זונעלע שײנע
אַ קינדער-מעשׂה
דודל כּותבֿ

אַמאָל אין אַ זומערדיקן צופֿרי נאָך דעם װי עס האָט געטאָגט האָבן די װאָלקענעס פֿאַרשטעלט דעם הימל און נישט געלאָזט דאָס זונעלע שײנע אױפֿשײַנען. האָט דאָס שטײנדל זיך איבערגעקױלעט און געזאָגט פֿאַרן גרעזל, "גרעזעלע, די ביסט העכער װי איך, בײג דיך אַ ביסל אַהין און אַהער און אַזױ װעסטו אַװעקשטופּן די װאָלקענעס און די װעלט װעט װערן װאַרעם און דו װעסט װאַקסן לענגער."

דאָס גרעזל האָט געענטפֿערט, "איך בין טאַקע העכער װי דו אָבער איך קום נישט אָן ביז די װאָלקענעס. לאָמיר בײדע גײן צום בלימעלע װײַל זי איז העכער װי מיר בײדע און אפֿשר קען זי אַװעקשטופּן די װאָלקענעס."

זענען דאָס שטײנדל און דאָס גרעזל אַװעק צום בלימעלע אין זי געזאָגט, "בלימעלע, בלימעלע, דאָס זונעלע שײנע װיל אױפֿשײַנען אָבער די װאָלקענעס טוען איר פֿאַרשטעלן. גלײַך דיך אױס דײַן רוקן און שטײ אױף די שפּיץ פֿיס און שטופּ אַװעק די װאָלקענעס --- מיר װעלן װאַרעם װערן און דײַנע פֿאַרבן װעלן גלאַנצן אין דער ליכטיקײט פֿונעם זונעלע שײנעם."

דאָס בלימעלע האָט געענטפֿערט, "טײַערע פֿרײַנט, מיר שטערט אױך אַז דאָס זונעלע שײנע שײַנט נישט אױף און װאַרעמט נישט אָן די װעלט, אָבער כאָטש איך בין העכער פֿון אײַך קען איך אָבער נישט אָנקומען ביז די װאָלקענעס. לאָמיר אַלע גײן צום בײמעלע װײַל זי איז זײער הױך און זי קען מיט אירע צװײַגן און בלעטער דערלאַנגן ביז די װאָלקענעס."

זענען דאָס שטײנדל, דאָס גרעזל און דאָס בלימעלע צוזאַמענגעגאַנגען צום בױם און אים געזאָגט, "בײמעלע, בײמעלע, די װאָלקענעס שטערן זונעלע שײנע אױפֿצושײַנען און די װעלט װערט נישט װאַרעם. נעם דײַנע צװײַגן און דײַנע בלעטער און טרײסל מיט זײ די װאָלקענעס ביז װי לאַנג אַלע װאָלקענעס צעגײען זיך. דעמאָלסט װעט די װעלט זײַן װאַרעם, דײַנע עפּל װעלן זײַן רױט און דײַנע באַרן גרין."

דער בױם האָט זײ געענטפֿערט, "איך בין טאַקע זײער הױך אָבער איך קום אַלץ נישט אָן אַזױ הױך װי די װאָלקענעס. מיר דאַרפֿן אַלע צוזאַמענגײן צום פֿײגל און בעטן דעם פֿײגל ער זאָל אַרױפֿפֿליִען צו די װאָלקענעס אין שטאַרק פֿלאַטערן מיט די פֿליגל, אַזױ אַז די װאָלקענעס װעלן זיך אַלע צעגײן און דאָס זונעלע שײנע װעט זיך אַראָפּברענגן אונטער די װאָלקענעס."

דער בױם מיטן בלימעלע, מיטן גרעזל און מיטן שטײנדל זענען אַלע געגאַנגען צום פֿײגל און צו אים גערעדט, "פֿײגעלע, פֿײגעלע, די װאָלקענעס פֿאַרשטעלן דאָס זונעלע שײנע און לאָזן אים נישט אױפֿשײַנען. די װעלט בלײַבט קאַלט. אױכעט דײַן קול איז נישט אַזױ זיס װען דאָס זונעלע שײנע מאַכט נישט ליכטיק אױף דער װעלט. פֿלי אַרױף צו די װאָלקענעס און פֿלאַטער שטאַרק מיט דײַנע פֿליגל אַזױ אַז די װאָלקענעס װעלן זיך צעבלאָזן."

דער פֿײגל האָט זײ געענטפֿערט, "איך קען ניט בלױז מיט מײַנע פֿליגל אַװעקשטופּן די װאָלקענעס, װײַל איך קען נישט אַזױ שטאַרק פֿלאַטערן; איך קען אױך נישט אַרױפֿפֿליִען צום זונעלע שײנע װײַל עס איז צו װײַט און אױך צו הײס. אָבער איך האָב אַן עצה. איר קענט אַלע אַראָפֿקריכן אױף מײַנע פֿליגל און מיר װעלן צוזאַמען אַרױפֿפֿליִען צו די װאָלקענעס און שײנערהײט בעטן די װאָלקענעס אַז זײ זאָלן אַװעקגײן איבער די ימען, װײַל זונעלע שײנע װיל אױפֿשײַנען."

די עצה איז שטאַרק געפֿעלן דעם בױם, דעם בלימעלע, דעם גרעזל און דעם שטײנדל. זענען דער בױם און דאָס גרעזל אַרױף אױף אײן פֿליגל און דאָס שטײנדל און דאָס בלימל אַרױף אױפֿן אַנדערן פֿליגל, און דער פֿײגל האָט זײ אַלע אַרױפֿגעטראָגן איבער אַלע דעכער און איבער אַלע בײמער, הױך הױך ביז צו די װאָלקענעס.

אױפֿן װעג האָט דער גרעסטער פֿון זײ, דער בױם, געזאָגט אַז דער פֿײגל זאָל רעדן צו די װאָלקענעס װײַל ער האָט דאָס שענסטע קול פֿון זײ און אױך װײַל די עצה איז געװען זײַנע.

װען זײ זענען אָנגעקומען צו די װאָלקענעס האָט דער פֿײגל געזאָגט פֿאַר די װאָלקענעס, "װאָלקענעס װאָלקענעס, דאָס זונעלע שײנע װיל אױפֿשײַנען און װאַרעם מאַכן די װעלט. עס װיל מאַכן װאַקסן די גראָז, עס װיל מאַכן די בלומען פֿאַרביק, די עפּלעך רױט און די באַרן גרין, און עס װיל מאַכן אַלע פּירות זיס און זאַפֿטיק. אָבער איר װאָלקענעס האָט זיך געשטעלט פֿאַרן זונעלע שײנע און איר לאָזט אים נישט שײַנען. דערפֿאַר װילן מיר אײַך בעטן אַז איר זאָלט אַזױ גוט זײַן און אַװעקגײן איבער די ימען לאָזן דעם זונעלע שײַנען."

די װאָלקענעס האָבן געענטפֿערט אַז זײ װעלן לאָזן דעם זונעלע שײַנען אָבער אַצינד איז זײ שװער אַװעקצופֿאָרן װײַל זײ שלעפּן אַ שװערן פּעקל פֿול מיט רעגן. "מיר װעלן ערשט לײַכט מאַכן אונזערע פּלײצעס און אױסגאָסן דעם רעגן איבער דער װעלט און נאָכדעם װעלן מיר זיך צעגײן. איר זאָלט אױך װיסן אַז אױכעט דער רעגן מאַכט גראָזעלע װאַקסן, גיט בלימעלע פֿאַרבן און מאַכט װאַקסן אַלע פֿרוכט --- נאָר פֿאַר דעם האָב איך פֿאַרשטעלט דאָס זונעלע שײנע.

דער פֿײגל, דער בױם, דאָס בלימעלע, דאָס גרעזל, און דאָס שטײנדל האָבן שײן באַדאַנקט די װאָלקענעס און זענען צוריק אַראָפּגעפֿלױגן. אױפֿן װעג אַראָפּ האָט דער בױם געזאָגט פֿאַרן פֿײגל, "װען סע רעגנט זאָלסטו קומען זיצן אױף מײַנע צװײַגן, און מײַנע בלעטער װעלן דיך באַשיצן אַז דו זאָלסט נישט נאַס װערן".

די װאָלקענעס האָבן געטאָן אַזױ װי זײ האָבן צוגעזאָגט און באַלד נאָכן רעגן זענען זײ זיך צעגאַנגן און דאָס זונעלע שײנע האָט אױפֿגעשײַנט אױף דער װעלט. עס האָט אױסגעטריקנט אַלע װאַסער און אַלעמען װאַרעם געמאַכט. נאָר אין אײן װינקעלע קענט איר זען אַ קלײנע קאַלוזשע װאָס אין דעם באָדט זיך דאָס קלײנע שטײנדעלע און דערנאָך לײגט ער זיך שלאָפֿן אױף דער װײכער ערד.