קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: דרײפֿוס איז כּתרילעװקע

שלום עליכם (אַלע װערק)

דרײפֿוס אין כּתרילעװקע

איך װײס נישט, אױב די מעשׂה פֿון דרײפֿוסןAlfred Dreyfus 1859-1935 האָט נאָך ערגעץ אָנגעמאַכט אַזאַ רעש, װי אין כּתרילעװקע.

אין פּאַריז, זאָגט מען, האָט דאָס אױך געקאָכט, װי אין אַ קעסל. גאַזעטן האָבן געשריבן, גענעראַלן האָבן זיך געשאָסן, און װײַסע־חבֿרהניקעס זײַנען אַרומגעלאָפֿן איבער די גאַסן, װי משוגעים, געװאָרפֿן היטלען און געאַרבעט מעשׂים. דער האָט געשריגן: „װיװvive: זאָל לעבן דרײפֿוס!“ און דער האָט געשריגן: „װיװ עסטערהאַזיCharles Marie Ferdinand Walsin Esterhazy 1847-1923!“ און ייִדן האָט מען דערװײַל געשמירט, געמאַכט מיט דער בלאָטע, װי געװײנטלעך… נאָר אַזױ פֿיל עגמת־נפֿש מיט אַזױ פֿיל יסורים און בזיונות, װי כּתרילעװקע האָט דערפֿון געהאַט ― דאָס װעט פּאַריז נישט האָבן ביז משיח װעט קומען.

פֿון װאַנען איז מען אין כּתרילעװקע געװאָר געװאָרן פֿון דרײפֿוסן ― דאָס זאָלט איר נישט פֿרעגן. װאָרעם למאַי װײס מען דאָרטן פֿון דער מלחמה, װאָס די ענגלענדער האָבן געפֿירט מיט די בױערן? פֿון װאַנען װײסן זײ װאָס אין קיטײַ טוט זיך? װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז כּתרילעװקע מיט קיטײַ? די גרױסע מיסחרים, װאָס זײ פֿירן מיט דער װעלט? טײ באַקומען זײ פֿון װיסאָצקין פֿון מאָסקװע, און דאָס געלע זומערשטאָף, װאָס מען רופֿט דאָס „טשע־שון טשאַ“, טראָגט מען נישט אין כּתרילעװקע. דאָס איז נישט פֿאַר זײער בײַטל. דאַנקען גאָט, אַז מען קאָן טראָגן זומער אַ נאַקידקע כאָטש פֿון פּאַרוסינע: אַנישט, האָט מען אַ ברירה גײן גאָר אַזױ, דאָס הײסט, מחילה, אין תּחתּונים און פֿון אױבן אַ ציצענעם אַרבע־כּנפֿות, און מע שװיצט פֿונדעסטװעגן גאַנץ געשמאַק, אַבי ס'איז נאָך אַ הײסער זומער.

בלײַבט דאָך אַלץ די אײגענע קשיא: פֿון װאַנען האָט פֿאָרט כּתרילעװקע אָנגעשמעקט די מעשׂה פֿון דרײפֿוסן?

פֿון זײדלען.

זײדל רב שעיהס איז דער אײנציקער אין שטאָט, װאָס שרײַבט־אױס דעם „צפֿירה“, און אַלע נײַעסן, װאָס טוען זיך אָפּ אױף דער װעלט, װערט מען געװאָר פֿון אים, דאָס הײסט, נישט פֿון אים, נאָר דורך אים. ער לײענט זײ, און זײ פֿאַרטײַטשן; ער דערצײלט, און זײ לערנען דעם פּשט; ער זאָגט װאָס סע שטײט, און זײ דרינגען אָפֿט פֿאַרקערט, װאָרעם זײ פֿאַרשטײען בעסער.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ויהי היום איז געקומען זײדל רב שעיהס אין בית־המדרש אַרײַן און דערצײלט אַ מעשׂה, אַז אין פּאַריז האָט מען געמישפּט אַ ייִדישן קאַפּיטאַן, אײנעם אַ דרײפֿוס דערפֿאַר, װאָס ער האָט אַרױסגעגעבן נײטיקע פּאַפּירן פֿון דער מלוכה. איז דאָס אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס. אײנער האָט זיך אַ זאָג געטאָן פֿאַרבײַגײענדיק:

― װאָס טוט נישט אַ ייִד צוליב פּרנסה?

דער אַנדערער האָט געהאַט אַ נקמה:

― אַ מיצװה! לאָז אַ ייִדעלע נישט קריכן אױבנאָן און זיך נישט מישן צװישן קיסרים!

שפּעטער, אַז זײדל איז געקומען און האָט דערצײלט אַ נײַע מעשׂה, אַז די גאַנצע געשיכטע איז גאָר געװען אַ בילבול, אַז דער ייִדישער קאַפּיטאַן, דער דרײפֿוס, װאָס מע האָט אים פֿאַרשיקט, איז גאָט די נשמה שולדיק, ס'איז גאָר אַ גאַנצע אינטריגע פֿון עטלעכע גענעראַלן, װאָס האָבן זיך עפּעס צעאַמפּערט ― דעמאָלט האָט זיך שױן דאָס שטעטל אַביסל פֿאַראינטערעסירט, און דרײפֿוס איז געװאָרן אַ כּתרילעװקער. װוּ צװײ איז ער געװען אַ דריטער.

― געהערט?

― געהערט.

― פֿאַרשיקט אױף אײביק.

― „װעטשני פּאָסעלעניע“вечні поселение: אײביקע פֿאַרשיקונג.

― אומזיסט־אומנישט!

― אַ בילבול!

נאָך שפּעטער, אַז זײדל איז געקומען און האָט דערצײלט, אַז ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז דער מישפּט זאָל נאָך אַ מאָל געמישפּט װערן, אַז עס האָבן זיך געפֿונען גוטע מענטשן אַזעלכע, װאָס נעמען זיך אונטער באַװײַזן דער װעלט, אַז ס'איז גאָר געװען אַ טעות די גאַנצע מעשׂה, ― האָט כּתרילעװקע אָנגעהױבן זיך װיגן גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן. ערשטנס, איז דאָך דרײפֿוס „אונדזערער“; און, צװײטנס, װי קומט דאָס, אַז דאָרטן אין פּאַריז זאָל פֿאָרקומען אַזאַ פּאַסקודנע מעשׂה? פֿע, עפּעס זײער נישט שײן פֿאַר די „פֿראַנצעהױזנדיקע“!… עס איז אַװעקגעגאַנגען אַ שפּאַרעניש און אַ װעטעניש: דער האָט געזאָגט, אַז דער מישפּט װעט נאָך אַ מאָל געמישפּט װערן, און דער האָט געדרונגען, אַז נײן: אין אַחר מעשׂה בית־דין כּלום ― אָפּגעמישפּט, איז פֿאַרפֿאַלן…

װאָס װײַטער־װײַטער האָט מען אױפֿגעהערט צו װאַרטן ביז זײדל װעט זיך אַמאָל אױסקראַצן צו קומען אין בית־מדרש אַרײַן דערצײלן נײַס פֿונעם קאַפּיטאַן דרײפֿוס; מע האָט אָנגעהױבן גײן צו אים אַהײם. מע האָט נישט געהאַט מער קײן געדולד גײן צו אים אַהײם, און מע האָט אָנגעהױבן גײן מיט אים גלײַך אױף דער פּאָסט אָפּנעמען דאָס בלאַט, און דאָרטן טאַקע דאָס איבערלײענען, און דאָרטן טאַקע איבערקײַען נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, שרײַען, פּילדערן, שפּאַרן זיך און רײדן אַלע אינאײנעם, װי געװײנטלעך. נישט אײן מאָל האָט זײ דער אָדון דער פּאָסטמײַסטער געגעבן אָנצוהערעניש, זײער אײדל אַפֿילו, אַז אַ פּאָסט איז נישט קײן שול, להבֿדיל:

― טוט נע זשידיװסקאַ שקאָלאַтут не жидивска схола: ס'איז ניט קײן ייִדישע שול, זשידי פּאַרכאַטיעפּאַרכעװאַטע ייִדן, טוט נע קאַהאַל שאַכער־מאַכערײ!…

זײ האָבן אים אָבער געהערט, װי המן דעם גראַגער; ער האָט זײ געזידלט, און זײ האָבן געלײענט דעם „צפֿירה“ און גערעדט פֿון דרײפֿוסן.

און נישט נאָר פֿון דרײפֿוסן אַלײן האָט מען גערעדט אין כּתרילעװקע. עס איז צוגעקומען אַלע מאָל אַ פֿרישער פּאַרשױן: פֿריִער „עסטערהאַזי“, נאָכדעם „פּיקערטMarie-Georges Picquart 1854-1914“, נאָכדעם גענעראַל „מערסיAuguste Mercier 1833-1921“, „פּעליGeorge Gabriel de Pellieux 1842-1900“, „גאָנזיCharles-Arthur Gonse 1838-1917“, און דערבײַ איז געזאָגט געװאָרן אַ המצאה, אַז בײַ די „פֿראַנצעהױזנדיקע“, װיבאַלד אַ נאָמען פֿון אַ גענעראַל, אַזױ מוז זיך אױסלאָזן מיט אַ „י“. האָט אײנער געפֿרעגט אַ װידעראַנאַנד:

― נו, און מיט בודעפֿערןRaoul de Boisdeffre 1839-1919 װאָס װעסטו טאָן?

― הערסטו? האָט ער טאַקע געהאַט אַ מפּלה.

― כּן־יאָבֿדו!

צװײ פּאַרשױנען זײַנען געװען אין כּתרילעװקע, װאָס די גאַנצע שטאָט האָט זײ ליב געקריגן, אױסגעגאַנגען נאָך זײערע טריט. דאָס זײַנען געװען „עמיל זאָלÉmile Édouard Charles Antoine Zola 1840-1902“ און „לאַמבאָריFernand-Gustave-Gaston Labori 1860-1917“. פֿאַר „עמיל זאָלן“ װאָלט זיך יעדער אײנער מפֿקיר געװען. אַ װערטעלע אױסצורײדן ― „עמיל זאָל“! אַז עמיל זאָל װאָלט קומען, למשל, קײן כּתרילעװקע, װאָלט די גאַנצע שטאָט אים אַרױסגעקומען אַקעגן מיט אַ ברוך־הבא, אױף די הענט װאָלט מען אים געטראָגן.

― װאָס זאָגט איר אױף זײַנע בריװלעך?

― פּערל! דימענטן! בריליאַנטן!

אױך פֿון „לאַמבאָרין“ האָט מען געהאַלטן אַן עולם־ומלואו. דער עולם האָט געקװעלט, נתפּעל געװאָרן און געלעקט די פֿינגער פֿון זײַנע דרשות. כאָטש האָרכן האָט אים אין כּתרילעװקע קײנער נישט געהאָרכט, נאָר מע האָט פֿאַרשטאַנען מיטן שׂכל, אַז ער באַדאַרף קאָנען רײדן.

איך װײס נישט, אױב דרײפֿוסעס משפּחה אין פּאַריז האָבן אַזױ אַרױסגעקוקט אױף דרײפֿוסן, ער זאָל קומען פֿונעם שײנעם אינדזל, װי עס האָבן אַרױסגעקוקט דערױף די כּתרילעװקער ייִדן. מע קאָן זאָגן, אַז זײ זײַנען געפֿאָרן גלײַך מיט דרײפֿוסן אַזש פֿון דאָרטן אױפֿן ים, ממש געפֿילט, װי זײ שװימען: אָט־אָט הײבט זיך אױף אַ שטורעמװינט און צעשמײַסט דעם ים אױף אַלע זײַטן, די כװאַליעס פּליעסקען און װאַרפֿן די שיף װי אַ שפּענדל, אַרױף און אַראָפּ, אַרױף און אַראָפּ.

― רבונו־של־עולם! ― האָבן זײ מתפּלל געװען בײַ זיך אין האַרצן. ― זאָלסט אים כאָטש ברענגען בשלום אַהין, װוּ דער מישפּט באַדאַרף זײַן! זאָלסט כאָטש עפֿענען די אױגן פֿון די ריכטער און קלאָר מאַכן זײערע מוחות זײ זאָלן געפֿינען דעם שולדיקן, און די גאַנצע װעלט זאָל אַרױסזען אונדזער גערעכטיקײט, אָמן־סלה!…

דעם טאָג, װאָס ס'איז אָנגעקומען די גוטע בשׂורה, אַז דרײפֿוס איז שױן דאָ, איז אין כּתרילעװקע געװען אַ יום־טובֿ. זײ זאָלן זיך נישט שעמען, װאָלטן זײ פֿאַרשלאָסן די קלײטן.

― געהערט?

― אַ דאַנק השם־יתברך!

― כ'װאָלט אַ בעלן געװען זען װי אַזױ איז געװען דאָס ערשטע באַגעגעניש מיטן װײַב?

― און איך װאָלט אַ בעלן געװען אָנקוקן בשעת־מעשׂה די קינדערלעך, אַז מע האָט זײ געזאָגט: דער טאַטע איז געקומען.

װײַבער, װאָס זײַנען בעת־מעשׂה געזעסן, האָבן באַהאַלטן די פּנימער אין די פֿאַרטעכער, כּלומרשט געשנײַצט די נעזער, מע זאָל נישט זען, אַז זײ װײנען. װי כּתרילעװקע איז אַן אָרעם שטעטל, װאָלט יעדער אָפּגעריסן דאָס לעצטע פֿונעם לעצטן און װאָלט זיך דורכגעפֿאָרן אַהין, אַ קוק טאָן כאָטש פֿון דער װײַטן.

אַז דער מישפּט האָט זיך אָנגעהױבן, איז געװאָרן אַ קאָכעניש, גאָט זאָל שומר־ומציל זײַן. נישט נאָר דאָס בלאַט ― זײדלען האָט מען צעריסן אױף שטיקלעך. מע האָט זיך געװאָרגן מיטן עסן, מען איז נישט געשלאָפֿן קײן נעכט, מע װאָלט שױן גערן דערלעבן מאָרגן, מאָרגן ― איבערמאָרגן, און אַזױ אַלע טאָג.

מיט אַ מאָל איז געװאָרן אַ מהומה אין שטאָט, אַ טומל, אַ געשרײ, אַ געפּילדער, ― חושך! חושך! דאָס איז געװען דעמאָלט, װען מע האָט געשאָסן אױף אַדװאָקאַט לאַמבאָרי. די כּתרילעװקער האָבן אײַנגעלײגט די װעלט.

― פֿאַר װאָס? פֿאַר װען? אַזאַ רציחה! אומזיסט־אומנישט! ערגער װי אין סדום!

דער דאָזיקער שאָס האָט זײ דעם קאָפּ אַראָפּגענומען. די דאָזיקע קױל האָט זײ געטראָפֿן גלײַך אין האַרצן אַרײַן. גלײַך װי ער האָט געשאָסן אױף כּתרילעװקע.

― רבונו־של־עולם! ― האָבן זײ מתפּלל געװען בײַ זיך אין האַרצן. ― באַװײַז דײַנע װוּנדער, דו קאָנסט דאָך, אַז דו װילסט, טו אַ נס, לאַמבאָרי זאָל כאָטש בלײַבן לעבן.

און גאָט ברוך־הוא האָט אַ נס געטאָן, ער איז געבליבן לעבן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַז ס'איז געקומען צום לעצטן טאָג פֿונעם מישפּט, האָט דאָס מיט די כּתרילעװקער געװאָרן װי אַ קדחת. זײ װאָלטן אַ בעלן געװען אַנטשלאָפֿן װערן אױף אַ גאַנץ מעת־לעת און אױפֿכאַפּן זיך דעמאָלט, װען דרײפֿוס װעט, אם־ירצה־השם, שױן זײַן פֿרײַ. נאָר, װי אױף צו־להכעיס, האָט זיך בײַ קײנעם דאָס אױג נישט געקאָנט צומאַכן. מע האָט זיך יענע נאַכט געקאַטשעט פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, מלחמה געהאַלטן מיט די װאַנצן און אַרױסגעקוקט, עס זאָל שױן װערן טאָג.

אַז ס'איז געװאָרן טאָג, איז מען אַװעק אױף דער פּאָסט. די פּאָסט איז געװען פֿאַרשלאָסן און דער טױער אױך. ביסלעכװײַז האָט זיך דער עולם אָנגעהױבן צונױפֿקלײַבן אַרום דער פּאָסט, און ס'איז געװאָרן פֿאַרפֿלײצט די גאַס. ייִדן זײַנען אַרומגעגאַנגען הין און צוריק, געגענעצט, געצױגן זיך, געדרײט די פּאה און געזונגען שטילערהײט פֿון הלל.

אַז יאַרעמע דער סטראָזש האָט געעפֿנט דעם טױער, האָבן ייִדן אַ לאָז געטאָן זיך אַלע מיט אַ מאָל. איז יאַרעמע געװאָרן אָנגעצונדן, באַװיזן, אַז דאָ איז ער בעל־הבית, און האָט זיך צעלאָזט אױף זײ און, מחילה, זײ אַרױסגעטריבן מיט בזיונות פֿון דער פּאָסט אין דרױסן אַרױס, און דאָרטן האָבן זײ געװאַרט אױף זײדלען אַזױ לאַנג, ביז זײ האָבן זיך פֿאָרט דערװאַרט. און אַז זײדל האָט אָנגענומען דאָס בלאַט און האָט זײ איבערגעלײענט דעם שײנעם פּסק פֿון דרײפֿוסן, איז געװאָרן אַ געשרײ, אַ ליאַרעם ― הימל עפֿן זיך! דער געשרײ איז געװען נישט אױף די ריכטער, װאָס האָבן שלעכט געפּסקנט, נישט אױף די גענעראַלן, װאָס האָבן געשװאָרן פֿאַלש, נישט אױף די „פֿראַנצעהױזנדיקע“, װאָס האָבן זיך אַזױ נישט שײן אױסגעפֿײַנט, ― נײן! דער געשרײ איז געװען אױף זײדלען.

― סע קאָן נישט זײַן! ― האָט כּתרילעװקע געשריגן אין אײן קול. ― סע קאָן נישט זײַן אין דער װעלט אַזאַ מישפּט! הימל און ערד האָבן געשװאָרן, אַז דער אמת מוז אַרױף, װי בױמל אױפֿן װאַסער. װאָס װעסטו אונדז דערצײלן מעשׂיות?

― בהמות! ― שרײַט נעבעך זײדל מיט אַלע כּוחות און שטופּט זײ דאָס בלאַט גלײַך אין פּנים אַרײַן. ― נאַט זעט װאָס סע שטײט אין בלאַט!

― בלאַט־שמאַט! ― שרײַט כּתרילעװקע. ― און אַז דו װעסט זיך שטעלן אָט דאָ מיט אײן פֿוס אױפֿן הימל און מיט דער אַנדערער אױף דער ערד ― װעלן מיר דיר גלײבן? ס'איז אַ זאַך, װאָס עס קאָן נישט זײַן! עס קאָן נישט זײַן! עס קאָן נישט זײַן! עס קאָן נישט זײַן!

אַ סימן ― װער איז געװען גערעכט?…

געשריבן אין יאָר 1902.
קײן עין־הרע ניט (מאָנאָלאָג)

― װי איר זעט מיך אָטאָ ― מאַכט צו אונדז אַ כּתרילעװקער בעל־עגלה, װאָס האָט זיך אױסגעדרײט צו אונדז אין דער בױד אַרײַן, און די פֿערדלעך מיטן װאָגן האָט ער געלאָזט אױף גאָטס באַראָט ― װי איר זעט מיך אָטאָ, בין איך מיר אַ ייִד מיט קײן עין־הרע צװײ פֿערדלעך אײגענע; יענער, דער בולאַנער, איז בײַ מיר שױן קײן עין־הרע דאָס אַכטע יאָר, װי איר קוקט אים אָן, אַ שװערפֿיסיקער, נישט אַזאַ לױפֿער, נאָר אַ „נעמער“ קײן עין־הרע אַ גוטער, און דער קאַשטאַנעװאַטער איז אױך קײן עין־הרע אַ יאָדעריק פֿערדל. מיט אַזעלכע צװײ פֿערדלעך, אַז גאָט שיקט צו גוטע פּאַרשױנדלעך, און אַ סך, קאָן מען האָבן פּרנסה קײן עין־הרע מיטן פֿולן מױל. און פּרנסה ― דאָס מוז מען, װאָרעם אין דער הײם איז פֿאַראַן אַ װײַב מיט קײן עין־הרע זעקס פּיקערס; זי קינדלט קײן עין־הרע אַלע יאָר, אסתּר הײסט זי, און דערפֿאַר האָט זי טאַקע אַ פּנים פֿון אַ רוח. געװען אַזאַ שײנע קײן עין־הרע, אַזאַ־נ־אײדעלע, אַ צורה־מלוכה, בשעת איך האָב חתונה געהאַט פֿאַר איר; כ'בין נאָך דעמאָלט געװען אַ שמײַסער בײַ יענעם, אַ בחור קײן עין־הרע אַן אײַזן. װאָס מיר װינטער? װער מיר זומער? װאָס מיר שנײ? װער מיר בלאָטע? איבערגעקערט זיך דער װאָגן? אַלײן גענומען אױף די פּלײצעס און אַלײן קײן עין־הרע אױפֿגעהױבן אים פֿון דער בלאָטע, אַפֿילו זיך נישט פֿאַרקרימט. אָט אַזאַ מין פּאַרשױן בין איך געװען. און זי, אסתּר הײסט דאָס, איז געװען אַ יתומה, און דװקא אַ בעל־הבתּיש קינד, אַ מלמדס אַ טאָכטער, נאָר מחמת זי איז געװען נישט אײנע, קײן עין־הרע אַכט שטיק זײַנען זײ געװען, און די מוטער איז אַן אָרעמע אַלמנה, האָט זי