דער בלוטיקער שפּאַס: 29: איבער אַ נאַרישקײט

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס נײן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל
איבער אַ נאַרישקײט

שׂרה שאַפּיראָס פּלאַן איז געװען אַ גאָלדענער פּלאַן. איר שװאָגער, רב שלמה פֿאַמיליאַנט, האָט באַדאַרפֿט באַלד, װי די פּורימדיקע סעודה װעט זיך ענדיקן, אַרײַננעמען צו זיך אין קאַבינעט אַרײַן איר קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטשן, אים בעטן זיצן, מכבד זײַן מיט אַ פֿײַנע ציגאַר (שלמה פֿאַמיליאַנט רױכערט גוטע שמעקנדיקע ציגאַרן) און מאַכן מיט אים אַ שמועס פֿון דעם און פֿון יענעם, נעכטיקע טעג, אױפֿן הימל אַ יאַריד, ביז ער װעט מיט אים אַרױף אױף די שאַפּיראָס און אױף זײער טאָכטער, אָ פֿײַן קינד, אַ געראָטן קינד, מיט אַלע מעלות, נאָר נעבעך אָן געלט, זי איז אַלײן געלט, גליקלעך װעט זײַן דער, װעמען דאָס מײדל װעט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט אַרײַן… וכדומה אַזעלכע דיפּלאָמאַטישע רײד װעט ער מיט אים רעדן, און אין אײנװעגס בײַ אים אױסטאַפּן װערטער, װאָס דענקט ער און װאָס טראַכט ער און װאָס קלערט ער? און אים טאַקע געבן אַן עצה, װי אַן עלטערער מענטש, ער זאָל ניט פֿאַרציִען אין דער לאַנגער באַנק אַרײַן, ממה־נפֿשך, יאָ־יאָ, נײן־נײן, זי איז, חלילה, ניט קײן פֿאַרפֿאַלענע, בעלנים פֿאַראַן גענוג… און אױב אַז יאָ, װאָס־זשע דאַרף מען „מעדליװען? ― אַ װאָרט און צװײ און אַ מאָריטש, און לאָז זײַן מיט גליק, ― און דערבײַ נאָך ברענגען עפּעס אַ פּסוק, אָדער אַ גמרא, אָדער אַ משל ― ער קאָן! אױף אים מעג מען זיך פֿאַרלאָזן! שלמה פֿאַמיליאַנט, כאָטש ער איז אַ ייִד מיט אָ לאַנגער קאַפּאָטע און מיט אַ ברײטן טלית־קטן, קאָן אײַך פֿאַררעדן דעם רוח אַפֿילו. אַ מענטש אַ סוחר, װאָס האַנדלט מיט פּריצים כּל יומיו. אַ סבֿרה, אַז ער קאָן זיך „ליטשנעличне: פּערזענלעך“ מיטן גובערנאַטאָר!…

אַך! שׂרה שאַפּיראָ האָט געבױט אױף איר שװאָגער װי אױף אַן אײַזערנעם יסוד, געשלאָגן, װי מע זאָגט, אױף פֿיר טײַז, כאָטש איר דוד איז געװען קענען דעם דאָזיקן פּלאַן. דוד האַלט נישט פֿון זײַן שװעסטערס מאַן. ער זאָגט, אַז די לאַנגע קאַפּאָטע מיטן ברײטן טלית־קטן ― דאָס איז, זאָגט ער, נאָר אַ מאַסקע, און דער רבי, װאָס ער פֿאָרט צו אים צװײ מאָל אַ יאָר, אױף פּסח און אױף סוכּות, און טוט נישט אָן אים כּלומרשט קײן זאַך, איז מער נישט, זאָגט ער, װי אַן אָנשטעל, אַ קאָמעדיע, בכדי חסידים זאָלן אים חנפֿענען, אָפּגעבן כּבֿוד, אונטער אַ יום־טובֿ קומען צו אים גוט־יום־טובֿ בעטן, זאָגט ער, פֿרעסן און זױפֿן און אינאײנעם מיט אים כאַפּן אַ טענצל.

― אַלערלײ פֿאַרגעניגנס מיט אַלערלײ עבֿודה־זרהס פֿאַראַן אױף דער װעלט! ― אַזױ לאָזט אױס דוד זײַן קלאָגעדיקע מײנונג װעגן שלמה פֿאַמיליאַנט.

נאָר װאָס איר דוד קאָן זאָגן! אַ מענטש, װאָס קײן זאַך געפֿעלט אים ניט און אױף יעדן אײנציקן געפֿינט ער אײַך אַ חסרון. אַ שאַפּיראָ!… זי זאָל האָבן די ברכה, װאָס זי פֿאַרשטײט בעסער פֿון אים אַ געשעפֿט, כאָטש ער איז אַ מאַנסביל און האַלט זיך פֿאַר אַ גאַנצן חכם און פֿאַר אַ בעל־חשבון און אַ ראָכמײַסטער…

נײן. שׂרה שאַפּיראָס פּלאַן איז געװען אַ גאָלדענער פּלאַן. ס'איז אָבער ניט באַשערט געװען, אַז דער פּלאַן זאָל דורכגעפֿירט װערן, אַזױ װי זי האָט געװאָלט. איבער אַ צופֿאַל, איבער אַ נאַרישן צופֿאַל, װאָס ס'װאָלט גאָר ניט כּדאַי געװען, מע זאָל פֿאַרלירן דערױף דרײַ מינוט צײַט אַפֿילו. האָט זיך אָבער אױף שׂרהס מזל באַדאַרפֿט מאַכן אַזױ, אַז דװקא אָט דער נאַרישער צופֿאַל זאָל אָנבױטן אַ גאַנצע חתונה, פֿאַרקאָכן אַ קאַשע, ס'זאָל זײַן צו זינגען און צו זאָגן! אָט װי אַזױ דאָס האָט זיך אָנגעהױבן:

סאַמע אין רעכטן הוליען און טאַנצן, װען דאָס ראָד האָט געװאַקסן און דער עולם איז געװען בגילופֿין און געאַרבעט אױף אַלע כּלים, האָבן זיך באַװיזן אױף דער שװעל, מע װײסט ניט װי אַרום און פֿון װאַנען, צװײ מאָדנע נפֿשות: אַ נידעריקע גױקע מיט אַ רױט פּנים און מיט פֿאַרגלעזערטע אױגן, און הינטער אירע פּלײצעס, אָפּגעהאַלטן צוריק, איז געשטאַנען אַ„װערגעלעץ“, אַ שײגעץ מיט אַ לאַנגער בײַטש אין די הענט און מיט אַ גרױ שמױסן היטל אױפֿן

קאָפּ, נישט געװוּסט, װאָס ער זאָל טאָן: צי זאָל ער איבערטרעטן די שװעל, צי זאָל ער בלײַבן שטײן פֿון יענער זײַט? צי זאָל ער אױסטאָן דאָס היטל, צי נײן?

עס איז געװען צו זען, אַז די גױקע מיטן רױטן פּנים און מיט די פֿאַרגלעזערטע אױגן זוכט עמיצן אין דער דאָזיקער קאָמפּאַניע און קאָן נישט געפֿינען, און אַז דער שײגעץ מיט דער בײַטש און מיטן הױכן היטל איז נישט מער װי אירער אַ באַגלײטער, אָדער אַן עדות, אָדער אַ מענטש, װאָס טאָמער װעט מען דאַרפֿן אָנקומען צו זײַנע ידים…

דאָס באַװײַזן זיך אָט דאָ אין דער מינוט פֿון די דאָזיקע צװײ פֿרעמדע נפֿשות איז געװען אַזױ אומגעריכט־אומדערװאַרט, אַז דער גאַנצער עולם ייִדן, װאָס זענען געװען כּלומרשט טױט־שיכּור, זענען מיט אַמאָל אַלע אױסגעניכטערט געװאָרן און מע האָט אױפֿגעהערט טאַנצן און גענומען קוקן אײנס אױף דאָס אַנדערע און אַלע אינאײנעם אױפֿן בעל־הבית, אױף שלמה פֿאַמיליאַנט, װעלכער איז צוגעגאַנגען צו דער גױקע, אײַנגעקוקט זיך אין איר מיט זײַנע קורצזיכטיקע אױגן און געפֿרעגט בײַ איר אױף גױיִש, װאָס דאַרף זי און װעמען זוכט זי?

די גױע אָבער האָט אים אַפֿילו קײן קוק נישט געשענקט. זי האָט געהאַלטן אין אײן זוכן מיט די פֿאַרגלעזערטע אױגן און סוף־כּל־סוף געפֿונען װעמען זי דאַרף: זי האָט דערזען צװישן די װײַבער שׂרה שאַפּיראָ און האָט זיך געגעבן צו איר אַ לאָז מיט אַ שׂימחה:

― אָ! שאַפּיריכאַ! אַ דע מאָיאַ דעטינאַ?

דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן: „װוּ אין מײַן קינד?“…

שׂרה שאַפּיראָ איז אױפֿגעשטאַנען צו איר:

― װאָסער קינד?

― מײַן װאָלאָדקע!

― דײַן װאָלאָדקע? פֿון װאַנען זאָל איך װיסן?

דער גױקעס פֿאַרגלעזערטע אױגן זענען נאָך מער פֿאַרגלעזערט געװאָרן און, קוקנדיק אין אײן פּינטל אַרײַן, האָט זי גענומען דערצײלן, װי אַ בױכרעדערין, עפּעס אַ לאַנגע מעשׂה אָן אַן אָפּשטעל און אַלץ אין אײן טאָן, אַז איר װאָלאָדקע איז ניטאָ, פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, װי אין װאַסער אַרײַן! פֿון נעכטן גאַנץ פֿרי אָן, זינט ער איז אַװעק מיט די ביכלעך אין שקאָלע אַרײַן, האָט זי אַלץ װאַרט, טאָמער װעט ער קומען כאָטש בײַנאַכט אַהײם, איז ער ניט געקומען; הײַנט אינדערפֿרי איז ער ניט געקומען; בײַטאָג ניט געקומען; פֿאַרנאַכט ניט געקומען; איז זי דאָס געװען איצט בײַ שאַפּירעכען אין דער הײם, האָט מען איר אָנגעװיזן, אַז שאַפּירעכע איז אָט אָ דאָ, אין זי דאָס געקומען, אַהער צו שאַפּירעכען, פֿרעגן, װוּ איז איר קינד.

― פֿון װאַנען זאָל איך עס װיסן? ― פֿרעגט זי שׂרה נאָך אַ מאָל איבער, און די גױקע הײבט אָן נאָך אַ מאָל פֿון אָנהײב מיט דעם זעלבן נוסח די גאַנצע מעשׂה, װי אַזױ איר װאָלאָדקע איז פֿון נעכטן גאַנץ פֿרי אָן אַװעק מיט די ביכלעך אין שקאָלע אַרײַן, האָט זי געװאַרט דעם גאַנצן טאָג, טאָמער װעט ער קומען, און אַ גאַנצע נאַכט האָט זי געװאַרט און ער איז ניט געקומען; הײַנט אינדערפֿרי איז ער אױך ניט געקומען; בײַטאָג אױך ניט; פֿאַרנאַכט אױך ניט; איז זי געגאַנגען צו שאַפּירעכען אַהײם, האָט מען איר אָנגעװיזן, װוּ שאַפּירעכע איז; איז זי דאָס געקומען אַהער צו שאַפּירעכען, געװױרע װערן בײַ שאַפּירעכען, װוּ איז איר קינד.

― װאָס זאָגט איר אױף דער פּריטשעפּע? ― האָט זיך שׂרה געװענדט צום עולם, װאָס איז געשטאַנען, געקוקט, געהערט און ניט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן, װאָס דאָ טוט זיך, ― טאָמער װײסט איר, װאָס געהער זיך אָן מיט מיר איר װאָלאָדקע? דאָס איז אירער אַ שרץ, רופֿט מען אים װאָלאָדקע…

און צו דער גױע האָט שׂרה אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט:

― גײ דיר געזונטערהײט! פֿון װאַנען זאָל איך עס װיסן? גײ דיר געזונטערהײט! גײ!

און עס קאָן זײַן, אַז די גױע װאָלט זי געפֿאָלגט און װאָלט אפֿשר אַװעקגעגאַנגען מיט דעם, װאָס זי איז געקומען, װען עס זאָל ניט געװען אַרױסשפּרינגען דער קלײנער סיאָמקע און אַ זאָג געבן צו דער מוטער:

― װאָלאָדקען זוכט זי? מיר האָבן זיך הײַנט געשפּילט בײדע, איך און װאָלאָדקע. האַ? ניט הײַנט, נעכטן איז דאָס געװען. נעכטן האָבן מיר זיך געשפּילט מיט װאָלאָדקען.

― װוּ האָסט דו זיך מיט אים געשפּילט? ― פֿרעגט אים די מוטער.

― דאָרט, װוּ אַלע מאָל, אין דרױסן האָבן מיר זיך געשפּילט, ― ענטפֿערט איר סיאָמקע און װײַזט מיט דער האַנט הינטער זײַנע אײגענע פּלײצעס.

דערהערט דעם נאָמען װאָלאָדקע, האָט די גױע אַװעקגענומען אירע פֿאַרגלעזערטע אױגן פֿון שאַפּירעכען און איבערגעטראָגן זײ אױף סיאָמקען: „װוּ איז מײַן קינד?“ און װידער אַ מאָל: „װוּ איז מײַן קינד?“ און אָבער אַ מאָל: „װוּ איז מײַן קינד?“…

װער װײס, מיט װאָס די דאָזיקע סצענע װאָלט זיך געענדיקט, װען שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט זאָל זיך ניט געװען אַרײַנמישן. ער איז צוגעגאַנגען צו דער גױע, אַרױפֿגעלײגט איר די האַנט אױף דער פּלײצע:

― מאַטושקאַ! גײ אַהײם צו דײַן מאַן. ער, און נאָר ער אַלײן, װעט דיר זאָגן, װוּ דײַן קינד איז

די דאָזיקע װערטער זענען געזאָגט געװאָרן מיט אַ טאָן פֿון אַ מענטשן, װאָס װײס, װאָס ער זאָגט… און דאָס איז געװען גענוג, אַז די גױע זאָל זיך אױסדרײען מיטן פּנים צו איר באַגלײטער און בײדע זאָלן, נאָך אַ האַלבע מינוט שטײן און קוקן אײנס אױף דאָס אַנדערע, אַװעקגײן אַהין, פֿון װאַנען זײ זענען געקומען.

ערשט דעמאָלט, װען די דאָזיקע צװײ זענען אַװעק, האָט דער גאַנצער עולם מיט אַמאָל, אַלע װי אײן מענטש, אָנגעהױבן רעדן, פֿרעגן אײַנער בײַם אַנדערן, װאָס איז דאָ געװען? װאָס איז דאָ געשען?

― װער איז די ערלית? ― האָט דער בעל־הבית, שלמה פֿאַמיליאַנט, אַ פֿרעג געגעבן בײַ זײַן שװאָגער, בײַ דוד שאַפּיראָן.

― איך זאָל אַזױ װיסן פֿון צרות! ― ענטפֿערט אים דוד שאַפּיראָ און קוקט אױפֿן װײַב מיט בײזע אױגן.

― װער איז די ערלית? ― פּרענט דער בעל־הבית נאָך אַ מאָל שױן בײַ שׂרהן, נישט קוקנדיק איר, װי אַ חסיד, גלײַך אין די אױגן אַרײַן.

― דאָס איז אונדזערע אַ שכנהטע, ― ענטפֿערט אים שׂרה. ― קירילעכע רופֿט מען זי… זי האָט אַ מאַן אַ שיכּור… און װאָלאָדקע דאָס איז איר שרץ פֿונעם ערשטן מאַן.

― נו? ― פֿרעגט פֿאַמיליאַנט.

― נו, שלאָגט אים דער שטיפֿטאַטע מכּות־רוצח… ער מאַכט אים דעם טױט.

― נו? ― פֿרעגט פֿאַמיליאַנט װײַטער.

― נו, איז ער פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, דער שרץ הײסט עס.

― נו?

― נו, איז זי געקומען זוכן דעם שרץ, זיך נאָכפֿרעגן, טאָמער װײסן מיר, װוּ איז דער שרץ.

― װאָס־זשע עפּעס צון אײַך? װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז מיט אײַך איר שרץ? און װאָס געהער זיך אָן מיט אים סיאָמקע?

― גאָרניט. מע זיצט אַ הױף נעבן אַ הױף, מאַכט זיך, אַז קינדער שפּילן זיך אינאײנעם…

אַזױ ענטפֿערט אים שׂרה און פֿילט זיך װי שולדיק אין דעם, װאָס איר סיאָמקע שפּילט זיך מיט אַ שרץ.

שלמה פֿאַמיליאַנט איז אַ פּנים געװען שטאַרק ניט צופֿרידן דערמיט, װאָס מע האָט אים איבערגעשלאָגן סאַמע אין מיטן הוליען און פֿאַרשטערט זײַן שׂימחה. ער האָט אַרײַנגעלײגט בײדע הענט אין די הױזן־קעשענעס, אַרױסגעשטעלט דעם גראָבן בױך מיטן ברײטן טלית־קטן, פֿאַרקנײטשט מיט די פּלײצעס און גענומען רעדן װי צו זיך אַלײן:

― נננע! נאַ דיר גאָר שרצים! שכנים! ערלים! גױעס! װאָלאָדקעס!… װאָס איז דאָס פֿאַר אַ גאַנג, אַ ייִדיש קינד זאָל זיך שפּילן מיט שרצים?! דאָס איז אַלץ אײַערע גומענאַזיעס מיט די סקובענטן, מיט די אוניװערסיטוטן!…

אומזיסט האָט זיך אַרײַנגעמישט די בעל־הביתטע, טױבע פֿאַמיליאַנט, זי האָט געװאָלט, ס'זאָל װערן שטיל, האָט זי גענומען „ששיקן“ און „ששאַקן“, געבעטן דעם עולם צוריק צום טיש, געהײסן די דינסטן אױפֿגעבן עסן ― אומזיסט, אומנישט. שלמה פֿאַמיליאַנט האָט זיך צעלאָזט, אַרױסבאַװיזן דעם בעל־הבית און דעם נגיד און גענומען שיטן פֿײַער אױף הײַנטיקע קינדער מיט הײַנטיקע עלטערן, װאָס פֿירן זײערע קינדער צו דער עקידה, װי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געפֿירט זײַן אײן־און־אײנציקן זון יצחקן… וכדומה אַזעלכע װערטער האָט שלמה פֿאַמיליאַנט געװאָרפֿן רעכטס און לינקס, כּלומרשט גערעדט גלאַט אין דער װעלט אַרײַן, נאָך געמײנט האָט ער זײַנע אָרעמע קרובֿים.

און די אָרעמע קרובֿים נעבעך האָבן געמוזט אױפֿהערן דעם גאַנצן מוסר פֿון זײער רײַכן קרובֿ ביזן סוף… נאָר אײן בעטי, װאָס האָט תּמיד פֿײַנט געהאַט איר רײַכן פֿעטער, האָט זיך באַלד אױפֿגעכאַפּט פֿון אָרט און גענומען זיך אָנטאָן. עס האָט נישט געהאָלפֿן נישט דער מאַמעס תּחינות ובקשות, נישט דער מומע טױבעס שבֿועות, אַז דער פֿעטער מײנט חלילה נישט זײ, דאָס רעדט ער גלאַט אַזױ, אין דעך װעלט אַרײַן… בעטי האָט געזאָגט „אַ גוטן יום־טובֿ“ און איז אַרױס פֿון שטוב, און ראַבינאָװיטש באַלד נאָך איר ― װי קאָן ער זי לאָזן, אַ מײדל אַלײן אין מיטן נאַכט? ־ און אָט אַזױ איז בטל געװאָרן דער גאַנצער פּלאַן, װאָס שׂרה שאַפּיראָ האָט געבױט. „און איבער װאָס? איבער אַ נאַרישקײט! איבער אַזאַ נאַרישקײט!“…

שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך אַזש שיִער ניט צעװײנט פֿאַר האַרצװײטיק און גריזאָטע, אַז זי איז געגאַנגען מיטן מאַן אַהײם. און טאָמער איז קאַרג, האָט איר דוד אַ גאַנץ װעג געזאַלצן אױף די װוּנדן.

― אַן אָקס ― האָט ער איר געזאָגט ― האָט אַ לאַנגע צונג און קאָן קײן שופֿר ניט בלאָזן… דו דאַרפֿסט גײן דערצײלן מעשׂיות אָט דעם חסידאַק, דעם שבתי־צבֿיניק!

― שנײַץ די נאָז און שמיר דאָס פּנים, ― האָט אים שׂרה באַצאָלט אױך מיט אַ שפּריכװאָרט: ― ס'איז דאָך דײַן שװאָגער, ניט מײַנער!

― איך קאָן דיר אים אַװעקשענקען, אױב דו װילסט.

― אַ דאַנק דיר פֿאַר דער מתּנה!…

דאָס דרײַסיקסטע קאַפּיטל
געפֿונען זיך דער שאָדן

שׂרה שאַפּיראָ איז ניט פֿון די מאַמעס, װאָס שטעלן זיך אָפּ אין מיטן װעג דאָרט, װוּ עס האַנדלט זיך אינעם גליק פֿון זײערע קינדער. פֿאַרלױרן די האָפֿענונג אױף איר שװאָגער פֿאַמיליאַנט, האָט זי געזוכט אַנדערע װעגן, אַנדערע מענטשן, און געפֿונען אײנעם אַזעלכן, װאָס אױף אים װאָלט זי זיך געקאָנט פֿאַרלאָזן מער װי אױף אַלעמען, אים װאָלט זי געמעגט פֿאַרטרױען איר סוד, װאָרעם ער איז זײער אַן ערלעכער. אײן חסרון נאָר, װאָס ער איז שױן צו אַן ערלעכער, און װאָס „צו“ ― איז איבעריק…

שׂרהס בעל־סוד איז געװען איר קװאַרטיראַנטס חבֿר, טומאַרקין, דער לעצטער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, װאָס האָבן אַזױ לאַנג געװאַרט אױף אַן ענטפֿער פֿונעם מיניסטער אױף זײער דרינגענדע טעלעגראַמע, ביז מע האָט זײ „אױסגעלאָװעט“ אײנציקװײַז, װי די פֿישעלעך, און אַרױסגעשיקט, מחילה, פֿון שטאָט.

טומאַרקינען אין דאָס אָפּגעראָטן מער װי אַלעמען. ער האָט „אָפּגענאַרט פֿאָניען“, געטאָגט דאָרט, װוּ ער האָט ניט גענעכטיקט, און גענעכטיקט דאָרט, װוּ ער האָט ניט געטאָגט, אַרומגעטראָגן זיך מיטן פּעקל פֿון אײן באַקאַנטן צום אַנדערן, געשלאָגן בלאַט מיטן „סטאַרשי דװאָרניקстарший дворник: אַלטן סטרוזש“, געהאַנדלט מיטן „אָקאָלאָדאָטשניоколодочні: זײַטיקע“, געלעגן אין גרעסטן פֿראָסט און געציטערט אױף אַ בױדעם ― מיט אײנעם װאָרט, געגאַנגען אױף אַ שטריק און, דאַנקען השם־יתברך, איבערגעלעבט דעם װינטער, װי עס לעבן אַ סך אַנדערע ייִדן אין דער הײליקער שטאָט, הלװאַי װײַטער…

אַ קאָמעדיע געװען אָנצוקוקן דעם דאָזיקן נפֿש מיט די