דער בלוטיקער שפּאַס: 32: ערבֿ פּסח

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס צװײ־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל
ערבֿ־פּסח

אין דרױסן האָט זיך געשטעלט ערבֿ־פּסח.

די זון האָט געשײַנט ערבֿ־פּסחדיק. עס האָט געשמעקט ערבֿ־פּסחדיק, און די גאַנצע ייִדישע גאַס האָט אױסגעזען ערבֿ־פּסחדיק, גאָר נישט קוקנדיק דערױף, װאָס װי ייִדיש די גאַס זאָל ניט זײַן, װי זי זאָל ניט זײַן געפּאַקט מיט אַחינו־בני־ישׂראל, געפֿינט זי זיך דאָך אין אַזאַ שטאָט, װוּ ניט יעדער געמלטער קאָן האָבן די זכיה איבערצונעכטיקן אין איר אַ נאַכט…

אָנקוקנדיק די פֿאַרדריפּעטע הײזלעך, די אָפּגעריסענע ייִדן, די פֿאַרשמאָדערטע װײַבער, די האַלב־נאַקעטע קינדער, און צוהערנדיק זיך צו די קולות מיטן געפּילדער, װאָס טראָנען זיך פֿון די הײַזער, פֿון די קלײטן און פֿון דעם גאַנצן קװאַרטאַל אַרום און אַרום, קאָנט איר זיכער מײנען, אַז איר געפֿינט זיך אין דער רעכטער הושטשע פֿונעם רעכטן געדיכטן ייִדישן תּחום, װוּ מע װײסט ניט פֿון קײן פּאָליציע, פֿון קײן „סטאַרשי דװאָרניק“ און פֿון קײן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“.

די אײגענע אױסגעמאַטערטע און פֿאַרצװײפֿלטע פּנימער פֿון די ייִדן. די אײגענע אױסגעמוטשעטע, צום מײנסטן מעוברתע װײַבער. די אײגענע שטענדיק־הונגעריקע קינדער. דאָס אײגענע יאָגעניש און לױפֿעניש, װאָס דאָרטן, אין דער געבענטשטער „טשערטאַ“. דאָס אײגענע רײַסעניש און בײַסעניש פֿאַר אַ האַרטן גראָשן, פֿאַר אַ שטיקל טרוקן ברױט, פֿאַר אַ נאַס פֿאַרשימלט װינקל אױף דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן. די אײגענע כּף־הא'עדיקע קרעמלעך, צען־רובלדיקע קלײטלעך, דרײַ־רובלדיקע שטעלעכלעך, װאָס אײן גאָט װײס, מיט װאָס זײ האַלטן זיך.

איר באַגעגנט דאָ די אײגענע „לופֿטיקע“ ייִדן, װאָס קוקן אַרױס אױף נסים. די אײגענע לײדיקע יונגעלײַט, װאָס דרײען זיך אַרום מיט שטעקעלעך אין גאַס. די אײגענע פֿולע װײַבער, װאָס טראָנען זיך אַרום מיט לײדיקע קאָשיקעס. די אײגענע נאַקעט־באָרװעסע קינדער, װאָס לױפֿן אַרום פּוסטע־פּאַס אױף דער גאַס נאָר דערפֿאַר, װאָס אין שטוב איז נאַס און ענג, און אין דרױסן איז כאָטש דאָ אַ הימל, כאָטש דאָ אַ זון.

אַפֿילו די שולן און בתּי־מדרשים קאָנט איר דאָ זען די אײגענע, װאָס אומעטום. דאָס הײסט: אַלטע, פֿאַרחושכטע שולן מיט טונקעלע װענט פֿאַרװײנטע. אױך די חדרים, די אײגענע פֿינצטערע חדרים, מיט די אײגענע תּלמוד־תּורות, װיסטע, קלאָגעדיקע, און מלמדים פֿאַראָרעמטע, דערשלאָגענע ― אַלעס, אַלעס, װי דאָרטן, נישט געמינערט אַ האָר.

און אַזױ װי דאָרט ערבֿ־פּסח, אַזױ האָט אױך דאָ אַלעס אױפֿגעװאַכט, אױפֿגעלעבט, אַלעס איז אַרױס אױף דער גאַס, אַלעס רײניקט זיך, אַלעס גרײט זיך, אַלעס קאָכט און אַלעס טומלט, אַלעס שװיבלט און אַלעס װימלט ― ס'איז ערבֿ־פּסח. ייִדן ריכטן זיך אױף אַ גוטן ליבן גאַסט, ייִדן גרײטן זיך אױפֿנעמען דעם ליבן גוטן יום־טובֿ פּסח.

און אַזױ װי דאָרט, אַזױ קאָכט עס אױך דאָ מער װי אומעטום אין די „פּאָדראַדן“. ס'איז אַ טאַרעראַם און אַ גערױש און אַ האַרמידער, אַ יאָגעניש, אַ לױפֿעניש, אַ שטופּעניש. יעדער װיל װאָס פֿריִער ― ייִדן באַקן מצות!

מיט די מצות האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ דאָס יאָר אַ ביסל פֿאַרשפּעטיקט. און איבער װעמען? איבער איר מאַן. דערפֿאַר װאָס ער איז אַ שאַפּיראָ, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס, שטײט אים ניט אָן, אַז זײַנע מצות זאָל מען באַקן ניט אױפֿן ערשטן אױװן. און שׂרה אַלײן װיל אױך דאָס אײגענע. פֿונדעסטװעגן עסט זי אים די גאָל:

― ער גלײַכט זיך צו שלמה פֿאַמיליאַנט. נישטאָ ערגער, װי אַז מע װיל כּבֿוד און מע האָט נישט מיט װאָס! ממה־נפֿשך, ביסט דו אַן אָרעמאַן, טאָ שװײַג כאָטש, װי זאָגט ער: „נעכײַ ליכאָ טיכאָнехай тихо лихо: זאָל זײַן שטיל באַרימט“…

― הקיצור, װאָס װילסט דו? ― איז שױן דוד אַרױס פֿון די כּלים. ― װילסט באַקן מצות, באַק מצות!

שׂרה װעט אים אָבער אַזױ גיך ניט אָפּטרעטן דעם װעג, נײן!

― װאָס הײסט, באַק מצות? װילסט דאָך, אױפֿן ערשטן אױװן זאָל מען דיר באַקן די מצות!

דוד װאַרפֿט אַ קוק אױף דער טאָכטער װי אַלע מאָל, װען שׂרה דערגײט אים די יאָר, און בעטי קומט אים צו הילף:

― מאַמע! טאָמער װאָלט טאַקע געװען גענוג צו רעדן פֿון די מצות? פֿון נאָך פּורים אָן הערט מען דאָ נאָר מצות, מצות און מצות!…

און אָט אַזױ האָט מען אַ װאָך דורכאַנאַנד געהערט אין שטוב רעדן „מצות־מצות! מצות־מצות!“ אַזױ, אַז דער קװאַרטיראַנט האָט זיך אױך פֿאַראינטערעסירט מיט די מצות.

אַז ייִדן עסן פּסח אַזאַ מאכל, װאָס הײסט מצות („מאַצאַ“) ― דאָס האָט ער געװוּסט שױן פֿון לאַנג. נאָר װאָס דאָס איז פֿאַר אַ מאכל און װי אַזױ עסט מען עס ― דאָס האָט ער געװאָלט װיסן.

אױך האָט ער געװאָלט װיסן נאָך אַ זאַך ― און דאָס האָט אים אינטערעסירט אַם מערסטן: ער האָט שױן פֿון לאַנג אָן געהערט, ער האָט געלײענט (ער געדענקט שױן ניט װוּ), אַז אין דער דאָזיקער „מאַצאַ“ װערט בײַ ייִדן אַרײַנגעטאָן בלוט, קריסטלעך בלוט…

פֿאַרשטײט זיך, אַז ער אַלײן האָט װינציק װאָס געגלױבט אין דעם פּיזמון. עס האָט אים נאָר אינטערעסירט צו דערגײן דעם שׂכל פֿון װאַנען נעמען זיך אַזעלכע פּיזמונות?

פֿרעגן בײַ עמיצן פֿון זײַנע חבֿרים, האָט ער זיך געשעמט. רעדן דערפֿון מיט שאַפּיראָן ― איז גאָר אוממעגלעך. אַ משוגענער! ער קאָן אײַך פֿאַר אַזאַ זאַך אָפּבאָדן, מאַכן מיט דער בלאָטע גלײַך. והראַיה: אָט דאָ, אַז ס'האָט זיך געטראָפֿן די מעשׂה מיט קירילעכעס זונדל װאָלאָדקע, מע האָט אים געפֿונען אַ געהרגעטן, האָט ראַבינאָװיטש אין אַ פּאָר טעג אַרום געהאַט געלײענט אין אַן אָרטיק בלאַט, אַז מע שמועס אין שטאָט, אַז ס'איז אַ סבֿרה, אַז געהרגעט האָבן דעם װאָלאָדקען די אָרטיקע ייִדן, אױפֿגעטרענט די אָדערן און אױסגעצאַפּט פֿון אים לעבעדיקערהײט דאָס גאַנצע בלוט צוליב זײער „מאַצאַ“, װאָס זײ דאַרפֿן באַלד באַקן אױף פּסח…

איבערגעלײענט דאָס דאָזיקע נײַעס האָט דער קװאַרטיראַנט הױך, אױף אַ קול, בײַם טיש זיצנדיק. ער האָט אָבער נאָך נישט געענדיקט אינגאַנצן דאָס איבערצולײענען, אַז דוד שאַפּיראָ טוט ניט אַ רײַס אַרױס בײַ אים דאָס בלאַט פֿון די הענט, גיט אױף דעם אַ שפּײַ אָן און אַ װאָרף אַרױס גלײַך דורכן פֿענצטער.

― משוגע מײַנע שׂונאים?! ― איז אױף אים אָנגעפֿאַלן שׂרה, ― צי חסר־דעה? צי װעלכע גוטע יאָר?

― אַ מיצװה! ― האָט זיך דוד פֿאַרענטפֿערט. ― למאַי זאָל אַ ייִד לײענען אַזעלכע בלעטלעך, װאָס קאָנען אױסטראַכטן אַזאַ פּאַסקודסטװע?

אױף מאָרגן האָט שױן אונדזער ראַבינאָװיטש געזוכט צו קױפּן דאָס דאָזיקע בלאַט, און בסוד, זען, װאָס שרײַבט מען דאָרטן װעגן װאָלאָדקעס משונהדיקן טױט.

אינװײניק בײַ זיך האָט ער אַפֿילו גאַנץ גוט געװוּסט, װעמענס אַרבעט דאָס איז. באַלד װי װאָלאָדקע איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, האָט ער גלײַך געזאָגט, אַז אים האָט באַשטאַט זײַן שטיפֿטאַטע, װאָס האָט שױן לאַנג געװאָלט פֿונעם קינד פּטור װערן. ראַבינאָװיטש האָט אים אַלײן אַמאָל אַרױסגענומען אַ האַלב־טױטן פֿונעם פֿאָטערס הענט. אַ װוּנדער איז אים נאָר געװען, װאָס האָט ער אים נאָך באַדאַרפֿט אַזױ משונה־װילד צושנײַדן און צעבראָקן? צו װאָס האָט ער אים אַזױ באַדאַרפֿט צעשטעכן? נײַן און פֿערציק שטעך האָט מען איבערגעצײלט בײַ אים אױפֿן לײַב! אַזױ שרײַבן די צײַטונגען. צו װאָס איז עפּעס גראָד נײַן און פֿערציק? װאָס פֿאַר אַ מספּר?

אַצינד איז גרינג צו פֿאַרשטײן, פֿאַרװאָס אונדזער העלד האָט זיך אַזױ פֿאַראינטערעסירט מיט דער מצה, געװאָלט זײַן דערבײַ, זען, װי ייִדן באַקן מצות…

― איך האָב נאָך קײנמאָל ניט געזען, װי מע באַקט „מאַצאַ“, ― האָט ער זיך מודה געװען פֿאַר דער בעל־הביתטע.

― ערשטנס, ניט,,מאַצאַ“,― האָט אים שׂרה אױסגעבעסערט, ― אױף גױיִש הײסט עס „מאַצאַ“, און אױף אונדזער לשון, אױף ייִדיש, הײסט עס מצות… איז אײנמאָל אַװעק. און צװײטנס, אױב איר װילט זען, װי מע באַקט מצות, זײַט זיך מטריח מיט מיר מאָרגן־איבערמאָרגן אין „פּאָדראַד“ אַרײַן, װעט איר זען, װי מען באַקט מצות. נאָר װאָס דען? איך דאַרף אײַך זאָגן פֿריִער, מע װעט אײַך ניט לאָזן שטײן אַזױ און קוקן אָן אַ שום אַרבעט. און אײַך אַלײן װעט ניט זײַן אַנגענעם שטײן צונױפֿגעלײגט די הענט, בעת אַלע אַרבעטן. איר װעט אױך מוזן עפּעס טאָן. איר װעט מוזן העלפֿן.

ראַבינאָװיטש האָט זיך אַזש געװאָלט גײן טאַנצן פֿאַר פֿרײד:

― העלפֿן באַקן מאַצאַ? אָך!

― ניט „מאַצאַ“, נאָר מצות! ― פֿאַרריכט אים נאָך אַ מאָל שׂרה. ― טױזנט מאָל האָב איך אײַך געזאָגט, איר זאָלט ניט האָבן קײן טבֿע רעדן װי אַ גױ…

― נו, כאַראַשאָ (хорошо: גוט), מצות, מצות. װאָס־זשע דאַרף איך דאָרטן טאָן?

― מע װעט אײַך שױן זאָגן, װאָס צו טאָן, ― זאָגט שׂרה שאַפּיראָ, און איר געפֿעלט דער געדאַנק, װי אַזױ איר קװאַרטיראַנט, אַ סטודענט, אַ מעדאַליסט און אַ מיליאָנער, װעט זיך אַװעקשטעלן מיט אַלע אָרעמע ייִדן, װײַבער און מײדלעך, און װעט העלפֿן ― כאַ־כאַ־כאַ!…

שׂרה װערט צעשמאָלצן פֿאַר געלעכטער.

― װאָס איז אױף דיר פּלוצעם אַזאַ געלעכטער, מאַמע? ― פֿרעגט זי בעטי, אַרײַנקומענדיק פֿון צװײטן חדר מיט אַ שײַנענדיק פּנים, אױך גרײט אױף צו לאַכן. לאַכנדיק גיט איר שׂרה איבער די השׂגה פֿונעם קװאַרטיראַנט, װאָס װיל זײַן בײַ די מצות באַקן און אַלײן אױך העלפֿן ― כאַ־כאַ־כאַ!

― נו, װאָס־זשע איז? ― זאָגט צו איר בעטי אױף רוסיש. ― איך װיל אױך זײַן בײַ די מצות באַקן, דאָרט איז, זאָגט מען, פֿרײלעך.

― און איך אױך! ― רופֿט זיך אָפּ דער קלײנער גימנאַזיסט סיאָמקע און לײגט שױן צונױף זײַנע ביכלעך מיט די פּאַפּירן מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג. ער װײסט נאָך ניט אַקוראַט װאָס און װען, נאָר דערהערט, אַז דער לערער גײט און די שװעסטער גײט, װיל ער אױך. דאָס רופֿט אַרױס בײַ די גרױסע אַ פֿרישן געלעכטער.

― כאַראַשאָ! דו אױך, דו אױך, ― זאָגט אים צו ראַבינאָװיטש און קוקט מיט דאַנקבאַרקײט און מיט ליבשאַפֿט אױף בעטין דערפֿאַר, װאָס זי פֿאַרשטײט אים אָן װערטער.

דאָס דרײַ־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל
מצה

איצטיקס מאָל האָט דוד אױסגעפֿירט. ער האָט געפּועלט בײַ זײַן װײַב, אַז זײַנע מצות זאָל מען באַקן, אַפֿילו שױן שפּעטלעך, נאָר אױפֿן ערשטן אױװן. עס שטײט אים ניט אָן, אַז מע זאָל זײַן מצה באַקן גלײַך מיט אַלע אָרעמע לײַט. שׂרה האָט אים אַפֿילו געפּרוּװט איבערשפּאַרן מיט גוטע רײד:

― משוגענער לעקיש װאָס דו ביסט! סאַװוּלע! עקשן! קוריערסקי פּאָיעזד! איז דען ניט אַלץ אײנס, אױפֿן ערשטן אױװן, אױפֿן לעצטן אױװן? מצה איז מצה…

עס האָט ניט געהאָלפֿן קײן זאַך. ער, אַז ער שפּאַרט זיך אײַן, איז פֿאַרפֿאַלן. אַ שאַפּיראָ! פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער ― מע זאָל נאָר באַהיט װערן!…

פֿונדעסטװעגן איז שׂרה אַלײן אױך געװען צופֿרידן, װאָס ס'האָט זיך אַזױ געמאַכט; לאָזן איר װײַבער מקנא זײַן. מישטײנס געזאָגט, אַז ס'איז ניטאָ אױף עפּעס אַנדערש מקנא צו זײַן, לאָז כאָטש זײַן אױף דעם.

קאַיאָר האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ געפֿעדערט, געדונגען אַ פֿור אױף אָפּצופֿירן דאָס זעקל מעל אין פּאָדראַד אַרײַן, אַרױסבאַגלײט סיאָמקען מיט זײַן אָנבײַסן אין גימנאַזיע, אַכטונג געגעבן, ער זאָל ניט פֿאַרקנײטשן דאָס דאַװנען (אַ מעדאַל איז אַ מעדאַל, נאָר דאַװנען דאַרף מען!), און זי איז שױן גרײט געװען זיך אױפֿזעצן פֿאָרן אין פּאָדראַד אַרײַן, זי טוט אַ קוק ― די טאָכטער מיטן קװאַרטיראַנט שטײען גרײט אָנגעטאָן ― זײ פֿאָרן אױך.

― משוגע מײַנע שׂונאים? צי חסר־דעה? צי, חלילה, גערירט? ―