דער בלוטיקער שפּאַס: 41: װער איז גערעכט?

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס אײן און פֿערציקסטע קאַפּיטל
װער איז גערעכט?

אַרײַנשלעפּן דעם פּסח אין שטוב אַרײַן ― איז ניט אַזאַ גרינגע זאַך, װי עס װײַזט זיך אױס אױפֿן ערשטן קוק. און װער שמועסט, אין געמײנעם גראַד, װוּ ס'איז ניטאָ קײן איבעריקע הענט ― קומט עס אָן זײער שװער, טאַקע ממש כּקריעת־ים־סוף. און דאָך קאָן זיך שׂרה שאַפּיראָ באַרימען, אַז זי איז מיטן פּסח פֿאַרטיק געװאָרן באַצײַטנס, מע קאָן זאָגן, נאָך גאָר פֿאַר פֿרי. די זון האָט נאָך אַפֿילו ניט געקליבן זיך אונטערגײן. אַ סך בעל־הביתטעס אין איר גראַד, װאָס אַרבעטן, אַזױ װי זי, אַלײן, אָן דינסטן, האָבן נאָך געהאַלטן גאָר פֿון פֿאָרנט, און בײַ איר איז שױן געװען כּמעט אינגאַנצן פּסחיק, כאָטש נעם און זעץ זיך אַװעק צום סדר. אַלצדינג איז דאָ געװען רײן אַזױ װי גאָלד. אַלעס האָט שעמערירט און געפֿינקלט און אַרױסגעזונגען פֿון אַלע װינקעלעך. דער טיש איז שױן געװען איבערגעצױגן מיט אַ שנײ־װײסן טישטעך. די לײַכטער מיט די בענטשליכט זײַנען שױן געװען גרײט. אױך די קערה מיט די מצות און דער װײַן, װאָס דוד שאַפּיראָ מיטן זון האָבן געבראַכט צו טראָנען פֿון קעלער, אָנגעטאָן אין די גרינע און רױטע קאַפּסולן, זענען שױן געשטאַנען אױפֿן טיש. אַפֿילו דער מרור מיטן חרוסת האָבן זיך שױן געלאָזט הערן אין נאָן אַרײַן מיט זײער שאַרפֿן ריח פֿון פֿרישן נאָר־װאָס אָנגעריבענעם כרײן.

שׂרה אַלײן איז געװען נאָך האַלב יום־טובֿדיק אָנגעטאָן, געשטאַנען מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל אין קיך, פֿאַרקלאַפּט מיט אײער די צוגעפֿירטע מצה־מײַל, װאָס זי האָט נאָר־װאָס געקליבן זיך אױסגיסן אױף אַ הײסער מיט שמאַלץ אָנגעשמירטער סקאָװערדע ― מאַכן לאַטקעס, די אמתע כּשרע פּסחיקע לאַטקעס, געפּרײגלט אױף פּסחיקער גענדזנשמאַלץ, „עס מעג זײ עסן דער מלכות“.

דוד איז נאָר־װאָס געקומען פֿון מרחץ, רױט װי אַ צװיק, שטאַרק אַרומגעשױרן די פּאות מיט די װאָנצעס און פֿאַרבײַגײענדיק פֿאַרכאַפּט דאָס בערדל אױך אַ ביסל (ער איז ניט שולדיק: דאָס האָט דער צירולניק אױף זײַן אײגענע אַחריות אים אַ ביסל צורעכט געמאַכט, ס'זאָל אױסקומען לײַטן־גלײַך). איצט איז דוד געװען בײַ זיך אין אַלקער, אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך די װאָכעדיקע קלײדער און אַרײַן אין יום־טובֿ אַרײַן. אין דער מינוט האָט ער געהאַלטן בײַם אױבערשטן העמד מיטן נײַעם שניפּס. און װײַל דוד איז אַ מענטש, װאָס האָט ליב, װי מיר װײסן, אַלצדינג זאָל זײַן אָפּגעטאָן אױף דער גיך, האָט דעריבער נישט דאָס אױבערשטע שטאַרק אָנגעקראָכמאַליעטע העמד, נישט דער נײַער שניפּס בשום־אופֿן נישט געװאָלט זיך אונטערגעבן. זײ האָבן צײַט. איז דוד געװען אױף זײ אש־להבֿה ― ער זאָל זײ קאָנען צערײַסן!

אין צװײטן אַלקערל איז געװען בעטי. זי האָט זיך געמאַכט אַ נײַע פֿריזורקע לכּבֿוד יום־טובֿ. און דאָס איז געװען אַן עבֿירה פֿאַר גאָט. נעמען אַזעלכע האָר, װי די נאַטור האָט זי געבענטשט, און פֿאַרבײַטן זײ אױף דער שװאַרציאָר װײסט װעמענס האָר ― פֿע! נאָר װאָס װעט איר טאָן מיט דער מאָדע? װער װעט זיך עס אײַנשטעלן גײן אַקעגן שטראָם?… נאָר אײן סיאָמקע איז שױן געװען פֿאַרטיק אָנגעטאָן אין זײַן גאַנצער אוניפֿאָרם מיט די גלאַנצנדיקע זילבערנע קנעפּ און אין די נײַע שטיװעלעך, װאָס מע האָט אים געקױפֿט אױף פּסח און װאָס זענען געװען אַ רפֿואה, אַ באַלזאַם צו די קלעפּ, װאָס ער האָט הײַנט אין דער פֿרי געכאַפּט פֿון זײַנע חבֿרים. פֿילנדיק אױף זיך די דאָזיקע נײַע שטיװעלעך, װאָס שמעקן נאָך מיט שוסטער, און צוהערנדיק זיך צום ריח־ניחוח פֿון דער פּסחיקער שמאַלץ, װאָס האָט זיך געפּרײגלט בײַ דער מאַמען אױף דער אָנגעגליטער סקאָװערדע, און אַרײַנקוקנדיק אין דער „הגדה של פּסח“, װאָס װערט אַרױסגענומען בײַ זײ פֿון צװישן די פֿאַרשטױבטע ספֿרים אַלע פּסח, ― האָט שױן סיאָמקע כּמעט גאָר פֿאַרגעסן, אַז מע האָט אים װען ס'ניט איז אַפֿילו אָנגערירט מיט אַ פֿינגער, כאָטש אַפֿילו, מע זאָל זיך שטאַרק צוקוקן, װאָלט מען נאָך איצט אױך געקאָנט זען סימנים, בלױלעכע צײכנס אונטער די אױגן… נאָר אַז מע האָט אַזעלכע שײנע נײַע שטיװעלעך, און עס לאָזט זיך הערן אַ ריח־ניחוח פֿון די פּסחיקע לאַטקעס, װאָס מע װעט באַלד אױפֿגעבן, און בײַנאַכט שטײט פֿאָר אַ סדר, און די פֿיר קשיות קען ער אױסװײניק, און אין קעשענע ליגט אַן אַטעסטאַציע פֿון גימנאַזיע מיט סאַמע פֿינפֿן, און פֿאַר די אױגן געפֿינט זיך אַזאַ שײנע „הגדה של פּסח“, ― איז אַ חידוש, אַז עס האָבן זיך אים פֿאַרהײלט אַלע װוּנדן? מיר דאַכט, אַז מע זעט פֿאַר זיך נאָר אַזאַ הגדה אַלײן, איז שױן אַ כּפּרה אַלעס אױף דער װעלט.

די „הגדה של פּסח“, װאָס סיאָמקע האָט זיך אין איר אַזױ פֿאַרטיפֿט, איז געװען ניט גלאַט אַזױ אַ הגדה פֿון יענעם מין הגדות, װאָס מע קריגט זײ פֿאַר אַ דרײער בכל תּפֿוצות ישׂראל. נײן. דאָס איז געװען אַן אַלטע הגדה, אַ ירושה בײַ שאַפּיראָן פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס, מיט אַלע ל″ב פּירושים און מיט בילדער און אילוסטראַציעס. זי פֿאַרדינט דעריבער, מען זאָל איר שענקען אַ פּאָר װערטער, ובפֿרט אַז די דאָזיקע הגדה האָט זיך דערלעבט אַזאַ כּבֿוד, אַז פּאָליציע־לײַט האָבן זיך מיט איר אַרומגעטראָגן און עקספּערטן האָבן זי שטודירט, װי מיר װעלן דאָס גאָר אין גיכן אַרױסזען פֿון די װײַטערע קאַפּיטלעך פֿון אונדזער ראָמאַן.

דאָס הײסט, אײגנטלעך, איז פֿון דער הגדה אַלײן גאָר ניטאָ װאָס צו זאָגן, אַ הגדה װי אַלע הגדות: מיטן „מה נשתּנה“, מיטן „עבֿדים הײנו“, מיטן „לפֿיכך“ און מיטן חד־גדיא“. דער עיקר זענען דאָ נאָר די בילדער. אמת, מע קאָן ניט זאָגן, אַז די בילדער זאָלן זײַן אַי־אַי־אַי. געאַרבעט אױף זײ האָבן, אַ פּנים, ניט די ערשטע קינסטלער פֿון דער װעלט, אַזױ אַז פּרעה מלך פֿון מצרים, װאָס איז אױסגעמאָלט אױפֿן ערשטן בלעטל, װאָלט גיכער אָנגעשטאַנען זײַן אַ קצבֿ אײדער אַ קיסר, און משה רבינו מיטן שטעקן האָט אױסגעװיזן װי אַן עכטער פֿאָניע, און זײַן ברודער אַהרן הכּהן ― װי אַ גלח. יוסף הצדיק האָט געהאַט אַ מײדלש פּנים, און פּוטיפֿרע האָט, פֿאַרקערט, געכאַפּט דעם אָפּבליק פֿון אַ מאַנסביל… דערפֿאַר זענען אָבער די עשׂר־מכּות געװען צעמאָלט אױפֿן שענסטן אופֿן: „דם“ און „צפֿרדע“ און „כּינים“ ― אַלצדינג אַזױ נאַטירלעך, אַזױ ראַיעל… אױך די פֿיר „בנים“ זענען געװען אױסגעמאָלט פֿײַן, און בעסער פֿון אַלע ― דער „חכם“. דאָס הײסט, פֿון זײַן פּנים איז קײן באַזונדערע חכמה נישט געװען אַרױסצוזען, האָט זיך אָבער דער קינסטלער געקליגט אים אױסצומאָלן מיט אַ פֿינגער אױפֿן שטערן, צו באַװײַזן, אַז ער איז אַ מענטש אַ בעל־מוח. אױך דער „רשע“ האָט זיך מיט זײַן רישעות ניט אַרױסבאַװיזן גאָרניט. פֿאַרקערט, אַ פּנים דװקא אַ חנעװדיקס, אַ נעבעכל. אַ גליק, װאָס אונטן איז געשטאַנען מיט גרױסע אותיות: רשע. אַניט װאָלט מען זיכער מײנען, אַז ער איז ניט קײן רשע, נאָר אַ צדיק… דער,„תּם“, מיטן „שאינו יודע לשאול“ זענען געװען װי אײן מאַמע האָט זײ געהאַט.. בײדע קורנאָסע און בײדע דעם קאָפּ אױף אַ זײַט און בײדע צענומען די הענט, גלײַך װי זײ װאָלטן זאָגן: „װאָס װײסן מיר? מיר זענען אידיאָטן. מיר װײסן גאָרניט“…

דער גאַנצער אַנטיק פֿון די אילוסטראַציעס איז געװען די „עקידה“, דאָס הײסט, אַ בילד, װי אַזױ אַבֿרהם אָבֿינו פֿירט זײַן אײן־און־אײנציקן זון יצחק צו דער עקידה, כאָטש אַפֿילו אין פֿלוג איז עס אַ שטיקל קשיא: װי קומט אַהער, אין פּסחיקער הגדה, גאָר די עקידה פּלוצעם אין מיטן דערינען? און װאָס איז עפּעס אױסגעקומען דעם קינסטלער אױסצומאָלן אונדזער ערשטן גוטן פּאַטריאַרך עפּעס טאַקע נאָר װי אַ כוליגאַן, כאָטש אַפֿילו אין שיך און זאָקן, מיט אַ גרױסן אַרבע־כּנפֿות, און פּאות לאַנגע, װאָס גאָט װײסט, אױב מע האָט אַזעלכע פּאות גאָר געטראָגן אין אַבֿרהם אָבֿינוס צײַטן? און װאָס איז אים עפּעס אױסגעקומען געבן אַבֿרהם אָבֿינון אין האַנט אַרײַן ניט קײן חלף, נאָר אַ קאַװקאַזער שטעכמעסער, מיט װעלכן ער איז גרײט דורכצושטעכן דעם אומשולדיקן יצחקס האַלדז דורך און דורך?

די אַלע קשיות, װאָס מיר פֿרעגן, האָבן אָבער נישט אָנגעקערט סיאָמקען אױף קײן האָר. אַדרבה, ער האָט אָנגעקװאָלן פֿון אַלע בילדער, און בעסער פֿון אַלעם איז אים געפֿעלן דװקא די „עקידה“ ― און גײט טוט אים עפּעס! עס האָט זיך אים אױסגעװיזן ― װאָס קען שױן, דאַכט זיך, זײַן שענער פֿון דעם? און סיאָמקע דערמאַנט זיך, װאָס ער האָט געלערנט מיטן ייִדישן רבין אין חומש: װי אַזױ גאָט האָט געװאָלט אױספּרוּװן אַבֿרהמען, האָט ער אים געהײסן ברענגען פֿאַר אַ קרבן זײַן „אײן־און־אײנציקן בן־יחיד“, און נאָכדעם, װי אַזױ אַבֿרהם האָט אים גענומען מיטן האָלץ און פֿײַער און מיטן שעכטמעסער, און װי אַזױ יצחק פֿרעגט זיך נאָך בײַם טאַטן אױפֿן שעפֿעלע, און װי אַזױ דער טאַטע בינדט דעם זון, נעמט דאָס מעסער און װיל שױן מאַכן כיק, ― קומט צו פֿליִען אָ מלאך פֿון גאָט, און סיאָמקעס האַרץ, װאָס האָט געקלאַפּט טיק־טאַק, טיק־טאַק, װי אַ זײגערל, באַרויִקט זיך, די טרערן, װאָס זענען דעמאָלט אים געשטאַנען אין די אױגן, װערן אין אײן כּהרף־עין אױסגעטריקנט, און סיאָמקע איז זיך מחיה, װאָס גאָט האָט ניט דערלאָזט אַזאַ זאַך…

קוקנדיק אױפֿן דאָזיקן בילד, לעבט איבער סיאָמקע נאָך אַ מאָל די אײגענע געפֿילן, װאָס דעמאָלט: רחמנות אױף יצחקן, די מורא פּאָר אַבֿרהמען, ער זאָל אים חלילה ניט קױלן, און פֿרײד, װאָס דער מלאך איז געקומען באַצײַטנס און ניט דערלאָזט אַזאַ זאַך… און ער מישט אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל, און ער קװעלט פֿון דער אַלטער הגדה מיט די שײנע זעלטענע אילוסטראַציעס, און ער פֿילט זיך יום־טובֿדיק, װי אַלע האָבן זיך דאָ געפֿילט, אױסער אײן מענטשן אין דער דאָזיקער שטוב, ― דאָס איז געװען דער קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש.

ראַבינאָװיטש איז געזעסן בײַ זיך אין זײַן צימער פֿון נאָכן חמצדיקן װאַרעמעס אָן איבער דער ליטעראַטור פֿון עלילת־דם, װאָס דער רבֿ האָט אים הײַנט אין דער פֿרי אױסגעליִען, געלײענט, װי אַזױ ייִדן „געברױכן קריסטלעך בלוט אױף פּסח אין זײער מצה“; מיט אײנעם װאָרט, ראַבינאָװיטש האָט שטודירט „הלכות ריטואַל“… אָנגעלײענט זיך װי אַ פּױק מיט די שײנע בלוטיקע פּראָצעסן, װאָס זענען פֿאָרגעקומען אין גראָדנע, אין װעליזש, אין באָריסאָװ, אין סאַראַטאָװ און אין אַנדערע שטעט, װוּ אַן אױסגעלאָזענע שיקסע אָדער אַ געשמדטער אונטער־אָפֿיציר זענען געװען די אײנציקע עקספּערטן און די אײנציקע באַגלױבטע עדות־זאָגער, װי אַזױ ייִדן זענען זיך נוהג מיטן צאַפּן בלוט פֿונעם געהרגעטן קריסט ערבֿ־פּסח בײַ די מצות באַקן, און נאָך אַזעלכע שײנע מעשׂיות, װוּ איטלעכס בלעטל און יעדער שורה שרײַט : „שקר־וכּזבֿ!… שאַנטאַזש!… דומהײט… פּראָװאָקאַציע!“… ― כאַפּט ער זיך אױף, גײט זיך דורך אַ פּאָר מאָל הין און צוריק איבערן חדר, גלעט זיך די צעפּאַטלטע האָר, זעצט זיך אַװעק צוריק, נעמט אַרױס דאָס „טאָג־ביכל“ און שרײַבט אַרײַן די דאָזיקע װערטער: „הײַנטיקער טאָג איז בײַ מיר אַװעקגעגאַנגען כּמעט אינגאַנצן אױפֿן ריטואַל… <<איך האָב הײַנט גע<<… און איז אָפּגעהאַקט געװאָרן סאַמע אין אָנהײב װאָרט. װאָרעם עס האָט זיך פּלוצעם דערהערט אַזאַ מוראדיקער קלונג פֿון אונטן, אַז די פּען איז בײַ אים אַרױסגעפֿאַלן פֿון די פֿינגער. דאָס איז געװען יענער באַקאַנטער קלונג, װאָס לאָזט זיך הערן אין דער דאָזיקער שטאָט, װי מײַ האָבן שױן אײן מאָל באַמערקט, נאָר בעת עס ברענט און מע דאַרף ראַטעװען די נפֿשות, אָדער בעת עס איז אַן „אָבלאַװע“ אױף ייִדן.

דוד שאַפּיראָ, װעלכער איז אױף דעם קלונג מער מבֿין פֿון אַלעמען, האָט גלײַך אַ זאָג געגעבן: „פּאָליציע!“, און האָט געכאַפּט אױף זיך די קאַפּאָטע און געװאָלט לױפֿן אַראָפּ, האָט אים שׂרה אָפּגעהאַלטן און, װי געװײנלעך, געװאָלט איבערשפּאַרן:

― װאָס לױפֿסטו? נאַ דיר גאָר פּאָליציע! װאָס איז עפּעס אין מיטן דערינען דיר אײַנגעפֿאַלן „פּאָליציע? מיר דאַכט, אַז זינט די װעלט שטײט, איז אַ מינהג, אַז אַן אָבלאַװע מאַכט מען בײַנאַכט, גיט בײַטאָג.

― אַ משל, דעריבער גײען די קאַטשקעס באָרװעס! פֿון װאַנען װײסטו, אַזש אַן אָבלאַװע?

― װאָס דען? גוט־יום־טובֿ בעטן איז מען צו דיר געקומען פּלוצעם אין מיטן דערינען ערבֿ־פּסח פֿאַרן סדר?

― אַן אַקציע מיט דער ייִדענע! אומעטום באַדאַרף זי אַרױסװײַזן, אַז זי איז אַ בהמה! האַסט דו געהערט אַ ביסל! אַז איך זאָג פּאָליציע, איז פּאָליציע!

עס װײַזט אױס, אַז די, װאָס זענען געשטאַנען בײַ דער טיר, האָבן קײן צײַט נישט געהאַט צו װאַרטן, בין מאַן און װײַב װעלן זיך אַמאָל אױסטענהן, װאָרעם עס האָט זיך באַלד דערהערט אַ צװײטער קלונג נאָך אַ שטאַרקערער פֿונעם ערשטן, אַזאַ קלונג, װאָס דאַכט זיך אױס, אַז ער װעט שױן קײנמאָל ניט אױפֿהערן. און דער בעל־הבית מיטן קװאַרטיראַנט האָבן זיך בײדע, יעדער פֿון זײַן צימער, געלאָזט לױפֿן אַראָפּ פֿון די טרעפּ, שיִער ניט אומגעװאָרפֿן אײנער דעם אַנדערן; בײדע זענען זײ געלאָפֿן װאָס גיכער עפֿענען די טיר ― און שטעלט אײַך פֿאָר אַ שײנס! געטראָפֿן האָט דאָך טאַקע ער, ניט זי! װאָס דען? ער איז אַ נאַר אַ ייִנגעלע? אַז ער זאָגט דיר פּאָליציע, איז פּאָליציע…

און דוד שאַפּיראָ, כאָטש ער איז געװען אַזױ, אַז אַ שענערן לײגט מען אין דער ערד אַרײַן, האָט נאָך פֿונדעסטװעגן געפֿונען אין זיך גענוג כּוח אַ זאָג צו געבן מיט אַ געלעכטער צום װײַב, װאָס איז געבליבן שטײן מיט די האַלב־פֿאַרטיקע לאַטקעס אױף אַ מינוט צום חלשן:

― נו? װער איז גערעכט?…

דאָס צװײ־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל
דער ערשטער „אָביסקобыск: דורכזוך

פֿון דער גאַנצער כאַליאַסטרע אומגעריכטע געסט, װאָס האָבן זיך אַרײַנגעריסן צו די שאַפּיראָס, האָט דוד דערקענט מער נישט אַז אײנעם; דאָס איז געװען זײַנער אַן אַלטער באַקאַנטער „אָקאָלאָדאָטשניקקאַפּיטאַן פֿון פּאָליצײ־דיסטריקט“, װאָס דוד האָט אים נישט אײן מאָל „גענתנט אין יד אַרײַן“ סײַ אונטער אַ יום־טובֿ, סײַ אין די טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר. נישט נאָר אַ גוטער באַקאַנטער איז דאָס געװען, נאָר טאַקע, מ'קען זאָגן, אַ גוטער פֿרײַנד. עס זענען געװען צײַטן, װאָס דער עסק איז בײַ זײ געגאַנגען אױף „דו“, דאָס הײסט נישט, חס־ושלום, אַז דוד האָט געזאָגט דעם „אָקאָלאָדאָטשניק“ ו, נאָר פֿאַרקערט, דוד אים „איר“, און ער דודן „דו“, און דאָס אַלײן איז דאָך שױן אַ סימן, אַז מ'איז בײַם פּריץ אַ שטיקל חשובֿ… אױסער דעם דאָזיקן „אָקאָלאָדאָטשניק“, זענען אַלע אַנדערע אָקאָלאָדאָטשנע נאַדזיראַטעלעס און די אַלע איבעריקע פּאַרשױנען געװען פֿאַר שאַפּיראָן אינגאַנצן פֿרעמד. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז דאָס זענען מענטשן, װאָס געהערן זיך מיט פּראַװאָזשיטעלסטװע גאָר נישט אָן. אײנער מיט אַ ליסינע און מיט גוטע גרױע אױגן, נישט קײן גרױסע עפּאָלעטלעך, זעט אױס עפּעס אַ מין „סודיאַсудья: ריכטער“, אָדער אַ „סודיעבנע סליעדאָװאַטעלследователь: דעטעקטיװ“, אָדער גאָר אַ פֿרעדסעדאַטעלпредседатель: פֿאָרזיצער פֿון „אָקרוזשנע סודокружной суд: געריכט פֿון דיסטריקט“, און נאָך אײנער אַ פֿײַנער יונג מיט שײנע װאָנצעס, אַ אָפֿיציר, און אפֿשר אַ „פּאָלקאָװניק“, נאָר, דאַכט זיך, אַז נישט גלאַט אַ פּאָלקאָװניק, נאָר אַ זשאַנדאַרמסקי פּאָלקאָװניק…

אַן אַנדערן אױף שאַפּיראָס אָרט װאָלט אַזאַ זאַך אפֿשר נישט אָנגערירט אין דער לינקער פּאה: לאָז זײַן אַ פּראָסטער פּאָלקאָװניק,