אין שטורעם: 2.6: אַ ביטער שטיקל צײַט

שלום עליכם (אַלע װערק)

געגאַנגען, האָט איציקל שאָסטעפּאַל נישט גערוט, געקנײטשט מיט די פּלײצעס, אױפֿגעכאַפּט זיך פֿונעם אָרט און אַרומגעלאָפֿן איבערן שטוב, פֿאַרלײגט די הענט אַרונטער, און געפֿײַערט מיט די אױגן ― מלא־גזלן! נאָר אַז ער האָט דערזען אַרײַנגײן צו דער טאָכטער דער קעכינס בנאָק, איז ער געװאָרן געפּלעפֿט, אַנידערגעפֿאַלן אױף דער קאַנאַפּע, זיך געכאַפּט מיט בײדע הענט בײַם קאָפּ און גענומען שאָקלען זיך און שרײַען:

― גװאַלד! גװאַלד! גװאַלד!…

― איצי! גאָט איז מיט דיר! ― זאָגט צו אים שיװקע, און איציקל מאַכט צו איר מיט די הענט און לײגט צו אַ פֿינגער צום מױל:

― שאַ! שטילער! שרײַ נישט! דו מאַכסט אונדז אומגליקלעך!… אומגליקלעך מאַכסטו אונדז!… מיר הערן נישט! מיר זעען נישט! מיר װײסן גאָרנישט! מיר זײַנען נישטאָ אין דער הײם ― שששאַ!!! …

קאַפּיטל 6.
אַ ביטער שטיקל צײַט

איציקל שאָסטעפּאַל איז פֿונדעסטװעגן נישט געשלאָפֿן. ער האָט געטאָן װאָס ער האָט געקאָנט. אַז מע האָט אַזאַ טאָכטער, אַזאַ געראָטענע טאָכטער, װי ער האָט, באַדאַרף מען זען זי חתונה מאַכן, איר רײדן אַ שידוך. נאָר װיִאַזױ? געװײנטלעך, אױפֿן נײַעם שטײגער, מאָדערן, נאָך דער צײַט. די רעכטע האַנט טאָר נישט װיסן װאָס די לינקע טוט. חתן־כּלה אַלײן דאַרפֿן נישט װיסן, אַז זײ זײַנען חתן־כּלה. דער שדכן דאַרף שטײן אין אַ זײַט, און דער בחור דאַרף זיך באַקענען מיטן מײדל און אַרומטאַנצן אַרום איר אַזױ לאַנג, ביז די צײַט װעט קומען. ביז די שעה װעט שלאָגן … נישטאָ קײן שענערע זאַך אױף דער װעלט, װי זען אַ בחור, אָדער עטלעכע בחורים טאַנצן אַרום אַ מײדל, װילן זיך אױספֿײַנען פֿאַר איר, איבערשטײַגן אײנער דעם אַנדערן.

אַרום טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל האָבן געטאַנצט פֿײַנע בחורים, די פֿײַנסטע בחורים אין שטאָט. און מחמת זײ האָבן געטאַנצט אַרום אַזאַ רעװאָלוציאָנערקע, װי שאָסטעפּאַלס טאָכטער, זײַנען זײ געװאָרן, זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, ברענענדיקע אָנהענגער פֿון דער רעװאָלוציע, אַרײַנגעװאָרפֿן אַלעמאָל אַ הױך װאָרט, אַרױסגעװאָרפֿן אַ שײנע פֿראַזע. טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל האָט אָבער געפֿאָדערט פֿון די בורזשואַזע רעװאָלוציאָנערן, אַז זײ זאָלן אַרױסװײַזן זײער סימפּאַטיע צו דער באַװעגונג נישט נאָר מיט שײנע פֿראַזן, נישט נאָר מיט הױכע װערטער אַלײן, נאָר מיט דעם, װאָס זײ פֿאַרמאָגן, ― און װאָס קאָנען פֿאַרמאָגן אַזעלכע „בורזשואַזע פּרינצן“, אַז נישט קײן געלט? און װאָס נאָך קאָן מען פֿאָדערן פֿון אַזעלכע בורזשואַזע רעװאָלוציאָנערן, אַז נישט קײן געלט? און די בורזשואַזע רעװאָלוציאָנערן האָבן געעפֿנט זײערע בײַטעלעך און האָבן געגעבן געלט צוליב דער „באַװעגונג”, אײנער איבערן אַנדערן, ― און מער האָט טאַמאַראַ פֿון זײ נישט פֿאַרלאַנגט, און איז געװען צופֿרידן פֿון דער באַקאַנטשאַפֿט, און זײ אַװדאי ― אַלע זײַנען געװען צופֿרידן, און מער פֿון אַלעמען איז געװען צופֿרידן דער שדכן, װאָס האָט זיך געדרײט „הינטער די קוליסן“. זײַן גאַנצע אַרבעט איז געװען „הינטער די קוליסן“. ער האָט זיך נאָר אַרײַנגעכאַפּט אײן מאָל אין װאָך, צװישן טאָג און נאַכט, צו די שאָסטעפּאַלס, געכאַפּט עטלעכע װערטער מיט איציקלען אָדער שיװקען, נאָכגעפֿרעגט זיך:

― נו? װוּ האַלט דאָס?…

― דאַנקען השם־יתברך, דאַכט זיך, עם גײט אױף אַ גאַנג… ― האָט געזאָגט איציקל שאָסטעפּאַל, און שיװקע האָט צוגעלײגט:

― דער װאָס לעבט אײביק זאָל װעלן העלפֿן, ס'זאָל שױן זײַן װאָס גיכער…

דער װאָס לעבט אײביק האָט זיך אָבער נישט געכאַפּט העלפֿן װאָס גיכער. דער װאָס לעבט אײביק האָט צײַט. און דער זומער איז זיך געגאַנגען מיט זײַנע הײסע לאַנגע טעג, און ס'איז געקומען אַ נאַכט, אַ װאַרעמע, אַ שײנע זומער־נאַכט, אַן אױסגעשטערנטע, מיט אַ טיפֿן בלױען הימל, מיט אַ זינגען פֿון פֿײגלען פֿונעם נישט־װײַטן גאָרטן. עס ליגט זיך בײַ אָפֿענע פֿענצטער און עס שלאָפֿט זיך נישט, און עס דענקט זיך, און עס פּלאָנטען זיך גאָלדענע מחשבֿות בײַ אונדזער איציקל שאָסטעפּאַל אין קאָפּ, גוטע, ליכטיקע, טײַערע מחשבֿות: אַ קנס־מאָל… אַ חופּה… פֿאַר ייִדן אַ חופּה־װעטשערע… פֿאַר קריסטן אַ באַל… אױפֿן באַל פּריצים אַ סך: דער „פּרעדסעדאַטעל“ פֿון „אינטענדאַנטסקע פּראַװלעניעинтендантское управление: ביוראָ פֿון אינטענדאַנט“… דער „סמאָטריטעל“ פֿון דער טורמע… צװײ גענעראַלן… און נאָך פּריצים… זײ טרינקען געשמאַק פֿון גרױסע כּוסות, הײסן זיך צופֿירן צו דער כּלה, לױבן זי אין טאָג אַרײַן, לױבן אַלע ייִדישע מײדלעך: „אַלע ייִדישע מײדלעך, זאָגן זײ, זײַנען שײן, זײַנען מלא־חן, רײצנד, רײצנד!“…

פּלוצעם דערהערט איציקל שאָסטעפּאַל אַ קלונג. װער קאָן דאָס צו אים קלינגען אַזױ שפּעט? די דינסטן אַלע שלאָפֿן שױן. ער הערט נאָך אַ קלונג און נאָך אַ קלונג. מע מוז זיך אַלײן מטריח זײַן גײן עפֿענען.

און איציקל שאָסטעפּאַל איז זיך מטריח בכבֿודו־ובעצמו און גײט אַלײן עפֿענען די טיר, און ער דערזעט… אַנטאָן איװאַנאָװיטש!

אַנטאָן איװאַנאָװיטש כאָלאָדקאָװ איז שאָסטעפּאַלס אַן אַלטער באַקאַנטער. ער איז דאָ פּריסטאַװ שױן פֿון כּמה־וכּמה יאָרן, און איז אַ װױלער גױ ― ער נעמט אַ קערבל… מיט איציקל שאָסטעפּאַל איז ער גאָר אַ גוטער ברודער: ער זאָגט שאָסטעפּאַלן „דו“ און פּאַטשט אים אין די פּלײצעס. אַלע יום־טובֿ כאַפּט ער זיך אַרײַן צו שאָסטעפּאַלן אױף אַ גלעזל װײַן, לױבט די פֿיש און רעדט אים אױס, למאַי ער האָט אַ גדלנטע אַ טאָכטער. טאַמאַראַ, אַלעמאָל װען זי זעט אים, באַהאַלט זי זיך, װיל בשום־אופֿן נישט אַרױסקומען צו אַנטאָן איװאַנאָװיטשן. אַנטאָן איװאַנאָװיטש פֿאַרשטײט דאָס, װינקט מיט אײן אױג צום פֿאָטער און זאָגט: „דו באַלעװעסט זי צו פֿיל! צו פֿיל איז זי בײַ דיר געפּעסטעט! מע טאָר אַ טאָכטער אַזױ נישט נאָכגעבן!“… אַזױ מוסרט אים אַנטאָן איװאַנאָװיטש פֿאַר דער טאָכטער, און איציקל שאָסטעפּאַל קװעלט אָן, װערט ברײטער װי לענגער:

דערזען כאָלאָדקאָװן, האָט זיך איציקל שאָסטעפּאַל געגעבן אַ לאָז צו אים:

― אַנטאָן איװאַנאָװיטש! ― און איז אָבער באַלד אָפּגעשפּרונגען צוריק, װאָרעם ער האָט דערזען הינטער כאָלאָדקאָװס פּלײצעס אַן אומבאַקאַנטן נאַדזיראַטעלнадзиратель: אױפֿזעער מיט אַ זשאַנדאַרמסקי אָפֿיציר מיט עטלעכע סאָלדאַטן אַ צוגאָב …

אַ גליק, װאָס איציקל שאָסטעפּאַל איז נישט קײן ייִדענע און האָט נישט קײן טבֿע פֿון חלשן… ער לאָזט אַרײַן די פּאָליצײ, בײגט זיך און נײגט זיך צו זײ און בעט זײ, זײ זאָלן אַרײַנגײן. מע פֿאַרשפּאַרט זײ אָבער בעטן, זײ גײען אַלײן.

― װוּ איז דײַן טאָכטער?

אַװדאי האָט איציקל שאָסטעפּאַל געװוּסט, אַז זײ װעלן זיך נאָכפֿרעגן אױף דער טאָכטער… צו װעמען דען װעלן קומען אַזעלכע געהױבענע געסט?… ער בעט זײ צוּװאַרטן, ער װעט גײן אױפֿװעקן די טאָכטער און װעט זי אַרײַנרופֿן אַהער… מע באַדאַנקט אים. מע דאַרף נישט. זײ װעלן אַלײן… זײ לאָזן זיך צו דער טאָכטערס צימער… דער פֿאָטער האָלט אױסגעשטרעקט די הענט און ציטערט…

שיװקע האָט דערהערט אומבאַקאַנטע קולות, איז זי אַ דערשראָקענע אַרױסגעשפּרונגען פֿון בעט מיט אַ ליאַרעם:

― איצי, װאָס איז?

― גאָרנישט, גאָרנישט, גײ צוריק! ― זאָגט צו איר דער מאַן און מאַכט אױף איר מיט בײדע הענט, זי זאָל אַװעקגײן… נאָר װי קאָן זי אַװעקגײן, װיסט איז איר, אַז זי זעט בײַ זיך סאָלדאַטן אין שטוב, און דאָס האַרץ זאָגט איר, אַז דאָס איז צוליב דער טאָכטער?…

― איצי! זאָג מיר, װאָס טוט זיך דאָ, איצי? ― אַזױ בעט זיך נעבעך די אָרעמע פֿרױ בײַ איר מאַן, ער זאָל איר זאָגן, און איר מאַן הערט נישט אױף צו מאַכן מיט די הענט, זי זאָל גײן.

שײן און רויִק װי תּמיד, גרױסאַרטיק װי אַ פּרינצעסין, קומט אָן טאַמאַראַ פֿון איר צימער. דאָס װײַסע שאַלכל אױף די קױם־צונױפֿגענומענע האָר גיט צו נאָך מער חן צו איר שײן ליכטיק פּנים. מיט אײן קוק פֿון אירע גרױסע שײנע שװאַרצע אױגן נעמט זי אַרום דאָס גאַנצע בילד. שטיל גײט זי צו צום פֿאָטער און צו דער מוטער, װאָס שטײען האַלב־טױטע מענטשן, רעדט זײ אױס דאָס האַרץ:

― ס'איז גאָרנישט, האָט נישט קײן יסורים… עס װעט מיר גאָרנישט זײַן… מע װעט מיך נישט קעפּן…

און טאַמאַראַ נעמט אַרום די מוטער, נאָכדעם דעם פֿאָטער, און קושט זײ (דאָס ערשטע מאָל פֿאַרן גאַנצן זומער), און עס מישט זיך אַרײַן פּאָליצײ און זאָגט, אַז נישט איצט איז די צײַט פֿון קושן זיך…

װאָס אַ קראַנקע אָנגעשטרענגטע פֿאַנטאַזיע קאָן איבערטראַכטן אין אײן מינוט, װעט דאָס אַ האַנט נישט באַשרײַבן אין קײן טאָג… עס איז נישט געװען די שרעק און די צרה אױף דער װעלט. װאָס דער אומגליקלעכער פֿאָטער האָט נישט איבערגעטראַכט װעגן דעם אין די מינוטן, װאָס די פּאָליצײ מיט די זשאַנדאַרמען האָבן „געאַרבעט“, און שרעקלעכער פֿון אַלץ איז געװען דער געדאַנק, טאָמער האָט דאָס אַ שײַכות מיט ראָמאַנענקאָן?… פֿון דער אײנציקער מחשבֿה אַלײן איז אים געװאָרן קאַלט און הײס, און װידעראַמאָל קאַלט.

און אַז טאַמאַראַ איז אָפּגעגאַנגען, און די רעדער פֿון אַן עקיפּאַזש האָבן איציקל שאָסטעפּאַל געגעבן צו װיסן, אַז זײַן טאָכטער איז אַװעקגעפֿאָרן, אַװעקגעפֿאָרן זײַן אײנציק קינד, זײַן אײנציקע ליבע, גוטע, טײַערע טאַמאַראַ, האָט דער אומגליקלעכער פֿאָטער גענומען ערשט אַרומלױפֿן הין און צוריק איבער אַלע חדרים, אײַקען און אָכקען, ברעכן די הענט, רײַסן זיך בײַ די האָר, שלאָגן זיך מיטן קאָפּ אָן װאַנט, און צום סוף איז ער אַנידערגעפֿאַלן צו שיװקען אױף די הענט און האָט זיך צעװײנט: „פֿאַרפֿאַלן! פֿאַרשפּילט אונדזער קינד!“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דער ערשטער, צו װעלכן דער אומגליקלעכער פֿאָטער האָט זיך אַ װאָרף געטאָן, איז געװען, זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַנטאָן איװאַנאָװיטש. דער פּריסטאַװ אַנטאָן איװאַנאָװיטש כאָלאָדקאָװ איז נאָך געשלאָפֿן, אַז איציקל שאָסטעפּאַל האָט פֿון דער גרינג, קױם־קױם, אָנגעקלונגען צו אים אין דער טיר. אים איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אַ שרײַבערל מיטן נאָמען נעטשיפּאָרענקאָ, און אַ הונט סירקאָ. איציקל שאָסטעפּאַל איז גוט באַקאַנט סײַ מיטן שרײַבערל נעטשיפּאָרענקאָ, סײַ מיטן הונט סירקאָ. ער האָט מיט אַן אונטערטעניק שמײכעלע זיך נאָכגעפֿרעגט בײַם שרײַבער אױף אַנטאָן איװאַנאָװיטשן, און געװאָר געװאָרן, אַז אַנטאָן איװאַנאָװיטש שלאָפֿט נאָך, איז ער אַרײַנגעגאַנגען מיט שטילע־שטילע טריט צום שרײַבערל נעטשיפּאָרענקאָ אין קאַנצעלאַריע אַרײַן. דאָרט האָט ער אים אַרײַנגעשמוגלט אין האַנט אַרײַן אַ זילבערן קערבל. נעטשיפּאָרענקאָ, אַ שװאַרצער בחור מיט אַ פּלאַטשיקן שטערן און מיט שטאַרק־אָנגעשמירטע האָר, האָט דאָס זילבערנע קערבל שטיל אַראָפּגעלאָזט אין קעשענע, געגעבן אַ הוסט אין האַנט אַרײַן און געבעטן שאָסטעפּאַלן, ער זאָל זיך זעצן נענטער צום אָפֿענעם פֿענצטער: בײַם פֿענצטער איז בעסער.

נעטשיפּאָרענקאָ איז געװען גערעכט: בײַם פֿענצטער איז בעסער. אַ הײסער זומערדיקער פֿרימאָרגן. גרין און פֿריש איז בײַ כאָלאָדקאָװן אונטער די פֿענצטער. אַ קלײן גערטנדל מיט אַ צװײ־דרײַ יונגע ציבלקעס, גרינער סאַלאַט און שאָר־ירקות. אַ קײַלעכיקע צעקודלעטע הון פֿירט זיך אַרום מיט איר כאַליאַסטרע און פֿאַרהילכט דעם קאָפּ מיט איר קװאָקען און מיט זײער פּישטשען. נעטשיפּאָרענקאָ שרײַבט, און די פּען בײַ אים סקריפּעט. איציקל שאָסטעפּאַל קוקט אין גאָרטן אַרױס און טראַכט װעגן עולם־הזה, װאָס איז אינגאַנצן אָפּגעגעבן געװאָרן צו עשׂון. „יעקבֿ, װאָס האָט אױסגענאַרט בײַ עשׂון די בכורה און בײַ יצחקן די ברכה, האָט מכּות, צרות האָט ער מיט שלעק, מיט װײטיקן מיט געבראָטענע לײַד. אָט איז ער, איציקל שאָסטעפּאַל, אַ ייִד אַ נגיד, מע קאָן זאָגן אַ גבֿיר, האָט אײן קינד סך־הכּל, ― װאָס פֿאַר אַ פֿאַרגעניגן האָט ער געהאַט אין זײַן לעבן? האָט ער זיך פֿאַרגונען װען האָבן אַזאַ גערטנדל? אַזעלכע גרינע פֿרישע בײמלעך? הינער מיט קלײנע הינדעלעך?… װאָס װײס ער פֿון אַ לעבן צו זאָגן, אַ חוץ געשעפֿט און געשעפֿט און װידעראַמאָל געשעפֿט? אַ חוץ פּריץ און פּריץ און װידעראַמאָל פּריץ? שײן האָט זיך אױסגעפֿײַנט דער חכם יעקבֿ אַקעגן זײַן פּראָסטן ברודער עשׂו!“…

פֿון צװײטן צימער הערט זיך אַ באַקאַנט קול: נע־טשי־פּאָ־רענקאָ!… דאָס אין אַנטאָן איװאַנאָװיטש אױפֿגעשטאַנען פֿונעם שלאָף, רופֿט צו זיך דעם שרײַבער. אין עטלעכע מינוט אַרום רופֿט מען אַרײַן צו אים שאָסטעפּאַלן. איציקל שאָסטעפּאַל לײגט אַװעק אַנטאָן איװאַנאָװיטשן אױפֿן טיש אַ פֿאַרחתמעטן פּאַקעט. אַנטאָן איװאַנאָװיטש כאַפּט אַ קוק מיט אײן אױג אױפֿן פּאַקעט און טוט אַ זאָג צו שאָסטעפּאַלן: „צו װאָס?“… איציקל שאָסטעפּאַל ענטפֿערט אים נישט אױף דער פֿראַגע און פֿרעגט אים, צי ער איז גוט געשלאָפֿן? אַ מינוט זיצן זײ בײדע שטיל. נאָכדעם װענדט זיך דער ייִד צום פּריסטאַװ מיט זײער אַ אונטערטעניק שמײכעלע:

― אַנטאָן איװאַנאָװיטש דאַרף זיך שטױסן, װאָס איך בין געקומען… אַנטאָן איװאַנאָװיטש מוז װיסן, װאָס דאָ איז… איך פֿאָדער פֿון אַנטאָן איװאַנאָװיטשן קײן זאַך נישט, נאָר דאָס אײנציקע ― ער זאָל מיר זאָגן, װאָס דאָ איז?…

― ביסט אַ גרױסער נאַר, שאָסטעפּאַליעץ! (אַזױ רופֿט אים דער פּריסטאַװ.) אױף דיר איז מיר אַ װוּנדער. דו ביסט דאָך עפּעס אַ ייִד, און ייִדן זײַנען אַלע קלוג, ― װי קומט דאָס, דו זאָלסט מיך פֿרעגן אַזאַ זאַך? דו פֿאַרשטײסט דען אַלײן נישט, אַז איך װײס גלײַך מיט דיר? װאָס װײס פּאָליצײ? פּאָליצײ איז אַ בעזעם, אַ שטעקן אין די הענט פֿון דער העכערער מאַכט. מע הײסט אונדז גײן ― גײען מיר, מע הײסט אונדז נעמען ― נעמען מיר…

― אַנטאָן איװאַנאָװיטש װעט מיר זאָגן כאָטש, װוּ זי איז? װוּ מײַן טאָכטער איז?…

― דײַן טאָכטער, שאָסטעפּאַליעץ, איז אין טורמע.

― אין טורמע?…

איציקל שאָסטעפּאַל פֿילט, װי מע האָט אים געגעבן מיט אַ פּיסטױל אין האַרצן. עס באַשלאָגט אים אַ שװײס, און ער װערט קלענער מיט אַ גאַנצן קאָפּ.

― אַנטאָן איװאַנאָװיטש זאָל זײַן אַ גוטער, װאָלט ער מיר געזאָגט, צו װעמען איך זאָל גײן, צו װעמען איך זאָל מיר װענדן?…

― צום סמאָטריטעל פֿון דער טורמע פֿאַרװאָס גײסטו נישט? ― פֿרעגט אים דער פּריסטאַװ. ― ביסט דאָך מיט אים אַ גאַנץ קנעפּל!… איר מאַכט דאָך בײדע „כאַפּעס“… (אַנטאָן איװאַנאָװיטש באַװײַזט אים מיט דער האַנט, װיִאַזױ זײ בײדע מאַכן כאַפּעס.) גײ זיך דורך צו אים, אפֿשר װעט ער דיר עפּעס קאָנען זאָגן, פֿאַרװאָס מע האָט זי פֿאַרנומען? כאָטש איך גלײב נישט אין דעם. ערשטנס, װײס ער גלײַך מיט אונדז בײדן. דאָס װײס נאָר די זשאַנדאַרמעריע, װײַטער קײנער נישט… און, צװײטנס, איז ער אַ גרױסער הונט, דײַן סמאָטריטעל. אַיאָ, ער איז אַ הונט?

― נאָך אַ מין הונט! אַ הונט שבהונט! ― זאָגט איציקל שאָסטעפּאַל, שטײט אױף, גלײַכט זיך אױס די בײנער, לאָזט אַרױס אַ טיפֿן זיפֿץ, און אַז ער שטײט שױן בײַ דער טיר, באַקומט ער פֿון אַנטאָן איװאַנאָװיטשן אַן אױסרײד, למאַי האָט ער אַזױ פֿיל נאָכגעגעבן דער טאָכטער? אַנטאָן איװאַנאָװיטש האָט אים װיפֿל מאָל געזאָגט, אַז אַ קינד טאָר מען אַזױ נישט נאָכגעבן, אַזױ פֿיל באַלעװען!…

― אַצינד זעסטו, שאָסטעפּאַליעץ, אַז איך בין דיר אַ גוטער פֿרײַנט?…

מיט אַ היץ אין קאָפּ און מיט אַ קעלט אין האַרצן כאַפּט זיך אַרױס פֿון דאַנען איציקל שאָסטעפּאַל און לאָזט זיך צוס סמאָטריטעל פֿון דער טורמע.

די טורמע איז אַ טורמע ― אַזױ װי אַלע טורמעס. אַן אומעטיקע, אַ הױכע, אַ שטומע, מיט אַ סך קױמענס און מיט אַ סך פֿענצטערלעך פֿון אױבן ביז אַראָפּ, װי אַ מלאך־המות מיט אױגן. װיפֿל מאָל איציקל שאָסטעפּאַל איז דאָ געװען, האָט ער קײנמאָל נישט קײן טראַכט געטאָן װעגן די נשמות, װאָס רײניקן זיך אינעם דאָזיקן גיהנום… און אַז ער האָט יאָ װען אַ טראַכט געטאָן, איז דאָס געװען אַ מחשבֿה אױף אַ רגע. װען האָט ער צײַט דערױף?… קײנמאָל האָט ער זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז פֿאַר אים װעלן אַמאָל האָבן אַן אינטערעס אָט די קלײנע פֿענצטערלעך, אָט די אײַזערנע גראַטעס, אָט די שטומע װענט, װאָס שװײַגן, װילן נישט זאָגן, װאָס דאָרטן, אינעװײניק, טוט זיך… שױן־זשע געפֿינט זיך דאָרטן איצטער זײַן טאָכטער גלײַך מיט אַלע די, פֿאַר װעלכע ער שטעלט צו „פּראָװיאַנט“? עס קאָן נישט זײַן! עס איז אַ חלום! אַ בײזער חלום!…

ער פֿאָרט צו צו דער טורמע, שפּרינגט אַראָפּ פֿון דער דראָזשקע און קלינגט אָן צום סמאָטריטעלס טױער, װאָס פֿון דער רעכטער זײַט פּאַרקאַן. אַ קלײן, װײַס שטיבל מיט גרױסע טעפּ מיט בלומען אױף די פֿענצטער און מיט אַ גרינעם פּאָפּוגײַ אין אַ געגילט שטײַגל.

דער סאָלדאַט װאָס בײַ דער טיר קען שױן שאָסטעפּאַל דעם פּאָדריאַדטשיק און ער װײס, אַז אױף אַ טרונק בראָנפֿן װעט שױן דאָ זײַן געװיס. אַלעמאָל, װען דער ייִד קומט אַהער, רוקט ער אים אַרײַן אַ זילבערנע מטבע אין האַנט אַרײַן. פֿאַר װאָסערע מעשׂים טובֿים ― װײס ער אַלײן נישט…

― איר דאַרפֿט צום פּריץ? זײַט זיך מטריח אַהער, אין קאַנצעלאַריע; דאָרטן זײַנען זײ…

אַזױ זאָגט צו אים דער שומר, האַלט שױן גרײט די האַנט אױף צו מקבל זײַן די מטבע, און לאָזט אַרײַן דעם סוחר שאָסטעפּאַל צום סמאָטריטעל אין קאַנצעלאַריע.

דער סמאָטריטעל פֿון דער טורמע, מיראָן פֿאַדײאיטש קאַבאַלקין, איז אַ גױ אַ סוחר. אים האָט נאָך קײן ייִד נישט אָפּגענאַרט; און דער ייִד, װאָס מײנט, אַז ער האָט אָפּגענאַרט קאַבאַלקינען, האָט זיך נאָכדעם געװיס אַרומגעקוקט, אַז קאַבאַלקין האָט אים אָפּגענאַרט… אײן אײגל בײַ אים קוקט אַרױס קײן צפֿון־זײַט, און דאָס אַנדערע קוקט גלײַך אין דער נשמה אַרײַן. ער האָט אַ טבֿע, אַז ער רעדט מיט אײַך, צעשפּיליעט ער דעם מונדיר און פֿאַרשפּיליעט זיך, האָט צו טאָן כּסדר מיט די קנעפּ. און רײדן רעדט ער גיך, צו דער זאַך, האָט פֿײַנט פּוסטע רײד. דערזען איציקל שאָסטעפּאַל בײַ זיך אין קאַנצעלאַריע, האָט ער צו אים אַ מאַך געטאָן מיט בײדע הענט, געקוקט מיט אײן אײגל:

― נײן, ברודערל, בײַ מיר פֿרעג נישט, איך װײס גאָרנישט ניט! גאָרנישט ניט! און בין פֿאַרנומען הײַנט! און איך האָב קײן צײַט נישט! האָב קײן פֿאַראיבל נישט!…

און איציקל שאָסטעפּאַל מוז נעבעך גײן צוריק און מיט אַ װיסט האַרץ כאַפּן נאָכאַמאָל אַ קוק אױף די שטומע װענט פֿון דער הױכער טױטער טורמע.

„װוּהין פֿאָרט מען?“ ― טראַכט זיך איציקל שאָסטעפּאַל און הײסט זיך פֿירן אױף דער רײַכסטער גאַס און שטעלט זיך אָפּ און קלינגט אָן פֿריִער צו יענע מחותּנים, װאָס זײערע קינדער שדכנען זיך צו זײַן טאָכטער. זײ װױנען װי „מאָנאַרכן“ אין די שענסטע פּאַלאַצן, און דװקא אַקעגן גובערנאַטאָר… ייִדן זײַנען אױף זײ להרוג־ולאַבד, למאַי זײ רײַסן אױף גױים די אױגן, און די גױים שמועסט מען נישט! זײ פֿרעגן: „װער איז בײַ װעמען אין גלות ― די ייִדן בײַ אונדז, צי מיר בײַ די ייִדן! ''…

געטראָפֿן אַ לאַקײ בײַ דער טיר מיט אַ שװאַרצן פֿראַק און מיט אַ װײַסן שניפּס, און דװקא אַ גױ, און דװקא אַ רשע, װאָס לאָזט נישט צו קײן ייִדן אַריבער דער שװעל: „אין קאַנטאָר אַרײַן! ” ― אײן ענטפֿער פֿאַר אַלעמען, ― איז ער געפֿאַלן אױף אַן עצה: ער האָט אַרײַנגעשמוגלט דעם „גױיִשן פּריץ“ װאָס בײַ דער טיר אַ „חצי פֿױגל“ און האָט אים געזאָגט, ער זאָל זאָגן דעם „ייִדישן פּריץ“, אַז אים װיל זען איסאַק שאָסטעפּאַל… אַזױ טאַקע מיט די װערטער: איסאַק שאָסטעפּאַל!… עס האָט געהאָלפֿן! ברײט זײַנען אױפֿגעעפֿנט געװאָרן פֿאַר אים די טירן, אין אַ שײנעם זאַל האָט מען אים אַרײַנגערופֿן, אױף אַ װײכן שטול האָט מען אים באַזעצט, און מיט זײער אַ פֿרײַנטלעך שמײכעלע האָט מען אים אױפֿגענומען, געװאָלט מכבד זײַן מיט טײ, ― האָט ער זיך אָפּגעזאָגט, נאָר אַז ס'איז געקומען צו דער זאַך, צוליב װעלכער ער איז אַהער געקומען, איז דאָס פֿרײַנטלעכע שמײכעלע פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, און עס האָט זיך באַװיזן אױף זײערע פּנימער אַ שטיקל בהלה.

― װאָס? אײַער טאָכטער אין טורמע?… װאָס זאָל דאָס באַדײַטן?… שרעקלעך! שרעקלעך! אַ קלאַפּ, פּשוט װי מיט אַ קױל אין האַרצן!… װאָס פֿאַר אַן עצה זאָל מען אײַך געבן? לײַדער קאָן מען נישט העלפֿן דערצו גאָרנישט… נישט באַקאַנט מיט די „דאָזיקע“ לײַט…

אָט אַזאַ מין װאַרעמען „ברוך־הבא“ האָט געהאַט איציקל שאָסטעפּאַל בײַ זײַנע געהױבענע מחותּנים, װאָס זײערע זינדלעך שדכנען זיך צו זײַן טאָכטער.

דער אײנציקער, װעלכער האָט באמת מיטגעפֿילט דעם אָרעמען פֿאָטער אין זײַן גרױסן אומגליק און אין װעלכן איציקל שאָסטעפּאַל האָט געפֿונען אַן אמתן איבערגעגעבנסטן פֿרײַנט, איז געװען, װי דער לעזער קאָן זיך שטױסן, סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש.

דעם אַפּטײקערס זונדל האָט נישט געװאַרט, ביז שאָסטעפּאַל װעט קומען צו אים און װעט אים בעטן, ער זאָל עפּעס טאָז. סאַשאַ, װיבאַלד ער האָט נאָר דערהערט, אַז בײַנאַכט האָט מען צוגענומען טאַמאַראַן, איז ער גלײַך אַרױפֿגעלאָפֿן אַרױף צו שאָסטעפּאַלן און האָט געטראָפֿן די אומגליקלעכע מוטער, שיװקע שאָסטעפּאַל, אין אַזאַ לאַגע, װאָס מע האָט געמוזט רופֿן באַלד אַ דאָקטער, מינטערן און ברענגען רפֿואות פֿון דער אַפּטײק, און שפּעטער, אַז דער פֿאָטער איז געקומען פֿון זײַן גליקלעכער רײַזע איבער זײַנע קריסטלעכע און ייִדישע גוטע פֿרײַנט און איז אַרײַנגעפֿאַלן אין שטוב אַרײַן מיט אַזאַ פּנים, װאָס מע האָט פֿאַרשפּאָרט װערטער, ― האָט סאַשאַ זיך אַלײן אַרױסגערופֿן, אַז טאָמער דאַרף מען ערגעץ גײן געװאָר װערן ― גײט ער; טאָמער דאַרף מען אָנװענדן פּראָטעקציעס, אױסנוצן זכות־אָבֿות, האָט ער אַ װעג דורך זײַן פֿאָטער. דער אַפּטײקער האָט פֿיל באַקאַנטע קריסטן, אָפֿיצירן, װאָס ער שפּילט מיט זײ אין קאָרטן…

― שאַט! ― האָט אַ זאָג געטאָן סאַשאַ און האָט זיך געגעבן אַ פּאַטש אין שטערן. ― איך האָב! איך האָב! בײַ מײַן פֿאָטער איז דאָ

אַ באַקאַנטע פּערזאָן, אַן אַלטע „באַרישני“, נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ הײסט זי, זי קומט צו אונדז אַלע טאָג אין דער אַפּטײק. האָט די נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ אַ ברודער אַ זשאַנדאַרמסקי ראָטמײַסטער, װאָס ער מוז װיסן אַלץ. אױב איר װעט מיר דערלױבן, טו איך שױן אַ גײ צו דער נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ… איך בין בײַ איר אַ גאַנצער חשובֿ…

― אױב איך װעל אײַך דערלױבן? ― זאָגט איציקל שאָסטעפּאַל און קאָן מער נישט רײדן, און װען ער זאָל זיך נישט שעמען פֿאַרן אַפּטײקערס זונדל, װאָלט ער אים געפֿאַלן אױפֿן האַלדז קושן, װאָרעם ער פֿילט, אַז ער, סאַשאַ, איז אים אַ פֿרײַנט, אַן אמתער, אַן איבערגעגעבענער פֿרײַנט, דער אײנציקער צװישן אַלע גוטע פֿרײַנט! …

סאַשאַ איז אַװעק צו דער „אַלטער באַרישני“ און האָט זי געטראָפֿן בײַ זיך אין גאָרטן איבערזעצן קװײטן. דערזען דעם יונגן סאַפֿראַנאָװיטש, האָט זי זיך אױפֿגעהױבן פֿון איר אַרבעט און איז אים געגאַנגען אַקעגן מיט אַ שײנעם „גוט־מאָרגן“, אים אױסגערעדט, פֿאַרװאָס ער קומט נישט אָפֿט אַהער, אין דעם קלײנינקן גן־עדן, װאָס זי אַלײן מיט אירע אײגענע הענט האָט באַשאַפֿן. דאָ האָט אים נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ מיט איר הענטל באַװיזן באמת אַ קלײנעם גן־עדן פֿון פֿאַרשײדענע בלומען, װאָס שמעקן, יונגע בײמלעך, װאָס בליִען, סאַמעטן גראָז, װאָס בעט זיך, מע זאָל דאָס אַ גלעט טאָן, און געלע שמאָלע סטעזשקעלעך, מיט זאַמד אױסגעשיט, װאָס ציִען זיך, װי געלע סטענגעס אױף גרין זײַדנצײַג, מיט בלומען באַפּוצט פֿון דער מילדער האַנט פֿון דער דאָזיקער פֿעע, אָדער פּרינצעסין פֿון גן־עדן, נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ. עס איז נאָר געװען אַן עבֿירה און אַ פֿאַרדראָס, װאָס די פֿעע, אָדער די פּרינצעסין פֿון דעם גן־עדן, מיט די ברילן אױף דער נאָז, האָט מיט איר גראָבלעכער מאַנצבילשער שטימע גענומען אױסרעכענען, װאָס דאָס קאָסט, װאָס דאָס גאַנצע הױז קאָסט, און װאָס דאָס הױז ברענגט אײַן, און װאָס דער גאָרטן ברענגט אײַן, ― „ס'איז נישט כּדאַי, עס טראָגט נישט אַפֿילו קײן פֿינף פּראָצענט“… אַ פֿעע מיט ברילן… אַ פּרינצעסין מיט פּראָצענט… אַך, װי װינציק דאָס שטימט מיט דעם קלײנינקן גן־עדן!… און סאַשאַ טרעט צו צו זײַן זאַך, װאָס צוליב דעם איז ער געקומען.

די גאַנצע צײַט, װאָס דער יונגער סאַפֿראַנאָװיטש האָט גערעדט, איז די אַלטע „באַרישני“ געשטאַנען, די הענט פֿאַרלײגט אַהינטער, געקוקט דורך די ברילן אַרױף אױפֿן הימל און געהערט מיט קאָפּ. און אַז סאַשאַ האָט געענדיקט, האָט זי אַװעקגעשטעלט די ברילן אױף אים און געזאָגט מיט איר גראָבלעכער מאַנצבילשער שטימע:

― װילט איר, הײסט דאָס, איך זאָל דורך מײַן ברודער אײַך איבערגעבן אַלץ, װאָס באַלאַנגט צו דער געפֿאַנגענער, װיִאַזױ הײסט זי? טאַמאַראַ? אַ פּאָעטישער נאָמען… זײער אַ פּאָעטישער נאָמען!… אָבער, איך מוז אײַך זאָגן, מײַן ליבער יונגערמאַן, אַז די אױפֿגאַבע איז נישט פֿאַר מיר. איר װילט װיסן, פֿאַרװאָס? איך װיל נישט האַנדלען מיט אַ זשאַנדאַרמסקי.

― אײַער ברודער דער ראָטמײַסטער… ― װיל איר סאַשאַ אָפּענטפֿערן.

― מײַן ברודער איז דער זעלבער, װאָס זײ, דער זעלבער זשאַנדאַרם, איך װיל אים נישט קענען! איך װיל זײַן פּנים נישט אָנקוקן!

אױף אַזאַ קלאַפּ האָט זיך סאַשאַ נישט געריכט. סאַשאַ איז אָבער נישט פֿון די מענטשן, װאָס פֿאַרלירן זיך בײַם ערשטן אָפּשטױס. ער האָט אָנגעװענדט אַלע קרעפֿטן. ער האָט אָנגעשיקט אױך זײַן פֿאָטער אױף דער „אַלטער מױד“, און ער האָט געפּועלט, אַז זי זאָל זיך איבערבעטן צוליב דעם מיט איר ברודער דעם זשאַנדאַרמסקי ראָטמײַסטער. און עס איז נישט אַװעקגעגאַנגען קײן עטלעכע טעג, האָט נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ געבראַכט צו טראָגן אין דער אַפּטײק אַרײַן אַ גאַנצן פּאַק מיט נײַס, פֿאַרדרײטע, פֿאַרפּלאָנטערטע, פֿאַרקריפּלטע, דער רוח אַלײן קאָן דאָ ברעכן דעם קאָפּ: עפּעס אַ מײדל, װאָס האָט זיך אױפֿגעהאַנגען אין טורמע… און אַ באַקאַנטשאַפֿט מיט אַ מענטשן, װאָס האָט אַװעקגעשיקט אײנעם אױף יענער װעלט…

― דער שװאַרצער יאָר זאָל זײ װיסן דאָרטן! זאָלן זײ אײַך אַלע ברעכן די קעפּ! און מיך זאָלט איר לאָזן צורו און נישט בעטן מער, איך זאָל מיר שמוצן די הענט! און פֿאָלגט מיר, יונגערמאַן, טוט אַ שפּײַ אױף דעם גאַנצן עסק און קומט בעסער צו מיר אין גאָרטן הײַנט, װעל איך אײַך מכבד זײַן מיט „שפּאָנקעס“, מײַן אײגענע פֿלאַנצונג, איך האָט נאָך אַזעלכע שפּאָנקעס נישט געגעסן! װען איך האָב אַזעלכע בײמער אַ סך, װאָלט איך געקאָנט פֿאַרגרעסערן די הכנסה פֿונעם גאָרטן אין צװײען, אױב נישט אין דרײַען… זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש האָט איבערגעגעבן טאַמאַראַס פֿאָטער די דאָזיקע ידיעה אין זײער אַן אײדעלער פֿאָרעם, אָדער װי זײַן פֿאָטער דער אַפּטײקער האָט זיך אױסגעדריקט אױף זײַן אַפּטײק־לשון: „אַ ביטערע פּיל אײַנגעװיקלט אין גאָלד“. ער האָט געמאַכט די גאַנצע געשיכטע צו קלײן געלט, און אַז איציקל שאָסטעפּאַל האָט מיט שרעק און מיט האָפֿענונג אױסגעהערט די דאָזיקע באַפּוצטע געשיכטע, האָט אים דאָס פּנים געשײַנט, די אױגן געלױכטן, װי בײַ אַ קלײן קינד, װאָס מע האָט נאָר װאָס באַשטראָפֿט און איבערגעבעטן מיט אַ שפּילעכל: „ער װײס שױן, ער פֿאַרשטײט שױן ― אַלץ איבער אָט דעם ראָמאַנענקאָ, ימח־שמו־וזכרו“…

פֿון יענעם טאָג האָט סאַשאַ נישט גערוט. ער האָט דורכגעשלאָגן, װי ער אַלײן האָט זיך אױסגעדריקט, אײַזערנע מױערן, און זיך באַקאַנט מיט אַזעלכע מענטשן, װאָס ער װאָלט זײַנע יאָרן אױסגעלעבט און װאָלט זײ נישט געקענט. ער איז געװאָר געװאָרן סודות… עס אין אים געראָטן, געװײנטלעך, פֿאַר געלט (שאָסטעפּאַל האָט נישט געזשאַלעװעט קײן געלט), צו לײענען אַ קאָפּיע פֿון טאַמאַראַס בריװ צו אײנעם אַ חבֿרהמאַן מיטן נאָמען מאַרטשענקאָ. אַ בריװ אַ הײסער, אַ פֿלאַם־פֿײַעריקער בריװ… סאַשאַ װאָלט זיך גערעכנט גליקלעך, װען טאַמאַראַ שרײַבט צו אים, צו סאַשאַן אַזאַ בריװ… ער האָט נעבעך אַלץ געמוזט אַראָפּשלינגען, נאָר עס האָט זיך נישט געהאַנדלט דאָ אום זײַנע אײגענע געפֿילן צו טאַמאַראַן; דאָ איז געװען נײטיק אַרױסצורײַסן זי פֿון די אײַזערנע נעגל, אַרױסשלעפּן זי פֿונעם אָפּגרונט, אין װעלכן זי איז אַרײַן און אין װעלכן זי האָט װאָס װײַטער אַלץ מער געזונקען. עס האָט זיך בײַ זײ געװיקלט אײן ענין אינעם אַנדערן: דער נאָמען מאַרטשענקאָ איז געװען געבונדן מיט ראָמאַנענקאָ. ראָמאַנענקאָ־מאַרטשענקאָ איז געװען אײַנגעפּלאָנטעט אין דער געשיכטע פֿון מאַשאַ באַשעװיטש, װאָס האָט אַזױ טראַגיש געמאַכט אַ סוף צו איר לעבן אין טורמע…

אַן אָפֿטער גאַסט איז געװאָרן איציקל שאָסטעפּאַל בײַ זײַן שכן דעם אַפּטײקער אין הױז… ער האָט זיך באַפֿרײַנדעט נישט נאָר מיטן אַפּטײקערס זונדל, נאָר אױך מיטן אַפּטײקער אַלײן, און מיט סאַשאַס חבֿר, קעסלער. עס איז געװען צו זען אַלע פֿאַרנאַכט בײַם אַפּטײקער אין שטוב אַ קלײנע אַסיפֿה פֿון הײמישע מענטשן: סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש, איציקל שאָסטעפּאַל, סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש און זײַן חבֿר שמעון קעסלער, און מע האָט גערעדט נאָר פֿון אײן פּערזאָן ― פֿון טאַמאַראַן, און נאָר פֿון אײן זאַך ― פֿון איר באַפֿרײַונג.

― דו װײסט, װאָס איך װעל דיר זאָגן? ― אַזױ מאַכט איציקל שאָסטעפּאַל צו זײַן פֿרױ שיװקע. ― אָט דער סאַפֿראַנאָװיטש (שױן אױס , אַפּטײקער“) איז אַ גאַנץ װױל מענטשל. מיר איז געפֿעלן, װיִאַזױ ער פֿירט זיך מיט זײַן זון (שױן אױס „זונדל“, נאָר „זון“!), װיִאַזױ ער גיט אים אָפּ כּבֿוד און װיִאַזױ ער האָט אים ליב ― און ס'איז טאַקע דאָ װעמען!…

אױך דער אַפּטײקער האָט געביטן די מײנונג אױף זײַן שכן שאָסטעפּאַל. ער זאָגט צו זײַן זון:

― אַ רחמנות נעבעך אױף אונדזער שאָסטעפּאַל! (שױן אױס „ייִדאַש“!) ער איז גאָרנישט אַזאַ װילדער מענטש, כ'לעבן!

קאַפּיטל 7.
אַלצדינג רוט

מיט ריזנטריט איז זיך די באַװעגונג געגאַנגען איר װעג איבער אַלע שטעט און שטעטלעך אין אײן גרױסן װידער־קול, אין װעלכן עס האָט אָפּגעקלונגען דאָס אײנציקע װאָרט פֿרײַהײט… אַלע רעדער פֿון דער גרױסער לאַנד־מאַשין האָבן זיך װי דורך אַ באַפֿעל פֿון אַ גרױסן מעכאַניק, אָדער דורך אַ כּישוף פֿון אַ צױבער־שטעקן, אָפּגעשטעלט, און אַלץ איז װי פֿאַרשטאָרבן געװאָרן, און אַ מאָדנע רו און אַ מערקװירדיקע שטילקײט איז אַרײַנגעטראָטן אין גאַנצן לאַנד, אַ מין נאַטירלעכער פֿײַערטאָג, אַ גרױסער יום־טובֿ, נישט אַזאַ יום־טובֿ, װאָס ס'איז איבערגעגעבן געװאָרן צו די מענטשן בירושה, נאָר אַזאַ מין יום־טובֿ, װאָס מענטשן אַלײן האָבן אים באַשאַפֿן, װאָס מענטשן אַלײן האָבן, נאָך אַ סך יאָרן שװער אַרבעטן און נאָך אַ סך יאָרן זיך אַרומרײַסן אײנער מיטן אַנדערן, מיטאַמאָל אים, דעם יום־טובֿ, אַרױסגערופֿן אין לעבן, האָבן זיך פֿאַראײניקט אונטער אײן אידעע און זיך צונױפֿגעקליבן אַלע אין אײן אָרט