קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: נחת פֿון קינדער

שלום עליכם (אַלע װערק)

נחת פֿון קינדער (מאָנאָלאָג)

― קײן נגיד, הערט איר, בין איך נישט. װײַט פֿון אַ נגיד. גאָרנישט. אַ בעל־הבית מיט אַ דירה אַן אײגענע. כאָטש װאָס האָט מען, מישטײנס געזאָגט, בײַ אונדז אין אַ דירה? מכּות! ― נאָר נחת פֿון קינדער, קאָן איר מיך באַרימען, האָב איך, ברוך־השם, מער פֿונעם גרעסטן גבֿיר אין כּתרילעװקע! בײַ מיר, הערט איר, אַז עס קומט אַ יום־טובֿ און עס קומען זיך צונױף אַלע קינדער, קײן עין־הרע, זין און טעכטער, שניר און אײדעמס מיט אַלע אײניקלעך ― װער איז צו מיר גלײַך?

למשל, נעמט פּורים צו דער סעודה.

װאָס פֿאַר אַ טעם, פֿרעג איך אײַך, האָט אַ סעודה, אַז מע זעצט זיך צום טיש אײנער אַלײן מיטן װײַב און מע עסט?

נו, שטעלט אײַך פֿאָר, אַז איך האָב שױן אָפּגעגעסן די פֿיש מיט דער יױך, לאָקשן, צימעס, דאָס, יענץ ― נו װאָס? בלאָטע־שבבלאָטע! אַ פֿערד, להבֿדיל, עסט אױך. אַ מענטש איז דאָך אָבער נישט קײן פֿערד. ובפֿרט אַ ייִד. ובפֿרט יום־טובֿ. ובפֿרט אַזאַ יום־טובֿ, װי פּורים צו דער סעודה!

קודם־כּל ― די קינדער, קײן עין־הרע.

אַכט האָב איך, זאָלן געזונט זײַן, אַלע אױסגעגעבענע. )געװען צװעלף ― פֿיר זײַנען, די צו לענגערע יאָר, אַװעקגעגאַנגען(. האַלב זײַנען זין, האַלב זײַנען טעכטער; פֿיר אײדעמס און פֿיר שניר; האָט איר שױן, קײן עין־הרע, אַ קײַמא־לן פֿון זעכצן.

הײַנט אײניקלעך, לעבן זאָלן זײ!

נישט צו פֿאַרזינדיקן. װאָרעם אַלע טעכטער און אַלע שניר קינדלען, ברוך־השם, אַלע יאָר; בײַ װעמען ס'איז פֿאַראַן עלף, בײַ װעמען ― נײַן, בײַ װעמען זיבן. קײן עקרות, אַזעלכע, הײסט דאָס, װאָס זאָלן חלילה נישט האָבן גאָרנישט, איז בײַ מיר נישט פֿאַראַן.

נאָר מיט אײן זון, מיטן מיטלסטן, האָב איך געהאַט אַביסל צו טאָן: מײַן שנור האָט אַ צײַט קײן קינדער נישט געהאַט. נישטאָ און נישט ― און גענוג!

האָט זיך אָנגעהױבן אַ סדרה: דאָקטױרים, דער רבי, להבֿדיל דער טאָטער ― עס העלפֿט נישט.

קיצור־הדבֿר ס'איז געבליבן ― גטן זיך.

מילא, גטן זיך ― גטן זיך. ס'איז געקומען צום גטן זיך ― װער? װאָס? זי װיל נישט!

װאָס הײסט, זי װיל נישט? זי האָט אים, זאָגט זי, ליב, טיפּש אײנער! װאָס הערסטו זי, זאָג איך, װאָס זי האָט דיך ליב? זאָגט ער: איך האָב זי אױך ליב. װאָס זאָגט איר אױף דעם חכם? איך זאָג אים „קינדער“ ― זאָגט ער „ליב“!… װאָס זאָגט איר אױף אַזאַ לעקיש?

קיצור־הדבֿר, זײ האָבן זיך נישט געגט. און גאָט האָט געהאָלפֿן ― שױן אַ יאָר זעקס, אַז זי האָט אָנגעהױבן צו קינדלען, קינדלט זי װאָס אַ יאָר, װאָס אַ יאָר; שיט אָפּ מיט אײניקלעך!

איר זאָלט זען בײַ מיר אײניקלעך ― אַלע געראָטענע. אײנס שענער פֿונעם אַנדערן, אין זײערע פּנימער נישט אַרײַנצוקוקן! איך זאָג אײַך ― אַנטיקלעך!

הײַנט װיִאַזױ לערנען זײ! טאָמער װילט איר אַ בלאַט גמרא ― איז אַ בלאַט גמרא אױסװײניק. פֿון חומש מיט רש″י, מיט תּנ″ך, מיט דיקדוק, מיט די אַלע איבעריקע הײַנטיקע שאַלעמױזן שמועסט מען נישט. זײער לײענען און זײער שרײַבן ייִדיש און רוסיש און דײַטש און פֿראַנצײזיש, און און און…

אַז איך באַדאַרף אַמאָל אַ בריװל איבערלײענען, אַן אַדרעס אָנשרײַבן, צי װאָס, ― װערט אַ מלחמה: „זײדעניו, אָט װעל איך! זײדעניו, אָט װעל איך!“

אַי װאָס, איר װעט פֿרעגן, „פּרנסה“? עט, פֿאַראַן אַ גרױסער גאָט! ער פֿירט אױס, אַ מאָל אַזױ, אַ מאָל אַזױ. אַ מאָל בעסער, אַ מאָל ערגער. מאָלט אײַך, מער ערגער װי בעסער ― מע מוטשעט זיך און מע קומט דורך מיטן יאָר, אַבי געזונט, װי זאָגט איר.

מײַן עלטערן זון איז געגאַנגען נישט שלעכט. ער איז געזעסן אין אַ דאָרף, אין זלאָדיעװקע איז ער געזעסן, און געהאַט גאַנץ פֿײַן פּרנסה; נאָר אַז ס'איז אַרױס דער אוקאַז פֿונעם דריטן מײַ, האָט מען אים געבעטן מחילה; האָט ער דאָך מסתּמא געבריהט זיך, געװאָלט אױסװײַזן, אַז ער איז נישט קײן „פּאָסעליװשײסיאַпоселившейся: באַזעצער“, געבראַכט פּאַפּירן, אַז ער זיצט דאָרטן נאָך פֿון ששת־ימי־בראשית, דערלאַנגט אין סענאַט. בקיצור, ס'האָט נישט געהאָלפֿן קײן שמע־ישׂראל, מע האָט אים אַרױסגעטריבן, און ער קאָן נאָך עד־היום צו זיך נישט קומען… זיצט ער בײַ מיר מיט װײַב און קינדער, אַ ברירה האָט מען?

און דעם אַנדערן זון מײַנעם גײט נעבעך גלאַט נישט. װאָס ער זאָל נישט טאָן ― איז שלים־שלימזל, װי זאָגט איר, „מיט דער פּוטער אַראָפּ“. קױפֿט ער תּבֿואה, װערט אַ זול. האַנדלט ער אײַן אָקסן, פּגרן זײ. רירט ער זיך צו צו װאַלד, איז אַ װאַרעמער װינטער ― אַ בר־מזל! ער זאָל אַ קוק טאָן אין טײַך װאָלטן געפּגרט אַלע פֿיש… האָב איך מיך מישבֿ געװען און זאָג אים: „װײסטו װאָס? פּעקל זיך אַריבער מיט װײַב און קינדער צו מיר. ממה־נפֿשך!…

דעם דריטן זון מײַנעם איז יאָ געװען נישקשה, איז ער אין דער גרױסער שׂרפֿה, נישט הײַנט געדאַכט, אָפּגעברענט געװאָרן, אַרױס װי די מאַמע האָט אים געהאַט, און האָט נאָך געהאַט אױף זיך אַ גוט פּעקל מיט אַ מסירהלע, מיט אַ סליעדאָװאַטעל, מיט צרות, מיט אַ פּריזיװ ― פֿרעגט נישט ― ס'איז גוט!… הײַנט זיצט ער בײַ מיר מיט דער גאַנצער כאַליאַסטרע. װאָס דען?…

נאָר אײן קלענערן זון מײַנעם איז, קײן עין־הרע, גאַנץ נישקשהדיק. שײך זאָגן נישקשהדיק? קײן געלט האָט ער נישט. נאָר ער האָט אַ רײַכן שװער. דאָס הײסט, ער איז נישט אַזױ רײַך, װי אַ בעל־פּרנסה, האָט געשעפֿטן אַ סך, אַ גרױסער דרײער, אַ „קרוטיןкрутити: דרײען“, זאָל דער אײבערשטער שומר־ומציל זײַן! ער דרײט אַזױ לאַנג, ביז ער פֿאַרדרײט אי זיך, אי יענעם. נאָר װאָס דען? ער דרײט זיך אַלע מאָל אױס, דער הונט. ער האָט שױן נישט אײן מאָל געפּטרט אי זײַן געלט אי די קינדערס געלט. זאָג איך צו אים: „װאָס האָט איר געהאַט צו מײַן זונס געלט?“ זאָגט ער: „איר האָט עפּעס אַרײַנגעלײגט אַ סך פּוטער?“… זאָג איך: „מײַן זון איז מיר דערװײַל אַ קינד“. זאָגט ער: „און מײַן טאָכטער איז בײַ מיר נישט קײן קינד?“ זאָג איך: „עט!“ זאָגט ער: „בע!“ זאָג איך: „מילא!“ זאָגט ער: „בקיצור!“ אַ װאָרט פֿאַר אַ װאָרט ― האָב איך אַװעקגערופֿן מײַן שמױגער און זאָג צו אים: „טו אַ שפּײַ, זאָג איך, אױף דײַן שװער דעם נגיד, דעם דרײער, און זעץ דיך אַװעק בײַ מיר ― װאָס גאָט װעט געבן, אַבי אינאײנעם“…

זעט איר, צו אײדעמס האָב איך גאָר קײן גליק נישט. אָבער טאַקע לחלוטין נישט! דאָס הײסט, איך האָב צו זײ קײן טענות נישט, און שעם זיך חלילה נישט מיט זײ, װאָרעם איך האָב, מעגט איר מיר גלײבן, אַזעלכע אײדעמס, װאָס דער גרעסטער גבֿיר פֿאַרמאָגט זײ נישט. פֿײַנע קינדער, מיוחסים, פּאַרשױנען, קעפּמענטשן!

אײנעם האָב איך אַן אײדעם פֿון גאָר אַ גרױסן ייִחוס. אַ צאַצקעלע, אַ זײַדן קינד, אַ געראָטענער מיט אַלע מעלות און אַ גרױסער למדן, זיצט און לערנט. איך האַלט אים בײַ זיך אױף קעסט פֿון נאָך דער חתונה אָן, װאָרעם װען איר זאָלט אים קענען, װאָלט איר אַלײן געזאָגט, אַז ס'איז גאָר אַן עבֿירה אַרױסצולאָזן אַזעלכע אױף דער װעלט ― װאָס װעט פֿון אים װערן?

דעם אַנדערן אײדעם האָב איך שױן נישט אַזאַ ייִחוס, נאָר דאָס קרן איז אָבער אַן אַנטיק, דהײַנו: װאָס װילט איר? שרײַבן, און לײענען, און חשבונען, און זינגען, און טאַנצן, און װאָס נישט? הײַנט שפּילט ער אין שאַך ― אַז מע שמועסט, ער יכולט! פֿונדעסטװעגן, הערט איר, אַז ס'איז נישט באַשערט, װי זאָגט שלמה המלך: לא לחכמים לחם ― אַלע קענערס גײען אָן שטיװל. איך האָב אים שױן געפּרוּװט אױף אַלע זײַטן: ער איז שױן געװען אַ פּאָסעסאָר, און אַ קרעמער, און אַ מלמד, און אַ שדכן ― עס גײט נישט, כאָטש צערײַס זיך! זיצט ער איצט בײַ מיר מיט די קינדער. איך װעל דאָך מײַן טאָכטער אױף דער גאַס נישט אַרױסװאַרפֿן!

נאָך אײן אײדעם האָב איך, שױן נישט אַזאַ גרױסער קענער, נאָר אױך נישט קײן אַבי־װער. דער גוטער קאָפּ מיט דער שײנער האַנט, מיט דעם בלאַט גמרא מיטן שײנעם פּיסק ― אַז ער רעדט, שיטן זיך פּערל, אַ חיות צו הערן!

אײן חסרון נאָר, װאָס ער איז צו אַן אײדעלער, כּמעט אַ רוחניות, דאָס הײסט, ער איז נישט איבעריק געזונט. דאָס הײסט, אַפֿילו אַז איר װעט אַ קוק טאָן אױף אים אַזױ, איז ער, דאַכט זיך, גאָרנישט… נאָר װאָס דען? דאָס װאָס ער שװיצט. און דערצו נאָך דער הוסט! פֿון אַ צײַט אַז ער האָט באַקומען אַ פּאַסקודנע הוסט מיט אַ מין קװיטש, און ס'איז אים שװער צו כאַפּן דעם אָטעם. דאָקטױרים הײסן אים טרינקען מילך און פֿאָרן קײן בױבעריק אױף דאַטשע. אַהין פֿאָרן, זאָגט מען, אַלע קראַנקע. דאָרטן, זאָגט מען, איז פֿאַראַן אַ װאַלד אַזעלכער, װאָס איז אַ רפֿואה צום הוסט. רעכן איך, אם־ירצה־השם, איבעראַיאָר זומער, אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן, זיך דורכפֿאָרן מיט אים קײן בױבעריק. דערװײַל, ביז ער װעט אַמאָל װערן געזונט, ליגט ער מיטן װײַב און קינדער, געװײנטלעך, אױף מײַנע פּלײצעס. עפּעס אַ תּירוץ?

הײַנט האָב איך נאָך אַן אײדעם, שױן גאָר אַ פּראָסטן, נאָר אַ האָרעפּאַשנעם יונג, דאָס הײסט, חלילה נישט קײן בעל־מלאָכה, נישט קײן שנײַדער, נישט קײן שוסטער, נאָר קײן חדר־ייִנגל אױך נישט.

ער איז אַ „פֿיליער“ איז ער; ער האַנדלט מיט פֿיש האַנדלט ער. זײַן טאַטע האַנדלט מיט פֿיש, זײַן זײדע האָט געהאַנדלט מיט פֿיש, די גאַנצע משפּחה זײערע װײסן ― נאָר פֿיש און נאָר פֿיש און נאָר פֿיש!

דאָס הײסט, זײ זײַנען אַפֿילו גאַנץ ערלעכע ייִדן, אָרנטלעכע, נאָר פּראָסטע מענטשלעך.

װעט איר דאָך פֿרעגן: װי קומט צו מיר אַזאַ אײדעם? מסתּמא איז דרינען פֿאַראַן אַ מעשׂה, װי זאָגט מען: אין אַ טײַך װאַרפֿן זיך דורך אַלערלײ העכט. מסתּמא איז מײַן טאָכטערס גליק אַזױ, אַז זי באַדאַרף האָבן אַזאַ מאַן.

דאָס הײסט, האָבן האָב איך צו אים גאָרנישט; מײַן טאָכטער לעבט פֿאַר אים דװקא גליקלעך. װאָרעם בטבֿע איז ער דװקא אַ גוט מענטשל, אַ דימענט, צוגעלאָזט, הערט איר, צו אונדז אַלעמען ביז גאָר, װיפֿל ער פֿאַרדינט גיט ער אָפּ איר, און העלפֿט אױס יענע אײדעמס מײַנע און די זין װי װײַט מעגלעך. װאָס איז שײך זאָגן? ― ער האָרעװעט כּמעט אינגאַנצן אױף אונדז, און האָט פֿאַר אונדז אַלעמען דרך־ארץ, װאָרעם ער װײס גאַנץ גוט, ער פֿילט, פֿאַרשטײט איר מיך, װער ער איז און װער מיר זײַנען; ער איז ער און מיר זײַנען פֿאָרט מיר! מיט דער האַנט, הערט איר, קאָן מען דאָס נישט אַװעקמאַכן.

װאָרעם אַז עס מאַכט זיך אַמאָל, מע קומט זיך צונױף צװישן מענטשן, און מײַנע קינדער מאַכן אַ שמועס מכּוח די קלײנע אותיות, עפּעס אַ דין אין שולחן־ערוך, צי אַ שאַרף שטיקל גמרא, צי גלאַט אַ פּסוק, מוז ער נעבעך זיצן און שטומען, װאָרעם ס'איז פֿאַר אים, נישט דאָ געדאַכט, אַ סוד!

אַװדאי מעג ער זיך איבערנעמען, װאָס ער האָט אַזױנע שװאָגערס, און מעג האָרעװען פֿון זײערט װעגן! װי זאָגט איר? נישט אַזױ? האַ?

אַצינד, אַז איר זײַט שױן אַביסל באַקאַנט מיט מײַן געזינדל, פֿאַרשטײט איר שױן װאָס פֿאַר אַ שׂימחה בײַ מיר איז און װאָס פֿאַר אַ נחת איך האָב, אַז עס קומט אַ יום־טובֿ, למשל, פּורים צו דער סעודה, און אַלע קינדער מיט אַלע אײניקלעך קײן עין־הרע, זעצן זיך אױס אַרום טיש, און מע מאַכט המוציא איבער דעם שײנעם גרױסן פּורים־קױלעטש, װאָס מיט זאַפֿרען און מיט ראָזשינקעס אַרומגעשטעקט, מיט די גוטע געפֿעפֿערטע און געצוקערטע פֿיש מיט כרײן, מיט די גוטע געלע לאַנגע לאָקשן מיט יױך, און מע נעמט צו קאַפּלעך משקה, אַז גאָט העלפֿט אַ פֿלעשל װימאָראָזיק, אַן אמתער אַ „קאָװעשאַנער“, אָדער אַ גלעזעלע גוטן װישניק, אַבי ס'איז נאָר דאָ, און פֿאַר נױט ― איז אַ פּראָסט ביסל י″ש אױך אַ סחורה, און מע טוט אַ זינג, איך דעם שושנת־יעקבֿ, און נאָך אַ מאָל ― שושנת־יעקבֿ! און װידער אַ מאָל ― שושנת־יעקבֿ! טוען אַ כאַפּ־אונטער די קינדער:

צהלה־ושׂמחה!

און די קלײנע שקצים, די אײניקלעך, אױפֿן דינעם קולכל: אור ליהודים! אור ליהודים! אור ליהודים!

און מע גײט נאָך אַ טענצל אױך, ― דעמאָלט װער איז צו מיר גלײַך? װאָס מיר בראָדצקיЛа́зарь Изра́илевич Бро́дский 1848-1904? װער מיר רױטשילד? אַ מלך, װי איר זעט מיך אַ ייִדן, אַ מלך!

קײן נגיד, הערט איר, בין איך נישט, נאָר נחת פֿון קינדער האָב איך, ברוך־השם, מער פֿונעם גרעסטן גבֿיר אין כּתרילעװקע!

געשריבן אין יאָר 1901
אַ פֿאַרשטערטע חתונה

װי אַזױ זאָל זיך נח צעלניקער נישט פֿרײען אַז גאָט האָט אים געהאָלפֿן, ער גיט אױס דאָס לעצטע קינד, ער מאַכט חתונה די ייִנגסטע טאָכטער?

פֿאַר װעמען?

למאַי נפֿקא־מינה ― צי פֿאַר ברוכן, צי פֿאַר זרחן, צי פֿאַר פֿײַטלען, צי פֿאַר טרײַטלען? ― אױסגעגעבן, חתונה געמאַכט ― און אַן עק!

מײנט איר דאָך, אַז נח צעלניקער איז אַזאַ פֿאָטער װאָס פּטרט אַראָפּ אַ טאָכטער, אַ האָרב פֿון די פּלײצעס, גלאַט אַזױ, אַבי פּטור געװאָרן? האָט איר אַ טעות!

אַזאַ פֿאָטער, װי נח האָט איר נישט דעם צװײטן אין דער װעלט.

דאָס גאַנצע לעבן זײַנס האָט ער מקריבֿ געװען פֿון די קינדערס װעגן: געהאָרעװעט, אױסגעריסן געװאָרן. גאַנצע טעג אױף דער היץ, גאַנצע נעכט אױפֿן פֿראָסט, זיך געשלעפּט אין רעגנס און אין בלאָטעס, שױן געלעגן װיפֿל מאָל אונטערן װאָגן אױך, אַ פּאָר מאָל װינטער אין אַ פּאָלאָנקע, זיך צוגעקילט די לונג, באַקומען אַ מאָדנע הוסט ― איר פֿרעגט, װי אַזױ מע װערט פֿאַרשװאַרצט? אַנו פּרוּװט אױסהאַלטן אַ װײַב מיט קינדער פֿון אַ צעלניקקראָם, אַ „גאַלאַנטערײַ־געשעפֿט“, אין כּתרילעװקע!

אַז די קינדער זײַנען געװען קלײניטשקע, פֿלעגט זיך נח אַלײן שלאָגן מיט זײ קאָפּ אָן װאַנט: װיקלען, האָדעװען, צװאָגן ― אַלצדינג.

װעט איר דאָך פֿרעגן: װוּ איז געװען די מאַמע זײערע?

די מאַמע זײערע, זעלדע, איז געװען פֿאַרנומען אין געשעפֿט, מער צװישן פּריצים; ער ― אין שטאָט, זי ― אין דער סבֿיבֿה.

פֿאַרװאָס עפּעס זי, נישט ער? זי פֿאַרשטײט די שפּראַך, קען רײדן מיט אַ פּריץ, אַ בריה אױף אָפּזעצן אַ שטיקל סחורה אין דער פֿרעמד.