דאָס הײַזעלע
פֿון יוגנטרוף-ייִדיש-װאָכניקעס, 1996
רפֿאל פֿינקל, רעדאַקטאָר

אַז אַ הײַזעלע שטײט לײדיק
זינגען פֿײגעלעך ניט מער
שטײען נאַקעטע בײמער דערבײַ.
נאָר דײַן קול קען איך ניט הערן,
די נשמה איז מיר שװער.
אָן דיר גײט דאָס לעבן פֿאַרבײַ.

טעג, זײ לױפֿן, יאָרן גײען,
און דו ביסט נאָך אַלץ ניטאָ.
איך בלײַב װי די בײמער אַלײן.
װעלן פֿײגל װידער זינגען
װען דער חלום קומט צוריק.
קער זיך אום װי דער פֿרילינג אַהײם.