דער בלוטיקער שפּאַס: 14: אָן הענט!

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס פֿערצנטע קאַפּיטל: אָן הענט!

װען אונדזער ראַבינאָװיטש זאָל טאַקע זײַן דער אמתער ראַבינאָװיטש, ניט פּאָפּאָװ, װאָלט ער, האָבנדיק אַ מעדאַל און ניט אַרײַן אין אוניװערסיטעט, זיכער אַזױ געשמאַק ניט געשלאָפֿן, װי דער איז געשלאָפֿן אין דער דאָזיקער נאַכט… ניט נאָר ער האָט ניט געהערט ניט קײן מוראדיקע קלונגען, ניט קײן טופּען פֿון אַ סך פֿיס און ניט קײן קולות פֿון אַ סך מענטשן, ער האָט אַפֿילו ניט געהערט, װי דער בעל־הבית זײַנער, דוד שאַפּיראָ, שטײט איבער אים און טאָרעט אים בײַ דער קאָלדרע און װעקט אים אַלע מאָל העכער און העכער: „ראַבינאָװיטש! ראַבינאָװיטש!! ראַבינאָװיטש!!!“… ראַבינאָװיטש איז גאָר געװען װײס איך װוּ! ערגעץ אױף שליטעלעך האָט ער זיך געשליטלט באַרג־אַראָפּ, איבער שנײ, און ניט אַלײן, נאָר דװקא אין צװײען, און דװקא מיט בעטין, װאָס האָט אים אַרומגענומען מיט בײדע הענט, צוגעטוליעט איר פּנים צו זײַן פּנים, אירע חנעװדיקע בעקלעך צו זײַנע ליפּן, און ער קושט זי, קושט זי, קושט זי, און זי לאַכט, רײַסט זיך פֿון זײַנע הענט און לאַכט, און ער קושט זי און קושט זי און ציט זי צו זיך. „װוּהין ציסט דו מיך?“ ― קום, טײַערע! קום, בעטי! „װוּהין?“ ― אַהין, אַהין, אין קלױסטער אַרײַן… „אין קלױסטער? כאַ־כאַ־כאַ! װאָס װעלן מיר טאָן אין קלױסטער?“ ― דאָרט װעלן מיר חתונה האָבן. דאָרט װעל איך דיך נעמען. דאָרט װעסט דו זײַן מײַנע, מײַנע, מײַנע!…

― װאָס באַלעבעטשעט איר: מײַנע, מײַנע, מײַנע? ― זאָגט דער בעל־הבית צום קװאַרטיראַנט און שלעפּט פֿון אים די קאָלדרע. ― שטײט נאָר אױף, פּאָליציע איז דאָ, ראַבינאָװיטש! ראַבינאָװיטש!! ראַבינאָװיטש!!!

― װעלכער רוח ראַבינאָװיטש? פֿון װאַנען האָט זיך דאָ גענומען אַ ראַבינאָװיטש? ― מאַכט דער קװאַרטיראַנט צום בעל־הבית, שלעפּנדיק צוריק מיט אײן האַנט צו זיך די קאָלדרע און מיט דער אַנדערער רײַבנדיק זיך די אױגן, ― װאָס איז? װאָס איז געשען?

― פּאָליציע איז דאָ. אַ רעװיזיע… אַן אָבלאַװע… מײן איך אַ רעװיזיע.

― װעלכער רוח פּאָליציע? װעלכע רעװיזיע? װער דאַרף זי? האַלדז און נאַקן די פּאָליציע!…

― גאָט איז מיט אײַך, ראַבינאָװיטש! װאָס רעדט איר? פּראַװאָזשיטעלסטװע…

דאָס לעצטע װאָרט האָט, אַ פּנים, פֿאָרט געװירקט בעסער פֿון אַלצדינג.

― פּראַװאָזשיטעלסטװע? אַהאַ! איך װײס שױן. װוּ־זשע איז זי?

― װער?

― די פּראַװאָזשיטעלסטװע, צו אַלדי,רוחות!…

― טפֿו זאָל דאָס װערן! איר זאָלט ניט זײַן קײן ייִד, װאָלט איך געזאָגט, אַז איר זענט שיכּור. איר רעדט ניט װי אַ ניכטערער. איך דערצײל אײַך, אַז פּאָליציע איז דאָ, אַן אָבלאַװע, מײן איך, אַ רעװיזיע, פֿרעגט זיך נאָך אױף אײַער פּראַװאָזשיטעלסטװע, פֿרעגט איר מיך: װוּ איז זי?

ערשט נאָך די װערטער און דערזען בײַ דער טיר אַ נאַדזיראַטעל, האָט ראַבינאָװיטש קױם צעקײט, װאָס דאָ טוט זיך, און האָט אָנגעהױבן זיך דערמאַנען, װוּ ער איז אין דער װעלט… פֿון דעסטװעגן, האָט ער דעם רוחס נאָמען איבערגעחזרט נאָך אַ היפּשע עטלעכע מאָל, ביז דער בעל־הבית האָט אים געשטעלט אױף די פֿיס און אַרײַנגעפֿירט אין צװײטן צימער, װוּ ער האָט געטראָפֿן דאָס אױבן־געשריבענע בילד: די בעל־הביתטע שטײן אײַנגעהילט אין אַ קאָלדרע, בעטי ― אין אַ לײַלעך, און אַקעגן זײ דער טשינאָװניק מיט די בעל־תּאװה ליפּן.

די ערשטע מינוט האָט ער ניט אינגאַנצן געקאָנט פֿאַרשטײן, װאָס דאָ טוט זיך. מילא, אַ רעװיזיע איז אַ רעװיזיע. אָבער װאָס האָבן דאָ צו שטײן בײדע פֿרױען האַלב נאַקעט?… און װאָס קוקט אױף זײ אָט דער נפֿש מיט אַזעלכע אױגן?…

און עס האָט זיך אָנגעצונדן אין אים אַ פֿײַער אױף דעם נפֿש מיט די גראָבע בעל־תּאװה־ליפּן, װאָרעם ער איז אָנגעקומען פּונקט אין דער מינוט, װען דער טשינאָװניק האָט אױסגעפֿרעגט בײַ בעטין, װיפֿל יאָר זי איז אַלט.

― אַכצן, ― האָט אים די מוטער געענטפֿערט פֿאַר דער טאָכטער, און דער טשינאָװניק האָט איר אָפּגעהאַקט:

― איך פֿרעג ניט בײַ דיר, איך פֿרעג בײַ איר.

― אַכצן, ― האָט אים געענטפֿערט שױן בעטי אַלײן.

― לײַגסט, דושינקאַ, ― האָט איר אַ זאָג געגעבן דער טשינאָװניק מיט אַ שמײכעלע אױף זײַנע בעל־תּאװה־ליפּן און געװאָלט אױפֿדעקן אַ ביסל פֿון איר דעם לײַלעך. איז אױסגעװאַקסן דער קװאַרטיראַנט און אױסגעדונערט אױף אַזאַ קול, אַז אַלע האָבן זיך דערשראָקן:

― אָן הענט!!!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

זינט דער טשינאָװניק איז אַ טשינאָװניק און גײט אױף „רעװיזיעס“, האָט ער נאָך ניט געהערט, אַז אַ ייִד זאָל האָבן אַ העזה אױפֿצוהײבן אַזאַ קול… אַ מינוט אין ער געשטאַנען און געקוקט אױף דעם יונגנמאַן, נישט געקאָנט אױסרעדן אַ װאָרט פֿון איבערראַשונג. נאָכדעם האָט ער אָפּגעאָטעמט און גענומען זיך צום חבֿרה־מאַן:

― דו… װער ביסט דו אַזעלכער?

― װאָס פֿאַר אַ „דו“? אױס דו. הײַנט זאָגט מען „איר“, גיט „דו“…

דער טשינאָװניק האָט אַזש אַראָפּגעלאָזט בײדע הענט, און אַ קרום שמײכעלע האָט זיך באַװיזן אױף זײַנע גראָבע בעל־תּאװה־ליפּן. ער האָט נאָר אַ קוק געגעבן אױף זײַנע באַהעלפֿערס און אַרױסגעלאָזט אַ באַפֿעל:

― נעמען זאָל מען אים!

― מע דאַרף מיך ניט „נעמען“, איך גײ אַלײן, ― האָט ראַבינאָװיטש געזאָגט פֿעסט און איז אינאײנעם מיט די באַהעלפֿערס אַרײַן צו זיך אין חדרל אָנצוטאָן זיך און גײן, װוּהין מע װעט אים פֿירן.

דער טשינאָװניק מיט די בעל־תּאװה־ליפּן, װאָס איז אַ מינוט פֿריִער געװען פֿול מיט יצר־הרע צו אָט די צװײ האַלב־נאַקעטע פֿרױען, און באַזונדער צו דער ייִנגערער, װאָס האָט אױסגעזען אין זײַנע אױגן װי אַ פֿרישע פּרי, אַ שמעקנדיקע צײַטיקע פֿערשקע, נאָך מיט טױ איבערגעדעקט, האָט פֿאַר רציחה נישט געקאָנט רעדן אַ װאָרט. עס האָט אין אים געברענט אַ פֿײַער. ערשטנס, אױף דעם זשידאָװסקי בחור, פֿאַר זײַן חוצפּה און פֿאַר זײַן האַלטן זיך; און צװײטנס, װאָס מע האָט אים צעשטערט זײַנע בעסטע מחשבֿות און אילוזיעס, אַזױ אַז ער האָט שױן כּמעט גאָר פֿאַרגעסן, װעגן װאָס האָט ער דאָ נאָר־װאָס געטראַכט.

― אַ??? ― האָט ער זיך באַלד דערמאָנט, װאַרפֿנדיק דעם לעצטן קוק אױף בעטין, װאָס האָט אױסגעזען אין דער מינוט, אײַנגעהילט אין װײַסן לײַלעך, װי אַ פּרעכטיקע סטאַטוע, אױסגעהאַקט פֿון מאַרמאָר. ― אַ? װענוס… יונאָנאַ… אַפֿראָדיטאַ… אַן אַפּעטיטנע זשידאָװאָטשקאַ ― ניטאָ װאָס צו רעדן… אַן עבֿירה! אױפֿן אָרט פֿון דעם חוצפּהדיקן בחור װאָלט איך בעסער געװאָלט אָפּפֿירן אָט די… אָט די װענוס פֿון דער ייִדישער גאַס…

און ניט װילנדיק האָט זיך אַרױסגעריסן בײַ אים אַ שװערער זיפֿץ פֿון טיפֿן האַרצן. פֿאַר אָט דעם בן־אָדם איז עס באמת געװען אַ גרױסער שאָדן…

װי האָט ער געקאָנט פֿאָרױסזען בנבֿואה, אַז די דאָזיקע זעלטענע שײנהײט, די דאָזיקע װענוס פֿון דער ייִדישער גאַס, װעט נאָך אַמאָל אַרײַנפֿאַלן צו אים אין די הענט אַרײַן, און נאָך װי אַזױ אַרײַנפֿאַלן?!… דערװײַל די נאַכט שטײט ניט, מע מוז גײן װײַטער. דער טשינאָװניק טרײַבט די באַהעלפֿערס, זײ זאָלן נעמען דעם חבֿרה־מאַן, און דער חבֿרה־מאַן האָט צײַט. ער טוט זיך אָן… דוד שאַפּיראָ האָט זיך אַפֿילו געװאָלט אַרױסשטעלן פֿאַר אַ מליץ־יושר, אַ שתּדלן פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט, אָפּגעשװאָרן זיך, אַז ער האָט אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע; אים אַזאַ שטיק גאָלד, װאָס פֿאַר אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע! גאָר װאָס דען? זי געפֿינט זיך נאָך אין דער זובאָװראַטשעבנעзубоврачебна: דאַנטיסט… האָט

אים אָבער דער טשינאָװניק אָפּגעשטופּט מיט דער האַנט, אױסגעדרײט דעם קאָפּ צו זײַנע באַהעלפֿערס, װאָס האָבן געהאָלפֿן ראַבינאָװיטשן אָנטאָן זיך, און אױסגעשריגן, שױן גאָר אױף דער הױכער אָקטאַװע:

― װאָס באָברעט איר זיך דאָרט אַזױ לאַנג? װעלכע שװאַרצע יאָר? אָקאָרשט װי מע זעט ניט גײט אַװעק די נאַכט! ס'איז נאָך דאָ גענוג קאָנטראַבאַנדענע סחורה אױף דער דאָזיקער גאַס, בײַ די קינדער פֿון ישׂראל! לעבעדיק! רירט זיך! פֿאַרטיק? מאָרש!

דאָס פֿופֿצנטע קאַפּיטל: אַ נאַכט אָן שלאָף

אין דער דאָזיקער צעשטערטער נאַכט איז שױן בײַ שאַפּיראָן אין שטוב קײנער ניט געשלאָפֿן, כאָטש אַלע האָבן זיך שױן װי באַרויִקט, אַװעקגעלײגט זיך צוריק אױף זײערע געלעגערס און אױסגעלאָשן דאָס לעמפּל אױף אַנטשלאָפֿן צו װערן.

עס איז אָבער קײן שלאָף ניט געקומען אױף קײנעם.

דוד שאַפּיראָ מיט דער פֿרױ האָבן געהאַלטן אין פּלאַנעװען אױף מאָרגן. אם־ירצה־השם, מאָרגן, לאָז נאָר װערן טאָג, אַזױ פֿליט אַװעק דוד צום פּאָליצמײַסטער…

― צום פּאָליצמײַסטער? ― שלאָגט אים איבער שׂרה, ― װאָס װעסט דו פֿליִען צום פּאָליצמײַסטער, „קוריערסקי־פּאָיעזד“? פֿריִער דאַרפֿסט דו זײַן אין דער זובאָװראַטשעבנע, דערנאָך שױן…

― גוט, װאָס דו האָסט מיר געזאָגט! ― כאַפּט אונטער דוד, ― אָן דיר װאָלט איך גאָר ניט געװוּסט מסתּמא, װאָס איך האָב צו טאָן. דאָרט, װוּ ס'איז שײך צו פּראַװאָזשיטעלסטװע, מעגסט דו זיך שױן, נישקשה, פֿאַרלאָזן אױף מיר.

― אַזױ? אַז דו ביסט יאָ אַזאַ בריה, פֿאַרװאָס־זשע האָסט דו ניט געזען, אַז די פּראַװאָזשיטעלסטװע זאָל זײַן בײַ אים אין קעשענע, ראָכמײַסטער מײַנער?

― װאָס זאָל איך רעדן מיט אַ בהמה? איך האָב דיר געזאָגט, דאַכט מיר, זיבן און זיבעציק מאָל, אַז ער איז אַ ייִנגל און אַ ייִנגל און אַ ייִנגל: װיפֿל איך טאָלקעװע אים און טאָלקעװע, אַז אַ ייִד אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע אין קעשענע איז װי אַ מענטש אָן „װאָזדעךвозрух : לופֿט“ און װי אַ פֿיש אָן װאַסער ― הערט ער מיך װי דעם