קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: נישט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט

שלום עליכם (אַלע װערק)

נישט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט

זײדל רב שעיהס איז אַ יונגערמאַן, װאָס זיצט אױף קעסט, טוט נישט קײן האַנט אין קאַלט װאַסער, זיצט און לערנט, כאָטש ער האָט שױן עטלעכע קינדער. נאָר װאָס האָט ער צו דאגהן, אַז ער איז אַ בן־יחיד, און רב שעיה איז אַ ייִד אַ נגיד ― איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר איז דאָס אינגאַנצן זײַנס.

רב שעיה איז כּל־ימיו געװען אַ ייִד אַ בעל־הלװאה. זײַן „קאַפּיטאַל“ איז געװען צעװאָרפֿן איבער דער גאַנצער שטאָט. ס'איז נישט געװען אײן כּתרילעװקער, װאָס זאָל נישט זײַן שולדיק רב שעיהן קײן געלט. און דערפֿאַר האָט בײַ אים אין שטוב תּמיד געקאָכט, װי אין אַ קעסל: דער אַרײַן, דער אַרױס, דאָרט גענומען, דאָ געגעבן.

ס'איז בײַ אים געװען, להבֿדיל, אַ „קאַנטאָר“, אַ „באַנק“ ― אַ באַנק, נאָר אָן געפֿאַרבטע טישן און טישלעך, אָן מענטשן אַ סך מיט װײַסע מאַנישקעס, מיט פֿאַרדרײטע װאָנצעס און מיט לאַנגע נעגל, אָן פֿענצטערלעך מיט גראַטעס, אָן אײַזערנע שאַפֿעס און אָן מוראדיקע קאָנטעביכער און גראָסביכער, װאָס מע קאָן מיט זײ הרגענען אַ מענטשן.

בײַ רב שעיהן אין שטוב איז געשטאַנען נאָר אײן טישל, אױפֿן טישל איז געשטאַנען אַ „טינטערל“ מיט אַ „זעמדערל“, און איטלעכס מאָל, װאָס מע האָט באַדאַרפֿט פֿאַרשרײַבן, פֿלעגט מען מוזן אָנשפּײַען אין „טינטערל“, װאָרעם אַנדערש האָט דאָס נישט געװאָלט געבן קײן טינט. און װײַטער איז געװען אין טישל אַ טישקעסטל מיט צװײ רינגלעך מיט אַ גרױסן שלאָס. דאָרט, אין טישקעסטל, איז געװען דאָס „קאָנטעבוך“ מיט אַלע חשבונות, װאָס רב שעיה אַלײן טאַקע האָט זײ געפֿירט על־פּי זײַן אײגענער בוכהאַלטעריע. הײַנו, װי אַזױ?

דאָס ביכל איז באַשטאַנען פֿון צװײ און פֿופֿציק בלעטלעך, אױף יעדן בלעטל איז געשטאַנען די סדרה פֿון דער װאָך, צעװירעט אױף צװײען, פֿון אײן זײַט קבלתּיגענומען, פֿון דער אַנדערער זײַט נתתּיגעגעבן ― און דאָרט איז געװען פֿאַרשריבן אַזױ:

קבלתּי מר׳ גרשון פּופּיק על־פּי קװיטל פּרשה בראשית ב׳ רו″כ.

נתתּי לר׳ שׂמחה לעמעשקע על־פּי קװיטל פּרשה פּקודי י″ג רו″כ.

קבלתּי מר׳ פֿײַװל שמױס על־פּי קװיטל פּרשה פּקודי ד׳ רו″כ.

נתתּי עוד לר׳ גרשון פּופּיק ז׳ רו″כ.

קבלתּי מר׳ שׂמחה לעמעשקע א׳ רו″כ.

לא נתתּי עוד לר׳ פֿײַװל שמױס י″ב רו″כ כי ס'איז פֿאַרפֿאַלן.

לא קבלתּי מר׳ גרשון פּופּיק על פּרשה נח, לא קבלתּי גם על פּרשה לך־לך.

הבֿטחתּי לר׳ שׂמחה ליתּן עוד י″א רו″כ.

װי אַזױ איז דאָס רב שעיה אַרױסגעקראָכן פֿון די דאָזיקע חשבונות װײס נאָר אײן גאָט! פֿונדעסטװעגן, װעל איך אײַך בעטן, האָט קײן יסורים נישט, ס'איז נישט געװען קײן פּראָטעסטן, קײן פּראָצעסן, קײן לאָדענישן; איטלעכער האָט געװוּסט, אַז טאָמער הערט ער אױף צו צאָלן, װערט ער אױס בטוח, ― אַ פֿאַרפֿאַלענער אױף אײביק!

און אַזױ האָט זיך דאָס רעדל געדרײט, געדרײט אַ צײַט מיט יאָרן, זיך נישט אָפּגעשטעלט אױף קײן מינוט, ביז…

ביז רב שעיה איז געשטאָרבן.

רב שעיה איז געשטאָרבן, און זײדל רב שעיהס האָט איבערגענומען דאָס געשעפֿט.

דורכגעלאָזט „שלושים“, האָט זיך זײדל קודם גענומען צו די חשבונות און איז אָפּגעזעסן איבער די ביכער אַ װאָך דרײַ, געזעסן און געשריבן, געשריבן און גערעכנט, און האָט געשיקט רופֿן די בעלי־חובֿות און רופֿט זיך אָן צו זײ:

― איר זאָלט װיסן זײַן, רבותים, אַז איך בין געזעסן די גאַנצע צײַט איבער אײַערע חשבונות, גערעכנט און גערעכנט, און האָב אױסגערעכנט, אַז עס קומט שױן מער פֿון אײַך קײן געלט נישט, איר זײַט רײן.

― װאָס הײסט, עס קומט פֿון אונדז קײן געלט נישט? װאָס הײסט, מיר זײַנען רײן?

― אַזױ, װאָרעם „על־פּי אַלגעברע“ האָט איר באַצאָלט פּראָצענט און פּראָצענט־דפּראָצענט זיבעצן מאָל אַזױ פֿיל נאָך מיט דרײַ זעכצנטל, װיפֿל איר זײַט שולדיק געװען. נאַט אײַך אָפּ אײַערע קװיטלעך.

דערהערט אַזעלכע דיבורים, זײַנען די כּתרילעװקער געװאָרן אָנגעצונדן. זײ האָבן גערעכנט, אַז דאָ מוז ליגן עפּעס אַ המצאהלע, אַ שמד־שטיק, נישט אַנדערש; האָבן זײ אים אַ שמיץ געטאָן די קװיטלעך צוריק אין פּנים אַרײַן און האָבן געמאַכט אַ „ויצעקו“.

― ער װיל אונדז קױלען! קױלען אָן אַ מעסער! רב שעיה זאָל האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, האָט מיט אונדז געהאַנדלט אַזױ פֿיל יאָרן; זײַן קעשענע איז פֿאַר אונדז תּמיד געװען אָפֿן; קומט ער צו גײן איצט און װיל אונדז שטעלן אין דער בלאָטע!

― נאַראָנים! ― שרײַט צו זײ זײדל. ― װאָס פֿאַר נאַראָנים, בהמות איר זײַט! מע זאָגט אײַך, אַז איר זײַט רײן, נישט פֿונעם קאָפּ זאָגט מען אײַך, „על־פּי אַלגעברע“!

― װאָס דערצײלט ער אונדז פּיזמונות ― „אַלגעברע“! לאָמיר זיך פֿאַרלאָזן אױף מענטשן, לאָמיר פֿרעגן אַ רבֿ.

― צום רבֿ! צום רבֿ! ― האָבן געשריגן אַלע אין אײן קול, און מען איז געגאַנגען צום רבֿ, רב יוזיפֿל דעם רבֿ.

בײַם רבֿ האָט זיך צונױפֿגעקליבן כּמעט די גאַנצע שטאָט. ס'איז געװען אַ ליאַרעם, אַ געשרײ עד לבֿ־השמים.

זײדל האָט געלאָזט אַלעמען רײדן ― לאָז זיך איטלעכער זאָגן װאָס ער װיל; און ערשט נאָכדעם, אַז אַלע האָבן זיך גוט אױסגעשריגן, האָט ער געבעטן, אַז דער עולם זאָל אױף אַ װײַלע אַרױסגײן, ער װיל בלײַבן מיטן רבֿ אַלײן, ער באַדאַרף אים עפּעס זאָגן אונטער פֿיר אױגן.

װאָס ס'איז פֿאָרגעקומען צװישן זײדלען מיט רב יוזיפֿל דעם רבֿ ― װײס קײנער נישט.

מע זאָגט, אַז זײ האָבן געהאַט צװישן זיך אַ לאַנגן װיכּוח. זײדל האָט אים אױפֿגעװיזן, אַז מע טאָר נישט נעמען קײן פּראָצענט, װאָרעם על־פּי חקירה איז פּראָצענט גזילה; אַ מענטש, װאָס לעבט פֿון פּראָצענט, זאָגט ער, איז ערגער פֿון ערגער, עס קומט אױס, זאָגט ער, אַז אַלע דאַרפֿן האָרעװען, װוּ־זשע איז יושר?

רב יוזיפֿל דער רבֿ האָט זיך אַפֿילו געפּרוּװט אים איבערשפּאַרן מיט תּיקון מהר″ם ז″ל, מיטן „ייִשובֿ־העולם“, אָן דעם װאָלט דאָך די װעלט קײן קיום נישט האָבן, און אַזױ װײַטער; האָט אים דערױף זײדל אָפּגעענטפֿערט, אַז נאָך זײַן שׂכל נאָך קומט אױס, אַז דער „קיום“ איז גאָר קײן קיום נישט, עס געפֿעלט אים גאָרנישט די גאַנצע װעלט, װי אַזױ זי פֿירט זיך.

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ װעלט, פֿרעגט ער בײַ רב יוזיפֿל דעם רבֿ ― אַז אױסכאַפּן אַ בײגל פֿאַר אַ גראָשן, בשעת איך בין הונגעריק, הײסט געגזלט, און אָפּראַבעװען אַ שטאָט מיט אַלמנות מיט יתומים, צונעמען בײַ זײ דעם לעצטן ביסן, הײסט דאָס „געשטעלט זיך“? פֿאַר אָפּהאַקן אַ פֿינגער קומט „קאַטערזשנעקאַטאָרגע סיביר“, און פֿאַר אױסקױלען אַכציק טױזנט ענגלענדער אין אַפֿריקע, װי אָקסן, באַקומט מען אַ גאָלדענעם „מעדאַל“ זאַ כראַבראָסטза храбрость: צוליב מוטיקײט?…

― ס'איז אַ יושר? ― מאַכט ער צו רב יוזיפֿל דעם רבֿ און נעמט אים אָן בײַ דער לאַץ פֿון דער קאַפּאָטע. ― ס'איז אַ יושר? אָט פֿאָרט אַרום דער אַלטער קריגער נעבעך, דער מלכות פֿון די בױערן, קלאַפּט אין אַלע טירן, בעט רחמים, מע זאָל רחמנות האָבן אױף זײַן אָרעם לאַנד: ער װיל נישט מער נאָר אַ דין־תּורה, ער װיל זיך פֿאַרלאָזן אױף מענטשן װאָס מענטשן װעלן פּסקענען. זאָגט דער: ער װיל זיך נישט מישן, און דער זאָגט: סע פּאַסט אים נישט פֿאַר יענעם… דער אַזױ, יענער אַזױ, ― דערװײַל גיסט זיך בלוט. װוּ איז יושר, פֿרעג איך אײַך, װוּ איז מענטשלעכקײט? און איר זאָגט מיר גאָר „ייִשובֿ“, „מינהג־העולם“, דער „קיום“ פֿון דער װעלט! אַ שײנער קיום! אַ שײנע װעלט!…

און נאָך כּדומה אין אַזעלכע װילדע חקירות איז זײדל אַרײַן מיטן רבֿ, פֿאַרקראָכן, װי מע זאָגט, אין „אלף־הששי“, העט־העט אין די װײַטע דרכים אַרײַן, אָנגעהױבן אָפּלײקענען מײַנס און דײַנס און שותּפֿותדיקס, אָנגעהױבן אָפּלאַכן, רײדן, װי מע זאָגט, על־ה´ ועל־משיחו ועל־ננתּקה…

האָט שױן רב יוזיפֿל דער רבֿ מער נישט געהאַט מיט אים װאָס צו רײדן און האָט שױן װײַטער נישט געװאָלט הערן אַפֿילו, זיך פֿאַרשטעלט די אױערן מיט בײדע הענט און געשריגן:

― גענוג! גענוג! גענוג!

אַז זײדל איז געגאַנגען אַהײם, האָט זיך רב יוזיפֿל דער רבֿ אָנגערופֿן צום עולם מיט אַ זיפֿץ:

― נעבעך אַ װױלער יונגערמאַן און אַן אײדעלער יונגערמאַן און אַ לײַטישער יונגערמאַן, נאָר נישט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט

און בשעת־מעשׂה האָט ער באַװיזן מיטן פֿינגער אױפֿן שטערן, און אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען, װאָס ער מײנט.

געשריבן אין יאַר 1902
דרײפֿוס אין כּתרילעװקע

איך װײס נישט, אױב די מעשׂה פֿון דרײפֿוסןAlfred Dreyfus 1859-1935 האָט נאָך ערגעץ אָנגעמאַכט אַזאַ רעש, װי אין כּתרילעװקע.

אין פּאַריז, זאָגט מען, האָט דאָס אױך געקאָכט, װי אין אַ קעסל. גאַזעטן האָבן געשריבן, גענעראַלן האָבן זיך געשאָסן, און װײַסע־חבֿרהניקעס זײַנען אַרומגעלאָפֿן איבער די גאַסן, װי משוגעים, געװאָרפֿן היטלען און געאַרבעט מעשׂים. דער האָט געשריגן: „װיװvive: זאָל לעבן דרײפֿוס!“ און דער האָט געשריגן: „װיװ עסטערהאַזיCharles Marie Ferdinand Walsin Esterhazy 1847-1923!“ און ייִדן האָט מען דערװײַל געשמירט, געמאַכט מיט דער בלאָטע, װי געװײנטלעך… נאָר אַזױ פֿיל עגמת־נפֿש מיט אַזױ פֿיל יסורים און בזיונות, װי כּתרילעװקע האָט דערפֿון געהאַט ― דאָס װעט פּאַריז נישט האָבן ביז משיח װעט קומען.

פֿון װאַנען איז מען אין כּתרילעװקע געװאָר געװאָרן פֿון דרײפֿוסן ― דאָס זאָלט איר נישט פֿרעגן. װאָרעם למאַי װײס מען דאָרטן פֿון דער מלחמה, װאָס די ענגלענדער האָבן געפֿירט מיט די בױערן? פֿון װאַנען װײסן זײ װאָס אין קיטײַ טוט זיך? װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז כּתרילעװקע מיט קיטײַ? די גרױסע מיסחרים, װאָס זײ פֿירן מיט דער װעלט? טײ באַקומען זײ פֿון װיסאָצקין פֿון מאָסקװע, און דאָס געלע זומערשטאָף, װאָס מען רופֿט דאָס „טשע־שון טשאַ“, טראָגט מען נישט אין כּתרילעװקע. דאָס איז נישט פֿאַר זײער בײַטל. דאַנקען גאָט, אַז מען קאָן טראָגן זומער אַ נאַקידקע כאָטש פֿון פּאַרוסינע: אַנישט, האָט מען אַ ברירה גײן גאָר אַזױ, דאָס הײסט, מחילה, אין תּחתּונים און פֿון אױבן אַ ציצענעם אַרבע־כּנפֿות, און מע שװיצט פֿונדעסטװעגן גאַנץ געשמאַק, אַבי ס'איז נאָך אַ הײסער זומער.

בלײַבט דאָך אַלץ די אײגענע קשיא: פֿון װאַנען האָט פֿאָרט כּתרילעװקע אָנגעשמעקט די מעשׂה פֿון דרײפֿוסן?