מאָטל פּײסי דעם חזנס: 1.20: די כאַליאַסטרע װערט צעקראָכן

שלום עליכם (אַלע װערק)

XX
די כאַליאַסטרע װערט צעקראָכן
― א ―

װאָס אַ טאָג, װאָס אַ טאָג װערט די כאַליאַסטרע עמיגראַנטן קלענער, און אַנטװערפּן װערט אַ פּוסטקע. שבת מיטן שיף פֿאָרן אָפּ אַ גוזמא עמיגראַנטן, אַלע קײן אַמעריקע. מיט זײ פֿאָרט אַװעק אױך מײַן חבֿר מאָטל, דאָס איז מאָטל דער גרױסער, אָט דער, װאָס האָט מיך אױסגעלערנט שטעלן אַ גובערנאַטאָר, די קונץ פֿון בױכרעדערײַ און נאָך אַזעלכע זאַכן. איך װײס נישט, װאָס האָט אין אים דערזען אַזעלכעס מײַן ברודער אליהו, װאָס ער האָט אים פֿײַנט. איך מײן, אַז דאָס װאַקסט פֿון ברכהן. מײַן שװעגערין ברכה האָט אַ טבֿע זיך אונטערהערן, װאָס מע רעדט, און צוקוקן זיך, װאָס מע לאַכט. ס'איז איר עסק, װאָס מיר לאַכן. אפֿשר לאַכן מיר פֿון אונדזער פּיניען, אליהוס חבֿר, װאָס ער שלעפּט לעקעך פֿון די קעשענעס מיט צוקערקעס און עסט? אָדער אפֿשר גאָר פֿון ביבער דעם פֿעלדשער, װי אַזױ ער באַרימט זיך פֿאַר דער כאַליאַסטרע עמיגראַנטן, האַקט אַזעלכע שקרים, אַז מע קאָן בלײַבן אָן אַ בױך לאַכנדיק?

מאָלט אײַך, איצטיקס מאָל איז זי גערעכט געװען. מיר האָבן געמאַכט אַ גאַנצע קאָמעדיע פֿון איר מאַמע, ריװעלע די בעקערין מיט דער רעטאָנדע. טאָג װי נאַכט רעדט זי פֿון דער רעטאָנדע, װאָס מע האָט בײַ איר אַװעקגעגנבֿעט אױף דער גרענעץ, דאָס מױל מאַכט זיך איר נישט צו!

מאָלט אײַך, אַז מײַן מאַמע קאָן זיך שױן נישט אײַנהאַלטן און זאָגט צו איר:

― אױ, מחותּנתטע! װען איך זאָל װעלן אַזױ פֿיל רײדן פֿון מײַן בעטגעװאַנט, פֿון מײַנע קישנס, װאָס מע האָט בײַ מיר צוגענומען אױף דער גרענעץ, װי איר פֿון אײַער רעטאָנדע!…

זאָגט ריװעלע די בעקערין מיט איר מאַנצבילשער שטים:

― זאָגט כאָטש להבֿדיל!

זאָגט איר די מאַמע:

― בײַ מיר איז דען גנבֿהשע קישנס?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― גנבֿהשע נישט גנבֿהשע, איך בין צוקאָפּנס נישט געשטאַנען.

זאָגט איר די מאַמע:

― איך פֿאַרשטײ נישט, מחותּנתטע, װאָס איז בײַ אײַך פֿאַר אַ לשון?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― װאָסער אַ גוט־מאָרגן, אַזאַ גוט־יאָר.

זאָגט איר די מאַמע:

― מחותּנתטע! מיט װאָס האָב איך דען אָנגערירט אײַער האָנאָר?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― װער זאָגט דען, אַז איר האָט מיר אָנגערירט דעם האָנאָר?

זאָגט איר די מאַמע:

― װאָס זשע זאָגט איר „להבֿדיל“?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― פֿאַרשטײט זיך, להבֿדיל! אַז איך רײד פֿון מײַן רעטאָנדע, פֿאָרט איר מיר אַרײַן מיט אײַער בעטגעװאַנט, מיט אײַערע קישנס!

זאָגט איר די מאַמע:

― בײַ מיר איז דען גנבֿהשע קישנס?

זאָגט ריװעלע די בעקערין:

― גנבֿהשע נישט גנבֿהשע, איך בין צוקאָפּנס נישט געשטאַנען.

און װידער אַמאָל דאָס אײגענע און אָבער אַמאָל דאָס אײגענע!

דאַרף מען טעאַטער?

― ב ―

פֿאַרשטײט זיך, אַז מיר בײדע, דאָס הײסט, איך מאָטל דער קלײנער, און מײַן חבֿר מאָטל דער גרױסער, האָבן זיך דעם זעלבן אױפֿדערנאַכט אַװעקגעזעצט און האָבן געמאַכט אַזאַ מין אָנשטעל: װײסטו װאָס? איך װעל זײַן ריװעלע די בעקערין, און דו װעסט זײַן די מאַמע דײַנע, און

לאָמיר מאַכן די אײגענע שפּיל, װאָס זײ. נאָר װאָס דען? מיטן אײגענעם לשון און מיטן אײגענעם קול: איך װעל רײדן גראָב, װי ריװעלע די בעקערין, און דו ― מיט אַ װײנענדיק קול, װי די מאַמע דײַנע.

און בײדע מאָטלען האָבן זיך פֿאַרשטעלט. אײנער האָט אָנגעטאָן אַ פּאַרוק, דער אַנדערער אַ פֿאַטשײלע. צונױפֿגערופֿן חבֿרה: מענדל דאָס בר־מיצװה ייִנגל, אונדזער מחותּנס טעכטערל אַלטע, גאָלדעלע מיט די קאַליע אױגן, און נאָך ייִנגלעך און מײדלעך פֿון דער כאַליאַסטרע עמיגראַנטן. און מיר האָבן זיך גענומען צו דער אַרבעט:

מאָטל דער קלײנער (מיט אַ װײנענדיק קול): אױ, מחותּנתטע! װען איך זאָל װעלן אַזױ פֿיל רײדן פֿון מײַן בעטגעװאַנט און פֿון מײַנע קישנס, װאָס מע האָט בײַ מיר צוגענומען אױף דער גרענעץ, װי איר פֿון אײַער רעטאָנדע!…

מאָטל דער גרױסער (מיט אַ גראָבער שטימע): זאָגט כאָטש „להבֿדיל“.

מאָטל דער קלײנער: בײַ מיר איז דען גנבֿהשע קישנס?

מאָטל דער גרױסער: גנבֿהשע נישט גנבֿהשע, איך בין צוקאָפּנס נישט געשטאַנען.

מאָטל דער קלײנער: איך פֿאַרשטײ נישט, מחותּנתטע, װאָס איז בײַ אײַך פֿאַר אַ לשון?

מאָטל דער גרױסער: װאָסער אַ גוט־מאָרגן, אַזאַ גוט־יאָר.

מאָטל דער קלײנער: מחותּנתטע! מיט װאָס האָב איך אָנגערירט אײַער האָנאָר?

מאָטל דער גרױסער: װער זאָגט דען, אַז איר האָט מיר אָנגערירט דעם האָנאָר?

מאָטל דער קלײנער: װאָס זשע זאָגט איר „להבֿדיל“?

מאָטל דער גרױסער: פֿאַרשטײט זיך, להבֿדיל! אַז איך רײד פֿון מײַן רעטאָנדע, פֿאָרט איר מיר אַרײַן מיט אײַער בעטגעװאַנט!

מאָטל דער קלײנער: בײַ מיר איז דען גנבֿהשע קישנס?

מאָטל דער גרױסער: גנבֿהשע נישט גנבֿהשע, איך בין צוקאָפּנס…

― ג ―

גײ ריכט זיך, אַז אַקוראַט אױפֿן װאָרט „צוקאָפּנס“ װעט זיך עפֿענען די טיר און עס װעלן זיך באַװײַזן געסט: מײַן שװעגערין ברכה מיט איר מאַמע ריװעלע די בעקערין, מיט איר טאַטן יונה דעם בעקער, מיט זײערע „בנים“, מײַן מאַמע, מײַן ברודער אליהו, אונדזער חבֿר פּיניע מיט זײַן װײַב טײַבל, ביבער דער פֿעלדשער מיט די געלע צײן און נאָך ייִדן און װײַבער ― אַ גאַנצע כאַליאַסטרע! דאָס ערשטע האָט מײַן שװעגערין ברכה מיר צוגעשטעלט אַ בענקעלע פֿאַר אַלעמען, אַז איך מאַך נאָך דער גאַנצער װעלט. זי האָט געװאָלט, אַז די גאַנצע װעלט זאָל זיך אין מיר נוקם זײַן. די גאַנצע װעלט האָט זיך אָבער נישט געװאָלט נוקם זײַן אין מיר. פֿאַר מיר איז געװען גענוג מײַן ברודער אליהו אַלײן. מײַן ברודער אליהו האָט אַ טרוקענע האַנט מיט דאַרע פֿינגער. אַז ער װאַרפֿט אײַך אױף אַ פּאַטש הײַנט פֿאַרנאַכט, בלײַבט בײַ אײַך אַ סימן אױף דער באַק ביז איבערמאָרגן אינדערפֿרי.

„מע דאַרף אָט די צװײ מאָטלס צעשײדן!“ ― אַזױ האָט געפּסקנט ברכה, און מײַן ברודער אליהו האָט מיר אָנגעזאָגט מיטן האַרבן װאָרט, אַז טאָמער דערזעט ער אונדז אין צװײען, מאַכט ער פֿון מיר אַ מאָטשינקע! איך װאָלט װעלן זען, װי אַזױ ער װעט דאָס מאַכן פֿון מיר אַ מאָטשינקע? ער פֿאַרגעסט, אַז ס'איז דאָ אַ מאַמע אױף דער װעלט, װאָס װעט גיכער לאָזן זיך אַרױסנעמען די קאַליע אױגן, אײדער דערלאָזן, מע זאָל פֿון מיר מאַכן אַ מאָטשינקע.

― ד ―

מיט דער מאַמעס אױגן איז נישט אין בעסטן. דאָס הײסט, נישט גוט. זײער נישט גוט! מע זאָגט, אַז מע װעט זי נישט אַרױפֿלאָזן אױפֿן שיף פֿאַר קײן מיליאָן אַפֿילו. מע דאַרף אַנטלױפֿן פֿון אַנטװערפּן. אין אַנטװערפּן זײַנען דאָקטױרים רשעים! זײ קוקן אין די אױגן אַרײַן. װיבאַלד זײ געפֿינען בײַ אײַך אױף די אױגן „טראַכאָמעס“, אַזױ כאַפּט זײ אַװעק דער רוח. נישטאָ בײַ זײ נישט קײן כּבֿוד, נישט קײן רחמנות! מיר װעלן מוזן פֿאָרן קײן אַמעריקע דורך אַן אַנדער װעג. דורך װאָסער אַ װעג ― װײסן מיר נאָך ניט. ס'איז דאָ װעגן גענוג. הלװאַי װאָלט נאָר געװען מיט װאָס צו פֿאָרן. ס'איז אַ סבֿרא, אַז בײַ מײַן ברודער אליהו אין קעשענע טאָגט שױן. דער גאַנצער מאַיאָנטיק פֿון אונדזער האַלבער דירה איז בײַ אונדז אַװעק אױף דאָקטױרים מיט די פֿעלדשערס ― אַלץ צוליב דער מאַמעס אױגן. איך האָב געכאַפּט אַ װאָרט פֿון מײַן ברודער אליהו און פֿון זײַן חבֿר פּיניע: „הלװאַי מיר זאָלן זיך כאָטש דערשלעפּן ביז לאָנדאָן!“… אַװדאי װאָלט איך בעסער װעלן גלײַך קײן אַמעריקע, אײדער קײן לאָנדאָן. אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע מיט איר גאַנצער כאַליאַסטרע איז שױן לאַנג אין אַמעריקע. זײ מאַכן שױן דאָרט אַ לעבן. ושתּי (הערשל מיט דער גוליע) גײט שױן דאָרט אַרום שפּאַצירן מיט די הענט אין די קעשענעס איבער אַלע גאַסן און קנאַקט ניסלעך. אונדזערע מחותּנים ― יונה דער בעקער, ריװעלע די בעקערין, מיט די „בנים“, מיט מײַן כּלה אַלטע ― האָבן זיך נישט געקאָנט דערװאַרטן אױף מײַן מאַמעס אױגן און זײַנען אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע אָן אונדז. אױ, אױ, אױ, װאָס סע האָט זיך אָפּגעטאָן יענעם טאָג אין אַנטװערפּן! מיר האָבן נישט געלאָזט די מאַמע, זי זאָל זײַן בײַם שיף, װאָרעם אַז זי װעט זיך דאַרפֿן געזעגענען מיט די מחותּנים, װעט זי װײנען און דערװײַל באַגראָבן דאָס איבעריקע ביסל אױגן. װאָס האָבן מיר געפּועלט? האָט זי נאָך מער געװײנט. זי טענהט, אַז מע נעמט צו בײַ איר דאָס אײנציקע שטיקל חיות ― כאָטש אױסװײנען זיך די צרות, גרינגער מאַכן דאָס האַרץ!… נאָר װער הערט זי?

― ה ―

װײסט איר, װער ס'איז צופֿרידן מיטן אָפּפֿאָרן פֿון אונדזערע מחותּנים? איר װעט קײנמאָל נישט טרעפֿן ― גאָלדעלע! אָט דאָס מײדל, װאָס מיט די קאַליע אױגן, װאָס איר פֿאָטער און מוטער זײַנען אין אַמעריקע שױן העכער אַ יאָר און זי זיצט דאָ, אין אַנטװערפּן, צוליב די אױגן. דערהערט, אַז אונדזערע מחותּנים פֿאָרן אַװעק, האָט זי געװאָלט גײן טאַנצן. װאָס איז די מעשׂה? זי האָט פֿײַנט אַלטען, אָט די, װאָס מע האָט זי מיר גערעדט אַמאָל פֿאַר אַ כּלה. זי האָט זי פֿײַנט פֿאַר איר גדלות. גאָלדעלע האָט פֿײַנט אַ מענטשן, װאָס בלאָזט פֿון זיך.

― דײַן כּלה מיט די רױטע צעפּעלעך קאָן איך ניט אָנקוקן: זי איז אַ גדלנטע!

אַזױ זאָגט צו מיר אײנמאָל גאָלדעלע, און דאָס פּנים ברענט איר װי אַן אױװן.

― פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען בײַ אַלטען רױטע צעפּעלעך, אַז זי האָט גאָר שװאַרצע?

אַזױ זאָג איך צו גאָלדעלען. װערט זי נאָך מער אין כּעס, װײנט און זאָגט צו מיר:

― רױטע! רױטע! רױטע!…

גאָלדעלע, אַז זי איז בײז, דאַרף מען זי לאָזן צורו, ביז עס גײט איר אָפּ דער כּעס. און אַז עס גײט איר אָפּ דער כּעס ― איז זי גאָלד און זילבער! מיט מיר איז זי טאַקע נאָר װי אַ שװעסטער. אַלצדינג דערצײלט זי מיר: װי אַזױ זי האָרעװעט אױף דער סטאַנציע, קערט די שטובן, האָדעװעט די עופֿות, פֿאַרװיגט די קינדער )די בעל־הביתטע, װוּ זי שטײט, האָט אַ צײַט נישט געהאַט קײן קינדער; איצט האָט זי גאָט געבענטשט מיט אַ צװילינג(. הײַנט דערצײלט זי מיר, װי אַזױ זי גײט צום דאָקטער אַלע טאָג זיך קורירן די אױגן; װי אַזױ דער דאָקטער שמירט זי מיטן זעלבן בלױשטײן, װאָס ער שמירט אַלע איבעריקע קראַנקע.

― אױ, װען גאָט העלפֿט מיר אַן אײגענעם בלױשטײן, װאָלט איך אפֿשר קאָנען אַמאָל זען מײַן טאַטע־מאַמע…

אַזױ זאָגט גאָלדעלע מיט טרערן אױף אירע קראַנקע אױגן. עס רײַסט מיר אױס אַ שטיק האַרץ. איך קאָן נישט הערן, װי זי רעדט פֿון טאַטע־מאַמע. איך קאָן ניט זען, װי זי װײנט. איך זאָג צו איר:

― װײסטו װאָס, גאָלדעלע? אָט פֿאָר איך קײן אַמעריקע. איך װעל מאַכן דאָרט אַ לעבן, װעל איך דיר צושיקן פֿון דאָרט אַ בלױשטײן.

― דו נאַרסט מיך נישט אָפּ? שװער מיר בײַ דײַן הײליקע נאמנות.

אַזױ זאָגט צו מיר גאָלדעלע, און איך שװער איר בײַ מײַן הײליקע נאמנות, אַז איך װעל זי נישט פֿאַרגעסן. אַז גאָט װעט מיר העלפֿן, איך װעל נאָר אָנהײבן מאַכן אַ לעבן אין אַמעריקע, אַזױ שיק איך איר באַלד אַרױס אַ בלױשטײן.

― ו ―

איך װײס שױן פֿאַר געװיס, אַז מיר פֿאָרן שבת אינדערפֿרי קײן לאָנדאָן. מיר גרײטן זיך שױן אין װעג אַרײַן. מײַן מאַמע מיט מײַן שװעגערין ברכה מיט אונדזער חבֿר פּיניעס װײַב טײַבל גײען פֿון אײן סטאַנציע אין דער אַנדערער זיך געזעגענען מיט דער כאַליאַסטרע עמיגראַנטן. נישט אַזױ דאָס געזעגענען, װי אױסרײדן זיך דאָס האַרץ פֿאַר מענטשן. װאָס לאָזט זיך אױס? מיר זײַנען גאָר מאָנאַרכן קעגן אַנדערע עמיגראַנטן. ס'איז פֿאַראַן אין דער כאַליאַסטרע אַזעלכע מאָדנע שלימזלען, װאָס זײַנען אונדז מקנא. זײערע צרות איז גאָרנישט איבערצודערצײלן. אַלע זײַנען געװען אין דער הײם שײנע בעלי־בתּים. אַלע האָבן פֿאַרמאָגט אַלדאָס גוטס. אַלע האָבן געהאַט שטענדיק אַ טיש פֿאַר אָרעמע לײַט. אַלע װינטשן זיך פֿאַרמאָגן, װאָס מענטשן האָבן בײַ זײ צוגענומען. אַלע האָבן געטאָן די שענסטע שידוכים. הײַנט זײַנען זײ אַלע שלעפּערס. מאָדנע ברואים! מיר האָבן זיך שױן צוגעגעסן זײערע מעשׂיות. פֿריִער, אַז איך פֿלעג הערן, מע דערצײלט פֿון אַ פּאָגראָם, האָב איך אָנגעשטעלט מױל און אױערן. הײַנט, אַז איך דערהער דאָס װאָרט פּאָגראָם ― אַנטלױף איך. איך האָב בעסער ליב פֿרײלעכע מעשׂיות, איז אָבער נישטאָ װער ס'זאָל דערצײלן עפּעס פֿרײלעכס. געװען אײן פֿעלדשער ביבער אַ פֿרײלעכער פּאַרשױן, אַפֿילו אַ גרױסער ליגנער, איז ער שױן אױך אין אַמעריקע.

― ער האַקט דאָרט שקרים אױפֿן פּוד! ― אַזױ זאָגט אונדזער חבֿר פּיניע.

― מע װעט אים דאָרט לאַנג נישט לאָזן האַקן שקרים. האָב קײן מורא נישט. אין אַמעריקע האָט מען פֿײַנט אַזעלכע… אין אַמעריקע איז אַ ליגנער ערגער פֿון אַ משומד!…

אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו, און ברכה פֿרעגט אים: פֿון װאַנען װײסטו? הײבט זיך אָן בײַ אונדז אַ חתונה: איך און פּיניע האַלטן מיט אליהון, טײַבל האַלט מיט ברכהן. װאָס אײנער זאָגט, דרינגט דער אַנדערער קאַפּױר.

מיר מאַנצבילן: אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון גאָלע אמת!…

זײ, די װײַבער: אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון סאַמע ליגנערס!…

מיר מאַנצבילן: אַמעריקע איז געבױט אױף אמת, יושר און רחמנות!…

זײ, די װײַבער: גנבֿה, גזילה, שאַרלאַטאַנעס!…

אַ גליק, װאָס סע מישט זיך אַרײַן די מאַמע. זי זאָגט:

― קינדערלעך, װאָס דאַרפֿט איר זיך קריגן איבער אַמעריקע, אַז מיר זײַנען נאָך אין אַנטװערפּן?

זי איז גערעכט. מיר זײַנען נאָך אין אַנטװערפּן. אָבער נישט אױף לאַנג. אָט־אָט פֿאָרן מיר אַװעק קײן לאָנדאָן. אַלע צעפֿאָרן זיך פֿון דאַנען, אַלע עמיגראַנטן, די גאַנצע כאַליאַסטרע.

װאָס װעט זײַן מיט אַנטװערפּן??!

XXI
זײַ געזונט, אַנטװערפּן!
― א ―

קײן שטאָט האָט מיר אַזױ נישט באַנג געטאָן אַװעקצוּװאַרפֿן, װי די שטאָט אַנטװערפּן. און נישט אַזױ די שטאָט, װי די מענטשן. און נישט אַזױ די מענטשן פֿון אַנטװערפּן, װי די כאַליאַסטרע עמיגראַנטן. און נישט אַזױ די כאַליאַסטרע אַלײן, װי מײנע חבֿרים און חבֿרטעס. אַ סך זײַנען זיך צעפֿאָרן פֿריִער. ושתּי, אַלטע, מאָטל דער גרױסער ― די זײַנען שױן לאַנג אין אַמעריקע, מאַכן אַלע אַ לעבן. געבליבן איז נאָר מענדל דער בר־מיצװה בחור. (ברכה האָט אים געשענקט אַ צונעמעניש „דער לאָשיק“.) און גאָלדעלע דאָס מײדל מיט די קאַליע אױגן איז געבליבן. װײַטער קײנער נישט. װאָס װעט טאָן די „עזרה“, די װאָס העלפֿט די עמיגראַנטן? װעמען װעט זי העלפֿן? עס טוט מיר באַנג אַנטװערפּן. איך װעל בענקען נאָך אַנטװערפּן. אַ װױלע שטאָט, װױלע מענטשן. אַלע האַנדלען מיט בריליאַנטן. אַלע טראָגן זיך אַרום מיט שטײנער. אַלע קענען די מלאָכה: שנײַדן, קליװן, שלײַפֿן שטײנער. װעמען איר באַגעגנט, איז ער אָדער אַ שטײנשנײַדער, אָדער אַ קליװער, אָדער אַ שלײַפֿער. אַ סך ייִנגלעך פֿון אונדזער כאַליאַסטרע זײַנען דאָ פֿאַרבליבן, געװאָרן שטײנשנײַדער. מיר זאָלן זיך אַזױ נישט רײַסן קײן אַמעריקע, װאָלט מען מיך אױך אַװעקגעגעבן צו דער אַרבעט, געמאַכט פֿון מיר אַ שטײנשנײַדער. מײַן ברודער אליהון איז געפֿעלן די מלאָכה. אונדזער חבֿר פּיניען אױך. זײ זאָלן זײַן, זאָגן זײ, אַ ביסעלע ייִנגער, װאָלטן זײ אַלײן גענומען זיך צו דער אַרבעט ― שלײַפֿן שטײנער. ברכה לאַכט פֿון זײ. זי זאָגט, אַז שטײנער איז גוט צו טראָגן, ניט צו שלײַפֿן. פּיניעס װײַב טײַבל האַלט מיט איר. טײַבל איז אױך אַ בעלן אױף צו אָנטאָן שטײנער.