קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: נישטאָ קײן מתים!

שלום עליכם (אַלע װערק)

נישטאָ קײן מתים!

ראָש־חודש אלול בין איך געקומען קײן כּתרילעװקע אױף קבֿר־אָבֿות.

דאָס אַלטע־אַלטע כּתרילעװקער בית־הקבֿרות זעט אױס אַ סך שענער און אַ סך לעבעדיקער פֿון דער שטאָט אַלײן. איר געפֿינט דאָ שטיבלעך־מצבֿות שענערע, װי די שענסטע הײַזער אין שטאָט. הײַנט װאָס איז װערט דאָס, װאָס ס'איז דאָ טרוקן װי פֿעפֿער, נישטאָ יענע לײמיקע זומפּיקע בלאָטע, װאָס אין שטאָט? דאָ זעט איר פֿאַר זיך כאָטש גרינס, אַז עס קומט זומער־לעבן, אַ גרעזל, אַ צװײ־דרײַ באַרנבײמלעך, איר הערט אַ פּישטשען פֿון פֿײגעלעך, װאָס שפּרינגען פֿון אײן צװײַגל אױפֿן אַנדערן און שמועסן זיך אױס אױף זײער לשון. דאָ זעט איר פֿאַר זיך אַ גרױסע קײַלעכיקע בלױע יאַרמעלקע מיט אַ לױטערער װאַרעמער זון. פֿון דער לופֿט שמועסט מען נישט, אַז דאָ איז זי אין טױזנט גראַד בעסער, פֿרישער און געזונטער װי אין שטאָט. סײַ דאָ סײַ דאָרט ליגט מען דאָך אין דער ערד פֿיר אײלן! דער חילוק איז נאָר, װאָס דאָ, אױפֿן בית־עלמין, ליגן די מתים אױף אײן אָרט, און דאָרט, אין שטאָט, גײען זײ נאָך אַרום; דאָ רוען זײ שױן און װײסן נישט פֿון קײן צרות, און דאָרט װערן זײ נאָך פֿאַרשװאַרצט ― און מי־יודע, װיפֿל ס'איז זײ נאָך באַשערט אָפּקומען און מוטשען זיך אױף דער װעלט!…

געטראָפֿן האָב איך דאָרטן עטלעכע װײַבער ליגן אױף די קבֿרים, װײנען און שרײַען און טענהן זיך אױס אױף אַ קול. אײנע װעקט די מאַמע, זי זאָל אױפֿשטײן און אַ קוק טאָן אױף איר אײן־און־אײנציקע טאָכטער, װאָס פֿון איר איז געװאָרן!

― זאָלסט אױפֿשטײן, מאַמעניו טײַערע מײַנע, האַרציקע, געטרײַע, און אַ קוק טאָן אױף דײַן אײן־און־אײנציקע בת־יחידה, אױף דײַן ציטערדיקער שׂרה־פּערל, װאָס זי איז געװען בײַ דיר דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג, װי אַזױ זי ליגט איצט אין דער ערד, אױ װײ איז מיר, װאַלגערט זיך אין שכנות מיט קלײנע קינדער פּיסקליאַטעס, װאָס גײען נאַקעט, קײן העמדעלע אױפֿן לײַב, װאָרעם ער קרענקט כּסדר, ישׂראליק דײַנער, פֿון זינט ער האָט זיך צוגעקילט דעמאָלט אױפֿן יריד קרענקט ער און דאָקטערט זיך, מע באַדאַרף אים געבן מילך, איז ניטאָ! און די קינדערלעך נעבעך שרײַען אױך „מאָניмоня: מילך“, און ס'איז ניטאָ! און דירה־געלט מאָנט מיך הענזל דער שנײַדער, בײַ אים זיץ איך הײַנט, און ס'איז ניטאָ! און פֿאַר הערשלען שׂכר־לימוד, ער װערט הײַנטיקס יאָר בר־מיצװה, דאַרף מען צאָלן נאָך פֿון יענעם זמן, און ס'איז ניטאָ! צו װאָס מע נעמט זיך ― איז ניטאָ, ניטאָ און ניטאָ!…

די אַנדערע איז געקומען צום טאַטן אױפֿן קבֿר זיך קלאָגן אױף איר מאַן, װאָס מע האָט איר געגעבן; מע האָט געמײנט אַן אַנטיק, אַ צאַצקעלע האָט מען געזאָגט. אַלע מײדלעך האָבן איר דענסטמאָל מקנא געװען. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז ער איז גאָר אַ שאַרלאַטאַן, אַן אױסברענגער, פֿאַרגינט זיך אַװעקגעבן הײַנטיקן יום־טובֿ פֿאַר מפֿטיר פֿינף און פֿופֿציק „גילדױן“. און פֿאַרן ערשטן פּסוק פֿון „אַתּה־הראית“ איז ער אַ בעלן געװען אָפּצאָלן פֿאַראַיאָרן אַ דרײַערל! און װיפֿל ברענגט ער אױס אױף די ביכלעך, װאָס ער קױפֿט אַלע מאָל ― פֿאַר די ביכלעך װעט ער אַװעקגעבן דעם טאַטן מיט דער מאַמען, און װאָס איך קרענק און דאַר ― דאָס אַרט אים ניט!…

די דריטע איז געקומען אָפּגעבן מזל־טובֿ איר מאַן אױף יענער װעלט: זי מאַכט חתונה דאָס ערשטע קינד און האָט נישט מיט װאָס, אַפֿילו דאָס ערשטע האַלב נדן, װאָס זי האָט צוגעזאָגט אײַנלײגן, האָט זי נאָך אױך נישט אײַנגעלײגט. קײן העמד נישט אױפֿן לײַב, קײן פּאָר שיך אַפֿילו, און װער רעדט פֿון חתונה־הוצאָות, כּלי־זמר, סאַרװערס, דאָס, יענץ ― װוּ װעט זי דאָס נעמען?… דער קאָפּ װערט איר שיִער נישט צעפֿאַלן, טאָמער, חלילה, װערט איר שידוך אױס שידוך ― װאָס װעט זי טאָן?…

און אַזױ אַלע איבעריקע װײַבער װײנען און באַקלאָגן זיך אױף זײערע צרות, גיסן אױס זײער ביטער האַרץ דורך טרערן, רײדן זיך אױס אַביסל מיט זײערע ליבע און געטרײַע, טאָמער װעט װערן כאָטש אַביסל גרינגער אױף דער נשמה און אַז מע װײנט זיך גוט אױס, װערט טאַקע גרינגער…

איך דרײ מיך אַרום צװישן די אַלטע האַלב־אײַנגעפֿאַלענע קבֿרים, לײען די אַלטע אָפּגעריבענע אױפֿשריפֿטן פֿון די אײַנגעבױגענע מצבֿות, דערזעט מיך פֿון דער װײַטן רב אַריה דער קבֿרות־מאַן מיט דער לאַנגער פֿלאַקסענער באָרד און מיט די רױטע אױגן און פֿרעגט מיך:

― צו װעמען דאַרפֿסטו?

רב אַריה איז שױן אַזױ אַלט, אַז קײנער װײס נישט זײַנע יאָרן, און ער אַלײן אױך נישט. פֿונדעסטװעגן האַלט ער זיך רײן און ציכטיק, די שטיװעלעך אױסגעפּוצט, די באָרד צעקעמט. איטלעכס הערל באַזונדער, און היט זיך אָפּ, װי אַ ציטעריקער בן־יחיד בײַ דער מאַמע, עסט נאָר װײכע זאַכן און טרינקען טרינקט ער אַלע פֿרימאָרגן געקאָכטע קרײַטער מיט קאַנדל־צוקער. „ס'איז אים גוט װי די װעלט!“ ― זאָגט מען אױף אים אין כּתרילעװקע, און מען איז אים באמת מקנא.

― שלום־עליכם, רב אַריה, װאָס מאַכט אַ ייִד? ― רוף איך מיך אָן און גײ־צו צו אים נאָענט. ס'איז פֿאַרנאַכט. די זון האַלט בײַ אונטערגײן און באַגילט די שפּיץ קבֿרים. רב אַריה פֿאַרשטעלט זיך מיט דער האַנט, באַטראַכט מיך מיט די רױטע אױגן, גלעט די באָרד און קוקט זיך אײַן.

― װער ביסטו? און צו װעמען דאַרפֿסטו?

רב אַריה איז אַזױ אַלט, אַז ער מעג זיך פֿאַרגינען צו זאָגן אַלעמען „דו“.

איך זאָג אים, װער איך בין און צו װעמען איך דאַרף, דערקענט מיך רב אַריה און גיט מיר אָפּ שלום־עליכם און שאַמקעט מיט די ליפּן, רעדט מיט אַ פֿײַף:

― אַ? ביסטו דאָס? געקענט דעם טאַטן דײַנעם און דעם זײדן רב װעװיק נאָך, געװען אַ טײַערער ייִד, און דעם פֿעטער פּיניע, אױך געװען אַ שײנער ייִד, און דער פֿעטער בערקע ליגט אױך דאָ בײַ מיר, און די מומע חנה ― אַלע געקענט, אַלע געשטאָרבן, אַלע פֿײַנסטע מענטשן אױסגעשטאָרבן. נישט געבליבן אײנער אַ רעכטער, מײַנע אױך אַװעקגעשטאָרבן (ער טוט אַ זיפֿץ און אַ מאַך מיט דער האַנט). פֿריִער די קינדער באַגראָבן, אַלע קינדער באַגראָבן, נאָכדעם איז זי אַלײן אַװעקגעשטאָרבן, געװען אַ צדקת, מיר צו לענגערע יאָר, מיך געלאָזט אַלײן, אױף דער עלטער. נישט גוט.

― נישט גוט? ― פֿרעג איך אים.

― נישט גוט ― מאַכט ער ― נישט גוט, נישטאָ קײן מתים.

― נישטאָ קײן מתים? ― זאָג איך.

― נישטאָ קײן מתים. ― זאָגט ער.

― מע האָט אױפֿגעהערט ― זאָג איך ― שטאַרבן בײַ אײַך אין כּתרילעװקע?

― װאָס איז שײך שטאַרבן? ― זאָגט ער. ― שטאַרבן שטאַרבט מען, נאָר װאָס? קלײנװאַרג, נפֿלעך, אָדער קבצנים; װאָס האָט מען פֿון זײ, מישטײנס געזאָגט! צונױפֿנעמען אױף תּכריכים, נאָכן ערשטן קדיש שענקען די יתומים אַ שטיקל ברױט. װאָס זאָל מען טאָן? אַ ברירה האָט מען? (ער טוט מיר אַ װײַז מיט דער אױסגעטריקנטער האַנט אױף די װײנענדיקע װײַבער). אָט ליגן װײַבער אױסגעצױגן, װי די שׂררהטעס אױף די קבֿרים. װאָס האָט מען פֿון זײ? װײנען זיך אָן װי די פּױקן, װאָס אַרט דאָס זײ? עס קאָסט זײ געלט? גײ פֿיר זײ, װײַז זײ, װוּ ליגט דער טאַטע, װוּ ליגט די מאַמע? װוּ ליגט דער פֿעטער, װוּ ליגט די מומע? זײער טאַטנס משרת! עס מאַכט זיך אײנע װײנט אַזױ לאַנג, ביז זי פֿאַלט גאָר חלשות, באַדאַרף מען זי נאָך מינטערן, געבן אַ טרונק װאַסער, און אַ מאָל ― אַ שטיקל ברױט אױך. פֿון װאַנען? פֿון װאָס? די גרױסע מחיה? אַז קײן מתים איז נישטאָ, און לעבן דאַרף מען, און חתונה מאַכן אַן אײניקל אַ יתומעלע, שױן אַ מײדל אין די יאָרן, דאַרף מען אױך; געװען אַ חתן, שױן כּמעט געהאַלטן בײַ אַ שידוך טאָן, דװקא נישקשה פֿון אַ יונגנמאַן, אַ פּאַקנטרעגער, אַן אַלמן אַפֿילו, מיט קינדער עטלעכע, נאָר אַ בעל־פּרנסה, אַ שײנער פֿאַרדינער, דאָס הײסט, אַז ער לײזט, פֿאַרדינט ער. חתן־כּלה זיך שױן אַפֿילו אָנגעקוקט אױך; געקומען צו עפּעס, שױן געהאַלטן בײַ תּנאָים שרײַבן, זאָגט ער: „נו, און װאָס הערט זיך מכּוח נדן?“ זאָג איך: „װאָסער נדן?“ זאָגט ער: „מע האָט דאָך מיר געזאָגט, אַז איר גיט אַ פֿופֿציקער נדן“. זאָג איך: „אַלע בײזע חלומות אױף מײַנע שׂונאימס קעפּ! אַ פֿופֿציקער? װי קומט צו מיר פֿופֿציקערס? איך װעל גײן גנבֿענען, צי אױסגראָבן פֿרעמדע תּכריכים בײַ מיר פֿון די קבֿרים און פֿאַרקױפֿן?“… הקיצור־הדבר, דער שידוך איז געװאָרן אױס שידוך. און גײ רײד מיט זײ, מיט די כּתרילעװקער בעלי־בתּים, זײַנען זײ נאָך גערעכט; זײ זאָגן: „רב אַריה, איר זינדיקט, איר האָט, קײן עין־הרע, אַ פּרנסה אין האַנט“… אַ שײנע פּרנסה! אַז װוּ ס'איז געװען ערגעץ אַ לײַטישער מת, אַ פֿײַנער מענטש, אַ שטיקל נגיד, איז ער שױן לאַנג געשטאָרבן, און קײן פֿרישע קומען נישט צו, נישטאָ קײן מתים! נישטאָ!

געשריבן אין יאָר 1902
פֿאַרבענקט אַהײם

נישטאָ אײן זאַך אױף דער װעלט, װאָס מע זאָל דערפֿון נישט װיסן אין כּתרילעװקע; נישטאָ אײן נײַס אױף דער װעלט, װאָס מע זאָל דערפֿון נישט געװאָר װערן בײַ די קלײנע מענטשעלעך.

אמת, אַז עס קומט אָן אַהין, קומט דאָס אָן שױן אַביסל שפּעטלעך און נישט פֿון דער ערשטער האַנט ― נו, װאָס זשע איז? אַן אומגליק אַ גרױסער? אַדרבא, מיר דאַכט, אַז ס'איז גאָר אַ מעלה, די גרעסטע מעלה.

װאָרעם, צװישן אונדז רײדנדיק, װאָס האָבן, אַ שטײגער, די כּתרילעװקער ייִדן צו פֿאַרלירן, אַז זײ װעלן געװאָר װערן די הײַנטיקע נײַעסן, די בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות, װאָס לאָזן זיך הערן אױף דער װעלט, חלילה־וחס, שפּעטער מיט אַ חודש אָדער מיט צװײ, און אַפֿילו מיט אַ יאָר שפּעטער? ― אַ גרױסער אומגליק!

הקיצור, די כּתרילעװקער קלײנע מענטשעלעך זײַנען געװאָר געװאָרן, ― אַפֿילו אַביסל שפּעטלעך ― אַז ס'איז דאָ אַ װאָרט, װאָס הײסט ציוניזם.

תּחילת האָט נישט יעדער פֿאַרשטאַנען אַקוראַט װאָס איז די טײַטש „ציוניזם“. שפּעטער, אַז מע האָט אָנגעשמעקט אין כּתרילעװקע דעם פּשט פֿון „ציוניזם“, אַז עס נעמט זיך פֿון „ציון“ װאָס אין סידור, און אַז ציוניסטן איז אַזאַ מין חבֿרה, װאָס האָבן חשק איבערפּעקלען אַלע ייִדן קײן ארץ־ישׂראל, איז געװאָרן אין שטאָט, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? ― חוכא־וטלולא! מע האָט זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן. זײערע געלעכטערן, מײן איך, האָט מען באַדאַרפֿט הערן פֿאַר אַ מײַל, און די גלײַכװערטלעך, װאָס זײַנען געפֿלױגן אױף רב הערצל דעם דאָקטאָר, אױף דעם דאָקטאָר גאָרדעןאהרן דוד גורדון 1856-1922 און אױף אַלע איבעריקע דאָקטױרים, װאָלט כּדאַי געװען,