אין שטורעם: 2.2: פּסח צום סדר

שלום עליכם (אַלע װערק)

טאָכטער מאַשאַ, און טאַמאַראַ נעמט אים אױף זײער פֿרײַנטלעך, פֿירט אים אַרײַן באַזונדער אין אַ חדר, און זעצט זיך אַװעק מיט אים שמועסן װעגן זײַן טאָכטער מאַשאַ. און איציקל שאָסטעפּאַל בלײַבט איבער מיט זײַן פֿרױ שיװקע אין צװײען, קוקן זיך איבער אָן װערטער, און יעדער פֿון זײ לאָזט אַרױס אַ זיפֿץ פֿונעם טיפֿן, טיפֿן האַרצן…

קאַפּיטל 2.
פּסח צוס סדר

װער איז אָט דער שײנער קעניג מיט די גרױסע שװאַרצע אױגן, מיט דעם שײנעם שװאַרצן געקרײַזלטן באָרד, אין די װײַסע זײַדענע קלײדער, מיטן װײַסן זײַדענעם היטעלע און מיט די װײַסע זײַדענע שיכלעך, װאָס זיצט אױבנאָן אָנגעלענט אױף דעם הסב־בעט אַזױ רויִק, און אַזױ מילד, און אַזױ גוט, און אַזױ פֿרײַנטלעך צו יעדן? זאָל דאָס זײן איציקל שאָסטעפּאַל, דער שטענדיק פֿאַרטראָגענער, צעטראָגענער, פֿאַרהאַװעטער, פֿאַרטאַרעראַמטער איציקל שאָסטעפּאַל? װוּ איז אַהינגעקומען זײַן אומרויִק פּנים, זײַן אײַלעניש, זײַן לױפֿעניש, זײַנע געשעפֿטן מיט זײַנע דרײענישן, פֿאַרדרײענישן און לאָדענישן מיט „קאַזנאַ“, מיט מענטשן און מיט דער גאַנצער װעלט?

װער איז אָט די פּרעכטיקע קעניגן, װאָס זיצט אים בײַ דער רעכטער האַנט מיט אַזאַ גדלות, אױסגעצירט מיט פּערל און מיט בריליאַנטן, װאָס בלישטשען און פֿינקלען קעגן דעם פֿינקלדיקן װײַן, װאָס אין די גלאַנצנדיקע פֿלעשער, און געבן צו איר אַמאָליקן שײן פּנים אַזױ פֿיל חן און גדלות, אַז ס'איז גאָרנישט צו דערקענען אין איר די שטענדיק פֿאַרזאָרגטע און פֿאַרצאָרנטע שיװקע שאָסטעפּאַל, װאָס װערט פֿאַרשװאַרצט בײַ איר מאַן דעם דעספּאָט אין עושר און אין כּבֿוד?…

װער איז אָט די גלענצנדע, מאַיעסטעטיש שײנע פּרינצעסין, מיט די גרױסע שײנע שװאַרצע אױגן און מיט די גלענצנדיקע שװאַרצע געקרײַזלטע האָר, װאָס פּאַסן זיך אַזױ צו דעם װײַסן קלײד, װאָס די מוטער האָט מיט טרערן געפּועלט בײַ איר, זי זאָל דאָס אָנטאָן כאָטש אײן מאָל צוליב איר און צוליב דעם הײליקן יום־טובֿ, און זי האָט איר צוליב געטאָן, נישט געקאָנט צוזען דער מאַמעס טרערן?…

דאָס איז געשען באַלד נאָך ליכט־בענטשן. דער פֿאָטער איז נאָך געװען אין שול, די מוטער איז געשטאַנען אַן אױסגעצירטע אין זײַד, אין פּעדל און אין בריליאַנטן, אַקעגן אַ האַלב טוץ גרױסע שײנע זילבערנע לײַכטער, מיט אַן אַלטן זיבן־רעריקן קאַנדעלאַברע אינמיטן, מיט אױפֿגעהױבענע הענט צו די צוגעמאַכטע אױגן, געבענטשט ליכט און שטילערהײט געװײנט, אַזױ שטיל און פֿאַרבאָרגן, אַז נאָר ער אַלײן, גאָט ברוך־הוא, זאָל הערן… און טאַמאַראַ איז זיך געזעסן בײַם טישל אָן אַ זײַט אין איר געװײנלעך שװאַרץ װאָכעדיק קלײד איבער אַ ביכל און האָט געלײענט, און אפֿשר איז זי געזעסן אַזױ און האָט געטראַכט…

אָפּגעבענטשט ליכט, איז די מוטער צוגעגאַנגען צו דער טאָכטער, אױסגעקנאַקט זיך אַלע פֿינגער און אַװעקגעזעצט זיך נעבן איר און גענומען רײדן איבער איר, חלילה נישט געשטראָפֿט, נאָר אַזױ מיט גוטן אױסגערעדט זיך דאָס האַרץ פֿאַר איר קינד, איר אײנציקער טרײסט אױף דער גאַנצער װעלט, איבערגעגעבן אין האַלבע װערטער און מער אױפֿן װוּנק אַלץ, װאָס זי שטײט אױס פֿון איר מאַן… זי באַשולדיקט אים חלילה נישט און באַקלאָגט זיך נישט אױף אים, הלװאַי זאָל איר קינד נישט האָבן קײן ערגער לעבן, װי זי האָט בײַ איר מאַן, נאָר אַ מאַן איז דאָך נישט מער װי אַ מאַן, ובפֿרט נאָך אַזאַ פֿאַרטראָגענער באַשעפֿטיקטער מענטש װי ער, װאָס לעבט אַלײן נישט אױף דער װעלט, אַחוץ שבת און אַ חוץ יום־טובֿ, און װאָס לאָזט אױס תּמיד זײַן ביטער האַרץ צו איר, צו דער מוטער, פֿאַר אַלצדינג: פֿאַר דעם, װאָס דער סאַמאָװאַר איז נישט אַזױ גיך פֿאַרטיק, און פֿאַר דעם, װאָס דאָס לאָדעניש האָט זיך נישט אײַנגעגעבן, און פֿאַר דעם, װאָס די טאָכטער איז אין פּעטערבורג, ― פֿאַר אַלצדינג, פֿאַר אַלצדינג קומט אָפּ זי, די מוטער, און אַלצדינג נעמט זי אָן פֿאַר ליב, װאָרעם מסתּמא הײסט גאָט אַזױ, און אַקעגן גאָט קאָן מען נישט גײן…

אַזױ קלאָגט זיך שיװקע פֿאַר איר טאָכטער און װישט די אױגן, און די אױגן װילן נישט אױפֿהערן צו װײנען. און טאַמאַראַ װיל איר דערקלערן, אַז נישט גאָט, זי אַלײן איז שולדיק, װאָס זי לאָזט זיך טרעטן מיט די פֿיס… און די מוטער הערט נישט אױף אױסצוגיסן איר פֿאַרביטערט האַרץ פֿאַר איר טאָכטער, װעלכע זי װאָלט װעלן זען גליקלעך, װײס זי נישט װיִאַזױ… זי װאָלט זיך װעלן מפֿקיר זײַן פֿאַר איר, אַװעקגעבן אָט די גאַנצע צירונג אירע, אָט די פּערל מיט די דימענטן, מיט די בריליאַנטן, מיטן גאַנצן לעבן אירס, אױב עס זאָל זײַן נאָר אין דעם די מניעה… צוליב איר קינד װאָלט זי, שיװקע שאָסטעפּאַל, איציקל שאָסטעפּאַלס װײַב, זיך געשטעלט דינען…

אַזױ זאָגט די מוטער, און טאַמאַראַס האַרץ איז גערירט און די נשמה איז צעװײקט, און זי װיל באַרויִקן איר מוטער און זי קאָן דאָס נישט טאָן. זי װײס נישט, װיִאַזױ. זי איז אַזױ װײַט, אַזױ אָפּגעריסן פֿון איר מוטער!… און די מוטער הערט נישט אױף צו באַקלאָגן זיך אױף איר פֿינצטער מזל, װאָס זי האָט נישט פֿאַרדינט בײַ גאָט, אַז איר אײנציק קינד, איר אױג אין קאָפּ, זאָל נישט קאָנען ברענגען פֿאַר איר מאַמע אַ קלײנעם קרבן, איר צוליב טאָן אױף אָט אַזױ פֿיל, פֿאַרשאַפֿן איר מוטער כאָטש אַ קאַפּל פֿאַרגעניגן, כאָטש אױף אַ פּאָר שעה נישט מער… זי פּועלט בײַ איר טאָכטער, זי זאָל זיך אָנטאָן אין אַ װײַס קלײד, „צוליב איר און צוליבן הײליקן יום־טובֿ ” ― און ס'איז נישטאָ אין דער גאַנצער װעלט קײן גליקלעכערע מוטער, װי שיװקע שאָסטעפּאַל, די פּרעכטיקע קעניגן אין דער דאָזיקער נאַכט!… און אַז דער פֿאָטער קומט פֿון שול מיטן ברײטן „גוט יום־טובֿ!“ און דערזעט טאַמאַראַן אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, װערט זײַן קײזערלעכע מאַיעסטעט נאָך מער מאַיעסטעטיש און זײַן פֿאָטערלעך האַרץ נאָך מער גליקלעך, און ער איז איר מוהל אַלע יסורים מיט אַלע בזיונות מיט אַלע נישט־דערשלאָפֿענע נעכט מיט אַלע צרות, װאָס ער איז איבער איר אױסגעשטאַנען ביז הײַנטיקער נאַכט!…

― װער װעט בײַ מיר פֿרעגן די פֿיר קשיות? ― זאָגט איציקל שאָסטעפּאַל אין אַ שפּאַס צו דער טאָכטער, און באַקומט פֿון איר אַזאַ מין ענטפֿער:

― די פֿיר קשיות װאָס איך װעל בײַ דיר פֿרעגן, װעסטו מיר נישט קאָנען פֿאַרענטפֿערן…

― גוט, מיר װעלן זען! ― זאָגט דער גליקלעכער פֿאָטער און גרײט זיך צו צום סדר, לײגט אַװעק פֿאַר איטלעכן אַ הגדה, אַפֿילו פֿאַר חוה די ייִדענע און פֿאַר כאַסקע דעם שטובמײדל, װאָס זיצן, נאָך דעם אַלטן ייִדישן מינהג, בײַם סדר גלײַך מיט אַלעמען, װײַל פּסח צום סדר זײַנען אַלע גלײַך, נישטאָ קײן בעל־הבית, נישטאָ קײן דינסט, נישטאָ קײן האַר, נישטאָ קײן קנעכט ― פֿרײַ איז מען, פֿרײַ, װי בשעת מען איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים!… און איציקל שאָסטעפּאַל זעצט זיך אַװעק אָפּריכטן דעם סדר מיט דעם גאַנצן פּראַכט און גלאַנץ, װי זײַן טאַטע האָט געטאָן, און ער מאַכט דעם שײנעם ברײטן יום־טובֿדיקן קידוש, װי זײַן טאַטע האָט געמאַכט, און ער זינגט די הגדה מיט דעם זעלבן ניגון, װי זײַן טאַטע האָט געזונגען, און אַז ער זאָגט שױן אָפּ אַלץ, װאָס װערט געזאָגט פֿאַרן עסן, און אַז ער װאַשט זיך צו דער סעודה און מאַכט די ברכה „על אַכילת מצה“, און עס האַלט שױן בײַ די פֿיש, בײַ די זיסע פֿעפֿערדיקע געפּאַפּריקירטע צוקערדיקע שמעקעדיקע פֿיש מיט דער אונטערגעװײקטער מצה, רופֿט זיך אָן איציקל שאָסטעפּאַל צו טאַמאַראַן מיט אַ שפּאַס:

― נו, אַצינד קאָנסטו מיך פֿרעגן די פֿיר קשיות.

― משוגע מײַנע שׂונאים! ― זאָגט שיװקע צום מאַן. ― דאָס קינד װיל עסן, הײסט עס איר גאָר פֿרעגן די פֿיר קשיות.

― נישקשה, מאַמע, עס מאַכט נישט אױס, איך קאָן עסן און צו גלײַכער צײַט פֿרעגן דעם טאַטן די פֿיר קשיות.

אַזױ זאָגט טאַמאַראַ צו דער מוטער מיט אַ שמײכל און װענדט זיך צום פֿאָטער, אַזױ צו זאָגן:

― טאַטע, איך װעל דיך פֿרעגן פֿיר קשיות ― אַזױ, דאַכט זיך, דאַרף מען פֿרעגן די פֿיר קשיות?

― אַזױ, אַזױ, טאָכטער, ― ענטפֿערט איר דער גליקלעכער פֿאָטער. און די מוטער קװעלט, װערט ברײטער װי לענגער. און טאַמאַראַ זאָגט:

― אָט ריכטן מיר אָפּ דעם סדר ― אױף װיפֿל איך פֿאַרשטײ פֿון מײַן רוסישער הגדה, װאָס דו האָסט מיר צוגעגרײט, פֿײַערן מיר אַ יום־טובֿ פֿון באַפֿרײַונג, און מיר האָפֿן װידעראַמאָל באַפֿרײַט צו װערן פֿון דעם גלות, אין װעלכן מיר געפֿינען זיך איצט, און מיר װינטשן זיך, איבעראַיאָר זאָלן מיר אַלע זײַן זעלבסטשטענדיק בײַ זיך אין אונדזער לאַנד, אין אונדזער ירושלים. אַזױ, דאַכט זיך? נו, װעל איך דיך פֿרעגן: ערשטנס, זאָג מיר, װאָס האָבן מיר געטאָן ביז אַהער צוליב דער דאָזיקער באַפֿרײַונג? איך מײן, איך און דו, און דײַנע עלטערן, און אונדזערע אור־אור־עלטערן פֿון יענער צײַט אָן ביז הײַנטיקן טאָג? צװײטנס, װאָלט איך װעלן װיסן, צי אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט װילן, אַז ס'זאָל קומען משיח און זאָל אונדז פֿירן אַהין, אינעם געבענטשטן לאַנד? אָדער עס געפֿינען זיך אַזעלכע, און אפֿשר נאָך אַ סך אַזעלכע, װאָס האָבן נישט חשק, קײן קאַפּ חשק נישט, אַז ס'זאָל קומען משיח און זאָל זײ צונעמען פֿון אַ ציװיליזירט לאַנד, פֿון שײנע הײַזער, פֿון רײַכע גיטער, און אַװעקפֿאָרן אין אַזאַ מדינה, װאָס שטײט נאָך נידעריקער פֿון אונדזער מדינה, און אונטער אַזאַ רעזשים, אַזאַ רעגירונג, װאָס איז נאָך װילדער פֿון אונדזער רעגירונג?… שלאָג מיך נישט איבער, טאַטע, איך האָב דיך ערשט געפֿרעגט צװײ קשיות, און פֿרעגן דאַרף איך דיך פֿיר? אַלזאָ, איז געבליבן נאָך צװײ קשיות. דריטנס, װיל איך װיסן, זאָלסט מיר זאָגן, אָבער אױפֿריכטיק, צי איז די געשיכטע מיט משהן און מיט ירושלים נישט מער װי אַן אַלטע תּפֿילה פֿון אַן אַלטן סידור, װאָס מע האָט אַמאָל, פֿאַרצײַטן, אָנגעשריבן פֿאַר אונדזערע אור־אור־עלטערן? און, פֿערטנס, אױב ס'איז יאָ אַזױ, הײַנט צו װאָס נוצט אונדז די גאַנצע קאָמעדיע? האָב קײן פֿאַראיבל נישט, טאָמער האָב איך דיר מיט מײַנע נאַרישע קשיות געשטערט דײַן יום־טובֿ, און, אױב דו קאָנסט, גיב מיר אױף זײ אַ תּירוץ.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

זאָגן אַז דער פֿאָטער האָט נישט געהאַט װאָס צו ענטפֿערן דער טאָכטער אױף אירע פֿיר קשיות, װאָלט געװען נישט ריכטיק. איציקל שאָסטעפּאַל האָט דװקא יאָ געענטפֿערט, און דװקא אַ סך געענטפֿערט, און שטאַרק געהיצט זיך, און שטאַרק געמאַכט מיט די הענט, װי זײַן שטײגער איז, און געגעבן אַגבֿ דער טאָכטער אַ פּסק, פֿאַרװאָס זי רופֿט אָן דעם הײליקן סדר פֿונעם הײליקן יום־טובֿ מיטן נאָמען „קאָמעדיע“… ער האָט געפֿײַערט, געשפּרונגען פֿון אײן װאָרט איבערן אַנדערן, אָנגעהױבן אײנס, נישט געענדיקט און אַריבער צום אַנדערן, ― מיט אײנעם װאָרט, איציקל שאָסטעפּאַל האָט זיך פֿאַרענטפֿערט, װי װײַט ער האָט געקאָנט, אָן אַ סיסטעם, װי אַ מענטש, װאָס איז נישט געװױנט צו דיסקוסיעס, צו שלאָגן זיך; אַזאַ מענטש טוט דאָס בעסטע, װאָס ער קאָן: ער שפּרינגט, ער דרײט זיך, דערלאַנגט אַ זעץ פֿון הינטן, צעלאָזט זיך און פֿאַלט פֿון זיך אַלײן, כאַפּט זיך אױף און שפּרינגט װײַטער ― אַזאַ מענטש קאָן נישט געװינען דעם „קריג“, אַזאַ מענטש, װי ער זאָל נישט זײַן געזונט און קרעפֿטיק, מוז געשלאָגן װערן…

טאַמאַראַ האָט געלאָזט דעם פֿאָטער רײדן, געקוקט אױף אים מיט אירע גרױסע שײנע קלוגע אױגן, װי ער פּלאָנטעט זיך, און אַ גרינג שמײכעלע איז געשטאַנען אױף איר שײן פֿאַרזאָרגט פּנים, װאָס די מוטער האָט זיך נישט געקאָנט זאַט אָנקוקן אַן דעם, געװאָרן ברײטער װי לענגער, און שיװקע האָט געטראַכט מיט אַ געפֿיל פֿון נקמה:

„אָט אַזױ אָ!… זאָל ער װיסן!… זאָל ער זיך פֿאַרענטפֿערן פֿאַר זײַן אײגן קינד!… ער מײנט, ס'איז אים איך!… אָ, זאָל זי מיר נאָר זײַן געזונט און זאָל זי שױן נאָר זײַן אין דער הײם, װעט זי זיך שױן רעכענען מיט אים פֿאַר מיר אױך!“…

איציקל שאָסטעפּאַל האָט געכאַפּט אַ קוק אױף שיװקעס פּנים, האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זי האָט אין אים אַ נקמה, האָט ער פּלוצעם איבערגעריסן און אַ זאָג געטאָן:

― טאַ! מילא, מע קאָן אַזױ אַװעקזיצן און אַװעקפּלאַפּלען ביז טאָג… מע דאַרף זיך נעמען צו דער הגדה, אָפּריכטן דעם אַנדערן האַלבן סדר!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש האָט פֿײַנט געהאַט רוען, זיצן לײדיק. ער איז נאָר אַראָפּ פֿון דער פֿור, האָט ער געלאָזט װיסן זײַנע חבֿרים, אַז ער איז דאָ, ― האָבן אָנגעהױבן זיך שיטן צו אים אַלטע חבֿרים, פֿרײַנט און באַקאַנטע, ציוניסטן, מאָדערנע משׂכּילים, „אינטעליגענטן“, לערערס און גלאַט יונגעלײַט, מײנסטנטײל קבצנים.

זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז דער אַפּטײקער האָט דערפֿון געהאַט װינציק װאָס נחת, האָט אָבער מורא געהאַט צו פּראָטעסטירן, עס זאָל נישט אַרױס קײן קאָנפֿליקט צװישן אים און צװישן זײַן זון. אַ קלײנער קאָנפֿליקט איז שױן אַרױסגעקומען צװישן זײ, בעת סאַשאַ האָט זיך איבערגעטאָן צום יום־טובֿ. דער פֿאָטער האָט זיך געװאָלט אױספֿײַנען פֿאַר זײַן זון, אַז ער איז נישט קײן פּראָװינציאַל, און אַז ער לײענט אַלע פּעטערבורגער בלעטער, און אַז ער נעמט אָנטײל אין דער באַפֿרײַונגס־באַװעגונג, דאָס הײסט, ער אַלײן טוט גאָרנישט, װוּ האָט ער צײַט? נאָר ער סימפּאַטיזירט…

― סימפּאַטיזירסטו אױך מיט דער באַפֿרײַונג פֿון אונדזער פֿאָלק? ― האָט אים סאַשאַ געפֿרעגט, פֿאַרקעמענדיק אַרױף זײַנע געלע האָר.

― פֿון װאָסער פֿאָלק? ― פֿרעגט אים דער פֿאָטער, און דער זון ענטפֿערט אים:

― פֿון אונדזער אײגן ייִדישן פֿאָלק.

― זײַנען מיר דען אױך אַ פֿאָלק? ― פֿרעגט דער פֿאָטער נאַיִװ, און דער זון שטעלט אַװעק אױף אים פֿאַרװוּנדערטע אױגן:

― װאָס דען זײַנען מיר?

― איך װײס װאָס מיר זײַנען? מיר זײַנען ייִדן…

און בײדע, דער פֿאָטער מיטן זון, צעלאַכן זיך.

― װעסט נישט האָבן קײן פֿאַראיבל, טאַטע, װאָס איך װעל דיר זאָגן? ― מאַכט סאַשאַ צום פֿאָטער.

― זאָג, זאָג, דו קענסט דאָך מיך, איך בין נישט פֿון די, װאָס באַלײדיקן זיך! קאָנסט זאָגן װאָס דו װילסט. װעסט אַװדאי זאָגן, אַז… װאָס װעסטו זאָגן?

― איך װעל זאָגן, אַז בײַ קײן אומה־ולשון, בײַ קײן פֿאָלק װעט זיך נישט געפֿינען אַזעלכע, װאָס זאָלן אָפּלײקענען זיך אַלײן, זאָגן אױף זײער אײגן פֿאָלק, אַז ס'איז קײן פֿאָלק נישט.

― נו, יאָ! ― שרײַט אױס דער אַפּטײקער טריומפֿירנד און מיט אַ קװיטש. ― װײסטו, פֿאַרװאָס? װײַל אָט אַזאַ פֿאָלק זײַנען מיר!

― אָט אַזױ דענקען נאָר שקלאַפֿן! ― זאָגט סאַשאַ מיט פֿאַרדראָס. ― שקלאַפֿן, קנעכט, װעלכע האָבן אונטער דער אײַזערנער רוט פֿון זײערע פֿאַרפֿאָלגער פֿאַרלאָרן אינגאַנצן זײער זעלבסט־באַװוּסטזײַן, אינגאַנצן זײער ערע צו זיך אַלײן.

און עס ציט זיך בײַ זײ אַ דעבאַטע אױף אַ גאַנצע שעה, פֿון װעלכער דער פֿאָטער זעט אַרױס, אַז ער איז צו שװאַך, ער זאָל קאָנען בײַקומען זײַן זון, און עס מאָלט זיך אים אױס, אַז זײַן זון זעט זײַן שװאַכקײט, און ער פֿילט זיך, װי עס דאַרף זיך פֿילן אַ גרױסער מענטש, װאָס ליגט פֿון אונטן צוגעקװעטשט מיטן פֿוס פֿון אַ פֿיל קלענערן פֿון אים…

פּסח אױפֿדערנאַכט, צום ערשטן סדר, אַז דער אַפּטײקער איז געקומען פֿון דער אַפּטײק אַהײם, האָט ער געטראָפֿן בײַ זײַן זון אַ יונגנמאַנטשיק מיט אױסגעריבענע עלנבױגנס. נאָך די געקרײַזלטע שװאַרצע הערלעך מיטן אױסגעבױגענעם רוקן האָט ער דערקענט סאַשאַס חבֿר פֿון גימנאַזיע.

― מײַן חבֿר שמעון קעסלער.

אַזױ האָט אים סאַשאַ פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זײַן פֿאָטער, און דער אַפּטײקער האָט דערלאַנגט קעסלערן אַ פּאָר פֿינגער פֿון זײַן קאַלטער אַפּטײקערשער האַנט און אַ זאָג געטאָן:

― עס פֿרײט מיך זײער…

סאַשאַ האָט נאָכן פֿאָטערס זױערע מינע אַרױסגעזען, אַז דער קעסלער איז עפּעס נישט אַזאַ אָנגעלײגטער גאַסט, האָט ער זיך צוגעאײַלט אים פֿאָרצושטעלן נאָכאַמאָל:

― קעסלער, דאַרפֿסטו װיסן, איז אַ אינזשעניר (קעסלער האָט געװוּנען בײַם אַפּטײקער אין די אױגן גוטע פֿופֿציק פּראָצענט!), און אַ באַרימטער מאַטעמאַטיקער (קעסלערס אַקציעס האָבן זיך אױפֿגעהױבן מיט נאָך פֿערציק פּראָצענט!), און נאָך מער ― אַ באַרימטער ציוניסט! (דאָ האָבן קעסלערס אַקציע געגעבן צוריק אַ פֿאַל אַראָפּ בײַם אַפּטײקער אין די אױגן אױף אַלע נײַנציק פּראָצענט מיטאַמאָל). איך רעכן, פּאַפּאַ, אַז דו װעסט נישט האָבן גאָרנישט קעגן דעם, װאָס מײַן חבֿר שמעון װעט בלײַבן בײַ מיר איבער פּסח.

נאַטירלעך, האָט דער אַפּטײקער געזאָגט, אַז עס װעט אים זײער פֿרײען, װאָס זײַן זונס חבֿר װעט בײַ זײ האַלטן פּסח. און אַזױ איז אונדזער נײַער באַקאַנטער שמעון קעסלער געבליבן אַ תּושבֿ, אַ הײמישער מענטש בײַם אַפּטײקער אין שטוב.

סאַשאַ האָט געפּועלט בײַם פֿאָטער, געװײנלעך, נאָך אַ לאַנגער דעבאַטע אין בריװ הין און צוריק, ער זאָל הײַנטיקן פּסח מאַכן בײַ זיך אַ ייִדישן פּסח, מיט מצות, מיט כּשר געפֿעס, מיט אַ סדר און מיט אַלע זיבעצן זאַכן. ביז אַהער פּועלט ער יוצא זײַן נאָר מיט מצות אַלײן, דאָס הײסט, ער האָט צוליב געטאָן דעם בעקער, װאָס איז זײַנער אַ קונה אין דער אַפּטײק און װאָס דעקוטשעט זײער, אַז עס קומט ערבֿ פּסח, מע זאָל באַשטעלן מצות בײַ אים, נישט בײַ קײן אַנדערן. דערפֿאַר אָבער אױף זײער „פּאַסכאַ“ איז שױן געװען בײַ אים צום טיש אַ הױכער אַ שײנער פּאַסכאַ־קױלעטש אױך נאָר פֿון יוצא װעגן, צוליב דער דײַטשקע דער קריסטן, װאָס דרײט זיך אַרום אין שטוב. אָט ראָם װערט אָנגערופֿן אַ מענטש, װאָס װיל זיך נישט קריגן מיט דער װעלט!

מע האָט זיך אַװעקגעזעצט די ערשטע נאַכט צום סדר זאַלבעדריט: דער אַפּטײקער, זײַן זון סאַשאַ און זײַן חבֿר שמעון קעסלער. דער פֿאָטער האָט אױסגעזען בײַ זיך אין שטוב װי אַ פֿרעמדער, װי אַ גאַסט ; ער האָט זיך אָנגעטאָן אין אַ שװאַרצן ראָק, פֿאַרשפּיליעט פֿון אױבן ביז אַראָפּ, צוגעמאַכט אַלע לאָדן פֿון די פֿענצטער, מע זאָל חלילה נישט דערזען פֿון דרױסן, אַז בײַ סאַפֿראַנאָװיטש דעם אַפּטײקער ריכט מען אָפּ דעם סדר, האָט געהױבן אַלע מינוט דעם צילינדער־הוט און געװישט דעם שװײס, געזאָגט, אַז ער איז נישט געװױנט צו זיצן אין שטוב מיט אַ צוגעדעקטן קאָפּ, און האָט זיך באַרויִקט ערשט דעמאָלט, אַז ער האָט אַרױסבאַגלײט זײַן „דײַטשקע“ די קריסטן, װאָס איז געװען די בעל־הביתטע בײַ אים אױף דער שטוב. ער האָט זיך גאָרנישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז זײַן „דײַטשקע“ זאָל זען אים, דעם אינטעליגענט סאַפֿראַנאָװיטש, איבער אַ ייִדישן סדר…

קאַפּיטל 3.
דעם שוסטערס אורח

אױב דער ליבער גוטער יום־טובֿ איז פֿאַר די נגידים אַ תּענוג, איז ער פֿאַר אָרעמעלײַט אַ גן־עדן.

אַן אָרעמער בעל־מלאָכה, אַ מלמד, אַ קרעמער, אַ הענדלער, אַ טענדלער איז אײַנגעשפּאַנט אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר אין דעם יאָך, װײס נישט פֿון קײן שום פֿאַרגעניגן אין דער װעלט, אַחוץ דעם אײנציקן טאָג שבת, װאָס ער קאָן זיך פֿאַרגינען אָפּשלאָפֿן דעם גאַנצן טאָג, װײס נישט, װיִאַזױ גאָט צו דאַנקען, אַז עס קומט דער גוטער ליבער פּסח, װאָס מע װעט קאָנען רוען גאַנצע אַכט טאָג דורכאַנאַנד, נישט טראָגן אױפֿן קאָפּ קײן שום דאגות פּרנסה, װאָרעם װאָס ― װאָס, מיט מצה איז מען באַװאָרנט אױף אַ גאַנצע װאָך. און װער שמועסט, אַז צו דער מצה העלפֿט נאָך גאָט אַ זעקל קאַרטאָפֿליעס מיט אָ דײזשקעלע פּסחדיקן באָרשט, ―