מנחם־מענדל: אַ בכּבֿודע פּרנסה

שלום עליכם (אַלע װערק)

(מנחם־מענדל ― אַ שרײַבער)

געשריבן אין יאָרן 1903―1909
אַ בכּבֿודע פּרנסה
(מנחם־מענדל ― אַ שרײַבער)

קאַפּיטל 1.

מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית הנה זײַ װיסן, אַז איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן אַלע געשעפֿטן, אַן עק, אױס בערזע, אױס סעמעדעני, אױס מעקלערײַ ― ס'איז גאָלע שװינדל מיט כאַפּערײַ, מיט בזיונות, מיט דער שװאַרציאָר װײס װאָס! איך האָב שױן הײַנט אַ נײַע פּרנסה, אַ שפּאָגל־נײַע פּרנסה, אַביסל אַ שענערע און אַ לײַטישערע פּרנסה ― איך בין געװאָרן למזל אַ שרײַבער. איך שרײַב! װעסטו דאָך מסתּמא פֿרעגן, װי קום איך צו שרײַבערײַ? ― ס'איז מן־השמים.

אױב דו געדענקסט פֿון מײַן לעצטן בריװ, האָב איך מיך דאָ אױף דער אַכסניא, װוּ איך האַלט סטאַנציע, באַקענט מיט אײנעם אַ שרײַבער, װאָס שרײַבט אױף די גאַזעטן, און דערפֿון טאַקע לעבט ער. דהײַנו, װיִאַזױ? ער זעצט זיך אַװעק און שרײַבט אָן אַ זאַך און שיקט עס אַװעק, און מע דרוקט עס אָפּ, און אַז מע דרוקט עס אָפּ, באַקומט ער באַצאָלט פֿון דער שורה, אַ קאָפּיקע אַ שורה, װיפֿל שורות, אַזױ פֿיל קאָפּיקעס. האָב איך מיך מישבֿ געװען: גװאַלד, רבונו־של־עולם, מיט װאָס בין איך ערגער פֿון אים? די גרױסע תּורה װאָס דאָ איז? דאַכט זיך, איך האָב אױך געלערנט אין אַ חדר, און אַ האַנט צום שרײַבן האָב איך אַ שענערע װי ער, ― אפֿשר װאָלט איך מיך אַ פּרוּװ טאָן און געבן אַ שרײַב אַרײַן אין אַ ייִדיש בלאַט? װאָס קומט מיר דערפֿאַר? קעפּן װעט מען דאָך מיך ניט! ממה־נפֿשך, יאָ ― יאָ, נײן ― נײן! ― און גײ און שרײַב אַװעק אַ בריװ גלײַך אין דער רעדאַקציע אַרײַן, אַזױ און אַזױ, און איך דערצײל זײ אױס מײַן גאַנצע ביאָגראַפֿיע. װיִאַזױ איך האָב אַמאָל געקנאַקט אױף דער בערזע, אין אַדעס און אין יעהופּעץ, איבערגעדינט כּל־העבֿודה־זרות, געהאַנדלט און געמעקלערט מיט „לאָנדאָן“ און מיט „פּאַפּירלעך“ און מיט „יקנה″ז“ אין די מיליאָנען אַרײַן, געװען זיבן און זיבעציק מאָל אָט אַ נגיד און אָט אַ קבצן, אָט אַ גבֿיר און אָט אַן אבֿיון. הקיצור, איך האָב נישט געזשאַלעװעט מײַן טירחה און האָב זײ אַרױסגעשריבן אַלצדינג באַריכות, אפֿשר אױף צען זײַטלעך. און געבעטן האָב איך זײ, זײ זאָלן מיר ענטפֿערן, אױב עס געפֿעלט זײ מײַן שרײַבעכץ, װעל איך זײ שרײַבן און שרײַבן. קומט מיר נישט אָן, מײנסטו, אין אָנדערהאַלבן חדשים אַרום פֿון דער רעדאַקציע אַן ענטפֿער? זײ שרײַבן מיר, אַז מײַן שרײַבעכץ געפֿעלט זײ דװקא זײער גוט, און לײגן מיר פֿאָר, איך זאָל זײ אַרױסשרײַבן די אַלע מײַנע באַשרײַבעכצן באַריכות; און אױב מײַנע באַשרײַבעכצן װעלן זײַן גוט באַשריבן, װעלן זײ מײַנע באַשרײַבעכצן מיט פֿאַרגעניגן אָפּדרוקן אױפֿן בלאַט און װעלן מיר באַצאָלן פֿאַר דער שורה, אַ קאָפּיקע אַ שורה. דו פֿאַרשטײסט? װיפֿל שורות, אַזױ פֿיל קאָפּיקעס. האָב איך באַלד געגעבן אַ כאַפּ אױף דער פּען, װיפֿל למשל, קאָן איך אָנשרײַבן? צום אַלעם מינדסטן רעכן איך, אַז איך קאָן אין אַ לאַנגן זומערדיקן טאָג אָנשרײַבן גוטע טױזנט שורות. מאַכט דאָס ניט אַ צענערל אַ טאָג? האָבן מיר אַ קײַמא־לן, הײסט דאָס, פֿון כּמעט דרײ־הונדערט רובל אַ חודש. נישקשה פֿון אַ זשאַלאָװאַניע, װי מײנסטו? און נישט לאַנג געטראַכט, האָב איך מיר געקױפֿט אַ פֿלעשל טינט מיט אַ ריז פּאַפּיר און האָב מיך אַװעקגעזעצט צו דער אַרבעט. און מחמת איך האַלט סאַמע אין רעכטן שרײַבן, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אין די װײַטערדיקע בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך זאָלן לעבן, און שװער און שװיגער, און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. אַז דער אײבערשטער װעט העלפֿן און איך װער פֿאַרטיק מיט מײַן באַשרײַבעכץ, דאָס הײסט, מיטן נאָמען פֿונעם באַשרײַבעכץ, מחמת איך האָב נאָך ניט קײן נאָמען, אַזױ שיק איך עס אַװעק באַלד אַהין אין דער רעדאַקציע, און בעט, מע זאָל דיר אַרױסשיקן אױף דײַן נאָמען קײן כּתרילעװקע עטלעכע קערבלעך עד־לחשבון. איך װיל, זוגתי היקרה, אַז דו זאָלסט אױך הנאה האָבן פֿון מײַן איצטיקער פּרנסה. ס'איז אַביסל לײַטישער פֿון מעקלערײַ: בײַ מעקלערײַ הײסט עס „קאַרטאַזש“, און בײַ שרײַבערײַ רופֿט מען דאָס „גאָנעראַר“… אַ זיס קערבל אָט דאָס גאָנעראַר, אַ גרינגס און בכּבֿודיקס…

הנ″ל.
קאַפּיטל 2.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מהור″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, מײַן ליבער און מײַן באַשערטער, װאָס װעט זײַן פֿון דיר? עס נעמט דאָך דיך קײן קױל נישט! ניט מיט גוטן, ניט מיט בײזן! שיס אין דער װאַנט אַרײַן! די מאַמע זאָל לעבן ― אירע װערטער מעג מען פֿאַרשרײַבן: „אַ קראַנקער, זאָגט זי, װעט געזונט װערן, אַ שיכּור װעט זיך אױסניכטערן, אַ שװאַרצער װעט װײַס װערן, און אַ נאַר װעט בלײַבן אַ נאַר“… און זאָג אפֿשר, אַז זי איז אומגערעכט! באַרעכן זיך, װאָס דו האָסט אָפּגעטאָן, זינט איך קען דיך פֿאַר אַ מאַן, אַז אָך און װײ איז מיר, ― איז דיר נאָך קאַרג, גײסטו אױף דער עלטער און פֿאַרשטעלסט זיך פֿאַר אַ מאַרשעליק! אַ „רײַבער“ געװאָרן און „רײַבט“! און סע געפֿינען זיך נאָך אַזעלכע נאַראָנים, װאָס זײ צאָלן דערפֿאַר. װער װײס, װאָס דו קאָנסט מיט דײַנע באַשרײַבעכצן אָנאַרבעטן חלילה. איך בין שױן אַ געלערנטע. װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „פֿאַר אַ געשלאָגענעם הונט טאָר מען קײן שטעקן ניט װײַזן“… בראָש קלײַבט ער זיך אױס אַלע מאָל גרינגע פּרנסות, לופֿטיקע פֿײגעלעך. גאָר ניט. ער װעט זיך זיצן אין יעהופּעץ אױף דער סטאַנציע און װעט „רײַבן“, און איך װעל זיך װאַלגערן דאָ אין כּתרילעװקע מיט זײַנע קינדער און קרענקען אױף דער „פֿלענציע“! שױן אַ װאָך דרײַ, אַז זי האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט צו אונדז, די „פֿלענציע“, און װיל גאָר נישט אַרױס. אױסגעקײַקלט פֿון קלײן ביז גרױס… און װאָס דו ביסט מנדר דאָס געלט פֿון דײַנע שרײַבעכצן, דאַנק איך דיר באַצײַטנס. דײַנע יעהופּעצער פֿײַנע בריות מעגן עס פֿאַרמאָגן אױף אײן װאַרמעס, װאָס דו װעסט זיך שױן דאָרטן אָננעמען „גאָלענאַר“. דו ביסט אַלײן אַ גאָלע נאַר, דאָס הײסט, פֿון אױבן ביז אַראָפּ ― נאַר… און אױב דו װילסט, איך זאָל ניט גײן יונגערהײט פֿון דער װעלט, און דײַנע קינדער זאָלן חלילה ניט בלײַבן קײן יתומים, זאָלסטו זיך אַרױסשלאָגן פֿונעם קאָפּ אַלע דײַנע לופֿטיקע פּרנסות מיט דײַנע זיסע שרײַבעכצן, און קומען צו פֿאָרן אַמאָל אַהײם, צו דײַן װײַב און קינדער, צו דײַנע שװער און שװיגער, װעסטו זײַן, אם־ירצה־השם, אַ גאַסט, װי די מאַמע זאָגט: „באָדײַ דעם אױװן צעװאַלגערן“… װי עס װינטשט דיר פֿיל געזונט און אימער גליק הײַנט און אַלע מאָל

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

משה דוד דעם קאָלעקטאָר געדענקסטו, צי נײן? האָט ער זיך מישבֿ געװען און האָט שױן לאַנג געװאָרפֿן אַן אומחן אױף זײַן װײַבל, געװאָלט פּטור װערן פֿון איר, ניט געװוּסט װי אַזױ; נעמט ער און פֿאָרט אַװעק אין אַמעריקע. האָט זי אים געפּאַקט בײַ דער גרענעץ און געמאַכט אַזאַ סקאַנדאַל, אַז ער װעט דאָס פֿאַרזאָגן אַ צענטן. אַ ליטװאַק קאָן! מײַנע צרות אױף זײַן קאָפּ!

קאַפּיטל 3.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית הנה זײַ װיסן, אַז עס װעט, אם־ירצה־השם, זײַן רעכט. איך שטײ שױן, דאַנקען גאָט, אָפּגעדרוקט אױפֿן בלאַט גלײַך מיט אַלע שרײַבערס און איך פֿיל מיך איצטער עפּעס גאָר אַן אַנדער מענטש. די ערשטע מינוט, אַז איך האָב דערזען מײַן נאָמען אױפֿן בלאַט אָפּגעדרוקט: מנחם־מענדל ― האָבן זיך מיר אַזש געשטעלט טרערן אין די אױגן. דו מײנסט, מחמת װאָס? נאָר מחמת גוטסקײט, װאָס סע געפֿינען זיך אַזעלכע גוטע, פֿײַנע, לײַטישע מענטשן אױף דער װעלט. איך מײן טאַקע די רעדאַקציע. על־פּי שׂכל דאַרף מען פֿאַרשטײן, אַז איך בין מסתּמא בײַ איר נישט קײן בן־יחיד, ס'איז דאָ גענוג שרײַבערס אָן מיר אױך. פֿונדעסטװעגן, האָט זי זיך ניט געפֿױלט און האָט זיך אַװעקגעזעצט און האָט איבערגעלײענט מײַן באַשרײַבעכץ, װי עס זעט אױס, פֿון טאָװל ביז טאָװל, און ענטפֿערן ענטפֿערט זי מיר אין בלאַט, דאָס הײסט, אין בריװקאַסטן, אַז מײַן באַשרײַבעכץ איז איר געפֿעלן, נאָר ס'איז אַביסל צו לאַנג ― איז נומער אײנס. והשנית, פֿאַרלאַנגט זי פֿון מיר, איך זאָל איר ניט אױסטראַכטן מעשׂיות פֿונעם קאָפּ; זי װיל נישט מער בילתּי איך זאָל איר שילדערן (אַזױ טאַקע מיט דעם לשון) דאָס לעבן פֿון דער שטאָט יעהופּעץ מיט אַלע אירע טיפּן. די משמעות, אַז זי װיל װיסן, װאָס בײַ אונדז אין יעהופּעץ טוט זיך, װאָס דען איז דער פּשט „טיפּן“?… אַיאָ, אַן אײדלקײט פֿון אַ רעדאַקציע? קאָן מען דאָך שױן אַזױ גראָב ניט זײַן און ניט אָפּלײגן אױף מאָרגן. האָב איך אױסגעטאָן די קאַפּאָטע און איך האָב מיך אַװעקגעזעצט און איך שרײַב איר ― שױן דער דריטער טאָג, אַז איך שרײַב און שרײַב, און סע הערט זיך גאָר ניט אױף צו שרײַבן! און מחמת איך בין זײער פֿאַרנומען מיט מײַן שרײַבן און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדער, און שװער און שװיגער, און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. איך בעט דיך, שרײַב מיר, צי האָסטו מקבל געװען עפּעס מעות פֿון דער רעדאַקציע? מחמת איך האָב זי געבעטן, אַז זי זאָל דיר שיקן דערװײַל, עד־לחשבון, עפּעס אַזעלכע עטלעכע קערבלעך. ממה־נפֿשך, אַ רענדל אַראָפּ, אַ רענדל אַרױף ― מיר װעלן זיך מיט איר אױסרעכענען.

הנ″ל.
קאַפּיטל 4.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איך מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מהור″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז איך שפּײַ שױן מיט בלוט פֿון דײַנע זיסע בריװלעך. װער איז דאָס דאָרטן אָט די יפֿהפֿיה דײַנע, װאָס דו האָסט אױסגעטאָן צוליב איר די קאַפּאָטע און ביסט געװאָרן מיט איר קוצעניו־מוצעניו? לאָז זי דיר ברענען אױפֿן פֿײַער אינאײנעם מיט איר געלט. איך דאַרף זי אױף סים־סאָט כּפּרות, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „שענק מיר ניט דײַן האָניק און גיב מיר ניט דײַן ביס“… מאָל דיר, דײַן רעדאַקציע מעג שױן דעמאָלט קרענקען, װען זי װעט מיר שיקן מעות ― מיאוס און מאָוס זײַנען מיר שױן געװאָרן דײַנע שרײַבעכצן, װאָס דו שרײַבסט מיר. און אױב אַפֿילו ס'איז מיר שױן באַשערט, אַז מײַן מאַן זאָל זײַן אַ שרײַבער, פֿאַרשטײ איך ניט, װאָס דאַרף מען צוליב דעם זיצן אין יעהופּעץ? ניטאָ קײן טינט אין כּתרילעװקע? נאָר מסתּמא מוז דאָך דאָ זײַן עפּעס אַ הינטער־פֿיסל, אַ שמד־שטיק, װי זאָגט די מאַמע: „צעבײַס דעם עפּל, װעסטו געפֿינען אַ װאָרעם“… לכן, בעלי היקר, נעם צונױף דײַנע שרײַבעכצן און קום צו פֿאָרן אַהײם גאָר אָן אַ שום תּירוץ, װאָרעם איך קאָן ניט צוזען דעם צער פֿון די קינדער. זײ פֿרעגן זיך נאָך אַלע מאָל: װען קומט דער טאַטע? לײג איך זײ אָפּ פֿון פּסח אױף סוכּות און פֿון סוכּות אױף פּסח. װער שמועסט, משה־הערשעלע, מיר זאָל זײַן װאָס פֿאַר אַ חכם דאָס איז, קליגער פֿונעם טאַטן, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק הײַנט און אַלע מאָל

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

װאָס זאָגסטו אױף מײַן ברײַנדלען? זי גט זיך שױן מיטן צװײטן מאַן. קײנער װײס ניט, איבער װאָס. נאָר בסוד האָט ער מיר באַװיזן אַ האַנט פֿול מיט בלױע צײכנס. ער איז איר מוחל, זאָגט ער, דעם נדן מיט איר צירונג, אַבי פּטור װערן פֿון אַ שלאַק. װי זאָגט די מאַמע: „בעסער אַ לױט מזל אײדער אַ פֿונט גאָלד“… אונדזער גאַנצע משפּחה האָט נישט קײן גליק צו מאַנען…

קאַפּיטל 5.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית הנה זײַ װיסן, אַז איך האָב שױן אױסגעשריבן צװײ פֿלעשלעך טינט, איך האַלט שױן בײַם דריטן. אַ קלײניקײט ― באַשרײַבן אַזאַ שטאָט, װי יעהופּעץ! אָנהײבן האָב איך אָנגעהױבן פֿון דער אַכסניא, דאָרט װוּ איך האַלט סטאַנציע, און האָב זיך גענומען, ראשית־חכמה, צו דער בעל־הביתטע. װעסטו דאָך פֿרעגן: װאָס עפּעס צו דער בעל־הביתטע? װײַל ס'איז ניטאָ קײן בעל־הבית; זי איז אַן אַלמנה שױן פֿון דרײַצן יאָר. דער מאַן אירער איז געװען אַ סאָלדאַט, און זי איז געװען בײַ אים דאָס אַנדערע װײַב. גענומען האָט זי אים, זאָגט זי, צוליב דעם, זי זאָל מעגן נאָכדעם, אינעם זכות פֿון איר מאַן, װױנען דאָ אין יעהופּעץ, און האָט געהאַט מיט אים, זאָגט זי, אַ לעבן ― אַז אָך און װײ אױף אַלע שׂונאים, װאָרעם זי איז געװען סך־הכּל ייִנגער פֿון אים מיט גוטע צװאַנציק יאָר, און זי איז געװען, זאָגט זי, אַ בילד־פּאַרשױן מײדלװײַז; אַלע מאַנצבילן, ייִדן און קריסטן, זײַנען געװען נאָך איר די כּפּרה… און איצט דאַרף זי אַרױסקוקן, טאָמער װעט זיך מנחם־מענדלען פֿאַרגלוסטן אַמאָל עסן אַ באָרשט, אָדער אַ שטיקל פֿלײש מיט כרײן, און דערפֿון אױסהאַלטן אַ זון אַ גימנאַזיסט און אַ טאָכטער אַ גימנאַזיסטקע, װאָס טאָן טוען זײ גאָרנישט, העלפֿן איר ניט פֿון דאַנען אַהין, און מע קוקט אַרױס, אַז די מאַמע זאָל צוטראָגן דאָס גרײטע גלײַך אין מױל, אינדערפֿרי דאָס גלעזל קאַװע אין בעט אַרײַן, און שפּעטער, געקומען פֿון דער גימנאַזיע, איז נישט געפֿרעגט, צי ס'איז דאָ פֿאַר װאָס, צי ס'איז ניטאָ פֿאַר װאָס ― דער אָנבײַסן מוז שטײן אױפֿן טיש, און טאָמער נישט אַזױ גיך ― איז הימל עפֿן זיך. אָט אַזעלכע קינדער זײַנען דאָס. אַנומלטן האָט זיך דאָס מײדל, די גימנאַזיסטקע, אינדערפֿרי צעשריגן, למאַי ס'איז ניטאָ קײן זײף, און איז אַרײַנגעלאָפֿן האַלב נאַקעט, מיטן גאַנצן האַלדז אין דרױסן, אין שטוב אַרײַן צו די אורחים, װאָס זײַנען געזעסן בײַם טיש און געטרונקען טײ, און האָט זיך צעלאָזט אױף דער מוטער מיט אַ גװאַלד: „שטאָ זאַ סװינסטװעшто за свинстве: װאָס, דער רוח זאָל כאַפּן!“ האָבן מיר זיך שױן ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָבן זי גענומען שטראָפֿן: סטײַטש, אָט דערױף שטודירט מען אין די גימנאַזיעס? „לא־די, זאָג איך, װאָס די מאַמע דײַנע האָרעװעט אַזױ, פּוצט דיר די שיכלעך בשעת דו שלאָפֿסט…“ אַזױ רוף איך מיך אָן צו דער טאָכטער און װיל ערשט אָנהײבן זאָגן מוסר, אַז סע פֿאַלט ניט אָן אױף מיר דאָס בחורל: „אַ װאָס קאַקאַיאַ דיעלאָкакая дело: װאָס איז דער מער!“… און האָט מיך גענומען באָדן, װי אַ רעכטער עזות־פּנים! האָט דאָס מיך שױן גוט פֿאַרדראָסן און איך האָב אַרומגעשריבן די דאָזיקע אַלמנה נעבעך מיט אירע שײנע קינדער, און איך פֿאַרהאָף, אַז ס'װעט זיך אָפּדרוקן, װעט דאָס זײַן דער בעסטער מוסר. די װעלט איז גענוג גרױס! ס'איז פֿאַראַן מסתּמא נאָך אַזעלכע אָרעמע אַלמנות און נאָך אַזעלכע קינדער גימנאַזיסטן און גימנאַזיסטקעס, װאָס טוען זײערע מוטערס צום טױט… הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן, זוגתי היקרה, פֿאַר װאָס מע צאָלט מיר געלט? און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך זאָלן לעבן, און שװער און שװיגער, איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. װאָס דו פֿרעגסט זיך נאָך, װער איז די רעדאַקציע, האָסטו, אַ פּנים, ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָס איז. אַ רעדאַקציע איז ניט אײן מענטש, נאָר עטלעכע מענטשן, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעלײגט און גיבן אַרױס אַלע אינאײנעם אַ גאַזעט. די גאַזעט צעשיקט מען אין אַלע שטעט און מע לײזט פֿאַר איר געלט. נאָר אַזױ װי אַ גאַזעט דאַרף האָבן שטאָף, בעט אונדז די רעדאַקציע, אַז מיר זאָלן שרײַבן, און צאָלט אונדז דערפֿאַר געלט. טוען מיר איר צוליב, דאָס הײסט, מיר שרײַבן, און זי דרוקט. הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ געשעפֿט?

הנ″ל.
קאַפּיטל 6.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מהור″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז איך האָב געלײענט דײַן בריװ און נישט געגלױבט מײַנע אױגן. אַ בײזער חלום און גענוג. געפֿונען אַ נײטיקע זאַך צו באַשרײַבן! אַן אַלמנה האָט אים גאָט באַשערט מיט קינדער, דער רוח װײס װאָסערע ― און ער לײגט אױף איר רחמנות און מאַכט פֿון איר אַ גאַנצן צימעס. װען איך בין אױף דײַן אָרט אין יעהופּעץ, װאָלט איך דאָס בחורל אַנדערש באַשריבן, און די מױד מיט די נאַקעטע פּלײצעס װאָלט איך אַװעקגעזעצט אין קיך, אױף דער פֿלײשיקער באַנק, לאָז זי שײלן קאַרטאָפֿליעס, ניט איך זאָל זײ זאָגן מוסר. אַ מוסר־זאָגער געװאָרן מײַן מאַן, אַ בעל־דרשער, און מע צאָלט אים, זאָגט ער, דערפֿאַר געלט, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „פֿאַראַן אַלערלײ משוגעים אױף דער װעלט“… מיר דאַכט, אַז אײדער אַרײַנקוקן אין פֿרעמדע טעפּ און מישן זיך צו יענעמס קינדער, איז גלײַכער, עס זאָל דאַרן דער קאָפּ פֿאַר אײגענע. דו קערסט, דאַכט זיך, אָן דײַנע קינדער אַ טאַטע, צי נײן? זאָלסט הערן, װי משה־הערשעלע לערנט שױן קמץ־אַלף ― מעג דײַן יעהופּעצער אַלמנה מיט דער רעדאַקציע אינאײנעם זײַן פֿאַר אים די כּפּרה. ס'זאָל מיר זײַן גוט אױפֿן האַרצן, װאָלט איך אים אַראָפּגענומען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע מיט די איבעריקע קינדער און װאָלט דיר אַװעקגעשיקט אַהין, זאָלסט כאָטש זען, װעמען דו האָסט פֿאַרביטן אױף אַלמנות מיט רעדאַקציעס, מיט צרות און מיט שלעק, װי עס װינטשט דיר פֿיל געזונט און אימער גליק הײַנט און אַלע מאָל

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.
קאַפּיטל 7.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית הנה זײַ װיסן, אַז איך בין שױן מיט דער בעל־הביתטע פֿאַרטיק און האָב מיך גענומען צו די אורחים פֿון דער אַכסניא, דאָס הײסט, איך באַשרײַב אַלע שלימזלען, װאָס שטײען מיט מיר אױף אײן סטאַנציע. איך קאָן מיך באַרימען, אַז ס'איז מיר קײן עין־הרע, געראָטן. אײן שלימזל גרעסער פֿונעם אַנדערן. נאָר דער גרעסטער פֿון אַלע איז דער, װאָס מע רופֿט בײַ אונדז „דער מוצלח“. פֿון אים איז דאָ אַזױ פֿיל צו שרײַבן, אַז ס'װעט ניט קלעקן ניט קײן פּאַפּיר, ניט קײן טינט. אַלײן איז דער יונגערמאַן פֿון זשװאַנעץ, אַן אײדעם איז ער געװען פֿריִער אַ לאַדיזשינער און נאָכדעם אַ סאָראָקער, באַזעצט האָט ער זיך אין קאַטערינעסלאַװ, און דאָרט איז ער אַרױסגעפֿאָרן מיטן ערשטן געשעפֿט, אָנגעהױבן האַנדלען מיט גאָלד, דאָס הײסט, חבֿרה האָבן אים פֿאַרקױפֿט עטלעכע זעקלעך גאָלד, צוגענומען דאָס גאַנצע ביסל מזומנס, און ס'האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז געהאַנדלט האָט ער זאַמד. איז אים געװאָרן שלעכט, כאָטש װאַרף זיך אַ לעבעדיקער אין ניעפּער אַרײַן, האָט ער גענומען דאָס שטעקל, אַרױס אױף דער בערזע, צונױפֿגעפֿירט אַ װאַנט מיט אַ װאַנט, געמאַכט עטלעכע קערבלעך און מודיע געװען אין די גאַזעטן, אַז ער זוכט אַ געשעפֿט מיט אַ שותּף. ס'האָט לאַנג ניט געדױערט, האָט זיך אָפּגעזוכט אַ שותּף מיט אַן אײַזנגעשעפֿט, דאָס הײסט, ער האָט געקױפֿט מיטן שותּף אַ שטיקל ערד בײַ קריװאָראָג, עפֿרות־זהבֿ. מע האָט זײ געװאָלט געבן דערפֿאַר כּמה אַלפֿים אָפּטרעט־געלט. האָט ער געזאָגט: אָדער אַ האַלבן מיליאָן, אָדער גאָרניט. איז געװאָרן גאָרניט. האָט ער זיך

אַ װאָרף געטאָן צו ערדקױלן, דערטאַפּט אַן אינזשענער אַ דײַטש, דאָס הײסט, אַ ייִד װאָס רעדט דײַטש, און האָט געדונגען מיט אים אַ שאַכטע, און דװקא אין גלײַכן געלט, און מע האָט זיך אַװעקגעשטעלט צו דער אַרבעט, גראָבן קױלן. האָט זיך געעפֿנט אַ קװאַל, מע װײס ניט פֿון װאַנען, אַ מבול. האָט מען אַװעקגעשטעלט צװײ מאַשינעס אױף אױספּאָמפּען דאָס װאַסער. אָט פּאָמפּעט מען, אָט קומט אָן נאָך ― אַ מעשׂה אָן אַן עק. האָט ער אַ שפּײַ געטאָן אױפֿן דײַטש און האָט זיך באַקענט מיט אַ ייִדן, װאָס קױפֿט צונױף אײער, אָנגעשלאָגענע, ניט קײן פֿרישע, און מאַכט פֿון די געלעכלעך עפּעס אַ מין זאַך, איך האָב פֿאַרגעסן װי אַזױ מע רופֿט דאָס. דאַרף זיך טרעפֿן, אױף זײַן גליק פּלאַצט אַ מאַשינע, און דער ייִד מאַכט פּליטה און לאָזט אים איבער אײנעם אַלײן מיט די צעשפּאָלטענע אײער. האָבן זײ באַקומען אַזאַ ריח, אַז מע האָט אים געמאַכט אַ פּראָטאָקאָל. האָט ער געמוזט אײנמאָל בײַנאַכט אַרױסשפּרינגען דורך אַ פֿענצטער און מאַכן אַ ויבֿרח ― און לאָז זיך קאַטערינעסלאַװ האַלטן מיט די אײער. אַביסל געלט האָט ער געהאַט, איז ער אַװעק פֿון דאָרטן קײן קרעמענטשוק און האָט געעפֿנט מיט אײנעם בשותּפֿות אַ פֿאַבריקע פֿון גילזעס. באַדאַרף ער אָנטרעפֿן אױף אַ שותּף, װאָס איז אַ גרױסער ליבהאָבער פֿון שאָך, און אַזױ װי ער אַלײן איז אױך אַ ליבהאָבער פֿון שאָך, ער קאָן אַװעקזיצן, זאָגט ער, אַ טאָג מיט אַ נאַכט, ניט עסן, ניט טרינקען, ניט שלאָפֿן, אַבי שפּילן אין שאָך, האָבן זײ בײדע אַזױ לאַנג געשפּילט אין שאָך, ביז זײ זײַנען געבליבן בײַ די לײדיקע קעסטלעך אָן גילזעס. װוּ זײַנען אַהינגעקומען די גילזעס ― װײס מען ניט. דערװײַל האָט ער דערהערט, אַז אײנער אַן אַפּטײקער אין אַ קלײן שטעטל ניט װײַט פֿון קרעמענטשוק פֿאַרקױפֿט אױס אַ גאַנצע קראָם מיט פֿאַרשײדענע סחורות בזיל הזול, טאַקע אַ כּשרע מציאה. איז ער אַװעק און האָט אָפּגעהאַנדלט בחצי־חינם דאָס גאַנצע ראַמשל און האָט זיך גענומען פּאַקעװען די סחורה, און ס'איז אים געשטאַנען דערבײַ פֿאַרדינען אַ מטמון מיט גאָלד. דאַרף זיך טרעפֿן אַן אומגליק, אַז צװישן דער סחורה זאָל זיך געפֿינען אַ קעסטל פּולװער. האָט זיך מישבֿ געװען דאָס קעסטל פּולװער, פֿאָרנדיק אין װאַגאָן, און טוט אַ שאָס און צעשיסט דעם װאַגאָן און שיסט אָפּ אַ פֿוס דעם קאָנדוקטאָר ― ער איז קױם אַרױס מיטן לעבן. װאָס זאָגסטו אױף דעם „מוצלח“? ער זאָגט אַלײן אױף זיך, אַז ער טוט אַ קוק אַרײַן אין טײַך אַרײַן ― פּגרן אױס אַלע פֿיש. װי דו קוקסט אים אָן, איז ער צו די צרות נאָך אַ װערטל־זאָגער אױך. אַלײן איז דאָס אַ קלײנטשיקס און אַ רירעװדיקס, מיט ברענענדיקע אײגעלעך. דאָס קאַפּעליושל איז בײַ אים פֿאַררוקט אַהינטער, די הענט אין די קעשענעס, און דער מוח אַרבעט ― קאָנבינאַציעס, אָן אַ שיעור קאָנבינאַציעס! ער זאָגט, אַז ער מוז „נעפּרעמעננאָнепременно: זיכער“ זײַן אַ מיליאָנער, אַניט ― הײבט ער זיך אױף און פֿאָרט אַװעק קײן אַמעריקע. דאָרט האָט ער שױן גאָר קײן דאגה ניט. מיך רעדט ער צו, איך זאָל מיט אים אױך פֿאָרן קײן אַמעריקע. ער זאָגט, אַז אַזעלכע מענטשן װי מיר װערן אין ערגעץ ניט פֿאַרפֿאַלן. נאָר משוגע װעל איך װערן ― אַװעקװאַרפֿן אַזאַ בכּבֿודע פּרנסה, װי דאָס שרײַבערײַ, און פֿאָרן זוכן גליקן! און מחמת איך בין זײער פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך, און שװער און שװיגער, און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. איך פֿאַרשטײ ניט, פֿאַר װאָס איך האָב ניט קײן שום ענטפֿער פֿון דער רעדאַקציע אױף מײַנע ערשטע אַרבעט, װאָס איך האָב איר אַװעקגעשיקט. נישט קײן ענטפֿער, נישט קײן געלט. איך האָב איר שױן געשריבן דרײַ בריװ. איך רעכן, אם־ירצה־השם, הײַנט ― מאָרגן האָבן פֿון איר תּשובֿה.

הנ″ל.
קאַפּיטל 8.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מהור″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז װי דו װעסט נאָר באַקומען דאָס דאָזיקע בריװל, זאָלסטו, למען־השם, קומען צו פֿאָרן אַהײם, װאָרעם מײַן טאַטע נעבעך איז מסוכּן קראַנק. ס'איז שױן געװען אַ קאָנסיליום פֿון דאָקטױרים, האָבן זײ געפֿונען, אַז ער האָט, אַז אָך און װײ, װאַסער אין בױך. די װײטיקן, װאָס ער טראָגט איבער, איז ניט צו צוזען. קאָנסט פֿאַרשטײן, אַז די מאַמע זאָל לעבן איז גאָר נישט צו דערקענען! מען קאָן זאָגן, אַז זי איז זיך מפֿקיר צוליב אים. זי זאָגט: „מיט אַ שכן אַז מע איז אָפּ דרײַסיק יאָר אין אײן שטוב איז אױך אַ רחמנות“… און דו זיצסט דאָרטן אין דעם שײנעם יעהופּעץ און באַשרײַבסט שלימזלען, די כּפּרה זאָלן זײ זײַן פֿאַר מײַן טאַטנס יאַרמעלקע, װי עס װינטשט דיר פֿיל געזונט און אימער גליק הײַנט און אַלע מאָל

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

געדענק זשע, למען־השם, באַלד אַרױספֿאָרן און קלאַפּן אַ דעפּעש.

קאַפּיטל 9.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית הנה זײַ װיסן, אַז דײַן בריװ איז געװען פֿאַר מיר װי אַ פּיסטױל אין האַרצן. איך זאָל האָבן פֿליגלען, װאָלט איך, װי אַן אָדלער, געפֿלױגן צו אײַך קײן קאַסרילעװקע, האָב איך אָבער ניט מיט װאָס צו רירן זיך. דער בעל־הביתטע פֿון דער אַכסניא בין איך שולדיק, אַז די האָר זײַנען ניט מײַנע. אַ חוץ װאָס איך האָב איר אָפּגעגעסן דעם קאָפּ, האָב איך בײַ איר נאָך אַלע מאָל איבערגעכאַפּט אױף פּאַפּיר און אױף טינט. איך האָב אַלץ געמײנט ― אָט־אָט. אַזױ פֿיל פּאַפּיר און טינט אױסגענוצט, אַזױ פֿיל שײנע זאַכן אױסגעטראַכט, אָפּגעשריבן זיך אַלע פֿינגער ― און די רעדאַקציע זאָל עס מיר אַפֿילו ענטפֿערן! זי האָט אָנגענומען אַ פֿול מױל מיט װאַסער און שװײַגט. זײער ניט שײן פֿון איר זײַט! ממה־נפֿשך: געפֿעלט אײַך ניט מײַן שרײַבן, דאַרפֿט איר מיר שרײַבן, װעל איך אױפֿהערן שרײַבן. יענעמס טירחה איז בײַ זײ, אַ פּנים, בלאָטע. ס'זאָל זײַן אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט, װאָלט ער זײ אױסגעזידלט אױף אַלע זײַטן. אָדער איך זאָל האָבן געלט, װאָלט איך זײ געקלאַפּט אַ דעפּעש: טױט אָדער רױט!… איך בין גאָר ניט אימשטאַנד דיר איבערגעבן דאָס עגמת־נפֿש מיט דעם האַרצװײטיק, מיט דעם אַראָפּפֿאַלן, װאָס מע איז בײַ זיך; עס לײגט זיך גאָרניט די פּען אױף צו שרײַבן מער. װאָס דאַרפֿסטו אַ סך? איך האָב געבעטן, מע זאָל מיר כאָטש שיקן די גאַזעט אומזיסט, ענטפֿערט מען מיר אױך נישט. איך זאָל אין דער צײַט געװען האַקן האָלץ, װאָלט איך, דאַכט זיך, אױך מער פֿאַרדינט. איך װײס ניט, װי אַזױ מיט אַנדערע שרײַבערס ― מיט מיר האָבן זײ זיך באַגאַנגען ערגער, װי מיטן לעצטן־שבלעצטן. צו די בערג טו איך מײַנע אױגן: מאַין יבֿוא עזרי ― אפֿשר װעט דער אײבערשטער העלפֿן, װאָרעם ס'איז באָו מים עד נפֿש, ערגער קאָן שױן גאָר ניט זײַן!… און מחמת איך בין זײער דערשלאָגן, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה און זאָל צושיקן דעם שװער אַ רפֿואה־שלמה. גאָט זאָל העלפֿן, מע זאָל זיך זען געזונט אַלע מיט די קינדערלעך, נאָך װעלכע איך בענק זײער שטאַרק, ממש עס גײט מיר אױס דאָס חיות.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. דער בריװ ליגט שױן בײַ מיר דעם אַנדערן טאָג, מחמת איך האָב ניט אױף קײן מאַרקע. איך האָב איבערגעטראַכט די גאַנצע צײַט, צו װאָס נעמט מען זיך, װאָס טוט מען און װאָס הײבט מען אָן צו טאָן? דאַכט זיך מיר, ס'איז שױן גאָר נישטאָ אַזאַ פּרנסה אױף דער װעלט, װאָס איך זאָל מיך אױף איר ניט װאַרפֿן. אײן זאַך נאָר האָב איך דורכגעלאָזט: שדכנות. עס שטײט בײַ אונדז אױף דער אַכסניא אַ ייִד אַ שדכן, און װעדליק ער דערצײלט, איז ער מאסף ממון. און אַ פּרנסה איז דאָס אפֿשר ניט אַזאַ בכּבֿודע, װי שרײַבערײַ, אָבער שענער פֿון מעקלערײַ איז דאָס געװיס. דער עיקר, אַבי דער אײבערשטער גיט אַ שטיקעלע הצלחה.

הנ″ל.
קאַפּיטל 10.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מהור″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז איך האָב דיר ניט װאָס צו שרײַבן. איך האָב געװיזן דײַן בריװ דער מאַמען, זאָגט זי, אַז איך בין אַלײן שולדיק. „װי אַזױ מען בעט זיך, אַזױ ליגט מען… זאָלסט געװען, זאָגט זי, מיך לאָזן זיך מיט אים איבערשרײַבן, מיטן שײנעם „גענײדעם“, װאָלט איך אים שױן לאַנג, זאָגט זי, אַראָפּגעבראַכט. איך װאָלט זיך ניט געפֿױלט, זאָגט זי, און װאָלט אַלײן זיך דורכגעפֿאָרן נאָך אים. אױף דײַן גליק, זאָגט זי, דאַרף דער טאַטע ליגן אױפֿן טױטן בעט און מיר בײדע דאַרפֿן זיך קױם האַלטן אױף די פֿיס“. דאָס געלט, װאָס איך שיק דיר דאָ, איז מײַן מאַמעס ― און װײס איר גוטסקײט. איך בעט גאָט, אַז מער זאָל איך פֿון דיר שױן קײן בריװלעך ניט האָבן, און װי נאָר דו װעסט אַרױספֿאָרן פֿון יעהופּעץ, אַזױ זאָל זיך עפֿענען די ערד און אײַנגעזונקען זאָל װערן די דאָזיקע שטאָט, אַזױ װי סדום, מיט אַלע אירע גאָלדענע געשעפֿטן, גליקן, מעקלערס, שדכנים, אַכסניות, באַלעבאָסטעס, רעדאַקציעס, װי עס װינטשט דיר פֿיל געזונט און אימער גליק הײַנט און אַלע מאָל

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.
סוף פֿונעם פֿערטן בוך.
עס פֿידלט נישט
(מנחם־מענדל ― אַ שדכן)
געשריבן אין די יאָרן 1900־1909.