מאָטל פּײסי דעם חזנס: 2.13: די רפֿואה פֿאַר דער מכּה

שלום עליכם (אַלע װערק)

XIII
די רפֿואה פֿאַר דער מכּה
― א ―

איך האָב אײַך צוגעזאָגט דערצײלן, װאָס מײַן מאַמע האָט געמײנט מיט דעם, װאָס זי זאָגט, אַז „גאָט שיקט צו די רפֿואה פֿאַר דער מכּה“? אַזױ איז געװען די מעשׂה:

מײַן ברודער אליהון איז נימאס געװאָרן צו דינען אין דער „ייִדישער נײשאָנאַל װוּרשט קאָמפּאַני“. ס'איז ניט פֿאַר אים קײן דזשאַב. פֿאַרגעסט ניט, אַז מײַן ברודער אליהו איז פּײסי דעם חזנס אַ זון. ער איז אַ יונגערמאַן אַן אײדעלער. ער האָט אַ קול־נגינה. קאָן גאַנץ פֿײַן דאַװענען פֿאַרן עמוד. װי פּאַסט דאָס פֿאַר אַזאַ יונגנמאַן צו דערלאַנגען קישקעלעך צום טיש? דאָס דערלאַנגען אַלײן װאָלט נאָך אפֿשר ניט אױסגעמאַכט, זײַנען אָבער פֿאַראַן אַלערלײ מענטשן. פֿאַראַן מענטשן אײדעלע. אַן אײדלמאַן, אַ טאַטנס אַ קינד, קומט אַרײַן און הײסט זיך דערלאַנגען אַ פּאָרציע װוּרשטלעך און זעצט זיך אַװעק, עסט אױף די װוּרשטלעך, באַצאָלט און גוד באַי.

― ב ―

פֿאַראַן אָבער אַזעלכער, װאָס איז ניט קײן אײדלמאַן. עס מאַכט זיך אַמאָל אַ גראָבער נפֿש. קאָכט ער אױס דאָס װאַסער. דאָס זײַנען אים די קישקעלעך ניט גענוג הײס. דאָס פֿעלט אים זענעפֿט. און אַז ער רעדט, זאָגט ער ניט װי אַ מענטש: „זײַט־זשע מוחל, גיט מיר נאָך אַ פּאָרציע“. נאָר ער טוט אַ פֿײַף, אָדער אַ קנאַק מיט די פֿינגער און אַ הוק: „סעי, װײטער! גיװ מיSay, Mister, give me: הײ, רב ייִד, גיט מיר נאָך אַ פּאָרציע!“ און מײַן ברודער אליהו איז ניט געװױנט געװאָרן, מע זאָל צו אים אַזױ רײדן. װערט ער אָנגעצונדן. ער ענטפֿערט ניט אַזאַ גראָביאַן. װערט דער גראָביאַן אין כּעס און שרײַט

נאָך העכער: „סעי, פּראָפֿעסאָר! קאַם אירcome here: קומט אַהער!“ ענטפֿערט אים דעמאָלט אליהו: „װאָס פֿאַר אַ פּראָפֿעסאָר בין איך אײַך?“… װערט יענער נאָך מער אין כּעס און צעשרײַט זיך. דערהערט דער באַלעבאָס. קומט ער צו צו מײַן ברודער און פֿרעגט אים: „װאַט איז די מערדער װיט יוWhat is the matter with you?“ דאָס הײסט: װאָס טוט זיך עס מיט דיר?… ענטפֿערט אים ניט אליהו. פֿרעגט אים דער באַלעבאָס: „פֿאַרװאָס ענטפֿערסטו ניט, אַז מע פֿרעגט דיך?“ זאָגט אים אליהו: „פֿרעגט מיך װי אַ מענטש, װעל איך אײַך ענטפֿערן“. פֿרעגט אים דער באַלעבאָס: „װעלכעס הײסט װי אַ מענטש?“ ענטפֿערט אים אליהו: „אַ מענטש רעדט אױף ייִדיש“… פֿרעגט אים װידער דער באָס: „און אַז איך רײד אױף ענגליש, בין איך אַ פּיפּערנאָטער?“… ענטפֿערט אים אליהו: „עס קאָן זײַן“…

― אױב אַזױ, ― זאָגט צו אים דער באָס ― קריגסטו די סעקsack. דאָס הײסט, דו קאָנסט מאָרגן זיצן אין דער הײם…

― ג ―

„דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברױט, אַבי ניט פֿאַרקױפֿן קײן קישקעלעך“. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. אונדזער חבֿר פּיניע שטימט מיט אים ניט אײַן. פּיניע גײט מיט דעם גאַנג, אַז אַמעריקע איז אַ פֿרײַע מדינה, אַז אין אַמעריקע באַדאַרף אַלצדינג אָנשטײן. און טאָמער װילט איר אים איבערשפּאַרן, הײבט ער באַלד אָן מיט זײַנע מיליאָנערן: „קאַרנעגי… װאַנדערבילד… ראָקענפֿעלער…“ פֿרעגט אים אליהו:

― פֿון װאַנען קענסטו זיך מיט די דאָזיקע לײַט?

ענטפֿערט אים פּיניע אָפּ:

― למאַי פֿון װאַנען װײס איך, װאָס אין דעם רוסישן „הױף“ טוט זיך?

פֿרעגט אים װידער אליהו:

― נו יאָ, פֿון װאַנען װײסטו דאָס?

ענטפֿערט אים פּיניע אָפּ:

― זאָלסט לײענען אַזױ פֿיל ראָמאַנען, װי איך, װאָלסטו אפֿשר אױך געװוּסט…

― ד ―

דאָס מײנט פּיניע די ביכער, װאָס ער לײענט בײַ אונדזער משה דעם אײַנבינדער. זײ זײַנען געדרוקט אױף פּראָסט ייִדיש. און גראָב זײַנען זײ. און שװער. שװערער פֿון דער מאַמעס טײַטש־חומש. משה דער אײַנבינדער גיט זײ אױף איבערלײענען. ער מאַכט דערפֿון אַ לעבן. װאָרעם אײן בוך לײענען אפֿשר הונדערט מענטשן. צום מײנסטן, װײַבער. װײַבער האָבן ליב ראָמאַנען. מײַן שװעגערין ברכה לײענט זײ אַלע שבת בײַ טאָג, װי אַ װאַסער. מײַן מאַמע און פּיניעס װײַב טײַבל האָבן ליב צו הערן, װי ברכה לײענט. די מאַמע װערט באַלד אַנטשלאָפֿן. נאָר טײַבל רעדט און זיפֿצט. אַמאָל װײנט זי. זי האָט אַ װײך האַרץ. ס'זאָל ניט זײַן שבת און מע זאָל מעגן, װאָלט איך אױסגעמאָלט מיט אַ פּענדזל אױף פּאַפּיר, װי אַזױ ברכה לײענט, און װי אַזױ די מאַמע שלאָפֿט, און װי אַזױ טײַבל װײנט…

נאָר מיר האָבן זיך אַביסל פֿאַררעדט, און מיר װײסן נאָך אַלץ ניט, װי אַזױ גאָט שיקט צו די רפֿואה פֿאַר דער מכּה.

― ה ―

פֿריִער ― װעגן דער מכּה. געװיס איז דאָס אַ מכּה, אַז אַ יונגערמאַן, װי מײַן ברודער אליהו, גײט אַרום אָן אַ שטאָך אַרבעט. ער קאָן ניט טאָן דאָס, װאָס אונדזער חבֿר פּיניע טוט. פּיניען, למשל, שטײט אָן נעמען אַ לאָפּעטע װינטער און רײניקן דעם שנײ פֿון דער סטריט. אליהו זאָגט, אַז ער װאָלט אױך געגאַנגען רײניקן דעם שנײ, נאָר ניט אין סטריט. זאָגט צו אים פּיניע: „װאָס דען האָסטו געװאָלט? מע זאָל דיר אַרײַנטראָגן דײַן פּאָרציע שנײ אין שטוב אַרײַן?“ ברענט דאָס אליהון, װאָס פּיניע איז אױפֿגעלײגט.

― אַ פּנים, ס'איז דיר גוט, װאָס דו זאָגסט װערטלעך? ― טוט אים אליהו אַ זאָג און באַקומט פֿון אים אַן ענטפֿער:

― שור איז מיר גוט, אַז איך דערמאָן זיך, אַז איך בין אין אַמעריקע, ניט אין פּאָגראָמענלאַנד.

― אַ גדולה אױף דײַן באָבען! ― זאָגט אליהו, און פֿון האַרצװײטיק גײט ער אַװעק גאָר אין שול אַרײַן, אין כּתרילעװקער בית־המדרש. און דאָ, אין כּתרילעװקער בית־המדרש, קומט די רפֿואה צו דער מכּה. װי אַזױ? װעט איר הערן אַ שײנס.

― ו ―

מיר דאַכט, איך האָב אײַך שױן אַמאָל דערצײלט, אַז אין דעם זומער, װאָס מיר האָבן זיך אַרומגעשלעפּט איבערן לאָנדאָנער װײַטשעפּעל, איז דערװײַל אין דער אַלטער הײם, אין אונדזער ליבן כּתרילעװקע, אױסגעבראָכן אַ כּפֿול־שמונהדיקער פּאָגראָם מיט אַ שׂרפֿה אַ צוגאָב. װאָס מע האָט געקאָנט ראַבעװען, האָט מען געראַבעװעט. װאָס מע האָט געקאָנט צעברעכן, האָט מען צעבראָכן. דאָס איבעריקע האָט מען אונטערגעצונדן און פֿאַרברענט. מילא, פֿון אָרעמע לײַט שמועסט מען ניט. אַ חוץ די עטלעכע קישעלעך האָבן זײ ניט געהאַט װאָס צו פֿאַרלירן. זײ האָבן געדאַנקט גאָט, װאָס זײ זײַנען כאָטש אַרױס מיטן לעבן. װאָרעם עס זײַנען געװען אַזעלכע, װאָס האָבן געכאַפּט קלעפּ, און אַזעלכע, װאָס זײַנען פֿון די קלעפּ געשטאָרבן. אָרעמע עופֿעלעך נעבעך זײַנען אַ טײל צעריסן געװאָרן פֿון די כוליגאַנעס און אַ טײל זײַנען אױסגעגאַנגען פֿון הונגער. נאָר פֿון די רעדט מען ניט. רײדן רעדט מען פֿון יענע, װאָס ערשט נעכטן זײַנען זײ געװען נגידים, גבֿירים, אַדירים, און הײַנט זײַנען זײ געבליבן קבצנים, דלפֿנים, עניים, ואבֿיונים, אָן אַ העמד אױפֿן לײַב און אָן אַ שטיקל ברױט. אָט פֿון די דאָזיקע געפֿאַלענע, אַז מע טוט אַ טראַכט, ― אַזױ זאָגן אונדזערע לײַט ― גײט איבער אַ פֿראָסט איבערן לײַב! פֿאַרװאָס גײט ניט איבער קײן פֿראָסט איבערן לײַב, אַז מע טוט אַ טראַכט װעגן די אָרעמע לײַט און װעגן זײערע אָרעמע עופֿעלעך, װאָס זײַנען צעריסן געװאָרן פֿון די כוליגאַנעס און װאָס זײַנען אױסגעגאַנגען פֿון הונגער? ― דאָס קאָן איך ניט פֿאַרשטײן. מײַן חבֿר מענדל אױך ניט. ער זאָגט, אַז די כּתרילעװקער ייִדן האָבן שױן אַזאַ טבֿע: אַן אָרעמאַן, אַז ער גײט אױס פֿון הונגער, איז בײַ זײ גאָרניט. און אַ נגיד, אַז ער װערט אַ קבצן ― כאַפּט זײ אַװעק דער רוח!…

― ז ―

בקיצור ― צװישן אונדזערע כּתרילעװקער נגידים, גבֿירים, אַדירים איז געװען אײנער מיטן נאָמען משה־נח. אַחוץ װאָס ער האָט געהאַט אַן אײגענע שטוב מיט אַ הױף, מיט אַ גאָרטן, איז ער גלאַט געװען אַ גבֿיר. אַ סימן: זומער פֿלעגט ער אַרומגײן אין די גאַטקעס, דאָס הײסט, אין די אונטערהױזן. און אױף די אונטערהױזן ― אַ כאַלאַט. אַ ייִד אַן אָרעמאַן װעט ניט װאַגן באַװײַזן זיך אין די אונטערהױזן. מסתּמא, דאַרף מען רעכענען, איז ער תּקיף, אַ ייִד אַ גבֿיר ― װעמען הערט ער?… הײַנט װײס די גאַנצע װעלט, אַז פֿון זײַן מאַמע איז אים געבליבן בירושה דרײַ קלײטן אין מיטן מאַרק. און אַ בהמה האָט ער געהאַט אַלע מאָל אַ מעלקעדיקע. די דרײַ קלײטן האָבן אים גענוג אַרײַנגעטראָגן צום לעבן, נאָך איבער גענוג. פֿונדעסטװעגן האָט זײַן װײַב נחמה־מירל (מע האָט זי גערופֿן „דחבה־בירל“, דערפֿאַר װאָס זי האָט אַ פֿאַרלײגטע נאָז) געשלעפּט פֿון דער מעלקעדיקער בהמה כּמעט די גאַנצע הוצאה פֿון דער שטוב. און בכדי מע זאָל איר ניט געבן קײן עין־הרע, האָט „דחבה־בירל“ ליב געהאַט זיך קלאָגן, אַז איר „בהבה“ האָט זיך אױפֿגעהערט צו „בעלקן“ און זי גיט ניט קײן „בילך“… נאָר כּתרילעװקע נאַרט מען ניט אָפּ. אַלע האָבן געװוּסט, אַז ס'אַ ליגן ― די בהמה האָט זיך ניט אױפֿגעהערט צו מעלקן און זי גיט מילך… הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַזאַ ייִד, װי משה־נח, אַנטלױפֿט קײן אַמעריקע, אַ נאַקעטער, אַ באָרװעסער, װי די מאַמע האָט אים געהאַט, ― זאָל מען אױף אים ניט האָבן קײן רחמנות? נאָר װאָס קאָן טאָן משה־נח אין אַמעריקע? ער װעט דאָך ניט גײן אַרבעטן אין אַ שאַפּ, זײַנע קינדער אױך ניט. האָבן זיך די חבֿרה „אַנשי כּתרילעװקע“ אױף אים אַרומגעקוקט און האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ שמשׂ אינעם כּתרילעװקער בית־המדרש.

― ח ―

אין אַמעריקע אַ שמשׂ זאָלט איר ניט אַװעקמאַכן מיט דער האַנט. אין אַמעריקע אַ שמשׂ לעבט שענער װי אין כּתרילעװקע אַ באַלעבאָס. פֿון יאָרצײַטן אַלײן קאָן מען דאָ נתעשר װערן. מע האַלט דאָ זײער שטאַרק פֿון יאָרצײַטן. אַ גאַנץ יאָר דאַװנט מען דאָ ניט. מע האָט קײן צײַט ניט. „טײַם איז מאָניtime is money“ ― צײַט איז געלט. אַזױ גײט דאָ דאָס לשון. נאָר אַז אײנער האָט יאָרצײַט ― װאַרפֿט ער אַװעק אַלע ביזנעס און לױפֿט אין שול אַרײַן. און פֿון שול לױפֿט ער אַװעק אין אַ ייִדישן רעסטאָראַן און הײסט זיך געבן אַ כּשרן אָנבײַסן, װאָרעם ער האָט יאָרצײַט. און װיבאַלד ער האָט יאָרצײַט, לעקט אָפּ דער שמשׂ אַ בײנדל. און װער שמועסט אַ בר־מיצװה ― דעמאָלט פֿאַלט שױן אַרײַן דעם שמשׂ גאָר אַ גראָבס. בײַ אונדז, אין דער אַלטער הײם, אַז אַ ייִנגל װערט בר־מיצװה, טוט מען אים אָן תּפֿילין און ער מוז שױן גײן אַלע טאָג דאַװענען. דאָ, אין אַמעריקע, אַ בר־מיצװה ― איז אַ יום־טובֿ. מע טוט אָן דעם בחורל אַ טליתל. מע רופֿט אים אױף, װי אַ חתן, צו דער תּורה. ער קװיטשעט אױס, װי אַ יונג האָנעכל, די הפֿטורה. דערנאָך הײבט ער אױף די הענטלעך און באַלעבעטשעט עפּעס אַ דרשה, אױסגעחזרט אױף אױסנװײניק, און דװקא אױף ענגליש. חס־וחלילה ניט אױף ייִדיש. דערנאָך גײט צו דער ראַבינער (דאָ הײסט ער „ראַבײַRabbi“, און גײט געגאָלט דאָס גאַנצע פּנים, און זעט אױס װי בײַ אונדז אַ פּױלישער קסיאָנדזksiądz: גלח). ער לײגט אַרױף די ברײטע אַרבל אױפֿן בר־מיצװה און בענטשט אים „יבֿרכך“…

― ט ―

קורץ, משה־נח האָט אַ גוטן דזשאַב. אײן זאַך נאָר, װאָס ער מוז נעבעך אַלײן גײן צו די באַלעבאַטים קאָלעקטןcollect: קלײַבן. דאָס הײסט, אײַנמאָנען די „בעבֿור־שנדרס“ מיט די דיוסdues: אָפּצאָלן. דאָס הײסט, דאָס חודש־געלט פֿון די באַלעבאַטים. נו, פּאַסט דאָס פֿאַר אַ ייִדן, װאָס איז ערשט ניט לאַנג געװען אַ נגיד, ― זאָל גײן קאָלעקטן? זײַן װײַב „דחבה־בירל“ האָט אַזש געװײנט פֿאַר מײַן מאַמען, אױסגעגאָסן איר גאַנץ ביטער האַרץ פֿאַר איר. זי האָט געזאָגט: „איר בעגט ביר גלײבן בדאבדות, אַז איטלעכס באָל, װאָס בײַד באַד דאַרף גײד באָדעד בעבֿור־שדדרס, זעט ער זיך ביט'ד בלאך־הבװת…“ איך האָב מורא, אַז קײנער פֿון אײַך װעט ניט פֿאַרשטײן אַזאַ לשון. עפּעס קומט דאָס אױס תּרגום. מוז מען אײַך איבערזעצן: „איר מעגט מיר גלײבן בנאמנות, אַז איטלעכס מאָל, װאָס מײַן מאַן גײט מאָנען בעבֿור־שנדרס, זעט ער זיך מיטן מלאך־המװת“… אױסגעהערט פֿון נחמה־מירלען איר ביטער האַרץ, גיט איר מײַן מאַמע אַ גלײַכע עצה, אַז איר משה־נח זאָל נעמען מײַן ברודער אליהו פֿאַר אַ קאָלעקטאָר. אים װעט דאָס זײַן אַ הילף, און מײַן ברודער װעט מאַכן אַ לעבן… פֿאַרשטײט זיך, אַז משה־נח האָט זיך אָנגעכאַפּט אין דעם פּלאַן מיט בײדע הענט. מײַן ברודער אליהו האָט זיך אַפֿילו צום אָנהײב אַביסל געקװענקלט. ס'איז אים נאָך געװען אַביסל פּריקרע. איז אונדזער חבֿר פּיניע אים געקומען צו הילף. ער האָט זיך צעלאָזט מיט זײַן לשון, װי ער קאָן. ער האָט אַװעקגעגעבן אליהון אַ רעכטע פּאָרציע:

― איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס איז מיט דיר די גרױסקײט? מיט װאָס ביסטו מער מיוחס פֿון קאַרנעגי, ראָקענפֿעלער, װאַנדערבילד?… און ― פּאַשאָל!

פּיניע, אַז ער װיל, קאָן ער!

― י ―

װער װאָלט זיך עס, אַ שטײגער, געריכט, אַז פֿון אַזאַ קלײנעם דזשאַב, װי זײַן אַ קאָלעקטאָר בײַ אַ שמשׂ פֿון אַ שול, זאָל זיך אױספּיקן מיט דער צײַט אַ סך אַ גרעסערער דזשאַב? און ניט אײן דזשאַב, נאָר צװײ דזשאַבן. אײן דזשאַב אַלס קאָלעקטאָר פֿון אַ פֿיורניטשור־ביזנעסfurniture business: מעבל־געשעפֿט פֿאַר מײַן ברודער אליהו. און דער אַנדערער דזשאַב אַלס קאָלעקטאָר פֿון אַן אינשורענס־קאָמפּאַניinsurance company: פֿאַרזיכערונג־פֿירמע ― פֿאַר אונדזער חבֿר פּיניע. נאָר איך זע נאָך אײַערע פּנימער, אַז איר הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס איז אַזעלכעס „פֿיורניטשור“ און װאָס איז „אינשורענס“. װאַרט מיר צו אַ װײַלע ― איך װעל אײַך אַלצדינג דערקלערן.

XIV
מיר קאָלעקטן
― א ―

דערפֿאַר איז גוט אין אַמעריקע, װאָס אַלצדינג טראָגט מען אַרײַן אין שטוב אַרײַן. און אַלצדינג גיט מען אײַך דאָ אױף אױסצאָלן. פֿאַר אײן טאָלער אַ װאָך קאָנט איר אײַך אױסמעבלירן אײַער שטוב, װי אַ גראַף. דאָ זאָגט מען ניט „אױסמעבלירן“. דאָ זאָגט מען: „אױספֿױרנישןfurnish“. װאָרעם מעבל הײסט דאָ „פֿױרניטשורfurniture“. פֿון װאַנען שטאַמט דאָס װאָרט „פֿױרניטשור“ ― װײס איך ניט. מײַן ברודער אליהו דענקט, אַז דאָס דאַרף װאַקסן פֿון צװײ װערטער: „פֿאָרניט“ ― פֿון פֿאָרנט, און „טשער“ ― אַ בענקל, אַ שטול. זאָגט אָבער אונדזער חבֿר פּיניע, אַז עס הײבט זיך גאָר ניט אָן. ערשטנס, װאָס עפּעס פֿון פֿאָרנט, פֿאַרװאָס ניט פֿון הינטן? און פֿאַרװאָס עפּעס גראָד אַ שטול, פֿאַרװאָס ניט קײן שפּיגל? און צװײטנס, זאָגט מען דען פֿאָרניטשער? מע זאָגט דאָך גאָר „פֿױרניטשער“. און דריטנס, מע זאָגט ניט „פֿױרניטשער“, נאָר „פֿױרניטשיר“ ― מיט אַ חיריק. זאָגט אים אליהו, אַז נאָר אַ משוגענער װעט זאָגן פֿױרניטשיר, מיט אַ חיריק. אַ קלאָרער מענטש װעט אַלעמאָל זאָגן מיט סגול ― „פֿױרניטשער“. אַזױ לאַנג האָבן זײ זיך געשפּאַרט און געאַמפּערט, עס האָט שױן כּמעט געהאַלטן בײַ פּעטש. אַ גליק, װאָס ברכה איז דערבײַ געװען, האָט זי ניט דערלאָזט. ביז ס'איז געבליבן, מע זאָל פֿרעגן בײַ אַן אמתן אַמעריקאַנער. דאָס הײסט, טאַקע בײַ אַ ייִדן, נאָר בײַ אַזאַ ייִדן, װאָס איז ניט קײן גרינער. דאָס הײסט, אַזעלכער, װאָס איז שױן דאָ אין לאַנד כאָטש אַ יאָר עטלעכע און צװאַנציק. לאָזט זיך אױס, אַז דאָס װאָרט פֿױרניטשער לײגט זיך ניט אױס ניט מיט