מאָטל פּײסי דעם חזנס: 2.7: די כאַליאַסטרע אױף דער אַרבעט

שלום עליכם (אַלע װערק)

VII
די כאַליאַסטרע אױף דער אַרבעט
― א ―

איך האָב אײַך געהאַט דערצײלט, אַז מיר זײַנען אַרײַנגעקומען צו אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע און צו איר מאַן משה דעם אײַנבינדער אין ניו־יאָרק, האָבן מיר פֿון זײער גאַנצער כאַליאַסטרע קײנעם ניט געטראָפֿן אין דער הײם. װאָס איז די מעשׂה? ― די כאַליאַסטרע איז אױף דער אַרבעט. נאָר אײדער איך װעל אײַך גײן דערצײלן, װאָס פֿאַר אַן אַרבעט יעדער פֿון זײ האָט, באַדאַרף מען אײַך פֿריִער באַשרײַבן, װי אַזױ אַ ייִד אַן אײַנבינדער פֿאַרגינט זיך צו זיצן אין אַמעריקע. ערשטנס, די שטוב. בײַ אונדז אין שטעטל װאָלט פּעסיע די גראָבע גאָר מורא געהאַט אַרױפֿצוקלעטערן אַזױ הױך. מע גײט און מע גײט און מע גײט אפֿשר אױף הונדערט טרעפּ, ביז מע קומט אַרײַן אין אַ דירה־מלוכה. חדרים און חדרימלעך אָן אַ שיעור. דאָ הײסט עס „רומסrooms: דירות“. אין יעדן רום ― בעטלעך מיט קאָלדרעס, מיט פֿאָרהענגלעך אױף די פֿענצטער, און אײן רום, װאָס מע רופֿט דאָס „קיטשעןkitchen: קיך“. בײַ אונדז הײסט עס קיך. נאָר קײן אױװן איז ניטאָ. אַן אײַזערנע פּליטע מיט לעכער אױף צו קאָכן, און װאַסער צאַפּט זיך דאָ פֿון דער װאַנט. קאַלט װאַסער און הײס װאַסער ― װיפֿל איר װילט! איר דאַרפֿט נאָר געבן אַ דרײ מיטן קראַן ― און פֿאַרטיק.

― ב ―

שפּעטער, אַז מײַן ברודער אליהו און זײַן װײַב ברכה זײַנען געקומען צו אונדז געװױרע װערן, װאָס מיר מאַכן, האָט אים אונדזער חבֿר פּיניע אָנגענומען פֿאַר אַ האַנט, אַרײַנגעפֿירט אין קיטשען, באַװיזן די

צװײ קראַנען מיט װאַסער און איז אַרױס מיט לשון, װי פּיניע קאָן. ער האָט געזאָגט:

― װאָס זאָגסטו עפּעס, אליהו, אױף קאָלומבוסן? מעג ניט זײַן פֿאָניע די כּפּרה פֿאַר זײַן מינדסטן נאָגל, װאָס אַ חוץ בראָנפֿן און אַ חוץ פּאָגראָמען װײס ער ניט װער עס האָט אים געשלײערט?…

װעט אים דען מײַן ברודער אליהו אָפּשװײַגן? רופֿט ער זיך אָן צו אים, צו פּיניען, הײסט עס: „איצטער ביסטו שױן אינגאַנצן פֿאַר קאָלומבוסן. װאָס האָסטו אָבער געזאָגט פֿריִער אַביסל, אױף עליס אײַלאַנד?“ פֿאַרענטפֿערט זיך פּיניע און זאָגט, אַז עליס אײַלאַנד געהער ניט צו אַמעריקע. עליס אײַלאַנד, זאָגט ער, ליגט אױף דער גרענעץ צװישן אַמעריקע און צװישן אױסלאַנד. זאָגט אָבער מײַן ברודער אליהו, אַז עס הײבט זיך גאָרניט אָן. צעקריגט מען זיך, װי דער שטײגער איז בײַ די צװײ חבֿרים. ביז עס מישט זיך אַרײַן ברכה און מאַכט צװישן זײ אַ שלום. זי זאָגט, אַז זײ װײסן בײדע מער פֿון אַ טױטן, און אַז דעריבער איז זײער קריגן זיך ניט װערט אַן אָפּגעריבענער גראָשן. נאָר איך האָב אײַך אָנגעהױבן צו דערצײלן פֿון משה דעם אײַנבינדערס שטוב און בין אַרױף גאָר אױף אַנדערע זאַכן. האָט קײן פֿאַראיבל ניט ― מיר קערן זיך אום צוריק צו אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע און צו אירע קינדער, צו דער כאַליאַסטרע.

― ג ―

אַװדאי האָט זיך אונדזער משהן און אונדזער פּעסיען קײנמאָל ניט געחלומט אַזאַ גוטס, אַז זײ װעלן זיצן אין אַזאַ שטוב און האָבן רומס. אױף אַלצדינג אַ רום. אױף צו שלאָפֿן אַ רום, הײסט עס „בעד־רוםbedroom: שלאָפֿצימער“. און אױף צו עסן האָבן זײ אַ באַזונדער רום, װאָס מע רופֿט דאָס „דײנינג־רוםdining room: עסצימער“. פֿאַרװאָס עפּעס דײנינג־רום? ברעכן זיך אליהו און פּיניע די קעפּ און קאָנען ניט פֿאַרשטײן. מילא בעד־רום ― װײַל דאָרטן שטײען בעטן. אָבער דײנינג־רום ― װאָס איז די טײַטש „דײנינג“? פֿאַרװאָס ניט „עסרום“? מישט זיך אַרײַן משה דער אײַנבינדער און זאָגט צו זײ:

― צו װאָס זאָלט איר זיך ברעכן אומזיסט דעם מוח? אַבי איך בין אַ באַלעבאָס אין ניו־יאָרק, גאָט צו דאַנקען, און מײַנע קינדער אַרבעטן אַלע מיט גאָטס הילף, און מע מאַכט אַ לעבן אין אַמעריקע…

איך באַקוק אָט דעם משה דעם אײַנבינדער און טראַכט מיר: רבונו־של־עולם! װי אַ מענטש בײַט זיך איבער! אין דער הײם האָט מען אים גאָר ניט געהערט רײדן אַפֿילו. אומעטום און אַלע מאָל איז געװען פּעסיע. ער האָט נאָר געװוּסט מאַכן פּאַפּ און קלעפּן ספֿרים. און דאָ איז ער געװאָרן מיט אַ קאָפּ העכער. אַ קלײניקײט ― אַ מענטש האָט ניט קײן שום דאגות! אַלע קינדער אַרבעטן און ברענגען געלט. איך װעל אײַך אױסרעכענען איטלעכן בײַ די נעמען, װאָס פֿאַר אַן אַרבעט ער טוט און װיפֿל ער פֿאַרדינט. די מאַמע איז מקנא אונדזער שכנה פּעסיע, װאָס גאָט האָט איר געשענקט אַזױ פֿיל קינדער, קײן עין־הרע.

― ד ―

דער עלטערער בחור, קלעצל האָט ער געהײסן אין דער הײם. דאָ הײסט ער סעםSam. פֿאַרװאָס עפּעס סעם? ― װײס איך ניט. איך װײס נאָר, אַז ער פֿאַרדינט שױן געלט. ער איז אײַנגעשטעלט אין אַ „פּײפּערבאַקס־פֿעקטאָריpaper-box factory: פֿאַבריק פֿון פּאַפּירענע קאַסטנס“. איר װײסט דאָך אָבער ניט מיט װאָס מען עסט דאָס, באַדאַרף מען אײַך פֿאַרטײַטשן. דאָס איז אַ פֿאַבריק, װוּ מע מאַכט שאַכטלען פֿון קאַרטאָן־פּאַפּיר. מײנט ניט, אַז דאָס איז אַזאַ שװערער דזשאַבjob (דזשאַב הײסט אַ מלאָכה). ער אַלײן בסך־הכּל מאַכט נאָך ניט קײן שאַכטלען. ער צעטראָגט זײ נאָר. הײסט עס דאָ אױף זײער לשון: ער „דעליװערטdeliver: אָפּברענגען“ זײ. דאָס הײסט, ער נעמט אין יעדער האַנט אַ באָנדלbundle: בינטל שאַכטלען פֿון אַ צען טוץ און לױפֿט מיט זײ איבער די ענגע סטריטן, צװישן קאַרס און אױטאָמאָבילס. מע דאַרף אַכטונג געבן, זײ זאָלן חלילה ניט צעקװעטשט װערן. ער באַקומט דערפֿאַר דריטהאַלבן טאָלער אַ װאָך און האָפֿט אױף אַ „רעיזraise“, דאָס הײסט, אױף אַ הוספֿה. ס'איז מעגלעך, אַז מיט דער צײַט זאָל ער נעמען דרײַ טאָלער אַ װאָך. דאָס איז דערװײַל. שפּעטער אַביסל, זאָגט אים צו דער באָסboss (אַ באַלעבאָס הײסט דאָ „באָס“), אַז ער װעט אים אױסלערנען די אַרבעט, װי אַזױ צו מאַכן די שאַכטלען. ער זאָגט צו אים: „דו זײַ נאָר אַ גודgood: גוטער באָי, װעסטו זײַן אָללרײַט“. אױף אונדזער לשון הײסט עס: „זײַ אַ מענטש, װעסטו עסן אין סוכּה“.

― ה ―

דאָס צװײטע בחורל, װאָס מע האָט אים אַמאָל גערופֿן װעלװל קאָטער, און הײַנט הײסט ער שױן װיליWillie, איז אױך אַ דעליװער־באָי, דאָס הײסט, אַ ייִנגל, װאָס מע שיקט אים. ער איז אין אַ „גראָסערי־סטאָרgrocery store“. בײַ אונדז הײסט עס אַ „באַקאַלײנע קלײט“. דאָס איז שױן אַביסל אַ שװערער דזשאַב. מע דאַרף זיך פֿעדערן גאַנץ פֿרי, אַז גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך. מע דאַרף קודם אױססאָרטירן און אױספּאַקן אַלע אָרדערס. דערנאָך צעטראָגן די באָנדלס צו די קונים. דאָ הײסן זײ „קאָסטאָמערסcustomers“. אין די באָנדלס געפֿינען זיך זעמעלעך, פּוטער, קעז, אײער, צוקער, מילך, קרים ― סמעטענע הײסט עס. מע דאַרף זיך מיט דעם דראַפּען אױף צװײ הונדערט טרעפּ אױף דעם „טאַפּ־פֿלאָרtop floor“, דאָס הײסט, גאַנץ אױבן אונטערן דאַך. און דאָס באַדאַרף אָפּגעטאָן װערן גיך, אין אײן אָטעם, װאָרעם ער דאַרף נאָך קומען צוריק אין סטאָר צוקערן דאָס מיסט, אױפֿראַמען און טאָן נאָך עפּעס אַן אַרבעט ביז האַלבן טאָג. נאָך האַלבן טאָג איז ער פֿרײַ. באַקומען באַקומט ער ניט קײן סך. אינגאַנצן פֿופֿצן סענט אַ טאָג, אַ חוץ פֿרײַטיק. פֿרײַטיק באַקומט ער אַ גאַנצן קװאָדער מיט אַ חלה אױף שבת.

― ו ―

דאָס, װאָס איך האָב אײַך דערצײלט אױבן, קער זיך אָן מיט די גרעסערע בחורים. די קלענערע לאָזט מען דאָ ניט אַרבעטן אינדערפֿרי. מחמת דאָ, אין אַמעריקע, מוזן קלײנע קינדער לערנען, גײן אין סקולschool, דאָס הײסט, אין חדר אַרײַן. אַניט ― טוט זיך חושך. און לערנען לערנט מען אומזיסט. און מען גיט אײַך נאָך צו ביכער אױך. אונדזער חבֿר פּיניע, אַז ער האָט דאָס דערהערט, איז ער געװאָרן אױסער זיך. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז בײַ אונדז, אין דער הײם, לאָזט מען גאָר ייִדישע קינדער ניט אַרײַן אין גימנאַזיע. און דאָ, אין אַמעריקע, שלעפּט מען אײַך מיט געװאַלד. אַניט ― װעט איר צאָלן שטראָף. „צוליב דעם אַלײן, זאָגט פּיניע, װאָלט זיך פֿאָניע געמעגט באַגראָבן אַ לעבעדיקער אין דער ערד אַרײַן!“…

נאָר אַזױ װי אין סקול גײט מען נאָר אַ האַלבן טאָג, קאָן מען דעם אַנדערן האַלבן טאָג עפּעס טאָן און פֿאַרדינען אַ פּאָר טאָלער. טוען זײ טאַקע אַזױ, פּעסיעס קלענערע קינדער. אײנער, אָט דער װאָס מע רופֿט אים טשערנאָהוז, אַרבעט אין אַן אַפּטײק. דאָ הײסט עס אַ „דראָג־סטאָרdrugstore“. ער װאַשט פֿלעשלעך, גײט אין פּאָסט־אָפֿיס נאָך מאַרקעס. דאָ הײסט עס „סטעמפּסstamps“ און עס פֿאַרקױפֿט זיך אין דער אַפּטײק. ער באַקומט פֿאַר זײַן אַרבעט, נאָר פֿאַר אַ האַלבן טאָג, אַ טאָלער מיט אַ קװאָדער אַ װאָך. „עס גײט ניט צופֿוס“ ― זאָגט משה דער אײַנבינדער און נעמט צו בײַ אים דאָס געלט.

― ז ―

פֿײַטל פּעטעלעלע, דאָ הײסט ער שױן פֿיליפּPhillip, גײט אױך אַ האַלבן טאָג אין סקול, און דעם אַנדערן האַלבן טאָג פּעדלט ער מיט ייִדישע גאַזעטן. דאָ הײסט עס „פּײפּערסpapers“. ער לױפֿט אַרום אױף איסטEast: מיזרח־בראָדװײ ― אַזאַ סטריט ― און שרײַט: „פּײפּערס, פּײפּערס!“ און רופֿט דערבײַ אױס דעם נאָמען פֿון יעדן פּײפּער. ער מאַכט דערפֿון פֿון פֿערציק ביז פֿופֿציק סענט אַ טאָג, און אַמאָל מער אױך. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס גײט אױך אַװעק צום פֿאָטער אין טאָפּ אַרײַן. אַלע פֿאַרדינען, און דער אײַנבינדער האַלט זײ אַלעמען אױס.

― ח ―

אַלע פֿאַרדינען. אַפֿילו מײַן חבֿר הערשל, דער װאָס מיט דער גולקע און װאָס מע רופֿט אים דערפֿאַר „ושתּי“. דאָ הײסט ער שױן ניט ושתּי און ניט הערשל, נאָר הערריHarry, און לערנט אין סקול. דעם אַנדערן האַלבן טאָג נאָך דער סקול שטײט ער בײַ אַ סטענדstand: סעמער אין ריװינגטאָןRivington סטריט בײַ אַ באַקאַנטער ייִדענע, טאַקע פֿון אונדזער שטעטל, און העלפֿט איר פֿאַרקױפֿן רײַז, גרױפּן, הירזש, אַרבעס, בעבלעך, ניס, ראָזשינקעס, מאַנדלען, פֿײַגן, טײטלען, באָקסערן און זױערע אוגערקעס אױך. קײן סך אַרבעט דערבײַ האָט ער ניט. ער דאַרף נאָר אַכטונג געבן, מע זאָל ניט צעשלעפּן. װאָרעם אַ ייִדענע, אַז זי גײט צו פֿרעגן אױף גרױפּן, כאַפּט זי אַרײַן דערװײַל אַ ראָזשינקע, אָדער אַ מאַנדל, אָדער אַ טײטל אין מױל אַרײַן. דערפֿאַר כאַפּט ער אָבער אַלײן אָפֿטלעך אַרײַן פֿון די זיסע זאַכן. ושתּי אָדער העררי װעט מיר ניט פֿאַרלײקענען. ער האָט זיך מיר מודה געװען, אַז ער האָט זיך אײנמאָל אַזױ צוגעכאַפּט צו די ראָזשינקעס, אַז עס האָט אים נאָכדעם דרײַ טעג װײ געטאָן דער בױך. באַקומען באַקומט ער פֿאַר זײַן אַרבעט גאָרניט. בילתּי נאָר דאָס, װאָס עס פֿאַלט אים אַרײַן פֿאַר העלפֿן אָפּטראָגן אַ קאָסטאָמער. קריגט ער דערפֿאַר אַ פּעני אָדער צװײ. און אַמאָל אַ ניקלnickel ― פֿינף סענט. בײַ אונדז הײסט עס „נאַ טשײַна чай: פֿאַר טײ“. דאָ הײסט עס אַ „טיפּtip: טרינקגעלט“. דאָס ברענגט אים אַרײַן ביז אַ טאָלער אַ װאָך. אין דער הײם האָט ושתּי קײן קאָפּיקע קײנמאָל ניט געזען אין חלום אַפֿילו. סײַדן פּורים בײַ שלח־מנות פֿונאַנדערטראָגן. איז אָבער פּורים נאָר אײן מאָל אין יאָר. און דאָ איז בײַ אים פּורים אַלע טאָג. אַלע טאָג פֿאַרדינט ער געלט.

― קאָלומבוס! ביסט װערט, מע זאָל דיך אָפּגילטן! ― האָט געזאָגט אונדזער חבֿר פּיניע, װען ער איז דורכגעגאַנגען פֿאַרבײַ ריװינגטאָן סטריט און דערזען ושתּין בײַם סטענד. ער האָט אים געגעבן צו לײזן דרײַ סענט פֿאַר באָקסערן און אײן סענט ושתּין „נאַ טשאַיאָקна чаюк: פֿאַר אַ טײ“, אָדער אַ „טיפּ“, װי עס הײסט דאָ, אין אַמעריקע.

― ט ―

און משה דער אײַנבינדער אַלײן זיצט אױך ניט לײדיק. ער פֿאַרנעמט זיך ניט מיט אײַנבינדערײַ, װי אין דער הײם, מחמת דאָ, אין אַמעריקע, זאָגט ער, דאַרף מען צו דער מלאָכה האָבן אַ מטמון מיט געלט אױף צו דינגען אַ סטאָר, קױפֿן אינסטרומענטן און האָבן באַקאַנטשאַפֿט. און װידער, זאָגט ער, זײַן אַ „האַנט“ בײַ יענעם, דאָס הײסט גײן דינען ― איז שױן ניט די יאָרן. האָט מען אים געגעבן אַן עצה ― צװישן ייִדן װערט מען ניט פֿאַרפֿאַלן, ― אַז ער זאָל זיך אײַנפֿיקסןfix: פֿאַרריכטן אַ סטענד פֿון ספֿרים, ביכער און ביכלעך אױף עסעקסEssex סטריט, װעט ער מאַכן אַ לעבן. אונדזער חבֿר פּיניע איז דאָס אַזױ געפֿעלן, אַז ער זאָגט, ער װאָלט אױך אַ בעלן געװען האָבן אַזאַ פּרנסה. און געפֿעלן איז דאָס אים, זאָגט ער, דערפֿאַר, װײַל אַרום דעם װאָס מע גײט שמירט מען זיך. פּיניע האָט ליב ספֿרים און ביכער, װי אַ פֿיש האָט ליב װאַסער. ער, אַז ער כאַפּט זיך צו צו אַ בוך און שטעקט אַרײַן דעם שפּיץ נאָז, װעט איר אים ניט אָפּרײַסן.

― י ―

און אַפֿילו אונדזער מחותּן, יונה דער בעקער, פֿאַרנעמט זיך אױך ניט מיט זײַן פֿריִעריקער מלאָכה, דאָס הײסט, מיט בעקערײַ. פֿאַרװאָס? אַלץ די אײגענע מעשׂה. אױף צו עפֿענען אַ בעקערײַ באַדאַרף מען, זאָגט ער, דאָ האָבן ראָטשילדס פֿאַרמעגן. און אױסער דעם, באַדאַרף מען, זאָגט ער, באַלאַנגען צו דער „יוניע“. און ער איז דערױף, זאָגט ער, שױן צו אַלט. און גײן אַרבעטן בײַ יענעם ניט אין אַ „יוניע“ האָט ער מורא, אַז טאָמער מאַכט זיך אַ שטרײַק ― און דאָס איז אין אַמעריקע אַלע טאָג, ― קאָן ער קריגן אַ צעשפּאָלטענעם קאָפּ. װאָס־זשע טוט מען? איז דאָך שלעכט. האָט מען אים געגעבן אַן עצה, אַז קײן ברױט און קײן חלה זאָל ער טאַקע ניט באַקן. נאָר װאָס דען? ― קנישעס! הײמישע קנישעס. מילכיקע מיט קעז, אָדער פּאַרעװע מיט קרױט. און װאָס זאָלט איר קלערן ― אונדזער מחותּן מאַכט ניט שלעכט. גאָרניט שלעכט! זײַנע קנישעס האָבן אַ שם אױף דער איסט־סײַדEast Side: מיזרח־זײַט פֿון שטאָט. אַז איר'ט גײן אױף עסעקס סטריט, װעט איר דערזען אָנגעשריבן אױף אַ פֿענצטער מיט גרױסע אותיות אױף ייִדיש: בכּאַן פֿאַרקױפֿט מען הײמישע קנישעס ― זאָלט איר װיסן, אַז דאָס איז אונדזער מחותּן, מײַן ברודער אליהוס שװער, יונה דער בעקער. און טאָמער װעט איר זען טאַקע אױף דער אײגענער סטריט, אַקוראַט אַקעגן, אױך אַ ייִדישן אױפֿשריפֿט און אױך מיט גרױסע אותיות: בכּאַן פֿאַרקױפֿט מען הײמישע קנישעס ― זאָלט איר װיסן, אַז דאָס איז שױן ניט אונדזער מחותּן יונה דער בעקער. דאָס האָט מען שױן געמאַכט אים אַ קאָנקורענציע. זאָלט איר אַהינצו ניט גײן. גײן זאָלט איר בעסער צו אונדזער מחותּן, צו מײַן ברודער אליהוס שװער. אַ סימן װעט איר האָבן, אַז איר װעט אַרײַנקומען, װעט איר באַלד דערקענען אונדזער מחותּן ― ער איז אַ בײזער. און אױב איר װעט ניט דערקענען אים, װעט איר דערקענען זי, אונדזער מחותּנתטע, ריװעלע די בעקערין. זי איז מיט אַ גױדער און טראָגט קאַרעלן. און מײַן שװעגערין ברכה װעט איר דאָך געװיס דערקענען. זי האָט גרױסע פֿיס. און איר קלײן שװעסטערל, אַ ראַבעטינע מײדל מיט אַ צעפּל, דרײט זיך דאָרט אַרום. זי הײסט אַלטע, און מע האָט זי מיר אַמאָל געהאַט גערעדט פֿאַר אַ כּלה. נאָר פֿון איר װעלן מיר שמועסן אַן אַנדערש מאָל.

VIII
מיר זוכן אַ דזשאַב
― א ―

מען קאָן ניט באַקלאָגן זיך. מיר זײַנען זײער אָנגעלײגטע געסט בײַ אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע און בײַ איר מאַן משה דער אײַנבינדער. און עס איז אונדז דאָרט גאָר ניט שלעכט. און פֿרײלעך איז אױך גענוג. װער שמועסט זונטיק, דער טאָג, װאָס די כאַליאַסטרע איז פֿרײַ, ― דעמאָלט איז אַ לעבן. מיר נעמען זיך צונױף אַלע, גאַנץ קלײנװאַרג ― און מײַן חבֿר מענדל אױך מיט אונדז ― און מיר גײען אַװעק אין טעאַטער אַרײַן. איך מײן דאָס די „מוּװינג־פּיקטשורסmoving pictures: פֿילמען“. עס קאָסט אַ ניקל אַ פּאַרשױן, און איר זעט זיך אָן אַזעלכע װוּנדײרים, אַז דער קאָפּ דרײט זיך אַזש! איך זאָל זײַן דעם קײסערס אַ זון, אָדער דזשײקאָב שיפֿסJacob Henry Schiff 1847-1920 אַן אײניקל, װאָלט איך גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט געלעגן אין די מוּװינג־פּיקטשורס. איך װאָלט גאָר קײנמאָל ניט אַרױסגעקראָכן פֿון דאָרטן. מײַן חבֿר מענדל אױך דאָס אײגענע. און ושתּי, דער װאָס הײסט שױן הײַנט העררי, אױך אַזױ. גײט זשע אָבער רעדט מיט מײַן ברודער אליהו, זאָגט ער, אַז ס'איז אַ שטותערײַ. ס'איז גאָרניט, זאָגט ער. ס'איז פֿאַר קינדער. פֿרעגט זיך אַ קשיא: װי באַלד אַז פֿאַר קינדער, פֿאַרװאָס־זשע רײַסט זיך אַהינצו אונדזער חבֿר פּיניע? און זײַן װײַב טײַבל? און מײַן שװעגערין ברכה? האָט מײַן ברודער אױף אַלצדינג אַ תּירוץ. די װײַבער, זאָגט ער, האָבן אַזױ פֿיל שׂכל, װיפֿל די קינדער. און פּיניע, זאָגט ער, רײַסט זיך אַהין נאָר אים, אליהון, אױף צו להכעיס. דער שפּיץ איז געװען, אַז אליהו האָט אַזױ לאַנג גערעדט, ביז ער איז אײנמאָל אין אַ זונטיק אױך מיטגעגאַנגען מיט אונדז. פֿון דעמאָלט אָן לאָזט ער ניט דורך קײן אײן זונטיק און גײט אין די מוּװינג־פּיקטשורס. מיר גײען אַלע. יונג און אַלט.