זוניק אין דרויסן

אָנטיילנעמער פֿון 13טן קאָנפֿערענץ פֿון IAYC

זונטיק, 25 אַפּריל 2010, מילבריי, קאַליפֿאָרניע

כאָטש אין דרויסן איז זוניק און וואַרעם, 
קומסטו ניט אַרויס מער מיט מיר צו באַגעגן. 
פֿאַר וואָס גייסט מיט מיר ניט שפּאַצירן, מײַן ליבע? 
פֿאַר וואָס דאַרפֿסטו זוכן גאָר אַנדערע וועגן? 

איך בענק נאָך דער צײַט ווען מיר זײַנען צוזאַמען 
פֿאַרבלאָנדזשעט אין וואַלד ווי צוויי פֿייגעלעך קליינע. 
און איצטער ביסטו ווי אַן אָדלער אַ גרויסער 
וואָס עסט אָפּ מײַן האַרץ און פֿאַרברענט מײַנע ביינער. 

קום־זשע מײַן ליבע און וועק מיך פֿון חלום, 
קאָשמאַרישע וואָלקנס פֿונאַנדערצושפּרייטן. 
באַוואַרעם מײַן האַרץ ווי די זונינקע שטראַלן, 
און שענק אַ רפֿואה מיט דײַן שמייכל דעם ברייטן.  ‏