לידער

ישׂראל נעקראַסאָװ

אין דער פֿינצטערניש פֿליט אַ פֿאַרשפּעטיקטע באַן, 
אין אַ טונקל גערױש אָנגעטאָן. 
און אַ שיכּורער שלאָפֿט אױף אַ הילצערנער באַנק 
אינעם גרינעם געראַמען װאַגאָן. 

אינעם שטראַל װערן סאָסנעס און טאָפּאָלן גרין 
אױף אַ װײַלע און שװאַרץ נאָך אַנאַנד, 
און די רעלסן אַנטלױפֿן. פֿאַר װאָס און װוּהין 
פֿירן זײ די פֿאַרבלאָנדזשעטע באַן? 

אין דער פֿינצטערניש האָט אַ געשרײ זי געטאָן 
און פֿאַרשװוּנדן װערט װוּ-ניט-איז װײַט, 
נאָר אַ רױטע לאַמטער פֿונעם לעצטן װאַגאָן 
שטעלט אַ פּונקט אױף דער בלױ-שװאַרצער זײַט. 



אַלץ דאַרף מען בײַטן, צום באַדױער, 
מיר האָבן שױן אַ לעב געטאָן. 
געעפֿנט איז אַ נײַער טױער, 
דאָס נײַע לעבן הײבט זיך אָן. 

פֿאָרױס, צו װײַטע גרינע ברעגן 
פֿון טיפֿע בליצנדיקע טײַכן, 
צו בײמער, גראָזן, בערג און רעגן, 
צו שנײ, צו האָגל און דאָס גלײַכן. 

פֿאָרױס! מע טאָר ניט נפֿטר װערן 
ניט אָן קײן לױן, ניט אָן קײן שטראָף. 
מיר זעען אונדזער װעג ביז קערן, 
און דאַכט זיך, אַז ביז סאַמע סוף.