דער בלוטיקער שפּאַס: 12: דער שׂכל פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס צװעלפֿטע קאַפּיטל: דער שׂכל פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“

אױף אונדזער שאַפּיראָן לאָזט זיך זאָגן דעם שבֿח, אַז אין דעם ענין פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז ער געװען אַ ספּעציאַליסט. מע קען זאָגן: אַ גאָון. דעריבער האָט שאַפּיראָ און ניט קײן אַנדערער גענומען זיך מיט גרױס ענערגיע מאַכן פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ אַזעלכע, אַז ס'זאָל „זײַן מיטן קנאַק“!

― אַ בחור, װאָס האָט אַן אַטעסטאַט פֿון אַ גימנאַזיע, נאָך מיט אַ מעדאַל דערצו, ― אַזױ האָט געזאָגט צו אים דוד שאַפּיראָ, װיבאַלד מע האָט געבראַכט צו טראָגן דעם קװאַטיראַנטס דאָקומענטן פֿון פּאָליציע, און בעת־מעשׂה האָט שאַפּיראָ געציטערט אַ סך מער פֿונעם קװאַרטיראַנט, ממש אַ צאָן אָן אַ צאָן האָט אים געשלאָגן, ― אַזאַ בחור, זאָג איך, האָט ניט װאָס צו זאָרגן פֿאַר אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. צען פֿאַר אײנע! װוּ שטײט עס געשריבן, אַז הערש ראַבינאָװיטש באַדאַרף זײַן דװקא אַ דאָקטאָר מעדיצין? און אַז ער װעט זײַן נאָר אַ דאָקטאָר מיט די צײן (אַ דאַנטיסט) איז אים װינציק?

און מיט די װערטער איז ער אַװעק מיטן קװאַרטיראַנט גלײַך אין אַ „זובאָװראַטשעבנע שקאָלעзубоврачебные школе: דענטיסט־שול“ און האָט זיך באַדונגען און אים פֿאַרשריבן פֿאַר אַ דאַנטיסט אײנס־צװײ־דרײ.

עס רעדט זיך אָבער נאָר אַזױ: אײנס־צװײ־דרײ. עס איז געװען דערבײַ נאָך גענוג װאָס צו טאָן. פּאַפּירן, פּאַפּירן און פּאַפּירן! נאָר דוד שאַפּיראָ שרעקט זיך ניט איבער פֿאַר אַזױנע זאַכן. דוד שאַפּיראָ איז, װי איר קוקט אים אָן, אַ מענטש אַ געניטער, װאָס האָט שױן די צײן אױפֿגעגעסן אױף דעם, אַ געשלאָגענער הונט, װי ער אַלײן זאָגט אױף זיך. װאָס ער איז אױסגעשטאַנען, זינט ער האָט זיך באַזעצט אין דער דאָזיקער הײליקער שטאָט, ביז ער האָט מען זײַן רעכטע, כּשרע פּראַװאָזשיטעלסטװע, צוליב דעם, װאָס זײַן סיאָמקע איז אַ גימנאַזיסט ― דאָס לאָזט זיך גאָר ניט דערצײלן, ניט באַשרײַבן.

― אַן עבֿירה, װאָס איר זענט שװאַך אין אונדזער לשון! ― האָט ער געזאָגט צום קװאַרטיראַנט, צו ראַבינאָװיטשן, נאָכדעם װי ער איז געקומען מיט אים פֿונעם דאַנטיסט און אַװעק מיט אים אין פּאָליציע אַרײַן, געהאַט גרױסע צרות, װאָרעם פּאָליציע האָט אים שױן געהאַט געשטעמפּלט דעם פּאַס מיט רױטן: „נאַ װײעזד װדװאַדצאַט טשעטירע טשאַסאַвеезд вдвадцать четыре часа: אַרױפֿאָרן און 24 שעה“. ― ע! װען איר זאָלט פֿאַרשטײן אונדזער לשון און קאָנען שרײַבן ייִדיש, װאָלט איר געהאַט פֿון מײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע אָט אַזאַ בוך צו מאַכן! (דאָ האָט אים שאַפּיראָ באַװיזן מיט דער האַנט פֿון דער ערד ביז כּמעט צו דער סטעליע, אַזױ אַז װען עמיצער שרײַבט אָן אַזאַ גראָבן בוך, װאָלט עס טאַקע באמת געװען אַ גװאַלד!

און כאָטש דער קװאַרטיראַנט איז „שװאַכלעך אין אונדזער לשון“, און װעט „אָט אַזאַ בוך“ אױף ייִדיש ניט קאָנען מאַכן, דאָך האָט אים שאַפּיראָ צוליב געטאָן און האָט אים דערצײלט אַזױ פֿיל מוראדיקע און מאָדנע גוזמאדיקע מעשׂיות, קאָמישע עפּיזאָדן, שרעקלעכע היסטאָריעס און װוּנדערלעכע געשעענישן, װאָס װען דערבײַ זאָל ניט געװען זיצן די פֿרױ שאַפּיראָ, און דער עיקר די טאָכטער בעטי, װאָלט דער קװאַרטיראַנט רעכט געהאַט צו דענקען, אַז זײַן בעל־הבית פֿאַנטאַזירט, האַקט אַ טשײַניק, טראַכט אױס זאַכן, װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן. װאָרעם װי איז דאָס מעגלעך צו גלױבן, אַז אײן מענטש אַלײן, ער מעג זײַן אַפֿילו אַ גלית הפּלשתּי, אַ שמשון הגיבור אָדער, לפּחות, אַ איליאַ מוראָמעץ, זאָל קאָנען איבערטראָגן אױף זיך אַזאַ פּאַק מיט צרות, גזירות און רדיפֿות, און גאָר ניט אין אַזאַ לאַנגער צײַט, און נישט האָבן אַפֿילו קײן אײן גרױע האָר?…

װיפֿל מאָל, מײנט איר, איז שױן אָט דער דוד שאַפּיראָ געװען אַרױסגעשיקט פֿון פּעטערבורג און פֿון מאָסקװע און פֿון אַנדערע רוסישע שטעט? װיפֿל מאָל, שטעלט איר זיך פֿאָר, איז ער שױן געגאַנגען מיטן עטאַפּ, געשלאָסן האַנט אין האַנט מיט אַלערלײ גנבֿים, גזלנים און קעפּשנײַדער? אין װיפֿל טורמעס, אַ שטײגער, איז ער געװען צו גאַסט, און מיט װאָסערע פֿאַרברעכער, למשל, האָט ער זיך ניט באַקענט? און איבער װאָס, מײנט איר? נאָר צוליב אײן־און־אײנציקער עבֿירה ― װאָס זײַן זײדע האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, ניט געװאָלט אױסבײַטן דאָס רענדל!… און דאָ? טאַקע אָט דאָ, אין דער הײליקער שטאָט? װיפֿל מאָל, רעכנט איר, איז ער געשטאַנען אין אַ סכּנה אַרױסגעשיקט צו װערן? און װער זאָגט עס, אַ שטײגער כּדומה־למשל, אַז הײַנט איז ער שױן אױסער געפֿאַר? אַז הײַנטיקע נאַכט קאָן מען ניט קומען צו אים, אױפֿװעקן פֿון שלאָף און בעטן מחילה, ער זאָל זיך מטריח זײַן: „אַ פֿאָר־פֿאָר נאַ באַרדיטשעװ“… אַזױ װי ער האָט שױן געהאַט ניט אײן מאָל אין פּעטערבורג און אין מאָסקװע און אַנדערע שטעט…

שאַפּיראָ הערט ניט אױף צו דערצײלן חידושים און װוּנדער פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט, און זײַן קװאַרטיראַנט הערט אים אױס און טראַכט זיך: „רבונו־של־עולם! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין אומה אױף דער װעלט, װאָס מע יאָגט זי און מע רודפֿט זי װי אַ הונט, און זי זאָל עס, אַ שטײגער, אַרױס מיט אַ פּראָטעסט. שאַפּיראָ איז דאָך נישט אײנער, דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנס איז דאָך אַזױ… אײן מענטש אַז ער שרײַט, גײט זײַן קול פֿאַרלױרן מיטן װינט און מיטן רױך, אָבער אַ פֿאָלק, אַ גאַנץ פֿאָלק זאָל אױפֿהײבן אַ קול, װאָלט דאָס שרײַען, דאַכט זיך, דערגרײכט פֿון אײן עק װעלט ביזן אַנדערן!… אַלע הימלען װאָלטן זיך געטרײסלט!… אַ מאָדנע פֿאָלק! אָט זיצט זיך אַ ייִד שאַפּיראָ, אָ מענטש, דאַכט זיך, גלײַך מיט אַלע מענטשן, און רעדט פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע, דאָס הײסט, פֿון אַ רעכט, װאָס געהערט ניט נאָר יעדן מענטשן, נאָר יעדער חיה און יעדער בהמה!… נײן, ער געפֿינט נאָך אין זיך מוט צו רעדן מיט אַזאַ טאָן: „פֿאָר־פֿאָר נאַ באַרדיטשעװ“?!

― װי איז דאָס מעגלעך ― פֿרעגט ער בײַ שאַפּיראָן ― װי איז דאָס מעגלעך, מע זאָל אײַך אַרױסשיקן? און װוּ איז אײער „פּראַװאָזשיטעלסטװע“?

― מײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע, כאַ־כאַ־כאַ? ― צעגיסט זיך שאַפּיראָ פֿאַר געלעכטער. ― װאָס הײסט מײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע? װי קאָן איך זאָגן, למשל, מײַן האַנט? אָדער מײַן פֿוס? די האַנט איז מײַנע, כּל־זמן איך שרײַב מיט איר, אָדער איך עס מיט איר. דער פֿוס איז מײַנער, כּל־זמן איך גײ אױף אים. און אַנו, לאָז גאָט װעלן צונעמען בײַ מיר אָט די האַנט אָדער אָט דעם פֿוס, װעמענס װעלן זײ שױן דעמאָלט זײַן? פּונקט אַזױ איז מיט מײַן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. כּל־זמן דער זאַקאָן איז אַ זאַקאָן, אַז צוליב קינדער, װאָס לערנען אין גימנאַזיע, מעגן זײערע פֿאָטער און מוטער װױנען ― איז גוט. װי איז אָבער דער דין, אַז טאָמער געפֿינט זיך אַ חכם און װײַזט אָן, אַז דער זאַקאָן זאָגט בפֿירוש, אַז נאָר יענע קינדער מעגן לערנען אין גימנאַזיע, װעמענס פֿאָטער און מוטער האָבן פּראַװאָזשיטעלסטװע? איר פֿאַרשטײט אַ שׂכל? אַי, בלײַבט דאָך װידער אַ קשיא: װי אַזױ קאָן איך האָבן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע אײדער איך האָב באַקומען די פּראַװאָזשיטעלסטװע? איר פֿאַרשטײט, צי נײן? איר הערט זיך נאָר צו מיט קאָפּ. עס איז גלײַך װי איר זאָלט מיך פֿרעגן, למשל: װי אַזױ האָב איך געקענט געבױרן װערן אײדער מײַן טאַטע־מאַמע זענען נאָך גאָר אױף דער װעלט געװען? דאָס אײגענע פֿרעגן אונדזערע תּלמודיסטן: װי אַזױ איז דאָס געמאַכט געװאָרן די ערשטע אײַזערנע צװאַנג, אַז אױף צו אױסהאַלטן אַ צװאַנג אױפֿן פֿײַער מוז מען האָבן אַ צװאַנג? איר פֿאַרשטײט, װי טיף דאָס איז? נו? װאָס זשע שװײַגט איר? ― זאָגט דער בעל־הבית צום קװאַרטיראַנט און דערלאַנגט אים מיטן עלנבױגן אין זײַט אַרײַן.

װאָס קאָן אים דער קװאַרטיראַנט זאָגן דערױף? ער האַלט אָפֿן מױל און אױגן און הערט. װיבאַלד, אַז צו אַזאַ הימלשרײַענדע געשיכטע װי „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז דאָ אַזאַ מאָדנע פֿילאָזאָפֿיע פֿון אַ האַנט מיט אַ פֿוס און אַ תּלמודישער פּילפּול פֿון אַ צװאַנג מיט אַ צװאַנג… איז שױן ניטאָ מער קײן װערטער בײַ אים! און אַגבֿ זיצט אַקעגן, אָט דאָ בײַם טיש, בעטי, די שײנע שװאַרץ־חנעװדיקע בעטי, כּלומרשט איבער אַ ביכל, נאָר ער איז איבערצײַגט װי צװײ מאָל צװײ, אַן כאָטש זי קוקט אין ביכל אַרײַן, װײסט זי גאַנץ גוט, װי ער, ראַבינאָװיטש, קוקט אױף איר, און זי װײסט גאַנץ גוט, אַן ער טראַכט פֿון איר, װאָרעם ערשט הײַנט אינדערפֿרי האָט ער איר פֿאַרבײַגײענדיק אַ זאָג געגעבן: „בעטי, איך האָב אײַך עפּעס צו זאָגן…“ און כאָטש ער האָט איר נאָך גאָרנישט געזאָגט, װאָרעם אין יענער מינוט איז אױסגעװאַקסן די מוטער, אים אָנגעזאָגט אַ בשׂורה, אַז איר סיאָמקע האָט הײַנט געבראַכט פֿון גימנאַזיע צװײ פֿינפֿן; נאָר דאָס, װאָס ער האָט איר געזאָגט, איז געװען גאַנץ גענוג, אַן זי זאָל װערן אָנגעצונדן װי אַ שפּיץ דאַך אױף דער פֿאַרגײענדיקער זון… נישקשה, בעטי איז גענוג קלוג, זי זאָל פֿאַרשטײן, װי װײַט ער, ראַבינאָװיטש, האָט זי ליב, און װי װײַט זי, בעטי, איז בײַ אים טײַער…

און נישט גאָר בעטי, אַפֿילו בעטיס מוטער, שׂרה, איז אים אין דער מינוט געװאָרן ליב און טײַער. שׂרה שאַפּיראָ האָט אים הײַנט אָנגעזאָגט אַ צװײטע בשׂורה, װאָס איז בײַ אים געװען נאָך אַ סך אָנגעלײגטער, װי דאָס, װאָס סיאָמקע האָט געכאַפּט צװײ פֿינפֿן אין גימנאַזיע. שׂרה שאַפּיראָ האָט אױסגענוצט דעם מאָמענט, װען די טאָכטער איז ניט געװען אין שטוב, און אַ זאָג געגעבן דעם קװאַרטיראַנט, אַז זי האָט צו אים אַ געשעפֿט.

― אַ שטײגער?

― אַ שטײגער, איך װיל, איר זאָלט רעפּעטיטעװען (ניט געװען בעטי, װאָס זאָל איר צורעכט מאַכן דאָס װאָרט!) מיט מײַן טאָכטער גלײַך װי איר רעפּעטיטעװעט מיט מײַן זון. צאָלן קאָן איך אײַך ניט. נאָר װאַרעמעס און װעטשערע קאָן איך אײַך געבן דערפֿאַר אומזיסט…

ראַבינאָװיטש איז געװען שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן און ניט אַרומגעכאַפּט די בעל־הביתטע קושן פֿאַר אַזאַ טײַערער בשׂורה! צװײ בשׂורות: ערשטנס, װאָס ער װעט לערנען מיט בעטין. צװײטנס, װאָס ער װעט עסן מיט בעטין בײַ אײן טיש! נײן, די װעלט פֿאַרמאָגט ניט קײן סך אַזעלכע בעל־הביתטעס װי זײַן בעל־הביתטע, ― אין דער ערד אַלע בעל־הביתטעס און אַלע װײַבער פֿון דער גאַנצער װעלט פֿאַר אָט דער שׂרה שאַפּיראָ!

און ראַבינאָװיטש האָט אָנגענומען די בעל־הביתטע פֿאַר אַ האַנט און האָט איר געדאַנקט װאַרעם און געשמאַק און האָט פֿאַרזיכערט זי, אַן ער נעמט אָן מיט פֿאַרגעניגן, װאָס זי לײגט אים פֿאָר. מיט פֿאַרגעניגן! מיט גרױס פֿאַרגעניגן!

― נאָר װאָס דען? מיט אַ תּנאַי, ― האָט אים שׂרה שאַפּיראָ אױסגענומען.

בײַ ראַבינאָװיטשן האָט זיך אָפּגעריסן אין האַרצן:

― צום בײַשפּיל?

― טײ און צוקער זאָל זײַן אײַערע.

ראַבינאָװיטש האָט דערפֿילט, װי טױזנט פּוד איז אים אַראָפּ פֿון דער נשמה.

― פֿאַרשטײט זיך, מײַנע! פֿאַרשטײט זיך!

אין דעם קומט אָן בעטי, װעלכע האָט מיט אײן קוק געכאַפּט, װאָס דאָ איז פֿאָרגעקומען, און האָט געגעבן דער מוטער אַן אױסרײד אױף ייִדיש:

― האָסט קײן צײַט ניט געהאַט, ביז איך אַלײן װעל פֿאָרלײגן?…

און צום קװאַרטיראַנט האָט זי זיך געװענדט אױף רוסיש, און אַ ליבלעך שמײכעלע האָט געשװעבט אױף אירע שײנע ליפּן, און אַ שטראָם מיט פֿאַרב האָט באַגאָסן אירע שײנע באַקן ביז די חן־גריבעלעך:

― דאָרט, װוּ עס קער זיך אָן מיט לערנען די קינדער, װערט מײַן מאַמע אַ מענטש פֿון געשעפֿט…

― אָ! טײַערע, טײַערע בעטי! ― טראַכט זיך ראַבינאָװיטש און נעמט זי דורך מיטן קוק. ― נאָר אַזאַ מלאך פֿון הימל, װי בעטי, קאָן האָבן אַזאַ מוטער! און נאָר אַזאַ מוטער, װי אָט די שׂרה שאַפּיראָ, קאָן האָבן אַזאַ טאָכטער, װי בעטי!…

דאָס דרײַצנטע קאַפּיטל: יהודית

עס קאָן זײַן, אַז מיר האָבן זיך אַ ביסל צוגעאײַלט דערמיט, װאָס מיר האָבן אַרױסגעגעבן דוד שאַפּיראָן אַן אַטעסטאַט, אַז אין הלכות פּראַװאָזשיטעלסטװע איז ער אַ ספּעציאַליסט און אַ גאָון. אין עטלעכע טעג אַרום, נאָך דעם װי זײַן קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש האָט זיך פֿאַרשריבן פֿאַר אַ דאַנטיסט, האָט זיך בײַ שאַפּיראָן אין שטוב געטראָפֿן אַ קאַטאַסטראָפֿע. אײנע פֿון יענע קאַטאַסטראָפֿעס, װאָס טרעפֿן זיך ניט זעלטן ― און אין דער לעצטער צײַט גאַנץ אָפֿט, כּמעט אַלע נאַכט ― אין דער אוניװערסיטעט־שטאָט, װוּ עס קומט פֿאָר אונדזער אױסערגעװײנטלעכער ראָמאַן.

עס איז שױן געװען װײַט נאָך האַלבע נאַכט, אַז בײַ שאַפּיראָן אין װױנונג האָט זיך דערהערט אַ קלינגען אין דער טיר. נאָר אַזאַ קלינגען, װאָס קאָן אױפֿװעקן אַ טױטן: דזין־דזין־דזין־דזין־דזין־דזין ― גאָר אָן אַן אױפֿהער. אַן אַנדערער אױף שאַפּיראָס אָרט װאָלט זיכער אַראָפּגעפֿאַלן פֿון באָט, אָדער אַרױסגעשפּרונגען דורך אַ פֿענצטער. שאַפּיראָ איז דאָך אָבער, װי מיר װײסן שױן, אַ מענטש אַ געניטער, איז ער שױן גוט באַקאַנט מיט דעם אַרט קלינגען. ער װײסט, אַז אַזױ קלינגען קלינגט מען נאָר, אָדער דעמאָלט, װען, דאָס גאַנצע הױז איז אַרומגענומען אין פֿלאַם־פֿײַער, און מע װיל אַרױסראַטעװען לעבעדיקע נפֿשות, אָדער דעמאָלט, װען מע מאַכט אַן אָבלאַװע אױף ייִדן; בלשון פּאָליציע װערט עס אָנגערופֿן: „מע מאַכט אַ רעװיזיע אױף די ניט צוגעשריבענע“.

רופֿט עס אײַך אָן װי איר װילט, אָבלאַװע, רעװיזיע ― נאָר מע קלינגט אײַך אַזױ לאַנג, ביז איר עפֿנט ניט אױף די טיר. און