אין שטורעם: 2.12: אײביקע װאַנדערער

שלום עליכם (אַלע װערק)

פֿינצטערע חושכדיקע נאַכט, װאָס ס'איז פֿאָרגעקומען דאָרט, אין די חושכדיקע, אָרעמע, שמוציקע ייִדישע גאַסן און געסלעך, אין די חושכדיקע, אָרעמע, שמוציקע ייִדישע הײַזער און הײַזלעך, בײַ די דערנידעריקטע, אָרעמע, הונגעריקע, אומגליקלעכע, נאַקעטע און באָרװעסע פֿאַרװאָרפֿענע, פֿאַרגעסענע און דערשלאָגענע ― ― ― נײן, זי װיל נישט דערצײלן, די שטילע פֿינצטערע חושכדיקע נאַכט, װאָס עס איז פֿאָרגעקומען דאָרט! אױך שװײַגט די שטילע פֿינצטערע חושכדיקע נאַכט פֿון די שטילע פֿינצטערע געהײמע פֿאַרזאַמלונגען אין שטילע פֿינצטערע געהײמע קעלערס, װוּ שטילע פֿינצטערע געהײמע מענטשלעך האָבן אױסגעטײלט די אַרבעט, זײ זאָלן זײַן גרײט צו „מאָרגנדיקן טאָג“… און נאָך און נאָך אַ סך זאַכן זײַנען אָפּגעטאָן געװאָרן אין דער דאָזיקער שטילער, פֿינצטערער חושדיקער נאַכט. און זי שװײַגט, די נאַכט. זי װאַרט אױפֿן ליכטיקן פֿרישן פֿרימאָרגן. ער װעט קומען, דער געװוּנטשענער ליכטיקער פֿרימאָרגן. ער װעט קומען און מע װעט עס אַלצדינג דערצײלן ― אין פֿרײדן.

קאַפּיטל 12.
אײביקע װאַנדערער

עס איז געװען אַ נאַסער, אַ קאַלטער פֿרימאָרגן, אײנער פֿון יענע קאַלטע נאַסע אָסיענדיקע טעג, װאָס מע זאָגט, אַז עס איז „אַן עבֿירה אַ הונט אַרױסצולאָזן אױף דער גאַס“. דער װאָקזאַל, אױף װעלכן עס האָבן זיך אַמאָל געטראָפֿן שאָסטעפּאַל מיט סאַפֿראַנאָװיטש דעם אַפּטײקער, בשעת זײערע קינדער זײַנען אָנגעקומען פֿון פּעטערבורג אַהײם אױף פּסח, איז געװען פֿול געפּאַקט מיט מענטשן, און איבערהױפּט ― די דריטע קלאַס. עס איז נישט געװען אַ נאָדל דורכצוּװאַרפֿן. מערסטנס פּאַסאַזשירן זײַנען געװען אַחינו־בני־ישׂראל. מע קאָן זאָגן, כּמעט לױטער ייִדן. געזעסן און געשטאַנען קעפּ אױף קעפּ װײַבער מיט קינדער מיט טשעמאָדאַנעס, טאָרבעס, זעק און פּעקלעך, און קישנס, קישנס, קישנס!… די פּנימער בײַ אַלע אָנגעשראָקענע, קוקן זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, ציטערן פֿאַר אַ געשרײ, פֿאַר אַ פֿײַף… נאָך די שמועסן פֿון די פּאַסאַזשירן דאַרף מען רעכענען, אַז דאָס זײַנען עמיגראַנטן, װאָרעם עס לאָזן זיך הערן די װערטער „ליבױ“… „האַמבורג“… „שיפֿסקאַרטן“… „אַמעריקאַ“ … דאָס װאָרט „אַמעריקאַ“ ― אָפֿטער פֿון אַלץ. דאָס װאָרט „אַמעריקאַ“ האָט פֿאַר זײ אַ באַזונדערע צוציִונגס־קראַפֿט, אַ מין כּישוף. דאָס איז אַ װוּנטש, אַן אידעאַל, װאָס אַ סך, אַ סך פֿון זײ האָבן לאַנג װעגן דעם געחלומט. אַמעריקאַ שטעלט זיך זײ פֿאָר װי אַ מין יענע װעלט, אַ מין גן־עדן הלװאַי, רבונו של עולם, מע זאָל זײ כאָטש אַרײַנלאָזן, נישט אָפּשיקן חלילה צוריק…

דאָס געשרײ איז גרױס, דער טומל מיטן לױפֿן מיטן שטופּן זיך איז נאָך גרעסער. צװישן די פּאַרשױנען זעט מען אײניקע מיט איבערגעבונדענע קעפּ, מיט אונטערגעבלױטע אױגן ― סימנים פֿונעם נאָך נישט פֿאַרהײלטן אומגליק, נאָך נישט אָפּגעקילטן פּאָגראָם…

― מע װעט אײַך דען אַרײַנלאָזן אין אַמעריקע מיט אַזאַ פֿאַסאָן? ― רײצט זיך אַ ייִנגל אַן עזות־פּנים, די הענט אין די קעשענעס, קעגן אַ ייִדענע מיט אַן אײַנגעקװעטשטן שטערן און מיט געלזוכט אין פּנים.

― אַ מכּה דער מאַמע דײַנער! ― ענטפֿערט אים די ייִדענע. ― אַבי איך האָב געזונטע אױגן, האָב איך דיך אין דער ערד!

אַ יונג װײַבל און זײגט אַ קינד און שלעפּט אַ ייִדן פֿאַר דער פּאָלע. זי װיל װיסן, צי מע לאָזט אַרײַן קײן אַמעריקאַ מיט זײגנדיקע קינדער? דער ייִד דאַװנט, קאָן איר נישט ענטפֿערן, טוט ער איר אַ מאַך מיט דער האַנט, װי אײנער רעדט: „דו ביסט נעבעך אַ גרױסע בהמה!“ און קוקט זיך אַרום בשעת־מעשׂה, צי זעט נישט דער זשאַנדאַרם, װי ער דאַװנט.

באַזונדער אין אַ װינקעלע זיצט אַ געזינדל: אַ פֿאָטער, אַ מוטער, זעקס קינדער; פֿיר ייִנגלעך, ― ייִנגלעך איז אין אַמעריקאַ, זאָגט מען, אַ גליק, זײ גײען אַרבעטן ― צװײ מײדלעך, ― מײדלעך, זאָגט מען, אין אױך אַ גליק אין אַמעריקאַ, זײ גײען אַרבעטן, און אַ באָבע מיט אַ זײדן זײַנען אױך דאָ. די באָבע װאָלט אפֿשר אױך געפֿאָרן מיט די קינדער קײן אַמעריקאַ, קאָן זי נישט איבערן זײדן, װײַל ער איז אַ בלינדער. אַ בלינדן לאָזט מען קײן אַמעריקאַ נישט אַרײַן. מוז זי דאָ בלײַבן מיטן אַלטן. סײַדן אַמאָל, איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר, װעלן זײ איר צושיקן פֿון דאָרטן אַ שיפֿסקאַרטע… דערװײַל זאָל ער נאָך לעבן. גענוג, אַז גאָט האָט אים געשטראָפֿט, מע האָט אים בשעת פּאָגראָם אױסגעשטאָכן בײדע אױגן, דערפֿאַר, װאָס ער האָט נישט געװאָלט זאָגן װוּ איז די קינדערס געלט, צװײ און צװאַנציק קערבלעך… און דער אַלטער זײדע גלעט די אײניקלעך איבער די קעפּלעך, װײנט מיט זײַנע בלינדע אױגן און זאָגט צו זײ:

― איך װעל אײַך שױן מער, קינדערלעך, אַ פּנים, נישט זען קײנמאָל! קײנמאָל אײַך נישט זען מער!…

צװישן די עמיגראַנטן קאָן מען דערקענען נחמיה דעם שוסטער, זײן װײַב זיסל און זײער עלטערן זון חײם. דער ייִנגערער, בעני, ליגט אױפֿן הײליקן אָרט נאָך אָן אַ מצבֿה. זײ האָבן אױספֿאַרקױפֿט װאָס זײ האָבן געהאַט און פֿאָרן אין אַזאַ לאַנד, פֿון װאַנען זײ װעלן שױן מסתּמא קײנמאָל צוריק נישט קומען.

― האָסט אַ טעות, אַלטער, מיר װעלן נאָך קומען צוריק אַלע, און איר אַװדאי…

אַזױ זאָגט חײם צום פֿאָטער און ער װיל אים אײַנרײדן“ אַז ער, חײם, פֿאָרט נישט אַהין אױף שטענדיק; און נישט צוליב זיך פֿאָרט ער, נאָר צוליב זײ. און זאָל זיך נאָר אַביסל איבערקאָכן אָט דאָ, װעלן אַלע פֿאָרן צוריק אַהער, „צו אונדז ” , אַזױ װי מע פֿאָרט אַצינד אַהין קײן אַמעריקאַ …

― אם ירצה השם! ― מישט זיך אַרײַן אַ ייִד אַ װילד־פֿרעמדער פֿון דער זײַט, װאָס שנײַדט דינע ריפֿטלעך ברױט מיט אַ קלײן שאַרף מעסערל און באַשמירט דאָס מיט אַ געלכל פֿון אַן אײ און בעט אױס אַביסל זאַלץ בײַ אַ פֿרעמדער ייִדענע מיט אַ פֿאַרװײנט פּנים צו זיך אין הױפֿן אַרײַן.

― אַהין געפֿאָרן, אַהער געפֿאָרן ― ישׂראליק פֿאָרט!

אַזױ רופֿט זיך אָפּ דער ייִד, װאָס האָט ביז אַהער געדאַװנט און איצט לײגט ער צונױף דעם טלית־ותּפֿילין, און די באַקן פֿלאַמען אים. ― אונדזער פֿאָלק ישׂראל, פֿאַרשטײט איר מיך, איז מקײם דעם פּסוק, װאָס גאָט האָט אַמאָל געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: לך־לך ― זאָלסט אַרױסגײן פֿון דײַן לאַנד און פֿון דײַן געבורטס־אָרט און פֿון דײַן פֿאָטערס הױז…

― אַ גליק האָט אונדז געטראָפֿן! ― רופֿט זיך אָפּ נאָך אַ זײַטיקער פּאַרשױן מיט אַ גילקע אױף אַן אױג, און אים ענטפֿערט אָפּ אַ דריטער, אױך אַ װילד־פֿרעמדער, נאָר אַ יונגערמאַן, װײַזט אױס, אַ שטיק אינטעליגענט, אָן פּאות און שטאַרק אונטערגעהאַקט דאָס בערדל:

― געװיס אַ גליק, װאָרעם װאַנדערן, גלות פּראַװען ― דאָס איז אונדזער געבאָט, אונדזער מיסיאָן. האָט איר פֿאַרשטאַנען, צי װער־װאָס? אין דעם טאָג, װאָס ייִדן װעלן אױפֿהערן אָפּריכטן גלות, װעלן זײ חלילה אױפֿהערן צו זײַן ייִדן…

דערזען, אַז די צוהערער קוקן אױף אים פֿאַרחידושט, פֿאַרענטפֿערט ער זיך:

― איר מײנט, ס'איז מײַנס? דאָס זאָגט אײנער אַ גרױסער, גאָר אַ גרױסער מענטש (און דרײט אױס מיטן גראָבן פֿינגער און זאָגט מיט אַ ניגון): „מה־דאָך, זאָגט ער, אַצינד, װען מיר זײַנען צו שאַנד און צו שפּאָט, פֿאָדערט מען, זאָגט ער, פֿון אונדז, מיר זאָלן זײַן ערלעכער און אָרנטלעכער און בעסער און פֿײַנער פֿאַר אַלעמען, הײַנט לא כּל שכן װאָס פֿאַר פּרעטענזיעס װעלן שױן האָבן, זאָגט ער, צו אונדז די פֿעלקער אין דער צײַט, װען מיר װעלן זײַן, זאָגט ער, לײַטן גלײַך אױף אונדזער אײגענער ערד?“… נײן, ברידער! אונדזער מיסיאָן איז װאַנדערן, שטענדיק זײַן צװישן פֿרעמדע פֿעלקער, זײַן אַ מוסר, אַ בײַשפּיל פֿאַר אַלעמען… האָט איר עס פֿאַרשטאַנען, צי װער־װאָס?

דאָס רעדל אַרום דעם יונגנמאַן, װאָס פּרעדיקט, װערט אַלע מינוט ברײטער און גרעסער. ייִדן האָבן ליב האָרכן אַ גוט װאָרט, עס מעג זײַן װוּ איר װילט און װען איר װילט, אַפֿילו „אַ מינוט פֿאַר פּאָיעזד“. מאַנצבילן, די װאָס האָבן פֿאַרשטאַנען, האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דער יונגערמאַן באַדאַרף זײַן אַ ציוניסט, װאָרעם ער רעדט צו שײן און היצט זיך צו שטאַרק. און װײַבער, װאָס האָבן נישט פֿאַרשטאַנען גאָרנישט, האָבן אױך צוגעשאָקלט מיט די קעפּ, אונטערגעהאַלטן מיט אַ זיפֿץ און גרײט געװען אַלע מינוט לאָזן אַ טרער ― עלעהײ, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַ מגיד רעדט…

צװישן דעם עולם װאָס האָט אַרומגערינגלט דעם יונגנמאַן דעם אינטעליגענט, איז געװען סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש, װאָס איז אַרױסגעקומען אַרױסבאַגלײטן זײַן פֿאָטער דעם אַפּטײקער ― ער פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל דאָרט װערן אַן אַפּטײקער. טאָמער װעט מען באַדאַרפֿן האַלטן עקזאַמען, װעט ער האַלטן. אַזאַ אומגעריכטע מעטאַמאָרפֿאָזע האָט געקאָנט אַרױסרופֿן בײַ אים נאָר דער שטורעם מיט אַלע רעזולטאַטן פֿונעם שטורעם, װעלכע ער האָט איבערגעלעבט. פֿאַרשטײט זיך, אַז סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש האָט געהאַט אַן אַנדער מאַרשרוט ― קײן אַמעריקאַ. נאָר עמיגרירן קײן ארץ־ישׂראל האָט אים אַרױפֿגעפֿירט זײַן זון סאַשאַ. און אַנדערש האָט דאָס נישט געקאָנט זײַן ― פֿאָרט אַן אײן־און־אײנציקער זון. סאַשאַ בלײַבט דערװײַל דאָ ביז ער װעט ענדיקן; אַז ער װעט ענדיקן, װעט ער סײַ װי סײַ אַריבערפֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל. ארץ־ישׂראל און אַמעריקאַ ― צו אַ גרױסער תּהום! שענער פֿון אַלץ איז געװען דאָס, װאָס דעם אַפּטײקערס קריסטלעכע פֿרײַנדין, נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ, האָט צוגערעדט איר פֿרײַנט דעם אַפּטײקער, ער זאָל בעסער אַריבערפֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל. „פּאַלעסטינאַ ― האָט זי געזאָגט, און טאַקע גוט מכבד געװען אים ― פּאַלעסטינאַ ― דאָס איז דאָך אײַער באַטקאָװשטשינאַбатькивщина: פֿאָטערלאַנד, אײַער פֿאָטערלאַנד, װי קאָנט איר עס פֿאַרבײַטן אױף אַ פֿרעמד לאַנד, אױף אַמעריקאַ?… עטאָ אוזשאַסנאָ! עטאָ װאָזמוטיטעלנאָ!“…

אַ סך האָט אױך מיטגעהאָלפֿן זײַן שכן איציקל שאָסטעפּאַל, װאָס איז פֿון איצט אָן נישט נאָר אַ שכן ― אַ סבֿרה, אַז ער איז שױן גאָר אַ מחותּן. עס איז נאָך נישט אָפֿיציעל, פֿאַרשטײט זיך, עס איז נאָר דערװײַל אַ סוד, נאָר אַזאַ סוד, װאָס אַלע װײסן עס און אַלע רײדן, שושקען זיך, ― הײַנט־מאָרגן קאָן עס װערן אַ פֿאַקט. די קינדער באַדאַרפֿן דערװײַל ערשט ענדיקן זײער קורס. זײ פֿאָרן בײדע װידעראַמאָל קײן פּעטערבורג, און זײַנען די לעצטע צײַט אַזױ באַפֿרײַנדעט, אַז ס'איז שױן גאָר בײַ קײנעם קײן שום ספֿק נישט, אַז דאָס זײַנען חתן־כּלה. אַ שטיקל מניעה איז נאָך אין אײן זאַך: דער חתן איז אַ ציוניסט, און אַ פֿאַרברענטער ציוניסט, און די כּלה איז צום ציוניזם דערװײַל קאַלט, זײער קאַלט. נאָר „מה שלא יעשׂה השׂכל יעשׂה הזמן“ ― זאָגט איציקל שאָסטעפּאַל מיט אַ פּסוק צו זײַן האַלב־אָפֿיציעלן מחותּן דעם אַפּטײקער, װאָס כאָטש ער פֿאַרשטײט נישט קײן לשון־קודש, פֿונדעסטװעגן טוט ער אַ גלאַנץ מיט די ברילן, מע זאָל מײנען, אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען.

― אַלעקסאַנדער סאָלאָמאָנאָװיטש, װוּ זענט איר פֿאַרפֿאַלן געװאָרן? עטאָ אוזשאַסנאָ! עטאָ װאָזמוטיטעלנאָ!

נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ האָט דאָס אַזױ אױסגערופֿן, אַ פּליעסק געגעבן מיט די הענט, דערזען סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטשן אין דריטער קלאַס צװישן עולם, װאָס אַרום דעם יונגן אינטעליגענט. נאָך איר זײַנען באַלד אָנגעקומען דער אַפּטײקער, װאָס האָט זיך שטאַרק אױסגעבלײכט, און טאַמאַראַ און איציקל שאָסטעפּאַל, װאָס האָט זיך שטאַרק פֿאַרעלטערט אין דער לעצטער צײַט: די אױגן זײַנען געװאָרן װי אונטערגעשװאָלן, מיט קישעלעך. זײַן טאָכטער טאַמאַראַ האָט זיך אױך פֿאַרענדערט ― זי איז שענער געװאָרן, נאָך שענער װי פֿריִער.

― װאָס טוט זיך דאָ? ― האָט טאַמאַראַ אַ פֿרעג געגעבן.

― אונדזערע װאַנדערער ― האָט איר סאַשאַ אָפּגעענטפֿערט, באַװיזן מיט די אױגן אױף דעם עולם עמיגראַנטן ― אונדזערע אײביקע װאַנדערער.

― די אײביקע װאַנדערער! ― האָט אים, װי אַ װידער־קול, מעלאַנכאָליש נאָכגעזאָגט נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ מיט אַ טראַגישער אינטאָנאַציע און איז אָבער באַלד אָנגעפֿאַלן אױף אירע גוטע פֿרײַנט: װאָס שטײט מען? ס'איז שױן צײַט זיך געזעגענען! און אױסגעלאָזט האָט זי מיט איר שטענדיקן אױסרוף! עטאָ אוזשאַסנאָ! עטאָ װאָזמוטיטעלנאָ!“…

און דאָס גאַנצע געזינדל לאָזט זיך גײן אױפֿן פּעראָן, און דאָרט געזעגנט מען זיך מיטן אַפּטײקער סאַפֿראַנאָװיטש, און מע קושט זיך און מע װינטשט אים אַלדאָס גוטס פֿונעם גאַנצן האַרצן.

סוף פֿונעם צװײטן טײל