פֿישל ליבערמאַן

קאַלדונעק װאַסער-טרעגער

קאַלדונעק, אָדער קורץ "קאַלבן" --- מיט די נעמען איז ער געװען באַקאַנט אין ייִדישן תּחום. װי ער האָט אמתדיק געהײסן האָט קײנער נישט געװוּסט. װען מ'האָט אים אין שׂימחת-תּורה אױפֿגערופֿן צום ספֿר האָט ער זיך געמוזט לאַנג מוחן װי דער הײסט, און ס'רובֿ מאָל האָט ער פֿאַרטױשט זײַן נאָמען מיטן פֿאָטערס נאָמען. ער האָט נאָר געװוּסט, אַז די גאַנצע קהילה רופֿט אים "קאַלודנעק", "קאַלבן".

ער איז געװען אַ הױכער ייִד מיט אַ פּאָר ברײטע פּלײצעס. די קאָלטענעװאַטע באָרד איז בײַ אים געװען פֿאַרװאַקסן ביז אין די אױגן אַרײַן. זײַן נאָז איז געלעגן אַ ביסל פֿאַרקרימט, צו דער לינקער באַק צו. זײַנע אַקסלען זײַנען געװען הױקערדיק, גענױ צוגעפּאַסט צו דער נאָשעלע, װאָס איז אױף זײַנע אַקסלען געװען זײַט כּמה וכּמה יאָרן.

אַ סך נגידישע הײַזער האָט ער טאָג פֿאַר טאָג פֿאַרזאָרגט מיט פֿריש װאַסער פֿונעם אײַזערנעם פּלומפּל. דאָס װאַסער פֿונעם אײַזערנעם פּלומפּל האָט געהאַט אַ שם-דבֿר צװישן די בעל-הביתטעס פֿאַר דאָס געזינסטע װאַסער פֿון דער גאַנצער געגנט. װינטערצײַט, װען דער פֿראָסט איז געװאַקסן, האָט קאַלדונעק פֿאַרפּאַקט די פּלומפּ מיט שטרױ און פֿאַרבונדן מיט אַ שטריק, כּדי צו באַשירעמען ס'זאָל חס ושלום נישט פֿאַרפֿרױרן װערן.

יעדן פֿרימאָרגנס אַזױ װי ס'האָט נאָר געטאָגט האָט ער אין דער גיך אַרײַנגעכאַפּט אַ דאַװענען און זײער אײַליק פֿאַרלײגט די נאַשעלע און אַהינגעלױפֿן צו דער פּלומפּ, קײַענדיק אַ שטיק ברױט. װי אַן אַװטאָמאַט איז ער געגאַנגען אַ גאַנצן טאָג אָן אָפּרוען זיך --- פֿון דער פּלומפּ ביז צו די װאַסערפֿעסער אין די שטובן, און װידער צוריק צום פּלומפּל. די הילצערנע װאַסערקאַנען האָבן זיך שװער געװאָרפֿן אױף די אײַזערנע קײטן, צונױפֿשטױסנדיק זיך מיט זײַנע אױסגעריבענע, נאַסע הױזן. סײַ זומער סײַ װינטער האָט ער געטראָגן אַ כאַלאַט צוגעדראָטעװעט מיט אַ פּאָר לאַטעס, און פֿאַרבונדן מיט אַ גראָבן שטריק אַרום די לענדן. געגעסן האָט ער פֿון דעם װאָס ס'איז איבעריק געבליבן פֿון די מאָלצײַטן אין די נגידישע הײַזער.

זעלטן װען האָט ער צו עמעצן אַ װאָרט גערעדט. ר'האָט די װאַסערקאַנען שטיל אַרײַנגעטראָגן אין דער קיך, אױפֿגעקלאַפּט ס'דעקל פֿון װאַסערפֿאַס, אױסגעלײדיקט די קאַנען, און מיטן פֿינגער-נעגל האָט ער געמאַכט אַ שטריכל אױף דער װאַנט איבערן פֿאַס. סוף װאָך האָט די בעל-הביתטע אַ קוק געטאָן, װיפֿל שטריכלעך ס'זײַנען, און צוזאַמענגעחשבונט, װיפֿל געלט קאַלדונעק האָט צו קריגן. דערנאָך האָט זי מיטן שערצל די שטריכן אָפּגעװישט. זײַן אײנציקן חבֿר מיט װעמען ער האָט נאָך אַ מאָל אַ פּאָר װערטער גערעדט איז געװען דאָס פּלומפּל:

"געפֿלינקער גיס, דאָס פֿאַס בײַ דער מאַדאַם מאַרגוליעס איז לײדיק. ... נו-נו, גיס אַ ביסל שנעלער, ס'איז שױן באַלד שבת."

ר'האָט געפּלומפּט זײער אײַליק, און געשװינד געלאָפֿן מיט די קאַנען.

אין שפּעטע אָװנט-שעהען איז ער ערגעץ װוּ אײַנגעשלאָפֿן אין אַ קיך, אָדער ליגן געבליבן לעבן די קאַנען אױף די טרעפּ, אין אַ װינקל בײַ אַ טיר.

ער האָט זיך קײנמאָל נישט באַקלאָגט, מיט זײַן גורל איז ער געװען צופֿרידן.

יעדן ערבֿ-שבת האָט ער דעם גרױסן װאַסערפֿאַס אין בת-מדרש אָנגעגאָסן מיט װאַסער ביז צום זױם, און װען ייִדן האָבן די הענט זיך געװאַשן צום דאַװענען, האָט ער אַ ברײטן שמײכל געטאָן: "מײַן װאַסער! אַ לױב דעם אײבערשטן."

אין די הײסע, תּמוזדיקע טעג, צו מיטאָגצײַט, איז קאַלדונעק אַרײַן אינעם בת-מדרש מיט די קאַנען, און צעטײלט אַ קאַלטן טרונק װאַסער צװישן די בחורים-לערנער; ער האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ גרױסער מצװה. װען ר'האָט געזען װי די בחורים מאַכן אַ ברכה און טרינקען מיט תּענוג אַ שעפּ קאַלטן װאַסער האָט זײַן האַרץ אָנגעקװאָלן פֿון נחת און ער האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ:

"װעל איך כאָטשבע האָבן אַ שיטקל זכות אױבן אין הימל?"

בײַ די גמרא-לערנער, און אין דעם װאַסערפֿאַס אינעם בת-מדרש, האָט ער אָנגעזאַמלט זײַן חלק עולם-הבא. נישט אײנמאָל אַזױ שטײן געבליבן פֿאַרגאַפֿט קוקנדיק אױף די לאַנגע טישן מיט די גמרא-בחורים --- האָט ער שטאַרק געזיפֿצט: "און איך קען אפֿילו נישט ריכטיק דאַװענען!" און ר'איז שנעל אַרױסגעלאָפֿן, אױסװישנדיק זיך די טרערן פֿון די אױגן, און אַװעק צום אײַזערנעם פּלומפּל.

שבת, װען ר'האָט קײן װאַסער געשלעפּט, איז פֿאַר קאַלבן געװען אַ שלעכטער טאָג. ר'האָט נישט געװוּסט װאָס ער זאָל מאַכן אין דעם שבתדיקן טאָג. ר'האָט געצױגן מיט די לײדיקע אַקסלען אַרױף און אַרונטער, װי ער װאָלט פּטור װערן פֿון אַ שװערער מאַסע; אױך די צװײ הענט זײַנען בײַ אים אַרונטערגעהאַנגען איבעריק. און װען ר'האָט דערהערט דאָס קלאַפּערן פֿונעם אײַזערנעם פּלומפּערל האָט ער אינסטינקטיװ אַ ציטער געטאָן.

אין אַ זומער-שבת --- נאָכן טשאָלנט עסן --- האָט ער זיך אַהינגעלײגט אינעם גראָז אױפֿן אַלטן בעת-הכּבֿרות אונטערן בת-מדרש. אין אַ װינטערדיקן שבת האָט ער זיך געװאַרעמט בײַם אױװן אין בת-מדרש. װען יצחק מגיד האָט נאָכן שבתדיקן נאָכמיטאָג-שלאָף געדרשהנט מיט זײַן טרױעריק קול און אױפֿגעעפֿנט פֿאַרן עולם דאָס גרױסע גיהנום, האָט קאַלדונעק דערזען װי דער זינדיקער װאַסער-טרעגער װערט אױף יענער װעלט דערטרונקען אינעם גרױסן סמאָלע-קעסל. ער האָט אױפֿגעשפּרונגען מיט פּחד און געכאַפּט אַ תּהילימל. כליפּענדיק האָט ער אַרױסגעשטאַמלט צעבראָכענע פּסוקים.

אַזױ עלנט צרהדיק װי ר'האָט געלעבט, אַזױ איז ער אױך אין אײנזאַמקײט פֿאַרשטאָרבן. קײן מענטש איז געװען בײַ אים װען ער האָט זײַן נשמה אױסגעהױכט. אין אַ פֿרימאָרגנס האָט מען אים געפֿונען ליגן טױט אין אַ װינקל בײַ אַ הױז, לעבן די װאַסערקאַנען מיט דער נאָשעלע.