דער בלוטיקער שפּאַס: 28: ער כאַפּט אַ טענצל

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס אַכט־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: ער כאַפּט אַ טענצל

די חידושים, װאָס אונדזער העלד האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט, אַז ס'איז געקומען פּורים און די שאַפּיראָס האָבן אים מיטגענומען צו זײער רײַכן קרובֿ צו דער סעודה, װעט ער האָבן צו דערצײלן און צו דערצײלן. אַלצדינג איז בײַ אים געװען נײ. פֿון יעדער זאַך איז ער אַרײַן אין התפּעלות. און דערצו האָבן אים די דאָזיקע מענטשן אינטערעסירט דערפֿאַר, װאָס זײ זענען חסידים (אָדער „כאַססידים“, װי ער האָט זײ אָנגערופֿן).

― װאָס װעט דאָרטן זײַן? ― האָט ער זיך אַלץ נאָכגעפֿרעגט בײַ זײַנע בעלי־בתּים. און האָט געכאַפּט אַ פּסק פֿון דוד שאַפּיראָ:

― װאָס האָט איר געװאָלט זאָל דאָרטן זײַן? איר זענט קײנמאָל ניט געװען פּורים צו דער סעודה? צי בײַ אײַך איז פּורים ניט קײן יום־טובֿ און המן ניט קײן רשע?

― נײן, ניט דאָס! ― װיל זיך דער קװאַרטיראַנט פֿאַרענטפֿערן און מאַכט נאָך ערגער. ― איך פֿרעג מיך נאָך דערפֿאַר, װײַל זײ זענען “כאַססידים“…

― „כאַססידים!“ ― קרימט אים איבער דוד שאַפּיראָ. און אַז זײ זענען “כאַססידים“, איז װאָס דערפֿון געדרונגען?

― „כאַססידים“ זענען דאָך אַזאַ מין סעקטע… ― װיל ראַבינאָװיטש אים אױפֿקלערן, נאָר שאַפּיראָ איז שױן מלא־גזלן. ער װאַרפֿט זיך שױן מיט אַלע אבֿרים:

― װאָס מיר סעקטע? װער מיר סעקטע? נאַ דיר גאָר סעקטע! פֿון װאַנען האָבן זיך בײַ אונדז גענומען סעקטעס? װוּ זענט איר אױסגעװאַקסן? צװישן ייִדן צי אין אַ װאַלד?…

שׂרה שאַפּיראָ איז שױן געװען אַ סך װײכער און האָט מיט אים גערעדט װי מיט אַ מענטשן:

― דאָרט װעט זײַן פֿרײלעך, ― האָט זי אים געזאָגט. ― מע װעט עסן און טרינקען, פּליעסקן און זינגען, טאַנצן און שפּרינגען, װי געװײנלעך בײַ די חסידים. איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז קײן חרטה װעט איר ניט האָבן, װאָס איר װעט זיך מיט זײ באַקענען אַ ביסל נעענטער. און װער שמועסט, מיט מײַן שװאָגער פֿאַמיליאַנט! ער אין אַ ייִד אַ חכם. צו זײַנע װערטער באַדאַרף מען זיך צוהערן. ער רעדט נישט גלאַט, איטלעכס װאָרט זײַנס איז, להבֿדיל, אַ תּורה…

פֿאַרשטײט זיך, אַז שׂרה האָט דערבײַ געהאַט איר מײן און האָט אַרױסגעקוקט אױף דעם דאָזיקן יום־טובֿ װי אױף משיחן.

און אָן דער יום־טובֿ איז געקומען, האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אָנגעטאָן און אױסגעפּוצט אַזױ, אַז זי האָט װײַט אַריבערגעשטיגן איר טאָכטער, אױסגעזען גיכער װי בעטיס אַ שװעסטער אײדער אַ מאַמע. אױך דוד האָט זיך אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך די שטענדיקע מרה־שחורה און אױסגעזען זײער האָפֿערדיק. דעם קלײנעם סיאָמקען האָט מען פֿאַרשפּיליעט דאָס מונדירל אױף אַלע קנעפּלעך, אַ ביסל צוגעגלעט אים די פּאותלעך, כאָטש ס'איז געװען נאָר אַ סימן פֿון פּאות, און אָנגעזאָגט אים טױזנט מאָל, ער זאָל זיך ניט דערװעגן בײַם פֿעטער שלמה אין שטוב אױסטאָן דאָס היטעלע אַפֿילו אױף אַ מינוט. װאָרעם דאָרטן װעלן זײַן לױטער פֿרומע ייִדן, חסידים, װאָס האָבן ניט ליב, אַז מע גײט אָן אַ היטל… גײן אָן אַ היטל איז בײַ זײ אַן עבֿירה… „דו פֿאַרשטײסט, קלײנער װעװריק, װאָס מע רעדט מיט דיר, צי נײן?“

און כאָטש די דאָזיקע װערטער זענען געזאָגט געװאָרן צום קלײנעם „װעװריק“, נאָר מײנען האָט מען געמײנט דעם קװאַרטיראַנט, ער זאָל זיך ניט פֿאַרגעסן און ניט אױסטאָן דאָרט דאָס היטל…

אַז די שאַפּיראָס זענען אַרײַנגעקומען צו רב שלמה פֿאַמיליאַנט אין שטוב אַרײַן, האָבן זײ שױן געטראָפֿן די גאַנצע משפּחה זיצן בײַ אַ לאַנגן װײַס־געדעקטן טיש, אַרומגערינגלט מיט אַ מאַסע געסט, ייִדן אין לאַנגע קאַפּאָטעס מיט אַלערלײ היטלען און היטעלעך, קאַפּעליושן און קאַפּעליושלעך אױף די קעפּ.

גאַנץ אױבנאָן, אױף אַ ברײטן שטול, איז געזעסן דער בעל־הבית, שלמה פֿאַמיליאַנט, אַ הױכער ייִד, מיט אַ געדיכטן רױטן באָרד, װאָס איז ערטערװײַז שױן גרױלעך, און מיט געדיכטע רױטע ברעמען אױף די קורצזיכטיקע אױגן. די גרױ־רױטע פּאות זענען בײַ אים אונטערגעבױגן מעשׂה־פֿראַנט, און אַ געפּרעסטער װײַסער קאָלנער איז אונטערגעבונדן מיט אַ ברײטן זײַדענעם שניפּס אױף אַ סאַמעטענער ברײטער זשילעט, צוגעטשעפּעט אַ גראָבע גאָלדענע קײט בײַם זײגער. אױף דער שײנער שװאַרצער זײַדענער זשופּיצע אַ ברײטער געפֿלאָכטענער בײַגאַרטל נעמט אַרום דעם ברײטן בױך. דאָס אַלעס מיט דער גרױסער אױסגעבױגענער נאָז און מיט די קלאָר־װײַסע הענט, װאָס האָבן אַרױסגעקוקט פֿון די ברײטע אַרבל, האָבן אים צוגעגעבן אַן אױסזען פֿון אַ פּאַטריאַרך. װײניקסטנס, אַזױ האָט ער אױסגעזען בײַ אונדזער העלד, װעלכער איז נתפּעל געװאָרן פֿון אַלצדינג, און יעדע זאַך באַזונדער האָט געהאַט בײַ אים אַ באַזונדערן חן.

קודם־כּל זענען אים געמעלן פֿאָמיליאַנטס צװײ טעכטער, אײנע שענער פֿאַר דער אַנדערער, און בײדע אױסגעפּוצט, װי נאָר כּלות קאָנען זײַן אַזױ אױסגעפּוצט. און כאָטש זײ האָבן זיך געהאַלטן זײער סטאַטעטשנע און אַ סך געשװיגן, האָבן זײערע אױגן גערעדט פֿאַר זײ אַ סך מער, װי זײ װאָלטן קאָנען זאָגן מיט װערטער. קוקנדיק אױף זײ און אױף זײער מוטער, האָט מען געקאָנט אַרױסזען, אַז די עפּעלעך פֿאַלן ניט װײַט פֿון די בײמעלעך, און אַז זײער מוטער, טױבע פֿאַמיליאַנט, װאָס איז שױן הײַנט אַ ייִדענע אין די יאָרן, האָט געמוזט זײַן אַמאָל אַ געװיסע שײנהײט. עס קלײדן איר נאָך איצט אױך די פֿרעמדע אױסגעפּוצטע און מיט פּערל איבערגעבונדענע האָר. עס פּאַסן איר נאָך איצט אױך די לאַנגע דימענטענע אױערינגלעך מיט די שנירלעך פּערל אױפֿן קלאָר־װײסן האַלדז, און די פֿינגער, װאָס זענען באַזעצט מיט רינגלעך, זאָגן עדות, אַז דאָס איז געװען אַמאָל אַ שײן װײַבל מיט שײנע הענטלעך און מיט נאָך איצט שײנע, גרױסע, בלױע אױגן, װאָס ס'איז נאָר אַ שאָד, װאָס זי האַלט זײ אַראָפּגעלאָזט אַראָפּ און װאָס זי פֿאַרשנורעװעט צו פֿיל אירע אַזױ אױך קלײנע ליפּן.

שטאַרק געפֿעלן איז אונדזער ראַבינאָװיטשן דאָס, װאָס אַלעמענס אױגן האָבן מיט גרױס דרך־ארץ געקוקט אױף אײן פּונקט, אױפֿן פּאַטריאַרך מיטן ברײטן געל־גרױלעכן באָרד. געפֿעלן איז אים אױך דער מוראדיק גרױסער מיט געלן זאַפֿרען דורכגעקנאָטענער און מיט ראָזשינקעס און מיט מאַנדלען באַשטעקטער פּורים־קױלעטש, װאָס דער פּאַטריאַרך מיטן ברײטן געל־גרױלעכן באָרד האָט אים מיט זײַנע װײַסע אַריסטאָקראַטישע הענט נאָר־װאָס אױסגעשניטן דעם בױך, געמאַכט אַ מוציא, און נאָך אים האָבן געמאַכט אַ מוציא אױך די ייִדן מיט די לאַנגע קאַפּאָטעס, אײַנגעטונקט די מוציא אין זאַלץ און עפּעס געזאָגט בעת־מעשׂה אַזעלכס, װאָס בײַ שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט איז דאָס געװען טערקיש.

באַלד נאָך דעם האָט דער בעל־הבית פֿאַרקאַטשעט די ברײטע אַרבל און אַ װוּנק געגעבן צו די געסט, און די געסט האָבן געגעבן אַ כאַפּ אַלע אינאײנעם אַ ניגון אױף אַלערלײ משונה־געגרײַזלטע קולות, װאָס האָבן זיך געקאַטשעט, װי עס האָט זיך ראַבינאָװיטשן אױסגעװיזן, ניט פֿון זײערע העלדזער אַרױס, נאָר פֿון זײערע באָרד אָדער פֿון זײערע קעלנער. זינגענדיק האָבן זײ אַלע געהאַלטן די אױגן צוגעמאַכט און די קעפּ פֿאַרװאָרפֿן אַרױף, מיט אײן האַנט צוגעהאַלטן זיך בײַ די העלדזער. דער בעל־הבית אַלײן איז אױך געזעסן מיט צוגעמאַכטע אױגן, דער קאָפּ פֿאַרװאָרפֿן אַרױף, די אַרבל פֿאַרקאַטשעט ביז די עלנבױגנס, און צוגעקנאַקט מיט די פֿינגער צום טאַקט. אױך די קינדער זײַנע, די מאַנספּאַרשױנען, האָבן צום טאַקט צוגעפּליעסקעט מיט די הענט, און אױף אַלע פּנימער איז געװען אױסגעגאָסן אַ פֿרײד, אַ שׂימחה, אַ באַזונדערע יום־טובֿדיקע שטימונג, און אױפֿן בעל־הבית אַלײן, קאָן מען זאָגן, אַז אױף זײַן פּנים האָט גערוט די שכינה.

מע האָט דערלאַנגט די גוטע פֿיש. געפֿילטע, געפֿעפֿערטע און לכּבֿוד פּורים מיט זאַפֿרען פֿאַרגעלטע פֿיש. גאָר די פֿיש זענען אָנגעפֿילט געװאָרן די כּוסות און דער עולם האָט גענומען טרינקען טראָפּנװײַז און זאָגן זיך עפּעס אײנס דאָס אַנדערע אַזעלכע װערטער, װאָס שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט האָט זײ ניט פֿאַרשטאַנען, אױסער דאָס אײנציקע װאָרט „לחײם“, װאָס װערט איבערגעחזרט אָן אַ שיעור מאָל.

― װאָס זאָגן זײ אַזעלכס? ― פֿרעגט ער זיך נאָך.בײַ זײַן בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, װאָס װערט אין כּעס און ענטפֿערט אָפּ נערװעז, װי זײַן שטײגער איז:

― װאָס זאָלן זײ זאָגן? גאָרניט זאָגן זײ! מע טרינקט לחײם און מע װינטשעװעט זיך, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר און מע זאָל זײַן ייִדן…

― אָט דאָס איז גאָר? ― פֿרעגט זיך װײַטער ראַבינאָװיטש, װאָס פֿאַרשטײט ניט דעם שׂכל פֿון דער דאָזיקער װינטשעװאַניע, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר און מע זאָל זײַן ייִדן, גלײַך װי קײן בעסערס דערפֿון איז שױן גאָר ניט פֿאַראַן…

נאָכדעם װי מע האָט גענומען צו די ליפּן, איז דער עולם געװאָרן כּלומרשט שיכּור, און ס'איז געװאָרן נאָך לעבעדיקער… דאָס זינגען מיטן פּליעסקן איז געגאַנגען אַלעמאָל שטאַרקער ― קרעשטשענדאָ. די מאַנסבילן האָבן זיך גענומען פֿאַר די הענט, געמאַכט אַ ראָד און געגאַנגען טאַנצן, נאָר אַזאַ מאָדנע טאַנץ, װאָס שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט האָט נאָך אַזעלכס קײנמאָל ניט געזען אין חלום אַפֿילו. אָ מאָדנע טאַנץ! יעדער טענצער האָט הײבנדיק די פֿיס אַלעמאָל דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזט אַראָפּ און אױפֿגעהױבן אַרױף, די אױגן געהאַלטן צו און געזונגען: „טאַטע! פֿאָטער! אונדזער גאָט!“ און דער בעל־הבית אַלײן, רב שלמה פֿאַמיליאַנט, איז אַרײַן אין דער מיט ראָד, זיך אַװעקגעשטעלט מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל פּליעסקן און אונטערגעגעבן דעם עולם היץ:

― לעבעדיק! ייִדן! לעבעדיק! לעבעדיק! אונדז איז גוט! אונדז איז װױל! אונדז זענען מיר ייִדן! מיר האָבן אַ גרױסן גאָט! לעבעדיק! לעבעדיק!

שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און געמוזט נאָך אַ מאָל זיך װענדן צו זײַן בעל־הבית, ער זאָל אים איבערזעצן, װאָס זאָגט פֿאַמיליאַנט?

דוד שאַפּיראָ זעצט אים איבער איטלעכס װאָרט, נאָר זײַן קװאַרטיראַנט פֿאַרשטײט װידער ניט דעם שׂכל, כאָטש נעמט אים אַראָפּ דעם קאָפּ, װאָס דאַרף מען זײַן אַזױ פֿרײלעך, אַז מע איז אַ ייִד און אַז מע האָט אַ גאָט?… און ער טראַכט זיך: „אָט דאָס־אָ זענען עס אָט די „כאַססידים“, די סעקטע װילדע מענטשן, װאָס ער האָט געלײענט װעגן זײ אױף דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“ און נאָך אין אַזעלכע בלעטער?… סאַראַ מאָדנע פֿאָלק דאָס איז! אַפֿילו די שיכּורים זײערע זענען גאָר אַנדערע… און דאָס שיכּורן איז אַנדערש… טרינקען טרינקען זײ אַ מכּה, נאָר צו די ליפּן גענומען, און טוט אַ קוק, װי מע איז פֿרײלעך! אמת, ס'איז אַן אַנדער מין פֿרײלעכקײט… מע אין פֿרײלעך, װאָס מע איז ייִדן!… מע איז צופֿרידן, מע איז גליקלעך, װאָס מע האָט אַ גאָט!… אָט האָבן צװײ זיך אַרומגענומען, קושן זיך, װי די אמתע שיכּורים, עס שטײען זײ אַזש טרערן אין די אױגן… בײדע אינאײנעם רעדן עפּעס, און מע הערט נאָר „גאָט“ און „גאָט“ ― אַ מאָדנע, מאָדנע פֿאָלק דאָס איז!“…

פּלוצעם דערזעט ער, װי זײַן בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, האָבן אַ פּאָר „כאַססידים“ אָנגעכאַפּט פֿאַר די הענט און מע שלעפּט אים אין ראָד אַרײַן, און עס גײט אַװעק אַ מינוט און שאַפּיראָ טאַנצט שױן מיט אַלעמען אין קאָן. „ניט שױן־זשע װעלן זײ מיך אױך אַרײַנציִען אין קאָן אַרײַן?“ ― אַזױ טראַכט זיך אונדזער ראַבינאָװיטש, און נאָך אײדער ער האָט צײַט זיך אַרומקוקן, האָבן עטלעכע װאַרעמע, פֿאַרשװיצטע הענט אים אַ נעם געגעבן און אַרײַנגעשלעפּט אים אױך אין ראָד אַרײַן:

― יונגערמאַן! ביסט אַ ייִד גלײַך מיט אַלע ייִדן, מאַך ניט קײן אָנשטעלן און קום טאַנצן!

װאָס װײַטער, װײַטער, װערט דאָס ראָד אַלץ גרעסער און ברײטער און די פֿרײלעכקײט װאַקסט װי אױף הײװן. דער קלײנער סיאָמקע האָט זיך אױך אַרײַנגעריסן, מיט דעם איבעריקן קלײנװאַרג, אינװײניק אין ראָד אַרײַן, און מע האָט גענומען הײבן פֿיסלעך גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן.

דאָס איז געװען אַ פֿרײלעכקײט, װאָס האָט געװאַקסן פֿון מינוט צו מינוט, װאָס האָט זיך איבערגעגעבן פֿון אײנעם צום אַנדערן אָן װערטער; אַלע און אַלעס אַרום און אַרום האָט זיך געפֿרײט, גערירט זיך, און פֿיס האָבן פֿון זיך אַלײן געהױבן זיך און געטאַנצט און געטאַנצט און געטאַנצט.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אָט אַזױ האָט אונדזער העלד ראַבינאָװיטש, אָדער גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, ניט װילנדיק געכאַפּט אַ טענצל פּורים צו דער סעודה מיט אַלע חסידים גלײַך, געשטעלט פֿיס, געשפּרונגען און געהעפּעט אַזױ גרינג װי אַ פֿעדער, גאָרניט געפֿילט די ערד אונטער זיך. און אַזױ װי נאָכזינגען נאָך זײ דעם חסידישן ניגון האָט ער נישט געקאָנט, און זינגען האָט זיך געװאָלט, האָט ער אונטערגעכאַפּט אַ רוסיש לידל:

פּראָפּאַדאַי מאָיאַ טעליגאַ
װסיע טשעטירע קאָליסאַ!…

און, נישקשה, ס'איז אָפּגעגאַנגען פֿאַר גוט געלט.

דאָס נײן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: איבער אַ נאַרישקײט

שׂרה שאַפּיראָס פּלאַן איז געװען אַ גאָלדענער פּלאַן. איר שװאָגער, רב שלמה פֿאַמיליאַנט, האָט באַדאַרפֿט באַלד, װי די פּורימדיקע סעודה װעט זיך ענדיקן, אַרײַננעמען צו זיך אין קאַבינעט אַרײַן איר קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטשן, אים בעטן זיצן, מכבד זײַן מיט אַ פֿײַנע ציגאַר (שלמה פֿאַמיליאַנט רױכערט גוטע שמעקנדיקע ציגאַרן) און מאַכן מיט אים אַ שמועס פֿון דעם און פֿון יענעם, נעכטיקע טעג, אױפֿן הימל אַ יאַריד, ביז ער װעט מיט אים אַרױף אױף די שאַפּיראָס און אױף זײער טאָכטער, אָ פֿײַן קינד, אַ געראָטן קינד, מיט אַלע מעלות, נאָר נעבעך אָן געלט, זי איז אַלײן געלט, גליקלעך װעט זײַן דער, װעמען דאָס מײדל װעט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט אַרײַן… וכדומה אַזעלכע דיפּלאָמאַטישע רײד װעט ער מיט אים רעדן, און אין אײנװעגס בײַ אים אױסטאַפּן װערטער, װאָס דענקט ער און װאָס טראַכט ער און װאָס קלערט ער? און אים טאַקע געבן אַן עצה, װי אַן עלטערער מענטש, ער זאָל ניט פֿאַרציִען אין דער לאַנגער באַנק אַרײַן, ממה־נפֿשך, יאָ־יאָ, נײן־נײן, זי איז, חלילה, ניט קײן פֿאַרפֿאַלענע, בעלנים פֿאַראַן גענוג… און אױב אַז יאָ, װאָס־זשע דאַרף מען „מעדליװען? ― אַ װאָרט און צװײ און אַ מאָריטש, און לאָז זײַן מיט גליק, ― און דערבײַ נאָך ברענגען עפּעס אַ פּסוק, אָדער אַ גמרא, אָדער אַ משל ― ער קאָן! אױף אים מעג מען זיך פֿאַרלאָזן! שלמה פֿאַמיליאַנט, כאָטש ער איז אַ ייִד מיט אָ לאַנגער קאַפּאָטע און מיט אַ ברײטן טלית־קטן, קאָן אײַך פֿאַררעדן דעם רוח אַפֿילו. אַ מענטש אַ סוחר, װאָס האַנדלט מיט פּריצים כּל יומיו. אַ סבֿרה, אַז ער קאָן זיך „ליטשנעличне: פּערזענלעך“ מיטן גובערנאַטאָר!…