לידער

אָסיפּ מאַנדעלשטאַם
איבערזעצונג פֿון רוסיש: יואל-משה מאַטװײעװ

קינדער-ביכער צו לײענען בלױז,
בלױז מיט קינדער-מחשבֿות צו בלײַבן.
אַל-דאָס גרױסע צעװײען, צעטרײַבן,
פֿונעם אומעט דעם טיפֿן - אַרױס.

כ'בין געװאָרן פֿון לעבן טױט-מיד,
און מיר װילט זיך פֿון אַלץ אָפּצוזאָגן,
נאָר מײַן אָרעמע לאַנד האָלט געקראָגן,
װײַל קײן צװײטע געזען האָב איך ניט.

אױף אַ הילצערנער הױדע אין סוד
כ'האָב געװיגט זיך אַמאָל צװישן טאַנען,
הױכע בײמער זיך טונקל דערמאַנען
אין טומאַן פֿון געדאַנק-קאַראָהאָד.

                  אױף אַן עמאַל אַ ליכטיק-בלײכן
                  אַפּריל-געדאַכטע בלױע טענער,
                        בערעזעס - צװײַגן צו די הײכן
                        געהױבן אין אַ שטילן דעמער.

            אוזאָר געשליפֿענער און פֿײַנער,
            אַ דינע נעץ איז אײַנגעפֿראָרן,
                  װי אױף אַ טעלער פּאָרצעלײַנעם
      אַ שאַרף געמעל פֿאַרקריצט געװאָרן, ---

      װען ס'צוקט אים אױס דער מאָלער ליבער,
טוט אױף דער האַרט פֿון גלאָז אים פֿאַרבן,
                        װען כּוח זײַנער גײט אַריבער
            אין גליװער-אומעט פֿונעם שטאַרבן.

דער גוף ז'געשענקט מיר - װאָס צו טאָן מיט זײַן
אַזױ פֿיל אײניק און אַזױ פֿיל מײַן?

פֿאַר זײַן און אָטעמען - אַ שטילע פֿרײד,
צו װעם זאָל װענדן איך מײַן דאַנקען-רײד?

איך בין דער גערטנער, און איך בין די בלום -
מיר, צװײ אַסירים אין דער װעלט אַרום.

דאָס גלאָז פֿון אײביקײט האָט שױן פֿאַרהיט
מײַן אָטעם װאַרעמען, מײַן שטיל געבליט.

אוזאָר אַן אײַזענער אױף שױבן-װענט
װערט אָנגעשריבן און װערט אומדערקענט.

זאָל רינען די מוטנעקײט פֿון שױבן איצט -
אוזאָר דער טײַערער איז אײַנגעקריצט.