דער בלוטיקער שפּאַס: 4: דער כּוח פֿון מעדאַל

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס פֿערטע קאַפּיטל: דער כּוח פֿון אַ מעדאַל

ביז אַהער אין דער שמועס געגאַנגען אױף רוסיש. און איצט, אַז עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז דאָס איז אַ שקלאָװער מיעשטשאַנין און הײסט הערש ראַבינאָװיטש, איז נישקשה, אָן אַן אומגליק, אַז מע װעט מיט אים רײדן אױף„אונדזער“ לשון. און שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך געװענדט צו אים שױן אױף פּראָסט ייִדיש:

― ס'איז מיר אַ חידוש אױף אײַך. איר װײַזט אױס אַ װעלטלעכער יונגערמאַן צו זײַן און װײסט ניט, אַז בײַ אונדז באַדאַרף אַ ייִד האָבן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע?…

דערױף האָט איר דער װעלטלעכער יונגערמאַן נישט געענטפֿערט גאָרניט, װײַל ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם גאַנצן קאָמפּלימענט אײן װאָרט אַפֿילו. ער האָט זיך אָנגערופֿן צו דער שאַפּיראָ אױף רוסיש און אַ ביסל רױט געװאָרן דערבײַ:

― איזװיניטיע ― איך פֿאַרשטײ ניט אױף ייִדיש.

דאָ האָט זיך די מאַדאַם שאַפּיראָ שױן גאָר ניט געקאָנט אײַנהאַלטן זיך פֿאַר געלעכטער:

― אַ שקלאָװער מיעשטשאַנין, און הײסט ראַבינאָװיטש, און פֿאַרשטײט ניט קײן ייִדיש?!…

בעטי, װעלכע איז געשטאַנען ביז אַהער װי אַ זײַטיקע, האָט זיך אַרײַנגעמישט אינעם שמועס און געקומען צו הילף דעם יונגנמאַן, װאָס איז געקומען דינגען דאָס צימער. זי האָט זיך אָנגערופֿן צו דער מוטער אױף רוסיש:

― קאַרג פֿאַראַן הײַנט יונגעלײַט, ייִדישע קינדער, װאָס פֿאַרשטײען ניט קײן ייִדיש?

און צום יונגנמאַן האָט זי זיך געװענדט, געגעבן אים צו פֿאַרשטײן אין קורצע נאָר קלאָרע דיבורים, אין װאָס דאָ האַנדלט זיך: אַז אַ ייִד טאָר דאָ ניט זײַן אין דער דאָזיקער שטאָט, אַז אַ ייִד דאַרף האָבן אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, און אַז טאָמער לאָזן זײ אַרײַן צו זיך אַ ייִדן אָן אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, האָבן זײ אױף זיך אַ גרױסן שטראָף: מע נעמט צו בײַ זײ זײער פּראַװאָזשיטעלסטװע און מע שיקט זײ אַרױס פֿון שטאָט אין פֿיר און צװאַנציק שעה.

― אַצינד פֿאַרשטײט איר שױן, צי נאָך ניט?

דאָס אַלעס אין געזאָגט געװאָרן מיט אַזאַ זיס שמײכעלע און מיט אַזױ פֿיל חן, אַז װען ניט די מאַמע װאָס בײַ דער זײַט, װאָלט דער פּאַרשױן גרײט געװען אַרומכאַפּן קושן דאָס דאָזיקע חנעװדיקע מײדל מיט איר שעלמיש שמײכעלע. און כאָטש דער דין פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז בײַ אונדזער העלד געװען כּמעט װי אַ נײַס, דאָס הײסט, הערן האָט ער דערפֿון געהערט, אַז ס'איז דאָ שטערט, װוּ ייִדן דאַרפֿן האָבן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, נאָר ער האָט דאָס געדענקט װי עפּעס דורכן שלאָף. פֿון דעסטװעגן האָט ער זיך געמאַכט, גלײַך װי דאָס איז בײַ אים גאָר קײן נײַס ניט, און האָט זיך אָנגערופֿן צום חנעװדיקן מײדל אױך מיט אַ שמײכל:

― דער דין פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז מיר, מאָלט אײַך, גאַנץ גוט באַקאַנט, כאָטש איך בין ניט קײן היגער. דאָס איז אַ דין, װאָס מע װאָלט אים שױן לאַנג געמעגט אַרױפֿװאַרפֿן אױפֿן בױדעם מיט אַלע אַלטע שמאַטעס. נאָר גיט מיר צו פֿאַרשטײן אײן זאַך װאָלט איך װעלן װיסן: װי אַזױ האָט מען בײַ מיר צוגענומען מײַנע דאָקומענטן אין אוניװערסיטעט?

דאָס װאָרט „אוניװערסיטעט“ איז אױף בײדן, אױף דער מוטער מיט דער טאָכטער, געװען װי אַ ליכטיקער שטראַל. בײדנס פּנימער האָבן אָנגעהױבן צו שײַנען, און די מוטער האָט אַזש דערלאַנגט זיך אַ פּאַטש מיט בײדע הענט איבער די קלײדלעך:

― אַזױ? זענט איר, הײסט עס, ― אַ סטודענט פֿון היגן אוניװערסיטעט? הײַנט װאָס האָט איר געשװיגן די גאָנצע צײַט ביז אַהער?

― די גאַנצע צײַט געשװיגן? מיר דאַכט, אַז מיר האָבן דאָ אַלע דרײַ גערעדט? ― האָט איר אָפּגעענטפֿערט דער סטודענט מיט אַ שמײכל, אַלץ קוקנדיק אױף דער טאָכטער, ניט אױף דער מוטער. און די מוטער האָט אים געשטעלט דעם לעצטן עקזאַמען:

― זענט איר שױן, הײסט עס, אַ צוגענומענער?

― כּמעט… איך האָב אַ מעדאַל

― אַך! איר זענט אַ מעדאַליסט? אַזױ? זעסט דו?

דאָס לעצטע האָט די מוטער געזאָגט שױן אױף ייִדיש צו דער טאָכטער, מיט אַ זיפֿץ. זי האָט זיך אָבער באַלד פֿאַרכאַפּט און אַ זאָג געגעבן צום סטודענט צום מעדאַליסט אױף רוסיש: איך זאָג עס צו מײַן טאָכטער, זי האָט אַ ברודער, דאָס הײסט, איך האָב אַ זון אַ גימנאַזיסט, ער איז שױן אין דריטער קלאַס, טענה איך צו אים שױן דרײַ יאָר באַלד, אַלע אינדערפֿרי און אױפֿדערנאַכט: „אַ מעדאַל, אַ מעדאַל, אַ מעדאַל!“ ― הערט ער מיך װי דעם קאָטער. אַ ייִד אָן אַ מעדאַל איז אַלץ אײנס, װי אַ… װי אַ…

די מאַדאַם שאַפּיראָ האָט גענומען זוכן אין חדר עפּעס אַ זאַך, װאָס מע זאָל קאָנען דערצו פֿאַרגלײַכן אַ ייִדן אָן אַ מעדאַל, איז אָבער אין חדר נישט געװען קײן זאַך, װאָס זאָל האָבן אַ שײַכות צו אַ ייִדן מיט אַ מעדאַל אָדער אָן אָ מעדאַל. און דערצו האָט די טאָכטער, בעטי, געפֿונען, אַז ס'איז גלאַט איבעריקע רײד; צו װאָס באַדאַרף עס אַ פֿרעמדער מענטש װיסן, אױב איר ברודער װעט האָבן אַ מעדאַל אָדער ניט? האָט זי אַ זאָג געגעבן צוס סטודענט, אָנװײַזנדיק אױף זײַן מאָגער טשעמאָדאַנטשיקל:

― דאָס זענען אַלע אײַערע זאַכן, צי איר האָט עפּעס נאָך?

― צו װאָס דאַרף איך נאָך? ― האָט ער איר אָפּגעענטפֿערט און אַרײַנגעקוקט איר אין די שײנע קאַרע אױגן אַרײַן אַזױ שאַרף, אַז מע װאָלט עס געקאָנט אױסטײַטשן: „צו װאָס באַדאַרף איך נאָך, אַז דו האָסט אַזעלכע שײנע גוטע קלוגע קאַרע אױגן מיט אַזעלכע חן־גריבעלעך אין די בעקלעך?“…

די מוטער, װאָס איר גאַנץ לעבן, אַ פּנים, איז געװען געצילט נאָר אין אײן זײַט אַרײַן און אָפּגעשטעלט זיך נאָר אױף אײן זאַך: אַז איר זון זאָל האָבן אַ מעדאַל ― האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַרן נײַעם שכן און זיך אָנגערופֿן צו דער טאָכטער װידער מיט אַ זיפֿץ:

― זײַער גערעכט! צו װאָס באַדאַרפֿן זײ נאָך? אַז זײ האָבן אַ מעדאַל, באַדאַרפֿן זײ שױן ניט קײן זאַך. קײן זאַך!

די װערטער „קײן זאָך“ האָט זי אָפּגעשניטן װי מיט אַ מעסער,

און איז מיט אַ מאָל װי צוגעזאָטן געװאָרן צום שכן דעם מעדאַליסט און זײער פֿרײַנדלעך אים אַ פֿרעג געגעבן:

― האָט איר פֿאָטער און מוטער?

דאָס איז געװען פֿאַר אונדזער העלד אַזױ אומגעריכט, און אַגבֿ האָט ער אין דער מינוט אַקוראַט פֿאַרגעסן, צי הערשקאָ ראַבינאָװיטש האָט אַ פֿאָטער מיט אַ מוטער, אָדער נאָר אַ פֿאָטער אַלײן, אָדער נאָר אַ מוטער אַלײן? ― ער האָט נישט באַלד געקאָנט ענטפֿערן דערױף. אַ גליק, װאָס בעטי איז אים געקומען צו הילף. זי האָט זיך געװענדט צו דער מוטער:

― טאָמער װאָלט געװען גענוג צו עקזאַמענירן אונדזער אײַנװױנער? פֿאַרװאָס פֿרעגסט דו זײ בעסער ניט, צי האָבן זײ געטרונקען טײ?

און צום נײַעם שכן האָט בעטי אַ זאָג געגעבן מיט איר חנעװדיק שמײכעלע:

― מײַן מאַמע האָט ליב אַ ביסל רעדן… אפֿשר װילט איר טײ, קאָנט איר אײַך הײסן געבן דעם סאַמאָװאַר. איר באַקומט צװײ סאַמאָװאַרן אַ טאָג. דאָס גיט זיך צו צום צימער.

― װאָס עפּעס צװײ סאַמאָװאַרן? ― האָט איר די מאַמע איבערגעשלאָגן, ― דרײַ סאַמאָװאַרן. אינדערפֿרי און בײַטאָג און אױפֿדערנאַכט.

― דאָס איז דערפֿאַר, װאָס איר האָט אַ מעדאַל, ― האָט זיך אָנגערופֿן בעטי מיט אַ געלעכטער צום נײַעם שכן, און אַ זאָג געגעבן צו רעד מוטער אױף ייִדיש: „קום!“ און בײדע, די טאָכטער און די מוטער, זענען אַרױס פֿון חדר, איבערגעלאָזט דעם שכן דעם מעדאַליסט אײנעם אַלײן מיט זײַן מאָגערן טשעמאָדאַן און מיט זײַנע געדאַנקען, װאָס האָבן זיך געפּלאָנטעט אַרום דעם כּוח פֿון זײַן מעדאַל, און נאָך מער אַרום דעם שײנעם מײדל מיט די שײנע קאַרע קלוגע אױגן, מיטן שעלמיש שמײכעלע און מיט די הן־גריבעלעך אין די בעקלעך.

דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל: די משפּחה שאַפּיראָ

אױף װיפֿל דער נײַער קװאַרטיראַנט איז געװען צופֿרידן מיט זײַן קװאַרטיר, אױף אַזױ פֿיל, אױב ניט מער נאָך, איז די מאַדאַם שאַפּיראָ געװען צופֿרידן מיט איר נײַעם קװאַרטיראַנט. אַ לעבעדיקער בחור, זײער אַ פּראָסטער בײַ זיך, און אַ צוגעלאָזטער מענטש, ― אַ דימענטיקער.

פֿונעם ערשטן טאָג אָן האָט ער זיך שױן אינטערעסירט מיט איר זונדל, אַ תּלמיד פֿון דריטע קלאַס גימנאַזיע, אים אַ נעם געגעבן צום עקזאַמען און אַלײן געשלאָגן זיך מאַכן מיט אים אַלע טאָג די אוראָקן. די מאַדאַם שאַפּיראָ האָט שױן אַלײן געקלערט אױסזוכן אים אַ רעפּעטיטאָר, ס'זאָל זיך מאַכן עפּעס אַ רעכטער סטודענט אין גלײַכן געלט. קײן סך ס'זאָל קאָסטן קאָן זי ניט, נאָר זי װאָלט װעלן װיסן, װיפֿל װעט ער זיך הײסן צאָלן?

דערבײַ האָט זי געװאָרפֿן אױף איר קװאַרטיראַנט אַ קוק פֿון אונטן אַרױף און ס'איז איר איבערגעלאָפֿן אַ מחשבֿה אין קאָפּ: „שײן װאָלט געװען, װען דער בחור זאָגט זיך אָפּ פֿון נעמען געלט בײַ איר!“ און כּך־הװה ― גלײַך װי זי װאָלט זײַן אַ נבֿיאטע. דער בחור האָט ניט נאָר זיך אָפּגעזאָגט פֿון געצאָלטס, ער האָט זי נאָך אױסגעלאַכט: װאָס הײסט ער װעט בײַ איר נעמען געלט? פֿאַרװאָס?

― נו? װאָס האָב איך דיר געזאָגט? ― האָט די גליקלעכע מוטער זיך גערײצט מיט דער טאָכטער.

― װאָס האָסט דו מיר דען געזאָגט?

― האָסט שױן פֿאַרגעסן? האָב איך דיר ניט געזאָגט באַלד אַז ער איז אַ טאַטנס אַ קינד?

― דו האָסט געזאָגט, אַז ער איז אַ טאַטנס אַ קינד?