דער בלוטיקער שפּאַס: 16: אין געפֿענקעניש

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זעכצנטע קאַפּיטל
אין געפֿענקעניש

אַז מע כאַפּט אײַך אױף אין מיטן נאַכט, סאַמע אין בעסטן שלאָף, און מע מאַכט מיט אײַך אַ שפּאַציר איבער עטלעכע פֿינצטערע גאַסן באַרג אַרױף און באָרג אַראָפּ און װידעראַמאָל באַרג אַרױף, און מע טיאָפּקעט זיך מיט אײַך איבער דער אָסיענדיקער בלאָטע מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע סאָלדאַטן, װאָס טרײַבן אײַך מיט אַלע געפֿאַנגענע האַלדז און נאַקן, און איר הערט זיך אָן אַזעלכע רײד מיט אַזעלכע קללות, װאָס איר האָט נאָך אַזעלכס ניט געהערט קײנמאָל, און מע ברענגט אײַך צו פֿירן אין אַ מקום, װוּ ס'איז אָנגערױכערט און אָנגעשטונקען אַזױ, אַז מע זעט ניט די ליכטיקע װעלט, און מע נעמט אײַך און מע זעצט אײַך אַרײַן אינאײנעם מיט שיכּורים און גנבֿים און גאָט װײס מיט װעמען, און איר װילט זיך צוזעצן און ס'איז ניטאָ אױף װאָס, סײַדן אױף דער הױלער שמוציקער און גליטשיקער ערד, און טאָמער װילט איר פּראָטעסטירן, איז ניטאָ צו װעמען, סײַדן צו די פֿיר װענט, ― אָט דאָס אַלעס אַז איר מאַכט דורך, פֿאַרלירט איר דעם גאַנצן קוראַזש און פֿאַרטראַכט זיך װעגן אַזעלכע זאַכן, װאָס איר האָט ביז אַהער װינציקער פֿון אַלץ געטראַכט. װיפֿל אונדזער העלד האָט זיך ניט געשטאַרקט, אָנגענומען זיך מיט האַרץ, געשפּאַנט װי אַ קאָזאַק מיטן גאַנצן „אָבכאָדобход : גאַנג“ צום טאַקט: אײנס־צװײ, אײנס־צװײ, זיך געגעבן דאָס װאָרט זײַן שטאַרק ביזן סוף, און אַדרבה, זיך געפֿילט אין דער דאָזיקער נאַכט נאָך מער שטאַרק און מער שטאָלץ װי אַלע מאָל, ― דאָך, אַז מע האָט אים אַראָפּגעלאָזט אינעם גוטן מקום אַרײַן, האָט ער זיך געמוזט מודה זײַן, אַז באַשרײַבן דאָס לעבן אין אַ בוך איז אַ סך גרינגער, װי אַלײן דאָס דורכצומאַכן, און אַז זײַן אַ ייִד איז, אַ פּנים, אַ סך שװערער, װי מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן…

דאָס, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט אין געפֿענקעניש, און דאָס, װאָס ער האָט פֿון דאַנען אַרױסגעטראָגן אין דער אײנציקער נאַכט, װאָלט ער געװיס ניט אַרױסגעטראָגן פֿאַר אַ גאַנץ יאָר לעבן אױף דער פֿרײַהײט.

אַלע מאָל האָט זיך געעפֿנט די טיר און ס'איז אַרײַן אַ נײַער טראַנספּאָרט פֿון געפֿאַנגענע, מערסטנטײלס ייִדן, איבערגעשראָקענע װי די האָזן, אָפּגעריסענע, אָפּגעשליסענע, פֿאַרפֿינצטערטע, פֿאַרחושכטע און דערשלאָגענע. און װאָס אים האָט אינטערעסירט ― איז דאָס, װאָס די „אַלט־געזעסענע“ האָבן באַגעגנט יעדן ייִדישן טראַנספּאָרט מיט אַ גדולה, מיט אַ געלעכטער און מיט אַלערלײ שאַרפֿע פּיקאַנטנע װערטער, און אָפֿטמאָל אױך מיט אַ קללה, מיט אַ קריץ מוט די צײן און מיט אַ סטוסאַק אין זײַט אַרײַן: „זשידאָװסקאַיאַ מאָרדאַ“, „פּסיאַקרעװ“ אָדער „סאָבאַקאַ נעװירנאַיאַ“, ― עס װענדט זיך אין דעם, װער די זאָגערס זענען געװען: אַן עכטער פֿאָניע, אַ פּאָליאַק אָדער אַ מאַלאָראָס…

און װאָס אים האָט אינגאַנצן איבערראַשט ― איז דאָס, װאָס די אַלע איבערגעשראָקענע, אָפּגעריסענע, אָפּגעשליסענע, פֿאַרפֿינצטערטע, פֿאַרחושכטע און דערשלאָגענע האָבן אױסגעהערט די געלעכטערן מיט די קללות אַזױ קאַלט, גלײַך װי ניט זײ מײנט מען!…

אײנער, אַן אױסגעטריקנט ייִדל, מיט אַ זאַק, װאָס איז כּמעט צװײ מאָל אַזױ גרױס װי ער אַלײן, האָט געכאַפּט אַן אָנצוהערעניש אין זײַט אַרײַן פֿון אַ הױכן, ברײטבײנעריקן חבֿרה־מאַן, אױך אַן אָפּגעריסענער, אַזױ אַן ער האָט זיך שיִער איבערגעקערט מיטן זאַק דרײַ מאָל, האָט נאָר אַ קוק געגעבן דעם ברײטבײנעריקן חבֿרה־מאַן אין פּנים אַרײַן, גלײַך װי ער װאָלט חשק געהאַט צו װיסן, װאָס לאָזט אים דאָ יענער הערן?… פֿון דעם, װאָס אַלע אַנדערע ייִדן זענען אָנגעפֿאַלן אױפֿן אָפּגעשטױסענעם ייִדל מיטן זאַק און גענומען רעדן אַלע מיט אַ מאָל, האָט ראַבינאָװיטש פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס האָבן אים זײַנע אַפֿערגעהאַלטן, למאַי ער קריכט ניט אַהין װוּ מע דאַרף, למאַי ער שלעפּט זיך אַרום מיט אַזאַ גרױסן זאַק. און עס האָט אים שטאַרק געװוּנדערט, פֿאַרװאָס אײגענע ברידער נעמען זיך ניט אָן פֿאַר אַן אײגענעם. װוּ איז זײער געװיסע „סאָלידאַרנאָסט“? ― האָט ער זיך געטראַכט. ― װוּ איז זײער קהל, זײער „קאַגאַל“ װאָס ער האָט געלײענט װעגן דעם װיפֿל מאָל אין דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“ און אין אַנדערע צײַטונגען, װאָס רופֿן זיך „רעכטע,“?…

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿאָלק? ― האָט ער זיך אַלײן געפֿרעגט, נאָכדעם װי ער האָט זיך אַװעקגעזעצט אױף אַן עק באַנק, װאָס אײנער, אַן אַלט־געזעסענער, מיט אַן אונטערגעשלאָגן אױג, האָט אים אָפּגעטראָטן. ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין פֿאָלק, װאָס קאָן לעבן אונטער אַזעלכע אומשטענדן, עסן, טרינקען און שלאָפֿן, האַנדלען און װאַנדלען, לערנען, חזרן, גײן אין טעאַטער און אױף קאָנצערטן, טאַנצן און פֿרײען זיך, אין דער צײַט װען מע קאָן קומען צו אײַך אין מיטן האַלבע נאַכט, מאַכן אױף אײַך אַן „אָבלאַװע“, װי מע מאַכט אױף אמת,ע גנבֿים, אָדער אױף װילדע היות, און באַגײן זיך מיט אײַך קעגן אַלע מענטשלעכע און געטלעכע געזעצן? װוּ ליגט באַהאַלטן דער דאָזיקער װוּנדערלעכער סוד? און פֿון װאַנען נעמט זיך אַזאַ שׂינאה פֿון אַלעמען צו אײנעם? עס מוז דאָך האָבן עפּעס אַ גרונט, אַ שורש! עס איז דאָך ניט מעגלעך, אַז אַלע זאָלן זיך נעמען אױף אײנעם גאָר אומזיסט־אומנישט, גאָר אָן אַ שום טעם און אָן אַ שום סיבה! מסתּמא מוזן דאָך עפּעס די ייִדן האָבן אין זיך אַזעלכס… אַזעלכס, װאָס שטױסט אָפּ פֿון זײ די גאַנצע װעלט…

אין דער מינוט האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס איז אַרײַנגעפֿירט געװאָרן אַ נײַער טראַנספּאָרט „געפֿאַנגענע“. דאָס זענען געװען װידער מערסטנטײלס ייִדן, װאָס האָבן גערעדט אַלע אינאײנעם און אַזױ הױך, אַז אײנער פֿון די אַרעסטאַנטן האָט זיך גענומען איבערקרימען זײ: „גער־גער־גער“. און דער עולם האָט אױסגעשאָסן אַ לעבעדיקן געלעכטער.

דאָס האָט געצװוּנגען די ייִדן, זײ זאָלן אָנהײבן רעדן אַ ביסל שטילער. איז דאָס אָבער ניט געפֿעלן געװאָרן יענעם נפֿש, װאָס מיטן אונטערגעשלאָגענעם אױג, און ער איז אָנגעפֿאַלן אױף די ייִדן מיט אַ טענה, למאַי זײ שעפּטשן זיך, פֿירן סודות, שאַכער־מאַכער ― און אױסגעלאָזט האָט ער מיט אַ האַרב װאָרט און מיט אַ קללה, װאָס איז זײער פּאָפּולער צװישן דער דאָזיקער חבֿרה, װאָס די געזעלשאַפֿט האָט געשטעמפּלט מיטן נאָמען „כוליגאַנעס“.

― ניט אומזיסט שלאָגט מען זײ! ― רופֿט זיך אָן אײנער, װאָס איבערן רױך קאָן מען ניט זען זײַן פּנים.

― שלאָגן אַלײן איז װינציק, ― כאַפּט אים אונטער נאָך אײנער, װײַזט אױס נאָך דער שפּראַך אַן אינטעליגענט. ― דאָס גוטס דאַרף מען בײַ זײ עקספּראָפּריִיִרן און זײ אַלײן דאַרף מען אױסקױלען װי די שאָף.

אונדזער העלד האָט זיך אַזש אױפֿגעהױבן. אים האָט זיך זײער געװאָלט אָנקוקן דעם פּנים פֿון דעם דאָזיקן אינטעליגענט. ער האָט אָבער באַלד פֿאַרגעסן, צוליב װאָס ער איז אױפֿגעשטאַנען, װאָרעם ער האָט זיך באַגעגנט מיט אַ פּאָר באַקאַנטע אױגן, װעלכע האָבן אים אױך באַלד דערקענט.

דאָס זיבעצנטע קאַפּיטל
אַ באַגעגעניש

די אױגן ― דאָס איז געװען דער פּינסקער בחור מיטן פּרישטשעװאַטן פּנים און מיטן װײסן זומערדיקן קאָסטיום, אײנער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, װאָס האָבן זיך אונטערגעשריבן אױף דער געװיסער טעלעגראַמע צום מיניסטער.

― שלום־עליכם! אַזױ האָט אים באַגריסט דער פּינסקער בחור אױף ייִדיש און מיט אַ ניגון, אױסגעצױגן צו ראַבינאָװיטשן אַ האַנט. ער האָט זיך אָבער באַלד פֿאַרכאַפּט און אָנגעהױבן רעדן אױף רוסיש. ― באַ! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז איר זענט יענער פֿענאָמען, װאָס פֿאַרשטײט אַלע שפּראַכן חוץ אײַער אײגענעם לשון, אײַער מוטער־שפּראַך. ניט שױן־זשע גיט עס ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע, פּאַניע ראַבינאָװיטש?…

― אײַך ליגט נאָך אין זינען צו װיצלען זיך?― זאָגט צו אים ראַבינאָװיטש ― װי קומט איר אַהער?

― װי קום איך אַהער? כאַ־כאַ, דורך די אײגענע זכות־אָבֿות, װאָס איר… אַ נאַכט פֿון אָבלאַװעס… איך לאַך אָבער פֿון זײער באָבע, הערט זיך אײַן, װאָס װעט מען מיר טאָן? מע װעט מיר אָנשרײַבן מיט רױטן און הײסן פֿאָרן אַהײם קײן פּינסק? װעל איך פֿאָרן קײן פּינסק. פּכע! כאָטש זײ זאָלן אַזױ האָבן די נאָז, װי איך האָב מיט װאָס צו פֿאָרן!… זעט איר, פֿאַר װעמען עס אַרט, מיך? פֿאַר מײַן שװעסטער. װײַל מע האָט מיך געפּאַקט בײַ מײַן שװעסטער, קאָן מען צונעמען בײַ איר די פּראַװאָזשיטעלסטװע. איר מאַן איז אָ בעל־מלאָכה, אַן אײַנבינדער. נו, און אײַך װוּ האָט מען געפּאַקט?…