מאָטל פּײסי דעם חזנס: 1.8: מיר פֿאַרפֿלײצן די װעלט מיט טינט

שלום עליכם (אַלע װערק)

VIII
מיר פֿאַרפֿלײצן די װעלט מיט טינט
― א ―

אױ, בין איך געװען אַ נאַר! דערפֿאַר, װאָס איך האָב פֿאַרקױפֿט ניט אַזאַ גוטן קװאַס, האָב איך געמײנט, אַז מע װעט מיך קעפּן! צום סוף ― גאָרנישט. אומזיסט איבערגעשראָקן. יענטע מעג פֿאַרקױפֿן חלבֿ פֿאַר גענדזנשמאַלץ? און גדליה דער קצבֿ האָט ניט געהאָדעװעט די שטאָט אַ קײַלעכיק יאָר מיט טריפֿה פֿלײש? אַזױ האָט אונדזער שכנה פּעסיע אױסגערעדט מײַן מאַמע דאָס האַרץ. אַן אַקציע מיט מײַן מאַמען! אַלצדינג נעמט זי זיך צום האַרצן. דערפֿאַר האָב איך ליב מײַן ברודער אליהו. מײַן ברודער אליהו פֿאַלט ניט אַראָפּ בײַ זיך דערמיט, װאָס מיר האָבן זיך אָפּגעבריט אױפֿן קװאַס. אַבי ער האָט דעם בוך, איז אים גוט. ער האָט געקױפֿט אַ בוך פֿאַר אַ רובל. דאָס בוך הײסט „פֿאַר אַ רובל הונדערט!“ ער זיצט און לערנט אים אױף אױסנװײניק. דאָרטן זײַנען דאָ אָן אַ שיעור רעצעפּטן, װי אַזױ מע מאַכט געלט. ער קען שױן כּמעט אַלע רעצעפּטן. ער װײס שױן, װיִאַזױ מע מאַכט טינט, װי אַזױ מע מאַכט שוּװאַקס, װי אַזױ מע טרײַבט־אַרױס מײַז און טאַראַקאַנעס און אַנדערע מיאוסקײטן. ער רעכנט, קודם־כּל, זיך נעמען צו טינט. טינט, זאָגט ער, איז אַ גוטער אַרטיקל. אַלע לערנען זיך שרײַבן. ער איז אַ בעלן געװען פֿרעגן בײַ יודל דעם שרײַבער, װיפֿל גײט אַװעק בײַ אים טינט? זאָגט ער: אַ פֿאַרמעגן! יודל דער שרײַבער האָט אפֿשר זעכציק מײדלעך, װאָס ער לערנט זײ שרײַבן. ייִנגלעך לערנען ניט בײַ אים. מע האָט פֿאַר אים מורא. ער שלאָגט זיך. ער שלאָגט מיט אַ װירע איבער די הענט. מײדלעך קאָן מען ניט שלאָגן. שמײַסן אַװדאי ניט. עס טוט מיר באַנג, װאָס איך בין נישט געבױרן געװאָרן בעסער אַ מײדל. ערשטנס, װאָלט איך פֿאַרשפּאָרט דאַװענען יעדן טאָג. ס'איז מיר נימאס געװאָרן. אַלע טאָג אײן זאַך. הײַנט װאָלט איך נישט געװוּסט פֿון קײן תּלמוד־תּורה. אַ האַלבן טאָג גײ איך אין תּלמוד־תּורה. לערנען לערן איך אױפֿן שפּיץ מעסער, נאָר פּעטש כאַפּ איך אָן אַ שיעור. איר מײנט, פֿונעם רבין? דװקא פֿון דער רביצין. איר עסק, װאָס איך האָדעװע די קאַץ! איר זאָלט אָנקוקן בײַ איר אַ קאַץ ― אַ גאָטס רחמנות! תּמיד איז זי הונגעריק. ניאַװקען ניאַװקעט זי שטילערהײט, מיט אַ געװײן, װי להבֿדיל אַ מענטש. עס רײַסט־אױס אַ שטיק האַרץ! בײַ זײ איז אָבער ניטאָ קײן קאַפּ רחמנות. װאָס האָבן זײ צו איר? לאָז זי צוגײן צו עמעצן אַ שמעק טאָן ― טוט מען אױף איר אַ געשרײ: אַ טפּרוסס! פֿליט זי אַװעק װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט. קײן קאָפּ לאָזט מען איר ניט אױפֿהײבן. אַנומלטן איז זי גאָר פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אױף עטלעכע טעג. איך האָב געמײנט, אַז זי איז חלילה געפּגרט. צום סוף האָט זי זיך געקעצלט… איך קער מיך אום צו מײַן ברודער אליהוס טינט.

― ב ―

מײַן ברודער אליהו זאָגט, אַז די װעלט איז געװאָרן גאָר נישט דאָס, װאָס אַמאָל. אַמאָל, אַז מע פֿלעגט װעלן מאַכן טינט, האָט מען, זאָגט ער, באַדאַרפֿט קױפֿן גאָליש־עפּעלעך. די גאָליש־עפּעלעך צעקלאַפּן, נאָכדעם קאָכן זײ אױפֿן פֿײַער, װײס איך װיפֿל, נאָכדעם אַרײַנװאַרפֿן קופּער־װאַסער; און בכדי די טינט זאָל גלאַנצן, האָט מען נאָך געמוזט צוגעבן אַ שטיקל צוקער ― אַ גאַנצער טאַראַראַם! הײַנט, זאָגט ער, איז אַזאַ חיות! איך קױף מיר, זאָגט ער, אין דער אַפּטײק אַ „פּראָשיק“ אַזעלכן מיט אַ פֿלעשל „גליצערינע“, מיש דאָס אױס מיט װאַסער, אַ זיד אױפֿן פֿײַער ― און פֿאַרטיק טינט. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו. ער איז אַװעק אין דער אַפּטײק און האָט געבראַכט אַ גוזמא „פּראָשקעס“, און „גליצערינע“ אַ גאַנצע פֿלאַש. נאָכדעם האָט ער זיך פֿאַרשפּאַרט אין אַלקער און האָט עפּעס געטאָן. װאָס ― װײס איך ניט. ס'אַ סוד. אַלצדינג איז בײַ אים אַ סוד. אַז ער האַרף זאָגן דער מאַמען, למשל, זי זאָל אים געבן דאָס אײבערשטע פֿונעם שטױסל, רופֿט ער זי אָפּ אױף אַ זײַט און זאָגט איר שטילערהײט: „מאַמע! דאָס אײבערשטע פֿונעם שטױסל“. די „פּראָשקעס“ מיט דער „גליצערינע“ האָט ער אױסגעמישט אין אַ גאַנץ גרױסן טאָפּ )אַ נײַעם טאָפּ געקױפֿט(. דעם טאָפּ מיטן געמישעכץ האָט ער פֿאַררוקט אין אױװן און האָט געבעטן דער מאַמע שטילערהײט, זי זאָל פֿאַרקײטלען די טיר. מיר אַלע האָבן געמײנט, מי־יודע װאָס. די מאַמע האָט אַלע מינוט געכאַפּט אַ קוק צום אױװן. אַ פּנים, זי האָט מורא געהאַט, דער אױװן זאָל ניט צעפֿאַלן װערן אױף שטיקלעך. נאָכדעם האָט מען אַרײַנגעקאַטשעט אין שטוב אַרײַן דאָס פֿעסל פֿון קװאַס. נאָכדעם האָט מען פּאַװאָלינקע אַרױסגענומען דעם טאָפּ פֿונעם אױװן און מע האָט פּאַװאָלינקע אַרײַנגעגאָסן דאָס געמישעכץ אין פֿעסל אַרײַן. נאָכדעם האָט מען אָנגעהױבן גיסן אין פֿעסל אַרײַן װאַסער. אַז דאָס פֿעסל איז געװאָרן אָנגעפֿילט העכער האַלב, האָט מײַן ברודער אליהו אַ זאָג געטאָן: „גענוג!“ און האָט זיך גענומען צום בוך װאָס „פֿאַר אַ רובל ― הונדערט“. געקוקט און געהײסן שטילערהײט זיך ברענגען אַ פֿרישע פּען מיט אַ װײַסן בױגן פּאַפּיר. „װאָס מע שרײַבט פּראָשעניעס“ ― האָט ער אַ זאָג געטאָן שטילערהײט דער מאַמען אױפֿן אױער. אײַנגעטונקען די פּען אין פֿאַס און געגעבן אַ שרײַב עפּעס אױפֿן װײַסן בױגן פּאַפּיר מיט אַ דרײדל און מיט אַ צוק. דאָס אָנגעשריבענע האָט ער צוגעטראָגן פֿריִער צו דער מאַמען, נאָכדעם צו מײַן שװעגערין ברכה. די בײדע האָבן געגעבן אַ קוק־אַרײַן און אַ זאָג צו אים:

― סע שרײַבט!

באַלד נאָכדעם האָט מען זיך גענומען װידער צו דער פֿריִערדיקער אַרבעט. אָנגעגאָסן נאָך אַ פּאָר עמער װאַסער, האָט מײַן ברודער אליהו אױפֿגעהױבן די האַנט: „גענוג!“ װידער אַ מאָל אײַנגעטונקען די פּען אין פֿאַס, װידער אַ מאָל געגעבן אַ שרײַב־אַרײַן אין װײַסן פּאַפּיר אַרײַן און װידער אַ מאָל צוגעטראָגן דאָס אָנגעשריבענע פֿריִער צו דער מאַמען און נאָכדעם צו מײַן שװעגערין ברכה. די בײדע האָבן װידער געגעבן אַ קוק־אַרײַן אין פּאַפּיר אַרײַן און אַ זאָג:

― סע שרײַבט!

אָט אַזױ עטלעכע מאָל, ביז דאָס פֿאַס איז געװאָרן פֿול װי אַן אױג. עס איז שױן ניט געװען װוּהין צו גיסן װאַסער. דעמאָלט האָט מײַן ברודער אליהו געגעבן אַ הײב־אױף די האַנט „גענוג!“ ― און מיר אַלע פֿיר האָבן זיך געזעצט עסן.

― ג ―

נאָכן עסן האָבן מיר זיך גענומען צום צעגיסן די טינט אין פֿלעשער. פֿלעשער האָט מײַן ברודער אליהו צונױפֿגעבראַכט פֿון דער גאַנצער װעלט. אַלערלײ פֿלעשער און פֿלעשלעך. גרױסע און קלײנע. פֿלעשער פֿון ביר, פֿלעשער פֿון װײַן, פֿלעשער פֿון קװאַס, פֿלעשער פֿון בראָנפֿן. און גלאַט פֿלעשער. אױך פּראָבקעס האָט ער אײַנגעהאַנדלט אַלטע, ס'זאָל קאָסטן װעלװעלער, און אַ „לײקע“ האָט ער געקױפֿט אַ נײַע, און אַ קװערטל אַ בלעכנס, אױף צו גיסן די טינט פֿון פֿאַס אין די פֿלעשער. דאָ האָט ער װידער אײַנגערױמט דער מאַמען אַ סוד, זי זאָל פֿאַרקײטלען די טיר. נאָכדעם האָט מען זיך אַלע פֿיר גענומען צו דער אַרבעט. די אַרבעט איז געװען אײַנגעטײלט דװקא גוט. מײַן שװעגערין ברכה האָט די פֿלעשער דורכגעשװענקט און איבערגעגעבן צו דער מאַמען. די מאַמע האָט אַרײַנגעקוקט אין יעדער פֿלאַש און איבערגעגעבן צו מיר אין די הענט אַרײַן. איך האָב נאָר באַדאַרפֿט אַרײַנשטעקן אין פֿלאַש אַרײַן די „לײקע“ און צוהאַלטן מיט אײן האַנט די לײקע, מיט דער אַנדערער די פֿלאַש. און מײַן ברודער אליהו האָט געהאַט אײן אַרבעט: אָננעמען מיטן קװערטל פֿון פֿאַס און גיסן צו מיר איבער דער „לײקע“. אַן אַרבעט איז דאָס זײער אַ װױלע, אַ פֿרײלעכע. אײן חסרון נאָר: ס'איז טינט ― עס פֿלעקט די פֿינגער, די הענט, די נאָז, דאָס גאַנצע פּנים. מיר בײדע, איך און מײַן ברודער אליהו, האָבן זיך געמאַכט שװאַרץ װי די שדים. דאָס ערשטע מאָל זע איך, מײַן מאַמע זאָל לאַכן. פֿון מײַן שװעגערין ברכה שמועסט מען ניט: יענע איז שיִער צעזעצט געװאָרן פֿאַר געלעכטער. מײַן ברודער אליהו האָט פֿײַנט, אַז מע לאַכט פֿון אים, בײזערט ער זיך אױף מײַן שװעגערין ברכה, און פֿרעגט זי, װאָס זי לאַכט. לאַכט זי נאָך שטאַרקער. װערט ער נאָך מער אין כּעס, לאַכט זי נאָך מער. אַלע מינוט כאַפּט זי אָן אַ ספּאַזמע. ממש זי נעמט אײַן אַ מיתה־משונה! ביז די מאַמע הײבט זיך אָן בעטן, עס זאָל האָבן אַ סוף, און אונדז זאָגט זי, מיר זאָלן זיך אײַנװאַשן. מײַן ברודער אליהו האָט אָבער קײן צײַט נישט. אים קריכט נישט אין קאָפּ װאַשן זיך. אים ליגט דער קאָפּ אין פֿלעשער. ניטאָ קײן פֿלעשער! װוּ קריגט מען נאָך פֿלעשער? ער רופֿט־אָפּ מײַן שװעגערין ברכה אױף אַ זײַט, גיט איר געלט און רױמט איר אײַן אַ סוד, זי זאָל גײן נאָך פֿלעשער. הערט זי אים אױס, טוט אים אַ קוק אין פּנים אַרײַן און שיסט אױס אַ געלעכטער. װערט ער אין כּעס און רופֿט אַװעק די מאַמע אױפֿן זעלבן סוד. די מאַמע גײט אַװעק קױפֿן פֿלעשער, און מיר נעמען זיך גיסן װאַסער אין פֿאַס אַרײַן. פֿאַרשטײט זיך, ניט מיט אַמאָל ― ביסלעכװײַז. נאָך יעדן עמער װאַסער טוט ער אַ הײב־אױף די האַנט און אַ זאָג צו זיך אַלײן: „גענוג!“ נאָכדעם טוט ער אַ טונק־אײַן די פּען אין פֿאַס און אַ שרײַב אַרײַן אין װײַסן פּאַפּיר אַרײַן און אַ זאָג צו זיך אַלײן:

― סע שרײַבט!

און אַזױ עטלעכע מאָל, ביז די מאַמע קומט צו גײן מיט אַ נײַעם טראַנספּאָרט פֿלעשער. מיר נעמען זיך װידער צו דער פֿריִערדיקער אַרבעט: גיסן טינט פֿון פֿאַס אין פֿלאַש. ביז מיר בלײַבן װידער אָן פֿלעשער.

― ביז װאַנען איז דער שיעור? ― טוט אַ זאָג מײַן שװעגערין ברכה.

― קײן עין־הרע ניט! ― מאַכט די מאַמע, און מײַן ברודער אליהו טוט אױף ברכהן אַ בײזן קוק, װי אײנער רעדט:

― ביסט מיר טאַקע אַ װײַב, נאָר אַ בהמה ביסטו, זאָל זיך גאָט דערבאַרעמען!

― ד ―

װיפֿל טינט מיר האָבן ― קאָן איך אײַך ניט זאָגן. איך האָב מורא, אױב ניט טױזנט פֿלעשער! נאָר װאָס קומט אַרױס ― ס'איז ניטאָ זײ װוּ אַהינצוטאָן. מײַן ברודער אליהו איז געװען שױן אומעטום. פֿאַרקױפֿן לאחדים, פֿלעשלעכװײַז ― איז נישט קײן פּלאַן. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו צו אונדזער שכנהס מאַן, משה דעם אײַנבינדער. אַז ער איז אַרײַנגעקומען צו אונדז און דערזען, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל פֿלעשער, האָט ער זיך דערשראָקן און זיך געגעבן אַזש אַ װאָרף צוריק. דערזעט מײַן ברודער אליהו, און עס קומט פֿאָר צװישן די צװײ אַ מאָדנער שמועס. איך גיב אײַך איבער דאָ דעם שמועס װאָרט בײַ װאָרט:

אליהו: װאָס האָט איר זיך אַזױ דערשראָקן?

אײַנבינדער: װאָס איז בײַ דיר אין די פֿלעשער?

אליהו: װאָס זאָל זײַן? װײַן!

אײַנבינדער: װאָסער װײן? ס'דאָך טינט!

אליהו: הײַנט װאָס זשע פֿרעגט איר?

אײַנבינדער: װאָס װעסטו טאָן מיט אַזױ פֿיל טינט?

אליהו: טרינקען.

אײַנבינדער: נײן, איך מײן אָן קאַטאָװעס. װעסט פֿאַרקױפֿן לאחדים אױך?

אליהו: װאָס בין איך, אַ משוגענער? אַז פֿאַרקױפֿן, װעל איך פֿאַרקױפֿן צען פֿלעשער, צװאַנציק פֿלעשער, פֿופֿציק פֿלעשער. דאָס װערט אָנגערופֿן „הורט“. איר װײסט, װאָס הײסט „הורט“?

אײַנבינדער: איך װײס, װאָס הײסט הורט. װעמען װעסטו פֿאַרקױפֿן?

אליהו: װעמען? דעם רבֿ! מײַן ברודער אליהו גײט־אַװעק צו די קרעמער. געקומען צו אײנעם, אַ גרױסן הורטאָװניק, הײסט ער זיך ברענגען אַ פֿלעשל. ער װיל עס אָנקוקן. דעם אַנדערן האָט ער געבראַכט אַ פֿלאַש טינט, װיל ער נישט נעמען אין די הענט אַרײַן, װײַל ס'איז אָן אַ קװיטל. אױפֿן פֿלעשל דאַרף זײַן, זאָגט ער, אַ שײן קװיטל מיט אַ צאַצקע. זאָגט אים מײַן ברודער אליהו: „איך מאַך נישט קײן צאַצקעס, איך מאַך טינט“. ענטפֿערט ער אים: „מאַכט געזונטערהײט“. האָט ער זיך אַ װאָרף געטאָן צו יודל דעם שרײַבער. האָט אים יודל דער שרײַבער געזאָגט עפּעס זײער אַ מיאוס װאָרט. ער האָט שױן, זאָגט ער, זיך אָנגעקױפֿט מיט טינט אױף אַ גאַנצן זומער. פֿרעגט אים מײַן ברודער אליהו: „װיפֿל פֿלעשער טינט האָט איר דאָס אײַנגעהאַנדלט?“ זאָגט אים יודל דער שרײַבער: „פֿלעשער? איך האָב געקױפֿט אַ פֿלאַש טינט, װעל איך האָבן און האָבן, ביז ס'װעט אױסגײן, װעל איך קױפֿן נאָך אַ פֿלאַש“… אָט האָסטו דיר אַ געשעפֿט! אַ שרײַבערוק קאָן! פֿריִער האָט ער געזאָגט, אַז אױף טינט גײט בײַ אים אַװעק אַ פֿאַרמעגן; איצט קױפֿט ער אַ פֿלאַש טינט, װעט ער האָבן און האָבן!… מײַן ברודער אליהו איז נעבעך אױס מענטש. ער װײס נישט, װאָס זאָל ער טאָן מיט אַזױ פֿיל טינט? פֿריִער האָט ער געזאָגט, אַז לאחדים פֿאַרקױפֿט ער נישט קײן טינט, נאָר הורט. איצט איז ער בעסער געװאָרן. ער װעט שױן אָנהײבן, זאָגט ער, פֿאַרקױפֿן לאחדים. איך װאָלט שױן אַ בעלן זײַן װיסן, װאָס הײסט „לאחדים“?

אָט װאָס „לאחדים“ הײסט. איר מעגט דאָס האָרכן.

― ה ―

מײַן ברודער אליהו האָט געבראַכט צו טראָגן אַ גרױסן בױגן פּאַפּיר. ער האָט זיך אַװעקגעזעצט און אָנגעשריבן מיט גרױסע סידור־אותיות:

דאָ פֿאַרקױפֿט מען טינט הורט
און לאחדים גוט און װאָלװל.

די צװײ װערטער „לאחדים“ און „װאָלװל“ זײַנען געװען אַזױ גרױס, אַז זײ האָבן פֿאַרנומען כּמעט דעם גאַנצן בױגן. אַז דאָס אָנגעשריבענע האָט זיך אױסגעטריקנט, האָט ער דאָס פּאַפּיר אױסגעהאַנגען בײַ אונדז אױף דער טיר פֿון יענער זײַט. אַ סך מענטשן זײַנען דורכגעגאַנגען און האָבן זיך אָפּגעשטעלט קוקן. איך האָב עס געזען דורכן פֿענצטער. מײַן ברודער אליהו קוקט אױך אין פֿענצטער אַרײַן און ברעכט די פֿינגער. אַ סימן, אַז ער איז צעטראָגן. ער מאַכט צו מיר:

― װײסטו װאָס? גײ אומיסטנע, שטעל זיך אַװעק בײַ דער טיר און הער זיך צו, װאָס זאָגט מען?

מיך דאַרף מען לאַנג נישט בעטן. איך שטעל מיך אַװעק בײַ דער טיר און הער זיך צו, װאָס זאָגט מען: װער עס שטעלט זיך אָפּ און װאָס מע רעדט. אָפּגעשטאַנען אַקעגן אַ האַלבע שעה, קום איך אַרײַן צוריק אין שטוב. מײַן ברודער אליהו גײט צו צו מיר און פֿרעגט מיך שטיל:

― נו?

― װאָס נו?

― װאָס האָבן זײ געזאָגט?

― װער?

― די מענטשן, װאָס זײַנען געגאַנגען פֿאַרבײַ.

― זײ האָבן געזאָגט, אַז ס'איז שײן אָנגעשריבן.

― און מער גאָרנישט?

― מער גאָרנישט.

מײַן ברודער אליהו זיפֿצט. װאָס זיפֿצט ער? די מאַמע פֿרעגט אים אױך דאָס זעלבע.

― װאָס זיפֿצטו, נאַרעלע? װאַרט אױס אַ קאַפּ, אין אײן טאָג װילסטו זאָל אױספֿאַרקױפֿט װערן די גאַנצע סחורה?

― כאָטש אַ פּעטשאַטעק!… ― זאָגט איר מײַן ברודער אליהו מיט טרערן אין האַלדז.

― ביסט אַ גרױסער נאַר, זאָג איך דיר. װאַרט אױס, מײַן קינד, דו װעסט, אם ירצה השם, האָבן אַ פּעטשאַטעק אױך.

אַזױ זאָגט צו אים די מאַמע און גרײט צום טיש. מיר װאַשן זיך און גײען עסן. מיר שפּאַרן זיך צונױף אַלע פֿיר אינאײנעם. איבער די פֿלעשער איז ענג אין שטוב ― סכּנות. נאָר װאָס מיר האָבן געמאַכט המוציא, לױפֿט אַרײַן אַ בחורל. אַ טשיקאַװע בחורל. ער איז שױן אַ חתן. איך קען אים. קאָפּל הײסט ער. דער טאַטע זײַנער איז אַ שנײַדער. אַ דאַמסקע שנײַדער.

― דאָ פֿאַרקױפֿט זיך טינט לאחדים?

― יאָ, װאָס איז דען?

― איך האָב געװאָלט אַ ביסל טינט.

― װיפֿל דאַרפֿסטו טינט?

― גיט מיר פֿאַר אַ קאָפּיקע טינט.

מײַן ברודער אליהו איז אױסער זיך. ער זאָל זיך נישט שעמען פֿאַר דער מאַמען, װאָלט ער אָט דעם חתן קאָפּל פֿריִער דורכגעפּאַטשט און נאָכדעם אַרױסגעװאָרפֿן פֿון שטוב. ער האַלט זיך אײַן און גיסט אים אָן פֿאַר אַ קאָפּיקע טינט. עס גײט נישט אַװעק קײן פֿערטל שעה, קומט אַרײַן אַ מײדל. דאָס מײדל קען איך נישט. זי קאַלופּעט מיטן פֿינגער די נאָז און רעדט צו מײַן מאַמען:

― דאָ מאַכט מען טינט?

― יאָ, װאָס איז דען?

― די שװעסטער האָט געבעטן, טאָמער קאָנט איר איר לײַען אַ ביסל טינט? זי דאַרף אַװעקשרײַבן אַ בריװל קײן אַמעריקע צו איר חתן.

― װער איז דײַן שװעסטער?

― בתיה די נײטאָרין.

― אַ? זע נאָר, װי זי איז אױסגעװאַקסן! קײן עין־הרע! איך האָב דיך גאָרנישט דערקענט. אַ טינטערל האָסטו?

― װי קומט צו אונדז אַ טינטערל? מײַן שװעסטער האָט געבעטן, טאָמער האָט איר אַ פּען, זי װעט נאָר אָנשרײַבן דאָס בריװעלע קײן אַמעריקע, גיט זי אײַך אָפּ צוריק די טינט און פּען.

מײַן ברודער אליהו איז נישטאָ בײַם טיש. ער איז אין אַלקער. ער גײט אַרום מיט שטילע טריט, קוקט אַראָפּ און בײַסט די נעגל.

― ו ―

― װאָס האָסטו אָנגעמאַכט אַזױ פֿיל טינט? האָסט, אַ פּנים, געװאָלט פֿאַרזאָרגן די װעלט מיט טינט, טאָמער װעט זײַן אַ הונגער אױף טינט?

אַזױ האָט אים געזאָגט אונדזער שכנהס מאַן, משה דער אײַנבינדער. אַ מאָדנער ייִד אָט דער אײַנבינדער! ער האָט אײַך אַ טבֿע זאַלצן יענעם אױף די װוּנדן. אַזױ איז ער, דאַכט זיך, נישקשה פֿון אַ מענטש, נאָר אַ ביסל אַ נודניק. האָט ליב זיך אײַנעסן יענעם אין דער גרגרת. מײַן ברודער אליהו האָט אים אָבער גוט געגעבן! ער האָט אים געזאָגט, אַז ער זאָל בעסער אַכטונג געבן אױף זיך אַלײן, ער זאָל נישט פֿאַרבײַטן די יוצרות. נישט בינדן אַ הגדה מיט אַ סליחה אינאײנעם… משה דער אײַנבינדער װײס שױן, װאָס דער שטאָך באַדײַט! ער האָט אַמאָל גענומען אַ שטיקל אַרבעט בײַ אַ ייִדן אַ בעל־עגלה. אַ הגדה האָט אים דער בעל־עגלה געגעבן אײַנבינדן. האָט זיך געטראָפֿן אַן אומגליק: על־פּי טעות, האָט דער אײַנבינדער אַרײַנגעבונדן אין דער הגדה אַ שטיק פֿון אַ פֿרעמדער סליחה. דער בעל־עגלה װאָלט זיך אפֿשר נישט כאַפּן, האָבן די שכנים דערהערט, אַז אָנשטאָט „שפֿוך חמתך על הגױים“ האָט דער בעל־עגלה געגעבן אַ זינג אױס מיט אַ װײנענדיקן ניגון פֿון סליחות „הנשמה לך והגוף פּעלך“… ס'איז געװאָרן זײער אַ גרױס געלעכטער. אױף מאָרגן איז דער בעל־עגלה געקומען צו אונדזער שכן דעם אײַנבינדער און האָט אים געװאָלט צערײַסן אױף צװײען.

― גזלן, װאָס האָט איר געהאַט צו מיר? למאַי האָט איר אַרײַנגעהאַקט אין מײַן פּסחדיקער הגדה אַ חמצדיקע סליחה? אָט רײַס איך אײַך אַרױס די קישקעס פֿון בױך!…

יאָ, מיר האָבן געהאַט דעמאָלט אַ פֿרײלעכן פּסח.

נאָר האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס איך בין אַרײַן מיט אַ פֿרעמדער מעשׂה. איך קער מיך באַלד אום צוריק צו אונדזערע גאָלדענע געשעפֿטן.

IX
נאָכװײענישן פֿון דער טינט־פֿאַרפֿלײצונג
― א ―

מײַן ברודער אליהו גײט אַרום אין אײנע צרות. װאָס טוט מען מיט דער טינט?

― װידער אַמאָל טינט? ― זאָגט אים די מאַמע.

― איך רײד נישט פֿון קײן טינט! ― ענטפֿערט איר מײַן ברודער אליהו. ― כאַפּט דער רוח די טינט! איך רײד פֿון די פֿלעשער! עס ליגט אַ קאַפּיטאַל אין די פֿלעשער! מע דאַרף זען אױסלײדיקן די פֿלעשער און מאַכן פֿון זײ געלט!…

פֿון אַלצדינג מאַכט ער געלט! און עס בלײַבט, אַז מע דאַרף די טינט אױסגיסן צו אַלדי שװאַרצע יאָר! שלעכט איז נאָר אײן זאַך: װוּהין גיסט מען אױס אַזױ פֿיל טינט? עס איז פּשוט אַ בזיון!…

― עם װעט זיך ניט העלפֿן. ― זאָגט מײַן ברודער אליהו. ― מע װעט מוזן צוּװאַרטן ביז בײַנאַכט. בײַנאַכט איז פֿינצטער, װעט קײנער ניט זען.

קױם דערלעבט נאַכט. אױף צו־להכעיס, שײַנט די לבֿנה, װי אַ לאַמטערן. דעמאָלט װען מע דאַרף, װעט זי זיך באַהאַלטן. איצט איז זי דאָ. מע האָט געשיקט נאָך איר!… אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהו, און מיר טראָגן־אַרױס אַ פֿלאַש נאָך אַ פֿלאַש ― און פּליוך אין דרױסן אַרױס. פֿון גיסן אױף אײן אָרט װערט אַ טײַך. מע דאַרף נישט גיסן כּסדר אױף אײן אָרט. אַזױ זאָגט צו מיר מײַן ברודער אליהו, און איך פֿאָלג אים. איך זוך אױס אַלע מאָל אַ פֿריש אָרט. יעדע פֿלאַש האָט בײַ מיר אַן אַנדער אָרט. דער שכנהס װאַנט ― פּליוך! דעם שכנס פּאַרקאַן ― פּליוך! צװײ ציגן ליגן אַקעגן דער לבֿנה און מעלה־גרהן ― פּליוך!