זאָל זיך קאָנען אָנקוקן בשעת־מעשׂה אין שפּיגל, װאָלט ער זיך אַלײן נימאס געװאָרן.

דער שמועס פֿונעם „אָדון בפֿקדך“ דרײט זיך אַלץ אַרום אַזעלכע זאַכן, װאָס מרדכי־נתן הערט זײ אין דער לינקער פּאה, אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס; װאָס װײַטער־װײַטער גײט ער אַריבער אױף אַזעלכע ענינים, װאָס מרדכי־נתן קאָן עס שױן ניט האָרכן, למשל: ער פֿרעגט בײַ אים, צי ס'איז אמת, װאָס די ייִדן שילטן אַלע שבת אין שול די איבעריקע פֿעלקער מיט דער תּוכחה, און שפּײַען אױפֿן קלױסטער, און אַז אַ קריסט גײט אַװעק פֿון אַ ייִדן, באַדאַרף מען אױסגיסן נאָך אים די פּאָמעניצע? וכדומה אַזעלכע שטותערײַען, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן.

מרדכי־נתן װיל זיך אױסדרײען פֿון זײַנע הענט, פֿאַרשלאָגט אים האַקע־באַקעהכּל־בכּל, מכּוח אופּראַװע, מכּוח קאַראָבקעкоробка: טאַקסע אױף כּשר פֿלײש, סװעטשנע סבאָרсвеча сбор: טאַקסע אױף שבת־ליכט. װער־װאָס? ער לאָזט זיך נישט פֿאַרדרײען די צײן, כאָטש גיב אים אַ קרענק! ער טרעט־צו צו אים אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: ער זאָל זיך אים נאָר מודה זײַן. מרדכי־נתן פּרוּװט זיך מיט אַ לצנות, פֿרעגט אים: „װוּ האָט דאָס זײַן װיסאָקאָבלאַהאָראָדיע געשטודירט אַזעלכע דינים?“ מאַקאַר קוקט אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן און פֿאַלט אױף אַזאַ מין המצאה: ער טוט אים אַ כאַפּ פּלוצעם אומגעריכט, װי זאָגט מען ― צוגעקװעטשט צו דער װאַנט:

― נו, און בלוט?

― װאָסער בלוט?

― פּסח?… מצה?… האַ?…

און מרדכי־נתן פֿאַלט אױך אױף אַ גלײַכער המצאה: ער טוט אַ ריר דעם אָדון איבער דער פּלײצע, אַ גלעט דעם הענג־קאָלנער, און מיט אַ פּאַסקודנע געלעכטערל פֿון אַ הונט אַ חונפֿניק טוט ער אים אַ זאָג, אַז דער אָדון איז אַ גרױסער לץ, כע־כע־כע! און אַז דער אָדון הײבט זיך אױף און גײט אַװעק, זאָגט אױף אים מרדכי־נתן אַ שבֿח, אַז דער „אָדון בפֿקדך“ איז אַ שװערער אָדון, דאָס הײסט, מע קאָן אױף אים ניט זאָגן, ער זאָל זײַן אַ רשע ― חלילה! נאָר גלאַט אַ כּלבֿ־שבכּלבֿים…

אײנמאָל ― ס'איז געװען שבת בײַ טאָג ― איז מרדכי־נתן דער נגיד געזעסן אין שטוב און געלערנט אַ פּרק; פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן… מאַקאַר כאַלאָדנע! פֿריִער האָט זיך אונדזער נגיד אַביסל װי דערשראָקן, פֿאַרװוּנדערט: װי קומט דער „אָדון בפֿקדך“ אַהער פּלוצעם נאָכן שלאָף? נאָכדעם האָט ער אים געמאַכט זײער אַ פֿרײַנטלעך פּנים און מיט אַ שמײכל געבעטן אים זיצן, אױסגעטאָן דאָס שבתדיקע היטל און געבליבן אין דער יאַרמלקע און אַ געשרײ געטאָן צום װײַב:

― טעמע־בײלע! הער נאָר, גיב אַהער עפּעס אין מױל אַרײַן!

טוט מאַקאַר אַ מאַך מיט דער האַנט:

― מע דאַרף ניט. איך בין געקומען צו דיר מכּוח אַן ענין, ס'איז אַ סוד…

דערהערט דאָס װאָרט „אַ סוד“, כאַפּט זיך אױף מרדכי־נתן און װיל צוקײטלען די טיר. נעמט אים אָן מאַקאַר בײַ דער האַנט:

― מע דאַרף ניט, ס'איז ניט אַזאַ סוד, װאָס מע זאָל זיך דאַרפֿן פֿאַרשליסן. איך האָב דיך נאָר געװאָלט פֿרעגן אַ קלײניקײט, דו ביסט אַ קלוגער מענטש און אַן ערלעכער, בײַ דיר װעל איר װיסן דעם רעכטן אמת.

מרדכי־נתן גלעט זיך די פּאות מיט גדלות און איז שטאַרק צופֿרידן פֿונעם קאָמפּלימענט. די אױגן װערן אים אַזש װי מיט פֿעטן איבערגעצױגן. ער װערט צעשמאָלצן פֿאַר תּענוג, און סע טוט אים באַנג, װאָס ס'איז קײנער נישטאָ דערבײַ.

― מסתּמא האָסטו דאָך געהערט די מעשׂה מיטן מײדל? ― פֿרעגט אים מאַקאַר און קוקט אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אַ סלעדאָװאַטל.

מרדכי־נתן שטעלט אױף די אױערן, װי אַ האָז.

― מיט װאָסער מײדל?

― מיטן מײדל, װאָס ייִדן האָבן זי געקױלעט און האָבן אָפּגעצאַפּט פֿון איר דאָס בלוט און באַהאַלטן דאָס אױף פּסח.

פֿריִער צעלאַכט זיך מרדכי־נתן מיט זײַן דריבנע געלעכטער: כע־כע־כע! און נאָכדעם װערט דאָס פּנים בלאַס און גרין און די אױגן צינדן זיך אָן מיט פֿײַער.

― שקרים־וכּזבֿים! ― זאָגט מרדכי־נתן און טרײסלט מיטן קאָפּ, און די פּאות שאָקלען זיך.

― סטײַטש, מע שרײַבט אין די גאַזעטן! ― זאָגט אים מאַקאַר און לאָזט ניט אַראָפּ פֿון אים קײן אױג.

― די גאַזעטן לײַגן, װי די הינט! ― שרײַט־אױס מרדכי־נתן.

― די גאַזעטן שרײַבן, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ פּראָטאָקאָל. ― פּרוּװט זיך מאַקאַר אים איבערשפּאַרן. ― איך האָב אַלײן געלײענט, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ פּראָטאָקאָל.

― שקר־וכּזבֿ! ― שרײַט מרדכי־נתן אין אײן קול און טרײסלט מיט דער יאַרמלקע, און די פּאות ציטערן.

― װאָס איז שקר־וכּזבֿ? ― פֿרעגט אים מאַקאַר, שױן רױט פֿאַר כּעס. ― דאָס, װאָס איך דערצײל דיר? צי דאָס, װאָס סע שטײט אין פּראָטאָקאָל?

― אַלצדינג איז שקר־וכּזבֿ! אַלצדינג! פֿון אָנהײב ביזן סוף! ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן!

בשעת־מעשׂה מאַכט מרדכי־נתן מיט די הענט, מיטן פּנים, מיט די אױגן, מיט די פּאות און מיט אַלע אבֿרים און ציטערט אַזש פֿאַר כּעס. מאַקאַר האָט אים קײנמאָל ניט געזען אַזױ אין כּעס, און האָט דערפֿון אָפּגעלערנט זיך אַ פּשט, אַז ניט אומזיסט איז דער ייִד אַזױ אױפֿגעטראָגן. די משמעות, אַז ס'איז אמת די מעשׂה; אַניט, װאָס שרײַט ער אַזױ? װאָס װאַרפֿט ער זיך אַזױ? נאָר אַן עזות פֿון אַ ייִדן ― זאָגן אױף אַלצדינג, װאָס סע שטײט געשריבן, אַז ס'איז שקר־וכּזבֿ! און מאַקאַר כאַלאָדנע שטײט אױף מיט גרױס גרימצאָרן, רוקט אָן אױף זיך דאָס היטל מיטן קנעפּל און טוט אַ זאָג:

― פֿאַר אַזעלכע װערטער װעסטו האָבן צו געדענקען!

און ער לאָזט זיך גײן צו דער טיר, און תּיכּף נאָך אים שטײט אױף מרדכי־נתן און האָט שױן חרטה אױף דער גאַנצער מעשׂה און װיל אים איבערבעטן, פֿאַרקערעװען אים צוריק, און ער לױפֿט אים נאָך:

― פּאַני!… װאַשע װיסאָקאָבלאַהאָראָדיע!… מאַקאַר פּאַװלאָװיטש!… מאַקאַר פּאַװלאָװיטש!…

בלאָטע! מאַקאַר פּאַװלאָװיטש איז שױן לאַנג אױף יענער זײַט טיר, און מרדכי־נתן דער נגיד איז אױס מענטש פֿאַר האַרצװײטיק און פֿאַר גריזאָטע, טאָמער האָט ער טאַקע געזאָגט אַן איבעריק װאָרט, דער רוח האָט אים אָנגעטראָגן! און װי אױף צו־להכעיס, קומט אָן טעמע־בײלע און טשעפּעט זיך צו צו אים, ער זאָל איר זאָגן, װאָס האָט דאָ געטאָן דער „אָדון בפֿקדך“? װאָס איז ער אַזױ גיך אַװעק? און למאַי האָט ער אַזאַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר?

― גײ פֿרעג אים! ― האָט איר מרדכי־נתן געענטפֿערט מיט כּעס.

― זע נאָר, זע, װי ער איז דאָס אַ ביסל אין כּעס! אױף װעלכער זײַט ביסטו דאָס אױפֿגעשטאַנען הײַנט, און װאָס פֿאַר אַ חלום האָט זיך דיר געחלומט?

― היפּטל קרױט!!! ― שרײַט אױס מרדכי־נתן דער נגיד אױף אַזאַ קול, אַז דאָס װײַב איז שיִער נישט געפֿאַלן חלשות, און ער אַלײן האָט זיך איבערגעשראָקן פֿאַר זײַן שטימע, און אױך די דינסט, אַ שװאַרץ װײַבל אַ ליטװיטשקע, איז אַרײַנגעלאָפֿן פֿון קיך, נישט טױט, נישט לעבעדיק, מיט אַ גװאַלד:

― אַ קלאָג צו אײַך! איר האָט דאָך מיר איבערגעשראָקן אױף טױט!

איז טעמע־בײלע אָנגעפֿאַלן אױף איר און צעלאָזט זיך מיט בײדע קולאַקעס, און מרדכי־נתן אױף זײ בײדע, און ס'האָט זיך אױסגעלאָזט מיט אַ סקאַנדאַל, װאָס ס'איז גאָרנישט כּדאַי דאָס צו באַשרײַבן.

ח. כּתרילעװקע אײַלט זיך אין װעג אַרײַן

פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אָנגעהױבן פֿאַר כּתרילעװקע אַ צײַט פֿון צרות, יסורים און אומזיסטע פּחדים. קײנער האָט נישט פֿאַרשטאַנען װאָס איז די מעשׂה, װאָס מאַקאַר כאַלאָדנע איז געװאָרן נאָך אַ גרעסערער שׂונא־ישׂראל, װי ער איז געװען, און פֿאַרװאָס זעט מען אים נישט בײַם נגיד אין קלײט? דער נגיד אַלײן האָט זיך, אַ פּנים, געשעמט און אַראָפּגעשלונגען די מעשׂה, נישט דערצײלט קײנעם, און מאַקאַר האָט געגראָבן װי װײַט ער האָט געקאָנט, זיך גערײצט מיט די כּתרילעװקער ייִדן, זײ אָנגעזאָגט אַלע מאָל אַ נײַע בשׂורה, אַז נישט לאַנג נאָך װעלן זײ דאָ געװעלטיקן, מע װעט בײַ זײ נעמען דין־וחשבון: פֿון װאַנען נעמט זיך צו זײ זײער גוטס? מענטשן װאָס האָרעװען נישט, גראָבן נישט און זײען נישט און שנײַדן נישט, נאָר מע עסט פֿונעם גרײטן ― פֿאַרװאָס קומט דאָס זײ? וכדומה אַזעלכע טענות, װאָס ער האָט זיך מיט זײ אָנגעלײענט אין דער גאַזעט „די פֿאָן“. און פּונקט אין יענער צײַט האָט זיך אים געטראָפֿן דער בזיון מיט האַפּקען, װאָס ער איז דורך איר געשטרױכלט געװאָרן, שיִער נישט אַרײַן אין אַ גרױסן אומגליק, װי מיר האָבן שױן דערמאָנט פֿאַרבײַגײענדיק אין אַ פֿריִערדיקן קאַפּיטל. און אַז גאָט האָט געהאָלפֿן, מאַקאַר איז אַרױס פֿונעם עסק רײן, האָט ער ערשט דעמאָלט אָנגעהױבן גראָבן אױף די כּתרילעװקער ייִדן, זײ געגעבן אָנצוהערעניש, אַז אָט־אָט װעט מען מיט זײ לערנען בלק, און גראָד דעמאָלט איז אָנגעקומען דאָס גוטע בריװל פֿונעם שוחטס אײדעם, װאָס איז געגאַנגען מיד־ליד איבער דער גאַנצער שטאָט, און זײדל מיט זײַנע „בלעטער“ האָט אונטערגעגעבן היץ, געגאָסן בױמל אױפֿן פֿײַער, און מעשׂיות זײַנען געגאַנגען איבער דער שטאָט, אײנע שרעקלעכער פֿון דער אַנדערער, און ס'איז אַרױס אַ קלאַנג, אַז דאָ אין כּתרילעװקע װעט אין גיכן אױך זײַן „דאָס אײגענע“…

פֿון װאַנען האָט זיך עס גענומען? װער איז דער ערשטער, װאָס האָט אַרױסגעלאָזט דער דאָזיקן קלאַנג? ― דאָס װײס מען נישט עד־היום און מע װעט דאָס נישט װיסן קײנמאָל, אײביק! דער היסטאָריקער, װאָס װעט זיך נעמען אַמאָל באַשרײַבן די געשיכטע פֿון די כּתרילעװקער ייִדן, אַז ער װעט קומען צו דעם שטיקל צײַט, לײענען די אַלע פּאַפּירן מיט די אַלע בלעטער, װעט ער געװיס בלײַבן פֿאַרטראַכט מיט דער פֿעדער אין האַנט, זײַנע מחשבֿות װעלן אים פֿאַרטראָגן װײַט־װײַט…

מע װײס נישט, װי אַזױ דאָס איז געװאָרן און פֿון װאַנען דאָס האָט זיך גענומען, נאָר ס'איז אַרױס אַ נײַס אין שטאָט, אַז מע גײט אױף כּתרילעװקע, דרײַ דערפֿער מיט אַ מאָל… און אין אײן פֿרימאָרגן איז געװען כּתרילעװקע אױפֿגעשטאַנען װי אײן מענטש, און מע האָט זיך גענומען פּאַקעװען, קינדער און בעטגעװאַנט און שמאַטעס, דאָס גאַנצע ביסל כּתרילעװקער אָרעמקײט, ראַטעװען װי פֿון אַ שׂרפֿה און קלײַבן זיך אין װעג אַרײַן ― װוּהין? װוּהין די אױגן װעלן טראָגן! בשעת־מעשׂה האָבן מוטערס אַרומגענומען זײערע ברעקלעך קינדער, צוגעטוליעט צו דער ברוסט און מיט טרערן אין די אױגן זײ געקושט און געהאַלדזט און געהאָלובעט, גלײַך װי עמעצער האָט זײ געװאָלט חלילה אַװעקנעמען, גלײַך װי עמעצער דאַרף זײ האָבן…

און כּתרילעװקע האָט אָנגעהױבן צו שליסן אײן קלײט נאָך דער אַנדערער, קוקנדיק אײנס אױפֿס אַנדערע און באַהאַלטנדיק זיך אײנס פֿון דאָס אַנדערע, און מע האָט זיך געאײַלט, געכאַפּט איטלעכער װאָס פֿריִער, װאָס גיכער. כװעדאָרן האָט מען יענעם פֿרימאָרגן שיִער נישט צעריסן אױף שטיקלעך. איטלעכער האָט אים געשלעפּט צו זיך העלפֿן פּאַקעװען, אונטערגערוקט אים פֿון אַלע זײַטן, אַז קײנער זאָל נישט זען, װער אַ גריװנע און װער אַ פּיטאַקל. קײנמאָל איז כװעדאָר נישט געװען נאָך אַזאַ חשובֿ אין כּתרילעװקע, װי יענעם טאָג, און קײנמאָל האָט נאָך כװעדאָר אַזױ נישט מאַסף־ממון געװען, װי דעמאָלט, און מע האָט אים אַזױ אָנגעשטאָפּט מיט געלט, ביז ער האָט אַ שפּײַ געטאָן: „נעכײַ יאָמו סטאָ טשערטיװ אי אָדנאַ װידמאַ!“ ― און איז אַװעק אַהין, װוּ אַלע מאָל, און געמאַכט אַ שײנע כּוסע לכּבֿוד די כּתרילעװקער בעלי־בתּים, װאָס פֿאָרן אַװעק, און אַז ער איז געװאָרן רעכט פֿאַרטיק, האָט ער אָנגעהױבן אַרבעטן, מאַכן מיט די קולאַקעס און שרײַען, אַז ס'איז שױן לאַנג צײַט, מע זאָל פּטור װערן פֿון די כּתרילעװקער ייִדן ― און, מעשׂה־שׂטן, האָט באַדאַרפֿט דורכגײן פֿאַרבײַ סאַמע מאַקאַר כאַלאָדנע מיטן אָדון דעם פּאָסטמײַסטער און דערהערן, װי כװעדאָר אַרבעט מעשׂים אױף די ייִדן, האָבן זיך בײדע אַדונים אָפּגעשטעלט און דערזען, אַז די ייִדן פּאַקעװען זיך, גרײטן זיך עפּעס זײער שטאַרק אין װעג אַרײַן, איז דאָס זײ געװען קשה, און זײ האָבן זיך גענומען בײדע נאָכקוקן: װוּהין לױפֿן דאָס די ייִדן?

דאָס נאָכקוקן פֿון די אַדונים האָט אָנגעמאַכט נאָך אַ גרעסערע בהלה צװישן די ייִדן און מע האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס פּאַקעװען זיך; כאַפּט דער רוח דאָס באַל־הבתּישקײט! דאָס לעבן, דאָס לעבן איז טײַערער!… און מע האָט אָפּגעדונגען װוּ ס'איז געװען ערגעץ אַ פֿורל, אַ פֿערדל, אַ פּאָר אָקסן, און מע האָט זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן באַצײַטנס, און גיך־גיך, בחיפּזון, כּמעט אַזױ כאַפּנדיק, װי בשעת מען איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים.

פֿריִער פֿון אַלע זײַנען געפֿלױגן די אָדלערס, געװײנטלעך, די כּתרילעװקער בעלי־עגלות מיט די גרױסע בױדן און בײַדלעך; דאָרט זײַנען געזעסן רב מרדכי־נתן דער נגיד מיט זײַן גאַנצער משפּחה און די אַלע איבעריקע נגידים מיט זײערע משפּחות. נאָך זײ האָבן זיך געשלעפּט די גױיִשע פֿורלעך, אָנגעזעצט מיט װײַבער און מיט קינדער און מיט אַלע קראַנקע נפֿשות, און הינטן זײַנען געגאַנגען די מאַנצבילן, די געמײנע באַלעבאַטים, דאָס װאָס סע װערט אָנגערופֿן דער המון, נעבעך עולה־רגל געװען מחילה צו פֿוס, און געגאַנגען גיך, מורא געהאַט זיך אַרומקוקן, טאָמער יאָגט מען זײ נאָך פֿון הינטן, טאָמער בעט מען זײ חלילה צוריק…

שטיל איז געװאָרן אין כּתרילעװקע, לײדיק, פּוסט, װי אױף אַ בית־עולם. נישט געבליבן קײן נפֿש. פֿון לעבעדיקע נפֿשות זײַנען געבליבן אין שטאָט נאָר די ציגן, דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאַרמעגן אין כּתרילעװקע, און האַפּקע די געשטופּלטע, און דער בעדער מיט דער בעדערין, און, להבֿדיל באלף־אלפֿי הבֿדלות, דער אַלטער רבֿ רב יוזיפֿל.

איבער די דאָזיקע אַלע לעבעדיקע נפֿשות װעלן מיר רײדן פֿון איטלעכן אין אַ באַזונדער קאַפּיטל.

ט. לאָזט זיך אַרײַן אַ ביסל אין חקירה

די געלערנטע, װאָס גיבן זיך אָפּ מיט דער נאַטור, װאָס קוקן זיך צו און װײסן די טבֿע פֿון יעדן באַשעפֿעניש, פֿון איטלעכס גרעזעלע, װײַזן אױף מיט ראַיות, אַז קײן זאַך אױף דער װעלט גײט נישט לאיבוד, װערט נישט פֿאַרפֿאַלן, שטאַרבט נישט אַװעק. אָט דאָס װאָס מיר זאָגן, למשל, אַז דער בױם איז געװאַקסן, די צװײַגן האָבן געבליט, געגעבן אונדז פּירות; נאָכדעם האָבן מיר די פּירות אָפּגעריסן און אױפֿגעגעסן, די צװײַגן האָבן אָפּגעבליט, די בלעטער זײַנען אָפּגעפֿאַלן, דעם בױם האָבן מיר אױסגעהאַקט, דאָס האָלץ האָט זיך אױסגעהײצט ― דאַכט זיך, אַן עק? אױס בױם? נײן, ― זאָגן די געלערנטע ― ס'איז נישט אַזױ די מעשׂה! דער בױם, זאָגן זײ, האָט זיך נאָר צעטײלט אױף זײַנע יסודות; פֿון די פּירות זאָגן זײ, האָבן מיר געהאַט חיות, די בלעטער האָבן מיר געשמעקט, דאָס האָלץ האָט אונדז געװאַרעמט, און דער בױם האָט געלעבט, און מיר האָבן געלעבט, און אַז מיר זײַנען געשטאָרבן, האָט מען אונדזער קערפּער אַרײַנגעלײגט אין דער ערד אַרײַן, און מיר זײַנען זיך צעגאַנגען אױף יסודות; אױף אונדזער קבֿר איז אױסגעװאַקסן אַ גרעזעלע, דאָס גרעזל האָט געגעסן די ציג און באַקומען דערפֿון מילך, די מילך האָט געטרונקען דאָס קלײנע קינד, געהאַט דערפֿון חיות, געװאַקסן, אױסגעװאַקסן, אָפּגעלעבט און געשטאָרבן, צעטײלט זיך װידער אױף יסודות, װידער אַ גרעזעלע, װידער ציגן, װידער מילך, װידער קלײנע קינדער, און אַזױ װײַטער און װײַטער, ביז עק װעלט.

איר שטױסט זיך שױן מסתּמא, װוּהין די חקירה גײט? דאָס גײט אױף די אַלטע צעװאָרפֿענע קבֿרים פֿונעם אַלטן כּתרילעװקער בית־הקבֿרות פֿון כּמה־וכּמה יאָרן. די דאָזיקע קבֿרים און די דאָזיקע ציגן און די דאָזיקע ייִדן אין כּתרילעװקע ― דאָס אַלצדינג איז אינאײנעם אַ מין קײט, װאָס קײטלט זיך פֿון אַ סך, אַ סך יאָרן, און מי־יודע, װיפֿל יאָר עס װעט זיך נאָך אַזױ קײטלען…

אױב איר װילט װיסן, װיפֿל יאָר כּתרילעװקע איז אַ ייִדישע שטאָט, באַדאַרפֿט איר נישט זוכן אין די אַלטע בלעטער פֿון דער היסטאָריע ― איר װעט זײ נישט געפֿינען. איר דאַרפֿט זיך נאָר מטריח זײַן אױפֿן אַלטן כּתרילעװקער בית־עולם און באַטראַכטן די אַלטע־אַלטע קבֿרים מיט די אַלטע אָפּגעריבענע מצבֿות, פּראָסטע הילצערנע מצבֿות, פּראָסטע גרױע שטײנער, װאָס שטײען כּורעים, אָנגעבױגן פֿון אַ סך אַ סך יאָרן: װוּ־ניט־װוּ װאַרפֿן זיך דורך אױף די שטײנער האַלב־אָפּגעריבענע בלײכע אותיות: „דאָ ליגט באַהאַלטן אַ ייִד אַ רבֿ, אַ צדיק אַזעלכער און אַזעלכער“; „דאָ ליגט באַהאַלטן אַ אישה־צנועה און חכמה אַזעלכע און אַזעלכע“. דאָס יאָר איז שװער איבערצולײענען ― נאָר מע פֿאַרשטײט, אַז ס'איז שױן לאַנג, װאָרעם אַ סך מצבֿות זײַנען שױן לאַנג צעפֿאַלן, און אַ סך קבֿרים זײַנען שױן לאַנג פֿאַרװאַקסן מיט גראָז, און ציגן, די כּתרילעװקער ציגן, װאָס האָבן נישט װאָס צו עסן, שפּרינגען אַריבער דעם שױן לאַנג אײַנגעפֿאַלענעם פּאַרקאַן און פּאַשען זיך אױף דעם דאָזיקן גראָז, און ברענגען אַהײם פֿולע אײַטערס מיט מילך, און די אָרעמע ייִדישע קינדער אין כּתרילעװקע האָבן װאָס צו עסן, פֿון װאָס צו ציִען כּוח. און װער װײס, װער די דאָזיקע ציגן זײַנען? אפֿשר שטעקט אין זײ אַ נשמה פֿון אַ מענטשן, און נאָך פֿון אַ גאַנץ נאָענטן מענטשן? װער װײס, װי נאָענט עס זײַנען געבונדן צװישן זיך די דרײַ מינים: דאָס אַלטע כּתרילעװקער בית־הקבֿרות, די דאָזיקע ציגן, װאָס פּאַשען זיך דאָ, און טאַקע זײ אַלײן, במחילה־כּבֿודם, איך מײן די כּתרילעװקער ייִדן?

אױף אַזאַ מין חקירה האָט מיך אַרױפֿגעטריבן דאָס אױסזען פֿון די דאָזיקע ציגן אין יענעם טאָג, װאָס די כּתרילעװקער ייִדן זײַנען זיך צעלאָפֿן און איבערגעלאָזט אױף גאָטס גענאָד זײער גאַנץ פֿאַרמעגן, זײערע ציגן.

אין דרױסן איז געװען נאָך פּסח, דער שנײ איז שױן לאַנג אַראָפּ פֿון דער ערד, געלאָזט דאָס יונגע גרעזעלע זאָל זיך שפּראָצן, ציִען צו דער װאַרעמער זון און באַגרינען און באַשײַנען גאָטס װעלט און יעדן אָרט, װוּ מענטשן לאָזן דאָס װאַקסן. כּתרילעװקע איז אָבער ― אױ װײ! ― נישט קײן אָרט פֿון פֿריש גראָז און נישט קײן אָרט פֿון שמעקנדיקע בײמער. כּתרילעװקע איז אַן אָרט פֿון בלאָטע, פֿון זאַמד און פֿון פּאָראָך און פֿון געדיכטער פֿאַרעיפּושטער לופֿט, װאָס מע קאָן פֿון איר דערװאָרגן װערן, און פֿון נאָך אַ סך אַזעלכע גוטע ליבע זאַכן. גרין גראָז קאָנט איר געפֿינען נאָר סײַדן אױפֿן בית־עולם, און אַהין האָט דאָס מיך מײן כּוח־הדמיון, מײַן פֿאַנטאַזיע, אַװעקגעטראָגן אין יענעם טאָג פֿון דער גרױסער בהלה, און דאָרט האָב איך באַטראַכט די גאַנצע טשערעדע פֿאַרלאָזטע, פֿאַריתומטע ציגן, און עס האָט מיר פֿאַרקלעמט דאָס האַרץ, װי אױף די ציגן נעבעך, אַזױ אױך אױף די קלײנע ייִדישע קינדער, װאָס זײַנען געבליבן דעם טאָג אָן אַ ביסל מילך. קוקנדיק אױף די אָרעמע ציגן װי זײ שטײען, מעלה־גרהן, מאַכן מיט די בערדלעך, קוקן משונה־מאָדנע נאַריש־פֿאַרטראַכט, האָט זיך מיר אױסגעװיזן, אַז זײ זאָגן צו מיר: „פֿעטער! אפֿשר װײסט איר, װוּ זײַנען אונדזערע באַלעבאַטים און באַלעבאָסטעס? צו װעלכע גוטע יאָר זײַנען זײ זיך צעלאָפֿן?…“

איך לאָז איבער דאָס פֿעלד, דאָס הײליקע אָרט פֿון כּתרילעװקע, און גײ מיר דורך מיט אײַך אין שטאָט אַרײַן, זען די איבעריקע נפֿשות, װאָס זײַנען איבערגעבליבן פֿון דער גרױסער בהלה אין כּתרילעװקע.

דאָס מײנט מען דעם בעדער מיט דער בעדערין און זײער קעסטקינד, דעם אַלטן שװאַכן רב יוזיפֿל.

י. שמועסט װעגן דעם רבֿ רב יוזיפֿל

אַ סך מאָל האָב איך אײַך דערמאָנט און אַרױסגעבראַכט אין מײַנע אמתע, נישט־אױסגעטראַכטע מעשׂיות אײנעם פֿון מײַנע באַליבטסטע פּאַרשױנען, דעם רבֿ און דעם רבין פֿון כּתרילעװקע, רב יוזיפֿל, און קײנמאָל האָב איך זיך נישט אָפּגעשטעלט אױף אים, איך זאָל אײַך מיט אים באַקענען, װי עס געהער צו זײַן. איך װײס, אַז ס'איז פֿון מיר אַ גרױסע עװלה. לאָם איך כאָטש אָט אָ ממלא זײַן דעם דאָזיקן חסרון.

רב יוזיפֿל איז אַן אַלטער מאַן, אַ זקן און אַ קראַנקער און פֿון תּמיד אָן נישט קײן איבעריקער גבֿר, אַ צעבראָכענער גוף, דערפֿאַר אָבער מיט אַ נשמה אַ גאַנצע, אַ געזונטע און אַ רײנע: און דװקא אין דעם דאָזיקן קראַנקן גוף האָט גאָט אַרײַנגעזעצט די דאָזיקע תּמיד־יונגע און שטענדיק פֿרישע נשמה און אָנגעזאָגט איר, זי זאָל זיך האַלטן, לאַנג האַלטן, ביז עס װעט קומען די רעכטע צײַט, װעט איר גאָט אַלײן זאָגן: „קום, שױן צײַט אין גן־עדן אַרײַן“…

און געװיס אין גן־עדן אַרײַן ― ס'איז גאָר קײן ספֿק נישט! װאָרעם דעם גיהנום מיטן חיבוט־הקבֿר מיט די אַלע איבעריקע גוטע זאַכן, װאָס װאַרטן אױף אונדז דאָרטן, האָט שױן אונדזער רב יוזיפֿל, דאַנקען גאָט, איבערגעלעבט דאָ, אױף דער װעלט. נישטאָ אײן צרה, אײן שלאַק, אײן פּורעניות, װאָס רב יוזיפֿל האָט דאָס נישט פֿאַרזוכט פֿון דעם װאָס לעבט אײביק. דער װאָס לעבט אײביק האָט, אַ פּנים, געװאָלט אױספּרוּװן זײַן געטרײַען קנעכט רב יוזיפֿל, האָט ער געהאַלטן אין אײן שיטן אױף אים צרות פֿון דער ברײטער האַנט, כּדומה־למשל, װי מע באַשיט אַ חתן מיט ניסלעך. אײנס נאָכס אַנדערע האָט ער בײַ אים צוגענומען די קינדער, פֿריִער, געװײנטלעך, גוט אָנגעמוטשעט זײ; נאָכדעם ― דאָס װײַב פֿרומע־טעמע די רביצין, די צדקת, װאָס זי איז געװען פֿאַר אים אַ געטרײַע מאַמע; נאָכדעם האָט ער אים צוגעבױגן אַ ביסעלע צו דער ערד, אים מזכּה געװען מיט שײנע עטלעכע קרענק אױף דער עלטער, אים איבערגעלאָזט װי אױפֿן װאַסער, עלנט און אָרעם און שװאַך. און בכדי ער זאָל פֿילן דעם אמתן טעם פֿון גיהנום, האָט ער אַרײַנגעגעבן אַ זין די כּתרילעװקער ייִדן, זײ זאָלן קרױנען אַ נײַעם רבֿ, אַ יונגן רבֿ, און אים, דעם אַלטן רב יוזיפֿל, זאָל מען אױף דער עלטער בעטן מחילה און באַזעצן אים ערגעץ בײַם בעדער מיט דער בעדערין, ער זאָל דאָרטן דערלעבן דאָס איבעריקע ביסל יאָרן. דאָ האָט דער רבונו־של־עולם געקאָנט רעכענען פֿאַר זיכער, אַז דער דאָזיקער רב יוזיפֿל װעט שױן מסתּמא געװיס זינדיקן מיטן מױל כאָטש, אַזױ װי איובֿ פֿאַרצײַטן האָט זיך אױך געמענטשלט אַזױ לאַנג, ביז ער האָט זיך נישט געקאָנט מער אײַנהאַלטן און פֿאַרשאָלטן זיך דאָס געבײן.

נישט אַזאַ מענטש אָבער איז געװען אונדזער אַלטער רב יוזיפֿל, אַ סך, אַ סך זאַכן איז רב יוזיפֿל דערגאַנגען מיט זײַן אײגענעם שׂכל. ער איז דערגאַנגען מיט זײַן אײגענעם שׂכל, אַז אַלע צרות און יסורים, װאָס דער אײבערשטער האָט אים מזכּה געװען, איז ― אײנס פֿון די צװײ: אָדער דאָס איז נאָר אַ פּרוּװ, אַן אָנשיקעניש פֿון זײַן ליבן נאָמען, אַן אָפּקומעניש דאָ, אױף דער נאַרישער זינדיקער װעלט, בכדי ער זאָל דאָרטן באַקומען דערפֿאַר זײַן שׂכר בכּפֿל־כּפֿלים, אָדער ער האָט דאָס טאַקע כּשר פֿאַרדינט; און טאָמער נישט ער אַלײן פֿאַר זײַנע אײגענע זינד ― איז פֿאַר זײַנע אָרעמע זינדיקע ברידער, די קינדער ישׂראל, װאָס זײַנען ערבֿ אײנס פֿאַרס אַנדערע און זײַנען מחויבֿ אָפּקומען אײנס פֿאַרס אַנדערע, װי אַ מין אַרטעל, למשל, װאָס טאָמער כאַפּט מען אײנעם אין אַ גנבֿה, באַדאַרף לײַדן דאָס גאַנצע אַרטעל, איטלעכער װעדליק אױף זײַן חלק… אַזױ איז רב יוזיפֿל דערגאַנגען מיט זײַן אײגענעם שׂכל, און האָט זיך אױף זײַן לעבנס־טאָג קײנמאָל נישט באַקלאָגט, זיך אױסגעטאָן פֿון דער װעלט מיט אַלע אירע תּענוגים, זי לחלוטין מבֿטל געװען מיט אַ שמײכל פֿון אַ גרױסן, גרױסן פֿילאָזאָף, און דערמיט האָט ער זיך געקױפֿט גרױס ליבשאַפֿט בײַ די כּתרילעװקער לײַט, װאָס כאָטש ער איז שױן קײן רבֿ בײַ זײ נישט געװען, און די הכנסות, װאָס האָבן געהערט צו אים, האָט שױן צוגענומען דער נײַער רבֿ, פֿונדעסטװעגן האָט ער געהאַט דעם זעלבן כּבֿוד װאָס תּמיד, דעם זעלבן אױבנאָן אין בית־המדרש, און אַפֿילו דער נאָמען „רבי“ איז אים אױך איבערגעבליבן, װי פֿריִער. דער חסרון איז אָבער געװען, װאָס מיטן נאָמען „רבי“ אַלײן קאָן מען נישט לעבן; דער גוף מאָנט זיך זײַנס, װאָס ס'נישט איז, אַבי עפּעס אין מױל אַרײַן, צו דערהאַלטן די נשמה… זײַנען די כּתרילעװקער לײַט געפֿאַלן אױף אַ המצאה: אַזױ װי די כּתרילעװקער באָד איז דאָך אַ קהלשע באָד, זאָל די הכנסה פֿון דער באָד געהערן צום אַלטן רבֿ, און דאָרטן טאַקע זאָל ער װױנען. דאָס הײסט, נישט אין באָד גופֿא; נאָר אַזױ װי בײַ דער באָד איז פֿאַראַן אַ שטיבל, דאָרט װוּ ס'זיצט דער בעדער מיט דער בעדערין, איז דאָרט פֿאַראַן אַן אַלקערל, װעט ער זיך קאָנען דאָרטן רויִק זיצן און לערנען.

לערנען? סע רעדט זיך אַזױ: װי קאָן שױן רב יוזיפֿל לערנען, אַז די ראיה איז אים, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַזױ געשלאָגן, אַז קױם װאָס ער זעט די ליכטיקע שײַן? פֿונדעסטװעגן, האָט קײן יסורים נישט. אַ תּלמיד־חכם, װי אַלט ער זאָל נישט זײַן, געפֿינט ער זיך אַן אַרבעט. קאָן ער נישט לערנען אינעװײניק, לערנט ער אױסװײניק, זאָגט ער עפּעס, דאַװנט ער, אָדער גלאַט אַזױ ער טראַכט. און טראַכטן איז דאָ פֿון װאָס! פֿון דער װעלט טראַכט דער אַלטער רב יוזיפֿל, און פֿון דעם בורא פֿון דער װעלט, פֿון דעם באַשאַפֿער, װאָס ער איז גערעכט און אַלע זײַנע טועכצן זענען רעכט! און פֿון זײַן פֿאָלק ישׂראל, װאָס ער שטראָפֿט דאָס, װי אַ ליב קינד, און פֿון אַלע איבעריקע פֿעלקער, און פֿון אַלע באַשעפֿענישן אױף דער ערד, פֿונעם גרעסטן װיזלטיר ביז דער מינדסטער מילב, ביזן קלענסטן װערעמל אונטערן שטײן, װאָס ער טוט טאָן שפּײַזן מיט זײַן ברײטער האַנט. דערפֿון איז אָפּצולערנען אַ קל־וחומר: „מה־דאָך אַ מילב, אַ װערעמל אַזױ, הײַנט לא כּל־שכּן שױן אַ מענטשן, און לא כּל־שכּן אַ ייִד!“… אַזױ טראַכט זיך רב יוזיפֿל און איז צופֿרידן מיט גאָט און מיט דער װעלט און מיטן פֿאָלק ישׂראל און מיט זיך און מיט זײַנע געדאַנקען, װאָס ער זאָגט זײ אַרױס נישט אײן מאָל גאַנץ הױך, אַלע זאָלן הערן. און װי אומעטום, אַזױ זײַנען אױך אין כּתרילעװקע פֿאַראַן מענטשן חקרנים, גריבלער, װאָס האָבן ליב פֿרעגן קשיות; פּרוּװן זײ זיך אַ ביסל אָפּלצעװען פֿון אַלטן רבין און פֿרעגן אים אַ קלאָץ־קשיא:

― איר זאָגט, אַ מילב? אַ װערעמל, זאָגט איר? ענטפֿערט זשע אונדז, רבי, אַ תּירוץ דערױף: װי באַלד, אַז דער אײבערשטער איז יאָ אַזאַ גרױסער גאָט און אַ גוטער גאָט און אַ דערבאַרעמדיקער גאָט, װאָס שפּײַזט אַפֿילו אַ װערעמל אונטערן שטײן, הײַנט למאַי שפּײַזט ער נישט זײַנע כּתרילעװקער ייִדעלעך? שױן זשע זײַנען מיר קלענער פֿון אַ מילב, קלענער נאָך פֿונעם קלײנעם װערעמל, װאָס אונטערן שטײן?…

― װאָס פֿאַר אַ קינדער איר זײַט! ― ענטפֿערט זײ דער אַלטער מיט אַ שמײכעלע. ― איך װעל אײַך געבן אַ משל מיט אַ מלך. אַ שטײגער, שטעלט אײַך פֿאָר, דער מלך האָט אײַך געלאָזט בעטן צו זיך אױף דער סעודה, זײַט איר געקומען אין פֿאָדערשטן חדר און דערזען, אַז אין פֿאָדערשטן חדר איז עפּעס נישט אַזױ גראַם און ליכטיק, האָט איר גענומען און זיך אומגעקערט צוריק. אַזױ איז דאָס אױך. איך פֿרעג נאָר אײן זאַך: װאָס פֿאַר אַ װערט האָט פֿאַר אײַך דאָס ביסל יסורים און בזיונות דאָ אינעם ענגן פּרוזדור, אינעם פֿאָדערשטן חדר, אַקעגן יענעם גרױסן טרקלין, דעם שײנעם רײַכן פּאַלאַץ פֿון עולם־הבא דאָרטן, װוּ די װענט זײַנען פֿון גין־גאָלד, די ערד פֿון רײן זילבער און די שטײנער בריליאַנטן? דאָרט, װוּ דאָס לעבן איז אײביק, דאָרט, װוּ די נשמות פֿון די צדיקים זיצן אױבן־אָן און טוען זיך אָן װױלטאָג און האָבן הנאה פֿון דער לױטערקײט פֿון דער שכינה, און הקדוש־ברוך־הוא אַלײן באַדינט זײ, טראָגט זײ אונטער אין גאָלדענע בעכערס דעם בעסטן װײַן און אױף גאָלדענע טעלערלעך די פֿיש פֿונעם לװיתן מיט פֿלײש פֿונעם שור־הבר…

די לעצטע װערטער, דאָס הײסט: „װײַן“, „לװיתן“ און „שור־הבר“ ― דאָס לײגט שױן צו, געװײנטלעך, רב יוזיפֿל, װי אַ צוגאָב פֿאַר דעם פּראָסטן עולם, װאָס װיל נישט װיסן פֿון קײן רוחניות און פֿון קײן שכינה. אַ פּראָסטער ייִד דאַרף האָבן אַ פּראָסט שטיקל פֿיש, מיט אַ שטיקל געבראָטנס ― און דאָס איז אין כּתרילעװקע אײנע פֿון די זײער זעלטענע זאַכן, װאָס נאָר שבת און יום־טובֿ קאָן מען זיך אַזעלכעס פֿאַרגינען, און דאָס ― נישט אַלע מאָל. פֿאַר אַזעלכע װײכע גוטע רײד האָט מען ליב אין כּתרילעװקע דעם אַלטן רבֿ דאָס חיות, און מער פֿון אַלע ― דער פּראָסטער עולם, און מער פֿונעם פּראָסטן עולם ― דאָס באַרימטע פּאָרל, דער בעדער מיט דער בעדערין פֿון דער אַלטער כּתרילעװקער קהלשער באָד, װאָס פֿון זײערט װעגן שענקען מיר אַ באַזונדער קאַפּיטל אין דער דאָזיקער באַשרײַבונג.

יא. אדם הראשון מיט חװהן אין גן־עדן

אױב עס האָט אַ זין דאָס, װאָס שמעיה אָדער פֿישל קאָרעספּאָנדענט ― דער װאָס שרײַבט קאָרעספּאָנדענציעס אין אַלע בלעטער און מע דרוקט זײ נישט ― זאָגט אױף דער כּתרילעװקער באָד, אַז זי איז אַ „גן־עדן־התּחתּון“ דאַרף אײַך נישט אױסװײַזן אַזױ װילד דאָס, װאָס די כּתרילעװקער לצני־הדור האָבן אַ נאָמען געגעבן בערקע דעם בעדער אָדם הראשון, און חװה די בעדערין האָבן זײ געקרױנט מיט אַ צונעמעניש די מוטער חװה. פֿון װאַנען האָט זיך גענומען דער דאָזיקער נאָמען ― איז שװער צו זאָגן. אפֿשר דערפֿאַר, װאָס די בעדערין האָט געהײסן חװה, האָט דער מאַן אירער שױן במילא געפּאַסט צו הײסן אָדם? און אפֿשר דערפֿאַר, װײַל דאָס באַרימטע פּאָרל האָט זיך געפֿונען אינעם דאָזיקן גן־עדן פֿון כּמה־וכּמה יאָרן, אָפּגעשײדט פֿון דער גאַנצער װעלט, און געלעבט װי אין גן־עדן? צי אפֿשר דערפֿאַר, װײַל די כּתרילעװקער ייִדן און װײַבער האָבן געהאַט מער פֿון אַלעמען די זכיה צו זען דאָס דאָזיקע פּאָרל אין דעם זעלבן קאָסטיום, װאָס אָדם מיט חװהן האָבן געטראָגן אין גן־עדן, אײדער זײ האָבן פֿאַרזוכט פֿונעם עץ־הדעת? אַזױ צי אַזױ ― דאָס מוזן מיר מודה זײַן, אַז די כּתרילעװקער לצים זעצן צו עמעצן אַ נאָמען, איז ער װי געבאָרן, װי צוגעשניטן, אױפֿגענײט, אױסגעפּרעסט און אָנגעמאָסטן ― און „פֿאַרניצט געזונט“! עס האָט זיך אױסגעװיזן איטלעכן באַזונדער, אַז קײן אַנדער נאָמען קאָנען זײ גאָרנישט האָבן. װי אַזױ דען זאָל מען רופֿן אַ פּאָרפֿאָלק, װאָס פֿאַרברענגען אַלע זײערע יאָרן דאָרטן, באַרג־אַראָפּ, העט־װײַט פֿון שטאָט אַרױס, װײַט פֿון דער באַרימטער כּתרילעװקער שטענדיקער בלאָטע, סאַמע בײַם ברעג טײַך, דאָרט, װוּ גרינע װערבעס שטײען אָנגעבױגן, קוקן אַרײַן אין װאַסער אַרײַן; דאָרט, װוּ זומער־צײַט הערט מען זשאַבעס קװאַקען, גראַגערן און פֿאַרגראַגערן דעם קאָפּ? אַזאַ ערטל קאָן מען טאַקע אַנדערש נישט רופֿן װי גן־עדן, און אַזאַ פּאָרפֿאָלק, װי דער בעדער מיט דער בעדערין, זײַנען באמת אָדם מיט חװהן אין דעם דאָזיקן גן־עדן, װאָס זײַנען װי באַשאַפֿן געװאָרן אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע מששת ימי־בראשית: ער אַ הױכער, אַ געזונטער, אַ ברײט־בײניקער, אַן אױסגעדינטער סאָלדאַט מיט אַ קאָלטענעװאַטער באָרד, מיט אַ װאַטאָװע גלאַנצנדיקע קאַפּאָטע און מיט שטענדיק אונטערגעבונדענע שטיװל, און זי ― אַ הױכע, אַ געזונטע, אַ פֿעטע ייִדענע מיט אַ שװאַרץ גלאַנצנדיק געשטופּלט פּנים, נאָר מיט גוטע גרױע אױגן, מיט אַ קעסטלדיקער פֿאַטשײלע אױפֿן קאָפּ און מיט שטענדיק אַן אונטערגעשטעקט קלײדל, װאָס ס'האָבן זיך אַרױסגעזען פֿון דעם אַ פּאָר גרױסע פֿיס אין מאַנצבילשע גרױסע שטיװל. קײן זאַך אױף דער װעלט האָט דאָס פּאָרל נישט געװוּסט אַחוץ דער באָד: אָדער מע הײצט די באָד, אָדער מע רײניקט די באָד, אָדער מע פֿאַרריכט די באָד ― קײנמאָל זיצט מען נישט לײדיק, סײַדן בײַנאַכט, אַז אַלע פֿײַערן װערן פֿאַרלאָשן, דעמאָלט זעצן זיך אַװעק אָדם מיט חװהן איבער אַ טעפּל קאַרטאָפֿליעס און מע פֿאַרקלײַבט זיך װינטער אױפֿן אױװן און זומער אין דרױסן בײַ דער פּריזבע, און קײנעם, קײנעם איז אין כּתרילעװקע נישט אַזױ גוט, װי דעם דאָזיקן פּאָרל. קײנער, קײנער האָט נישט אַזאַ שטענדיקע פֿאַרזאָרגטע פּרנסה, װי אָדם מיט חװהן. אַז קײן ראַטע צאָלן באַדאַרף מען נישט, און קונים איז מען קײנמאָל נישט זשעדנע, װאָרעם װי אָרעם די שטאָט זאָל נישט זײַן ― אָן אַ באָד קאָן זיך אַ ייִד נישט באַגײן. אמת, קײן גרױסע גליקן קאָן מען דערפֿון נישט מאַכן, קאַפּיטאַלן קאָן מען נישט קלײַבן, און קײן הײַזער אײגענע קױפֿן אַװדאי נישט. װאָרעם װאָס צאָלט אַ כּתרילעװקער ייִד, מישטײנס געזאָגט, אַז ער קומט שױן ערבֿ־שבת אין מרחץ אַרײַן? הײַנט װיפֿל האָלץ נעמט צו די באָד, אַז דער קעסל בסך־הכּל איז שױן אַלט, און די שטײנער זײַנען צעפֿאַלן, און די װענט לײַכטן זיך דורך, און פֿון דער סטעליע קאַפּעט. יעדער קאַפּ, װאָס פֿאַלט אױפֿן הױלן לײַב פֿון די נאַקעטע באַלעבאַטים, טוט אַ ברי, אַ ברען, ברענט אױס אַ שטיק פֿלײש, מע טוט אַזש אַ טאַנץ אונטער און אַ מאַך בשעת־מעשׂה: „איף ― אױ!“ ― װי די רשעים אין גיהנום, בשעת מע טרײַבט זײ אױף צעגליטע טשװעקעס. און דער עולם לאָזט אױס דאָס ביטערע האַרץ אױפֿן בעדער, שילט אים אָן אַ פֿולן קאָפּ, און ער, דער בעדער, טוט זיך זײַנס: גיסט װאַסער אױפֿן הײסן שטײן און װאָרטשעט זיך אין באָרד אַרײַן: „איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? אױסגעבױט אַ באָד נאָך פֿאַר כמעלניצקיס צײַטן און װילן ס'זאָל נישט קאַפּען!“ און ער פֿאַרריכט אַלע מאָל מיט זײַנע אײגענע הענט די אַלטע באָד, פֿאַרשטעקט די װענט, פֿאַרלאַטעט דעם דאַך, שפּאַרט אים אונטער מיט אַן אָבאַפּעלעקобапол: שטיק האַלב־געזעגט האָלץ און רײניקט אָפֿט די מיקװה, בכדי די כּתרילעװקער חכמים זאָלן זיך נישט װערטלען און נישט זאָגן קײן המצאָות, אַז זײ הערן דאָרטן זשאַבעס קװאַקען… און אָדם הראשון שטײט אױף גאַנץ פֿרי, װען גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, שלעפּט מיט די געזונטע גראָבע ידים אַן עמער נאָך אַן עמער און זעצט בשעת־מעשׂה גאַנצע שטיקער תּהילים אױסװײניק מיט אַ ניגון, און דאָס קול זײַנס קלינגט, הילכט, לאָזט זיך הערן פֿון דער באָד אַרױס און קײַקלט זיך מיטן װינט איבער די ברעגן פֿונעם טײַך און װערט פֿאַרפֿאַלן העט־װײַט דאָרטן, אַזש אױף יענער זײַט טײַך, װוּ אַ פֿױגל האָט זיך פֿאַרקליבן אױף אַ צװײַגל פֿון אַ בױם, שאָרכט שטילערהײט, שאָקלט זיך און רײניקט דעם פּיסק און טראַכט מכּוח אָנבײַסן…

און אינעװײניק אין שטיבל, װאָס בײַ דער באָד, איז נאָך שטאָקפֿינצטער. דאָרט זיצט חװה די בעדערין איבער אַ שנױץ און פֿאַרריכט דעם „רבינס“ גרעט, װאָס זי אַלײן טאַקע האָט דאָס אים נעכטן אױסגעװאַשן. פֿאַרלאַטעט װוּ ערגעץ אַ ריס און נײט־צו װוּ מע דאַרף אַ קנעפּל, דער „רבי“ זאָל האָבן װאָס אָנצוטאָן, אַז ער װעט אױפֿשטײן פֿונעם שלאָף.

פֿונעם שלאָף? מישטײנס געזאָגט, דאָס שלאָפֿן װאָס דער אַלטער רב יוזיפֿל שלאָפֿט, אַז אָט נישט לאַנג האָט ער אָפּגעפּראַװעט חצות און אָקערשט, װי מע זעט נישט, כאַפּט ער זיך אױף, גיסט אָפּ נעגל־װאַסער און נעמט זיך צו עבֿודת־הבורא, הײבט אָן „זאָגן“… װאָס זאָגן ― װײס זי נישט אַקוראַט, נאָר אַז ער זאָגט, איז אַ מחיה צו הערן! איטלעכס װאָרט ממש צעגײט זיך אין אַלע אבֿרים!

און די בעדערין שטײט אױף פּאַװאָלינקע, גײט אױף די שפּיץ־פֿינגער, נעמט זיך שטילערהײט צו דער מולטער, אױסמאַכן די חלה אױף שבת.

― קוקעריקו! ― ציט אױס אַ װײַסער האָן מיט רױטלעכע פֿליגלען, שפּרינגט אַראָפּ צוליב דעם טאַקע פֿון די באַנטענעס גלײַך אױף דער שװעל, מײנט, אַז ער האָט דאָ געטאָן עמעצן מי־יודע װאָס פֿאַר אַ טובֿה דערמיט, װאָס ער האָט אױפֿגעװעקט דעם עולם צו דער אַרבעט.

― אַ קיש אין דער ערד אַרײַן! ― מאַכט צו אים חװה און טרײַבט אים דורך מיט בזיונות און שיט אים אָפּ מיט װערטער. ― קיש־קיש צו אַלדע שװאַרצע יאָר! צי מע דאַרף, צי מע דאַרף נישט, ער װײס נאָר קוקעריקו! װאַרט־װאַרט, װעסט זיך נאָך אַ ביסל בײַ מיר אונטערהאָדעװען, װעל איך דיך אַװעקטראָגן צום שוחט, װעט דיר שױן זײַן אַ קוקעריקו! װעסט שױן בײַ מיר קוקעריקען!

די דאָזיקע אַלע דיבורים, װאָס חװה איז מכבד דעם האָן דעם עזות־פּנים, זײַנען אָבער אַרױסגעװאָרפֿן: דער „רבי“ איז שױן במילא אױפֿגעשטאַנען, שױן לאַנג אָפּגעגאָסן נעגל־װאַסער און גענומען זיך צו עבֿודת־הבורא, און ער „זאָגט“ שױן… װאָס ער זאָגט ― װײס ניט חװה אַקוראַט, נאָר אַז ער זאָגט, איז אַ מחיה צו הערן! איטלעכס װאָרט ממש צעגײט זיך אין אַלע אבֿרים! און זי טראָגט אים אונטער מיט גרױס דרך־ארץ אַ טעפּל ציקאָריע, הײסע און געשמאַקע, און סע זעצט אַ פּאַרע, און סע שמעקט טעם גן־עדן.

יב. דער רבֿ רב יוזיפֿל האָט אַ גוטע עלטער

די המצאה, אַז דער אַלטער רבֿ רב יוזיפֿל זאָל לעבן פֿון דער פּרנסה פֿון דער כּתרילעװקער קהלשער באָד, איז געװען אײנע פֿון יענע גליקלעכע המצאָות, װאָס נאָר אין כּתרילעװקע קאָן מען פֿאַלן אױף אַזאַ גלײַכער זאַך. בערקע דער בעדער, אָדער אָדם הראשון, װאָס האָט אױף זײַן אײגענעם חשבון, אײגנטלעך, באַדאַרפֿט על־פּי כּתבֿ באַהײצן מיטן האָלץ פֿון דער באָד אױך דאָס בית־המדרש, להבֿדיל, האָט סײַ װי סײַ געלאָזט פֿרירן די באַלעבאַטים אַ גאַנצן װינטער, געפֿונען אַלע מאָל אַן אַנדער תּירוץ: דער פֿראָסט איז צו גרױס, דאָס האָלץ איז נאַס, אַ טומאַן אין דרױסן, וכדומה אַזעלכע פּיזמונות, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן ― לאָז ער כאָטש אױסהאַלטן רב יוזיפֿל דעם רבֿ אױף דער עלטער, מען האָט אים שױן מוחל געװען דאָס בית־המדרש! און װאָס דאַרף, מישטײנס געזאָגט, אַן אַלטער ייִד, און אַ רבֿ, ובפֿרט נאָך אַזאַ ייִד, און אַזאַ רבֿ, װי רב יוזיפֿל, װאָס אַפֿילו אין די גוטע יאָרן איז בײַ אים אַלצדינג געװען גוט? די רביצין אַלײן, פֿרומע־טעמע עליה־השלום, פֿלעגט דערצײלן אױף איר מאַן, אױף רב יוזיפֿלען, אַז ס'איז בײַ אים אַלצדינג רעכט. װען, למשל, מע גיט אים עסן הײסע קױלן, עסט ער; ער בריט זיך, נאָר ער עסט. אַזאַ מין מפֿונק איז דאָס געװען. הײַנט בפֿרט נאָך איצט אױף דער עלטער! אײן זאַך איז נאָר שלעכט: ס'װעט אים זײַן בײַ זײ אַ ביסל ענגלעך. איז דאָ אַן עצה: אָדם מיט חװהן קאָנען גאַנץ פֿײַן שלאָפֿן אין באָד, און „דער רבי“ אין שטוב. די באָד מיט דער שטוב איז במילא אײן שטוב, שטײען אונטער אײן דאַך. נאָך אַ מעלה האָט די באָד, װאָס װינטער איז דאָרטן װאַרעם, טאַקע װי אין אַ גן־עדן. אמת, די דאָזיקע מעלה איז אַ מעלה נאָר װינטער, און קומט זומער ― װערט פֿון דער מעלה אַ חסרון. ס'איז אַזױ הײס, אַז נישט נאָר אין באָד ― אין שטוב קאָן מען צעגאַנגען װערן פֿון היץ. איז אָבער פֿאַראַן אַן אַנדער עצה: שלאָפֿט מען אין דרױסן. זומער אין דרױסן איז דאָך טױזנט מאָל בעסער װי אין שטוב, ובפֿרט נאָך דאָ, בײַם ברעג טײַך, איז דאָך טאַקע אַ גן־עדן. אמת די דאָזיקע מעלה האָט אין זיך אױך אַ שטיקל חסרון, װאָס איבער די זשאַבעס איז דאָ, בײַם ברעג טײַך, אוממעגלעך צו שלאָפֿן. איז דער תּירוץ: למאַי אין שטוב? אין שטוב בײַ זײ איז דען נישטאָ קײן זשאַבעס? עס האָט זיך דען נישט געטראָפֿן חװה די בעדערין װיפֿל מאָל, אַז זשאַבעס זאָלן איר שפּרינגען גלײַך אין פּנים אַרײַן אָדער פֿון בעט, אָדער פֿון דער דײזשע, אָדער גאָר פֿון אױװן אַרױס?… בקיצור, מע האָט דעם „רבין“ באַגלײט אין שטוב, און אָדם מיט חװהן האָבן זיך באַזעצט אין גן־עדן, דאָס הײסט אין באָד, און האָבן אַכטונג געגעבן אױפֿן „רבין“, ס'זאָל אים דאָ זײַן גוט, ער זאָל האָבן אַלצדינג צו דער צײַט, דאָס עסן צו דער צײַט און דאָס טרינקען צו דער צײַט. און מיט דער צײַט זײַנען זײ צו אים געװאָרן שטאַרק צוגעבונדן, ליב געקריגן, אַזױ װי עפּעס אַן אײגענעם.

גערופֿן האָט זײ דער אַלטער רב יוזיפֿל „קינדערלעך“, און זײ אים ― „רבי“. און נישט אומזיסט, װאָרעם זײ האָבן אױף זײער גאַנצן לעבן ביז אַהער נישט געהערט אַזױ פֿיל תּורה, װיפֿל זײ האָבן זיך אָנגעהערט דאָ פֿונעם אַלטן רבֿ רב יוזיפֿל אין אײן טאָג. און אַלצדינג װאָס זײ האָבן פֿון אים געהערט איז בײַ זײ געװען אַ נײַס. ער האָט אױסגעזען בײַ זײ אין די אױגן, װי אַ מענטש, װאָס איז נאָר־װאָס געקומען צו פֿאָרן פֿון זײער אַ װײַטער מדינה און דערצײלט זיך אָן אַזעלכע חידושים, װאָס מע האָט זײ קײנמאָל נישט געהערט. און אַפֿילו נישט געזען אין חלום. מיט אָפֿענע מײַלער און מיט האַרצקלאַפּעניש פֿלעגט דאָס דאָזיקע פּאָרל זיצן װינטער בײַ דער לעזשאַנקע, און זומער אין דרױסן אױף דער פּריזבע, און קוקן אױפֿן „רבין“ און האָרכן, װי דער „רבי“ רעדט פֿון רוחניות, דערצײלט חידושים פֿון גאָט, פֿון מענטשן דאָ אױף דער װעלט, און פֿון מלאָכים דאָרט אױף יענער װעלט, פֿון דער ערד און פֿון אַלע באַשעפֿענישן װאָס אױף דער ערד, און פֿונעם הימל מיט דער זון מיט דער לבֿנה מיט די שטערן און מיט די אַלע איבעריקע גלגלים. און נישט אײן מאָל פֿלעגט זיך אױסװײַזן אָדם־הראשונען מיט חװהן, זיצנדיק אין דרױסן בײַ דער באָד אין די װאַרעמע ליכטיקע זומער־נעכט, אַז דער דאָזיקער זקן, מיט דעם אײַנגעבױגענעם רוקן, מיט דעם קלײנעם װײַסן בערדל און מיט די גוטע, גוטע אױגן, איז אַלײן עפּעס אַ מין רוחניות װאָס אָט הײבט זיך עס אױף פֿון דער ערד און הײבט אָן שװעבן אין דער לופֿטן, שװעבט אַזױ לאַנג, ביז סע װערט פֿאַרשװוּנדן דאָרטן ערגעץ, צװישן די גלגלים… און זײ אַלײן פֿילן אױך, װי עס ציט זײ עפּעס אַהין אַרױף, צו יענע װײַסע פּאַסמעס און צו יענע קלײנע שטערנדלעך; צו די נשמות, װאָס בלאָנדזשען דאָרט אַרום און געפֿינען נישט קײן רו…

גאָט װײס אױב ס'איז נאָך עמעצן אױף דער גאַנצער װעלט געװען אַזױ גוט, װי אונדזער פּאָרל אָדם מיט חװהן אין גן־עדן, און אױב עמעצער נאָך האָט געהאַט אַזאַ גליקלעך עלטער, װי דאָ, בײַ זײ אין גן־עדן, האָט געהאַט דער אַלטער רבֿ רב יוזיפֿל פֿון כּתרילעװקע.

יג. כּמעט דאָס ערשטע מאָל אין זײַן לעבן איז רב יוזיפֿל אין כּעס

הימל און ערד האָבן געשװאָרן, אַז קײן איבעריקע זאַך זאָל נישט זײַן אױף דער ערד; און שטענדיק גוט ― דאָס טאָר נישט זײַן קײנעם נישט, אין ערגעץ נישט! פֿאַראַן אַ שׂטן־מקטרג, װאָס מישט זיך אַרײַן, שטײט בײַ אונדז שטענדיק הינטער די פּלײצעס און היט אונדז די נשמה, גיט אַכטונג, מיר זאָלן חלילה נישט פֿאַרגעסן אָן גאָט… דער דאָזיקער שׂטן האָט זיך אַרײַנגעמישט אױך אַהער, אין דעם גן־עדן, װאָס מיר האָבן אױבן באַשריבן, און האָט שיִער־שיִער נישט אַרױסגעטריבן פֿון דאַנען אָדם מיט חװהן, און מיט זײ אינאײנעם ― נעבעך דעם אַלטן עלנטן זקן; שיִער־שיִער נישט חרובֿ געמאַכט די נעסט, שיִער־שיִער נישט צעשטערט די ליבע און געטרײַע, שיִער־שיִער נישט פֿאַרשטערט דאָס גליק אױף אײביק.

דאָס איז געװען דעמאָלט, װען חװה די בעדערין איז געקומען פֿונעם מאַרק, געװאָלט קױפֿן פֿישלעך ― איז נישט געװען, געװאָלט קױפֿן קאַרטאָפֿליעס ― איז נישט געװען, אַ בינטל ציבעלקעלעך ― איז נישט געװען, נישט געװען קײן לעבעדיקער נפֿש. פֿריִער האָט זי גערעכנט, אפֿשר איז זי צו פֿרי אַרױסגעגאַנגען אין מאַרק? האָט זי אַ ביסל צוגעװאַרט. דערזען, אַז ס'איז שױן גרױסער טאָג און אין מאַרק ― איר זאָלט זאָגן אַ משוגענער הונט! װוּ־נישט־װוּ זעט זי ייִדן לױפֿן, פּאַקעװען זיך, אין װעג אַרײַן. װאָס איז די מעשׂה? מע לױפֿט! װוּהין לױפֿט מען? אין דער װעלט אַרײַן!…

און ביז חװה איז געקומען אַהײם און איבערגעגעבן דאָס אָדם הראשונען, און ביז אָדם הראשון האָט דאָס איבערגעגעבן דעם „רבין“, איז שױן העכער אַ האַלבע שטאָט געװען אױף יענער זײַט בית־עולם.

תּחילת האָט רב יוזיפֿל גאָרנישט געװאָלט גלײבן, אַז ס'זאָל זײַן אמת: זײ לױפֿן? װאָס הײסט, זײ לױפֿן? נאָכדעם האָט ער גענומען דאָס יאַמשאָװע שטעקל מיט דער אױסגעבױגענער בלעכענער גאַלקע, װאָס איז שױן אַלט אפֿשר אַזױ פֿיל, װיפֿל ער איז רבֿ אין כּתרילעװקע, און האָט זיך מטריח געװען מיט זײַן עלטער אין שטאָט אַרײַן, און האָט נאָך געפֿונען עטלעכע ייִדן קלײַבן זיך אין װעג אַרײַן, האָט ער זײ אָפּגעשטעלט, און מיט אַ זיסן שמײכל האָט ער גענומען זײ שטראָפֿן, זאָגן מוסר.

עטלעכע איבערגעבליבענע ייִדן האָבן אים אױסגעהערט מיט זײער אַ טיפֿן זיפֿץ און געזאָגט מיט ביטערן שמײכל:

― יאָ, איר זײַט זײער גערעכט, נאָר פֿונדעסטװעגן, רבי, זעצט זיך און פֿאָרט אױך מיט אונדז! פֿאָלגט אונדז, רבי, פֿאָרט מיט אונדז, און װאָס גיכער!

― פֿאָרן? װוּהין? צו װאָס? צוליב װעמען?

אָבער אַלע זײַנע רײד זײַנען געװען אומזיסט אַרױסגעװאָרפֿן, װאָרעם די עטלעכע איבערגעבליבענע ייִדן זײַנען שױן אױך געװען לאַנג פֿון יענער זײַט שטאָט.

געקומען אַהײם אין גן־עדן, מײן איך: צום בעדער מיט דער בעדערין אין באָד אַרײַן, האָט ער געטראָפֿן אָדם מיט חװהן שטאַרק פֿאַרזאָרגט, כּמעט אין טרערן, און ער, רופֿט זיך אָן צו זײ:

― װאָס זײַט איר, קינדערלעך, אַזױ פֿאַרצאָרנט?

― סטײַטש, מאַכן זײ צו אים, איר װײסט דען נישט, װאָס עס טוט זיך? דאָ איז נאָר װאָס געװען האַפּקע?

― װאָסער האַפּקע?

― האַפּקע די ערליתטע, די װאָס פֿאַרלעשט די ליכט שבת. דערצײלט זי זיך אָן אַזעלכע מוראדיקע זאַכן, װאָס די האָר שטעלן זיך קאַפּױר!

און אָדם מיט חװהן דערצײלן אים בײדע אינאײנעם, כאַפּן אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע, די אַלע מוראדיקע זאַכן, װאָס האַפּקע דערצײלט זיך אָן װאָס אױף דער װעלט טוט זיך. און רב יוזיפֿל דער רבֿ זיצט אָנגעשפּאַרט אױפֿן שטעקן און האָרכט, האָרכט מיט קאָפּ. ער זיצט און טראַכט און ענטפֿערן ענטפֿערט ער גאָרנישט. און נאָכדעם הײבט ער אױף דעם קאָפּ, קוקט זיך אַרום פֿון אַלע זײַטן, לײגט אַװעק לעבן זיך דאָס אַלטע יאַמשאָװע שטעקל, טוט אױס דאָס היטל און בלײַבט אין דער יאַרמלקע, און רופֿט זיך אָן צו אָדם מיט חװהן:

― הערט זשע אױס, קינדערלעך, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, אַז דאָס אַלצדינג, װאָס איר דערצײלט אָט דאָ, איז דאָס אַלץ פּוסטע זאַכן, נישט װערט קײן שמעק טאַביקע; הנה זײַט װיסן, אַז לא ינום ולא ייִשן שומר־ישׂראל, גאָט שלאָפֿט נישט. איך װעל אײַך דערצײלן אַ משל מיט אַ מלך…

― װאָס מיר מלך? װער מיר מלך? איר הערט בעסער, װאָס האַפּקע דערצײלט זיך אָן! ― אַזױ כאַפּט זיך אַרױס אָדם הראשון און האָט באַלד חרטה: ער פֿילט, אַז ס'איז גראָבלעך, זײער גראָבלעך פֿון זײַן זײַט. נאָר פֿאַרריכטן האָט ער שױן נישט געקאָנט: רב יוזיפֿל האָט זיך אָפּגעקערעװעט פֿון אים, זיך אָנגעטאָן אין טלית־ותּפֿילין, גענומען אַ ספֿר, דאָס אַלטע יאַמשאָװע שטעקל לעבן זיך, און זיך אַװעקגעזעצט בײַם טיש אױבן־אָן, װי אַ מלך בשעת מלחמה, אָנגעװאָפֿנט פֿון קאָפּ ביז פֿיס, און געקוקט מיט גרױס גדלות, װי אײנער רעדט:

― אַנו, לאָז, אַ שטײגער, עמעצער פּרוּװן צוטרעטן אַהער?…

און פֿון זײַנע אַלטע שװאַרצע אױגן און פֿון זײַנע אַלטע גרױע האָר האָט אַרױסגעקוקט אַזױ פֿיל גבֿורה און רויִקײט, אַז אָדם מיט חװהן האָבן זיך געפֿילט, אַז נישקשה ― זײ האָבן אױף װעמען זיך אָנצושפּאַרן.

יד. צװײ שטעט באַגעגענען זיך און צעפֿאָרן זיך מיט גאָרנישט ― און אַ סוף

געשניטן האָט זיך דער עולם אױף דעם טראַקט, װאָס גײט קײן מאַזעפּעװקע, אין דער סבֿיבֿה פֿון יעהופּעץ, און דער ערשטער פּונקט אױף אָפּצושטעלן זיך איז געװען קאָזאָדאָיעװקע, אױך אַ ייִדישע שטאָט, װאָס איז באַװוּסט מיט אירע באַרימטע ציגן, װאָס דער נאָמען אַלײן באַװײַזט שױן דערױף. קאָזאָדאָיעװקער ציגן מעלקן זיך גאָר אַנדערש און זײַנען אָפּגעשײדט פֿון די כּתרילעװקער ציגן מיט זײערע הערנער, דאָס הײסט דערמיט, װאָס זײ האָבן נישט קײן הערנער. אױפֿן אָרט פֿון הערנער איז בײַ זײ עפּעס אַ מאָדנע צאַצקע פֿון פֿאָרנט, אַ מין של־ראָש להבֿדיל, און זײ זײַנען בטבֿע זײער פּלאָכעניסטעפּלאָכע געלאַסן הײסט דאָס און נאַריש, אַ סך מער װי די כּתרילעװקער ציגן. אַ קאָזאָדאָיעװקער ציג קאָנט איר באַגעגענען אין מיטן גאַס, איר װײַזן אַ ביסל שטרױ און זאָגן איר: קאָז־קאָז־קאָז ― שטעלט זי זיך אַנידער, צענעמט די פֿיסלעך, כאָטש נעמט מעלקט זי אױס…

אױך די ייִדן, להבֿדיל, זײַנען דאָרטן גאָרנישט די ייִדן, װאָס אין כּתרילעװקע, דאָס הײסט, די ייִדן זײַנען דאָרטן די זעלביקע ייִדן, װאָס דאָ, מיט די זעלביקע נשמות, מיט די זעלביקע מאָגנס, און אַפֿילו די זעלביקע אָרעמע לײַט, װאָס יענע. דער גאַנצער חילוק איז נאָר אינעם „ברוך־שאָמר“, דאָס הײסט, װאָס די כּתרילעװקער ייִדן זאָגן אינעם דאַװנען פֿריִער „הודו“ און נאָכדעם „ברוך־שאָמר“, און די קאָזאָדאָיעװקער ייִדן זאָגן, פֿאַרקערט, פֿריִער „ברוך־שאָמר“, און ערשט נאָכדעם „הודו“. דאַכט זיך, װאָס איז, אײגנטלעך, די נפֿקא־מינה: דאָס פֿריִער, יענץ פֿריִער? סײַ װי סײַ אַ תּפֿילה פֿון גאָט, נײן, זאָגט דאָס נישט! אין אַמאָליקע גוטע יאָרן, אַז די כּתרילעװקער און קאָזאָדאָיעװקער ייִדן האָבן געהאַט פּרנסה בכּבֿוד און ס'איז זײ אָפּגעגאַנגען, װי מע זאָגט, נאָר קאָפּװײטיק, האָט זיך פֿאַר דעם „ברוך־שאָמר“ מיט דעם „הודו“ געגאָסן בלוט. עס האָט זיך װיפֿל מאָל געמאַכט, אַז אַ קאָזאָדאָיעװקער איז געקומען קײן כּתרילעװקע אין בית־המדרש אַרײַן דאַװנען, און דער חזן האָט זיך אַװעקגעשטעלט צום עמוד, אָנגערוקט דעם טלית, זיך צעשאָקלט און אַ זאָג געטאָן מיט אַ ניגון:

― הודו לה′ קראו בשמו…

האָט זיך דער קאָזאָדאָיעװקער צעלאָזט אױף דער הױכער אָקטאַװע:

― ברוך שאָמר והיה העולם!

און פֿאַרקערט, אַז אַ כּתרילעװקער איז געקומען קײן קאָזאָדאָיעװקע אין שול אַרײַן, און דער חזן האָט זיך פֿאַרדבֿקעט, נאָר־װאָס פֿאַרמאַכט די אױגן, אױפֿגעהױבן דעם קולאַק און אָנגעהױבן דעם „ברוך־שאָמר והיה העולם“, האָט זיך דער כּתרילעװקער צעלאָזט אױפֿן געלענקל:

― הודו לה′ קראו בשמו הודיעו בעמים עלילו―ו―ו―ו―תיו!

דער „הודו“ אַלײן איז פֿאַר די קאָזאָדאָיעװקער נישט געװען אַזױ פּריקרע נאָך, װי דער „עלילותיו“, װאָס דער כּתרילעװקער האָט אױסגעצױגן אפֿשר אױף אָנדערטהאַלבן קלאַפֿטער. ממה־נפֿשך, װילסט זאָגן „הודו לה′ קראו בשמו הודיעו בעמים עלילותיו“? ― שטעל זיך אַװעק און זאָג דיר דאָרטן אָפּ: „הודו לה′ קראו בשמו הודיעו בעמים עלילותיו“. צו װעלכע גוטע יאָר נוצט דאָס דיר, אַז דו זאָלסט אַזױ אױסציִען אױף אַ קול דעם „עלילו―ו―ו―ו―ו―ותיו“? טוסטו דאָך עס, אַ פּנים, אױף צו להכעיס? איז װי באַלד דו ביסט אַזאַ צו־להכעיסניק, קומט דיר פּעטש! און מע האָט אים דעמאָלט אַרײַנגעלײגט װיפֿל ס'איז אין אים אַרײַן, און עס האָט זיך אָנגעהױבן צװישן די כּתרילעװקער און קאָזאָדאָיעװקער ייִדן אַ שׂינאה און געצױגן זיך לאַנגע־לאַנגע יאָרן. אָנגעהױבן האָט זיך עס מיט פּעטש און אױסגעלאָזט מיט מסירות און מיט יאַבעדעס און מיט גראָבעניש און מיט באַגראָבעניש ― די װעלט האָט מיט זײ דעמאָלט געהאַט צו טאָן, װילד־פֿרעמדע האָבן זיך אַרײַנגעמישט אין זײערע משפּטים, געמאַכט חוזק פֿון זײ מיט זײערע ייִדישע מינהגים און פּוסטע גענג, זײ געגעבן אַ שײנעם נאָמען „פֿאַנאַטיקער“. בקיצור, ס'איז געװען פֿע, חולשה־חלשות!

אמת, יענע נאַרישע נאָר גליקלעכע יאָרן זײַנען שױן לאַנג אַװעק, און גאָט װײס, אױב זײ װעלן זיך אַמאָל אומקערן: אמת, עס האָט זײ אַלעמען אַזױ פֿאַרדרײט דעם קאָפּ, אַז זײ האָבן גרעסערע מכּות פֿון „הודו“ מיטן „ברוך־שאָמר“; נאָר די שׂינאה צװישן די כּתרילעװקער מיט די קאָזאָדאָיעװקער איז פֿאַרבליבן אַ שׂינאה, װאָס מיטן שׂכל קאָן מען זי נישט געבן יענעם צו פֿאַרשטײן בשום־אופֿן… גײ, אַ שטײגער, גיב צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל, פֿאַרװאָס, למשל, אַז אַ קלײן שײגעצל אין כּתרילעװקע, אַז סע דערזעט אַ ייִדן, מוז דאָס כאַפּן דאָס היטל אין די צײן און אָנהײבן טרײסלען דאָס אַהין און אַהער און זינגען בשעת־מעשׂה אַ לידל:

„זשיד זשיד! כאַלאַמיד!
זאַהוביװ טשערעװיקзагубив черевик: האָט פֿאַרלױרן זײַן שוך!
אַ יאַ שאָװ! טאַי נאַשאָװ!а я йшов тай знайшов: איך בין געגאַנגען און אים געפֿונען
טאַי פּידניאַװ! טאַי פּישאָװ!“та підняв та пішов: אים גענומען און אַװעק

אָדער פֿאַרקערט, גײט זײַט אַ חכם און גיט צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל, פֿון װאַנען נעמט זיך דאָס, אַ שטײגער, װאָס בײַ אַ כּתרילעװקער ייִדן, װיבאַלד ער רעדט פֿון נישט קײן ייִדן, אַזױ הײבט ער אָן אױסנוצן װיפֿל ער האָט לשון־קודש־װערטער: „גיב דעם ערל אין די ידים אַ צנצנת י″ש, נאָר נישט מלא, מיט אַ שטיקל לחם, װאָרעם ער האָט נאָך הײַנט גאָרנישט געאַכלט, און זײַ אים משלם צװײ זהובֿים, און לאָז ער הלכענען, נאָר גיב אַכטונג מיט די עינים ער זאָל עפּעס נישט לקחענען“… דאָס זײַנען פֿון די זאַכן, װאָס פֿאַרשטײן מיטן שׂכל קאָן מען דאָס נישט, מע באַדאַרף עס פֿילן… נאָר מיר קערן זיך אום צו די כּתרילעװקער און קאָזאָדאָיעװקער ייִדן.

פֿאַראַן אַזעלכע מאָמענטן אינעם מענטשנס לעבן, װאָס אַלצדינג װערט פֿאַרגעסן, אַלצדינג װערט אָפּגעמעקט, גלײַך װי גאָרנישט געװען; און ס'איז אַ גליק, װאָס עס איז אַזױ. אַנישט, װאָלט די װעלט קײן קיום נישט געהאַט! גאַנץ גלײַך האָבן אונדזערע חכמים מתקן געװען, אַז ערבֿ יום כּיפּור, בשעת מלקות שלאָגן, איז מען זיך אײנס דאָס אַנדערע מוחל.

אױך די שׂינאה פֿון די כּתרילעװקער מיט די קאָזאָדאָיעװקער, אַז זײ האָבן זיך באַגעגנט אין װעג אין אַזאַ שײן שטיקל צײַט פֿון בהלות און לױפֿעניש, איז מיטאַמאָל אַװעקגעפֿלױגן, װי מיטן װינט און מיטן רױך ― אױס שׂינאה! און באַגעגנט האָט זיך כּתרילעװקע מיט קאָזאָדאָיעװקע פּונקט אױף דער מיט װעג, אין פֿעלד, נישט װײַט פֿון יענעם אָרט, װוּ ס'איז אַמאָל געשטאַנען אַ ייִדישע קרעטשמע, װאָס מען האָט זי גערופֿן „די דעמבענע“, און װאָס האָט איבערן מאָנאָפּאָל געמוזט צומאַכן זיך. עס האָט איר גאָרנישט געהאָלפֿן!

אַז כּתרילעװקע מיט קאָזאָדאָיעװקע האָבן זיך באַגעגנט, האָבן זײ זיך בײדע אָפּגעשטעלט, און ס'איז צװישן די צװײ פֿאָרגעקומען אַזאַ מין געשפּרעך:

כּתרילעװקע: װוּהין פֿאָרן דאָס, אַ שטײגער, ייִדן?

קאָזאָדאָיעװקע: װוּהין פֿאָרט איר?

כּתרילעװקע: מיר? מיר פֿאָרן גלאַט אַזױ, איטלעכער מכּוח זײַן עסק, פּאָ דיעלוпо дєлу: װעגן עסק הײסט עס…

קאָזאָדאָיעװקע: אַ גאַנצע שטאָט פֿאָרט מכּוח עסק?

כּתרילעװקע: װאָס זײַט איר? נישט קײן גאַנצע שטאָט?

קאָזאָדאָיעװקע: מיר זײַנען עפּעס אַנדערש; מיר פֿאָרן נישט ― מיר לױפֿן.

כּתרילעװקע: פֿון װאַנען־זשע װײסט איר, אַז מיר ― נישט?

קאָזאָדאָיעװקע: אָט אַזױ זשע רעדט. װוּהין־זשע לױפֿן דאָס ייִדן?

כּתרילעװקע: װוּהין לױפֿט איר?

קאָזאָדאָיעװקע: מיר? מיר לױפֿן… צו אײַך.

כּתרילעװקע: און מיר צו אײַך.

קאָזאָדאָיעװקע: װאָס װעט איר טאָן בײַ אונדז?

כּתרילעװקע: דאָס אײגענע, װאָס איר בײַ אונדז.

קאָזאָדאָיעװקע: הערסט! װאָס זשע דאַרפֿן מיר לױפֿן צו אײַך און איר צו אונדז?

כּתרילעװקע: בכדי, אַ פּנים, מיר זאָלן זיך בײַטן מיט די ערטער?

קאָזאָדאָיעװקע: װערטלעך אױף אַ זײַט! איר זאָגט אונדז בעסער דעם שׂכל: װאָס לױפֿט איר?

כּתרילעװקע: װאָס לױפֿט איר?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ערשט אָט־דאָ, אַז די צװײ שטעט האָבן זיך צערעדט, זיך רעכט באַטראַכט אײנס דאָס אַנדערע און אָנגעקוקט זיך אַקוראַט װי עס געהער צו זײַן, מיט זײַטיקע אױגן, האָבן זײ אַרױסגעזען, װאָס פֿאַר אַ פּנים זײ האָבן…

― געזען אַ ביסל? זיך צעלאָזט! מע לױפֿט! װאָס לױפֿט מען? װוּהין לױפֿט מען? אַ לױפֿעניש אױף זײ!

און מע האָט אָנגעהױבן װישן די אױגן, װײנען און קרעכצן:

― אַז אָך און װײ איז צו אונדז אַלעמען, אױף װאָס מיר זײַנען איבערגעקומען!

און מע האָט זיך צערעדט, אָנגערעדט װי די פּױקן, זיך אױסגערעדט דאָס האַרץ… און נאָכדעם האָט מען זיך געגעבן די הענט, מע האָט זיך גאַנץ פֿײַן אָפּגעזעגנט און צעקושט זיך גאָר פֿרײַנטלעך, װי אמתע גוטע פֿרײַנט, װי מחותּנים, װאָס האָבן זיך נאָך־װאָס משדך געװען, אָדער װי מאַן און װײַב, װאָס האָבן זיך געגט און צוריק גענומען זיך, און מע האָט אױסגעבטלט אַלע בײזע װיסטע חלומות אױף די שׂונאימס קעפּ, און מע האָט זיך געװינטשעװעט אײנס דאָס אַנדערע, אַז דערמיט זאָל מען שױן אָפּקומען, געזאָגט מיט אַ ביטערן געלעכטער: „יהי רצון“… און מע האָט אַ װוּנק געטאָן צו די ערלים, זײ זאָלן מוחל זײַן פֿאַרקערעװען די פֿערדלעך צוריק.

און די צװײ שטעט זײַנען זיך צעפֿאָרן צוריק אױף זײערע ערטער: כּתרילעװקע קײן כּתרילעװקע, קאָזאָדאָיעװקע קײן קאָזאָדאָיעװקע. שטיל, אָן װערטער, האָט מען זיך אַרײַנגעגנבֿעט צו זיך אַהײם, װי די פֿײגעלעך, איטלעכער אין זײַן נעסט אַרײַן. שטיל, אָן װערטער, האָט זיך איטלעכער גענומען צו זײַן אַרבעט, און נאָך לאַנג נאָכדעם פֿלעגט מען איבערחזרן, איבעררײדן, דערמאָנען זיך נאָך אַ מאָל פֿון דער שײנער בהלה, װאָס ס'איז אױף זײ געװען. און בכדי די שפּעטערדיקע דורות, אונדזערע קינדסקינדער, זאָלן אױך װעגן דעם װיסן, האָבן מיר זיך מטריח געװען באַשרײַבן די דאָזיקע שײנע עפּאָפּעע אין אונדזער פּראָסטער ייִדישער שפּראַך און אַרױסגעבן זי באַזונדער אין אַ ביכל, ס'זאָל בלײַבן נאָך אונדז אַ זכר אױף דור־דורות.

געשריבן אין יאָר 1904
אױסגעטרײסלט

― שאַט! ― רופֿט זיך אָן אַ ייִד מיט קײַלעכיקע אױגן, װי בײַ אַן אָקס, װאָס איז געזעסן די גאַנצע צײַט אין װינקל בײַם פֿענצטער און האָט גערײכערט און געהערט מעשׂיות פֿון גנבֿות, גזילות, עקספּראָפּריאַציעס. ― אָט װעל איך אײַך דערצײלן אַ שײנס, אױך מיט גנבֿה, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן בײַ אונדז, און דװקא אין בית־המדרש האָט זיך דאָס געטראָפֿן, און נאָך יום־כּיפּור דערצו! איר מעגט דאָס האָרכן.

אונדזער שטעטל כּתרילעװקע, ― איך בין אַלײן אַ כּתרילעװקער ― איז אַ קלײן שטעטל און אַן אָרעמס. קײן גנבֿים איז בײַ אונדז נישטאָ. מע גנבֿעט נישט, ס'איז נישטאָ בײַ װעמען צו גנבֿענען, און ס'איז נישטאָ װאָס צו גנבֿענען, און אָן אַלעמען איז דאָך גלאַט אַ ייִד קײן גנבֿ נישט. דאָס הײסט, אַ ייִד איז אַפֿילו יאָ אַ גנבֿ, נאָר נישט אַזאַ גנבֿ, װאָס זאָל קריכן דורך אַ פֿענצטער, אָדער גײן מיט אַ מעסער צו יענעם קױלען. דרײען, אױסדרײען, אַרײַנדרײען, פֿאַרדרײען און אָפּדרײען יענעם דעם קאָפּ ― דאָס מהיכא־תּיתי; אָבער נישט קריכן יענעם אין קעשענע אַרײַן, מע זאָל אים כאַפּן פֿאַר דער האַנט און מע זאָל אים נאָכדעם באַדאַרפֿן פֿירן מיט אַ געלער לאַטקע אױף דער פּלײצע ― דאָס פּאַסט פֿאַר איװאַן זלאָדי, אָבער נישט פֿאַר קײן ייִדן… שטעלט אײַך פֿאָר, האָט זיך בײַ אונדז אין כּתרילעװקע געטראָפֿן אַ גנבֿה, און נאָך װאָסער אַ גנבֿה ― אַכצן הונדערט קאַרבן אין אײן קלאַפּ!

ויהי היום, טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, עס קומט צו פֿאָרן צו אונדז אין שטאָט אַרײַן אַן אורח, עפּעס אַ ייִד אַ פּאָדראַטשיק פֿון דער ליטע, פּונקט אום ערבֿ יום־כּיפּור פֿאַר מנחה, שטעלט זיך אָפּ, געװײנלעך, אױף אַן אַכסניא, לײגט אָפּ דעם קלומעק און לאָזט זיך גײן גלײַך אין שול אַרײַן