די געבאָטן

אַלבערט ראָזענבלאַט

(נאָכן איבערלײענען יהואַשס תּנ"ך-איבערזעצונג)

אױב גאָט װאָלט גערעדט ייִדיש בײַם סיני
װאָלטן זיך די געבאָטן נאָך אַלץ אָנגעהױבן מיט אַן אַלף.
אָבער די צװײ לוחות װאָלטן זיך געענדיקט מיט אַ סמך און ניט מיט אַ כף.
און דער צװײטער לוח װאָלט זיך אָנגעהױבן מיט אַ "זאָלסט ניט" און ניט מיט
אַ "לא".
אָבער גאָט האָט ניט געװוּסט.
ער האָט נאָך ניט געשאַפֿן דאָס לשון.
די װעלט האָט געדאַרפֿט נאָך װאַרטן
ביז גאָט איז געװען גרײט,
ביז ער האָט דערלױבט די ערד זאָל אַרױסברענגען דאָס לשון
(בײַ די ברעגעס פֿון דער װעזער און דער עלב).
ביז דאָס פֿאָלק איז געװען גרײט,
גרײט עס צו באַקומען,
גרײט עס צו פֿאַרמאָגן.
אױב גאָט װאָלט גערעדט ייִדיש בײַם סיני,
װאָלטן זיך די געבאָטן נאָך אַלץ אָנגעהױבן מיט אַן אַלף.