אין שטורעם: 2.8: מזל־טובֿ! גוט יום־טובֿ

שלום עליכם (אַלע װערק)

― זעט איר דען נישט, װי עס פֿאַלן שטײנער פֿונעם הימל? פֿײַעריקע שטײנער, פּעך און שװעבל, און פֿעדערן, פֿעדערן, פֿעדערן אָן אַ שיעור? הערט איר דען נישט קײן געשרײ פֿון געשענדטע װײַבער, פֿון צעריסענע קינדער, און פֿון אַלטע לײַט מיט טשװעקעס אין מוח? זעט איר דען נישט קײן אױפֿגעשניטענע בײַכער, אָנגעפֿילט מיט לעבעדיקע קעץ?…

― זאָל שױן זײַן גענוג, רב ליפּאַ, גײט אײַך געזונטערהײט! ― זאָגט צו אים זיסל און באַגלײט אים אַרױס פֿון דער טיר. און עס הערט זיך נאָך פֿון יענער זײַט ליפּאַס געזאַנג אַלץ מיטן אײגענעם טרױעריקן נוסח פֿון קינות: „עגעדען, מאַגעדען, מאַגדאַדען! ''…

קאַפּיטל 8.
מזל־טובֿ! גוט יום־טובֿ!

װאָס האָט זיך אַזעלכעס געטראָפֿן? פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען אַזױ פֿיל מענטשן אױף דער גאַס? װאָס לױפֿן דאָס אַרום פֿון גאַנץ פֿרי אָן סטודענטן מיט לאַנגע פּאַפּירן אין די הענט און טײלן יעדן אײנציקן, װעמען זײ באַגעגענען, פֿראַנק און פֿרײַ? װאָס נעמט מען זיך אַרום אינמיטן גאַס? װאָס קושט מען זיך? װאָס גראַטולירט מען זיך? װאָס גיט מען זיך אָפּ מזל־טובֿ? און װוּ איז ערגעץ פּאָליציע? פֿאַרװאָס זעט מען נישט קײן סאָלדאַטן, קאָזאַקן, זשאַנדאַרמען?…

די גאַסן װערן אַלע מינוט פֿולער, מענטשן ― מערער. קײן טראַמװײַ, קײן דראָזשקעס זעט מען נישט פֿאָרן. אַלץ באַװעגט זיך, אַלצדינג גײט. בײדע זײַטן טראָטואַרן און די גאַנצע גאַס אינמיטן זײַנען געפּאַקט מיט מענטשן. און די פּנימער פֿון די מענטשן לײַכטן. און אָנגעטאָן איז מען יום־טובֿדיק. און רױטע בענדלעך האָט מען זיך צוגעשפּיליעט אױפֿן האַרצן. און רױטע פֿאָנען האָט מען אױפֿגעהאָנגען אױף די באַלקאָנען, רױטע קװײטן אױף די פֿענצטער. אָט האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ מײדל מיט אַ רױט זײַדן טיכל אױפֿן קאָפּ. אין אײן מאָמענט רײַסט זי אַראָפּ פֿון קאָפּ דאָס רױטע טיכל, צערײַסט דאָס אױף אַ סך קלײנע שטיקלעך, צעטײלט זײ צװישן די סטודענטן, װאָס רינגלען זי אַרום פֿון אַלע זײַטן און רײַסן די רױטע שטיקלעך בײַ איר פֿון די הענט. אַלע זײַנען יום־טובֿדיק, פֿרײלעך, אָבער ערנסט. ס'איז פֿאָרגעקומען עפּעס אַ גרױסע, אַ מוראדיק־גרױסע זאַך…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

איציקל שאָסטעפּאַל איז נאָך געשלאָפֿן, אַז מע האָט אָנגעקלאַפּט צו אים אין דער טיר אַרײַן.

― װער איז? ― האָט זיך געלאָזט הערן איציקלס קול.

― ס'איז איך, סאַפֿראַנאָװיטש.

― סאַשאַ? װאָס איז דאָרטן?

― מזל־טובֿ, קאָנסטיטוציע!

― װאָס?

― אַ קאָנסטיטוציע האָט מען אונדז געשענקט… שטײט אױף, עס קערט זיך די װעלט!

― שיװקע, דו הערסט?

― װײ איז מיר! װאָס האָט זיך געטראָפֿן?

― קאָנסטיטוציע!…

― איך בעט אײַך, זאָלט איר געזונט זײן, װאָס איז דאָס אַזעלכעס? ― זאָגט שיװקע צו סאַשאַן, און איציקל װערט אין כּעס, מאַכט מיט די הענט און גיט איר צו פֿאַרשטײן אױף די פֿינגער:

― װאָס פֿאַרשטײסטו נישט? קאָנסטיטוציע הײסט אַ קאָנסטיטוציע!

און איציקל דרײט אױס דעם קאָפּ צו סאַשאַן, װי אײנער רעדט: „גײט טענהט מיט אַ ייִדענע!“ סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש אָבער האָט געדולד און גיט צו פֿאַרשטײן דער מאַדאַם שאָסטעפּאַל, װאָס הײסט דאָס קאָנסטיטוציע, און ער גיט צו, אַז װי באַלד מע האָט אונדז געגעבן אַ קאָנסטיטוציע, קאָנען מיר האָפֿן אױף אַמנעסטיע.

― איר פֿאַרשטײט? אין אַ פּאָר שעה אַרום װעלן מיר האָבן די זכיה צו זען טאַמאַראַן פֿרײַ אָט־דאָ־אָ אין שטוב! סאַשאַ זאָגט דאָס מיט אַזאַ איבערצײַגונג, אַז די פֿאָטער־און־מוטער קוקן זיך איבער אײנס מיט דאָס אַנדערע, קאָנען זיך נישט אײַנהאַלטן און צעװײנען זיך. ער געזעגנט זיך אָפּ אױף גיך און לױפֿט אַרױס און באַגעגנט זיך אױף די טרעפּ מיטן פֿאָטער.

― סאַשאַ? פֿון װאַנען איז?

― פֿון די שאָסטעפּאַלס.

― האַסט זײ אָנגעזאָגט די בשׂורה?

― נו געװיס.

― װאָס האָב איך דיר געזאָגט?

― װאָס האָסטו מיר געזאָגט?

― קאָנסטיטוציע!…

― װאַרט אױס, פּאַפּאַ, ביסט נאָך נישט פֿאַרטיק.

― װאָס רעדסטו, סאַשאַ, גאָט איז מיט דיר! אָט איז די צײַטונג, נאַ לײען!

― איך האָב שױן געלײענט, געלײענט…

― נו?

― נו ― נו!…

קײן װערטער האָט מען מער נישט באַדאַרפֿט. דער פֿאָטער האָט פֿאַרשטאַנען, װאָס דער זון מײנט. ער קען אים. דער אַפּטײקער איז אױסער זיך פֿון סאַשאַס ענטפֿער. ער האָט אױפֿגעשטעלט אױף אים די בלױע ברילן און װיל אים עפּעס זאָגן, קומט אָן די „אַלטע מױד“ מיטן הונט העקטאָר און פֿאַלט אַרױף דעם אַפּטײקער אױפֿן האַלדז און קושט זיך מיט אים און גראַטולירט אים מיט דער קאָנסטיטוציע און זאָגט, אַז איצטער זײַנען אַלע מענטשן גלײַך… און װיל זיך צעקושן אױך מיטן אַפּטײקערס זון. קומט אָן פֿון דער אַנדערער זײַט קעסלער און שלעפּט אים אַװעק, און נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ בלײַבט מיטן אַפּטײקער אין צװײען, און זי קוקט אַרױף דורך אירע ברילן, און עס לאָזט זיך הערן איר מאַנצבילשע שטימע:

― זעט נאָר װאָס דאָרטן טוט זיך!

דאָס, װאָס זײ האָבן דערזען, לאָזט זיך נישט באַשרײַבן אַזױ גרינג. דאָס איז געװען אַ מבול פֿון מענטשן, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעגאָסן אינאײנעם מיט די גאַסן, און צוזאַמען מיט די גאַסן האָבן זײ געװאַקסן און באַװעגט זיך. נישט מענטשן זײַנען געגאַנגען, נאָר גאַסן, גאַנצע גאַסן, און קעפּ, געדיכט װי זאַנגען איז פֿעלד, האָבן זיך געװיגט קױם־קױם, װי עס װיגן זיך די זאַנגען פֿון אַ קלײן לײַכט װינטל, און פֿאָנען האָבן געפֿלאַטערט איבער די קעפּ, און די באַלקאָנען פֿון די הײַזער מיט די דעכער און מיט די פֿענצטער זײַנען געװען באַהאַנגען מיט רױטן און באַזעצט מיט מענטשן, און אַלצדינג איז געװען צונױפֿגעגאָסן אינאײנעם: מענער און פֿרױען און קינדער, און קריסטן און ייִדן. און שטיל איז געװען און רויִק און יום־טובֿדיק, װי יום־טובֿ אין אַ מקום־קדוש. און קײן זכר פֿון פּאָליציע איז נישט געװעזן. און כאָטש ס'איז געװען אַן אָקטאָבער־טאָג, האָט די זון געמאַכט שלום מיט דער ערד צוליב דעם גרױסן יום־טובֿ אױף דעם דאָזיקן טאָג און האָט געלױכטן, געשײַנט און געװאַרעמט, װי אינעם שענסטן זומער־טאָג. און פֿון די זײַטיקע גאַסן זײַנען אױסגעװאַקסן נײַע ימים פֿון מענטשן מיט פֿאָנען און האָבן זיך צונױפֿגעגאָסן אינעם גרױסן מבול פֿון קעפּ, און אַלע אינאײנעם האָבן שטורעמדיק באַגריסט דעם גרױסן יום־טובֿ, דעם ערשטן פֿרײַהײטס־טאָג אינעם גרױסן לאַנד. און עס האָבן זיך געהערט פֿאַרשײדענע לידער און געזאַנגען. און עס האָבן זיך אַרױסגעריסן אַלעמאָל פֿאַרשײדענע װערטער און אױסגעשרײען. נאָר אָפֿטער פֿון אַלע װערטער האָט מען געקאָנט הערן דאָס װאָרט: „קאָנסטיטוציע!“ „קאָנסטיטוציע!“

טױזנטער קולות האָבן זיך אַרױסגעריסן פֿון טױזנטער העלדזער און האָבן אָנגעפֿילט די לופֿט מיט דעם אײנציקן ליבן טײַערן װאָרט: „קאָנסטיטוציע!“

עס האָט זיך אױסגעװיזן, אַז נישט נאָר די מענטשן ― די הײַזער, די דעכער, די גאַסן, די בײמער, די שטאָט, די שטײנער האָבן געשריגן „קאָנסטיטוציע!“ עס האָט זיך געדאַכט, אַז אױך די ערד ציטערט און שרײַט: „קאָנסטיטוציע!“

אײנער פֿון דעם גאַנצן מבול מיט מענטשן איז אַרױפֿגעשפּרונגען אױף אַן איבערגעקערטן פֿאַס און האָט אױסגעדונערט מיט אַ גראָבער באַסאָװער שטימע, אין װעלכער ס'איז געװען צו דערקענען דעם באַװאַקסענעם פּאַרשױן מישאַ בערעזניאַק־נײַדיטש.

― בירגער! דאָס ערשטע מאָל װערט איר אָנגערופֿן מיט דעם דאָזיקן פֿרײַען נאָמען „בירגער“! דערלױבט מיר, אַן אומבאַקאַנטן, צו גראַטולירן אײַך מיט דעם גרױסן יום־טובֿ, מיט דעם גרױסן טריומף. בירגער! מיר פֿײַערן אונדזער טריומף, מיר פֿרײען זיך מיט אונדזער יום־טובֿ! פֿאַרגעסט אָבער נישט אונדזערע קעמפֿער, די, װעלכע האָבן פֿאַרגאָסן זײער בלוט, די, װעלכע האָבן געשענקט זײער לעבן, די, װעלכע האָבן אַװעקגעטראָגן זײערע קעפּ אױפֿן עשאַפֿאָט פֿאַר אונדז און פֿאַר אונדזער פֿרײַהײט. אױף די קני זאָלט איר פֿאַלן, אַלע ביז אײנעם!

און דער גאַנצער מבול מענטשן שטעלט זיך אַװעק, װי אײן מענטש, אױף די קני, און דער רעדנער טוט דאָס אײגענע אױף דעם איבערגעקערטן פֿאַס, הײבט אױף די האַנט און לאָזט אַרױס מיט זײַן באַסאָװער שטימע דאָס געװיסע טרױער־ליד:

„װי זשערטװאָיו פּאַליвы жертвою пали: ביסט געפֿאַלן אַ קרבן
איר זענט אַ קרבן געפֿאַלן“…

און דער גאַנצער מבול פֿון מענטשן כאַפּט אונטער, װי אײן מענטש, דאָס דאָזיקע טרױער־ליד, און עס לאָזן זיך אַראָפּ די רױטע פֿאָנען, און אַלע קעפּ זײַנען אָנגעבױגן, און אַלע זינגען, און פֿיל־פֿיל װײנען, װאָרעם פֿיל־פֿיל האָבן אײגענע און באַקאַנטע, װאָס זײַנען געפֿאַלן… און אַ הײליקע שטילקײט װערט פֿאַרשפּרײט איבער דעם מבול פֿון אָפּגעדעקטע קעפּ פֿון די אַלע מענטשן, װאָס האָבן זיך דאָ צונױפֿגעזאַמלט אינעם נאָמען פֿון דער פֿרײַהײט…

און אַז דער רעדנער שטעלט זיך אױף די פֿיס, שטײט אױף מיט אים דער גאַנצער מבול פֿון מענטשן, און זײַן באַסאָװע שטימע דונערט װײַטער:

― בירגער! מיר האָבן אָפּגעגעבן אונדזער חובֿ צו די געפֿאַלענע קעמפֿער. איצט דאַרפֿן מיר זיך דערמאַנען אָן די קעמפֿער, װעלכע זײַנען נאָך נישט געפֿאַלן. זײ לעבן נאָך און מוטשען זיך אין די ענגע פֿינצטערע טורמעס. אָן זײ( דערמאָנט אײַך. זײ װײסן נאָך נישט פֿון אונדזער גרױסן יום־טובֿ, װאָס זײ האָבן אונדז באַשאַפֿן. צו זײ, צו זײ לאָמיר גײן! צו די מאַרטירער פֿאַר אונדזער פֿרײַהײט לאָמיר קומען! אַלע, װי אײן מענטש, לאָמיר זיך לאָזן צו די טורמעס. קײן אײנציקער זאָל נישט בלײַבן דאָ. אַמנעסטיע לאָמיר פֿאָדערן פֿאַר אונדזערע שװעסטער און ברידער! באַפֿרײַען זאָל מען זײ באַלד, די רגע, די טירן עפֿענען און אַרױסלאָזן די

אומשולדיקע. און זאָל מען אונדז באַגעגענען מיט פֿײַער, װעלן מיר אַלע פֿאַלן. צו די טורמעס, בירגער, צו די טורמעס!

― הורררררראַ!!! ― קאַטשעט זיך אַ הילך פֿונעם מבול מיט מענטשן פֿון אײן עק שטאָט ביזן אַנדערן, און גאַנצע כװאַליעס קעפּ טראָגן זיך אַהין, צו די טורמעס!

די ערד, װאָס טראָגט אױף זיך די דאָזיקע אַלטע שטאָט, האָט נאָך קײנמאָל נישט געהערט אַזאַ הילך, פֿון װעלכע מױערן קאָנען צעשפּאָלטן װערן. דער הימל, װאָס דעקט איבער די דאָזיקע ערד, האָט נאָך קײנמאָל נישט געזען אַזאַ באַװעגונג פֿון מוראַשקעס־מענטשן. און די זון האָט פֿאַרגעסן אַז עס איז אַן אָקטאָבער־טאָג, און האָט אַ צופֿרידענע אַראָפּגעקוקט מיט איר פֿײַעריק פּנים אױף די צעהיצטע גליקלעכע מענטשן, און די גאַנצע נאַטור האָט גענומען אָנטײל אינעם דאָזיקן ליכטיקן הײליקן פֿרײַהײטס־יום־טובֿ.

קאַפּיטל 9.
פֿאַרשטערט דעם יום־טובֿ

חידושים־ונפֿלאָות! װיִאַזױ האָבן זיך מענטשן אינעם דאָזיקן ים, אינעם דאָזיקן מבול, געקאָנט געפֿינען אײנס דאָס אַנדערע? אױף אַזאַ בריהשאַפֿט זײַנען געװען פֿעיִק נאָר אַזעלכע מזיקים, װי סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש און זײַן חבֿר קעסלער. די צװײ חבֿרים האָבן מיטן כּוח פֿון זײערע עלנבױגנס זיך דורכגעשלאָגן אַ װעג און האָבן, גײענדיק צו די טורמעס, זיך אָנגעשלאָגן אױף איציקל שאָסטעפּאַל, װאָס סע האָט אים אַרױסגעטראָגן פֿון שטוב אײנעם אַלײן מיט זײַן שירעם ― ער װײס אַלײן נישט מיט װאָסער אַ כּוח.

װי מע דערזעט אַן אײגן קינד, אַזױ האָט זיך שאָסטעפּאַל דערפֿרײט, אַז ער האָט דערזען דעם אַפּטײקערס זון. שױן זשע איז דאָס אַלץ אױף דער װאָר? שױן זשע איז דאָס אַלץ אמת? קאָנסטיטוציע? אַלע זײַנען גלײַך? און אַפֿילו ייִדן אױך?… מע װעט באַפֿרײַען די פּאָליטישע? און אָט באַלד װעט ער זען זײַן באַפֿרײַטע טאָכטער? זײַן ליבע, אײנציקע, טײַערע טאָכטער? ער קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, באַטראַכט