יוגנט־ראָמאַנען: קינדער־שפּיל

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס ערשטע קאַפּיטל
אין חדר

אין די יונגע יאָרן זײַנען זײ געװען די בעסטע גוטע ברידער: אין אײן חדר געלערנט, געהאַט גלײַכע פֿעיִקײטן, גלײַכע יאָרן, און האָבן בײדע ניט געװאָלט לערנען. דער חילוק צװישן זײ, װאָס אײנער איז געװען גראָב און קײַלעכדיק װי אַן אַרבוז, שרעקלעך פֿױל, תּמיד פֿאַרזאָרגט, תּמיד פֿאַרװײנט און אַ גרױסער פֿרעסער, אַ נאַשער, ― דערפֿאַר האָט מען אים אין חדר אַ נאָמען געגעבן „קװאַשעкваше: סמעטענע“; דער אַנדערער איז געװען פּונקט דער היפּוך: אַ לאַנגער און אַ דאַרער, אַ לעבעדיקער און אַ פֿרײלעכער, אַ פֿליִער און אַ טענצער, אַ סמעליאַק און אַ כיטרע יונגאַטש, אַ רירעװדיקער און אַ קרעפֿטיקער, אַזױ אַז קײנער האָט אים נישט געקאָנט בײַקומען, און דער גאַנצער חדר האָט פֿאַר אים דרך־ארץ געהאַט: װאָס ער האָט געזאָגט, איז געװען געזאָגט, און װאָס ער האָט געװאָלט, האָט ער געטאָן. גערופֿן האָט מען אים „מאָטל־מזיק“.

מאיר־קװאַשע און מאָטל־מזיק זײַנען געװען די ערגסטע תּלמידים בײַ רב יוסי דעמבענער אין חדר. רב יוסי פֿלעגט זײ הרגענען צען מאָל אַ טאָג, ברעכן די בײנער מיט אַ שטעקן, אָדער קאַטעװען מיט אַ פּאָדעשװע, נאָר װיפֿל מע האָט זײ ניט געשלאָגן אין קאָפּ אַרײַן, האָט זיך צו זײ די גמרא געקלעפּט, װי אַן אַרבעס צו דער װאַנט! געקומען דער „דאָנערשטיק“, האָבן זײ זיך שױן געריכט אױף אַ מפּלה: אָט גײט רב יוסי דעמבענער פֿון קלױז מיט דעם טלית־ותּפֿילין אונטערן אָרעם… זײַן גראָבע נאָז מיט די גריבלעך, זײַן אױסגעפֿליקטע באָרד, זײַן בעלמעװאַטע אױג מיט זײַן גאַנצער „אָסאָבע“ װאַרפֿן אױף אַלעמען אַ שרעקלעכע מרה־שחורה: עס װערט פֿאַרקילט אינעװײניק. דער גרעסטער חריף קאָן פֿאַרגעסן, װי מען רופֿט אים, בשעת עס טוט אױף אים אַ קוק רב יוסי דעמבענערס בעלמעװאַטע אױג.

― נעמט די גמראס!

די קינדער נעמען די גמראס, דאָס האַרץ קלאַפּט און די קניִען ציטערן. זײ מישן־אױף. דער רבי צעשאָקלט זיך און זאָגט:

― נו ־ אָ!

זײ הוסטן זיך אױס, װי די סאָלדאַטן אױף דער אוטשעניע. דער רבי צעשאָקלט זיך נאָך שטאַרקער און זאָגט נאָך אַמאָל:

― נו ־ אָ! אָמר רב פּפּא, האָט רבֿ פּפּא געזאָגט! רעדט!!!…

חבֿרה טוען אַ קלאַפּ אין אײן קױל:

― אָמר רב פּפּא, האָט רבֿ פּפּא געזאָגט!

און עס װערט אַ שרעקלעכער ליאַרעם פֿון דרײַצן מײַלער, אַלע שרײַען, אַלע קלינגען און אַלעמען איז פֿרײלעך אױפֿן האַרצן, מחמת אַלע װײסן די גמרא, אַלע זאָגן װי אַ װאַסער, אײנער כאַפּט פֿאַרן אַנדערן, קוקט מיט אײן אױג אין דער גמרא און מיט דעם אַנדערן אױף דעם רבינס בעלמעװאַטע אױג; אַפֿילו מאיר־קװאַשע און מאָטל־מזיק שרײַען אױך, שאָקלען זיך אַזױ ערנסט און דרײען מיטן גראָבן פֿינגער אַזױ געטרײַ, גלײַך װי קײנער פֿאַרשטײט ניט אַזױ, װי זײ פֿאַרשטײען. און פּלוצעם…

― שאַ! שששששאַ! שאַ!…

אַזױ זאָגט דער רבי און טוט אַ פּאַטש מיט דער האַנט איבערן טיש; ער נעמט מיט דער אַנדערער האַנט דאָס אױסגעפֿליקטע בערדל, גלעט דאָס מיט ייִשובֿ־הדעת און קוקט אַראָפּ צו זיך אױף די פּאַנטאָפֿל… אַלע װערן פֿאַרשטאָרבן. זײ פֿילן, װי עס װאַרגט זײ עפּעס אין האַלדז און זײ קאָנען דאָס ניט אַראָפּשלינגען. אַ שרעקלעך שטילשװײַגעניש! גאַנץ שטיל טוט זיך דער רבי אַ פֿרעג:

― זאָג־זשע, מאיר־סערצע, װאָס לאָזט מיך דאָ רבֿ פּפּא הערן?… זאָג, זאָג! שעם זיך ניט!

בײַ מאיר־קװאַשע קײַקלען זיך שױן טרערן פֿון די אױגן, גלײַך אױף דער גמרא אַראָפּ. דער רבי קוקט אַלץ אונטן, צו זיך אױף די פּאַנטאָפֿל, און רעדט זיך װײַטער אַזױ גלאַט, אַזױ בנעימותדיק:

― זאָג, סערצע ,זאָג, מאירל, שעם זיך ניט, װאָס אַרט דיך?…

בײַ מאיר־קװאַשע זײַנען די באַקן שטאַרקן פֿאַרפֿלאַמט און די נאָז גלאַנצט, װי אַן עפּעלע. ער װײס שױן זײַן פּסק; ער װײס, אַז אָט באַלד װעט מען אים הײסן אַרױסגײן פֿונעם טיש, אַלײן אַראָפּנעמען די ריטער פֿון דעם באַלקן, אַלײן אַראָפּציִען זיך, מחילה, די תּחתּונימלעך, אַלײן אױסציִען זיך מיטן פּנים אַראָפּ אױף דער באַנק, און נאָכדעם ― נאָכדעם װײס ער שױן װאָס!…

אַ רױטער, אַ געשװאָלענער, אַ צעהרגעטער, זעצט זיך מאיר־קװאַשע צוריק אױף זײַן אָרט און קוקט אין דער גמרא אַרײַן טיף־טיף, און זעט נישט קײן אות פֿאַר די אױגן, װאָס זײַנען שױן געשװאָלן פֿון געװײן. נאָר, דאַנקען גאָט, אַבי ער איז שױן זײַנס איבערגעקומען!

איצט איז מאָטל אױפֿן צעטל.

― אַנו, מאָטעלע! ― זאָגט צו אים דער רבי אַ ביסל פֿרײלעכער. ― אַנו, מאָטעלע, זאָג נאָר דו, סערצע, װאָס װיל דאָ רבֿ פּפּא האָבן? זאָג, מאָטעלע, זאָג!…

מאָטל־מזיק איז אָבער ניט מאיר־קװאַשע: מאָטל־מזיק װיל אָפּנאַרן דעם רבין, אָפּנאַרן אַלעמען און זיך אַלײן אױך; ער צעשאָקלט זיך און טוט אַ קלונג טאַקע נאָך װי אַ מזיק:

― הניחא למאַן דאית ליה כּרבֿ פּפּאעס שטימט מיט דעם װאָס האַלט מיט רבֿ פּפּא; אלא למאַן דלית ליה כּרבֿ פּפּאאָבער בײַ דעם װאָס האַלט ניט מיט רבֿ פּפּא ― מאַי איכּא למימרװאָס קען מען זאָגן? תּיקו ― בלײַבט אַ קשיא!…

דער רבי הײבט אױף דעם קאָפּ, שטעלט אַנידער דאָס בעלמעװאַטע אױג גלײַך אױף מאָטלען און פֿרעגט אים איבער נאָך אַ מאָל קאַלטבלוטיק:

― װאָס לאָזט מיך דאָ רבֿ פּפּא הערן?…

מאָטל־מזיק פֿאַלט בײַ זיך אַלץ נישט אַראָפּ און זאָגט זיך װײַטער זײער רויִק, קװעטשנדיק מיט דעם גראָבן פֿינגער:

― װאָרעם זאָל דאָס אַנדערש זײַן, אַז עס זאָל זײַן װי רבֿ פּפּא זאָגט, װאָלט דאָך געװען אַ װידעראַנאַנד אַקעגן טאַקע אױף רבֿ פּפּאן אַלײן; אלא װאָס דען? ― מוז איך דאָך שױן אָנקומען דערצו, אַז עס איז אױף רבֿ פּפּאן קײן קשיא ניט ― פֿאַר װאָס? מחמת קרבנות? הײַנט װאָס לאָזט ער מיך דאָ הערן? איז דער תּירוץ: תּיקו!…

דער רבי גײט אַרױס פֿון די כּלים; ער כאַפּט זיך אױף און לאָזט אַראָפּ מאָטלען עטלעכע קלינגענדיקע פּעטש, אַזױ אַז מאָטל פֿאַלט־אַראָפּ פֿונעם בענקל און פֿאַרלירט דאָס היטל. מאָטל קוקט זיך אַרום פֿאַרװוּנדערט: װאָס טוט זיך דאָ מיט אים? דאַכט זיך, ער װײס אַזױ גוט און זאָגט אַזױ גלײַך?!…

דער רבי הײסט אים זיך אַנידערלײגן אױפֿן בענקל און ער שמײַסט אים און קאַטעװעט אים, װיפֿל עס גײט אין אים אַרײַן. און מאָטל? מאָטל שװײַגט, גלײַך װי ניט אים מײנט מען. ער זאָל דאָס לאָזן אַ טרער, אַרױסלאָזן כאָטש אַ פּיפּס פֿונעם מױל ― נײן! דער רבי איז אױסער זיך פֿאַר כּעס, עס װערט אים נימאס שמײַסנדיק, כאַפּט ער אַ שטעקל, אַ „יאַמשאָװע“ שטעקל, און ברעכט אים די בײנער. מאָטל שרײַט ניט, װײנט ניט, קרעכצט ניט; ער טוט נאָר בײַ יעדן שנײַד מיטן שטעקל אַ פּינטל מיט די אױגן ― און גענוג. נײן, רב יוסי דעמבענער קאָן דאָס שױן מער ניט איבערטראָגן! מיט אױגן אָנגעגאָסענע מיט בלוט טוט ער זיך אַ לאָז צו מאָטלען; ער כאַפּט אים אָן בײַ דער האַנט און טוט זי אים אַ דרײ־אױס הינטער די פּלײצעס, מע הערט אַ קנאַק… נאָר מאָטל שװײַגט. ער קריצט נאָר מיט די צײן ― און מער ניט. דער רבי שלאָגט אים מיט בײדע הענט אין האַרצן אַזױ לאַנג, ביז ער טוט אױף אים אַ שפּײַ און גיט אַ פֿאַל־אום אַלײן אױף דער סאָפֿע. עס געדױערט לאַנג, ביז דער רבי סאַפּעט זיך אָפּ…

די תּלמידים, צען־יאָריקע חבֿרה, זעען דאָס אַלע דאָנערשטיק; און װער איז דאָס אומשטאַנד אַרױסצוגעבן, װאָס עס פֿילט דעמאָלט זײער קינדערש האַרץ און װאָס עס טראַכט דעמאָלט זײער קינדערשער קאָפּ!…

דאָס צװײטע קאַפּיטל
געפּטרט דעם חדר

אין יענער צײַט האָט שױן אָבער מאָטל נישט געהײסן „מאָטל־מזיק“ און מאיר האָט שױן מער נישט געהײסן „מאיר־קװאַשע“. דעם ערשטן האָט מען גערופֿן „מאָטל בערציס“, און דעם אַנדערן ― „מאיר לײבציס“.

זײ האָבן חתונה געהאַט בײדע אין אײן חודש און פֿון אײן שטאָט.

בערצי בערעשעס (אַזױ האָט מען גערופֿן מאָטלס שװער) האָט געהאַט אַ טאָכטער אַ בת־יחידה, זײער אַ שײן מײדל. האָט ער איר געגעבן אַ פּאָר טױזנט רובל נדן מיט אַ טשיקאַװע חתן פֿון אַ שײן אָרט, אַפֿילו נישט קײן גרױסער למדן, דערפֿאַר איז ער אָבער אַלײן אַ מענטש, אַ קלוגער יונגאַטש, אַ יונג מיט בײנער, אַ מענטש מיט אַ פּיסק.

מאָטלס עלטערן זײַנען געװען געמײנע לײַט און האָבן זיך קױם־קױם דורכגעשלאָגן דערמיט, װאָס דער פֿאָטער איז געװען… עס איז שװער צו זאָגן, װאָס ער איז געװען! ער איז געװען אײנער פֿון די געפֿאַלענע נגידים און מיוחסים, װאָס פֿאַרנעמען תּמיד דעם אױבנאָן סײַ אין קלױז, סײַ אױף אַ שׂמחה, און װאָס אַלע געדענקען, אַז זײ זײַנען אַמאָל געװען נגידים, מיוחסים. מע לאָזט זײ נישט אינגאַנצן פֿאַלן, זײ זאָלן דאַרפֿן חלילה גײן איבער די הײַזער. די שטאָט שאַרט זײ צו יענע ברעקלעך, װאָס האַרפֿן ממילא אַראָפּפֿאַלן; מע פֿרעגט בײַ זײ אַמאָל אַן עצה און מע פֿאַרלאָזט זיך אױף זײ מיט אַ בוררות, װײַל מע האַלט זײ פֿאַר קלוגע לײַט, פֿאַר קאָפּ־מענטשן. מיט אײנעם װאָרט, זײ זײַנען דאָס, װאָס װערט אָנגערופֿן: „די פֿינפֿטע ראָד צום װאָגן“… אָט אַזעלכער איז געװען מאָטלס פֿאָטער אױך. און זײַן מוטער האָט געהאַט אַ חוץ אַ פּרנסה: אַ קלײטל אַ צעלניק, װאָס נאָר אײן גאָט װײס דעם אמת, װאָס פֿאַר אַ סחורה דאָרט האָט זיך געקאָנט געפֿינען און װי גרױס איז געװען דער פּדיון בײַ איר, מחמת דער מאַרק געדענקט שױן ניט די צײַט, װען עס זאָל אַהין אַרײַנשמעקן אַ קונה. דאָך פֿלעגט זי פֿון קלײטל ניט אַרױסטרעטן, און האָט אַזױ אַ צײַט מיט יאָרן פֿאַרבראַכט אָט דאָ אױפֿן ברעטבענקל, אַרױסקוקנדיק אױף אַ קונה, ביז די אױגן זײַנען איר אױסגעטריקנט געװאָרן און איר אַמאָליק שײן געזיכט איז אײַנגעקנײטשט און אײַנגעשרומפּן געװאָרן אַזױ, אַז צו פֿערציק יאָר איז זי שױן געװען אַן אַלטע ייִדענע.

געלעבט האָבן זײ אין גרױס דחקות, און אָפֿטמאָל איז נישט געװען אַפֿילו אױף אַ פּוד מעל. נאָר מאָטל געדענקט ניט, אַז זײַן פֿאָטער זאָל זײַן אַמאָל פֿאַרזאָרגט, אָדער ער זאָל אָכקען און קרעכצן אױף דער ביטערער צײַט, װי אַנדערע קבצנים; אַדרבה, דאָס איז געװען אַ פֿרײלעכער קבצן, אַן אָפּגעפּוצטער און אַ רײנער, אַז װען איר גיט אױף אים אַ קוק, װאָלט איר זיכער געמײנט, אַז עס ליגן בײַ אים שװערע טױזנטער אין קאַסטן. מאָטל געדענקט, װי די מוטער פֿלעגט יאָ אַמאָל דערקוטשען דעם טאַטן װעגן דעם, װאָס מע זעט נישט קײן קונה אין די אױגן; פֿלעגט זי דער פֿאָטער אָפּשטופּן מיט אַ װערטל. די מוטער אָבער האָט נישט געהאַלטן פֿון קײן װערטלעך, פֿלעגט זי אים זאָגן:

― אַװדאי, בײַ דיר איז אַלץ װערטלעך, און מיר װערן פֿאַרקילט אַלע געבליטן, אַז איך נעם אױפֿן קאָפּ און טו אַ טראַכט, װאָס װעט זײַן מיט אונדזער מאָטלען? עס װאַקסט, אָן עין־הרע, אַ בחור…

― עט, שטותערײַ! ― שלאָגט זי איבער דער פֿאָטער. ― נאַרישקײטן, כ'לעבן! מיט אונדזער מאָטלען האָב איך שױן דװקא קײן דאגה ניט. אונדזער מאָטעלע װעט זײַן אַ גבֿיר, דו הערסט צי נײן? אָט װעסטו זען, אַז ער װעט זײַן, אם ירצה שם, אַ גבֿיר!… אַיאָ, מאָטל? האַ? װאָס זאָגסטו עפּעס מכּוח דעם? דו װילסט זײַן אַ גבֿיר?

ניט אַזױ איז דערצױגן געװאָרן מאיר־קװאַשע; ער איז אױסגעװאַקסן דװקא אױף ראָסקאָש מיט פֿאַרגעניגן. די נאַטור האָט אים אַרױסגעלאָזט אױף דער װעלט אַ היפּשן, אַ געפּאַקטן, מיט אַ געזונטן מאָגן און מיט גראָבע ליפּן, גלײַך װי זי האָט געװוּסט פֿאָרױס, אַז אים װעט די מוטער פֿון קינדװײַז אָן כּסדר שטאָפּן מיט פֿעטע קנישעס און קאָנפֿעקטן, פֿײַגן, ניס און באָקסערן. אַז מע האָט אים אַ כאַפּ געטאָן אין חדר, האָט מען בײַ אים שטענדיק געפֿונען אָנגעשטאָפּטע קעשענעס מיט עסנװאַרג, און מיר, זײַנע חבֿרים, פֿלעגן אַרום אים אָפּלעקן אַ בײנדל, כאָטש פֿון דער נאַטור איז ער ניט געװען קײן גוטער, ― אַדרבה, געװען איז ער דװקא אַ קאַרגער, ניט קײן פֿאַרגינער, נאָר מיר האָבן בײַ אים תּמיד גענומען מיט גװאַלד, און דערצו נאָך געשענקט אים אַמאָל עטלעכע בוכענצעס, אַזױ אַז ער פֿלעגט זיך באַװאַשן מיט טרערן. װיפֿל מאָל פֿלעגט אַרײַנלױפֿן אין חדר אַרײַן זײַן מוטער, אַ גראָבע, שװאַרצע ייִדענע און צושטעלן אונדז אַ בענקעלע צום רבין, װיִאַזױ „דאָס קינד“ (מאיר־קװאַשע) קלאָגט זיך נעבעך, אַז מע „אָביזשאַיעטобижает: רירט אָן דעם האָנאָר“ אים, אַז מע רײַסט אױס בײַם קינד דעם לעצטן ביסן פֿון מױל, אַז דאָס קינד איז נעבעך שטענדיק הונגעריק, װײ און װינד איז איר! און אַװעקגײענדיק פֿלעגט זי אים איבערלאָזן אַ גאַנצע טאָרבע מיט געבראָטענע פּופּקעס, העלדזלעך, דאַרע קישקעס, קאָרענעם לעקעך, צוקערקעס, טאָרט, צוקער־לעקעך, װעלישע ניסלעך, באָקסערן וכדומה. געװײנלעך, האָבן מיר אים שטאַרק מקנא געװען און פֿלעגן זיך אָן אים נוקם זײַן װוּ מיר האָבן נאָר געקאָנט, און שטענדיק אױפֿגעװאָרפֿן אים „דעם טאַטן דעם באַלעגאָלע“.

מע זאָגט, אַז אַמאָל, שױן גאַנץ לאַנג, איז זײַן פֿאָטער געװען אַ באַלעגאָלע. גאָט האָט אים באַגליקט, איז ער געװאָרן פֿון אַ באַלעגאָלע אַ ליװעראַנט (אַ פֿערד־הענדלער), און פֿון דעמאָלט אָן איז ער „אָנגעשטאָפּט מיט געלט װי אַ גױ“… אַז ער האָט באַקומען געלט, האָט ער זיך אָנגעהױבן „אײדלען“, דהײַנו: געקױפֿט זיך אַן אָרט אין „מיזרח“, שבת ― „שלישי“ אָדער „שישי“, ניט אַנדערש; באַקלײדט זיך און דאָס װײַב און קינדער װי עס דאַרף צו זײַן; אַרײַנגעגעבן 3 „רײניקײטן“ אין די בתּי־מדרשים אַרײַן און, װוּ עס פּאַסט, געשענקט די שענסטע נדבֿה. און כאָטש דער באַלעגאָלע איז אים שטענדיק געלעגן אױפֿן פּנים, דאָך איז דאָס װאָרט „באַלעגאָלע“ געװען פֿאַר אים ערגער װי געשמדט; זאָגן אים הונדערט מאָל „גנבֿ“ איז אים אַ סך אָנגענעמער געװען, װי מע זאָל אים אױפֿװאַרפֿן, אַז ער איז אַמאָל געװען אַ באַלעגאָלע, ― חיות ניט זיכער!… און װער שמועסט זײַן װײַב ― די האָט זיך נאָך מער „געאײדלט“ פֿון אים; זײַן װײַב האָט געשאָטן מיט גאָלד צוליב כּבֿוד, בכדי זי זאָל זײַן לײַטן גלײַך; אירע קינדער האָט זי אָפּגעגעבן צו די גרעסטע מלמדים פֿון שטאָט; אױף שבת האָט זי גענומען צען אָרעמע לײַט מיטאַמאָל; אַלע גבאיטעס זײַנען געװען אירע איבערגעגעבענע אױף תּמיד און האָבן זי געהױבן אױף דריקעס; שידוכים האָט זי געװאָלט טאָן נאָר מיט די גרעסטע מיוחסים, און האָט געצאָלט אַ סך געלט פֿאַר שניר מיט אײדעמס, ניט אַזױ צוליב די שניר מיט די אײדעמס, װי צוליב די מחותּנים מיט די מאַכעטײנעסטעס. אַז זי האָט חתונה געמאַכט אַ קינד, האָט זיך די חתונה געלאָזט הערן גאַנץ װײַט!

איצט קאָנט איר אײַך שױן פֿאָרשטעלן, װי גליקלעך זי איז געװען, אַז זי האָט אַ שידוך געטאָן מיט רב לײבצע רב פּינחסלס! װי גליקלעך איז זי געװען, אַז איר מאירל איז רב לײבצע רב פּינחסלס אַן אײדעם, און רב לײבצע רב פּינחסלס טאָכטער איז איר שנור, און רב לײבצע רב פּינחסלס אַלײן איז איר מחותּן, און רב לײבצע רב פּינחסלס װײַב איז איר מאַכעטײנעסטע!

רב לײבצע רב פּינחסלס איז געװען כּל־ימיו אַן עני־ואבֿיון, נאָר װײַל ער קומט אַרױס פֿון „גוטע ייִדן“ און האָט געהאַט עטלעכע שײנע טעכטער, האָט ער שױן קײן דאגות פּרנסה נישט באַדאַרפֿט האָבן: מע פֿלעגט אים צוצאָלן אין בײַטל אַרײַן. אַז מאיר־קװאַשע איז געװאָרן זײַן אײדעם, האָט מען אים אָפּגעצאָלט אַחת־ואַחת טױזנט רענדלעך, און דערפֿאַר, װאָס ער האָט געהאַלטן דאָס פּאָרפֿאָלק אױף קעסט, האָט מען אים אַ חוץ געצאָלט חודש־געלט. זכות־אָבֿות, דאַרפֿט איר װיסן, איז נישט פֿון די קלײנע זאַכן!

זײַן אײדעם אָבער, מאיר־קװאַשע, אָדער מאיר רב לײבצעס, האָט זיך נישט געפֿילט אַזױ גליקלעך: אים האָט דעם שװערס ייִחוס נישט אַזױ שטאַרק געװאַרעמט; ער האָט פּשוט געליטן הונגער און האָט נישט געקאָנט סובֿל זײַן די חסידישע תּנועות פֿונעם שװער, װאָס פֿלעגט אים שטאַרק דערקוטשען, ער זאָל נעמען אַ ייִדיש ספֿר אין האַנט אַרײַן… אונדזער מאיר־קװאַשע איז קױם פּטור געװאָרן פֿונעם פֿינצטערן װיסטן חדר, און דאָ דערמאַנט מען אים װידער װעגן אַ „ייִדישן ספֿר“!

זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז בײַ אָט אַזעלכע אומשטענדן האָט דער אײדעם נישט געקאָנט הױזן מיטן שװער; זײ האָבן זיך צעקריגט, צעפּאַטשט ― און מאיר איז אַרױס פֿון רב לײבצע פּינחסלס הױז אױף תּמיד.

מאיר איז ניט אַנטלאָפֿן אַהײם צו זײַנע עלטערן, װעלכע האָבן זיך אַזױ געייִחוסט מיטן טײַערן מחותּן, ― נײן; ער האָט זיך באַזעצט אױף אַ קלײנער צײַט בײַ זײַן אַלטן חבֿר, בײַ מאָטל־מזיק, װאָס הײסט שױן הײַנט מאָטל בערציס.

דאָס דריטע קאַפּיטל
חתונה געהאַט

מאָטל בערציס איז שױן געװען אַ סך גליקלעכער פֿון זײַן חבֿר מאיר רב לײבציס.

בערצי װײַנשענקער איז געװען אַ פּראָסטער ייִד, נאָר אַ װעלטמענטש, אַן אױסגעריבענער, װאָס איז דורכגעגאַנגען, װי מע זאָגט, דורך פֿײַער און דורך װאַסער און דורך מעשענע רערן. אין דער יוגנט איז ער געװאַקסן אין אַ קלײן שטעטל, און אַז ער איז געבליבן אַ יתום, האָט ער זיך אַװעקגעלאָזט קײן אַדעס, געשטעלט זיך אין אַ װײַנקעלער פֿאַר אַ משרת, אָפּגעדינט אַ סך יאָרן, צונױפֿגעשלאָגן אַ היפּשן קאַפּיטאַל, חתונה געהאַט און אַרױס אין דער דאָזיקער שטאָט, װוּ עס קומט פֿאָר אונדזער אמתע געשיכטע, און האָט זיך אײַנגעפֿירט דאָס געשעפֿט שטיל, נישט געפֿלױגן, באַלעבאַטיש. אױף די עלטערע יאָרן, אַז זײַן װײַב איז געשטאָרבן און אַלײן האָט ער זיך שױן געװאָלט אַ ביסל אָפּרוען, האָט ער געזוכט פֿאַר זײַן אײנציקער טאָכטער אַזאַ חתן, װאָס זאָל קאָנען פֿאַרטרעטן זײַן אָרט און איבערנעמען דאָס געשעפֿט; דאָס זעלבע האָט אױך געמײנט זײַן טאָכטער.

מלכּה בערציס (אַזױ האָט געהײסן זײַן טאָכטער) איז ניט געװען אַזאַ פּאַרשױן, װי טײַבעלע רב לײבציס; דערפֿאַר איז זי געװען פֿונדאַמענטאַלער פֿון טײַבעלע רב לײבציס; טײַבעלע האָט טאַקע געהאַט שװאַרצע אײגעלעך, רױטע בעקעלעך, לאַנגע ברעמען, שײנע געקרײַזלטע האָר, אַן אױסגעטאָקט נעזל, אױסגעשניצטע ליפּעלעך ― זי איז אָבער געװען אָט דאָס, װאָס מע רופֿט אָן אַ „רוחניות“, זײער־זײער אַן אײדל באַשעפֿעניש, גרינג װי אַ פֿעדער און לופֿטיק װי אַ מלאך. מלכּה דאַקעגן האָט געהאַט גרױסע גרױע אױגן, לאַנגע ליכטיקע האָר, אַ ביסל אַ גראָבלעכע נאָז, פֿולע ליפּן, און אַלײן הױך און גרױס, מיט לאַנגע גראָבע הענט ― און פֿונדעסטװעגן נישט קײן מיאוסע. מאָטלען איז זי פֿון דער ערשטער מינוט אָן אַזױ שטאַרק געפֿעלן געװאָרן, אַז ער האָט קױם דערלעבט די מינוט, די רגע, װען זײַנע עלטערן האָבן זי גענומען צו זיך אױף שבֿועות. אַך, אין די דאָזיקע צװײ טעג האָט נעבעך אונדזער מאָטל־מזיק איבערגעטראָגן אַלע שמערצן פֿון דער ערשטער ליבע!

שטעלט אײַך פֿאָר: אָט זעט מאָטל מיט זײַנע אױגן די דאָזיקע, מיט װעלכער ער דאַרף אָפּלעבן אַ װעלט. אָט קוקט זי אױף אים מיט אירע קלוגע גרױע אױגן. אָט שמײכלט זי, און דאָס פּנים פֿלאַמט איר פֿאַר פֿרײד. אָט הערט ער איר קול. זי רעדט, נאָר ניט צו אים. זי לאַכט, נאָר ניט צו אים. ער איז „אַ חתן“, און דאַרף זיך שעמען… אָט פֿאַרקאַטשעט זי די אַרבל, און אירע װײַסע דיקע הענט בלײַבן נאַקעט ― און ער, מאָטל נעבעך, איר אײגענער חתן, טאָר זי אַפֿילו ניט קײן קוש טאָן!… די מאַמע מעג שטײן און צעפֿלעכטן איר די לאַנגע, װײכע, שמעקנדיקע צעפּ, און ער, מאָטל, טאָר ניט! און װאָס פֿאַר אַ פּשוטע זײַן כּלה איז: זי קאָכט אַלײן און באַקט אַלײן און מאַכט אַזעלכע בלינצעס, װאָס צעגײען זיך אין יעדן אבֿר! כאָטש אַ װאָרט איר זאָגן, כאָטש אַ האַלב װאָרט, כאָטש אָנרירן זיך אָן איר האַנט, אָן איר קלײד! נאָר ― שאַ! אָט גײט זי גלײַך צו אים, צו מאָטלען… זי נעמט בײַ אים אַרױס דעם גילדענעם זײגער פֿון דער קעשענע (דעם זײגער האָט אים דער מחותּן געשיקט אַ מתּנה) און פֿרעגט בײַ אים, צי עס געפֿעלט אים די מתּנה? אָ! ער פֿילט, אַז זי שטײט לעבן אים… ער רירט זי אָן אומגערן בײַ דער האַנט… זי קוקט אױף אים און שמײכלט… ער נעמט זי אָן שטאַרקער בײַ דער האַנט ― זי לאָזט זיך… ער כאַפּט איר האַנט און װיל זי אַ קוש טאָן ― קומט אָן די מאַמע!…

דעם זעלבן שבֿועות איז אױך מאיר־קװאַשעס כּלה, טײַבעלע רב לײבציס, געקומען אױף יום־טובֿ צו זײַנע עלטערן. נײן, ניט רב לײבצי רב פּינחסלס טאָכטער איז געקומען ― דאָס איז געקומען עפּעס אַ פּרינצעסין, עפּעס אַ בת־מלכּה פֿון טױזנט־און־אײן נאַכט: אײדל און לופֿטיק, אײַנגעטונקען אין זײַדנס און אין גאָלד, קױם־קױם װאָס זי רירט אָן מיטן פֿיסעלע די ערד, אַ רוחניות, װאָס עסן עסט דאָס װי אַ פֿײגעלע און פּישטשען פּישטשעט דאָס װי אַ שװעלבעלע… מאָלט אײַך װיפֿל זילבער, װיפֿל גוטס האָט מאירס מוטער אַרױסגענומען פֿון די קאַסטנס! װיפֿל האָט זי אָנגעקאָכט און אָנגעבאַקן לכּבֿוד דעם דאָזיקן טײַערן און ליבן גאַסט, װאָס אין האַרצן פֿילט זי, אַז זי איז ניט װערט צו זיצן מיט איר בײַ אײן טיש! מאירס פֿאָטער ― דער האָט מורא אַפֿילו אַ קוק צו טאָן אױף דער כּלה: ער ציטערט, טאָמער חלילה כאַפּט ער זיך אַרױס מיט אַ גראָב װאָרט… און מאיר? מאיר איז רױט, װי אַ צװיק. זײַנע גראָבע באַקן זײַנען נאָך מער אָנגעבלאָזן, און דער שטערן שװיצט אים מיט סכּנת־נפֿשות! עס מאָלט זיך אים רק אױס, אַז ער זיצט נישט אַקוראַט. ער רוקט אַלע מאָל אָן דאָס היטל שטאַרקער און שטאַרקער. ער באַראַבאַנעט מיט די קורצע גראָבע פֿינגער איבערן טעלער. דער פֿאָטער װאַרפֿט אױף אים אַן אױג און טרעט אים אָן אױפֿן פֿוס. נאָר דאַנקען גאָט, אָט טראָגט מען שױן דעם פּאָלומעסיק מיט פֿיש. מאיר װערט לעבעדיקער. מאיר האָט ליב פֿיש פֿון תּמיד אָן. ער עסט געשמאַק מיט אַפּעטיט און פּאַטשט מיט די ליפּן. דער פֿאָטער איז אױסער זיך. ער לײגט אַװעק לעפֿל און גאָפּל, װערט רױט, װי אַ צװיק, און קוקט אױפֿן זון מיט אַזאַ רציחה, װי ער װאָלט אים װעלן דורס זײַן.

פֿונדעסטװעגן, אַז ס'איז געקומען צו דער חתונה, איז אױך דער פֿאָטער ניכשל געװאָרן, געכאַפּט אַן איבעריקע כּוסע, און די צונג האָט זיך אים אױפֿגעבונדן. ער איז צוגעגאַנגען צום מחותּן, צו רב לײבצי רב פּינחסלס, אַרומגענומען אים אױפֿן באַלעגאָלעשן אופֿן און האָט אים געפֿרעגט, אױף קאַטאָװעס, צי װײס ער דעם חילוק פֿון אַ פֿערד ביז אַ שקאַפּע און ביז אַ זשערעבעץ…. אַ סקאַנדאַל! אַ סקאַנדאַל! דאָס זאָל געװען זײַן פֿאַר דער חופּה, װאָלט רב לײבצי רב פּינחסלס געװיס געפֿאָרן צוריק אַהײם. אַצינד איז שױן געװען פֿאַרפֿאַלן. אַ סקאַנדאַל! אַ סקאַנדאַל!

אױף מאָרגן, אַז מאירס פֿאָטער האָט זיך אױסגעניכטערט, האָט ער דעם מחותּן מפֿצה געװען פֿאַר דעם בזיון מיט מזומנס, און געזעגענענדיק זיך מיטן זון, מיט מאירן, האָט ער אים אױג אױף אױג אַזױ געזאָגט:

― פֿאַרגעס ניט, זונאָ, דאָס… אַז דו האָסט זיך פּאַפּאַדיעטпопасть: זיך געפֿונען צװישן מיוחסים, אײדעלע לײַט, װאָס דו ביסט ניט װערט זײער דאָס… זײער פּאָדעשװע. צװישן אײדעלע לײַט װעסטו זיך אױך אַמאָל אױסאײדלען, מחמת דו ביסט נאָך דערװײַל אַ דאָס… עס איז ניטאָ קײן ערגערס אױף דער װעלט פֿון אַ דאָס… און מכּוח געלט, פּרנסה, האָסטו ניט װאָס צו זאָרגן, מחמת דו האָסט נאָך אַ דאָס… אַ געזונטן טאַטן. אמת, נעכטן האָב איך זיך אַביסל דאָס… צעשאָקלט, נאָר מען איז דאָך אַ דאָס… אַ מענטש. אַ גױ זאָגט אַ גלײַכװערטל… עס איז פֿאַראַן, דאַכט זיך, אױך אַ דאָס… אַ פּסוק אַזאַ. הכּלל, ברודער, שמיר און דאָס… איך מײן, פֿאָר געזונטערהײט!…

אין דעם זעלבן טאָג האָט מאָטלס פֿאָטער אױך געהאַלטן אַ רעדע פֿאַר זײַן זון, נאָר אױף אַן אַנדער אופֿן: ― נו, מײַן װײַב, האָב איך דיר ניט געזאָגט, אַז מיט מאָטעלען האָבן מיר קײן דאגה ניט, אַז מאָטל דאַרף זײַן אַ גבֿיר, אם ירצה שם… האַ? װאָס זאָגסטו, מאָטל? אַיאָ, איך בין גערעכט?… קוק ניט, װאָס דײַן טאַטע איז אַ קבצן. עס איז דרינען פֿאַראַן אַ סך צו רײדן!… אָבער דו דאַרפֿסט זײַן אַ נגיד. דו מוזט זײַן אַ נגיד מיט גאָטס הילף… דו הערסט צי נײן? אָט װעסטו געדענקען מײַן װאַרט: זאָלסט מיך אָנרופֿן ליגנער, אַז אין צען יאָר אַרום, ניט מער װי צען יאָר, װעט אונדזער מאָטל אַרױסשיקן נאָך אונדז אַ קאַרעטע מיט פֿיר ברענענדיקע שקאַפּעס ― אַנדערש װיל איך ניט, דו הערסט צי נײן? און מע װעט אונדז ברענגען אין אַ דרײַגאָרנדיקן מױער, דו הערסט צי נײן? מיט גלעזערנע פּאָדלאָגעס, מיט לאַנגע שפּיגלען, דו הערסט צי נײן? מיט טײַערע פֿאָטעלן, דו הערסט צי נײן? אָט דער עיקר איז, מאָטל, דו פֿאַרשטײסט צי נײן, ― דער עיקר איז היטן דאָס קערבל דאָרט װוּ מע דאַרף, דו פֿאַרשטײסט צי נײן? און דאָרט װוּ מע דאַרף אַ װײַז טאָן, אַ גלאַנץ טאָן, עס זאָל יענעם אַ צופּ טאָן בײַם האַרצן און אַ בלענד אין די אױגן, ― דאָרט טאָר מען ניט זײַן קײן פּאַרך, דו פֿאַרשטײסט צי נײן? און פֿירן זיך מיט אַ שװער, מיט אַ װײַב ― דאָס דאַרף איך דיך ניט לערנען; דערױף ביסטו ניט מאיר־קװאַשע און דײַנע עלטערן זײַנען ניט קײן באַלעגאָלעס, דו פֿאַרשטײסט צי נײן?

דאָס פֿערטע קאַפּיטל
אַראָפּ פֿון קעסט

„דו פֿאַרשטײסט צי נײן? דו פֿאַרשטײסט צי נײן?“ ― אָט די דאָזיקע װערטער האָבן אונדזער מאָטלען געקלונגען אַ גאַנצן װעג אין די אױערן, נאָר ער האָט זײ אין זינען געהאַט, װי דעם פֿאַראַיאָריקן שנײ.

מאָטל האָט פֿאַר זיך איצט אַ גאַנצע װעלט!

װעמען הערט ער אַצינד, אַז זײַן טײַערע מלכּה זיצט אָט דאָ בײַ דער זײַט, און ער פֿילט זי לעבן זיך, און עס מאָלט זיך אים אױס, אַז נאָך אַזאַ, װי מלכּה, איז שױן גאָר אױף דער װעלט ניטאָ!

און װירקלעך, נאָך אַזאַ מלכּה איז אױף דער גאַנצער װעלט ניטאָ! קײנער קאָן אַזױ ניט אַרומדרײען זיך אַ גאַנצן טאָג אין שטוב, װי מלכּה, אַז עס זאָל זײַן אי פֿרײלעך, אי אַלע אַרבעטן אָפּגעטאָן; קײנער קאָן אַזױ ניט קאָכן און באַקן אַלײן און גײן אַרום זיך רײן, ציכטיק, װי מלכּה; קײנער קאָן אַזױ ניט פֿירן דאָס גאַנצע װײַנגעשעפֿט און דערצו אין זינען האָבן דעם מאַן, אַז ער זאָל עסן צו דער צײַט, שלאָפֿן צו דער צײַט און זאָל אױך ניט זיצן צונױפֿגעלײגט די הענט; קײנער קאָן אַזױ ניט צושטעלן אַזױ פֿיל פֿאַרגעניגן דעם מאַן מיטן פֿאָטער און אַװעקגעבן אַזױ פֿיל ליבע, אַזױ פֿיל טרײַשאַפֿט, װי מלכּה!

אָט װאָס מאָטל שרײַבט צו זײַנע עלטערן:

„טײַערע עלטערן! איר שרײַבט מיר, אַז איך האָב אײַך געשיקט אַ קורצן בריװ, איז דאָס דערפֿאַר, װײַל איך בין שטאַרק פֿאַרנומען און קאָן זיך ניט אָפּרײַסן קײן צײַט אַפֿילו צו אײַך אַ גרעסערן בריװ אַמאָל אָנצושרײַבן! איר װײסט דאָך, אַז מײַן שװער האָט מיר איבערגעגעבן אינגאַנצן זײַן געשעפֿט, װאָס האָט איצט אָנגעהױבן נאָך בעסער גײן װי פֿריִער, אַזױ, אַז איך מיט מלכּהן האָבן שױן קײן הענט ניט. צום מײנסטן גײט אָפּטאָװעоптове: אױף הורט פֿאַרקױף פֿון רוסישע װײַנען, און בײַ אונדז קױפֿט מען פֿון עטלעכע שטעט. װען מיך זאָלן האָבן נאָך אַ צװאַנציק טױזנט רובל, װאָלטן מיר אױסגעשריבן אױך אױסלענדישע װײַנען, און דערפֿון װאָלטן מיר גאָר גליקלעך געװאָרן. נאָך װוּ נעמט מען אַזױ פֿיל קלינגערס? אַ דאַנק גאָט דערפֿאַר אױך; קײן גבֿיר בין איך ניט, נאָר אַ נגיד יאָ. דער שװער האָט שױן איבערגעשריבן זײַן גאַנצן הױף מיט אַלע קלײטן אױף מײַן נאָמען. איך האָב הײַנטיקס יאָר אַרײַנגעטראָגן קאַפּיטאַל און בין שױן, דאַנקען גאָט, לײַטן גלײַך ― אַ קופּיעץкупец: סוחר… מלכּה װאָלט אײַך אַלײן צוגעשריבן אַ גרוס, לאָזט זי ניט דאָס קינד. זײער אַ װױלער יונגאַטש, נאָר אַ גרױסער שרײַער. שרײַבט מיר, װאָס איז די מעשׂה מיט מאיר'ס פֿאָטער, װאָס ער װיל זײַן אײגענעם זון ניט העלפֿן אַפֿילו מיט קײן גוט װאָרט? דער דאָזיקער בעל־עגלה טראַכט, אַ פּנים, אין קבֿר אַרײַן מיטנעמען דאָס געלט? אַ ביטערער רחמנות אױף מאירן נעבעך מיטן װײַב: זײ בלאָנקען זיך דאָ אַרום, און מיטן שװער, מיט רב לײבצי רב פּינחסלס, קאָן ער ניט הױזן, און פֿאָרן אַהײם צום בעל־עגלה האָט ער מורא ― אַ גאָטס רחמנות!“…

די זעלבע פּאָסט טראָגט נאָך אַ בריװ, פֿון מאירן צו זײַן מוטער (צום פֿאָטער האָט ער מורא צו שרײַבן):

„ליבע מוטער! איך האָב מיט גרױס דאַנק מקבל געװען די הונדערט רובל, װאָס דו האָסט מיר צוגעשיקט, און בין דיר מודיע, אַז עס איז שױן פֿון זײ ניטאָ קײן גראָשן. דײַנע טרערן זײַנען אַרױסגעװאָרפֿן: איך קאָן בײַם שװער אױף קעסט ניט זיצן. טו אַ קוק, ליבע מוטער, אױף מײַן חבֿר מאָטלען ― ער איז דאָס גליקלעך! מע זאָגט, אַז ער איז שױן אַ גבֿיר, ― און איך בין געבליבן בײַם ייִחוס! איך בין אַ גרױסער בעל־הוצאה, װאָרעם מײַן טײַבעלע איז ניט גלײַך צו מלכּה בערציס, װאָס לױפֿט אַלײן אין קעלער אַרײַן נאָך װײַן און שטײט בײַם אױװן! מײַן טײַבעלע איז דערצו ניט געװױנט געװאָרן; זי זאָגט, אַז זי איז אַ גבֿירס אַ שנור, קאָן זי זיך פֿאַרגינען האַלטן צװײ דינסטן, װאָרעם װען ניט דאָס, װאָס מע זאָגט, אַז מײַן טאַטע האָט אַ סך געלט, װאָלט זי מיך גאָר ניט געװען גענומען… זי איז דען ניט גערעכט? הײַנט האָבן מיר דאָך שױן אַ קינד אױך, דאַנקען גאָט, אַפֿילו זײער אַ שײן מײדעלע, װי צװײ טראָפּן װאַסער טײַבעלע, נאָר מע דאַרף אַן אַם… לכן בעט איך דיך, ליבע מוטער, האָב רחמנות אױף דײַן קינד און לאָז מיך ניט פֿאַלן! זאָג דעם טאַטן, דערקוטשע אים ― ביז װאַנען איז דער שיעור?“…

פֿון די דאָזיקע צװײ בריװלעך זעט דער לײענער אַרױס, אַז אײנער פֿון אונדזערע העלדן הײבט ערשט אָן צו לעבן אױף דער װעלט, און דער צװײטער ליגט טיף־טיף אין דער ערד און באַקט בײגל! און אַפֿילו שפּעטער, אַז מאיר האָט נאָך זײַן פֿאָטערס טױט באַקומען ירושה הונדערט טױזנט רובל, איז זײַן לעבן דערפֿון ניט בעסער, ניט זיסער געװאָרן.

אַ קוק טאָן אױף מאירן, װאָלט מען געקאָנט מײנען, אַז ער לעבט זיך גאַנץ צופֿרידן: די זעלבע אָנגעבלאָזענע באַקן מיטן גלאַנצנדיקן שטערן; די זעלבע פֿולע רױטע ליפּן, װאָס פֿריִער; דערצו האָט בײַ אים נאָך אָנגעהױבן װאַקסן אַ בײַכל מיט אַ שײנער קײַלעכדיקער שװאַרצער באָרד, אַזױ אַז ער האָט באַקומען אַ פּנים פֿון אַ פֿײַנעם נגיד. און כאָטש אַפֿילו אין אים זײַנען פֿאַרבליבן אײניקע אָפּשניצלעך פֿון דעם פֿאָטער, װי דאָס װאָרט „דאָס“ נאָך יעדער פֿראַזע וכדומה אַזעלכע מאַניערן, פֿונדעסטװעגן האָט ער זיך שטאַרק „אױסגעאײדלט“, אַזױ, אַז עס איז שװער געװען צו דערקענען, צי איז מאיר אַ ייִד פֿון לערנען, צי אַ גראָבער יונג? הײַנט האָט ער שטאַרק ליב געקריגן באַנוצן לשון־קדוש װערטער, װוּ מע דאַרף און װוּ מע דאַרף ניט. דערפֿאַר אָבער האָט ער בײַ זיך אין שטוב אױפֿגעפֿירט זיך גאָר ניט מעשׂה למדן און אַריסטאָקראַט, דהײַנו: אַז ס'איז געקומען צו דער טײ, האָט ער געמוזט אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך די קאַפּאָטע מיט די שטיװל, און אַזױ, האַלב־נאַקעט און באָרװעס, זיצן און שװיצן איבערן סאַמאָװאַר… אַך, װיפֿל טרערן האָט דערױף טײַבעלע פֿאַרגאָסן! װיפֿל טעג און נעכט האָט מאיר אַלײן איבער דעם צוגעקרענקט! נאָר פֿאַרפֿאַלן! איר װעט שױן מאיר־קװאַשע ניט איבערמאַכן. אַזאַ איז ער געבױרן געװאָרן בײַ זײַן טאַטן און אַזאַ װעט ער שױן שטאַרבן!

װי לאַנג האָט מאיר געקלאָגט נאָך זײַן פֿאָטער ― דאָס קאָנען מיר ניט װיסן; מיר װײסן נאָר אַז װיבאַלד ער האָט נאָר באַקומען די ירושה אין דער האַנט אַרײַן, האָט מאיר ניט געװוּסט, װאָס טוט מען מיט אַזאַ סומע געלט? און װער װײסט, װאָס מיט מאירס געלט װאָלט געװאָרן, װען זײַן אַלטער חבֿר מאָטל װאָלט אים ניט געקומען צו הילף און בײַגעשטאַנען אין זײַנע נױטן!…

מיר קאָנען ניט אָפּלײקענען, אַז מאָטל פֿלעגט ניט אײן מאָל מיטהעלפֿן זײַן אַלטן חבֿר בײַ דער נױט, און טײַבעלע איז אים געװען זײער דאַנקבאַר און האָט תּמיד געשאַצט מאָטלען פֿיל העכער פֿון מאירן, און האָט שטענדיק מקנא געװען מלכּהן, װאָס זי האָט אַזאַ מאַן, װי מאָטל. זאָל אָבער דער לײענער קײן טעות ניט האָבן און ניט מײנען חלילה, אַז טײַבעלע האָט ליב געהאַט מאָטלען און פֿײַנט געהאַט מאירן; חס־ושלום! מיר זײַנען דאָך עפּעס ייִדן, ניט קײן גױים! טײַבעלע האָט מקנא געװען מלכּהן אױפֿן מאַן, גלײַך װי זי האָט איר מקנא געװען אױפֿן זײַדענעם מענטעלע, אױף די פּערל, אױף דער שטוב, אױף די קינדער. טײַבעלע האָט דאָס גאָר ניט געלײקנט פֿאַר מאירן אַלײן און פֿלעגט אים גאַנץ אָפֿטלעך אַרױסזאָגן דעם אמת, אַז ער קומט ניט צו מאָטלען, װי הימל צו דער ערד; אַז מאָטל איז טאַקע פֿאָרט אַ מענטש, און ער, מאיר, איז געװען אַ קװאַשע און װעט בלײַבן אַ קװאַשע! אַפֿילו איצט, אַז מאיר האָט באַקומען די ירושה, האָט אים טײַבעלע ניט אױפֿגעהערט צו טאָטשען:

― דאַרפֿסט געװיס דאַנקען מאָטלען, װאָס ער װיל דיך צונעמען פֿאַר אַ שותּף, אַזאַ באַבע אין פּאָסטעלעס, װי דו ביסט! מעגסט זײַן זיכער, אַז מאָטל װעט שױן האָרעװען פֿאַר דיר אױך, און דו װעסט זיך װײַטער גלעטן דאָס בײַכל און אַרומגײן, װי אַ לײמענער גולם, פֿון שמונין צו בונין, און רעדן פֿון פּאָליטיקע, גלײַך װי דו װײסט אַפֿילו, װער עס האָט דיך געשלײערט!…

― נו, טײַבעלע, גענוג שױן, כלעבן! גענוג שױן דיר דאָס… ביסט אפֿשר טאַקע דאָס… גערעכט, אָבער ניט אַזױ דאָס… ניט אינגאַנצן!

― צי איך בין גערעכט? אַװדאי בין איך גערעכט! איך פֿרעג דען בײַ דיר, צי איך בין יאָ גערעכט, צי ניט גערעכט? געפֿעלט דיר אַ ביסל אַן אױסשמועס פֿון אַ לאַנד־חכם?!…

― נײן, טײַבעלע, איך מײן ניט דאָס! איך מײן דאָס! איך זאָג דאָך אַלײן דאָס!…

― דאָס־דאָס, דאָס־דאָס! מער הערט מען פֿון דיר ניט אַז „דאָס“! דײַן „דאָס“ ליגט מיר שױן אָט־אָ־דאָ! גײ שױן, גײ אַװעק פֿון מיר, לאָמיך דיך כאָטש ניט אָנקוקן!…

שטיל, אָן װערטער, גײט מאיר אַװעק פֿון טײַבעלען, ציט זיך אױס אױף דער קאַנאַפּע מיטן פּנים אַרױף צו דער סטעליע און שװיצט, און דאָס פּנים איז אים רױט, װי אַ צװיק.

דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל
„דעפּאָ פֿרידמאַן עטet: און פֿורמאַן“

אָט װאָס פֿאַר אַ שילד מיט גאַנץ גרױסע גילדענע בוכשטאַבן עס הענגט אױף דעם װײַן־סקלאַד פֿון מאָטל־מזיק און מאיר־קװאַשע.

אַמאָל, גאָר אַמאָל, מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק, איז געװען אױף דער װאַנט אָנגעשריבן מיט שװאַרצע אותיות אױף ייִדיש: „בכּאַן מוכרים ײן גפֿן כּשר לפּסח“. װער האָט זיך עס געקאָנט ריכטן דעמאָלט, אַז פֿון יענעם אָרעמען צניעותדיקן לשון־קודש־ברעטל װעט אַמאָל אױסװאַקסן אַ גרױסע ליכטיקע שרײַענדיקע שילד מיט גאָלדענע אותיות!

און דער סקלאַד גופֿא? דאָס איז שױן ניט יענער קעלער, װאָס איז געװען אַמאָל פֿאַר בערצי װײַנשענקער ― נײן! דאָס איז שױן אַ גרױסער שײנער מױער מיט עטלעכע אָפּטײלונגען, און אױף יעדער אָפּטײלונג הענגט אַן אַנדער ברעטל: דאָ פֿאַרקױפֿט מען אױסלענדישע װײַנען און ליקערן; דאָ ― באַקאַלײנע סחורה; דאָ ― געזאַלצענע זאַכן. עס פֿליִען אַרום פּריקאַזטשיקעס מיט װײַסע פֿאַרטעכער און מען רעדט אױף רוסיש. בײַ דער זײַט, אַקעגן דער טיר, בײַ אַ קאַנטאָרקע, שטײט אַ קאַסיר מיט אַ פֿעדער, פֿאַרשטעקט הינטערן אױער, און קלאַפּט אַ גאַנצן טאָג אױף די בײנדלעך. זעלטן־זעלטן זעט מען דורכלױפֿן פֿרידמאַנען (אונדזער אַלטער באַקאַנטער ― „מאָטל־מזיק“) מיט אַ פּאַק חשבונות אין דער האַנט. אונדזער מאָטל האָט זיך ניט שטאַרק פֿאַרענדערט פֿון יענער צײַט, װאָס מיר האָבן אים אַװעקגעװאָרפֿן בײַ זײַן שװער אױף קעסט: דער זעלבער פֿרײלעכער לעבעדיקער מאָטל, װאָס אַמאָל, נאָר באַנײַט מיט אַ קלײן בערדל, אײראָפּעיִש געקלײדט, מיט אַ קאַפּעליוש אױפֿן קאָפּ, און, װי אַמאָל, גיך־גיך גערעדט, געלאָפֿן, ניט געגאַנגען, װאַרפֿנדיק מיט די לאַנגע הענט װי אַ װינט־מיל מיט די פֿליגל, און אױפֿן פּנים אַ שמײכעלע פֿון אַ פֿאַרנומענעם מענטשן, װעלכער האָט פֿאַרגעניגן דערפֿון, װאָס ער איז אַזױ פֿאַרנומען.

נאָך זעלטענער זעט מען אַרײַנגײן אין קאַנטאָר אַרײַן דעם הער פֿורמאַן (אונדזער באַליבטער „מאיר־קװאַשע“). זעט איר, דער הער פֿורמאַן האָט שױן דװקא אַ פּנים פֿון אַן עושר: סאָליד און גראָב, גײט אַ ביסל שװערלעך בײַ דער ערד, מיט אַ שײנער קײַלעכיקער שװאַרצער באָרד, די באַקן תּמיד מיט אַ פֿאַרב, די ליפּן גראָב און רױט, און אַז ער גײט, שטעלט ער זיך אָפֿט אָפּ אױפֿן װעג און בלאָזט זיך אָפּ אַ ביסל, די פּאָלעס צענומען, און אַ שײנע װײַסע מאַנישקע מיט אַ שװאַרצן ברײטן זשילעט נעמען אַרום גאַנץ פֿעסט זײַן קײַלעכיק בײַכל, װעלכעס האָט אַ השׂגה צו װערן מיט דער צײַט נאָך קײַלעכיקער. ער גײט אַרײַן צו זיך אין „קאַנטאָר“ אַרײַן (אַזױ רופֿט מען די קלײט, װוּ דער קאַסיר שטײט בײַם טישל און קלאַפּט אױף די בײנדלעך) זײער שטרענג, מיט גרױס קוראַזש, און פֿירט זיך מיט די מענטשן זײער שטרענג; „ער בלאָזט פֿון זיך“, װי מע רופֿט דאָס. און מע האָט טאַקע פֿאַר אים דרך־ארץ, בעת ער קומט אַרײַן, הגם מע לאַכט פֿון אים און מע קרימט אים איבער צװישן חבֿרה פּריקאַזטשיקעס, בעת ער גײט אַװעק. ער האָט זיך זײַן אײגענעם שטול אין „קאַנטאָר“, אױף װעלכן ער צעלײגט זיך מיט גרױס גדלות, װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן. און יעדער מאָל, װאָס ער גײט אַרײַן, מוז ער עפּעס זאָגן אַ דעה:

― דער דאָזיקער װײַן איז אַ ביסל צו דאָס… מע דאַרף אױסשרײַבן אַנדערע הערינג, מחמת זײ זײַנען שױן געװאָרן דאָס… איר זאָלט מיר אױף באַנאַכט צוגרײטן אַ חשבון פֿון אַלע דאָס…

און כאָטש אַלע האָבן גאַנץ גוט געװוּסט, אַז דער הער פֿורמאַן פֿאַרשטײט אַזױ װאָס אין חשבון טוט זיך, פּונקט װי דער האָן פֿאַרשטײט אין „בני־אדם“, דאָך האָט מען אים דעם חשבון געמוזט ברענגען, און ער האָט אױף מאָרגן געגעבן דעם קאַסיר אַ מיאוסן פּסק:

― װאָס פֿאַר אַ דאָס האָט איר מיר נעכטן געגעבן? איך האָב פֿײַנט אַזעלכע דאָס!…

און קױם איז ער אַרױסגעטראָטן פֿון קאַנטאָר, אַזױ האָט זיך יאָסעלע דער משרת תּיכּף־ומיד צעלײגט אױפֿן שטול מיטן בױך אַרױסגעשטעלט, פּונקט װי דער הער פֿורמאַן און בלאָזנדיק און פּעכקענדיק, האָט ער אים איבערגעקרימט:

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ דאָס? איר זאָלט מיר דאָס!…

צװישן חבֿרה פּריקאַזטשיקעס װערט אַ געלעכטער. עס איז דערגאַנגען דערצו, אַז אײנמאָל איז דערפֿון פֿרידמאַן געװאָר געװאָרן, האָט ער יאָסעלע דעם משרת דורכגעטריבן. פֿרידמאַן האָט נישט געװאָלט, מען זאָל לאַכן פֿון זײן שותּף! פֿרידמאַן האָט געלעבט זײער גוט מיט פֿורמאַנען! אין יענער צײַט איז פֿורמאַן געװען דער „געלט־שידוך“; זײַן גאַנצע ירושה, די הונדערט טױזנט רובל, האָט ער אַרײַנגעבראָקט אין געשעפֿט אַרײַן, און אױף אַלע פּאַפּירן איז געװען געחתמעט פֿורמאַן גלײַך מיט פֿרידמאַנען. חתמענען זיך האָט פֿורמאַן זײער ליב געהאַט; אַז עס איז געקומען צום חתמענען זיך, האָט ער פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, אַװעקגעזעצט זיך מעשׂה מיניסטער און אַ שנײַד געטאָן דעם נאָמען „מאיר פֿורמאַן“ מיט אַזאַ קוראַזש און מיט אַזױ פֿיל דרײדעלעך און פֿלעכטעלעך, אַז עס איז אױסגעקומען אַ קױלעטש פֿון אױבן, אַ קױלעטש פֿון אונטן, צװײ בײגל בײַ די זײַטן און אין מיטן עטלעכע שטעקעלעך מיט פּינטעלעך.

מע קאָן זאָגן, אַז די דאָזיקע חתימה איז קײנעם ניט אַזױ שטאַרק געפֿעלן געװען, װי אים אַלײן, און טאַקע דעריבער האָט ער קײנמאָל ניט געקוקט, אױף װאָס ער חתמעט זיך; אַבי די חתימה זאָל אױסקומען מער פֿאַרדרײט און פֿאַרפֿלאָכטן. הלװאַי װאָלט פֿורמאַן מער אַרײַנגעקוקט אין דעם, װאָס פֿרידמאַן הײסט אים זיך חתמענען, װאָלט אפֿשר געװען פֿיל נוצלעכער און געזינטער פֿאַר אים!…

פֿורמאַן האָט אָבער נישט געהאַט קײן שום סיבה ניט צו גלײבן און ניט צו פֿאַרלאָזן זיך אױף זײַן חבֿר, אױף זײַן שותּף פֿרידמאַן. ערשטנס, קען ער דאָך מאָטלען פֿון קינדװײַז אָן פֿאַר אַן ערלעכן; צװײטנס, האָט פֿרידמאַן פֿון זײַנעט װעגן געטאָן אַזױ פֿיל, װאָס מע טוט ניט אַפֿילו אַן אײגענעם ברודער; דריטנס, איז פֿרידמאַן אַלײן אַן עושר; און ועל־כּולם, װען ער זאָל זיך ניט פֿאַרלאָזן אױף פֿרידמאַנען, מוז ער דאָך אַלײן זײַן אומעטום, אַכטונג געבן אױפֿן געשעפֿט, אַרײַנקוקן אין די חשבונות ― און דאָס איז שױן אַ צו שװערע הלכה פֿאַר מאיר־קװאַשע! גענוג פֿאַר אים, װאָס ער מישט זיך צװישן די פּריקאַזטשיקעס, זאָגט זײ דעות שטענדיק, רײַסט זײ אױס פֿאַר אַן איבעריקן גראָשן, זשאַלעװעט עסן די משרתים, הײבט־אױף אַ גװאַלד פֿאַר אַ ביסל װײַן, װאָס מע האָט אומגערן פֿאַרגאָסן, רײַסט־אַראָפּ שׂכירות בײַם סטראָזש און פֿירט זיך אױף בכלל, װי עס דאַרף זיך אױפֿפֿירן אַ שטרענגער באַלעבאָס, װאָס היט אָפּ דאָס געשעפֿט…

פֿרידמאַן האָט דאָס געזען און איז געװען פֿון דעם זײער צופֿרידן: געװיס, געװיס, אַזױ דאַרף זיך טאַקע פֿירן אַ באַלעבאָס! ― און אַלײן האָט ער זיך גענומען צום חשבון…

פֿריִער, אַז זײַן שװער בערצי װײַנשענקער איז געשטאָרבן, האָט ער אים איבערגעלאָזט אַן אײַנגעפֿאַלענעם װײַנקעלער, אַן אַלטע שטוב מיט אַ נאָמען ― און נישט מער! דאָס ביסל קאַפּיטאַל, װאָס מאָטל פֿרידמאַן האָט צונױפֿגעשלאָגן, האָט ער אַרײַנגעבראָקט אין דער דירה, װאָס ער האָט זיך אױסגעבױט, מיטן קעלער, װאָס ער האָט צורעכט געמאַכט, און װײַל ער האָט שױן געהאַט אַ נאָמען, האָט ער אַראָפּגעבראַכט אַ טראַנספּאָרט װײַן אױף קרעדיט, און זיצנדיק אַזױ אײנמאָל אין אַ װינטערנאַכט איבער די חשבונות, האָט ער שטיל אַ רוף געטאָן זײַן װײַב:

― מלכּה, קום נאָר אַהער אױף אַ װײַלע!

― װאָס איז, מאָטל?

― מלכּה, מיר שטײען שמאָל, מלכּה! דו זעסט? אָט איז דער חשבון אינגאַנצן פֿאַר די אױגן: עס גײט אונדז אָפּ, טרעף װיפֿל?

― װיפֿל? װיפֿל?

― פֿינף טױזנט זײַנען מיר שולדיק, און צען טױזנט דאַרפֿן מיר האָבן צום מאַרק. מיר מוזן דאָס האָבן! פֿופֿצן טױזנט מוזן מיר האָבן, דו פֿאַרשטײסט צי נײן?…

נו, איז דען אַ חידוש, װאָס מאָטל האָט צוגענומען מאירן פֿאַר אַ שותּף, און װאָס פֿרידמאַן און פֿורמאַן זײַנען געװאָרן פֿאַרבונדן מיט פֿרײַנדשאַפֿט און מיט ליבשאַפֿט נאָך מער, װי אַמאָל, װי אין די יונגע יאָרן?

נאָר װי זײער פֿרײַנדשאַפֿט און זײער ליבשאַפֿט איז גרױס געװען, אַזױ איז די פֿרײַנדשאַפֿט און די ליבשאַפֿט צװישן זײערע װײַבער געװען הונדערט מאָל אַזױ גרױס און אַזױ שטאַרק. דאָס איז געװען אַ ברענענדיקע ליבע צװישן צװײ לײַבלעכע שװעסטער, װאָס זײַנען איבערגעגעבן אײנע דער אַנדערער מיטן לעבן, מיטן גוף און מיט דער נשמה!

דער דאָזיקער שײנער געשיכטע פֿון דער רירנדיקער פֿרײַנדשאַפֿט צװישן די צװײ יונגע פֿרױען שענקען מיר אין אונדזער דערצײלונג גאָר אַ באַזונדער קאַפּיטל.

דאָס זעקסטע קאַפּיטל
אַ זעלטענע ליבע צװישן פֿרױען

פֿריִער, מײדלװײַז, האָבן זײ זיך גאָר נישט געקענט. דאָס הײסט, װיסן האָבן זײ דװקא געװוּסט אײנע פֿון דער אַנדערער: טײַבעלע רב לײבציס האָט געװוּסט, אַז בײַ בערצי װײַנשענקער איז דאָ אַ טאָכטער, אַ גראָבע מױד, װאָס קען זיך מיט אַלע שיכּורים פֿון איר פֿאָטערס װײַנשענק, און נעמט־צו געלט אום שבת, און גיט אױסגאָב אום שבת, און איז שױן אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן, און איז שײן „װי מײַנע צרות“ און נאָך, און נאָך… און מלכּה בערציס האָט געהערט, אַז בײַ רב לײבצי רב פּינחסלס איז דאָ אַ טעכטערל, אַ קלײנס און אַ גרינס, קױם װאָס עס רעדט, בײז װי אַ יאַשטשערקע, קוקט נישט גלײַך אױף קײן מאַנצביל און גײט־אױס נאָך אַלע שנײַדער־ייִנגלעך, און נאָך, און נאָך… ערשט דעמאָלט האָבן זײ זיך אָנגעקוקט רעכט, בשעת זײ זײַנען געװאָרן כּלות פֿון אײן שטאָט ― דעמאָלט האָבן זײ זיך גוט באַטראַכט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס; אײנע האָט געװוּסט, װיפֿל קלײדלעך און װאָס פֿאַר אַ שאַלעכל די אַנדערע האָט, און װיפֿל אַרשין בלאָנדן זי האָט זיך געקױפֿט, און װאָס פֿאַר אַ מתּנות דער חתן האָט איר געשיקט, ― און בײדע האָבן זײ געטראָגן גלײַכע שמערצן: מלכּה האָט מקנא געװען טײַבעלען אױף דעם טײַערן בראָש מיט די אױערינגלעך, װאָס איר רײַכער מחותּן האָט איר געשיקט, און טײַבעלע האָט שיעור ניט געפּלאַצט, קוקנדיק אױף מלכּהס סאַמעטענעם בורנעס מיט שליאַמעס, װאָס בערצי װײַנשענקער האָט איר געמאַכט צו דער חתונה.

ערשט נאָך דער חתונה, אַז זײ זײַנען זיך צונױפֿגעקומען צוזאַמען מיט זײערע מאַנען, װעלכע האָבן זיך געמאַכט גאַנצע אָפֿטע װיזיטן, װי אַלטע חבֿרים, ערשט דעמאָלט האָבן זיך די דאָזיקע צװײ יונגע װײַבלעך באַקענט פּערזענלעך, און אַך! װי ליבלעך, װי פֿרײַנטלעך זײ האָבן זיך צערעדט צװישן זיך, קנאַקנדיק די ניסלעך און פֿאַרטרינקענדיק מיט קאַלט װאַסער און מיט אַלערלײ אײַנגעמאַכטסן, װי עס פֿירט זיך בײַ אונדז. עם האָט זיך זײ אױסגעװיזן, אַז זײ קענען זיך שױן פֿון הונדערט יאָר, און פֿון װאָס האָבן זײ נישט איבערגעשמועסט אין דעם ערשטן מאָל? די קאַסטנס מיט די שאַפֿעס האָבן זיך געעפֿנט, אַלע מלבושים זײַנען אָנגעמאָסטן געװאָרן, אַפֿילו די ציכלעך פֿון די קישנס, אַפֿילו דאָס גרעט איז אַרױס אױף דער סצענע, און דאָס אָנקװעלן מיט דער שׂמחה איז גאָר ניט צום באַשרײַבן!

און זײערע מאַנען, מאָטל מיט מאירן, זײַנען, געװײנלעך, געזעסן אין אַ באַזונדערן חדר און האָבן זיך, װי דער שטײגער איז בײַ יונגע אײדעמס, געשפּילט אין שאָך ביז זײגער צװעלף אין דער נאַכט, און אַז זײ האָבן זיך שױן אָפּגעזעגנט און געקליבן זיך גײן אַהײם, זײַנען זײערע װײַבלעך נאָך אַלץ געזעסן אײַנגעלעבט אײנע אין דער אַנדערער און האָבן געהאַלטן פּונקט אין מיטן אַן אינטערעסאַנטן שמועס, װיִאַזױ זי, מלכּה, האָט דאָס ערשטע מאָל גערעדט מיט איר חתן, און װיִאַזױ זי, טײַבעלע, האָט זיך געפֿירט מיט איר מאַן באַלד נאָך דער חתונה.

― אַהײם! אַהײם! שױן צײַט אַהײם! ― האָבן די מאַנען זײ אָנגעהױבן אונטערצוטרײַבן.

― אָט באַלד! אָט באַלד! ― האָבן די װײַבער געענטפֿערט, גאָרניט געקאָנט זיך אָפּרײַסן אײנע פֿון דער צװײטער.

― לאָזט שױן איבער אױף נאָך אַ מאָל! ― האָבן די מאַנען געזאָגט מיט אַ געלעכטער.

― זע נאָר, װי זײ זעצן די נשמה! ― האָבן די װײַבער געענטפֿערט אױך מיט אַ געלעכטער און האָבן זיך בײַם געזעגענען אַזױ שטאַרק געקושט, גלײַך װי זײ װאָלטן זיך אָפּגעזעגנט אױף אײביק.

קומענדיק אַהײם און אַרײַנלײגנדיק זיך אין בעט אַרײַן, האָט טײַבעלע געזאָגט צו מאירן:

― מע זאָגט, אַז פֿון אַ חזירשן עק קאָן מען קײן שטרײַמל ניט מאַכן… פֿאָרט בערציס אַ טאָכטער! בײַ מײַן טאַטן װאָלט שױן אַ קינד ניט גערעדט אַזעלכע מיאוסע, גראָבע װערטער! און װי געפֿעלט דיר אַ ביסל, װי זי האָט זיך עס צעלײגט מיט אירע שמאַטעס? כ'לעבן, מאָטל איז שױן אַ סך לײַטישער פֿון איר, כאָטש ער ציטערט אַזױ איבער איר. איך װײס ניט, װאָס האָט ער אין איר אַזעלכעס דערזען, װאָס ער פּאַדקעװעט אַזױ אַרום איר?…

אין דער דאָזיקער מינוט האָט זיך מלכּה צעגאָסן פֿאַר געלעכטער, ליגנדיק בײַ זיך אין בעט:

― כאַ־כאַ־כאַ! װי אַ סאָראָקע אױף אַ חזיר ― כאַ־כאַ־כאַ! און װאָס פֿאַר אַ בולװאַן ער איז! יאַרעמע דער סטראָזש ― כאַ־כאַ־כאַ! פּאָלאָזשיםположим: לאָמיר זאָגן, איך בין אים ניט מקנא: זי איז אױך נישקשה פֿון אַ שלאַק! אַ סחורה!… איך האָב געהערט פֿון איר נאָך מײדלװײַז, אַז זי שלעפּט די דינסטן פֿאַר די צעפּ. דערפֿאַר אָבער גײט זי מיט צװײ צװיעכעסцвяхи: טשװעקעס אין די אױערן, און זײ פּאַסן איר, װי מײַנע װײטיקן! ביסט עפּעס אַ מבֿין, מאָטל, אױף זײַנע ליפּן? כאַ־כאַ־כאַ! און זי קװעלט נאָך אָן פֿון אים, כאַ־כאַ־כאַ!…

דאָס זיבעטע קאַפּיטל
אױס שותּפֿות ― צעשלאָגן די קאָמפּאַניע

אין דער צײַט, בעת די פֿירמע „פֿרידמאַן עט פֿורמאַן“ האָט אַרױסגעשטעלט די באַקאַנטע גילדענע שילד אױף דעם סקלאַד פֿון װײַן מיט די קלײטן, האָבן די שותּפֿים זיך באַזעצט בײדע אױף דעם אײבערשטן שטאָק פֿונעם מױער, אין װעלכן די סקלאַדן האָבן זיך געפֿונען, און אַזױ האָבן זײ געקאָנט, קוקנדיק אין פֿענצטער, קלײַבן נחת פֿונעם גרױסן געשעפֿט, װאָס איז אַלע מאָל געגאַנגען בעסער און בעסער, כאָטש זײערע שׂונאים האָבן געזאָגט, אַז דאָס קאָן ניט אױסגעהאַלטן װערן, און פֿרידמאַן און פֿורמאַן װעלן מוזן אינגיכן אָנזעצן. פֿרידמאַן און פֿורמאַן האָבן געהערט, װאָס די װעלט רעדט פֿון זײ, און האָבן זיך אין האַרצן אױסגעלאַכט פֿון די דאָזיקע „לײַטישע מײַלער“, און האָבן זיך געטאָן זײערס: פֿרידמאַן איז געזעסן איבער די ביכער און האָט געהיט דעם חשבון, װי אַ הונט די שװעל, און פֿורמאַן האָט פֿאַרריסן די נאָז אַזױ הױך און אַרױסגעשטעלט דעם בױך מיט אַזאַ גדלות, װי עס װאָלט שױן גאָר ניט זײַן קײן גלײַכן צו אים אױף דער גאַנצער װעלט. װער װאָלט געזאָגט, אַז אָט דעם זעלבן פֿורמאַן קאָנט איר טרעפֿן צו יעדער צײַט אין דער הײם איבער אַ טאָפּ קאַרטאָפֿליעס און הערן, װי ער רײַסט אױס די דינסט פֿאַר אַן איבעריקן צענדליק אײער, װאָס זי האָט געקױפֿט?

אַז זײַן נאָמען האָט אָנגעהױבן זיך הערן אױף דער װעלט, האָבן זיך צו אים אַ לאָז געטאָן קרובֿים פֿון אַלע זײַטן: אַלערלײ פֿעטערס, מומעס, שװעסטערקינדער, מחותּנים, אַזױ גוטע באַקאַנטע, חבֿרים. לכתּחילה איז פֿורמאַן געװען שטאַרק צופֿרידן, װאָס דער אָדער יענער קרובֿ איז געקומען צו אים צו גאַסט; ער האָט אים געמאַכט אַזאַ ברײטן „ברוך־הבא“, אַז דעם קרובֿ האָבן זיך געשטעלט טרערן אין די אױגן פֿאַר פֿרײד און פֿאַר דאַנקבאַרקײט.

― אָבער איך האָב געװוּסט, מאיר, דאָס האַרץ האָט מיר געזאָגט, אַז דו האָסט מיך ניט פֿאַרגעסן!…

מאיר האָט אים גענומען אונטער דעך האַנט און האָט אים אױסגעפֿירט איבער אַלע חדרים, געװיזן דאָס מעבל, דעם גאַנצן הױף, די קלײטן, דעם קעלער ― אַלץ, אַלץ! דער קרובֿ האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ און נאָר געזאָגט: „ססססס!…“ נאָכדעם האָט אים מאיר געזעצט בײַם טיש אױבנאָן, געלײגט אים אין טעלער אַרײַן דאָס שענסטע און דאָס בעסטע און האָט געקאָמאַנדעװעט מיטן משרת:

― אליק, אַ פֿלאַש דאָס… באָרדאָ! אליק, פֿון דעם בעסטן דאָס…

אָנגעגאָסן דעם קרובֿ דאָס ערשטע גלאָז װײַן, האָט ער אים דערצײלט, װאָס פֿאַר אַ װײַן דאָס איז, װיפֿל ער קאָסט און װעלכע פּריצים טרינקען דאָ אַזאַ װײַן.

נאָר װיבאַלד דער קרובֿ האָט נאָר אָנגעהױבן פֿאַרהיקען זיך און דערצײלן, װאָס פֿאַר אַ ביטערע צײַט הײַנט איז, װיִאַזױ די פּרנסה איז געשלאָגן, װיִאַזױ מע װערט אױסגעריסן, װיִאַזױ ער האָט נעבעך געהאַט אַן אומגליק אױף זיך, עפּעס אַ שׂריפֿה, אַ פּראָצעס, ― אַזױ האָט זיך בײַ פֿורמאַנען אַ ריס געטאָן אין האַרצן: ער האָט באַלד דערפֿילט, אַז דאָ איז עפּעס ניט גלאַט, אַז דאָס שמעקט מיט געלט. האָט ער אָנגעהױבן פּינטלען מיט די אױגן, שאָקלען מיטן קאָפּ און קרעכצן, און אױף גיך געכאַפּט אױף זיך דעם ראָק, אַרױסגעלאָפֿן אין קאַנטאָר און אָפּגעזעסן דאָרט ביז שפּעט אין דער נאַכט. אױף מאָרגן ― װידער דאָס אײגענע; אַזױ לאַנג, ביז דער קרובֿ האָט אַ שפּײַ געטאָן און איז אַװעקגעפֿאָרן מיט לײדיקע הענט.

נאָר ניט אַלע קרובֿים זײַנען גלײַך; עס גיט זיך אױס אַמאָל אַזאַ סמעליאַק, פֿון װעמענס הענט עס איז שװער אַזױ גיך זיך אַרױסצודרײען! אַזעלכער איז געװען דער „פֿעטער דן“, װעלכער פֿאַרדינט, אַז מע זאָל זאָגן װעגן אים עטלעכע װערטער. דער „פֿעטער דן“, מאירס אַ לײַבלעכער פֿעטער פֿון דער מאַמעס צד, איז תּמיד געװען אַ קבצן און האָט תּמיד געצױגן בײַ דער שװעסטער די קלײ, בעת זי, מאירס מוטער, איז געװאָרן אַ נגידיתטע. אַלײן האָט ער ניט געטאָן קײן האַנט אין קאַלטן װאַסער, האָט זיך גערעכנט פֿאַר אַן אײדלען ייִדן, װאָס קוקט־אַרײַן אין אַ ייִדישן ספֿר; דערפֿאַר האָט ער געפֿאָדערט פֿונעם שװאָגער, פֿונעם „באַלעגאָלע“, ער זאָל אים בײַשטײן אין זײַנע נױטן, און װיפֿל מע האָט אים געגעבן, איז אים קאַרג געװען. אַ טױבער, מיט שטיקלעך װאַטע אין די אױערן, איז ער תּמיד אַרומגעגאַנגען און האָט געװאָרטשעט: ער האָט געהאַלטן, אַז נאָר פֿאַך זײַן אײדלקײט אַלײן האָט שױן דער שװאָגער, דער באַלעגאָלע, זיך באַדאַרפֿט טײלן מיט אים אױף דער העלפֿט… צום סוף האָט ער אים אַ שעה פֿאַרן טױט אַפֿילו פֿאַרגעסן אַרײַנצושטעלן אין דער צװאה אַרײַן!… דער „פֿעטער דן“ האָט דעמאָלט געשװאָרן בײַ באָרד און פּאות, אַז צײַט ער װעט לעבן, װעט ער ניט אָנקוקן ניט די שװעסטער, ניט אירע קינדער!… נאָר װאָס אַ מענטש נעמט אױף זיך, איז נאָך אַלץ װײניק. אין אַ צײַט אַרום, אַז דער „פֿעטער דן“ האָט דערהערט, אַז זײַן פּלימעניק „מאיר־קװאַשע“ איז געװאָרן גאָר אַ גאַנצער גבֿיר, אַ מיליאָנער, האָט ער זיך מישבֿ געװען און איז זיך דורכגעפֿאָרן צוס פּלימעניק, צום הערן פֿורמאַן, אַ קוק טאָן, װאָס טוט זיך דאָרט אַזעלכעס? פֿאָרט אַ פּלימעניק, בלוט און פֿלײש!…

דער „פֿעטער דן“ איז ניט געקומען צו הערן פֿורמאַן, װי עס קומט אַ גאַסט ― נײן! דער „פֿעטער דן“ איז צו אים געקומען, װי מע קומט צו זיך אַהײם פֿון אַ װײַטער נסיעה. פֿריִער האָט מען אַרײַנגעװאָרפֿן גלײַך אין זאַל אַרײַן אַ פֿאַרשמירטן, אַ פֿאַרשטונקענעם זאַק מיט חפֿצים, אַ גרױסן קישן, פֿון װעלכן עס זײַנען געפֿלױגן פֿעדערן אַ סך, אַ גרױסן בלעכענעם טשײַניק, אַ פֿלאַש מיט בראָנפֿן, אַ טלית־ותּפֿילין. און אַלײן איז דער „פֿעטער דן“ אַרײַן מיטן װאָלפֿענעם פּעלץ (עס איז געװען װינטער־צײַט), מיט אַ גרינער שאַל, מיט שטיװל און מיט אַזאַ ליאַרעם, אַז אַלע זײַנען טױט געבליבן פֿאַר שרעק. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלאַק? װער איז דאָס?…

― דאָס בין איך! איך בין עס! דו האָסט מיך ניט דערקענט? האַר אױס אַ ביסעלע ― אָט װעל איך זיך אױסטאָן און אַ ביסל זיך אָנװאַרעמען. אײַ, אַ קעלט, אַ ביטערע קעלט!… אַזױ? דו זיצט זיך טאַקע קײן מעשׂה ניט! הערסטו!… און דאָס איז דײַן װײַבל?… קום נאָר אַהערצו, מאירל, נאַ דיר אָפּ שלום־עליכם! אַ־אַ־אַ! מחיה־נפֿשות אָט דאָ בײַ דער הרובע!… אַ ביסל בראָנפֿן װעט מסתּמא זײַן? האַ? װי מײנסטו, אַ שטײגער? אָט װאַש איך די הענט און דאַװן־אָפּ מעריבֿ, װעלן מיר אַ קאַפּ שמועסן…

מאיר ציטערט פֿאַר כּעס און קריצט מיט די צײן: ער געדענקט נאָך דעם „פֿעטער דן“ פֿון ייִנגלװײַז, װיִאַזױ דער טאַטע האָט געליטן פֿון אים! נאָר װאָס טוט מען מיט אַ פֿעטער? אַרױסטרײַבן קאָן מען אים ניט! מע דאַרף אים עפּעס געבן, עס העלפֿט זיך ניט ― אַבי גיכער פּטור װערן!

נאָר פֿון דעם „פֿעטער דן“ װערט מען ניט אַזױ גיך פּטור: ער הערט ניט װאָס מע רעדט צו אים… מאיר שרײַט צו אים אױף אַ קול ― ענטפֿערט ער גאָר בױבעריק! ער שטופּט װאַטע אין די אױערן און צעלײגט זיך אין זאַל, װי בײַ זײַן טאַטן אין װײַנגאָרטן. ער פֿאַראומערט אַלעמען דאָס לעבן. ער לאָזט ניט רײדן, ניט עסן, ניט שלאָפֿן, דאָס גאַנצע הױז איז פֿול מיטן „פֿעטער דן“!… מאיר מאַכט שױן אַלײן אַ רעדע מיטן פֿעטער מכּוח זײַן קומען. ער פֿרעגט בײַ אים הױך, אױף קולי־קולות: װאָס װיל ער, װאָס באַגערט ער, װאָס פֿאַרלאַנגט ער פֿון אים?… דער „פֿעטער דן“ האָט אָבער צײַט. ער זאָגט:

― כאַפּ ניט, מײַן קינד, האָב צײַט אַ ביסל! מיר װעלן נאָך שמועסן װעגן דעם אױך, אם ירצה שם! דערװײַל זאָג מיר בעסער, מאיר־סערצע, אָט װאָס איך װעל דיך פֿרעגן…

ניט אַזױ אָבער איז זיך באַגאַנגען טײַבעלע מיט אירע קרובֿים. די מאַדאַם פֿורמאַן האָט זיך געשעמט מיט איר אָרעמער פֿאַמיליע און ניט געקאָנט לײַדן, אַז עס איז צו איר אַרײַנגעקומען אַן אָרעמער קרובֿ אין אַ צעריסענער קאַפּאָטע, װען די מאַדאַם פֿרידמאַן איז געװען בײַ איר צו גאַסט; דעריבער האָט זי געטײלט מיט דער ברײטער האַנט, נאַטירלעך, אַז מאיר זאָל ניט װיסן, ניט דערפֿאַר װײַל זי האָט מורא געהאַט פֿאַרן מאַן ― נײן! זי האָט שױן לאַנג געהאַלטן מאירן שטאַרק אין די הענט ― נאָר װײַל עס איז איר ניט אָנגעשטאַנען, אַז אירע פֿרײַנט, איר גילדענע משפּחה, זאָל דאַרפֿן אָנקומען צו איר מאַן.

די מאַדאַם פֿרידמאַן איז געװען גליקלעכער פֿון איר. אַ געזונטע און אַ פֿרײלעכע, האָט זי געלעבט אַ גוטן טאָג, געװוּסט פֿון אַ װעלט צו זאָגן, שטאַרק ליב געהאַט דעם מאַן, װעלכער איז אױסגעגאַנגען נאָך אירע טריט, געפֿירט זיך אַ סך פֿרײַער פֿון טײַבעלען, דהײַנו: דעם פּאַרוק שױן לאַנג אַראָפּגעװאָרפֿן, געגאַנגען אין טעאַטער, געשלאָסן באַקאַנטשאַפֿט מיט יונגע לײַט. עס קאָן זײער זײַן, אַז די מאַדאַם פֿורמאַן װאָלט זיך אױך דערלױבט אַזױ צו לעבן, װען איר פֿאָטער זאָל ניט הײסן רב לײבצי רב פּינחסלס און זי זאָל ניט הײסן נאָך עד־היום „טײַבעלע לײבציס“. אײַ, האָט זיך איר נעבעך געגלוסט אַראָפּװאַרפֿן דעם פּאַרוק און אַרױסשטעלן כאָטש אַ ביסעלע אירע שײנע שװאַרצע האָר! בײַ איר איז דאָך שענערע האָר, װי בײַ דער „געלער“ מאַדאַם פֿרידמאַן!… ניט קאָנענדיק דערגרײכן איר װילן, האָט זי אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער פֿײַנט געקריגן איר פֿרײַנדין ― די מאַדאַם פֿרידמאַן; איר געלעכטער, אירע „געלע“ ניט־צוגעדעקטע האָר האָבן איר געברענט די אױגן און געשטאָכן אין האַרצן! די מאַדאַם פֿרידמאַן האָט דאָס גאַנץ גוט געװוּסט, און האָט שױן לאַנג געפּיקט מאָטלען אין קאָפּ אַרײַן, אַז עס װאָלט שױן צײַט געװען אָפּטײלן זיך פֿונעם שותּף און אָנהײבן זעלבסטשטענדיק צו לעבן אױף דער װעלט…

― אַװדאי, זאָג איך דיר, װעסטו זי אַװעקקױלען! ― האָט איר מאָטל דערױף געענטפֿערט. ― דו װעסט איר גאָר מאַכן דעם טױט! דו װײסט, מלכּה, װיפֿל, אַ שטײגער, עס קאָן אים אַרױסקומען אױף זײַן חלק? אַנו, טרעף! װעסט טרעפֿן, צי נײן?

― װיפֿל?

― כּמעט דרײַ הונדערט טױזנט קערבלעך! דו פֿאַרשטײסט צי נײן?…

― אָט דעם סטראָזש?!… אָט רער יאַשטשערקע?!…

און מלכּהן איז אַרײַן אַ שלעכטער געדאַנק אין קאָפּ אַרײַן… דער דאָזיקער געדאַנק האָט זי לאַנג־לאַנג ניט געלאָזט רוען, ביז זי האָט אָנגעהױבן מוטשען דעם מאַן, װאָס האָט זי תּמיד געפֿאָלגט, אַזױ אַז ער האָט צולעצט אױך מסכּים געװען דערױף.

אױף װאָס האָט ער מסכּים געװען? דאָס האָבן זײ בײדע צװישן זיך קײנמאָל ניט גערעדט, נאָר זײ האָבן בײדע פֿאַרשטאַנען אײנער דעם אַנדערן אָן װערטער.

און אָט זיצן זײ בײדע: פֿרידמאַן און פֿורמאַן. פֿרידמאַן רעדט און מאַכט מיט דער האַנט; ער װײַזט דעם שותּף פּאַפּירן, חשבונות; ער װאַרפֿט אױף די בײנדלעך; ער שװיצט און פֿאַרענטפֿערט זיך און רעדט מיט גרױס היץ:

― פֿאַרשטײסט צי נײן? פֿאַרשטײסט צי נײן?…

― יאָ! איך פֿאַרשטײ, װיִאַזױ דאָס… פֿון װאַנען אָבער קומט עס, אַז עס זאָל זײַן אַזױ דאָס?… ― פֿרעגט אים פֿורמאַן, קוקנדיק אַראָפּ אױף די שפּיץ שטיװל מיט פֿאַרפֿלאַמטע באַקן און מיט אַ צעבלאָזענער נאָז, און די הענט ציטערן בײַ אים, און דער שטערן שװיצט.

אַ שװערע צײַט איז דאָס געװען פֿאַר דעם הער מיט דער מאַדאַם פֿורמאַן; אַ שװערע צײַט פֿאַר די דינסטן אין שטוב; נאָר שװערער פֿון אַלעמען איז דאָס פֿאַר מאָטל פֿרידמאַן! ער פֿילט, װי נידעריק, װי ניט־ערלעך ער באַגײט זיך מיט זײַן חבֿר, װאָס האָט אים כּמעט בײַ זײַן לעבן דערהאַלטן מיט דער ירושה! נאָר די מאַדאַם פֿרידמאַן נעמט אױף זיך די עבֿירה. זי איז ערבֿ פֿאַר אַלץ. זי האָט אַ סך אורזאַכן, אַז דעם שותּף, דעם גראָבן פֿורמאַן, קומט מער ניט װי פֿופֿציק טױזנט רובל. דאָס איז אױך צופֿיל: ער האָט קײנמאָל ניט געאַרבעט, און, פֿאַרקערט, אַלץ געגעסן פֿונעם גרײטן, און זי, די יאַשטשערקע, האָט אױסגעהאַלטן אַ גאַנצע משפּחה מיט טונעיאַדצעס, לײדיקגײערס…

די מלחמה האָט זיך געצױגן אַ פּאָר חדשים. טײַבעלע טרײַבט דעם מאַן, ער זאָל לױפֿן, װײנען, שרײַען, זיך פֿאַרלאָזן אױף מענטשן. פֿרידמאַן איז מרוצה זיך פֿאַרלאָזן אױף מענטשן.

― אױף מענטשן?! ― שרײַט מלכּה פֿרידמאַן. ― אױף מענטשן? מײַן טאַטנס װײַנקעלער? מײַן מאַנס האָרעװאַניע? איך װיל ניט קײן מענטשן! איך דאַרף ניט קײן מענטשן!…

אַן עק ― אַ סוף! שױן צעטײלט. דאַנקען גאָט ― געפּטרט!

בײַ די פֿרידמאַנס איז גאַנץ ליכטיק און פֿרײלעך. דער הער פֿרידמאַן זיצט בײַ זיך אין קאַבינעט, װי תּמיד, איבער זײַנע חשבונות. ער איז שטאַרק פֿאַרטראַכט, און װי אַ קלײן װאָלקנדל פֿליט־דורך איבער זײן געזיכט און לײגט אַ קנײטש אױף זײַן הױכן װײַסן שטערן. נאָר אָט עפֿנט זיך די טיר און עס גײט אַרײַן די מאַדאַם פֿרידמאַן, געזונט און שײן, פֿרײלעך און צופֿרידן. איצט איז זי די אײנציקע באַלעבאָסטע איבערן גאַנצן רײַכטום, שױן פּטור געװאָרן פֿון די שותּפֿים! זי גײט צו צום מאַן, לײגט אַנידער איר פֿעטע האַנט אױף זײַן דאַרער פּלײצע. ער טוט זיך אַ װאָרף און דערזעט מלכּהן. אַ, מלכּה?… ער האָט גאָר ניט געהערט, װי זי איז אַרײַנגעגאַנגען! זי װיל װיסן, װאָס איז ער אַזױ פֿאַרטראַכט, פֿאַרזאָרגט? גאָרניט! גאָרניט! ער פֿאַרענטפֿערט זיך און כאַפּט אַרױס אַ שטיקל פּאַפּיר פֿונעם שופֿלאָד און װײַזט איר מיטן פֿינגער, אָן װערטער. זי קוקט לאַנג־לאַנג, און אַ רױט צװיקל באַדעקט איר געזיכט. אױפֿן שטיקל פּאַפּיר שטײט אַ 5 מיט פֿינף נולן, אָט אַזױ: 500.000.

― דו פֿאַרשטײסט צי נײן? ― זאָגט צו איר מאָטל פֿרידמאַן. ― דו פֿאַרשטײסט צי נײן?…

אָ! זי פֿאַרשטײט שױן זײער גוט! דאָס הײסט אַזױ גרױס, װי פֿינף הונדערט טױזנט רובל! אַ האַלבער מיליאָן!…

דאָס אַכטע קאַפּיטל
אַ מלחמה צװישן דעם אײַזערנעם באַלקאָן אין די רױטע לאָדן

אַלץ איז געװען װי פֿריִער: אי דער שײנער מױער, אי די סקלאַדן, אי די קלײטן, אי די פּריקאַזטשיקעס מיט די װײַסע פֿאַרטעכער, אי דער קאַסיר מיט דער פּען הינטערן אױער ― אַלץ, אַלץ װי פֿריִער. נאָר די גרױסע שילד מיט די גרױסע גילדענע אותיות „פֿרידמאַן עט פֿורמאַן“ איז ניטאָ. אױף איר אָרט הענגט שױן אַן אַנדער שילד אַ גרעסערע און אַ שענערע, מיט שרעקלעך גרױסע בוכשטאַבן: „פֿרידמאַן“. אױבן, אױפֿן אײַזערנעם באַלקאָן, זיצט די מאַדאַם פֿרידמאַן, און אַרום איר זיצן יונגע לײַט, פֿרױען, באַקאַנטע ― און מע טרינקט טײ. עס איז גאַנץ פֿרײלעך; אַלע רײדן און לאַכן. די מאַדאַם פֿרידמאַן קוקט אַראָפּ פֿונעם הױכן באַלקאָן אַקעגן, אױף אַ קלײן װײַס שטיבל מיט רױטע לאָדן בײַ די פֿענצטער. זי לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג פֿונעם דאָזיקן שטיבל. זי זעט, זי פֿילט, װי אַ פּאָר שװאַרצע אױגן קוקן דאָרט דורכן פֿענצטער גלײַך אױף איר מיט קינאה און מיט שׂינאה. די מאַדאַם פֿרידמאַן גײט אין אַ לײַכט װײַס קלײד. איר האַנט ליגט אױף דער פּאַרענטשע פֿונעם באַלקאָן, און אַ גרינג װינטעלע פֿאַרגנבֿעט זיך צו איר אין אַרבל אַרײַן און דעקט אָפּ איר האַנט, איר װײַסע פֿעטע האַנט. די צװײ שװאַרצע אױגן, װאָס קוקן אױף איר דורכן פֿענצטער פֿונעם װײַסן שטיבל מיט די רױטע לאָדן, טרעטן־אָפּ פֿון זײער אָרט, טוען אַ שפּײַ און קערן זיך אום צוריק צום פֿענצטער און קוקן װײַטער אױפֿן באַלקאָן. װיפֿל שמערצן, װיפֿל קינאה, װיפֿל שׂינאה גײען־אַרױס פֿון די דאָזיקע שװאַרצע אױגן צום באַלקאָן, און װיפֿל שלעכטיקײט, װיפֿל נקמה גיסט זיך פֿונעם באַלקאָן אַראָפּ אױף דעם דאָזיקן װײַסן שטיבל מיט די רױטע לאָדן, מיט די שװאַרצע אױגן, װאָס טרעטן קײנמאָל ניט אָפּ פֿונעם פֿענצטער.

אַלע מאָל זעען די שװאַרצע אױגן, װי עס פֿאָרט צו צום טױער אַ גלענצנדער פֿאַעטאָן, און די „געלע“, די גראָבע מאַדאַם פֿרידמאַן, זעצט זיך קױם אַרײַן, און אַ פּאָר טײַערע פֿערדלעך טראָגן זי אַװעק צום טײַך זיך באָדן. אַ גאַנצן טאָג זעען די שװאַרצע אױגן, װי אונטן, אין די סקלאַדן, קאָכט װי אין אַ קעסל, דער עולם שטופּט זיך, מע לײזט געלט, און גרױסע שװערע פּעק מיט סחורה קאַטשעט מען אַרײַן און אַרױס. און אױבן, אױפֿן באַלקאָן, לעבט מען אַ גוטן טאָג. מע פֿרעסט און מע זױפֿט און מע טוט זיך אָן אַלע פֿאַרגעניגנס! די רײַכסטע לײַט פֿאָרן צו אַהין מיט װיזיטן, אָפֿטמאָל טאַנצט מען דאָרט און מען הוליעט אָפּ אַ גאַנצע נאַכט ביזן װײַסן טאָג אַרײַן, און בעת דאָ עפֿנט מען נאָר אױף די רױטע לאָדן, שטײט שױן דאָרט דער לאַקײ אָדער דאָס שטוב־מײדל און טרײסלט אָפּ דעם שטױב פֿון די טײַערע דיװאַנעס מיט די סאַמעטענע קלײדער, און דער שטױב פֿליט און לײגט זיך דאָ אױף די רױטע לאָדן, װי בכּיװן, װי אױף צו־להכעיס… אַז צום באַלקאָן פֿאָרט צו די מאַדאַם שפּיגלגלאָז, די מאַדאַם רעגנבױגן אָדער די מאַדאַם שטעכנהאָלץ, װײסן שױן די שװאַרצע אױגן, װאָס מע רעדט דאָרטן: זײ טרעפֿן, זײ פֿילן, װאָס זאָגט די מאַדאַם שפּיגלגלאָז, װאָס דערצײלט די מאַדאַם רעגנבױגן און פֿון װעמען לאַכט די מאַדאַם שטעכנהאָלץ. און אַז די שװאַרצע אױגן דערזעען אַרױסגײן אױפֿן באַלקאָן אַ הױכן יונגן מאַן מיט לאַנגע בלאָנדע האָר, מיט גרױע אױגן און מיט אַ װײַס געזיכט, קלערן זײ זיך:

„אָט איז ער שױן, איר ,קדיש“! אַ לאַנגער, אַ װײַסער גאַלאַגאַנסקער האָן… זי מײנט, אַז איר באָריס װעט זײַן אַ דאָקטאָר… עס װעט איר נאָך פֿריִער די אױגן אַרױסקריכן, ביז עס װעט אַמאָל עפּעס װערן! אַזױ לאַנג קרענקט זי, װי לאַנג מײַן ראָזע װעט אַפֿילו װעלן קוקן אױף איר באָריסן מיט די לאַנגע פֿיס! אָ! אָט גײט מײַן ראָזעטשקע! טראָגט מיט זיך ביכער, נאָטן. עס קער איר גוט שטעכן, דער „גראָבער“! איך װײס ― זי פֿאַרגינט מיר ניט מיטן גאַנצן האַרצן!“…

„אָ! אָט גײט זי, די ,קאַרלעטשקע‘!“ ― קלערט זיך אין דער דאָזיקער מינוט די מאַדאַם פֿרידמאַן אױפֿן באַלקאָן. ― „פּונקט אַזױ גרױס װי די מאַמע אירע, און גרין אױך אַזױ װי די מאַמע, און מײנט אױך, אַז יעדער קוקט אױף איר און איז זי מקנא. שאַ! זי טראָגט, דאַכט זיך, עפּעס אַ ביכל? אַ גאַנצע מלומדת, אַ קאַטאָװעס אַ ביסל? זי שפּילט אױפֿן טאָפּטשאַן, כאַ־כאַ־כאַ!“…

און אַ בײזער געלעכטער, פֿול מיט סם־המװת, גיסט זיך פֿונעם הױכן אײַזערנעם באַלקאָן אַראָפּ אױפֿן נידעריקן װײַסן שטיבל מיט די רױטע לאָדן. און צװײ שװאַרצע אױגן װאַרפֿן פֿון זיך פֿײַער צוריק אַרױף אױפֿן אײַזערנעם באַלקאָן.

די דאָזיקע צװײ שװאַרצע אױגן געהערן צו דער מאַדאַם פֿורמאַן, און דער שײנער אײַזערנער באַלקאָן ― צו דער מאַדאַם פֿרידמאַן.

ניט מער װי זעכצן־זיבעצן יאָר צוריק זײַנען די דאָזיקע צװײ װײַבלעך געזעסן בײדע אױף אײן קאַנאַפּע, געקנאַקט צוזאַמען ניסלעך, געגעסן אײַנגעמאַכטס, געלאַכט און געשפּעט פֿון דער גאַנצער װעלט, געלעבט װי צװײ שװעסטער, װי צװײ טרײַע ליבנדע שװעסטער ― און אַצינד?

נאָר װי טרױעריק די לאַגע איז געװעזן צװישן אָט די צװײ פֿרױען, איז זי צװישן זײערע מאַנען נאָך טרױעריקער געװען; דער חילוק איז נאָר, װאָס די װײַבער האָבן געפֿירט אַן עפֿנטלעכן קריג צװישן דעם אײַזערנעם באַלקאָן און די רױטע לאָדן, און זײערע מאַנען האָבן מלחמה געהאַלטן צװישן זיך פֿאַרשטעלט, באַהאַלטן, טיף־טיף אין זײערע הערצער. קײנער האָט ניט געקאָנט פֿאַרשטײן, פֿאַרװאָס האָט זיך דער הער פֿורמאַן, זינט ער האָט זיך אָפּגעטײלט פֿונעם הער פֿרידמאַן, פֿאַרשלאָסן בײַ זיך אין שטיבל מיט די רױטע לאָדן, אַזױ אַז מען האָט אים שױן מער ניט געזען, װי ער שפּאַצירט אַרום איבער דער שטאָט מיט אַ פֿאַרריסענער נאָז, מיט אַ גרױסן בױך און מיט די הענט אין די קעשענעס, װי פֿריִער. ער האָט זיך פֿאַרשלאָסן אין דעם דאָזיקן װײַסן שטיבל, װעלכע ער האָט זיך געקױפֿט באַלד נאָך דער „חלוקה“, און האָט צוגעשלאָגן אױף די פֿענצטער שטאַרקע אײַזערנע לאָדן, װאָס אים איז אױסגעקומען אָפּצופֿאַרבן מיט רױטן, און האָט שױן מער ניט געװאָלט אַרױסטרעטן פֿון שטוב, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט אַ סך יאָרן, ליגנדיק אױסגעצױגן אױף אַ האַרטער סיראַטענער סאָפֿע, אָדער זיצנדיק אין אַ סיראַטענער קרעסלע און ציִענדיק אַ פּאַסקודנעם פּאַפּיראָס. ניטאָ שױן אַמאָליקע װײכע פֿאָטעלן! ניטאָ די סאַמעטענע דיװאַנעס! ניטאָ יענע שמעקנדיקע ציגאַרן!…

תּחילת, אַז פֿורמאַן האָט זיך צעטײלט מיט פֿרידמאַנען, האָט ער געװאָלט אױפֿברעכן אַקעגן אים אַ קאָנקורענציע. איז ער אַװעקגעפֿאָרן און האָט געבראַכט אַ גרױסן טראַנספּאָרט װײַן און האָט אין אַ פֿאַרלױף פֿון אַ האַלב יאָר געפּטרט שײנע עטלעכע קערבלעך. האָט ער דערזען, אַז ער קאָן זיך מיט פֿרידמאַנען ניט שפּילן. אין יענער צײַט האָט ער אַ חוץ דעם געפֿירט קעגן דעם שותּף אַ גרױסן פּראָצעס, פֿון װעלכן ער האָט באַדאַרפֿט גליקלעך װערן; אַזױ האָבן אים געזאָגט זײַנע אַדװאָקאַטן. נאָר דער סוף האָט באַװיזן, אַז דאָס װאָס פֿורמאַן פֿלעגט זיך אַזױ גרינג, אומבאַטראַכט חתמענען אױף יעדן פּאַפּיר, װאָס פֿרידמאַן האָט אים אונטערגערוקט, האָט אים געקױלעט ביז גאָר, און דער פּראָצעס האָט אים אױך אָפּגעקאָסט אַ שײנע קאָפּיקע. דעמאָלט האָט פֿורמאַן דערזען, אַז קײן אַנדער געשעפֿט איז ניטאָ, אױסער װי געבן געלט אױף פּראָצענט, זײַן אַ מלװה אָדער אַ „באַנקיר“ ― איז ער געװאָרן אַ באַנקיר.

דער געדאַנק, אַז דער, װאָס דאַרף דאָס געלט, װעט מוזן צו אים אָנקומען, אים בעטן, האָט אים דערהאַלטן בײַם לעבן, און די ערשטע עטלעכע יאָר האָבן די פֿורמאַנס דערזען, אַז נאָך אין צען יאָר אַרום קאָנען זײ װערן גבֿירים, און זײער שכן פֿרידמאַן, פֿליִענדיק און טראַסקענדיק, קאָן פּלאַצן און בלײַבן באַנקראָט, און אפֿשר נאָך אָנקומען צו זײ, צו די פֿורמאַנס, װי אַמאָל… די דאָזיקע זיסע האָפֿענונג האָט זײ געצװוּנגען צו פֿאַרגעסן אָן דעם אומגליק, װאָס זײ האָבן געהאַט, און זײ האָבן גענומען שינדן די פֿעל פֿון זײערע בעלי־חובֿות, רײַסן פּראָצענט פֿון פּראָצענט אױף װאָס די װעלט שטײט!

פֿורמאַן איז שױן קליגער געװאָרן און האָט שױן אָנגעהױבן היטן חשבון: זײַן פֿריִערדיקער שותּף האָט אים געקאָסט גענוג רבי־געלט. און װי גליקלעך זײַנען זײ געװען דעם טאָג, װען זײ האָבן דערהערט, אַז מע רעדט אױף פֿרידמאַנען עפּעס ניט פֿרײלעך, גאָר ניט פֿרײלעך, זײער־זײער ניט פֿרײלעך! פֿורמאַן האָט נאָכאַמאָל איבערגערעכנט דאָס „װאָכצעטל“ און האָט דערזען, אַז איבעראַיאָר קאָן געמאָלט זײַן, ער זאָל האָבן אַ הונדערט טױזנט רובל! דאָס יאָר איז אַװעקגעגאַנגען; פֿרידמאַן האָט אָנגעהױבן נאָך מער גלאַנצן, נאָך מער קלינגען אױף דער װעלט, און זײ, די פֿורמאַנס, האָט אײן פּריץ אָנגעזעצט פֿופֿציק טױזנט רובל. װידער אַ פּראָצעס, װידער אַדװאָקאַטן, װידער אומזיסטיקע הוצאָות מיט אומזיסטיקער מי. נײן! מע דאַרף זײַן נאָך מער געהיט און מע דאַרף רײַסן די הױט!… מע דאַרף לעבן מיט חשבון און מע דאַרף היטן דאָס קערבל! װאָס װעט זאָגן דער אײַזערנער באַלקאָן, אַז די רױטע לאָדן װעלן בלײַבן אָן אַ גראָשן געלט?… און די פֿורמאַנס זײַנען געװאָרן אַזױ קאַרג, אַז קײן אָרעמאַן האָט ניט אַריבערגעטרעטן זײער שװעל; קײן אָרעמער קרובֿ איז שױן מער צו זײ ניט געקומען; דעם „פֿעטער דן“ האָט פֿורמאַן אָן צערעמאָניעס אַרױסגעטריבן און זײַן גאַנץ ביטער האַרץ האָט ער אױסגעלאָזט צו אים. אַפֿילו די גאָלדענע משפּחה פֿון רב לײבצי רב פּינחסלס פֿאַמיליע האָט שױן אױך מורא געהאַט באַװײַזן זיך צו די פֿורמאַנס. טײַבעלע האָט דאָס אַפֿילו ניט געװאָלט לײַדן, נאָר פֿון דער צײַט אָן, װאָס זײ האָט אָנגעהױבן דאָס גליק גײן צוריק איז מאיר געװאָרן אַזױ צערײצט און צעבײזערט, אַז טײַבעלע האָט אָנגעהױבן פֿאַר אים דרך־ארץ האָבן, מורא האָבן, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז פֿורמאַן איז געװאָרן אַ דעספּאָט בײַ זיך אין הױז, אַ טיראַן, װאָס יעדער האָט געציטערט פֿאַר זײַן פּאַרע, פֿאַר זײַן קוק. אַ שטילער פֿון שטענדיק אָן, האָט פֿורמאַן נאָך מער פֿײַנט געהאַט אַצינד צו רײדן, פֿאַרברענגען, װי דער שטײגער איז, מיטן װײַב, מיטן קינד, און האָט זײ שטרענג פֿאַרבאָטן, אַז דער נאָמען „פֿרידמאַן“ זאָל ניט דערמאָנט װערן בײַ אים אין שטוב!… אױף טײַבעלען איז געקומען אַ שװערע צײַט, דאָס לעבן איז איר קײן לעבן ניט געװען: פֿון אײן זײַט דער מאַן דער דעספּאָט, און פֿון דער אַנדערער זײַט דער אײַזערנער באַלקאָן. און גאָט װײס, צו װאָס זײ װאָלטן געקומען, װען ניט איר אײנציקער טרײסט אױף דער װעלט, איר טײַערסטער חיות, איר אײנציקע טאָכטער, איר קינד ― ראָזעטשקע, מיט װעלכער זי האָט פֿאַרבראַכט אירע גאַנצע יאָרן און טעג, און פֿאַר װעלכער איר האַרץ איז געװען תּמיד אָפֿן. נאָר דאָס דאָזיקע קינד האָט געזען און געפֿילט, װיִאַזױ איר מוטער לעבט, װאָס זי טראָגט איבער ― זי האָט איר אָבער ניט געקאָנט העלפֿן מיט גאָרניט: ערשטנס, איז זי אױך געװען דאָס זעלבע שװאַכע באַשעפֿעניש, װי איר מוטער, און, צװײטנס… נאָר דאָס װערט בײַ אונדז דערצײלט אין פֿאָלגנדיקן קאַפּיטל.

דאָס נײַנטע קאַפּיטל
אַ פֿלאַם־פֿײַעריקע ליבע צװישן דעם אײַזערנעם באַלקאָן און די רױטע לאָדן

דער אײַזערנער באַלקאָן און די רױטע לאָדן זײַנען געװען פֿאַרבונדן צװישן זיך ניט נאָר מיט קריג אַלײן, ניט נאָר מיט קינאה, מיט שׂינאה, מיט נקמה און מיט שלעכטיקײט; דעם אײַזערנעם באַלקאָן מיט די רױטע לאָדן האָבן, אַחוץ דעם, פֿאַרבונדן צװײ יונגע הערצער מיט די שטאַרקסטע קײטן פֿון דער ערשטער, זיסער און צױבערלעכער ליבע! ניט אײן מאָל האָט דער אײַזערנער באַלקאָן געשיקט צו די רױטע לאָדן הײסע, פֿלאַם־פֿײַעריקע בריװעלעך, און די רױטע לאָדן האָבן געענטפֿערט דעם אײַזערנעם באַלקאָן מיט זודיקע װערטער, מיט ברענענדיקע אױגן, מיט קלינגענדיקע קושן. דער אײַזערנער באַלקאָן האָט ניט געקאָנט לעבן אָן די רױטע לאָדן, און די רױטע לאָדן האָבן פֿאַרגאָסן הײסע טרערן, װען זײ האָבן ניט געזען פֿאַר זיך דעם אײַזערנעם באַלקאָן.

באָריס פֿרידמאַן און ראָזע פֿורמאַן, װאָס זײַנען פֿון קינדװײַז געװאַקסן אונטער אײן דאַך, דערצױגן געװאָרן גלײַך, געלערנט בײַ אײן לערער, האָבן זיך די ערשטע יאָרן פֿײַנט געהאַט אַזױ שטאַרק, אַז ניט אײן מאָל האָבן זיך איבער זײ די מוטערס צװישן זיך געקריגט און געריסן. באָריס האָט תּמיד בײַגעקומען די קלײנע ראָזעטשקע און האָט זי אָפֿטמאָל געשלאָגן פֿאַר איר װײנען, פֿאַר איר בלאָזן זיך, פֿאַר איר גדלות און אַלע אירע אַנדערע מעלות, װאָס זי האָט געהאַט בירושה פֿון איר טאַטן. באָריס, פֿאַרקערט, איז געװען אַ פֿרײלעכער, אַ לעבעדיקער, אַ געזונטער יונגאַטש און האָט ניט געקאָנט סובֿל זײַן ראָזעטשקעס קװיטשענדיק קולכל און האָט ניט געקאָנט אָנקוקן אירע שטענדיקע פֿאַרװײנטע שװאַרצע אױגלעך. ביז ער האָט זיך גאָר אױפֿגערעדט מיט איר צו באַגעגענען. און אַזױ איז אַװעקגעגאַנגען אַ צײַט מיט יאָרן.

אין דער דאָזיקער צײַט איז ראָזע געװאַקסן אַלײן, אָן חבֿרטעס, אָן באַקאַנטע, און אירע יונגע קינדערשע יאָרן זײַנען געגאַנגען זײער אומעטיק, אײנפֿאַך, טרױעריק: די מוטער איז געװען פֿאַרנומען פֿריִער מיט פּליאָטקעס, נאָכדעם מיטן פּראָצעס, און צולעצט מיטן אײַזערנעם באַלקאָן, פֿון װעלכן זי האָט קײן אױג ניט אַראָפּגעלאָזט. און דער פֿאָטער האָט איר פֿון קינדװײַז אָן באַװיזן, אַז ער איז אַ פֿאָטער און פֿאַר אים דאַרף זי דרך־ארץ האָבן. זעלטן האָט זי זיך געזען מיטן פֿאָטער: קומענדיק פֿונעם שרײַבער, האָט זי אַלײן אָפּגעגעסן און גענומען זיך צום ביכל; צום פֿאָטער אין קאַבינעט אַרײַן האָט זי מורא געהאַט אַרײַנטרעטן, סײַדן אַמאָל פֿאַרגנבֿענען זיך, דורך אַ שפּאַרונקעלע כאַפּן אַ קוק ― און אַנטלױפֿן. מיט דער מוטער האָט זי יאָ ליב געהאַט צו זיצן און דערצײלן איר מעשׂיות, נאָר מײנסטנטײל האָט די מוטער פֿאַרבראַכט בײַם פֿענצטער, קוקנדיק אַרױף אױפֿן באַלקאָן, ― און אין יענער צײַט האָט מען זי ניט געטאָרט אָנרירן און איבערשלאָגן איר די געדאַנקען, און ניט אײן מאָל האָט ראָזעטשקע געכאַפּט פּעטש פֿון דער מוטער דערפֿאַר, װאָס זי איז געקראָכן צו איר דעמאָלט, בעת זי איז געזעסן בײַם פֿענצטער און געקוקט אַרױף אױפֿן באַלקאָן. פֿון דעמאָלט אָן האָט שױן דאָס קינד געװוּסט, אַז װען די מוטער זיצט בײַם פֿענצטער און קוקט אַהין, טאָר מען צו איר ניט צוגײן…

ערשט דעמאָלט, אַז ראָזע איז אַלט געװאָרן דרײַצן יאָר און איז שױן געגאַנגען אין פּאַנסיאָן, איז זי געװאָר געװאָרן, װאָס באַטײַט אָט דער דאָזיקער אײַזערנער באַלקאָן און פֿאַרװאָס קוקט אַהין די מוטער מיט אַזאַ פֿײַער. װיפֿל שרעקלעכע זאַכן האָט ראָזע זיך דעמאָלט אָנגעהערט פֿון דער מוטער! פֿון װיפֿל שלעכטיקײט, פֿאַרדאָרבנקײט און אומדאַנקבאַרקײט איז זי געװאָר געװאָרן צו דרײַצן יאָר!

― מאַמעניו! טײַערע מאַמע! קוק גאָר ניט אַהין!…

און אַלײן פֿלעגט זי זיך פֿאַרגנבֿענען און כאַפּן אַ קוק אַרױף, אױפֿן באַלקאָן, און לאַנג־לאַנג קוקן אױף דער גראָבער מאַדאַם פֿרידמאַן, װיִאַזױ זי װאַרפֿט זיך אַרײַן אין דער קאַרעטע אַרײַן און פֿליט אַרום צװישן די קלײטן און ברענגט צו פֿירן אַהײם פּעק מיט סחורה, מיט עסנװאַרג, און װיִאַזױ געסט פֿאָרן צו און פֿאָרן אָפּ ― און זײ, די פֿורמאַנס, קוקן ניט אָן כּמעט די ליכטיקע שײַן, קײנער פֿאָרט צו זײ ניט, און זײ קענען זיך מיט קײנעם ניט, און אין שטוב פֿירט מען זיך װי בײַ דעם ערגסטן קבצן: דער פֿאָטער טײלט אַלײן אַרױס אין מאַרק אַרײַן, און נעמט־אָפּ חשבון בײַ דער ייִדענע פֿון פֿלײש, פֿון זאַלץ און פֿון ציבעלעס, און אַמאָל צעבײזערט ער זיך אַזױ אױף דער מוטער, אַז זי פֿאַלט אַרײַן אין בעט אַרײַן און באַװאַשט זיך מיט טרערן.

― דו פֿאַרגעסט זיך? ― שרײַט אױף איר דער פֿאָטער. ― דו װילסט מיך בדלות שטעלן, איך זאָל דאַרפֿן גײן איבער די הײַזער איבער דיר, דו אױסברענגערין? אַלע טאָג אַ האַלב פֿונט ליכט? װער פֿאַרמאָגט דאָס אַלע טאָג צװײ פֿונט פֿלײש? גענוג אײן מאָל אין טאָג עסן פֿלײש בײַ אָט אַזאַ יקרות! עס איז נאָך קאַרג, װאָס די קעכין באַגנבֿעט מיך אַלע טאָג, אַלע שעה, אַלע מינוט, אַלע רגע, און מע צעטראָגט מיר די בײנער פֿון אַלע זײַטן? מע ראַבעװעט, מע גזלט, מע רײַסט פֿון די הענט, און קײנער זאָגט ניט אַ װאָרט!…

די מוטער ליגט מיטן פּנים אין קישן, און די טאָכטער זיצט נאָענט נעבן איר און ציטערט, װי אַ שעפֿעלע. זי האָט מורא אױפֿהײבן די אױגן, און איז זיך מחיה, װאָס „ער“ איז שױן אַנטשװיגן געװאָרן. דער פֿאָטער הײסט בײַ די דאָזיקע צװײ פֿרױען „ער“; קײן אַנדער נאָמען האָט ער בײַ זײ ניט.

― שטײ אױף, מאַמע, „ער“ איז שױן אַנטשװיגן געװאָרן און ליגט שױן אױף דער סעראַטענער סאָפֿע…

טײַבעלע שטײט אױף מיט רױטע אױגן, און צװישן דער מוטער מיט דער טאָכטער פֿאַרבינדט זיך אַ לאַנגער שמועס, נאָר שטיל, קױם װאָס מע הערט. פֿון אַלץ, פֿון אַלץ װערט דאָ איבערגערעדט: װיִאַזױ זי, טײַבעלע, איז אַמאָל געװען גליקלעך. װיִאַזױ זײ זײַנען אַמאָל געװען רײַך. אמת, זײ זײַנען אַצינד אױך ניט אָרעם; עס קאָן זײַן, אַז זײ זײַנען אַצינד רײַכער װי אַמאָל, נאָר זי װײס עס ניט. דאָס װײס „ער“… „ער“ האַלט דאָס געלט אין קאַסטן, אין דעם אײַזערנעם קאַסטן. דאָרט ליגן אַ סך פּאַפּירן, װעקסלען, דאָקומענטן, באַנקאָװע בילעטן, משכּנות, געלט, און נאָר „ער“ אַלײן גײט צום קאַסטן. „ער“ האַלט בײַ זיך די שליסעלעך, און זי האָט מורא צו זײ זיך צוצורירן. זי װיל אים ניט פֿרעגן: זי איז גערן, אַז „ער“ טשעפּעט זי ניט. און אַלץ איבער זײ, איבער אָט די מערדער, װאָס אױפֿן אײַזערנעם באַלקאָן!…

― װאָס איז דאָרט בײַ אײַך פֿאַר סודות? ― שרײַט פֿורמאַן, ליגנדיק אױף דער סעראַטענער סאָפֿע.

פֿורמאַן ציטערט פֿאַר אַ שאָרך… ער האָט מורא פֿאַר גנבֿים, פֿאַר גזלנים, מע זאָל אים חלילה ניט באַפֿאַלן. ער פֿאַרלאָזט זיך אױף קײנעם ניט. אַלײן פֿאַרמאַכט ער אַלע נאַכט די רױטע לאָדן, פֿאַרשליסט די טיר און כאַפּט זיך אױף עטלעכע מאָל אין דער נאַכט און טאַפּט דעם אײַזערנעם קאַסטן, די שליסל. אױף יעדן באַזונדער קוקט ער מיט מורא, מיט חשד. יעדער איז אים עפּעס װי פֿאַרדעכטיק. אַפֿילו דאָס װײַב, דאָס קינד װאַרפֿן אױך אױף אים אָן אַ מרה־שחורה, בעת זײ זיצן אין שלאָפֿצימער און שושקען זיך שטילערהײט… װער װײס? אפֿשר רײדן זײ זיך עפּעס אָן צװישן זיך? אפֿשר פֿאַרטראַכטן זײ אַ שלעכטע מחשבֿה קעגן אים?…

― ראָזעלע! ראָזעלע! קום נאָר אַהער, ראָזעלע!

מיט אַראָפּגעלאָזטע אױגן, אַ בלאַסע, אַ דערשראָקענע, גײט זי צו צום פֿאָטער.

― קום אַהער! קום אַהער נענטער! קוק נאָר אָן אַ ביסל, װי זי האָט עס מורא… איך װעל דיך ניט אױפֿעסן! איך בין ניט קײן דאָס!… זאָג נאָר, טאָכטער, װאָס איז דאָרטן געװען בײַ אײַך פֿאַר אַ דאָס? װאָס האָט דיך די מאַמע עפּעס געזאָגט אַזעלכעס? זאָג נאָר דעם דאָס… דעם אמת! זאָג אױס, האָב קײן מורא ניט פֿאַר דאָס!…

נאָר אַמאָל, זײער זעלטן, טרעפֿט זיך בײַ אים אױך אַ גוטע שעה. ער װערט עפּעס װי לעבעדיקער, מונטערער און װײכער. ער קוקט דעם װײַב אין די אױגן אַרײַן, װי אײנער, װאָס פֿילט זיך, אַז ער איז שולדיק. ער מאַכט מיט איר אַ רײד װעגן דער טאָכטער, װעגן זײער אײנציקער טאָכטער:

― הערסט, טײַבעלע, דאָס… איך מײן אַקעגן דעם… ראָזעלע איז שױן, קײן עין־הרע, אַ דאָס… אַ פֿײַן מײדל. מע װאָלט שױן באַדאַרפֿט אַ טראַכט טאָן מכּוח אַ דאָס… דאַנקען גאָט, אַ ביסל דאָס איז פֿאַראַן… ניט קײן סך ― אַזױ, קײן מעשׂה ניט (ער טוט זיך אַ טאַפּ אין קעשענע בײַ די שליסעלעך)… פֿאַרשטײט זיך, אױב מע װעט אונדז אָפּגעבן אַלע דאָס… אױב עס װעט ניט זײַן חלילה קײן אָנזעצן בײַ הײַנטיקע דאָס… פֿון ראָזעלעס װעגן האָב איך אָפּגעלײגט באַזונדער אַ ביסל דאָס (ער קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן)… זאָלסט איר נאָר ניט זאָגן, טײַבעלע! אַ קינד, װאָס טױג דאָס איר צו װיסן? אַז עס װעט קומען די דאָס… די צײַט, װעט זי אַלײן װיסן…

טײַבעלע פֿאַרגעסט זיך: זי מײנט, אַז דאָס איז אַמאָליקע יאָרן, בעת זי האָט געקאָנט אַ געשרײ טאָן אױף מאירן, אַזױ אַז ער זאָל צובײַסן די צונג. זי שטעלט אָן אירע שװאַרצע אױגן אױף איר מאַן און הײבט אָן צו טענהן פֿאַר איר קינד:

― איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס איז דאָ פֿאַראַן מורא צו האָבן פֿאַר אַן אײגן קינד? ובפֿרט…

― שאַ־שאַ ― הײבט אױף איר אָן מאיר צו שרײַען, מאַכנדיק מיט די הענט. ― זע נאָר, װי מען האָט איר דאָ אָנגערירט דעם דאָס… דעם האָנאָר! איך זאָל דיך װעלן פֿאָלגן, װאָלטן מיר שױן לאַנג באַדאַרפֿט גײן אין די דאָס… אין די הײַזער! דו קערסט מײנען, אַז בײַ מיר איז פֿולע קאַסטנס מיט דאָס?…

די מאַדאַם פֿורמאַן גײט אַװעק פֿונעם מאַן מיט אַ ביטער האַרץ, ― און עס גײען װײַטער אַװעק פֿינצטערע, װיסטע, טרױעריקע טעג, לאַנג־לאַנג, אָן אַ סוף, אָן אַן עק! די מוטער זוכט איר טרײסט בײַ איר קינד, בײַ איר אײנציקער טאָכטער, בײַ איר טײַערער געטרײַער ראָזעטשקע, און איר טײַערע געטרײַע ראָזעטשקע זוכט איר טרײסט אין אַ בײגעלע פּאָסט־פּאַפּיר, װעלכע איז באַשריבן געדיכט פֿון אַלע פֿיר זײַטן, מיט אַ סך פּאַסיקלעך און מיט אַ סך פּינטעלעך. אין דעם דאָזיקן בײגעלע פּאָסט־פּאַפּיר, װעלכן ראָזע טראָגט בײַ זיך אױפֿן האַרצן און לײענט דאָס נאָר באַנאַכט, בײַ אַ צװײ־גראָשנדיק ליכטל, בעת די גאַנצע שטוב שלאָפֿט שױן לאַנג, שטײט געשריבן דאָס דאָזיקע:

„מײַן נשמה, מײַן לעבן, מײַן מלאך ― ראָזע!… דאָס ליבסטע װאָרט, דער גרעסטער טיטל װעט זײַן נאָר אַ באַלײדיקונג פֿאַר מײַן ליבע צו דיר. מײַן טײַער לעבן! אַך, פֿאַר װאָס בין איך אַזױ געשטראָפֿט, אַז איך מוז מיט דיר רעדן אױף פּאַפּיר? װאָס האָבן מיר אַזעלכעס פֿאַרזינדיקט? מיר דאַכט, אַז אין די דרײַ יאָר, װאָס אונדזערע הערצער זײַנען צונױפֿגעקניפּט געװאָרן מיט דער זיסער אײביקער ליבע, האָבן מיר אױסער שמערצן קײן גוטע שעה ניט פֿאַרזוכט? נאָר, דאַנקען גאָט, איך קאָן דיר פֿאַרזיכערן, אַז דאָס איז שױן דאָס לעצטע יאָר, דער לעצטער חודש, די לעצטע װאָך, דו הערסט? ― די לעצטע װאָך פֿון אונדזער אַרעסט! ניט מער װי אין פֿינף טעג אַרום ענדיקט זיך בײַ מיר דער עקזאַמען, און איך פֿאָר… נײן! איך פֿלי צו מײַן טײַערער, טײַערער, טײַערער ראָזע אױף תּמיד, אױף אײביק־אײביק, מײַן ראָזע, מײַן שמעקנדיקע, מײַן בליִענדיקע ראָזע, מײַן אײביקער און מײַן אײנציקער פֿרײַנט אױף דער גאַנצער װעלט!…

פֿון מיר דײַן פֿרײַנט, דײַן ברודער און דײַן אױסלײזער,
װאָס דערװאַרט שױן די מינוט די רגע צו זען דיך,
װאָס קושט די ערד װוּ דײַן פֿוס טרעט,
װאָס לעבט אינגאַנצן נאָר צוליב דיר,
װאָס טראָגט דײַן פּאָרטרעט בײַ זיך אױפֿן האַרצן,
װאָס בעט גאָט פֿאַר דיר שטענדיק,
װאָס בוקט זיך דיר פֿון װײַטן,
באָריס פֿרידמאַן“.

דאָס צענטע קאַפּיטל
װוּ עס װערט באַשריבן, װיִאַזױ אַ ייִדישער פּרינץ, פֿון װעלכן עס דאַרף אַרױס אַ פּראָפֿעסאָר, אָדער, לכל־הפּחות, אַ דאָקטאָר, גיט־אָפּ גלענצנד דעם עקזאַמען און פֿאָרט טאַנצנדיק און זינגענדיק אַהײם

אונדזער העלד, באָריס פֿרידמאַן, גײט־אום מיט ברײטע שפּאַן איבערן צימער, און רײַבנדיק זיך דעם שטערן, כאַפּט ער זיך אַ סך מאָל צום ביכל און לײגט דאָס װידער אַװעק, אַזױ לאַנג, ביז ער טוט אַ שמיץ די ביכער אָן דער ערד און כאַפּט אַ בײגעלע פּאָסט־פּאַפּיר און שרײַבט אָן אײנע פֿון די דאָזיקע בריװ, װאָס מיר האָבן שױן געהאַט די מעגלעכקײט פֿאָרצושטעלן פֿאַר אונדזערע לײענער אין דעם פֿאָריקן קאַפּיטל. ער טראָגט אַלײן אָפּ דאָס בריװל אױף דער פּאָסט, און גײט פֿון דאָרטן גלײַך אין טעאַטער אַרײַן. אױף מאָרגן שטײט ער אױף מיט אַ קאָפּװײטיק און קאָן ניט גײן אין גימנאַזיע צום עקזאַמען. נאָכדעם קומט צו אים דער רעפּעטיטאָר און זאָגט אים מוסר און דערמאָנט אים, אַז ער קאָן בלײַבן אױפֿן צװײטן יאָר אין לעצטן קלאַס, און דער פֿאָטער װעט זײַן דערפֿאַר שטאַרק ברוגז. אונדזער העלד װײנט אַזױ לאַנג, ביז ער פֿאַלט אַרױף דעם לערער אױפֿן האַלדז און דערצײלט אים מיט טרערן פֿון זײַן ליבע, פֿון זײַן ראָזע, פֿון זײַן טײַערער, טײַערער ראָזע! דער לערער איז אױך ניט מער װי אַ יונגער מענטש מיט אַ װײך װאַרעם האַרץ, קוקט ער אױפֿן שילער און שאָקלט מיטן קאָפּ און פּינטלט מיט די אױגן. ער דערמאָנט זיך אַצינד, װיִאַזױ ער האָט אַלײן אַמאָל געהאַט אַ שײן מײדל מיט אַ זיס קול און מיט ברענענדיקע אױגן. װיִאַזױ ער האָט אָן איר ניט געקאָנט לעבן. װיִאַזױ זי האָט געקוקט אױף אים און האָט צו אים געזאָגט: „אַך! דײַנע האָר! דײַנע האָר!“… פֿאַרשטײט זיך, אַז בײגעלמאַן (אַזױ הײסט דער לערער) איז אין זײַן ליבע ניט גליקלעך געװען און האָט שױן לאַנג פֿאַרגעסן דאָס שײנע מײדל מיט די פֿײַערדיקע אױגן. דאָך איז בײַ אים אין האַרצן געבליבן אַ פֿונק, װאָס צאַנקט נאָך ערגעץ טיף־טיף אין דער נשמה, און אַ קלײן װינטעלע קאָן דאָס נאָך אַמאָל צעבלאָזן, עס זאָל דערפֿון װערן אַ פֿײַערל. בײגעלמאַן פֿאַרשטײט דעם שילער: נאָר װײַל בײגעלמאַן איז שױן ניט קײן ייִנגל און האָט שױן אױף זײַן לעבן ניט אײן מאָל זיך געלײגט שלאָפֿן אַ הונגעריקער, דעריבער פֿרעגט ער דעם שילער אַ קלאָץ־קשיא:

― יאָ, באָריס, אַלץ איז רעכט! װאָס זשע װעט אָבער זײַן דער תּכלית? דו דאַרפֿסט דאָך אָפּגעבן דעם עקזאַמען! מע װעט דאָך דיך אַרױסטרײַבן פֿון גימנאַזיע! דײַן פֿאָטער װעט דיך אױף דער שװעל צו זיך ניט אַרױפֿלאָזן. ער װיל דיך זען נאָר אַ פּראָפֿעסאָר, אָדער, לכל־הפּחות, אַ דאָקטאָר… דו קאָסט אים שױן אָפּ אַזױ פֿיל גאָלד! דו דאַרפֿסט…

באָריס פֿאַרשטעלט אים דאָס מױל מיט דער האַנט און לאָזט אים גאָר ניט רעדן װײַטער. װאָס מיר געלט? װאָס מיר פּראָפֿעסאָר? ראָזע, ראָזע איז מײַן פּראָפֿעסאָר!…

― יאָ, ביסט טאַקע גערעכט: ראָזע איז דײַן פּראָפֿעסאָר. װאָס װעסטו אָבער טאָן, אַז דו װעסט שױן מיט איר אַנטלױפֿן און חתונה האָבן? װוּ װעסטו נעמען מיטלען צום לעבן? עסן, טרינקען?…

― בײגעלמאַן! װאָס רעדט איר? װי קומט דאָס גאָר צו אײַך, איז איר זאָלט גאָר אַזעלכעס פֿרעגן? און מײַנע הענט? און האָלץ האַקן? און ערד גראָבן? און זעקלעך טראָגן?…

בײגעלמאַן שאָקלט מיטן קאָפּ, קוקנדיק אױפֿן זײגער, און מיט אַ ביטער שמײכעלע גײט ער אַװעק צו זײַנע איבעריקע שילער. און באָריס, דער קינפֿטיקער האָלצהאַקער, ערדגרעבער און זעקלטרעגער, עסט דערװײַל אַ שײנעם אָנבײַסן, פֿאַרטרינקט מיט אַ גוט גלאָז װײַן און פֿאַררױכערט אַ טײַערן ציגאַר. דער זעקלטרעגער גײט זיך דורך אַ ביסל אין מאַרק צװישן די קלײטן, װוּ די קרעמער פֿרײען זיך, אַז זײ דערזעען אים פֿון װײַטן, און ברענגט אַהײם אַ נײַע פּאָר הענטשקעס, צװײ פֿלעשלעך פּאַרפֿומען, גליצערין־זײף, אַ שפּאָגל־נײַעם שניפּס, װאָס פֿאַרשפּיליעט זיך פֿון בײדע זײַטן, אַ האַלב טוץ נײַ־מאָדישע העמדער, אַ גוטן טשעמאָדאַן, אַ פּאָר מעשענע לײַכטער מיט אַ טוץ מעסער און גאָפּלען, מיט נאָך אַ סך זאַכן, װאָס ער דאַרף זײ אױף כּפּרות האָבן; נאָר דאָס איז שױן בײַ אים אַזאַ חלאַת, אַזאַ שלאַפֿקײט פֿון שטענדיק ― אױסגעבן געלט און קױפֿן אַלץ, װאָס דאָס אױג דערזעט.

די טעג פֿונעם עקזאַמען האָבן זיך שױן געענדיקט, און אָט איז שױן דער לעצטער טאָג אין גימנאַזיע ― דער אַקט. אָט פֿליט מיט רױטע פֿאַרפֿלאַמטע באַקן גאָלדנשטאַדט אַהײם מיט דער ערשטער „נאַגראַדע“ אונטערן אָרעם. ער װעט קומען אַהײם װי אַ העלד, װאָס האָט אײַנגענומען די מלחמה און פֿאָרט אַצינד מיט טריומף, און אַלע מענטשן, אַלע בײמער, אַלע װינקעלעך שרײַען אים „הוראַ!“

אַ בלאַסער, אַ געלער פֿאַר כּעס, פֿאַר קינאה, שטײט זילבערשטאַדט אָן אַ זײַט און איז גרײט צערײַסן די לערערס דערפֿאַר, װאָס גאָלדענשטאַדטן האָט מען געשענקט די ערשטע „נאַגראַדע“, און אים, זילבערשטאַדטן, װאָס האָט אַ גאַנץ יאָר אַזױ ערנסט, אַזױ געטרײַ געהאָרעװעט, ― האָט מען געגעבן אַ פֿײַג, ניט קײן „נאַגראַדע“…

אַ טױטער שטײט אײַזנשטאַדט אין אַ װינקעלע ― ער, אײַזנשטאַדט, האָט ניט אױסגעהאַלטן דעם עקזאַמען! װי אַזױ װעט ער קומען אַהײם צו אָרעמען פֿאָטער, צום שנײַדער, װעלכער האָט פֿון זיך די קלײ געצױגן און זיך אױסגעבראַכט אױפֿן זון? די מאַשין פֿאַרזעצט, געהאָרעװעט ביז אַן אױג איז אים אױסגערונען ― און צום סוף!…

און אונדזער פּרינץ, באָריס פֿרידמאַן, דרײט זיך אױך דאָ אַרום אינעם טײַערן גאַרניטער, אױסגעזײפֿט, אױסגעשמירט מיט שמעקנדיקע טראָפּנס און פֿאַרקעמט װי אַ מײדעלע, מיט אַ װײַסן שרונט איבערן גאַנצן קאָפּ. ער װײס, אַז אין זײן בילעט שטײט: увольняетсяקװיט, נאָר ער דרײט זיך דאָ אַרום אַ פֿאַרטראַכטער, אַ װאַזשנער, גלײַך װי ער איז אַרײַנגעגאַנגען אַהער פֿון דער גאַס אַ קוק געבן, װאָס טוט זיך דאָ. און דאָרטן, אין װינקל, שטײט אײַזנשטאַדט, דער בידנע אײַזנשטאַדט מיט די גרױסע אױגן, אױף אַן אָרט, פּונקט װי אַ פֿאַרגליװערטער.

פֿונדעסטװעגן, זאָרגט ניט: באָריס פֿרידמאַן פֿאָרט אַהײם מיט אַ גאַנצע קאָמפּאַניע חבֿרים, װעלכע ער פֿירט צו זיך אױף זײַנע הוצאָות. אַ פֿרײלעכער װעג! זומער. די פֿעלדער זײַנען גרין. די זון באַקט. די שטײנער פֿונעם שאָסײ גליִען, און די פֿערד טראָגן דעם עקיפּאַזש כּמעט אין דער לופֿטן. אײן װערסט נאָכן אַנדערן פֿליִען פֿאַרבײַ די אױגן, און „חבֿרה“ עפֿענען אױף די געמבעס און מע זינגט צוזאַמען, אַלע מאָל אַן אַנדער לידל. שטאַרקער פֿון אַלע שרײַט גאָלדנשטאַדט. אין דעם דאָזיקן יונגן מענטשן זינגט די ערשטע „נאַגראַדע“. אים ציט נאָך זילבערשטאַדט מיט אַ שרעקלעכן באַס, װאָס בײזערט זיך אױף דער װעלט פֿאַר דעם אומרעכט, װאָס עקזיסטירט נאָך אױף דער ערד. נאָר אײן אײַזנשטאַדט זיצט אײַנגעהױקערט און טראַכט װעגן זײַן אָרעמען פֿאָטער, דעם שנײַדער, װאָס האָט געפּטרט אַן אױג איבערן זון… נאָר פֿרידמאַן, גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט לאָזט אים לאַנג נישט טראַכטן: זײ שטורכן אים אונטער פֿון אַלע זײַטן, ער זאָל אױך זינגען מיט זײ.

און אײַזנשטאַדט עפֿנט־אױף דאָס מױל, פֿאַרקרימט זיך אַזױ זױער און לאָזט אַרױס אַזאַ משונה־נאַריש קול, אַז חבֿרה װערן שיעור נישט צעזעצט פֿאַר געלעכטער.

אין יעדער קרעטשמע שטעלט מען זיך אָפּ. מע נעמט צו קאַפּעלעך. מען דאַרף באַװײַזן, אַז מען איז שױן „גרױסע“… מע פֿאַלט פֿון די פֿיס. מע לאַכט פֿון אײַזנשטאַדטן. אײַזנשטאַדט אַלײן לאַכט שױן אױך ― און מע פֿאָרט װײַטער.

אױפֿן צװײטן טאָג קומט מען אַהײם, צו פֿרידמאַנען. פֿיר יונגאַטשעס שפּרינגען־אַרױס פֿונעם װאָגן, און דער העכערער פֿון אַלע, מיט לאַנגע בלאָנדע האָר, מיט רױטע בעקלעך, עלעגאַנט געקלײדט, מיט אַ רײַזעטאַש איבער די פּלײצעס, מיט אַ גילדענער פּענע, פֿליט דער ערשטער אױפֿן באַלקאָן, אױפֿן באַקאַנטן אײַזערנעם באַלקאָן, און פֿאַלט־אַרױף דעם פֿאָטער און דער מוטער אױפֿן האַלדז, און מע קושט זיך אײן מאָל, און צװײ מאָל, און דרײַ מאָל, און נאָך אַמאָל, און װידער אַמאָל. מאָטל און מלכּה װײסן שױן גאַנץ גוט פֿונעם אומגליק, װאָס זײער זון האָט געטראָפֿן: װי אַזױ מע האָט אים נעבעך אױפֿן עקזאַמען געמוטשעט, װי אַזױ אײנער פֿון די לערערס האָט אים נעבעך אומזיסט־אומנישט „געשניטן“. דערפֿון האָט זײ שױן באָריס לאַנג געשריבן, און דער לערער, בײגעלמאַן, האָט אױך געשריבן, אַז די מעשׂה איז לױטער אמת…

― אָט זײַנען מײַנע חבֿרים: גאָלדנשטאַדט, זילבערשטאַדט און אײַזנשטאַדט, מיט װעלכע איך בין געקומען אַהער פֿאַרברענגען די װאַקאַציעס, איר קאָנט זײ פֿרעגן; זײ װײסן דעם אמת. אָט דער דאָזיקער אײַזנשטאַדט האָט אױך דעם זעלבן אומגליק, װאָס איך. אַיאָ, אײַזנשטאַדט? איך זאָג אמת, צי נײן?…

אײַזנשטאַדט, װאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין אַזאַ רײַכער שטוב, שטײט און פּינטלט מיט די אױגן.

― נו־נו, באָריס! מע גלױבט דיר, מע גלױבט דיר! ― זאָגט אים די מוטער, די מאַדאַם פֿרידמאַן, און כאַפּט אים נאָך אַמאָל אַרום קושן.

― דו פֿאַרשטײסט צי נײן? דו פֿאַרשטײסט צי נײן?… ― זאָגט דער הער פֿרידמאַן װי צו זיך אַלײן, קוקנדיק אױפֿן זון און אױסרעכענענדיק אױפֿן קאָפּ, װיפֿל קאָסט ער אים שױן אין דער צײַט פֿון די דאָזיקע אַכט יאָר, װאָס ער האָט אים אומזיסט אָפּגעהאַלטן אין דער גימנאַזיע.

― מזל־טובֿ! איר „קריש“ איז שױן געקומען!… ― זאָגט טײַבעלע פֿרידמאַן צו זיך אַלײן, קוקנדיק פֿונעם פֿענצטער מיט די רױטע לאָדן אַרױף, אױפֿן באַלקאָן.

― טײַערער, טײַערער! ― זאָגט צו זיך ראָזע פֿורמאַן, קוקנדיק פֿונעם אַנדערן פֿענצטער אױף איר טײַערן באָריס פֿרידמאַן, און קװעטשט זיך מיט בײדע הענט שטאַרק־שטאַרק צום האַרצן, גלײַך װי „ער“ איז שױן דאָ, אין אירע אָרעמס.

דאָס עלפֿטע קאַפּיטל
װיִאַזױ דער „סטודענט“ באָריס פֿרידמאַן מיט זײַנע דרײַ חבֿרים פֿאַרברענגען נוצלעך די צײַט

מיט װעמען קער זיך דאָס, אַ שטײגער, אָן, װאָס סע שטײט אָנגעשריבן בײַ באָריס פֿרידמאַן אױפֿן װײַסן בױגן פּאַפּיר, װעלכן ער האָט געבראַכט אַהײם פֿון דער גימנאַזיע? װעמענס עסק איז דאָס? דער בױגן פּאַפּיר ליגט באַהאַלטן בײַ דער מאַדאַם פֿרידמאַן אין אַ קאָמאָד, און זי רופֿט אים „דער טעסטאַט“, און איר זון הײסט בײַ איר „דער סטודענט“.

װי צופֿרידן, װי גליקלעך איז די מאַדאַם פֿרידמאַן מיט איר זון, מיטן פֿרישן, געזונטן, שײנעם סטודענט: זי האָט אים אָפּגעגעבן באַזונדערע צװײ חדרים פֿון זײַנעט װעגן מיט זײַנע חבֿרים, װעלכע זײַנען דאָ גיך געװאָרן הײמיש, חוץ אײן אײַזנשטאַדט, װאָס קאָן נאָך אַלץ נישט פֿאַרגעסן דעם פֿאָטער, דעם בלינדן שנײַדער, און זיצט דעריבער באַזונדער אין אַ װינקעלע, בלעטערט אַ בוך און װיל זיך גאָר ניט אַרײַנמישן צו זײַנע חבֿרים, װאָס קלײַבן זיך פֿאָרן הינטערן שטאָט אױף אַ גאַנצן טאָג שיפֿן זיך איבערן טײַך. אליק דעך משרת פּאַקט אין טשעמאָדאַן אַרײַן צדה־לדרך: געבראָטענע קאַטשקעס, װוּרשט, װײַן, ניס, קאָנפֿעקטן. דער עקיפּאַזש שטײט שױן בײַם באַלקאָן. עס גײען אַרױס דרײַ יונגעלײַט און זעצן זיך אין אים אַרײַן, אליק זעצט זיך אַקעגן, דער קוטשער טוט אַ שמײַס די פֿערד ― און חבֿרה סטודענטן פֿאָרן אַװעק. די מאַדאַם פֿרידמאַן זאָגט:

― אַ גאַנץ יאָר האָרעװען נעבעך די סטודענטן, װי די פֿערד, דאַרפֿן זײ זיך אַצינד אָפּרוען. יעדער מענטש דאַרף האָבן רו, ובפֿרט נאָך אַ יונגער מענטש, אַ סטודענט!…

אַ פּנים, זי איז צופֿרידן דערמיט, װאָס זי קאָן זיך אַלײן אָפּנאַרן. זי גײט־אַרײַן אין שטוב און דערזעט דאָרט זיצן אײַזנשטאַדטן איבער אַ בוך.

― װאָס איז דאָס? פֿאַרװאָס זײַט איר אױך ניט געפֿאָרן מיט די סטודענטן? זײ האָבן אײַך פֿאַרגעסן מיטנעמען? מײַן באָריס האָט מיר דערצײלט, אַז איר האָט אױך געהאַט דעם זעלבן אומגליק ― איר זײַט נישט אַריבער… מסתּמא האָט צו אײַך אױך דער לערער זיך געטשעפּעט אומזיסט?…

― נײן, ניט דערפֿאַר! ― ענטפֿערט איר אײַזנשטאַדט בתּמימות. ― ניט איבערן לערער; איך בין אַלײן שולדיק. קײנער איז דערין ניט שולדיק, נאָר איך אַלײן!…

און אײַזנשטאַדט דערצײלט איר אַ גאַנצע געשיכטע, אַ טרױעריקע געשיכטע, װי אַזױ ער האָט געמוזט אונטערהאַלטן אַן אָרעמע שװעסטער מיט אַ גאַנצער פֿאַמיליע, װאָס שטאַרבט פֿון הונגער, און אױסהאַלטן אַ קלענערן ברודער אין גימנאַזיע, צוליב װעלכע ער האָט געמוזט געבן שטונדן, צען שטונדן אַ טאָג, אַזױ, אַז עס איז אים כּמעט קײן צײַט ניט געבליבן צו לערנען. פֿונדעסטװעגן װאָלט ער באַדאַרפֿט צום עקזאַמען אַ ביסל צוהאָרעװען, אַ ביסל איבערן כּח, אַ ביסל װינציקער שלאָפֿן… האָט ער אָבער אַזױ ניט געטאָן און האָט דעם עקזאַמען ניט אױסגעהאַלטן. עס אַרט אים שױן ניט אַזױ פֿאַר זיך, װי פֿאַר זײַן אָרעמען פֿאָטער, דעם בלינדן שנײַדער, װאָס האָט צוליב אים די מאַשין פֿאַרזעצט…

די מאַדאַם פֿרידמאַן הערט אױס די דאָזיקע טרױעריקע געשיכטע מיט רחמנות, און אין קאָפּ פֿליט איר דורך אַזאַ מחשבֿה: „װאָס װאָלט זי געטאָן, װען איר באָריס זאָל זײַן בײַ דער לאַגע פֿונעם דאָזיקן אָרעמען אײַזנשטאַדט?“… און זי דאַנקט און לױבט גאָט, װאָס ער האָט זי געבענטשט מיט אַזאַ רײַכטום, און װאָס איר באָריס האָט ניט די דאגות מיט די שמערצן, װאָס אײַזנשטאַדט האָט.

איר באָריס האָט טאַקע באמת ניט אַזעלכע דאגות מיט אַזעלכע שמערצן, װי אײַזנשטאַדט האָט. איר באָריס זיצט אַצינד מיט זײַנע חבֿרים ― גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט ― אױף דער שיף, װעלכע דאָס װאַסער טראָגט אַלץ װײַטער און װײַטער, און לאַכט, און זינגט, און עסט, און טרינקט. נאָר אַזױ װי קײן צופֿרידענער מענטש איז גאָר אױף דער ערד ניטאָ, דעריבער איז קײן װוּנדער ניט, װאָס אָט דער גליקלעכער פּרינץ, אױף װעלכן עס האָרעװען אַ סך הענט, אַ סך פֿיס, אַ סך פּלײצעס, אַ סך קעפּ, ― אָט דער געבאַלעװעטער באָריס פֿרידמאַן איז אױך ניט צופֿרידן מיט זײַן דאָליע: אים גײט אױך אָפּ אַ סך צום אמתן גליק; אים גײט אָפּ אָט דאָ, בײַ דער זײַט, אױפֿן שיפֿל, דאָס קלײנע שװאַרצע מײדל פֿון דער װײַסער שטוב מיט די רױטע לאָדן…

ליגנדיק אױפֿן גראָז אױסגעצױגן מיטן פּנים אַרױף דערצײלט באָריס פֿרידמאַן זײַנע חבֿרים די גאַנצע געשיכטע פֿון זײַן ליבע. די געשיכטע איז אַ קורצע, נאָר זײער אַ רירנדיקע, פֿון װעלכער יעדער יונגער מענטש מיט אַ װײך װאַרעם האַרץ קאָן זיך אַראָפּנעמען אַ מוסר…

„ער“ איז אַלט געװען זעכצן יאָר און האָט געלערנט אין פֿערטן קלאַס, און „זי“ איז אַלט געװען פֿערצן יאָר און האָט געענדיקט דעם פּאַנסיאָן. ער איז געװען אין אַ מונדיר מיט גילדערנע קנעפּ, און זי האָט געהאַט אַ פּאָר שװאַרצע פֿײַערדיקע אױגן מיט געטלעכע געקרײַזלטע האָר. ער איז געגאַנגען אין שטאָט־גאָרטן מיט זײַן מוטער שפּאַצירן, און זי איז געגאַנגען מיט איר מוטער אױך אין שטאָט־גאָרטן שפּאַצירן. זײערע אױגן האָבן זיך באַגעגנט, און פֿון דעמאָלט אָן האָט זי אַרײַנגעװאָרפֿן אַ פֿונק אין זײַן האַרצן. דער פֿונק האָט זיך מיט דער צײַט צעברענט און איז געװאָרן אַ שרעקלעך פֿײַער, אַ פֿלאַם־פֿײַער אין זײַן האַרצן… װיפֿל נעכט האָט ער פֿאַרבראַכט, װאַכנדיק און טראַכטנדיק, װיִאַזױ קומט מען צו איר? צום אומגליק, שטײט זי אײַן בײַ אַזעלכע עלטערן, צו װעלכע ער טאָר זיך ניט װײַזן פֿאַר די אױגן. ביז גאָט האָט אים געהאָלפֿן, אין אַ יאָר אַרום האָט ער שױן געהאַט די געלעגנהײט צו זען זי, רײדן מיט איר, האַלטן איר טײַער הענטל אין זײַן האַנט. זי האָט דאָ אַ קרובֿה, אַ גרושה, אַ יונגע, נאָר זײער אַ מיאוסע, װאָס האָט מיטלײד מיט אומגליקלעכע ליבנדע, מחמת זי אַלײן האָט אַמאָל ליב געהאַט און פֿאַרשטײט דאָס װאָרט „ליבע“… געלױבט און געבענטשט זאָל זײַן די דאָזיקע גרושה: זי האָט אונדז צונױפֿגעפֿירט, זי האָט אונדז אָנגעװיזן, װוּ דאָס גליק געפֿינט זיך. אױף איר אַדרעס שרײַבן מיר זיך דורך שױן כּמעט דרײַ יאָר און אױף אירע אױגן האָבן מיר זיך געגעבן די הענט און געשװאָרן בײַ גאָט, בײַם הימל, אַז מיר זאָלן זיך פֿאַרבינדן אױף אײביק און קײנמאָל ניט צעשײדן!“…

די דאָזיקע ליבע־געשיכטע האַרמאָנירט זײער אין דער דאָזיקער מינוט מיט דער שײנער זומערדיקער נאַטור, און אונדזערע יונגעלײַט, װאָס ליגן דאָ אױסגעצױגן אױפֿן גרינעם גראָז, װײַזט זיך אױס, אַז אַלץ אַרום און אַרום זאָגט: „אמת! אמת! אמת!“ ― אי די גרינע בײמער אױף װעלכע עס פֿליט דורך אַ גרינג װינטעלע און מאַכט אױף אַ מינוט אַ רעש צװישן די בלעטער, אי די פֿײגעלעך, װאָס זינגען און טאַנצן אומרויִק דאָ און דאָרטן, אי דאָס שמעקנדיקע גראָז, װאָס לײגט זיך אונטער די פֿיס מיט גרױס הכנעה, אי דאָס װאַסער, װאָס פּליעסקעט און הודיעט אי די צעריסענע װײַסע שטיקער װאָלקנס, װאָס שװימען אום אױפֿן בלױען הימל און האָבן אַ פּנים אין דער דאָזיקער שטילער זומערצײַט װי שטיקער װאַטע, װעלכע מע צעלאָזט און מע צעבלאָזט, ― אַלץ, אַלץ רעדט אין אײן קול: „אמת! אמת! אמת!“… און די װאַרעמע הערצער פֿון די יונגעלײַט װערן נאָך מער דערװאַרעמט פֿון דער שײנער ליבע־געשיכטע, װאָס זײער חבֿר האָט זײ אָט ערשט דערצײלט. זײ כאַפּן זיך אױף בײדע מיטאַמאָל און װענדן זיך צו באָריסן מיט דער דאָזיקער פֿראַגע:

― נו, באָריס, און דו װעסט האַלטן װאָרט?… באָריס געפֿינט זיך שטאַרק באַלײדיקט פֿון אַזאַ פֿראַגע. ער ענטפֿערט זײ מיט גדלות:

― באָריס פֿרידמאַן װעט האַלטן װאָרט! װאָס באָריס פֿרידמאַן זאָגט, איז הײליק!… נאָר, ברידער, עס איז דאָ דערין אַזױ פֿיל שטערונגען, אַזױ פֿיל בערג און טאָלן, פֿײַערן און װאַסערן!…

― דהײַנו?

― דהײַנו, דהײַנו… ערשטנס, איז איר פֿאָטער אַ פּראָצענטניק, אַ דעספּאָט, אַ טיראַן װאָס װעט זי פֿריִער אַ לעבעדיקע אין דער ערד אַרײַנלײגן אײדער אָפּגעבן זי מיר. צװײטנס, זײַנען מײַנע עלטערן מיט אירע עלטערן צעריסן, אױף מעסערשטאָכן. דריטנס, װעט מײַן מוטער שטאַרבן אױפֿן אָרט, אַז זי װעט נאָר דערהערן דעם נאָמען פֿון מײַן כּלה. און, פֿערטנס, װײס איך ניט, װי אַרום און װיִאַזױ קאָן איך זי אַרױסרײַסן פֿון דאָרטן, פֿון די דאָזיקע מערדער?…

די חבֿרים האָבן זיך אַ ביסל פֿאַרטראַכט. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט זיך גאָלדנשטאַדט אָנגערופֿן:

― נו, ברודער, מיר װעלן זיך אַן עצה געבן!

― מיר װעלן דיר העלפֿן! ― האָט זיך אָנגערופֿן זילבערשטאַדט מיט זײַן באַסאָװע שטימע.

― מיר זײַנען דײַנע!

― קאָנסט זיך אױף אונדז פֿאַרלאָזן!

― װי אױף אײגענע ברידער!

― אין פֿײַער און אין װאַסער!

― אַפֿילו אונטער דער ערד!

― אַפֿילו צום רוח אַלײן!

― לאָמיר נעמען צו ביסלעך װײַן!

― לחײם, ברידער!

― פֿאַר אַלעמענס געזונט!

― נידער מיטן פֿאַנאַטיזמוס!

― אין דער ערד אַרײַן אַלע דעספּאָטן!

― הוראַ, באָריס!

― הורראַ, ראָזע!

― הוררראַ!!!…

אליק דער משרת האָט זיך נאָר װאָס אָפּגעבאָדן אין טײַך און גײט

צו צו די „סטודענטן“ און קוקט אױף זײ פֿאַרװוּנדערט, װאָס האָבן זײ דאָ פּלוצעם אױפֿגעהױבן אַזאַ הױכן „הוראַ“? נאָר פֿאַר אליקן איז ניטאָ װאָס מורא צו האָבן: אליק האָט שױן ניט אַזױ פֿיל האָר אין קאָפּ, װיפֿל בריװעלעך ער האָט איבערגעטראָגן פֿון באָריסן צו בערטע דער גרושה און פֿון בערטע דער גרושה צו באָריסן. דעריבער האָט מען ניט װאָס מורא צו האָבן און מע מעג רעדן װאָס מע װיל. און מע רעדט; מע זוכט זיך אַ װעג, מע גיט עצות, מע בױט לופֿטשלעסער. דער זאָגט אַזױ, דער אַזױ, ― נאָר ענדלעך באַשטימט מען אַז מע דאַרף זיך זען מיט ראָזען בײַ בערטע דער גרושה און דאָרט אָפּרעדן פּינקטלעך, אױף װאָסער אופֿן די ליבנדע זאָלן קאָנען אַנטלױפֿן פֿון דער דאָזיקער שטאָט, און ערגעץ, אין אַ קלײן שטעטל, אַ חופּה שטעלן. און װײַל באָריס אַלײן קאָן דאָס דאָזיקע מיט ראָזען ניט איבעררײדן, מחמת יעדער מאָל, װען זײ זעען זיך, סטײַעט זײ קײן װערטער ניט און אַחוץ „אַך!“ און „אָך!“ מיט פֿײַעריקע קוקן און מיט הײסע װערטער איז בײַ זײ קײן מאַטעריאַל ניטאָ צום שמועסן, דעריבער מוז מען דערצו האָבן אַ פֿרעמדן. בלײַבט מער ניט, װי צו װאַרפֿן גורל, װער פֿון די דרײַ זאָל זײַן דער דיפּלאָמאַט צװישן באָריסן מיט ראָזען? פֿאַרשטײט זיך, אַז דער גורל איז געפֿאַלן אױף אײַזנשטאַדטן, מחמת גאָלדנשטאַדט איז אַ כװאַט נאָר אױף צו בײַקומען ערשטע „נאַגראַדעס“ אין דער גימנאַזיע, און זילבערשטאַדט איז אַ צו הײסער יונג, און צו אַזאַ זאַך דאַרף מען זײַן אַ ביסעלע קילער, באַטראַכט, מיט ייִשובֿ־הדעת. קײן בעסערער פֿון אײַזנשטאַדטן איז טאַקע ניטאָ. אײַזנשטאַדט איז אַן ערלעכער מאַן און אַ קאַלטע בריאה, אַ פֿלעגמאַטיקער…

דאָס צװעלפֿטע קאַפּיטל
בערטע די גרושה װערט בײַ ראָזע פֿורמאַן אַ לערערין פֿון ליבע

שטעלט אײַך פֿאָר אַ יונגע פֿרױ פֿון אַ יאָר עטלעכע און צװאַנציק, אַ נידעריקע און אַ גראָבלעכע, מיט גרױסע שװאַרצע אױגן, מיט געדיכטע ברעמען, מיט אַ פּנים, אױף װעלכן עס זײַנען אָנגעזעצט אַלערלײ פּרישטשיקלעך: רױטע, בלױע, גרינע, װײַסע, מיט אַ ביסל אַ פֿאַרריסענער נאָז, מיט צװײ קלײנע שװאַרצע װאָנצעלעך אױף דער אײבערשטער גראָבער ליפּ, מיט אַ היפּשער בראָדעװקע אױף דער לינקער באַק, אױף װעלכער עס װאַקסט און בליט אַ בוטאָן פֿון זעקס אָדער זיבן לאַנגע שװאַרצע האָר, מיט אַ קורצן האַלדז, מיט שװאַרצע באַװאַקסענע הענט און מיט װײַסע פּערלדיקע צײן ― און אָט האָט איר „בערטע די גרושה“.

בערטע די גרושה האָט אַ פּנים פֿון אַ מאַנספּערזאָן און אַ האַרץ פֿון אַ פֿרױענצימער, אַ גוט, װײך, װאַרעם האַרץ מיט אַ רײַכער פֿאַנטאַזיע פֿון אַ סך פֿראַנצײזישע ראָמאַנען. אַ גרושה איז זי געװאָרן נאָכדעם, װי זי איז אַרײַנגעפֿאַלן צו אַ גראָבן מענטשן אין די הענט, װאָס האָט אױסגענאַרט בײַ איר עטלעכע טױזנט רובל, אַװעקגעװאָרפֿן זי אױף דער דריטער װאָך נאָך דער חתונה און זיך אַזױ נידעריק, אַזױ אוממענטשלעך אױסגעלאַכט פֿון אירע טרערן, פֿון איר צעבראָכן האַרץ! װאָס האָט זי געקאָנט טאָן, אַ שװאַכע פֿרױ, אַן עלנטע אָן עלטערן? פֿאַרשטײט זיך, װען איר פֿאָטער, שניאור שימשלבײן, זאָל אױפֿשטײן אַצינד פֿון קבֿר און אַ קוק טאָן אױף זײַן אײנציקער טאָכטער, אױף זײַן בערטע, װאָלט ער זיך צוריק אַ לעבעדיקער באַגראָבן! שניאור שימשלבײן האָט ליב געהאַט זײַן בערטע און געהיט זי, װי דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג. שניאור שימשלבײן איז געװען אַן אָרנטלעכער מאַן און האָט זײַן ברױט פֿאַרדינט מיט זײַנע הענט: ער איז געװען אַ גאָלדשמיד און אַ יוּװעליר, װאָס האָט ביזן טױט געהאָרעװעט טאָג און נאַכט און האָט איבערגעלאָזט זײַן בערטען טאַקע גאָר אַ היפּשן קאַפּיטאַל. אַז שניאור שימשלבײן האָט דערפֿילט, אַז עס איז שױן צײַט צו שטאַרבן, איז ער געקומען צו מאיר פֿורמאַנען, װאָס איז געװען זײַנער אַ קרובֿ, און האָט בײַ אים אײַנגעלײגט דאָס געלט אױף אַ צײַט, ביז זײַן בערטע װעט דאַרפֿן חתונה האָבן: שימשלבײן האָט געװוּסט, אַז פֿורמאַנס אײַזערנער קאַסטן איז גלײַך װי די באַנק. און כּך הוה. אַז בערטע איז אין אַ צײַט אַרום געקומען צום אָפּעקון, צו מאיר פֿורמאַן, און האָט אים געזאָגט, אַז אין צװײ װאָכן אַרום האָט זי חתונה, און בעט אים דעריבער צוגרײטן דאָס געלט, האָט איר פֿורמאַן געענטפֿערט, אַז ער װיל פֿריִער אַלײן זען זיך מיט איר באַשערטן. װי פֿאַרװוּנדערט איז ער אָבער געװען, װען צו זײַן שטיבל מיט די רױטע לאָדן איז צוגעפֿאָרן אַ קאַרעטע, פֿון װעלכער עס איז אַרױסגעשפּרונגען אַ פֿראַנט מיט אַ צילינדער־הוט, מיט װײַסע הענטשקעס און מיט אַ װײַסן שניפּס. דער פֿראַנט האָט זיך פֿאָרגעשטעלט: „אַרטור פֿלעכטנטאַל“. דער דאָזיקער װיזיט האָט זיך געצױגן אַ פּאָר שעה, און אַז אַרטור פֿלעכטנטאַל האָט זיך אָפּגעזעגנט און איז אַװעקגעפֿאָרן, האָט זיך פֿורמאַן געטאַפּט בײַ די קעשענעס, געקוקט אױפֿן אײַזערנעם קאַסטן, געקװעטשט די שליסעלעך אין דער האַנט, געשיקט רופֿן בערטען און האָט איר געזאָגט:

― הער נאָר אױס, בערטע, דײַן חתן איז אַ קעשענע־גנבֿ און אַ שאַרלאַטאַן… מער האָב איך דיר ניט װאָס צו זאָגן.

פֿאַרשטײט זיך, אַז בערטע האָט זיך געפֿונען אַזױ באַלײדיקט, אַז זי האָט דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט געװײנט אָן אַן אױפֿהער. מאיר פֿורמאַן האָט אױסגעװיזן אין אירע אױגן אַ „פֿאַרדאָרבענער מערדער“, פּונקט װי עס װערט באַשריבן אין די שײנע ראָמאַנען, מיט װעלכע זי האָט זיך אָנגעלײענט װי אַ פּױק.

אַרטור פֿלעכטנטאַל האָט זי געטרײסט:

― אױף דעם דאָזיקן בעל־עגלה איז ניטאָ װאָס פֿאַראיבל צו האָבן. ער האָט אױף זײַן לעבן נאָך ניט גערעדט מיט קײן „ציװיליזירטן“ מענטשן. ער איז אַ פּראָצענטניק און אַ דעספּאָט!… בערטע האָט אַזױ לאַנג געװײנט איבער פֿורמאַנס קאָפּ, ביז ער האָט אײנמאָל מיט כּעס אַרױסגעכאַפּט אַ פּאַק מיט אַסיגנאַציעס פֿונעם קאַסטן און האָט איר אַ שמיץ געטאָן אין פּנים אַרײַן. די הענט האָבן אים געציטערט בעת־מעשׂה.

― נאַ! אָט האָסטו דאָ פֿינף טױזנט רובל! מער גיב איך דיר איצט ניט. לאָזן די איבעריקע פֿינף טױזנט בלײַבן. נישקשה, זײ װעלן דיר צו נוץ קומען אױף שפּעטער…

אױ, זײַנען זײ איר צו נוץ געקומען! אַז אַרטור פֿלעכטנטאַל האָט זי באַראַבעװעט און אַװעקגעװאָרפֿן, און בערטע האָט קױם־קױם געפּועלט בײַ אים, ער זאָל איר געבן גט, איז זי אַרײַנגעפֿאַלן צו פֿורמאַנען אין שטוב אַרײַן מיט אַ געװײן און האָט אים געקושט די הענט. זי האָט בײַ אים געבעטן מחילה און האָט אים געזאָגט, אַז ער איז איר אױסלײזער, איר צװײטער פֿאָטער. דאָס האָט אים שטאַרק דורכגענומען. ער האָט אַרײַנגערופֿן דאָס װײַב מיט דער טאָכטער און האָט צו זײ געזאָגט מיט גרױס אױפֿרעגונג: ― נו? זעט איר?… אָט װײנט זי. װאָס האָב איך געזאָגט? האָב איך דען ניט פֿריִער געזאָגט, אַז דאָס?…

פֿון יענער צײַט אָן איז צװישן בערטע דער גרושה און ראָזע פֿורמאַן געװאָרן אַ גוט לעבן, אַז מען איז געגאַנגען אײנע צו דער אַנדערער יעדן טאָג; פֿורמאַן האָט דערפֿון געװוּסט און איז דערפֿון געװען צופֿרידן: „לאָז זי זיך אױסלערנען פֿון איר, װיִאַזױ דאָס“…

און ראָזע פֿורמאַן האָט זיך אױסגעלערנט פֿון „בערטע דער גרושה“ אַ סך זאַכן.

„בערטע די גרושה“, װאָס האָט אַלײן טײַער באַצאָלט פֿאַר איר אײגענער ליבע, האָט זיך געטרײסט מיט דער פֿרעמדער ליבע און האָט געהאַט פֿאַרגעניגן פֿון ראָזעס גליק. אַז ראָזע האָט איר איבערגעגעבן אַלץ, װאָס בײַ איר אױפֿן האַרצן איז געװען, האָט איר בערטע געזאָגט, אַז זי מוז פֿריִער אַלײן אָנקוקן דעם, װאָס האָט „געװוּנען איר ליבע“. אָ, בערטע איז שױן אַ געשלאָגענער הונט! זי װעט מען שױן אַזױ גיך ניט אָפּנאַרן ― נײן!…

און באָריס פֿרידמאַן איז איר פֿונעם ערשטן מאָל געפֿעלן: זײַן שײן געשטאַלט, זײַנע לאַנגע בלאָנדע האָר, זײַנע װײַסע הענט מיט די אײדעלע מאַניערן זײַנען אַזױ פֿיל געװען ענלעך מיט די מאַניערן פֿון אַ העלד, פֿון אַן אמתן העלד, װאָס װערט באַשריבן אין די ראָמאַנען, אַז עס איז גאָר קײן װוּנדער ניט, װאָס ראָזע האָט זיך אַזױ אײַנגעליבט אין אים! מע דאַרף נאָר אַכטונג געבן פֿון דער זײַט, אַז עס זאָל דערפֿון, חלילה, ניט אַרױס עפּעס אַן אומגליק, אַז די ליבנדע זאָלן אױף תּמיד זײַן גליקלעך. ראָזע איז נאָך אַזױ יונג!…

און בערטע די גרושה האָט זיך גענומען צו איר אַרבעט ערנסט און געטרײַ. דרײַ יאָר כּסדר איז זי געשטאַנען אױף דער װאַך פֿון דער װײַטנס און האָט געהערט, װי די דאָזיקע טײַבעלעך שושקען זיך און קושן זיך; דרײַ יאָר כּסדר האָט זי געהיט, װי אַ גוטער הונט, בײַ דער טיר, אַז קײנער זאָל ניט איבערשלאָגן די גליקלעכע ליבנדע צו רעדן, אָכקען און זיפֿצן און צו קוקן זיך אין די אױגן אַרײַן; דרײַ יאָר כּסדר האָט זי זיך מקריבֿ געװען צוליבן גליק פֿון צװײ פֿרעמדע יונגע ליבנדע נפֿשות!

און זײ, די יונגע גליקלעכע ליבנדע נפֿשות, ― צי האָבן זײ כאָטש אין זינען געהאַט אַ מאָל זײער טרײַע באַשיצערין, בערטע די גרושה?…

דאָס דרײַצנטע קאַפּיטל
װיִאַזױ דער ערלעכער אײַזנשטאַדט װערט אַ דיפּלאָמאַט און װי קונציק ער שפּילט זײַן ראָלע

אַ קוק טאָן אױף אײַזנשטאַדטן ― האָט ער באמת אױסגעװיזן װי אַ מענטש „מיט אַ גלאַטן לונג־און־לעבער“. צװײ װײַסע גלעזערנע אױגן, װי די באַנקעס, אַ לאַנגע נאָז מיט אַ שאַרפֿן שפּיץ, דינע ליפּן, װײַסע שיטערע האָר, און אַלײן אַ דאַרער און אַ לאַנגער, אַ ביסל אַ געהױקערטער, אַ קורצזיכטיקער, אַ פֿאַרטראַכטער, אַ צעטראָגענער, ― אָט דאָס איז דער פּאָרטרעט פֿון פּינחס אײַזנשטאַדט, װעמען עס איז באַשערט צו שפּילן אין אונדזער דערצײלונג אַ ראָלע פֿון אַ העלד, גאָר ניט װילנדיק און אומגעריכט, אַקוראַט װי ניט װיסנדיק און אומגעריכט ער האָט געלערנט אין דער גימנאַזיע… צו װאָס האָט ער גאָר באַדאַרפֿט שטודירן, אַז זײן פֿאָטער, אַן אָרעמער, אַ קראַנקער שנײַדער, איז ניט אימשטאַנד געװען אױסצוהאַלטן אים? נאָר זײַן פֿאָטער, דוד דעם שנײַדער, האָט זיך געגלוסט דװקא, אַז זײַן זון זאָל זײַן אַ דאָקטאָר. אמת, פּינחס האָט באַװיזן אין גימנאַזיע אַ זעלטענע פֿעיִקײט און האָט אָנגעהױבן גײן פֿון אײן קלאַס אין דעם אַנדערן אַלץ בעסער און בעסער. דוד דער שנײַדער פֿלעגט אָנװײַזן אױף אים מיטן פֿאַרבױגענעם פֿינגער:

― זעט איר? אָט דאָס איז מײַן פּאָדפּאָרע אױף דער עלטער. פּינחס װעט זײַן אַ לײַט!

װער האָט זיך געקאָנט גלײַכן צו אים, װען זײַן פּינחס איז שױן אַרײַן אין זיבעטן קלאַס? דוד האָט טאַקע פֿאַרזעצט די מאַשינע; נאָר װאָס מאַכט עס אױס? זײַן פּינחס איז דאָך שױן אָבער אין זיבעטן קלאַס, און אָט־אָט נאָך אַ יאָר, נאָך אַ יאָר ― איז ער אַ דאָקטאָר! און אַז מע װיל שמועסן צוריק, האָט ער די מאַשינע פֿאַרזעצט ניט צוליב פּינחסן: פּינחס האָט שױן פֿון לאַנג געגעבן שטונדן און זיך פֿאַרדינט זײַן שטיקל ברױט. פֿאַרקערט, ער האָט נאָך אױסגעהאַלטן אַ ברודערל אין גימנאַזיע און אױסגעהאַלטן אַ שװעסטער מיט אַ גאַנצער פֿאַמיליע.

נאָר צי איז דער זון אױך געװען אַזױ צופֿרידן, װי דער פֿאָטער, ― דאָס קאָנען מיר ניט װיסן. מיר װײסן גאָר, אַז אין די קלענערע קלאַסן איז ער געװען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר זײַן אָפּגעלאָזנקײט, קורצזיכטיקײט און תּמימות, און אין די העכערע קלאַסן, בשעת ער האָט שױן געגעבן שטונדן, האָט מען אים עקספּלואַטירט דערפֿאַר, װאָס ער האָט יעדן געגלײבט אױף נאמנות, און ניט אײן מאָל האָט ער אָפּגעהאָרעװעט אַ קײַלעכיק יאָר אומזיסט אָן אַ גראָשן. נאָר מער פֿון אַלע האָט אים עקספּלואַטירט זײַן עלטערע שװעסטער, װאָס האָט געהאַט אַ טוץ קינדער מיט פֿאַרשלאָגענע קעפּ, װי די העלצער, און פֿונדעסטװעגן האָט זיך איר געגלוסט, זײ זאָלן זײַן דװקא געשטודירטע.

― װאָס פֿאַר אַ פּנים װעל איך האָבן מיט מײַנע קינדער, ― האָט זי געטענהט ― אַז זײ װעלן זײַן, גאָט זאָל מיר ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, שנײַדערס אָדער שוסטערס, און מײַן ברודער פּינחס װעט זײַן אַ דאָקטאָר?…

קײן פֿרײַע מינוט האָט אײַזנשטאַדט נעבעך ניט געהאַט פֿון דער דאָזיקער שװעסטער!

און ניט נאָר אײגענע אַלײן מוטשען אים; אײַזנשטאַדט איז אַן עבֿד־כּנעני בײַ יעדן אומגליקלעכן שילער, װעמען די נאַטור האָט ניט געבענטשט מיט אַ מוח און מיט פֿעיִקײטן. אַז עס איז אונטערגעקומען אַן עקזאַמען, איז אײַזנשטאַדט געװען פֿאַרװאָרפֿן מיט אַרבעט, פּונקט װי זײַן פֿאָטער דוד דער שנײַדער פֿאַר אַ יום־טובֿ; דעם אָנשרײַבן אַ פֿאַרפֿאַסונג, מיט דעם צולערנען אַ פּאָר טעג, דעם אונטערװאַרפֿן פּאַפּירלעך מיט „גערעשעטע זאַדאַטשעסрешать: אױפֿגאַבעס“, דעם אונטערזאָגן פֿון אונטער דער באַנק… פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿאַר אַזעלכע און אַנדערע עבֿירות איז אָפּגעקומען אײַזנשטאַדט אַלײן און ניט קײן אַנדערער, און אַז ער איז אָפּגעזעסן אַ מעת־לעת אין קאַרצער, האָט זיך קײנער ניט דערמאַנט צו ברענגען אים אַהין כאָטש אַ שטיקל ברױט. נאָך מער: מע האָט געלאַכט און געשפּעט פֿון אים איבער זײַן הילוך, איבער זײַנע קלײדער, װאָס זײַנען אױף אים תּמיד געלעגן קאָמיש, אַז מע האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן, מע זאָל ניט לאַכן; עס האָט זיך נאָך ניט געטראָפֿן, אַז בײַ אײַזנשטאַדטן זאָל ליגן דער קאָלנער אָדער דאָס היטל אױף אַן אָרט, אָדער דער מונדיר זאָל זײַן מיט אַלע קנעפּלעך, אָדער אַ הױז זאָל ניט זײַן צעשפּאָלטן ביז אַרױף. שענער פֿון אַלץ זײַנען געװען זײַנע שיטערע האָר אױפֿן קאָפּ, װאָס זײַנען תּמיד געשטאַנען קאַפּױר, װי בײַ אַ האָן, װען ער צעבײזערט זיך; די פּלײצעס האָט ער געהאַלטן שטענדיק אױפֿגעהױבן, און דעם קאָפּ אײַנגעבױגן אַראָפּ, און װיפֿל קלעפּ, װיפֿל קולאַקעס האָט דער דאָזיקער יונגער מענטש געכאַפּט אױף זײַן לעבן פֿון זײַנע חבֿרים!…

מע קאָן ניט זאָגן, אַז אײַזנשטאַדט איז שטאַרק געפֿעלן געװאָרן בערטע דער גרושה. זי האָט אים אױפֿגענומען אַזױ קאַלט, גלײַך ער װאָלט געװען אַ שפּיאָן, װאָס איז געקומען נאָכשפּירן און אױסטאַפּן און אָנמאַכן אַן אומגליק. אײַזנשטאַדט האָט זיך ניט געפֿונען באַלײדיקט פֿון אַזאַ אױפֿנעמען. ער האָט איר איבערגעגעבן שטײענדיק בײַ דער טיר, אַז אים האָבן געשיקט זײַנע חבֿרים: גאָלדנשטאַדט, זילבערשטאַדט און פֿרידמאַן.

― װער זײַנען עס גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט? ― האָט אים בערטע געפֿרעגט. ― איך קען זײ ניט!

― איר קענט זײ ניט? נישקשה, איר מעגט זיך אױף זײ פֿאַרלאָזן; עס איז אַ גוטע חבֿרה!

― אַ „גוטע חבֿרה“? װאָס דאַרפֿן זײ צו מיר? װאָס קער איך זיך אָן מיט זײ?

― איר קערט זיך טאַקע מיט זײ גאָר ניט אָן ― אמת; נאָר װײַל באָריס און מיר אַלע האָבן באַשטימט, אַז הײַנטיקע װאָך מוז מען אָפּזוכן אַ מיטל, װיִאַזױ באָריס מיט ראָזען זאָלן…

― ששששאַ! האָט אים בערטע איבערגעשלאָגן, אַרומקוקנדיק זיך אױף אַלע זײַטן. ― קומט אַרײַן אין זאַל אַרײַן!

בערטע האָט זיך באַטראַכט, אַז זי האָט זיך שױן צו גראָב באַגאַנגען מיט דעם דאָזיקן יונגן מענטשן, האָט זי אים געבעטן זיך זעצן אױף אַ קרעסלע, און אַלײן איז זי אַװעקגעלאָפֿן צו זיך אין צימער און איז באַלד אַרױסגעגאַנגען פֿון דאָרטן אין אַן אַנדער קלײד, מיט אַ שײן שאַלעכל אױף די פּלײצעס, װעלכע האָט באַדאַרפֿט צוגעבן חן איר פּנים. מיר האָבן פֿריִער פֿאַרגעסן באַמערקן, אַז בערטע שימשלבײן האָט ליב געהאַט שײן אָנטאָן זיך און גאַנץ אָפֿט פֿאַרברענגען די צײַט מיטן שפּיגל. אױף יעדן יונגן מענטשן האָט זי געקוקט ניט אַנדערש װי אױף אַ העלד, װאָס שפּילט אַ ראָלע אין אַ ראָמאַן. דאָס גאַנצע לעבן, די גאַנצע װעלט איז בײַ איר געװען אַ ראָמאַן, אַ טרױעריקער ראָמאַן.

אײניקע מינוט איז בערטע די גרושה געזעסן שטיל, אָן װערטער, און האָט באַטראַכט דעם דאָזיקן „העלד“ פֿון קאָפּ ביז פֿיס. אײַזנשטאַדט האָט אױך באַטראַכט די מאַדאַם בערטע. זײַט ער לעבט האָט ער נאָך אַזאַ מיאוסע פֿרױ ניט באַגעגנט! ענדלעך האָט זי זיך צו אים געװענדט, אַרױסלאָזנדיק אַ גרינגן זיפֿץ און אױפֿהײבנדיק די אױגן אַרױף:

― אַ פּנים, אַז איר װײסט שױן די טרױעריקע געשיכטע פֿון די דאָזיקע אומגליקלעכע ליבנדע?…

― „אומגליקלעכע“? פֿאַר װאָס אומגליקלעכע?

― איר װײסט דען ניט, װער זײערע עלטערן זײַנען? דאָס זײַנען דאָך דעספּאָטן, טיראַנען, פֿאַנאַטיקער…

― נו, איז װאָס? ― האָט זי אײַזנשטאַדט פֿאַרװוּנדערט געפֿרעגט.

― װאָס הײסט, נו איז װאָס? איר פֿרעגט נאָך? ס'טײַטש! אַנדערע עלטערן װאָלטן זיך אַלײן געסטאַרעט זײערע קינדער גליקלעך צו מאַכן. אַנדערע עלטערן װאָלטן פֿאַרשטאַנען, אַז טאָמער גרײכן זײערע קינדער ניט צו זײער צװעק, װעלן זײ דאָס ניט אױסהאַלטן; זײ װעלן יונגערהײט גײן פֿון דער װעלט…

בערטע האָט צוגעטראָגן דאָס טיכעלע צו די אױגן, פֿון װעלכע עס האָבן שױן גערונען טרערן. נאָר װי פֿאַרװוּנדערט איז זי געװאָרן, אַז זי האָט דערהערט פֿונעם דאָזיקן יונגן דיפּלאָמאַט אַזאַ מין ענטפֿער:

― מיר דאַכט, אַז איר האָט אַ טעות: איך װײס ניט, װיִאַזױ זי, ראָזע, ― נאָר באָריס װעט זיך שטאַרק ניט נעמען צום האַרצן, אױב ער װעט ניט דערגרײכן זײַן צװעק… פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס זאָג איך נאָר אײַך, װײַל איר זענט אַ פֿרעמדע; ראָזע דאַרף דאָס ניט װיסן. איר פֿאַרשטײט?…

― איך זע שױן, װאָס פֿאַר אַ גוטער פֿרײַנט איר זענט באָריסן! איך פֿאַרשטײ, איך פֿאַרשטײ! איר זײט אים מקנא ― איר זײט װי אַלע מאַנסבילן…

בערטע איז פֿאַרפֿלאַמט געװאָרן פֿאַר כּעס. אײַזנשטאַדט האָט זיך צעלאַכט:

― מקנא? יאָ, אַװדאי בין איך אים טאַקע מקנא, נאָך אײדער איך האָב אָנגעקוקט די טײַערע ראָזע…

בערטע איז געװאָרן אױסער זיך פֿאַר כּעס. זי איז אױפֿגעשטאַנען פֿונעם בענקל און האָט זיך צו אים געװענדט שױן מיט אַזעלכע רײד:

― זאָגט, װאָס דאַרפֿט איר?…

― איך דאַרף מיט אײַך איבעררײדן װעגן מײַן חבֿר באָריס פֿרידמאַן, װאָס װיל חתונה האָבן פֿאַר ראָזע פֿורמאַן ניט שפּעטער װי הײַנטיקע װאָך.

בערטע האָט זיך צוריק אַנידערגעזעצט איבערראַשט.

בערטען האָט אַ גאָס געטאָן דאָס בלוט אין פּנים אַרײַן פֿאַר פֿרײד און פֿאַר פּחד. שױן דרײַ יאָר, אַז די דאָזיקע ליבע ציט זיך און ציט זיך, אָן אַן עק, אָן אַ סוף. אָבער אַמאָל הײסע בריװלעך און װידער אַמאָל הױכע װערטער ― פֿון חתונה האָבן האָט נאָך קײנער פֿון זײ ניט געפּרוּװט שמועסן. בערטע האָט תּמיד געטראָגן די דאָזיקע אידעע בײַ זיך אין האַרצן, נאָר זי האָט ניט געהאַט די שטאַרקײט פֿאָרצולײגן אַזאַ געדאַנק פֿאַר די גליקלעכע ליבנדע, װעלכע האָבן איבערגעלעבט אַ לאַנגן און אַ זיסן חלום. און איצט רעדט זי פֿונעם דאָזיקן יונגן מענטשן אַזעלכע עפֿנטלעכע פּראָסטע װערטער. איז דאָס מעגלעך?…

― װאָס האָט איר געזאָגט? ― פֿרעגט בערטע נאָך אַמאָל. ― חתונה האָבן? הײַנטיקע װאָך? קאָן דאָס דען זײַן?

― פֿאַרװאָס דען ניט? ― האָט זי אונדזער דיפּלאָמאַט איבערגעפֿרעגט, קוקנדיק איר גלײַך אין די אױגן אַרײַן.

― װי אַזױ? װי אַרום? אױף װאָסער אופֿן?…

― זײער פּשוט; זײ װעלן זיך אַרױסכאַפּן באַנאַכט, בעת אַלע שלאָפֿן, און װעלן אַװעקפֿאָרן ערגעץ אין אַ שטעטל און דאָרט שטעלן אַ חופּה…

― אין אַ שטעטל?… אַ חופּה?… אַך, װאָס פֿאַר אַ טײַערע, װאָס פֿאַר אַ גליקלעכע אידעע!…

עס האָט זיך איר באַלד פֿאָרגעשטעלט אַ בילד, פּונקט װי ער װערט באַשריבן אין די ראָמאַנען: אַ צױבערלעכע זומער־נאַכט… הי לבֿנה לײַכט… דער סאָלאָװײ זינגט… די ליבנדע גײען געאָרעמט, שטאַרק צוגעדריקט אײנער צום אַנדערן… װאָס קען נאָך זײַן שענער פֿון דעם?

― זײ װײסן דען, װי אַזױ, װוּהין צו אַנטלױפֿן? ― האָט אים בערטע אַ פֿרעג געטאָן. ― און טאָמער נעמט מען זײ איבער?…

― דאָס איז אַ קלײניקײט. ― האָט איר דער דיפּלאָמאַט געענטפֿערט. ― זײ װעלן ניט זײַן אַלײן.

― זײ װעלן ניט זײַן אַלײן? װער זשע װעט זײַן מיט זײ?

― איך װעל זײַן; מיר װעלן אַלע זײַן, אױב מע װעט נאָר דאַרפֿן. ― האָט איר אײַזנשטאַדט געענטפֿערט.

בערטע האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿונעם בענקל און האָט אָנגענומען אײַזנשטאַדטן בײַ דער האַנט און האָט זי שטאַרק־שטאַרק געדריקט.

― איר זענט אַן אָרנטלעכער מאַן! איר זענט אַ העלד! אַ העלד!…

אײַזנשטאַדט האָט איר דערױף גאָרנישט געענטפֿערט; ער האָט נאָר באַטראַכט די דאָזיקע גרושה, װאָס האָט לאַנג־לאַנג געהאַלטן זײַן האַנט אין איר האַנט…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

פֿאַרנאַכט, אַז אונדזער דיפּלאָמאַט איז געקומען צו בערטע דער גרושה, האָט ער זײ געטראָפֿן בײדע ― בערטע מיט ראָזען; זײ זײַנען געזעסן בײדע אױף אַ קאַנאַפּע, בײדע פֿאַרפֿלאַמט, בײדע פֿאַרװײנט, און דאָך װי גרױס איז געװען דער קאָנטראַסט צװישן די דאָזיקע צװײ פֿרױען: אײנע איז געװען מיאוס װי דער טױט. און די אַנדערע ― שײן װי די װעלט, ליכטיק װי די זון און פֿריש װי דער חודש מײַ! ראָזע, װעלכע די מאַדאַם פֿרידמאַן האָט אָנגערופֿן „די קאַרליטשקע“, איז טאַקע באמת נישט געװען קײן הױכע, נאָר איר ליכטיק געזיכט, אירע געדיכטע שװאַרצע האָר, אירע קלײנע װײַסע הענטלעך, איר שײן מײַלכל און אירע שװאַרצע טיפֿע אױגן האָבן אַזױ גוט האַרמאָניזירט צװישן זיך, אַז אונדזער דיפּלאָמאַט, װאָס האָט נאָך ביז אַהער קײן צײַט ניט געהאַט זיך צוצוקוקן צו שײנע מײדלעך, איז אַביסל װי צעמישט געװאָרן און האָט זיך ניט געקאָנט געפֿינען קײן אָרט נאָכדעם, װי די מאַדאַם שימשלבײן האָט אים פֿאָרגעשטעלט פֿאַר איר.

בערטע איז אַװעקגעגאַנגען שטײן בײַ דער טיר, װי איר שטײגער איז, אַכטונג געבן, טאָמער גײט עמעצער אַרײַן, און אײַזנשטאַדט איז איבערגעבליבן אױג אױף אױג מיט ראָזע פֿורמאַן. אַך! װוּ איז אַהינגעקומען זײַן שטאַרקײט, זײַן פּראָסטקײט? ער האָט נישט געקאָנט עפֿענען דאָס מױל צו רעדן אַ האַלב װאָרט, און פֿאַר גרױס חרפּה און צעמישטקײט האָט ער אומגערן מיטן עלנבױגן צעבראָכן דאָס גלאָז פֿונעם שפּיגל, װאָס איז געשטאַנען הינטער זײַנע פּלײצעס… בערטע איז אַרײַנגעלאָפֿן ניט טױט ניט לעבעדיק, און צונױפֿקלײַבנדיק דאָס צעבראָכענע גלאָז, האָט זי געװאָלט טרײסטן דעם אומגליקלעכן דיפּלאָמאַט. נאָר מער זי האָט גערעדט ,איז ער אַלץ מער צעמישט געװאָרן ― ביז ער איז ענדלעך אױפֿגעשטאַנען, געכאַפּט דאָס היטל, אַ נײג געטאָן זיך צו בײדע דאַמען, עפּעס אַ מורקע געטאָן אונטער דער נאָז, עפּעס זײער נאַריש, און אַרױס פֿון בערטע דער גרושהס הױז.

אָט װיִאַזױ עס האָט זיך געענדיקט דער ערשטער דיפּלאָמאַטישער אַרױספֿאָר פֿון אונדזער יונגן, נאָר זײער באַגאַבטן אײַזנשטאַדט!

דאָס פֿערצנטע קאַפּיטל
אַלע האָרעװען צוליב דעם פּרינץ

אין דער דאָזיקער צײַט װען אײַזנשטאַדט מיט בערטע שימשלבײן האָבן געפּלאַנעװעט, װי אַזױ מיטצוהעלפֿן באָריס פֿרידמאַנען מיט ראָזע פֿורמאַן, איז אונדזער פּרינץ באָריס געזעסן צעלײגט בײַ דער מאַדאַם רעגנבױגן אין גאַסט־צימער אױף אַ פֿאָטעל מיט אַ ציגאַר אין די צײן, אַ פֿוס פֿאַרלײגט איבער אַ פֿוס, די הענט אין די קעשענעס, און האָט דערצײלט, װי גלענצנד ער האָט אָפּגעגעבן דעם לעצטן עקזאַמען, װי אַזױ עס שטײט אים פֿאָר אַ שװערע צײַט דעם אוניװערסיטעט דורכצומאַכן, װי אַזױ ער רעכנט נאָכדעם פֿאָרן קײן אױסלאַנד שטודירן.

אַקעגן אים זיצט די מאַדאַם רעגנבױגן, נישט קײן יונגע דאַמע מיט געלע האָר און מיט עטלעכע בראָדעװקעס אױפֿן פּנים, און בײַ דער זײַט, מיט ביכלעך אין די הענט, זיצן אירע צװײ טעכטער, אױך געלע, געראָטענע אײנע אין דער אַנדערער, פּונקט װי צװײ טראָפּן װאַסער.

מאַשאַ און פּאַשאַ (אַזױ רופֿט מען זײ) קענען שױן פֿון לאַנג באָריסן. זײ געדענקען אים נאָך, אַז ער איז אַרומגעלאָפֿן איבערן מאַרק מיט זײַנע אָפּגעריסענע חבֿרים און באַפֿאַלן מענטשן אין די גאַסן. נאָר פֿון יענער צײַט איז שױן אַװעק אַ סך יאָרן, און באָריס אין שױן ניט יענער באָריס, װאָס אַמאָל ― נײן! דאָס איז שױן אַ יונגערמאַן מיט שײנע מאַנירן, אַ געבילדעטער, אַ קלוגער, אַ פֿרײלעכער און ― אַ „סטודענט“!… מאַשאַ און פּאַשאַ ― בײדע װינטשן זיך מיטן גאַנצן האַרצן נישט קײן ערגערע חתנים, װי באָריס פֿרידמאַן. זײ װײסן אָבער גאַנץ גוט, אַז באָריס פֿרידמאַן װעט ניט נעמען מאַשען און ניט פּאַשען: באָריס פֿרידמאַן פֿאָרט קײן פּעטערבורג, און נאָכדעם קײן אױסלאַנד… נאָר אײן מאַדאַם רעגנבױגן האָט נאָך אַ האָפֿענונג, אַז באָריס פֿרידמאַן װעט ― ניט הײַנט איז שפּעטער ― געװיס זײַן איר אײדעם. און פֿאַר װאָס דען ניט? דער הער רעגנבױגן איז רײַכער פֿון פֿרידמאַנען און קאָן געבן אַ הונדערט טױזנט רובל נדן, און די מאַדאַם פֿרידמאַן, מיט װעלכער זי לעבט אַזױ צונױפֿגעלײגט, האָט איר ניט אײן מאָל געגעבן אָנצוהערן, אַז, אַדרבה, זי װאָלט נאָך זײער געװען צופֿרידן…

― איר גײט הײַנט אין טעאַטער אַרײַן? ― פֿרעגט אים די מאַדאַם רעגנבױגן און װאַרפֿט אַן אױג אױף די טעכטער, װאָס װערן בײדע רױט װי פֿײַער.

― דאָ אין טעאַטער? ― ענטפֿערט באָריס. ― פֿע! אין פּעטערבורג איז כאָטש כּדאַי צו גײן אין טעאַטער, אָדער, אַ שטײגער, אין אױסלאַנד… נו, און איר גײט אין טעאַטער? ― האָט זיך באָריס פֿאַרכאַפּט.

― מיר האָבן שױן אַפֿילו בילעטן! ― ענטפֿערן אים בײדע רױטע מײדלעך און װערן נאָך רױטער.

― אַך, פּאַרדאָן! ― זאָגט צו זײ באָריס. ― אױב אַזױ, גײ איך אױך מיט אײַך.

די מאַדאַם רעגנבױגן װערט צעגאַנגען פֿאַר נחת. אין איר פֿאַנטאַזיע שטעלט זיך איר שױן פֿאָר, װי אַזױ באָריס גײט־צו צו איר און בעט זי גראַטולירן. זי װײסט נאָר ניט, װער פֿון די בײדע איז די כּלה: מאַשאַ, צי פּאַשאַ?… נאָר עס איז קײן חילוק ניט. אַבי באָריס איז איר אײדעם. זי זאָגט צו זײַן מוטער: „אַיאָ? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט?“ און די מאַדאַם שפּיגלגלאָז װערט אַלערלײ קאָלירן פֿאַר קינאה. און די מאַדאַם שטעכנהאָלץ קװיטשעט מיט איר קול: „עס קאָן ניט זײַן! עס קאָן ניט זײַן!“…

נאָר ניט אַזױ קלערט די מאַדאַם פֿרידמאַן. די מאַדאַם פֿרידמאַן קוקט אַ סך װײַטער און אַ סך העכער! זי חלומט איצט, אַז איר באָריס װעט װערן אַ מיליאָנער!

װי אַרום? ― זײער פּשוט! צי װאָס טױג אים שטודירן? צי װאָס נוצט דאָס איר, אַז איר זון זאָל זײַן אַ דאָקטאָר אָדער אַן אָרעמער אַדװאָקאַט! װאָס איז? ער קאָן זיך נישט דערשלאָגן צו אַ גרױסער, אַ גלענצנדער פּאַרטיע?… עס קאָן אַלץ געמאָלט זײַן! ובפֿרט נאָך אין אױסלאַנד, אַז מע װעט זיך נאָר באַקענען מיט איר באָריסן! דאָס זעלבע האָט געטראַכט דער פֿאָטער אױך, נאָר אױף אַן אַנדער אופֿן:

„מײן ברוך איז נישקשה פֿון אַ שאַרלאַטאַן, כ'לעבן… אין אײן זומער פֿאַרלעבט דרײַ טױזנט רובל און אַ חוץ אָנגעחתמעט װעקסלען אױף אַ פּאָר טױזנט רובל! דו פֿאַרשטײסט צי נײן? אַז מלכּה װעט אים אַזױ נאָכגעבן, קאָן ער װערן לײַטנגלײַך… געלערנט, געלערנט ― ביז מע האָט אים אַרױסגעטריבן פֿון דער גימנאַזיע. אַן עק, אַ סוף ― אױס לערנען! גענוג! מע דאַרף אים נעמען אַביסל צום געשעפֿט און ברעכן די בײנער, טאָמער װעט פֿון אים װערן כאָטש אַ שטיקל מענטש, דו פֿאַרשטײסט צי נײן?“…

מיט אײנעם װאָרט ― אַלע האָבן גערעדט פֿון באָריסן, אַלע האָבן געבױט אַנדערע פּלענער פֿון זײַנעט װעגן, אַלע האָבן אים געװאָלט פֿאַרזאָרגן: דער פֿאָטער, די מוטער, די מאַדאַם רעגנבױגן, די מאַדאַם שטעכנהאָלץ, די מאַדאַם שפּיגלגלאָז, גאָלדנשטאַדט, זילבערשטאַדט, אײַזנשטאַדט, בערטע שימשלבײן און ראָזע פֿורמאַן ― יעדער נאָך זײַן השׂגה און נאָך זײַן פֿאַרשטאַנד; נאָר אײן מענטש האָט װינציקער פֿון אַלע געטראַכט װעגן אים; דער דאָזיקער מענטש איז געװען טאַקע ער אַלײן.

גאַנץ אױפֿגעלײגט איז ער זיך געזעסן אין טעאַטער צװישן מאַשאַ מיט פּאַשאַ רעגנבױגן, װאָס זײַנען געװען אױף דעם זיבעטן הימל פֿאַר פֿרײד, פֿאַר גדלות און פֿאַר פֿאַרגעניגן. אָ! װען די מאַדאַם שטעכנהאָלץ זאָל זײַן אַצינד אין טעאַטער! מיט װאָסערע אױגן װאָלט זי געקוקט אױף זײ!… נאָר די מאַדאַם שטעכנהאָלץ איז אַצינד גראָד ניט געװען אין טעאַטער; אױף איר אָרט איז געזעסן אַן אַנדער דאַמע, װאָס האָט ניט אַראָפּגעלאָזט קײן אױג פֿון מאַשאַ מיט פּאַשאַ רעגנבױגן און פֿונעם קאַװאַליר, װאָס איז געזעסן צװישן זײ, װי אַ פֿאַרשולדיקטער צװישן צװײ זשאַנדאַרמען. די דאָזיקע דאַמע איז געװען נישט מער און נישט װײניקער װי בערטע שימשלבײן.

איך װײס ניט, אױב עס האָט עמעצער אַמאָל, זײַט די װעלט שטײט, געװאָרפֿן אַזעלכע פֿײַערדיקע אױגן אױף זײַן ערגסטן שׂונא, װי בערטע שימשלבײן האָט אין דעם אָװנט געװאָרפֿן אױף באָריס פֿרידמאַנען… ס'טײַטש! נאָך אַמאָל! אין אַזאַ צײַט? אין טעאַטער? און מיט װעמען?

אױב איר מײנט אָבער, אַז בערטע שימשלבײן האָט געמאַכט דערפֿון אַ גאַנצן עסק ― האָט איר אַ טעות. בערטע האָט טאַקע ניט צוגעמאַכט מיט קײן אױג אַ גאַנצע נאַכט און האָט זיך געקאַטשעט פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, זיפֿצנדיק און קרעכצנדיק, נאָר אױף מאָרגן, אַז ראָזע איז צו איר געקומען, האָט איר בערטע אַפֿילו נישט מזכּיר געװען װעגן דעם, װאָס אירע אױגן האָבן געזען אין טעאַטער. זי האָט נאָר אַװעקגעשיקט איר מענטשן צו אליק דעם משרת, װאָס האָט שױן מיטן קוק פֿאַרשטאַנען, װאָס מע מײנט, און האָט פֿון זײַן זײַט אױך אַ װוּנק געטאָן צו זײַן יונגן פּרינציפּאַל. באָריס האָט אָבער איצט קײן צײַט ניט געהאַט צו גײן: ער איז געזעסן מיט דער מוטער און מען האָט געפֿירט אַ נײטיקן שמועס. אליק האָט דאָס איבערגעגעבן בערטען, און בערטע האָט באַפֿױלן, אַז אײַזנשטאַדט זאָל, למען־השם, קומען צו גײן װאָס גיכער. אײַזנשטאַדט האָט זיך באַלד גענומען צו באָריסן, אַװעקגעפֿירט אים װײַט אין גאָרטן אַרײַן און האָט מיט אים געהאַט זײער אַ װיכטיקן שמועס.

אָט װאָס פֿאַר אַ שמועס זײ האָבן געהאַט:

באָריס פֿאָרט אַװעק אין אַ חודש אַרום מיט דער מוטער קײן אױסלאַנד… ער דאַרף פֿאָרן; ער מוז פֿאָרן קײן אױסלאַנד: ערשטנס, אַביסל צעשלאָגן זיך די געדאַנקען נאָך דעם שײנעם עקזאַמען. צװײטנס, װעט ער זיך אַביסל אױסרײַבן, אַנטװיקלען. דריטנס, קאָן ער ניט אָפּזאָגן דער מוטער, װעלכע האָט אים אַזױ ליב. פֿערטנס, איז דאָס טאַקע זײער אַ נײטיקע זאַך: זען אַ נײַע װעלט. פֿינפֿטנס, איז דאָס אים זײער נוצלעך פּשוט פֿאַרן געזונט… און װאָס קער זיך דאָס אָן מיט דער „אידעע“, מיט זײַן ראָזע, װעלכע װעט אים לײַכטן אומעטום װי אַ גלענצנדער שטערן?… װיבאַלד ער װעט נאָר קומען צוריק, אַזױ װעט ער זי מיט גװאַלד אױסרײַסן פֿון די הענט פֿון די דעספּאָטן און װעט אַװעקפֿאָרן מיט איר װײַט־װײַט. דערװײַל װעט ער זיך מיט איר איבערשרײַבן אָפֿט, אַלע טאָג, אַלע טאָג…

די גאַנצע צײַט האָט אײַזנשטאַדט געהאַלטן דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזט און האָט ניט געענטפֿערט דאָס צװײטע װאָרט. נאָר אַז באָריס האָט געענדיקט, האָט ער אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ, אַנידערגעשטעלט זײַנע גלעזערנע באַנקעס אױף באָריסן און האָט אים אַ פֿרעג געטאָן:

― באָריס! זאָג מיר דעם רעכטן אמת: דו האָסט ליב ראָזען? דו האָסט זי שטאַרק ליב?…

― אײַזנשטאַדט! דו ביסט משוגע, צי װאָס?… צי האָב איך זי ליב? װאָס פֿרעגסטו?…

אליק האָט געזוכט באָריסן אין גאָרטן און האָט אים געזאָגט אַז דער פֿאָטער רופֿט אים. באָריס האָט זיך מחיה געװען: די גלעזערנע באַנקעס פֿון זײַן חבֿר אײַזנשטאַדט זײַנען פֿאַר אים געװען זײער שװער איבערצוטראָגן… דעם גאַנצן טאָג האָט זיך באָריס אױסבאַהאַלטן פֿון אים.

פֿאַרנאַכט, אַז אײַזנשטאַדט איז אַװעקגעגאַנגען צו בערטע דער גרושה, איז אים געװאָרן גרינגער אױפֿן האַרצן…

דאָס פֿופֿצנטע קאַפּיטל
יעדער האָט זיך זײַן פּעקל

אָט װאָס פֿאַר אַ בריװל ראָזע פֿורמאַן האָט יענע טעג באַקומען פֿון איר באָריסן:

„טײַערע, טײַערע ראָזע מײַנע! איך קוש דיך פֿון דער װײַטנס. צו מײַן אומגליק קאָן איך דיך נישט זען… אָ! דו פֿאַרשטײסט װאָס הײסט בײַ מיר דיך ניט זען?… מען היט מיך… מע קוקט אױף מיר מיט טױזנט אױגן… מײַן מוטער האָט מיך אַזױ ליב, אַז זי לאָזט מיך ניט אָפּ אױף קײן מינוט. אָ! איך בין אַן אומגליקלעכער!… איך בעט דיך, ראָזע, נעם צו מײַן חבֿר אײַזנשטאַדט גלײַך װי מיך אַלײן. דאָס איז אַ זעלטענער אָרנטלעכער, גוטער מענטש! פֿאַר אים איז ניטאָ קײן סודות ― ער מעג אַלץ װיסן, ער װײס אַלץ און איז אַזױ קלוג, אַזױ געטרײַ און איבערגעגעבן מיטן גאַנצן לעבן!“…

אָ, אמת. אײַזנשטאַדט איז טאַקע אַ גאַנץ אָרנטלעכער מאַן, אַ גוטער, אַ קלוגער. ראָזע האָט אָבער אַ סך בעסער געװאָלט זען זיך מיט איר באָריסן, װי מיט אײַזנשטאַדטן. זען באָריסן אײן מינוט, הערן פֿון אים אײן אײנציק װאָרט איז בײַ איר געװען אַ סך טײַערער און ליבער, װי צו זען אײַזנשטאַדטן דרײַ שעה כּסדר און רעדן מיט אים אַ גאַנצן טאָג!… אונדזער יונגער דיפּלאָמאַט האָט דאָס זײער גוט פֿאַרשטאַנען, נאָר װאָס האָט ער געזאָלט טאָן, אַז באָריס האָט פֿאָרט ניט געקענט קומען אַהער? אײַזנשטאַדט האָט איר אױסגעװיזן מיט אַזעלכע ראַיות, אַז ראָזע האָט ניט געקאָנט קלערן אַנדערש. אין אַ צײַט פֿון צװײ װאָכן האָט אײַזנשטאַדט אַרױסגעזען ,אַז װיפֿל ראָזעס ליבע צו זײַן חבֿר איז שטאַרק, אַז אױסער באָריסן האָט פֿאַר איר נישט עקזיסטירט קײן מענטש, קײן װעלט, קײן ליבע, קײן גליק; „באָריס“ ― אָט דאָס איז געװען איר גאָט, אױף װעלכן עס איז געהאַנגען איר גאַנצע האָפֿענונג אין לעבן. אײנס פֿון די צװײ: אָדער באָריס, אָדער דער טױט!…

װעגן דעם האָט אײַזנשטאַדט גענוג נעכט פֿאַרבראַכט אין שמועסן מיט בערטע שימשלבײן.

― שלעכט, בערטע! ― האָט ער איר אײנמאָל געזאָגט, בעת זײ זײַנען געבליבן אַלײן באַנאַכט אין זאַל אױף דער קאַנאַפּע. ― שלעכט! מע דאַרף זען נעמען אַנדערע מיטלען ער זאָל ניט פֿאַרשװוּנדן װערן פֿון אונדזערע הענט…

― װער? װער זאָל ניט פֿאַרשװוּנדן װערן? ― האָט אים בערטע מיט שרעק איבערגעפֿרעגט.

― אונדזער פּרינץ, באָריס…

בערטע האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט די הענט און כּמעט װײנענדיק אַרױסגערעדט:

― אײַזנשטאַדט! איר זײַט אַ שלעכטער! איר האָט תּמיד ליב צו זאָגן אַזעלכע שרעקלעכע זאַכן, אַז עס איז גאָר אַ מורא מיט אײַך צו רײדן!…

אײַזנשטאַדט האָט אױף איר אַנידערגעשטעלט זײַנע גרױסע אױגן, װעלכע זײַנען ניט געװען אַזױ בײז און מוראדיק, װי די מאַדאַם שימשלבײן האָט געמײנט. זי האָט אים נאָך אַ מאָל איבערגעפֿרעגט:

― איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס איר מײנט… װאָס װילט איר זאָגן?… באָריס האָט ניט ליב ראָזען?…

― נײן, פֿאַרקערט, ער האָט זי דװקא ליב. נאָר עס קאָן זיך טרעפֿן, אַז ער זאָל אַנטלױפֿן… אױסרײַסן זיך ― און אַנטלױפֿן פֿון ראָזען אױף תּמיד…

אַזעלכע מרה־שחורהדיקע געדאַנקען האָבן שטאַרק געװירקט אױף דער מאַדאַם שימשלבײן; אירע טרערן, װאָס האָבן זיך קײנמאָל לאַנג ניט געלאָזט בעטן, האָבן זיך איצט װי פֿון אַ קװאַל געגאָסן. אײַזנשטאַדט האָט אין דער דאָזיקער צײַט אַרײַנגעקוקט אין בוך אַרײַן, און אַז ער האָט דערזען, אַז די טרערן הױבן אָן װערן שיטערער און די אױגן טרוקענער, האָט ער זיך װידער צוגערוקט צו בערטע דער גרושה און האָט איר איבערגעגעבן זײַנע געדאַנקען, פֿאַר װאָס ער קלערט אַזױ, און די מאַדאַם שימשלבײן האָט ענדלעך געמוזט אײַנשטימען מיט אים, אַז ער האָט רעכט, ― ניט אינגאַנצן, נאָר אַ ביסל.

― װאָס זשע טוט מען דערצו? ― האָט זי אים געפֿרעגט.

― מע דאַרף ניט שלאָפֿן. מע דאַרף זיך באַקלערן. איך װעל פּרוּװן, טאָמער װעט מיר געראָטן…

― אײַזנשטאַדט! איר זענט דער ערלעכסטער, דער בעסטער מענטש אױף דער װעלט! איר זענט אַ װירקלעכער העלד!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

װאָס גײט דאָס אָן באָריסן, װאָס זײַנע פֿרײַנט האָרעװען אַזױ פֿון זײַנעט װעגן? דער דאָזיקער װױל־געבױרענער פּרינץ, דער קינפֿטיקער יורש פֿון דער גלענצנדער פֿירמע „פֿרידמאַן“, איז פֿון קינדװײַז אָן אױפֿגעצױגן געװאָרן דערױף, אַז אַלע דאַרפֿן האָרעװען אױף אים, און עס װאָלט אים גאָר געװען אַ װוּנדער, װען עמעצער זאָל פֿרעגן, פֿאַרװאָס איז דאָס אַזױ? בטבֿע ניט קײן שלעכטער, מיט אַ װײך האַרץ, האָט אים די ברײטע דערציִונג געמאַכט פֿאַר אַ מענטש מיט אַ שװאַכן, נאָר אַ גוטן כאַראַקטער. דערפֿאַר האָט אים יעדער ליב געהאַט און געשאַצט נאָך זײַן װערט. אױף זײַן לעבן האָט ער נאָך קײנעם אָפּגעזאָגט, װאָס מע האָט בײַ אים געבעטן, און געגעבן און געטאָן מיט דער ברײטער האַנט, װיפֿל ער האָט נאָר בכּוח געהאַט צו געבן און צו טאָן; און הגם אײַזנשטאַדט האָט נאָך פֿון אים קײן שום טובֿה נישט געהאַט און ניט געפֿאָדערט, דאָך האָט זיך באָריס ניט געפֿרעגט, פֿאַרװאָס לױפֿט דער דאָזיקער דיפּלאָמאַט אַלע טאָג, װי אַ פֿאַרסמטע מױז, צו בערטע דער גרושה מיט זײַנע קװיטלעך צו ראָזען און מיט ראָזעס בריװעלעך צוריק? עס איז אַ סבֿרה, אַז אײַזנשטאַדט אַלײן האָט זיך אױך װײניק באַשעפֿטיקט מיט דער דאָזיקער פֿראַגע, פֿאַרװאָס עס ציט אים עפּעס אַהין? ערשט נאָכדעם, אין אַ צײַט אַרום, דעמאָלט װען ראָזע… נאָר מיר פֿאַרלױפֿן צו־פֿרי; עס איז ניטאָ קײן ערגערע זאַך װי דאָס, װאָס דער שרײַבער האָט קײן צײַט ניט און כאַפּט אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע, גלײַך װי עמעצער שלאָגט אים האַלדז און נאַקן… האָב צײַט ― ס'װעט ניט אַנטלױפֿן!

גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט האָבן זיך תּחילת אַפֿילו יאָ אַביסל געװוּנדערט דערױף װאָס דער דיפּלאָמאַט פֿאַרברענגט טעג מיט נעכט בײַ דער „גרושה“, נאָר װײַטער־װײַטער האָבן זײ אױפֿגעהערט זיך צוקוקן דערצו, װײַל יעדער מענטש האָט זיך זײַן פּעקל.

גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט זײַנען געװען אַזױ שטאַרק פֿאַרנומען מיט זײערע אײגענע פּעקלעך, אַז עס איז זײ שױן גאָר אין קאָפּ נישט געקראָכן באָריס פֿרידמאַנס ליבע מיט אײַזנשטאַדטס דיפּלאָמאַטיע. גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט זײַנען געקומען אַהער צו זײער חבֿר אַ ביסל אָפּרוען זיך פֿונעם יאָר, אַ ביסל לעבן, אָנטרינקען זיך מיט דער פֿרײַהײט אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל, ובפֿרט אַז עס שטײט נאָך פֿאַר זײ פֿאָר אַזאַ שװערער װעג, אַן אוניװערסיטעט אױף פֿיר אָדער פֿינף יאָר. מיט װאָס פֿאַראַ זיסקײט ליגן זײ אַצינד אױסגעצױגן אױפֿן גראָז ערגעץ אונטער אַ בױם און קוקן אַרױף אױפֿן בלױען זומערדיקן הימל! װי טײַער איז די פֿרײַהײט! נאָר נײן, ניט דאָס, װאָס זײ האָבן געזוכט, האָבן זײ דאָ געפֿונען. דאָס גרינע שמעקנדיקע גראָז מיט די בלעטערדיקע בײמער האָבן זײ גיך פֿאַרביטן אױף דעם געלן מױער פֿון דעם הער רעגנבױגן, און דעם בלױען זומערדיקן היטל האָבן זײ פֿאַרביטן אױף די געלע, נאָר געזונטע און פֿרישע טעכטער פֿונעם הער רעגנבױגן.

מאַשאַ און פּאַשאַ רעגנבױגן זײַנען ניט קײן יונגע, ניט קײן שײנע, ניט קײן איבעריק קלוגע, ניט קײן זײער געבילדעטע ― נאָר װױלע מײדלעך, אױסגעצײכנטע מײדלעך. עס איז אַ פֿאַרגעניגן צו קוקן, װיִאַזױ די דאָזיקע צװײ שװעסטער גײען אַרױס אױפֿן שפּאַציר תּמיד געאָרעמט, שטענדיק צוזאַמען, גלײַך געקלײדט ― נאַטירלעך, זײער עלעגאַנט, און נאָך דער לעצטער מאָדע ― שטענדיק אין אײן צײַט, שטיל, פֿײַן, בנעימות, ליבלעך, פֿרײַנטלעך ― פּונקט װי שװעסטער דאַרפֿן גײן. קײנער װעט גאָר ניט װעלן גלײבן, אַז בײַ זיך אין דער הײם זײַנען זײ צװישן זיך די ערגסטע שׂונאים און רײַסן זיך הונדערט מאָל אין טאָג, װי די קעץ. װאָס איז דאָ צו װוּנדערן זיך? גאָט האָט זײ אַזױ שױן באַשאַפֿן, אַז זײ מוזן זיך קריגן צװישן זיך, װאָרעם אַז מאַשאַ זאָגט „װײַס“, מוז שױן פּאַשאַ זאָגן „שװאַרץ“. עס קאָן זײער געמאָלט זײַן, אַז עס איז דערפֿאַר, װײַל זײ זײַנען בײדע גלײַך צערײצט, צעבײזערט דערמיט, װאָס זײ האָבן בײדע רױטע האָר מיט לאַנגע שפּיצעכיקע נעזער און גרױסע אױערן; עס קאָן זײַן, אַז דערפֿאַר, װײַל זײ זײַנען בײדע אַ ביסל אַריבערגעװאַקסן, בײדע פֿאַרזעסענע, אָן חתנים; און עס קאָן זײַן, אַז דערפֿאַר, װײַל מאַשאַ האָט גערעכנט, אַז איבער פּאַשען איז זי אַזױ אומגליקלעך, און פּאַשאַ האָט געדרונגען פֿאַרקערט, אַז די גאַנצע צרה איז װײַל זי האָט אַן עלטערע שװעסטער, װעלכע הײסט מאַשאַ… נאָר װיִאַזױ די מעשׂה איז דאָרט געװען, ― די דאָזיקע צװײ שװעסטער האָבן געפֿירט צװישן זיך מלחמה אַ צײַט מיט יאָרן. ניט דער פֿאָטער, װאָס איז זעלטן אין דער הײם געװען, ניט די מוטער, װאָס האָט מורא געהאַט אַרײַנמישן זיך צװישן זײ, האָבן זײ ניט געשטערט צו קריגן זיך, זידלען זיך, שעלטן זיך ― און אָפֿטמאָל ― צװישן אונדז זאָל עס בלײַבן ― טאַקע פּאַטשן זיך…

כּעס איז, געװײנלעך, ניט אַזאַ טײַערע מעלה; דאָך פֿאַרשטײען מיר, אַז יעדער האָט אַ גאַל און אַ מענטש איז ניט קײן אײַזן. װיִאַזױ זאָל מאַשאַ ניט זײַן אין כּעס אױף פּאַשען, אַז זי פֿאַרגינט זיך נאָך שפּאַרן און זאָגן אױף צו־להכעיס, אַז זילבערשטאַדט איז אַ שוטה?

― ער איז קליגער פֿאַר דיר, מאַשאַ!

― פֿאַרשטײט זיך: פּאַשאַ אַלײן זאָגט אַזױ ― דאַרף מען איר גלײבן! איר װײסט, װער עס זאָגט? דאָס זאָגט פּאַשאַ, מײַן שװעסטער פּאַשאַ! איר קענט זי, צי נײן?. .

― צי מיך קען מען, צי ניט, ― דיך, מאַשאַ, קען מען אַװדאי! מע קען דיך, דאַנקען גאָט, אומעטום, מע קען דיך. מע האָט געהערט פֿון דיר…

― געלױבט איז גאָט, װאָס מע קען מיך! מע װאָלט מיך נאָך מער געקענט, װען איך זאָל ניט האָבן דיך פֿאַר אַ שװעסטער!

― ע? איך מאַך דיר קאַליע? איך פֿאַרשטײ!…

דו מאַכסט מיר קאַליע? דו? דו?… װאָס איז? װער ביסטו אַזעלכע? װער ביסטו? אַדרבה, װער ביסטו?…

― װער איך בין? עס איז שױן גענוג פֿאַר מיר, אַז איך בין מײַן שװעסטערס אַ שװעסטער !…

― צו פֿיל כּבֿוד פֿאַר דיר! װאָלסט זיך שױן טאַקע, כלעבן, געמעגט אַריבערטראָגן מיטן פּעקל אַהין, װוּ מע האָט שױן לאַנג צוגעגרײט פֿאַר דיר אַן אָרט!…

― דו ביסט עלטער, שװעסטער־לעב!…

― ע? דו הײבסט שױן אָן צו שעלטן? נאַ זשע דיר! נאַ! נאַ!…

― נאַ דיר צוריק!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

און עס קומט צװישן זײ פֿאָר אַזעלכעס, װאָס עס פּאַסט ניט פֿאַר קײן פֿרײַלינס, װעלכע שפּילן פּיאַנע און האַלטן אַ ביכל אין דער האַנט. און דעריבער האָבן מיר אױסגעשטעלט דרײַ שורות מיט פּינטעלעך.

און מערקװירדיק! טאָמער האָט עמיצער געזאָגט אַ שלעכט װאָרט אױף מאַשען, האָט פּאַשאַ יענעם געקאָנט אױסרײַסן די אױגן, און װידער צוריק, װען פּאַשאַ איז ניט געזונט געװען, האָט מאַשאַ ניט צוגעמאַכט מיט קײן אױג גאַנצע נעכט און איז אױסגעזעסן לעבן איר טאַקע נאָר װי אַ שװעסטער קאָן זיצן. עס איז זײ שװער געװען צו נעמען אױף די געדאַנקען, װאָס װעלן זײ טאָן, אַז זײ װעלן זיך דאַרפֿן צעשײדן, צעשײדן אױף תּמיד, אױף אײביק? דער דאָזיקער געדאַנק האָט ניט אײן מאָל אַרױסגערופֿן טרערן אױף זײערע אױגן, געװײנלעך, באַהאַלטנדיק אײנע פֿאַר דער אַנדערער. נאָר גאָט דער האַר האָט זײ אָפּגעהיט פֿון צעשײדן זיך, און עס איז זײ באַשערט געװען צו פֿאַרברענגען אַלע זײערע בעסטע יונגע יאָרן נאָר צוזאַמען, און דאָס דאָזיקע האָט זײ געמאַכט נאָך מער בײז, נאָך מער צערײצט, ביז זײ זײַנען גאָר געװאָרן אָפּגעזונדערט פֿון זײערע אַמאָליקע חבֿרטעס און באַקאַנטע און פֿון דער גאַנצער שטאָט, און דערפֿאַר האָבן זײ באַקומען אין שטאָט אַ נאָמען: „די אַלטע מױדן“…

― אָט גײען זײ שױן, די אַלטע מױדן!… װאָס װעלן זײ אױסזיצן, איך בעט אײַך? רעגנבױגן איז ניט קראַנק צולײגן נאָך עטלעכע צענדליק טױזנט רובל און קריגן זײ חתנים, כאָטש װאָסערע חתנים ס'איז, אַבי זײ זאָלן זיך נישט אַרומבלאָנקען אַזױ ביז צום גרױען צאָפּ!

און די צײַט שטײט ניט אױף אײן אָרט. אײן יאָר יאָגט דאָס אַנדערע. דער הער רעגנבױגן קומט פֿון פּעטערבורג און פֿאָרט װידער אַװעק אױף אַ גאַנץ יאָר צו זײַנע געשעפֿטן. די מאַדאַם רעגנבױגן קוקט אױף די טעכטער מיט רחמנות און זיפֿצט און קרעכצט, אָדער זי גײט אַװעק צו דער מאַדאַם פֿרידמאַן און ברענגט פֿון דאָרטן פּעק מיט רכילות. און װידער די אײגענע בלאָטע פֿאַר פּסח. װידער די שרעקלעכע היצן מיט דעם שלעכטן ריח אום תּמוז. װידער די ברענענדיקע פֿרעסט אום װינטער. אַלץ די אײגענע האַלב־אײַנגעפֿאַלענע קלײטן מיט די פֿאַראָרעמטע קרעמערקעס אין מאַרק, װאָס שלעפּן פֿאַר די פּאָלעס. װידער די אײגענע פֿיזיאָנאָמיעס מיט די קאָסטיומען אױף יעדן טריט. װידער די אײגענע „אינטעליגענציע“, װאָס פֿאַרפֿלײצט אַלע שבת די באַרדיטשעװער גאַס, אײַנגעטונקען אין זײַד און אין סאַמעט מיט אַ סך רױטע, גרינע, בלױע, געלע סטענגעלעך אױפֿן האַלדז, מיט זיסע, זױערע, ביטערע, װײַניקע, געזאַלצענע שמײכעלעך אױף די ליפּן… װען װעט דאָס שױן האָבן אַן עק? װען װעט קומען אַ שׂריפֿה אױף דער דאָזיקער שטאָט? װען װעט קומען אַ מפּלה אױף אַלע מאַנספּערזאָנען?…

פּונקט אין דער דאָזיקער צײַט האָט זײ באָריס פֿרידמאַן פֿאָרגעשטעלט זײַנע צװײ געטרײַע חבֿרים ― גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט, אױף װעלכע די אױסגעטריקנטע שװעסטער זײַנען אָנגעפֿאַלן, װי די הונגעריקע בינען. מיט כּעס און מיט פֿרײד צוזאַמען האָבן זײ זיך צוגעכאַפּט צו די דאָזיקע צװײ אומשולדיקע נפֿשות, װעלכע האָבן מער ניט געהאַט אין זינען נאָר דערטאַפּן זײער נדן… מיט װאָס פֿאַראַ נקמה האָבן זײ געקוקט אױף דער מאַדאַם פֿרידמאַן מיט איר פּרינץ, שפּאַצירנדיק אין גאָרטן געאָרעמט מיט גאָלדנשטאַדט און מיט זילבערשטאַדט!

― פּאַרלע װוּ פֿראַנסע, מסיעparlez-vous français monsieur: צי רעדט איר פֿראַנצײזיש, הער גאָלדנשטאַדט? אַך, פֿאַרװאָס זאָלט איר ניט קאָנען קײן פֿראַנצײזיש, גאָלדנשטאַדט? אַ שאָד, אַ שאָד, װאָס איר רעדט נישט קײן פֿראַנצײזיש!… װאָס לױפֿט איר אַזױ, גאָלדנשטאַדט?… איר זעט, גאָלדנשטאַדט, איר זעט אָט די דאָזיקע מאַמזעל?… איר זעט זי נישט? איר זענט אַ קורצזיכטיקער? פֿאַרװאָס זאָלט איר ניט טראָגן קײן ברילן, קײן פּענסנע?… װי געפֿעלט אײַך עפּעס מײַן שװעסטער פּאַשאַ?.. איך זע, איר קוקט אױף איר די גאַנצע צײַט!… זי איז יונגער פֿון מיר… זי איז שענער פֿון מיר… אײַער חבֿר איז ערלעכער פֿון אײַך: ער טרעט נישט אָפּ פֿון פּאַשען אױף קײן מינוט, קײן רגע… איר קאָנט נאָר קאָמפּלימענטן מאַכן! איך װײס! איך װײס!… װוּ איז דאָס אײַער דריטער חבֿר, אײַזנשטאַדט? פֿאַרװאָס װילט איר אים קײנמאָל ניט ברענגען מיט זיך? איר האָט מורא, טאָמער װעט ער בעסער געפֿעלן פֿון אײַך?… מע זאָגט, אַז ער איז זײער אַן אָרנטלעכער מאַן, אַ זעלטענער מענטש… װאָס שװײַגט איר? װאָס װערט איר רױט, בעת איר װילט עפּעס זאָגן?…

אַזױ, אָדער כּמעט אַזױ, באַגײט זיך אױך פּאַשאַ מיט איר קאַװאַליער, מיט זילבערשטאַדטן. די דאָזיקע צװײ צערײצטע שװעסטער, מיט װעלכע די װעלט באַגײט זיך אַזױ אוממענטשלעך, ציִען בײַ אונדזערע בידנע סטודענטן די קלײ, רײַסן פֿון זײ פּאַסן, שלעפּן די אָדערן, הענגען זיך צו זײ אױפֿן האַלדז און מאַכן פֿון זײ חוזק מיט לײַטישע געלעכטער… אָט גיט מען זײ אַ האָפֿענונג, אַז אַלץ װעט זײַן רעכט, אַז זײערע הערצער מיט זײער פֿאַרמעגן װעלן גיך־גיך איבערגעגעבן װערן צו זײ; און אָט טוט מען זײ אַ שמיץ פֿון זיך, און זײ פֿאַלן פֿונעם זיבעטן הימל אַראָפּ־אַראָפּ אױף דער ערד… אַלע טאָג, אַלע טאָג די זעלבע געשיכטע, אָן אַן עק און אָן אַ סוף!

איז שױן אַ װוּנדער, װאָס די דאָזיקע צװײ חבֿרים װײסן ניט און װילן נישט װיסן, װאָס עס טוט זיך דאָרט בײַ זײער חבֿר באָריס מיט זײַן ראָזען, און װאָס הערט זיך עפּעס מיט אײַזנשטאַדטן?

יעדער האָט זיך זײַן פּעקל.

דאָס זעכצנטע קאַפּיטל
אַלע צעפֿאָרן זיך

די מאַדאַם פֿרידמאַן האָט שױן אָפּגעשמועסט מיטן זון מכּוח זײער װײַטער נסיעה קײן אױסלאַנד אױף קוראַציע, כּדי צו באַקענען זיך אַ ביסל מיט דער װעלט.

― דו פֿאַרשטײסט צי נײן? ― זאָגט צו איר דער מאַן. ― איך זאָג דיר, מלכּה, אַז דו װעסט נאָכדעם אַלײן חרטה האָבן. אונדזער ברוך איז אַ צעבאַלעװעטער בן־יחיד, און דאָרטן קאָן פֿון אים װערן אַ שײנער שאַרלאַטאַן. ער האָט פֿײַנט האַלטן געלט בײַ זיך און האָט ליב קױפֿן אַלץ, װאָס דאָס אױג זעט, און אַז עס גײט אים אױס געלט, חתמעט ער װעקסלען. מיר װעלן אים דאַרפֿן אין צװײ חדשים אַרום אױסקױפֿן פֿון אַ טורמע, אָדער זוכן ערגעץ גאַנץ װײַט… אונדזער בן־יחיד איז טאַקע אַ װױלער יונגאַטש, נאָר ער איז נאָך צו יונג און מוז האָבן אַ ניאַניע… ער האָט אַ צו װײך האַרץ און מײנט, אַז ער איז רױטשילדס אַ יורש. דו פֿאַרשטײסט צי נײן?…

― װאָס זשע װילסטו, מאָטל? פֿאַרװאָס זאָלסטו מיך אומזיסט מוטשען, װען דו װײסט, אַז עס װעט דיר ניט העלפֿן? װאָס זשע דען זאָל ער טאָן, אַ יונג קינד פֿון פֿאַרמעגלעכע עלטערן?

― זאָל ער זיך פֿריִער באַקענען מיטן געשעפֿט דאָ, אױפֿן אָרט, מלכּה! זאָל ער זען, פֿון װאַנען דאָס עשירות צאַפּט זיך, און נאָכדעם, װען ער װעט קאָנען אַרײַנברענגען אַ קערבל, װעט ער שױן ממילא קאָנען אױסברענגען אױך. דו פֿאַרשטײסט צי נײן?…

― אַ? דו װילסט אים מאַכן פֿאַר אַ משרת? איך פֿאַרשטײ שױן דײַן ציל! מאָטל, עס װעט זיך דיר ניט העלפֿן, מאָטל! באָריס פֿאָרט מאָרגן אַװעק!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

מע פּאַקט און מע גרײט זיך אין װעג אַרײַן. אַ גרױסע באַװעגונג אױפֿן אײַזערנעם באַלקאָן. די מאַדאַם פֿרידמאַן איז שטאַרק צעטראָגן. אַלײן, מיט אירע אײגענע הענט, לײגט זי צונױף דאָס גרעט, די מלבושים, דאָס עסנװאַרג. זי בײזערט זיך, קאָמאַנדעװעט און איז שטאַרק צעטראָגן. דערפֿאַר אָבער זיצט זיך דער הער פֿרידמאַן אין קאַנטאָר און איז שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין די חשבונות. ער רופֿט צו דעם קאַסיר און שמועסט מיט אים גאַנץ קאַלטבלוטיק װעגן די געשעפֿטן און מישט זיך ניט און פֿרעגט אַפֿילו ניט, װאָס טוט זיך דאָרט, אױפֿן באַלקאָן.

בײַם טיש זיצן שױן אַלע אונדזערע באַקאַנטע און מע װאַרט אױפֿן בעל־הבית. די מוטער איז פֿאַרטראָגן מיטן טואַלעט. דער זון איז אױך שטאַרק צעפֿלאָכטן. ער היט זיך עפּעס פֿאַר אײַזנשטאַדטס גרױסע אױגן, װאָס קוקן אים גלײַך אין האַרצן אַרײַן. ער שמועסט מיט גאָלדענשטאַדטן און מיט זילבערשטאַדטן און מאַכט זיך, אַז ער לאַכט, און װיל, אַז זײ זאָלן אױך לאַכן. נאָר זײ לאַכן ניט. גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט זײַנען פֿאַרטראָגן אין זײערע אײגענע געשעפֿטן, און זײערע אױגן קוקן ערגעץ װײַט, אַהין, אין פֿענצטער, אױף דעם געלן מױער, דאָרט װוּ זײ האָבן נעכטן געהאַט אַ לאַנגן שמועס מיט מאַשען און מיט פּאַשען, אַזאַ שמועס, װאָס זײ קאָנען פֿון אים בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטײן, צי זאָלן זײ לערנען דעם פּשט אַזױ, צי אַנדערש… דער טיש גײט־צו גאַנץ שטיל; עס איז יעדן עפּעס אָנגעזאַלצן אױפֿן האַרצן. נאָר אײן הער פֿרידמאַן איז ניט צעטראָגן.

― דו פֿאַרשטײסט צי נײן? ― זאָגט דער בעל־הבית גאַנץ רויִק, פֿאַרנעמענדיק זײַן אָרט און ניט קוקנדיק אױף קײנעם. ― דו פֿאַרשטײסט צי נײן? ער פֿלעגט מיר תּמיד אַראָפּװאַרפֿן פֿון טײ צװאַנציק פּראָצענט סקידקע, און איצט שרײַבט ער, אַז עס לױנט אים ניט. איך האַנדל שױן מער ניט מיט אים פֿון הײַנט אָן! איך גיב אים צו לײזן אַ יאָר כּמעט הונדערט און צװאַנציק טױזנט רובל, און אפֿשר נאָך מער. דו פֿאַרשטײסט צי נײן?…

― די פֿערד זײַנען שױן גרײט! ― זאָגט אליק נאָך דעם אָנבײַסן און הײבט אָן אַרױסטראָגן די פֿולע טשעמאָדאַנעס. אַלע קוקן זיך איבער. נאָר דער הער פֿרידמאַן גײט־אַװעק אין קאַנטאָר אַרײַן און זעצט זיך צו די חשבונות. די מאַדאַם פֿרידמאַן װיל זיך שױן אָנהײבן געזעגענען, איז דער זון נישטאָ. װוּ איז ער? אין גאָרטן מיט אײַזנשטאַדטן…

― איך בעט דיך, אײַזנשטאַדט, טײַערסטער פֿרײַנט, איך פֿאַרלאָז זיך אױף דיר, װי אַן אײגענעם ברודער. דו פֿאַרשטײסט?… זאָג איר, אַז נישט מער װי אין דרײַ־פֿיר װאָכן אַרום קום איך צוריק, און דעמאָלט… איך װעל איר שיקן פֿון װעג אָפֿטע בריװ, אַלע טאָג, צװײ מאָל, דרײַ מאָל אַ טאָג! אײַזנשטאַדט, איך בעט דיך… אפֿשר דאַרף איך איר אַצינד אױך איבערלאָזן אַ בריװ? האַ? װי מײנסטו, אײַזנשטאַדט?…

― צו װאָס? מע דאַרף ניט. איך װעל איר שױן אַלץ איבערגעבן.

― אײַזנשטאַדט! מיט װאָס קאָן איך דיר אָפּדאַנקען פֿאַר דײַן גוט האַרץ, טײַערער אײַזנשטאַדט?… אין קיִעװ װעל איך שטײן אַ טאָג דרײַ ― שרײַב מיר אַהין אַ בריװ. זײַ געזונט! גריס ראָזען. זײַ געזונט! זײַ געזונט!

― פֿאָר געזונט! פֿאָר געזונט!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― זײַ געזונט, פּאַפּאַשאַ! ― האָט זיך אונדזער יונגער העלד געװענדט צום פֿאָטער. ― זײַ געזונט!

― האַ? הונדערט אַכציק, צװײ טױזנט דרײַהונדערט פֿופֿציק, אַכט מיט פֿערציק, פֿיר מיט אַ האַלבע… אַ, דו פֿאָרסט שױן?… און זיבעציק, דרײַ טױזנט פֿירהונדערט צװאַנציק. אײנס מיט זעכציק, זעקס מיט דרײַ פֿערטל… נו, פֿאָר געזונט! און דרײַסיק, נײַן טױזנט מיט הונדערט, אַכציק מיט צװעלף דרײ פֿערטל… און זײַ אַ מענטש, דו פֿאַרשטײסט צי נײן?… גיט מיר אַהער דעם חשבון פֿון אַפּריל מיטן באַלאַנס!..

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― זײַט געזונט! ― זאָגט גאָלדנשטאַדט, געזעגענענדיק זיך מיט מאַשאַ רעגנבױגן, און קוקט אַראָפּ צו זיך אױף די שפּיץ שטיװל.

― פֿאָרט געזונט! ― ענטפֿערט אים מאַשאַ רעגנבױגן, קוקנדיק אױף אים מיט אַ געלעכטער. ― פֿאָרט געזונט! איר זאָלט דאָס אַנדערע מאָל זײַן געהיט מיט אַ װאָרט און פֿריִער גוט באַקלערן, װאָס איר װילט זאָגן!… איר זאָלט ניט מײנען, אַז מיר, פֿרױען, זײַנען אַזאַ װאָלװעלע סחורה, װאָס יעדער קאָן זי קױפֿן, אַבי עס לױנט זיך אים… איך װײס, איר װעט מיר זאָגן, אַז איר האָט מיך ליב, איר גײט אױס נאָך מײַנע טריט… זאָגט דאָס ניט: איך װעל אײַך ניט גלײבן; ניט מיך מײנט איר ― איר מײנט עפּעס אַנדערש… איר זאָלט מיך פֿאָלגן, װאָלט איר באַלד געגאַנגען זאָגן די דאָזיקע װערטער אױך אײַער חבֿר זילבערשטאַדט, בכדי ער זאָל זיך היטן און זאָל מײַן שװעסטער אַזעלכעס נישט פֿאָרלײגן, מחמת פֿון איר קאָן ער אַ סך ערגער אָפּשנײַדן, װי איר פֿון מיר! מײַן שװעסטער איז ניט פֿון די פֿרײַלינס, װאָס האָבן מורא פֿאַר אַ מאַנספּערזאָן און װאָס גלײבן אים אױף נאמנות, װען ער זאָגט, אַז ער האָט ליב, ער גײט אױס, ער שטאַרבט!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

עס קאָן זײַן, אַז אונדזערע צװײ פֿײַנע יונגעלײַט, גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט, װאָלטן אפֿשר ניט אַזױ מיאוס באַהאַנדלט געװאָרן פֿון די מאַמזעלן רעגנבױגן. װען די דאָזיקע צװײ שװעסטער זאָלן ניט געװען זײַן הײַנטיקן טאָג אַזױ צעבײזערט און צערײצט דערמיט, װאָס באָריס פֿרידמאַן, אױף װעלכן זײ האָבן בײדע אױסגעקוקט אַזױ לאַנג, איז אַװעקגעפֿאָרן קײן אױסלאַנד און איז אַפֿילו נישט געקומען מיט זײ זיך געזעגענען! דעם גאַנצן כּעס מיטן פֿאַרדרוס האָבן זײ אױסגעלאָזט צו די צװײ אומשולדיקע העלדן, װאָס זײַנען אַװעקגעפֿאָרן דעם זעלבן טאָג פֿון דאַנען מיט צעבראָכענע הערצער, מיט צעװאַלגערטע לופֿט־שלעסער און מיט פּוסטע לײדיקע קעשענעס…

― פֿאַרשׂרפֿעט זאָל װערן די דאָזיקע שטאָט מיטן געלן מױער און מיט די געלע אַלטע מױדן!… ― האָט געבענטשט גאָלדנשטאַדט, זיצנדיק אין אַ טרײסלענדיק בײַדל און אַרומקוקנדיק זיך דאָס לעצטע מאָל אױף דער שטאָט, װאָס האָט אַ פּנים געהאַט פֿון װײַטן, װי אַ בערגל, אױף װעלכן מען האָט אָנגעװאָרפֿן רױטע, געלע און שװאַרצע שטײנדלעך מיט מיסט און מיט שטרױ.

― אַ פּאָהיבעל זאָל קומען אױף אַלע אַלטע מױדן פֿון דער גאַנצער װעלט!… ― האָט אונטערגעהאָלפֿן זילבערשטאַדט, אונטערשפּרינגענדיק אין בײַדל און שלינגענדיק דעם געדיכטן שטױב, װאָס קריכט אין די אױגן, אין נאָז און אין האַרצן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָר אײן אײַזנשטאַדט איז געבליבן נעכטיקן אין דער דאָזיקער שטאָט און האָט אין דעם אָװנט לאַנג פֿאַרבראַכט מיט „בערטע דער גרושה“, װאָס האָט ניט אױפֿגעהערט צו װײנען, אָכקען און זיפֿצן.

ניט אומזיסט האָבן מיר אונדזער העלד אײַזנשטאַדטן געקרױנט מיטן טיטל „דיפּלאָמאַט“. אײַזנשטאַדט האָט װירקלעך פֿאַרטראַכט גרױסע װיכטיקע פּלענער, װי מיר װעלן דאָס אַרױסזען באַשײַנפּערלעך פֿון די װײַטערדיקע קאַפּיטלעך פֿון אונדזער אמתן ניט־אױסגעטראַכטן ראָמאַן.

דאָס זיבעצנטע קאַפּיטל
אומגעריכטע באַגעגענישן

„װוּ זײַנען זײ אַצינד? װאָס טוען זײ? װאָס רײדן זײ? אַך, װי גליקלעך זײַנען זײ אין דער פֿרעמד, אין דער גרױסער שטאָט, װײַט פֿון זײערע עלטערן, די דעספּאָטן, װײַט פֿון דער דאָזיקער װיסטער שטאָט מיט אירע אײביקע רכילות!… נאָר פֿאַרװאָס האָב איך קײן בריװ ניט פֿון זײ? זײ זײַנען מסתּמא פֿאַרנומען מיט זײער אײגן גליק אַזױ שטאַרק, אַז זײ האָבן שױן פֿאַרגעסן אין זײער בערטען… פֿאַרװאָס זשע שרײַבט ניט אײַזנשטאַדט? ער האָט דאָך מיר צוגעזאָגט שיקן בריװ, װיבאַלד זײ װעלן נאָר קומען אױפֿן אָרט און װעלן אָפּזוכן באָריסן. אַ פּנים, אײַזנשטאַדט איז דער אײגענער, װאָס אַלע מאַנסבילן. ניט ערגער און ניט בעסער“…

אַזױ טראַכט זיך די מאַדאַם שימשלבײן און ברעכט זיך דעם קאָפּ װעגן אײַזנשטאַדטן מיט ראָזען, װאָס זײַנען אַװעקגעפֿאָרן שױן אַכט טאָג, און זי האָט נאָך פֿון זײ קײן שום ידיעה ניט, גלײַך װי זײ װאָלטן אין װאַסער אַרײַן. קאַרג די שמערצן מיט די בזיונות, װאָס זי האָט דאָ פֿון די פֿורמאַנס, דאַרף זי נאָך האָבן יסורים פֿון די העלדן אַלײן, װאָס צאָלן איר פֿאַר איר פֿרײַנדשאַפֿט און ליבע מיט אומדאַנקבאַרקײט? װיפֿל איז זי אױסגעשטאַנען פֿון דער מאַדאַם װאָס איז אַרײַנגעלאָפֿן צו איר מיט אַ געװאַלד אױף דעם אַנדערן טאָג נאָך איר טאָכטערס אַנטלױפֿן און איז אָנגעפֿאַלן אױף איר מיט אַ געװײן:

― הולטײַקע! גיב מיר אָפּ מײַן קינד! חצופֿה, װוּ איז מײַן ראָזע? גיב מיר אָפּ מײַן טאָכטער, מײַן אױג אין קאָפּ!…

שרעקלעך איז געװען די דאָזיקע אומגליקלעכע אין יענער מינוט! בערטע האָט אַלײן אױך אָנגעהױבן צו װײנען, אױף איר קוקנדיק. נאָך מער שרעקלעך איז געװען מאיר פֿורמאַן… נאָר לאָמיר אַװעקװאַרפֿן די דאָזיקע פּאַרשױנען מיט די טרױעריקע סצענעס און לאָמיר בעסער נאָכקוקן נאָך אונדזערע הױפּט־העלדן, זען, װוּ זײַנען זײ און װאָס טוען זײ?

אַז די אַנטלאָפֿענע, אײַזנשטאַדט און ראָזע פֿורמאַן, זײַנען אױף דעם צװײטן טאָג געקומען בשלום אין דער גרױסער שטאָט, איז די ערשטע זאַך געװען בײַ אײַזנשטאַדטן אָפּצוזוכן פֿאַר דער מידער און הונגעריקער ראָזע אַן אָפּרו. ער האָט אַזױ לאַנג געזוכט, ביז ער האָט געדונגען אַ קלײנע, נאָר זײער אַ ליכטיקע און אַ רײנע קװאַרטיר, װוּהין ער האָט אַרײַנגעפֿירט ראָזען און האָט באַפֿױלן, עס זאָל זײַן דער סאַמאָװאַר, געבראַכט אין אײן אױגנבליק בײגל, בולקעס, פּוטער. און אַלײן האָט ער זיך גענומען קלײַבן אין װעג אַרײַן, קײַענדיק און כאַפּנדיק עפּעס אין מױל אַרײַן.

― אײַזנשטאַדט! ― האָט זיך צו אים ראָזע געװענדט, קוקנדיק אים אין די אױגן אַרײַן. ― אײַזנשטאַדט! איך װיל אױך גײן מיט אײַך.

― װאָס רעדט איר, ראָזע? נײן! מיר האָבן אײנמאָל אָפּגערעדט, דאַכט זיך, אַז איר דאַרפֿט מיך פֿאָלגן?… איך דאַרף גײן אַצינד אַלײן, און איר רוט זיך אױס אַ ביסל פֿונעם װעג: דער רעגן האָט געמאַכט פֿון אײַך אַ תּל… ביז איך װעל קומען מיט אים צוריק, װעט איר שױן האָבן זיך אַ ביסל דורכגעשלאָפֿן, אַזױ אַז באָריס װעט אײַך טרעפֿן נאָך שענער, װי ער האָט אײַך אַװעקגעװאָרפֿן…

ראָזע האָט זיך צעלאַכט און איז רױט געװאָרן. אונדזער כיטרער דיפּלאָמאַט האָט, אַ פּנים, געװוּסט, װי אַזױ צו האַנדלען מיט דער פֿרײַלין ראָזע און מיט װאָס צו װירקן אױף איר. זי איז מרוצה געװאָרן צו בלײַבן דאָ אױף דער קװאַרטיר און װאַרטן, ביז זײ װעלן קומען צוזאַמען, און אין דער צײַט װעט זי זיך דערװײַל אױסשלאָפֿן.

זיך אױסגעשלאָפֿן?… אַצינד, װען זי האָט שױן אָפּגעטאָן אַזאַ פֿאַרברעכן: אַנטלאָפֿן פֿון דער הײם באַנאַכט מיט אַ פֿרעמדן יונגנמאַן, אַװעקגעװאָרפֿן די אומגליקלעכע מוטער, איר אײנציקן פֿרײַנט פֿון אירע יונגע יאָרן, ― און אױף װעמען? אױף איר פֿאָטער דעם דעספּאָט, װאָס איז אַזױ פֿיל יאָרן אָפּגעזעסן אױף אײן אָרט ― בײַם אײַזערנעם קאַסטן, װי אַ געטרײַער הונט, און האָט געקליבן אַ גראָשן צו אַ גראָשן ― פֿון װעמענס װעגן, אַז ניט פֿון אירעט װעגן, װי ער אַלײן זאָגט אַלע מאָל? אַצינד, װען זי איז שױן געקומען צו איר ציל, װוּהין זי האָט זיך דרײַ יאָר געצױגן און געריסן, ― װעט זי זיך אַװעקלײגן שלאָפֿן? נײן! זי װעט זיך אַזױ צולײגן אַ ביסל אױפֿן בעטל, און לײענענדיק צום הונדערטסטן מאָל אײנע פֿון זײַנע לעצטע בריװ, װעט זי װאַרטן אױף אים…

אין דער זעלבער צײַט, װאָס ראָזע ליגט אױפֿן בעטל מיט אַזעלכע געדאַנקען, לױפֿט באָריס אַרום מיט דער מוטער דאָ, אין דער גרױסער שטאָט, פֿון אײן מאַגאַזין אין דעם אַנדערן. ער קלײַבט זיך מאָרגן פֿרי אַװעקפֿאָרן פֿון דאַנען קײן אױסלאַנד און האָט זיך דאָ קױם צוגעקליבן עטלעכע פֿײַנע גאַרניטורן אין װעג אַרײַן. אַ פּנים, ער הײבט ניט אָן צו װיסן, אַז שױן גוטע דרײַ שעה װאַרט אױף אים אונדזער דיפּלאָמאַט אײַזנשטאַדט אין דעם האָטעל און קאָן זיך אױף אים ניט דערװאַרטן. אײַזנשטאַדט שפּאַנט אום אױפֿן טראָטואַר, קוקט אױף אַלע זײַטן, כאַפּט אַרױס אַלע מינוט דאָס זײגערל, דאָס װיסטע אָפּגעריבענע זײגערל, און הײבט שױן אָן צו זײַן ברוגז. נאָר שאַ!… אָט פֿאָרט, דאַכט זיך, אונדזער העלד מיט דער מוטער אױף אַ פּאָר ריסאַקעס גלײַך צו דעם דאָזיקן האָטעל? ער שפּרינגט אַראָפּ מיט עטלעכע פּעקלעך סחורה און לױפֿט צו דער טיר ― פּלוצעם…

― אײַזנשטאַדט?!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

צװײ שײנע מעבלירטע נומערן. פּעק מיט סחורה אױף די טישן ,אױף די בענקלעך, אױף דער ערד. צװײ לאַקײען שטײען גרײט און װאַרטן, מע זאָל מיט זײ עפּעס שאַפֿן. באָריס פֿרידמאַן הײסט זײ אַרױסגײן און צומאַכן די טיר. ער איז עפּעס װי צעמישט פֿון דעם, װאָס ער האָט פּלוצעם, אומגעריכט, דערזען דאָ אײַזנשטאַדטן.

― מאַמע! איך װעל באַלד אַרײַנגײן, איך װעל אַ ביסל שפּאַצירן מיט אײַזנשטאַדטן דאָ אין קאָרידאָר!

בײדע גײען־אַרױס אין קאָרידאָר.

― װי קומסטו אַהער, ברודער? װאָס מאַכסטו עפּעס? װאָס מאַכן דאָרט אונדזערע?… װאָס טוט זיך דאָרטן?…

― אַלץ אין אָרדענונג. ― ענטפֿערט אים אײַזנשטאַדט, נישט אַראָפּלאָזנדיק די אױגן פֿון אים. באָריס זעצט זיך אַנידער אױף אַ בענקל. ער כאַפּט זיך אָבער באַלד אױף און לױפֿט אַרום הין און צוריק, װי אַ פֿאַרטשאַדעטער, און קאָן זיך קײן אָרט נישט געפֿינען. ער שיט מיט װערטער:

― אַך, ברודער! װאָס זאָל איך דיר זאָגן?… איך האָב געהאַט אַזאַ שװערן װעג, אַז איך קאָן דיר גאָר אַזױ פֿיל ניט איבערגעבן! אַ שלאַקס־רעגן… אַ בלאָטע… אַ װינט… קױם אַ לעבעדיקער געקומען אַהער… אַ ביסל זיך אָפּגערוט… געװען אין עטלעכע ערטער… געזען דאָס טעאַטער… די אָפּערע… אַך, ברודער!… נאָר װאָס קאָן איך דיר זאָגן? װעסט זײַן ― װעסטו זען… הײַנט גײט „אַפֿריקאַנקאַ“… װילסט? װעלן מיר גײן צוזאַמען… יאָ, מיר װעלן בײדע זײַן הײַנט… איך װעל דיר װײַזן… ביסט אױף לאַנג געקומען אַהער? װאָס טוסטו דאָ?…

― איך בין געקומען געװאָר װערן װעגן דעם היגן אוניװערסיטעט… איך רעכן האַלטן דאָ עקזאַמען… מע דאַרף זיך זוכן שטונדן…

― אַ? זײער רעכט! שטונדן? גאַנץ רעכט! אַ פֿײַנע שטאָט… זאָלסט בלײַבן אַ היגער…

― באָריס! אײַזנשטאַדט! קומט־אַרײַן טײ טרינקען! ― שרײַט די מאַדאַם פֿרידמאַן פֿון איר צימער.

― באַלד! באַלד! ― ענטפֿערט איר באָריס און כאַפּט אײַזנשטאַדטן אונטער אַ האַנט און שפּאַנט מיט אים אַרום איבער דעם קאָרידאָר, און דערצײלט אים מיט גרױס ענטוזיאַזם װעגן זײַן נסיעה, װעגן דער היגער שטאָט, װעגן די יונגעלײַט, מיט װעלכע ער האָט זיך שױן

באַקאַנט, פֿײַנע, זײער פֿײַנע יונגעלײַט, רײַכע, געבילדעטע… באָריס פֿאַרגעסט ניט אױספֿרעגן זיך בײַ אים װעגן ראָזען, װעגן בערטע שימשלבײן, װעגן זײַן פֿאָטער, זײַנע חבֿרים גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט. אײַזנשטאַדט ענטפֿערט אים פֿאַרטראַכט, צעטראָגן; דער דאָזיקער דיפּלאָמאַט האָט זיך זײַנס אין זינען, זײַן קאָפּ איז פֿאַרנומען מיט פֿאַרשײדענע געדאַנקען און פּראָיעקטן. פּלוצעם שטעלט ער זיך אָפּ און טוט אים אַ פֿרעג:

― װאָס װאָלסטו געטאָן, באָריס, װען דו זאָלסט, למשל, גײן און באַגעגענען דאָ, אין דער דאָזיקער שטאָט, די מאַמזעל פֿורמאַן?…

באָריס בלײַבט שטײן אַ בלאַסער. דאָס האַרץ הײבט אים אָן צו קלאַפּן, און ער װײסט ניט װאָס צו ענטפֿערן. ענדלעך זאָגט ער מיט היץ:

― אײַזנשטאַדט, דײַנע תּנועות קאָן איך שױן ניט איבערטראָגן!… דו װײסט גאַנץ גוט װי אַזױ איך גײ אױס נאָך ראָזען… צו װאָס פֿרעגסטו מיך אַזעלכעס? װאָס איז דיר פּלוצעם אַרײַנגעפֿאַלן אין קאָפּ אַזאַ געדאַנק, משוגענער אײַזנשטאַדט?…

― איך זאָג דאָס גלאַט אַזױ, צום בײַשפּיל…

― משוגענער אײַזנשטאַדט! קום, מיר װעלן טרינקען טײ, און נאָכדעם װעלן מיר זיך אַ ביסל דורכגײן איבער דער שטאָט. אַ פֿײַנע שטאָט, מעגסט זי אָנקוקן… מאַמע! נאָכן טײ װעלן מיר זיך אַ ביסל דורכגײן, איך מיט מײַן חבֿר!

און אונדזערע צװײ יונגע העלדן נעמען זיך גאַנץ פֿײַן פֿאַר די הענט און גײען־אַרױס אין גאַס נאָכן טײ טרינקען.

― װוּהין פֿאָרן מיר? ― פֿרעגט באָריס און רופֿט צו אַן איזװאָשטשיק.

― צו מיר אױף דער סטאַנציע! ― ענטפֿערט אײַזנשטאַדט גאַנץ פֿעסט.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אונדזער העלדן, ראָזע פֿורמאַן, װאָס האָט זיך געגעבן דאָס װאָרט נישט שלאָפֿן, האָט איבערגעלעבט פֿיר שװערע אומענדלעכע שעה! װאָס פֿאַר אַ שלעכטע געדאַנקען זײַנען איר ניט אַרױף אױף דער מחשבֿה? װאָס פֿאַראַ פּאָזע האָט זי ניט אָנגענומען, אַרױסקוקנדיק פֿון אײן מינוט אױף דער אַנדערער? עס האָט זיך איר געדאַכט, אָט־אָט עפֿנט זיך די טיר ― און ער קומט אַרײַן… זי איז געלעגן, געזעסן, געשטאַנען, געקוקט אין פֿענצטער אַרײַן…

דאָס האַרץ קלאַפּט איר. זי לײגט זיך װידער אױפֿן בעטל און מאַכט צו די אױגן. אַלערלײ געדאַנקען, גוטע און שלעכטע, װערן צונױפֿגעמישט בײַ איר אין קאָפּ. עס שטעלט זיך איר פֿאָר אַ גילדענער רעגן מיט שװאַרצע, געלע, בלױע און גרינע פֿלעקן. דער גילדענער רעגן גיסט און גיסט, און די שװאַרצע, געלע, בלױע, גרינע פּינטעלעך װערן אַלע מאָל גרעסער און גרעסער און דרײען זיך און טאַנצן און שפּרינגען פֿאַר אירע אױגן… עס זשומעט איר אין די אױערן… זי הערט, װי עמעצער רעדט הינטער דער טיר… זי הערט אַ באַקאַנטע שטימע, אַ זיסע שטימע… זי הערט, װי די טיר עפֿנט זיך. זי עפֿנט אױף די אױגן און זעט… זי כאַפּט זיך אױף פֿונעם בעטל און לױפֿט אַקעגן.

― באָריס!…

― ראָזע!…

זײ ליגן אײנער בײַ דעם אַנדערן אין די אָרעמס. זײערע ליפּן האָבן זיך צונױפֿגעגאָסן אין אײן לאַנגן קוש.

און אײַזנשטאַדט? אײַזנשטאַדט איז אַרױסגעלאָפֿן אין קאָרידאָר מיט טרערן אױף די אױגן…

דאָס אַכצנטע קאַפּיטל
פּאָעזיע און פּראָזע

אונדזער באַגאַבטער דיפּלאָמאַט האָט, אײגנטלעך, שױן אָפּגעטאָן װאָס ער האָט באַדאַרפֿט: צונױפֿגעפֿירט דאָס גליקלעכע פּאָרל, אַרומגעפֿלױגן נאָכדעם אַ גאַנצן טאָג פֿונעם רבֿ צום ראַבינער און פֿונעם ראַבינער צום שמשׂ מיט די עדות, באַדונגען זיך מיט זײ אַלע, צוגעגרײט די נײטיקע פּאַפּירן (װעגן דעם האָט ער זיך נאָך פֿריִער באַװאָרנט…), געשטעלט בײַם רבֿ אױפֿן הױף אַ געמײנע חופּה, װאָס האָט פֿונדעסטװעגן אױסגעװיזן בײַ די ליבנדע אין די אױגן װי די רײַכסטע, די שענסטע און די פֿרײלעכסטע חתונה, אַזױ, אַז דעם רבֿס הױף, אין װעלכן קײן מענטש האָט נישט געקאָנט אַרײַנטרעטן מיט ניט קײן פֿאַרשטעלטער נאָז, האָט בײַ זײ אַ פּנים געהאַט װי אַ פּראַכטפֿולער שמעקנדיקער גאָרטן, און די פֿיר פּשוטע שטעקנס מיטן פּרוכת, װאָס די שמשׂים האָבן אונטערגעהאַלטן, האָבן בײַ זײ אױסגעװיזן װי דער גן־עדן. מיט אײנעם װאָרט, אײַזנשטאַדט האָט פֿון זײַן זײַט אָפּגעטאָן אַלץ, װאָס ער האָט באַדאַרפֿט און געקאָנט, און ער װאָלט שױן, דאַכט זיך, געמעגט עפּעס אָנהײבן טראַכטן אױך װעגן זיך ― נאָר נײן! זײַן מיסיע איז נאָך נישט געענדיקט. אױף מאָרגן, נאָך דער מערקװירדיקער חופּה, האָט אים עמעצער אַ קלאַפּ געטאָן אין דער טיר; דאָס איז געװען דער שװײצאַר פֿונעם גאַסטהױז, װוּ דאָס פּאָרפֿאָלק איז געשטאַנען: „אײַזנשטאַדט! קומט באַלד ― מיר דאַרפֿן אײַך. ראָזע פֿרידמאַן“…

עס װײַזט אױס, אַז אונדזער העלדן איז געװען אַזױ גליקלעך מיט איר נײַער פֿאַמיליע „פֿרידמאַן“, אַז זי האָט װײניק־װאָס אין זינען געהאַט דעם דאָזיקן יונגן מענטשן, װאָס האָט בײַ איר געהײסן פּשוט: „אײַזנשטאַדט“ ― און נישט מער; קײן שטיקל טיטל ניט, קײן װאָרט ניט!

ראָזע האָט באַגעגנט אײַזנשטאַדטן אין קאָרידאָר מיט אַ גליקלעך שמײכל אױף די ליפּן.

― גוט מאָרגן, אײַזנשטאַדט! באָריס שלאָפֿט נאָך. איך װיל אים ניט װעקן… עס איז ערשט עלף אַזײגער. באָריס איז נישט געװױנט געװאָרן צו אַזאַ ליאַרעם, װי אין דעם דאָזיקן גאַסטהױז… ער קאָן ניט שלאָפֿן רויִק… מען דאַרף דינגען אַ נײַע קװאַרטיר אין אַ פּריװאַט־הױז. איך בעט אײַך, אײַזנשטאַדט, אױב עס איז מעגלעך נאָך הײַנטיקן טאָג, װאָלט געװען אױסגעצײכנט… שפּעטער מיט אַ שעה צװײ אָדער דרײַ קומט צו אונדז אױף אָנבײַסן. זוכט־אָפּ אַ ליכטיקע און אַ פֿרײלעכע קװאַרטיר… אױף אַ גרױסער לעבעדיקער גאַס… דרײַ אָדער פֿיר צימערן מיט אַ קיך… אױב עס איז מעגלעך ― אַ גאָרטן. באָריס האָט ליב אַ גאָרטן, בײמער, גראָז… אַדיע, אײַזנשטאַדט, אױף װידערזען!

אונדזער אײַזנשטאַדט איז געװען גליקלעך, קוקנדיק אױף ראָזעס צופֿרידן און לעבעדיק געזיכט, אױף װעלכן עס איז שױן לאַנג־לאַנג קײן שמײכל נישט געװען, אױף אירע טיפֿע, שװאַרצע גרױסע אױגן, פֿון װעלכע עס האָבן זיך אַצינד געגאָסן ליכטיקע שטראַלן פֿון ליבע און גליק. אין דער דאָזיקער מינוט האָט ער פֿאַרגעסן זײַנע ביכער, דעם עקזאַמען, די שטונדן, אַפֿילו דעם אַלטן קראַנקן, בלינדן פֿאָטער, דוד דעם שנײַדער. אין דער דאָזיקער מינוט איז ער גרײט געװען צו לױפֿן אין עק װעלט, װען זי זאָגט אים נאָר „לױף!“…

און מיט װאָס פֿאַראַ פֿאַרגעניגן האָט ער געקוקט אױף ראָזען, װי זי האָט געטאַנצט און געשפּרונגען פֿאַר פֿרײד פֿון דעם נײַעם שטיבל, װאָס ער האָט זײ געדונגען, און אױפֿן פֿאָרטעפּיאַן, װאָס באָריס האָט געהאַנדלט אַ מציאה און באַצאָלט צװײ מאָל אַזױ פֿיל, װי ער איז װערט! די פֿריִער־פֿאַרזאָרגטע ראָזע איז געװאָרן צוריק אַ פֿרײלעכע, אַ לעבעדיקע, װי אין אירע ערשטע קינדער־יאָרן. קוקנדיק אױף איר, איז אײַזנשטאַדט אױך געװאָרן מונטערער און לעבעדיקער. ער האָט אָבער קײן צײַט נישט געהאַט לאַנג אָנקװעלן פֿון דעם יונגן פּאָרפֿאָלק: אײַזנשטאַדט האָט נאָך געהאַט אַ סך אַרבעט מיט זײער נײַער קװאַרטיר; ער האָט באַדאַרפֿט דינגען אַ מײדל אין שטוב אַרײַן מיט אַ לאַקײ, אײַנקױפֿן מעבל, געפֿעס, כּלים און נאָך אַנדערע קלײניקײטן, װאָס זײַנען נײטיק אין יעדער װירטשאַפֿט . און מערקװירדיק! װאָס פֿאַראַ פֿעיִקײטן און װיפֿל געניטשאַפֿט האָט דער דאָזיקער יונגער מענטש באַװיזן אין דעם פֿאַך.

אין דער דאָזיקער צײַט, װען אײַזנשטאַדט פֿליט אַרום ערגעץ אין מאַרק און דינגט זיך פֿאַר שטובזאַכן, װאָס ער קױפֿט אײַן, אָדער װען ער שטײט אין הױף און טענהט מיט דער דינסט און לערנט זי װאָס צו טאָן און װיִאַזױ צו טאָן, ― פֿאָרט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק דורך איבער דער שטאָט אין אַ גלענצנדן פֿאַעטאָן מיט ברענענדיקע ריסאַקעס, אָדער זײ שיפֿן זיך אױפֿן ברײטן לאַנגן טײַך אױף אַ שיפֿל. ראָזעס קאָפּ ליגט בײַ באָריסן אױף די פּלײצעס, זײערע אױגן באַגעגענען זיך, זײערע ליפּן גיסן זיך צונױף, און דער פּליעסק פֿון די װעסלעס קלאַפּט־צו צום טאַקט צו זײערע הײסע קושן. שפּעט אױף דער נאַכט קומען זײ אַהײם, אױף אַ מינוט, עפּעס איבערכאַפּן און זיך איבערטאָן ― און גײען אַװעק אין טעאַטער אָדער אין גאָרטן. אַז זײ קומען אַהײם, טרעפֿן זײ שױן אַלץ װאָס זײ דאַרפֿן: טײ, קאַפֿע, אַ װאַרעמע אַ שמעקנדיקע װעטשערע, װײכע אױסגעבעטע בעטלעך ― אַלץ, װאָס מע דאַרף… זײ זײַנען װי אין אַ טשאַד. קײן זאַך קער זיך מיט זײ ניט אָן. די מענטשן דערלאַנגען און נעמען צו. אין אַלע חדרים איז פֿריש און ליכטיק, און עס קומט זײ גאָר ניט אױף אױף זײערע געדאַנקען אַ פֿרעג צו טאָן, װאָס פֿאַראַ צױבערלעכע האַנט גרײט זײ צו אָט די אַלע פֿאַרגעניגנס, װאָס פֿאַר אַן אָפֿן אױג גיט אַכטונג אױף דער גאַנצער שטוב?… אַמאָל מאַכט זיך, אַז זײ געפֿינען אױפֿן טיש אַ צעטל מיט אַ באַקאַנטער האַנטשריפֿט, קלײנע אותיות:

דער קעכין באַצאָלט…………….. 18.— רובל.
דעם קצבֿ פֿאַר פֿלײש……………. 2.— ″
דער װעשערין…………………. 17.50 ″
פֿאַר געבעקס…………………. 1.30 ″
איזװאָשטשיקעס …………….. 1.75 ″
דעם שפּיגל פֿאַרריכט…………. 2.20 ″
סך־הכּל……………………… 42.75 רובל.

„אױסגאָב 7.25 רובל האָב איך איבערגעלאָזט בײַ דעם לאַקײ. מיר דאַכט, אַז איר נעמט בײַ אים קײנמאָל קײן אױסגאָב ניט?… די נײַע װאַזאָנעס װעט מען אײַך איבערמאָרגן ברענגען. בײַ סטעפֿאַנאָװסקין בין איך געװען; ער װיל 700 רובל פֿאַר די זשערעבעצעס. איר זאָלט מיך פֿאָלגן, װאָלט איר זײ ניט געקױפֿט: ערשטנס, זײַנען זײ ניט װערט, און צװײטנס, דאַרפֿט איר זײ אױף כּפּרות… מאָרגן פֿרי װעל איך זײַן. נעמט אָפּ בײַ דעם לאַקײ די 7.25 רובל.

פּ. אײַזנשטאַדט.“

― כאַ־כאַ־כאַ! ראָזעטשקע! װאָס זאָגסטו אױף אים? כאַ־כאַ־כאַ!… און דאָס גליקלעכע פּאָרל, זיצנדיק אײנער בײַ דעם אַנדערן אױף די הענט, קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער. ― זע נאָר זע, באָריס, די פּינקטלעכקײט פֿונעם חשבון, אַקוראַט װי אײַער אַלטער קאַסיר, כאַ־כאַ־כאַ! ― כאַ־כאַ־כאַ! ער זאָגט, אַז מיר דאַרפֿן סטעפֿאַנאָװסקיס פֿערדלעך אױף כּפּרות! װאָס זאָגסטו דערױף, ראָזע? אַ מבֿין אױף פֿערדלעך, כאַ־כאַ־כאַ! האָסט זיך צוגעקוקט נעכטן, װי סטעפֿאַנאָװסקיס זון איז דורכגעפֿלױגן פֿאַרבײַ אונדז מיט די דאָזיקע פֿערדלעך? פֿײַל אױסן בױגן! אַ פֿאַרגעניגן צו קוקן! ― זאָגט ער, אַז זײ זײַנען ניט װערט, כאַ־כאַ־כאַ!… דער דאָזיקער געלעכטער, װאָס קאָן אױפֿװעקן אַ טױטן, ענדיקט זיך מיט עטלעכע קלינגענדיקע, הײסע, פֿײַערדיקע קושן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

מיר ברענגען דאָ אַ בריװ, װאָס אײַזנשטאַדט האָט געשריבן אין יענער צײַט צו בערטע שימשלבײן.

אָט װאָס אײַזנשטאַדט שרײַבט צװישן אַנדערע זאַכן:

„… איך קאָן אײַך שװערן, אַז װען איר זאָלט איצט אַ קוק טאָן אױף ראָזען, װאָלט איר זי ניט דערקענט ― אַזױ גליקלעך, אַזױ צופֿרידן איז זי! דאָס איז גאָרניט די ראָזע, װאָס פֿריִער; זי זינגט און טאַנצט, װי אַ קלײן קינד, און זעלטן־זעלטן פֿרעגט זי מיך, װאָס שרײַבט איר מיר פֿון דער הײם, װאָס טוען אירע עלטערן, װאָס מאַכט איר מוטער? דאָס טרעפֿט זיך נאָר דעמאָלט, װען באָריס איז ניטאָ; קױם אָבער דערזעט זי אים ― אַזױ פֿאַרגעסט זי שױן אַלץ אױף דער װעלט! זי איז אינגאַנצן ― „ליבע“. אַז זי זעט אים ניט פֿאַר אַ מינוט ― איז זי שױן פֿאַרזאָרגט, בלאַס, פֿאַרטראַכט, און הערט ניט, װאָס מע רעדט צו איר… קוקנדיק אױף איר, קאָן מען אױסדריקלעך זאָגן, אַז זי איז באַשאַפֿן געװאָרן נאָר פֿון זײַנעט װעגן… אַ װוּנדערלעכע זאַך! כ'לעבן, אַ װוּנדערלעכע זאַך!… און באָריס… װאָס קאָן איך אײַך זאָגן װעגן אים? ער איז זײער אַן אײדעלער, זײער אַ גוטער מענטש. נאָר איך פֿאַרשטײ ניט, װיִאַזױ קאָן ער בײַ אַזאַ ברענענדיקער ליבע, װי ראָזע שענקט אים, אַװעקגײן אַמאָל אױף דרײַ שעה אַלײן שפּאַצירן אין גאָרטן, אָדער אָפּזיצן צװײ שעה אױף דער קאַנאַפּע אַ פֿאַרזאָרגטער, אַזױ, אַז איר װאָלט געקאָנט מײנען, אַז דער דאָזיקער מענטש בענקט נאָך עמיצן, אָדער ער איז ניט גליקלעך מיט זײַן שיקזאַל, װאָס אַן אַנדערן װאָלט זיך אַזאַ גליק קײנמאָל אַפֿילו ניט געחלומט… איך רעכן, אפֿשר בענקט ער נאָך זײַנע עלטערן?. . איך קאָן דאָס ניט פֿאַרשטײן! מיר געפֿעלט ניט דאָס, װאָס ער טוט קײן האַנט אין קאַלט װאַסער ניט אַרײַן און רעדט אַזױ אָפֿט װעגן זײַן צעשלאָגענער נסיעה קײן אױסלאַנד… איך זאָג אײַך, אַז דערמיט ברענגט ער איר אַזױ פֿיל שמערצן, אַז זי װערט דערפֿון אױס מענטש. אײנמאָל, בשעת באָריס איז ניט געװען אין דער הײם, האָט מיט מיר ראָזע געמאַכט אַ שמועס װעגן אױסלאַנד.

― איר װילט זיך דורכפֿאָרן קײן אױסלאַנד? ― האָב איך זי אַ פֿרעג געטאָן.

― נײן… ― האָט זי מיר געענטפֿערט פֿאַרטראַכט. ― נײן, ניט איך ― באָריס װיל פֿאָרן… ער דאַרף זיך אַ ביסל דורכפֿאָרן…

― נו, און איר?

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿראַגע? ― האָט זי מיך איבערגעענטפֿערט מיט פֿאַרדראָס. ― עס פֿאַרשטײט זיך, אַז איך װעל דאָ ניט איבערבלײַבן אַלײן, אָן אים!… װאָס װעל איך דאָ טאָן? װאָס האָב איך דאָ נישט געזען אַזעלכעס?… ― אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט ― ביז זי האָט זיך צעװײנט… אַך, בערטע, בערטע! ניטאָ װאָס צו רײדן!… מיט באָריסן האָב איך נאָך ניט גערעדט װעגן דעם: מיר זעען זיך ניט אַזױ אָפֿט, װי איר מײנט, און װען מיר קאָנען אַמאָל עפּעס רײדן צװישן זיך, רעדט מען פֿון טױזנטער נאַרישקײטן, פֿון טעאַטער, פֿון פֿערדלעך… אונדזער באַראָן איז געװױנט געװאָרן לעבן פֿון דער ברײטער האַנט, און ער װאַרפֿט מיט געלט אָן אַ חשבון. איך װײס ניט, װי גרױס זײַנען בײַ אים די פֿאָנדן אַצינד, נאָר איך האָב מורא, אַז דער קװאַל װעט זיך סוף כּל סוף מוזן אױסשעפּן ביז צום גרונט! דעם דאָזיקן געדאַנק, װען איך נעם אױפֿן קאָפּ, בין איך אױסער זיך! װאָס װעלן זײ טאָן נאָכדעם אָן מיטלען, דאָ, אין אַ פֿרעמדער שטאָט! מיט לײדיקע הענט און מיט אַזעלכע געװױנהײטן, װי בײַ אונדזער פּרינץ? דער דאָזיקער געדאַנק װאַרפֿט אױף מיר אָן אַזאַ מרה־שחורה, אַז איך װיל שױן גאָר ניט קלערן, װאָס עס װעט זײַן װײַטער, פּונקט אַזױ װי אונדזער גליקלעכע ראָזע, װאָס איז אַזױ פֿאַרנומען מיט איר „הײַנטיקן“ גליק, אַז עס עקזיסטירט גאָר ניט בײַ איר קײן „מאָרגן“… איך זאָג אײַך נאָכאַמאָל, בערטע, איר זאָלט זיך ניט כאַפּן קומען אַהער: אײַער אָפּפֿאָרן פֿון דער הײם װעט אַרױסגעבן אונדזער געהײמעניש, און איר װעט דערפֿון קײן פֿאַרגעניגן ניט האָבן. האַלט זיך אױף נאָך אַ ביסעלע, מײַן גוטע בערטע, איך גלײב אײַך, װי איר בענקט נאָך איר, איר דאַרפֿט מיר קײן סך נישט זאָגן. שרײַבט מיר אָפֿטע בריװ, װאָס מאַכט אַצינד אונדזער ראָזעס מוטער? צי האָט זי זיך שױן פֿאַרריכט פֿון דער שלאַפֿקײט? און װאָס הערט זיך בײַ די פֿורמאַנס? זײ װײסן נאָך אַלץ ניט, װוּ זײ זײַנען? זײ מײנען נאָך אַלץ, אַז זײ זײַנען אין אױסלאַנד? אַ װוּנדערלעכע זאַך, כ'לעבן!… איר פֿרעגט, װאָס הערט זיך עפּעס מיט מיר? װאָס זאָל זיך הערן, מײַן גוטע בערטע? ניטאָ קײן אָסאָבענעособен: באַזונדערע נײַעס. איך בין אין בעסטן געזונט. איך האָב דאָ דרײַ שטונדן, װעלכע ברענגען מיר אַכצן רובל אַ חודש. דעם עקזאַמען האָב איך קױם מיט צרות אױסגעהאַלטן. נאָך אין אַ פּאָר װאָכן אַרום טרעט איך אַרײַן אין אוניװערסיטעט. איך האָב אױסגעשריבן אַהער מײַן קלײן ברודערל ― אין גימנאַזיע אַרײַן; עס איז זײער אַ װױל קינד, און דאָרטן װעט װערן פֿון אים אַ תּל אָן מיר. פֿאַר דער קװאַרטיר צאָל איך זעקס רובל; פֿאַר עסן אַכט רובל. בלײַבט אונדז פֿיר רובל אױף קלײניקײטן. נאָר מײַן שװעסטער שרײַבט מיר, אַז אינגיכן װעט זי מיר צושיקן אַ צװײ קינדער פֿון איר „חבֿרה“. װאָס זאָל איך טאָן מיט זײ?… איר װײסט, װי טײַער מײַן שװעסטער איז בײַ מיר. נאָר װאָס בין איך שולדיק, אַז גאָט האָט זי געבענטשט מיט אַ טוץ קינדער? טאָמער װעט גאָט צושיקן נאָך אַ צװײ שטונדן. מײַנע חבֿרים, אײַערע גוטע באַקאַנטע, גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט, שרײַבן מיר אױך, אַז זײ זוכן שטונדן. זײ זײַנען אין פּעטערבורג אין אוניװערסיטעט; אײנער שטודירט אױף דאָקטאָר, דער אַנדערער ― אױף אַדװאָקאַט. איר װײסט ניט, בערטע, װאָס זײַנען זײ אַזױ אין כּעס אױף אײַער שטאָט, און נאָך מער ― אױף דער געלער מאַדאַם רעגנבױגן מיט אירע געלע טעכטער?… איך האָב אײַך פֿאַרגעסן זאָגן, אַז באָריס האָט געקױפֿט פֿון ראָזעס װעגן אַ טײַערן ראָיאַל, און איך בין ערשט ניט לאַנג געװאָר געװאָרן, אַז ראָזע שפּילט פּיאַנאָ אױסגעצײכנט; און װער שמועסט, אַז באָריס איז ניטאָ און זי שפּילט אַ ביסל פֿאַרטראַכט־מעלאַנכאָליש, דאַן גיסן זיך אױס פֿון אירע פֿינגער װוּנדערלעכע זיסע אַקאָרדן מיט טרױעריקע געזאַנגען, אַזױ, אַז עס קלעמט אַמאָל שטאַרק דאָס האַרץ, און איך פֿאַרשטײ ניט, װיִאַזױ קאָן באָריס אַװעקװאַרפֿן אַזאַ זעלטענעם פֿאַרגעניגן און אַװעקגײן אױף דרײַ שעה שפּילן אין ביליאַרד מיט עטלעכע לײדיקגײערס און טונעיאַדצעס?… װען איך קום אַמאָל צו זײ און טרעף זי בײַ דעם פֿאָרטעפּיאַן און טו זי אַ פֿרעג, װוּ איז ערגעץ באָריס? ― שטעלט זי אַנידער אױף מיר אירע שװאַרצע טיפֿע אױגן און ענטפֿערט מיר צערײצט, מיט פֿאַרדראָס:

― װוּ זאָל ער זײַן? ער איז זיך דורכגעגאַנגען אַ ביסל צו זײַנע באַקאַנטע… צי איר װילט, אַז ער זאָל זיצן שטענדיק אין דער הײם, גאָרניט אַרױסטרעטן פֿון שטוב?…

און נאָכדעם הײבט זי אָן צו שפּילן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, אַזױ, אַז דער פֿאָרטעפּיאַן ציטערט און קרעכצט אונטער אירע הענט, און נאָכדעם אַלץ שטילער און נידעריקער, און װײנענדיקע, רירנדיקע מעלאָדיעס גיסן זיך אױס פֿון זיך אַלײן און קריכן גלײַך אין האַרצן אַרײַן, און מיר װײַזט זיך דעמאָלט אױס, אַז זי קלאָגט זיך און באַדױערט איר מזל און באַװײנט איר ליבע, איר מערקװירדיקע ליבע… נאָר אָט קומט אַרײַן באָריס ― און עס װערט אַלץ װי פֿריִער: זי פֿאַלט אים אױפֿן האַלדז. זי לאַכט, זי זינגט, זי מאַכט זיך נאַריש, װי אַ קלײן קינד.

אַ װוּנדערלעכע זאַך, בערטע, כ'לעבן אַ װוּנדערלעכע זאַך!…

פּ. אײַזנשטאַדט.

אױף מאָרגן גאַנץ פֿרי נאָך דעם אױבנדערמאָנטן בריװ, בעת אונדזער טאַלאַנטפֿולער דיפּלאָמאַט האָט נאָר־װאָס געקלערט איבערקערן זיך אױף דער אַנדערער זײַט בײַ זיך אױפֿן בעטל, װאָס איז פֿול מיט װאַנצן, בכדי ער זאָל קאָנען געשמאַקער שלאָפֿן, האָט מען אים אָנגעקלאַפּט אין פֿענצטער אַרײַן מיט אַזאַ כּח, אַז ער האָט זיך באַלד אױפֿגעכאַפּט און געעפֿנט די טיר. אַ גאָראָדאָװאָי האָט אים איבערגעגעבן אַ קװיטעלע:

„אײַזנשטאַדט! למען־השם, די רגע! מע האָט אונדז באַנומען ביז דעם לעצטן העמד! באַגנבֿעט ביז דעם לעצטן פֿאָדעם! ניטאָ ניט די קעכין, ניט די פּאָקאָיאָװע, ניט דער לאַקײ! אַ גליק, װאָס מע האָט אונדז געלאָזט לעבעדיקע! באָריס איז אױסער זיך! קומט באַלד! די רגע!

ראָזע פֿרידמאַן.

עס פֿאַרשטײט זיך, אַז אײַזנשטאַדט האָט זיך לאַנג ניט געלאָזט בעטן. ער האָט געטראָפֿן זײַנע פֿרײַנט זײער אין אַ טרױעריקער לאַגע: באָריס איז געלעגן אַ באָרװעסער אין זאַל אױפֿן דיװאַן, אײַנגעװיקלט אין אַ רױטער קאָלדרע, און ראָזע האָט זיך אַרומגעדרײט אין קאַלאָשן אױף די קלײנע װײַסע פֿיסלעך, אײַנגעהילט אין אַ גרינער שאַל, װאָס די גנבֿים האָבן, אַ פּנים, פֿאַר רחמנות, איבערגעלאָזט. די שאַפֿעס מיט די קאָמאָדן זײַנען געשטאַנען אָפֿן און אױסגעראַמט מיט אַ זעלטענער פּינקטלעכקײט; די טישן מיט די בענקלעך צעשטעלט און צעדרײט; די דיװאַנעס מיט אַלע אַנטיקלעך צוגענומען; די שופֿלאָדן מיט די קעסטלעך אױסגערײניקט; אַפֿילו די צװײ טײַערע בראָנדזענע שפּיגלען אַראָפּגענומען, אַפֿילו די לאָמפּן מיט די זילבערנע לײַכטערלעך האָט מען באַװאָרנט. זעלטן־זעלטן האָט זיך דורכגעװאָרפֿן אַן אַלט קװיטעלע, אַ װײַסע הענטשקע, אַ טאָװל פֿון אַ ביכל…

― עס װײַזט אױס ― האָט זיך אָנגערופֿן אונדזער דיפּלאָמאַט מיט אַ שמײכעלע, באַטראַכטנדיק דעם דאָזיקן חורבן ― עס װײַזט אױס, אַז די גנבֿים האָבן צײַט געהאַט זיך אײַנפּאַקעװען, װי עס געהער צו זײַן. אַ װוּנדערלעכע זאַך, כ'לעבן, אַ װוּנדערלעכע זאַך!…

מיר װײסן ניט פֿאַרװאָס, ― נאָר בײַ די דאָזיקע לעצטע װערטער פֿון אײַזנשטאַדטן האָט זיך אונדזער האַלב־נאַקעטע העלדן אָנגעכאַפּט בײַ בײדע זײַטן און האָט זיך אַזױ שטאַרק, אַזױ הילכיק צעלאַכט, אַז באָריס איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער קאַנאַפּע און איז מיט דער רױטער קאָלדרע צוגעלאָפֿן צו זײַן יונג װײַבל, װעלכע האָט ניט אױפֿגעהערט צו לאַכן אַלע מאָל העכער און שטאַרקער; קוקנדיק אױף איר, האָט זיך אײַזנשטאַדט ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט זיך אױך צעלאַכט, ניט װיסנדיק אױף װאָס און אױף װען… פֿאַר דעם דאָזיקן יונגן מענטשן, װאָס האָט ליב געקריגן ראָזען פֿונעם ערשטן מאָל, װאָס ער האָט זי דערזען בײַ בערטען אין זאַל, איז גענוג געװען צו זען, װי זי לאַכט, ער זאָל זיך אױך צעלאַכן, אָדער דאָס האַרץ זאָל אים קלעמען, װען ער דערזעט טרערן אױף ראָזעס אױגן…

דאָס נײַנצנטע קאַפּיטל
די מאַדאַם פֿרידמאַן װײַזט זיך אַרױס אַלס די בעסטע דיפּלאָמאַטן, און אונדזער יונגער פּרינץ האָט חרטה אױף דער גאַנצער מעשׂה

די מאַדאַם פֿרידמאַן, אַז זי איז איבערגעבליבן אין דער גרױסער שטאָט אַלײן, אָן דעם זון, האָט זי ניט געחלשט און ניט געװײנט און ניט געליאַרעמט; זי האָט נאָר געגעבן אַ דעפּעש אַהײם צום מאַן און האָט באַקומען אַן ענטפֿער פֿון אים, אַז מאיר פֿורמאַנס טאָכטער איז אױך אַנטלאָפֿן, ― האָט זי שױן פֿאַרשטאַנען די גאַנצע געשיכטע און איז צוריקגעקומען אַהײם. זי האָט געװוּסט, װי װײַט געבאַלעװעט און געפּיעסטעט איר בן־יחיד איז. מלכּה פֿרידמאַן האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן פֿײַערדיקע ליבע צו דער „שװאַרצער“ ראָזע װעט געװיס לאַנג ניט דױערן; זי װעט אים גיך נימאס װערן, אַזױ װי עס פֿלעגט אים נימאס װערן יעדע זאַך אין די קינדערשע יאָרן.

און װירקלעך! לאַנג האָט אונדזער יונגער געבאַלעװעטער העלד ניט געקאָנט אױסהאַלטן מיט זײַן ליבע צו דער „שװאַרצער“ ראָזע. נאָכן ערשטן טשאַד איז זײַן צעהיצטע פֿאַנטאַזיע באַלד אָפּגעקילט געװאָרן, און ער האָט פּלוצעם דערפֿילט אױף זיך אַ שװערע משׂא: ער האָט אַ װײַב… די פֿרײַהײט האָט ער שױן אָנגעװױרן אױף שטענדיק… פֿון דעם דאָזיקן געדאַנק איז אים קאַלט געװאָרן אין אַלע אבֿרים: װאָס הײסט דאָס? װיִאַזױ איז דאָס געשען? און װאָס װעט זײַן װײַטער?…

אמת, עס זײַנען געװען מינוטן, בעת ראָזע פֿלעגט זיצן מיט אים צוזאַמען, און אירע שײנע געקרײַזלטע האָר זײַנען געלעגן צעװאָרפֿן אױף זײַנע הענט, און אירע פֿײַערדיקע אױגן האָבן אױף אים געקוקט פֿול מיט ליבע, ― דעמאָלט איז אים געװען ניט אַזױ שלעכט; נאָר אַז ער איז געבליבן אַלײן אױף אַ שעה און זײַנע שװאַרצע געדאַנקען האָבן זיך אים צוריקגעקערט, איז אונדזער יונגער העלד געװען באמת אַן אומגליקלעכער מענטש. ליגנדיק מיטן פּנים אַרױף אױף דער סאַמעטענער סאָפֿע, אױסציִענדיק די פֿיס אױפֿן טיש און פֿײַפֿנדיק פֿון ניט האָבן װאָס צו טאָן, זײַנען אים װידער אַרױפֿגעקומען שלעכטע געדאַנקען און עס האָט זיך אים פֿאָרגעשטעלט, אַז ער האָט פֿאַרשפּילט, לחלוטין פֿאַרשפּילט זײַן לעבן אױף דער װעלט, ― און דורך װעמען? דורך „איר“! דורך אָט דער דאָזיקער שװאַרצער ראָזע, װאָס װאַרפֿט זיך אים אַלע מינוט אױפֿן האַלדז און קושט אים און האָלובעט אים, ― װאָס װיל זי פֿון אים? װאָס האָט זי צו אים? פֿאַר װאָס און פֿאַר װען האָט זי אים באַגראָבן יונגערהײט דאָ, אין דעם דאָזיקן קלײנעם שטיבל?…

און ביסלעכװײַז־ביסלעכװײַז האָט אונדזער העלד אָנגעהױבן פֿילן צו זײַן געליבטער ראָזען עטװאָס פֿאַרדראָס, אַ מין שׂינאה. עס זײַנען געװען צװישן די „ליבנדע“ אַזעלכע מינוטן, װאָס זי איז געהאָנגען בײַ אים אױפֿן האַלדז און איז אױסגעגאַנגען װי אַ ליכט פֿאַר גרױס גליק, און ער האָט זי אין דער זעלבער מינוט ניט געקאָנט סובֿל זײַן און איז געװען אױסער זיך פֿאַר כּעס: „װאָס װיל זי פֿון מײַן לעבן האָבן? פֿון װאַנען האָט זי זיך גענומען?“… נאָך מער האָט אים געברענט אױף זײַן חבֿר אײַזנשטאַדט: „װאָס האָט געװאָלט האָבן פֿון מיר אָט דער דאָזיקער שוטה מיט די גלעזערנע באַנקעס?“… ― און אונדזער געפּעסטעטער פּרינץ האָט אױסגעלאָזט זײַן גאַנץ ביטער האַרץ אױף זײַן חבֿרס קאָפּ; ער האָט איבערגעגעבן ראָזען, אַז ער האָט פֿײַנט אײַזנשטאַדטן, אַז אָט דער דאָזיקער בחור מיט די גלעזערנע באַנקעס פֿאַרגינט אים ניט דאָס גליק און איז אים אַ דם־שׂונא, אַז אײַזנשטאַדט האָט ליב זיך אומעטום אַרײַנצומישן, װוּ מע בעט אים נישט…

ראָזע זעט, אַז איר באָריס איז עפּעס צעפֿלאָכטן, אַז עפּעס פֿעלט אים, ― נאָר זי װײס ניט װאָס. פֿרעגט זי אים מיט דער גרעסטער צערטלעכקײט:

― װאָס איז דיר, באָריס? װאָס פֿעלט דיר? װאָס זאָל איך דיר טאָן אַזעלכעס? דו װײסט דאָך, אַז איך בין גרײט אין פֿײַער, אין װאַסער, אין עק װעלט, שטאַרבן צוליב דיר, באָריס!

דערױף האָט איר באָריס געענטפֿערט, אַז מע מוז זיך אַמאָל איבערבעטן מיט די עלטערן, אַז אַנדערש קאָן ניט זײַן: מע מוז זיך אונטערגעבן. זײַן מוטער האָט אים אַזױ ליב, אַז זי װעט אים באַלד מוחל זײַן; זי װעט איבערגעבן דעם פֿאָטער און װעט פּועלן, אַז ער זאָל אױך געבן זײַן הסכּמה…

― נו, באָריס, פֿאַרװאָס־זשע דען ניט? נו, לאָמיר פֿאָרן! פֿאָרן מיר?…

― נײן, נאַרעלע. בײדע טאָרן מיר אַצינד נאָך ניט פֿאָרן. עס איז נאָך צו פֿרי. איך מוז פֿריִער אַלײן זיך דורכפֿאָרן, און נאָכדעם… דו פֿאַרשטײסט צי נײן?…

אױף אַ מינוט בלײַבט זי זיצן טױט; עס האָט זיך איר אָפּגעריסן אין האַרצן. דער געדאַנק, אַז ער װעט אַװעקפֿאָרן און זי װעט דאָ בלײַבן אַלײן, פֿאַרגליװערט איר דאָס בלוט. נאָר זי זעט, אַז ער װיל אַזױ, אַז באָריס װיל אַזױ, פֿאַלט זי אים אױפֿן האַלדז און זאָגט אים מיט טרערן:

― ביסט גערעכט, באָריס, ביסט גערעכט: דו דאַרפֿסט פֿריִער אַלײן זיך דורכפֿאָרן… אױף אַ קלײנער צײַט, אַיאָ, באָריס?

― אױף אַ װאָך אָדער אױף צװײ, ניט מער!

― ניט מער, באָריס, ניט מער, מײַן טײַערער!

און װידער אַ לאַנגער, אַ הײסער קוש דורך טרערן.

דאָס האָט אים אַזױ באַנומען, אַז ער האָט זי אין דער דאָזיקער מינוט ערנסט ליב געהאַט און איז איר געװען דאַנקבאַר פֿאַר די פֿרײַהײט, װאָס זי שענקט אים… זײער געזעגענען זיך איז געװען אַזױ רירנד, אַז אַפֿילו אײַזנשטאַדט האָט שטילערהײט, אָן דער זײַט, געלאָזט אַ טרער…

צװײ טעג האָט ראָזעס פּאָרטרעט באַגלײט באָריסן, און אים האָט זיך געדאַכט, אַז אין װאַגאָן, װוּ ער איז געזעסן, זײַנען געשטאַנען קעגן אים אירע שװאַרצע פֿײַערדיקן אױגן. נאָר קױם איז ער געקומען אַהײם און איז אַרײַנגעפֿאַלן צו מלכּהן אין די הענט אַרײַן, אַזױ האָט ער אַלץ פֿאַרגעסן.

אַז די מאַדאַם פֿרידמאַן האָט פּלוצעם באַקומען די פֿרײלעכע דעפּעש פֿון איר זון, איז זי געװען אַזױ גלײַכגילטיק, פּונקט װי זי האָט נאָך פֿריִער געװוּסט די שעה, װען איר באָריס װעט קומען. דאָך האָבן איר די הענט געציטערט אַזױ שטאַרק, אַז זי האָט זיך אַלײן ניט געקאָנט אָנטאָן און האָט געמוזט אַרײַנרופֿן דאָס דינסטמײדל, װעלכע האָט באַמערקט, אַז די מאַדאַם איז עפּעס שטאַרק צעטראָגן, און האָט דאָס באַלד איבערגעגעבן אליקן, און אליק האָט דאָס די רגע אָפּגעטראָגן צו בערטע דער גרושה און אין נאָך עטלעכע ערטער, אַזױ אַז דעם זעלבן טאָג איז שױן אַרױס אַ קלאַנג אױף דער גאַנצער שטאָט, אַז די מאַדאַם פֿרידמאַן האָט דערהאַלטן אַ דעפּעש און איז אַרױסגעפֿאָרן צום װאָקזאַל אַקעגן דעם זון מיט דער שנור… דאָס האָט אָנגעמאַכט אַזאַ רעש, אַז עס זײַנען באַלד נאָך איר נאָכגעפֿאָרן די מאַדאַם שפּיגלגלאָז, די מאַדאַם רעגנבױגן און די מאַדאַם שטעכנהאָלץ… מיטן מאַן האָט זי װעגן דעם ניט גערעדט: מאָטל האָט שױן פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָס באַטײַט. ער האָט זי נאָר אַ פֿרעג געטאָן:

― מלכּה! ער פֿאָרט?

― ער פֿאָרט.

― אַלײן?

― אַלײן.

דער צוג איז אָנגעקומען ,און באָריס איז אַרױסגעשפּרונגען פֿונעם װאַגאָן אַ בלאַסער: ער האָט צװײ נעכט ניט געשלאָפֿן. ער האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און איז געבליבן שטײן אױף אײן אָרט, װי אַ באַגראָבענער. מלכּה איז צוגעגאַנגען צו אים און האָט אים אַרומגעכאַפּט קושן.

― באָריס!…

― מאַמע!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

מלכּה האָט צוגערופֿן דעם עקיפּאַזש און האָט זיך אַרײַנגעזעצט מיטן זון. זי האָט אים ניט געשטראָפֿט, ניט געפֿרעגט גאָרניט, כּמעט גאָרניט גערעדט: זי האָט שױן געװוּסט אַלצדינג ― װאָס װעט זי בײַ אים פֿרעגן? װאָס װעט ער איר דערצײלן? ער האָט אַנידערגעלײגט זײַן קאָפּ בײַ איר אױף די הענט און האָט גענומען װײנען. זי האָט אים געלאָזט זיך אױסװײנען. זי האָט אים געקרײַזלט זײַנע לאַנגע בלאָנדע האָר, און האָט נאָר געזאָגט: „מײַן קינד! מײַן קינד!“ קומענדיק אַהײם, האָט זיך אונדזער יונגער העלד אַרומגעװאַשן, אַרומגעראַזירט, אָנגעטאָן, באַשפּריצט זיך מיט אָדעקאָלאָן און איז געװאָרן װידער דער זעלבער לעבעדיקער און פֿרישער באָריס, װאָס פֿריִער. דעם פֿאָטער האָט ער געטראָפֿן אין קאַבינעט איבער די חשבונות מיט אַ פֿעדער אין די צײן.

― װאָס מאַכסטו, פּאַפּאַ?

― אַ־אַ־אַ?! ― האָט אים דער פֿאָטער געענטפֿערט, קוקנדיק אין די חשבונות, און האָט אים אונטערגעשטעלט די לינקע באַק אױף אַ קוש טאָן. נאָכדעם איז ער אַרײַנגעגאַנגען װידער צו דער מוטער און איז איר געפֿאַלן אױפֿן האַלדז. ער האָט איר געװאָלט אָנהײבן דערצײלן אַלץ, אַלץ; נאָר זי האָט אים איבערגעשלאָגן, זאָגנדיק צו אים מיט אַ געלעכטער:

― קינד! מיר װעלן נאָך צײַט האָבן צו רײדן װעגן דעם אױך; איצט דאַרפֿסטו גײן צום טיש עפּעס איבערבײַסן.

בײַם טיש האָט באָריס געגעסן מיט גרױס אַפּעטיט, זײער פֿיל גערעדט, דערצײלט חידושים פֿון דער גרױסער שטאָט, און די מוטער האָט אים אױסגעהערט מיט אַ צופֿרידן שמײכעלע אױף די ליפּן, גלײַך װי עס װאָלט צװישן זײ גאָר נישט פֿאָרגעפֿאַלן, גלײַך װי ער האָט זיך זײער פֿײַן אױסגעשטעלט קעגן זיך, קעגן זײַנע עלטערן, קעגן גאָט און לײַט…

דער װײַן, דאָס באַגעגעניש מיט דער מוטער, די שײנע צימערן מיטן װײכן גרױסאַרטיקן מעבל האָבן אױפֿגעבונדן די צונג פֿון אונדזער יונגן העלד, און ער האָט איבערגעגעבן זײַן מוטער אַ לאַנגע געשיכטע, די גאַנצע געשיכטע, װאָס מיט אים האָט פּאַסירט, מיט אַלע קלײניקײטן און מיט דער גאַנצער עפֿנטלעכקײט און תּמימות.

אין דער צײַט, װאָס באָריס האָט דערצײלט, איז די מאַדאַם פֿרידמאַן געזעסן אין אַ װײכן סאַמעטענעם פֿאָטעל און אים אױסגעהערט מיט אַ זיס שמײכעלע אױף איר געזונט און פֿריש געזיכט, גלײַך װי באָריס װאָלט איר דערצײלט אַ שײנע מעשׂה פֿון אַ בוך. מלכּהס צופֿרידן געזיכט האָט נישט אױסגעזאָגט װאָס עס האָט זיך געטאָן בײַ איר אין האַרצן, װען זי האָט דערהערט, אַז אָט דאָס דאָזיקע קלײנע שװאַרצע מײדעלע, אָט די דאָזיקע „קאַרלעטשקע“ מיט איר טײַערן בן־יחיד האָבן דרײַ יאָר כּסדר געפֿירט צװישן זיך אַ שטילן ראָמאַן, און זי, מלכּה, האָט נישט אָנגעהױבן צו װיסן פֿון קײן „פּותר“ און פֿון קײן „חלום“!

„אָ! ― האָט זיך מלכּה געקלערט. ― זי דאַרף זײַן אַ גוטע סחורה! נאָך אַ בעסערע, װי די מאַמע אירע, די יאַשטשערקע!… און די דאָזיקע „קאַרלעטשקע“ איז הײַנט מײַן שנור, מײַן זונס װײַב?…. און מײן באָריס האָט שױן אַ װײַב? און אױף װאָסער אופֿן? און איך זאָל דאָס אַזױ איבערלאָזן? ― אָ, נײן!“…

נאָר דאָס איז געװען אירע אינעװײניקסטע געפֿילן; אױסנװײניק, אױפֿן פּנים, איז זי געװען גאַנץ רויִק, אַ ביסל װי פֿרײלעך, און אַז באָריס האָט געענדיקט זײַן דערצײלונג מיט טרערן אױף די אױגן, האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז איר זון הײבט שױן אָן חרטה האָבן אױף דער גאַנצער מעשׂה, און אַצינד איז דאָ צײַט צו פֿאַרכאַפּן, פֿאַרריכטן. זי האָט אים געגלעט זײַנע לאַנגע בלאָנדע האָר און האָט צו אים געזאָגט:

― נו, מײַן קינד, גענוג, גענוג. שױן צײַט רוען, שױן צײַט שלאָפֿן…

― נײן, מאַמע, נײן! איך װיל, אַז דו זאָלסט מיר זאָגן, אַז דו ביסט מיר מוחל… איך װיל, דו זאָלסט מיר צוזאָגן, אַז דו װעסט מיך ניט פֿאַרלאָזן, אַז דו װעסט מיר העלפֿן! דו ביסט אַזאַ קלוגע, אַזאַ גוטע!…

― קינד! ― האָט זי אים געענטפֿערט, אָפּװישנדיק מיט אירע װײכע װײַסע הענט זײַנע טרערן. ― קינד! פֿאַרװאָס זאָל איך דיר מוחל זײַן? װאָס האָסטו אַזעלכעס פֿאַרזינדיקט? װאָס כיטרע מענטשן האָבן דיך געװאָלט אַרײַננאַרן אין זאַק אַרײַן? װאָס אַפֿעריסטן האָבן געװאָלט זיך באַנוצן מיט דײַן רײַכטום?… דאַנק און לױב גאָט, װאָס דו האָסט אַ מוטער, װעלכע װעט איר לעבן אַװעקגעבן צוליב איר קינד… דו האָסט גוט געטאָן, װאָס דו האָסט מיר אַלץ אַנטדעקט און נישט פֿאַרלײקנט קײן זאַך. פֿון הײַנט אָן בין איך דײַן אײנציקער העלפֿער, און אױף מיר מעגסטו זיך פֿאַרלאָזן מער װי אױף אַלע דײַנע גוטע פֿרײַנט, װאָס מײנען זײער אײגענע טובֿה און דײַן קעשענע…

די גאַנצע נאַכט איז אונדזער יונגער העלד אָפּגעשלאָפֿן אױסגעצײכנט, און װי נאָר ער האָט געעפֿנט די אױגן, האָט ער זיך אָנגעהױבן אַרומקוקן אױף אַלע זײַטן. ער האָט פֿאַרגעסן, װוּ איז ער און װי קומט ער אַהער? דער גילדענער שפּאַליר פֿון די הױכע װענט, דער גרױסער סאַמעטענער קאַװיאָר בײַ דעם בעט, די הױכע גלענצנדע קאָלאָנעס מיט די ליכטיקע פֿענצטער, דאָס טײַערע מעבל מיט די גרױסע בראָנדזענע שפּיגלען ― דאָס אַלץ, פֿון װעלכן ער איז שױן אַ ביסל אָפּגעװױנט געװאָרן, האָט אים אױסגעװיזן װי אַ חלום. אין דער דאָזיקער מינוט איז אַרײַנגעקומען זײַן מוטער מיט איר זיס שמײכעלע אױף די ליפּן. באָריס האָט זיך אין אײן אױגנבליק דערמאָנט אין אַלץ.

― שטײ שױן אױף, קינד, שױן צײַט פֿאָרן.

― די רגע, מאַמע, די רגע, אָט טו איך זיך אָן! ― און באָריס האָט זיך גענומען אָנטאָן; נאָר װי איבערראַשט איז ער געװען, אַז פֿאַר זײַנע אױגן איז געלעגן אַ שפּאָגל־נײַער קאָסטיום, נאָר־װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס! דאָס איז געװען אַ סורפּריז פֿון זײַן מוטער.

אין פֿאַרלױף פֿון דרײַ װאָכן האָבן זײ צװישן זיך קײן אײנציק װאָרט ניט גערעדט װעגן דעם, װאָס באָריס האָט געװאָלט רײדן, און אַזױ האָבן זײ זיך צוגעגרײט אין װעג אַרײַן ― קײן אױסלאַנד פֿאָרן אױף אַ גאַנצן װינטער. אַז זײ זײַנען געקומען קײן װאַרשע, האָבן זײ זיך אָפּגעשטעלט אין דער דאָזיקער שטאָט אױף עטלעכע טעג, װוּ די מאַדאַם פֿרידמאַן האָט באַדאַרפֿט אײַנקױפֿן אַ טראַנספּאָרט פֿאַרשײדענע סחורות. זי האָט באַקאַנט געמאַכט איר זון אין עטלעכע גאַנץ רײַכע הײַזער, װוּהין מען האָט אים געבעטן אױף אָװנט־ברױט אָדער אױף מיטאָג. זי האָט אים אױך באַקאַנט געמאַכט מיט דער רײַכער פֿירמע „עסיגמאַכער“. און אַזױ האָבן זײ פֿאַרבראַכט אין דער גרױסער שטאָט װאַרשע. אױף דער נאַכט זײַנען זײ געװען אין טעאַטער, און באָריס איז געקומען צוריק מיט אַ קאָפּװײטיק. ליגנדיק אין בעט, האָט ער זיך דערמאָנט אָן דעם, װאָס ער האָט צו רײדן מיט דער מוטער; ער האָט דאָס געלאָזט אױף מאָרגן, אױף שפּעטער…

די גאַנצע נאַכט האָט ער געזען שלעכטע חלומות, און ראָזעס גרױסע, שװאַרצע, טיפֿע אױגן, װעלכע ער האָט שױן כּמעט פֿאַרגעסן, האָבן זיך אים געפּלאָנטעט אַ גאַנצע נאַכט פֿאַר זײַנע אױגן. נאָר אױף מאָרגן, װען ער איז געקומען צו דעם באַנקיר עסיגמאַכער מיט אַ װיזיט, און מען האָט אים אײַנגעלאַדן אױף אָנבײַסן און נאָכדעם אין טעאַטער, איז ער געװאָרן װידער מונטער און פֿרײלעך, און דעם באַנקירס עלטערע טאָכטער, די מאַמזעל עסיגמאַכער, מיט אירע גרױסע אױגן, מיט איר הױך געשטאַלט און מיט אירע אײדעלע מאַניערן, האָט אױף אים געמאַכט אַ היפּשן אײַנדרוק. די מוטער האָט אים געזאָגט, אַז דער דאָזיקער מאַמזעל גיט דער באַנקיר עסיגמאַכער נדן ניט מער און ניט װינציקער פֿון אַ האַלבן מיליאָן רובל.

„אָהאָ! ― האָט זיך אונדזער נאַיִװער העלד געטראַכט. ― אָהאָ! אַ האַלבן מיליאָן רובל נדן? נישקשה פֿון אַ נדן, כ'לעבן!“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָר גענוג! גענוג שױן אונדז נאָכצוגײן טריט בײַ טריט אונדזער יונגן העלד, װעלכער האָט עס געװיס בײַ אונדז נישט פֿאַרדינט. מיר װעלן זיך בעסער אומקערן צו אונדזערע צװײ ערלעכע פֿרײַנט, פּינחס אײַזנשטאַדט און בערטע שימשלבײן, און װעלן איבערגעבן אַ גאַנצע רײע פֿון זײערע בריװ, װאָס זײ האָבן אין יענער צײַט געשריבן אײנער צום אַנדערן.

דאָס צװאַנציקסטע קאַפּיטל
קאָרעספּאָנדענץ

א. פֿון פּ. אײַזנשטאַדט צו ב. שימשלבײן

מײַן גוטע בערטע!

אַ װוּנדערלעכע זאַך, כ'לעבן, אַ װוּנדערלעכע זאַך! װי אַזױ האָבן מיר דאָס ניט אַרױסגעזען פֿריִער, אַז סוף־כּל־סוף װעט אַזױ זײַן? און פֿאַרװאָס האָב איך אים געלאָזט אַװעקפֿאָרן אַלײן, אָן איר? אמת, זי האָט אַלײן געװאָלט בלײַבן דאָ, װאַרטן ביז ער װעט זיך אַביסל דורכפֿאָרן אַהײם און װעט זיך אומקערן; נאָר איך האָב דאָס ניט געטאָרט דערלאָזן. איך בין מער שולדיק פֿון באָריסן; איך האָב געהאַט ביד ניט אַרױסלאָזן אים פֿון דאַנען… נאָר װאָס זאָג איך? עס איז גאָר אוממעגלעך געװען אים צו האַלטן; ער איז געװען אַזױ אומגליקלעך, אַזױ פֿאַרזאָרגט, אַז איך אַלײן האָב אױף אים רחמנות געהאַט. איך האָב געזען, אַז ער עקט זיך, אַז ער װעט דאָס נישט אױסהאַלטן, ער װעט באַנאַכט אַנטלױפֿן, װי אַ גנבֿ, און דאָס װאָלט פֿאַר איר נאָך ערגער געװען… די לעצטע עטלעכע טעג האָט ער ניט געגעסן, ניט געטרונקען, ניט געשלאָפֿן; אַרומגעגאַנגען איבער דער שטוב, װי אַ שאָטן, פֿינצטער װי די ערד, ניט גערעדט קײן װאָרט, נאָר געזיפֿצט און געגלעט זיך די האָר… אַך, בערטע, בערטע! װאָס האָבן מיר געטאָן? צו װאָס האָבן מיר זיך אַזױ געכאַפּט זײ צונױפֿבינדן, נישט באַקלערט און נישט באַטראַכט? מיר, נאָר מיר, זײַנען שולדיק אין דעם אַלעם! די צײַט װאָלט אַלײן געטאָן אירס; װען מיר זאָלן זײ נישט געװען מיטהעלפֿן, װאָלטן זײ אפֿשר געװען בײדע גליקלעכער. אַצינד איז זי אומגליקלעך ,אַזױ אומגליקלעך, אַז נאָר איך און איר קאָנען זי פֿאַרשטײן… זי איז נאָך מער אומגליקלעך דערמיט, װאָס זי האָט ניט פֿאַר װעמען אַרױסצורײדן איר האַרץ, פֿאַר װעמען אױסצוגיסן אירע טרערן! ערשט הײַנט בין איך געװען בײַ איר; זעענדיק איר טױט פּנים, אירע געשװאָלענע אױגן, בין איך געשטאָרבן פֿאַר שרעק; זי האָט מיך אָפּגעזידלט װי תּמיד:

איר זײַט, אַ פּנים, געקומען מיר באַװײנען? צי איר זײַט געקומען מיך טרײסטן, אױסרײדן דאָס האַרץ?… איר זאָלט ניט מײנען, אײַזנשטאַדט, אַז באָריס איז בײַ מיר אַזױ נידעריק געפֿאַלן, װי בײַ אײַך אין אײַערע אױגן!… איך קען אים בעסער, װי איר קענט אים! װען ער זאָל קאָנען, װאָלט ער שױן לאַנג געקומען. מסתּמא קאָן ער ניט; מסתּמא לאָזט מען אים ניט… אָדער אפֿשר איז ער ניט געזונט… אפֿשר איז ער אַזױ שלאַף, אַז ער קאָן מיך אַפֿילו ניט שרײַבן… ער קער געװיס זײן שלאַף! ער איז נעבעך שלאַף! איר װײסט דערפֿון גאַנץ גוט, און װילט מיר ניט אױסזאָגן! איר באַהאַלט פֿון מיר! איך װײס, איך װײס!… איך קען אײַך, אײַזנשטאַדט, איך קען אײַך! איר האָט תּמיד ליב באַהאַלטן! איר װילט מיך מוטשען! איר מוטשעט מיך! װאָס האָט איר צו מיר?!…

איך האָב געבראַכט דעם דאָקטער, װעלכער האָט געפֿונען, אַז זי האָט היץ. דער דאָקטער זאָגט, אַז זי איז ניט מיט אַלעמען, אַז מען דאַרף זי אָפּהיטן, װײַל זי איז… איר פֿאַרשטײט? איך בעט אײַך, בערטע, גיט מיר אַן עצה, װאָס טוט מען? איר װײסט בעסער; איך קאָן אַלײן גאָר ניט טאָן!… איך האָב שױן געשריבן באָריסן עטלעכע בריװ; ער ענטפֿערט מיר ניט. אפֿשר איז ער שױן ניט דאָרטן, אין אײַער שטאָט? װאָס טוט מען? װאָס טוט מען? דאָס ביסל געלט, װאָס ער האָט איבערגעלאָזט, הײבט שױן אָן אױסגײן. דער דאָקטער גײט צװײ מאָל אין טאָג. די אַפּטײק שלינגט אײַן אַ סך געלט. די הוצאָות אין שטוב זײַנען גרױס, װי פֿריִער, און איבערמאַכן אַנדערש לאָזט זי ניט; זי זאָגט, אַז באָריס װעט קומען און װעט זי טרעפֿן אין אַן אַנדער לאַגע, װעט ער זײַן אומצופֿרידן… איר פֿאַרשטײט, װאָס דאָס הײסט? באָריס, װאָס האָט זיך ניט געשעמט צונעמען די הונדערט רובל, װעלכע איך האָב אָפּגעלײזט פֿאַרן עקיפּאַזש מיט די פֿערד, װעט זײַן אומצופֿרידן דערמיט, װאָס זײַן אומגליקלעכע ראָזע װעט ניט זיצן אין פֿיר צימערן מיט װײך מעבל, װי אַ גראַפֿין!… נעכטן האָב איך זי פֿון דער זײַט אַ פֿרעג געטאָן, צי האָט זי נאָך עפּעס געלט, צי דאַרף זי געלט? װאָלט איר באַדאַרפֿט הערן, װאָס פֿאַר אַ תּשובֿה זי האָט מיר געגעבן, װי אַזױ זי האָט זיך געפֿילט באַלײדיקט פֿון דער פֿראַגע!

אַך, גוטע בערטע! גיט מיר אַן עצה, װאָס טוט מען? װיִאַזױ ראַטעװעט מען אָפּ דאָס אָרעמע קינד, װעלכן מיר אַלײן האָבן אין אַזאַ אומגליק אַרײַנגעפֿירט. שרײַבט מיר, טאָמער װײסט איר עפּעס פֿון באָריסן? װוּ איז ער? װאָס טוט ער? װאָס פּלאָגט ער? טאָמער קאָנט איר אים זען און מיט אים איבערשמועסן? יאָ, יאָ, אַ װוּנדערלעכע זאַך, כ'לעבן, אַ װוּנדערלעכע זאַך! װי בלינד מיר זײַנען בײדע געװעזן!

מיט דער גרעסטער אומגעדולד דערװאַרט איך פֿון אײַך אַ תּשובֿה.

אײַער בעסטער פֿרײַנט פּ. אײַזנשטאַדט

ב. פֿון בערטע שימשלבײן צו פּ. אײַזנשטאַדט

טײַערער פֿרײַנט אײַזנשטאַדט!

זעט װאָס איר האָט אָנגעמאַכט! זעט, װי גאָט צאָלט אײַך דערפֿאַר, װאָס איר האַלט אונדז, פֿרױענצימער, פֿאַר גאָרנישט! איר מײנט, אַז נאָר איר זײַט קלוג, אַז נאָר איר האָט שׂכל!… איך פֿרעג אײַך? פֿאַרװאָס האָט איר מיך פֿריִער ניט געלאָזט קומען צו אײַך? איך װאָלט נישט דערלאָזט, אַז באָריס זאָל אַװעקפֿאָרן און ראָזע זאָל איבערבלײַבן אַלײן, בײַ אַזאַ טרױעריקער לאַגע! איך, װאָס האָב אַלײן איבערגעלעבט כּמעט דאָס זעלבע, װאָס ראָזע לעבט איצט איבער, װאָלט שױן געװוּסט װאָס צו טאָן!… נאָר, אײַזנשטאַדט, איר זײַט פֿון תּמיד אָן אַ סקעפּטיקער. ס'טײַטש, װיִאַזױ קאָנט איר גאָר רעכענען אַזעלכעס אױף אונדזער אָרנטלעכן באָריסן, װעלכער ― דאָס איז בײַ מיר זיכער װי דער טאָג ― װעט הײַנט־מאָרגן קומען צוריק צו ראָזען! גלױבט מיר, אַז ער איז גלײַך אומגליקלעך װי ראָזע, און זי איז גערעכט, װאָס זי פֿאַרענטפֿערט אים. דאָס, װאָס עס האָט זיך געטראָפֿן אַצינד, האָט מען באַדאַרפֿט דערװאַרטן פֿריִער; איך האָב אײַך ניט אײן מאָל געזאָגט, אַז קײן גליקלעכע ליבע איז גאָר אױף דער װעלט ניטאָ, אַז יעדע ליבע מוז זיך ענדיקן טרױעריק, אַז דאָס גאַנצע לעבן איז אַ שרעקלעכע טראַגעדיע…

דאָס, װאָס איך װיל אײַך אַצינד שרײַבן, איז זײער־זײער ניט פֿרײלעך: די מאַדאַם פֿורמאַן, ראָזעס מוטער, איז נעכטן געשטאָרבן… גאָט זאָל אײַך אָפּהיטן פֿון צו זאָגן דאָס ראָזען! די דאָזיקע אומגליקלעכע פֿרױ, װאָס האָט אַזױ ליב געהאַט איר אײנציק קינד, איז אױסגעגאַנגען מיט אַ קללה אױף די ליפּן… איר דאַרפֿט זיך שטױסן, װעמען זי האָט געשאָלטן: זי האָט אײַך גערעכנט פֿאַר איר מלאך־המות, און איר דאַרפֿט איר מוחל זײַן ― זי איז גענוג אָפּגעקומען אױף דער װעלט!… איך קאָן זיך אָן טרערן ניט דערמאָנען, װאָס זי האָט איבערגעטראָגן פֿון איר מאַן דעם דעספּאָט די לעצטע צײַט. זי האָט שױן בײַ אים לאַנג פֿון קײן װעלט ניט געװוּסט; נאָר זינט די טאָכטער איז אַנטלאָפֿן, איז מאיר פֿורמאַן געװאָרן ערגער װי אַ װילדע חיה. ער האָט איר אַלע מינוט געשטאָכן די אױגן מיט די אױסגעלאַסענע טאָכטער, װאָס איז אַנטלאָפֿן מיט אַן אָרעמען סטודענט (איר פֿאַרשטײט כאָטש, אײַזנשטאַדט, װעמען מען מײנט דאָ?…). און צײַטנװײַז, אַז זי האָט שױן נישט געקאָנט איבערטראָגן און האָט אים געענטפֿערט מיט אַ װאָרט אָדער צװײ, האָט ער זי געטריבן פֿון שטוב און האָט איר געשריִען:

― גײ דיר צו דײַן טאָכטער, צו דער מופֿקרת!… איר מײנט, איר װעט מיך ירשענען לעבעדיקערהײט?…

אַז זי איז שלאַף געװאָרן, האָט ער נישט געװאָלט רופֿן דעם דאָקטער… די דאָזיקע אומגליקלעכע פֿרױ האָט געצאַנקט, װי אַ ליכט. ער האָט נישט צוגעלאָזט צו איר קײנעם; ער האָט פֿאַרטריבן אַלע קרובֿים. איך האָב זיך ניט געטאָרט װײַזן פֿאַר זײַנע אױגן; ער האָט כּסדר געזאָגט, אַז ער װעט מיך פֿאַרשיקן אין סיביר… נאָר צום סוף, אַז ער האָט דערזען, אַז זײַן װײַב גײט שױן אױס, האָט ער אַראָפּגעבראַכט אַלע דאָקטױרים פֿון דער שטאָט. ער איז אַרומגעלאָפֿן, װי אַ משוגענער, ער האָט געװאָרפֿן די שליסעלעך. ער האָט געעפֿנט דעם קאַסטן און האָט געשריִען:

― ראַטעװעט! ראַטעװעט! נעמט װיפֿל איר װילט ― און ראַטעװעט!

ער האָט מיך געשיקט רופֿן. איך האָב נישט געגלױבט מײַנע אױגן: ער איז געװען פֿאַרװײנט, צעפֿלאָכטן, און האָט ניט געקאָנט אײַנזיצן אױף אײן אָרט. ער האָט מיך געכאַפּט פֿאַר אַ האַנט און האָט מיך צוגעפֿירט צום בעטל, װוּ זײַן אומגליקלעכע װײַב איז געלעגן בײַ די לעצטע גראַדן.

― דו זעסט, טײַבעלע? ― האָט ער איר געזאָגט, אײַנבײגנדיק זיך צום בעטל. ― דו זעסט, טײַבעלע? דאָס האָב איך דיר געבראַכט בערטען. דו זעסט, טײַבעלע? אָט דאָס איז בערטע…

טײַבעלע האָט שױן ניט געזען און ניט געהערט. אין צװײ שעה אַרום איז זי שױן געװען אױף דער אמתער װעלט.

נאָר דער דאָזיקער אומגליקלעכער פֿרױ איז אָנגעצײכנט געװען נישט אַזױ גרינג צו קומען אַהין, װוּ זי האָט באַדאַרפֿט געפֿינען איר רו… מאיר פֿורמאַן, װאָס האָט אַ שעה פֿאַר זײַן װײַבס טױט געװאָרפֿן מיט אַ סך טױזנטער ― אַבי מע זאָל אים לעבעדיק מאַכן זײַן טײַבעלען, האָט זיך נאָך איר טױט אײַנגעשפּאַרט און האָט מער ניט געװאָלט געבן דער חבֿרה־קדישא, װי דרײַסיק רובל. אַ גאַנץ מעת־לעת האָט ער זיך געדונגען, װי מען דינגט זיך פֿאַר אַן אָקס, ― ביז מען האָט קױם אױסגעריסן בײַ אים הונדערט רובל. איך בין גאָר ניט אימשטאַנד צו באַשרײַבן אײַך די בזיונות, מיט די קללות, מיטן גאַנצן רעש, װאָס עס האָט זיך דאָ געטאָן אין דעם מעת־לעת װאָס זײַן װײַב איז געלעגן אױף דער ערד און ער האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט די שליסעלעך און געטאַפּט דעם אײַזערנעם קאַסטן!

נאָר אײן זאַך קאָן איך ניט פֿאַרשטײן: הײַנט פֿאַרנאַכט האָב איך געזען אַרײַנגײן צו פֿורמאַנען אין הױף אַרײַן דעם הער מאָטל פֿרידמאַן! װאָס קאָן דאָס באַטײַטן? אפֿשר איז ער אַזױ אַרײַנגעגאַנגען, מנחם־אָבֿל זײַן זײַן אַלטן חבֿר?… איך קאָן דאָס ניט פֿאַרשטײן! איך האָב נאָר־װאָס געשיקט אַהין מײַן מײדל, זי זאָל אַ קוק טאָן, װאָס איז דאָרטן און װאָס טוט זיך בײַ פֿורמאַנען?… דאָס מײדל איז געקומען און זאָגט, אַז דאָרט איז שױן קײנער ניטאָ אַצינד; נאָר דער הער פֿורמאַן איז אַזױ בײז, אַזױ צערײצט! ער שרײַט אױף דער דינסט (ער האַלט איצט ניט מער װי אײן דינסט ― אַן אַלטע ייִדענע, אַ קאַרגע, װי ער אַלײן), אַז טאָמער װעט זי דאָס צװײטע מאָל אַרײַנלאָזן אָט דעם קעשעניק, אָט דעם גנבֿ, ― װעט זי האָבן בײַ אים דעם טױט! איך קאָן דאָס גאָר ניט פֿאַרשטײן, װאָס דאָס באַטײַט!…

אַך, אײַזנשטאַדט, אײַזנשטאַדט! איך בין אײַך מקנא אױף אײַער פֿלעגמאַטישן כאַראַקטער. איר קאָנט אַלץ איבערטראָגן קאַלטבלוטיק. איר זײַט קײנמאָל ניט געװען קײן אומגליקלעכע פֿרױענצימער, און אײַער האַרץ, װי איך זע אַרױס, איז נאָך גאַנץ פֿרײַ פֿון דעם הײליקן געפֿיל, װאָס װערט אָנגערופֿן „ליבע“… איר װילט נישט גלױבן, אַז באָריס איז מיט זײַן גאַנץ לעבן איבערגעגעבן ראָזען. איר קאָנט דאָס ניט פֿאַרשטײן, אַיאָ? ― זאָג איך אײַך, אַז עס אין געװיס אַזױ!… אמת, איך האָב דאָס פֿון באָריסן נישט געהערט, מחמת זען זיך מיט אים ביז אַהער איז מיר נישט געװען מעגלעך בשום־אופֿן־ואופֿן. און איצט… איצט איז ער ניטאָ; ער איז מיט זײַן מוטער ערגעץ אַװעקגעפֿאָרן. מע זאָגט, אַז קײן אױסלאַנד; נאָר עס איז ניט אמת: מײַן דינסטמײדל האָט גערעדט פֿון אליק דעם משרת, אַז די בריװ שיקט מען זײ קײן װאַרשע, ניט קײן אױסלאַנד. איך רעכן, אַז צוליב דעם זײַנען זײ זיך דורכגעפֿאָרן קײן װאַרשע צו זײערן אַ פֿרײַנט אָדער אַ באַקאַנטן, בכדי די מײַלער פֿון אונדזערע רכילותניקעס (איר געדענקט די מאַדאַם רעגנבױגן, שטעכנהאָלץ, שפּיגלגלאָז א. ד. ג.?) זאָלן פֿאַרשטאָפּט װערן אױף אַ קלײנער צײַט… און איך זאָג אױך, אַז עס איז נאָך קײן עולה ניט פֿון זײער זײַט, מחמת פֿון דעם ערשטן טאָג נאָך אײַער אַװעקפֿאָרן פֿון דאַנען האָבן זיך דאָ די מײַלער נאָך ניט צוגעמאַכט ביז הײַנטיקן טאָג. עס איז געװען אַזאַ גערודער אין שטאָט, אַז עס האָט זיך געטאָן חושך, חושך! אין יעדן הױז, אױף יעדער גאַס, אין אַלע װינקעלעך האָט מען נאָך גערעדט פֿון מאיר פֿורמאַנס טאָכטער, װאָס איז אַנטלאָפֿן מיט אַן אָרעמען סטודענט, פֿרידמאַנס אַ חבֿר. און מערקװירדיק! איר זײַט דאָך מיט קײנעם ניט געװען באַקאַנט אין דער דאָזיקער שטאָט, ― און פֿונדעסטװעגן זאָלט איר הערן, װאָס פֿאַראַ מײנונגען יעדער זאָגט זיך װעגן אײַך; דער זאָגט, אַז מען האָט געזען בײַ אײַך אױפֿן פּנים אָנגעצײכנט, אַז איר זײַט אַ גנבֿ אַ רוצח, אַ מענטשנפֿרעסער; דער זאָגט, אַז איר זײַט גאָר ניט קײן סטודענט, נאָר אַ „ליטװאַק“, װעלכער האָט ערגעץ אין דער ליטע נאָך דרײַ װײַבער; און דער דריטער זאָגט, אַז איר זײַט גאָר אַן אַנטלאָפֿענער סאָלדאַט!… הכּלל ,עס איז גאָר ניט איבערצוגעבן די אַלע היסטאָריעס, װאָס יעדער דערצײלט זיך דאָ אָן װעגן אײַך. און שטעלט אײַך פֿאָר זײער איבערראַשונג, װען זײ האָבן דערהערט, אַז ניט איר, נאָר דער יונגער פֿרידמאַן האָט חתונה געהאַט פֿאַר דער אַנטלאָפֿענער! דאָ איז געװאָרן אַזאַ געװאַלד אין שטאָט, אַז װען איך זאָל ניט געװען מורא האָבן אַרױסצוגעבן דעם סוד, װאָלט איך שױן לאַנג אַנטלאָפֿן פֿון דאַנען. איך װײס נאָך עד־היום ניט, פֿון װאַנען און װי אַרום איז מען דאָ געװאָר געװאָרן װעגן דער חתונה, נאָר מען װײס שױן אַלץ ניט קוקנדיק דערױף, װאָס די פֿריד־מאַנס האָבן ניט באַװיזן קײן שום מינע, אַז עס קער זיך אָן מיט זײער זון. שטעלט אײַך פֿאָר, װי אַזױ איז געװען דער מאַדאַם פֿרידמאַן צו קומען צוריק אַלײן, אָן באָריסן, און נאָך מאַכן יעדן אַ פֿרײלעכע מינע, רײדן גלײַך מיט אַלע װעגן אײַער ראָמאַן מיט ראָזע פֿורמאַן… און נאָך דעם, אַז מען איז אין גיכן געװאָר געװאָרן דעם אמת, האָט יעדער איר געקוקט אין פּנים אַרײַן און האָט געװאָלט איבערלײענען בײַ איר אױפֿן שטערן די משער מיט איר זון און מיט דער אַנטלאָפֿענער ― און זי, די מאַדאַם פֿרידמאַן, זאָל דאָס אַפֿילו מיט אַן אױג אַ פּינטל טאָן! גאָרניט, לעבעדיק, פֿרײלעך, װי תּמיד!… כּמעט יעדן טאָג זײַנען געקומען צו איר די גוטע פֿרײַנט, די מאַדאַם רעגנבױגן מיט די געלע טעכטער, די מאַדאַם שפּיגלגלאָז און די מאַדאַם שטעכנהאָלץ, און די גאַנצע צײַט האָבן זײ מיט איר גערעדט נאָר װעגן „דער אַנטלאָפֿענער“, און הונדערט מאָל אַ מינוט איבערגעפֿרעגט, װוּ איז אַצינד איר באָריס? װאָס מאַכט ער אין געזונט? פֿאַרװאָס זאָל מען אים ניט אָפּזוכן קײן רעכטע פּאַרטיע? אליק דער משרת האָט מיר איבערגעגעבן, אַז אױף די אַלע פֿראַגן האָט זי געענטפֿערט פֿרײלעך, גלײַך װי תּמיד. דערפֿאַר אָבער האָט זי זיך מיט זײ אָפּגערעכנט אָט דאָ, אַז באָריס איז געקומען! זי איז מיט אים די גאַנצע צײַט געזעסן אױפֿן באַלקאָן, בכדי מען זאָל אים זען, אַלע זאָלן אים זען ― און דערמיט פֿאַרשטאָפּן די בײזע מײַלער. זי איז געגאַנגען און געפֿאָרן מיט אים עטלעכע מאָל אין טאָג שפּאַצירן און האָט אים אױסגעפֿירט אין אַלע גאַסן, אין אַלע געסלעך, ― אַלע זאָלן זען, אַז איר באָריס איז דאָ, אַז ער איז ניט אַנטלאָפֿן מיט קײנעם, ובפֿרט נאָך מיט דער שװאַרצער ראָזע פֿורמאַן פֿונעם קלײנעם שטיבל מיט די „רױטע לאָדן“. מען האָט מיר דערצײלט פֿון דער זעלביקער מאַדאַם פֿורמאַן, אַז בשעת מלכּה פֿרידמאַן מיטן זון זײַנען דורכגעגאַנגען פֿאַרבײַ איר פֿענצטער, איז זי געפֿאַלן אױפֿן בעט, און מע האָט זי קױם אָפּגעראַטעװעט… נאָר די מאַדאַם פֿרידמאַן האָט שױן מער נישט געקאָנט איבערטראָגן אױף זיך דעם גיפֿט פֿון די לאַנגע צונגען און האָט געמוזט אָפּטרעטן אױף אַ קלײנער צײַט מיט באָריסן פֿון דאַנען ― און זײ האָבן געטאָן זײער קלוג! אַך, װען איר זאָלט געװען זען, װיִאַזױ אונדזער יונגער העלד האָט אױף מיר געקוקט מיט זײַנע שײנע אױגן פֿונעם אײַזערנעם באַלקאָן ,בעת איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ האַלבע שעה פֿאַר זײַן אָפּרײַזן פֿון דאַנען מיט דער מוטער! װען איר זאָלט געװען אין דער דאָזיקער מינוט אַ קוק טאָן באָריסן אין די אױגן אַרײַן, װאָלט איר שױן מער ניט געצװײפֿלט, אַז זײַן ליבע צו ראָזען איז פֿיל גרעסער און שטאַרקער, װי איר קאָנט זיך פֿאָרשטעלן מיט אײַער שׂכל…

כּדי איר זאָלט מיך בעסער פֿאַרשטײן, װעל איך אײַך דאָ איבערגעבן אַלץ, װאָס איז פֿאָרגעקומען צװישן מיר און באָריסן זינט ער איז געקומען צוריק מיט זײַן מוטער.

אַז באָריס איז געקומען, האָב איך מיך דערװוּסט באַלד פֿון אליק דעם משרת, װעלכן איך האָב אונטערגעקױפֿט שױן פֿון לאַנג, ער זאָל מיר אָפּטראָגן יעדע קלײניקײט, װאָס עס קומט פֿאָר בײַ די פֿרידמאַנס אין הױז. איך האָב אים פֿײַן באַלױנט און געהײסן, ער זאָל איבערגעבן באָריסן פֿון מיר אַ בריװ. איך דאַרף אײַך ניט דערצײלן, װאָס איך האָב אים געשריבן; איר קאָנט זיך אַלײן פֿאָרשטעלן, װי איבערראַשט איך בין געװען, אַז איך האָב דערהערט, אַז באָריס איז געקומען אַלײן, אָן איר! אױף דעם צװײטן טאָג האָט מיר אליק איבערגעגעבן, אַז מײַן בריװ האָט ער אים אָפּגעגעבן מיט גרױס מי, נאָר קײן ענטפֿער קאָן אַזױ גיך ניט זײַן, מחמת די מאַדאַם פֿרידמאַן טרעט נישט אָפּ אױף קײן רגע פֿון איר זון. זי זיצט מיט אים, זי גײט מיט אים, זי לאָזט פֿון אים קײן אױג נישט אַראָפּ; אַפֿילו אַז ער לײגט זיך שלאָפֿן באַנאַכט בײַ זיך אין צימער, שטײט זי לאַנג הינטער דער טיר, אָדער זי דרײט זיך אַזױ אַרום אין דעם צװײטן צימער, בכדי זי זאָל קאָנען זען, װאָס ער טוט, און הערן, װאָס ער רעדט דאָרט מיט אליקן אָדער מיט אַן אַנדער באַדינער. זי האָט שטרענג פֿאַרבאָטן, אַז קײנער זאָל זיך ניט דערװעגן ברענגען אָדער אָפּטראָגן אַ בריװ פֿון באָריסן אָן איר װיסן, אַזױ אַז יעדער בריװ, װאָס ער שיקט אָפּ אױף דער פּאָסט, פֿאַלט אַרײַן גלײַך צו איר אין די הענט אַרײַן… הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן, ליבער אײַזנשטאַדט, װי אומגליקלעך אונדזער יונגער העלד איז בײַ אָט אַזעלכע פֿאַנאַטישע עלטערן, בײַ אָט אַזעלכע דעספּאָטן? ערשט אױף דער אַנדערער װאָך האָט מיר אליק געבראַכט אױף אַלע מײַנע בריװ (מער װי צען) אײן ענטפֿער פֿון באָריסן. איך גיב אײַך דאָ איבער, ליבער אײַזנשטאַדט, בוכשטעבלעך זײַן קװיטעלע, פֿון װעלכן איר װעט זיך געװיס קאָנען אָפּנעמען אַ מוסר, װאָס הײסט ליב האָבן און זײַן אומגליקלעך. אָט װאָס באָריס שרײַבט מיר:

טײַערסטע פֿרײַנט בערטע! אײן גאָט איז מײַן עדות, אַז איך האָב אײַך ביזן הײַנטיקן טאָג ניט געקאָנט שרײַבן. איך שרײַב יעדן טאָג בריװ צו מײַן טײַערער ראָזעטשקען, און האָב ביז הײַנט קײן שום ענטפֿער. איר פֿרעגט מיך, װאָס האָב איך געפּועלט מיט מײַן קומען אַהײם? אָ, איך פֿאַרהאָף, אַז איך װעל געװיס מײַן ציל דערגרײכן! גיך־גיך װעלן מיר זײַן גליקלעך צוזאַמען מיט מײַן טײַערער ראָזען, װעלכע שטײט מיר שטענדיק פֿאַר מײַנע אױגן (איר הערט, אײַזנשטאַדט?). איך װעל אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל לײגן אַ פֿעסטן פֿונדאַמענט, אױף װעלכן אונדזער ליבע װעט זײַן געבױט עפֿנטלעך פֿאַר אַלעמען, אַזױ אַז אַלע זאָלן װיסן און זען, אַז ראָזע איז מײַנע, מײַנע אױף אײביק!… איך בעט אײַך, ליבע בערטע, שרײַבט צו מײַן ראָזען און גיט איר איבער מײַן ביטערע לאַגע, אין װעלכער איך געפֿין זיך אַצינד, און טרײסט זי מיט דער האָפֿענונג, אַז מיר װעלן גיך װידער לעבן צוזאַמען, און אונדזער ליבע, אונדזער גליק װעט שױן מער קײנער ניט שטערן, און עס װעט שױן אַלץ זײַן גוט, אַזױ װי עס באַגערט אײַער איבערגעגעבענער

באָריס פֿרידמאַן.

עס פֿאַרשטײט זיך, אַז אױף דעם דאָזיקן בריװ האָב איך אים אָפּגעענטפֿערט פּינקטלעך, אױף יעדער זאַך באַזונדער, און האָב אים געגעבן אונטערריכט, װי אַזױ ער זאָל צוטרעטן צום פֿאָטער און צו דער מוטער װעגן דער הױפּט־פֿראַגע, און װי אַזױ ער זאָל װירקן אױף זײערע הערצער ― ער איז דאָך פֿאָרט זײער אײן־און־אײנציק קינד, אײן אױג אין קאָפּ! איך װײס ניט עד־היום, װאָס און װי אַזױ ער האָט מיט זײ גערעדט און צו װאָס פֿאַראַ רעזולטאַט זײ זײַנען געקומען, מחמת פֿון באָריסן האָב איך שױן מער קײן בריװ ניט געקאָנט באַקומען; נאָר װעדליק װי אליק האָט מיר איבערגעגעבן אײניקע קלײניקײטן, פֿאַרשטײ איך, אַז אונדזער מי װעט ניט זײַן אומזיסט, און אונדזער אומגליקלעך פּאָרפֿאָלק װעט ענדלעך װידער צוזאַמען זײַן אױף אימער און אײביק. דערהױפּט בעט איך אײַך, ליבסטער אײַזנשטאַדט, אַכטונג געבן אױף אונדזער טײַערסטער ראָזעטשקע און ― חיות ניט זיכער! ― ניט אַרױסכאַפּן זיך פֿאַר איר מיט אַזעלכע װערטער, װי איר שרײַבט צו מיר. היט־אָפּ, אײַזנשטאַדט, דאָס דאָזיקע יונגע בלימל, עס זאָל אױף דעם קײן שטױב ניט פֿאַלן. דאָס איז אײַער פֿליכט אַלס מענטש און מאַנספּערזאָן. אַדיע! אונדזער ראָזעטשקען שיק איך באַזונדער אַ בריװ.

אײַער בעסטער פֿרײַנט, װאָס פֿאַרבלײַבט צו אײַך מיט גרױס אַכטונג, ניט קוקנדיק דערױף, װאָס איר זײַט אַזאַ קאַלטער עגאָיִסט…

בערטע שימשלבײן

ג. פֿון פּ. אײַזנשטאַדט צו ב. שימשלבײן

בערטע! קומט צו פֿאָרן. אפֿשר װעט איר בעסער קאָנען אױסקומען מיט איר… זי איז זײער־זײער אומגליקלעך און דאַרף האָבן הילף. זי נײטיקט זיך, מע זאָל זי היטן ― און איך קאָן דאָס ניט, איך טױג ניט דערצו. איך זע, אַז איך פֿאַרשאַף איר נאָר שמערצן ― און מער נישט! פֿאַר אײַער אַרױספֿאָרן שרײַבט אַ בריװ. איך דערװאַרט אײַך, איך קוק אַרױס אױף אײַך. למען־השם, קומט צו פֿאָרן!

„פּ. אײַזנשטאַדט

ד. פֿון בערטע שימשלבײן צו פּ. אײַזנשטאַדט.

ליבסטער פֿרײַנט! איר האָט מיך מיט אײַער לעצטן בריװ אַזױ פֿיל איבערגעשראָקן, אַז איך בין אױס מענטש. איך פֿאָר באַלד אַרױס און װעל שױן זײַן אַלײן בײַ ראָזעטשקען, און איר זאָלט די רגע אַרױספֿאָרן אַהער און קומען גלײַך צום הער פֿרידמאַן. איר װעט אים טרעפֿן דאָ אַלײן, װײַל אונדזער אומגליקלעכער באָריס מיט דער מוטער זײַנען אַצינד אין אױסלאַנד. איך גלױב, אַז בײַ דער מוטער האָט באָריס שױן לאַנג געפּועלט; מע דאַרף נאָר איבעררעדן מיטן פֿאָטער. מײן איך, אַז איר, ליבער אײַזנשטאַדט, זײַט דערצו מער פֿעיִק, װי אַן אַנדערער. איר זאָלט אױסנוצן אַלע מיטלען און אױסמאָלן פֿאַר אים מיט אַלערלײ פֿאַרבן די טרױעריקע לאַגע פֿון זײַן בן־יחיד און פֿון זײַן יונגער אומשולדיקער פֿרױ ראָזע, װאָס האָט שױן גענוג־גענוג געליטן, גענוג איבערגעטראָגן, גענוג אָפּגעקומען פֿאַר די זינד פֿון די עלטערן, װעלכע זײַנען אַזױ אײַנגעשפּאַרט אין זײער פֿאַנאַטיזם;… איך דאַרף אײַך נישט לערנען, װיִאַזױ צו רײדן. רײדן קאָנט איר; הלװאַי װאָלט איר אַזױ געקאָנט פֿילן, װי איר קאָנט רײדן… גריסט ראָזען און זאָגט איר, אַז איך פֿאָר צו איר די מינוט, די רגע!

אײַער בעסטער פֿרײַנט בערטע שימשלבײן

ה. פֿון פּ. אײַזנשטאַדט צו ב. שימשלבײן.

בערטע! בערטע! צו װאָס האָט איר מיך געשיקט אַהער? קאַרג געװען פֿאַר מיר דאָס, װאָס איך האָב איבערגעטראָגן דאָרט? אַך, װאָס פֿאַראַ האַרטער מענטש דער הער פֿרידמאַן איז! און מערקװירדיק ― װאָס פֿאַראַ קלוגער מענטש, װאָס פֿאַראַ פּראַקטישער מענטש דאָס איז! איך האָב אים גאָר ביז איצט אַזױ פֿיל ניט געקענט. איך האָב קײן צײַט ניט געהאַט צו אױסרײדן עטלעכע װערטער, האָט ער מיך שױן איבערגעשלאָגן און האָט מיר פֿאָרגעלײגט אַזעלכע פֿראַגן, אַז איך בין געבליבן אָן לשון. איך האָב אײַך געפֿאָלגט, בערטע, און האָב אים אָנגעהױבן אױסצומאָלן מיט שרעקלעכע פֿאַרבן די ביטערע לאַגע פֿון זײַן אומגליקלעכן זון. האָט ער מיך אַזױ אױסגעלאַכט, אַז איך האָב שױן װײַטער ניט געהאַט װאָס צו זאָגן.

― ע, ברודער! ― האָט ער מיר געזאָגט דערױף מיט אַ קלאַפּ אין די פּלײצעס אַרײַן. ― ע, ברודער! איר לאַכט מיך אױס, איר מאַכט פֿון מיר חוזק, אַ פּנים, יונגערמאַן! נישקשה, איר װאָלט זיך געמעגט װינטשן כאָטש האַלב אַזױ אָפּלעבן װי אײַער אומגליקלעכער „העלד“ לעבט זיך אָפּ אַצינד אין אױסלאַנד! אַך, װי טרױעריק זײַן לאַגע איז! װי „אומגליקלעך“ ער איז אַצינד ערגעץ אין אַ טעאַטער נעבעך, אָדער אין אַ שײנעם רעסטאָראַן נעבעך, װוּ ער זיצט נעבעך איבער אַ שײנעם מאָלצײַט נעבעך מיט אַ גוטן גלאָז װײַן, און מיט אַן אַראָמאַטישן ציגאַר נעבעך! איר פֿאַרשטײט צי נײן?…

גלײבט מיר, בערטע, אַז ער קען זײַן זון אַ סך מער, װי איך מיט אײַך קענען אים. צום לעצט האָט ער מיר ערנסט געזאָגט, אַז ער האָט רחמנות אױף דער אומגליקלעכער ראָזע און פֿאַרשטײט, װי שלעכט עס איז איר אַצינד און װי טרױעריק איר לאַגע װעט נאָך זײַן שפּעטער… װי אַ גוטער פֿרײַנט, האָט ער מיר אַן עצה געגעבן, אַז מיר זאָלן ביסלעכװײַז אױפֿדעקן פֿאַר איר, װער איר אָפּגאָט איז און װאָס ער איז… ער האָט מיך אױסגעפֿרעגט, װיִאַזױ זי פֿאַרברענגט די צײַט, און פֿון װאָס לעבט זי, און צי נײטיקט זי זיך אַצינד אין געלט, װעט ער איר שיקן, װיפֿל זי דאַרף… אַך, בערטע, בערטע, איך זאָג אײַך נאָכאַמאָל, און װעל אײַך שטענדיק זאָגן דאָס זעלבע, אַז מיר, נאָר מיר זײַנען שולדיק אין איר אומגליק, און גאָט װײס, מיט װאָס עס װעט זיך נאָך ענדיקן!…

איך האָב דאָ שױן מער ניט װאָס צו טאָן, און אױף זײַן מוטער זאָלט איר אױך קײן האָפֿענונג ניט האָבן. דער הער פֿרידמאַן האָט מיר אױסדריקלעך געזאָגט, אַז „פֿריִער װעט דער הימל קומען צו דער ערד, אײדער מײַן מלכּה װעט דערלאָזן, אַן איר באָריס זאָל זײַן פֿורמאַנס אײדעם, און װען איר זאָלט קענען מײַן מלכּהן, װאָלט איר געזעסן באַרוט אינדערהײם, װאָרום מײַן מלכּה ― דאָס איז שטאָל און אײַזן: זי װעט זיך גיכער צעברעכן, אײדער אײַנבײגן. איר פֿאַרשטײט צי נײן?“ ― און מיט די װערטער האָט מיך דער הער פֿרידמאַן אָפּגעלאָזט. איך בלײַב דאָ נאָך אױף אַ צװײ טעג און װאַרט אױף אײַער ענטפֿער. שרײַבט מיר, איך בעט אײַך, װאָס מאַכט ראָזע? גאָט זאָל העלפֿן, זי זאָל איבערקומען, װי עס געהער צו זײַן… איך װאָלט איר איבערגעגעבן אַ גרוס, נאָר איך װײס, אַז זי גײט ניט אַזױ שטאַרק אױס נאָך מײַן גרוס… אַ װוּנדערלעכע זאַך, כ'לעבן!…

אײַער פֿרײַנט, װאָס קוקט אַרױס אױף אײַער גיכן בריװ,

פּ. אײַזנשטאַדט

ו. (טעלעגראַמע) פֿון בערטע שימשלבײן צו פּ. אײַזנשטאַדט

הער אײַזנשטאַדט. הײַנט אָװנט האָט ראָזע געהאַט אַ מײדל און איז געשטאָרבן. דאָס קינד לעבט. קומט צו פֿאָרן.

בערטע

עפּילאָג: װוּ דער פֿאַרפֿאַסער זאָגט נאָך עטלעכע װערטער און געפֿינט, אַז עס איז שױן צײַט צו געזעגענען זיך מיטן לעזער און מאַכן אַ סוף מיט דער דאָזיקער װירקלעכער געשיכטע

געזעגענענדיק זיך מיטן לעזער, מוזן מיר, װי עס פֿירן זיך אױף דער װעלט די אַלע ראָמאַניסטן, שענקען אים אַן עפּילאָג און איבערגעבן אַלץ, װאָס עס האָט זיך אױסגעלאָזט מיט אונדזערע העלדן, װעלכע װערן דערמאָנט אין דער דאָזיקער ריכטיקער, ניט אױסגעטראַכטער געשיכטע.

אַלע אונדזערע באַקאַנטע פּאַרשױנען זײַנען געזונט און שטאַרק, אױסער די צװײ אומגליקלעכע פֿרױען: טײַבעלע פֿורמאַן און ראָזע פֿרידמאַן. אַפֿילו דער אַלטער מאיר פֿורמאַן לעבט נאָך! נאָר זײַן לעבן איז טרױעריקער, װי דער טױט: צו װאָס און פֿון װעמענס װעגן לעבט אַזאַ אומגליקלעך נפֿש אױף דער װעלט? פֿון װעמענס װעגן האַלט ער דעם אײַזערנעם קאַסטן מיט געלט? צו װאָס פֿאַרשליסט ער די רױטע לאָדן אַלע נאַכט, און אַז ער דערהערט אַ שאָרך פֿון אַ מױז, װערט ער פֿאַרציטערט און כאַפּט זיך צו די שליסעלעך? צוליב װעמען טרײַבט ער אַן אָרעמאַן פֿון שטוב? פֿאַר װעמען און פֿאַר װאָס קױלעט ער זיך אַלע טאָג מיט דער ייִדענע פֿאַר די אָפּגעלעקטע בײנער, װאָס זי װאַרפֿט אַרױס פֿאַר די הינט? אַז עס װעט אַ קלאַפּ טאָן זײַן לעצטע שעה, װעט ער שיקן רופֿן דעם רבֿ מיט די דײנים און װעט מאַכן אַ „צװאה“: כּך־וכּך רובל אױף „עולמות“; כּך־וכּך רובל אױף אַ מרחץ; כּך־וכּך אױף דעם הקדש; כּך־וכּך קײן ליבאַװיטש דעם רבין אױף אַ סוכּה (װאָס װײַטער װערט ער אַלץ פֿרימער); כּך־וכּך אױף „חבֿרה־קדישא“, אױף „הזכּרת־נשמות“, אױף „חבֿרה־תּהילים, אױף „חבֿרה־מישניות“, אױף „עשׂרה־בטלנים“… אױף דעם דאָזיקן געלט װעט ער מאַכן עטלעכע אָפּעקונעס, גבֿירים, שײנע ייִדן, װאָס װעלן זיך נאָכדעם צװישן זיך צעטײלן אַחת ואַחת, און די אָרעמעלײַט פֿון דער שטאָט װעלן אַרומגײן פֿון אײנעם צום אַנדערן און װעלן שרײַען: „גנבֿים! רוצחים! הולטײַעס! װוּ איז ערגעץ דאָס געלט, װאָס רב מאיר פֿורמאַן האָט איבערגעלאָזט? די נגידים האָבן זיך צעטײלט ― און מיר װעלן שװײַגן?! גיט אונדז אָפּ פֿורמאַנס געלט ― עס איז אונדזער געלט!“…

אָט אַזױ זײַנען, הײסט עס, די „רױטע לאָדן“ שױן פֿאַרמאַכט פֿאַר אונדז אױף תּמיד… אָבער דער אײַזערנער באַלקאָן“?

דער „אײַזערנער באַלקאָן“ איז תּמיד יונג, תּמיד פֿרײלעך, תּמיד באַלױכטן און פֿול מיט געסט, פּונקט װי פֿריִער, קײן שום פֿאַרענדערונג! דאָס געשעפֿט פֿון דער גלענצנדער פֿירמע „פֿרידמאַן“ איז זײער אַ גרױס געשעפֿט. די קלײטן װאַקסן. די קאַנטאָר אַרבעט. מאָטל פֿרידמאַן איז שטענדיק פֿאַרנומען מיט זײַנע חשבונות. ער איז שטענדיק פֿאַרטראָגן. ער איז אײַנגעטונקט פֿון קאָפּ ביז פֿיס אין ציפֿער… אַז זײַן זון איז דאָס ערשטע מאָל געקומען אַהײם צו גאַסט מיט זײַן גרױסאַרטיקער פֿרױ „יאַדװיגאַ“, די טאָכטער פֿונעם װאַרשעװער באַנקיר לודװיק עסיגמאַכער, איז מלכּה געװען אַזױ גליקלעך, אַז זי האָט אַרומגעכאַפּט דעם מאַן קושן.

― װאָס זאָגסטו עפּעס, מאָטל, אױף אונדזער באָריסן און אױף זײַן פֿרױ, אױף יאַדװיגאַן?…

― „ יאָ, אױב אונדזער פֿױגל װעט אַװעקװאַרפֿן די שאַרלאַטאַנסקע שטיק, קאָן פֿון אים װערן מיט דער צײַט אַ שטיקל מענטש, דו פֿאַרשטײסט צי נײן?… איך האָב געהאַט אַ דעפּעש פֿון זימלשטײן. פֿאַרקױפֿט דרײַסיק טױזנט פּוד צוקער אױף חודש מײַ ― בין איך צופֿרידן. דו פֿאַרשטײסט צי נײן?…

װאָס האָט געטאָן מאָטל פֿרידמאַן בײַ מאיר פֿורמאַן, בעת יענער איז געבליבן אַן אַלמן? עס װײַזט אױס, אַז אין פֿרידמאַנען האָט פּלוצעם אָנגעהױבן צו רײדן זײַן געװיסן, צי אפֿשר האָט ער זיך דערמאָנט, אַז ער, מאָטל־מזיק, איז אַמאָל געװען אַ חבֿר און אַ גוטער ברודער מיט מאיר קװאַשע? אָדער ער האָט געװאָלט מיט זײַן װיזיט פֿונעם „אײַזערנעם באַלקאָן“ צו די „רױטע לאָדן“ אױסקױפֿן זײַנע אַלטע זינד אַקעגן זײַן געװעזענעם שותּף?… מזל־טובֿ! אונדזערע האַרציקע שװעסטער מאַשאַ און פּאַשאַ רעגנבױגן האָבן שױן חתונה געהאַט פֿאַר גאַנץ רײַכע קאָמערסאַנטן. די מאַדאַם רעגנבױגן איז גליקלעך. אַלע יאָר קומען איר אַ פּאָר אײניקלעך. אליק דער משרת איז בײַ די יונגע פֿרידמאַנס אַ לאַקײ. ער טראָגט אַ װײַסן זשילעט מיט אַ זילבערנעם זײגער און זאָגט: „בײַ אונדז אין װאַרשע“.

גאָלדנשטאַדט און זילבערשטאַדט האָבן שױן דיפּלאָמען אין די הענט. דער ערשטער איז אַ דאָקטאָר און קוקט־אַרױס אױף פּאַציענטן, װאָס װײַזן זיך עפּעס ניט. און דער אַנדערער איז אַן אַדװאָקאַט, װאָס האָט נאָך ניט געהאַט די ערע צו זען אַ קליענט אין די אױגן. זײ זוכן רײַכע פּאַרטיעס און אַרבעטן אױף אַלע כּלים.

אײַזנשטאַדט האָט זיך ניט שטאַרק פֿאַרענדערט פֿון יענער צײַט. עס האָט זיך אים נאָר אױסגעשאָטן אַ קלײן שפּיצעכיק בערדל, װעלכעס גיט אים צו דעם זיבעטן חן. ער איז זײער באַליבט בײַ אַלע זײַנע חבֿרים סטודענטן, און אױף יעדער אַסיפֿה איז ער תּמיד דער ערשטער, הגם ער קריכט ניט צום אױבנאָן און רײַסט זיך ניט אױף די װענט.

ראָזעס קינד ― זי הײסט נאָך דער מוטער: ראָזעטשקע ― געפֿינט זיך בײַ בערטע שימשלבײן.

„בערטע די גרושה“ איז נאָך עד־היום אַ גרושה. זי איז גערעכט, װאָס זי זאָגט, אַז אונדזער לעבן איז אַ לאַנגע טראַגעדיע און מיר, מאַנצבילן, זײַנען די העלדן ― גוטע און שלעכטע העלדן, ערלעכע און פֿאַרדאָרבענע. זי זאָגט נאָך עד־היום: „אָ, מענער, מענער!“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אָט אַזױ ניט־פֿרײלעך האָט זיך אױסגעלאָזט אונדזער ראָמאַן ― אַ ראָמאַן, אין װעלכן די הױפּט־ראָלן האָבן געשפּילט ניט קײן העלדן, נאָר קינדער.

סענדער בלאַנק
און זײַן געזינדל

אַ ראָמאַן אָן אַ „ראָמאַן“