דער בלוטיקער שפּאַס: 33: מצה

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס דרײַ־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: מצה

איצטיקס מאָל האָט דוד אױסגעפֿירט. ער האָט געפּועלט בײַ זײַן װײַב, אַז זײַנע מצות זאָל מען באַקן, אַפֿילו שױן שפּעטלעך, נאָר אױפֿן ערשטן אױװן. עס שטײט אים ניט אָן, אַז מע זאָל זײַן מצה באַקן גלײַך מיט אַלע אָרעמע לײַט. שׂרה האָט אים אַפֿילו געפּרוּװט איבערשפּאַרן מיט גוטע רײד:

― משוגענער לעקיש װאָס דו ביסט! סאַװוּלע! עקשן! קוריערסקי פּאָיעזד! איז דען ניט אַלץ אײנס, אױפֿן ערשטן אױװן, אױפֿן לעצטן אױװן? מצה איז מצה…

עס האָט ניט געהאָלפֿן קײן זאַך. ער, אַז ער שפּאַרט זיך אײַן, איז פֿאַרפֿאַלן. אַ שאַפּיראָ! פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער ― מע זאָל נאָר באַהיט װערן!…

פֿונדעסטװעגן איז שׂרה אַלײן אױך געװען צופֿרידן, װאָס ס'האָט זיך אַזױ געמאַכט; לאָזן איר װײַבער מקנא זײַן. מישטײנס געזאָגט, אַז ס'איז ניטאָ אױף עפּעס אַנדערש מקנא צו זײַן, לאָז כאָטש זײַן אױף דעם.

קאַיאָר האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ געפֿעדערט, געדונגען אַ פֿור אױף אָפּצופֿירן דאָס זעקל מעל אין פּאָדראַד אַרײַן, אַרױסבאַגלײט סיאָמקען מיט זײַן אָנבײַסן אין גימנאַזיע, אַכטונג געגעבן, ער זאָל ניט פֿאַרקנײטשן דאָס דאַװנען (אַ מעדאַל איז אַ מעדאַל, נאָר דאַװנען דאַרף מען!), און זי איז שױן גרײט געװען זיך אױפֿזעצן פֿאָרן אין פּאָדראַד אַרײַן, זי טוט אַ קוק ― די טאָכטער מיטן קװאַרטיראַנט שטײען גרײט אָנגעטאָן ― זײ פֿאָרן אױך.

― משוגע מײַנע שׂונאים? צי חסר־דעה? צי, חלילה, גערירט? ― צעלאַכט זיך שׂרה און קוקט און קלײַבט תּענוג פֿונעם פּאָרל און װינטשט זיך אַזאַ יאָר: „הלװאַי זאָל דאָס פּאָרל טאַקע אין גיכן זײַן אַ פּאָר אין אַ גליקלעכער שעה אַ מזלדיקער“…

― װאָס? איר פֿאָרט טאַקע מיט אין פּאָדראַד העלפֿן באַקן מצות? אַבי איך האָב געמײנט, אַז איר מאַכט אַ שפּאַס!… נו, גוט. פֿאָרט, פֿאָרט. נאָר זעט, איר זאָלט קײן חרטה גיט האָבן. דאָרט איז ניט קײן אָרט אױף צו קוקן. דאָרט דאַרף מען אַרבעטן! ― זאָגט שׂרה און סע שטיקט זי אױף צו לאַכן נאָר פֿון דעם אײן געדאַנק אַלײן, אַז איר קװאַרטיראַנט, אַ סטודענט, און אַ מעדאַליסט, און אַ מיליאָנער דערצו, װעט ער ― כאַ־כאַ־כאַ! נו, װי אַזױ האַלט מען אױס פֿאַר געלעכטער?

און אַלע דרײ האָבן זיך אױפֿגעזעצט אױף אײן פֿור און מע פֿאָרט אין פּאָדראַד אַרײַן באַקן מצות.

אַ פֿרימאָרגן האָט זיך אױסגעגעבן אַ זעלטענער, אַ לױטערער, אַ קלאָרער, מיט אַ בלױען הימל, מיט אַ װאַרעמער זון, מיט אַ װינטעלע אַ װאַרעמס, אַן ערבֿ־פּסחדיקס, װאָס רױמט אַן אַ סוד אױפֿן אױער, אַז ס'איז צײַט אַראָפּצוּװאַרפֿן פֿון זיך, אין אײנעם מיט דער מרה־שחורה, די װאַרעמע װינטעריקע בגדים און אָנטאָן זיך אַ ביסל לײַכטער, זומערדיקער, װאָרעם עס גײט צו פּסח, צום ליבן גוטן פּסח.

אָ! דער פּסח! דער פּסח! װער נאָך האָט דיך אַזױ ליב, װי די אָרעמע ייִדישע גאַס, װי די אָרעמע ייִדישע קינדער נעבעך? אַזױ װי די װערעם האָבן זײ אַרױסגעפּױזעט פֿון די פֿינצטערע, קאַלטע, נאַסע לעכער אין דרױסן אַרױס, אױף דער לופֿט, אױף דער זון. קױם־קױם זיך דערלעבט נאָך אַזאַ לאַנגן קאַלטן װינטער. אָט איז ער, דער ליבער אינדרױסן. אָט איז ער, גאָטס הימל. אָט איז זי, די שײנע, די ליכטיקע, די װאַרעמע זון. אַהער, קינדער, אַהער! האָט קײן מורא ניט, װאָס ריטשקעלעך לױפֿן פֿון אױבן באַרג־אַראָפּ. פֿאַרקאַטשעט די הײזלעך, אָט אַזױ, און קומט אַלע, לאָמיר גײן זען, װאָס טוט זיך דאָרט, אױף דער אַנדערער זײַט גאַס. זעט נאָר, װיפֿל מענטשן! אַי־אַי! ייִדן, און װײַבער, און ייִנגלעך, און מײדלעך. װי שטערן אין הימל! װי זאַמד! װער סע גײט, און װער סע פֿאָרט. און זעקלעך מעל ליגן אױף די װאָגנס. און בעל־הביתטעס גײען נאָך. דאָס פֿאָרט מען אין „פּאָדראַד“ באַקן מצות. איר הערט, צי נײן? ― מצות! מצות!…

און די אָרעמע, נאָר גליקלעכע קינדער פֿון דער אָרעמער ייִדישער גאַס פֿאַרקאַטשען די הײזלעך ביז אַרױף אַריבער די ליטקעס און מיט רױטע באָרװעסע פֿיסלעך לאָזט מען זיך לױפֿן העט באַרג־אַראָפּ, איבער דער ייִדישער גאַס. און מע באַגעגנט יעדן דורכגײער און יעדן דורכפֿאָרער מיט אַ שׂימחה, אַ פֿרײד, און יעדן װאָגן ― מיט אַ הוראַ! און מע לױפֿט גלײַך מיט די פֿערדלעך, אױב ניט פֿריִער נאָך, און מע שפּרינגט, און מע טאַנצט, און ס'איז גוט, און ס'איז װאַרעם, און ס'איז אַ מחיה, ס'איז ערבֿ־פּסח! ערבֿ־פּסח! ערבֿ־פּסח!

אונדזערע שאַפּיראָס מיטן קװאַרטיראַנט האָבן חבֿרה קלײנװאַרג באַגעגנט מיט גרױס פּאַראַד און באַגלײט מיט אַ שײנעם הוראַ װײַט באַרג־אַראָפּ, כּמעט ביזן פּאָדראַד אַרײַן.

דאָס ערשטע מאָל זעט אונדזער העלד פֿאַר זיך אַזױ פֿיל ייִדישע קינדער, אָרעמע, האַלב־נאַקעטע, גאַנץ־באָרװעסע, מיט אױסגעבלײכטע פּנימלעך, מיט אױסגעהונגערטע אױגלעך, נאָר פֿרײלעכע, לעבעדיקע, גליקלעכע. און ער פֿאַרשטײט ניט זײער פֿרײלעכקײט מיט זײער לעבעדיקײט מיט זײער גליקלעכקײט פֿון װאַנען עס נעמט זיך? דאָס צו פֿאַרשטײן מיטן שׂכל קאָן מען ניט. דאָס באַדאַרף מען פֿילן. און בכדי דאָס צו פֿילן, באַדאַרף מען אַלײן זײַן אַ ייִדיש קינד פֿון דער ייִדישער גאַס און אינאײנעם מיט אַלע ייִדישע קינדער דאָ געבױרן װערן, אױפֿגעצױגן װערן און אױסװאַקסן גלײַך מיט זײ אין אָרעמקײט און אין עלנט, אין דחקות און אין נױט…

― דאַנקען און לױבן, אָט זענען מיר שױן אין פּאָדראַד! ― זאָגט שׂרה און קריכט אַראָפּ פֿון װאָגן, און נאָך איר ― דער קװאַרטיראַנט מיט איר טאָכטער.

אַ ברײטער הױף. אַ גרױסער מױער פֿון רױטע ציגל, אַ הױכער קױמען ― אַן אײַזן־פֿאַבריק ― און גאַנץ אונטן, אין קעלער־שטוב, אַ היפּש ביסל טרעפּ אַראָפּ, אַ גרױס צימער מיט גאַז־רערן באַלײַכט. אַ מוראדיק טיפֿער אױװן, װאָס ברענט װי אַ גיהנום. בײַ די װענט אַרום און אַרום לאַנגע טישן, נײַע, װײַסע, אױסגעהובלעװעטע. ייִדן מיט געלע טלית־קטנס, װײַבער מיט װײַסע פֿאַרטעכער, װײַבלעך און מײדלעך מיט כיטרע לאַכנדיקע אױגן. אַ היץ, װי אין באָד, אַ גערעדערײַ, װי צװישן די גענדז, אַ רעש און אַ טומל און אַ האַרמידער, װי אױף אַ יאַריד ― אָט דאָס אין דער „פּאָדראַד“. אָט דאָ באַקט מען מצות.

― גוט, װאָס איר זענט געקומען, מאַדאַם. אַניט װאָלטן מיר זיך געשטעלט באַקן אַן אַנדערנס מצות.

אַזױ באַגעגנט שׂרהן פּסח־הערש דער בעקער, אַ ייִד מיט אַ פּאַרעװע פּנים, בלױזע אױגן, די קײַלעכיקע מאָרדע אַביסל צו װײַט אַרױס און שיטער באַװאַקסן, די אונטערשטע ליפּ עטװאָס אין אַ זײַט, אַזױ אַז מע װײס ניט, צי דער ייִד לאַכט, צי ער װײנט.

־ עס װאָלט אײַך מער ניט אָפּגעגאַנגען פֿון מײַן מאַן! ― ענטפֿערט אים שׂרה שאַפּיראָ. ― איר האָט פֿאַרגעסן, אַז מײַן מאַן איז אַ שאַפּיראָ, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס…

― איך װײס גאַנץ גוט, איך האָב ניט פֿאַרגעסן, איך האָב אַ גוטן זכּרון! ענטפֿערט איר פּסח־הערש דער בעקער, און טוט אַ הוק צום עולם אױף אַ מאָדנע שפּראַך, פּאָדראַד־לשון, און דװקא נאָך צום גראַם אױך:

― ע, װײַבעלעך, מײדעלעך! שטעקט אונטער די קלײדעלעך! נײַן מאָס רײד ― לאָזט איבער אױף חול־המועד! אַ מײרע אין טײגל, אַ מײרע אין באַקן! אַ מצה אין אױװן, אַ מצה אױפֿן שטעקן! רב זלמן־באַר, טוט זיך אַ קער! פֿרומע־בײלע, זײַט אַ װױלע! ברוך־זײדל, דרײ זיך װי אַ דרײדל!…

און אַזױ װײַטער.

― אין אַ גוטער שעה, אַ מזלדיקער! ― זאָגט שׂרה און פֿאַרקאַטשעט די אַרבל.

דאָס פֿיר־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: „שאָלכאַ־נאַראָךшолха нарохь: שולחן־ערוך

אונדזער ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ, װאָס איז געקומען זען, „װי ייִדן באַקן מצות“, האָט זיך אונטערגעגאַרטלט גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן און גענומען קוקן מיט אױגן… ער האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן, פֿאַרשטײט איר מיך, אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל, ער מוז דערגײן דעם גאַנצן אמת! דו מצה, האָט אים, הײסט עס, באַדאַרפֿט עפֿענען די אױגן, צעטרײַבן אַלע װאָלקנס און אײנמאָל פֿאָר אַלעמאָל מאַכן אַ סוף צו יענעם קאָשמאַר, צו יענעם הינערפּלעט, אין װעלכער ער האָט זיך געפֿונען, זינט עס האָט זיך געטראָפֿן אָט דאָ די מיאוסע מעשׂה מיט דעם געהרגעטן קירילעכעס זונדל װאָלאָדקע.

אָט דער װאָלאָדקע איז געפֿונען געװאָרן אין אַזאַ שרעקלעכן אופֿן, אַז מע האָט געמוזט צוגעבן, אַז דאָ איז פֿאָרגעקומען עפּעס אַזעלכעס, װאָס טרעפֿט אײן מאָל אין הונדערט יאָר… דערצו האָט ער זיך אָנגעלײענט אױף די געװיסע בלעטער װעגן די אומגעלומפּערטע אַכזריות, װאָס ייִדן טוען מיט קריסטלעכע קינדער, אַז עס קומט אַקוראַט אין דער צײַט, פֿאַר פּסח, צוליב זײער מצה…

„דאָס איז דאָך קלאָר װי דער טאָג, אַז ייִדן האָבן געטײט נעבעך דעם אומגליקלעכן װאָלאָדקע!“ ― אַזױ האָבן די געװיסע בלעטער ניט אױפֿגעהערט צו איבערחזרן נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע לידל. ― און ניט נאָר גלײַך גענומען און געטײט, נאָר פֿריִער גוט אָנגעמוטשעט, אױסגעצאַפּט לעבעדיקערהײט פֿון אים, און שטײענדיק, דאָס גאַנצע בלוט פֿון די אָדערן דורך נײַן און