מאָטל פּײסי דעם חזנס: 1.9: נאָכװײענישן פֿון דער טינט־פֿאַרפֿלײצונג

שלום עליכם (אַלע װערק)

IX
נאָכװײענישן פֿון דער טינט־פֿאַרפֿלײצונג
― א ―

מײַן ברודער אליהו גײט אַרום אין אײנע צרות. װאָס טוט מען מיט דער טינט?

― װידער אַמאָל טינט? ― זאָגט אים די מאַמע.

― איך רײד נישט פֿון קײן טינט! ― ענטפֿערט איר מײַן ברודער אליהו. ― כאַפּט דער רוח די טינט! איך רײד פֿון די פֿלעשער! עס ליגט אַ קאַפּיטאַל אין די פֿלעשער! מע דאַרף זען אױסלײדיקן די פֿלעשער און מאַכן פֿון זײ געלט!…

פֿון אַלצדינג מאַכט ער געלט! און עס בלײַבט, אַז מע דאַרף די טינט אױסגיסן צו אַלדי שװאַרצע יאָר! שלעכט איז נאָר אײן זאַך: װוּהין גיסט מען אױס אַזױ פֿיל טינט? עס איז פּשוט אַ בזיון!…

― עם װעט זיך ניט העלפֿן. ― זאָגט מײַן ברודער אליהו. ― מע װעט מוזן צוּװאַרטן ביז בײַנאַכט. בײַנאַכט איז פֿינצטער, װעט קײנער ניט זען.

קױם דערלעבט נאַכט. אױף צו־להכעיס, שײַנט די לבֿנה, װי אַ לאַמטערן. דעמאָלט װען מע דאַרף, װעט זי זיך באַהאַלטן. איצט איז זי דאָ. מע האָט געשיקט נאָך איר!… אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו, און מיר טראָגן־אַרױס אַ פֿלאַש נאָך אַ פֿלאַש ― און פּליוך אין דרױסן אַרױס. פֿון גיסן אױף אײן אָרט װערט אַ טײַך. מע דאַרף נישט גיסן כּסדר אױף אײן אָרט. אַזױ זאָגט צו מיר מײַן ברודער אליהו, און איך פֿאָלג אים. איך זוך אױס אַלע מאָל אַ פֿריש אָרט. יעדע פֿלאַש האָט בײַ מיר אַן אַנדער אָרט. דער שכנהס װאַנט ― פּליוך! דעם שכנס פּאַרקאַן ― פּליוך! צװײ ציגן ליגן אַקעגן דער לבֿנה און מעלה־גרהן ― פּליוך!

― הײַנטיקס מאָל גענוג! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו, און מיר גײען שלאָפֿן. שטיל און פֿינצטער. עס לאָזט זיך הערן דער טשירקון. פֿון אונטערן אױװן הערט זיך אַ מרוקען פֿון דער קאַץ. אַ גרױסע פּעפֿערין: טאָג װי נאַכט װאָלט זי זיך נאָר געװאַרעמט און געדרימלט. אין הױז אױף יענער זײַט טיר הערן זיך שטילע טריט. אפֿשר אַ ניט־גוטער?… די מאַמע שלאָפֿט נאָך ניט. זי שלאָפֿט, דאַכט זיך, קײנמאָל ניט. איך הער זי שטענדיק, װי זי קנאַקט די פֿינגער, זיפֿצט און קרעכצט און רעדט צו זיך אַלײן. אַזאַ טבֿע בײַ איר. אַלע נאַכט טענהט זי זיך אױס אַביסל. זי דערצײלט אירע גרױסע צרות. מיט װעמען רעדט זי דאָ? מיט גאָט?… אַלע מינוט לאָזט זי אױס מיט אַ קרעכץ:

― אױ, גאָט! גאָט!…

― ב ―

איך ליג נאָך אױף מײַן געלעגער, אױף דער ערד, און הער פֿונעם שלאָף אַ הו־האַ. עס לאָזן זיך הערן אַלערלײ באַקאַנטע קולות. ביסלעכװײַז עפֿן איך אױף די אױגן ― ס'איז שױן גרױסער טאָג. די שײַן פֿון דער זון האָט זיך אַרײַנגעריסן דורכן פֿענצטער. רופֿט מיך אין דרױסן אַרױס. איך װיל מיך דערמאָנען, װאָס איז געװען נעכטן ― אַהאַ! טינט!… איך כאַפּ מיך אױף און טו זיך אָן אױף גיך. מײַן מאַמע איז פֿאַרװײנט )װען איז זי ניט פֿאַרװײנט?(. מײַן שװעגערין ברכה איז אין כּעס )װען איז זי ניט אין כּעס?(. און מײַן ברודער אליהו שטײט אין מיטן שטוב, דעם קאָפּ אַראָפּ, כאָטש מעלק אים אױס. װאָס איז די מעשׂה? ניט אײן מעשׂה, נאָר עטלעכע מעשׂיות! אונדזערע שכנים זײַנען אױפֿגעשטאַנען אינדערפֿרי, האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה ― מע האָט זײ געקױלעט. אײנעם האָט מען אָפּגעשפּריצט די גאַנצע װאַנט מיט טינט. דעם אַנדערן האָט מען אָפּגעגאָסן דעם פּאַרקאַן, אַ נײַעם פּאַרקאַן. דער דריטער האָט געהאַט צװײ װײַסע ציגן. האָט מען זײ אים געמאַכט שװאַרץ, ניט צו דערקענען. דאָס אַלץ װאָלט נאָך געװען צו דערלײַדן, װען ניט דעם שוחטס זאָקן. אַ נײַע פּאָר זאָקן, װײַסע זאָקן, האָט די שוחטקע אױסגעהאַנגען בײַ אונדזער שכנה אױפֿן פּאַרקאַן, האָט מען פֿון זײ געמאַכט אַ תּל. עמעצער האָט זי געבעטן, זי זאָל אױסהענגען זאָקן אױף אַ פֿרעמדן פּאַרקאַן. די מאַמע האָט איר צוגעזאָגט אָפּקױפֿן אַ פּאָר נײַע זאָקן, אַבי ס'זאָל זײַן שטיל. װאָס־זשע װעט זײַן מיט דער װאַנט? מיטן פּאַרקאַן? ס'איז געבליבן, אַז מײַן מאַמע מיט מײַן שװעגערין ברכה זאָלן מחילה זיך אַװעקשטעלן מיט צװײ בערשטלעך און מיט װײַסער לײם און פֿאַרשמירן די פֿלעקן.

― אײַער גליק, װאָס איר האָט אָנגעטראָפֿן אױף ערלעכע שכנים. װען איר טרעפֿט מיט אײַער טינט אױף מנשה דעם רופֿאס גאָרטן, װאָלט איר געװוּסט װאָס פֿאַר אַ גאָט מיר האָבן!

אַזױ זאָגט אונדזער שכנה פּעסיע צו מײַן מאַמען.

― װאָס־זשע מײנט איר? צו שלימזל באַדאַרף מען אױך האָבן מזל! ― ענטפֿערט איר די מאַמע און קוקט אױף מיר.

― װאָס מײנט זי, אַ שטײגער?…

― ג ―

― איצט װעל איך שױן זײַן קליגער. ― מאַכט צו מיר מײַן ברודער אליהו. ― לאָז נאָר װערן נאַכט, אַזױ טראָגן מיר אָפּ די פֿלעשלעך צום טײַך.

גערעכט, װי איך בין אַ ייִד! װאָס קאָן זײַן נאָך קליגער דערפֿון? סײַ װי סײַ גיסט מען אין טײַך אַרײַן כּל־הפּאַסקודסטװעס! דאָרט װאַשט מען גרעט, דאָרט באָדט מען פֿערד, דאָרט פּאָליאָסקען זיך חזירים. איך בין מיטן טײַך אַ נאָענטער מחותּן. איך האָב אײַך שױן אַמאָל באַשריבן, װי איך כאַפּ דאָרטן פֿיש. דערפֿון װעט איר לײַכט פֿאַרשטײן, װי איך האָב אַרױסגעקוקט אױף דער מינוט, װען מיר װעלן גײן צום טײַך. עס איז נאָר געװאָרן נאַכט, האָבן מיר אָנגעפּאַקט פֿולע קױשן מיט פֿלעשער און גענומען טראָגן זײ צום טײַך. אױסגעגאָסן די טינט, אָפּגעטראָגן די לײדיקע פֿלעשער אַהײם און אָנגענומען װידעראַמאָל פֿולע פֿלעשער. אַ גאַנצע נאַכט האָבן מיר אַזױ געאַרבעט. איך האָב שױן לאַנג נישט געהאַט אַזאַ גוטע פֿרײלעכע נאַכט. שטעלט אײַך פֿאָר: די שטאָט שלאָפֿט. דער הימל איז אױסגעשטערנט. די לבֿנה שײַנט אַראָפּ אין טײַכל אַרײַן. ס'איז שטיל־מחיה. דאָס טײַכל איז אַ לעבעדיק טײַכל. קומט נאָך פּסח, אַז עס צעגײט דאָס אײַז, אַרבעט דאָס מעשׂים! בלאָזט זיך אָן, צעשפּרײט זיך און צעגיסט זיך. װאָס װײַטער װערט דאָס קלענער, שמעלער און פּלאַטשיקער. צום סוף זומער װערט דאָס גאָר אַנטשװיגן. עס כאַפּט אַ דרעמל. עמעצער אױפֿן דנאָ אין בלאָטע מאַכט: בול־בול־בול. אַ פּאָר זשאַבקעס רופֿן זיך אָפּ פֿון יענער זײַט: קרואַ־קרואַ! ס'איז אַ בזיון, ניט קײן טײַך! איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז איך קאָן אים איבערגײן צופֿוס פֿון ברעג צו ברעג, נישט אױסגעטאָן די הױזן!

פֿון אונדזער טינט איז דאָס טײַכל געװאָרן אַביסל גרעסער. אַ קלײניקײט, אפֿשר טױזנט פֿלאַש טינט! דערפֿאַר אָבער האָבן מיר זיך אָנגעהאָרעװעט, װי די אָקסן. אַנטשלאָפֿן געװאָרן זײַנען מיר, װי די געהרגעטע. אױפֿגעװעקט האָט אונדז די מאַמע מיט אַ געװײן:

― פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן און װײ איז מײַן װעלט! װאָס האָט איר געטאָן אַזעלכעס מיטן טײַך?…

עם האָט זיך אַרױסגעשטעלט, אַז מיר האָבן אומגליקלעך געמאַכט אַ גאַנצע שטאָט: די װעשערינס האָבן ניט װוּ צו װאַשן גרעט. די בעלי־עגלות האָבן ניט װוּ אָנצוטרינקען די פֿערד. די װאַסער־פֿירער… אָט װעלן זײ זיך צונױפֿנעמען אַלע אינאײנעם און װעלן קומען זיך רעכענען מיט אונדז. אַזױ זאָגט אונדז אָן די מאַמע אַ בשׂורה. מיר אָבער װילן אױף זײ ניט װאַרטן. מיר װילן ניט זען, װיִאַזױ װאַסערפֿירערס װעלן זיך מיט אונדז רעכענען. איך און מײַן ברודער אליהו נעמען די פֿיס אױף די פּלײצעס און ― מאַרש צו זײַנעם אַ חבֿר פּיניע.

― דאָרט לאָזן זײ אונדז זוכן, אַז זײ באַדאַרפֿן!…

אַזױ זאָגט מיר מײַן ברודער אליהו, נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט, און מיר לאָזן זיך גיך און געשװינד באַרג־אַראָפּ, צו זײַן חבֿר פּיניע. אַז מיר װעלן זיך זען, װעל איך אײַך אַמאָל באַקאַנט מאַכן מיט מײַז ברודער אליהוס חבֿר פּיניע. ס'איז כּדאַי, איר זאָלט זיך מיט אים באַקענען: ער האָט אױך אין זיך גוטע געדאַנקען.

X
אַ גאַס ניסט
― א ―

װײסט איר, װאָס פֿאַר אַ סדרה עס גײט בײַ אונדז הײַנט? ― מײַז! מײַן ברודער אליהו האָט אַ גאַנצע װאָך געלערנט דאָס בוך, װאָס מע מאַכט דורך דעם געלט, „פֿאַר אַ רובל ― הונדערט“. ער האָט זיך שױן אױסגעלערנט, זאָגט ער, אַרױסטרײַבן מײַז, טאַראַקאַנעס און אַנדערע מיאוסקײטן. שטשערעס אױך. לאָז מען אים נאָר אַרײַנלאָזן ערגעץ מיט זײַן פּראָשיק ― אַזױ בלײַבט נישט אײן מױז. זײ צעלױפֿן זיך. אַ סך פּגרן אַװעק. נישטאָ מער קײן מײַז! װיִאַזױ ער מאַכט דאָס ― װײס איך ניט. ס'איז אַ סוד. פֿונעם סוד װײס נאָר דאָס בוך און ער, װײַטער קײנער ניט. דאָס בוך האַלט ער אין בוזעם־קעשענע. דעם פּראָשיק אין אַ פּאַפּיר. דער פּראָשיק איז רױטלעך און צעריבן דין, װי שמעק־טאַבאַק.

רופֿן רופֿט זיך עס „שעמעריצי“.

― װאָס הײסט דאָס שעמעריצי?

― טערקישער פֿעפֿער.

― װאָס הײסט דאָס טערקישער פֿעפֿער?

― איך װעל דיר געבן אַ „װאָס־הײסט־דאָס“, װעסטו בײַ מיר עפֿענען מיטן קאָפּ די טיר!

אַזױ זאָגט צו מיר מײַן ברודער אליהו. ער האָט פֿײַנט, אַז מע פֿרעגט אים קשיות סאַמע בײַ דער רעכטער אַרבעט. איך קוק און שװײַג. איך זע, אַז חוץ דעם רױטן פּראָשיק, איז דאָ בײַ אים נאָך אַ פּראָשיק. אױך גוט צו מײַז. נאָר מע דאַרף זײַן מיט דעם געהיט!

― סם־המװת! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו אפֿשר הונדערט מאָל