דער בלוטיקער שפּאַס: 22: אין טעאַטער

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס צװײ־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: אין טעאַטער

געקומען אין טעאַטער אַרײַן, האָט מען זיך אױסגעטאָן אין דער גאַרדעראָבע, און בעטי האָט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך דעם װײַסן װאַרעמען קאַפּאָר און געבליבן אין איר שװאַרץ אײנפֿאַך קאַשעמירן קלײד מיט שװאַרצן סטעקליאַרוסстеклярус: פּאַטשערקע, קרעל, װאָס האָט זיך אָפּגעפֿינקלט אױף אירע פּראַכטפֿול־אױסגעקײַלעכיקטע פֿאָרמען, און אירע אײנפֿאַך־פֿאַרקעמטע האָר, װאָס האָבן אַרומגעברעמט איר קלאָר מאַטעװן פּנים, האָבן איר צוגעגעבן אַזױ פֿיל חן, אַז מע האָט זי גיך באַמערקט אין טעאַטער צװישן אַ סך אַנדערע שײנהײטן אינעם דאָזיקן אָװנט, און אַ סך־אַ סך אױגן האָבן אױף איר געקוקט. אַ סך לאָרנעטן און בינאָקלען האָבן זיך אָנגעשטעלט אַהין, װוּ דאָס פּאָרל האָט זיך באַזעצט. דאָס האָבן זײ געזען בײדע, און בײדע האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די לאָרנעטן מיט די בינאָקלען זענען אָנגעשטעלט אַלע אױף דעם דאָזיקן שײנעם מײדל מיט איר יונגען באַגלײטער, װאָס קאָן זײַן אָדער אירער אַ ברודער, אָדער אַ חתן, אָדער אַזױ אַ באַקאַנטער קאַװאַליר… דאָס האָט געפֿירט דערצו, אַז בעטיס בליִענדע בעקלעך מיט אירע כאַראַקטער־הן־גריבעלעך זאָלן זיך נאָך מער פֿאַררױטלען, װי רעכטע צײַטיקע פֿערשקעס, ביזן װײַסן האַלדז אַרײַן, און זי זאָל װערן נאָך מער רײצנד און נאָך מער ציִען אױף זיך די אױגן פֿון פּובליקום, װאָס האָט צוליב שאַליאַפּינען אָנגעפֿילט דעם פּאַרטער, די לאָזשן מיט דער גאַלעריע פֿון אױבן ביז אַראָפּ, אַזױ אַז ס'איז ניט געװען אַן עפּל דורכצוּװאַרפֿן.

ערשט דעמאָלט האָבן די לאָרנעטן מיט די בינאָקלען אױפֿגעהערט צו קוקן אױף דער אַרײַנגעקומענער בעטי, אַז עס האָט זיך אױפֿגעהױבן דער פֿאָרהאַנג און אַלע אױגן האָבן זיך געקערט צו דער סצענע צו, געזוכט דעם באַרימטן װעלט־קומירкумир: געץ, דעם באַליבטן אָפּגאָט שאַליאַפּין, װעמענס נאָמען עס האָט אָנגעפֿילט דאָס טעאַטער אינעם דאָזיקן אָװנט.

אױך בעטי איז געקומען צוליב דעם דאָזיקן קומיר, צוליב שאַליאַפּינען, אין טעאַטער אַרײַן, און גיך האָט זי זיך אינגאַנצן, מיט אַלע אירע חושים, אַריבערגעטראָגן אַהין אױף דער סצענע, גלײַך מיט אַ סך אַנדערע. בעטי איז געקומען אַהער ניט נאָר פֿון יוצא װעגן, אונטערהאַלטן די מאָדע פֿון גײן אין טעאַטער אַרײַן, נאָר טאַקע אױסגעגאַנגען מיט לײַב און לעבן הערן אַזאַ באַרימטן זינגער און שפּילער, װי אָט דער שאַליאַפּין.

נאָר אױב בעטיס נשמה איז געװען דאָרטן אױף דער סצענע, איז איר באַגלײטער ראַבינאָװיטש געװען דאָ, אין פּאַרטער, נעבן איר, נעבן בעטין, צוליב װעלכער ער האָט אײגנטלעך פֿאַרפֿירט דעם גאַנצן ענין שאַליאַפּין. אים איז אָט דער זינגער װינציקער פֿון אַלץ געלעגן אין זינען. ער איז געקומען אַהער מיט בעטין נאָר צוליב דעם, ער זאָל קאָנען בלײַבן מיט איר אַלײן און אַנטדעקן איר סוף־כּל־סוף דאָס, װאָס ער האָט זיך געקליבן איר צו אַנטדעקן דעמאָלט נאָך, אױף מאָרגן נאָך דער אָבלאַװע… און אױב עס אין געװען אַן אָפּהאַלט ביז אַהער, איז דאָס נאָר דערפֿאַר, װאָס ער איז נאָך מיט זיך אַלײן ניט געװען אינגאַנצן פֿאַרטיק. ער האָט נאָך נישט געװוּסט, אױף װיפֿל זײַנע געפֿילן צו איר זענען טאַקע אַזױ ערנסט… ערשט אין דער לעצטער צײַט האָט ער זיך אינגאַנצן איבערצײַגט, אַז ער קאָן אָן איר ניט לעבן, און אַז זײַן גאַנצע קאָמעדיע, דער גאַנצער שפּאַס, װאָס ער האָט זיך געביטן מיט זײַן חבֿר מיט די נעמען, איז געװען פֿון אים נישט מער װי אַ באַשערטע זאַך, אַ פֿאַטאַלער שריט, אױף צו באַגעגענען זיך מיטן דאָזיקן מײדל, צו פֿאַרליבן זיך אין איר ביז צום שטאַרבן און צו פֿאַרבינדן זיך מיט איר אױף אײביק!…

אמת, ער האָט געװוּסט גאַנץ גוט, אַז עס שטײט אים פֿאָר נאָך גענוג אָפּהאַלטענישן און דערנער אױף זײַן װעג. ער האָט געװוּסט גאַנץ גוט, װאָס פֿאַר אַ מלחמה ער װעט דערפֿאַר אױסשטײן אין דער הײם מיט זײַן קאַפּריזנעם פֿאָטער און נאָך מער מיט זײער גאַנצע עכט־רוסישע פֿאַמיליע, װאָס װעט געװיס ניט אָנשטײן, אַז ער, גרישאַ פּאָפּאָװ, זאָל חתונה האָבן מיט אַ מײדל, װאָס קומט אַרױס פֿון ייִדן!… ער האָט דאָס אַלצדינג גאַנץ גוט געװוּסט, גענוג מאָל זיך איבערגעלײגט, טױזנט מאָל איבערגעטראַכט אױף אַלע זײַטן און אױף אַלע פֿאַלן, און געפֿונען, אַז עט! ס'איז נישטאָ זיך װאָס צו שרעקן, ער װעט אַלצדינג איבערקומען בשלום. דער פֿאָטער װעט אים מוחל זײַן. די פֿאַמיליע װעט פֿאַרגעסן. ער איז ניט דער ערשטער, ער איז ניט דער לעצטער… האָבן מיר דען ניט געהאַט אַ מיניסטער בײַ אונדז אין אונדזער לאַנד, און אַ געהױבענעם מיניסטער, װעלכער האָט אַ װײַב, װאָס קומט אַרױס פֿון ייִדן?…

אײן זאַך נאָר איז בײַ אים געװען שװערלעך: פֿון װאָס זאָל ער אַצינד מיט איר אָנהײבן פֿריִער? צי זאָל ער איר פֿריִער אױפֿדעקן, װאָס ער איז? אָדער ער זאָל בײַ איר געװױרע װערן, װאָס װאָלט זי געטאָן, װען זי זאַל זיך פֿאַרליבן אין אַ קריסט און זי זאָל צוליב דעם דאַרפֿן איבערבײַטן דעם גלױבן?…

מן־הצד האָט ער אײנמאָל געהאַט שױן װי פֿאָרגעלײגט איר אַזאַ מין פּראָבלעם, האָט זי אים גאַנץ ערנסט געענטפֿערט, אַז דאָס איז איבערהױפּט קײן פּראָבלעם, װײַל ס'איז אַ זאַך, װאָס עס קאָן ניט זײַן.

― פֿאַרװאָס קאָן עס ניט זײַן? ― האָט ער זי איבערגעפֿרעגט און געװאָרן אַ ביסל אומרויִק.

― אַזױ. עס קאָן ניט זײַן דער פֿאַל, ― האָט זי אים געענטפֿערט ― אַז בײַ איצטיקע שאַרפֿע אומשטענדן אין אונדזער לאַנד און בײַ איצטיקע נאַציאָנאַלע רײַבונגען אין דער װעלט בכלל זאָל אַ קריסט קאָנען פֿאַרליבן זיך ערנסט אין אַ ייִדיש קינד…

און נישט מער?… איז די משמעות, אַ פּנים, אַז אינגאַנצן װענדט זיך נאָר אין דעם, אױף װיפֿל דער קריסט זאָל זיך האָבן ערנסט פֿאַרליבט?… אױב אַזױ, איז דאַנקען גאָט, װאָרעם װי קאָן מען שױן זײַן מער ערנסט פֿאַרליבט, װי ער אין פֿאַרליבט אין בעטין?…

און אַז בעטי איז פֿאַרליבט אין אים ― דאָס אין דאָך געװיס אָן אַ שום ספֿק. דאָס זעט דאָך אַ מינדסט קינד. אַפֿילו די מוטער אירע װײס עס, און אַז די מוטער װײס, װײס דאָך, מסתּמא, דער פֿאָטער אױך, און דאַכט זיך, אַז זײ האָבן גאָרנישט אַקעגן?… נישמער, זײ װײסן ניט, װער ער איז און פֿון װאַנען ער שטאַמט? ― איז דאָס אױך פֿון די קלײניקײטן. אַדרבה, לאָזן זײ נאָר געװױרע װערן, װער זײַן פֿאָטער איז?

און עס שטעלן זיך אים פֿאָר פֿאַרשידענע בילדער און לעבעדיקע סצענעס. אײנע פֿרײלעכער פֿון דער אַנדערער. פֿריִער, װי אַזױ דוד שאַפּיראָ װעט דאָס װערן איבערראַשט, אַז ער װעט דערהערן דעם נאָמען מיטן טשין פֿון זײַן פֿאָטער, מיטן טיטל „יעװאָ פּרעװאָסכאָדיטעלסטװאָєво превосходительство: זײַן עקצעלעץ“, און מיט דער צײַט אפֿשר „יעװאָ װיסאָקאָ־פּדעװאָסכאָדיטעלסטװאָєво високо превосходительство: זײַן הױכע עקצעלענץ“, ― כאַ־כאַ־כאַ!… און שׂרה? אַך! װאָס װעט זאָגן שׂרה שאַפּיראָ, אַן אױסער טשינעס און אױסער טיטלס, איז פֿאַראַן בײַ זײַן פֿאָטער אײגענע דערפֿער, פֿעלדער און װעלדער אין ט־װער גובערניע, װאָס טרעפֿן אָן אַ סך מער װי אַ מיליאָן, פֿון װעלכן זי איז אַזױ נתפּעל געװאָרן, כאַ־כאַ־כאַ!

פֿון בעטין שמועסט מען ניט, אַז זי װעט זײַן גליקלעכער פֿון גליקלעך, אַז זי װעט געװױרע װײען, װער איז אָט דער, װאָס איר האַרץ האָט אױסדערװײלט!…

און ער שטעלט זיך שױן פֿאָר באַצײַטנס, װי איר פּנים װעט דאָס שײַנען פֿון גדלות און װי אירע אױגן װעלן דאָס לײַכטן פֿון גליק… און נאָכדעם, װי זײ זעצן זיך אױף בײדע און פֿאָרן צו אים אַהײם, אין ט־װער גובערניע… און װי אַזױ דערנאָך, ער װעט קומען מיט איר פֿאַר זײַן פֿאָטער… װאָס דער פֿאָטער װעט אים זאָגן, און װאָס ער װעט זאָגן דעם פֿאָטער… און רעד פֿאָטער זײַנער איז דאָך אַפֿילו אַ קאַפּריזנער, אָבער באמת אַ גוטער, אַ װײכער מענטש; ער װעט נאָר אַ קוק געבן אױף זײַן אױסדערװײלטע און רעדן מיט איר צװײ װערטער, װעט ער איר גלײַך מוחל זײַן איר שטאַם, װאָס קײנער קאָן זיך אַזױ ניט האַלטן װי בעטי. זי פֿאַרדינט באמת אײַנצושטײן, װי איר מוטער שׂרה שאַפּיראָ זאָגט, „,אין קײזערלעכע פּאַלאַצן“…

און ער װאַרפֿט אַן אױג אױף זײַן אױסדערװײלטע, װאָס זיצט אָט דאָ מיט אים אַצינד אין טעאַטער, און זי חלומט אַפֿילו ניט פֿון אַזאַ גליק, װאָס װאַרט אױף איר אין דער װעלט….

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָר אָט האָט זיך געענדיקט דער ערשטער אַקט, און אונדזער גליקלעך פּאָר הײבן זיך אױף פֿון זײערע ערטער און גײען גלײַך מיט אַלע אַרױס פֿון פּאַרטער אין װעסטיבול אַ ביסל שפּאַצירן הין און צוריק. דאָרט װעט ער מיט איר קאָנען רעדן פֿרײַ. דאָרט װעט ער איר הײַנט אױפֿדעקן סוף־כּל־סוף דעם הײליקן סוד, װאָס ער טראָגט אױפֿן האַרצן, דעם גרױסן שפּאַס, װי אַזױ ער איז פֿון אַ פּאָפּאָװ פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אױף אַ יאָר צײַט אין אַ ראַבינאָװיטש, און צוליב װאָס דאָס אין געטאָן געװאָרן, און װאָס איז דערפֿון אַרױס… אַן עק. הײַנט דאַרף דאָס געשען.

דאָס דרײַ־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: צװײ באַגעגענישן

װי נאָר אונדזערע יונגע לײַט זענען אַרױס פֿון פּאַרטער און אַרײַנגעטראָטן אין װעסטיבול, דאָרט װוּ עס שפּאַצירט אַרום דער עולם, אַזױ האָבן זײ גלײַך באַמערקט אַ באַקאַנטע הױכע פֿיגור, מיט ברײטע פּלײצעס, רױטלעכע אױגן און גראָבע תּאװהדיקע ליפּן. דער פּאַרשױן איז געשטאַנען די הענט פֿאַרלײגט אַהינטער און דורכגענומען זײ מיט די אױגן.

זײ האָבן בײדע גלײַך דערקענט אין אים יענעם פּאַרשױן פֿון דער נאַכט־אָבלאַװע, װאָס האָט געהאַט אָפּגעפֿירט ראַבינאָװיטשן אין געפֿענקעניש. נישמער דעמאָלט איז ער געגאַנגען אָנגעטאָן װי אַ טשינאָװניק; איצט איז ער געװען אײַנגעצױגן אין אַ לאַנגן שװאַרצן ראָק, געשטאַנען אױף אײן אָט, װי אױף דער װאַכט, און נאָר געװאָרפֿן מיט די אױגן רעכטס און לינקס אױפֿן פּובליקום, װאָס האָט שפּאַצירט אַהין און אַהער.

ראַבינאָװיטשן מיט בעטין האָט ער באַגלײט מיט אַ באַזונדערן שאַרפֿן קוק פֿון זײַנע רױטלעכע אױגן. בעטי האָט געפֿילט אױף זיך דעם דאָזיקן קוק, װאָס האָט זי דורכגעברענט װי אַן עלעקטרישער שטראָם…

― ס'איז ער?… ― האָט זי אַ פֿרעג געגעבן בײַ איר קאַװאַליר, אַלײן ניט װיסנדיק, פֿאַרװאָס עס קלאַפּט איר אַזױ דאָס האַרץ, און זי האָט זיך אינסטינקטיװ צוגעטוליעט צו זײַן האַנט, װאָס ער האָט איר אונטערגעשטעלט.

― נו איז װאָס, אַז ס'איז ער? ― האָט איר ראַבינאָװיטש געענטפֿערט, געװאָלט זי באַרויִקן, און אַלײן האָט ער אין האַרצן אָפּגעשיקט דעם דאָזיקן נפֿש צו אַלדי שװאַרצע יאָר! ער איז