פֿון רעדאַקציע

װי װײַט איז מזרח פֿון מערבֿ? אָדער: די נײטיקײט פֿון אַן אידעאָלאָגיע

לעצטנס איז געקומען צו גאַסט אין רעדאַקציע דב"י -- װאַרט, לאָמיר שױן דאָס מאָל אָפּלאָזן דעם געמאַכטן דריטן פּערזאָן. לעצטנס איז אונדז געקומען צו גאַסט אַ חשובֿער ייִדישיסט פֿון ישׂראל, דער קאָמפּאָזיטאָר און כּלל-טוער דניאל גלאַי. ער איז געװען אױף אַ עטלעכטאָגיקן װיזיט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, דערעיקרשט זיך צו זען מיט קרובֿים, נאָר ער האָט אונדז מכּבד געװען מיט זײַנע מײנונגען װעגן פֿאָלק ישׂראל, מדינת-ישׂראל, ייִדיש-לשון, און די פֿאַרבינדונגען װאָס זײַנען חל צװישן די דרײַ.

אַ שאָד, װאָס כ'האָב ניט פֿאַרצײכנט אָדער רעקאָרדירט דעם גאַנצן שמועס, און אפֿשר װעט חבֿר גלאַי זיך לאָזן אױסבעטן צו שיקן זײַנע פֿירלײגן בכּתבֿ אין דב"י אָדער, למשל, אין "יוגנטרוף" צי "פֿאָרװערטס". נאָר על רגל אַחת איז זײַן צוגאַנג אַזאַ:

מע דאַרף גוט פֿונאַנדעראַרבעטן אַן אידעאָלאָגיע װאָס זאָל דינען װי אַ נײטיקן הינטערגרונט פֿאַר די אָנגײענדיקע שטרעבונגען לטובֿת מאַמע-לשון װאָס מע נעמט זיך אונטער מיטן גאַנצן האַרצן נאָר ניט אַלע מאָל מיט אַן אױסגעחשבונטן װעגװײַזער פֿאַרן שׂכל. װי אַזױ זשע קען מען דערקלערן "יענעם", פֿאַר װאָס ייִדיש איז אונדז װיכטיק? פֿאַר װאָס זאָל מע פֿאַרלײגן ייִדיש-פֿאַקולטעטן אין אוניװערסיטעטן װאָס לײגן דעם טראָפּ אױף אַ לעבעדיקער שפּראַך און קולטור? ס'איז קלאָר, אַז אױסגעדראָשענע באַנאַלקײטן װי "די אַשכּנזישע קולטור איז די רײַכסטע און פּראָדוקטיװסטע פֿון אַלע גלותדיקע קולטורן" טױגן מער ניט, אױב זײ האָבן װען עס איז יאָ געטױגט. די ישׂראל-קולטור איז אױך אַ רײַכע און אַ פֿילפֿאַרביקע, און די אַמעריקאַנער קולטור שטײט דאָך אַװדאי ניט אָפּ.

גלאַי לײגט פֿיר, אַז מע זאָל אָננעמען װי אַ צוגאַנג דאָס איבערגעבן, פֿאַרשטאַרקן, און פֿונאַנדערבױען דעם קאָנצעפּט "אַשכּנז", װי אַ השׂגה װאָס פֿאַרבינדט שפּראַך, קולטור, און רעליגיע. דאָס איז אַװדאי ניט קײן חידוש אין דער עולם-האַקאַדעמיע. שױן לאַנג װי טײל פֿאָרשערס באַניצן זיך מיט דעם קאָנצעפּט װי אַ מיטל צו פֿאַראײניקן פֿאַרשידן-מיניקע פֿאָרשערישע פּערספּעקטיװן און פֿאַרזאַמלען אין אײן װאָגן פֿאַרשידנערלײ סחורה, ס'זאָל זײַן מער קונים אױף די פֿאָרשער-ירידן. אָבער דער קאָנצעפּט אַשכּנז איז נאָך ניט אַריבער דער הױכער, טײל מאָל שטעכלדראָטיקער מחיצה װאָס טײלט אָפּ די אַקאַדעמיקערס פֿון די "ייִדישיסטן פֿון אַ גאַנץ יאָר", צו דינען װי אַ נײטיקע באַטרײַב-כּוח, די עלעקטרע פֿאַר די ייִדישיסטישע געדאַנק-מכשירים.

פֿאַרשטײט זיך, אַז די שװעריקײטן און די שװאַכקײטן פֿון אַזאַ צוגאַנג זײַנען היפּשע. ערשטנס, בושעװעט אַ גרױסע מחלוקת בײַ די פֿאָרשער, צי אַזאַ צוגאַנג איז בכלל אַ נײטיקער. װיפֿל האָבן (געהאַט) בשותּפֿות אַ װאַרשעװער און אַ פּראָגער, אַ בודאַפּעשטער און אַ קאָװנער? מיט װאָס שטעלט זיך פֿאָר די כּלומרשטיקע אײניקײט פֿון אַשכּנז?

ניט געקוקט אָבער אױף דעם, װאָס די פּרטים פֿון אַזאַ אידעאָלאָגיע זײַנען װײַט ניט אַנטװיקלט, איז גוט צו האָבן אידעאָלאָגיעס אױפֿן סדר-היום, אַפֿילו נאָר פֿירגעלײגטע. מע קען הײַנט אַפֿילו זאָגן, אַז מע מעג שױן פֿירן אַ דעבאַטע, אַ מחלוקת לשם לשון, צװישן צװײ מעגלעכע אידעאָלאָגיעס: דעם צוגאַנג "אַשכּנז", און, װידער, ד"ר שיקל פֿישמאַנס "טראַדיציאָנעלע ייִדישקײט פּלוס", דאָס הײסט, מע זאָל פֿאָרשטעלן ייִדיש (זיך אַלײן און אַנדערע) װי אַ װירדיק בײַמיטל װאָס פֿאַרשטאַרקט און גיט צו אינטערעס אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטײגער לעבן.

בײדע צוגאַנגען זײַנען נאָך ניט אין גאַנצן אױסגעאַרבעט, נאָר עס װאָלט בפֿירוש געװען כּדאַי װען מע זאָל זיך אַװעקזעצן און פֿירן אַ דיסקוסיע װעגן אונדזער װעג. מיר ברענגען לסוף אַ זאָג אײבראַהאַם לינקאָלנס: "װען מיר װײסן װער מיר זײַנען, און װוּהין מיר קערן זיך, װאָלטן מיר בעסער אָפּגעשאַצט װאָס צו טאָן, און װי אַזױ."