דער בלוטיקער שפּאַס: 2: זײ האָבן זיך געביטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס צװײטע קאַפּיטל: זײ האָבן זיך געביטן

― חבֿרים! ― אַזױ האָט גרישאַ אָנגעהױבן שטיל, װי אַ געניטער רעדנער, פֿאַרבױגן דעם גראָבן פֿינגער אונטער דער זשילעט און תּחילת אַ ביסל אַראָפּגעקוקט אַראָפּ; דערנאָך אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ העכער און העכער און גערעדט װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער און הײסער. ― חבֿרים! אין דעם דאָזיקן מאָמענט רעדט צו אײַך ניט אײַער חבֿר גרישאַ פּאָפּאָװ, נאָר אײַער צװײטער חבֿר הערשקאָ ראַבינאָװיטש רעדט מיט אײַך. מײנט ניט, אַז איך בין גערירט, אָדער אַז עס רעדט אין מיר דער װײַן. איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז איך בין בײַ אַלע געדאַנקען, און איך שװער אײַך, אַז איך בין נאָך קײנמאָל ניט געװען אַזױ ניכטער װי אַצינד. די זאַך װערט דערקלערט מיט אַ קורצע פֿאָררעדע: אונדזער חבֿר, װאָס האָט געהײסן הערשקאָ ראַבינאָװיטש און איצטער הײסט ער גרישאַ פּאָפּאָװ ― אָט באַלד װעט איר װיסן פֿאַרװאָס ―, געהערט צו אַ פֿאָלק, װאָס די װעלט האָט ניט ליב און װערט פֿאַרפֿאָלגט כּמעט אומעטום אױפֿן גאַנצן ערד־קוגל. מיר װײסן ניט, פֿאַרװאָס און פֿון װאַנען עס נעמט זיך אַזאַ געװאַלדיקע שׂינאה, און דאָס איז ניט אונדזער אױפֿגאַבע אַצינד צו דערגרונטעװען זיך, װער עס איז דאָ מער שולדיק ― צי די פֿאַרפֿאָלגער, צי די פֿאַרפֿאָלגטע, צי די אונטערדריקער, צי די אונטערגעדריקטע. מעגלעך, אַז בײדע צדדים זענען גערעכט יעדער נאָך זײַן גאַנג, אָדער זײ זענען אפֿשר בײדע אומגערעכט. מיר װײסן נאָר, אַן די שטאַרקערע זאָגן אױף די שװאַכערע װאָס אין דער קאָרט, געפֿינען אױס אַלע חסרונות אין דער װעלט, און די שװאַכערע טענהן, אָן ס'איז אַ ליגן, זײ זענען ניט ערגער פֿון אַנדערע און אפֿשר נאָך בעסער. ערגער אָדער בעסער ― דאָס איז אַ זאַך, װאָס לאָזט זיך ניט אַזױ גרינג אָפּצושאַצן, און איך װײס ניט, װער האָט דאָס רעכט צו שאַצן? איך קאָן מיר שאַצן אַזױ, איר קאָנט אײַך שאַצן אַנדערש. איך װיל נאָר מײנען, אַז בײדע צדדים האָבן אַ ביסל איבערגעכאַפּט די מאָס. למשל, איך בין איבערצײַגט, אַז מיר, אַלס קריסטן, האָבן גאָר ניט אַזױ שטאַרק פֿײַנט די ייִדן, װי די ייִדן שטעלן זיך דאָס פֿאָר, און איך בין דער מײנונג, אַז די ייִדן לײַדן פֿון אונדז נישט אַזױ פֿיל, װיפֿל זײ װילן אוגן אײַנרעדן. אמת, עס איז נישט אײַנגענעמען צו זײַן פֿאַרפֿאָלגט און געהאַסט פֿון אַ גאַנצער װעלט. עס ליגט אָבער אַ געװיסע באַפֿרידיקונג, אַ באַזונדער מין גדולה, איך װאָלט געזאָגט, אַ מין זיסקײט, אין דעם װאָרט ,,מאַרטירער“. עס איז מיר מער אײַנגענעמען צו װיסן, אַז עמעצער יאָגט מיך אומזיסט, װי אײדער צו װיסן, אַז איך יאָג עמיצן אומזיסט. יעדנפֿאַלס ― דער רוח איז ניט אַזױ געפֿערלעך װי מע מאָלט אים אױס. דעם דאָזיקן געדאַנק האָב איך אַרױסגעזאָגט אונדזער חבֿר הערשקאָ… פּאַרדאָן! אונדזער חבֿר גרישאַ, האָט ער מיר דערױף געענטפֿערט, אַז מיר איז דאָס גרינג צו זאָגן, װײַל איך בין קײנמאָל קײן ייִד נישט געװעזן. אַז איך זאָל מיך געפֿינען ― זאָגט ער ― אין זײַן פֿעל כאָטש אײן יאָר, װאָלט איך דעמאָלט, זאָגט ער, געװוּסט, מיט װאָס מע עסט עס. די דאָזיקע װערטער האָבן געבױרן אין מיר אַ געדאַנק: „אפֿשר איז ער נישט אין גאַנצן אומגערעכט? מע דאַרף זײַן אין יענעמס שטאַנד, מע זאָל קאָנען אַקוראַט פֿילן, איבערלעבן און דערנאָך ערשט אורטײלן, באַשולדיקן אָדער פֿאַרענטפֿערן“… און אױפֿן גרונט פֿון דעם דאָזיקן רעיון האָב איך פֿאָרגעלײגט מײַן חבֿר הערשקאָ, מיר זאָלן זיך בײַטן מיט די אַטעסטאַטן, מיט די נעמען און מיט די פּעסער מער ניט אַז אױף אײן יאָר. דאָס הײסט, אַזױ גרױס, אַז פֿון דער מינוט אָן, װאָס איך רעד מיט אײַך, בין איך שױן ניט מער נריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ נאָר הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, און ער, הערשקאָ, איז שױן נישט מער הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, נאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ. ער פֿאָרט אַװעק מיט מײַנע דאָקומענטן און טרעט אַרײַן אין אוניװערסיטעט, און איך פֿאָר מיט זײַנע דאָקומענטן. ער זאָגט אַפֿילו, אַז מיט זײַנע דאָקומענטן װעט מיר שװער זײַן אַרײַנצוטרעטן, װײַל ער איז אַ ייִד; און איך זאָג: בלאָטע, מיט אַ מעדאַל לאַך איך פֿון אײַך אַלע.

― בראַװאָ! ― האָבן אױסגעשאָסן די חבֿרים אַלע אין אײן קול און גענומען געשמאַק צו קלאָטשן. נאָר גרישאַ האָט זײ נישט געלאָזט לאַנג אַפּלאָדירן. ער האָט אױפֿגעהױבן די האַנט און גערעדט װײַטער:

― חבֿרים! איך האָב אײַך פֿאַרטרױט אַ סוד, אַ גרױסן סוד, און פֿאָדער פֿון אײַך צװײ זאַכן: ערשטנס, איר זאָלט אונדז גראַטולירן בײדן מיט אונדזערע נײַע אומגעביטענע ראָלן. און צװײטנס ― שאַט! האָט צײַט, איך האָב נאָך נישט געענדיקט, ― און צװײטנס, דאָס ערן־װאָרט זאָלט איר מיר געבן און צושװערן, אַז קײן לעבעדיקער מענטש, אױסער אונדז אַלע אָט דאָ, זאָל ניט װיסן, נישט איצטער, נישט אַפֿילו שפּעטער, אַפֿילו װען דאָס יאָר װעט איבערלױפֿן. די גאַנצע געשיכטע דאַרף זײַן, הײסט עס, אַ סוד, אַ הײליקער סוד, װאָס מיר דאַרפֿן אים מיטנעמען מיט זיך אין קבֿר אַרײַן!

― מיר שװערן! מיר שװערן! ― האָבן אױסגעשריגן אַ סך פֿאַרשידענע קולות, און גרישאַ האָט פֿאָרגעזעצט זײַן דרשה…

― איך באַשװער אײַך אַלזאָ מיט אַלעס, װאָס אוגן הײליק איז, אַז יעדער, װאָס װעט אַרױסטראָגן דעם דאָזיקן סוד אױף דער גאַס, דער איז אַ פֿאַררעטער און אַ פֿאַרברעכער. חבֿרים! איך לײג פֿאָר אָנפֿילן די כּוסות און טרינקען לחײם פֿאַר אונדזער נײ־געבױרענעם חבֿר, װאָס האָט אַמאָל געהײסן הערשקאָ ראַבינאָװיטש און הײַנט הײסט ער גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ. לאָמיר אים װינטשן גליק און אַלדאָס גוטס. עס לעבע גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ! הוררראַ!!!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

די התפּעלות מיטן ענטוזיאַזם, װאָס דער דאָזיקער אומגעריכטער טאָסט האָט אַרױסגערופֿן צװישן חבֿרה יונגװאַרג, לאָזט זיך גאָר ניט באַשרײַבן. אַז אַלע האָבן גענומען אױף זיך האַלטן דעם סוד הײליק און נישט באַרירט ― פֿון דעם איז קײן רעדע ניט. און אַז אַלע האָבן מיטגעפֿילט דעם װוּנטש פֿון טאָסט ― דאָס איז געװען צו זען פֿון דעם, װאָס די כּוסות זענען אין אײן מינוט אױסגעלײדיקט געװאָרן ביזן דנאָ. חבֿרה איז געװען אַזױ װײַט אַנטציקט פֿון דער אידעע, װאָס פֿון הערשקען איז געװאָרן אַ גרישאַ און פֿון גרישען אַ הערשקאָ, אַז די צװײ האָבן זיך פֿאַר אַלעמען אין די אױגן טאַקע באַלד און טאַקע שױן געביטן ניט נאָר מיט די דאָקומענטן, זײ האָבן געמוזט טאַקע דאָ אױפֿן אָרט זיך בײַטן אױך מיט די קלײדער. און אַז זײ האָבן זיך איבערגעטאָן, איז געװאָרן צװישן חבֿרה אַזאַ גדולה, אַז מע האָט זײ בײדן אַרומגעכאַפּט קושן, און די געלעכטערן זענען געגאַנגען ביזן הימל אַרײַן. דערנאָך האָט זיך אײנער אַװעקגעזעצט צו דער פּיאַנאָ און גענומען באַראַבאַנען אַ װאַלס, און דער גאַנצער עולם איז געגאַנגען אַ טענצל. און אַז דער עולם האָט זיך גוט אָנגעטאַנצט, אָנגעהעפּעט און אָנגעהוליעט, איז אױפֿגעשטאַנען הערשקאָ ראַבינאָװיטש, דער װאָס הײסט הײַנט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, און האָט זיך אָנגערופֿן צום עולם בזה־הלשון:

― חבֿרים! אונדזער חבֿר גרישאַ פּאָפּאָװ, אָדער, װי ער הײסט שױן איצטער, הערשקאָ ראַבינאָװיטש, איז באַגאַנגען אַ שפּאַס, װאָס האָט זיך אױסגעלאָזט מיט אַן ערנסט. מיר קאָנען גאָר אַזױ װײַט קלוג נישט זײַן, מיר זאָלן קאָנען פֿאָרױס אַרױסזען, מיט װאָס דער דאָזיקער גרױסער שפּאַס קאָן זיך ענדיקן און װאָס פֿון דעם געפֿערלעכן קאַטאָװעס טרײַבן קאָן אַמאָל אַרױס… און װידער, װער פֿון אונדז בײדע עס האָט געמאַכט אַ בעסער געשעפֿט (אַלס געװעזענער „הערשקאָ“ קאָן איך מיך ניט באַהערשן און מוז דערמאָנען דאָס װאָרט „געשעפֿט“) ― דאָס װײס איך, און אױך איר באַדאַרפֿט עס פֿאַרשטײן, אױב איר האָט אַ קלעפּקע אין קאָפּ… און אױב איר פֿאַרשטײט דאָס ניט ― בין איך ניט שולדיק… אײן זאַך מוז איך אײַך נאָר בעטן, מײַנע טײַערע חבֿרים, אַזױ װי אונדזער חבֿר גרישאַ, מײן איך הערשקאָ, האָט גענומען אױף זיך און אָנגעװאָרפֿן אױף מיר אַ נדר, הײסט עס, אױף אַ יאָר, אַז ער דאַרף זײַן איך און איך ― ער; און אַזױ װי מיר קאָנען פֿאָרױס ניט װיסן, װאָס מיט יעדן פֿון אונדז בײדן קאָן פּאַסירן אױף דעם נײַעם װעג, װאָס מיר לאָזן זיך גײן, ― על־כּן װיל איך אױסנעמען אַ תּנאַי, אַז טאָמער װעט עמיצן פֿון אונדז בײדע אױסקומען שױן זײער שמאָל, דאָס הײסט…

― קײן שום תּנאָים מער! ― האָט אױסגערופֿן, אױפֿכאַפּנדיק זיך פֿון אָרט, דער געװעזענער גרישאַ פּאָפּאָװ, איצט הערשקאָ ראַבינאָװיטש. ― קײן שום תּנאָים מער! אָפּגעמאַכט ― איז פֿאַרפֿאַלן!

― פֿאַרפֿאַלן! ― האָט אונטערגעכאַפּט דער גאַנצער איבעריקער עולם.

― ביט פּאָסימו!быть посему: אַזױ זאָל זײַן ― האָט צוגעגעבן דער נײַער הערשקאָ ראַבינאָװיטש.

― ביט פּאָסימו! ― האָט אים אונטערגעהאַלטן דער עולם.

דערזען, אַז ס'איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך, איז אונדזער נײַער גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש, צוגעגאַנגען צום געװעזענעם פּאָפּאָװ, איצט הערשקאָ ראַבינאָװיטש, און מיט אַ שמײכל אױף די ליפּן אים אױסגעשטרעקט די האַנט.

― געדענק־זשע, הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, זאָלסט קײן חרטה ניט האָבן…

― חרטה? ― האָט אים דער געװעזענער פּאָפּאָװ געענטפֿערט מיט שטאַרקײט און מיט גדלות. ― די פּאָפּאָװס, מײן איך די ראַבינאָװיטשעס, האָבן קײנמאָל קײן חרטה ניט! איך קום אַרױס פֿון אַזאַ פֿאָלק, טשאָרט װאָזמיчорт візьми: טײַװל נעם עס! , װאָס איז שױן איבערגעגאַנגען דורך פֿײַער און װאַסער און מעשענע רערן! מײַנע עלטער־עלטער־זײדעס, װאָס האָבן געקנאָטן לײם אין מצרים, אױפֿגעשטעלט די אײביקע פּיראַמידן, אױפֿגעבױט די באַרימטע שטעט סדום און עמורה… פּאַרדאָן! איך מײן פּיתום מיט רעמסס, זענען גענוג אױסגעשטאַנען, ביז זײ האָבן זיך באַזעצט אינעם לאַנד כּנען! און אַז מיר האָבן זיך באַזעצט אינעם לאַנד כּנען, איז געקומען בלשאַצר… טפֿו! מײן איך נבֿוכדנצר און האָט פֿאַרברענט אונדזער הײליקן טעמפּל און אין אײַזערנע קײטן אונדז געבראַכט מיט אונדזערע שװעסטער און קינדער אין דעם באַרבאַרישן בבֿל, און פֿון דאָרטן ― איך טו אַ היפּשן שפּרונג, חבֿרים, און לאָז דורך המנען מיט אַחשורושן מיט נאָך אַזעלכע פֿײַנע מענטשלעך, װײַלע עס טאָגט שױן אין דרױסן ― און פֿון דאָרטן האָט מען אונדז פֿאַרטריבן קײן שפּאַניען, אין דעם פֿינצטערן קאַטױלישן שפּאַניען, װוּ עס האָט געװאַרט אױף אונדז די אינקװיזיציע. דערמאָנט אײַך נאָר, חבֿרים, װאָס מײַנע גאָטזעליקע עלטערן זענען אױסגעשטאַנען פֿון דער אינקװיזיציע! אױפֿן אױטאָ־דאַ־פֿע האָבן זײ זיך געלאָזט ברענען; אױפֿן עשאַפֿאָט האָבן זײ זיך געלאָזט קױלן, שנײַדן, האַקן, בראָקן, פֿערטלען!…

― בראַװאָ, הערשקאָ, בראַװאָ! ― האָבן אױסגעשאָסן די גאַנצע חבֿרה יונגװאַרג, און דער אמתער הערשקאָ ראַבינאָװיטש אױך בתוכם, מיט הילכיקע אַפּלאָדיסמענטן און מיט נאָך מער הילכיקן געלעכטער, אַזױ װײַט אַנטציקט זענען זײ געװען פֿון זײער חבֿר גרישאַ פּאָפּאָװ, װאָס איז אַרײַן אין דער ראָלע פֿון הערשקאָ ראַבינאָװיטש אַזױ קונציק און אַזױ נאַטירלעך, אַז עס האָט זיך נאָר געגלוסט אים אױסקושן איטלעכס אבֿר! אַן אַרטיסט, אַן אמתער ― אַרטיסט! זעט, װי עס האָבן זיך אים אָנגעצונדן די אױגן! און װי געפֿעלט אײַך זײַן ערנסט פּנים? ער זאָל דאָס אײַך געבן אַפֿילו אַ שמײכל! װעט איר זאָגן, װען איר זאָלט זײַן מיט אַכצן קעפּ, אַז דאָס איז גרישאַ פּאָפּאָװ, ניט הערשקאָ ראַבינאָװיטש? נײן, איר קוקט אים אַרײַן אין זײַן ייִדיש פּנים, אין זײַנע ייִדישע אױגן, אַפֿילו די נאָז האָט זיך בײַ אים װי אױסגעבױגן, געװאָרן אַ ייִדישע נאָז, כאַ־כאַ. בראַװאָ, הערשקאָ, בראַװאָ! ביס!! ביססס!!!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

עס איז שױן געװען גרױסער טאָג, אַז חבֿרה יונגװאַרג האָבן פֿאַרלאָזן דעם עלעגאַנטן „עלעפֿאַנט רעסטאָראַן“ און האָבן זיך אױפֿגעזעצט אױף דראָשקעס צו פֿאָרן, דער אַהער, דער אַהין. אױך גרישאַ מיט הערשקען האָבן זיך אױפֿגעזעצט בײדע אױף אײן דראָשקע, גרישאַ אין הערשקאָס קלײדער, הערשקאָ אין גרישאַס קלײדער. װאָרעם כאָטש גרישאַ פּאָפּאָװ איז שײן הערשקאָ ראַבינאָװיטש און הערשקאָ ראַבינאָװיטש איז שױן גרישאַ פּאָפּאָװ, ― דאָך האָבן זײ נאָך צו רעדן און צו רעדן, איבערגעבן אײנעם דאָס אַנדערע סימנים, היסטאָריעס מיט געשיכטן, יעדער פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע, אײדער מע צעפֿאָרט זיך און אײדער מע טרעט אַרײַן יעדער אין זײַן ראָל, טאַקע אױף דער רעכטער אמת ― און… דער גרױסער שפּאַס הײבט זיך אָן.

דאָס דריטע קאַפּיטל: אַ חדר גיט זיך אָפּ

אין דער גרױסער אוניװערסיטעט־שטאָט האָט זיך צום סוף זומער, שױן פֿאַר די אָסיענדיקע ימים־טובֿים, באַװיזן אַ באַזונדער לעבעדיקײט. עס האָבן זיך געענדיקט די זומערדיקע װאַקאַציעס, עס האָבן זיך געעפֿנט די גימנאַזיעס, דאָס פּאָליטעכניקום, די אוניװערסיטעט און ― אַלע איבעריקע העכערע און נידעריקערע שולן און חדרים.

פֿון די נאָענטע שטעט און שטעטלעך און פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה אַרום און אַרום זענען זיך צונױפֿגעפֿאָרן אין דער גרױסער אוניװערסיטעט־שטאָט עלטערן מיט זײערע קינדער, קלענערע און גרעסערע; װער עס האָט געהאַלטן בײַם איבערגײן פֿון אײן קלאַס אין דער אַנדערער ,און װער עס האָט געהאַלטן בײַ אָפּגעבן עקזאַמען און אַרײַנטרעטן ערשט אין טעמפּל פֿון השׂכּלה און װיסנשאַפֿט.

אַ באַזונדער אױפֿרעגונג הערשט צװישן די עלטערן, נאָך מער װי צװישן די אױפֿגערעגטע קינדער. די יונגע מאַמעס, אָנגעטאָן און אױסגעפּוצט נאָך דער לעצטער מאָדע, שלאָגן אָפּ די טירן פֿון די קאַנצעלאַריעס בײַ די דירעקטאָרן, אינספּעקטאָרן און לערערס, זענען גרײט פֿאַלן חלשות אָדער באַקומען דרײַ היסטעריקעס פֿאַר אײן „צװײ“, װאָס זײער „װאַלאָדיקע“ אָדער זײער „סאַשקע“ האָט געכאַפּט בשעת דעם אַרײַנטריטס־עקזאַמען.

די ביכער־הענדלער און פּאַפּיר־פֿאַבריקאַנטן האָבן אַרױסגעשטעלט אין זײערע פֿענצטער דאָס נײַסטע און דאָס בעסטע, װאָס זײ האָבן צוגעגרײט פֿאַר דער יוגנט אױף צו לערנען און אױף צו שרײַבן, און זענען גרײט צו מאַכן געשעפֿטן, לײזן געלט, בײַטן ביכער אױף ביכער ― מיט אײנעם װאָרט, דינען דער קולטור פֿון