דער בלוטיקער שפּאַס: 18: נאָך דער „אָבלאַװע“

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס אַכצנטע קאַפּיטל: נאָך דער „אָבלאַװע“

די נאַכט, װאָס אונדזער העלד האָט פֿאַרבראַכט אין געפֿענקעניש אַן שלאָף, און דאָס ביסל צרות, יסורים, אױפֿרעגונג און עגמת־נפֿש, װאָס ער איז אױסגעשטאַנען פֿון דעם אַלעם, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט, איז ניט אָפּגעלאָפֿן אינגאַנצן גלאַט פֿאַר זײַן געזונט, ― און ער האָט אַביסל צוגעקרענקט. ער האָט זיך געקלאָגט, אַז דער קאָפּ טוט װײ, אַביסל געפֿיבערט און אַקעגן נאַכט איז ער שױן געלעגן בײַ זיך אין זײַן סדום־בעטל, איבערגעדעקט פֿון אױבן איבער דער קאָלדרע מיט אַ גרױסן װאַרעמען איבערבעט און געשװיצט.

דאָס איבערבעט איז געװען דער בעל־הביתטעס איבערבעט, און דאָס שװיצן איז אױך געװען איר אַרבעט. זי האָט אים אָנגעטרונקען מיט טײ פֿון טרוקענע מאַלענעס, אײַנגעדעקט װי עס געהער צו זײַן און צוגעגרײט עסיק מיט ספּירט, אַז דוד װעט קומען אױף דער נאַכט פֿון דער סלוזשבע, װעט ער אים אָרנטלעך אױסשמירן דאָס לײַב, װעט ער ערשט דעמאָלט קאָנען רעכט שװיצן.

שׂרה שאַפּיראָ האָט אַפֿילו באַלד געװאָלט שיקן די טאָכטער נאָכן דאָקטאָר, האָט זיך דער קװאַרטיראַנט אײַנגעשפּאַרט: מע דאַרף ניט.

― װאָס װעט אײַך אַרן, אַז דער דאָקטאָר װעט אײַך זען?

― מע דאַרף ניט.

― אַ באַקאַנטער דאָקטאָר, אַ הײמישער מענטש.

― מע דאַרף ניט.

― ער נעמט נישט טײַער… װיפֿל מע גיט אים…

― מע דאַרף ניט.

― אָט אַ משוגענער עקשן! ― האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אָנגערופֿן צו דער טאָכטער אױף ייִדיש און באַלד געװענדט זיך װידער צום קװאַרטיראַנט שױן אױף רוסיש:

― הערט נאָר, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן: אַלע ראַבינאָװיטשעס זענען אַזױ, אָדער נאָר איר זענט אַזעלכער?

― אַלע אַזעלכע.

― נישט בעסער פֿון די שאַפּיראָס?

― נאָך ערגער.

― װיבאַלד אַזױ, קומט דאָך אײַך טאַקע אַ מזל־טובֿ?…

דערױף האָט איר דער קװאַרטיראַנט נישט געענטפֿערט גאָרניט. ער האָט נאָר אַ קוק געגעבן אױף דער בעל־הביתטעס טאָכטער, װאָס איז געשטאַנען אינאײנעם מיט דער מוטער איבער זײַן בעטל, און בײדע האָבן זיך אַזױ געשמאַק צעלאַכט, אַז די בעל־הביתטע האָט זיך אױך צעלאַכט, אױף זײ קוקנדיק, און האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, גרײט געװען צו גײן אין קיך צושטעלן פֿאַרן קװאַרטיראַנט אַ יײַכל פֿון אַ פֿערטל עוף.

― מילא, קײן דאָקטאָר װילט איר ניט. אָבער אַ יײַכל פֿון אַ פֿערטל עוף װעט איר דאָך עסן? װײ איז מיר! פֿון װאַנען נעמען זיך אַזעלכע „קליפּות“ אױף דער װעלט?

אַזױ האָט אױסגעלאָזט די בעל־הביתטע שױן װידער אױף ייִדיש און איז אַװעק מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל אין קיך אַרײַן, און איר טאָכטער מיטן קװאַרטיראַנט האָבן אױסגעשאָסן אַ פֿרישן געלעכטער.

עס האָט זיך זײ געלאַכט, װײַל ס'איז זײ פֿון נאָך דער נעכטיקער געשיכטע אָן געװען דװקא פֿרײלעך און גוט אױפֿן האַרצן גאָר אָן אַ שום סיבה.

עס האָט זיך זײ געלאַכט, װײַל זײ זענען בײדע יונג און פֿריש און געזונט און לעבעדיק־פֿרײלעך, און אַ מאָדנער כּוח, װאָס זײ אַלײן װײסן ניט פֿון אים, שטױסט זײ אײנס צו דאָס אַנדערע פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס זײ האָבן זיך דערזען. עס מאָלט זיך זײ אױס, אַז זײ קענען זיך שױן פֿון װײס איך װען אָן. און כאָטש זײ האָבן נאָך צװישן זיך קײן שום באַזונדערע שמועסן, אַחוץ קלײניקײטן, נישט געהאַט, דאָך װײסן זײ בײדע גאַנץ גוט, װאָס זײ זענען אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע און װאָס זײ פֿילן אײנס צום אַנדערן…

די „קלײניקײטן“ זענען געװען אָט װאָס: אײנמאָל איז דער קװאַרטיראַנט געזעסן בײַם טיש מיטן קלײנעם סיאָמקען און געמאַכט מיט אים די אוראָקן. די בעל־הביתטע איז געװען אין קיך, און די טאָכטער איז געזעסן בײַם אַנדערן עק טיש איבער אַ ביכל און געלײענט. פּלוצעם הײבט זיך בעטי אױף, גלײַכט זיך אױס, מאַכט צורעכט די האָר און װיל אַװעקגײן. נעמט ראַבינאָװיטש אַ העפֿט, װאָס ליגט אױפֿן טיש, און װאַרפֿט אָן אױף דער גיך אײנצלנע אותיות, ראָשי־תּיבֿות: ל. ג. א. אַ.?… און האָט צוגערוקט דאָס העפֿט צו בעטין. בעטי האָט אָ קוק געגעבן אױף די אותיות און איז רױט געװאָרן. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די דאָזיקע איניציאַלן מאַכן: „למאַי גײט איר אַװעק?“…

האָט זי גענומען בײַ אים די פּען און אונטערגעשריבן אונטער זײַנע אותיות אױך מיט איניציאַלן.. א. ה. ג. אַ. א. ש. אַ…. ( איך האָב געמײנט, אַז איך שטער אײַך).

דערױף האָט איר ראַבינאָװיטש אָפּגעענטפֿערט אױף דער גיך מיט די דאָזיקע איניציאַלן: װ. ק. א. מ. ש.? אַ. !… (װי קאָנט איר מיר שטערן? אַדרבה! …)

דערױף האָט אים בעטי שױן ניט געענטפֿערט גאָרניט. זי האָט גאָר אַ זיפֿץ געגעבן און באַלד אַװעקגעזעצט זיך צוריק צום ביכל.

דאָס אַנדערע מאָל איז ער װידער געזעסן מיט סיאָמקען און געלערנט. בעטי איז שױן ניט געזעסן בײַם טיש, נאָר געװען בײַ זיך אין חדרל, זיך אָנגעטאָן אױף צו גײן שפּאַצירן. די מוטער איז געזעסן אָן אַ זײַט און געקליבן נחת פֿון איר בן־יחידל, װאָס לערנט אַזױ גוט, און פֿונעם לערער, װאָס גאָט האָט איר צוגעשיקט אַ כּשרע מציאה גלײַך אין שטוב אַרײַן. „דער אױבערשטער זאָל איר העלפֿן, ער זאָל זיך נאָר װעלן האַלטן מיט אַריכת ימים… ער זאָל אין דער זובאָװראַטשעבנע זיך אָפּהאַלטן אַ יאָר אָדער צװײ; דערנאָך זאָל ער אַרײַן אין אוניװערסיטעט, און דאָרט אָפּזיצן אַ יאָר פֿיר. אַחת־לאַחת װעט דערװײַל איר סיאָמקע ענדיקן אַלע אַכט קלאַסן מיט אַ מעדאַל… אַי װאָס? אָט האָט דאָך אָט דער שלימזל אַלײן אױך אַ מעדאַל ― און פֿונדעסטװעגן?… עט! ביז סיאָמקע װעט ענדיקן גימנאַזיע, קאָן נאָך קומען משיח“…

אין דעם קומט אָן בעטי אַן אױסגעפּוצטע און װענדט זיך צום קװאַרטיראַנט: װוּ האַלט דער זײגער?… ראַבינאָװיטש, אײדער ער טוט אַ קוק אױפֿן זײגער, כאַפּט דאָס העפֿטל און טוט אַ שרײַב אָן עטלעכע ראָשי־תּיבֿות: ל. ג. א. אָ. אָ. מ. ? (למאַי גײט איר אָפּ אָן מיר?).

בעטי טוט אָן די הענטשקעלעך און כאַפּט אַ קוק אין העפֿטל אַרײַן און שרײַבט אים אָן עטלעכע איניציאַלן: א. װ. א. אַ. א. (איך װאַרט אױף אײַך אונטן). און לאָזט זיך גײן.

ראַבינאָװיטש זיצט װי אױף הײסע קױלן. און װי אױף צו להכעיס, גײט הײַנט מיטן תּלמיד צו שװערלעך. סיאָמקע איז פֿאַרטראַכט, הערט ניט, װאָס מע רעדט צו אים. ער בײַסט די פּען און קוקט גאָר אַהין צום העפֿטל, אין די ראָשי־תּיבֿות אַרײַן… דער לערער האָט דאָס באַמערקט. נעמט ער דאָס העפֿטל, מעקט אױס די אָנגעשריבענע איניציאַלן און זאָגט צום תּלמיד, ער זאָל גײן מאַכן די אוראָקן דערװײַל אַלײן. שפּעטער, אַז ער װעט קומען, װעט ער מיט אים נאָך אַ מאָל אַװעקזעצן זיך אױף אַ שעה.

― אָט דאָס הײסט אַ רעפּעטיטאָר! ― טראַכט זיך שׂרה שאַפּיראָ נאָכן קװאַרטיראַנטס אַװעקגאַנג. ― ניט קײן קװאַרטיראַנט, נאָר אַן אוצר! אַ ברכה פֿון גאָט!..

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דאָס יײַכל, װאָס שׂרה שאַפּיראָ האָט צוגעשטעלט פֿאַרן קװאַרטיראַנט, כאָטש ס'איז אָפּגעקאָכט נישט מער װי פֿון אַ פֿערטל עוף, איז געװען, װי שׂרה אַלײן האָט זיך אױסגעדריקט, „טעם גן־עדן, עס מעג עסן דער מלכות“.

די זעלבע מײנונג איז געװען אױך דער קװאַרטיראַנט, װאָס האָט געפֿילט דעם טעם גן־עדן ניט אַזױ אינעם יײַכל, װי אין דעם, װאָס דערבײַ איז געזעסן בעטי, און נישט נאָר געזעסן, נאָר צוגעהאַלטן דעם טעלער און אַכטונג געגעבן, ער זאָל עס אױפֿעסן אין גאַנצן, נישט איבערלאָזן אױף דרך־ארץ. אַך! זײַן קראַנק און עסן יײַכלעך פֿון בעטיס הענט ― דערױף װאָלט ער זיך אונטערגעשריבן מיט בײדע הענט אױף װיפֿל איר װילט! דער חסרון איז נאָר, װאָס מע לאָזט זײ ניט אין צװײען אױף קײן מינוט: אָדער שׂרה שאַפּיראָ אַלײן קומט אַרײַן אַלע מאָל מיט אַן אַנדער אױסרײד, אָדער זי שיקט אַרײַן סיאָמקען, ער זאָל אַ ביסל זיצן, אָדער אָט קומט אָן דער בעל־הבית, ― דעמאָלט איז שױן געװיס זײַ געזונט!

דוד שאַפּיראָ איז אַרײַנגעפֿלױגן אין שטוב אַרײַן, װי אַלע מאָל, אומגעריכט:

― װאָס איז שױן? דער קװאַרטיראַנט איז שפֿל? װאָס איז אים? ער האָט היץ? פֿאַרװאָס שיקט מען ניט נאָכן דאָקטאָר?

― אָט איז ער דאָ, דער קוריערסקי־פּאָיעזד! ― באַגעגנט אים שׂרה מיט אַ ברוך־הבא, װי איר שטײגער איז. ― פֿון װאַנען װײסט דו, אַז מע האָט ניט געװאָלט רופֿן דעם דאָקטאָר?

― געװאָלט רופֿן? פֿאַרװאָס־זשע רופֿט מען ניט?

― גײ פֿרעג אים!

דוד שאַפּיראָ האָט פֿײַנט לאַנגע װיכּוחים, פּוסטע דיבורים. ער װײסט, אַז אַ מענטש פֿילט זיך שפֿלדיק, דאַרף מען פֿרעגן דעם דאָקטאָר. און ניט געקוקט אױף קײן פּראָטעסטן, האָט ער געכאַפּט אױף זיך דעם פּאַלטאָ און אַװעק אַלײן בכבֿודו־ובֿעצמו און געבראַכט צו פֿירן דעם דאָקטאָר, צום גרױסן באַדױערן פֿונעם קװאַרטיראַנט, װאָס האָט, זיצנדיק אָנגעשפּאַרט אױף אײן האַנט און צעװאָרפֿן די געדיכטע שװאַרצע האָר, צײַט געהאַט צו זאָגן בעטין אינגאַנצן עטלעכע האַלבע װערטער און דערבײַ איר אַ קװעטש געגעבן בײַ דער האַנט מיט זײַנע הײס־ברענענדיקע פֿינגער, חשק געהאַט צוטראָגן איר האַנט צו זײַנע, נאָך מער הײס־ברענענדיקע, ליפּן, ― אין אַקוראַט אָנגעקומען דעמאָלט דער דאָקטאָר.

שׂרה שאַפּיראָ אין געװען גערעכט, אַז דער דאָקטאָר איז אַ הײמישער מענטש. שױן אַ ביסל צו אַ הײמישער. אַלעמען רופֿט ער בײַ די נעמען. בעטין האָט ער געשענקט אַ קניפּ אין בעקל און געפֿרעגט, צי האָט זי שױן אַ חתן. דער בעל־הביתטע האָט ער דערלאַנגט אַ גלעט איבער דער פּלײצע. סיאָמקען האָט ער אַװעקגעלײגט בײַ זיך אױף די קניִעס און אָפּגעשמיסן. דערנאָך איז ער געװאָרן ערנסט, געהײסן דודן שװײַגן, און אַלײן האָט ער זיך גענומען צום קװאַרטיראַנט מער אױספֿרעגן זיך בײַ אים, װער ער איז און װאָס ער איז און פֿון װעלכע ראַבינאָװיטשעס ער איז, אײדער אױסהערן אים, װאָס אים איז. ער האָט אים נאָר אַ טאַפּ געגעבן בײַם דופֿק, צוגעלײגט דעם אױער צום האַרצן און דערלאַנגט אים אַ זעץ אין פּלײצע:

― נו, אױף אַלע קראַנקע געזאָגט געװאָרן אַזאַ קרענק און אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן אַזאַ האַרץ מיט אַזעלכע לונגען!

אַזױ האָט דער דאָקטאָר אַ זאָג געגעבן צו די שאַפּיראָס, און צום חולה האָט ער אַ זאָג געגעבן אױף ייִדיש, באַטראַכטנדיק אים דורך די שאַרפֿע ברילן:

― יונגערמאַן! איר האָט, אַ פּנים, אין אַ „חדר“ קײנמאָל ניט געלערנט?

דערהערט פֿון די שאַפּיראָס, אַז זײער קװאַרטיראַנט פֿאַרשטײט גיט קײן װאָרט ייִדיש, האָט דער דאָקטאָר זיך געגעבן אַ כאַפּ אױף פֿונעם בענקל, אַ קוק געגעבן אױפֿן חולה, אױסגעטאָן די שאַרפֿע ברילן און אָנגעטאָן זײ באַלד צוריק און מאָדנע געקוקט פֿון אײנעם אױפֿן אַנדערן, אָן װערטער. דערנאָך ראַט ער אַ זאָג געגעבן, װאָס צו טאָן, און גענומען געזעגענען זיך מיטן חולה, װעלכער האָט אים אַרײַנגערוקט אין האַנט אַרײַן אַ מטבע. דער דאָקטאָר האָט די מטבע בשום־אופֿן ניט געװאָלט נעמען, און האָט זיך אַזױ לאַנג געראַנגלט מיטן חולה, ביז די מטבע איז טאַקע סוף־כּל־סוף געבליבן בײַם דאָקטאָר.

― שוט גאָראָכאָװעיшут гороховый: אַ מין לץ דאָס איז! ― האָט אים דער קװאַרטיראַנט נאָכגעזאָגט אַ שבֿח הינטער די אױגן, אים געװען אָ דם־שׂונא, װאָס ער האָט אים איבערגעשלאָגן אין מיטן אַ שמועס מיט בעטין.

― װאָס רעדט איר? ― האָט זיך שׂרה אָנגענומען דעם דאָקטאָרס קריװדע. ― אַ דימענט פֿון אַ דאָקטאָר! ער נעמט װיפֿל מע גיט אים…

― אַ מאָדנער קװאַרטיראַנט בײַ אײַך! ― האָט דער דאָקטאָר געזאָגט צו דוד שאַפּיראָן און צו בעטין, שױן בײַ דער טיר שטײענדיק, אַראָפּלאָזנדיק דעם קװאַרטיראַנטס מטבע אין די הױזן־קעשענע אַרײַן. ― אַ מאָדנער, אַ מאָדנער מענטש, אַ רעטעניש!…

דאָס נײַנצנטע קאַפּיטל: אַ רעטעניש

אַ רעטעניש איז אָט דער ראַבינאָװיטש געװען פֿאַר אַלעמען, װער עס האָט זיך מיט אים באַקענט. ער אַלײן, און זײַן פֿירן זיך, און זײַן אױסזען, און זײַנע געדאַנקען, און אַלע זײַנע גענג זענען געװען בײַ ידן אָפּגעפֿרעגט, אַ װידעראַנאַנד אײנס אױפֿס אַנדערע. סטײַטש, נאָך אַ מאָל: אַ ייִד ― און פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש!… דאָס פּנים, דאַכט זיך, פֿון אַ אונדזעריקן ― און איר זאָלט זאָגן אַ ברעקל ייִדישקײט אין זיך. קײן אײנציקע ייִדישע תּנועה. קײן קאַפּ ייִדישע נײַגעריקײט, ייִדישע גײַציקײט… אָפֿטמאָל נאַיִװ װי אַ קלײן קינד. פֿרעגט אַזעלכע קשיות, אַז מע קאָן שטאַרבן פֿאַר געלעכטער. און אַמאָל זאָל ער אײַך װערן נתפּעל פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס בײַ אונדז װײסט עס אַ מינדסט קינד.

למשל, די ערשטע צײַט האָט מען אים קױם מיט צרות געקענט אַרײַנקלאַפּן אין קאָפּ אַרײַן אַזאַ אײנפֿאַכע פּשוטע זאַך װי „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. בשום־אופֿן האָט ער ניט געװאָלט גלױבן, אַז אין דער דאָזיקער שטאָט, װוּ זײ געפֿינען זיך, זענען פֿאַראַן גאַסן אַזעלכע, װוּ ייִדן מעגן װױנען, און גאַסן אַזעלכע, װוּ ייִדן טאָרן ניט װױנען.

― װי איז דאָס מעגלעך? ― האָט ער געטענהט. ― מיר זענען דען אינעם אַלטן רױם? אָדער אין שפּאַניען? אָדער מיר לעבן אינעם פֿופֿצנטן יאָרהונדערט? אָדער…

― אָט אַ לץ! ― שלאָגט אים איבער דוד שאַפּיראָ. ― גײט רעדט מיט אַ ייִנגל.! מע זאָגט אים דאָס, ענטפֿערט ער דיר בױבעריק! מענטש אײנער, למאַי אָט איז דאָ בײַ אונדז אין שטאָט אַ גאַס