פֿון רעדאַקציע

נאָך אַזאַ לאַנגער פֿאַרשפּעטיקונג קען מען נאָר װינטשן אונדזערע טײַערע לײענער אַ גוט געזונט קאַלענדאַר-יאָר. זאָל דאָס פּאַלינדראָם-יאָר 2002 --- װאָס לײענט זיך גלײַך, צי פֿון לינקס אױף רעכטס צי אױף דער ייִדישער ריכטונג --- זיך אַרױסװײַזן פֿאַר אַ יאָר װאָס הײבט זיך אָן און לאָזט זיך אױס מיט שלום פֿאַר כּלל-ישׂראל און אַלע מענטשן אומעטום. אָמן!