דער בלוטיקער שפּאַס: 21: די גליקלעכע מאַמע

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס אײן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: די גליקלעכע מאַמע

דעמזעלבן טאָג אױפֿדערנאַכט, אַז דוד איז נאָך ניט געװען אין דער הײם און בעטי איז געװען בײַ זיך, אָנגעטאָן זיך גײן אין טעאַטער אַרײַן, האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אַרײַנגעכאַפּט צום קװאַרטיראַנט כּלומרשט אַכטונג געבן, אױב עס הײצט זיך אין הרובע, און דערװײַל געמאַכט אַ שמועס מיט אים נאָך אַ מאָל װעגן דער מומע די מיליאָנערשע. זי װײסט שױן אַפֿילו, װי אַזױ זי הײסט. לאה רופֿט מען זי. (בײַם שלימזל קומט אױס ניט לאה, װי מע זאָגט בײַ אונדז, נאָר ליאַ) און אַז דעם פֿעטער האָט מען גערופֿן אַבראַם אַבראַמיטש…

שׂרה שטעלט אַװעק אירע אױגן אױפֿן קװאַרטיראַנט:

― װי איז דאָס מעגלעך? װי קאָן בײַ אונדז געמאָלט זײַן, אַז דער טאַטע זאָל הײסן אַבֿרהם און דער זון אױך אַבֿרהם? ס'איז נאָר בײַ גױים קאָן זײַן אַזאַ זאַך: דער טאַטע איװאַן און דער זון איװאַן… איװאַן איװאַנאָװיטש…

ראַבינאָװיטש קוקט אױף דער מאַדאַם שאַפּיראָ װי אַ פֿאַרשולדיקטער, כאָטש ער װײס ניט, אין װאָס איז אײגנטלעך זײַן זינד. אַ גליק װאָס שׂרה אַלײן קומט אים צו הילף. זי מאַכט צו אים:

― סײַדן אײַער פֿעטער איז געבױרן געװאָרן שױן נאָך זײַן טאַטנס טױט?

ראַבינאָװיטש כאַפּט זיך אָן אין דעם װי אַ מענטש, װאָס טרינקט זיך:

― אמת, ריכטיק. מײַן פֿעטער איז געשטאָרבן אײדער זײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן, דאָס הײסט איך װיל זאָגן, אַז זײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אײדער דער פֿעטער איז געשטאָרבן… טפֿו! װאָס פֿאַר אַ טשעפּוכאַ?… און בײדע הײבן זײ אָן צו לאַכן.

― לאָזן שױן אײַערע שׂונאים רעדן פֿאַר אײַך! ― מאַכט צו אים שׂרה און ניט אַזױ גיך לאָזט זי אים אָפּ פֿונעם „דאָפּראָס“.

― װאָס איז ער געװען, אײגנטלעך, אײַער פֿעטער? ― פֿרעגט אים שׂרה, קוקנדיק שױן ניט אױף אים, נאָר אַרױף אױף דער סטעליע, און באַקומט אַן ענטפֿער פֿונעם קװאַרטיראַנט:

― װאָס ער איז געװען?… אַ מענטש איז ער געװען.

― איך װײס ― זאָגט שׂרה, ניט צונעמענדיק די אױגן פֿון דער סטעליע ― איך װײס, אַז אַ מענטש, ניט קײן חיה. איך מײן, מיט װאָס האָט ער געהאַנדלט?

ראַבינאָװיטש, אַז ער איז נאָך ניט געװען ראַבינאָװיטש, נאָר פּאָפּאָװ, האָט געהערט װיפֿל מאָל, אַז ייִדן האַנדלען מיט אַלטע שמאַטעס. איז אים דעריבער אײַנגעפֿאַלן אַ זאָג צו געבן:

― מיט װאָס ער האָט געהאַנדלט? מיט שורום־בורום האָט ער געהאַנדלט.

שׂרה האָט דערלאַנגט אַ פּליעסקע מיט בײדע הענט און אַװעקגעשטעלט די אױגן אױפֿן קװאַרטיראַנט:

― װאָס רעדט איר? פֿון שורום־בורום? װי אַזױ װערט מען דאָס פֿון אַ שורום־בורום אַ מיליאָנער? װײ איז מיר!

דער קװאַרטיראַנט האָט געזען, אַז װאָס װײַטער איז ערגער, ער זינקט װי אין אַ זומפּ, האָט ער דעריבער געאײַלט זיך צורעכט מאַכן און פֿאַרענטפֿערן.

אַן ראַבינאָװיטש איז נאָך ניט געװען ראַבינאָװיטש, נאָר פּאָפּאָװ, האָט ער געהערט, אַז ייִדן װערן רײַך פֿון דעם, װאָס זײ שפּאָרן אָפּ, קלײַבן אַ גראָשן מיט אַ גראָשן… דער דאָזיקער תּירוץ איז, װײַזט אױס, אָפּגעגאַנגען בשלום, װאָרעם שׂרה שאַפּיראָ האָט געבראָכן די פֿינגער און געזאָגט צום קװאַרטיראַנט:

― אַ מעשׂה! אַ מעשׂה! האָט ער דאָך באַדאַרפֿט לעבן מתושלחס יאָרן!… ניט אַנדערש, אַז ער אין געװען אַ זקן און זי אין בײַ אים געװען דאָס אַנדערע װײַב?

― איר האָט כּמו װי געטראָפֿן…

― געװיס האָב איך געטראָפֿן, ― מאַכט צו אים שׂרה שאַפּיראָ. איך טרעף תּמיד, װײַל איך גײ מיטן גלײַכן װעג… איך בין ניט אַזױ אַלט װי געניט. מײַן מאַן איז אַ ביסל, װי איר זעט אים אַ שװידקײшвидкий: גיכער, בײַ אים איז אַלצדינג גיך־גיך. און דער עיקר, װאָס ער גלױבט ניט אין יענעמס גליקן. איר האָט דאָך געהערט, װאָס ער זאָגט: „ייִדישע מיליאָנען“… ער מײנט, אַז ער האָט ניט, האָט קײנער ניט. רױטשילד אױך ניט. הערט אים ניט, װאָס ער װעט אײַך זאָגן!… און בעטי איז דאָך גלאַט ניט שײך. װאָס װײסט זי, אַ קינד, אין אַזעלכע זאַכן? איך בין געניטער פֿון זײ אַלעמען. דעריבער זאָלט איר האָרכן, װאָס איך זאָג אײַך. ס'איז ניט מײַן עסק, נאָר איר זאָלט מיך װעלן פֿאָלגן, װאָלט איר באַדאַרפֿט אַ ביסל אָפֿטער זיך איבערשרײַבן מיט אײַער מומע. פֿאָרט אַ ייִדענע אַן אַלמנה און אײן מענטש אַלײן… װען רעכנט איר זיך מיט איר צו זען?

ראַבינאָװיטש האָט אַ טראַכט געגעבן:

― איך רעכן… אױב ניט אױף ראָזשדעסטװאָрождество: ניטל, איז אױף פּאַסכאָпасха: חגא

― װאָס פֿאַר אַ ראָזשדעסטװאָ בײַ ייִדן? װאָס פֿאַר אַ לשון פּאַסכאַ? אַלע אונדזערע יום־טובֿים, האָב איך שױן באַמערקט װיפֿל מאָל, הײסן בײַ אײַך גױיִשע נעמען. חנוכּה איז בײַ אײַך ראָזשדעסטװאָ. פּסח ― פּאַסכאַ. שבֿועות ― טראָיצעТроицын день: פּענטעקאָסט… ס'איז ניט מײַן עסק, נאָר איך האָב אײַך שױן װיפֿל מאָל געװאָלט פֿאָרהאַלטן, אַז ס'איז ניט רעכט, פּשוט ניט שײן פֿאַר לײַטן… יעדער, װער עס זעט אײַך און רעדט מיט אײַך עטלעכע װערטער, װיל זיך גאָר ניט גלױבן, אַז איר זעגט אַ ייִד… שאַט! װאָס דאַרפֿט איר מער, אָט נעמט אונדזער דאָקטאָר, האָט ער מיר אַנומלטן געזאָגט נאָך אַ מאָל, אַז װען איר זאָלט ניט הײסן, זאָגט ער, ראַבינאָװיטש, װאָלט ער קײנמאָל אין דער װעלט ניט געזאָגט, זאָגט ער, אַז איר זענט אַ ייִדיש קינד…

― טאַקע באמת? ― זאָגט ראַבינאָװיטש מיט אַ געלעכטער און װערט רױטלעך.

― טאַקע באמת? װאָס־זשע? איך װעל אײַך אױסטראַכטן? און נאָך אַ זאַך. איר האָט אַ טבֿע, אַז איר װילט עפּעס זאָגן װעגן ייִדן, זאָגט איר ניט „בײַ אונדז“, נאָר „בײַ אײַך“. אַ מיאוסע טבֿע, כ'לעבן. ס'איז ניט מײַן עסק, נאָר איר דאַרפֿט אײַך זען אָפּגעװױנען פֿון דעם. איך בין אײַך אַ גוטער פֿרײַנד, דעריבער זאָג איך עס אײַך… אָט איז בעטי! ― מאַכט זי צו דער טאָכטער, װאָס שטײט אין דער טיר אַן אָנגעטאָנע מיט אַ װאַרעמען קאַפּאָרкапор: קאַפּישאָן אױפֿן קאָפּ, װאָס מע זעט אַרױס מער ניט אַז אירע שײנע קאַרע אױגן מיט די געדיכטע ברעמען און אַ שפּיץ נעזל. ― איך זאָג צו אונדזער קװאַרטיראַנט, זאָג איך, אַז ער זאָל אַכטונג געבן, זאָלסט ניט אַרױסלױפֿן פֿון טעאַטער גלײַך אין דרױסן אַרױס אַ פֿאַרשװיצטע. זאָלסט זיך פֿריִער אָפּקילן זאָלסט דו זיך. דו הערסט, װאָס מע רעדט צו דיר? איך בעט אײַך טאַקע, ראַבינאָװיטש, למען־השם, איר זאָלט אַכטונג געבן אױף איר, זי זאָל זיך ניט פֿאַרקילן, חס־ושלום, אײַער שאַליאַפּין זאָל מיך, חלילה, ניט קאָסטן טײַער!…

― זײַט זיכער, מאַטושקאַ, פֿאַרלאָזט זיך אױף מיר! ― באַרויִקט זי דער קװאַרטיראַנט, אַ גליקלעכער, אױב ניט דער גליקלעכסטער, לױפֿט אַראָפּ פֿון די טרעפּ אינאײנעם מיט בעטין, טוט אַ פֿײַף און אַ געשרײ אױס אױפֿן מאָסקװער שטײגער: ,,ע, װאַנקאַ!“… עס יאָגן אָן דרײַ װאַנקעס מיט אַ הוק און מיט אַ געפּילדער. זײ זעצן זיך אַרײַן בײדע אין אײן שליטעלע אַרײַן; ער דעקט זי אָן אין דער װאַרעמער באַרעניצע, נעמט זי אַרום מיט אײן האַנט פֿון הינטן פֿאָרזיכטיק, פּאַװאָלינקע, װי מע נעמט אַרום אַ טײַערע כּלי, אָדער אַ סטאַטוע, װאָס קאָן אַראָפּפֿאַלן און זיך צעברעכן, און הײסט דעם „װאַנקע“, ער זאָל ,פֿליִען אין אײן אָטעם! װאַנקע פֿאָלגט אים, אַ שמײַס אױפֿן פֿערדל, און דאָס שליטעלע טראָגט זײ פֿײַל אױסן בױגן.

דער שנײ פֿון בײדע זײַטן ברעקלט זיך, פֿאַרשפּריצט זײ מיט קאַלטע טראָפּנס דאָס פּנים, די שטערן פֿונעם מעטאַל־קלאָרן קאַלטן װינטער־הימל שעמערירן, קאָנקורירן מיט די ניט זײער אָפֿטע און ניט זײער שײַנענדיקע גאַס־לאַמטערנעס. און שׂרה שאַפּיראָ שטײט בײַם פֿענצטער, טיף אַרײַנגעשטעקט די נאָז אין גלאָז אַרײַן, און קוקט זײ נאָך, װי דאָס שליטעלע האָט זײ אַװעקגעטראָגן, און איר האַרץ קלאַפּט איר שטאַרק, זי װײסט ניט פֿון װאָס: אפֿשר פֿאַר גרױס פֿרײד?… אירע מאַמעס אױגן זעען דאָס, װאָס נאָר אַ מאַמע, אַ גליקלעכע מאַמע, קאָן זען, און איר מאַמעס האַרץ פֿילט דאָס, װאָס נאָר אַ מאַמע, אַ גליקלעכע מאַמע, קאָן פֿילן, און זי טראַכט זיך: „װער װײס? אפֿשר איז דאָס אַ באַשערטע זאַך?… אפֿשר איז דאָס אַ זיװג?“… און די גליקלעכע מאַמע פֿאָרט זײ נאָך ― אין דער מחשבֿה גלײַך ביזן טעאַטער. און זי גײט מיט זײ ― אין דער מחשבֿה ― גלײַך אין טעאַטער אַרײַן. זיצט מיט זײ אַ בענקל נעבן אַ בענקל. גײט זײ נאָך פֿוסטריט. הערט זיך אײַן, װי זײ רעדן האַלבע װערטער. זעט, װי זײ דריקן זיך אײנס דאָס אַנדערע די האַנט. קוקן זיך אײנס דאָס אַנדערע אין די אױגן. אָ! זי פֿאַרשטײט, װאָס באַדײַט זײער קוק. זי אין אַ מבֿין אױף די האַלבע װערטער… װי לאַנג איז זי אַלײן געװען אַ מײדל און איר דוד אַ בחור …

און שׂרה שאַפּיראָ דערמאַנט זיך אין יענער גליקלעכער צײַט, װאָס, דאַכט זיך, אָט ערשט ניט לאַנג איז דאָס געװען, װען איר דוד, אַ ציקאַװע בחורל, אַ פּאַרשױן, אַ קענער, ― אַ מושלם בכל המעלות, איז אױסגעגאַנגען נאָך אירע טריט, געשריבן איר אַזעלכע הײסע ליבע־בריװלעך, געשװאָרן, אַז ער װעט זיך דאָס לעבן נעמען, אױב מע װעט אים ניט געבן שׂרהן!… און שׂרהס טאַטע, אַ ייִד אַ חסיד, געװײקט בײַם רבין, האָט נישט געװאָלט הערן ניט זען פֿון דעם דוד שאַפּיראָ, דערפֿאַר װײַל ער איז אַ „כּל־בוניק“, כאָטש ער האָט אַ רײַכן טאַטן, װאָס װיל זיך לאָזן קאָסטן מי־יודע װיפֿל, אַבי האָבן שׂרהן פֿאַר אַ שנור!… עס איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז דאָס יונגע פּאָר האָבן שױן געהאַט אָפּגערעדט צװישן זיך, אַז דוד זאָל מקדש זײַן שׂרהן פֿאָר צװײ עדות, אָדער גאָר אױפֿהײבן זיך און אַװעקפֿאָרן פֿון זײער שטעטל אין אַ גרױסער שטאָט אַרײַן און דאָרט שטעלן אַ חופּה…

אַך! אָט ערשט נעכטן, דאַכט זיך, איז געװען דער דאָזיקער חלום, און אָט שטײט זי הײַנט בײַם פֿענצטער און קוקט זיך אײַן אין איר טאָכטער, װאָס פֿליט דאָרט אױף אַ שליטעלע מיט אַ פֿרעמדן בחור, אפֿשר מיט איר באַשערטן?…

און זי בעט גאָט, די גליקלעכע מאַמע, אַז אױב דאָס איז טאַקע איר באַשערטער, זאָל ער זײַן דאָס, װאָס זי, שׂרה שאַפּיראָ, מײנט אױף אים… דאַכט זיך, אַ װױלער בחור?… מיט אַ ירושה האָט אים שױן דער אױבערשטער באַװאָרנט, אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן… הלװאַי זאַל ער נאָך אַלײן זײַן דערצו אַזױ, װי ער װײַזט זיך איר אױס… זי זאָל זיך אין אים, חלילה, ניט אָפּנאַרן… נישקשה, איר בעטין שטײט אָן צו האָבן אי אַ פֿײַנעם חתן, אי אַ מיליאָן… אַ מיליאָן?! ס'איז נאָר גרינג אױסצורעדן אַ מיליאָן!… אַ װערטעלע אַ מיליאָן! ― אַ גאַנצער מיליאָן!… עס דאַרף זײַן, אַ פּנים, גאָר ניט שלעכט, אַז מע האָט אַ טאָכטער אַ מיליאָנערשע…

― װוּ איז בעטי? װוּ איז דער קװאַרטיראַנט? אַ ברענענדיקער פֿראָסט אין דרױסן!

דוד שאַפּיראָ איז אַרײַנגעקומען אָן אַ קלונג, װי אַלע מאָל, אַן איבערגעפֿרױרענער, מיט װײַסע ברעקלעך אײַז אױף די װאָנצעס. דערװוּסט זיך פֿונעם װײַב, אַז זײ זענען אין טעאַטער אױף שאַליאַפּינען, װערט פּלוצעם דוד משוגע.

― װאָס פֿאַר אַ געהעכטס פּלוצעם אין טעאַטער אַרײַן אַלײן?

― מזל־טובֿ, סקאָצל קומט! ― פֿאַלט אָן אױף אים שׂרה. ― איך האָב דאָך דיר נאָך אינדערפֿרי, דאַכט זיך, געזאָגט, אַז זײ האָבן בילעטן אױף שאַליאַפּינען און אַז זײ גײען אין טעאַטער אַרײַן, הײַנט װאָס פֿײַערסט דו װי אַ קוריערסקי פּאָיעזד?

― אַ גדולה שאַליאַפּין! ― הערט דוד ניט אױף צו פֿײַערן און אַרומשפּאַנען איבער דער שטוב, אָנװאַרעמענדיק זיך די איבערגעפֿרױרענע פֿאַרקלעצלדיקטע פֿיס אין אײנװעגס. ― נײן. איך װאָלט זײ ניט געלאָזט אַלײן אין טעאַטער אַרײַן. בשום־אופֿן ניט! פֿאַר קײן געלט!… װאָס פֿאַר אַ געהעכטס אַלײן אין טעאַטער אַרײַן? נײן. אָט טו איך מיך אָן און גײ אױך אַהין. לאָמיך מיך נאָר אַ ביסל אָנװאַרעמען… שאַליאַפּין! קױם דערלעבט! נאַ דיר גאָר שאַליאַפּין!…

― שױן? האָסט שױן געענדיקט? ― מאַכט צו אים שׂרה און גײט צו צו אים נאָענט און פֿאַרקוקט אים אין די אױגן אַרײַן און רופֿט זיך אָן צו אים מיט אַ נײַעם װײכן טאָן:

― דוד!….

און מער נישט… דוד שאַפּיראָ האָט באַלד אױפֿגעהערט צו פֿײַערן און צו אַרומשפּאַנען איבער דער שטוב. ער האָט נאָר אַ זאָג געגעבן צום װײַב:

― אַן איך װײס ניט, װער ער איז און װאָס ער איז?.,.

― דוד, װאָס רעדסט דו? װאָס נאָך דאַרפֿסט דו װיסן? אַ בריליאַנטענער בחור. אַ גאָלדענע מעדאַל. אַ רײַכע מומע פֿון כּמעט אַ מיליאָן, און ער איז איר אײנציקער יורש…

― גוט. אָבער ער אַלײן װער איז? זײַן טאַטע װאָס איז? אַז איך װײס גאָרניט!…

― דוד.! און אַז מײַן טאַטע האָט יאָ געװוּסט, װער דײַן טאַטע איז?…

― הײבט זיך אָן אַ מעשׂה! װאָס גלײַכסט דו דאָס צו דעם? אַ סמיכות־הפּרשה!…

― פּאַפּאַשאַ! אַרױס מיט אַ פֿערציקער!

דאָס זאָגט סיאָמקע, אַרײַנגעלאָפֿן פֿון צװײטן חדרל מיט אַ צעביסענער פּען און מיט שװאַרצע פֿינגער, אײַנגעטונקען אין טינט. דער פֿאָטער הײסט זיך באַװײַזן אױף פּאַפּיר, פֿאַרװאָס עס קומט צװאַנציק קאָפּיקעס, און שׂרה טראָגט אַרײַן אַ זודיקן סאַמאָװאַר, װאָס בלעזלט זיך און בולבלט זיך לעבעדיק־פֿרײלעך און צעשפּרײט אַ װײכע װאַרעמקײט אין שטוב, און עס דערהערט זיך גיך אַן אַראָמאַט פֿון מחיהדיק־שמעקנדיקן טײ.

דאָס צװײ־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: אין טעאַטער

געקומען אין טעאַטער אַרײַן, האָט מען זיך אױסגעטאָן אין דער גאַרדעראָבע, און בעטי האָט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך דעם װײַסן װאַרעמען קאַפּאָר און געבליבן אין איר שװאַרץ אײנפֿאַך קאַשעמירן קלײד מיט שװאַרצן סטעקליאַרוסстеклярус: פּאַטשערקע, קרעל, װאָס האָט זיך אָפּגעפֿינקלט אױף אירע פּראַכטפֿול־אױסגעקײַלעכיקטע פֿאָרמען, און אירע אײנפֿאַך־פֿאַרקעמטע האָר, װאָס האָבן אַרומגעברעמט איר קלאָר מאַטעװן פּנים, האָבן איר צוגעגעבן אַזױ פֿיל חן, אַז מע האָט זי גיך באַמערקט אין טעאַטער צװישן אַ סך אַנדערע שײנהײטן אינעם דאָזיקן אָװנט, און אַ סך־אַ סך אױגן האָבן אױף איר געקוקט. אַ סך לאָרנעטן און בינאָקלען האָבן זיך אָנגעשטעלט אַהין, װוּ דאָס פּאָרל האָט זיך באַזעצט. דאָס האָבן זײ געזען בײדע, און בײדע האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די לאָרנעטן מיט די בינאָקלען זענען אָנגעשטעלט אַלע אױף דעם דאָזיקן שײנעם מײדל מיט איר יונגען באַגלײטער, װאָס קאָן זײַן אָדער אירער אַ ברודער, אָדער אַ חתן, אָדער אַזױ אַ באַקאַנטער קאַװאַליר… דאָס האָט געפֿירט דערצו, אַז בעטיס בליִענדע בעקלעך מיט אירע כאַראַקטער־הן־גריבעלעך זאָלן זיך נאָך מער פֿאַררױטלען, װי רעכטע צײַטיקע פֿערשקעס, ביזן װײַסן האַלדז אַרײַן, און זי זאָל װערן נאָך מער רײצנד און נאָך מער ציִען אױף זיך די אױגן פֿון פּובליקום, װאָס האָט צוליב שאַליאַפּינען אָנגעפֿילט דעם פּאַרטער, די לאָזשן מיט דער גאַלעריע פֿון אױבן ביז אַראָפּ, אַזױ אַז ס'איז ניט געװען אַן עפּל דורכצוּװאַרפֿן.

ערשט דעמאָלט האָבן די לאָרנעטן מיט די בינאָקלען אױפֿגעהערט צו קוקן אױף דער אַרײַנגעקומענער בעטי, אַז עס האָט זיך