קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: צװײ שלח מנותן

שלום עליכם (אַלע װערק)

צװײ שלח־מנותן

א

ס'איז שױן לאַנג נישט געװען אין כּתרילעװקע אַזאַ שײנער פּורים און אַזאַ װאַרעמער. עס האָט פֿאַר פֿרי געלאָזט דאָס אײַז, און פֿונעם שנײ איז געװאָרן אַ טװאַן ביזן גאַרטל. די זון האָט געשײַנט. עס האָט געבלאָזן אַ פֿױל װינטל. אַ נאַריש קעלבל האָט זיך אױסגעװיזן, אַז סע שמעקט מיט װעסנע, האָט דאָס אָנגעהױבן בלעקען, פֿאַרריסן דעם װײדל, אַראָפּגעלאָזט די מאָרדע און אַרױסגעלאָזט אַ האַלבן „מע!“ אױף דער גאַס זײַנען געלאָפֿן שלענגלדיקע ריטשקעלעך אַראָפּ־באַרג, געשלעפּט מיט זיך װוּ ערגעץ אַ שפּענדל, אַ שטרױ אָדער אַ שטיקל פּאַפּיר. אַ גליק, װאָס אין שטאָט איז נאָך כּמעט בײַ קײנעם נישט געװען אױף מצות; אַנישט, װאָלט מען געקאָנט מײנען, אַז ס'איז נישט פּורים, נאָר ערבֿ־פּסח.

סאַמע אין מיטן שטאָט, אין דער רעכטער בלאָטע, האָבן זיך באַגעגנט צװײ מײדלעך, װאָס בײדע האָבן געהײסן נחמה, ― אײנע אַ שװאַרצע, אַ געזונטע, מיט געדיכטע ברעמען און מיט אַ קורצער נאָז, די אַנדערע אַ װײַסע, אַ קראַנקלעכע, מיט רױטע האָר און מיט אַ שפּיצעכיק נעזל; אײנע אַ באָרװעסע, מיט גראָבע שװאַרצע פּולקעס, די אַנדערע כּלומרשט אין שיך, װאָס האַלטן אָפֿן דאָס מױל און „בעטן עסן“; שײנע שיך! אַז מע גײט, קװאַטשקען זײ און סע שלעפּט זיך נאָך אַ פּאָדעשװע, װאָס גיט אַלע מאָל אַ ליאַסק מיט אַ קװיטש, און אַז מע טוט זײ אױס, װעגן זײ אַ פּוד. דאָס איז געװען אַזעלכע שיך, װאָס מע זאָגט אױף זײ: „אײדער אַזעלכע שיך, איז שױן גלײַכער באָרװעס“… בײדע נחמהס האָבן געטראָגן שלח־מנותן, איבערגעדעקט מיט אַ װײַס סערװעטל, און צוגעהאַלטן מיט בײדע הענט אין דער הײך. דערזען זיך, האָבן בײדע מײדלעך זיך אָפּגעשטעלט.

― אַ! נחמה?

― אַ! נחמה?

― װוּהין גײסטו דאָס, נחמה?

― װאָס הײסט װוּהין גײ איך? איך טראָג שלח־מנות.

― צו װעמען טראָגסטו שלח־מנות?

― צו אײַך טאַקע; און װוּהין גײסטו, נחמה?

― װאָס הײסט װוּהין גײ איך? זעסט דאָך, אַז איך טראָג שלח־מנות.

― צו װעמען טראָגסטו שלח־מנות?

― טאַקע צו אײַך.

― אַ היסטאָריע בנאמנות!

― אַ רײנע קאָמעדיע!

― אַנו, װײַז נאָר דײַן שלח־מנות, נחמה?

― װײַז דײַן שלח־מנות, נחמה?

און בײדע נחמהס האָבן געזוכט מיט די אױגן, װוּ מע קאָן זיך צוזעצן אױף אַ װײַלע, און גאָט האָט זײ צוגעשיקט. דערזען אַ קלעצל לעבן אַן אײַנפֿאָרהױז, האָבן זײ אױפֿגעהױבן די פֿיס אין דער לײמיקער בלאָטע און האָבן זיך באַזעצט אױף דעם דאָזיקן קלעצל, אַנידערגעשטעלט די בעקנס אױף די קני, אױפֿגעהױבן די סערװעטלעך און באַטראַכט די שלח־מנותן.

פֿריִער האָט נחמה די רױטע אױפֿגעדעקט און באַװיזן איר שלח־מנות. זי האָט געדינט בײַ זעלדע רב יאָסעס, גענומען פֿינפֿטהאַלבן קערבלעך פֿאַרן װינטער מיט קלײדן און שיכן. ס'איז געװען אַ „קלײדן“ מיט אַ „שיכן“! מילא דאָס קלײדל איז געװען אַ קלײדל, מיט לאַטעס אַפֿילו, נאָר פֿאָרט אַ קלײדל; די שיך אָבער זײַנען מאַנצבילשע שיך, פֿון זעלדע רב יאָסעס בחור מנשה, װאָס האָט אַ פֿוס, װי אַ דײזשקע, און דערצו האָט ער נאָך אַ טבֿע דרײען די אָפּצאַסן, שײנע שיך!

דער שלח־מנות, װאָס נחמה די רױטע האָט געטראָגן, איז באַשטאַנען: פֿון אַ שײנעם גרױסן המן־טאַש מיט מאָן, פֿון צװײ קישעלעך, אײנס אַן אָפֿנס, מיט האָניקפֿאַרפֿל, און דאָס אַנדערע אַ קײַלעכיקס, פֿון בײדע זײַטן זײער שײן געצװיקלט, אַ צוקער־לעקעכל, מיט אַ ראָזשינקע אַרײַנגעשטעקט סאַמע אין מיטן, אַ גרױס פֿירעקעכיק שטיק טאָרט, אַ שײן שטיקל קומיסברױט, צװײ קלײנע מלכות־ברײטלעך און אַ היפּש שטיק קאָרענער לעקעך, װאָס איז בײַ זעלדען הײַנטיקס יאָר מער געראָטן װי אַלע יאָר: צי די מעל איז געװען זײער אַ גוטע מעל, צי דער האָניק איז געװען אַ רײנער האָניק, צי דער לעקעך האָט זיך גלאַט גוט אױסגעבאַקן, צי מע האָט אים גוט אױסגעשלאָגן ― ער איז געװען טאַקע נאָר װי אַ געדיכטע פּעכקע קישן!

באַטראַכט נחמה דער רױטערס שלח־מנות, האָט נחמה די שװאַרצע אױפֿגעדעקט און באַװיזן איר שלח־מנות. זי האָט געדינט בײַ זלאַטע רב אײַזיקס, גענומען זעקס קערבלעך פֿאַרן װינטער אױף איר אײגענעם גאַנג, איז זי דערפֿאַר געגאַנגען באָרװעס, און זלאַטע האָט זי געשאָלטן מיט טױטע קללות:

― װי אַזױ גײט דאָס אַ מױד אַ גאַנצן װינטער באָרװעס? דו װילסט, אַ פּנים, זיך פֿאַרקילן, צו אַלדי שװאַרצע יאָר!…

נחמה האָט זי אָבער געהערט, װי המן דעם גראַגער. זי האָט בעסער געקליבן דאָס געלט אױף פּסח: אױף פּסח װעט זי, אם־ירצה־השם, זיך מאַכן אַ פּאָר שיך אױף הױכע אָפּצאַסן מיט קולקעס און אַ סיצן קלײדל מיט אובאָרקעלעךоборки: שליאַרעס. קאָפּל דער שוסטער, װאָס שדכנט זיך צו איר, װעט אײַננעמען אַ מיתה־משונה!

דער שלח־מנות, װאָס נחמה די שװאַרצע האָט געטראָגן, איז באַשטאַנען פֿון אַ פֿײַן שטיק שטרודל, צװײ גרױסע צוקער־לעקעכער, אַ היפּש האָניק־טײגל, צװײ קישעלעך, װאָס פֿון בײדע זײַטן איז געװען אױסגעצװיקלט אַ פֿישעלע און אָנגעפֿילט מיט קלײנע זיסע פֿאַרפֿעלעך, און צװײ גרױסע מאָנדלעך שװאַרצע, גלאַנצנדיקע, דורכגעשפּיגעװעט מיט יאָדערן פֿון ניסלעך, גוט אײַנגעפּרעגלט אין האָניק! אױסערדעם איז אױפֿן בעקן געלעגן און געשמײכלט אַ געלער, אַ שמעקנדיקער מאַראַנץ, װאָס דער ריח איז זיך צעגאַנגען אין יעדן אבֿר.

ב

― הערסטו, נחמה, װאָס איך װעל דיר זאָגן? דײַן שלח־מנות איז אַ שענערער שלח־מנות פֿון מײַן שלח־מנות! ― אַזױ האָט געזאָגט נחמה די רױטע צו נחמה דער שװאַרצער מיט אַ קאָמפּלימענט.

― ע! דײַן שלח־מנות איז אױך נישט קײן שלעכטער שלח־מנות! ― האָט איר נחמה די שװאַרצע געענטפֿערט מיט אַ קאָמפּלימענט פֿאַר אַ קאָמפּלימענט און האָט אַ טאַפּ געטאָן מיטן פֿינגער דעם המן־טאַש.

― אָט אַ המן־טאַש!… האָט געזאָגט נחמה די שװאַרצע און האָט זיך אַזש באַלעקט. ― אָט דאָס הײסט אַ המן־טאַש!… איך װעל דיר זאָגן דעם אמת, איך פֿאַרגין איר גאָרנישט, דער בעל־הביתטע מײַנער. אַזאַ המן־טאַש… אַזאַ מכּה זאָל זיך איר זעצן אױפֿן פּנים, רבונו של עולם!… הערסטו, נחמה, װעדליק איך האָב נאָך הײַנטיקן טאָג אין מױל נישט געהאַט, װאָלט איך אַ בעלן געװען פֿאַרזוכן פֿון דעם דאָזיקן המן־טאַש כאָטש אַ שטיקל…

― און איך, מײנסטו, האָב הײַנטיקן טאָג עפּעס געגעסן? נישט מער זאָלן זײ עסן װײַל זײ װעלן לעבן! ― מאַכט נחמה די רױטע און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן. ― נעם, פֿאָלג מיך, נחמה, דעם המן־טאַש און צעברעך אים אױף צװײען, װעלן מיר איבערכאַפּן. װוּ שטײט דאָס, אַז שלח־מנות מוז זײַן מיט אַ המן־טאַש? אָט למאַי איז בײַ דיר שלח־מנות אָן אַ המן־טאַש?

― לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר, װי דו ביסט גערעכט! ― זאָגט נחמה די שװאַרצע, צעברעכט דעם המן־טאַש אױף צװײען און צעטײלט זיך מיט נחמה דער רױטער.

― הערסטו, װאָס איך װעל דיר זאָגן! ס'איז דאָך טעם גן־עדן, בנאמנות! אַ חסרון נאָר, װאָס סע מער נישטאָ… פֿאַר דײַן המן־טאַש, נחמהניו, קומט דיר אַ שטיק לעקעך פֿון מײַן שלח־מנות, װאָרעם װעדליק מיר װעלן זיך דאָ אָננעמען פֿאַרן װעג, מעג זײ זײַן װינציקער מיט אַ שטיקל לעקעך און מער מיט אַ מכּה… מאָל דיר, פֿון גאַנץ פֿרי אָן ביז איצטערט־אָ ― טרעף, װיפֿל האָב איך געמאַכט? קױם־קױם אַ גילן מיט צװײ גראָשן. אי דאָס ― זײַנען די צװײ גראָשן מיט אַ לעכל… װיפֿל האָסטו געמאַכט, נשמה מײַנע?

― איך האָב דאָס אױך נישט געמאַכט, אַ מכּה זאָל זיך זײ מאַכן! ― זאָגט נחמה די רױטע און קײַט דעם לעקעך און שלינגט גאַנצע שטיקער, װי אַ גאַנדז. ― הלװאַי איך זאָל פֿאַרן גאַנצן טאָג מאַכן אַ גילן!…

― שײנע נגידיתטעס, זײ מעגן זיך, נישקשה, אַלע באַגראָבן! ― זאָגט נחמה די שװאַרצע און באַלעקט זיך נאָכן לעקעך. ― איך קום צו גײן צו כיענע דער צעלניקערין מיטן שלח־מנות, נעמט זי צו בײַ מיר דעם שלח־מנות, קראַצט און קראַצט די קעשענע און הײסט מיר קומען שפּעטער, קומען זאָל אױף איר אַ מיתה־משונה!

― אַזױ װי איך האָב געהאַט בײַ קײלע רב אַהרנס. ― זאָגט נחמה די רױטע. ― איך קום צו גײן צו איר מיטן שלח־מנות, גײט זי און שענקט מיר אַ צוקער־לעקעכל פֿאַרן װעג, שענקען זאָל איר גאָט אַ נײַע נשמה!

― און די אַלטע זאָל מען אַרױסװאַרפֿן פֿאַר די הינט! ― לאָזט אױס פֿאַר איר נחמה די שװאַרצע און נעמט אײנע פֿון זלאַטעס צװײ צוקער־לעקעכער און צעברעכט אים אױף צװײען. ― נאַ, עס, נשמה מײַנע, עסן זאָלן זײ װערעם! אַז דײַן בעל־הביתטע װעט האָבן װינציקער מיט אַ צוקער־לעקעכל, בין איך בדלות!

― אױ, אַ מכּה איז מיר! ― האָט זיך נחמה די רױטע צום ערשטן מאָל אױפֿגעכאַפּט פֿונעם אָרט און אָנגעהױבן ברעכן די הענט. ― זע, נאָר, נשמהניו, װאָס ס'איז מיר געבליבן פֿונעם שלח־מנות!

― װער װעט זײ גײן דערצײלן, נאַרישע מױד? ― באַרויִקט זי נחמה די שװאַרצע. ― האָב קײן מורא נישט, ס'איז בײַ זײ הײַנט אַ טאָג פֿון שלח־מנות, זײַנען זײ פֿאַרטאַרעראַמט, מע װעט זיך נישט אַרומקוקן.

און בײדע נחמהס דעקן איבער די שלח־מנותן מיט די װײַסע סערװעטלעך און לאָזן זיך גײן איבער דער בלאָטע, אײנע אַהין, די אַנדערע אַהער, גלײַך װי ס'איז גאָרנישט געװען…

ג

זעלדע רב יאָסעס, אַ ייִדענע מיט אַ קײַלעכדיקן פּנים און אַ גאַנץ שײנע, איז געשטאַנען מיט אַ רױטן זײַדענעם פֿאַרטעך מיט װײַסע שפּרינקעלעך און האָט אױסגעטײלט און צונױפֿגעשטעלט אַלע שלח־מנותן, װאָס זי האָט באַדאַרפֿט שיקן יענעם און װאָס יענע האָבן געשיקט איר.

רב יאָסי לעמעשקע )אַזאַ צונעמעניש האָט ער געהאַט אין כּתרילעװקע( איז געלעגן אױף דער קאַנאַפּע און האָט געכראָפּעט, און מנשה, אַ בחור פֿון אַ יאָר אַכצן מיט רױטע באַקן און מיט אַ לאַנגער ליוסטרינינער נאַקידקע, האָט אַרומגעפּאַדקעװעט אַרום דער מאַמע, גענאַשט אַלע מאָל אַ שטיקל האָניקטײגל, אַ צװײ פֿאַרפֿעלעך אָדער אַ מאָנדל; ער האָט זיך אַזױ אָנגעשטאָפּט מיט די אַלע גוטע זאַכן, אַז די צײן מיט די ליפּן זײַנען אים געװען שװאַרץ און דער בױך האָט אָנגעהױבן „רײדן“.

― מנשה, טאָמער װאָלט שױן אַמאָל געװען גענוג, מנשה? ― זאָגט אים זעלדע אַלע מינוט.

― גענוג, גענוג! ― ענטפֿערט מנשה און כאַפּט אַרײַן אין מױל אַרײַן אַלע מאָל אַן אַנדער שטיקל, „דאָס לעצטע מאָל“, און װישט אױס מיט דער צונג די ליפּן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― אַ גוט יום־טובֿ, די בעל־הביתטע האָט אײַך געשיקט שלח־מנות! ― זאָגט נחמה די שװאַרצע און טראָגט־אונטער זעלדען דעם איבערגעדעקטן שלח־מנות.

― בײַ װעמען דינסטו? ― פֿרעגט זי זעלדע מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכל און נעמט־צו בײַ איר דעם שלח־מנות פֿון די הענט.

בײַ זלאַטע רב אײַזיק בעל־בריתניקס. ― מאַכט נחמה די שװאַרצע און װאַרט, מע זאָל בײַ איר צונעמען דעם שלח־מנות און אומקערן דעם בעקן.

זעלדע נעמט זיך מיט אײן האַנט צו דער קעשענע באַצאָלן דעם מײדל אַ גראָשן פֿאַרן װעג, און מיט דער אַנדערער האַנט דעקט זי אָפּ דעם שלח־מנות און בלײַבט שטײן װי געלײמט.

― װאָס איז דאָס? מנשה, טו נאָר אַ קוק!…

מנשה דערזעט דעם שלח־מנות, כאַפּט ער זיך בײַ די זײַטן, בײגט זיך צו ביז דער ערד און מאַכט אַזאַ געלעכטער, אַז רב יאָסי לעמעשקע פֿאַלט שיִער אַראָפּ פֿון דער קאַנאַפּע אַ דערשראָקענער.

― האַ? װאָס? װאָס איז? װער איז דאָרטן?…

― זע נאָר אַ שלח־מנות! ― מאַכט צו אים זעלדע און לײגט צונױף בײדע הענט אױפֿן בױך. מנשה הערט נישט אױף צו לאַכן, און רב יאָסי לעמעשקע טוט אַ שפּײַ, דרײט זיך אױס מיטן פּנים צו דער װאַנט און שלאָפֿט װײַטער.

זעלדע טוט אַ שמיץ נחמהן דעם בעקן מיטן סערװעטל און זאָגט צו איר:

― זאָלסט זאָגן דער בעל־הביתטע דײַנער, זי זאָל דערלעבן איבער אַ יאָר און זאָל קײן שענערן שלח־מנות נישט פֿאַרמאָגן!

― אָמן גם אַתּם! ― מאַכט נחמה די שװאַרצע און נעמט צו דעם בעקן.

― מיטן קאָפּ אין דער ערד! ― זאָגט זעלדע מיט כּעס. ― אַ מױד אַן עזותניצע קאָן! װאָס זאָגסטו אױף איר, מנשה?…

ד

זלאַטע רב אײַזיקס, אַ ייִדענע, װאָס האָט אַלע יאָר אַ קינד און הערט נישט אױף צו דאָקטערן זיך, איז שױן געװען אַזױ אױסגעמידט פֿונעם שלח־מנות אָפּנעמען און אַרױסגעבן, אַז זי האָט זיך געמוזט צוזעצן אױף אַ בענקל און קאָמאַנדעװען מיטן מאַן אײַזיק בעל־בריתניק )אַזױ האָט מען אים גערופֿן הינטער די אױגן, דערפֿאַר װײַל ער פּראַװעט אַלע יאָר אַ ברית(.

― אײַזיק, נעם אָט אַ יענץ שטיקל טאָרט און לײג אַװעק אַהער, און דאָס שטיקל קומיסברױט מיט די צװײ מאָנדלעך פֿון דאַנען לײג־צו אַהין, אײַזיק, און דערלאַנג מיר יענץ קישעלע װאָס מיט די פֿאַרפֿל, נײן נישט יענץ. אָט אַ יענץ! נו ריר זיך, אײַזיק! זע נאָר, װי מען באַדאַרף אים לערנען קמץ־אַלף, װי מיט אַ קלײן קינד! און נעם יענץ לעקעכל, דאָס גרעסערע, און לײג־צו אַהין, אָט אַזױ, און צעשנײַד דאָס שטיקל טאָרט אױף צװײען, צו אַ גרױסע שטיק טאָרט, אײַזיק, אַן עבֿירה… אין דער ערד אַרײַן, ממזרים, װאָן!

די לעצטע װערטער זײַנען געזאָגט געװאָרן אױף אַ גאַנצער כאָפּטע װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָס זײַנען געשטאַנען אַרום איר מיט הױלע פּופּקעס, געקוקט אױף די זיסע זאַכן מיט זשעדנע אױגן און באַלעקט זיך.

די װײַסע־חבֿרהניקעס גנבֿענען זיך אונטער אַלע מאָל פֿון הינטן, װילן אַװעקשלעפּן אַ לעקעכל פֿונעם טיש. דערזעט די מאַמע און שענקט אַ פּאַטש אָדער אַ סטוסאַק מיט אַ פּאָטיליטשניק.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― אַ גוט יום־טובֿ! ― די בעל־הביתטע האָט אײַך געשיקט שלח־מנות! ― זאָגט נחמה די רױטע און טראָגט אונטער זלאַטען דעם איבערגעדעקטן שלח־מנות.

― בײַ װעמען דינסטו? ― פֿרעגט זי זלאַטע מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכעלע און נעמט־צו בײַ איר דעם בעקן פֿון די הענט.

― בײַ זעלדע רב יאָסי לעמעשקעס, ― זאָגט נחמה די רױטע און װאַרט, מע זאָל בײַ איר צונעמען דעם שלח־מנות און אומקערן דעם בעקן.

זלאַטע נעמט זיך מיט אײן האַנט צו דער קעשענע באַצאָלן דעם מײדל אַ גראָשן פֿאַרן װעג, און מיט דער אַנדערער האַנט דעקט זי אָפּ דעם שלח־מנות און בלײַבט שיִער חלשות.

― אַלע בײזע װיסטע שלעכטע טױטע פֿינצטערע חלומות זאָל אױסגײן צו מײַנע שׂונאימס קעפּ און צו זײערע הענט און פֿיס און צו זײער לײַב און לעבן! זע־נאָר אַ מין שלח־מנות! אַזױ װי עפּעס גאָר אױף אַ געלעכטער, אַ הולטײַקע קאָן!

― נאַ, גיב דאָס אָפּ דער בעל־הביתטע דײַנער צוריק! ― זאָגט זלאַטע און טוט אַ שמיץ נחמה דער רױטער דעם בעקן מיטן סערװעטל מיטן שלח־מנות צוריק אין פּנים אַרײַן.

ה

רב יאָסי לעמעשקע און רב אײַזיק בעל־בריתניק זײַנען בײדע קרעמער אין כּתרילעװקע, אַ קלײטל לעבן אַ קלײטל, און כאָטש זײ זײַנען קאָנקורענטן, הײסט דאָס, און שלעפּן אײנס בײַם אַנדערן קונים, אַבי זײ קאָנען נאָר, פֿונדעסטװעגן איז מען צװישן זיך דװקא גוטע ברידער, מע כאַפּט אײנער בײַם אַנדערן אַ גמילות־חסד, מע גײט אײנער צום אַנדערן אױף שׂימחות, יום־טובֿ ― אױף קידוש, װי עס געהער צו זײַן צװישן נאָענטע שכנים. זומער זיצט מען גאַנצע טעג אין קלײט און מע שפּילט אין בײנדלעך, און װינטער גײט מען אַרײַן אײנער צום אַנדערן זיך אָנװאַרעמען אַביסל. אױך די װײַבער צװישן זיך לעבן גאָר פֿרײַנטלעך, רײדן בײדע אָפּ פֿון דער גאַנצער װעלט, לײַען זיך אױס אײנס דאָס אַנדערע, אַז סע פֿעלט סחורה, פֿאַרטרױען זיך אײנע דער אַנדערער די גרעסטע סודות, קריגן זיך כּמעט קײנמאָל נישט, און אַפֿילו אַז עס מאַכט זיך, זײ צעקריגן זיך אַ מאָל איבער אַ נאַרישקײט, בעטן זײ זיך באַלד איבער… הכּלל, ס'איז אַ לעבן, װי „אונטערן באָד“.

אױף מאָרגן נאָך פּורים, אַז רב אײַזיק איז אַרױסגעקומען עפֿענען די קלײט, איז שױן רב יאָסי לעמעשקע געשטאַנען בײַ דער טיר פֿון זײַן קלײט אָנגעבלאָזן, װי אַן אינדיק, און געװאַרט, אַז רב אײַזיק זאָל צוגײן צו אים זאָגן אַ גוט מאָרגן, װעט ער אים נישט ענטפֿערן… רב אײַזיק, װאָס איז אױך געװען גוט אָנגעדרודלט פֿון זײַן װײַב אױף רב יאָסין, האָט אױפֿגעשלאָסן די קלײט, זיך אַנידערגעשטעלט בײַ דער טיר און געװאַרט ביז רב יאָסי װעט צוגײן צו אים און װעט אים זאָגן אַ גוט מאָרגן, װעט ער אים נישט ענטפֿערן… און אַזױ זײַנען זײ געשטאַנען בײדע אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע, װי די הענער, און געװאַרט, װער װעט אָנהײבן פֿריִער… זײ װאָלטן געקאָנט אַזױ אַװעקשטײן בײדע אַ גאַנצן טאָג, װען עס זאָלן נישט געװען אָנקומען בײדע װײַבער פֿונעם מאַרק, בײדע מיט פֿלאַמענדיקע פּנימער און מיט ברענענדיקע אױגן פֿאַר כּעס.

― אײַזיק, פֿאַרװאָס דאַנקסטו אים נישט אָפּ פֿאַרן שײנעם שלח־מנות, אײַזיק, װאָס זײַן יפֿהפֿיה האָט מיר געשיקט? ― רופֿט זיך אָן זלאַטע צו איר מאַן.

― יאָסי, פֿאַרװאָס דערמאָנסטו אים נישט דעם נעכטיקן שלח־מנות? ― זאָגט זעלדע צו איר מאַן.

― אײַזיק, דו הערסט, אײַזיק, זי רײצט זיך נאָך! װאָס שװײַגסטו אים, אײַזיק?

― װאָס װעל איך גײן רײדן מיט אַ „לעמעשקע“? ― זאָגט רב אײַזיק הױך אױף אַ קול, בכדי רב יאָסי זאָל דערהערן, אַז ער רופֿט אים „לעמעשקע“.

― איך האָב מורא אָנהײבן זיך מיט אַ „בעל־בריתניק“!… ― זאָגט רב יאָסי הױך אױף אַ קול, בכדי רב אײַזיק זאָל הערן אַז ער רופֿט אים „בעל־בריתניק“.

דאַכט זיך, אין פֿלוג, װאָס ליגט אַזעלכעס אינעם װאָרט „בעל־בריתניק“? איטלעכער ייִד, אַז זײַן װײַב װערט געלעגן און האָט אַ ייִנגל װערט ער אױפֿן אַכטן טאָג אַ בעל־בריתניק.

רב אײַזיק אָבער האָט אַלצדינג אױף דער װעלט געקאָנט איבערטראָגן, נאָר נישט דעם צונעמעניש „בעל־בריתניק“. דאָס איז פֿאַר אים געװען טױזנט מאָל ערגער װי אין טאַטן אַרײַן געשאָלטן!! ער איז דעמאָלט קאַפּאַבל געװען יענעם צערײַסן אױף שטיק שטיקלעך!…

דאָס אײגענע איז געװען מיט רב יאָסין. איר זאָלט אים געבן דרײַ פּעטש, װאָלט בײַ אים געװען מער ניחא, װי דאָס װאָרט „לעמעשקע“.

עס איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן דער גאַנצער מאַרק, און מע האָט זײ קױם צענומען; מע האָט געװאָלט געװאָר װערן, פֿאַר װאָס און פֿאַר װען האָבן זיך עס צװײ נאָענטע שכנים און גוטע פֿרײַנט פּלוצעם פֿאַרפֿאָרן אײנס דאָס אַנדערע אין די בערד אַרײַן… נאָר רב יאָסי און רב אײַזיק און זלאַטע און זעלדע האָבן גערעדט אַלע פֿיר אײנס איבער דאָס אַנדערע, זײ האָבן אַלע אַזױ געפּילדערט און געקװיטשעט, אַז מע האָט נאָר געקאָנט הערן „שלח־מנות!“ „שלח־מנות!“ ― און גענוג. װאָס „שלח־מנות“? װער „שלח־מנות“? ― דאָס איז אוממעגלעך געװען צו דערגרונטעװען זיך.

― אַז דו װעסט ניט אײַנגעבן צום מיראָװאָי אױף דער „לעמעשקע“, זאָלסטו זיך געזעגענען מיטן לעבן! ― האָט זלאַטע געשריגן אױף איר מאַן. און רב יאָסי האָט זיך אָנגערופֿן צום גאַנצן מאַרק:

― ייִדן, איר זאָלט זײַן עדות, אַז די דאָזיקע הולטײַקע האָט מיך אָנגערופֿן „לעמעשקע“! אָט גײ איך באַלד און גיב־אײַן דעם מיראָװאָי אױף איר און אױף איר מאַן דעם „בעל־בריתניק“ אַ פּאַפּיר.

― ייִדן! ― האָט זיך אָנגערופֿן רב אײַזיק. ― איר זאָלט װיסן, אַז איך שטעל אײַך פֿאַר עדות בײַם מיראָװאָי, אַז דער דאָזיקער… דער דאָזיקער… דער דאָזיקער… איך װיל אים ניט אָנגערופֿן בײַ זײַן שײנעם נאָמען, האָט מיך נאָר־װאָס אָנגערופֿן „בעל־בריתניק“!

אין אַ שעה אַרום זײַנען זײ בײדע געװען בײַ יודל דעם שרײַבער, בײדע האָבן געשטעלט עדות און בײדע האָבן אײַנגעגעבן צום מיראָװאָי.

ו

דער כּתרילעװקער מיראָװאָי, פּאַן מיליניעװסקי, אַ גראָבער פּריץ מיט אַ לאַנגער באָרד און מיט אַ הױכן שטערן, איז שױן אַזױ לאַנג מיראָװאָי, אַז ער איז גוט באַקאַנט מיט דער גאַנצער שטאָט, אױסגעבונדן מיט איטלעכן באַזונדער, און איבערהױפּט מיט כּתרילעװקער ייִדן; ער קען יעדן אײנציקן, װײס יעדנס כאַראַקטער דורך און דורך, פֿאַרשטײט ייִדיש װי אַ ייִד, קלוג װי די װעלט. „טאַקע נאָר אַ ייִדישער קאָפּ אױף אים!“… ― זאָגט מען אין כּתרילעװקע.

קומט אָסיען־צײַט, אַרום נאָך סוכּות, װערט ער פֿאַרװאָרפֿן מיט פּאַפּירן, און אַלץ פֿון ייִדן זאָלן געזונט זײַן, ― נישט חלילה פֿאַר גנבֿות, גזילות און רציחות ― נײן! נאָר פֿאַר פֿײַגן און פֿאַר פּעטש איבער „שישי“, איבער „אַתּה־הראית“, איבער „חתן־תּורה“ און „חתן־בראשית“. פּאַן מיליניעװסקי האָט פֿײַנט מאַכן מיט די כּתרילעװקער ייִדן צערעמאָניעס, אַרײַנלאָזן זיך מיט זײ אין לאַנגע חקירות, און קײן סך רײדן לאָזט ער זײ ניט, װאָרעם ס'איז אַ מעשׂה אָן אַן עק. װילן זײ שלום, איז רעכט (פּאַן מיליניעװסקי איז אַ רודף־שלומניק); אלא ניט, טוט ער אָן די קײט און שנײַדט: „פּאָ אוקאַזו נאַ אָסנאָװאַניע טאַקאָי־טאָ אי טאַקאָי־טאָ סטאַטיпо указу на основание такой-то и такой-то статьи: לױט דער גזירה אױפֿן יסוד פֿון עפּעס אַן אַרטיקל פּסקע איך אָפּ הערשקען זאַза: פֿאַר פֿאָסן (חתן)־בראשית דרײַ טעג װעזשעвежа: טורמע, און יענקלען אַ פֿאָסן (חתן)־תּורה דרײַ טעג װעזשע… קײן מיוחסים, װי איר זעט, איז בײַ אים נישט פֿאַראַן.

פּונקט צװײ װאָכן פֿאַר פּסח איז געװען דער מישפּט פֿונעם „שלח־מנות“. דאָס מיראָװאָי־שטיבל איז געװען פֿול אָנגעשטױסן מיט ייִדן און װײַבער, װאָס כּמעט אַלע זײַנען געװען עדות. ס'איז נישט געװען װוּ אַ שפּילקע דורכצוּװאַרפֿן.

― אײַזיק, יאָסקע, זלאַטע, זעלדע! ― האָט אױסגערופֿן פּאַן מיליניעװסקי, און עס זײַנען אַרױסגעטראָטן פֿון דער ערשטער באַנק רב יאָסי לעמעשקע און רב אײַזיק בעל־בריתניק מיט זײערע װײַבער; און אײדער דער מיראָװאָי האָט נאָך אױסגערעדט אַ װאָרט, האָבן זײ אַלע פֿיר מיט אַ מאָל אָנגעהױבן רײדן און מער פֿון אַלע און העכער פֿון אַלע, געװײנלעך, די װײַבער.

― גאָספּאָדין מיראָװאָי! ― זאָגט זעלדע, שטופּט־אָפּ דעם מאַן און באַװײַזט מיט דער האַנט אױף זלאַטען. ― אָנאַ עטאַона эта: זי איז די דאָזיקע הולטײַקע דאָ מיניע פּריסלאַיעטдо мне прислает (послала): װעלכער האָט מיר געשיקט הײַנטיקן פּורים כאַראָשיхороши: גוטע שלח־מנות נאַна: אױף לײַטיש געלעכטער! פּאַרשיװיпаршивы: שלעכטע שטרודל אי אָדיןи один: און אײן צוקער־לעקעכל, פּראָסטאָпросто: פּראָסטער חוזק, סטראַםстыд и срам: בושה, טפֿו!…

― אױ! אױ! אױ! איך װעל דאָס גאָרניט אױסהאַלטן! ― שרײַט זלאַטע און שלאָגט זיך אין האַרצן. ― דאַי באָזשע מיני טאַקײ שמאַטאָק זאָלאָטעдай боже мне такей шматак золота: זאָל גאָט מיר געבן אַזאַ בערגל מיסט!

― אָמן! ― זאָגט זעלדע.

― שװײַג, דו פּיסקאַטע! דװאַ פּאָדושיטשקיдва подушечки: צװײ קישעלעך, גאָספּאָדין מיראָװאָי, דאַי באָזשע מיני טאַקײ מזל, איи: און קומיסברױט, אי צאַרסקי כליעבхлеб: ברױט, אי צרות איר, אי פּראַנעק! אי פּרעהס מכּות! אַ האַמענע אוכעухе: אױער? װײ איז מיר!

― יאַקאָיякой : װאָס װאַר אַ האַמענע אוכע? סע הײבט זיך גאָר ניט אָן!

דער מיראָװאָי האָט געפּרוּװט אײַנשטילן די װײַבער פֿריִער מיט גוטן, נאָכדעם מיט בײזן, געקלונגען מיטן גלעקל, און אַז ער האָט געזען, אַז עס העלפֿט נישט, ס'איז אוממעגלעך זײ צו צומאַכן דאָס מױל, האָט ער די װײַבער אַרױסגעטריבן מחילה אין דרױסן אַרױס, סע זאָל װערן אַביסל שטילער, מע זאָל כאָטש קאָנען הערן װאָס מע רעדט, און די מאַנצבילן האָט ער געגעבן אַן עצה, זײ זאָלן גײן צום רבֿ.

― דאָ ראַבינאַдо раввину: צום רבֿ! ― האָט ער זײ געזאָגט. ― דאָ ראַבינאַ סװאַשיםсвашим: מיט אײַערע האַמענע אוכע! ― און דער גאַנצער עולם איז אַװעק פֿון דאָרטן צום רבֿ.

ז

רב יוזיפֿל דער רבֿ, װעדליק ער איז באַקאַנט אונדזערע לײענער, איז ברוך־השם אַזאַ ייִד, װאָס קאָן איבערטראָגן אױף זיך אַלצדינג. ער האָט ליב אױסהערן איטלעכן באַזונדער ביזן סוף. רב יוזיפֿל גײט מיט דעם גאַנג, אַז יעדער מענטש, װיפֿל ער זאָל נישט רײדן, מוז ער אַמאָל אױפֿהערן, װאָרעם אַ מענטש, זאָגט ער, איז ניט קײן מאַשין. דער חסרון איז נאָר געװען, װאָס איצטיקס מאָל האָבן זײ גערעדט אַלע פֿיר אינאײנעם, אײנס איבערן אַנדערן, און אױך מענטשן פֿון דער זײַט האָבן זיך אַלע מאָל אַרײַנגעמישט. נאָר װאָס מאַכט דאָס אױס? אַלצדינג אױף דער װעלט מוז האָבן אַ סוף… אַז אַלע האָבן זיך גוט אָנגערעדט, אָנגעשריגן און אָנגעקריגט, און ס'איז געװאָרן שטיל, האָט זיך רב יוזיפֿל אָנגערופֿן צו בײדע צדדים פּאַװאָליע, בנעימות, װי זײַן שטײגער איז, מיט אַ זיפֿצל:

― אָך־אָך־אָך! גײט אַזאַ יום־טובֿ, אַזאַ הײליקער יום־טובֿ, פּסח! אַ קלײניקײט ― פּסח! אונדזערע עלטערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים, אַריבערגעגאַנגען דעם ים, אַזאַ ים, אין דער טריקעניש! געבלאָנדזשעט אין דער מידבר פֿערציק יאָר, פֿערציק יאָר! מקבל געװען אױפֿן באַרג סיני די תּורה, אַזאַ תּורה, װאָס דאָרט שטײט געשריבן בפֿירוש: „ואָהבתּ ― און דו זאָלסט ליב האָבן, לרעך ― צו דײַן חבֿר, כּמוך ― װי זיך אַלײן זאָלסטו ליב האָבן!“… צום סוף, אױ, צום סוף קריגן זיך ייִדן, בעװנותינו־הרבים, רײַסן זיך בײַ די בערד, איבער װאָס? איבער נאַרישקײטן, שטותערײַען… אַ חילול־השם פֿאַר גױים, כ'לעבן, אַ חילול־השם!… מע זאָל בעסער אין זינען האָבן מעות־חיטים, אָרעמע לײַט נעבעך האָבן נאָך נישט קײן מצות אױף פּסח; פֿון אײער און פֿון שמאַלץ און פֿון שאָר־ירקות שמועסט מען נישט, ― מצות כאָטש, גװאַלד, מצות אױף פּסח! אַ קלײניקײט ― פּסח! אַזאַ יום־טובֿ! אונדזערע עלטערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים, אַריבערגעגאַנגען דעם ים, אַזאַ גרױסן ים, אין דער טריקעניש, געבלאָנדזשעט אין דער מידבר פֿערציק יאָר, פֿערציק יאָר! מקבל געװען אױפֿן באַרג סיני די תּורה, אַזאַ תּורה, אַזאַ תּורה!… פֿאָלגט מיך, ייִדישע קינדער, זײַט זיך מוחל אײנער דעם אַנדערן, װערט שלום, און גײט אַהײם געזונטערהײט און האָט בעסער אין זינען, עס גײט אַזאַ יום־טובֿ, אַזאַ גרױסער, אַזאַ הײליקער יום־טובֿ!…

אײנציקװײַז, אײנציקװײַז, האָט זיך דער עולם אָנגעהױבן אַרױסרוקן פֿונעם רבֿס שטוב, כּלומרשט געלאַכט פֿון רב יוזיפֿלס מישפּט מיט אַ װערטל: „יאַק נעяк не: ניט קײן פּסק, טאָנאָר אַ פּסאַקעץ“, װי דער שטײגער איז פֿון די כּתרילעװקער לצים. נאָר אינעװײניק בײַ זיך אין האַרצן האָט איטלעכער באַזונדער געפֿילט, אַז רב יוזיפֿל איז גערעכט, און מע האָט זיך געשעמט נאָך אַ מאָל איבערחזרן די מעשׂה מיטן שלח־מנות…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דעם ערשטן טאָג פּסח אין דער פֿרי נאָכן דאַװנען איז רב יאָסי לעמעשקע (ער איז ייִנגער) געװען בײַ רב אײַזיק בעל־בריתניק אױף קידוש, געלױבט דעם פּסחדיקן װײַן, אַז ער איז הײַנטיקס יאָר גאָר אַ חריפֿות, און געלעקט די פֿינגער פֿון זלאַטעס פֿאַלירטשיקעס; און דעם אַנדערן טאָג פּסח אין דער פֿרי איז רב אײַזיק בעל־בריתניק (ער איז עלטער) געװען בײַ רב יאָסי לעמעשקע אױף קידוש, גאָר נישט געקאָנט אָפּלױבן זיך פֿונעם פּסחדיקן װײַן פֿון ראָזשינקעס און פֿון זעלדעס פֿאַלירטשיקעס. און בײַ טאָג נאָכן עסן, אַז זעלדע מיט זלאַטען זײַנען זיך צונױפֿגעקומען און צערעדט פֿונעם שלח־מנות, איז דער אמת אַרױף װי בױמל אױפֿן װאַסער, און בײדע דינסטמײדלעך, נחמה די שװאַרצע און נחמה די רױטע, האָבן שױן געהאַט זײער ערלעכן אױסקומעניש: תּיכּף נאָך פּסח האָט מען זײ געגעבן דעם װעג.

געשריבן אין יאָר 1902.
נישטאָ קײן מתים!

ראָש־חודש אלול בין איך געקומען קײן כּתרילעװקע אױף קבֿר־אָבֿות.

דאָס אַלטע־אַלטע כּתרילעװקער בית־הקבֿרות זעט אױס אַ סך שענער און אַ סך לעבעדיקער פֿון דער שטאָט אַלײן. איר געפֿינט דאָ שטיבלעך־מצבֿות שענערע, װי די שענסטע הײַזער אין שטאָט. הײַנט װאָס איז װערט דאָס, װאָס ס'איז דאָ טרוקן װי פֿעפֿער, נישטאָ יענע לײמיקע זומפּיקע בלאָטע, װאָס אין שטאָט? דאָ זעט איר פֿאַר זיך כאָטש גרינס, אַז עס קומט זומער־לעבן, אַ גרעזל, אַ צװײ־דרײַ באַרנבײמלעך, איר הערט אַ פּישטשען פֿון פֿײגעלעך, װאָס שפּרינגען פֿון אײן צװײַגל אױפֿן אַנדערן און שמועסן זיך אױס אױף זײער לשון. דאָ זעט איר פֿאַר זיך אַ גרױסע קײַלעכיקע בלױע יאַרמעלקע מיט אַ לױטערער װאַרעמער זון. פֿון דער לופֿט שמועסט מען נישט, אַז דאָ איז זי אין טױזנט גראַד בעסער, פֿרישער און געזונטער װי אין שטאָט. סײַ דאָ סײַ דאָרט ליגט מען דאָך אין דער ערד פֿיר אײלן! דער חילוק איז נאָר, װאָס דאָ, אױפֿן בית־עלמין, ליגן די מתים אױף אײן אָרט, און דאָרט, אין שטאָט, גײען זײ נאָך אַרום; דאָ רוען זײ שױן און װײסן נישט פֿון קײן צרות, און דאָרט װערן זײ נאָך פֿאַרשװאַרצט ― און מי־יודע, װיפֿל ס'איז זײ נאָך באַשערט אָפּקומען און מוטשען זיך אױף דער װעלט!…

געטראָפֿן האָב איך דאָרטן עטלעכע װײַבער ליגן אױף די קבֿרים, װײנען און שרײַען און טענהן זיך אױס אױף אַ קול. אײנע װעקט די מאַמע, זי זאָל אױפֿשטײן און אַ קוק טאָן אױף איר אײן־און־אײנציקע טאָכטער, װאָס פֿון איר איז געװאָרן!