אין שטורעם: 1.7: מאַשאַ זוכט אַ טעריטאָריע

שלום עליכם (אַלע װערק)

װײסט… עס װעט זײַן געזונטער פֿאַר אײַך אַלעמען, אַז איר װעט זאָגן דעם אמת…

מאַלקין האָט דערקענט דעם אין דער פֿריִיִקן גאַסט, דעם פּאַקנטרעגער.

דאָס איז געװען יאַשקאַ װאָראָנאַ.

קאַפּיטל 7.
מאַשאַ זוכט אַ טעריטאָריע

אַז מאַשאַ באַשעװיטש האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט דער „קלײנער קאָמונע“, װאָס בײַ מאַלקינען אונטער הימל, האָט זי גענומען איר „באַגאַזש“, אַ טשאַכאָטעטשנעם טשעמאָדאַנטשיקל, איבערגעבונדן מיט אַ שטריקל, געכאַפּט אַ דראָזשקע און געהײסן זיך פֿירן אױף אײנע פֿון די װײַטע גאַסן פֿון דעם גרױסן צעװאָרפֿענעם פּעטערבורג. מחמת דער װעג איז געװען אַביסל װײַטלעך, האָט זיך מאַשאַ אַרײַנגעלאָזט אין אַ שמועס, װי איר שטײגער איז, מיטן איזװאָזטשיק, אַ געזונטן אָרלאָװסקן מוזשיק מיט אַ פּנים פֿון אַ בער, און איז געװאָר געװאָרן פֿון אים, אַז ער האָט אין אָרלאָװער גובערניע אַ שטיקל ערד, װאָס עס קלעקט אים נישט אױף טרוקן ברױט, מוז ער קוטשירן, און דאָס װײַב מוז װאַשן גרעט, און די קינדער… עך, די קינדער! דרײַ זין האָט ער מיט אַ טאָכטער, איז אײנער, דער עלטערער, אַ זאַפּאַסנאָיзапасной: סאָלדאַט אין זאַפּאַס, געהרגעט געװאָרן אין מאַנדזשוריע, דער אַנדערער איז אַװעק הײַנטיקס יאָר פֿאַר אַ סאָלדאַט…

― צו װאָס טױג דיר אַזױ פֿיל סאָלדאַטן? ― פֿרעגט אים מאַשאַ. ― שטעלסט צו סאָלדאַטן צו דער רוסישער אַרמײ?

― װאָס־זשע זאָל מען טאָן? ― ענטפֿערט איר דער איזװאָזטשיק. ― מע הײסט, דאַרף מען געבן.

דער איזװאָזטשיק דרײט אױס צו איר זײַן פּנים, קוקט זיך אײַן, װער דאָס רעדט מיט אים, טאָמער איז דאָס אַן אונטערגעשיקטע. מאַשאַס פּנים אָבער זאָגט, אַז זי איז נישט פֿון די אונטערגעשיקטע, און אױף דעם איזװאָזטשיקס פּנים באַװײַזט זיך אַ מין גרימאַסע, װאָס מע מוז דאָס אָננעמען פֿאַר אַ שמײכל, און ער צערעדט זיך מיט איר, גיט איר אָנצוהערעניש, אַז ער איז נישט אַזאַ פֿינצטערער פּאַרשױן, װי זי מײנט, אַז ער װײס אױך װאָס סע טוט זיך איצט אױף דער װעלט; ער אַלײן טאַקע לײענט נישט קײן ביכלעך, מחמת ער קאָן נישט, נאָר אַנדערע לײענען אים, סילװעסטער לײענט אים און פֿאַרטײַטשט אים איטלעכס װאָרט. װער איז דער סילװעסטער? סילװעסטער איז אַן אַרבעטער פֿון אַן אײַזן־פֿאַבריק, װױנט מיט אים אױף אײן פּלאַץ, שלאָפֿן בײדע אױף אײן ערד. דערצײלט אים סילװעסטער, װאָס אױף די פֿאַבריקן טוט זיך: מע גרײט זיך צו אַ שטרײַק. אַפֿילו ער מיט זײַן פֿערדל װעט מוזן שטרײַקן אַזױ לאַנג, ביז דער פֿאָטער גאַפּאָן װעט הײסן.

― װער איז דער גאַפּאָן? ― פֿרעגט אים מאַשאַ, אום צו איבערצײַגן זיך, אױף װיפֿל איז דער איזװאָזטשיק אינפֿאָרמירט פֿון דעם, װאָס טוט זיך אױף די פֿאַבריקן.

― דער פֿאָטער גאַפּאָן ― גיט איר דער איזװאָזטשיק צו פֿאַרשטײן אױף זײַן שפּראַך ― דאָס איז דער גלח, װאָס איז געשיקט געװאָרן צו מלחמה האַלטן מיט דער שװאַרצער קליפּה, מיטן אַנטיכריסט, װאָס האָט זיך בײַ אונדז אין לאַנד אַרײַנגעכאַפּט און װיל פֿון דאָרט נישט אַרױס. װיפֿל מע האָט אים נישט אונטערגערײכערט מיט װײראַך, װיפֿל תּפֿילות מע האָט נישט אַװעקגעלײגט אױף אים, מיט קללות, מיט תּוכחות, מיט באַשװערונגען ― ער רירט זיך נישט פֿון אָרט, אָט דער שװאַרצער כּוח, דער אַנטיכריסט, ס'זאָל אױף אים קומען אַ כאָלערע!…

בײַ די װערטער דערלאַנגט ער דעם פֿערדל דאָס, װאָס ער װאָלט װעלן דערלאַנגען אַנטיכריסטן, און מאַשאַ װיל אַרױסבאַקומען פֿון דעם נפֿש, ער זאָל איר געבן צו פֿאַרשטײן, װער איז, נאָר זײַן מײנונג, דער אַנטיכריסט?

― װײסט אים דער רוח! ― ענטפֿערט ער איר. ― איך מײן, אַז ער דאַרף שטאַמען פֿון ייִדן.

― װאָס עפּעס פֿון ייִדן? ― פֿרעגט אים מאַשאַ דערשטױנט.

― פֿון װאַנען דען, אַז נישט פֿון ייִדן? ― ענטפֿערט איר דער פּױער, װי אַ בר־סמכא. ― אַלצדינג װאַקסט פֿון ייִדן. און די מלחמה איז דען נישט פֿון ייִדן?

― פֿון װאַנען װײסטו דאָס?

― איך װײס נישט, איך מײן אַזױ…

דאָ שטײט פֿאַר מאַשאַן אַ שװערע אױפֿגאַבע: אױפֿקלערן דעם דאָזיקן נפֿש, װער איז גאַפּאָן, און װער איז אַנטיכריסט, און װאָס זײַנען די ייִדן, און װער האָט אַרױסגערופֿן די מלחמה? אַ שװער שטיקל אַרבעט איז דאָס געװען! האַקן האָלץ איז אַ סך גרינגער דערפֿון! און דאָך איז זי צופֿרידן מיט איר אַרבעט, װאָרעם אַז זײ זײַנען צוגעפֿאָרן אַהין, װוּ זי האָט באַדאַרפֿט, און האָט זיך צעצאָלט מיטן איזװאָזטשיק פֿאַר די אָנדערהאַלבן שעה, װאָס זײ זײַנען געפֿאָרן, האָט אױף זײַן בעריש פּנים געשפּילט אַ ברײט לױטער שמײכל, װאָס האָט געקאָנט זאָגן:

― אַצינד איז פֿאַר מיר אַלץ װי אױף אַ טעלער!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

צוגעפֿאָרן צו אַ הױכן גרױ־געפֿאַרבטן מױער, האָט מאַשאַ באַשעװיטש אָנגעקלונגען אין טױער, און עס האָט זיך באַװיזן אַ דװאָרניק מיט אַ װײַסן פֿאַרטעך און מיט אַ װײַס בלעכל אױפֿן היטל, און מאַשאַ איז געװאָר געװאָרן פֿון אים אַ טרױעריקע בשׂורה, אַז דער פּאַרשױן, אױף װעלכן זי פֿרעגט זיך נאָך, איז אַרעסטירט, און זי קאָן דאָ נישט בלײַבן, מחמת דער בעל־הבית פֿונעם הױף האָט אים אָנגעזאָגט, אַז ער זאָל קײן סטודענטן מיט יונגע „באַרישניס“ קײן צימער נישט פֿאַרדינגען. „זאָלן זײ בעסער, זאָגט ער, שטײן לײדיק, אָדער זאָלן זײ, זאָגט ער, דרײַ מאָל ברענען אױפֿן פֿײַער, אײדער די פּאָליצײ זאָל מיר זאָגן, אַז מײַן הױף איז אַ נעסט פֿון סטודענטן, גנבֿים, זשוליקעס און סאָציאַליסטן!“…

מאַשאַ האָט נעבעך געמוזט נעמען איר „באַגאַזש“, דאָס טשאַכאָטעטשנע טשעמאָדאַנטשיקל, און גײן זוכן אַ טעריטאָריע ערגעץ אַנדערש, אױף דער דריטער גאַס פֿון דאַנען. אױף איר קלונג האָט זיך באַװיזן אַ פֿרױ מיט אַ רױטער פֿאַטשײלע מיט גרינע קװײטן, דעם דװאָרניקס װײַב, און האָט איר געזאָגט מיט אַ ניגון, זי זאָל גײן פֿון דאַנען װאָס גיכער, װאָרעם ס'איז אַ פֿולער הױף מיט פּאָליצײ. זײ זוכן עמעצן…

אַװדאי האָט אונדזער העלדן געמוזט פֿאַרקערעװען דעם דישל און „נעמען לינקס“, און טאַקע שטעלן פֿיס, װאָרעם באַקענען זיך מיט דער פּאָליצײ װעט זי נישט פֿאַרשפּעטיקן, זי האָט נאָך זײער־זײער אַ סך צו טאָן! … פּלוצעם (אַלע גוטע מחשבֿות קומען אָן פּלוצעם) טוט איר אַ שײַן אַ מחשבֿה אין קאָפּ: „טאַמאַראַ!… טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל!“…

מאַשאַ באַשעװיטש און טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל, כאָטש זײ זײַנען געװען חבֿרטעס פֿון אײן שטאָט, מיט אַטעסטאַטן פֿון אײן גימנאַזיע, דאָך האָבן זײ זיך זעלטן באַגעגנט, נישט װײַל מע האָט עפּעס געהאַט אײנע צו דער אַנדערער, נאָר זײ קאָנען אַלײן נישט זאָגן פֿאַרװאָס. בײַ זיך אין האַרצן האָט זיך מאַשאַ מודה געװען, אַז זי האָט נישט ליב טאַמאַראַס בורזשואַזנע עלטערן מיט זײער בורזשואַזנע שטוב. מאַשאַ געדענקט, װאָס פֿאַר אַ שװערן אײַנדרוק זי פֿלעגט אַרױסטראָגן פֿון טאַמאַראַס שטוב אַלעמאָל, װען זי איז אַהין געקומען. טאַמאַראַס מוטער פֿלעגט איר הײסן דערלאַנגען אַ גלאָז טײ מיט אַזאַ נוסח, גלײַך װי אײנער איז זיך מפֿקיר פֿון עמעצנס װעגן, ברענגט אַ קרבן על־פּי נױט. װאָס זאָל מען טאָן? מע מוז אַ מאָל געבן יענעם אַ גלאָז טײ!… און אַלע מאָל האָט דאָס דינסטמײדל פֿאַרגעסן אַרײַנװאַרפֿן צוקער, און אַלע מאָל האָט זי געשאָלטן דאָס מײדל, למאַי זי פֿאַרגעסט אַרײַנצוּװאַרפֿן צוקער.

און איר פֿאָטער, איציקל שאָסטעפּאַל? ― אים האָט זי גאָר פֿײַנט געהאַט, זי געדענקט אַ סצענע, װיִאַזױ זי איז אַמאָל געקומען צו טאַמאַראַן, נישט געטראָפֿן זי אין דער הײם און באַגעגנט זיך מיטן פֿאָטער אױף דער שװעל.

― װער איז דאָס מײדל? ― האָט איציקל אַ פֿרעג געטאָן בײַם װײַב און האָט זיך אַ קראַץ געטאָן אונטערן קאָלנער.

― טעמעס אַ חבֿרטע, ― האָט דאָס װײַב געענטפֿערט, נישט געװאָלט אָנרופֿן זי בײַם נאָמען, װער זי איז. מאַשאַ איז שױן געװען דעמאָלט אין זעקסטן קלאַס גימנאַזיע און האָט זיך שױן געקאָנט אױסטענהן מיט אַ גרעסערן פֿון איציקל שאָסטעפּאַל. האָט זי מיט שטאָלץ געזאָגט צו אים:

― איך בין ליפּאַס טאָכטער.

― װאַסער ליפּאַ? ― פֿרעגט איציקל.

― ליפּאַ באַשעװיטש, ― ענטפֿערט אים מאַשאַ.

― װאָסער באַשעװיטש? ― פֿרעגט װײַטער איציקל, נעמט נישט צו די האַנט פֿונעם קאָלנער.

― דער ייִד פֿונעם האָלץ, ― מישט זיך אַרײַן טאַמאַראַס מוטער, און איציקל דרײט זיך אױס צו מאַשאַן מיטן הינטן, און מאַשאַ גײט אַװעק פֿון דאָרט אַ צעקאָכטע און גיט דאָס װאָרט, מער צו טאַמאַראַן אַהײם נישט גײן. באַגעגנט זי אָבער טאַמאַראַ און שטײט־צו צו איר און רעדט אַזױ לאַנג, ביז זי רעדט זי איבער.

אײנמאָל האָבן זײ זיך באַגעגנט אין פּעטערבורג אױף אַ פֿאַרזאַמלונג, און טאַמאַראַ האָט גענומען שטראָפֿן מאַשאַן פֿאַרװאָס זי קומט נישט צו איר. האָט איר דערױף מאַשאַ געענטפֿערט:

― פֿאַרװאָס קומסטו נישט צו מיר? ― און האָט זיך באַלד פֿאַרכאַפּט. ― איבעריקנס, קאָנסטו צו מיר נישט קומען…

― פֿאַרװאָס?

― װײַל מאַלקינס רעזידענץ, דאָרט װוּ איך װױן, אונטערן הימל, איז צו קלײן פֿאַר דיר!…

דאָס האָט שױן טאַמאַראַן פֿאַרדראָסן, און זי איז דװקא געקומען צו איר, זיך באַקענט מיט מאַלקינען און מיט דעם גאַנצן פּראָלעטאַרישן געזינדל, געפֿירט אַפֿילו אַ דיסקוסיע מיט דער קאָמונע און פֿאַרליבט אין זיך די גאַנצע קאָלאָניע, פֿונעם ייִנגסטן אַװרוטיס ביזן אַלטן סיבירניק בערעזניאַק ― אַלעמען איז טאַמאַראַ געפֿעלן, אַפֿילו די צװײ מײדלעך פֿון דער קאָמונע, עטקע און חוה.

― אַצינד האָף איך, אַז דו װעסט זײַן בײַ מיר אױך? ― זאָגט טאַמאַראַ צו מאַשאַן.

― בײַ דער ערשטער געלעגנהײט, ― זאָגט מאַשאַ, און אַזױ װי טאַמאַראַ איז אַװעקגעגאַנגען, אַזױ האָט זי שױן אָן איר פֿאַרגעסן. דערמאָנט האָט זי זיך אָן טאַמאַראַס אײַנלאַדונג אין דער מינוט, װען זי איז געגאַנגען מיט איר באַגאַזש אין די הענט איבער דער גרױסער שטאָט פּעטערבורג זוכן אַ טעריטאָריע.

אָפּגעגאַנגען נאָך עטלעכע מײַל, האָט אונדזער העלדן אָפּגעשטעלט זיך בײַ אַ געלן מױער און האָט אָנגעקלונגען בײַ דער פּאַראַדנע טיר. אױף איר קלונג האָט זיך באַװיזן אַ קלײן באָרװעס שיקסל מיט גרױסע קאַרעלן אױפֿן האַלדז און מיט אַ פֿאַרטיקן געלעכטערל אױפֿן פּנים. מאַשאַ האָט איר איבערגעגעבן דעם באַגאַזש און האָט זי אַ פֿרעג געטאָן, װיִאַזױ מע רופֿט זי.

― מיך רופֿט מען מאַשאַ, ― זאָגט דאָס קלײנע שיקסל מיט די גרױסע קאַרעלן און לאַכט.

― אױב אַזױ, האָבן מיר שױן צװײ מאַשאַס, ― האָט מאַשאַ באַשעװיטש זיך אָנגערופֿן צו דער קלײנער מאַשאַ און האָט זיך געהײסן אַרײַנפֿירן צו דער „באַרישני“ (טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל) אין צימער אַרײַן.

― װער איז דאָרטן? ― האָט זיך געלאָזט הערן פֿון צװײטן צימער

― ס'איז איך! ― האָט אים געענטפֿערט מאַשאַ באַשעװיטש, אױסגעפּאַקט דאָס טשעמאָדאַנדל און צעלײגט זיך בײַ טאַמאַראַן אין צימער, אַזױ װי בײַ זיך אין דער הײם.

― װער איז געװען דער איך? ― האָט זיך געלאָזט הערן נאָכאַמאָל די זעלבע מאַנצבילשע שטימע, און נישט באַקומען מער קײן ענטפֿער, האָט זיך באַװיזן דער מאַנצביל אַלײן, אַ פּאַרשױן פֿון אַ יאָר פֿערציק, אַ צעקאָטשמעטער, אַ צעבורשעטער, אָן אַ העמד, מיט אַ פּידזשאַקל פֿאַרשפּיליעט ביז אַרױף, אַן הױזן־טרעגער, און דערפֿאַר, אַ פּנים, האָבן זיך די הױזן שטאַרק געשלעפּט אױף דער ערד, און דערפֿאַר, אַ פּנים, האָט ער זײ אונטערגעהאַלטן בײַם בױך מיט בײדע הענט, געגעבן אַלעמאָל אַ שלעפּ אַרױף און צו גלײַכער צײַט געהאַט צו טאָן מיט די פּענסנע, װאָס האָבן בשום־אופֿן נישט געװאָלט האַלטן זיך אױף דער נאָז, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס די נאָז איז בײַ אים אַן אױסגעבױגענע ייִדישע נאָז. שולדיק זײַנען דאָ, אַ פּנים, די ברילן, נישט די נאָז און אפֿשר דער בעל־הבית פֿון דער נאָז, װאָס שײַנט אַ צעטראָגענע בריאה צו זײַן, אײנער פֿון די נפֿשות, װאָס זײַנען שטענדיק פֿאַרהאָרעװעט, פֿאַרטאַרעראַמט, הײבן אָן צװאַנציק טױזנט אַרבעטן און לאָזן קײנמאָל נישט אױס, גאָט װײס װען זײ װערן פֿאַרטיק!…

דערזען בײַ טאַמאַראַן אין צימער אַן אומבאַקאַנטן מענטשן, האָט זיך דער צעקאָשמעטער פּאַרשױן מיט די לאַנגע פֿאַלנדיקע הױזן געגעבן אַ כאַפּ צוריק און אַ בײג אײַן אױף װיפֿל עס האָבן אים דערלױבט די ברילן, און אַ זאָג געטאָן די געװיסע באַנאַלע פֿראַזע:

― מיט װעמען האָב איר די עדע? (אַנשטאָט אַ רי″ש קומט אױס בײַ אים אַ חי″ת).

― די ערע איז נישט אַזאַ גרױסע. ― האָט אים מאַשאַ אָפּגעענטפֿערט פּראָסט, װי איר שטײגער איז, און האָט זיך געטאָן דערװײַל איר אַרבעט: צונױפֿגעלײגט די האַנטיכלעך, די קעמלעך, די בערשטלעך מיט די טיכעלעך מיט די קעלנערלעך, װי בײַ זיך אין דער הײם. ― איך בין טאַמאַראַס אַ חבֿרטע פֿון דער הײם; מײַן נאָמען איז מאַשאַ באַשעװיטש.

װי אַן עלעקטרישער שטראָם איז דער נאָמען „מאַשאַ באַשעװיטש“ דורכגעלאָפֿן דורכן גאַנצן גוף פֿון דעם צעקאָשמעטן פּאַרשױן. אַ פֿרײַנטלעך שמײכל האָט זיך צעגאָסן איבער זײַן גאַנצן פּנים. אַן אַנדער מענטש איז ער געװאָרן! ער האָט זי אָנגענומען בײַ דער האַנט און נישט אַרױסגעלאָזט זי די גאַנצע צײַט, װאָס ער האָט גערעדט. און גערעדט האָט ער לאַנג און אַ סך און אָן אָפּשטעל, געקײטלט אײנס אינעם אַנדערן אַזױ קונציק, אַז איבערצוהאַקן אים איז אוממעגלעך, סײַדן אַװעקגײן אינמיטן אָדער איבערשרײַען אים מיט אַ טאָן העכער. די, װאָס קענען אים, טוען דאָס טאַקע, ― מע האָט קײן אַנדער ברירה נישט…

זײַט איח דאָס די מאַשאַ באַשעװיטש? אַי־אַי־אַי? טאַמאַחאַ װעט קומען, װעט זי זיך אױפֿהענגען פֿאַר פֿחײד! מיח העחן פֿון אײַך אַלע טאָג, דחײַ מאָל אַ טאָג. צען מאָל אַ טאָג! איח זײַט אַ העלדן! אַ גחױסע העלדן! נישט אַלע קאָנען דאָס, װאָס איח קאָנט! מיח דאַחפֿן אַלע בײַ אײַך זיך לעחנען! מיח זײַנען קינדעח, חדח־ייִנגלעך קעגן אײַך! מײַן נאָמען איז אַבחאַם מאַחקאָװיטש! אַבחאַם מאַחקאָװיטשן קענען אַלע! מײַן פּחאָפֿעסיע איז דחוקעחײַ, נאָח אַלײן בין איך אַ שטיקל מאַלעח, אַ שטיקל קינסטלעח, אַ שטיקל שחײַבעח, אַ שטיקל דיכטעח, אַ װעגעטאַחיאַנעץ און אַ טאָלסטאָװעץ. װיִאַזױ האַלט איח פֿון טאָלסטאָי? איך האַלט פֿון אים זײעח שטאַחק! איח זאָגט מסתּמא, אַז עח איז מעח דיכטעח אַלס פֿילאָזאָף? איך בין מיט אײַך נישט אײַנפֿאַחשטאַנדען!…

אױב מאַשאַ באַשעװיטש איז געװען אײַנפֿאַרשטאַנען מיט אַבראַם מאַרקאָװיטשעס מײנונג איבער טאָלסטאָיס פֿילאָזאָפֿיע אָדער נישט ― דאָס איז אַ באַזונדערע פֿראַגע, נאָר אַז מע דאַרף אַרױסנעמען די האַנט פֿון זײַן האַנט ― דאָס האָט זי געזען און האָט דאָס באַצײַטנס געטאָן, און האָט אים געװאָלט איבעררײַסן אינמיטן, איז אָבער געװען אוממעגלעך, מחמת אַבראַם מאַרקאָװיטש האָט געהאַלטן סאַמע אין רעכטן שמועס, און ס'איז פּשוט אַ רחמנות אים איבערצורײַסן װי ס'איז אַ רחמנות אױפֿװעקן אַ מענטשן, למשל, װען ער האַלט אין רעכטן געשמאַקן שלאָף. אַ גליק, װאָס ס'איז אָנגעקומען טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל.

און אַז טאַמאַראַ איז אָנגעקומען, האָט זי אַבראַם מאַרקאָװיטשן גאַנץ פֿײַן משלח געװען פֿון איר צימער, געהײסן זאָגן ראָזען, אַז זי האָט אַ גאַסט צו דער טײ…

― נישט צו דער טײ, ― פֿאַרריכט זי מאַשאַ ― נאָר אױף אַ גאַנצע װאָך, אָדער אױף צװײ װאָכן, ביז איך װעל מיר קריגן אַ מקום־מנוחה. איך האָף, אַז דו האָסט גאָרנישט קעגן דעם, מע זאָל אַרײַנטראָגן אַהער נאָך אַ בעטל?

טאַמאַראַ איז געװאָרן אַביסל רױטלעך: איציקל שאָסטעפּאַלס טאָכטער איז נישט געװען גענוג דעמאָקראַטיש, זי זאָל קאָנען איבערטראָגן אַזױ לײַכט אַזאַ מין באַנעמונג, װי עס האָט זיך דערלױבט די עכטע דעמאָקראַטן מאַשאַ באַשעװיטש. טאַמאַראַ האָט איר געזאָגט, אַז מיט פֿאַרגעניגן װעט זי זי האַלטן נישט נאָר צװײ־דרײַ װאָכן, אַפֿילו צװײ־דרײַ חדשים, דעם גאַנצן װינטער, און איז אַריבער באַלד אױף אַן אַנדער שמועס, װעגן דער קאָמונע: װאָס מאַכט די קאָמונע? װאָס מאַכט מאַלקין? און װעגן אַבראַם מאַרקאָװיטש, װאָס פֿאַר אַ פּלאַפּלער ער איז, אַ גוטער מענטש, אַ דימענט, נאָר אַ פּלאַפּלער, און װעגן זײַן פֿרױ ראָזע, װאָס איז אירע, טאַמאַראַס, אַ קרובֿה.

― נישט דערפֿאַר, װײַל זי איז מיר אַ קרובֿה, ― זאָגט טאַמאַראַ ― נאָר אַז דו װעסט זיך מיט איר נענטער באַקענען, װעסטו אַלײן זאָגן, אַז דאָס איז נישט קײן פֿרױענצימער, נאָר אַ מלאך פֿון גאָט! און אַ קינד האָבן זײ, דאָס הײסט, זײ האָבן אַ סך קינדער, נאָר אײן קינד האָבן זײ, זיוזיאַ הײסט ער, אַ ייִנגל פֿון פֿיר יאָר, װײס איך נישט, װאָס פֿון אים װעט אױסװאַקסן! קלוג װי אַ שד, גוט װי אַ מלאך, און שײן איז ער! האָסט געזען אַמאָל ראַפֿאַעלס בילד, אַראָפּגענומען פֿון אים זעלבסט? אַ! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז דו ביסט אַ… אַ… אַז דו האַלטסט נישט פֿון קונסט!…

― האָסט אַ גרױסן טעות, טאַמאַראַ! אמתע קונסט האָב איך ליב, און קלײנע קינדער אױך… ― אַזױ זאָגט מאַשאַ, און טאַמאַראַ ענטפֿערט איר דערױף מיט אַ זיפֿץ: זי דערמאָנט זיך, אַז אָט איז זי, טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל, אין פּעטערבורג שױן אַ היפּש שטיקל צײַט ― און האָט נאָך דערװײַל נישט געטאָן גאָרנישט… און זי איז מקנא איר חבֿרטע מאַשאַ, שטאַרק מקנא, נאָר אַרױסזאָגן דאָס האָט זי קײן מוט… עפֿנט זי אױף די טיר, שטעקט אַרײַן דעם קאָפּ און רופֿט אױס אױף אַ קול:

― זיוזיאַ! ניאַניאַняня: ניאַניע! נישטאָ קײנער! ― און באַלד נאָך דעם זאָגט זי װידער צו מאַשאַן: ― האָסטו עפּעס בריװ פֿון דער הײם? װאָס שרײַבט מען דיר?

― זײער אָפֿט! ― ענטפֿערט איר מאַשאַ און צעלאַכט זיך. ― שױן צו אָפֿט! כּמעט אַ טאָג איבער אַ טאָג האָב איך פֿון מײַן קאַפּעליע בריװלעך, פֿון די שװעסטערלעך, פֿון די ברידערלעך, פֿון דער מאַמען און פֿונעם טאַטן, און איבערהױפּט ― פֿונעם טאַטן! ער שרײַבט צו מיר אַלע צװײ טאָג, און איך אים מוז שרײַבן אַלע צװײ טאָג. און נישט גלאַט אַזױ בריװלעך, נאָר בריװ, גאַנצע מגילות, באַשרײַבונגען פֿון אַלצדינג, װאָס סע קומט פֿאָר, און מער, געװײנלעך, פֿון דער „רעװאָלוציע“. ער איז בײַ מיר אַ רעװאָלוציאָנער, אַ געפֿערלעכער רעװאָלוציאָנער!…

אַזױ לאָזט אױס מאַשאַ און צעלאַכט זיך מיט איר גוטן אױפֿריכטיקן געלעכטער און באַװײַזט אירע געזונטע װײַסע שײנע צײן, װאָס קײן דענטיסט אין דער װעלט האָט נאָך נישט געהאַט די זכיה זיך צורירן צו זײ מיט זײַנע גלאַנצנדיקע שטאָלענע אינסטרומענטן. און װידער אַ מאָל איז איר טאַמאַראַ מקנא, סײַ אױף דעם, װאָס זי שרײַבט זיך איבער אַזױ אָפֿט מיט איר „קאַפּעליע“, סײַ אױף אירע װײַסע צײן…

― שױן דערלאַנגט דעם סאַמאָװאַר! ― זאָגט דאָס קלײנע באָרװעסע שיקסל מיט די גרױסע קאַרעלן, װאָס מע רופֿט זי אױך מאַשאַ.

קאַפּיטל 8.
מאַשאַ באַשעװיטש בײַ טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל

שױן לאַנג האָט זיך מאַשאַ נישט געפֿילט אַזױ גוט, װי בײַם טיש פֿון טאַמאַראַ שאָסטעפּאַלס בעלי־בתּים. אַ גאַנץ געזינדל האָט זי דאָרט געטראָפֿן, אַ נעסט, אָדער אַ קװאָקע, מיט קלײנע הינדעלעך אַרומגערינגלט. אױפֿן טיש איז געשטאַנען ברױט אָנגעשניטן און קעז און פּוטער און אײַנגעמאַכטס. נאָענט צום סאַמאָװאַר איז געזעסן אַבראַם מאַרקאָװיטשעס װײַב, ראָזע, נאָך גאָר אַ פֿרישע און אַ שײנע פֿרױ, אַרומגערינגלט מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע קינדער, אײנס קלענער פֿונעם אַנדערן. איטלעכס קינד איז זיך אַ װעלטל פֿאַר זיך. יעדער מיט זײַן קאַפּריז, מיט