טבֿיה דער מילכיקער: קטנתּי

שלום עליכם (אַלע װערק)

קטנתּי
(אַ בריװל פֿון טבֿיה דעם מילכיקן צום מחבר)

לכּבֿוד צו מײַן געליבטן טײַערן פֿרײַנט רב שלום־עליכם, גאָט זאָל אײַך געבן געזונט און פּרנסה מיט אײַער װײַב און קינדער, איר זאָלט האָבן גרױס נחת װוּ איר װעט זיך קערן און װענדן, אָמן־סלה!

קטנתּי! ― באַדאַרף איך אײַך זאָגן מיטן לשון, װאָס יעקבֿ אָבֿינו האָט געזאָגט אין דער סדרה „וישלח“, בשעת ער האָט זיך געלאָזט גײן קעגן עשׂון, להבֿדיל… נאָר טאָמער איז דאָס אפֿשר ניט אַזױ גלײַך, בעט איך אײַך, פּאַני שלום־עליכם, איר זאָלט אױף מיר קײן פֿאַראיבל נישט האָבן, איך בין אַ פּראָסטער חי־וקים, איר װײסט אַװדאי מער פֿון מיר ― װאָס איז דאָ װאָס צו רעדן? אין אַ דאָרף, מישטײנס געזאָגט, מע װערט פֿאַרגרעבט, װער האָט צײַט אַרײַנקוקן אין אַ ספֿר, צי אָפּלערנען אַ פּרשה חומש מיט רש″י, צי װאָס? אַ שטיקל גליק, עס קומט דער זומער, פֿאָרן זיך צונױף די יעהופּעצער נגידים קײן בױבעריק אױף די דאַטשעס, קאָן מען זיך באַגעגענען אַמאָל מיט אַן אײדלען מענטשן, האָרכן אַ גוט װאָרט. איר מעגט מיר גלײבן, אַז איך דערמאָן מיך אָן יענע טעג, װען איר זײַט געזעסן לעבן מיר אין װאַלד, אױסגעהערט מײַנע נאַרישע מעשׂיות, איז בײַ מיר גלײַך, װי איך זאָל פֿאַרדינען מי־יודע װיפֿל! איך װײס ניט מיט װאָס איך האָב בײַ אײַך אַזױ נושׂא־חן געװען, איר זאָלט זיך אָפּגעבן מיט אַזאַ קלײן מענטשל, װי איך, מיר שרײַבן בריװלעך גאָר. און לא כּל־שכּן אַרױסשטעלן מײַן נאָמען אין אַ בוך, מאַכן פֿון מיר אַ גאַנצן שלש־סעודות, גלײַך װי איך װאָלט דאָ געװען מי־יודע װער, ― מעג איך דאָך אַװדאי זאָגן: קטנתּי!… אמת, איך בין אײַך טאַקע אַ גוטער פֿרײַנט, לאָז מיך גאָט העלפֿן אַ הונדערט־חלק, װאָס איך װינטש אײַך! איר האָט, דאַכט זיך, גוט געזען, װי אַזױ איך האָב אײַך געדינט נאָך אין די גוטע יאָרן, בשעת איר זײַט נאָך געזעסן אױף דער גרױסער דאַטשע, ― געדענקט איר? ― האָב איך אײַך געקױפֿט אַ בהמה פֿאַר אַ פֿופֿציקער, איז זי געװען אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ פֿינף און פֿופֿציק. אײַ, זי איז אױפֿן דריטן טאָג געפּגרט? בין איך ניט שולדיק: למאַי די אַנדערע בהמה, װאָס איך האָב אײַך געגעבן, איז אױך געפּגרט?… איר װײסט אַלײן גאַנץ גוט, װי אַזױ דאָס האָט מיך געקרענקט; איך בין דעמאָלט אַרומגעגאַנגען אָן אַ קאָפּ! איך װײס? דאַכט זיך, פֿונעם שענסטן און פֿונעם בעסטן, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן און אײַך אױך, אם־ירצה־השם, אױפֿן נײַעם יאָר, עס זאָל זײַן, װי זאָגט איר, חדש ימינו כּקדם… און מיר זאָל גאָט העלפֿן אין מײַן פּרנסה, איך זאָל זײַן געזונט מיט מײַן פֿערדל, להבֿדיל, און מײַנע בהמות זאָלן זיך מעלקן אַזױ פֿיל, אַז איך זאָל אײַך קאָנען דינען אױף װײַטער אױך מיט מײַן קעז און פּוטער על־צד־היותר־טובֿ, אײַך און אַלע יעהופּעצער נגידים, גאָט זאָל געבן הצלחה און פּרנסה און אַלדאָס גוטס מיט גרױס נחת. און אײַך פֿאַר אײַער טירחה, װאָס איר זײַט זיך מטריח פֿון מײַנעטװעגן, און פֿאַר דעם כּבֿוד, װאָס איר טוט מיר אָן דורך אײַער ביכל, זאָג איך אײַך נאָכאַמאָל: קטנתּי! פֿאַרװאָס קומט מיר אַזאַ שטרײַמל, אַז אַ װעלט מיט מענטשן זאָלן פּלוצעם געװאָר װערן, אַז אױף יענער זײַט בױבעריק, ניט װײַט פֿון אַנאַטעװקע, געפֿינט זיך אַ ייִד, װאָס הײסט טבֿיה דער מילכיקער? נאָר מסתּמא װײסט איר דאָך װאָס איר טוט, קײן שׂכל באַדאַרף איך אײַך ניט לערנען, און װי אַזױ צו שרײַבן װײסט איר שױן אַלײן, און װײַטער מיטן איבעריקן דאָרטן פֿאַרלאָז איך מיך שױן אױף אײַער אײדלען כאַראַקטער, אַז איר װעט דאָרטן טאָן אין יעהופּעץ פֿון מײַנעטװעגן אַלצדינג, עס זאָל מיר פֿונעם ביכל עפּעס אַרױס אַ שטיקל טובֿה צו מײַן פּרנסה. איך באַדאַרף טאַקע, כלעבן, איצטערט נײטיק האָבן: איך רעכן, אם־ירצה־השם, אינגיכן אָנהײבן טראַכטן מכּוח חתונה מאַכן אַ טאָכטער; און אַז גאָט װעט שענקען, װי זאָגט איר, דאָס לעבן, איז אפֿשר טאַקע צװײ מיט אַמאָל… דערװײַל זײַט מיר געזונט און האָט אַ גליקלעכן תּמיד, װי עס װינטשט אײַך פֿונעם גאַנצן האַרצן פֿון מיר אײַער בעסטער פֿרײַנט

טבֿיה.

יאָ, עיקר שכחתּי! אַז דאָס ביכל װעט פֿאַרטיק װערן, און איר װעט האַלטן בײַ שיקן מיר עפּעס געלט, זאָלט איר מוחל זײַן שיקן קײן אַנאַטעװקע, אױפֿן שוחטס נאָמען. איך האָב דאָרטן צװײ מאָל אין װינטער יאָרצײַט: אײן מאָל אָסיען־צײַט, פֿאַר „פּאָקראָװע“,Покров день: אַ פּױעריש יום־טובֿ אָקטאָבער 1 און דאָס אַנדערע מאָל אַרום „נאָװעגאָד“,Новый Год: נײַ־יאָר ― בין איך הײסט עס, דעמאָלט אַ שטאָט־ייִד. און װײַטער, גלאַט אַזױ בריװלעך קאָנט איר שיקן צו מיר גלײַך קײן בױבעריק, אױף מײַן נאָמען, בזה־הלשון: פּערעדאַט גאָספּאָדינו טעװעליו מאָלאָטשנאַהאָ יעװרײПередать господину Тевлу, молочного еврей: דערלאַנגט ר' טבֿיהן דעם מילכיקער.

דאָס גרױסע געװינס

אַ װוּנדערלעכע מעשׂה, װי אַזױ טבֿיה דער מילכיקער, אַ ייִד אַן אָרעמאַן, אַ מטופּל מיט קינדער, איז פּלוצעם מיטאַמאָל באַגליקט געװאָרן דורך אַ משונה־װילדן פֿאַל, װאָס איז כּדאַי, מע זאָל דאָס באַשרײַבן אין אַ ביכל. ― דערצײלט פֿון טבֿיהן אַלײן און איבערגעגעבן װאָרט בײַ װאָרט.

געשריבן אין יאָר 1895.