נאָטיצן צו אַ לערנפּלאַן (פֿעליעטאָן)

פֿון נ. ק. לערער

כּסדר הערט מען טענות אַז חינוך דאַרף װערן מער מאָדערן, צוגעפּאַסט צו דער צײַט. אָט לײגן מיר פֿיר אַ פּאָר אופֿגאַבעס װאָס זאָלן אױספֿילן יענעם בלױז. מאַכט זיכער אַז איר װײסט די ענטפֿערס אײדער איר דערלאַנגט די הײמאַרבעט אײַערע תּלמידים. הצלחה רבה!

א. שפּראַך און געשיכטע

1. צײכן אַ ליניע צװישן די װערטער װאָס זײַנען אַ פּאָר.

די השׂגות די פֿאַרבן
די זאַכן די קריװדעס
די נאַשן די חיות
די מוחות די געטער
די בײמער די תּירוצים
די שאָדנס די אַנטשולדיקונגען
די קאַרס די ציפֿערן
די פֿירערס די הײמען

2. צײכן אַ ליניע פֿון נאָמען פֿון חומש-ספֿר צום װאָרט, װאָס באַשרײַבט אים צום בעסטן. בראשית גאָט ברוך-הוא

שמות דאָס פֿאָלק ישׂראל
ויקרא מצוות און מעשׂים טובֿים
במדבר יסורים אָן אַ זינען
דבֿרים די מידינער פֿרױען
דער אומבאַקענעװדיקער אײבערשטער

ב. פֿאַרשטײן די װעלט אַרום זיך

1. אין לײדיקן אָרט אונטן, גיט אָן אַ נומער פֿון צען ציפֿערן װאָס באַשרײַבט דיך צום בעסטנס, און אַ פּאַראָל פֿון אַכט אותיות אָדער נומערן. האָט נישט מורא פֿאַרן זײַן שעפֿעריש!

2. פֿון װאַנען שטאַמט דײַן בײביסיטער?
א. װאָס הײסט לאַנד? זי איז דאָך אַ שחורטע
ב. די דאָמיניקאַנער רעפּובליק
ג. גאַנאַ
ד. איך װײס נישט / זי איז סתּם אַ פֿרױ
ה. פֿאַרשטײן דעם אײגענעם גוף

3. װער צװישן דײַנע מיטתּלמידים איז דער בעסטער
א. פֿאָרצער?
ב. גרעפּצער?
ג. כראָפּער?
ד. נאָז-דלובער?
ה. פּישער?

נאָכן פֿאַרענדיקן די הײמאַרבעט: גיב זי גלײַך אָפּ דעם לערער. כאָטש מיר װילן זײַן מאָדערן, פֿאַרשטײען נישט טײל טאַטע-מאַמעס װאָס דאָס הײסט, און װעלן זיך אָפּרופֿן אױף אַן אומפּאַסיקן אױפֿן.