מאָטל פּײסי דעם חזנס: 1.22: לאָנדאָן, פֿאַרװאָס ברענסטו נישט?

שלום עליכם (אַלע װערק)

XXII
לאָנדאָן, פֿאַרװאָס ברענסטו נישט?
― א ―

זינט איך לעב, בין איך נישט געװען אױף אַזאַ יריד, װי אין לאָנדאָן. נישט אין לאָנדאָן איז אַ יריד, נאָר לאָנדאָן אַלײן איז אַ יריד. סע קלאַפּט און סע קלינגט און סע פֿײַפֿט און סע טראַסקעט, און מענטשן ― מענטשן אַזױ װי מאָן, אַזױ װי מערעשקעס! פֿון װאַנען נעמען זיך אַזױ פֿיל מענטשן, און װוּהין לױפֿן זײ? אַ פּנים, זײ זײַנען הונגעריק, אָדער האַלטן בײַ אַװעקפֿאָרן. אַנישט, װאָס דאַרף מען זיך אַזױ שטופּן, שלאָגן זיך מיט די עלנבױגנס, אומװאַרפֿן אַ מענטשן און טרעטן אים מיט די פֿיס. איך רײד פֿון פּיניען. אונדזער חבֿר פּיניע, אױב איר געדענקט, האָט אַ נידעריקע ראיה. דערצו האָט ער אַ טבֿע, ער האַלט דעם קאָפּ אַרױף און פּלאָנטעט מיט די פֿיס. אַ פֿאַרטראָגענער מלאך. דער קאָפּ פֿליט בײַ אים. דעם ערשטן ברוך־הבא האָט ער געכאַפּט אױף דער באַן. מיר זײַנען נאָר אַרױסגעקראָכן פֿון װאַגאָן, האָט זיך שױן געטראָפֿן אַן אומגליק. דער ערשטער איז אַרױסגעפֿלױגן פּיניע. אײן הױז פֿאַרקאַטשעט, אײן זאָק אַראָפּגעלאָזט, דעם האַלדזטיכל פֿון יענער זײַט ― אַזױ װי תּמיד. איך האָב נאָך פּיניען קײנמאָל נישט געזען אַזױ האָפֿערדיק. ער האָט געברענט, װי אױף פּאָקן. ער האָט אָנגעהױבן שיטן מיט מאָדנע װערטער, װי זײַן שטײגער איז: „לאָנדאָן! ענגלאַנד! דיזראַעליBenjamin Disraeli 1804-1881! באָקלHenry Thomas Buckle 1821-1862! היסטאָריע ציװיליזאַציע!…“ עס איז אוממעגלעך געװען אים אײַנצושטילן. עס האָט ניט געדױערט קײן צװײ מינוט, איז אונדזער חבֿר פּיניע שױן געלעגן אױף דער ערד, און מענטשן האָבן געשפּאַנט איבער אים, װי מע שפּאַנט איבער אַ שײַט האָלץ. אַ גליק, װאָס זײַן װײַב טײַבל האָט געמאַכט אַ גװאַלד: „פּיניע, װוּ ביסטו?“ האָט זיך מײַן ברודער אליהו געגעבן אַ װאָרף און האָט אים אַרױסגעשלעפּט אַ צעקנײטשטן און אַן אָפּגעבליאַקעװעטן, װי אַן אַלטן קאַפּעליוש. דאָס איז געװען נומער אײנס. דעם צװײטן פּסק האָט ער געכאַפּט דעם זעלבן טאָג אין שטאָט, און דװקא אױף דער ייִדישער גאַס, װאָס מע רופֿט זי מיט אַ מאָדנעם נאָמען „װײַטשעפּעלWhitechapel“, דאָרט װוּ מע פֿאַרקױפֿט פֿיש און פֿלײש, סידורים, ציצית, עפּל, קװאַס, טאָרט מיט צוקער־לעקעך, מיט אָנגעשניטענע שטיקלעך הערינג, טליתים, לימענעס, װלאָטשקע, אײער, גלעזלעך, טעפּ, קאַלאָשן, לאָקשן, בעזעמער, פֿײַפֿעלעך, פֿעפֿער, שטריק ― פּונקט דאָס אײגענע, װאָס בײַ אונדז. ס'זאָל פֿעלן אַ האָר. אַפֿילו בלאָטע אױך, װי בײַ אונדז. און שמעקן שמעקט אױך װי בײַ אונדז. אַמאָל נאָך ערגער. מיר האָבן זיך דערפֿרײט, אַז מיר האָבן דערזען דעם װײַטשעפּעל. פּיניע האָט זיך שױן צופֿיל דערפֿרײט. „באַרדיטשעװ! ― האָט ער זיך צעשריגן. ― גװאַלד, ייִדישע קינדער! מיר זײַנען נישט אין לאָנדאָן, מיר זײַנען אין באַרדיטשעװ!“ אױ, האָט ער געכאַפּט אַ באַרדיטשעװ! איך האָב געמײנט, מע װעט אים דאַרפֿן אַװעקפֿירן אין שפּיטאָל. פֿון דעמאָלט אָן לאָזט אים טײַבל אַלײן נישט גײן איבער לאָנדאָן אַפֿילו אַ טריט. איך קוק אױף דעם װײַטשעפּעל און טראַכט: רבונו של עולם, אַז אין לאָנדאָן איז אַזױ, הײַנט װאָס קאָן שױן זײַן אין אַמעריקע?!…

רעדט־זשע אָבער מיט ברכהן, זאָגט זי, אַז לאָנדאָן װאָלט געמעגט פֿאַרברענט װערן נאָך אײדער מיר זײַנען געקומען. פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס מיר זײַנען געקומען קײן לאָנדאָן, האָט מײַן שװעגערין ברכה געװאָרפֿן אַן אום־חן אױף דער שטאָט ― סכּנות! ס'איז דען אַ שטאָט? ― זאָגט זי. ― ס'איז נישט קײן שטאָט, ס'איז אַ גיהנום! עס װאָלט געמעגט קומען אױף איר אַ שׂרפֿה נאָך פֿאַראַיאָרן! אַזױ זאָגט ברכה, און מײַן ברודער אליהו פּרוּװט זיך פֿאַרענטפֿערן די שטאָט, זוכן מעלות. נאָר עס העלפֿט אים, װי אַ טױטן באַנקעס. ברכה הערט נישט אױף צו שיטן פּעך און שװעבל אױף דער שטאָט און װינטשעװען, זי זאָל אָפּברענען. קײן אַנדער שטראָף װינטשט זי איר נישט, נאָר ברענען. פּיניעס װײַב טײַבל האַלט זי אונטער. די מאַמע זאָגט: „אפֿשר װעט גאָט רחמנות האָבן און דאָס לאָנדאָן װעט זײַן אונדזער לעצט אָפּקומעניש?“ נאָר מיר אין דרײַען: איך און אליהו און פּיניע האַלטן פֿון לאָנדאָן אַן עולם־ומלואו. אונדז איז דװקא געפֿעלן אָט דער טומל, װאָס סע טומלט, מיט דעם קאָכעניש, װאָס סע קאָכט. װאָס אַרט עס אונדז, אַז סע קאָכט? לאָז קאָכן. אונדז געפֿעלט נאָר נישט, װאָס מיר גײען אַרום אָן אַרבעט. מיר זוכן אַ קאָמיטעט און קאָנען נישט געפֿינען. װעמען מיר פֿרעגן, איז אָדער מע װײס נישט, אָדער מע װיל נישט ענטפֿערן. מע האָט קײן צײַט נישט. מע איז פֿאַרטראָגן. מע לױפֿט! מיר מוזן אָבער האָבן אַ קאָמיטעט. מיר קאָנען זיך אָן אַ קאָמיטעט נישט באַגײן. נישט מחמת קײן זאַך, נאָר מחמת דעם, װאָס מיר האָבן נישט מיט װאָס צו דערשלעפּן זיך קײן אַמעריקע. מײַן ברודער אליהוס קעשענע האָט זיך אױסגעלײדיקט. דאָס געלט, װאָס מיר האָבן אָפּגעלײזט פֿאַר אונדזער האַלבער דירה, איז אַװעק װי אַ רױך. פּיניע לאַכט פֿון אליהון: „װאָס װעסטו טאָן מיט דער קעשענע?“… אליהו איז אין כּעס. ער האָט פֿײַנט, אַז מע טרײַבט קאַטאָװעס. ער איז פּונקט דער היפּוך פֿון זײַן חבֿר פּיניע. ער איז אַ פֿאַרװײנטע נשמה. פּיניע רופֿט אים: „דאָס פֿאַרזאָרגטע באַלעבעסל“… איך האָב פּיניען ליב נאָר דערפֿאַר, װאָס ער איז תּמיד פֿרײלעך. זינט מיר זײַנען געקומען קײן לאָנדאָן איז ער נאָך געװאָרן פֿרײלעכער. ער זאָגט, אַז דאָרט, אין קראָקע, לעמבערג, בראָד, אַנטװערפּן, װין, מוז מען רײדן דײַטש. דאָ אין לאָנדאָן איז אַ מחיה. מע קאָן רײדן ייִדיש, װי אין דער הײם. דאָס הײסט: האַלב ייִדיש, האַלב־רוסיש.

דאָס לשון זײערס איז ערגער נאָך פֿון דײַטש. ברכה זאָגט, אַז דרײַ ענגלענדער מעגן זײַן אַ כּפּרה פֿאַר אײן דײַטש. זי זאָגט: װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אין דער װעלט, אַז אַ גאַס זאָל הײסן װײַטשעפּעל, און געלט זאָל הײסן „אײַפּעני“, „טאַפּעני“, „טריפּעני“? ס'איז דאָ נאָך אַ װאָרט, װאָס געהער זיך אָן מיט געלט, הײסט עס „פֿײַףfive: 5“. מיט דעם דאָזיקן „פֿײַף“ האָט זיך געטראָפֿן בײַ אונדז אַ גאַנצע מעשׂה. אױב איר װילט, קאָן איך זי אײַך דערצײלן.

― ב ―

איר װײסט דאָך שױן, אַז מיר זוכן אַ קאָמיטעט אין לאָנדאָן. געפֿינען אין לאָנדאָן אַ קאָמיטעט ― איז פּונקט, װי אין אַ װאָגן שטרױ אַ נאָדל. נאָר ס'איז דאָך אָבער דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט, גײען מיר אײנמאָל אַזױ איבערן װײַטשעפּעל. פֿאַרנאַכטלעך איז דאָס געװען. דאָס הײסט, נישט פֿאַרנאַכט, נאָר בײַ טאָג. אין לאָנדאָן איז נישטאָ נישט קײן בײַ טאָג, נישט קײן אינדערפֿרי. אין לאָנדאָן איז שטענדיק פֿאַרנאַכט. באַגעגנט אונדז אַ ייִד מיט אַ קורץ װײטיקל, מיט אַ טשודנעם קאַפּעליוש און מיט זוכנדיקע אױגן.

― איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איר זײַט ייִדן…

אַזױ זאָגט צו אונדז דער ייִד מיטן קורצן װײטיקל, און פּיניע ענטפֿערט אים:

― קאָניעטשנאָконечно: אַװדאי! נאָך װאָסערע ייִדן! פֿון ייִדנלאַנד!…

― װילט איר אפֿשר פֿאַרדינען אַ מיצװה?

אַזױ מאַכט װידער דער ייִד, און פּיניע ענטפֿערט אים:

― למשל־נאַפּרימערнапример: למשל?

― איך האָב יאָרצײַט, און קאָן נישט אַװעקגײן פֿון דער הײם. עס פֿעלט מיר אױס נאָך אַ פּאָר מענטשן צו אַ מנין… דאָס בחורל איז שױן בר־מיצװה, צי נאָך נישט?

דאָס מײנט ער מיך. מיר איז דאָס דװקא געפֿעלן, װאָס ער רופֿט מיך „בחורל“ און מײנט, אַז איך בין שױן בר־מיצװה.

אַרױפֿגעדראַפּעט זיך מיט אים אין דער פֿינצטער אױף די טרעפּ, זײַנען מיר אַרײַן אין אַ פֿינצטער חדרל, אָנגעפּאַקט מיט קלײנע פֿאַרמורזעטע קינדער און אָנגעפֿילט מיט אַ געדיכטן ריח פֿון „געפֿרײטע“ פֿיש. קײן מנין איז נאָך נישט געװען. עס האָבן נאָך געפֿעלט זיבן. דער ייִד האָט אונדז געבעטן זיצן, און אַלײן האָט ער געגעבן אַ שפּרונג אױף דער גאַס, טאָמער װעט ער כאַפּן נאָך אַ צװײ ייִדן. ער האָט געגעבן עטלעכע שפּרונג, ביז ער האָט צונױפֿגעשלאָגן אַ מנין. איך האָב מיך דערװײַל באַקענט מיט די פֿאַרמורזעטע קינדערלעך און געכאַפּט אַ קוק אין אױװן. דאָרט האָבן זיך „געפֿרײט“ פֿיש. בײַ אונדז אין דער הײם זאָגט מען „געפּרעגלט“. דאָ דאַרף מען זאָגן „געפֿרײט“. איך װײס נישט, פֿאַרװאָס? אפֿשר דערפֿאַר, װײַל ס'איז אַ פֿרײַ לאַנד, הײסט דאָס געפֿרײטע פֿיש? אָדער דערפֿאַר, װײַל די פֿיש פֿרײען זיך בשעת מע פּרעגלט זײ? סײַ־װי־סײַ זײַנען געפֿרײטע פֿיש גאָרנישט אַזױ שלעכט, װי מײַן שװעגערין ברכה מאַכט דעם אָנשטעל. װען מע גיט מיר איצטער אַ שטיקל געפֿרײטע פֿיש, װאָלט איך זיך מחיה געװען. איך מײן, אַז ברכה אַלײן װאָלט זיך אױך נישט אָפּגעזאָגט. מיר האָבן אַלע אַ גאַנצן טאָג כּמעט געפֿאַסט. מיר לעבן שױן עטלעכע טעג מיט אַ שטיקל הערינג און מיט רעטעך. אין װײַטשעפּעל קריגט איר גוטע שװאַרצע רעטעכער. דער ייִד װאָלט געטאָן אַ שׂכל, װען ער בעט אונדז, מיר זאָלן בלײַבן מיט אים עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. אַ פּנים, ער הײבט נישט אָן צו פֿילן, אַז מיר װילן עסן. פֿון װאַנען װײס איך דאָס? מחמת, װיבאַלד מיר האָבן אָפּגעדאַװנט מנחה און ער האָט אָפּגעכאַפּט דעם קדיש, האָט ער אונדז באַלד אָפּגעדאַנקט פֿאַר דער טירחה און האָט אונדז געזאָגט, אַז מיר קאָנען גײן. מײַן ברודער אליהו האָט אָבער געװאָלט האָבן דורך אים אַ שטיקל טובֿה. האָט ער געמאַכט אַ שמועס מיט אים װעגן קאָמיטעט, און געכאַפּט אַ קוק בשעת־מעשׂה אױף די געפֿרײטע פֿיש און געגעבן אַ שלונג אַראָפּ. דער ייִד האָט מיט אײן האַנט געהאַלטן בײַ דער קליאַמקע פֿון דער טיר, און מיט דער אַנדערער האַנט האָט ער אונדז דערצײלט פֿונעם קאָמיטעט עפּעס נישט קײן פֿרײלעכע מעשׂיות. ערשטנס, האָט דער ייִד געזאָגט, אַז עס הײבט זיך גאָרנישט אָן ― גאָר נישטאָ קײן קאָמיטעט. דאָס הײסט, ס'איז דאָ אַ קאָמיטעט, עטלעכע קאָמיטעטן, נאָר די לאָנדאָנער קאָמיטעטן געבן נישט אַזױ גיך קײן געלט. אױב איר װילט באַהילפֿיק זײַן פֿון אַ לאָנדאָנער קאָמיטעט, מוזט איר פֿריִער זיך גוט אָנלױפֿן, ברענגען פּאַפּירן און עדות, אַז איר זײַט אַן עמיגראַנט און פֿאָרט קײן אַמעריקע. מחמת ס'איז דאָ אַ סך עמיגראַנטן, װאָס זאָגן נאָר, אַז זײ פֿאָרן קײן אַמעריקע. נאָכדעם, אַז איר ברענגט שױן אַלצדינג, קאָן מען אײַך פֿון קאָמיטעט געבן צושטײַער נאָר אױף צוריקװעגס, דאָס הײסט, איר זאָלט פֿאָרן צוריק אַהײם. מחמת די לאָנדאָנער קאָמיטעטן האַלטן נישט פֿון אַמעריקע. דערהערט אַזעלכע דבורים, איז מײַן ברודער אליהו באַלד געװאָרן אין כּעס )איר װײסט דאָך, אַז ער איז אַ כּעסן(. און פּיניע איז דאָך אַװדאי אַ היציקער פּאַרשױן, האָט ער אָנגעהױבן צו פֿײַערן אױף זײַן לשון:

― קאַק מאָזשנעкак можне: װי אַזױ ― װי אַזױ איז דאָס מעגלעך? קאַקאָי פּאָלנע פּראַװкакое полное право: מיט װאָסער רעכט ― װי האָבן זײ דאָס רעכט אונדז הײסן פֿאָרן צוריק? קאַק אים נע סטידנאָкак им не стыдно: װי שעמען זײ זיך ניט ― װי שעמען זײ זיך נישט אין אַ לאַנד פֿון ציװיליזאַציע?

שלאָגט אים איבער דער ייִד פֿונעם מנין, האַלט אָפֿן די טיר און זאָגט צו אים:

― רעד אַהער, רעד אַהין! אָט האָב איך אײַך געגעבן אַן אַדרעס פֿון אַ קאָמיטעט, פֿאָרט זיך דורך אַלײן צום קאָמיטעט, װעט איר זען, אַז ס'איז אָללרײַטall right: בסדר.

― ג ―

אַרױסגעגאַנגען פֿונעם יאָרצײַט, איז אונדז נאָכגעלאָפֿן דער ריח פֿון די געפֿרײטע פֿיש. מיר אַלע האָבן געקלערט װעגן זײ, נאָר רײדן האָט קײנער נישט גערעדט פֿון זײ, אַחוץ ברכה. זי האָט זײ אָנגעבענטשט אַ פֿולן קאָפּ. זי האָט זײ געװינטשעװעט, זײ זאָלן זיך דערװערגן, רבונו של עולם, מיט זײערע געפֿרײטע פֿיש, װאָס זײ אַװירן אױף אַ מײַל. מײַן מאַמע קאָן נישט לײַדן:

― װאָס האָסטו צו זײ? נעבעך ערלעכע מענטשן! זיצן אין אַזאַ גיהנום ― פֿונדעסטװעגן, אַז עס קומט צו אַ יאָרצײַט, זוכט מען אַ מנין…

דערױף ענטפֿערט איר ברכה:

― שװיגער! לאָזן זײ אײַך ברענען אין אײנעם מיט זײערע יאָרצײַטן און מיט זײערע געפֿרײטע פֿיש! מע שטעלט אָפּ פֿרעמדע מענטשן, מע רופֿט זײ אַרײַן צו זיך אין שטוב אַרײַן, ― נעם גיב דעם קינד אַ שטיקל געפֿרײטע פֿיש כאָטש פֿון יוצא װעגן…

דאָס מײנט זי מיך. אָט ערשט בין איך געװען בײַם ייִדן אַ „בר־מיצװה בחורל“, איצט בין איך שױן געװאָרן בײַ ברכהן אַ „קינד“… גוטע יאָרן, אַז ברכה נעמט זיך אָן מײַן קריװדע! אַזױ טראַכט איך. מיר לאָזן זיך אַלע זאַלבע זעקסט צום קאָמיטעט. אַן עצה האָט אונדז דער ייִד געגעבן, אַ דאַנק אים, אַז מיר זאָלן נישט גײן צופֿוס ― מיר זאָלן זיך בעסער אױפֿזעצן אױפֿן טראַמװײַ און פֿאָרן גלײַך. האָט אָבער דער לאָנדאָנער טראַמװײַ אַ טבֿע ― ער האָט פֿײַנט זיך אָפּשטעלן. װיפֿל מע זאָל צו אים נישט מאַכן מיט די הענט, ער טוט זיך זײַנס ― ער לױפֿט. נאָכלױפֿן אים װעט אײַך נישט העלפֿן ― איר װעט אים נישט כאַפּן. אַ גליק, װאָס אײנער האָט זיך אױף אונדז דערבאַרעמט, און דװקא אַן ענגלענדער מיט אָפּגעגאָלטע װאָנצעס )טאָמער זעט איר אַ מענטשן מיט געגאָלטע װאָנצעס, זאָלט איר װיסן, אַז ס'איז אַן ענגלענדער(. דער ענגלענדער האָט געזען, אַז מיר מאַכן מיט די הענט צו די טראַמװײַען, און די טראַמװײַען לױפֿן, האָט ער אונדז צוגעפֿירט צו אַ קלױסטער און האָט אונדז אָנגעװיזן מיט די הענט, אַז דאָ זאָלן מיר שטײן. כּך הוה. עס האָט נישט געדױערט קײן מינוט, איז אָנגעלאָפֿן אַ טראַמװײַ און האָט זיך אָפּגעשטעלט. זײַנען מיר אַלע אַרײַן ― איך, און מײַן ברודער אליהו, און אונדזער חבֿר פּיניע, און די מאַמע, און ברכה, און טײַבל ― און מיר פֿאָרן. גײט צו דער קאָנדוקטאָר און הײסט זיך, מע זאָל נעמען בילעטן. שטעלט זיך אַרױס פּיניע און פֿרעגט אים: סקאָלקאָсколько: װיפֿל־װיפֿל? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר: „פֿײַף“. פֿרעגט אים פּיניע נאָכאַמאָל: סקאָלקאָ־װיפֿל? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר װידעראַמאָל, שױן מיט כּעס: „פֿײַף“. דרײט זיך אױס צו אונדז פּיניע און זאָגט: טשטאָ טאַקאָיעчто такое: װאָס איז געשען, איר הערט? ער הײסט מיר פֿײַפֿן! גײט צו מײַן ברודער אליהו און פֿרעגט אים מיט די הענט: װיפֿל קאָסט אַ פֿאָר? זאָגט אים דער קאָנדוקטאָר, שױן רעכט אין כּעס: „פֿײַף!“ צעלאַכט זיך פּיניע, און אליהו רופֿט זיך אָן צום קאָנדוקטאָר שױן אױך מיט כּעס: „פֿײַף אַלײן!“… װערט דער קאָנדוקטאָר מלא־גזלן, טוט אַ צי בײַ אַ שטריק, שטעלט אָפּ דעם טראַמװײַ און װאַרפֿט אונדז אַרױס מיט אַזאַ רציחה, גלײַך װי מיר האָבן אים געװאָלט קױלען און צונעמען זײַן רײַזע־טאַש מיטן געלט. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז דאָס, װאָס דער קאָנדוקטאָר האָט „געפֿײַפֿט“, האָט ער דאָס געמײנט פֿינף.

― נו? זאָל נישט קומען אַ שׂרפֿה אױף לאָנדאָן?

אַזױ זאָגט ברכה און מיר גײען אין קאָמיטעט אַרײַן צופֿוס.

― ד ―

אין לאָנדאָנער קאָמיטעט איז פֿרײלעך, װי אין אַלע קאָמיטעטן. אין הױף װאַלגערן זיך עמיגראַנטן, אַזױ װי מיסט, און אינעװײניק אין שטוב זיצן מענטשן און רױכערן ציגאַרן און זאָגן זיך אײנס דאָס אַנדערע: אָללרײַט. דער חילוק איז, װאָס די דײַטשע קאָמיטעטשיקעס טראָגן די װאָנצעס פֿאַרדרײט אַרױף און רײדן אױף דײַטש, און די לאָנדאָנער קאָמיטעטשיקעס האָבן אָפּגעגאָלט די בערד מיט די װאָנצעס אינגאַנצן און רײדן: „אָללרײַט!“ אַ טעאַטער מיט זײ. די מאַנצבילן גײען געגאָלט, און די װײַבער טראָגן אַלע פּאַרוקן אױף די קעפּ. און נישט נאָר די װײַבער ― אַפֿילו די מײדלעך טראָגן צוגעקלעפּטע האָר מיט אױסגעגרײַזלטע בוקלעסбуклями: געלאָקטע האָר, האָבן אַלע גרױסע צײן און זײַנען אַזױ מיאוס, אַז סע שלאָגט צו דער גאַל. פֿונדעסטװעגן, לאַכן זײ פֿון אונדז אין די אױגן, טײַטן מיט די פֿינגער, און קװיטשען אַזױ, אַז ס'איז אַ בזיון פֿאַר לײַטן. צװײ מײדלעך האָבן אונדז אָפּגעשטעלט אין מיטן גאַס און האָבן זיך צוגעטשעפּעט צו מײַן ברודער אליהו, ער זאָל גײן אין „באַרבער־שאַפּbarber shop: צירולניע“. פֿריִער האָבן

מיר נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָס באַדײַט. איצט װײסן מיר שױן: גײן אין באַרבער־שאַפּ הײסט אָפּשערן זיך און אָפּגאָלן זיך. מאָדנע ברואים. אַלײן גײען זײ פֿאַרדריפּעט ביזן האַלדז, פֿרעסן אין מיטן גאַס געפֿרײטע פֿיש, װאָס לאָזן זיך הערן פֿאַר אַ מײַל, און האָבן פֿײַנט האָר. שיכּורים זײַנען זײ אױך גאַנץ נישקשהדיקע, נאָר זײ װאַלגערן זיך נישט אױף דער גאַס, אַזױ װי בײַ אונדז. מע לאָזט זײ נישט. אַ לאַנד איז דאָס זײער אַ װױלס, זאָגט ברכה, נאָר עס װיל נישט ברענען.

― װאָס װעט דיר אַרױסקומען, אַז ס'װעט ברענען?

אַזױ פֿרעגט בײַ איר מײַן ברודער אליהו, און כאַפּט פֿון איר אַ מיאוסן פּסק. ברכה, אַז זי װיל, קאָן זי. אַמאָל, מאַכט זיך, זאָל זי אײַך שװײַגן, נישט רײדן אַ װאָרט צו קײנעם, און אַמאָל עפֿנט זיך אױף בײַ איר אַ קװאַל פֿון װערטער, איז אָדער פֿאַרשטעלן זיך די אױערן מיט װאַטע, אָדער לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן. איך גיב אײַך איבער אירע רײד, װאָרט בײַ װאָרט:

― װאָס שטעלסטו זיך אַזױ אײַן פֿאַר דעם געבענטשטן לאָנדאָן מיטן שװאַרצן הימל, מיט די געגאָלטע מאָרדעס, מיט דעם שײנעם װײַטשעפּעל, מיט די געפֿרײטע פֿיש, מיט די אַלע מױדן, מיט די געדרײטע בוקלעס, מיט די פֿאַרדריפּעטע קלײדלעך, מיט די קבצנים װאָס טרינקען דזשינדזשערginger: אינגבער־ביר, מיט די קאָנדוקטאָרן, װאָס הײסן פֿײַפֿן, מיט די ייִדן, װאָס האָבן יאָרצײַט און זשאַלעװען אַ טרונק װאַסער? אַזאַ שטאָט מוז ברענען!

אַזױ זאָגט ברכה אין אײן אָטעם, װי די עשׂרת בני המן, און לאָזט אױס מיט צונױפֿגעלײגטע הענט:

― לאָנדאָן, פֿאַרװאָס ברענסטו נישט?!…

רבונו של עולם! װען װעלן מיר שױן זײַן אין אַמעריקע???… מאָטל פּײסי דעם חזנס כּתבֿים פֿון אַ ייִנגל אַ יתום

צװײטער טײל אין אַמעריקע

געשריבן אין יאָר 1916.

צװײטער טײל

I
מזל־טובֿ, מיר זײַנען שױן אין אַמעריקע!
― א ―

אונדז קומט מזל־טובֿ ― מיר זײַנען שױן אין אַמעריקע. דאָס הײסט, מע זאָגט, אַז מיר זײַנען אין אַמעריקע. אַמעריקע האָבן מיר נאָך נישט געזען, װאָרעם מיר זײַנען נאָך דערװײַל אין „קעסטל־גאַרטלCastle Garden“. דאָס הײסט, אַמאָל האָט דאָס אַזױ געהײסן. הײַנט הײסט עס שױן מער נישט „קעסטל־גאַרטל“, נאָר „עליס אײַלאַנדEllis Island“. פֿאַרװאָס עפּעס „עליס אײַלאַנד“? „װײַל דאָס שטיקל לאַנד האָט אַמאָל געהערט צו אײנעם אליהו, איז ער געװען אַ נאַר ביז דער סטעליע“. אַזױ זאָגט אונדזער חבֿר פּיניע צום גראַם, װי זײַן שטײגער איז. פּיניע איז אין כּעס אױפֿן עליס אײַלאַנד מיט סכּנות. למאַי מע פֿאַרהאַלט די אָרעמע עמיגראַנטן און די רײַכע לאָזט מען אַרײַן גלײַך, װי זײ קומען אָן מיטן שיף. דאָס פּאַסט, זאָגט ער, נאָר פֿאַר פֿאָניע־גנבֿ, נישט פֿאַר אַזאַ פֿרײַע מדינה, װי אַמעריקע. אַלע דאַרפֿן דאָ זײַן גלײַך. נישטאָ קײן אָרעם, נישטאָ קײן רײַך. און ער הײבט אָן שיטן מיט נעמען: קאָלומבוס, שעקספּירWilliam Shakespeare 1564-1616, באָקלHenry Thomas Buckle 1821-1862, ציװיליזאַציע… ער קלײַבט זיך אָנצושרײַבן אױף זײ אַ ליד און אַװעקגעבן זײ אַ גאָב, אַז דער שװאַרצער יאָר זאָל זײ נעמען! האָט ער נישט קײן טינט און פֿעדער און קײן ברעקל פּאַפּיר. זאָגט אים מײַן ברודער אליהו, אַז אױב עס געפֿעלט אים נישט דאָס לאַנד, האָט ער אַ ברירה פֿאָרן צוריק. און דאָס געדענקט איר דאָך מסתּמא פֿון אַמאָל, אַז די צװײ, פּיניע און אליהו, זײַנען זעלטן שװה־בשװה. װאָס אײנער זאָגט דרינגט דער אַנדערער קאַפּױר. „דער זומער מיטן װינטער“ ― רופֿט זײ מײַן ברודער אליהוס װײַב, ברכה, און כאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿון איר מאַן, פֿון אליהון. ער רופֿט זי אָן „בהמה“, און „סאָטע ציג“,