אין שטורעם: 1.2: קינדער און עלטערן, עלטערן און קינדער

שלום עליכם (אַלע װערק)

אין שטורעם: אַ ראָמאַן אין צװײ טײלן
געשריבן אין יאָר 1907

קאַפּיטל 1.

דרײַ פֿאַרשײדענע פּסחן האָט מען צוגעגרײט אינעם הױז נומער 13, װאָס אױף װאַסילטשיקאָװער גאַס.

דאָס הײסט, דער פּסח איז אײנער, די מצות, דער מרור, די הגדה ― אַלץ, אַלץ די זעלבע, נאָר די אַרט צוגרײטן, דאָס פֿאַרברײטן, דאָס ריכטן זיך איז נישט אומעטום גלײַך. װײַל די מענטשן, װאָס אינעם הױז נומער 13 אױף װאַסילטשיקאָװער גאַס, זײַנען פֿאַרשײדענע מענטשן מיט פֿאַרשײדענע כאַראַקטערן, מיט פֿאַרשײדענע מײנונגען.

דרײַ זײַנען זײ דאָ אינעם הױז נומער 13, װאָס אױף װאַסילטשיקאָװער גאַס, און יעדער פֿון די דרײַ מײנט, אַז נאָר זײַן גאָט איז אמת, אַז נאָר זײַן מײנונג און ריכטיק און אַז נאָר צוליב אים איז באַשאַפֿן געװאָרן אָט דאָס װעלטל.

אפֿשר מײנט איר, אַז די דרײַ זײַנען מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע גלױבנס, פֿון פֿאַרשײדענע עלטערן און פֿון פֿאַרשײדענע לענדער?

חלילה! אַלע דרײַ גלײבן אין אײן גאָט, אַלע דרײַ קומען אַרױס פֿון אײן ייִחוס און אַלע דרײַ געהערן צו אײן לאַנד.

דאָס זײַנען דרײַ רוסישע ייִדן, װעלכע דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דעם ראָמאַן האָט די ערע פֿאָרצושטעלן פֿאַר זײַנע לעזער: איציקל שאָסטעפּאַל, סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש און נחמיה דער שוסטער.

איציקל! ― דער נאָמען אַלײן זאָגט אײַך שױן, אַז דאָס דאַרף זײַן אַ ייִד פֿון דער אַלטער װעלט, אַ ייִד, װאָס האַנדלט מיט װאַלד, מיט גוראַלניעס, מיט ברױט, מיט פּאָדראַדן; אָדער ער האָט אַ שאַרפֿע קראָם, אַ מאַנופֿאַקטור־געשעפֿט, אָדער אַ פֿאַבריק פֿון גלאָזװאַרג; אָדער ער שטעלט צו פּראָװיאַנט אין די טורמעס מיט די קאַזאַרמעס, טײלט זיך מיטן סמאָטריטעל און מיט די אינטענדאַנטן אױף דער האַלב און האָדעװעט די אַרעסטאַנטן און די סאָלדאַטן מיט קדחת און מיט קרענק; אָדער אױב נישט, איז איציקל אַ ייִד אַ בעל־הלװאה, חלילה נישט קײן פּראָצענטניק, קײן װאָכערניק, נאָר מעשׂה באַנקיר מיט אָנװײַזונגען און טראָטן, יאָגט זיך נישט נאָך גרױסע פּראָצענטן, זוכט בטוחים, פֿאַרלײַט געלט אױף הײַזער, סאָלידע װעקסעלעך וכדומה.

יעדנפֿאַלס, איז איציקל פֿאַררעכנט אין שטאָט פֿאַר אײנעם פֿון די פֿײַנסטע, פֿאָרנעמסטע און אָנגעזעענסטע מענטשן. אומעטום באַגעגנסטו אים אױבן אָן, אומעטום הערסטו: איציקל שאָסטעפּאַל! איציקל שאָסטעפּאַל! איז ערגעץ אַ שׂימחה, אַ פֿאַרזאַמלונג, אַן אונטערהאַנדלונג װעגן שטאָט־זאַכן ― איז איציקל שאָסטעפּאַל. איז, חלילה, אַ צרה, אַ לװיה, אַן אומגליק, אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה, אַ פּאָגראָם ― איז איציקל שאָסטעפּאַל. קלײַבט מען געלט ― איז איציקל שאָסטעפּאַל. דאַרף מען שרײַען ― איז איציקל שאָסטעפּאַל. און פֿון אמת קאָן מען נישט אַװעקגײן: שרײַען קאָן איציקל שאָסטעפּאַל זײער גוט. געבן גיט ער נישט אַזױ פֿיל, װי ער שרײַט און פּילדערט און טאַרעראַמט…

אַז איר װעט קומען אַמאָל צו פֿאָרן אין מײַן שטאָט אַרײַן, אָדער אַז איר װעט פֿאָרן אַמאָל אין באַן און װעט באַגעגענען אַ צעטראָגענעם נפֿש מיט רױטע גלאַטע בעקלעך, מיט שטאַרק גלאַנצנדיקע שװאַרצע (איצט שױן גרױלעכע) האָר, מיט אַ געקרײַזלט בערדל, װאָס ער לאָזט דאָס נישט צו רו און פֿלעכט דאָס און דרײט דאָס און צופּט דאָס, מיט גרױסע שײנע שװאַרצע ייִדישע אױגן, װאָס װען אַ פֿרױ פֿאַרמאָגט אַזעלכע אױגן, זײַט איר נאָך איר די כּפּרה, מיט אַביסל אַן אױסגעבױגענער עכט־ייִדישע נאָז, מיט אַ קאַפּעליושל, װאָס איז תּמיד פֿאַררוקט אַרונטער אױף יענער זײַט קאָפּ, מיט האַלב־פֿאַרקאַטשעטע אַרבל און מיט אַ שירעם אונטערן אָרעם סײַ זומער סײַ װינטער, ― אַז איר װעט באַגעגענען אַזאַ נפֿש, מעגט איר צוגײן צו אים גלײַך, אױף מײַנע אַחריות, איר זאָלט גאָר קײן מורא נישט האָבן, און זאָגן צו אים: ― שלום־עליכם, רב איציקל!

װעט ער אױפֿשטעלן אױף אײַך זײַנע שײנע שװאַרצע ייִדישע אױגן, געבן אַ האַלבן שמײכל, אױסציִען אַ װײַסע, אַ שײנע, אַ װײכע האַנט און אײַך ענטפֿערן: עליכם־שלום אײַך, װאָס מאַכט איר?

ער װעט בײַ אײַך נישט פֿרעגן, װער איר זײַט, און װיִאַזױ איר הײסט: װאָרעם אַז איר זײַט אים מכבד מיט אַ שלום־עליכם, קענט איר

אים מן־הסתּם. און װער קען אים נישט? פֿונעם קלענסטן אָרעמאַן ביזן גרעסטן גבֿיר און אַריסטאָקראַט, און צוריק ― פֿונעם לעצטן קאָלבאַסניק ביזן שטרענגסטן פֿרומאַק קענען זיך אַלע מיט איציקל שאָסטעפּאַל, און איציקל שאָסטעפּאַל קען זיך מיט אַלעמען, שטימט מיט אַלעמען, זאָגאַר באַפֿרײַנדעט מיט אַלעמען, און אױסגעבונדן מיט דער גאַנצער װעלט.

און די „גאַנצע װעלט“ האָט ליב אַזעלכע מענטשן. די „גאַנצע װעלט“ האָט ליב אַ מענטשן, װאָס בײגט יענעם און בײגט זיך אַלײן; די „גאַנצע װעלט“ האָט ליב אַ מענטשן, װאָס שמײכלט און לאָזט זיך שמײכלען, װאָס נאַרט אָפּ און לאָזט זיך נאַרן, װאָס טרעט און לאָזט זיך טרעטן. די „גאַנצע װעלט“ גײט מיט דעם גאַנג, אַז פּרינציפּן, אידעאַל: וכדומה אַזעלכע זאַכן זײַנען גוט אױף פּאַפּיר; אינעם לעבן זײַנען זײ נאַרישקײטן, קינדערײַען, ייִנגלשע זאַבאַבאָנעס… פֿאָלג מיך, לעזער, גיב אַהער די האַנט, לאָמיר גײן װײַטער, מיר האָבן אַ סך ― אַ סך צו גײן!

דער צװײטער פּאַרשױן, װאָס װױנט אינעם הױז נומער 13, װאָס אױף װאַסילטשיקאָװער גאַס, איז סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש דער אַפּטײקער, אַ טיפּ פֿון יענעם מין אַפּטײקערס, װאָס עסן אַ קאָלבאַס אײַנגעטונקען אין סמעטענע אָן אַ היטל אומגעװאַשן פֿאַרן דאַװענען יום־כּיפּור אינדערפֿרי און האָבן פֿײַנט אַ ייִדן בתּכלית־השׂינאה, און נאָר דערפֿאַר, װאָס קײן אומה־ולשון פֿאַרמאָגט נישט אַזױ פֿיל סוביעקטן מיט געלע האָר, װי דאָס ייִדישע פֿאָלק. און כּמעט קאָן מען זאָגן, אַז ער האָט רעכט. איר האָט געזען עפּעס אַ סך רױטע גױים מיט געלע האָר? אַלײן איז ער אַ געלער, אַ טאַטן האָט ער געהאַט אַ געלן, אַ שװעסטער האָט ער ― איז זי אַזש אַ רױטע; ער האָט אַ זון, סאַשאַ הײסט ער (מיר װעלן זיך באַלד מיט אים באַקענען), איז ער אַ געלער.

מאָלט אײַך, סאָלאָמאָן אַלײן פֿאַרבט זיך, גאָלט זיך, לאָזט נישט, מע זאָל אַרױסזען די געלע האָר פֿונעם קאָפּ מיטן באָרד. װאָס־זשע טוט מען אָבער מיט די ברעמען? װיפֿל װאָלט סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש אַװעקגעגעבן, ער זאָל געװען געבאָרן װערן אַ שװאַרצער!

דאָס איז אָבער אַלץ געװען אַמאָל; איצט איז אונדזער סאַפֿראַנאָװיטש שױן נישט מער קײן געלער: ער איז שױן אַ װײַסער ― ער איז גרױ.

און גרױ איז ער געװאָרן פֿאַר דער צײַט פֿון צער־גידול־בנים, איבער צרות פֿון קינדער!

אײן קינד, אײן־און־אײנציק שטיקל סאַשאַ ― און אַזױ פֿיל צרות! און פֿון װאָס, מײנט איר, צרות? אַ שלעכט קינד? װיל נישט לערנען? אַ פֿאַרשטאָפּטער קאָפּ? ― חלילה, אומגעקערט. אַ ייִנגל איז סאַשאַ געװען אַ װױלס; אַ קעפּל אַ גוטס: לערנען האָט ער געװאָלט זײער; צו צען יאָר איז ער געװען גרײט אַרײַנצוטרעטן נישט נאָר אין ערשטן ― אין דריטן קלאַס גימנאַזיע. איז אָבער דער חסרון, װאָס מע האָט אים נישט געװאָלט צונעמען איבער די פּראָצענטן! איך מײן, אַז איך דאַרף מײַנע לעזער נישט געבן צו פֿאַרשטײן, פֿון װאָסערע פּראָצענטן עס רעדט זיך דאָ. אַלע װײסן, ברוך־השם, אַז בײַ אונדז אינעם געבענטשטן רוסישן לאַנד האַנדלט מען מיט אַ ייִדן אױף פּראָצענטן: אין די גימנאַזיעס און אוניװערסיטעטן נעמט מען צו װאָס װײניקער ייִדישע קינדער, דערפֿאַר אָבער אַז עס קומט צום פּריזיװ, צום מיליטער, נעמט מען בײַ ייִדן אָן פּראָצענט. זײ זאָלן חלילה קײן פֿאַראיבל נישט האָבן…

אַך, האָט זיך נעבעך סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש געפּלאָגט, געערגערט זיך, אױסגעריסן געװאָרן! ס'טײַטש, זײַן זון, זײַן סאַשאַ װיל מען נישט צונעמען אין גימנאַזיע! ערשטנס, איז ער נישט גלײַך מיט אַלע ייִדן, איז באַקענט מיטן דירעקטאָר פֿון גימנאַזיע, קען זיך גוט מיט די לערער, שפּילט מיט זײ אין פּרעפֿעראַנס און אין װינט.. מיט אײנעם אַ לערער, ראָמאַנענקאָ הײסט ער, האָט ער געהאַט אַ שמועס װעגן זײַן זונדל סאַשאַ. און האָט געכאַפּט פֿון אים אַ מיאוסן אָפּשניט. ער, דער לערער ראָמאַנענקאָ, האָט אים אָנגעשניטן אױפֿן גױיִשן שטײגער: ― װאָס װילט איר? װוּהין קריכט איר? װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט איר, יהודים, מיט אונדזערע שולן, גימנאַזיעס, אוניװערסיטעטן? דאָרטן, אין אײַער לאַנד, אין ארץ־ישׂראל, װעט איר געבן אײַערע קינדער שטודירן! דאָ װעט איר זײ לערנען האַנדלען, װאַנדלען, שאַכער־מאַכער!…

אַ צעקאָכטער איז אַװעק פֿון אים אונדזער אַפּטײקער, נישט געװוּסט, װוּ זאָל ער אַהינטאָן די גרױע אױגן מיט די געלע ברענען אונטער די בלױע ברילן. ערגער פֿון אַלץ האָבן אים געשטאָכן די װערטער: „אײַער לאַנד“… „ארץ־ישׂראל“… ער, סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש, איז אַזאַ מחותּן מיט ארץ־ישׂראל, אַזױ װי ראָמאַנענקאָ איז אַ מחותּן מיט יושר… אַדרבא, אין שטאָט װײסן אַלע, אַז סאַפֿראַנאָװיטש דער אַפּטײקער איז אַ געפֿערלעכער אַנטיציוניסט „פּאָ פּרינציפּוпо принципу: לױטן פּרינציפּ“, האָט פֿײַנט די נײַ־געבאָרענע ייִדישע סעקטאַנטן, װאָס רופֿן זיך נאַציאָנאַליסטן, אַ סך ערגער, װי איציקל שאָסטעפּאַל האָט פֿײַנט די װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָס װילן זיך צעטײלן מיט זײַן ביסל אָרעמקײט ― די סאָציאַליסטן.

און מערקװירדיק, װי גאָט פֿירט די װעלט! באַדאַרף זיך טרעפֿן אַזױ, אַז דװקא בײַ דעם אַפּטײקער, דעם געװעזענעם קאָלבאַסניק און איצטיקן אַנטיציוניסט, שפּרינגט אַרױס אַ זון סאַשאַ, אַ הײסער פֿײַעריקער נאַציאָנאַליסט! און בײַ דעם בורזשואַזנעם איציקל שאָסטעפּאַל, װאָס האָט מורא פֿאַר אַ סאָציאַליסט ערגער װי פֿאַר אַ רוסישן זשאַנדאַרם, װאַקס אױס אַ טעכטערל טעמע אָדער טאַמאַראַ, אַ פֿאַרברענטע, אַ פֿאַרקאָכטע סאָציאַליסטקע!

דער דריטער פּאַרשױן, װאָס װױנט אינעם הױז נומער 13, איז נחמיה דער שוסטער.

נחמיה דער שוסטער איז אַ שלימזל. אַזױ רופֿט אים זײַן װײַב זיסל ― אַ קלײן שװאַרץ װײַבעלע מיט קלײנע שװאַרצע ברענענדיקע אײגעלעך, פֿון פֿאָרנט נישט אײן צאָן. אַז מע טוט אַ קוק אױף דעם קלײן, דאַר, טרוקן װײַבעלע, און אױף אירע צװײ בנים חײם און בעני, צװײ הױכע, געזונטע, געפּאַקטע כלאָפּאַקעס, װילט זיך בשום־אופֿן נישט גלײבן, אַז דאָס איז די מוטער און דאָס זײַנען אירע קינדער. אױך דער פֿעטער, נחמיה, האָט װינציק ענלעכס מיט זײַנע זין. נחמיה איז אַ קאָרענאַסטкоренастый: פּלײציק ייִדל, אַ באַװאַקסנס מיט אַ ברײטער ברוסט, מיט ברײטע בײנעריקע פּלײצעס, מיט אַ ברײט בײנעריק פּנים, מיט אַ צוגעפּלאַצטע נאָז, און האָט ליב צװײ זאַכן: אַ ביסל בראָנפֿן און אַ סך רײדן. אַ גאַנצן טאָג מאַכט זיך אים נישט צו דאָס מױל. און זאָל ער נעמען אַ ביסל בראָנפֿן, אַזױ װערט ער אַנטשװיגן, אומעטיק און דערשלאָגן.

פּונקט דער היפּוך פֿון זײַן פֿרײַנט יודל קטנתּי.

יודל קטנתּיס פּראָפֿעסיע איז שנײַדערײַ, נאָר פֿאַרנעמען פֿאַרנעמט ער זיך מער מיט פּאָליטיק, מיט זײַטיקע ענינים, מיט שטאָט־זאַכן; אױף אונדזער הײמיש לשון װערט דאָס אָנגערופֿן: אַ מענטש װאָס קהלט זיך. און קהלן קהלט ער זיך דערפֿאַר, װאָס ער זיצט, מײנסטנטײל, אָן אַ שטאָך אַרבעט, און מהאַי־טעמא איז ער אַ קבצן, און מהאַי־טעמא האָט ער אין זיך נײַן מאָס רײד. און קטנתּי רופֿט מען אים איבער זײַן לשון־קודש רײדן; כּמעט נאָך יעדע צװײ־דרײַ װערטער ייִדיש מוז ער אַרײַנװאַרפֿן אײן װאָרט אַ לשון־קודשדיקס, װאָסער־נישט־איז, צי עס פּאַסט זיך, צי נײן, אַבי לשון־קודש. פֿאַראַן אַ סך מענטשן אַזעלכע, װאָס האָבן ליב באַפּוצן און אױסמישן זײער שפּראַך מיט פֿרעמדע װערטער. איך קען אײנעם אַ קלײנשטעטלדיקן משׂכּיל, אַ „אינטעליגענט“, װאָס שפּריצט מיט פֿרעמדע װערטער אױף אַלע זײַטן, האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן „ישׂראליק ציװיליזאַציע“ ― און דאָס קלײנע שטעטל, אַז עס גיט אַ נאָמען, איז דאָס אָנגעמאָסטן, װי יודל קטנתּי זאָגט: אָגיל־ואשׂמה ― צוגעשניטן און אױפֿגענײט…

אַ משונה־מאָדנע רירנדע גוט־פֿרײַנדשאַפֿט הערשט צװישן די צװײ װילד־פֿרעמדע נפֿשות, צװישן יודל קטנתּי און נחמיה דעם שוסטער. ס'איז נישטאָ דער טאָג, װאָס יודל זאָל נישט קומען צו נחמיה דעם שוסטער „אַ ביסל זיצן“, און אַ ביסל זיצן הײסט אַ ביסל שמועסן, און אַ ביסל שמועסן הײסט אַ ביסל באַרעדן די שכנים, די שטאָט, די גאַנצע װעלט… נאָך אַז יודל איז אױף יענער זײַט שװעל, קאָנט איר שױן הערן אַ הוסט מיט אַ „רוח אין זײער טאַטן אַרײַן, עמך, אונדזער פֿאָלק, ס'זאָל אױף זײַ קומען אַ פּאָהיבעל, אַ חלירע, אַ שׂריפֿה, אַ מגפֿה מיט כּל־ישׂראל אַחיהם“… ענטפֿערט אים נחמיה מיט אַ ניגון:

― ונאמר אָמן! װאָס איז די מעשׂה, יודל, װאָס דו ביסט אַזױ, אַזױ…

― אַזױ װאָס? ברפֿידימדיק? ― כאַפּט אים אונטער יודל קטנתּי. ― ס'זאָל אַ רוח אין זײער טאַטנס טאַטן אַרײַן ביז אָדם־הראשון געפֿלױגן געװאָרן פֿאַר זײער יפּיש חײכון וּיסגא יומיכון, װי זײ פֿאַראומערן אונדז די יאָרן און טעג מיט זײערע פּאַראַדקעס און מיט זײערע מינהגים און מיט זײערע בעלי־טובֿות און מיט זײער רחמנות האָבן אױף אָרעמע לײַט נעבעך, װאָס האָבן נישט מיט װאָס דעם פּסח אַרײַנצופֿירן…

― שױן! ― מישט זיך אַרײַן דעם שוסטערס װײַב זיסל. ― צװײ שלימזלען האָבן זיך צונױפֿגעסקאָמפּאַניעט און מע זאָרגט זיך װאָס אָרעמע לײַט האָבן נישט אױף פּסח. נו, און איר זײַט שױן באַװאָרנט מיטן גאַנצן פּסח? גײט אײַך געזונטערהײט. אם ירצה השם, יום־טובֿ װעט איר קומען צו גײן, אָדער חול־המועד, דעמאָלט איז נישטאָ װאָס צו טאָן, װעט איר זיך אָנרײדן, װי די פּױקן…

און זיסל דעם שוסטערס װײַב איז משלח דעם שנײַדער קטנתּי מיט כּבֿוד און נעמט זיך צו דער אַרבעט, רױמען, קערן, שמירן, װאַשן, קראַצן; צי ס'איז דאָ אױף פּסח, צי ס'איז נישטאָ אױף פּסח ― פּסחדיק אין שטוב, כּשר, רײן, זױבער ― דאָס מוז זײַן, סײַ בײַם גבֿיר, סײַ בײַם אָרעמאַן, און אַפֿילו בײַם לעצטן עני־שבעניים מוז זײַן פּסח גלײַך כּשר, רײן און זױבער. בײַ אַלעמען, בײַ אַלע ייִדן גלײַך, בײַ אַלע ייִדן אין אײן צײַט, בײַ אַלע ייִדן אײן מצה, בײַ אַלע ייִדן אַרבע־כּוסות ― פֿיר, נישט מער און נישט װינציקער… אין דער גלײַכהײט ליגט אַ שטיק סאַטיספֿאַקציע, אַ באַלױנונג פֿאַר דעם געמײנעם מאַן נעבעך, ער זאָל זיך נישט מתקנא זײַן אָן דעם נגיד.

― האָט דען איציקל שאָסטעפּאַל אַנדערע מצות, װי מיר? ― אַזױ טישעט זיך נחמיה דער שוסטער און באַקומט פֿון זײַן סקעפּטישער זיסל אַ יבֿרכך:

― ס'אַ משל! האָט דאָך שױן איציקל שאָסטעפּאַל די מצות אין שאַפֿע, און מיר האָבן אַ קדחת!

― װעלן מיר האָבן מצות אױך. זיסל, דאגה נישט, אַלע ייִדן װעלן האָבן מצות אױף פּסח, קײן חמץ װעט קײנער חלילה נישט עסן!

― שלימזל! נו, און אײער? און שמאַלץ? און עופֿות? האָסטו פֿאַרגעסן?

― עט־נו, למאַי אַ גאַנץ יאָר האָט ער דען נישט די זעלבע אײער און שמאַלץ און עופֿות? ― אַזױ פּרוּװט דער שוסטער באַקעמפֿן דעם סקעפּטיציזם פֿון זײַן װײַב און ברענגט איר אַ נײַעם אַרגומענט:

― צי אַ שטײגער, אָט װעלן מיר זיך אַלע זעצן אין אײן צײַט צום סדר. אַלע װעלן מיר זאָגן פֿון אײן הגדה, אַלע װעלן מיר דערצײלן די זעלביקע נסים פֿון דעם זעלביקן מצרים, אַלע װעלן מיר טרינקען צו פֿיר כּוסות. צי אפֿשר רעכנסטו, זיסל, אַז מיר װעלן טרינקען נאָר דרײַ כּוסות, און איציקל שאָסטעפּאַל װעט טרינקען פֿינף כּוסות?

― װאָס איך רעכן, װילסטו װיסן? איך רעכן, אַז ער האָט שױן די אַרבע־כּוסות לאַנג אָנגעגרײט אין קעלער, און דו האָסט זײ דערװײַל נאָר אין זינען…

― װאָס אַרט מיך, אַז אין זינען, נאַרעלע? װאָס איז מיר שלעכט, אַז איך טראַכט מיר איצט פֿון אַביסל משקה, פֿון אַ גוט ביסל װײַן, אַן אמת אַ בעסאַראַבער גלעזל װײַן, אַ געשמאַקס, אַ שטאַרקס, אַ שטשיפּעדיקס?…

― װאָס זאָגט איר אױף דעם שלימזל?

די װערטער זײַנען געזאָגט געװאָרן שױן צו די קינדער, צו חײמען און צו בענין, װאָס זיצן בײַם װערקשטאַט מיט די האַמערס אין די הענט און קלאַפּן פֿלעקלעך אין די פּאָדעשװעס אַרײַן.

― װאָס זאָלן מיר זאָגן? ― ענטפֿערט איר דער עלטערער חײם פֿאַר זײ בײדן. ― מיר קאָנען נאָר זאָגן, אַז דער װאָס האָט נישט װאָס צו עסן האָט פֿול רעכט צו דענקען װעגן עסן, און נישט נאָר צו דענקען פֿון דעם אַלײן, נאָר צו טראַכטן װעגן דעם, װיִאַזױ מאַכט מען, אַז אַלע זאָלן עסן גלײַך…

― װעגן דעם האָט אונדז שױן באַװאָרנט משה רבינו, ― זאָגט נחמיה דער שוסטער, װאָס האָט זיך אָנגענומען מיט תּורה פֿון יודל דעם שנײַדער.

― משה רבינו איז געװען אַ גאַנץ גוטער מענטש, ― מישט זיך אַרײַן דער קלענערער זון בעני ― ער האָט אונדז געשענקט אַלעמען גלײַך אײן ברױט אױף פּסח מיט אײן הגדה מיט אײנע פֿיר כּוסות; פֿאַרװאָס־זשע האָט ער שױן אין אײנװעגס נישט געמאַכט, אַז אַלע זאָלן טאַקע האָבן די אַלע דרײַ זאַכן? דערװײַלע װײסן מיר, אַז מצות און אַרבע־כּוסות האָט איציקל שאָסטעפּאַל, און מיר האָבן נישט מער װי די הגדה…

― זײ האָבן אונדז אײַנגעטײלט די הגדה, ― מאַכט חײם, ― בכדי מיר זאָלן האָבן װאָס צו זאָגן, און זײ װעלן דערװײַל עסן די פֿאַלירטשיקעס מיט די כרעמזלעך…

― אױסקרענקען זאָלן זײ, רבונו של עולם! ― שטעלט אַרײַן דערװײַל אַ קללה זיסל.

― פֿאַרװאָס קומט זײ שילטן? ― פֿרעגט נחמיה. ― װאָס זײַנען זײ, חכמה מײַנע, שולדיק אין דעם, װאָס מיר האָבן נישט אױף פּסח?

― אָט מיט דעם, װאָס זײ האָבן און מיר נישט, זײַנען זײ שולדיק!… ― אַזױ גיט אים צו פֿאַרשטײן זײַן װײַב זיסל, װי אַ רבי גיט צו פֿאַרשטײן דעם תּלמיד. ― זאָלסט נישט זײַן קײן שלימזל, װאָלסטו אַלײן פֿאַרשטאַנען, אַז זײ זאָלן האָבן װינציקער, װאָלטן מיר געהאַט מער, דעמאָלט װאָלטן מיר זיך אַלע אױסגעגלײַכט.

― די מאַמע איז אַ מאַרקסיסטקע! ― באַמערקט חײם צו בענין, און בעני ענטפֿערט אים:

― מע װאָלט זי באַדאַרפֿט נעמען אַמאָל אױף אַ דיסקוסיע… מאַמע, װעסט גײן מיט אונדז אױף אַ דיסקוסיע?

― אין דער ערד װעל איך אײַך גײן! איר פֿאַרגעסט, אַז ס'איז ערבֿ־פּסח, און איך האַלט נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט!… דער שלימזל זאָל זיך עס דערמאָנען, אַז אַ חוץ קאַרטאָפֿל האָבן מיר נאָר גאָרנישט נישט, נישט קײן ביסל שמאַלץ, נישט קײן אײער, נישט קײן עוף… אַ קיש־קיש, קיש־קיש!…

דער דאָזיקער „קיש“ געהערט צום האָן, װאָס איז די גאַנצע צײַט געזעסן שטיל פֿאַרבאָרגן אונטערן אױװן און געפּיקט די ברעקלעך, און דערהערט פֿון דער שוסטערין אַזעלכע װערטער, האָט דאָס אים אַ פּנים פֿאַרדראָסן:

― קאָ־קאָ־קאָ־קאָ־קאָ ― מיט װאָס בין איך נישט קײן עוף?

― אין דער ערד אַרײַן, קיש־קיש־קיש־קיש־קיש! שױן צעבראָכן אַ טעפּל, אַ חלירע!

― אָ! זעסטו? ― מאַכט נחמיה דער שוסטער צום װײַב. ― נאָר װאָס האָסטו געזאָגט, אַז ס'איז נישטאָ בײַ דיר קײן עוף אױף פּסח, און װאָס איז דאָס?

― אַ גדולה אױף דער באָבע! ― ענטפֿערט אים זיסל. ― שײנע זאַכן װעסטו האָבן פֿון דעם דאָזיקן עוף! דרײַ פֿונט בײנער און אַ האַלב פֿונט פּאָדעשװע, פֿלײש װי אַ גומעלאַסטיק פֿון אַן אַלטן קאַלאָש. אַפֿילו קײן פּלאָסטערל נישט אױף אונטערצושמירן די סקאָװערעדע, טאָמער װעט זיך פֿאַרגלוסטן די קינדער אַ לאַטקע, אַ שטיקל צוגעפֿרישטע מצה… זאָלסט אָנקוקן בײַ איציקל שאָסטעפּאַל גײען אַרום צװײ אינדיקעס, אַן אינדיק מיט אַן אינדיטשקע, ס'זאָל אים נאָר פֿאַרשטערט װערן, רבונו של עולם, גאָט זאָל טאָן אַ נס, זײ זאָלן אים טריפֿה װערן בײדע מיטאַמאָל, װאָלט איך מיך מחיה געװען! אַ שטיק געזונט װאָלט מיר צוגעקומען!…

― װאָס װאָלט אָבער דיר אַרױסגעקומען דערפֿון? ― פֿרעגט דער מאַן.

― אַ מיצװה! פֿאַרװאָס קומט אים, אַז זײַן טאָכטער, װאָס איז געװאַקסן מיט מײַן טאָכטער אין אײן הױף, אונטער אײן דאַך, זאָל זי שטודירן אין די קלאַסן, שפּילן אױף פֿאָרטעפּיאַנאָס, און אונדזער טאָכטער זאָל זיצן אײַנגעבױגן אין דרײַען איבער דער מאַשין, טאָמער װעט זי קױם פֿאַרדינען אױף אַ קלײדל?

― צו װעמען האָסטו טענות? ― שלאָגט איר איבער נחמיה און קוקט אױף איר דורך אַ מאָדנע בריל, װאָס באַשטײט פֿון אײן גלעזל און פֿון אײן לעכל.

― נישט צו דיר, שלימזל, צו גאָט האָב איך טענות…

― נישט צו גאָט, צו מענטשן דאַרפֿסטו טענהן. ― מישט זיך אַרײַן דער עלטערער זון חײם. ― גאָט אַלײן האָט באַשאַפֿן די װעלט פֿאַר אַלעמען גלײַך, נאָר די מענטשן האָבן זיך מיט איר שלעכט אײַנגעטײלט…

― אײנעם גאָר, דעם אַנדערן גאָרנישט, ― לײגט צו דער ייִנגערער בעני.

זיסל פֿאַרטראַכט זיך, לײגט אַװעק אױף אַ מינוט די אַרבעט, װישט אױס די הענט אין פֿאַרטעך און טוט אַ פֿרעג בײַ די קינדער גאַנץ ערנסט:

― װאָס־זשע טוט מען דערצו?

― װאָס מע טוט דערצו? ― ציט אױס חײם. ― עקספּראָפּריאַציע!

― עקס־װאָס? ― פֿרעגט זיסל.

― עקספּראָפּריאַציע, ― זאָגט איר בעני.

זיסל װיל נאָכזאָגן דאָס װאָרט און קאָן נישט, טוט זי אַ שפּײַ, נעמט זיך צוריק צום בעזעם, און בײדע זין שיסן אױס אַ געלעכטער.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַ ביסל איז דעם שוסטערס װײַב גערעכט, װאָס זי פֿײַערט אַזױ: נישט נאָר אינדיקעס אַ פּאָר דרײען זיך אַרום בײַ איציקל שאָסטעפּאַל אין הױף און פֿאַרהאַקן דעם קאָפּ מיט זײער געפּילדער „האָלדער! האָלדער!“ און פֿאַרפּאַסקודיקן דעם הױף מיט איבערלאָזן סימנים אױף יעדן טריט און שריט, ― מע באַדאַרף זיך פֿאַרגינען אַ קוק טאָן, װאָס פֿאַר אַ שטײַג מיט עופֿות דאָרטן זיצן און פּיקן און גרײטן צו שמאַלץ פֿאַר זײער בעל־הביתטע, איציקל שאָסטעפּאַלס װײַב, שיװקע די נגידיתטע, און אױב איר פֿױלט זיך נישט אַרײַנקוקן צו איר אין דער „שפּיזאַרניע“, װעט איר זען די טעפּ שמאַלץ פּסחיקע, מיט די סלױעס אײַנגעמאַכטס פּסחיקן, און אין קעלער די דײזשקעלעך געזײַערטע אוגערקעס, געמאַרינירטע עפּל, מן־המובֿחר! און בראָנפֿן פּסחיקער, און קאָניאַק, עכטער „כּרמל קאָניאַק” פֿון ארץ־ישׂראל נאָך פֿון פֿאַראַיאָרן צוגעגרײט. װי גוט עס מוז זײַן אױפֿן האַרצן, װי רײן עס דאַרף זײַן דער קאָפּ, װי לױטער עס דאַרף זײַן דער מוח, אַז מ'זאָל אין זינען האָבן איבערצולאָזן קאָניאַק פֿון אײן יאָר אױפֿן אַנדערן! און רעדט מיט איציקל שאָסטעפּאַל, װעט ער אײַך נישט אױפֿהערן צו זיפֿצן און צו קרעכצן אױף צרות־ישׂראל, און זאָגן, אַז מע לעבט גאָרנישט אױף דער װעלט!

אױך שיװקע זײַן װײַב האַלט אין אײן קלאָגן און װײנען אױפֿן ייִדישן גלות. „פֿון די אָרעמע לײַט, זאָגט זי, איז נישט אױסצושטײן! װיִאַזױ האָט מען כּוח, זאָגט זי, צו צוזען דעם דלות װאָס אין שטאָט? מע דאַרף האָבן, זאָגט זי, אַ האַרץ פֿון אַ טאָטער, אַז מע זאָל קאָנען דורכגײן די ייִדישע גאַס פֿאַר פּסח, װוּ אָרעמע לײַט נעבעך שלעפּן פֿאַר די פּאָלעס! נאָר אַ גזלן, זאָגט זי, קאָן גײן אין שול־גאַס און אױסהערן אַלע געשרײען מיט די געװײנען פֿון די אָרעמע לײַט, װאָס בעטן מצות אױף פּסח! איך גײ, זאָגט זי, דעריבער פֿון שטוב נישט אַרױס, איך זאָל נישט צוזען די צרות מיט די יסורים מיט די װײטיקן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. װיפֿל איך האָב געקאָנט, זאָגט זי, האָב איך געגעבן… אין פּאָדראַד האָב איר געשיקט צעטײלן אָנדערהאַלבן רובל, אַ פּאָר אַלטע שיך האָב איך אַװעקגעשענקט צו דער חבֿרה „מלביש־ערומים“, דעם שנײַדער האָב איך אױסגעבאָרגט אַ פּאָר רובל אױף אָפּצונײען, נדבֿות טײלט מען אַלע טאָג, הײַנט װוּ איז „מעות־חיטים“? מײַן מאַן אַרבעט טאָג װי נאַכט אַרום די „מעות־חיטים“, גאָט זאָל מיר העלפֿן, מײַן טאָכטער זאָל מיר קומען בשלום אַהײם, װעל איך האָבן, אם ירצה השם, אַ כּשרן און פֿרײלעכן פּסח“…

אַזױ טראַכט זיך איציקל שאָסטעפּאַלס פֿרױ, שיװקע, קוקט אין פֿענצטער אַרײַן, אין דער װאַסילטשיקאָװער גאַס, װוּ עס װערט ערבֿ־פּסח־צײַט אַ טװאַן ביזן האַלדז, אָרעמע לײַט שפּאַנען אַרום איבער דער בלאָטע שטאַרק פֿאַרפּאַרעט און פֿאַרשװיצט, מע זוכט עפּעס יעדער אַ פֿאַרדינסטל אױף פּסח; מיט זײ אינאײנעם װערן פֿאַרשװאַרצט די פֿערדלעך נעבעך, אױסגעדאַרטע, הונגעריקע, פֿאַרשװיצטע, מיט אײַנגעפֿאַלענע זײַטן און מיט צעלאָזטע נאָזלעכער ― גאָט װײס, אױף װעמען עס איז דאָ אַ גרעסערער רחמנות: צי אױף די דאָזיקע אױסגעמוטשעטע פֿירפֿיסיקע שטומע באַשעפֿענישן, װאָס דינען אַזױ געטרײַ זײערע אָרעמע בעלי־בתּים, צי אױף זײערע צװײפֿיסיקע נישט מער גליקלעכע טיראַנען, װאָס גײען נאָך פֿון הינטן און הוקען און טיוקען און װיוקען, און שמײַסן און קאַטעװען און שנײַדן זײ די אָפּגעקראָכענע פֿאַרװוּנדעטע פֿעל? ― װאָס הוקעט איר? װאָס טיוקעט איר? װאָס װיוקעט איר? װאָס שמײַסט איר? װאָס קאַטעװעט איר? װאָס שנײַדט איר די פֿעל? נאַרישע מענטשן! זעט איר דען נישט, אַז מיר װילן גײן, מיר װילן שלעפּן, נאָר מיר קאָנען נישט, קױם װאָס מיר פּלאָנטען מיט די פֿיס?!

און שיװקע די נגידיתטע קוקט אין פֿענצטער אַרײַן, זעט דאָס אַלץ, הערט דאָס געשרײ מיטן טאַרעראַם, װאָס אינדרױסן ― נאָר דער קאָפּ אירער איז נישט דאָ; אירע מחשבֿות זײַנען דאָרטן, מיט איר טאָכטער, װאָס פֿאָרט אַהײם אױף פּסח. שױן דאָ אַ דעפּעש, אַז הײַנט פֿאַרנאַכט קומט זי צו פֿאָרן מיטן קוריער־צוג אַהײם.

„דער אײבערשטער זאָל העלפֿן (אַזױ טראַכט זיך שיװקע שאָסטעפּאַל), דאָס קינד זאָל קומען געזונטערהײט, אַװעקװאַרפֿן די נאַרישקײטן ― שטודירן, בילדן, שױן בלײַבן בעסער אַ היגע. דאָ װעט זי אַ כּלה װערן, אָדער פֿאַר שמשון בערנשטײנס אַ זונדל, אָדער פֿאַר לוי האַלפּערינס אַ זונדל, ― בײדע װױלע בחורימלעך, שײנע, געזונטע, רײַכע, און בײדע פֿון פֿײַנע עלטערן ― זי װײס אַלײן נישט, װעמען פֿון די צװײ זאָל זי װעלן בעסער?“…

― געקומען דער ייִד פֿונעם האָלץ און װיל אײַך זען.

― װאָס װיל פֿון מיר אָט דער שלימזל? אָט באַלד גײ איך…

און שיװקע שאָסטעפּאַל גײט אַרױס צו ייִדן פֿונעם האָלץ, ליפּאַ הײסט ער. אַלײן איז ער אַ קלײנער, נאָר אַ באָרד טראָגט ער, װי אַ בעזעם, און עס דאַכט זיך איר אױס, אַז ער איז אַביסל אַ חושימדיקער. עפּעס דולט ער איר אַ קאָפּ. ער האָט אַ טאָכטער, װאָס זיצט, און

אַזױ װי איר טאָכטער טאַמאַראַ איז געװען באַקאַנט מיט זײַן טאָכטער, לכן איז ער געקומען אָפּנעמען אַ גרוס. אָט דער חושים ליפּאַ האָט זי געמאַכט נערװעז, און זי פֿאַלט אָן אױף אים, טאַקע נאָר װי אַ נגידית קאָן אָנפֿאַלן אױף אַן אָרעמאַן:

― ערשטנס, װער זײַט איר, װאָס אײַער טאָכטער זאָל זײַן באַקאַנט מיט מײַן טאָכטער? און צװײטנס, װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז זי מיט איר, אַז איר אַלײן שעמט זיך נישט און זאָגט, אַז אײַער טאָכטער זיצט?…

― װאָס זאָל איך מיך שעמען? ― ענטפֿערט איר דער ייִד פֿון האָלץ און גלעט זיך דעם בעזעם־באָרד מיט גדלות. ― זי זיצט חלילה נישט פֿאַר קײן גנבֿה. זי איז אַ… „פּאָליטיטשעסקעполитические: פּאָליטישע“…

דאָס װאָרט „פּאָליטיטשעסקע“, אײדער ער רעדט אַרױס, קוקט ער זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, און אַז ער האָט דאָס שױן אַרױסגערעדט, זעט מען, אַז עס טוט אים אי הנאה, אי ער האָט חרטה…

― גײט אײַך געזונטערהײט און לאָזט אונדז צורו מיט אײַערע פּיזמונות דאָרטן. מײַן טאָכטער איז װײַט פֿון די זאַכן, און מיר אַװדאי…

― װײַט, זאָגט איר? המ… איך מײן, איר האָט אַ טעות… ― אַזױ ענטפֿערט איר ליפּאַ. נאָר שיװקע הערט אים שױן נישט; זי האָט אים געלאָזט דאָ שטײן אַלײן מיט זײַן בעזעם־באָרד און איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין קיך אַרײַן צו די דינסטן, זײ געבן אַ פֿינצטערן סוף, זײ זאָלן נישט אַרײַנלאָזן יעדן שלעפּער אין שטוב אַרײַן מיט די בלאָטיקע שטיװל!… און אַלײן זעצט זי זיך אַװעק צוריק צום פֿענצטער און קוקט אַרױס אױף איר טאָכטער, װאָס דאַרף באַלד קומען צו פֿאָרן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָך אײן מענטש זיצט אין דער זעלבער צײַט בײַם פֿענצטער אינעם זעלבן הױז נומער 13, װאָס אױף דער װאַסילטשיקאָװער גאַס, און קוקט אַרױס אױף אַ גאַסט, אױף אַ זײער אָנגעלײגטן גאַסט ― דאָס איז סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש דער אַפּטײקער. ער האָט אױך געהאַט אַ דעפּעש פֿון זײַן זונדל סאַשאַ, אַז ער פֿאָרט מיטן קוריער־צוג און קומט פֿאַרנאַכט אַהײם.

סאַשאַ לערנט אין אוניװערסיטעט, שטודירט מעדיצין. שױן באַלד אַ יאָר, אַז דער פֿאָטער האָט אים נישט געזען. בריװ האָט ער פֿון אים זײער אָפֿטע און זײער גוטע, און דער אַפּטײקער איז מיט זײַן זון העכסט צופֿרידן. נאָר פֿון אַ צײַט, אַז אינעם זונס בריװלעך האָבן זיך אָנגעהױבן דורכװאַרפֿן מאָדנע װערטער. סאַשאַ האָט אָנגעהױבן צו דערמאָנען זײער אָפֿט די װערטער: „ייִד“… „פֿאָלק“… „נאַציאָנאַליזם“… „חובֿ“… „היסטאָריע“… װי קומט דאָס צו סאַשאַן? און צו װאָס דאַרף ער דאָס? סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש האָט זיך צוליב זײַן קינד, קאָן מען זאָגן, מפֿקיר געװען אײדער ער האָט אים דערלעבט זען ענדיקן די גימנאַזיע און אַרײַנגעטראָטן אין אוניװערסיטעט. דער אַפּטײקער האָט געהאַט פֿאַר זיך נאָר אײן ציל: אַז זײַן סאַשאַ זאָל זײַן אַ דאָקטער, מער פֿאַרלאַנגט ער נישט! דאָס הײסט, עס רעדט זיך נאָר אַזױ… פֿאַרלאַנגען פֿאַרלאַנגט ער נאָר עפּעס, למשל: אַ שײנעם קאַבינעט, אַ פֿערדל אַן אײגענעם מיט אַ פֿאַעטאָנדל אַ שײנס אױף אַרומצופֿאָרן איבער די קראַנקע… נו, און צו דערצו דאַרף מען געלט, און געלט קאָן מען באַקומען דורך אַ שידוך, און אַ שידוך דאַרף מען טאָן אַ געהױבענעם, אַ רײַכן, מינימום פֿינף און צװאַנציק טױזנט!… און עס פֿליט אים דורך אַ מחשבֿה: איציקל שאָסטעפּאַלס טעכטערל… אַ שײן מײדל… אַ ברונעטקע מיט פֿײַעריקע אױגן… געלט איז אַפֿילו דאָ, און אַ סך, נאָר עס איז אַ פֿראַגע, אױב דער חזירוק, אָט דער איציקל שאָסטעפּאַל, װעט װעלן געבן פֿינף און צװאַנציק טױזנט?… „כאַפּט אים דער װאַטן־מאַכער, װעט ער נישט װעלן, דאַרף מען נישט! איך דאַרף אים אױף כּפּרות, דעם חסידינע, דעם צבֿועק, דעם ייִדאַש מיטן שירעם!“…

אַזױ זיצט זיך אונדזער אַפּטײקער בײַם פֿענצטער, קוקט דורך די בלױע ברילן און טראַכט װעגן זײַן זון סאַשאַ און בױט לופֿט־שלעסער פֿון זײַנעט װעגן. און זײַן זון סאַשאַ? ― סאַשאַ זיצט אין װאַגאָן צװײטע קלאַס מיט איציקל שאָסטעפּאַלס טעכטערל טאַמאַראַ און דיסקוטירט מיט איר איבער דער פֿראַגע פֿון נאַציאָנאַליזם און קאָסמאָפּאָליטיזם, און קוקט איר בשעת־מעשׂה אין די קלוגע שװאַרצע װײכע אױגן, װאָס נעמען אײַך דורך און דורך, לאַכן פֿון אײַך, גלעטן אײַך צו גלײַכער צײַט און ציִען אײַך צו צו זיך מיט אַן אומפֿאַרמײַדלעכער קראַפֿט.

― װאָס װילט איר פֿון מיר? ― זאָגט צו אים טאַמאַראַ האַלב לאַכנדיק. ― איך זאָל אױפֿגעבן דעם גרעסטן אידעאַל פֿון דער װעלט, איך זאָל פֿאַרשטעלן די אױערן און נישט הערן די געשרײען פֿון די הונדערט מיליאָן מענטשן, װאָס שרײַען „ברױט און פֿרײַהײט“, צוליב אַ הױפֿן מענטשן, װאָס לײַדן נישט מער און נישט װינציקער פֿון אַלע אַנדערע ― װאָס איז? באשר זײ זײַנען מיט מיר פֿון אײן פֿאָלק און זײ האָבן מיט מיר אײן היסטאָריע און מיר מיט זײ טראָגן אַלץ אײנע נעמען!…

― און האָבן אַלץ אײנע אױגן און זײַנען געשטעמפּלט מיט אַלץ אײנע נעזער, ― ענדיקט פֿאַר איר סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש.

― איצט איז נישט קײן צײַט צו קוקן אױף אַזעלכע זאַכן, ― ענטפֿערט אים טאַמאַראַ.

― און דאָך קוקט מען ― זאָגט סאַשאַ ― אױף אַזעלכע זאַכן זײער שטאַרק. אָט װעל איך אײַך דערצײלן, װאָס איך שטײ אױס אין אוניװערסיטעט פֿון מײַנע חבֿרים איבער דער פֿאַרב פֿון מײַנע האָר…

― אַי־אַי־אַי! ― שלאָגט אים איבער טאַמאַראַ. ― זײ האָבן אײַך אַװדאי געזאָגט, אַז איר זענט אַ רױטער? ערשטנס, איז דאָס אמת (לאַכט), און צװײטנס, װאָס פֿאַר אַ װערט האָט דער בזיון מיט די לײַדן קעגן די בזיונות מיט די לײַדן, װאָס דאָס גאַנצע רוסישע פֿאָלק טראָגט איבער פֿון דעם רעזשים?!

― אױב דאָס גאַנצע רוסישע פֿאָלק טראָגט איבער בזיונות מיט לײַדן, טראָגן מיר, ייִדן, די זעלבע בזיונות און צרות טאָפּלט, ערשטנס, אַלס מענטשן, און, צװײטנס, אַלס ייִדן.

― װעלכעס װעגט איבער בײַ אײַך, מאָסיע סאַפֿראַנאָװיטש: די אַלגעמײנע מענטשלעכע לײַדן, צי אײַערע אײגענע ייִדישע צרות?

― עס לאָזט זיך נישט אָפּשאַצן און איבערװעגן, פֿרײַלין שאָסטעפּאַל, פּונקט װי איר װאָלט מיך פֿרעגן אַלס מעדיקער: װעלכע שמערצן איבערװעגן, צי דער װײטיק פֿון אַן אָפּגעשניטענעם פֿינגער פֿון דער האַנט? צי דער װײטיק פֿון אַן אָפּגעשניטענעם פֿינגער פֿון דעם פֿוס? דערױף װאָלט איך אײַך געזאָגט: ביטער איז דעם, װאָס מע האָט אים

אָפּגענומען אַ פֿינגער פֿון דער האַנט, צװײ מאָל ביטער איז דעם, װאָס מע האָט אים אָפּגענומען צװײ פֿינגער, פֿון דער האַנט און פֿון דעם פֿוס… און אױב איר װילט פֿרײַלין שאָסטעפּאַל, װעל איך אײַך אױסזאָגן אַ סוד, אַז מײַנע ייִדישע צרות ערגערן מיך מער אַלס מײַנע אַלגעמײנע מענטשלעכע שמערצן. װײסט איר פֿאַרװאָס? װײַל צו די צרות װערט נאָך צוגעזעצט אױך אַ פֿאַרדראָס, אַ האַרצװײטיק: למאַי זאָלן מיר, אַלס ייִדן, זײַן פֿאַרפֿאָלגט בײַ פֿאַרפֿאָלגטע, פֿאַרשקלאַפֿט בײַ פֿאַרשקלאַפֿטע?…

טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל כאַפּט זיך אױף, און אירע שײנע שװאַרצע אױגן צינדן זיך אָן, װי צװײ ליכט.

― נישט אמת! הער סאַפֿראַנאָװיטש, נישט אמת! איר הערט װאָס איך זאָג? איך זאָג, אַז איר און אַלע אײַערע קאָלעגן, די נאַציאָנאַליסטן, האָבן אױסגעטראַכט אַ ליגן, אַז מיר װערן פֿאַרפֿאָלגט פֿונעם רוסישן פֿאָלק! ס'אַ ליגן ― מיר װערן פֿאַרפֿאָלגט פֿון דער ביוראָקראַטיע, נישט פֿונעם פֿאָלק! איר זײַט אָדער גרױסע ליגנערס, אָדער גרױסע טיפּשים!

― װיבאַלד אַזױ, האָב איך מיט אײַך נישט װאָס צו רײדן! ― זאָגט סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש און קערט זיך אָפּ פֿון איר און קוקט אין פֿענצטער פֿונעם װאַגאָן.

― כאַ־כאַ־כאַ! כאַ־כאַ־כאַ! ־ צעלאַכט זיך טאַמאַראַ און רוקט זיך צו צו אים און פֿאַרקוקט אים אין די אױגן אַרײַן. ― נישט אײַך האָב איר געמײנט, נאָר אײַערע חבֿרים; אײַך האָב איך אױסגעשלאָסן…

― איך דאַנק אײַך זײער! ― ענטפֿערט איר סאַשאַ און קוקט איר נישט װילנדיק אין די אױגן אַרײַן און טראַכט זיך בעת־מעשׂה: װעלכע פֿאַרבאָרגענע קראַפֿט ליגט אין די דאָזיקע צװײ שװאַרצע פֿענצטערלעך, װאָס זײ האָבן אים אַזױ פֿאַרכּישופֿט, באַצױבערט און פֿאַרשקלאַפֿט, אַז ער איז גרײט איבערצוטראָגן אַלע מינים באַלײדיקונגען אױף דער װעלט, אַבי זען פֿאַר זיך אָט די צװײ גרױסע שײנע שװאַרצע טיפֿע קלוגע אױגן?…

קאַפּיטל 2.
קינדער און עלטערן, עלטערן און קינדער

איך זאָל װעלן כאַראַקטעריזירן דעם ראָמאַן פֿון סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש און טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל אין דרײַ װערטער, װאָלט איך געזאָגט דאָס, װאָס מיר זאָגן בשעת קדוש לבֿנה: כשם שאני רוקד כנגדך ואיני יכול לנגוע בך ― װי איך שפּרינג קעגן דיר און קאָן דיך נישט אָנרירן… אַלע זײַנע יונגע יאָרן לױפֿט סאַשאַ נאָך טאַמאַראַן, שפּרינגט אַקעגן איר ― און קאָן זי נישט כאַפּן…

פֿריִער, אַז סאַשאַ איז נאָך געװען אַ ייִנגל אין פֿינפֿטן קלאַס גימנאַזיע און האָט געבחורט זיך, געזוכט װאָנצעלעך אױף דער אײבערשטער ליפּ, האָט ער זיך נישט אײן מאָל באַגעגנט מיט איציקל שאָסטעפּאַלס טאָכטער אױף די טרעפּ, זיך פֿאַרקוקט אױף אירע שװאַרצע גלאַנצנדיקע װײכע שײנע אױגן, װאָס האָבן אַלעמאָל געלאָזט אױף אים אַן אײַנדרוק, גלײַך װי זי לאַכט אױס אים און מסתּמא אױס זײַנע געלע האָר, װאָס ער האָט געירשנט פֿון זײַן פֿאָטער דעם אַפּטײקער. און דאָך האָט ער חשק געהאַט זיך אָפּשטעלן מיט איר רײדן, זיך באַקענען, אַביסל שמועסן, רײדן װעגן אַ ביכל, אָדער גלאַט אַזױ פּלאַפּלען אין דער װעלט אַרײַן, װי געװײנלעך אַ בחור מיט אַ מײדל. איז דאָס אָבער אים קײנמאָל נישט געראָטן, װײַל טאַמאַראַ איז געװאַקסן אין אַזאַ הױז, װוּ אַ מײדל שטעלט זיך נישט אָפּ און שמועסט נישט און פּלאַפּלט נישט מיט קײן אומבאַקאַנטן בחור, און באַקענען זיך מיט איר פּאַסט דאָס נישט פֿאַר איר פֿאָטער.

איציקל שאָסטעפּאַל װױנט אינעם הױז נומער 13, װאָס אױף דער װאַסילטשיקאָװער גאַס, שױן היפּשע עטלעכע יאָר, און איז מיט סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש כּמעט נאָך נישט באַקאַנט, אַ חוץ װאָס ער שיקט אַמאָל אַרײַן צו אים אין דער אַפּטײק נאָך אַ רפֿואה, אָדער ער כאַפּט זיך אַרײַן צו אים נאָך אַ נדבֿה אױף שטאָט־זאַכן.

― בײַ איציקל שאָסטעפּאַל האָט סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש קײן אַנדער נאָמען נישט, נאָר „אַפּטײקער”. ― גוט מאָרגן אײַך, אַפּטײקער.

― רב אַפּטײקער! גיט עפּעס אַ נדבֿה אױף אַ נײטיקער זאַך.

און אָפּגענומען בײַם אַפּטײקער די נדבֿה און אַרױסגעגאַנגען פֿון דער אַפּטײק, קען ער אים שױן מער נישט.

װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז ער מיט אים, אַז שבת ―, אַזױ דערצײלט שיװקע ― קאָכט מען בײַם אַפּטײקער פּונקט װי אינדערװאָכן, ערבֿ יום־כּיפּור קײן כּפּרות שלאָגט מען נישט בײַ אים, און אַ פּסח איז בײַ אים… גאָט זאָל נישט שטראָפֿן פֿאַר די רײד! שיװקע שאָסטעפּאַל װיל נישט רײדן קײן לשון־הרע אױף אַ ייִדן, נאָר פֿאַרדריסן פֿאַרדריסט זי, און קאָכן קאָכט זי זיך:

― ס'טײַטש פּסח! אַזאַ הײליקער יום־טובֿ פּסח!…

װאָס פּסח? װער פּסח? ― דאָס זאָגט זי נישט, נאָר מע באַדאַרף שױן אַלײן פֿאַרשטײן, װיפֿל גאַל עס שטעקט אין די װערטער.

אױך דער אַפּטײקער האָט פֿײַנט איציקלען, װי אַ כּשרער ייִד האָט פֿײַנט חזיר, נאָר ער באַװײַזט נישט אַרױס זײַן פֿײַנטשאַפֿט און איז מיט אים, אַדרבא, פֿרײַנטלעך, װי מיט אַלע שכנים; װאָס זאָל מען טאָן? די װיסטע פּרנסה!… הינטער די אױגן הײסט בײַ אים איציקל שאָסטעפּאַל „גאָטס גנבֿ“, „היפּאָקריט“, „ייִדאַש“,, וכדומה אַזעלכע נעמען. אין די אױגן אָבער הײסט ער בײַ אים: „גאָספּאָדין שאָסטעפּאַל“, און אַמאָל נאָך: „מנאָגאָוּװאַזשאַיעמי גאָספּאָדיןмногоуважаемый господин: טײַערער הער שאָסטעפּאַל“… פֿאַרװאָס קומט דאָס אים ― װײס ער אַלײן נישט. װיפֿל יאָר זײ זײַנען שכנים האָט נאָך דער אַפּטײקער נישט געהאַט פֿון איציקל שאָסטעפּאַל קײן טובֿה אױף אָט אַזױ פֿיל ― און פֿונדעסטװעגן זעט איר דאָך, מנאָגאָוּװאַזשאַיעמי!…

סאַשאַ דעם אַפּטײקערס זון איז געװען אַ װױל ייִנגל און אײנער פֿון די בעסטע שילער אין גימנאַזיע. ער האָט זײער גוט געלערנט, אַ סך געלעזן, נישט אין זינען געהאַט דאָס װאָס אַנדערע בחורים, נאָר זינט ער האָט זיך באַקאַנט מיט טאַמאַראַס שײנע שװאַרצע גרױסע אױגן האָט ער אָנגעהױבן אָפֿט צו פֿאַרטראַכטן זיך, באַקומען חשק צו באַגעגענען זיך מיט זײ נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל ― ביז זײ זײַנען געקומען צו אים מיט אַ װיזיט אײנמאָל בײַנאַכט אין חלום.

און געקומען זײַנען זײ צו אים מיט אַ פֿײַער, מיט אַן אימפּעט, האָבן אים אַרומגענומען מיט זײער פּראַכט און גלאַנץ, האָבן זיך צעגאָסן מיט אַזױ פֿיל חן, פֿרײַנדלעכקײט, מיט לײַד און ליבשאַפֿט, האָבן ענדלעך אַרײַנגענידערט צו אים אין האַרצן אַזױ טיף און באַזעצט זיך בײַ אים אין דער נשמה אַזױ פֿעסט, אַז מער פֿאַרגעסן זײ האָט ער שױן נישט געקאָנט, װיפֿל ער האָט זײ פֿון זיך נישט געטריבן!

סאַשאַ האָט אַלײן נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ כּוח עס ציט אים אָפּצושטײן לאַנג־לאַנג און װאַרטן אױף די טרעפּ, טאָמער װעט זיך באַװײַזן איציקל שאָסטעפּאַלס טאָכטער און טאָמער װעט ער זיך באַגעגענען מיט אירע שװאַרצע שײנע קלוגע אױגן, ― און האָט ער זיך דערװאַרט אױף איר, און האָט ער זיך באַגעגנט מיט איר פֿײַעריקן קוק, האָט ער געטאָן נישט מער, װי אױפֿגעהױבן די רגלים און געמאַכט ויבֿרח, אַנטלאָפֿן צו זיך אַהײם, צו די אוראָקן, צו די ביכער, זיך פֿאַרטיפֿט און פֿאַרטראַכט און װידער געחלומט פֿון איציקלס טאָכטער, פֿון איר שײנער פֿיגור פֿון אירע שװאַרצע גרױסע קלוגע אױגן, און װידער אָפּגעװאַרט זי אױף די טרעפּ, און װידער באַגעגנט זיך און װידער אַ ויבֿרח! ― און אַזױ אַ לאַנגע צײַט, ביז דאָס פֿײַער האָט אױסגעבראָכן, און דעם אַפּטײקערס זון האָט זיך אײַנגעשטעלט, פֿאַרבונדן אַ געשפּרעך מיט איציקל שאָסטעפּאַלס טאָכטער.

איציקל שאָסטעפּאַל האָט נישט געװאָלט, אַז זײַן טאָכטער זאָל גײן מיט אַלע מײדלעך אין גימנאַזיע; ער האָט אָבער נישט געשפּאָרט פֿאַר איר קײן געלט צו דינגען איר די בעסטע לערערס מיט די בעסטע גובערנאַנטקעס זי צו אונטערריכטן, און די בעסטע לערער ― אַזױ האָט גערעכנט איציקל ― זײַנען גױים, נישט ייִדן. אַ ייִדישער לערער איז קודם־כּל אַן אַפּיקורס און מאַכט זײַנע שילער און שילערינס אױסגעלאַסן, און אַ גױיִשער לערער װײס זיך נאָר זײַן זאַך ― מע צאָלט אים געלט, דאַרף ער לערנען.

מיט דעם גאַנג איז געגאַנגען איציקל שאָסטעפּאַל, און האָט זיך נישט געפֿױלט אַריבערגײן אין גימנאַזיע צום בעסטן לערער, צו ראָמאַנענקאָן, זיך אַן עצה האַלטן מיט אים: אַזױ װי ער, שאָסטעפּאַל, האָט אַ טאָכטער זײער אַ געראָטענע, זאָל ער, ראָמאַנענקאָ, אים רעקאָמענדירן עפּעס אַ רעכטן רעפּעטיטאָר.

האָט אים ראָמאַנענקאָ אױסגעהערט און געזאָגט:

― אױב דו װילסט אַ רעכטן לערער, אַ געטרײַען, קאָן איך דיר רעקאָמענדירן מײַן אײגענעם זון, ער איז אַ געצײכנטער פּעדאַגאָג, אַ געװעזענער סטודענט, װאָס האָט זיך צעקריגט מיט די פּראָפֿעסאָרן און איז איצט בײַ מיר אָן אַ שום באַשעפֿטיקונג.

דאָס איז זיכער, אַז װען ראָמאַנענקאָ זאָל זײַן אַ ייִדיש קינד, אַ „געװעזענער“ סטודענט, װאָלט אים אַזאַ מין איציקל שאָסטעפּאַל געװיס נישט אַרײַנגעלאָזט צו זיך אין שטוב אַרײַן, נאָר פֿאַר אַ גױ האָט אַ ייִד דרך־ארץ, ער מעג זיך זײַן װאָס ער װיל זיך, אַבי אַ גױ.

אונדזערע שׂונאים, װאָס װײסן נישט דאָס ייִדישע לעבן אין גלות און קענען נישט זײַן גלות־פּסיכאָלאָגיע, שטעלן זיך פֿאָר, אַז אַ ייִד פֿאַרהאַסט אַ גױ און פֿאַראַכטעט אים. זײ װײסן נישט פֿון דעם סוד, אַז אַלץ װאָס פֿרעמדס איז בײַ ייִדן טײַערער װי אײגנס. אַז אַ ייִד װיל עפּעס דערצײלן אַ זאַך, װאָס מען זאָל אים גלײבן, זאָגט ער „דאָס האָב איך געהערט פֿון אַ קריסט, נישט פֿון קײן ייִדן“… זײ קוקן זיך נישט צו, װי דאָס גאַנצע שטרעבן פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן ייִדן איז צו געװינען די געזעלשאַפֿט פֿון די קריסטן, די גוטע מײנונג פֿון אַ קריסט: אײן גױיִשער קאָמפּלימענט איז בײַ זײ טױזנט מאָל טײַערער פֿון צען טױזנט ייִדישע קאָמפּלימענטן… בײַ קײן אומה־ולשון האָט איר נישט אַזאַ אױסדרוק, װי: „אונדזערע ייִדעלעך“, „מיט אַ ייִדן איז גוט קוגל עסן“, „ייִדישע גליקן“, „ייִדישע מעשׂיות“, „ייִדישע זאַבאַבאָנעס“ און נאָך כּדומה אַזעלכע שענדלעכע אױסדרוקן, װאָס האָבן זיך געקאָנט אױסבילדן נאָר בײַ אַ פֿאָלק, װאָס לעבט אַזױ פֿיל הונדערט יאָר אָן אַ הײם אין גלות.

אַז ראָמאַנענקאָס זון, דער געװעזענער סטודענט, איז געקומען צו טאַמאַראַן צו דער ערשטער לעקציע, האָט איציקל שאָסטעפּאַל, פֿון זײַן כּבֿוד װעגן, אַראָפּגעכאַפּט דאָס היטל און אָנגעטאָן אַ קײַלעכיק זײַדן יאַרמעלקעלע ― שײך, אַ פּריץ! און אַזױ איז שױן געװען אַ חוק אַלע טאָג: איז אַרײַנגעקומען ראָמאַנענקאָ ― איז דאָס היטל אַרונטער; איז אַװעקגעגאַנגען ראָמאַנענקאָ ― איז אַרונטער די יאַרמלקע.

און ראָמאַנענקאָ דער לערער, דער געװעזענער סטודענט, האָט געטאָן זײַן אַרבעט געטרײַ: ער האָט מיט טאַמאַראַן געלערנט, מיט טאַמאַראַן געלעזן, טאַמאַראַן אַנטװיקלט און האָט זיך אין טאַמאַראַן פֿאַרליבט, און טאַמאַראַ האָט זיך פֿאַרליבט אין ראָמאַנענקאָן…

נישט ראָמאַנענקאָ, נישט טאַמאַראַ האָבן זיך װען עס איז דערקלערט אין זײערע געפֿילן, אָדער אַפֿילו מזכּיר געװען װעגן דעם. דאָס איז געװען אַ שטילער צוזאַמענשטױס פֿון צװײ ברענענדיקע שטערן, װאָס האָבן זיך געטראָגן מיט אַן אומגעהײַערן כּוח אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע, און בײדע צוזאַמען האָבן זײ געשװעבט אין דער אומענדלעכקײט פֿון זײערע אידעאַלן, נישט אָפּצוגעבן זיך דין־וחשבון, װאָס זײ טוען, װוּהין זײ גײען און װאָס קאָן זײַן דערפֿון דער סוף…

דער, װאָס װײס די געשיכטע פֿון די געשעענישן אין דער לעצטער צײַט, װעט פֿאַרשטײן דעם פּשט פֿון די װערטער: „געװעזענער סטודענט“. דאָס איז געװיס אײנער פֿון די בעסטע קינדער פֿונעם לאַנד, װאָס האָבן אַ װאַרעם ליבנדיק האַרץ, מיט אַ רײנעם געװיסן, מיט אַ הױכן אידעאַל, מיט אַ גוטן װילן צו טאָן עטװאָס גוטס, נוצלעכס פֿאַרן אומגליקלעכן הונגעריקן פֿאָלק… קורץ, ראָמאַנענקאָ איז געװען נישט נאָר אַ סאָציאַליסט און אַ רעװאָלוציאָנער, נאָר אױך אַן אָנפֿירער, אַן אָרגאַניזאַטאָר פֿון אַ גאַנצער חבֿרה, און אָט דער בחור איז געװען געצװוּנגען אַ געװיסע צײַט צו פֿאַרברענגען אין דער הײם, און אים האָט דאָס אונדזער איציקל שאָסטעפּאַל אױסגעזוכט אַלס דעם אײנציקן רעפּעטיטאָר פֿאַר זײַן אײנציקער ציטערדיקער טאָכטער טאַמאַראַ, און װי גליקלעך האָט זיך געשעצט אונדזער איציקל, אַז ער האָט געהערט פֿון ראָמאַנענקאָן אַלײן, פֿון אַ קריסט, אַז זײַן טאָכטער לערנט גוט און קאָן גוט און איז אַלײן גוט ― אַרום און אַרום גוט!

נישט אײן מאָל האָט זיך איציקל שאָסטעפּאַל באַרימט צװישן ייִדן, װאָס פֿאַר אַ טײַערן לערער ער האָט, אַ קריסט, און װאָס דער לערער דער קריסט זאָגט װעגן זײַן טאָכטער! און אַז ער, איציקל, װעט זען, אַז זײַן טאָכטער זאָל זיך לערנען און לערנען, עס אַרט אים נישט, אַז זי זאָל אָפּגעבן עקזאַמען אױף אַלע אַכט קלאַסן גימנאַזיע. אין גימנאַזיע גײן ― דאָס טאַקע נישט, אָבער אָפּגעבן עקזאַמען, ברענגען אַן אַטעסטאַט, פֿאַרװאָס נישט?

און איציקל האָט אױפֿגעפֿירט זײַנס: זײַן טאָכטער איז אין די קלאַסן נישט געגאַנגען, זיך אַלײן געלערנט, רעפּעטירט פֿון ראָמאַנענקאָן, געהאַלטן עקזאַמען אױף אַלע אַכט קלאַסן גימנאַזיע און געבראַכט צו טראָגן אַהײם אַן אַטעסטאַט! ― דאָס איז געװען פֿאַר אונדזער איציקל שאָסטעפּאַל אַ גליקלעכער טאָג, אַ טריומף. זײַן טאַמאַראַ האָט אַן אַטעסטאַט פֿון אַכט קלאַסן, און דװקא נישט געגאַנגען אין גימנאַזיע!

― האַ, װאָס זאָגסטו, שיװקע?

― װאָס זאָל איך זאָגן? ― ענטפֿערט אים שיװקע. ― ס'איז צײַט איצט צו טראַכטן װעגן אַ שידוך.

― האַ? װאָס? אַ שידוך זאָגסטו? אַזױ פֿרי? ― מאַכט צו איר איציקל און דרײט און פֿלעכט און קרײַזלט זיך דאָס שװאַרצע געקרײַזלטע בערדל. ― װאָס האָסטו אַזױ קײן צײַט נישט? און אפֿשר, האַ? אפֿשר ביסטו גערעכט, שיװקע? טאַקע צײַט שמועסן װעגן אַ שידוך.

און איציקל שאָסטעפּאַל באַטראַכט זײַן טאָכטער, װיִאַזױ זי איז אױסגעװאַקסן, געװאָרן אַ פּאַרשױן, קײן עין־הרע, אַ יפֿת־תּואר; אַלע זאָגן אַ יפֿת־תּואר, אַפֿילו קריסטן…

און טאַמאַראַ לײענט ביכער, לערנט װײַטער, זעט זיך אַלע טאָג מיטן לערער, מיט ראָמאַנענקאָן. און די פֿאָטער און מוטער פֿאַרשטײען נישט, װאָס נאָך האָט זי צו לערנען? ביז װאַנען איז דער שיעור צו לערנען? און װאָס גײט אַהער אַלע טאָג דער לערער? און דער פֿאָטער װאַרט אָפּ אַ טאָג און צװײ און דרײַ און רופֿט צו צו זיך טאַמאַראַן און זאָגט צו איר:

― טאָכטער מײַנע, װאָס טוט דאָ דער לערער?

― גאָרנישט, ענטפֿערט אים די טאָכטער ― מיר לײענען אינאײנעם ביכער, מיר שמועסן.

― ביז װאַנען איז דער שיעור? עס מוז דאָך האָבן אַ מאָל אַ סוף, צי נײן?

― װאָס מוז האָבן אַ סוף? ― פֿרעגט אים די טאָכטער.

― דאָס לערנען מוז האָבן אַ סוף, ― ענטפֿערט איר דער פֿאָטער.

― לערנען האָט קײן סוף נישט, ― זאָגט אים טאַמאַראַ.

― די תּורה האָט נישט קײן גרונט? ― באַמערקט איר מיט אַ שפּאַס דער פֿאָטער.

― געװיס נישט. ― מאַכט צו אים טאַמאַראַ אױך מיט אַ שפּאַס. ― איך האַלט ערשט בײַ מה־טובֿו.

― נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט? ― שפּאַסט װײַטער דער פֿאָטער. ― װען־זשע װעסטו קומען צו גאָט?

― אַז איך װעל ענדיקן אוניװערסיטעט און פּראַקטיצירן פֿריִער אַ פּאָר יאָר אין קליניק און אין האָספּיטאַל, װעל איך ערשט דעמאָלט אָנהײבן מײַן פּראַקטישע אַרבעט, װעלכע װעט זײַן פֿאַר מיר אַ נײַע שול אױף צו שטודירן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

איציקל שאָסטעפּאַל איז געבליבן אָפּהענטיק, צעשטערט און אָן לשון. ער האָט דער טאָכטער אױף איר פֿאָרשלאַג נישט געענטפֿערט גאָרנישט. ער האָט זיך נאָר אױפֿגעכאַפּט פֿונעם בענקל, פֿאַרלײגט די הענט אַרונטער, דעם קאָפּ אַראָפּ, און גענומען שפּאַנען איבער דער שטוב. נאָכדעם האָט ער זיך אַװעקגעשטעלט אַקעגן זײַן טאָכטער, און זײערע בײדנס גרױסע שװאַרצע אױגן האָבן זיך באַגעגנט, געקוקט נישט גלײַך, נאָר פֿון אונטן אַרױף, און שאַרף, און אָן װערטער, געפֿײַערט װי צװײ װילדע חיות, װאָס זײַנען גרײט זיך אַ װאָרף טאָן אײנס אױף דאָס אַנדערע… דער פֿאָטער האָט אױסגערעדט מיט אַ פֿעסטער שטימע:

― טאַמאַראַ! דו װעסט טאָן אָט דאָס, װאָס איך װעל דיר הײסן!…

דערױף האָט אים טאַמאַראַ געענטפֿערט אױך מיט אַ פֿעסטער קלאָרער שטימע:

― טאַטע! דו האָסט אַ טעות! איך װעל טאָן אָט דאָס, װאָס איך װיל!…

― װאָס? װאָס האָסטו געזאָגט? זאָג נאָכאַמאָל!

― איך װעל דיר זאָגן נאָך צען מאָל, נאָך הונדערט מאָל: איך װעל טאָן דאָס, װאָס איך װיל!…

― אַנו, לאָמיר זען!…

― מיר'ן זען!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאַרישקײטן! איציקל שאָסטעפּאַל איז גענוג קלוג אױף צו פֿאַרשטײן, אַז ס'איז נישט די יאָרן, ניט די צײַטן, װאָס מע האָט געקאָנט אַ קינד צװינגען, עס זאָל טאָן דעם רצון פֿון די עלטערן. די צײַטן האָבן זיך אױף אַזױ װײַט געביטן, אומעטום אױף דער גאַנצער װעלט, אונטער די ייִדן װײניקסטנס, אַז עלטערן זײַנען צופֿרידן, װען זײ זײַנען ניט געצװוּנגען צו טאָן דאָס, װאָס זײערע קינדער װילן… איציקל שאָסטעפּאַל האָט בכבֿודו־ובֿעצמו אָפּגעפֿירט די טאָכטער זײַנע קײן פּעטערבורג, איר באַשטעלט קװאַרטיר און קעסט בײַ זײַנע אַן אײגענע, אַ דרוקערס אַ װײַב, אַלײן געגאַנגען מיט איר אײַנקױפֿן ביכער, קלײדער, פּאַפּיר וכדומה. און אַז ס'איז געקומען צום געזעגענען און צום קושן זיך, האָט זיך דער פֿאָטער געװאָלט צעװײנען, האָט אים די טאָכטער אָנגענומען בײַ די הענט:

― פֿע, טאַטע, װי קומט דאָס צו דיר, דאָס פּאַסט פֿאַר אַ ייִדענע!… דו קאָנסט גאַנץ רויִק פֿאָרן אַהײם… דו װײסט, אַז דײַן טאָכטער איז שױן נישט מער קײן קינד, װאָס מע דאַרף איבער דעם ציטערן… פֿאַראַן, דאַנקען גאָט, אַ פּאָסט, װאָס טראָגט בריװ הין און צוריק… אױף יום־טובֿ װעל איך מסתּמא זיך דורכפֿאָרן אַהײם… פֿאָר געזונט און גריס דער מאַמע גאָר פֿרײַנדלעך!

אַ גאַנץ װעג, צוריקפֿאָרנדיק, זיצט איציקל שאָסטעפּאַל אין װאַגאָן און טראַכט זיך:

― װאָס טוט זיך דאָ? מײַן טאָכטער, מײַן אײן־און־אײנציק קינד, װאָס איבער הונדערט צװאַנציק יאָר איז מײַן פֿאַרמעגן אירס, ― צו װאָס דאַרף זי שטודירן, לערנען זיך?… אַ פּראָפֿעסיאָן, זאָגט זי, װיל זי האָבן… סאַמאָסטאָיאַטעלנעсамостоятельно: אומאָפּהענגיק, זעלבסטשטענדיק װיל זי זײַן… אַ מענטש פֿאַר זיך… נננו!!! נאַט אײַך אַזעלכעס! און װער איז שולדיק, אַז ניט איך אַלײן? עס האָט זיך מיר געגלוסט זי לערנען, בילדן, מאַכן זי פֿאַר אַ װױל־קענעװדיקע ― אַ מיצװה אױף דיר!

אַזױ טראַכט זיך איציקל שאָסטעפּאַל און דרײט און פֿלעכט און ציפּעט דאָס געקרײַזלטע בערדל זײַנס, און טרײסט זיך כאָטש דערמיט, װאָס זײַן טאָכטער האָט אים נישט אָפּגעטאָן קײן ערגערע זאַך… למשל, װאָס װאָלט זײַן, װען טאַמאַראַ פֿאַרליבט זיך אין אַ שלימזל, אָט, אַ שטײגער, אין דעם אַפּטײקערס זונדל, װאָס דרײט זיך אים אַלעמאָל פֿאַר די אױגן?…

און עס קומט אים אױפֿן זינען דער געלער סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש, װאָס איז אױך געבליבן אין פּעטערבורג שטודירן און װאָס דעם גאַנצן װעג האָט ער זײ געפּלאָנטעט זיך פֿאַר די פֿיס, נישט געהאַט די העזה צוצוגײן צו זײ צו נאָענט…

― װאָס טוט דאָ דעם אַפּטײקערס בחורל? ― האָט איציקל געהאַט אַ פֿרעג געטאָן בײַ דער טאָכטער און באַקומען ענטפֿער:

― ער פֿאָרט שטודירן.

― שטודירן? אַלע שטודירן? אױף װאָס שטודירן?

― אױף דאָקטער.

― מיט דיר אינאײנעם?

― װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז ער מיט מיר?…

די לעצטע װערטער האָבן דעם פֿאָטער אַביסל באַרויִקט. און דאָך איז ער געקומען צופֿאָרן אַהײם אַ צעקאָכטער, אױסגעלאָזט זײַן גאַנץ ביטער האַרץ אױפֿן װײַבס קאָפּ, װי געװײנלעך אַ מאַן, אַז ער קומט אַהײם צעטראָגן און צערודערט… אַ קלוג װײַב, װאָס קען איר מאַן און פֿאַרשטײט אים, לאָזט זי אים צורו, „ביז דאָס משוגעת װעט איבערגײן“… שיװקע איז אָבער נישט פֿון דער קאַטעגאָריע קלוגע װײַבער. דאָס, װאָס איר האַרץ פֿילט און דער קאָפּ דענקט ― דאָס זאָגט איר מױל…

קױם דערלעבט זען דעם מאַן צוריק, גײט זי אים אַקעגן:

― נו? װאָס הערט זיך?

― װאָס זאָל זיך הערן?

― װאָס מאַכט דאָס קינד?

― װאָס זאָל זי מאַכן?

― אָפּגעפֿירט קײן פּײטערבאַרג?

― נײן, איך האָב זי איבערגעלאָזט אין װעג.

― באַשטעלט אַ קװאַרטיר?

― נײן, געלאָזט אינדרױסן.

― װאָס ביסטו אַזױ כהנדיק?

― דול מיר נישט קײן יאַרמעלקע!…

אַ קלוג װײַב, װאָס קען איר מאַן און פֿאַרשטײט אים, אַז זי כאַפּט פֿון אים אַ פּעטשאַטעק, װישט זי אָפּ די ליפּן און מאַכט אַ שװײַג. שיװקע איז אָבער, װי געזאָגט, נישט פֿון די איבערגעשפּיצטע װײַבער, װאַרט זי אָפּ אַ װײַלע און פֿאַרבינדט אַ נײַעם שמועס:

― געפֿעלט דיר אונדזער שכן?

― װאָסער שכן?

― דער אַפּטײקער.

― װאָס איז שױן װידער?

― ער באַגעגנט מיך נעכטן אױף די טרעפּ און מאַכט צו מיר: אַװעקגעפֿאָרן אײַער מאַן קײן פּעטערבורג?… זאָג איך: אַװעקגעפֿאָרן קײן פּעטערבורג… זאָגט ער: אָפּגעפֿירט די טאָכטער?… זאָג איך: אָפּגעפֿירט די טאָכטער… און איך האָב, זאָגט ער, מײַן זון אָפּגעשיקט אַלײן…

― טוט מיר הנאה! ― זאָגט איציקל צום װײַב און שטעלט אַװעק אױף איר אַ פּאָר גרױסע שװאַרצע אױגן. ― אַקעגן װאָס דערצײלסטו מיר?

― אַקעגן גאָרנישט, ― זאָגט שיװקע, ― גלאַט אַזױ… נאָכדעם מאַכט ער צו מיר, דער אַפּטײקער הײסט עס: מײַן זון קען זיך מיט אײַער טאָכטער…

― טוט מיר נאָך מער הנאה! צו װאָס דאַרף איך דאָס װיסן?! ― שרײַט שאָסטעפּאַל.

― װאָס האָסטו זיך צעשריגן? גלאַט אַזױ, דו ביסט געקומען פֿון װעג, דערצײל איך דיר…

― איך פֿרעג דיך דען?

― זע נאָר, װי ער האָט צעלאָזט דעם כּהן!

― לאָז מיך צורו! און דול מיר נישט מײַן קאָפּ! און טשעפּע זיך אָפּ פֿון מײַן לעבן!!!

און איציקל שאָסטעפּאַל כאַפּט דעם שירעם און אַנטלױפֿט פֿון שטוב און באַגעגנט זיך אַ נאָז קעגן אַ נאָז מיטן אַפּטײקער. קאָן מען נישט זײַן אַזױ גראָב און נישט אָפּענטפֿערן אױפֿן גוט־מאָרגן מיט אַ גוט־יאָר, און אַז יענער פֿרעגט: װאָס מאַכט איר ― מוז מען זיך אָפּשטעלן און זאָגן: אַ דאַנק, װאָס מאַכט איר? און אָט אַזױ פֿאַרבינדט זיך, נישט װילנדיק, אַ שמועס צװישן אונדזערע צװײ שכנים.

אַפּטײקער: װען קומט איר פֿון פּעטערבורג?

איציקל: הײַנט.

אַפּטײקער: אָפּגעפֿירט די טאָכטער אױף די קורסן?

איציקל: אָפּגעפֿירט די טאָכטער אױף די קורסן.

אַפּטײקער: שטודירט מעדיצין?

איציקל: שטודירט מעדיצין.

אַפּטײקער: מײַנעם האָב איך אָפּגעשיקט אַלײן.

איציקל: אַלײן…

אַפּטײקער: אַ זון איז נישט קײן טאָכטער.

איציקל: נישט קײן טאָכטער…

אַפּטײקער: מײנער קען זיך מיט אײַערער זײער גוט…

איציקל: זײער גוט… האָט קײן פֿאַראיבל נישט, איך האָב קײן צײַט נישט!

און איציקל שאָסטעפּאַל גײט אַװעק נאָך מער צעקאָכט און טראַכט זיך: װאָס װיל פֿון מיר אָט דער אַפּטײקער? װאָס דרײט ער מיר אַ מוח מיט זײַן זון, אַז ער קען זיך מיט מײַן טאָכטער? האָט ער נישט עפּעס אַ מײַן דערבײַ? באָמבלט זיך נישט בײַ אים אַ שידוך?… אַ שײנער מחותּן סאַפֿראַנאָװיטש דער אַפּטײקער, כאַ־כאַ־כאַ!…

אַזױ לאָזט אױס איציקל שאָסטעפּאַל זײַנע טרױעריקע מחשבֿות מיט אַ ביטער געלעכטער און באַגעגנט זיך מיט אַ נײַער פּריטשעפּע, מיט ליפּאַן.

ליפּאַ, אָדער, װי מע רופֿט אים, דער ייִד פֿון האָלץ, איז געװאָר געװאָרן, אַז איציקל שאָסטעפּאַל איז געקומען פֿון פּעטערבורג, איז ער געקומען צו לױפֿן אָפּנעמען אַ גרוס, טאָמער האָט ער זיך ערגעץ באַגעגנט דאָרטן מיט זײַן טאָכטער?

― שלום־עליכם אײַך, רב איציקל, איך לױף אײַך שױן נאָך אַ האַלבע שעה! ― אַזױ זאָגט צו אים ליפּאַ דער ייִד פֿון האָלץ און גלעט דעם בעזעם־באָרד.

― װאָס װעט איר זאָגן גוטס? ― פֿרעגט אים שאָסטעפּאַל.

― איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן, אפֿשר האָט איר באַגעגנט דאָרטן מײַן מאַשע?

― װאָסער מאַשע?

― מײַן טאָכטער מאַשע!

― װוּ האָב איר זי באַגעגנט?

― דאָרט, אין פּעטערבורג איז זי דאָך, אין אײנעם מיט אײַערער… זי איז אַ גוטע בחורטע!

― װער?

― די טאָכטער מײַנע, מאַשע הײסט זי… זי קאָן זיך מיט אײַערער זײער גוט… װײסט איר, װער זײ האָט באַקענט?

― װער?

― דער לערער.

― װאָסער לערער?

― ראָמאַנענקאָ. ער איז אַ רעכטער חבֿרה־מאַן…

― װאָס הײסט אַ חבֿרה־מאַן?

ליפּאַ דער ייִד פֿון האָלץ גלעט זיך דעם בעזעם־באָרד און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, רעדט שטיל:

― ער איז אַ צעצעליסט!…

― אַ װאָס?

― אַ צעצעליסט… פֿון די צעצעליסטן, װאָס קאַטאָרי… (ער קוקט זיך אַרום, רעדט שטיל). ער האָט זײ אַלע געמאַכט פֿאַר צעצעליסטקעס, מײַנע און אײַערע…

― מײַנע? מײַן טאַמאַראַ? אָבער גאָר לא!… האָט קײן פֿאַראיבל נישט, איך האָב קײן צײַט נישט…

און איציקל שאָסטעפּאַל לױפֿט װי אַ משוגענער, גלײַך װי עמעצער יאָגט אים נאָך. „װאָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש! ― טראַכט ער זיך. ― אַלע באַרימען זיך, אַז זײ קענען זיך מיט איר!… נו, קענען זײ זיך מיט איר! געזונטערהײט! לאָזן זײ זיך קענען!“…

דאָס איז אָבער נישט אמת. אַ װאָרעם האָט זיך פֿאַרקליבן צום פֿאָטער אינעװײניק אין האַרצן און עסט אים און טאָטשעט אים, און עס פֿאַרדריסט אים זײער גוט, װאָס װוּ ערגעץ אַ שלימזל קען זיך מיט זײַן טאָכטער און האַלט זי אין מױל! און מער גיפֿט פֿון אַלע האָט אים אַרײַנגעלאָזט אָט דער באָרד־ייִד ליפּאַ מיט זײַן „צעצעליזם“… עפּעס האָט שאָסטעפּאַל געכאַפּט נאָך פֿריִער; עפּעס דאָרט מען אים אַרײַנגעלײגט אַ גריל; עפּעס האָט ער געהערט די טאָכטער פּלעטשן: „אָרגאַניזאַציע“… „װסעאָבשטשע זאַבאַסטאָװקעвсеобщей забастовке: אַלגעמײנער סטרײַק“… „קאָנסטיטוציע“… וכדומה אַזעלכע דבורים האָט ער זיך אָנגעהערט פֿון איר, װען עס פֿלעגט קומען צו רײד. און ער, דער נאַרישער פֿאָטער, פֿלעגט הערן, קוקן איר אין די אױגן אַרײַן און קװעלן, װערן ברײטער װי לענגער: „אַ מאַנסבילשער קאָפּ אױף איר. ― פֿלעגט ער זיך טראַכטן. ― װאָס װעט פֿון איר אױסװאַקסן? אַן עבֿירה, װאָס זי איז נישט געבאָרן אַ ייִנגל!“ און דער גליקלעכער פֿאָטער האָט געבױט לופֿט־שלעסער װעגן זײַן געליבטער טאַמאַראַ, זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז עס קומט צו פֿאָרן צו אים אַ מיליאָנער, אַ מין פּאָליאַקאָװ פֿון פּעטערבורג, און שדכנט זיך צו זײַן טאָכטער, און די טאָכטער שיקט אים אָפּ צום טאַטן, און ער, דער טאַטע, נעמט אױף פּאָליאַקאָװן פֿאַר אַ גאַסט אין דער גרױסער זאַל, זיצט מיט אים בײַם קײַלעכיקן טישל, אַ קרעסלע קעגן אַ קרעסלע, און מע רעדט פֿון אײַזנבאַנען, פֿון בריקן, פֿון צוקער־פֿאַבריקן, װאַלד־קלעפּקע, רעלסן, נעכטיקע טעג, ביז מע קומט אַרױף אױף דעם רעכטן ענין: אױף זײַן טאַמאַראַ.

― איך האָב געהערט, הער שאָסטעפּאַל, אַז איר האָט זײער אַ געראָטענע טאָכטער. ― זאָגט צו אים פּאָליאַקאָװ און שפּילט זיך מיטן קײטל פֿונעם זײגער.

― װוּ? אַזש דאָרט אין פּעטערבורג? ― מאַכט צו אים איציקל שאָסטעפּאַל, און דאָס האַרץ זײַנס שפּרינגט שיִער נישט אַרױס פֿאַר פֿרײד און גדלות.

― גוטס ― זאָגט צו אים פּאָליאַקאָװ ― לאָזט זיך הערן גאַנץ װײַט… איך האָב זי שױן געזען, גערעדט אױך, זי געפֿעלט מיר זײער, איך בין, דאַרפֿט איר װיסן, פּאָליאַקאָװס אַ זון… און פֿאַרמעגן, דאַנקען גאָט…

― אַ! ― שלאָגט אים איבער שאָסטעפּאַל. ― פֿון אײַער פֿאַרמעגן האָבן מיר געהערט, אױף מיר געזאָגט געװאָרן… דער עיקר איז זי, די טאָכטער מײן איך, אױב איר זײַט איר געפֿעלן?…

און איציקל שאָסטעפּאַל קװעלט, דאָס האַרץ װאַקסט אים פֿאַר פֿרײד, פֿאַר גדלות און פֿאַר גליק! אַ קלײניקײט ― האָבן פּאָליאַקאָװן פֿאַר אַן אײדעם! ס'איז פּאַװאָלינקע עטלעכע און דרײַסיק מיליאָן! עס װעט אַ רוח אין אײַערע פֿאָטער און מוטער אַרײַן, דער גאַנצער שטאָט, דער גאַנצער װעלט!!!

אָט דאָס זײַנען געװען די זיסע חלומות פֿונעם נאַרישן פֿאָטער, און די דאָזיקע חלומות זײַנען צעשלאָגן געװאָרן מיטאַמאָל, אין אײן טאָג, אין אײן אױגנבליק, אין דעם מאָמענט, װאָס טאַמאַראַ האָט אים דערקלערט, אַז איר אײנציקער צװעק איז לערנען, שטודירן מעדיצין, ענדיקן דאָקטער, פּראַקטיצירן, זײַן אַ נוצלעכער מענטש פֿאַרן לאַנד, פֿאַר דער מענטשהײט, וכדומה אַזעלכע מאָדנע דבורים… װער שידוך? װאָס חתונה האָבן? פֿון דעם קײן חצי־דבֿר נישט אַפֿילו, זי דערמאָנט גאָרנישט און װיל נישט הערן!…

פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער, פֿאָטער־ליבע זוכט אַ זכות אױף אַ קינד, װיל זײַן אַ מליץ־יושר, געפֿינט אַ טרײסט:

― נישטאָ נאָך אַ צװײטע טאַמאַראַ, װי מײַן טאַמאַראַ!… נישטאָ נאָך די אַנדערע אַזאַ געראָטענע, אַזאַ שײנע, אַזאַ קלוגע, אַזאַ טײַערע און אַזאַ געטרײַע טאָכטער, װי מײַן טאָכטער!

און דער דערמאָנט זיך, װי זי האָט זיך מיט אים געזעגנט און װאָס זי האָט אים געזאָגט, און עס װערט אים אַביסל גרינגער אױפֿן האַרצן, און ער טרײַבט אַװעק פֿון זיך אַלע טונקעלע מחשבֿות מיט אַלע איבעריקע רײד מיט די אַלע זײַטיקע פּאַרשױנען, װאָס פּלאָנטען זיך אים פֿאַר די פֿיס, און ער לאָזט אַרײַן צו זיך אַ האָפֿענונג, אַז זי קאָן אַנדערש װערן, אַז זי קאָן אױך דאָרטן זיך באַגעגענען מיט אַ מין פּאָליאַקאָװ, און עס קאָן זיך איבערדרײען די גאַנצע מאַשינעריע מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף, אַז דער אײבערשטער זאָל נאָר װעלן געבן אַ קוק… „נישט געזאָרגט זיך! נאָר נישט געזאָרגט זיך! בטחון! גװאַלד, בטחון! האָפֿענונג! אמונה אין הקדוש־ברוך־הוא! ער, אַז ער װיל, קאָן ער!“…

קאַפּיטל 3.
מאַשאַ באַשעװיטש

ליפּאַ באַשעװיטש, אָדער דער ייִד פֿונעם האָלץ, איז אַ ייִד, װאָס שטעלט צו האָלץ אין אַלע הײַזער ― און פֿון דעם לעבט ער, דערציט קינדער, גיט זײ בילדונג.

„דערציט קינדער, גיט זײ בילדונג“… עס רעדט זיך נאָר אַזױ, װאָרעם װי איז דאָס אימשטאַנד אַזאַ, איר בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַן עני ואבֿיון, װי ליפּאַ באַשעװיטש, צו געבן בילדונג זײַנע קינדער און דערציִען זײ, אַז דער קאָפּ איז אים גאָר פֿאַרטאָן אין אַנדערע זאַכן: ער זוכט ברױט אַ שטיקל פֿאַר זיך, פֿאַר זײַן װײַב און קינדער, ער זוכט און זוכט און קאָן עס נישט געפֿינען! אױף אַלע זײַטן װאַרפֿט זיך נעבעך