דער בלוטיקער שפּאַס: 13: יהודית

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס דרײַצנטע קאַפּיטל: יהודית

עס קאָן זײַן, אַז מיר האָבן זיך אַ ביסל צוגעאײַלט דערמיט, װאָס מיר האָבן אַרױסגעגעבן דוד שאַפּיראָן אַן אַטעסטאַט, אַז אין הלכות פּראַװאָזשיטעלסטװע איז ער אַ ספּעציאַליסט און אַ גאָון. אין עטלעכע טעג אַרום, נאָך דעם װי זײַן קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש האָט זיך פֿאַרשריבן פֿאַר אַ דאַנטיסט, האָט זיך בײַ שאַפּיראָן אין שטוב געטראָפֿן אַ קאַטאַסטראָפֿע. אײנע פֿון יענע קאַטאַסטראָפֿעס, װאָס טרעפֿן זיך ניט זעלטן ― און אין דער לעצטער צײַט גאַנץ אָפֿט, כּמעט אַלע נאַכט ― אין דער אוניװערסיטעט־שטאָט, װוּ עס קומט פֿאָר אונדזער אױסערגעװײנטלעכער ראָמאַן.

עס איז שױן געװען װײַט נאָך האַלבע נאַכט, אַז בײַ שאַפּיראָן אין װױנונג האָט זיך דערהערט אַ קלינגען אין דער טיר. נאָר אַזאַ קלינגען, װאָס קאָן אױפֿװעקן אַ טױטן: דזין־דזין־דזין־דזין־דזין־דזין ― גאָר אָן אַן אױפֿהער. אַן אַנדערער אױף שאַפּיראָס אָרט װאָלט זיכער אַראָפּגעפֿאַלן פֿון באָט, אָדער אַרױסגעשפּרונגען דורך אַ פֿענצטער. שאַפּיראָ איז דאָך אָבער, װי מיר װײסן שױן, אַ מענטש אַ געניטער, איז ער שױן גוט באַקאַנט מיט דעם אַרט קלינגען. ער װײסט, אַז אַזױ קלינגען קלינגט מען נאָר, אָדער דעמאָלט, װען, דאָס גאַנצע הױז איז אַרומגענומען אין פֿלאַם־פֿײַער, און מע װיל אַרױסראַטעװען לעבעדיקע נפֿשות, אָדער דעמאָלט, װען מע מאַכט אַן אָבלאַװע אױף ייִדן; בלשון פּאָליציע װערט עס אָנגערופֿן: „מע מאַכט אַ רעװיזיע אױף די ניט צוגעשריבענע“.

רופֿט עס אײַך אָן װי איר װילט, אָבלאַװע, רעװיזיע ― נאָר מע קלינגט אײַך אַזױ לאַנג, ביז איר עפֿנט ניט אױף די טיר. און אַז איר עפֿנט אױף די טיר, טוען זיך אַ שיט אַרײַן צו אײַך געסט: פּריסטאַװעס, נאַדזיראַטעליעסнадзиратель: אינספּעקטאָרן, גאָראָדאָװאָיס און װאָס איר װילט, און מע הײסט אײַך אױפֿװעקן די גאַנצע שטוב, יונג און אַלט, קלײן און גרױס. און מע הײסט זיך װײַזן דאָקומענטן. די דאָקומענטן װערן איבערגעשריבן, די מענטשן װערן איבערגעקוקט און איבערגעצײלט, און אױב ס'איז אַלצדינג אין אָרדענונג, לאָזט מען אײַך אָפּ געזונטערהײט און מע צעגײט זיך, און איר קאָנט אײַך נאָכדעם טאָן, װאָס איר װילט: שטעלן דעם סאַמאָװאַר און טרינקען טײ, אָדער צוריק זיך לײגן שלאָפֿן, אױב איר קאָנט, און עס מעגן זיך אײַך חלומען זיסע חלומות…

טאָמער זענען בײַ אײַך אָבער די פּאַפּירן, חלילה־וחס, ניט אין אָרדענונג, אָדער טאָמער געפֿינט מען בײַ אײַך, חס־ושלום, טריפֿה סחורה, קאָנטראַבאַנד, דאָס הײסט, אַ ייִדישע נשמה אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע, בעט מען אײַך, איר זאָלט אײַך מטריח זײַן אָנטאָן װאָס גיכער, און מוחל זײַן גײן מיט דער חבֿרה אַהין … דאָרט װעט מען אײַך שױן חוקר־ודורש זײַן, און מע װעט אײַך אָנשרײַבן מיט רױטן „װדװאַדצאַט טשעטירע טשאַסאַאין 24 שעה“ אָדער מע װעט אײַך עקספּעדירן מיט גרױס כּבֿוד אין אײַער געבורטשטאָט, װוּ איר קאָנט זיך זען מיט אַלע אײַערע פֿעטערס און מומעס, װאָס איר האָט זײ שױן אַזאַ צײַט ניט געזען…

דוד שאַפּיראָ, װײַל ער איז אַ געניטער מענטש, װאָס איז קלאָר אין אַלצדינג, אַפֿילו אין הלכות אָבלאַװע, האָט געפֿונען, אַז ער האָט ניט װאָס אױסצופֿײַנען זיך פֿאַר די ניט גערופֿענע געסט, און אַז ער װעט זײ אױפֿנעמען אָן אַ סמאָקינג, איז אױך אָן אַן אומגליק. דעריבער האָט ער זיך ניט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות, געכאַפּט אַ קורץ פּידזשאַקל אױף די אונטערשטע לאַנגע תּחתּונים מחילה, אַרײַנגעשטעקט די באָרװעסע פֿיס אין די שטעק־שיך און גענומען, קודם־כּל, רײַבן שװעבעלעך, װעלכע האָבן בשום־אופֿן ניט געװאָלט זיך אָנצינדן, ביז ס'איז ניט אױפֿגעשטאַנען שׂרה שאַפּיראָ פֿון איר געלעגער:

― שאַלאָװילע, װאָס רײַבסט דו? ― האָט זי אים געזאָגט, און אױסגעריסן בײַ אים די שװעבעלעך פֿון די הענט. ― רײַבט און רײַבט! האָט קײן צײַט ניט! קוריערסקי פּאָיעזדкурьерский поезд: גיכע באַן! דער רוח װעט זײ ניט נעמען, אַז זײ װעלן שטײן אין דרױסן נאָך אַ ביסל און קלינגען!

מיט די װערטער האָט אים שׂרה אָנגעצונדן אַ קלײן לעמפּל מיט אַ פֿאַררױכערט גלעזל, און דוד איז אַראָפּגעלאָפֿן עפֿענען די טיר. גיך האָבן זיך דערהערט אַ סך פֿיס אױף די טרעפּ, און בײַ שאַפּיראָן אין שטוב איז געװאָרן שׂשׂון־ושׂימחה, ליכטיק אין אַלע װינקעלעך, אַזױ ליכטיק, אַז װיפֿל שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך ניט געהילט אין דער קאָלדרע, װאָס זי האָט אױף זיך געכאַפּט אין גרױס אימפּעט, האָט זי פֿאָרט נישט געקאָנט זיך אײַנהילן, אַז מע זאָל ניט אַרױסזען אָדער די נאַקעטע ברוסט, אָדער די באָרװעסע פֿיס. פֿון די האָר, װאָס האָבן זיך בײַ איר צעפֿלאָכטן און צעװאָרפֿן איבער די נאַקעטע אַקסלען, שמועסט מען ניט. און װער איז שולדיק, אַז ניט ער, דער „קוריערסקי פּאָיעזד“? נעכײַבי װאָלט ער אַזױ ניט געפֿלױגן עפֿענען די טיר, װאָלט זי געקאָנט צונױפֿנעמען די האָר, אָדער כאַפּן אױף זיך אַ קלײדל.

― װיפֿל זענט איר דאָ? ― האָט זיך אָנגערופֿן צו דודן אַ טשינאָװניק, אַ הױכער, אַ ברײטבײניקער, מיט גראָבע ליפּן פֿון אַ בעל־תּאװהניק, מיט רױטלעכע פֿאַרשלאָפֿענע אױגן, און האָט אױסגעצױגן אַ לאַנגן הילכיקן גענעץ, װי אַ געזונטער מענטש, װאָס דאַרף נאָך שלאָפֿן.

― מיר זענען דרײ, ― האָט אים דוד שאַפּיראָ אָפּגעענטפֿערט, זיך אָנגענומען מיט קוראַזש, כאָטש די צײן האָבן זיך אים געטרײסלט װי אין אַ קדחת, און װי אַ מענטש אַ געניטער „אין די זאַכן“, האָט ער ניט געװאַרט, ביז מע װעט אים זאָגן דאָס װאָרט „פּאַטשפּאָרט!“ און האָט זיך אַלײן גענומען צום סורדוט, װאָס אױף דער װאַנט, אױפֿגעשפּיליעט די בוזעם־קעשענע און אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן דעם פּאַספּאָרט מיט דער פּראַװאָזשיטעלסטװע מיט די איבעריקע פּאַפּירן, און אונטערגעטראָגן זײ דעם טשינאָװניק גאַנץ עלעגאַנט, מיט אַ שאַר מיט אַ פֿוס, גאָר מעשׂה קאַװאַליר, פֿאַרגעסן, אַ פּנים, אַן ער גײט באָרװעס, מיט אַ קורץ װײטיקל אױף די װײַסע תּחתּונים.

― זאָגסט דו, אַז דרײַ? ― מאַכט צו אים דער האַלב פֿאַרשלאָפֿענער טשינאָװניק און קוקט זיך אָן מיט די רױטלעכע אױגן אױף דער מאַדאַם שאַפּיראָ, און טראָגט אונטער צו איר פּנים אַ העל־לײַכטנדעס לאַמטערנדל ― און זי װײס גיט, װאָס זי זאָל טאָן מיט די צעװאָרפֿענע האָר, מיט די נאַקעטע ברוסט און מיט די באָרװעסע פֿיס… פּלוצעם דערמאָנט זי זיך, אַז איר מאַן האָט געזאָגט אַזעלכס, װאָס ס'ניט געהערט צו װערן: װאָס הײסט, זײ זענען דרײַ, אַז זײ זענען אײגנטלעך פֿיר, און ניט פֿיר, נאָר מיטן קװאַרטיראַנט זענען זײ גאָר גאַנצע פֿינף!… פֿון שרעק האָט זי שױן פֿאַרגעסן, אַז זײ זענען דאָ ניט אַלײן, און האָט אױסגעצױגן צו איר מאַן אירע נאַקעטע הענט און גענומען אױסשמועסן זיך מיט אים אױף ייִדיש:

― דוד! גאָט איז מיט דיר! װאָסערע דרײַ? דאָסט פֿאַרגעסן, אַז מיר זענען פֿינף?

דוד האָט זיך געריבן די אױגן, גלײַך װי ער װאָלט דערהערט מי־יודע װאָס פֿאַר אַ נײַעס.

― פֿינף? װי אַזױ קומט אױס נאָך דײַן חשבון פֿינף?

― ראָכמײַסטער מײַנער! איך און דו איז ניט צװײ. בעטי איז ניט דרײ. סיאָמקע איז ניט פֿיר…

דוד האָט זיך געגעבן אַ פּאַטש אין שטערן, אױסגעשפּיגן אָן אַ זײַט און אָנגערופֿן זיך צום טשינאָװניק:

― איך האָב גאָר פֿאַרגעסן. מיר זענען ניט דרײַ, נאָר פֿיר. פֿיר זענען מיר.

― ניט פֿיר ― שרײַט צו אים שׂרה ― ניט פֿיר, נאָר פֿינף!

― פֿאַרװאָס פֿינף? װוּ אין דער חשבון?

― דעם קװאַרטיראַנט האָסט דו פֿאַרגעסן? צי דו װילסט אַלײן נעמען אַן אומגליק אױף דײַן קאָפּ?…

― טפֿו זאָל דאָס װערן! ― האָט שאַפּיראָ װידעראַמאָל זיך מכבד געװען מיט אַ פּאַטש אין שטערן און מיט אַ שפּײַ אױס, און אָנגערופֿן זיך צום טשינאָװניק, כּלומרשט מיט אַ שמײכעלע:

― איך האָב מיך שױן גאָר פֿאַרפּלאָנטערט. מיר זענען ניט דרײַ און ניט פֿיר, מיר זענען פֿינף.

― טעעעקסтак: אַזױ! ― האָט דער טשינאָװניק אױסגעצױגן, ניט אױפֿגעהערט זיך צו שפּיגלען אין שׂרה שאַפּיראָס שװאַרצע האָר, װאָס האָבן זיך צעװאָרפֿן אױף אירע קלאָר־װײַסע נאָך גאַנץ יונגע ברוסט. ― פֿינף זאָגסט דו? אפֿשר זעקס? אפֿשר זיבן? און אפֿשר נאָך און נאָך? איבעריקנס, אָט װעלן מיר באַלד זען.

און דער טשינאָװניק מיט די פֿאַרשלאָפֿענע רױטלעכע אױגן האָט אַ װוּנק געגעבן צו זײַנע באַהעלפֿערס, מע זאָל מאַכן אַ רעװיזיע, און די באַהעלפֿערס האָבן זיך געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט. בעטן און שאַפֿעס, טישן און בענקלעך זענען געװען איבערגעקוקט עטלעכע מאָל. פֿון סיאָמקען האָט מען אַראָפּגעצױגן די קאָלדרע און צוגעטראָגן אים צום פּנים אַ רעפֿלעקטיװ לאַמטערנדל, אַזױ אַז סיאָמקע האָט זיך פֿאַרשעמט און צעלאַכט. דאָס אײגענע האָט געזאָלט פֿאָרקומען אױך מיט בעטין, האָט בעטי זיך געגעבן אַ כאַפּ אױף און אַ שפּרונג אַראָפּ פֿון בעט, מיט כּעס זיך אײַנגעהילט אין אַ לײַלעך, און געבליבן שטײן אױג אױף אױג מיטן האַלב פֿאַרשלאָפֿענעם טשינאָװניק, מיט די בעל־תּאװה ליפּן, װאָס האָט געװאָרפֿן מיט זײַנע רױטלעכע אױגן פֿון דער טאָכטער אױף דער מוטער און פֿון דער מוטער אױף דער טאָכטער, פֿאַרגלײַכנדיק, אַ פּנים, װעלכע פֿון די צװײ װאָלט ער אַ בעלן געװען צו האָבן…

― דער שװאַרץ־יאָר זאָל זײ װיסן, װער ס'איז שענער! ― אַזױ האָט ער געטראַכט בײַ זיך אין האַרצן. ― דער רוח האָט זײ בײדע ניט גענומען! שײן זענען זײ בײדע. נאָר די קלײנע איז רײַצנד! װענוס… יונאָנאַ… אַפֿראָדיטאַ… האָבן זיך אים געפּלאָנטעט אין זײַן זכּרון אַלערלײ נעמען, װעלכע ער האָט אױסגעלײענט אין די ראָמאַנען. און פֿון די אַלע נעמען האָט ער פֿאַרגעסן אײן נאָמען, װעלכער װאָלט זיך אַמבעסטן געפּאַסט אין דער דאָזיקער מינוט פֿאַר דער שײנער בעטין מיט איר קלאָר מאַטעװע פּנים, מיט דער אױסגעטאָקטער נאָז, מיט די פּרעכטיקע טונקעלע האָר, מיט די געדיכטע ברעמען און מיט די גרױסע קאַרע אױגן, װאָס האָבן געברענט אין דער מינוט מיט אַ פֿײַער פֿון צער און פֿון צאָרן.

יהודית ― איז געװען דער דאָזיקער נאָמען.

דאָס פֿערצנטע קאַפּיטל: אָן הענט!

װען אונדזער ראַבינאָװיטש זאָל טאַקע זײַן דער אמתער ראַבינאָװיטש, ניט פּאָפּאָװ, װאָלט ער, האָבנדיק אַ מעדאַל און ניט אַרײַן אין אוניװערסיטעט, זיכער אַזױ געשמאַק ניט געשלאָפֿן, װי דער איז געשלאָפֿן אין דער דאָזיקער נאַכט… ניט נאָר ער האָט ניט געהערט ניט קײן מוראדיקע קלונגען, ניט קײן טופּען פֿון אַ סך פֿיס און ניט קײן קולות פֿון אַ סך מענטשן, ער האָט אַפֿילו ניט געהערט, װי דער בעל־הבית זײַנער, דוד שאַפּיראָ, שטײט איבער אים און טאָרעט אים בײַ דער קאָלדרע און װעקט אים אַלע מאָל העכער און העכער: „ראַבינאָװיטש! ראַבינאָװיטש!! ראַבינאָװיטש!!!“… ראַבינאָװיטש איז גאָר געװען װײס איך װוּ! ערגעץ אױף שליטעלעך האָט ער זיך געשליטלט באַרג־אַראָפּ, איבער שנײ, און ניט אַלײן, נאָר דװקא אין צװײען, און דװקא מיט בעטין, װאָס האָט אים אַרומגענומען מיט בײדע הענט, צוגעטוליעט איר פּנים צו זײַן פּנים, אירע חנעװדיקע בעקלעך צו זײַנע ליפּן, און ער קושט זי, קושט זי, קושט זי, און זי לאַכט, רײַסט זיך פֿון זײַנע הענט און לאַכט, און ער קושט זי און קושט זי און ציט זי צו זיך. „װוּהין ציסט דו מיך?“ ― קום, טײַערע! קום, בעטי! „װוּהין?“ ― אַהין, אַהין, אין קלױסטער אַרײַן… „אין קלױסטער? כאַ־כאַ־כאַ! װאָס װעלן מיר טאָן אין קלױסטער?“ ― דאָרט װעלן מיר חתונה האָבן. דאָרט װעל איך דיך נעמען. דאָרט װעסט דו זײַן מײַנע, מײַנע, מײַנע!…

― װאָס באַלעבעטשעט איר: מײַנע, מײַנע, מײַנע? ― זאָגט דער בעל־הבית צום קװאַרטיראַנט און שלעפּט פֿון אים די קאָלדרע. ―