דער בלוטיקער שפּאַס: 26: אַ האַרץ פֿול צרות

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זעקס־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל.: אַ האַרץ פֿול צרות

אַז די שאַפּיראָס האָט גאָט צוגעשיקט אַ גליק אין שטוב אַרײַן, עפּעס זײער אַ רײַכן קװאַרטיראַנט, אַ סטודענט, װאָס שדכנט זיך צו דער טאָכטער, ― דאָס האָט געװוּסט כּמעט די גאַנצע ייִדישע גאַס פֿון אײן עק ביזן אָנרעדן. פֿון דעם האָבן גערעדט אַלע נאָענטע שכנים און באַקאַנטע, פֿרײַנד און גוטע פֿרײַנד.

שׂרה אַלײן האָט דאָס תּחילת געהאַט אױסגעפּױקט איבער דער שטאָט, אױפֿגעריסן די אױגן פֿון די דאָזיקע „גוטע פֿרײַנד“, װאָס האָבן איר מקנא געװען אָן אַ שיעור. דאָס הײסט, זי האָט זײ נישט געזאָגט, אַז עס האַנדלט זיך װעגן אַ שידוך. חלילה. זי איז נאָך ניט אַזאַ נאַר. נישמער, זי האָט נאָר דערצײלט, װאָס פֿאָר אַ קװאַרטיראַנט גאָט האָט איר באַשערט, אַ קװאַרטיראַנט, און אַ קעסטניק, און אַ רעפּעטיטאָר, „אַ טאַטנס אַ קינד“, װאַקסט פֿון גבֿירים…

דאָ האָט זי זיך אָנגעבױגן אױפֿן אױער און אײַנגערױמט שטילערהײט אַ סוד איטלעכן באַזונדער מיט האַלבע װערטער:

― אַ רײַכע מומע… שיקט אים איבער מאַסן גאָלד!… װאָס, מישטײנס געזאָגט? אַ ייִדענע אַן אַלמנה, אַ מיליאָנערשע, אָן קינדער… אײנער… אײן־און־אײנציקער!…

די לעצטע װערטער זאָגט זי אַרױס הױך אױף אַ קול, באַװײַזט מיט אַ פֿינגער, װאָס פֿאַר אַן אײנציקער ער איז, און די אױגן לױכטן, און דאָס פּנים שײַנט איר, װי די זון אום תּמוז.

און די „גוטע פֿרײַנד“ הערן זי אױס מיט אַ פֿרײַנדלעך שמײכעלע, און אַז זי קערעװעט אַװעק, זאָגן זײ אײנס צום אַנדערן:

― נו? דאַרף מען זײַן קלוג? מע דאָרף נאָר האָבן מזל, װאָרעם אַז ס'איז באַשערט אַ גליק, טרעפֿט עס אײַך גלײַך אין שטוב אַרײַן. װען װאָלטן די שאַפּיראָס אַפֿילו אַ השׂגה געהאַט אױף אַזאַ חתן?…

― אַ חתן? װוּ שטײט עס? פֿון װאַנען װײס מען שױן, אַז ס'איז אַ חתן? אַ חתן איז דער, װאָס שרײַבט תּנאָים, ברעכט טעלער, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן… הערט איר? מע האָט שױן געזען אַזעלכע זאַכן: עס חתנט זיך און חתנט זיך, און קומט צו עפּעס ― אַ נעכטיקער טאָג…

און נאָך כּדומה אַזעלכע דיבורים זענען געװען אױף דער ייִדישער גאַס, װאָס האָט, אײגנטלעך, צו די שאַפּיראָס ניט געהאַט גאָרניט, חלילה נישט אין זינען געהאַט זײ צו באַרעדן, נאָר גלאַט אַזױ נישט פֿאַרגונען, פֿאַרװאָס קומט זײ, אַזעלכע קלײנע מענטשעלעך, אַזאַ גליק? און אַזױ גרינג! אָן בױכװײטיק!

― עט! נאַט אײַך אַ גראָשן! פֿון װאַנען װײס מען דאָס, אַז ס'איז טאַקע אַזאַ גליק? זעט נאָר, אױב די גאַנצע מעשׂה מיט דער מומע און מיט דער ירושה איז ניט קײן אױסגעטראַכטע מעשׂה?…

― כאַ־כאַ, זעט איר, דאָס איז אַ געדאַנק!

― אױב אַזױ, איז דאָך נעבעך אַ גאָטס רחמנות אי אױף די שאַפּיראָס, אי אױף זײער טאָכטער.

― װאָס קאָן מען העלפֿן? ס'איז אַ גאָטס זאַך…

דאָס איז אָבער אַלץ געװען הינטער די אױגן. אין די אױגן איז מען געװען טאַקע גוטע פֿרײַנד, װי גוטע פֿרײַנד באַדאַרפֿן צו זײַן. געגאַנגען אײַנער צום אַנדערן צו גאַסט, ― אַמאָל אױפֿדערנאַכט אױף אַ „זעקס און זעכציק“, אַמאָל שבת בײַטאָג אַ ביסל זיצן, אַמאָל אַזױ אױף אַ גלעזל טײ. געבעטן, די שאַפּיראָס זאָלן קומען מיטן קװאַרטיראַנט אינאײנעם. „װאָס װעט ער זיצן אײנער אַלײן?“…

שפּעטער־שפּעטער האָבן גוטע פֿרײַנד אָנגעהױבן געבן אָנצוהערעניש:

― איך בעט אײַך, װאָס מעדליװעט איר אַזױ? פֿאַרװאָס לאָזט איר זיך ניט הערן שױן מיט עפּעס אַ שׂימחה? אַ קערמעשל? אַ מזל־טובֿ? צי װעלכע גוטע יאָר?

די שאַפּיראָס האָבן עס אױסגעהערט כּלומרשט מיט אַ צופֿרידן שמײכעלע, גלײַך װי דאָס איז שױן אַן אָפּגערעדטע זאָך, און באמת האָבן זײ געװוּסט װעגן דעם צו זאָגן פּונקט אַזױ פֿיל, װיפֿל אַנדערע האָבן געװוּסט, אױב ניט װינציקער נאָך. „הײַנטיקע קינדער, מישטײנס געזאָגט, ― זײ װעלן דען עפּעס זאָגן? אָדער זײ װעלן דען דערלאָזן, אַפֿילו אַ װאָרט מע זאָל רעדן װעגן דעם?“… און װער שמועסט פֿון יענעם אָװנט אָן, װאָס זײ זענען געװען אין טעאַטער, איז בעטי גאָר משוגע געװאָרן… אָסור, אױב שׂרה הײבט אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס טוט זיך מיט איר טאָכטער…

אַנומלטן האָט זי געװאָלט מאַכן מיט איר אַ רײד װעגן „װאָס הערט זיך עפּעס“, ― האָט איר בעטי אַװעקגעגעבן אַ „װאָס הערט זיך עפּעס“, אַז זי װעט שױן פֿאַרזאָגן אַ צענטן!…

― מאַמע! ― האָט זי צו איר געזאָגט אַזױ בײז, גלײַך װי מע װאָלט זי װעלן קױלן. ― טאָמער פֿרעגסט דו מיך װעגן דעם נאָך אַ מאָל, װעסט דו זען, װאָס ס'װעט זײַן!…

― שאַ־שאַ! קוק זי אָן! מע האָט איר אָנגערירט דעם האָנאָר! פֿאַרטשעפּעט מיט אַ װאָגן הײ! דער טאַטע מיט די בײנער!… דוד שאַפּיראָ האָט דיך געלאָזט גריסן!…

― װאָס איז עפּעס געקומען צו רײד דוד שאַפּיראָ, אַ שטײגער, כּדומה־למשל? ― פֿרעגט דוד, אַרײַנקומענדיק גיך, װי אַלעמאָל, אָן אַ קלונג, און אַקוראַט דעמאָלט, װען מע דערמאַנט זײַן נאָמען צו גוטן.

שׂרה זוכט אױס אַן אױסרײד, אַ פֿױלן תּירוץ. דוד װײסט, אַז ס'איז אַ פֿױלער תּירוץ, און עס גײט אַװעק צװישן זײ אַ לאַנגער שמועס מיט שטעכװערטער און מיט צונעמענישן, און מע גיט זיך אָפּ כּבֿוד, װי זײער שטײגער איז: ער איר ― „בהמה“, זי אים ― „שאַלאָװילע“. ער איר ― „סאָטע ציג“, זי אים ― “װינטמיל“. ער איר ― „נײן מאָס רײד“, זי אים ― „שאַפּיראָ“. און כאָטש דער נאָמען שאַפּיראָ איז בײַ זײ בײדן, אײגנטלעך, אַ גדלות, װאָרעם דוד זאָגט, אַן ער קומט אַרױס פֿון די אמתע שאַפּיראָס, פֿון די „סלאַװיטער“, ― נאָר שׂרה רעדט אַרױס דעם דאָזיקן נאָמען מיט אַזאַ טאָן, אַז מע דאַרף פֿון אים פֿאַרשטײן, אַז דוד קומט אַרױס פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס פּונקט אַזױ, װי איר, למשל, קומט אַרױס פֿון דוד המלך, ― און דאָס רײצט אױף דודן מיט סכּנות־נפֿשות, און ער איז גרײט דעמאָלט זי צערײַסן אױף שטיקלעך. כאַפּט ער אָפּ דאָס עסן אױף אײן פֿוס, טוט אַ האַק מיט דער טיר און לױפֿט אַװעק אין געשעפֿט אַרײַן.

נאָר דאָס זענען אַלץ זאַכן הײמישע. מאַן און װײַב קריגן זיך און בעטן זיך איבער. צרות פֿון קינדער טרעפֿן איבער אַלעס. שׂרה שאַפּיראָ טראָגט אַ פֿול האַרץ מיט צרות און קאָן דערצו גאָרנישט טאָן. שׂרה איז, װי זי אַלײן זאָגט אױף זיך, „אַ מבֿין אױף אַ טשאַד“.

זי איז ניט בלינד. זי זעט גאַנץ גוט, אַז איר טאָכטער מיטן קװאַרטיראַנט שפּילן אַ ראָמאַן נישט אױף קאַטאָװעסן, נאָר אַ שטילן ראָמאַן, אָן װערטער. און אַ ראָמאַן אָן װערטער טױג ניט. פֿון אַ שטילן ראָמאַן קומט קײן גוטס גיט אַרױס… אַזױ האַלט שׂרה, און קײן מענטש אין דער װעלט װעט זי ניט איבערשפּאַרן און באַװײַזן, אַז זי האָט אַ טעות. מע דאַרף זען, אַז די שטומע זאָלן באַקומען לשון און די שװײַגנדיקע זאָלן אָנהײבן רעדן. נאָר װי אַזױ מאַכט מען דאָס?

שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך געריסן עטלעכע מאָל אַלײן מאַכן אַ רײַך מיטן יונגען מאַן װעגן „אַכצן און דרײַצן“… איז איר נישט אױסגעקומען. מע זאָל כאָטש קאָנען דורכשמועסן זיך מיט אים אױף אונדזער ייִדיש לשון, װאָלט זי שױן װי עס איז אַרױף מיט אים אױפֿן רעכטן װעג… אַזױ אָבער, אַז די צונג אין אין גלות, גײ מאַך!…

װידער זשע אַרױפֿפֿירן דערױף דעם מאַן, אַז דוד אַלײן זאָל מיט אים רעדן, איז אַזױ מעגלעך, אַ שטײגער, װי צוציִען דעם הימל צו דער ערד. אַן עקשן און אַ גדלן דערצו. װאָס קאָן שױן זײַן ערגער פֿון אַ בעל־גאװה? עס שטײט אים ניט אָן, זאָגט ער, װען ער זאָל אַפֿילו װיסן, אַז דער גאַנצער מיליאָן זאָל אַרײַנפֿאַלן אָט באַלד גלײַך אָט צו אים אַהער! (דוד באַװײַזט צו זיך אױף דער בוזעם־קעשענע). ער װיל ניט, זאָגט ער, אַז מע זאָל מײנען, אַז ער שלאָגט זיך אָן מיט זײַן טאָכטער צוליב געלט. ער קאָן באַשטײן, זאָגט ער, װאַרטן, בין דער יונגערמאַן װעט קומען צו אים און װעט אים זאָגן: “גאָספּאָדין שאַפּיראָ, איר זאָלט װיסן זײַן, אַז איך האָב ליב אײַער טאָכטער און אײַער טאָכטער האָט ליב מיך, און מיר בעטן אײַך, איר זאָלט אונדז בענטשן, ס'זאָל זײַן מיט גליק, און אַזױ װײַטער“…

― הלװאַי, רבונו־של־עולם, פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן! זאָגט שׂרה מיט אַ טיפֿן זיפֿץ און קנאַקט זיך אױס אַלע פֿינגער, טראָגט שטילערהײט אין זיך דעם װײטיק. ניטאָ אַפֿילו פֿאַר װעמען, דאָס האַרץ אױסצורעדן.

שׂרה װײס, אַז די אײגענע צרות טראָגט אױך דער מאָן אירער טיף בײַ זיך אין האַרבן, נאָר ער װעט ניט זאָגן קײן װאָרט אַפֿילו, װאָרעם ער אין דאָך אָ שאַפּיראָ, פֿון די אמתע, פֿון די „סלאַװיטער“ שאַפּיראָס, ― אַ קלײניקײט?!…

דאָס זיבן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: צװײ מאַמעס

די אײנציקע, פֿאַר װעלכע שׂרה קאָן זיך אַמאָל יאָ אױסרעדן איר האַרץ, איז איר שװעגערין, טױבע פֿאַמיליאַנט, איר דודס עלטערע שװעסטער, אַ ייִדענע מיט אַ פּאַרוק און מיט אַ האַלדז פּערל. אַלײן נישט אַזאַ גרױסע צדקת, נאָר אַ חסידס אַ װײַב, פֿירט טױבע אַ חסידישע שטוב, און װײַל זי איז אַ נגידית און דודס אַן עלטערע שװעסטער, דעריבער נעמט זי זיך דאָס רעכט זאָגן דעות איר ברודער און זײַן װײַב שׂרהן, װי אַזױ זײ זאָלן זיך פֿירן מיט די קינדער, און צי עס העלפֿט, צי עס העלפֿט ניט, פֿאָרהאַלטן, אױסזעצן חסרונות און זאָגן מוסר, אָן אַ שיעור מוסר. דערצו האָט גאָט געשענקט אָט דער טױבן אַ פּנימל פֿון אַ רביצין מיט צונױפֿגעשנורעװעטע ליפּעלעך, און אַ קול פֿון אַ זאָגערין, אָ װײכע, שטילע, גלאַטע שטימע, װי אױף בױמל.

דוד האָט נישט ליב די שװעסטער זײַנע ― און זי װײס עס ― ער רופֿט זי ניט מיט קײן אַנדער נאָמען, אױסער „וצדקתך“, אָדער „די רביצין“, און בעטי האָט פֿײַנט איר מומע טױבע, װי דעם טױט, נאָר דערפֿאַר, װאָס זי האָט אַ צו גלאַנצנדיקן שטערן. און אױב מע הערט אױס אירע בױמלדיקע דרשות מיט איר מוסר זאָגן, און אױב מע קומט צו איר אַלע שבת און יום־טובֿ צו גאַסט, ― איז נאָר פֿון יוצא װעגן, װײַל זי איז די נגידית אין דער משפּחה…

נאָר אײן שׂרה קאָן מיט איר אױסקומען, װײַל די צװײ מאַמעס, װאָס האָבן בײדע צרות פֿון קינדער, װײסן אײנס בײַ דאָס אַז טױבעס ייִנגערע טאָכטער אין געװען פֿאַרליבט אין אַ פּראָװיזאָר,